קאָמעדיעס

שלום עליכם אַלע װערק

פֿאַרביטן די יוצרות ― אַ פֿרײלעכס אין אײן אַקט

די פּאַרשױנען:

צבֿיה־קײלע, אַ קעכין אין אַ רײַך הױז.  אַ יונגע אַלמנה. 

מאַשע, אַ שטוב־מײדל. 

איציק, אַ משרת מיט אַ פּאַטלע האָר.  טראָגט אַ גאָלדענעם סיגנעט. 

קאָפּל, אַ דינער אין אַן אַפּטײק. 

קלמן דלות, אַ שוסטער, אַן אַלטער בחור. 

סאַשקע, אַ נגידס אַ בחורל. 

קלאַראַ און אַנאַ, צװײ נגידישע פֿרײַלינס. 

דער נגיד, אַז אױפֿגעקומענער אַריסטאָקראַט. 

די נגידית, אַ מאַדאַם אין אַ געלן פֿאַריק. 

אַ גרױסע קיך אין אַ רײַך הױז.  ― אױסגעהאַנגען אַ סך געפֿעס.  אַף די װענט ― אילוסטראַציעס פֿון צײַטונגען און זשורנאַלן, אַ שפּיגל מיט אַ געשטיקט האַנטיכל, אַ פּאָר יאַפּאַנישע פֿעכער, קלײדלעך, קאַפֿטלעך.  בײַ דער זײַט אַ גרינער קאַסטן, אַ בעטל מיט אַ סך קישנס.  ― צװײ טירן: אײנע אַרױף אין שטוב אַרײַן, מיט עטלעכע טרעפּלעך: די אַנדערע, אַ הינטערטיר, אין דרױסן אַרױס.  ― צבֿיה־קײלע שטײט בײַם אױװן מיט פֿאַרקאַטשעטע אַרבל, קאָכט װעטשערע.

צבֿיה־קײלע: בראָקט אַ ציבעלע, זינגט אַ לידל.

אױ, װוּ זײַט איר, יונגע יאָ־װאָ־רן?
זאָגט, װוּ זײַט איר אַהינגעקו־װע־מען?
צי מיטן פֿײַער פֿאַרברענט געװאָ־װאָ־רן?
צי מיטן װאַסער אַװעקגעשװוּ־װע־מען?… 

אַז אָך און אַז װײ איז צו זײערע קעפּ, אַז צבֿיה־קײלע נעבעך באַדאַרף זײַן בײַ זײ אַ דינסט, און בײַ די יונגע יאָרן, און נאָך אין אַזאַ שטוב מיט אַזעלכע קינדער, גאָט זאָל ניט שטראָפֿן פֿאַר די רײד!…  נעמט אַראָפּ אין אַ באַזונדער טעפּל פֿון אַלע מאכלים צו ביסלעך. אַ שטוב!…  אַ קרעטשמע!…  איטלעכער פֿרעסט אין אַן אַנדער צײַט…  האַלט פֿאַר זײ אַ גאַנצן טאָג דעם אױװן, האַלטן זאָל זײ בײַם בױך!…  און װער שמועסט, אַז דער באַלעבאָס איז ניטאָ אין דער הײם…  גיסט אָפּ אין טעפּל אַרײַן, טרײסלט אָפּ די הענט, װישט זיך מיטן פֿאַרטעך. עי־עי־עי־עי!  װי לאַנג בין איך אַלײן געװען בײַ זיך אַ באַלעבאָסטע, בײַ מײַן טיש מיט מײַן מאַן עליו־שלום…  זינגט.

יאָרן יונגע!
יאָרן גרינגע!
װאָס זײַט איר אַזױ גיך אַװעק?
עס זעט אײַך ניט קײן
אײ־אײ־אײגל,
עס יאָגט אײַך ניט קײן
פֿײ־אײ־אײגל ―
אַװעק, אַװעק, גאָר אָן אַן עק!… 

עס הערט זיך אַ קלאַפּן אין דער הינטערטיר. װער קלאַפּט דאָס דאָרטן?  מיט קאָפּ אָן װאַנט!…  פֿאַרכאַפּט זיך. אױ, װײ איז מיר, אַװדאי רב קלמן?…  לאָזט זיך צו דער טיר. אַ טײַערער ייִד דאָס איז, אָט דער קלמן דלות!  האָט נעבעך ניט קײן גליק, אַזױ װי איך…  און עלנט, אַזױ װי איך…  עפֿנט די טיר.  עס קומט אַרײַן פֿון דרױסן קלמן דער שוסטער, אַ ייִד פֿון אַ יאָר עטלעכע און דרײַסיק מיט אַ שװאַרץ בערדל, טראָגט אַ צוגעלעגערט קאַפּעליושל, מיט אַ קױטיקער מאַנישקע, מיט צו קורצע הױזן.

קלמן דלות: אַ גוטן אָװנט אײַך, צבֿיה־קײלע!  װאָס מאַכט איר גוטס?  געגאַנגען פֿאַרבײַ, געזען עס לײַכט זיך בײַ אײַך, טראַכט איך מיר: לאָמיך אַרײַנגײן אױף אַ װײַלעטשקע זיך אָפּרוען.  מע זיצט בײַם װאַרשטאַט, װערט מען פֿאַרזעסן, צו אַלדי גוטע יאָר…  כאַפּט אַ קוק אין אױװן. נאָך זײַט איר בײַם אױװן?  אַזױ שפּעט! 

צבֿיה־קײלע: טראָגט אים צו אַ בענקל. זיצט, רב קלמן!…  שפּעט, זאָגט איר?  דאָ, אין דער שטוב, מוז מען אַ גאַנצן טאָג און אַ גאַנצע נאַכט שטײן בײַם אױװן, שטײן זאָלן זײ אין געהאַקטע װוּנדן!  אַ שטוב איז דאָס?  אַ קרעטשמע!…  און װער שמועסט, אַז דער באַלעבאָס איז ניטאָ אין דער הײם!… 

קלמן דלות: אַזױ?  איז ער ניטאָ גאָר אין דער הײם?  װוּ איז ער דען? 

צבֿיה־קײלע: װײס זײ דער שװאַרצער יאָר!…  אפֿשר װעט איר טרינקען אַ גלעזל טײ?  אָדער גאָר עפּעס צובײַסן?  טראָגט אים אונטער פֿונעם קלײנעם טעפּעלע.

קלמן דלות: רוקט זיך צו צום טעפּעלע. אַ דאַנק, למאַי זאָלט איר זיך מטריח זײַן? 

צבֿיה־קײלע: פֿאָרט ער נאָר אַרױס פֿון דער הײם, אַזױ קערט מען איבער די שטוב מיטן קאָפּ אַראָפּ…  אַלע מאָל, װען ער פֿאָרט אַװעק, מוז זיך עפּעס טרעפֿן אַן אומגליק…  אָט איז געװען בײַ אונדז נעכטן אַן „אָביסקע“.  פּאָליציע, זשאַנדאַרן און סאָלדאַטן זײַנען אַריבערגעפֿאַלן, איבערגעקערט די שטוב און צוגענומען אונדזער װאַלאָדקען אין קאָטשומענט אַרײַן.  מסתּמא האָט איר געהערט שױן?…  אפֿשר װעט איר נעמען פֿריִער אַ ביסל קאָניאַק?  נישקשה, זײ האָבן גענוג…  גיסט אים אָן אַ גלעזל.

קלמן דלות: אַ דאַנק, צו װאָס זאָלט איר זיך מטריח זײַן?  איר װײסט דאָך, אַז איך בין ניט קײן טרינקער…  לחײם!  לאָז גאָט געבן…  טרינקט אױס. או!  אַ האַרב גלעזל משקה!…  אַזױ, אַזױ?  האָט מען דעם בחור, הײסט עס, אַרײַנגעפּאַקט?  אַ װױל בחורל װאַלאָדקע!  װײסט איר ניט, פֿאַר װאָסערע מעשׂים־טובֿים? 

צבֿיה־קײלע: װײס זײ דער שװאַרצער יאָר!  צעצעליסטן!…  למאַי אָט איז דער עלטערער זײערער, פּעטיע, גאָר פֿאַרפֿאַלן געװאָרן…  רוקט אים צו אַ טעפּעלע מיט אַ לעפֿל.

קלמן דלות: קוקט אַרײַן אין טעפּל. צו װאָס זאָלט איר זיך מטריח זײַן?…  אַזױ, אַזױ?  פֿאַרפֿאַלן געװאָרן?  עסט גאַנץ אַפּעטיטלעך. װעדליק איך בין אַן עסער… 

צבֿיה־קײלע: גיסט אים אונטער זופּ. װי אין דער ערד אַרײַן!  ס'איז אַפֿילו בײַ אים ניט דאָס ערשטע מאָל.  איך זאָל האָבן די ברכות, װיפֿל מאָל עס מאַכט זיך, ער קומט אַהײם שױן מיטן טאָג גלײַך, האָט מורא פֿאַרן באַלעבאָס, קלאַפּט ער צו מיר, איך זאָל אים אַרײַנלאָזן דורך דער קיכטיר…  זאָלט איר זען דעמאָלט אַ פּנים בײַ אים, װי אױף צו להכעיס: די אױגן רױט, די האָר צעקאָשמעט, קױם װאָס ער האַלט זיך אױף די פֿיס…  אפֿשר װעט איר נעמען, רב קלמן, אַ גלעזל װישניק?  נישקשה, ס'איז בײַ זײ דאָ גענוג!…  גיסט אים אָן.

קלמן דלות: אַ דאַנק, למאַי זאָלט איר זיך מטריח זײַן?  פֿאַרזוכט. אַ שײנע מעשׂה, נאָר אָ קורצע!  װוּ זשע, למשל, קאָן ער זײַן, אָט דער פּעטיע אײַערער? 

צבֿיה־קײלע: דער רוח װײס די בײנער זײערע!…  אַ רחמנות, הערט איר, איז נאָר אױף איר, אױף דער באַלעבאָסטע נעבעך.  װאָס זי צעװײנט!  װאָס זי צעיאָמערט!…  אפֿשר װעט איר נעמען נאָך אַ גלעזל?  גיסט אים אָן. טרינקט, ס'איז גוטער װישניק, בעסער פֿונעם בעסטן װײַן… 

קלמן דלות: אַ דאַנק, למאַי זאָלט איר זיך מטריח זײַן?…  װעדליק איך בין אַ טרינקער…  טרינקט. װײסט איר, װאָס איך װעל אײַך דערצײלן, צבֿיה־קײלע?  אַז די װעלט זאָגט אַ װערטל: די קאַפּאָטע פֿאַרזעצן און אַ נגיד זאָל מען זײַן, איז ניט אומזיסט. 

צבֿיה־קײלע: אַקעגן װאָס איז דאָס געקומען צו רײד? 

קלמן דלות: אַקעגן דעם, װאָס איר זאָגט װישניק…  איך בין דערגאַנגען מיט מײַן שׂכל, אַז אַ נגיד איז טױזנט מאָל בעסער צו זײַן װי אײדער אַ קבצן, כאָטש אַפֿילו קאַרל מאַרקKarl Marx 1818–1883 זאָגט, אַז קאַפּיטאַל איז סם־המװת… 

צבֿיה־קײלע: װער איז דער מאַרק?  גיסט אים אונטער. טרינקט, רב קלמן, נאָך אַ קאַפּ! 

קלמן דלות: דאָס איז דער גרעסטער פֿון…  פֿון…  אַ דאַנק, למאַי זאָלט איר זיך מטריח זײַן?  װעדליק איך בין אַ טרינקער…  טרינקט. קאַרל מאַרק איז דער װאָס נעמט זיך אָן אונדזער קריװדע.  ער איז פֿאַר אונדז בעלי־מלאָכות, שטאָל און אײַזן.  אַ קלײניקײט פּראָ…  פּראָל…  פּראָלעטאַריאַט ― קױם אױסגערעדט!… 

צבֿיה־קײלע: װאָס הײסט דאָס פּראָ…  פּראָ…  טפֿו!  איך קאָן עס גאָרניט אַרױסרײדן!  דערגיסט אים דאָס גלעזל.

קלמן דלות: אַ דאַנק, למאַי זאָלט איר זיך מטריח זײַן?  װעדליק איך בין אַ טרינקער…  טרינקט און פּלאָנטעט מיט דער צונג. זאָגט מיר נאָך: פּראָ…  פּראָ…  טע…  פּראָלע…  פּראָט ― טפֿו!  לאָז דאָס גײן אין דער ערך!  זאָגט מיר בעסער, צבֿיה־קײלע סערצע, װאָס איך װעל אײַך פֿרעגן: אַ שטײגער, כּדומה־למשל, ס'זאָל זיך אײַך מאַכן אַ פּראָל…  פּראָל…  פּראָלעטאַריאַט, מײן איך אַ גלײַכער שידוך…  אַ שטײגער, כּדומה, אַ בעל־מלאָכה, אַ חבֿרה־מאַן, פֿון די, װעלכע קאַטאָרע, איר פֿאַרשײט?…  װאָס טרינקט ניט…  סײַדן אַמאָל, אַז עס מאַכט זיך…  איר פֿאַרשטײט?  מען איז דאָך ניט מער װי אַ לעבעדיקער מענטש…  און דאָס איבעריק דאַרפֿט איר שױן אַלײן פֿאַרשטײן… 

צבֿיה־קײלע: ברעקלט זיך, דרײט דעם שפּיץ פֿאַרטעך. אַז איר רעדט אַזױ פֿאַרשטעלט…  רוקט אים אונטער אַ ביסל אײַנגעמאַכט. פֿאַרבײַסט, רב קלמן, פֿאַרװאָס פֿאַרבײַסט איר ניט? 

קלמן דלות: אַ דאַנק, למאַי זאָלט איר זיך מטריח זײַן?  װעדליק איך בין אַ טרינקער…  עסט. װילט איר, איך זאָל אײַך זאָגן אָפֿנטלעך?  עס הערט זיך אַ קלאַפּ אין טיר פֿון דרױסן.

צבֿיה־קײלע: װעמען טראָגט דאָס שױן דער רוח?  זי רױמט אױף געשװינד פֿונעם טישל, פֿאַרגעסט דאָס פֿלעשל װישניק, גײט צו דער טיר.  קלמן דלות שלעפּט אַרױס פֿון קעשענע אַ ביכל, פֿאַרטיפֿט זיך כּלומרשט. װער איז דאָרטן? 

אַ קול פֿון יענער זײַט טיר: ס'איז איך! 

צבֿיה־קײלע: װער איז געװען דער איך? 

דאָס קול פֿון יענער זײַט טיר: אַ מענטש, ניט קײן רוח! 

צבֿיה־קײלע: ס'איז דו, איציקל? 

דאָס קול פֿון יענער זײַט טיר: װאָס עפּעס איציקל?  װאָס האָט איר מיך פֿאַרצױגן אױף אַ שטריקל?  איציק איז ניט איציקל.  גיכערט, עפֿנט אױף, אין דרױסן איז ניט געהײצט… 

צבֿיה־קײלע: ברענען זאָלסטו אױפֿן פֿײַער, משומד אײנער!  עפֿנט אױף מיט כּעס די טיר, און עס קומט אַרײַן איציק דער משרת, אַ יונג מיט אַ סיגנעט און מיט אַ קײט, טראָגט אױף זיך אַ פֿרעמדן פּידזשאַק, װאָס הענגט אױף אים ברײטלעך־לעפּישעװאַטע, אַ רױטן שניפּס, געלע שיך, װײַסע האַנטשועןHandschuhe: הענטשקעס.

איציק: טוט אױס די האַנטשוען, ברײט. אַ גוטנאָװנט אײַך, צבֿיה־קײלע!  אַ גוטנאָװנט אײַך, רב קלמן!  אַ גוטער נאָװנט זאָל זיך אַרײַנכאַפּן אין אײַך בײדן!  ס'איז בײַ אײַך דאָ װאַרעם װי אין אַ באָד, קײן עין־הרע, רײן און ציכטיק, װי בײַ מײַן מאַמען פֿלעגט צו זײַן ערבֿ־פּסח, בשעת דער טאַטע האָט נאָך אַרומגעטיאָפּקעט מיטן פֿערדל איבער דער בלאָטע גײט צו צום טישל, גיסט זיך אָן אַ גלעזל װישניק. געניסט, רב יצחק!  װי מײַן באַלעבאָסטע־לעבן זאָגט צו אירע געסט, בשעת זי איז זײ מכבד מיט װערעמיקע ניסלעך.  טרינקט. װוּ איז ערגעץ מאַשענקע? 

צבֿיה־קײלע: רײַסט אַרױס בײַ אים דאָס גלעזל. אַװעק, משומד, ניט אױף דײַן מיסט געװאַקסן!…  װאָס באַדאַרפֿסטו מאַשען?  און װאָס ביסטו אַזױ אױסגעפּוצט?  און װאָס הערט זיך עפּעס בײַ אײַך?  װאָס מאַכן דײַנע באַלעבאַטים? 

איציק: מיט די זײַטן לאָזן זײ אײַך מאַכן!  מיוחסים!  האָבן זיך אײַנגעשמועסט, אַז נאָר זײ זײַנען לײַט, און אַלע איבעריקע זײַנען גאָרנישט מיט גאָרנישט…  צום שוסטער. װאָס לײענט איר, רב קלמן?… 

קלמן דלות: װאָס איך לײען?  װעגן קאַרל מאַרק און װעגן קאַפּיטאַל… 

איציק: װאָסער מאַרק?  און װעמענס קאַפּיטאַל?  װאָסערע לאָקשן?  און װאָסערע פֿלױמען? 

קלמן דלות: װעגן מאַרקס מעטאָדע, װי אַזױ צו קאַפּיטאַליזירן דעם פּראָ…  פּראָט…  פּראָלעטאַריאַט; אָדער װי אַזױ צו פּראָ…  פּראָלעטאַריזירן די קאַפּיטאַליזאַציע… 

איציק: און איר פֿאַרשטײט, װאָס איר לײענט?  און איר האָט נאָך אַלע צײן אין מױל? 

צבֿיה־קײלע: האָבן זאָלסטו קדחת, רבונו־של־עולם!  אַ שפּראַך פֿון אַ מענטשן!  עס קומט אָן פֿון אױבן מאַשע מיט אַ פּעקל װעש, דערזעט איציקן.

איציק: אַ גוטנאָװנט דיר, נשמה מײַנע!  דו זאָלסט ניט זײַן אַזױ אָנגעלאָדן מיט העמדער און מיט אונטערהױזן, װאָלטן מײַנע בלאַסע ליפּן זיך באַהעפֿט מיט דײַנע רױטע באַקן, װי בײַ רב קלמנען אין ביכל שטײט געשריבן… 

מאַשע: אין דער ערד מיטן קאָפּ!  נאַ דיר אַזאַ שלימזל!  װאָס האָסטו זיך אַזױ אױסגעפּוצט, װי צו דער פּגירה? 

צבֿיה־קײלע: יאָ, נו, עפּעס איז ער מיר הײַנט צו יום־טובֿדיק! 

איציק: װאָס דען?  אַ מענטש לעבט אײן מאָל, ניט קײן צװײ מאָל, װי מײַן טאַטע פֿלעגט זאָגן, אַז ער האָט ניט געהאַט אױף שבת און די מאַמע האָט אים באַגראָבן…  זאָג נאָר, מאַשוטקע, װאָס מאַכט עפּעס מײַן יונגן באַלעבאָס כּלהכן? 

מאַשע: דײַן טאַטנס עסק? 

איציק: מסתּמא אַז איך פֿרעג, איז ניט אומזיסט, װי מײַן שװעסטער האָט אַמאָל געזאָגט, בשעת איך האָב געכאַפּט אַ פּאַטש גאָר אומגעריכט…  איך האָב צו איר אַ בריװל פֿון מײַן יונגן באַלעבאָס.  ער איז דאָס אין איר פֿאַרליבט אַ ביסל, נאָך מער װי איך אין דיר…  װיל אַ גלעט טאָן מאַשען.

מאַשע: גיט אים איבער די הענט. פּאַװאָליע מיט די הענט, דו שאַרלאַטאַן! 

איציק: צו קלמנען. אָט אַזױ, װי איר זעט, האָבן מיר קײן גליק נישט, ניט איך, ניט מײַן באַלעבאָס…  מיר זײַנען מיט זײ אַדרבא־ואַדרבא, און זײ זײַנען מיט אונדז קידער־װידער…  מײַן אַראָנטשיק װיל זי, גײט אױס חתונה האָבן, און זי זאָגט ― זי האָט נאָך צײַט, װי מײַנער אַ באַקאַנטער זאָגט, אַז דער שנײַדער קומט צו אים מאָנען פֿאַר גענײ און ער האָט אַ מכּה ניט קײן געלט… 

מאַשע: איך האָב מורא, אַז דײַן באַקאַנטער ― דאָס ביסטו אַלײן… 

איציק: און איך האָב מורא, אַז איר דרײט דער װעלט אַ קאָפּ.  איר דרײט אַזױ לאַנג, ביז איר פֿאַרדרײט אי זיך, אי יענעם… 

מאַשע: אָבער דיר האָט נאָך לעת־עתּה קײנער ניט פֿאַרדרײט קײן קאָפּ? 

איציק: ביז אַהער ― געלױבט דער אײבערשטער, אָ חוץ דיר… 

מאַשע: לעבן זאָלסטו אַזױ! 

איציק: אָמן, גם־אַתּם! 

צבֿיה־קײלע: טאָמער װאָלט געװען גענוג צו שאַרפֿן די צינגלעך?  זאָג בעסער, װאָס טוסטו דאָ אַזױ שפּעט טאַקע אױף דער רעכטער אמת? 

איציק: אױף דער רעכטער אמת זאָג איך דאָך אײַך, אַז איך האָב געבראַכט אַ בריװל פֿון מײַן יונגן באַלעבאָס צו אײַער אַניוטען, און געבעטן האָט ער מיך, איך זאָל אים ברענגען תּשובֿה.  שלעפּט אַרױס דאָס בריװל פֿון דער אונטערשטער קעשענע. ער האָט מיר אָנגעזאָגט, למען־השם, איך זאָל דאָס בריװל ניט װײַזן קײנעם, אָפּגעבן גלײַך צו איר אין די הענט אַרײַן…  נאָר װאָס דען?  מיר װעלן דאָס פֿריִער פּאַװאָלינקע אױפֿעפֿענען, אַ קוק טאָן אומיסטן, װאָס שרײַבט ער דאָרטן?  צו צבֿיה־קײלען. געפֿינט זיך ניט בײַ אײַך אַ ביסל הײס װאַסער און אַ שאָלעכץ פֿון אַן אײ, װעלן מיר דאָס מאַכן װי עס געהער צו זײַן…  ס'איז ניט דאָס ערשטע מאָל בײַ מיר, װי מײַן פֿעטער האָט געזאָגט, בשעת מע האָט אים אײַנגעזעצט אין חד־גדיא…  צבֿיה־קײלע גיט אים אַ טעלער מיט הײס װאַסער און אַ שאָלעכץ פֿון אַן אײ.  ער באַנעצט דאָס בריװל פֿון דער אַנדערער זײַט. ס'איז בײַ מיר, פֿאַרשטײט איר, אַזאַ חלאַת ― איך האָב ליב אַלצדינג װיסן, איך שטאַרב אַװעק! 

מאַשע: דו שטאַרבסט אַװעק?  איך װעל זאָגן נאָך דיר קדיש.  קוקט, װי איציק עפֿנט דעם קאָנװערט.

צבֿיה־קײלע: אַ בעלנות צו עפֿענען פֿרעמדע בריװ!  אַנו, װאָס שטײט דאָרטן? 

איציק: ציט אַרױס דאָס בריװל. איך זע, איר זײַט אַלע זײער גײַציק צו האָרכן נײַס…  דער חסרון, װאָס מײַן יונגער באַלעבאָס שרײַבט צו איר אױף רוסיש.  און מיר האָט דער דאָקטער אָנגעזאָגט טױזנט מאָל, אַז „שעות“ קאָן מיר שאַטן צו די אױגן…  לאָז אַן אַנדערער שױן לײענען, װי מײַן ברודער האָט געזאָגט, בשעת מע האָט אים אױפֿגערופֿן צו מפֿטיר צו זײַן בר־מיצװה…  רב קלמן, איר װילט פֿאַרדינען עולם־הבא?  נאַט לײענט זײ דאָס בריװל, נאָר פּאַװאָליע, ניט געכאַפּט, װאָרט בײַ װאָרט, ס'איז ניט קײן הײסע לאָקשן, װי מײַן מאַמע פֿלעגט מיר זאָגן בשעת בענטשן, און טאַקע אין אײנװעגס שענקען אַ פּאָר פּעטש אױך, גלאַט אַזױ זיך, פֿון הײמלעכקײט װעגן…  נו, רב קלמן, רירט זיך, טוט אָן די בריל און לאָמיר הערן די מגילה… 

קלמן דלות: טוט אָן די ברילן, לײענט. „ליבע טײַערע אַנאַ!  איך בין ניט אימשטאַנד אַרױסצוזאָגן, װי װײַט איך בין געקרענקט פֿון דעם, װאָס איך קאָן צו אײַך אין שטוב ניט קומען און פּערזענלעך מיט אײַך זיך זען!  פֿון זינט מע האָט צוגענומען אײַער װאַלאָדיען אין טורמע, לאָזט מען מיך ניט אַרױס פֿון שטוב, מע היט מיר די טריט, ממש איך בין פֿרײַלאָז, איך בין אַרעסטירט, איך בין אין תּפֿיסה…  טײַערע, טײַערע אַנאַ!  איר בעט אײַך, פֿאָרט ניט קײן זשענעװע!  בלײַבט דאָ, לאָז איבערגײן אַ קלײנע צײַט, מײַנע עלטערן װעלן זען, אַז איר פֿאָרט ניט, װעט זײ איבערגײן דער קאַפּריז, און זײ װעלן אײַנװיליקן צו אונדזער שידוך, און דעמאָלט ― אָ!  דעמאָלט, נאָך דער חתונה, װעלן מיר זײַן פֿרײַ צו טאָן װאָס מיר װילן!  מיר װעלן דעמאָלט בײדע קאָנען פֿאָרן קײן זשענעװע“… 

צבֿיה־קײלע: װוּהין קלײַבן זײ זיך עס פֿאָרן, אַ מכּה זײ? 

מאַשע: איר הערט דאָך, אַז קײן זשענעװע. 

צבֿיה־קײלע: װוּ איז דאָס?  װײַט פֿון דאַנען? 

מאַשע: דאָס דאַרף זײַן אין קאַרלסבאַד מסתּמא.  אַלע זומער פֿאָרן זײ קײן קאַרלסבאַד. 

איציק: צו מאַשען. אַזױ זאָגסטו?  קאַרלסבאַד!  װוּ איז קאַרלסבאַד?  װאָס איז קאַרלסבאַד?  מיט װאָס עסט מען קאַרלסבאַד? 

מאַשע: װאָס זאָגט איר אױף זײַן טאַטן?  אַזױ פֿיל, װי דו װײסט, װײס איך נאָך געװיס, און אפֿשר נאָך אַ ביסל מער! 

איציק: אַ נײַע װײסערין געװאָרן!  דו װײסט מער פֿון אַ טױטן!  װוּ האָסטו זיך אָנגעהערט אַזעלכע זאַכן?  בײַ דײַנע באַלעבאַטים אפֿשר?  װער זײַט איר?  שױן לאַנג זײַט איר געשטאַנען מיט פֿיש איז מאַרק?  געקומען אַהער קײן אַדעס, געװאָרן גאַנצע סטיקראַטן, און האָבן חשק זיך משדך זײַן מיט אונדז, מיט די פֿינקלשטײנס! 

מאַשע: אײַ־אײַ־אײַ!  אַ גליק!  פֿינקלשטײנס!  װאָס איז מיט אײַך דער ייִחוס אַזױ גרױס? 

איציק: ע, ביסטו דאָך טאַקע אַ ציג, און אפֿשר טאַקע אַ גאַנצע בהמה, אַז דו פֿרעגסט גאָר אַזעלכעס!…  מיר שטאַמען אַרױס ― דו װײסט פֿון װעמען?  אַזש פֿון דעם גרױסן, גרױסן…  תּרחן!  האָסט געהערט אַמאָל דעם נאָמען תּרח? 

מאַשע: באַגראָב דיך מיט אים אין אײן גריבל! 

איציק: בתּנאַי, אַז דו זאָלסט זײַן אַ דריטע… 

צבֿיה־קײלע: עס װעט זײַן אַמאָל אַ סוף, צי נײן?  צו קלמנען. לײענט, רב קלמן, װאָס הערט איר זײ? 

קלמן דלות: לײענט װײַטער. „טײַערע אַנאַ!  איך װײס, אַז ס'איז פֿאַר אײַך שװער דאָ צו זײַן.  איך װײס, אַז איר האָט צרות ניט אַזױ פֿון די עלטערן, װי פֿון דער שטוב, און איבערהױפּט פֿון די צװײ שײנע לײַט, דער שאַרלאַטאַן פּעטיע און די פּוסטע קלאַראַ.  אַנאַ!  איך בין זיך מודה ― איך בין צו שװאַך, איך האָב קײן העלדנמוט ניט, אָבער אַ האַרץ האָב איך, אַ נשמה ― און די בײדע, דאָס האַרץ און די נשמה, געהערן צו אײַך, צו אײַך, טײַערע אַנאַ!…  אַלזאָ, נאָכאַמאָל: איך בעט אײַך, פֿאָרט ניט קײן זשענעװע!  האָט אַ ביסעלע געדולד, װעלן מיר נאָך דער חתונה בײדע פֿאָרן בעסער קײן מאָנטעקאַרלאָ, אָדער גאָר קײן פּאַריז!…  האָט רחמנות אױף אײַער אומגליקלעכן אַראָנטשיק פֿינקלשטײן“. 

איציק: װישט זיך די אױגן. נו?  קאָן דאָס ניט נעמען קײן שטײן?  צו מאַשען. איר זײַט דאָך װערט, אַלע מײדלעך, מע זאָל אײַך אױפֿהענגען אײנציקװײַז אױף אײן שנירעלע, דערפֿאַר װאָס בײַ אײַך איז ניט קײן האַרץ, נאָר אַ קנױל בײַנװעלעךבאַװל, װי מײַן זײדע פֿלעגט זאָגן צו דער באָבע, בשעת זי האָט ניט געװאָלט, ער זאָל שמעקן טאַביקע… 

מאַשע: װער שױן געהאַנגען בעסער אַלײן! 

איציק: אָמן גם־אַתּם…  עס הערט זיך אַ קלאַפּן אין דער הינטערטיר.

צבֿיה־קײלע: הױך. װער איז? 

אַ קול פֿון יענער זײַט טיר: ס'איז איך! 

צבֿיה־קײלע: אַ נײַעם איך האָט געבראַכט דער רוח!…  עפֿנט אױף די טיר.  עס קומט אַרײַן קאָפּל פֿון דער אַפּטײק, אַ טרוקענער נפֿש מיט אַ געשאָרן גרױ בערדל, דאָס אונטערשטע האַלבע פּנים העכער פֿונעם אײבערשטן אַרױסגעשטעלט.  רעדט מאָנאָטאָנע, װי ברוגז.

איציק: ברוך־הבא, אַ ייִד רב קאָפּל פֿלעשלװאַסער, דעם גרױסן פֿלעשלװאַסערס אַן אײניקל!  װאָס טוט איר דאָ? 

קאָפּל: קוקט ניט אױף איציקן, רעדט צו די דינסטן ברוגז. מײַן פּרינציפּאַל, הער שלײַען, האָט מיר געהײסן אַװעקװאַרפֿן אַלע געשעפֿטן מיט אַלע מלאָכות און מיט אַלע פֿלעשלעך, און אָנגעזאָגט, איך זאָל די רגע מיך דורכגײן צו קאָלאָראַדאַ מיראָנאָװנאַ… 

איציק: װער איז די חיה? 

מאַשע: דאָס מײנט ער אונדזער קלאַראַן.  צו קאָפּלען. אױף װאָס דאַרפֿט איר זי? 

קאָפּל: אױף כּפּרות…  מײַן פּרינציפּאַל, הער שלײַען, האָט מיר געזאָגט, איך זאָל די רגע אָפּטראָגן צו איר אַ בריװל… 

איציק: אַ בריװל?  גיט אַהער!  דאָ עפֿנט מען בריװלעך… 

קאָפּל: זינט איך לעב, זינט איך שטײ אױף מײַנע פֿיס!  װאָס הײסט, דאָ עפֿנט מען בריװלעך?  װער עפֿנט?  צו װאָס עפֿנט מען זײ? 

איציק: װאָס פֿאַרשטײט איר דאָ ניט, פֿאַרשטאָפּטער מוח?  די בריװ, אײדער מע גיט זײ איבער אַרױף אין שטוב אַרײַן, װערן פֿריִער דורכגעלײענט אָט דאָ אין קיך…  האָט איר שױן צעקײַעט, צי נאָך ניט?  צו קלמן דלות. רב קלמן, זײַט זשע מוחל, טוט אָן צוריק די ברילן.  צו קאָפּלען. פּרא־אָדם!  װאָס זײַט איר געבליבן שטײן, גלײַך װי אײַער פּרינציפּאַל װאָלט אײַך דערלאַנגען מיט אַ פֿלעשל אין האַלדז־און־נאַקן?  גיט שױן אַהער דאָס בריװל, װעלן מיר דאָס עפֿענען, איבערלײענען און צוריק פֿאַרחתמענען מיט אַ װײַסכן פֿון אַן אײ, שױן אין אײנעם מיט מײַן פּרינציפּאַלס בריװל.  איר קאָנט זיך אױף מיר פֿאַרלאָזן, איך בין אױף די זאַכן אַ רעכטער בעל־מלאָכה, װי מײַן רבי פֿלעגט זאָגן, בשעת ער האָט געהאַלטן בײַ אױפֿשנײַדן אַ קאַװן… 

קאָפּל: קנײטשט מיט די פּלײצעס. זינט איך לעב, זינט איך שטײ אױף מײַנע פֿיס…  מײַן פּרינציפּאַל, הער שלײַען, האָט מיר אָנגעזאָגט למען־השם, איך זאָל מיך ניט דערװעגן איבערגעבן דאָס בריװל דורך קײן אַנדערן, נאָר גלײַך צו קאָלאָראַדאַ מיראָנאָװנאַ אין די הענט אַרײַן, װאָרעם ס'איז, פֿאַרשטײט איר מיך, אַ סוד… 

איציק: װאָס זאָגט איר צו זײַן קאָפּ?  אַדרבא, װײַל ס'איז אַ סוד, באַדאַרף מען זען אין װאָס באַשטײט ער, אַ ניט ― װאָס דאַרפֿן מיר דאָס, װעלכע שװאַרצע יאָר?…  נו, מאַכט נאָר ניט קײן שהיות, רב פֿלעשלװאַסער, גיט אַהער דאָס בריװל, די נאַכט שטײט ניט!… 

קאָפּל: קנײטשט מיט די פּלײצעס. נננו!  זינט איך לעב, זינט איך שטײ אױף מײַנע פֿיס, האָט זיך מיר אַזעלכעס ניט געחלומט אַפֿילו!…  טראָגט צו איציקן דאָס בריװל.

איציק: עפֿנט אױף דעם קאָנװערט פֿון דער לינקער זײַט.  ציט אַרױס דאָס בריװל, באַטראַכט דאָס פֿריִער פֿון אַלע זײַטן, גיט דאָס איבער צו קלמנען. נו, רב קלמן, שנײַדט װײַטער, װי מײַן טאַטע פֿלעגט זאָגן, בשעת ער איז פֿאַרטיק געװאָרן מיט אײן טעלער און געהײסן געבן זיך נאָכאַמאָל… 

קלמן דלות: טוט אָן די ברילן, לײענט. „מײַן טײַער טײַבעלע, נשמה מײַנע, קלאַראַ מיראָנאָװנאַ!  איך בין אײַך מודיע, אַז בײַ מיר איז שױן אַלץ פֿאַרטיק צו דער רײַזע, איך האָב שױן אַלע פּאַפּירן גרײט, איך האָב שױן אַפֿילו אַ פֿור אױך באַשטעלט.  דאָס שטעטל איז ניט װײַט פֿון דאַנען.  איך האָב דאָרטן אַ באַקאַנטן, אױך אַ פֿאַרמאַצעװט, שרײַבט ער מיר, אַז פֿאַר אײן פֿינף־און־צװאַנציקער װעט אונדז דער דאָרטיקער רב געבן חופּה־וקידושין…  פֿאַרגעסט נאָר ניט מיטנעמען מיט זיך אײַער גט מיט אײַערע מעטריקעס…  אַך, װי גליקלעך איך בין, אַז איך דערמאָן זיך, אַז ניט מער װי אין פֿיר־און־צװאַנציק שעה אַרום באַפֿרײַ איך אײַך, מײַן טײַער טײַבעלע, פֿון געפֿענקעניש, און איר װעט ניט דאַרפֿן אָנקוקן מער די נימאסדיקע פּנימער פֿון אײַערע דעספּאָטישע עלטערן און פֿון אײַערע מטורפֿדיקע ברידערלעך, און איבערהױפּט ― פֿון אײַער געשאָרענער שװעסטער אַניוטאַ, װעלכע איך האָב פֿײַנט גלײַך אַזױ װי איר, מעגט איר מיר גלײבן אױף מײַנע הײליקע נאמנות!…  זײַט גרײט צו דער באַשטימטער שעה, טײַערע נשמה, מײַן שײנע, גוטע, ערלעכע, געטרײַע קלאַראַ מיראָנאָװנאַ!  פֿון מיר, אײַער איבערגעגעבנסטער קנעכט, װאָס קושט אײַך הינטער די אױגן צען טױזנט מאָל, אַקים לװאָװיטש שלײַען“. 

איציק: בראַװאָ!  יענער שרײַט גװאַלד: ניט פֿאָרן; דער האַלט דװקא בײַ פֿאָרן ― דול און משוגע קאָן מען פֿון זײ װערן!  אַצינד דאַרף מען זיך נעמען צוריק פֿאַרחתמענען די בריװלעך…  ער נעמט זיך צום װײַסכן פֿונעם אײ, טראָגט צו בײדע בריװלעך מיט די קאָנװערטן צו קלמנען. אַנו, רב קלמן, זײַט זשע מוחל, װעלכער איז צו אַנען און װעלכער איז צו קלאַראַן, אָדער צו קאָלאָראַדאַן?  עס קאָן דאָ חלילה אַרױס אַ מיאוסער טעות…  קלמן באַװײַזט אים.  ער לײגט אַרײַן די בריװלעך אין די קאָנװערטן, באַשמירט מיטן װײַסכן פֿון אײ, גיט איבער מאַשען. נאַ, מאַשוטעטשקע, נשמהניו, גײ טראָג זײ אָפּ די בריװלעך, לאָזן זײ זיך קװיקן… 

מאַשע: װאָס פֿאַר אַ מאַשוטעטשקע בין איך דיר, ברענען זאָלסטו?  גײט אָפּ מיט די בריװלעך.

איציק: צו מאַשען. אָמן גם־אַתּם!…  צו צבֿיה־קײלען. אַצינד גיט אַהער, מומעניו, נאָך אַ פּאָר גלעזלעך, װעלן מיר פֿאַרזוכן דעם װישניק אײַערן, װאָס פֿאַר אַ טעם ער האָט, און טאַקע אין אײנװעגס טרינקען לחײם, װאָרעם מע דאַרף סײַ־װי־סײַ שטאַרבן, װי מײַנער אַ באַקאַנטער שנײַדער האָט געזאָגט, בשעת ער האָט דערזען, אַז מע גיט צום טיש אַ פֿולע שיסל מיט הײסע לאַטקעס…  טרינקט, רב קלמן! 

קלמן דלות: אױפֿגעלעבט. אַ ייִד טרינקט דען?  װען טרינקט אַ ייִד?  אַ ייִד טרינקט אײן מאָל אין אַ שמיטה…  לחײם, לאָז גאָט געבן, מע זאָל זײַן ייִדן, װאָרעם איך גײ מיר מיט מײַן גאַנג…  איך זאָג, אַז אַ ייִד איז גאָר אַן אַנדער זאַך!  אַ ייִד איז ניט קײן גױ…  אַ גױ איז אַ גױ, און אַ ייִד איז אַ ייִד…  דיזן, דאַזן ― איר פֿאַרשטײט, צי נײן?… 

איציק: זעט איר, דאָס איז שױן אַן אױפֿטו!  דאָס איז אַ שׂכל!  אַ גױ איז אַ גױ, און אַ ייִד איז אַ ייִד.  מער מע לעבט, מער עסט מען…  צוליב דעם אַלײן מוז מען איבערסװיניאַטשעןсвинья: חזיר: איבערחזרן דעם פּסוק נאָכאַמאָל.  גיסט אָן.  אַלע דרײַ טרינקען. איך האָב מיך דערמאָנט אַ לידל.  איר דאַרפֿט עס קענען, רב קלמן, עס זינגט זיך אַזױ.  איך װעל זינגען, און איר װעט מיר אונטערהעלפֿן.  צו קאַפּלען. און איר, פֿלעשלװאַסער, מעגט אױך אונטערהאַלטן.  זינגט.

גײט אַ גױ אין שענק אַרײַן,
אין שענק אַרײַן,
אין שענק אַרײַן.
טרינקט זיך אױס זײַן פֿעסל װײַן,
זײַן פֿעסל װײַן,
זײַן פֿעסל װײַן.

אַלע דרײַ:

אױ, אױ אױ!
שיכּור איז אַ גױ!
שיכּור איז ער,
טרינקען מוז ער,
װײַל ער איז אַ גױ!
שיכּור איז אַ גױ!
שיכּור איז ער,
טרינקען מוז ער,
װײַל ער איז אַ גױ!

איציק:

נעמט אַ ייִד אַ גלעזעלע װײַן,
אַ גלעזעלע װײַן,
אַ גלעזעלע װײַן.
שילט ער באַלד אין טאַטן אַרײַן,
אין טאַטן אַרײַן,
אין טאַטן אַרײַן.
אױ, אױ, אױ!
שיכּור איז אַ גױ… 

עס קומט אָן פֿון אױבן סאַשקע מיט אַ הינטל אין דער האַנט, גײט אונטער שטיל צו צבֿיה־קײלען, טראָגט איר אונטער דאָס הינטל צום האַלדז.

צבֿיה־קײלע: טוט אַ שפּרינג אָפּ. פֿאַרכאַפּט זאָלסטו װערן, דו װעװריק אײנער, מיט דײַן הונט, די כּפּרה זאָלסטו זײַן מיט אים אינאײנעם!  דו האָסט דאָך מיך איבערגעשראָקן כּמעט אױף טױט! 

סאַשקע: לאַכט. ער האָט דיך דען אַ ביס געטאָן?  מאָפּס בײַסט זיך ניט.  מאָפּס איז אַ גוטינקער, אַ װױלינקער!…  טראָגט צו דאָס הינטל זיך צום פּנים.

איציק: באַטראַכט דעם הונט. װי אַלט איז ער, ביז הונדערט און צװאַנציק יאָר, דאַרף איך פֿרעגן? 

סאַשקע: קײן האַלב יאָר נאָך ניט אַפֿילו. 

איציק: קײן עין־הרע ניט!  שטײט שױן אַלײן? 

סאַשקע: לאַכט. צי ער שטײט שױן אַלײן?  כאַ־כאַ־כאַ!  איר זאָלט אים זען לױפֿן!  פֿײַל אױסן בױגן!  גיכער פֿון אַן אײַזנבאַן…  אין אײן מינוט קאָן ער אײַך אָפּלױפֿן טױזנט מײַל!… 

איציק: טאַקע באמת?  מע קאָן ניט זאָגן, אַז ס'איז אַ גוזמא…  װאָס קאָסט ער, דאַרף איך פֿרעגן? 

סאַשקע: די הענט אין די קעשענעס. אָ!  ער קאָסט גענוג!  די מאַמע מײנט, אַז ער קאָסט ניט מער װי דאָס פֿינפֿערל, װאָס זי האָט באַצאָלט…  דאָס װײס זי ניט, אַז אַ חוץ דעם פֿינפֿערל האָב איך שטילערהײט אונטערגעשמירט מיט נאָך עטלעכע פֿינפֿערלעך, זי זאָל ניט װיסן… 

איציק: װוּ האָסטו גענומען פֿינפֿערלעך, דאַרף איך פֿרעגן?  געמאַכט מיט די רױך?…  אַ מאַך מיט דער האַנט און אַ װוּנק מיט די אױגן.

סאַשקע: לאַכט. װער פֿרעגט דיך?…  למאַי איך האָב נאָך געלט?… 

איציק: עפּעס אַ סך? 

סאַשקע: טױזנט!…  בײַ דיר איז דאָס אַ סך, בײַ מיר איז דאָס גאָרניט.  איך זאָל װעלן, װאָלט איך געקאָנט האָבן נאָך!  נעמט אַרױס אַ בײַטעלע, קלינגט מיט דעם אין דער לופֿטן. אָט האָט מיר קלאַראַ געגעבן עטלעכע גאָלדענע, ערשט נעכטן… 

איציק: פֿאַרװאָס? 

סאַשקע: פֿאַר שװײַגן. 

איציק: װאָס הײסט, פֿאַר שװײַגן? 

סאַשקע: איך זאָל שװײַגן.  איך זאָל ניט זאָגן קײנעם, אַז זי האָט זיך געקושט מיטן פּראָװיזאָר אונטן אױף די טרעפּ, בשעת זי איז געגאַנגען אים באַגלײטן…  צבֿיה־קײלע, קלמן און קאָפּל לאַכן.

איציק: בראַװאָ, סאַשקע, בראַװאָ!  ביסט אַ װױלער בחור און אַ בעל־סוד, װאָס מע קריגט דאָס ניט!  קום דערפֿאַר אַהער צו מיט דײַן קדיש, װעסטו פֿאַרזוכן אַזאַ משקה, װאָס דו האָסט אַזעלכעס בײַ דײַן טאַטן קײן מאָל ניט געטרונקען!  גיסט אים אָן אַ גלעזל. אפֿשר האָסטו מורא, ס'איז צו שטאַרק? 

סאַשקע: איך האָב קײן מורא ניט פֿאַר צו שטאַרק.  פֿאַרזוכט. ס'איז דאָך אונדזער װישניק!… 

צביה־קײלע: װערט רױט, קוקט ניט אין די אױגן אַרײַן, רעדט צו זיך. אַ מכּה אים!… 

סאַשקע: פֿאַרזוכט נאָכאַמאָל. איך טרינק אים אַלע טאָג בײַם טיש, אַמאָל אַ גלעזל, אַמאָל צװײ…  איך קאָן אױסטרינקען דרײַ אױך, און פֿיר אױך, און צען, און צװאַנציק און דרײַסיק און טױזנט גלעזלעך אױך!  נאָר מאָפּס טרינקט ניט…  טראָגט צו דעם הונט צו קלמנען גלײַך אין פּנים אַרײַן.  קלמן שפּרינגט אָפּ. כאַ־כאַ־כאַ, ער האָט מורא פֿאַר אַ הונט!  קוקט אָן אַ מאָרדע, קוקט אָן אױערן אַ פּאָר!  שטופּט אים דעם הונט.

קלמן דלות: שטופּט אים אָפּ. איך האָב ניט מורא, נאָר איך האַלט ניט פֿון קײן הינט…  אַ ייִד האָט פֿײַנט אַ הונט…  אַ ייִד איז ניט קײן גױ!…  זינגט.

גײט אַ גױ אין שענק אַרײַן,
אין שענק אַרײַן,
איז שענק אַרײַן.
טרינקט זיך אױס זײַן פֿעסל װײַן,
זײַן פֿעסל װײַן,
זײַן פֿעסל װײַן.

אַלע:

אױ, אױ אױ!
שיכּור איז אַ גױ:
שיכּור איז ער,
טרינקען מוז ער,
װײַל ער איז אַ גױ!… 

סאַשקע: שטופּט דעם הונט קאָפּלען. װאָס זאָגסטו אױף מײַן הונט? 

קאָפּל: שפּרינגט אָפּ. זינט איך לעב…  זינט איך שטײ אױף מײַנע פֿיס… 

צבֿיה־קײלע: צו סאַשקען. לאָז צורו!  קום בעסער אַהער, װעל איך אים געבן עסן. 

סאַשקע: פֿרײלעך. לאַנג לעבן זאָלסטו, צבֿיה־קײלע!  דערפֿאַר האָב איך דיך ליב!  גיט דעם הונט עסן.  עס קומט אָן מאַשע.

איציק: נו, מאַשעניו, מײַן לעבן?  האָסט אָפּגעגעבן די בריװלעך אַקוראַט? 

מאַשע: װאָס דען האָב איך געטאָן? 

איציק: בראַװאָ!  טראָגט צו דאָס גלעזל צו די ליפּן און שיסט אױס אַ מוראדיקן געלעכטער.  אַלע בלײַבן זיצן, קוקן זיך איבער.

צבֿיה־קײלע: װאָס איז דיר צוגעקומען, משומד אײנער? 

קלמן דלות: אַ ייִד איז פֿרײלעך.  ס'איז אים גוט אױפֿן האַרצן, לאַכט ער…  אַ ייִד איז ניט קײן גױ…  אַ ייִד…  זינגט.

נעמט אַ ייִד אַ גלעזעלע װײַן,
אַ גלעזעלע װײַן,
אַ גלעזעלע װײַן.
שילט ער באַלד אין טאַטן אַרײַן,
אין טאַטן אַרײַן,
אין טאַטן אַרײַן.

אַלע:

אױ, אױ אױ!
שיכּור איז אַ גױ!
שיכּור איז ער,
טרינקען מוז ער,
װײַל ער איז אַ גױ!… 

איציק: שיסט אױס נאָכאַמאָל אַ געלעכטער. אױ, ייִדן, איר זאָלט װיסן, װאָס דאָרטן טוט זיך!  װײַזט אַרױף אױף די טרעפּ.

צבֿיה־קײלע: צו מאַשען. װאָס קװעלט ער אַזױ, דער משומד? 

מאַשע: װײס אים דער רוח!  ס'איז אים אָנגעקומען דאָס משוגעת… 

קאָפּל: זינט איך לעב, זינט איך שטײ אױף מײַנע פֿיס… 

איציק: האַלט זיך בײַ די זײַטן, לאַכט אַלע מאָל שטאַרקער. װאָס װײסט איר, װאָס פֿאַר אַ חתונה איך האָב אָנגעאַרבעט!  איך האָב דאָך פֿאַרביטן די יוצרות…  אַרײַנגעלײגט מײַן אַראָנטשיקס בריװל צו דער שײנער קאָלאָראַדאַ, און דעם אַפּטײקערס בריװל צו מײַן אַראָנטשיקס כּלהכן ― און לאָזן זײ זיך דאָרטן רײַסן װי די קעץ!  װערט שיִער ניט צעפּלאַצט פֿאַר געלעכטער.

צבֿיה־קײלע: אַ פּליעסק מיט די הענט. אַ, דו משומד אײנער, װאָס האָסטו געטאָן? 

מאַשע: ברעכט די פֿינגער. אױ, אַ דונער איז מיר!  אָט לױף איך זײ זאָגן.  לאָזט זיך לױפֿן.  צבֿיה־קײלע האַלט זי אָפּ.

צבֿיה־קײלע: װאָס װעסטו לױפֿן?  איצט איז שױן פֿאַרפֿאַלן…  מאַך שױן בעסער אַ שװײַג.  לאָזן זײ זיך רײַסן, לאָזן זײ זיך בײַסן.  אַ שײנע רײנע כּפּרה! 

איציק: קאַטשעט זיך. אױ, איך װעל דאָס ניט אױסהאַלטן!… 

קאָפּל: קנײטשט מיט די פּלײצעס. זינט איר לעב, זינט איך שטײ אױף מײַנע פֿיס! 

קלמן דלות: ער לאַכט, מהיכא־תּיתי.  װאָס אַרט אײַך, לאָז ער לאַכן, לאָז אַ ייִד אױך לאַכן…  אַ ייִד איז ניט קײן גױ…  אַ ייִד…  זינגט.

שיכּור איז אַ גױ!
שיכּור איז ער,
טרינקען מוז ער,
װײַל ער איז אַ גױ!

איציק: צו קלמנען. אָט װעמען איך האָב ליב!  לאָמיך האָבן אַזאַ יאָר, װאָס פֿאַר אַ ייִד דאָס איז!  לחײם, רב קלמן!  איר פֿאָלגט מיך, נעמט טרינקט לחײם צו אײַער צבֿיה־קײלען, און לאָז זײַן אין אַ גוטער שעה!  איר מײנט, מע װײס ניט, אַז איר שדכנט זיך צו איר?  האָט קײן יסורים ניט, מע װײס, אַ װעלט שלאָפֿט ניט!…  לאָמיך האָבן אַזאַ יאָר, װאָס פֿאַר אַ גלײַכער סליװעקслива: פֿלױם דאָס איז!  גיסט זײ אָן בײדן אַ גלעזל װישניק. טרינקט לחײם און לאָז זײַן מיט גליק, פֿון דאַנען אין אַן אײגענער, װי מײַן פֿעטער האָט געזאָגט, בשעת מע האָט אים דאָס דריטע מאָל אַרײַנגעזעצט אין געפֿענקעניש…  און דו, מײַן טײַערע נשמה, מאַשענקע, לעבן זאָלסטו מיר, דו מײנסט, איך װײס ניט, אַז דו האָסט מיך ליב?  לאָמיך, למשל, ניט קומען צו גײן אַ טאָג, פֿליסטו דאָך צװאַנציק מאָל אַראָפּ אין קיך, זען, צי בין איך שױן געקומען, און לאָמיך קומען צו גײן ― שילטסטו מיך כּלומרשט מיט טױטע קללות…  נאָר בלאָטע!  איציקן נאַרט מען ניט!  איציק װײס!…  נאַ, זע, װאָס כ'האָב דיר געקױפֿט!  נעמט אַרױס און טוט איר אָן אַ קײטל אױפֿן האַלדז. ס'איז כּסף־טהור רײן גאָלד, נאַרעלע װאָס דו ביסט.  פֿאַרנוץ געזונט, װי מײַן רבי האָט געזאָגט מײַנעם אַ חבֿר, בשעת ער איז געפֿאַלן און האָט זיך צעשפּאָלטן אַ ליפּ…  טראָגט איר אונטער אַ גלעזל װישניק.  זי קװענקלט זיך, באַטראַכט די קײט, באַװײַזט צבֿיה־קײלען.

צבֿיה־קײלע: פֿאַרנוץ געזונט!  אױף איציקן. אָ משומד דאָס איז! 

קאָפּל: גײט צו צו מאַשען, באַטראַכט די קײט, קנײטשט מיט די פּלײצעס, גײט צוריק. זינט איך לעב!  זינט איך שטײ אױף מײַנע פֿיס!… 

איציק: מכּוח חתונה װעלן מיר שמועסן אַן אַנדערש מאָל.  אַצינד דאַרף מען ברעכן טעלער.  נעמט פֿונעם פּריפּעטשיק צװײ טעלער, טוט זײ אַ װאָרף אין דער ערד אַרײַן. מזל־טובֿ אײַך, רב קלמן!  מזל־טובֿ אײַך, צבֿיה־קײלע!  מזל־טובֿ דיר, מאַשענקע!  מזל־טובֿ אײַך, רב יצחק אַלײן!  צו קאָפּלען. רב פֿלעשלשװענקער, גיט אונדז אָפּ מזל־טובֿ!  מזל־טובֿ!  נעמט אַלעמען פֿאַר די הענט.  רב קלמן שאָקלט זיך.  צבֿיה־קײלע רײַסט זיך.  מאַשע קװענקלט זיך.  קאָפּל קנײטשט מיט די פּלײצעס.  מע גײט אַ ראָד.  סאַשקע מיטן הונט ― אױך אין קאָן.  איציק זינגט, קלמן העלפֿט אים צו.

אָבֿ איז אַ פֿאָטער,
קֶדר איז אַ טאָטער,
מים רופֿט מען װאַסער,
װאַסער רופֿט מען מים,
דאַרף מען טרינקען לחײם ―
לחײם!  לחײם!  לחײם!

טײרע־רעדע־רידע־ראָם!  טײרע־רעדע־רידע־ראָם!  טידע־רידע־ראָם!  לאַדע־רידע־רידע־ראָם!  װאַך־טידע־ראָם!  רב קלמן!  שטאַרקער!  העכער!…  קאָפּל!  סאַשקע!  פֿיסלעך!…  טײרע־רעדע־רידע־ראָם!  טײרע־רעדע־רידע־ראָם!  טידע־רידע־ראָם!  לאַדע־רידע־רידע־ראָם!  קאַך־טידע־ראָם!…  עס עפֿנט זיך די שטובטיר און עס באַװײַזט זיך אױף דער שװעל קלאַראַ, און באַלד נאָך איר אַנאַ.

קלאַראַ: װער האָט געבראַכט דעם בריװ?  דערזעט דעם עולם טאַנצן, טוט אַ שפּרונג אָפּ צוריק.

אַנאַ: װער האָט געבראַכט דעם בריװ?  דערזעט קלאַראַן, טוט אַ שפּרונג אָפּ צוריק.  ― דער עולם הערט אױף צו טאַנצן.  מע בלײַבט שטײן פֿאַרגליװערט, יעדער אין אַן אַנדער פּאָזע.

קלאַראַ: נאַ זע, װאָס דײַן תּכשיט שרײַבט צו דיר!  טוט איר אַ שמיץ דאָס בריװל אין פּנים אַרײַן.

אַנאַ: נאַ זע, װאָס דײַן נאַקעטער פּראָװיזאָר שרײַבט צו דיר!  אַ שמיץ דאָס בריװל אין פּנים אַרײַן.

איציק: כאַפּט זיך בײַ די זײַטן, קאַטשעט זיך פֿאַר געלעכטער. פֿאַרביטן די יוצרות!  כאַ־כאַ־כאַ־כאַ־כאַ!  אַ קאָמעדיע, װי איך בין אַ מענטש!  כאַ־כאַ־כאַ־כאַ! 

אַלע: פֿאַרביטן די יוצרות!  כאַ־כאַ־כאַ!…  עס װאַקסט אױס די נגידית, דערזעט די פֿלעשלעך מיט די גלעזלעך אױפֿן טיש און דעם עולם, װי מע איז פֿרײלעך און מע לאַכט, װענדט זיך צו די טעכטער.

די נגידית: װאָס איז דאָ?  װאָס טוט זיך דאָ?  צו די דינסטן. אַ װיסטער, אַ פֿינצטערער, אַ שלימזלדיקער חלום צו מײַנע שׂונאימס קעפּ און צו אײַערע הענט און פֿיס!  װאָס איז דאָס?  צבֿיה־קײלע, װאָס איז דאָס פֿאַר שיכּורים בײַ מיר אין קיך?!…  װאָן פֿון דאַנען!  װאָן, שיכּורים!!!… 

איציק: צו קלמנען. איר הערט, רב קלמן, אין װאָס מען איז אונדז חושד? 

קלמן דלות: קױם װאָס ער פּלאָנטעט מיט דער צונג. שיכּורים?  חס־ושלום!  װי קומט דאָס צו אַ ייִדן?  ובפֿרט נאָך דער מעטאָדע פֿונעם שטאַנדפּונקט פֿון דער קאַפּיטאַליזאַציע אין די פֿאָרגעשריטענע עלעמענטן פֿונעם קאַפּיטאַל!  װײס איך װאָס!  אַ ייִד איז ניט קײן גױ…  זינגט, די איבעריקע העלפֿן אים מיט

אױ, אױ אױ!
װײַל ער איז אַ גױ!
שיכּור איז ער,
טרינקען מוז ער,
װײַל ער איז אַ גױ!… 

די נגידית, אױסער זיך, לױפֿט אַראָפּ פֿון די טרעפּ, כאַפּט פֿון די װענט די קלײדלעך, װיל אָנהײבן װאַרפֿן אין דרױסן אַרױס.  זי װערט אונטערגעכאַפּט פֿאַר די הענט פֿון בײדע זײַטן: פֿון אײן זײַט איציק, פֿון דער אַנדערער זײַט קאָפּל, װערט אַרײַנגעכאַפּט אין רעדל אַרײַן.  אַלע זינגען און טאַנצן.  זי רײַסט זיך מיט אַלע כּוחות, נאָר זי מוז נאָכטאַנצן מיט אַלע אין קאָן.  פּונקט אױף דער מיטן דרײט זיך סאַשקע מיטן הינטל, מאַכט פֿיסלעך אַקעגן דער מוטער.  איציק גיט אונטער אַלעמען היץ, זינגט.  אַלע העלפֿן אים, אַלע דרײען זיך, װי אַ װיכער.  ― פֿון אױבן, פֿון די טרעפּ אַראָפּ, קוקט מיט גרױסע אױגן דער נגיד, אַ שײנער ייִד מיט אַ צילינדער־הוט און מיט אַ שטעקל, װײַזט אױס, נאָר װאָס געקומען פֿון גאַס, זעט דאָס בילד, פֿאַרשטײט ניט װאָס דאָס זאָל באַדײַטן.  ער טוט זיך אַ לאָז אַראָפּ, הײבט אױף דעם שטעקן מיט גרױס אױפֿרעגונג, שרײַט עפּעס, נאָר מע הערט ניט װאָס.  אין אײן מינוט װערט ער אַרײַנגעכאַפּט אין רעדל אַרײַן, און ער מוז טאַנצן מיט אַלע אין אײנעם.  פֿונעם געזאַנג אַרױס הערט זיך איציקס קול.

איציק: טאַנצנדיק. פֿרײלעך!  ייִדן!  לעבעדיק!  אױס באַלעבאַטים!  אױס משרתים!  אַלע גלײַך!…  פֿאַרביטן די יוצרות!…  רב קלמן!  שטאַרקער!  לעדע־רידע־רײדאָם!  װאַך־טידע־ראָם! 

לאַנגזאַם פֿאַלט דער פֿאָרהאַנג.
איבערגעמאַכט פֿונעם אײנאַקטער „מזל־טובֿ“ אין די יאָרן 1906-1915