דער מזל פֿון אַ בוך איז װי דאָס גליק פֿון אַ מענטשן. עס באַדאַרף פֿריִער פֿאַרשװאַרצט װערן, דורכגײן אַלע שיבֿעה־מדורי־גיהנום, ביז עס דערזעט די ליכטיקע װעלט.
דאָס בוך „פֿונעם יריד“ איז נאָך נישט אַלט קײן טאָג. עס איז ערשט הײַנט אַרױס פֿון דרוק ― און האָט שױן הינטער זיך אַ גאַנצע היסטאָריע. דערלױבט מיר זי אײַך דערצײלן אין קורצע װערטער.
דער ערשטער, װאָס האָט מיר אױפֿגעגעבן די אידעע ברײט און אַלזײַטיק צו באַשרײַבן די פֿאַרגאַנגענע פֿופֿציק־יאָריקע עפּאָכע פֿון אונדזער ייִדישן לעבן אין גלות, איז דװקא אַ ייִד פֿון אַ גאַנץ יאָר, אַ ייִד, װעלכן דער פֿאַרשטאָרבענער משורר י. ל. גאָרדאָןיהודה־לײב גאָרדאָן 1830-1892 האָט געקרױנט מיטן נאָמען „קורא נכבד“. אים קען די גאַנצע װעלט. ער איז אונדזערער אַן אַדעסער משׂכּיל, הײַנט אין אַמעריקע, אַ ליבהאָבער פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור, און זײַן אמתער נאָמען איז אַבֿרהם אליהו לובאַרסקי. װי אַן עכטער חסיד און אַן אמתער גוטער־פֿרײַנד, איז ער פֿאַר עטלעכע יאָרן געקומען צו מיר ספּעציעל אין דער שװײץ און אױפֿגעגעבן מיר אַ פּלאַן: היות אַזױ װי איך האָב דורכגעמאַכט אַ גאַנצע עפּאָכע און בין אױסגעװאַקסן, קאָן מען זאָגן, אין אײנעם מיט דער ייִדישער פֿאָלקס־ליטעראַטור, ― טאָמער װאָלט איך גענומען אױף זיך די טירחה צו פֿאַרקערפּערן די אױבנדערמאָנטע עפּאָכע אין דער פֿאָרעם פֿון אַ גרױסן ראָמאַן?
די אידעע איז מיר אַרײַן אין קאָפּ. און איך האָב זיך גענומען צו דער אַרבעט, נאָר אין־אַן אַנדער פֿאָרעם. אין דער פֿאָרעם פֿון אַן אױטאָביאָגראַפֿיע, אָדער ראָמאַן־ביאָגראַפֿיע.
עס איז אַװעק עטלעכע יאָר אַרבעט. דאָס בוך האָט גענומען װאַקסן אַ קאַפּיטל נאָך אַ קאַפּיטל. נאָר װאָס קומט אַרױס? אַ בוך האָט פֿײַנט ליגן. אַ בוך האָט ליב, אַז מע דרוקט עס און מע לײענט עס. ס'איז געקומען צום דרוקן ― איז נישטאָ װוּ. דרוקן אױף אײגענע אַחריות ― פֿעלט אַ ייִדישן מחבר פֿאָדעם. דרוקן אין אַ זשורנאַל ― איז די ייִדישע ליטעראַטור נאָך נישט אױסגעװאַקסן, זי זאָל האָבן אַ מאָנאַטשריפֿט, װי בײַ לײַטןאין אָריגינאַל קומען דאָ עטלעכע איבערגעשטראָכענע שורות, װעלכע לײענען זיך דײַטלעך אַזױ: „בלײַבט איבער װידער אַמאָל אַ גאַזעט און אָבער אַמאָל אַ צײַטונג. זאָגן די װאַרשעװער צײַטונגען, אַז זײ האָבן קײן פּלאַץ ניט פֿאַר גרױסע װערק. פֿעליעטאָנען גיט זײ, סקיצן, נאָװעלן“. אָנמערקונג פֿון י. ד. בערקאָװיטש. עטלעכע מאָל האָב איך די אַרבעט מיט אַ ביטער האַרץ געמוזט אַװעקלײגן. אַזױ האָט זיך עס געצױגן, ביז איך בין מגולגל געװאָרן מיטן צװײטן גלות אין אַמעריקע. און אָט איז ערשט אַװעק אײן יאָר, האָב איך שױן „אַריבערגעמופֿטmove: זיך איבערציִען“ מיטן „יריד“ אין אַ צװײטער װױנונג. און ערשט אָט דאָ האָט די „װאַרהײט“ געפֿונען פֿאַר ראַציאָנעל די ערשטע צװײ טײלן „פֿונעם יריד“ אַרױסגעגעבן אין אַ באַזונדער בוך־פֿאָרעם אין צװײ בענדער.
זען די געדאַנקען געדרוקטערהײט אין בוך־פֿאָרעם, באַקומט דער פֿאַרפֿאַסער מער מוט אױף צו גײן װײַטער זײַן װעג, װעלכן ער האָט אױסגעװײלט. און דער װעג איז נאָך גענוג גרױס. די עפּאָכע הײבט ערשט אָן צו צעװאַקסן זיך, די בילדער הײבן ערשט אָן צו װעבן זיך, די געשעענישן הײבן ערשט אָן צו אַנטװיקלען זיך, און געשטאַלטן פֿון מענטשן לאַנג־פֿאַרשװוּנדענע, און טיפּן פֿון פּאַרשױנען נאָך לעבעדיקע און גאַנץ בכּבֿודע בעטן זיך אױף פּאַפּיר…
לאָמיר האָפֿן, אַז מיר װעלן דערפֿירן אונדזער אַרבעט ביז צו אַ מעגלעכן סוף.
שלום־עליכם
פֿעברואַר 1916, ניו־יאָרק.