קאָמעדיעס

שלום עליכם אַלע װערק

מיסטער בױם אין קלאָזעט ― אַ שפּאַס אין אײן אַקט

פּערזאָנען

מיסטער בױם.

מיסעס בױם.

שפּרינצל, מיסטער בױמס אַ גרינע שװעסטער. 

סצענע

מיסטער בױם קומט אַרײַן צו זיך אין שטוב, טרעפֿט קײנעם ניט, װאַרפֿט אַראָפּ דעם הוט, קלאַפּט מיטן שטעקן אין טיש נערװעז.

מיסטער בױם: הױך. הו איז האָוםwho is home: װער איז אין דער הײם? נאָך העכער. הו איז היער?  עס קומט אַרײַן מיסעס בױם, אױסגעפּוצט.

מיסעס בױם: װאַט איז די טראָבל װיט יוWhat is the trouble with you: װאָס איז דער מער מיט דיר?

מיסטער בױם: װוּ ביסטו געװען, דזשעניע? 

מיסעס בױם: איך האָב זיך געדרעסטdressed: אָנגעטאָן. װאָס איז דען? 

מיסטער בױם: װער איז דאָ געװען? 

מיסעס בױם: נאָבאַדיNobody: קײנער ניט.

מיסטער בױם: נערװעז. אַ מאַן פֿון אָפֿיס האָט דאָ באַדאַרפֿט זײַן! 

מיסעס בױם: ניט געװען קײנער…  אַך, יאָ!  דאָ איז געװען דײַן שװעסטערל…  שפּרינצל איז דאָ געװען… 

מיסטער בױם: װערט נאָך מער נערװעז. טערריבלTerrible: שרעקלעך!…  װידעראַמאָל?  פֿאַרװאָס האָסטו איר ניט געזאָגט, דאַט אַי עם נאַט עט האָוםthat I am not at home: אַז איך בין ניט אין דער הײם?

מיסעס בױם: פֿון װאַנען װײסטו, אַז איך האָב עס איר ניט געזאָגט? 

מיסטער בױם: באַדאַרפֿט געװען זאָגן, אַז איך בין ניטאָ, אַז איך בין אַװעקגעפֿאָרן, אַז איך האָב געמופֿטmoved: זיך אַריבערגעקליבן, אַז איך װיל זי ניט זען ― און דאַטס אָללthat's all: מער ניט!

מיסעס בױם: הערט זי זײער, אַז מע זאָגט איר!  זי האָט דיך אױסגעזוכט אין אַלע רומסrooms: צימערן! איך האָב געמײנט, איכ'ל דעם שלאַק באַקומען! 

מיסטער בױם: דער טײַװל זאָל עס נעמען!  נאַ דיר אַ שװעסטערל!  נאַ דיר אַ שפּרינצל!  אַלבעטשיעI'll betcha: איך גײ מיט דיר אין געװעט, אַז זי װעט מיך אַרױסטרײַבן פֿון שטאָט, און איכ'ל מוזן אַריבערמופֿן אין אַן אַנדער שטאָט!  שפּאַנט אַרום נערװעז. זי פֿאַרדרײט מיר מײַן קאָפּ!  זי ספּױלטspoils: מאַכט קאַליע מיר מײַנע ביזנעס!…  זי טרײַבט מיך אין דער ערד אַרײַן!… 

מיסעס בױם: װער איז דיר שולדיק?  האָסטו ניט געזאָלט שיקן איר קײן שיפֿסקאַרטן, װאָלט זי ניט געקומען. 

מיסטער בױם: לױפֿט אַרום. שיפֿסקאַרטן!  פֿון װאַנען זאָל איך װיסן, אַז ס'אַ קרענק?  איך האָב געמײנט, זי װעט קומען, װעל איך איר מאַכן אַ ביזנעס, װעט זי זיך באַזעצן מיט איר פֿעמיליfamily: משפּחה, װערן סיטיזנערcitizens: בירגער, מיך װעט עס קאָסטן אַ פּאָר דאָלער ― און דאַטס אָלל!  גײ ריכט זיך, אַז די װוּמעןwoman: פֿרױ װעט מיר ברענגען אַזױ פֿיל טראָבל, מיך מאַכן צו מופֿן ― מיר'ן מוזן מופֿן, מיסעס בױם, ס'װעט זיך גאָרניט העלפֿן! 

מיסעס בױם: מיט אַ ניגון. איך װעל ניט מופֿן!  איך בין אָללרײַטall right: בסדר! עס הערט זיך אַ קלונג. ס'איז זי!… 

מיסטער בױם: כאַפּט זיך בײַם קאָפּ. ס'איז זי?  טערריבל!  איכ'ל עס ניט אױסהאַלטן!  ס'איז אימפּאַסיבלimpossible: אוממעגלעך! איכ'ל זיך אַ מעשׂה אָנטאָן!  איכ'ל זיך נעמען דאָס לעבן!  כאַפּט דעם הוט, װיל לױפֿן צו דער טיר.  דאָס גלעקל װערט צעריסן קלינגענדיק.

מיסעס בױם: װוּהין לױפֿסטו?  װילסט זיך מיט איר באַגעגענען אַ נאָז קעגן אַ נאָז? 

מיסטער בױם: ביסט גערעכט!  ביסט גערעכט!  װאָס טוט מען?  באַהאַלט מיך!  פֿאַרשליס מיך!  איכ'ל זיך באַהאַלטן!  װוּ באַהאַלט מען זיך?  לױפֿט אַרום פֿון אײן װינקל צום אַנדערן פֿאַרצװײפֿלט. אָט דאָ אין קלאָזעט װעל איך איבערװאַרטן…  איך בעט דיך, דזשעניע, מאַך ניט מיט איר קײן לאַנגע קאָנװערסײשאָנסconversations: שמועסן! זאָג איר: אַי עם נאַט האָום ― און דאַטס אָלל!…  כאַפּט זיך אַרײַן אין קלאָזעט.  מיסעס בױם שטעלט זיך אַװעק גרײט צו עמפֿאַנגעןempfangen: מקבל־פּנים זײַן די אַרײַנגעקומענע.  עס קומט אַרײַן שפּרינצל, אָנגעטאָן דװקא אַמעריקאַניש, מיט אַ שײנעם הוט, קוקט זיך אַרום אױף אַלע זײַטן.

שפּרינצל: ניטאָ אים נאָך, מײַן בראַטישעק? 

מיסעס בױם: װאָס הײסט דאָס „בראַטישעק“?  זיצט! 

שפּרינצל: אַזױ גיך האָט איר שױן פֿאַרגעסן ייִדיש?  בראַטישעק איז די טײַטש אַ ברודער.  זעצט זיך. אַ שײנער ברודער!  איך האָב געמײנט, אַז איך װעל קומען צו פֿאָרן, װעט ער מיך גליקלעך מאַכן.  אַ קלײניקײט ― אַ ברודער אַ גבֿיר, און נאָך אין אַמעריקע, אַ פֿרײַע מדינה, פֿאַרברענט זאָל זי װערן!  און די מענטשן ― די כּפּרה מעגן זײ זײַן פֿאַר אונדזער לעצטן װאַסער־פֿירער!  און זײער לשון ― פּאָטײטעסpotatoes: בולבעס, טאָמײטעסtomatoes: טאָמאַטן, קיטשעןkitchen: קיך און טשיקעןchicken: הינדל, פֿאַרכאַפּט זאָלן זײ װערן!  אַז אַ קעלער איז אָ בײסמענטbasement, אַ בױדעם אַ רוףroof, יאַרדyard איז אַ הױף, סטריטstreet איז אַ גאַס און גאַביטשgarbage איז מיסט ― נו, קאָן שױן זײַן גוט?…  איך װאָלט אױסגעלעבט מײַנע יאָרן און װאָלט ניט געקענט אָט דאָס לאַנד!…  האָט ער זיך אָבער נאַסיאַדעט אױף מיר, דער בראַטישעק מײַנער, און גענומען זעצן מיט בריװ, אַ בריװ נאָך אַ בריװ, איך זאָל קומען צו פֿאָרן אין זײַן אַמעריקע, אין זײַן גאָלדענע מדינה, װעט ער מיך גליקלעך מאָכן…  און איך, נאַר, לאָז זיך איבעררײדן, װאַרף אַװעק אַזאַ לאַנד מיט אַזעלכע מענטשן, מיט אַזאַ געשעפֿט, אַ גאָלדן געשעפֿט, אַ שמאַלץ־גרוב, אַן אײַנפֿאָר־הױז, מיט אַ קאַמער, מיט אַ קלײטל, װי־ניט־װי, בעסער, ערגער, דאָס שטיקל ברױט האָט זיך געשלעפּט!  נאָר די לעצטע יאָרן איז געװען שלעכט, װײַל מע האָט גענומען טרײַבן, און ס'איז ניט געװען װער ס'זאָל פֿאַרפֿאָרן און װאָס צו קױפֿן, װײַטער בין איך דאָך געװען אַ קײסעריניע!…  און װען ניט דער פּאָגראָם, װאָלט איך מיך דען פֿונעם אָרט אַפֿילו גערירט?  כ′װאָלט גאָרניט געקוקט דערױף, װאָס מײַן בראַטישעקל שרײַבט מיר גליקן, אַז פֿאַר מײַנע קינדער װעט זיך עפֿענען אַ װעלט, אַלע װעגן זײַנען פֿאַר זײ פֿרײַ…  עס הײבט זיך גאָר ניט אָן!  אָט האָט מײַן משה דאָרט אין דער הײם, כאָטש מע לאָזט ניט אַרײַן, פֿונדעסטװעגן געענדיקט בוכהאַלטעריע דורך בריװ בײַ יעקבֿ מאַרק אין ליבאַװע, האָב איך גערעכנט, אַז דאָ װעט אים מײַן ברודער געװיס אױסזוכן אַ שטעלע בײַ יאַנקל שיפֿןJacob Henry Schiff 1847-1920, אָדער בײַ ראַקענפֿעלערןJohn Davison Rockefeller Sr.  1839-1937, אָדער אין אַן אַנדער קאַנטאָר…  און מײַן טאָכטער האָט מען דאָרט אין ריסענלאַנדרוסלאַנד אױך ניט געװאָלט צונעמען אין גימנאַזיע, האָט זי בײַ מיר פֿונדעסטװעגן שטודירט נײען און שנײַדן בײַ דער נײַדיטש, אױך דורך בריװ, ― װאָלט ער כאָטש מײַן טאָכטער דאָ פּריסטראָיעטустроиться: געפֿונען אַ שטעלע ערגעץ אין אַ דעפּאַרטמענט.  איז װער?  װאָס?  װען מע קומט, טרעפֿט מען אים ניט!…  אַ גדולה ― ער שיקט מיר אַרײַן אַלע װאָך אַ טשעק!  „װאָכער“ גיט ער מיר!  אַז אָך און װײ איז מיר, אױף װאָס איך בין אַריבערגעקומען!  װײנט. מײַן מאַמע זאָל אױפֿשטײן פֿון קבֿר און אַ קוק טאָן אױף איר שפּרינצל, װי זי לעבט פֿון טשעקן און פֿון װאָכער…  װישט זיך די אױגן. אַ בת־יחידה געװען בײַ איר…  צװישן אַכט זין, היצלעס, בוּאַנעס, האָלעדראַנצעס, סך־הכּל אײן טאָכטער…  פּױזע. צי, אַ שטײגער, איך זאָל כאָטש האָבן עפּעס אַ געשעפֿט…  זאָגט ער מיר צו, דער בראַטישעק מײַנער, אַז נאָך יום־טובֿ װעט ער מיר אױסזוכן אַן אַנדער ביזנעס.  איך װיל שױן ניט קײן ביזנעס!  איך בין דיר מוחל דײַנע ביזנעס ― איך װיל אָ געשעפֿט, ניט קײן ביזנעס!…  אַז די אַלע „ביזנעסן“, װאָס ער האָט מיר געמאַכט ביז אַהער, טױגן אױף כּפּרות…  ער נעמט און שטעלט מיך אַװעק אין דרױסן, איך זאָל פֿאַרקױפֿן פֿאַטשײלעס!…  אין דער הײם פֿאַרקױפֿט מען ניט אין דרױסן קײן פֿאַטשײלעס!…  צי ער װיל, איך זאָל פּעדלען מיט טײ, מיט װײַן און מיט ציגײַערן?  אין דער הײם פּעדלט מען ניט מיט טײ, מיט װײַן און מיט ציגײַערן!  צי, אַ שטײגער, ער נעמט און דינגט מיר אַ שטוב, איך זאָל זי פֿון זיך איבערפֿאַרדינגען צו די שכנים.  איך זאָל װערן, הײסט דאָס, אַ לענדלאָרדיכעlandlord: באַלעבאָסטע. איז נע מאַלאָ באַבע כלאָפּאָטעне мало бабе хлопоте: אַ סך צרות בײַ אַ פֿרױ ― איך קום נאָך דירה־געלט, װאַרפֿט מען מיך אַראָפּ פֿון אַלע טרעפּ!  װאָס איז די מעשׂה?  די מעשׂה איז, למאַי איך רײד צו זײ אױף אונדזער לשון!  אַװדאי בין איך דערױף אַרױסגעפֿאָרן פֿונעם טײַערן ריסנלאַנד, פֿאַרברענט זאָל עס װערן, אַהער צו צו, אַ װיסטע אַלמנה מיט קינדער יתומים, איך זאָל מיך אָפּשמדן אױף אײַער לשון!  מיסעס בױם קאָן זיך ניט אײַנהאַלטן פֿון אַ שמײכל. איר לאַכט?  אײַך איז גוט צו לאַכן, אַז איר זיצט אָט־דאָ־אָ, אין אַזאַ גוטס שטײט אױף, באַװײַזט מיט די הענט. מיט אַזעלכע שפּיגלען קוקט אין שפּיגל. מיט פֿאָרטעפּיאַנאָס, מיט שפּילקעסטלעך, מיט שאַפֿעס…  גײט צו צום קלאָזעט, װוּ מיסטער בױם געפֿינט זיך. און די שאַפֿעס זײַנען מסתּמא בײַ אײַך פֿול מיט כּל־טובֿ, פֿול װי אַן אױג…  דעקט אָפּ דעם פֿאָרהאַנג פֿונעם קלאָזעט, און עס דערשײַנט מיסטער בױם.  אַלע דרײַ בלײַבן פֿאַרגליװערט.

לאַנגזאַם פֿאַלט דער פֿאָרהאַנג. 

געשריבן אין יאַר 1915.