קאָמעדיעס: פֿאַרביטן די יוצרות

שלום עליכם (אַלע װערק)

אַ פֿרײלעכס אין אײן אַקט

די פּאַרשױנען:

צ ב י ה ־ ק ײ ל ע, אַ קעכן אין אַ רײַך הױז. אַ יונגע אַלמנה. מ אַ ש ע, אַ שטוב־מײדל. א י צ י ק, אַ משרת מיט אַ פּאַטלע האָר. טראָגט אַ גאָלדענעם סיגנעט. ק אָ פּ ל, אַ דינער אין אַן אַפּטײק. ק ל מ ן ד ל ו ת, אַ שוסטער, אַן אַלטער בחור. ס אַ ש ק ע, אַ נגידס אַ בחורל. ק ל אַ ר אַ צװײ נגידישע פֿרײַלנס. אַ נ אַ ד ע ר נ ג י ד, אַז אױפֿגעקומענער אַריסטאָקראַט. ד י נ ג י ד י ת, אַ מאַדאַם אין אַ געלן פֿאַריק.אַ גרױסע קיך אין אַ רײַך הױז. ― אױסגעהאַנגען אַ סך געפֿעס. אַף די װענט ― אילוסטראַציעס פֿון צײַטונגען און זשורנאַלן, אַ שפּיגל מיט אַ געשטיקט האַנטעכל, אַ פּאָר יאַפּאַנישע פֿעכער, קלײדלעך, קאָפֿטלעך. באַ דער זײַט אַ גרינער קאַסטן, אַ בעטל מיט אַ סך קישנס. ― צװײ טירן: אײנע אַרױף אין שטוב אַרײַן, מיט עטלעכע טרעפּלעך: די אַנדערע, אַ הינטערטיר, אין דרױסן אַרױס. ― צ ב י ה ־ ק ײ ל ע שטײט באַם אױװן מיט פֿאַרקאַטשעטע אַרבל, קאָכט װעטשערע.

צ ב י ה ־ ק ײ ל ע: (בראָקט אַ ציבעלע, זינגט אַ לידל). אױ, װוּ זײַט איר, יונגע יאָװאָרן? זאָגט, װוּ זײַט איר אַהינגעקיװעמען? צי מיטן פֿײַער פֿאַרברענט געװאָװאָרן? צי מיטן װאַסער אַװעקגעשװיװעמען?… אַז אָך און אַז װײ איז צו זײערע קעפּ, אַז צביה־קײלע נעבעך באַדאַרף זײַן באַ זײ אַ דינסט, און באַ די יונגע יאָרן, און נאָך אין אַזאַ שטוב מיט אַזעלכע קינדער, גאָט זאָל ניט שטראָפֿן פֿאַר די רײד!… (נעמט אַראָפּ אין אַ באַזונדער טעפּל פֿון אַלע מאכלים צו ביסלעך). אַ שטוב!… אַ קרעטשמע!… איטלעכער פֿרעסט אין אַן אַנדער צײַט… האַלט פֿאַר זײ אַ גאַנצן טאָג דעם אױװן, האַלטן זאָל זײ באַם בױך!… און װער שמועסט, אַז דער באַלעבאָס איז ניטאָ אינדערהײם… (גיסט אָפּ אין טעפּל אַרײַן, טרײסלט אָפּ די הענט, װישט זיך מיטן פֿאַרטעך). עי־עי־עי־עי! װי לאַנג בין איך אַלײן געװען באַ זיך אַ באַלעבאָסטע, באַ מײַן טיש מיט מײַן מאַן עלי־שלום… (זינגט). יאָרן יונגע! יאָרן גרינגע! װאָס זײַט איר אַזױ גיך אַװעק? עס זעט אײַך ניט קײן אײ־אײ־אײגל, עס יאָגט אײַך ניט קײן פֿײ־אײ־אײגל ― אַװעק, אַװעק, גאָר אָן אַן עק!… (עס הערט זיך אַ קלאַפּן אין דער הינטערטיר). װער קלאַפּט דאָס דאָרטן? מיט קאָפּ אָן װאַנט!… (פֿאַרכאַפּט זיך). אױ, װײ איז מיר, אַװדאי רב קלמן?… (לאָזט זיך צו דער טיר). אַ טײַערער ייִד דאָס איז, אָט דער קלמן דלות! האָט נעבעך ניט קײן גליק, אַזױ װי איך… און עלנט, אַזױ װי איך… (עפֿנט די טיר. עס קומט אַרײַן פֿון דרױסן ק ל ם ן ד ע ר ש ו ס ט ע ר, אַ ייִד פֿון אַ יאָר עטלעכע און דרײַסיק מיט אַ שװאַרץ בערדל, טראָגט אַ צוגעלעגערט קאַפּעלושל, מיט אַ קױטיקער מאַנישקע. מיט צו קורצע הױזן).

ק ל מ ן ד ל ו ת: אַ גוטן אָװנט אײַך, צביה־קײלע! װאָס מאַכט איר גוטס? געגאַנגען פֿאַרבײַ, געזען עס לײַכט זיך באַ אײַך, טראַכט איך מיר: לאָמיך אַרײַנגײן אַף אַ װײַלעטשקע זיך אָפּרוען. מע זיצט באַם װאַרשטעק, װערט מען פֿאַרזעסן, צו אַלדי גוטע יאָר… (כאַפּט אַ קוק אין אױװן). נאָך זײַט איר באַם אױװן? אַזױ שפּעט!

צ ב י ה ־ ק ײ ל ע: (טראָגט אים צו אַ בענקל). זיצט, רב קלמן!… שפּעט, זאָגט איר? דאָ, אין דער שטוב, מוז מען אַ גאַנצן טאָג און אַ גאַנצע נאַכט שטײן באַם אױװן, שטײן זאָלן זײ אין געהאַקטע װוּנדן! אַ שטוב איז דאָס? אַ קרעטשמע!… און װער שמועסט, אַז דער באַלעבאָס איז ניטאָ אינדערהײם!…

ק ל מ ן ד ל ו ת: אַזױ? איז ער ניטאָ גאָר אינדערהײם? װוּ איז ער דען?

צ ב י ה ־ ק ײ ל ע: װײס זײ דער שװאַרצער יאָד!… אפֿשר װעט איר טרינקען אַ גלעזל טײ? אָדער גאָר עפּעס צובײַסן? (טראָגט אים אונטער פֿונעם קלײנעם טעפּעלע).

ק ל מ ן ד ל ו ת: (רוקט זיך צו צום טעפּעלע). אַ דאַנק, למאַי זאָלט איר זיך מטריח זײַן?

צ ב י ה ־ ק ײ ל ע: פֿאָרט ער נאָר אַרױס פֿון דער הײם, אַזױ קערט מען איבער די שטוב מיטן קאָפּ אַראָפּ… אַלעמאָל, װען ער פֿאָרט אַװעק, מוז זיך עפּעס טרעפֿן אַן אומגליק… אָט איז געװען באַ אונדז נעכטן אַן „אָביסקע“. פּאָליציע, זשאַנדאַרן און סאָלדאַטן זײַנען אַריבער־ געפֿאַלן, איבערגעקערט די שטוב און צוגענומען אונדזער װאַלאָדקען אין קאָטשומענט אַרײַן. מסתּמא האָט איר געהערט שױן?… אפֿשר װעט איר נעמען פֿריִער אַ ביסל קאָניאַק? נישקשה, זײ האָבן גענוג… (גיסט אים אָן אַ גלעזל).

ק ל מ ן ד ל ו ת: אַ דאַנק, צו װאָס זאָלט איר זיך מטריח זײַן? איר װײסט דאָך, אַז איך בין ניט קײן טרינקער… לחײם! לאָז גאָט געבן… (טרינקט אױס). או! אַ האַרב גלעזל משקה!… אַזױ, אַזױ? האָט מען דעם בחור, הײסט עס, אַרײַנגעפּאַקט? אַ װױל בחורל װאַלאָדקע! װײסט איר ניט, פֿאַר װאָסערע מעשׂים טובֿים?

צ ב י ה ־ ק ײ ל ע: װײס זײ דער שװאַרצער יאָר! צעצעליסטן!…

למאַי אָט איז דער עלטערער זײערער, פּעטיע, גאָר פֿאַרפֿאַלן געװאָרן… (רוקט אים צו אַ טעפּעלע מיט אַ לעפֿל).

ק ל מ ן ד ל ו ת: (קוקט אַרײַן אין טעפּל). צו װאָס זאָלט איר

זיך מטריח זײַן?… אַזױ, אַזױ? פֿאַרפֿאַלן געװאָרן? (עסט גאַנץ אַפּעטיט־

לעך). װעדליק איך בין אַן עסער…

צ ב י ה ־ ק ײ ל ע: (גיסט אים אונטער זופּ). װי אין דער ערד אַרײַן! ס'איז אַפֿילו באַ אים ניט דאָס ערשטע מאָל. איך זאָל האָבן די ברכות, װיפֿל מאָל עס מאַכט זיך, ער קומט אַהײם שױן מיטן טאָג גלײַך, האָט מורא פֿאַרן באַלעבאָס, קלאַפּט ער צו מיר, איך זאָל אים אַרײַנלאָזן דורך דער קיכטיר… זאָלט איר זען דעמאָלט אַ פּנים באַ אים, װי אַף צו־להכעיס: די אױגן רױט, די האָר צעקאָשמעט, קױם װאָס ער האַלט זיך אַף די פֿיס… אפֿשר װעט איר נעמען, רב קלמן, אַ גלעזל װישניק? נישקשה, ס'איז באַ זײ דאָ גענוג!… (גיסט אים אָן).

ק ל מ ן ד ל ו ת: אַ דאַנק, למאַי זאָלט איר זיך מטריח זײַן? (פֿאַרזוכט). אַ שײנע מעשׂה, נאָר אָ קורצע! װוּ־זשע, למשל, קאָן ער זײַן, אָט דער פּעטיע אײַערער?

צ ב י ה ־ ק ײ ל ע: דער רוח װײס די בײנער זײערע!… אַ רחמנות, הערט איר, איז נאָר אַף איר, אַף דער באַלעבאָסטע נעבעך. װאָס זי צעװײנט! װאָס זי צעיאָמערט!… אפֿשר װעט איר נעמען נאָך אַ גלעזל? (גיסט אים אָן). טרינקט, ס'איז גוטער װישניק, בעסער פֿונעם בעסטן װײַן…

ק ל מ ן ד ל ו ת: אַ דאַנק, למאַי זאָלט איר זיך מטריח זײַן?… װעדליק איך בין אַ טרינקער… (טרינקט). װײסט איר, װאָס איך װעל אײַך דערצײלן, צביה־קײלע? אַז די װעלט זאָגט אַ װערטל: די קאַפּאָטע פֿאַרזעצן און אַ נגיד זאָל מען זײַן, איז ניט אומזיסט.

צ ב י ה ־ ק ײ ל ע: אַקעגן װאָס איז דאָס געקומען צו רײד?

ק ל מ ן ד ל ו ת: אַקעגן דעם, װאָס איר זאָגט װישניק… איך בין דערגאַנגען מיט מײַן שׂכל, אַז אַ נגיד איז טױזנט מאָל בעסער צו זײַן װי אײדער אַ קבצן, כאָטש אַפֿילו קאַרל מאַרק זאָגט, אַז קאַפּיטאַל איז סם־המװת…

צ ב י ה ־ ק ײ ל ע: װער איז דער מאַרק? (גיסט אים אונטער). טרינקט, רב קלמן, נאָך אַ קאַפּ!

ק ל מ ן ד ל ו ת: דאָס איז דער גרעסטער פֿון… פֿון… אַ דאַנק, למאַי זאָלט איר זיך מטריח זײַן? װעדליק איך בין אַ טרינקער…(טרינקט). קאַרל מאַרק איז דער װאָס נעמט זיך אָן אונדזער קריװדע. ער איז פֿאַר אונדז בעלי־מלאָכות, שטאָל און אײַזן. אַ קלײניקײט פּראָ… פּראָל… פּראָ־לעטאַריאט ― קױם אױסגערעדט!…

צ ב י ה ־ ק ײ ל ע: װאָס הײסט דאָס פּראָ… פּראָ… טפֿו! איך קאָן עס גאָרניט אַרױסרײדן! (דערגיסט אים דאָס גלעזל).

ק ל מ ן ד ל ו ת: אַ דאַנק, למאַי זאָלט איר זיך מטריח זײַן? װעדליק איך בין אַ טרינקער… (טרינקט און פּלאָנטעט מיט דער צונג). זאָגט מיר נאָך: פּראָ… פּראָ… טע… פּראָלע… פּראָט ― טפֿו! לאָז דאָס גײן אין דער ערך! זאָגט מיר בעסער, צביה־קײלע סערדצע, װאָס איך װיל אײַך פֿרעגן: אַ שטײגער, כּדומה למשל, ס'זאָל זיך אײַך מאַכן אַ פּראָל… פּראָל… פּראָלעטאַריאַט, מײן איך אַ גלײַכער שידוך… אַ שטײגער, כּדומה, אַ בעל־מלאָכה, אַ חבֿרה־מאַן, פֿון די, װעלכע קאַטאָרע, איר פֿאַרשײט?… װאָס טרינקט ניט… סײַדן אַמאָל, אַז עס מאַכט זיך… איר פֿאַרשטײט? מען איז דאָך ניט מער װי אַ לעבעדיקער מענטש… און דאָס איבעריק דאַרפֿט איר שױן אַלײן פֿאַרשטײן…

צ ב י ה ־ ק ײ ל ע: (ברעקלט זיך, דרײט דעם שפּיץ פֿאַרטעך). אַז איר רעדט אַזױ פֿאַרשטעלט… (רוקט אים אונטער אַ ביסל אײַנגע־מאַכט). פֿאַרבײַסט, רב קלמן, פֿאַרװאָס פֿאַרבײַסט איר ניט?

ק ל מ ן ד ל ו ת: אַ דאַנק, למאַי זאָלט איר זיך מטריח זײַן? װעדליק איך בין אַ טרינקער… (עסט). װילט איר, איך זאָל אײַך זאָגן אָפֿנטלעך? (עס הערט זיך אַ קלאַפּ אין טיר פֿון דרױסן).

צ ב י ה ־ ק ײ ל ע: װעמען טראָגט דאָס שױן דער רוח? (זי רױמט אױף געשװינט פֿונעם טישל, פֿאַרגעסט דאָס פֿלעשל װישניק, גײט צו דער טיר. קלמן דלות שלעפּט אַרױס פֿון קעשענע אַ ביכל, פֿאַרטיפֿט זיך כּלומרשט). װער איז דאָרטן?

אַ ק ו ל פֿ ו ן י ע נ ע ר ז ײַ ט ט י ר: ס'איז איך!

צ ב י ה ־ ק ײ ל ע: װער איז געװען דער איך?

ד אָ ס ק ו ל פֿ ו ן י ע נ ע ר ז ײַ ט ט י ר: אַ מענטש, ניט קײן רוח!

צ ב י ה ־ ק ײ ל ע: ס'איז דו, איציקל?

ד אָ ס ק ו ל פֿ ו ן י ע נ ע ר ז ײַ ט ט י ר: װאָס עפּעס איציקל? װאָס האָט איר מיך פֿאַרצױגן אַף אַ שטריקל? איציק איז ניט איציקל. גיכערט, עפֿנט אױף, אין דרױסן איז ניט געהײצט…

צ ב י ה ־ ק ײ ל ע: ברענען זאָלסטו אַפֿן פֿײַער, משומד אײנער! (עפֿנט אױף מיט כּעס די טיר, און עס קומט אַרײַן א י צ י ק ד ע ר ם ש ר ת, אַ יונג מיט אַ סיגנעט און מיט אַ קײט, טראָגט אַף זיך אַ פֿרעמדן פּידזשאַק, װאָס הענגט אַף אים ברײטלעך־לעפּעשעװאַטע, אַ רױטן שניפּס, געלע שיך, װײַסע האַנטשוען).

א י צ י ק: (טוט אױס די האַנטשוען, ברײט). אַ גוטנאָװנט אײַך, צביה־קײלע! אַ גוטנאָװנט אײַך, רב קלמן! אַ גוטער נאָװנט זאָל זיך אַרײַנכאַפּן אין אײַך בײדן! ס'איז באַ אײַך דאָ װאַרעם װי אין אַ באָד, קײן עין־הרע, רײן און ציכטיק, װי באַ מײַן מאַמען פֿלעגט צו זײַן ערבֿ פּסח, בשעת דער טאַטע האָט נאָך אַרומגעטיאָפּקעט מיטן פֿערדל איבער דער בלאָטע (גײט צו צום טישל, גיסט זיך אָן אַ גלעזל װישניק). געניסט, רב יצחק! װי מײַן באַלעבאָסטע־לעבן זאָגט צו אירע געסט, בשעת זי איז זײ מכבד מיט װערעמיקע ניסלעך. (טרינקט). װוּ איז ערגעץ מאַשענקע?

צ ב י ה ־ ק ײ ל ע: (רײַסט אַרױס באַ אים דאָס גלעזל). אַװעק, משומד, ניט אַף דײַן מיסט געװאַקסן!… װאָס באַדאַרפֿסטו מאַשען? און װאָס ביסטו אַזױ אױסגעפּוצט? און װאָס הערט זיך עפּעס באַ אײַך? װאָס מאַכן דײַנע באַלעבאַטים?

א י צ י ק: מיט די זײַטן לאָזן זײ אײַך מאַכן! מיוחסים! האָבן זיך אײַנגעשמועסט, אַז נאָר זײ זײַנען לײַט, און אַלע איבעריקע זײַנען גאָנרישט מיט גאָרנישט… (צום שוסטר). װאָס לײענט איך, רב קלמן?…

ק ל מ ן ד ל ו ת: װאָס איך לײען? װעגן קאַרל מאַרק און װעגן קאַפּיטאַל…

א י צ י ק: װאָסער מאַרק? און װעמענס קאַפּיטאַל? װאָסערע לאָקשן? און װאָסערע פֿלױמען?

ק ל מ ן ד ל ו ת: װעגן מאַרקס מעטאָדע, װיִאַזױ צו קאַפּיטאָ־ליזירן דעם פּראָ… פּראָט… פּראָלעטאַריאַט; אָדער װיִאַזױ צו פּראָ… פּראָ־לעטאַריזירן די קאַפּיטאַליזאַציע…

א י צ י ק: און איר פֿאַרשטײט, װאָס איר לײענט? און איר האָט נאָך אַלע צײן אין מױל?

צ ב י ה ־ ק ײ ל ע: האָבן זאָלסטו קדחת, רבונו־של־עולם! אַ שפּראַך פֿון אַ מענטשן! (עם קומט אָן פֿון אױבן מ אַ ש ע מיט אַ פּעקל װעש, דערזעט איציקן).

א י צ י ק: אַ גוטנאָװנט דיר, נשמה מײַנע! דו זאָלסט ניט זײַן אַזױ אָנגעלאָדן מיט העמדער און מיט אונטערהױזן, װאָלטן מײַנע בלאַסע ליפּן זיך באַהעפֿט מיט דײַנע רױטע באַקן, װי באַ רב קלמנען אין ביכל שטײט געשריבן…

מ אַ ש ע: אין דער ערד מיטן קאָפּ! נאַ דיר אַזאַ שלים־מזל! װאָס האָסטו זיך אַזױ אױסגעפּוצט, װי צו דער פּגירה?

צ ב י ה ־ ק ײ ל ע: יאָ, נו, עפּעס איז ער מיר הײַנט צו יום־טובֿדיק!

א י צ י ק: װאָס דען? אַ מענטש לעבט אײן מאָל, ניט קײן צװײ מאָל, װי מײַן טאַטע פֿלעגט זאָגן, אַז ער האָט ניט געהאַט אַף שבת און די מאַמע האָט אים באַגראָבן… זאָג נאָר, מאַשוטקע, װאָס מאַכט עפּעס מײַן יונגן באַלעבאָס כּלהכן?

מ אַ ש ע: דײַן טאַטנס עסק?

א י צ י ק: מסתּמא אַז איך פֿרעג, איז ניט אומזיסט, װי מײַן שװעסטער האָט אַמאָל געזאָגט, בשעת איך האָב געכאַפּט אַ פּאַטש גאָר אומגעריכט… איך האָב צו איר אַ בריװל פֿון מײַן יונגן באַלעבאָס. ער איז דאָס אין איר פֿאַרליבט אַ ביסל, נאָך מער װי איך אין דיר… (װיל אַ גלעט טאָן מאַשען).

מ אַ ש ע: (גיט אים איבער די הענט). פּאַװאָליע מיט די הענט, דו שאַרלאַטאַן!

א י צ י ק: (צו קלמנען). אָט אַזױ, װי איר זעט, האָבן מיר קײן גליק נישט, ניט איך, ניט מײַן באַלעבאָס… מיר זײַנען מיט זײ אַדרבה ואַדרבה, און זײ זײַנען מיט אונדז קידער־װידער… מײַן אַראָנטשיק װיל זי, גײט אױס חתונה האָבן, און זי זאָגט ― זי האָט נאָך צײַט, װי מײַנער אַ באַקאַנטער זאָגט, אַז דער שנײַדער קומט צו אים מאָנען פֿאַר גענײ און ער האָט אַ מכּה ניט קײן געלט…

מ אַ ש ע: איך האָב מורא, אַז דײַן באַקאַנטער ― דאָס ביסטו אַלײן…

א י צ י ק: און איך האָב מורא, אַז איר דרײט דער װעלט אַ קאָפּ. איר דרײט אַזױ לאַנג, ביז איר פֿאַרדרײט אי זיך, אי יענעם…

מ אַ ש ע: אָבער דיר האָט נאָך לעת־עתּה קײנער ניט פֿאַרדרײט קײן קאָפּ?

א י צ י ק: ביז אַהער ― געלױבט דער אײבערשטער, אָ חוץ דיר…

מ אַ ש ע: לעבן זאָלסטו אַזױ!

א י צ י ק: אָמן, גם אַתּם!

צ ב י ה ־ ק ײ ל ע: טאָמער װאָלט געװען גענוג צו שאַרפֿן די צינגלעך? זאָג בעסער, װאָס טוסטו דאָ אַזױ שפּעט טאַקע אַף דער רעכטער אמת?

א י צ י ק: אַף דער רעכטער אמת זאָג איך דאָך אײַך, אַז איך האָב געבראַכט אַ בריװל פֿון מײַן יונגן באַלעבאָס צו אײַער אַניוטען, און געבעטן האָט ער מיך, איך זאָל אים ברענגען תּשובֿה. (שלעפּט אַרױס דאָס בריװל פֿון דער אונטערשטער קעשענע). ער האָט מיר אָנגעזאָגט, למען־השם, איך זאָל דאָס בריװל ניט װײַזן קײנעם, אָפּגעבן גלײַך צו איר אין די הענט אַרײַן… נאָר װאָס דען? מיר װעלן דאָס פֿריִער פּאַװאָלינקע אױפֿעפֿענען, אַ קוק טאָן אומיסטן, װאָס שרײַבט ער דאָרטן? (צו צביה־קײלען). געפֿינט זיך ניט באַ אײַך אַ ביסל הײס װאַסער און אַ שאָלעכץ פֿון אַן אײ, װעלן מיר דאָס מאַכן װי עס געהער צו זײַן… ס'איז ניט דאָס ערשטע מאָל באַ מיר, װי מײַן פֿעטער האָט געזאָגט, בשעת מע האָט אים אײַנגעזעצט אין חד־גדיא… (צביה־קײלע גיט אים אַ טעלער מיט הײס װאַסער און אַ שאָלעכץ פֿון אַן אײ. ער באַנעצט דאָס בריװל פֿון דער אַנדערער זײַט). ס'איז באַ מיר, פֿאַרשטײט איר, אַזאַ חולאת ― איך האָב ליב אַלצדינג װיסן, איך שטאַרב אַװעק!

מ אַ ש ע: דו שטאַרבסט אַװעק? איך װעל זאָגן נאָך דיר קדיש. (קוקט, װי איציק עפֿנט דעם קאָנװערט).

צ ב י ה ־ ק ײ ל ע: אַ בעלנות צו עפֿענען פֿרעמדע בריװ! אַנו, װאָס שטײט דאָרטן?

א י צ י ק: (ציט אַרױס דאָס בריװל). איך זע, איר זײַט אַלע זײער גײַציק צו האָרכן נײַס… דער חסרון, װאָס מײַן יונגער באַלעבאָס שרײַבט צו איר אַף רוסיש. און מיר האָט דער דאָקטער אָנגעזאָגט טױזנט מאָל, אַז „שעות“ קאָן מיר שאַטן צו די אױגן… לאָז אַן אַנדערער שױן לײענען, װי מײַן ברודער האָט געזאָגט, בשעת מע האָט אים אױפֿגערופֿן צו מפֿטיר צו זײַן בר־מצװה… רב קלמן, איר װילט פֿאַרדינען עולם־הבא? נאַט לײענט זײ דאָס בריװל, נאָר פּאַװאָליע ניט געכאַפּט, װאָרט באַ װאָרט, ס'איז ניט קײן הײסע לאָקשן, װי מײַן מאַמע פֿלעגט מיר זאָגן בשעת בענטשן און טאַקע אין אײנװעגס שענקען אַ פּאָר פּעטש אױך, גלאַט אַזױ זיך, פֿון הײמלעכקײט װעגן… נו, רב קלמן, רירט זיך, טוט אָן די בריל און לאָמיר הערן די מגילה…

ק ל מ ן ד ל ו ת: (טוט אָן די ברילן, לײענט). „ליבע טײַערע אַנאַ! איך בין ניט אימשטאַנד אַרױסצוזאָגן, װי װײַט איך בין געקרענקט פֿון דעם, װאָס איך קאָן צו אײַך אין שטוב ניט קומען און פּערזענלעך מיט אײַך זיך זען! פֿון זינט מע האָט צוגענומען אײַער װאַלאָדיען אין טורמע, לאָזט מען מיך ניט אַרױס פֿון שטוב, מע היט מיר די טריט, ממש איך בין פֿרײַלאָז, איך בין אַרעסטירט, איך בין אין תּפֿיסה… טײַערע, טײַערע אַנאַ! איר בעט אײַך, פֿאָרט ניט קײן זשענעװע! בלײַבט דאָ, לאָז איבערגײן אַ קלײנע צײַט, מײַנע עלטערן װעלן זען, אַז איר פֿאָרט ניט, װעט זײ איבערגײן דער קאַפּריז, און זײ װעלן אײַנװיליקן צו אונדזער שידוך, און דעמאָלט ― אָ! דעמאָלט, נאָך דער חתונה, װעלן מיר זײַן פֿרײַ צו טאָן װאָס מיר װילן! מיר װעלן דעמאָלט בײדע קאָנען פֿאָרן קײן זשענעװע“…

צ כ י ה ־ ק ײ ל ע: װוּהין קלײַבן זײ זיך עס פֿאָרן, אַ מכּה זײ?

מ אַ ש ע: איר הערט דאָך, אַז קײן זשענעװע.

צ ב י ה ־ ק ײ ל ע: װוּ איז דאָס? װײַט פֿון דאַנען?

מ אַ ש ע: דאָס דאַרף זײַן אין קאַרלסבאַד מסתּמא. אַלע זומער פֿאָרן זײ קײן קאַרלסבאַד.

א י צ י ק: (צו מאַשען). אַזױ זאָגסטו? קאַרלסבאַד! װוּ איז קאַרלסבאַד? װאָס איז קאַרלסבאַד? מיט װאָס עסט מען קאַרלסבאַד?

מ אַ ש ע: װאָס זאָגט איר אַף זײַן טאַטן? אַזױפֿיל, װי דו װײסט, װײס איך נאָך געװיס, און אפֿשר נאָך אַ ביסל מער!

א י צ י ק: אַ נײַע װײסערן געװאָרן! דו װײסט מער פֿון אַ טױטן! װוּ האָסטו זיך אָנגעהערט אַזעלכע זאַכן? באַ דײַנע באַלעבאַטים אפֿשר? װער זײַט איר? שױן לאַנג זײַט איר געשטאַנען מיט פֿיש איז מאַרק? געקומען אַהער קײן אַדעס, געװאָרן גאַנצע סטיקראַטן, און האָבן חשק זיך משדך זײַן מיט אונדז, מיט די פֿינקלשטײנס!

מ אַ ש ע: אײַ־אײַ־אײַ! אַ גליק! פֿינקלשטײנס! װאָס איז מיט אײַך דער ייִחוס אַזױ גרױס?

א י צ י ק: ע, ביסטו דאָך טאַקע אַ ציג, און אפֿשר טאַקע אַ גאַנצע בהמה, אַז דו פֿרעגסט גאָר אַזעלכעס!… מיר שטאַמען אַרױס ― דו װײסט פֿון װעמען? אַזש פֿון דעם גרױסן, גרױסן… תּרחן! האָסט געהערט אַמאָל דעם נאָמען תּרח?

מ אַ ש ע: באַגראָב דיך מיט אים אין אײן גריבל!

א י צ י ק: בתּנאַי, אַז דו זאָלסט זײַן אַ דריטע…

צ ב י ה ־ ק ײ ל ע: עס װעט זײַן אַמאָל אַ סוף, צי נײן? (צו קלמנען). לײענט, רב קלמן, װאָס הערט איר זײ?

ק ל מ ן ד ל ו ת: (לײענט װײַטער). „טײַערע אַנאַ! איך װײס, אַז ס'איז פֿאַר אײַך שװער דאָ צו זײַן. איך װײס, אַז איר האָט צרות ניט אַזױ פֿון די עלטערן, װי פֿון דער שטוב, און איבערהױפּט פֿון די צװײ שײנע לײַט, דער שאַרלאַטאַן פּעטיע און די פּוסטע קלאַראַ. אַנאַ! איך בין זיך מודה ― איך בין צו שװאַך, איך האָב קײן העלדנמוט ניט, אָבער אַ האַרץ האָב איך, אַ נשמה ― און די בײדע, דאָס האַרץ און די נשמה, געהערן צו אײַך, צו אײַך, טײַערע אַנאַ!… אַלזאָ, נאָכאַמאָל: איך בעט אײַך, פֿאָרט ניט קײן זשענעװע! האָט אַ ביסעלע געדולד, װעלן מיר נאָך דער חתונה בײדע פֿאָרן בעסער קײן מאָנטעקאַרלאָ, אָדער גאָר קײן פּאַריז!… האָט רחמנות אַף אײַער אומגליקלעכן אַראָנטשיק פֿינקלשטײן“.

א י צ י ק: (װישט זיך די אױגן). נו? קאָן דאָס ניט נעמען קײן שטײן? (צו מאַשען). איר זײַט דאָך װערט, אַלע מײדלעך, מע זאָל אײַך אױפֿהענגען אײנציקװײַז אַף אײן שנירעלע, דערפֿאַר װאָס באַ אײַך איז ניט קײן האַרץ, נאָר אַ קנױל בײַנװעלעך, װי מײַן זײדע פֿלעגט זאָגן צו דער באָבע, בשעת זי האָט ניט געװאָלט, ער זאָל שמעקן טאַבעקע…

מ אַ ש ע: װער שױן געהאַנגען בעסער אַלײן!

א י צ י ק: אָמן גם אַתּם… (עס הערט זיך אַ קלאַפּן אין דער הינטערטיר).

צ ב י ה ־ ק ײ ל ע: (הױך). װער איז?

אַ ק ו ל פֿ ו ן י ע נ ע ר ז ײַ ט ט י ר: ס'איז איך!

צ ב י ה ― ק ײ ל ע: אַ נײַעם איך האָט געבראַכט דער רוח!… (עפֿנט אױף די טיר. עס קומט אַרײַן ק אָ פּ ל פֿ ו ן ד ע ר אַ פּ־ט ײ ק, אַ טרוקענער נפֿש מיט אַ געשאָרן גרױ בערדל, דאָס אונטערשטע האַלבע פּנים העכער פֿונעם אײבערשטן אַרױסגעשטעלט. רעדט סאָנאָטאָ־נע, װי ברוגז).

א י צ י ק: ברוך הבא, אַ ייִד רב קאָפּל פֿלעשלװאַסער, דעם גרױסן פֿלעשלװאַסערס אַן אײניקל! װאָס טוט א י ר דאָ?

ק אָ פּ ל: (קוקט ניט אַף איציקן, רעדט צו די דינסטן ברוגז). מײַן פּרינציפּאַל הער שלײַען האָט מיר געהײסן אַװעקװאַרפֿן אַלע געשעפֿטן מיט אַלע מלאָכות און מיט אַלע פֿלעשלעך, און אָנגזאָגט, איך זאָל די רגע מיך דורכגײן צו קאָלאָראַדאַ מיראָנאָװנאַ…

א י צ י ק: װער איז די חיה?

מ אַ ש ע: דאָס מײנט ער אונדזער קלאַרען. (צו קאָפּלען). אַף װאָס דאַרפֿט איר זי?

ק אָ פּ ל: אַף כּפּרות… מײַן פּרינציפּאַל הער שלײַען האָט מיר געזאָגט, איך זאָל די רגע אָפּטראָגן צו איר אַ בריװל…

א י צ י ק: אַ בריװל? גיט אַהער! דאָ עפֿנט מען בריװלעך…

ק אָ פּ ל: זינט איך לעב, זינט איך שטײ אַף מײַנע פֿיס! װאָס הײסט, דאָ עפֿנט מען בריװלעך? װער עפֿנט? צו װאָס עפֿנט מען זײ?

א י צ י ק: װאָס פֿאַרשטײט איר דאָ ניט, פֿאַרשטאָפּטער מוח? די בריװ, אײדער מע גיט זײ איבער אַרױף אין שטוב אַרײַן, װערן פֿריִער דורכגעלײענט אָט דאָ אין קיך… האָט איר שױן צעקײַעט, צי נאָך ניט? (צו קלמן דלות). רב קלמן, זײַט־זשע מוחל, טוט אָן צוריק די ברילן. (צו קאָפּלען). פּרא־אָדם! װאָס זײַט איר געבליבן שטײן, גלײַך װי אײַער פּרינציפּאַל װאָלט אײַך דערלאַנגען מיט אַ פֿלעשל אין האַלדז־און־נאַקן? גיט שױן אַהער דאָס בריװל, װעלן מיר דאָס עפֿענען, איבערלײענען און צוריק פֿאַרחתמענען מיט אַ װײַסכן פֿון אַן אײ, שױן אינאײנעם מיט מײַן פּרינציפּאַלס בריװל. איר קאָנט זיך אַף מיר פֿאַרלאָזן, איך בין אַף די זאַכן אַ רעכטער בעל־מלאָכה, װי מײַן רבי פֿלעגט זאָגן, בשעת ער האָט געהאַלטן באַ אױפֿשנײַדן אַ קאַװען…

ק אָ פּ ל: (קנײטשט מיט די פּלײצעס). זינט איך לעב, זינט איך שטײ אַף מײַנע פֿיס… מײַן פּרינציפּאַל הער שלײַען האָט מיר אָנגעזאָגט למען־השם, איך זאָל מיך ניט דערװעגן איבערגעבן דאָס בריװל דורך קײן אַנדערן, נאָר גלײַך צו קאָלאָראַדאַ מיראָנאָװנאַ אין די הענט אַרײַן, װאָרעם ס'איז, פֿאַרשטײט איר מיך, אַ סוד…

א י צ י ק: װאָס זאָגט איר צו זײַן קאָפּ? אַדרבה, װײַל ס'איז אַ סוד, באַדאַרף מען זען אין װאָס באַשטײט ער, אַ ניט ― װאָס דאַרפֿן מיר דאָס, װעלכע שװאַרצע יאָר?… נו, מאַכט נאָר ניט קײן שהיות, רב פֿלעשלװאַסער, גיט אַהער דאָס בריװל, די נאַכט שטײט ניט!…

ק אָ פּ ל: (קנײטשט מיט די פּלײצעס). נננו! זינט איך לעב, זינט איך שטײ אַף מײַנע פֿיס, האָט זיך מיר אַזעלכעס ניט געחלומט אַפֿילו!… (טראָגט צו איציקן דאָס בריװל).

א י צ י ק: (עפֿנט אױף דעם קאָנװערט פֿון דער לינקער זײַט. ציט אַרױס דאָס בריװל, באַטראַכט דאָס פֿריִער פֿון אַלע זײַטן, גיט דאָס איבער צו קלמנען). נו, רב קלמן, שנײַדט װײַטער, װי מײַן מאַמע פֿלעגט זאָגן, בשעת ער איז פֿאַרטיק געװאָרן מיט אײן טעלער און געהײסן געבן זיך נאָכאַמאָל…

ק ל מ ן ד ל ו ת: (טוט אָן די ברילן, לײענט). „מײַן טײַער טײַבעלע, נשמה מײַנע, קלאַראַ מיראָנאָװנאַ! איך בין אײַך מודיע, אַז באַ מיר איז שױן אַלץ פֿאַרטיק צו דער רײַזע, איך האָב שױן אַלע פּאַפּירן גרײט, איך האָב שױן אַפֿילו אַ פֿור אױך באַשטעלט. דאָס שטעטל איז ניט װײַט פֿון דאַנען. איך האָב דאָרטן אַ באַקאַנטן, אױך אַ פֿאַרמאַצעװט, שרײַבט ער מיר, אַז פֿאַר אײן פֿינפֿאונצװאַנציקער װעט אונדז דער דאָרטיקער רב געבן חופּה וקידושין… פֿאַרגעסט נאָר ניט מיטנעמען מיט זיך אײַער גט מיט אײַערע מעטריקעס… אַך, װי גליקלעך איך בין, אַז איך דערמאָן זיך, אַז ניט מער װי אין פֿיר און צװאַנציק שעה אַרום באַפֿרײַ איך אײַך, מײַן טײַער טײַבעלע, פֿון געפֿענקעניש, און איר װעט ניט דאַרפֿן אָנקוקן מער די נמאסדיקע פּנימער פֿון אײַערע דעספּאָטישע עלטערן און פֿון אײַערע מטורפֿדיקע ברידערלעך, און איבערהױפּט ― פֿון אײַער געשאָרענער שװעסטער אַניוטאַ, װעלכע איך האָב פֿײַנט גלײַך אַזױ װי איר, מעגט איר מיר גלײבן אַף מײַנע הײליקע נאמנות!… זײַט גרײט צו דער באַשטימטער שעה, טײַערע נשמה, מײַן שײנע, גוטע, ערלעכע, געטרײַע קלאַראַ מיראָנאָװנאַ! פֿון מיר אײַער איבערגעגעבנסטער קנעכט, װאָס קושט אײַך הינטער די אױגן צען טױזנט מאָל, אַקים לװאָ־װיטש שלײַען“.

א י צ י ק: בראַװאָ! יענער שרײַט גװאַלד: ניט פֿאָרן, דער האַלט דװקא באַ פֿאָרן ― דול און משוגע קאָן מען פֿון זײ װערן! אַצינד דאַרף מען זיך נעמען צוריק פֿאַרחתמענען די בריװלעך… (ער נעמט זיך צום װײַסכן פֿונעם אײ, טראָגט צו בײדע בריװלעך מיט די קאָנװערטן צו קלמנען). אַנו, רב קלמן, זײַט־זשע מוחל, װעלכער איז צו אַנען און װעלכער איז צו קלאַרען, אָדער צו קאָלאָראַדען? עס קאָן דאָ חלילה אַרױס אַ מיאוסער טעות… (קלמן באַװײַזט אים. ער לײגט אַרײַן די בריװלעך אין די קאָנװערטן, באַשמירט מיטן װײַסכן פֿון אײ, גיט איבער מאַשען). נאַ, מאַשוטעטשקע, נשמהניו, גײ טראָג זײ אָפּ די בריװלעך, לאָזן זײ זיך קװיקן…

מ אַ ש ע: װאָס פֿאַר אַ מאַשוטעטשקע בין איך דיר, ברענען זאָלסטו? (גײט אָפּ מיט די בריװלעך).

א י צ י ק: (צו מאַשען). אָמן גם אַתּם!… )צו צביה־קײלען). אַצינד גיט אַהער, מומעניו, נאָך אַ פּאָר גלעזלעך, װעלן מיר פֿאַרזוכן דעם װישניק אײַערן, װאָס פֿאַר אַ טעם ער האָט, און טאַקע אין אײנװענס טרינקען לחײם, װאָרעם מע דאַרף סײַ־וױ־סײַ שטאַרבן, װי מײַנער אַ באַקאַנטער שנײַדער האָט געזאָגט, בשעת ער האָט דערזען, אַז מע גיט צום טיש אַ פֿולע שיסל מיט הײסע לאַטקעס… טרינקט, רב קלמן!

ק ל מ ן ד ל ו ת: (אױפֿגעלעבט). אַ ייִד טרינקט דען? װען טרינקט אַ ייִד? אַ ייִד טרינקט אײן מאָל אין אַ שמיטה… לחײם, לאָז גאָט געבן, מע זאָל זײַן ייִדן, װאָרעם איך גײ מיר מיט מײַן גאַנג… איך זאָג, אַז אַ ייִד איז גאָר אַן אַנדער זאַך! אַ ייִד איז ניט קײן גױ… אַ גױ איז אַ גױ, און אַ ייִד איז אַ ייִד… דיזן, דאַזן ― איר פֿאַרשטײט, צי נײן?…

א י צ י ק: זעט איר, דאָס איז שױן אַן אױפֿטו! דאָס איז אַ שׂכל! אַ גױ איז אַ גױ, און אַ ייִד איז אַ ייִד. מער מע לעבט, מער עסט מען… צוליב דעם אַלײן מוז מען איבערסװיניאַטשען דעם פּסוק נאָכאַמאָל. (גיסט אָן. אַלע דרײַ טרינקען). איך האָב מיך דערמאָנט אַ לידל. איר דאַרפֿט עס קענען, רב קלמן, עס זינגט זיך אַזױ. איך װעל זינגען, און איר װעט מיר אונטערהעלפֿן. (צו קאַפּלען). און איר, פֿלעשלװאַסער, מעגט אױך אונטערהאַלטן. (זינגט).

גײט אַ גױ אין שענק אַרײַן, אין שענק אַרײַן, אין שענק אַרײַן. טרינקט זיך אױס זײַן פֿעסל װײַן, זײַן פֿעסל װײַן, זײַן פֿעסל װײַן. אַ ל ע ד ר ײַ: אױ, אױ אױ! שיכּור איז אַ גױ! שיכּור איז ער, טרינקען מוז ער, װײַל ער איז אַ גױ! שיכּור איז אַ גױ! שיכּור איז ער, טרינקען מוז ער, װײַל ער איז אַ גױ! א י צ י ק: נעמט אַ ייִד אַ גלעזעלע װײַן, אַ גלעזעלע װײַן, אַ גלעזעלע װײַן. שילט ער באַלד אין טאַטן אַרײַן, אין טאַטן אַרײַן, אין טאַטן אַרײַן. אױ, אױ, אױ! שיכּור איז אַ גױ…

(עס קומט אָן פֿון אױבן ס אַ ש ק ע מיט אַ הינטל אין דער האַנט, גײט אונטער שטיל צו צביה־קײלען, טראָגט איר אונטער דאָס הינטל צום האַלדז).

צ ב י ה ־ ק ײ ל ע: (טוט אַ שפּרינג אָפּ). פֿאַרכאַפּט זאָלסטו װערן, דו װעװריק אײנער, מיט דײַן הונט, די כּפּרה זאָלסטו זײַן מיט אים אינאײנעם! דו האָסט דאָך מיך איבערגעשראָקן כּמעט אַף טױט!

ס אַ ש ק ע: (לאַכט). ער האָט דיך דען אַ ביס געטאָן? מאָפּס בײַסט זיך ניט. מאָפּס איז אַ גוטינקער, אַ װױלינקער!… (טראָגט צו דאָס הינטל זיך צום פּנים).

א י צ י ק: (באַטראַכט דעם הונט). װי אַלט איז ער, ביז הונדערט און צװאַנציק יאָר, דאַרף איך פֿרעגן?

ס אַ ש ק ע: קײן האַלב יאָר נאָך ניט אַפֿילו.

א י צ י ק: קײן עין־הרע ניט! שטײט שױן אַלײן?

ס אַ ש ק ע: (לאַכט). צי ער שטײט שױן אַלײן? כאַ־כאַ־כאַ! איר זאָלט אים זען לױפֿן! פֿײַל אױסן בױגן! גיכער פֿון אַן אײַזנבאַן… אין אײן מינוט קאָן ער אײַך אָפּלױפֿן טױזנט מײַל!…

א י צ י ק: טאַקע באמת? מע קאָן ניט זאָגן, אַז ס'איז אַ גוזמא… װאָס קאָסט ער, דאַרף איך פֿרעגן?

ס אַ ש ק ע: (די הענט אין די קעשענעס). אָ! ער קאָסט גענוג! די מאַמע מײנט, אַז ער קאָסט ניט מער װי דאָס פֿינפֿערל, װאָס זי האָט באַצאָלט… דאָס װײס זי ניט, אַז אַ חוץ דעם פֿינפֿערל האָב איך שטילערהײט אונטערגעשמירט מיט נאָך עטלעכע פֿינפֿערלעך, זי זאָל ניט װיסן…

א י צ י ק: װוּ האָסטו גענומען פֿינפֿערלעך, דאַרף איך פֿרעגן? געמאַכט מיט די רױף?… (אַ מאַך מיט דער האַנט און אַ װוּנק מיט די אױגן).

ס אַ ש ק ע: (לאַכט). װער פֿרעגט דיך?… למאַי איך האָב נאָך געלט?…

א י צ י ק: עפּעס אַ סך?

ס אַ ש ק ע: טױזנט!… באַ דיר איז דאָס אַ סך, באַ מיר איז דאָס גאָרניט. איך זאָל װעלן, װאָלט איך געקאָנט האָבן נאָך! (נעמט אַרױס אַ בײַטעלע, קלינגט מיט דעם אין דער לופֿטן). אָט האָט מיר קלאַרע געגעבן עטלעכע גאָלדענע, ערשט נעכטן…

א י צ י ק: פֿאַרװאָס?

ס אַ ש ק ע: פֿאַר שװײַגן.

א י צ י ק: װאָס הײסט, פֿאַר שװײַגן?

ס אַ ש ק ע: איך זאָל שװײַגן. איך זאָל ניט זאָגן קײנעם, אַז זי האָט זיך געקושט מיטן פּראָװיזאָר אונטן אַף די טרעפּ, בשעת זי איז געגאַנגען אים באַגלײטן… (צביה־קײלע, קלמן און קאָפּל לאַכן).

א י צ י ק: בראַװאָ, סאַשקע, בראַװאָ! ביסט אַ װױלער בחור און אַ בעל־סוד, װאָס מע קריגט דאָס ניט! קום דערפֿאַר אַהערצו מיט דײַן קדיש, װעסטו פֿאַרזוכן אַזאַ משקה, װאָס דו האָסט אַזעלכעס באַ דײַן טאַטן קײנמאָל ניט געטרונקען! (גיסט אים אָן אַ גלעזל). אפֿשר האָסטו מורא, ס'איז צו שטאַרק?

ס אַ ש ק ע: איך האָב קײן מורא ניט פֿאַר צו שטאַרק. (פֿאַרזוכט). ס'איז דאָך אונדזער װישניק!…

צ ב י ה ־ ק ײ ל ע: (װערט רױט, קוקט ניט אין די אױגן אַרײַן, רעדט צו זיך). אַ מכּה אים!…

ס אַ ש ק ע: (פֿאַרזוכט נאָכאַמאָל). איך טרינק אים אַלע טאָג באַם טיש, אַמאָל אַ גלעזל, אַמאָל צװײ… איך קאָן אױסטרינקען דרײַ אױך, און פֿיר אױך, און צען, און צװאַנציק און דרײַסיק און טױזנט גלעזלעך אױך! נאָר מאָפּס טרינקט ניט… (טראָגט צו דעם הונט צו קלמנען גלײַך אין פּנים אַרײַן. קלמן שפּרינגט אָפּ). כאַ־כאַ־כאַ, ער האָט מורא פֿאַר אַ הונט! קוקט אָן אַ מאָרדע, קוקט אָן אױערן אַ פּאָר! (שטופּט אים דעם הונט).

ק ל מ ן ד ל ו ת: (שטופּט אים אָפּ). איך האָב ניט מורא, נאָר איך האַלט ניט פֿון קײן הינט… אַ ייִד האָט פֿײַנט אַ הונט… אַ ייִד איז ניט קײן גױ!… (זינגט). גײט אַ גױ אין שענק אַרײַן, אין שענק אַרײַן, איז שענק אַרײַן. טרינקט זיך אױס זײַן פֿעסל װײַן, זײַן פֿעסל װײַן, זײַן פֿעסל װײַן.

אַ ל ע: אױ, אױ אױ! שיכּור איז אַ גױ: שיכּור איז ער, טרינקען מוז ער, װײַל ער איז אַ גױ!…

ס אַ ש ק ע: (שטופּט דעם הונט קאָפּלען). װאָס זאָגסטו אַף מײַן הונט?

ק אָ פּ ל: (שפּרינגט אָפּ). זינט איך לעב… זינט איך שטײ אַף מײַנע פֿיס…

צ ב י ה ־ ק ײ ל ע: צו סאַשקען). לאָז צורו! קום בעסער אַהער, װעל איך אים געבן עסן.

ס אַ ש ק ע: (פֿרײלעך). לאַנג לעבן זאָלסטו, צביה־קײלע! דערפֿאַר האָב איך דיך ליב! (גיט דעם הונט עסן. עס קומט אָן מאַשע).

א י צ י ק: נו, מאַשעניו, מײַן לעבן? האָסט אָפּגעגעבן די בריװלעך אַקוראַט?

מ אַ ש ע: װאָס דען האָב איך געטאָן?

א י צ י ק: בראַװאָ! (טראָגט צו דאָס גלעזל צו די ליפּן און שיסט אױס אַ מוראדיקן געלעכטער. אַלע בלײַבן זיצן, קוקן זיך איבער).

צ ב י ה ־ ק ײ ל ע: װאָס איז דיר צוגעקומען, משומד אײנער?

ק ל מ ן ד ל ו ת: אַ ייִד איז פֿרײלעך. ס'איז אים גוט אַפֿן האַרצן, לאַכט ער… אַ ייִד איז ניט קײן גױ… אַ ייִד… (זינגט).

נעמט אַ ייִד אַ גלעזעלע װײַן, אַ גלעזעלע װײַן, אַ גלעזעלע װײַן. שילט ער באַלד אין טאַטן אַרײַן, אין טאַטן אַרײַן, אין טאַטן אַרײַן.

אַ ל ע: אױ, אױ אױ! שיכּור איז אַ גױ! שיכּור איז ער, טרינקען מוז ער, װײַל ער איז אַ גױ!…

א י צ י ק: (שיסט אױס נאָכאַמאָל אַ געלעכטער). אױ, ייִדן, איר זאָלט װיסן, װאָס דאָרטן טוט זיך! (װײַזט אַרױף אַף די טרעפּ).

צ ב י ה ־ ק ײ ל ע: (צו מאַשען). װאָס קװעלט ער אַזױ, דער משומד?

מ אַ ש ע: װײס אים דער רוח! ס'איז אים אָנגעקומען דאָס משוגעת…

ק אָ פּ ל: זינט איך לעב, זינט איך שטײ אַף מײַנע פֿיס…

א י צ י ק: (האַלט זיך באַ די זײַטן, לאַכט אַלעמאָל שטאַרקער). װאָס װײסט איר, װאָס פֿאַר אַ חתונה איך האָב אָנגעאַרבעט! איך האָב דאָך פֿאַרביטן די יוצרות… אַרײַנגעלײגט מײַן אַראָנטשיקס בריװל צו דער שײנער קאָלאָראַדע, און דעם אַפּטײקערס בריװל צו מײַן אַראָנטשיקס כּלהכן ― און לאָזן זײ זיך דאָרטן רײַסן װי די קעץ! (װערט שיִער ניט צעפּלאַצט פֿאַר געלעכטער).

צ ב י ה ־ ק ײ ל ע: (אַ פּליעסק מיט די הענט). אַ, דו משומד אײנער, װאָס האָסטו געטאָן?

מ אַ ש ע: (ברעכט די פֿינגער). אױ, אַ דונער איז מיר! אָט לױף איך זײ זאָגן. (לאָזט זיך לױפֿן. צביה־קײלע האַלט זי אָפּ).

צ ב י ה ־ ק ײ ל ע: װאָס װעסטו לױפֿן? איצט איז שױן פֿאַרפֿאַלן… מאַך שױן בעסער אַ שװײַג. לאָזן זײ זיך רײַסן, לאָזן זײ זיך בײַסן. אַ שײנע רײנע כּפּרה!

א י צ י ק: (קאַטשעט זיך). אױ, איך װעל דאָס ניט אױסהאַלטן!…

ק אָ פּ ל: (קנײטשט מיט די פּלײצעס). זינט איר לעב, זינט איך שטײ אַף מײַנע פֿיס!

ק ל מ ן ד ל ו ת: ער לאַכט, מהכתּיתי. װאָס אַרט אײַך, לאָז ער לאַכן, לאָז אַ ייִד אױך לאַכן… אַ ייִד איז ניט קײן גױ… אַ ייִד… (זינגט). שיכּור איז אַ גױ! שיכּור איז ער, טרינקען מוז ער, װײַל ער איז אַ גױ!

א י צ י ק: (צו קלמנען). אָט װעמען איך האָב ליב! לאָם איך האָבן אַזאַ יאָר, װאָס פֿאַר אַ ייִד דאָס איז! לחײם, רב קלמן! איר פֿאָלגט מיך, נעמט טרינקט לחײם צו אײַער צביה־קײלען, און לאָז זײַן אין אַ גוטער שעה! איר מײנט, מע װײס ניט, אַז איר שדכנט זיך צו איר? האָט קײן יסורים ניט, מע װײס, אַ װעלט שלאָפֿט ניט!… לאָם איך האָבן אַזאַ יאָר, װאָס פֿאַר אַ גלײַכער סליװעק דאָס איז! (גיסט זײ אָן בײדן אַ גלעזל װישניק). טרינקט לחײם און לאָז זײַן מיט גליק, פֿון דאַנען אין אַן אײגענער, װי מײַן פֿעטער האָט געזאָגט, בשעת מע האָט אים דאָס דריטע מאָל אַרײַנגעזעצט אין געפֿענקעניש… און דו, מײַן טײַערע נשמה, מאַ־שענקע, לעבן זאָלסטו מיר, דו מײנסט, איר װײס ניט, אַז דו האָסט מיך ליב? לאָם איך, למשל, ניט קומען צו גײן אַ טאָג, פֿליסטו דאָך צװאַנציק מאָל אַראָפּ אין קיך, זען, צי בין איך שױן געקומען, און לאָם איך קומען צו גײן ― שילטסטו מיך כּלומרשט מיט טױטע קללות… נאָר בלאָטע! איציקן נאַרט מען ניט! איציק װײס!… נאַ, זע, װאָס כ'האָב דיר געקױפֿט! (נעמט אַרױס און טוט איר אָן אַ קײטל אַפֿן האַלדז). ס'איז כּסף טהור רײן גאָלד, נאַרעלע װאָס דו ביסט. פֿאַרנוץ געזונט, װי מײַן רבי האָט געזאָגט מײַנעם אַ חבֿר, בשעת ער איז געפֿאַלן און האָט זיך צעשפּאָלטן אַ ליפּ… (טראָגט איר אונטער אַ גלעזל װישניק. זי קװענקלט זיך, באַטראַכט די קײט, באַװײַזט צביה־קײלען).

צ ב י ה ־ ק ײ ל ע: פֿאַרנוץ געזונט! (אַף איציקן). אָ משומד דאָס איז!

ק אָ פּ ל: (גײט צו צו מאַשען, באַטראַכט די קײט, קנײטשט מיט די פּלײצעס, גײט צוריק). זינט איך לעב! זינט איך שטײ אַף מײַנע פֿיס!…

א י צ י ק: מכּוח חתונה װעלן מיר שמועסן אַן אַנדערש מאָל. אַצינד דאַרף מען ברעכן טעלער. (נעסט פֿונעם פּריפּעטשיק צװײ טעלער, טוט זײ אַ װאָרף אין דער ערד אַרײַן). מזל־טובֿ אײַך, רב קלמן! מזל־טובֿ אײַך, צביה־קײלע! מזל־טובֿ דיר, מאַשענקע! מזל־טובֿ אײַך, רב יצחק אַלײן! (צו קאָפּלען). רב פֿלעשלשװענקער, גיט אונדז אָפּ מזל־טובֿ! מזל־טובֿ! (נעמט אַלעמען פֿאַר די הענט. רב קלמן שאָקלט זיך. צביה־קײלע רײַסט זיך. מאַשע קװענקלט זיך. קאָפּל קנײטשט מיט די פּלײצעס. מע גײט אַ ראָד. סאַשקע מיטן הונט ― אױך אין קאָן. איציק זינגט, קלמן העלפֿט אים צו).

אָבֿ איז אַ פֿאָטער, קדר איז אַ טאָטער, מים רופֿט מען װאַסער, װאַסער רופֿט מען מים, דאַרף מען טרינקען לחײם ― לחײם! לחײם! לחײם!

טײרערעדערידעראָם! טײרערעדערידעראָם! טידערידעראָם! לאַדערידערי־דעראָם! װאַכטידעראָם! רב קלמן! שטאַרקער! העכער!… קאָפּל! סאַשקע! פֿיסלעך!… טײרערעדעדידעראָם! טײרערעדערידעראָם! טידערידעראָם! לאַ־דערידערידעראָם! קאַכטידעראָם!… (עס עפֿנט זיך די שטובטיר און עם באַװײַזט זיך אַף דער שװעל ק ל אַ ר אַ, און באַלד נאָך איר אַ נ אַ).

ק ל אַ ר אַ: װער האָט געבראַכט דעם בריװ? (דערזעט דעם עולם טאַנצן, טוט אַ שפּרונג אָפּ צוריק).

אַ נ אַ: װער האָט געבראַכט דעם בריװ? (דערזעט קלאַראַן, טוט אַ שפּרונג אָפּ צוריק. ― דער עולם הערט אױף צו טאַנצן. מע בלײַבט שטײן פֿאַרגליװערט, יעדער אין אַן אַנדער פּאָזע).

ק ל אַ ר אַ: נאַ זע, װאָס דײַן תּכשיט שרײַבט צו דיר! )טוט איר אַ שמיץ דאָס בריװל אין פּנים אַרײַן).

אָ נ אַ: נאַ זע, װאָס דײַן נאַקעטער פּראָװיזאָר שרײַבט צו דיר! (אַ שמיץ דאָס בריװל אין פּנים אַרײַן).

א י צ י ק: (כאַפּט זיך באַ די זײַטן, קאַטשעט זיך פֿאַר געלעכטער). פֿאַרביטן די יוצרות! כאַ־כאַ־כאַ־כאַ־כאַ! אַ קאָמעדיע, װי איך בין אַ מענטש! כאַ־כאַ־כאַ־כאַ!

אַ ל ע: פֿאַרביטן די יוצרות! כאַ־כאַ־כאַ!… (עם װאַקסט אױס די נ ג י ד י ת, דערזעט די פֿלעשלעך מיט די גלעזלעך אַפֿן טיש און דעם עולם, װי מע איז פֿרײלעך און מע לאַכט, װענדעט זיך צו די טעכטער).

ד י נ ג י ד י ת: װאָס איז דאָ? װאָס טוט זיך דאָ? (צו די דינסטן). אַ װיסטער, אַ פֿינצטערער, אַ שלים־מזלדיקער חלום צו מײַנע שׂונאימס קעפּ און צו אײַערע הענט און פֿיס! װאָס איז דאָס? צביה־קײ־לע, װאָס איז דאָס פֿאַר שיכּורים באַ מיר אין קיך?!… װאָן פֿון דאַנען! װאָן, שיכּורים!!!…

א י צ י ק: (צו קלמנען). איר הערט, רב קלמן, אין װאָס מען איז אונדז חושד?

ק ל מ ן ד ל ו ת: (קױם װאָס ער פּלאָנטעט מיט דער צונג). שיכּורים? חס ושלום! װי קומט דאָס צו אַ ייִדן? ובפֿרט נאָך דער מעטאָדע פֿונעם שטאַנדפּונקט פֿון דער קאַפּיטאַליזאַציע אין די פֿאָרגעשריטענע עלעמענטן פֿונעם קאַפּיטאַל! װײס איך װאָס! אַ ייִד איז ניט קײן גױ… (זינגט, די איבעריקע העלפֿן אים מיט) אױ, אױ אױ! װײַל ער איז אַ גױ! שיכּור איז ער, טרינקען מוז ער, װײַל ער איז אַ גױ!…די נגידית, אױסער זיך, לױפֿט אַראָפּ פֿון די טרעפּ, כאַפּט פֿון די װענט די קלײדלעך, װיל אָנהײבן װאַרפֿן אין דרױסן אַרױס. זי װערט אונטערגעכאַפּט פֿאַר די הענט פֿון בײדע זײַטן: פֿון אײן זײַט איציק, פֿון דער אַנדערער זײַט קאָפּל, װערט אַרײַנגעכאַפּט אין רעדל אַרײַן. אַלע זינגען און טאַנצן. זי רײַסט זיך מיט אַלע כּוחות, נאָר זי מוז נאָכטאַנצן מיט אַלע אין קאָן. פּונקט אַף דערמיטן דרײט זיך סאַשקע מיטן הינטל, מאַכט פֿיסלעך אַקעגן דער מוטער. איציק גיט אונטער אַלעמען היץ, זינגט. אַלע העלפֿן אים, אַלע דרײען זיך, װי אַ װיכער. ― פֿון אױבן, פֿון די טרעפּ אַראָפּ, קוקט מיט גרױסע אױגן דער נ ג י ד, אַ שײנער ייִד מיט אַ צילינדעדהוט און מיט אַ שטעקל, װײַזט אױס, נאָר װאָס געקומען פֿון גאַס, זעט דאָס בילד, פֿאַרשטײט ניט װאָס דאָס זאָל באַדײַטן. ער טוט זיך אַ לאָז אַראָפּ, הײבט אױף דעם שטעקן מיט גרױס אױפֿרעגונג, שרײַט עפּעס, נאָר מע הערט ניט װאָס. אין אײן מינוט װערט ער אַרײַנגעכאַפּט אין רעדל אַרײַן, און ער מוז טאַנצן מיט אַלע אינאײנעם. פֿונעם געזאַנג אַרױס הערט זיך איציקס קול.

א י צ י ק: (טאַנצנדיק). פֿרײלעך! ייִדן! לעבעדיק! אױס באַלעבאַטים! אױס משרתים! אַלע גלײַך!… פֿאַרביטן די יוצרות!… רב קלמן! שטאַרקער! לעדערידערײדאָם! װאַכטידעראָם!

ל אַ נ ג ז אַ ם פֿ אַ ל ט ד ע ר פֿ אָ ר ה אַ נ ג.

איבערגעמאַכט פֿונעם אײנאַקטער „מזל־טובֿ“ אין די יאָרן 1906― 1915 אַ שפּאַס אין אײן אַקט

פּ ע ר ז אָ נ ע ן :

מ נ ח ם ־ מ ע נ ד ל י ק נ ה ז , אַ יונגערמאַן אַ קלײנשטעטלדיקער, אָנ־

געטאָן אין אַ נײַעם גאַרניטער, נאָרװאָס פֿון דער נאָדל, מיט אַ נײַעם קאַפּעלוש,

װאָס זיצט ניט גוט אַפֿן קאָפּ, און מיט אַ קאָלנער, װאָס קװעטשט אים אַרױס

די אױגן פֿון שטערן. אַפֿן שױס האַלט ער אַ גאַנץ גרױסן פּאָרטפֿעל, אױך אַ

נײַעם מ אַ ר ק מ אָ י ס ע י ע װ י ט ש ל אַ מ ט ע ר נ ש י ס ע ר, אַ יונגער־

מאַן אַ שטשאָגאָל. אױך מיט אַ גרױסן פּאָרטפֿעל. אַ ק י ם אַ י ס אַ ק אָ װ י ט ש ב אַ ק פֿ י ש, אַ געפּאַקטער פּאַרשױן,

װאָס האַלט פֿון דער אַכילה. אױך מיט אַ גרױסן פּאָרטפֿעל. ל אַ ז אַ ר ק אָ נ ס ט אַ נ ט י נ אָ װ י ט ש ט ע ר ק ע ל ט ו י ב,

אַ פּאַרשױן מיט אַ גרױסער באָרד און מיט אַ גרױסער משפּחה: אַ װײַב מיט

עטלעכע קינדער, אײנס קלענער פֿונעם אַנדערן.

פֿאַרשײדענע פּאַרשױנען, סטאַטיסטן.

די געשיכטע קומט פֿאָר אונטערװעגנס, אין װאַגאָן דריטער קלאַס.