קאָמעדיעס

שלום עליכם אַלע װערק

אין צװײען אַ זעקס־און־זעכציק ― אַ בורלעסק לכּבֿוד חנוכּה

די פּאַרשױנען

רב יאַנקל פּעטאַך, אַ ייִד אַ נגיד, שױן אין די יאָרן.  דאָס אַנדערע מאָל חתונה געהאַט. 

מאַדאַם פּעטאַך, זײַן װײַב, אַ „מאַדאַם“.  ייִנגער פֿון אים מיט אַ יאָר פֿערציק. 

דאָקטער לאַקריץ, אַ יונגער דאָקטער־מעדיצין. 

נאַפֿטאַלין, אַ יונגערמאַן אַן אַפּטײקער.  טראָגט בלױע ברילן. 

גלאָק, אַ װינקל־אַדװאָקאַט.  רעדט העכער האַלב רוסיש. 

די געשיכטע קומט פֿאָר חנוכּה, אין אַ קלײן שטעטל, ניט װײַט פֿון יעהופּעץ, מיט אַ יאָר דרײַסיק צוריק.

סצענע

אַ זאַל.  שײן אױסגעפּוצט, גוט באַלױכטן.  די שפּיגלען לײַכטן.  דורך אַן אָפֿענער טיר, פֿון דרױסן, קומט אַרײַן יאַנקל פּעטאַך. בלײַבט שטײן פֿאַרחידושט, קוקט זיך אַרום אױף אַלע זײַטן.  רעדט צו זיך אַלײן.

יאַנקל פּעטאַך: מיטן באַגאַזש אין די הענט. אָפֿן טיר און טױער…  ניטאָ קײן משוגענער הונט…  עס ברענען ליכט…  אָנגעצונדן אַלע לאָמפּן ― אַ גאַנצע לימענאַציעillumination: באַלײַכטונג בײַ מיר אין שטוב!…  אַ יום־טובֿ!…  לאָזט אַראָפּ דעם באַגאַזש. לכּבֿוד חנוכּה…  אַזאַ יום־טובֿ!  אַ װערטעלע אױסצורײדן ― ח־נו־כּה!…  מהיכא־תּיתי, פֿאַרװאָס ניט!  ייִדן בענטשן חנוכּה־ליכטלעך ― מעג מען זיך פֿרײען…  נאָר װוּ איז דאָס מײַן מאַדאַם?  קלאַפּט מיטן שטעקן אין טיש. ריװעלע!  רבֿקה!  מאַדאַם!…  קנײטשט מיט די פּלײצעס. מע הערט ניט און מע זעט ניט!…  ער לאָזט זיך גײן װײַטער.  דערזעט אַ קאַרטל, טראָגט דאָס צו צום לאָמפּ, טוט אָן די ברילן און לײענט פּאַװאָליע, קױם װאָס ער לײגט צונױף די אותיות אײנציקװײַז. „רע־װע־קאַ לי־מאָ־נאָװ־נאַ“…  װער איז די רעװעקאַ לימאָנאָװנאַ?  דאָס איז ריװעלע!  הײסט זי שױן נאָר רעװעקאַ?  לאָז זײַן רעװעקאַ…  און לימאָנאָװנאַ איז, אַ פּנים, לײבאָװנאַ?…  די משמעות, אַז לײב איז אַ לימענע ― איז פּעטאַך אַ רעטעך…  לאָמיר זען, װאָס שטײט װײַטער?  לײענט. „פּאָ־פּאָ־פּאָסלוטשאַיו ח־ח־חנוכּה פּאָ־פּאָ־פּאָקאָרנישע פּראָסים פּאָ־פּאָ־פּאָזשאַלװאַט נאַ טשאַשקו טשאַיוпо случаю хануки покорнейше просим пожаловать на чашку чаю: לכּבֿוד חנוכּה לאַדן מיר אײַך העפֿלעך אײַן אױף אַ גלעזל טײ“…  הײסט עס, אַ פּנים, אַזױ גרױס, װי לכּבֿוד חנוכּה האָט מען געלאָזט בעטן אױף אַ גלעזל טײ…  װאָס פֿאַר אַ מחותּן איז חנוכּה מיט אַ גלעזל טײ?  חנוכּה איז מען זיך נוהג, מע באַקט לאַטקעס.  לכּבֿוד חנוכּה האָט אונדז די תּורה געהײסן עסן לאַטקעס, און משה רבינו האָט צוליב דעם הײליקן יום־טובֿ פּאָזװאָליעטпозволе: זיך געלאָזט שפּילן אין קאָרטן…  מאַכן אין צװײען אַ זעקס־און־זעכציק אָדער אין דרײַ הענט אַ פֿינף־הונדערט־אײנס…  ששש…  הערט זיך אײַן. עמעצער רעדט.  כ'װאָלט געמעגט שװערן, אַז ס'איז דעם דאָקטערס קול…  װאָס טוט דאָ דער דאָקטער?  װידער נערװן?  צי גלאַט אַזױ אַ גאַסט לכּבֿוד חנוכּה?…  כ'װאָלט אַ בעלן זײַן הערן, װאָס רײדן זײ?…  באַהאַלטן זיך ערגעץ אין אַ שאַפֿע, און פֿון דאָרטן, דורך אַ שפּאַרונקעלע, זען, װאָס מע טוט זיך דאָ, בשעת איך בין ניטאָ אין דער הײם…  ששש…  מע גײט!  טאָמער װאָלט געװען אַ סבֿרה, איך זאָל מיך דאָ צוזעצן ערגעץ אין אַ װינקעלע?  ער קוקט זיך אַרום אױף אַלע זײַטן. אָדער באַהאַלטן זיך אונטער דער קאַנאַפּע?  ער דערהערט אַ סקריפּ פֿון דער טיר, טוט ער זיך אַ װאָרף אונטערן טיש מיטן באַגאַזש.  ― עס עפֿנט זיך די אינעװײניקסטע טיר און עס קומען אַרײַן די מאַדאַם פּעטאַך מיטן דאָקטער לאַקריץ. דער דאָקטער דריקט איר די האַנט.

מאַדאַם פּעטאַך: װאָס קװעטשט איר מיר אַזױ די האַנט?  אַלס דאָקטער?  צי גלאַט אַזױ, אױס גוטפֿרײַנדשאַפֿט? 

דאָקטער לאַקריץ: גלאַט אַזױ, אױס גוטפֿרײַנדשאַפֿט… 

מאַדאַם פּעטאַך: פֿאַרװאָס זשע זײַט איר מיר אַזאַ גוטער פֿרײַנד?  מצד רחמנות, צי מצד עפּעס אַנדערש?… 

דאָקטער לאַקריץ: ערשטנס, טאַקע מצד רחמנות, אַז איר דאַרפֿט האָבן אַזאַ פּעטאַך פֿאַר אַ מאַן…  און, צװײטנס, איז מײַן סימפּאַטיע צו אײַך… 

מאַדאַם פּעטאַך: פֿאַרשטעלט אים דאָס מױל מיט דער האַנט. ניט גערעדט!  פֿאַרגעסט ניט, אַז איך ביז אַן אָנשטענדיקע פֿרױ… 

דאָקטער לאַקריץ: אַ קוש די האַנט. קעגן דער נאַטור, מאַדאַם, קאָן מען ניט גײן… 

מאַדאַם פּעטאַך: גײן זאָלט איר שױן װײסט איר װוּהין!… 

דאָקטער לאַקריץ: איך באַדאַרף טאַקע גײן מאַכן אַ פּאָר װיזיטן.  דער עולם, קײן עין־הרע, קרענקט צו ביסלעך.  דערװײַל זײַט מיר געזונט און שטאַרק.  איך לױף אַװעק אױף אַ קורצע װײַלע.  אין אַ האַלבע שעה קום איך צוריק, װעלן מיר מאַכן לכּבֿוד יום־טובֿ אין צװײען אַ זעקס־און־זעכציק. 

מאַדאַם פּעטאַך: אָדער אין דרײַען אַ פֿינף־הונדערט־אײנס?… 

דאָקטער לאַקריץ: נײן!  בעסער אַ זעקס־און־זעכציק אין צװײען.  אַדיע!  ער גײט אַװעק.  די מאַדאַם ― אין דער אַנדערער טיר.  פֿון אונטערן טיש קריכט אַרױס פּעטאַך.

יאַנקל פּעטאַך: רױט װי אַ צװיק. אָט דאָס װערט אָנגערופֿן אַ גלעזל טײ?  אין זעקס־און־זעכציק לכּבֿוד יום־טובֿ שפּילן זײ?…  װאַרט צו, דו יאָקטער אײנער, עס װעט אַ רוח אין דײַן טאַטנס ערד אַרײַן!  עס הערט זיך אַ קלונג.  פּעטאַך באַהאַלט זיך אונטערן טיש.  עס קומט אַרײַן פֿון דרױסן נאַפֿטאַלין דער אַפּטײקער.  פֿון דער אַנדערער טיר ― די מאַדאַם פּעטאַך.

נאַפֿטאַלין: לױפֿט אַקעגן דער מאַדאַם פּעטאַך, װיל זי אַרומכאַפּן קושן. באָן זשורBon jour: גוט מאָרגן, מאַדאַם!  מיט אײַער קאַרטל האָט איר מיך פּשוט מחיה געװען! 

מאַדאַם פּעטאַך: שטױסט אים אָפּ פֿון זיך. נאָר אָן הענט!…  װאָס האָט איר זיך אַזױ אָנגעפּאַרפֿומירט מיט פּאַרפֿומען?  סע שמעקט פֿון אײַך, װי פֿון אַן אַפּטײק. 

נאַפֿטאַלין: אַרום װאָס מע גײט, מיט דעם שמעקט מען…  װוּ איז אײַער הינער־פֿרעסער? 

מאַדאַם פּעטאַך: װאָסער הינער־פֿרעסער? 

נאַפֿטאַלין: אײַער אַלטער. 

מאַדאַם פּעטאַך: קאָקעטירט. מײַן אַלטער?  ער איז גאָרניט אַזױ אַלט… 

נאַפֿטאַלין: פֿאַר אַזאַ בוטאָנטשיקбутончик: קנאָספּ, פֿאַר אַזאַ באָמבאָנטשיקбомбон: צוקערקעלע, װי איר, איז ער שױן צו אַלט…  װיל זי אַרומנעמען.

מאַדאַם פּעטאַך: שטױסט אים אָפּ. איך האָב אײַך אײן מאָל געזאָגט: אָן הענט!… 

נאַפֿטאַלין: איר פֿאַרגעסט, אַז איר זײַט מיר אַ קרובֿה… 

מאַדאַם פּעטאַך: טאַקע אַ קרובֿה, נאָר פֿון דער װײַטן… 

נאַפֿטאַלין: באַלײדיקט. איר זײַט צו מיר ערגער, װי צו אַ פֿרעמדן… 

מאַדאַם פּעטאַך: קוקט אים אין די אױגן. װי צו אַ פֿרעמדן?  װעמען מײנט איר דאָס? 

נאַפֿטאַלין: די װאַנט מײן איך… 

מאַדאַם פּעטאַך: איך װײס, װעמען איר מײנט…  איר מײנט דעם דאָקטער לאַקריץ…  איר זײַט אים מקנא…  אַ מיצװה אױף אײַך ― גער, גער, גער!…  װײַזט אים מיטן פֿינגער.

נאַפֿטאַלין: אָנגעברוגזט. באָן סואַרBon soir: גוטן אָװנט, מאַדאַם!  געזעגנט זיך מיט איר.

מאַדאַם פּעטאַך: טוט אים אַ צי בײַ דער נאָז. זײַט נאָר ניט אַזױ גדולדיק בײַ זיך, פּאַני!  איך האָב פֿײַנט, אַז מע בלאָזט זיך…  קומט, װעלן מיר דערװײַלע טרינקען צו גלעזלעך טײ, נאָכדעם װעלן מיר לכּבֿוד יום־טובֿ… 

נאַפֿטאַלין: מאַכן אין צװײען אַ זעקס־און־זעכציק?… 

מאַדאַם פּעטאַך: װאָס איז אײַך געפֿעלן אין צװײען אַ זעקס־און־זעכציק?  פֿאַרװאָס ניט אין דרײַען אַ פֿינף־הונדערט־אײנס? 

נאַפֿטאַלין: נײן!  בעסער אין צװײען אַ זעקס־און־זעכציק…  פֿאָלגט מיך, מאַדאַם…  זײ גײען אַװעק.  ― פֿון אונטערן טיש קריכט אַרױס יאַנקל פּעטאַך.

יאַנקל פּעטאַך: רױט װי פֿײַער. גוטע פֿרײַנד, קרובֿים גאָר?…  און אַלע װילן לכּבֿוד יום־טובֿ בעסער אַ זעקס־און־זעכציק אין צװײען, װי אײדער אין דרײַען אַ פֿינף־הונדערט־אײנס!  װאָס זאָל דאָס באַדײַטן?  כ'װעל אײַך געבן אַ זעקס־און־זעכציק ― זעקס און זעכציק מכּות אױף דער נאָז װעט זיך אײַך זעצן!  עס הערט זיך אַ קלונג.  פּעטאַך באַהאַלט זיך אונטערן טיש.  עס קומט אַרײַן דער אַדװאָקאַט גלאָק, אַן אױסגעפּוצטער.  פֿון דער אַנדערער טיר ― מאַדאַם פּעטאַך.

גלאָק: שאַרט מיט די פֿיס. מאָיאָ פּאָטשטעניעМоё почтение: מײַנע גוטע װוּנטשן, מאַדאַם!  װי אַזױ טשוּװסטװעװעטчувствуете: פֿילט איר זיך אין געזונט?…  אײַערע נערװן האָבן זיך אוספּאָקאָיעטуспокаивать: באַרויִקט, פּאָ קראַיני מיערעпо крайне мере: לכל־הפּחות, זינט אײַער סטאַריקאַשקעстаришкашка: אַלטער איז אַװעקגעפֿאָרן אױף טאָרגעס?…  גאָט זאָל העלפֿן, די טאָרגעס זאָלן זיך פּראָדאָלזשאַיעןпродолжает: געדױערן כאָטשבי אַ װאָך צװײ אָדער דרײַ!… 

מאַדאַם פּעטאַך: קאָקעטיש. װאָס זשע װעט אײַך אַרױסקומען דערפֿון?… 

גלאָק: גאָרניט.  װאָס דאַרף מען אים דאָ, דעם סטאַריקאַשקע?…  קסטאַטיкстати: אַגבֿ, װאָס האָב איך אײַך געװאָלט פֿרעגן?  יאָ!  װאָס הערט זיך מיט דער דוכאָװנע זאַװעשטשאַניעдуховное завещание: עטישע צװאה?…  װען װעט ער אײַך אָבעזפּעטשעןобезпечет: באַזאָרגן?… 

מאַדאַם פּעטאַך: אומעטיק. אַך!  ער װיל ניט הערן, ניט זען… 

גלאָק: מיט מיטלײד. ניעוּזשעליНеужели: טאַקע? אַ פּאָלנע אָטקאַזотказ: אָפּזאָג? װאָס איז די פּריטשינעпричина: סיבה?

מאַדאַם פּעטאַך: די פּריטשינע איז, װאָס ער האָט מורא שרײַבן אַ צװאה…  נאָך אַ צװאה, זאָגט ער, שטאַרבט מען… 

גלאָק: איר אודיװליאַיעטудивляет: פֿאַרחידושט מיך, מאַדאַם!  איר זײַט, דאַכט זיך, אַ ראַזסודיטעלנע זשענשטשינעрассудительная женщина: שׂכלדיקע פֿרױ ― און לאָזט זיך אײַנרײדן אַזעלכע גלופּאָסטןглупость: נאַרישקײַטן! איר װײסט, אַז אײַער סטאַריקאַשקע טוט אַ שטאַרב, נעמט צו די טאָכטער מיטן אײדעם אינגאַנצן, דאָ ניטאָטשקיдо ниточки: צום לעצטן פֿאָדעם, און אײַך שטעלט מען אַרױס, איזװיניטיעизвините: זײַט מוחל, אַ פֿײַג!… .

מאַדאַם פּעטאַך: אַ פֿערטל קומט דאָך מיר פּאָ זאַקאָנוпо закону: לױטן געזעץ… 

גלאָק: פּאָ זאַקאָנו קומט אײַך אַ פֿערטל ― װײַסט איר װען?  אַז ער כאַפּט אַ קאָנדראַשנעкондрашка: דערציטערונג, דאָס הײסט, אַז גאָט העלפֿט, ער שטאַרבט אַװעק װניעזאַפּנאָвнезапно: אין מיטן דרינען, אומגעריכט…  נאָר טאָמער, ניע דאַי באָדне дай бог: זאָל גאָט היטן, האָט ער פֿון פֿריִער נאָר אַ דוכאָװנע זאַװעשטשאַניע, אַ צװאה הײסט עס, טאָגראַ איז דיעלאָ דריאַןторга из дело дрянь: איז טאָרגעװען אומזיסט!

מאַדאַם פּעטאַך: דערצו איז דאָ אַן עצה… 

גלאָק: נאַפּרימערНапример: למשל? בעטן דעם אַפּטײקער נאַפֿטאַלין, ער זאָל אים אײַנגעבן אַ פּאָרציע מישיאַק מיט ביטער־װאַסער? 

מאַדאַם פּעטאַך: קוקט אים אָן. איר זײַט משוגע, צי חסר־דעה?  טרעט אָפּ.

גלאָק: דזשענקאַ!  איך האָב געשוטיעטшутить: שפּאַס, געמאַכט אַ נאַסמיעשקעнасмешка: חוזק… 

מאַדאַם פּעטאַך: פֿאַר אַזעלכע נאַסמיעשקעס נעמט מען בײַ מיר דעם װעג…  דאָס װײסט איר? 

גלאָק: ציט איר אױס די האַנט. איזװיניטיע, לאָמיר זיך פּאָמירעןпримирить: זיך איבערבעטן! װיל איר שענקען אַ קוש.

מאַדאַם פּעטאַך: שטױסט אים אָפּ. פֿע, שעמען מעגט איר זיך.  איר האָט דאָך אַ װײַב!… 

גלאָק: לאַכט. אַ כּפּרה צען װײַבער פֿאַר אײַער אײן װזגליאַדпримирить: בליק!

מאַדאַם פּעטאַך: ששש…  דאָרטן זיצט דער אַפּטײקער!  קומט, װעלן מיר טרינקען צו גלעזלעך טײ.  מיר האָבן דאָך הײַנט עפּעס חנוכּה אױף דער װעלט… 

גלאָק: װעלן מיר אפֿשר, פּאָ עטאָמו סלוטשאַיוпо этому случаю: אױף דער דאָזיקער געלעגנהײט, מאַכן אין צװײען אַ זעקס־און־זעכציק? 

מאַדאַם פּעטאַך: בראָש זײ אַלע אין צװײען אַ זעקס־און־זעכציק!…  פֿאַרװאָס ניט אין דרײַען אַ פֿינף־הונדערט־אײנס? 

גלאָק: גײט איר נאָך. װינטילי, ― עס איז טיסיאַטשו ראַזтысячу раз: טױזנט מאָל בעסער אין צװײען אַ זעקס־און־זעכציק!  זײ גײען אָפּ.  ― פֿון אונטערן טיש קריכט אַרױס פּעטאַך.

יאַנקל פּעטאַך: װישט זיך דעם שװײס מיט דער פּאָלע. פֿו!  אױסגעשטאַנען אַ שװיצבאָד!…  גוטע פֿרײַנד!…  גיבן עצות!…  װילן מײַנער פּטור װערן!.. מיר ירשענען!…  מכּות מיט בכורות!…  מאָרגנדיקן טאָג שרײַב איך אַ צװאה און זאָג אָפּ אינגאַנצן דער טאָכטער!…  אַצינד פֿאַרשטײ איך שױן, װאָס דאָ טוט זיך!…  מע האָט מיר אָבער געזאָגט: „צו װאָס טױג אײַך אַ מאַדאַם?  און נאָך אַזאַ יונגע מאַדאַם?“…  ער טוט זיך אַ פּאַטש אין שטערן. אַלטער נאַר!  פּעטאַך אײנער!  אַ „מאַדאַם“ האָט זיך דיר פֿאַרװאָלט אױף דער עלטער?…  אָנגעטריבן אַ פֿולע שטוב מיט גוטע פֿרײַנד!  דאָקטױרים!  אַפּטײקערס!  אַדװאָקאַטן!  און יעדער פֿון זײ װיל לכּבֿוד יום־טובֿ דװקא אין צװײען אַ זעקס־און־זעכציק!  זעקס און זעכציק מאָל אַ רוח אין אײַער טאַטנס פּערעטאַטן!…  ששש…  מע גײט…  ער באַהאַלט זיך צוריק אונטערן טיש.  עס קומען אָן אַלע: די מאַדאַם פּעטאַך, דער אַפּטײקער נאַפֿטאַלין, גלאָק דער אַדװאָקאַט און אױך דאָקטער לאַקריץ, װעלכער קומט אַרײַן פֿון דרױסן.  אַלע פֿיר זעצן זיך אַרום טיש, ציִען אױס די פֿיס.

דאָקטער לאַקריץ: רײַבט די הענט.  צו אַלעמען. דער עולם, אָן עין־הרע, קרענקט צו ביסלעך…  צו דער מאַדאַם. װאָס איז דאָ בײַ אײַך אונטערן טיש, אַ פֿוס־בענקעלע?  ס'איז עפּעס װײך… 

נאַפֿטאַלין: איך פֿיל אױך עפּעס אַ װײכע זאַך… 

גלאָק: איך פּאָלאַגאַיעполагае: נעם אָן, אַז עס דאַרף זײַן אַ קאַװיאָר…  אָדנאַקאָоднако: אָבער, גאָספּאָדאַгоспода: רבותי, די צײַט שטײט ניט!… 

מאַדאַם פּעטאַך: טאַשט די קאָרטן. אַלזאָ!  שפּילן מיר, הײסט דאָס, אַלע פֿיר לכּבֿוד דעם הײליקן יום־טובֿ חנוכּה אַ פֿינף־הונדערט־אײנס?  װערט עס אָנגערופֿן „מיט אַ בולװאַן“… 

דאָקטער לאַקריץ: מיר האָבן דאָך געשמועסט ― אין צװײען אַ זעקס־און־זעכציק!… 

נאַפֿטאַלין: װי געשיקט זיך עס אין צװײען, אַז מיר זײַנען דרײַ?… 

גלאָק: גאָספּאָדאַ!  פּאָסלושאַיטיעПослушайте: הערט צו― איכ'ל אײַך געבן אַ סאָװיעטсовет: עצה, װעט איר אַלע זײַן אודאָװליעטװאָרעטудовлетворе: צופֿרידן. לאָז איטלעכער פֿון אונדז פּאָ אָטשערעדיпо очереди: נאָך די רײען שפּילן מיט דער כאָזיאַיושקעхозяюшке: באַלעבאָסטע אין צװײען אַ זעקס־און־זעכציק…  איך װעל זײַן דער ערשטער… 

דאָקטער לאַקריץ: װאָס עפּעס איר?  און װוּ בין איך?

נאַפֿטאַלין: און װוּ בין איך? פֿון אונטערן טיש קריכט אַרױס יאַנקל פּעטאַך, אַ צעקנײטשטער, אַ צעטראָטענער, אַן אױסגעשמירטער.

יאַנקל פּעטאַך: און װוּ בין איך???… 

מאַדאַם פּעטאַך: אַך!  ס'איז מיר ניט גוט!  פֿאַלט חלשות.  אַלע בלײַבן דערשטױנט.

יאַנקל פּעטאַך: צום דאָקטער לאַקריץ. נו?  װאָס שװײַגט איר?  די מאַדאַם חלשט…  איר זײַט דאָך אַ דאָקטער!…  אַ פּראָפֿעסאָר!… 

דאָקטער לאַקריץ: װײַזט אױפֿן אַפּטײקער. נאַפֿטאַלין דער אַפּטײקער װעט אַ לױף טאָן צו זיך אין דער אַפּטײק ברענגען אַ מיקסטור…  איך דאַרף גײן צו מײַנע פּאַציענטן…  דער עולם, פֿאַרשטײט איר מיך, קרענקט…  רוקט זיך צו דער טיר.

נאַפֿטאַלין: אָן אַ רעצעפּט קאָן איך ניט אַרױסגעבן קײן מיקסטורן…  רוקט זיך צו דער טיר.

גלאָק: אָדנאַקאָ, אַ שײנער דאָקטער!  אַ שײנער אַפּטײקער!  איר זײַט בײדע גוטע טרוסן!…  װפּראָטשעםвпрочем: אָבער, איזװיניטיע ― איך האָב קײן צײַט ניט…  איך דאַרף ספּיעשעןспешеть: זיך אײַלן אַהײם…  רוקט זיך צו דער טיר.

יאַנקל פּעטאַך: אַזױ?  איר ספּיעשעט אַהײם?  איר האָט קײן צײַט ניט?  און אין צװײען אַ זעקס־און־זעכציק האָט איר אַלע צײַט?  זעקס און זעכציק מכּות אײַך אין די בײנער.  ממזרים!  זעקס און זעכציק מאָל זאָל אַ רוח אין אײַער טאַטנס טאַטן פּערעטאַטן!!!

פֿאָרהאַנג
געשריבן פֿונעם מחבר אין זײַנע יונגע יאָרן און באַאַרבעט פֿון אים אין יאָר 1916.