פֿונעם יריד

שלום עליכם (אַלע װערק)

זײַטיקער פּאַרשױן, אַ װילד־פֿרעמדער, נאָר אַזעלכער, װאָס איז געװען מיט אים אומעטום, אַזעלכער, װאָס איז דורכגעגאַנגען מיט אים אַלע שבֿעה מדורי גיהנום. און דערצײלן װעל איך עס אײַך ביסלעכװײַז, שטיקלעכװײַז, אײַנגעטײלט אין באַזונדערע מעשׂיות, אָדער עפּיזאָדן, אײן עפּיזאָד נאָך דעם אַנדערן. און דער װאָס גיט כּח דעם מענטשן, ער זאָל געדענקען אַלצדינג, װאָס מיט אים האָט פּאַסירט אין זײַן לעבן, זאָל מיר בײַשטײן, אַז איך זאָל נישט דורכלאָזן חלילה קײן זאַך, װאָס מיר האָט געטראָפֿן און װאָס קאָן האָבן אַן אינטערעס, און קײן פּאַרשױן, װאָס איך האָב װען באַגעגנט אַף דעם גרױסן יאַריד, װאָס איך האָב דורכגעמאַכט אין די פֿופֿציק יאָר פֿון מײַן לעבן.

2

ד י ש ט אָ ט

דאָס קלײנע שטעטעלע װאָראָנקאָ ― אַ מין כּתרילעװקע. ― אַ לעגענדע פֿון מאַזעפּעס צײַטן. ― אַן אַלטע קלױז, אַן אַלטער בית־עולם, צװײ יאַרידים.

אױפֿגעצױגן געװאָרן און געװאַקסן איז דער העלד פֿון דעם דאָזיקן ביאָגראַפֿישן ראָמאַן אין סאַמע כ ת ר י ל ע װ ק ע , װאָס איז שױן אַ ביסל באַקאַנט אַף דער װעלט. געפֿינען געפֿינט זיך עס, אױב איר זײַט נײַגעריק צו װיסן, אין מאַלאָראָסיע, אין פּאָלטאַװער גובערניע, ניט װײַט פֿון דער אַלטער היסטאָרישער שטאָט פּערעיאַסלאַװ, און הײסן הײסט עס ניט כּתרילעװקע, נאָר װ אָ ר אָ נ ק אָ. פֿאַרשרײַבט דאָס אײַך.

אײגנטלעך, װאָלט איך באַדאַרפֿט אָנרופֿן דעם נאָמען פֿון דער שטאָט, װוּ ער איז געבױרן, און דעם דאַטום, װי עס פֿירן זיך אַלע ביאָגראַפֿישע שרײַבער. בין איך מיך אָבער מודה, אַז דאָס אינטערעסירט מיך ניט. מיך אינטערעסירט דװקא אָט דאָס קלײנע כּתרילעװקע, אָדער װאָראָנקאָ, װײַל קײן אַנדער שטאָט אַף דער װעלט האָט זיך אים אַזױ ניט אײַנגעגעסן אין זכּרון, װי אָט דאָס געבענטשטע כּתרילעװקע־װאָראָנקאָ, און קײן אַנדער שטאָט אַף דער װעלט האָט נישט געהאַט אַזױ פֿיל חן אין זײַנע אױגן, אַזױ אַז ער קאָן עס נישט פֿאַרגעסן און װעט עס נישט פֿאַרגעסן אײביק און אײביק.

און באמת גערעדט, װעלכע שטאָט אַף דער גרױסער װעלט, עס מעג זײַן אָדעס, אָדער פּאַריז, אָדער לאָנדאָן, אָדער אַפֿילו ניו־יאָרק, קאָן זיך באַרימען מיט אַזאַ גרױסן ברײטן מאַרק און מיט אַזױ פֿיל ייִדישע קלײטן און קלײטלעך, טישן, טישלעך און שטעלכלעך, מיט גאַנצע בערג פֿרישע שמעקנדיקע עפּעלעך און באַרלעך, דיניעס און קאַװענעם, װאָס ציגן און חזירים האָבן חשק צו געניסן פֿון זײ צו יעדער צײַט, און די מאַרקװײַבער פֿירן מיט זײ שטענדיקע מלחמות, און מיר, חדר־ייִנגלעך, האָבן אַװדאי און אַװדאי חשק צו געניסן פֿון די אַלע גוטע זאַכן און קאָנען צו זײ ניט גרײכן?…

װעלכע שטאָט פֿאַרמאָגט אַזאַ אַלטן אײַנגעהױקערטן בית־מדרש מיט אַזאַ שײנעם געשניצטן אָרון־קודש מיט צװײ לײבן, װאָס זעען־אױס װי פֿױגלען, װען ניט די לאַנגע צינגער און די שופֿרות, װאָס זײ האַלטן אין מױל און בלאָזן? אינעם דאָזיקן אַלטן בית־מדרש, דערצײלן אַלטע ייִדן, האָבן זיך אונדזערע זײדעס אַמאָל פֿאַרשלאָסן פֿאַר מאַזעפּען, ימח שמו, געזעסן דרײַ טעג מיט דרײַ נעכט אָנגעטאָן אין טלית ותּפֿלין און געזאָגט תּהלים ― און דורך דעם ניצול געװאָרן פֿונעם טױט. די זעלבע אַלטע ייִדן דערצײלן, אַז דער אַלטער רבֿ נאָך האָט דאָס בית־מדרש געבענטשט, סע זאָל קײנמאָל ניט ברענען ― ברענט דאָס ניט, עס מעג זײַן װאָס פֿאַר אַ שׂרפֿה עס װיל זיך!

װעלכע שטאָט פֿאַרמאָגט אַזאַ באָד, װאָס שטײט באַרג־אַראָפּ, סאַמע באַם ברעג טײַך, און פֿאַרמאָגט אַזאַ ברונעם, װאָס זײַנע װאַסערן נעמען זיך קײנמאָל ניט אױס? און דער טײַך אַלײן ― װוּ האָט איר נאָך אַזאַ טײַך אַף דער װעלט, װוּ דורות און דורות חדר־ייִנגלעך, שקצים, באָדן זיך און פּאָליאָסקען זיך, לערנען זיך שװימען, כאַפּן פֿישלעך און מאַכן קונצן, װאָס איז כּדאַי צו זען? װעגן דער דאָזיקער אַלטער באָד, װאָס שטײט אַף חידושים, האָבן אױך אַלטע ייִדן צו דערצײלן און דערצײלן. מע האָט דאָרט געפֿונען אַמאָל אַ געהאַנגענעם גױ, װאָס האָט זיך אָנגעשכּורט און אַלײן זיך אױפֿגעהאַנגען, איז דערפֿון אַרױס אַ בלבול, אַז דאָס האָבן אים ייִדן אױפֿגעהאַנגען, האָט די שטאָט געהאַט אַף זיך נאָכדעם אַ פּעקל, מע האָט געװאָלט שמײַסן די שענסטע בעלי־בתים, אָדער מע האָט זײ טאַקע געשמיסן ― איך װיל נישט אַזױ װײַט גריבלען זיך, װײַל איך האָב פֿײַנט טרױעריקע מעשׂיות, זײ מעגן זײַן אַפֿילו פֿון פֿאַרצײַטן…

װעלכע שטאָט פֿאַרמאָגט אַזאַ הױכן באַרג אַף יענער זײַט בית־מדרש, װאָס זײַן שפּיץ דערגרײכט כּמעט ביז דער כמאַרע, און װאָס אַף יענער זײַט ― אַלע װײסן עס ― ליגט באַהאַלטן אַן אוצר נאָך פֿון כמעלניצקיס צײַטן? דעם אוצר האָט מען ― אַזױ דערצײלן אַלטע ייִדן ― װיפֿל מאָל גענומען זיך גראָבן, און מע האָט אַלע מאָל געמוזט אַװעקלײגן די אַרבעט, װאָרעם גראָבנדיק האָט מען געפֿונען בײנער, הענט און פֿיס און קעפּ פֿון מענטשן אין תּכריכים ― משמעות, אַז דאָס זײַנען געװען ייִדן, און אפֿשר נאָך קדושים… װער װײס?

װעלכע שטאָט פֿאַרמאָגט אַזעלכע פֿײַנע בעלי־בתים, װאָס זײַנען, דאַכט זיך, אַלע מער ניט װי קלײנע קרעמערלעך און שענקערס, װאָס לעבן, דאַכט זיך, נאָר פֿונעם גױ און אײנס פֿון דאָס אַנדערע, און פֿונדעסטװעגן פֿירן זײ זיך אַלע בעל־הבתּיש, יעדער האָט זיך זײַן הײם, זײַן משפּחה און זײַן אָרט אין בית־מדרש ― אין מזרח־װאַנט אָדער אין שפּיגלבאַנק, װאָס מאַכט עס אױס? ― און טאָמער איז ער אַלײן ניט אַזאַ גרױסער יחסן און אַ גבֿיר, האָט ער אַ קרובֿ אַ מיוחס אַ נגיד, װאָס ער לאָזט אים פֿון מױל ניט אַרױס און דערצײלט פֿון אים אַזעלכע גוזמאות, אַז דער קאָפּ דרײט זיך אַזש?…

און אַזאַ אַלטן בית־עולם, אַזאַ גרױסן און אַזאַ רײַכן און אַזאַ אַלטן בית־עולם, װוּ דער גרעסטער טײל קבֿרים איז שױן פֿאַרװאַקסן געװאָרן מיט גראָז, אַזױ, אַז מע װײס שױן גאָרניט, צי דאָרטן זײַנען דאָ בײנער פֿון מענטשן, אָדער נײן? פֿון דעם דאָזיקן בית־עולם איז שױן דװקא יאָ פֿאַראַן װאָס צו דערצײלן, און דװקא נישט אַזעלכע פֿרײלעכע מעשׂיות, און טאַקע גאָר שרעקלעכע זאַכן, ― פֿאַרשטײט זיך, פֿון אַמאָל, פֿון פֿאַרצײַטן. גאָר אַקעגן נאַכט איז ניט כּדאַי צו רײדן פֿון בית־עולמס…

אַ קלײן שטעטעלע אָט דאָס װאָראָנקאָ, נאָר אַ שײנס, מלא חן. איר קאָנט דורכשפּאַצירן דאָס גאַנצע שטעטל, אין דער לענג און אין דער ברײט, אין אײן האַלבער שעה, אױב איר זײַט בכּח און האָט פֿיס. אָן אַ באַן, אָן אַ ים, אָן אַ רעש, מיט צװײ יאַרידים סך־הכּל דורכן יאָר, „קראַסנע טאָרגעס“ און „פּאָקראָװע“, ― פֿון ייִדנס װעגן געמאַכט געװאָרן, ייִדן זאָלן לײזן געלט און האָבן פּרנסה. אַ קלײן, קלײן שטעטעלע, דערפֿאַר איז דאָס אָבער פֿול מיט אַזעלכע שײנע מעשׂיות און לעגענדעס, װאָס מע װאָלט פֿון זײ אַלײן געקאָנט אָנשרײַבן אַ גאַנצן בוך. איך װײס, אַז מעשׂיות און לעגענדעס ,האָט איר ליב. דאָס איז באַ אײַך, אײגנטלעך, דער גאַנצער עיקר… קאָנען מיר אָבער ניט: מיר דאַרפֿן זיך האַלטן שטרענג אין די ראַמען פֿון אַ ביאָגראַף און מיר מוזן אײַך פֿריִער באַקאַנט מאַכן, װי דער שטײגער איז, מיט די עלטערן פֿונעם העלד, מיט זײַנע טאַטע־מאַמע. זײַט צופֿרידן, װאָס איך הײב־אָן גלײַך פֿון זײַנע טאַטע־מאַמע, און ניט פֿון זײַן זײדן און עלטער־זײדן, װי אַנדערע ביאָגראַפֿן טוען.