קאָמעדיעס: יקנה″ז

שלום עליכם (אַלע װערק)

י ק נ ח ″ ז
אָדער דאָס גרױסע בערזנשפּיל

אַ קאָמעדיע אין 4 אַקטן

אַ גוטן פֿרײַנט און אַ גוטן מענטשן,

י. א. כ ו ר נ י ן,

ברענגט דאָס װערק אַ מתּנה

ד ע ר מ ח ב ר.

י ק נ ה ″ ז באַשטײט פֿון פֿינף אותיות, ראָשי־תּיבֿות פֿון פֿינף װערטער: ייִן, קידוש, נר, הבֿדלה, זמן ― די פֿינף סימנים פֿונעם ייִדישן יום־טובֿ. דאָס װאָרט אַלײן פֿאַר זיך האָט קײן שום באַדײַטונג ניט. עפּעס איז דאָס, נאָר פֿאָרט גאָרנישט: ניטאָ באַ װאָס אָנצונעמען. דער װאָס איז באַקאַנט אַף דער בערזע מיטן מיסחר פֿון אַקציעס, פּאַפּירן, קורסן וכדומה ― דער װעט באַלד פֿאַרשטײן דעם טעם פֿון יקנה″ז; און דער, װאָס איז פֿון דעם ענין װײַט, װעט דאָס רעכט צעקײַען ערשט נאָכדעם, װען ער װעט האָבן דאָס גאַנצע װערק דורכגעלײענט ביזן סוף. ש מ ו א ל פּ אָ ס ט ע ר נ אַ ק, אַן אױפֿגעקומענער עושר. אַ ייִד פֿון

דער אַלטער װעלט. מ אַ ד אַ ם פּ אָ ס ט ע ר נ אַ ק, זײַן װײַב. אַ דאַמע מיט נערװן. לײענט

שײַקעװיטשעס ראָמאַנען און דאָקטערט זיך כּסדר. א י ז אַ ב ע ל ע, זײער טעכטערל. אַ כּלה מיט פֿערציק טױזנט. װ י ל ה ע ל ם פֿ ײַ פֿ ע ר, אַ יונגער באַנקיר. אַ שײנער יונג מיט װאָנסעס.

שדכנט זיך צו איזאַבעלען. מ אַ ר ק ו ס, אַן אָרעמער סטודענט. שטודירט אַף דאָקטער. שדכנט זיך צו

איזאַבעלען. פֿ ײַ נ ק ו ג ל, אַ קלוגער ספּעקולאַנט. שפּילט אַ פֿרומע ראָלע. האָט ניט

פֿײַנט קײן קערטל. כ י נ ק י ס, אַ פֿײַעריקער ספּעקולאַנט. פֿאַרברענט אין די קאָרטן. ב ײ ג ע ל מ אַ ן, אַ שטילער ספּעקולאַנט. אַ פּראָסטער נפֿש. רײַבט זיך צװישן

אַריסטאָקראַטן. ק נ אַ ק נ י ס ל, אַ געהיטער ספּעקולאַנט. אַן אײַנגעגעסן ייִדל. מ אַ ד אַ ם פֿ ײַ נ ק ו ג ל, אַן אַריסטאָקראַטקע. פֿאָרט אַלע יאָר קײן אױס־

לאַנד אין די „טאָלקען“. מ אַ ד אַ ם כ י נ ק י ס, אַ דאַמע פֿון „קאַמענעץ“. אַ מסוכּנע רכילותניצע. מ אַ ד אַ ם ב ײ ג ע ל מ אַ ן, שטאַמט פֿון גרױסן ייִחוס. שפּיגלט זיך אין

דער „משפּחה“. מ אַ ד אַ ם ק נ אַ ק נ י ס ל, ניט אַזאַ מיוחסת, נאָר גלאַט אַ גראָבע ייִדענע. ג ר ײ ג ע ר, אַ הײסער ספּעקולאַנט. אַ נידעריקער, אַ גראָבער מיט אַ רױטער

באָרד. מ נ ח ם ־ מ ע נ ד ל, אַ קלײנשטעטלדיקער ספּעקולאַנט. געהאַנדלט אַמאָל אין

אַדעס מיט „לאָנדאָן“. פֿ ײַ װ ל פֿ אָ נ פֿ אַ ט ש , ז אַ װ ל ז אַ יִ ק ע צװײ „שפּעגעלאַנטן“ האַנדלען בשותּפֿות „יקנה″ז. ש מ ע ל ק ע ק ב צ ן, אַ מעקלער מיט אַ רחמנות־פּנים. אָנגעשטאָפּט מיט

געלט. ד י ק אַ פּ אָ ט ע, אַ מעקלער מיט אַ לאַנגער קאַפּאָטע און מיט אַ רױטער

פֿאַטשײלע. ד ע ר ק אַ פּ ע ל ו ש, אַ מעקלער מיט אַ צוגעטראָגענעם קאַפּעלוש. פּ ל ו י ד ע ר ז אַ ק, אַן אַדװאָקאַט מיט באַקנבערד. רעדט העכער האַלב רוסיש. צ י פֿ ע ר ב ל אַ ט, בוכהאַלטער באַ פֿײַפֿערן אין קאַנטאָר. גײט אונטערגע־

בונדן די אױערן. פֿ ל ע ד ע ר װ י ש, קאָרעספּאָנדענט באַ פֿײַפֿערן אין קאַנטאָר. אַ יונגערמאַן

אַ שטשאָגעל. ז י ל ב ע ר מ י נ ץ, קאַסיר באַ פֿײַפֿערן אין קאַנטאָר. אַ בײזער ייִד. ד י ייִ ד ע נ ע, אַן אַלמנה „פֿון דער סלאַבאָדקע“. ק ל אַ ר אַ, אַ מאָדיסטקע. ס אָ ס ל, אַ פּאָקאָיאָװע באַ די פּאָסטערנאַקס. אַ שװאַרץ־חנעװדיק מײדל.

װײַטער גײען יונגע ספּעקולאַנטלעך, אַלערהאַנט מעקלערס, אַ גאַנצע כאַליאַסטרע.

די געשיכטע קומט פֿאָר אין דער גרױסער שטאָט י ע ה ו פּ ע ץ, אין אונדזערע צײַטן.באַ די פּאָסטערנאַקעס איז אַ זשורפֿיקס. ― אַ גרױסע זאַל, אַן אױפֿגעפּוצטע, רײַך מעבל, גרױסע שפּיגלען, אַ פֿאָרטעפּיאַנע מיט נאָטן, גרינע טישלעך, לײַכטערלעך מיט ליכט, קרײַדלעך, בערשטלעך, פֿרישע טעשלעך קאָרטן. ― פּ אָ ס ט ע ר נ אַ ק און מ אַ ד אַ ם פּ אָ ס ט ע ר נ אַ ק זיצן גרײט אױפֿצונעמען געסט: ער, אַ שװער ייִדל מיט אַ גאַנץ שײנער ליסינע, ליגט אין אַ פֿאָטעל, ציט זיך און גענעצט: זי, אױסגעפּוצט, באַהאַנגען מיט גאָלד, פּערל, בריליאַנטן, זיצט באַם טיש װי אַ גאַסט און בלעטערט אַן אַלבום.

ע ר ש ט ע ס צ ע נ ע

פּ אָ ס ט ע ר נ אַ ק: (גענעצט). אַ־אַ־אַ־אַ! אַ־אַ־אַ־אַ!

מ אַ ד אַ ם פּ אָ ס ט ע ר נ אַ ק: טפֿו, טפֿו, טפֿו! זע נאָר, װי ער גענעצט, דאָס מױל װערט אים שיִער ניט צעריסן. אַ גליק, װאָס ס'איז נאָך קײנער ניטאָ. אין אַ געזעלנשאַפֿט װען דו טוסט דאָס, קאָן מען חלש בלײַבן.

פּ אָ ס ט ע ר נ אַ ק: (גענעצט). װאָס זאָל איך טאָן, אַז באַנאַכט טאָר מען ניט שלאָפֿן? טאָ הין, טאָ הער. מען איז שטענדיק פֿאַרנומען מיט װעטשערינקעס, זשורעכלינעס.

מ אַ ד אַ ם פּ אָ ס ט ע ר נ אַ ק: זשורפֿיקסן! טױזנט מאָל האָב איך דיר געלערנט געלערנט, זאָלסט זאָגן זשורפֿיקסן, ניט קײן זשורעכלינעס. װען דו זאָגסט דאָס חלילה אין אַ געזעלנשאַפֿט, קאָן מען חלשן.

פּ אָ ס ט ע ר נ אַ ק: מילא בקיצור, על־כּל־פּנים, לאָז זײַן זשורפֿיקסן. פֿאַראַן באַ אונדז אַ גמרא: „יאַק רײדעלע טאָ רײדעלע, אַבי דאָ־ברע מײנעלע“. איך שמועס עס אַקעגן דרינען, װאָס מע שלאָפֿט ניט קײן נעכט, מע גײט אײנער צום אַנדערן כּלומרשט מיט װיזיטן, און מײנען מײנט מען יענע מעשׂה. (ער װײַזט מיט די אױגן אַף די גרינע טישלעך). מע פֿלעגט אַמאָל אױך מאַכן װעטשערינקעס. װאָס־זשע האָט מען געטאָן? האָט מען געקאָכט װעטשערע, פֿרישע װאַרעניקעס מיט קעז, צי געבראָטענע פּופּקעס מיט רעטשענע לאַטקעס, און ס'איז טאַקע געװען, פֿאַרשטײסטו מיך, װי אין דער הײליקער תּורה שטײט געשריבן: ױאכלוּ, דאָס הײסט, מע האָט געשטופּט אין פּנים אַרײַן. און הײַנט, זינט ס'איז געװאָרן אַ מאָדע זשורעכלי… מײן איך זשורפֿיקסן, עסט מען מכּות. מען איז גאָר מכבד מיט אַ גלאָז װאַסער און מיט אַ מאַראַנץ, װאָס אַז מע זאָל אים װעלן פֿאַרזוכן, קאָן מען דערזען קראָקע מיט לעמבעריג. און אַז מע װיל שױן גאָר יוצא זײַן, פֿאַרבלענדט מען די אױגן מיט אַ טײַטל און מע װײַזט אַ פֿײַג…

מ אַ ד אַ ם פּ אָ ס ט ע ר נ אַ ק: פֿע, סאַמואיל, דו רעדסט עפּעס אַזעלכע װערטער, װאָס אין אַ געזעלנשאַפֿט װאָלט איך געפֿאַלן חלשות.

פּ אָ ס ט ע ר נ אַ ק: איך שמועס עס אַקעגן דרינען, װאָס מען איז הײַנט געװאָרן סטעקראַטן, אײדל געפּאַצקעט. אַ גאַנץ יאָר עסט מען קדחת; דאָס מעג מען, דאָס טאָר מען ניט, דאָס שאַט, דאָס הײסט ניט דער דאָקטער. און אַז סע קומט דער זומער, פֿאָרט מען מאַכן די קור ― אָדער קײן באַדענקראַנץ, אָדער קײן פֿראַנצענזאַלץ.

מ אַ ד אַ ם פּ אָ ס ט ע ר נ אַ ק: גראַם־שטראַם, מאַך מיר אַ האַרמידער. מע רעדט מיט אים כרײן, ענטפֿערט ער פּעטרישקע! װאָס ביסטו פּלוצעם אַרױף אַף דער קור מיט די בעדער?

פּ אָ ס ט ע ר נ אַ ק: גלאַט אַזױ. איך שמועס עס אַקעגן דרינען…

מ אַ ד אַ ם פּ אָ ס ט ע ר נ אַ ק: דו שמועסט תּמיד אַקעגן דרינען. דאָס איז יאָ ― מע זאָגט דער טאָכטער און מע מײנט די שנור. די מאַדאַם פֿײַנקוגל איז אַ ביסל געזינטער פֿון מיר, מעג זי יאָ פֿאָרן אַלע יאָר אין די „מאָלקען“. צי די מאַדאַם קנאַקניסל, װאָס װעט אין דער טיר ניט אַרײַן, מעג פֿאָרן אַלע זומער קײן אַדעס אַפֿן „לעמאָן“, און דער מאַן װעט איר אַפֿילו די צונג ניט איבערקערן. צי די מאַדאַם כינקיס מעג אַרומפֿאָרן פֿון „ניטץ“ קײן „נאַטאַליע“ און פֿון „נאַטאַליע“ קײן „ניטץ“ ― און דער מאַן װעט איר אַפֿילו ניט זאָגן „קרום גײסטו“. אַנו, פֿרעג דעם דאָקטער קעבעבע, צי קאָן איך מיך באַגײן אַפֿילו אַ מינוט אָן פֿאָרן קײן אױסלאַנד אין די בעדער אַרײַן?

פּ אָ ס ט ע ר נ אַ ק: דער דאָקטער קעבעבע? הערסטו, אָט דאָס איז דאָך מײַן טענה, װאָס איך טענה שױן לאַנג, אַז דער דאָקטער קע־בעבע פֿירט אײַך, אַלע יעהופּעצער סטעקראַטקעס, אין באָד אַרײַן… נאָ־גאָרניט: אַ ל תּ פּ ל ד ב ר ― כאַטאַ פּאָקרישקע. איך שמועס עס אַקעגן דרינען, מע זאָל זיך נאָר װעלן צולאָזן צו די דאָקטױרים, װאָלטן זײ אַ געזונטן קראַנק געמאַכט, אַ לעבעדיקן ― טױט, און אַ קלאָרן ― משוגע.

מ אַ ד אַ ם פּ אָ ס ט ע ר נ אַ ק: זע נאָר, װי ער איז דאָס אַ ביסל אױפֿגעטראָגן קעגן די דאָקטױרים, גלײַך װי זײ װאָלטן אים גע־ קױלעט די קאַפּאָטע. מיר דאַכט, אַז דו האָסט נאָך קײן דאָקטער ניט באַנוצט זינט דו ביסט אַ יעהופּעצער?

פּ אָ ס ט ע ר נ אַ ק: הלװאַי װאָלסטו אַזױ באַנוצט אַ דאָקטער, וױ איך, װאָלט גאָר אַנדערש געװען… איך שמועס עס אַקעגן דרינען, װי זאָגט ער: אַ ל תּ פּ ר ד ב ר ― כאַטאַ פּאָקרישקע… װײסטו, װאָס איך קלער?

מ אַ ד אַ ם פּ אָ ס ט ע ר נ אַ ק: איך זאָל אים גײן זאָגן, װאָס ער קלערט! איך װײס, װאָס דײַן קאָפּ קאָן אױסקלערן?

פּ אָ ס ט ע ר נ אַ ק: איך קלער: אַזױ װי ס′איז במילא באַ אונדז הײַנט זשורעכלי… מײן איך זשורפֿיקסן, עס װעלן זײַן געסט, פֿײַפֿער װעט אױך זײַן, מע װעט זיצן שפּעט, ― אפֿשר װאָלט געװען אַ סבֿרה, אַז מיר זאָלן שױן אין אײן װעג אָפּקלאַפּן דאָס קנס־מאָל, װי אין פּסוק שטײט: ז ב י ן ו ת ת ח ר ט ― אַ װאָרט און צװײ און אַ מאַחאַ־ריטש?…

מ אַ ד אַ ם פּ אָ ס ט ע ר נ אַ ק: (אַ פּליעסק מיט די הענט). װאָס סע האָט זיך מיר געחלומט יענע נאַכט און הײַנטיקע נאַכט און אַלע נעכט פֿון אַ גאַנץ יאָר זאָל אױסגײן צו מײַנע שׂונאימס קעפּ!

פּ אָ ס ט ע ר נ אַ ק: שאַ, שאַ, שאַ! איז לא פֿדלתּי ― האָב איך ניט געטאַנצט מיטן בער!

מ אַ ד אַ ם פּ אָ ס ט ע ר נ אַ ק: פֿאַרשטײסט אַ משל? מע מאַכט אַ זשורפֿיקס, זאָל מען שױן אינאײנעם אָפּקלאַפּן אַ קנס־מאָל! פּלוצעם, אינמיטן מיטװאָך שבת־צו־נאַכטס! אומגעריכט, קײנעם ניט גערופֿן, מיט קײנעם ניט גערעדט ― אַ שטילע װעטשערע! װאָס איז אַזױ? די קינדער האָבן דיך באַפֿאַלן? און װאָס װעלן לײַט זאָגן? װאָס װעט זאָגן די מאַדאַם כינקיס, די באַרײדערן, די ספּלעטניצע, טאָמער האָט זי מיך נאָך װינציק באַרעדט אין שטאָט?…

פּ אָ ס ט ע ר נ אַ ק: מילא בקיצור, על־כּל־פּנים, לאָז זיך דיר דאַכטן, עלעהײ איך האָב גאָרניט געזאָגט!

מ אַ ד אַ ם פּ אָ ס ט ע ר נ אַ ק: װאָס הײסט, דו האָסט גאָרניט געזאָגט, אַז דו האָסט יאָ געזאָגט?

פּ אָ ס ט ע ר נ אַ ק: געזאָגט איז פֿאַרפֿאַלן, װי אין פּסוק שטײט: אַ ל תּ פּ ל ד ב ר ― כאַטאַ פּאָקרישקע.

מ אַ ד אַ ם פּ אָ ס ט ע ר נ אַ ק: װאָס טױג מיר דײַן פּסוק? איך האָב קײן פּסוק ניט געלערנט. אַז מע שמועסט פֿון אַ קנס־מאָל, באַדאַרף מען דאָך פֿריִער עפּעס רײדן, פֿרעגן די טאָכטער, צי װיל זי גאָר פֿײַפֿערן פֿאַר אַ חתן. טאָמער װיל זי אים גאָר ניט?

פּ אָ ס ט ע ר נ אַ ק: און װוּ בין איך? עפּעס האָב איך דאָך אױך אַ שטיקל דעה באַ אַ שידוך טאָן מיט מײַן טאָכטער, צי נײן? עפּעס גיב איך דאָך נדן אױך, פֿערציק טױזנט קאַרבן, צי נײן?

מ אַ ד אַ ם פּ אָ ס ט ע ר נ אַ ק: אַ גליק האָט מיך געטראָפֿן! כינקיס גיט אַ ביסל מער נדן די קינדער, און מאַכט גאָרניט אַזאַ טאַרעראַם!

פּ אָ ס ט ע ר נ אַ ק: באַ כינקיסן איז גרינגע טױזנטער. ער האָט זײ געמאַכט פֿון קאָרטן.

מ אַ ד אַ ם פּ אָ ס ט ע ר נ אַ ק: װילסטו, הײסט דאָס, אָנהענגען איזאַבעלען אַ חתן מיט גװאַלד?

פּ אָ ס ט ע ר נ אַ ק: װער זאָגט דען מיט גװאַלד? גלאַט איך שמועס עס אַקעגן דרינען… מ אַ ד אַ ם פּ אָ ס ט ע ר נ אַ ק: (הערט ניט). גאָרניט. עס װילט זיך אים פֿאַרשלײערן די טאָכטער, פּונקט אַזױ װי יענער מערדערישער פֿאָטער, װאָס איך לײען גראַדע אַצינד באַ שײַקעװיטשן אין אַ ראָמאַן; ער האָט געװאָלט, אַז די שײנע, די קלוגע, די ענגעלשע אַ נ ט ו אַ נ ע ט ע מיט די שײנע בלױע הימל־אױגן, װאָס האָט געראָמאַנסירט מיט דעם ערלעכן, גוטן, ליכטיקן העלד ס אַ ל אָ מ אָ ן, זאָל חתונה האָבן פֿאַרן װילדן שקאָנטיסט מיט די בלױע ברילן, װאָס קױלעט װײַבער און באַהאַלט זײ אין אַ קעלער…

פּ אָ ס ט ע ר נ אַ ק: (פֿאַרשטעלט די אױערן. מיט אַ ניגון). טע־טע־טע! האָסט שױן אָנגעהױבן מיט דײַנע „ראָמאַנסן“, מיט אַ הימלשן סאַלאָמאָן און מיט אַ װילדן שקאָנטיסט, װאָס קױלעט װײַבער ― אַ געשריבענע מעשׂה, אַרױסגענומען פֿונעם ספֿר פּראַלניק?

מ אַ ד אַ ם פּ אָ ס ט ע ר נ אַ ק: (אַרױס פֿון די כּלים). דעספּאָט! מערדער! טיראַן! (זי טוט אַ װאָרף דעם אַלבום אַפֿן טיש מיט כּעס און אַנטלױפֿט אין אַן אַנדער חדר).

פּ אָ ס ט ע ר נ אַ ק: (צו זיך אַלײן). אַ רײנער אומגליק! אַמאָל, אײדער איך האָב געהאַט געלט, איז מײַן װײַב געװען אַ מענטש, גלײַך מיט אַלע מענטשן. הײַנט, זינט דער דאָקטער קעבעבע האָט איר אײַנגערעדט, אַז זי האָט נערװן, קאָן מען מיט איר קײן צװײ װערטער ניט רײדן. באַלד עפּעס ― װערט זי אָנגעצונדן… (מע קלינגט. פּאַסטערנאַק שרײַט: „סאָסל! סאָסל!“ ― און גײט אַװעק אין אַן אַנדער חדר צום װײַב. ― עס קומט אַרײַן ס אָ ס ל, אַ שװאַרץ־חנעװדיק מײדל, מיט אַ פֿלעדערװיש און מיט אַ באַרשט).

צ װ ײ ט ע ס צ ע נ ע

ס אָ ס ל: (קוקט זיך אַרום אַף אַלע זײַטן). איך װאָלט געמעגט שװערן, אַז עמעצער האָט מיך דאָ גערופֿן, געשריִען „סאָסל“. אַ שטוב ― טפֿו זאָלן זײ װערן, אײנער װײס ניט פֿונעם אַנדערן! קומט דער טאָג, הײבט זיך אָן: סאָסל גיב, סאָסל דאָס, סאָסל יענץ, סאָסל אַהין, סאָסל אַהער ― משוגע צו װערן און גענוג! די מאַדאַם מיט אירע נערװן, עסט פֿאַר דרײַ און דאָקטערט זיך כּסדר… אַלע טאָג דעם דאָקטער קעבעבע ― װײס שױן ניט װאָס אױסצוטראַכטן פֿאַר גרױס ראָסקאָש… אַ שײנע נגידית: האַלט דאָס ברױט אונטערן שלאָס, צײלט װיפֿל שטיקלעך צוקער עס גײט אין פֿונט, װעגט איבער די גרױפּן פֿונעם מאַרק… אַ פֿערטל עוף לאָז בלײַבן פֿונעם טיש, װעט מען דאָס באַהאַלטן אונטער זיבן שלעסער, עס זאָל פֿאַרפֿױלט װערן ― און יענעם ניט אַװעקגעבן! צי אַ ביסל אײַנגעמאַכטס פֿון די געסט ― װעט מען עס צונעמען, עס זאָל חלילה ניט אָנקומען דער דינסט… און אַן אָרעמאַן אַז עס קומט אַמאָל צו גײן, הײסט מען טרײַבן מיט שטעקנס… אַנומלטן האָט זיך מיט גװאַלד דורכגעשטופּט אײנער, עפּעס אַ ייִד װאָס מאַכט ביכלעך, איז מען דאָס אַף מיר אָנגעפֿאַלן: „די שלעפּערס! װאָס לאָזט מען אַרײַן די שלעפּערס?!“ יענעם איז נעבעך פֿינצטער געװאָרן אין די אױגן פֿון אַזאַ ברוך־הבא. „גלײבט מיר, זאָגט ער, איך בין חלילה ניט פֿון די שלעפּערס. איך האָב אײַך געבראַכט אַ מתּנה, טאַקע מײַנס אַ ביכל. קױפֿט, איר װעט, אם ירצה שם, האָבן הנאה, לעקן די פֿינגער“… ער האָט אַזױ לאַנג געאַרבעט, ביז מע האָט אים געמוזט אַרױסשיקן אַ נדבֿה און בעטן, ער זאָל גײן געזונטערהײט. נאָך אַ גליק, װאָס מע האָט ניט געהײסן אים אַראָפּװאַרפֿן פֿון די טרעפּ… דאָס טעכטערל ― אױך אַ טײַערע נשמה! ניט אומזיסט זאָגט מען, אַז דאָס עפּעלע פֿאַלט ניט װײַט פֿונעם בײמעלע. זאָלסט זאָגן ― אַמאָל אַ קלײדל אַן אַלטס אַװעקשענקען, צי אַ פּאָר שיך אָן אָפּצאַסן, צי זאָקנבענדלעך, װאָס מע דאַרף זײ שױן אַרױסװאַרפֿן אַפֿן מיסט. װער? װאָס? װעמען?… און דער באַלעבאָס אַלײן? פֿאַרכאַפּט זאָל ער װערן! אַ באַלעבאָס זאָל זיך נאָר קנײַפּן, רײַסן שטיקער פֿלײש, ניט לאָזן די שטוב איבערגײן! מיר דאַכט, איר װעל אים אַמאָל צושטעלן אַ בענקעלע צו דער מאַדאַם, אַז דער רוח װעט אים צונעמען!… (עס הערט זיך אַ קול: „סאָסל, װוּ ביסטו? סע קלינגט!“). איך הער, איך הער, אַז מע קלינגט, עס האָט מיך נאָך ניט פֿאַרלײגט! דאָס קלינגען שױן מסתּמא די געסט. שײנע געסט! ניט מער זאָלן די שׂונאים פֿאַרמאָגן, װאָס מע האָט זיך אָן פֿון די געסט! אַז פֿון די קאָרטן, װאָס עס מאַכט, נעמט צו די מאַדאַם אַלײן, און אונדז קומט אָן אַפֿן שפּיץ מעסער… (עס הערט זיך װידער אַ קול: „סאָסל, סאָסל!“). איך גײ, איך גײ! בראָש איז דאָ אַלצדינג מיט דער מינוט. אַ װיסטער פֿראָסט אַף זײ! (זי לאָזט די באַרשט אינמיטן זאַל און לױפֿט עפֿענען די טיר. עס קומט אַרײַן פֿ ײַ פֿ ע ר ― אַ לעבעדיקער, אַ פֿרישער, אַן אױסגעפּוצטער, און באַלד נאָך אים ― סאָסל).

ד ר י ט ע ס צ ע נ ע

ס אָ ס ל: (כאַפּט זיך צו דער באַרשט). אױ, אַ מכּה איז מיר! שלאָף אין שלײער… אינמיטן שטוב אין אַ װינקעלע… טיץ טובי דורין…

פֿ ײַ פֿ ע ר: (גײט צו צו איר נאָענט, טוט איר אַ קניפּ אין בעקל). װאָס איז, טײַבעלע מײַנס? צו װעמען רעדסטו דאָס?

ס אָ ס ל: אײַ! גײט אײַך צו אַלדי גוטע יאָר!

פֿ ײַ פֿ ע ר: (װיל זי כאַפּן). פֿײגעלע מײַנס! אײן קוש אין בעקל.

ס אָ ס ל: (לאָזט זיך ניט). קושן װעט איר ― זאָל איך אײַך זאָגן װעמען!

פֿ ײַ פֿ ע ר: (כאַפּט זי פֿאַר אַ האַנט). נײן, קעצעלע מײַנס, דיך, נאָר דיך!

ס אָ ס ל: (גיט אים מיטן פֿלעדערװיש איבערן פּנים). אַלע בײזע װיסטע, פֿינצטערע חלומות, שלים־מזל! אָן גײט די כּלה אײַערע! (זי רײַסט זיך אױס פֿון זײַנע הענט און אַנטלױפֿט. עס קומט אַרײַן פֿונעם אַנדערן חדר א י ז אַ ב ע ל ע).

פֿ ע ר ט ע ס צ ע נ ע

פֿ ײַ פֿ ע ר: (צעלאָזט זיך, מאַכט אַ בואי־בשלוט, בײגט אײַן דעם קאָפּ און װיטעט זיך זײער עלעגאַנט). גוט, װאָס איר זײַט אָנגעקומען. כ′לעבן, איך שטײ אָט דאָ די גאַנצע צײַט אין אײנע יסורים. איך קלער צו זיך אַלײן: אַך, װי גוט עס װאָלט געװען, װען איר קומט אַרױס אַהער אַלײן און מע קאָן זיך מיט אײַך אױסשמועסן, װי עס רעדט זיך, אונטער פֿיר אױגן, און אַרױסזאָגן אײַך אַלצדינג, װאָס איך קלײַב מיך שױן לאַנג צו זאָגן אײַך… מיט אײנעם װאָרט, איר װײסט שױן, װאָס איך װיל אײַך זאָגן?

א י ז אַ ב ע ל ע: פֿון װאַנען זאָל איך װיסן, װאָס איר װילט זאָגן?

פֿ ײַ פֿ ע ר: איר שטױסט זיך. איך האָב אײַך שױן װיפֿל מאָל געגעבן אָנצוהערעניש.

א י ז אַ ב ע ל ע: איך װײס ניט קײן אָנצוהערענישן. איך פֿאַרשטײ ניט אַפֿן װוּנק.

פֿ ײַ פֿ ע ר: (מיט אַ טרױעריקער מינע). אַ מינדסט קינד, דאַכט מיר, קאָן אױך פֿאַרשטײן. מע באַדאַרף נאָר אַ קוק טאָן מיר אין פּנים אַרײַן, איז שױן גענוג.

א י ז אַ ב ע ל ע: (קוקט אים אין פּנים אַרײַן). אַפֿן שטערן איז באַ אײַך ניט אָנגעשריבן גאָרניט, כאַ־כאַ־כאָ!

פֿ ײַ פֿ ע ר: (טראַגיש). אַפֿן שטערן? אמת. אָבער דאָ? באַ מיר אין האַרצן?… אָ, איזאַבעלע! ביז װי לאַנג נאָך װעט איר זיך שפּילן מיט מײַן האַרץ? אײנמאָל פֿאַר אַלעמאָל, זאָגט מיר: יאָ, אָדער נײן ― לאָם איך װיסן, לאָם איך מיך אױפֿהערן צו פּלאָגן אומזיסט, אַרומגײן מיט חלומות. אײנס פֿון די בײדע: אָדער איך בין אײנער דער גליקלעכסטער אַף דער װעלט, אָדער מײַן לעבן איז ניט קײן ,לעבן!… (ער פֿאַלט איר צו די פֿיס. עס עפֿנט זיך די טיר און עס קומט אַרײַן מ אַ ר ק ו ס. איזאַבעלע אַנטלױפֿט.)

פֿ י נ פֿ ט ע ס צ ע נ ע

פֿ ײַ פֿ ע ר: (צו מאַרקוסן, גאַר פֿרײַנטלעך). אַ? הער מאַרקוס? װאָס מאַכט מען? װי גײטס? פֿאַרװאָס זעט מען אײַך עפּעס ניט?

מ אַ ר ק ו ס: װוּ זאָלט איר מיך זען, אַז איר זײַט אַ פֿאַרנומענער מענטש? איר האַלט שטענדיק אין אײן שפּילן: אָדער איר שפּילט אַף דער בערזע, אָדער אין קאָרטן, אָדער גאָר אין ליבע… פֿ ײַ פֿ ע ר: (מאַכט זיך תּמעװאַטע). כאַ־כאַ, איר זײַט גערעכט, איך בין אַ פֿאַרנומענער מענטש, זײער אַ פֿאַרנומענער מענטש… איך האָב קײנמאָל קײן צײַט ניט, אַפֿילו אין אָ ביכל אַרײַנקוקן. אַמאָל פֿלעג איך לעזן ביכער אַ סך. ס'איז נאָך באַ מיר הײַנט אױך פֿאַראַן אַ גוזמא ביכער, אַ גאַנצע ביבליאָטעקע. איר האָט געזען מײַן ביבליאָטעקע?

מ אַ ר ק ו ס: ניט געזען, און אַפֿילו ניט געהערט.

פֿ ײַ פֿ ע ר: (דרײט די װאָנצעס). אַ שאָד, אַ שאָד. עס װאָלט כּדאַי געװען, איר זאָלט אָנקוקן מײַן ביבליאָטעקע, כ'לעבן. איר קאָנט געפֿינען באַ מיר ביכער אַזעלכע, װאָס איר האָט זײ קײנמאָל ניט געזען. ביכער איז באַ מיר דאָס לעבן. מער פֿון אַלצדינג אַף דער װעלט האָב איך ליב די ליטעראַטור. ליטעראַטור און מוזיק ― דאָס זײַנען די צװײ זאַכן, װאָס זײַנען באַ מיר טײַערער פֿון אַלץ אַף דער װעלט. איר האָט מיך געהערט אַמאָל שפּילן פּיאַנע?

מ אַ ר ק ו ס: אין „װינט“ ― װײס איך, אַז איר שפּילט גוט; נאָר פּיאַנע האָב איך אײַך דערװײַלע נאָך גיט געהערט שפּילן.

פֿ ײַ פֿ ע ר: אַ שאָד, אַ שאָד. װען איך זאָל נאָר געװען װעלן, װאָלט איך איצט געקאָנט אָפּגעבן קאָנצערט. גרױסע מבֿינים האָבן דאָס מיר געזאָגט, אַרטיסטן. איך בין באַקאַנט מיט אַלע גרעסטע אַרטיסטן אין יעהופּעץ. איך האָב ליב אַרטיסטן. אַרטיסטן און סטודענטן זײַנען באַ מיר דאָס חיות; װאָס מיך קאָסט אָפּ אַ יאָר אַרטיסטן און סטודענטן ― איז אַ גװאַלד! װיפֿל מײנט איר?

מ אַ ר ק ו ס: אַ ר ט י ס ט ק ע ס ― װײס איך, אַז זײ קאָסטן אײַך אָפּ גענוג. נאָר אַרטיסטן און סטודענטן ― דאָס הער איך דעם ערשטן מאָל פֿון אײַך.

פֿ ײַ פֿ ע ר: אַרטיסטקעס? כאַ־כאַ! װאָס־זשע מײנט איר ― עס קאָסט טאַקע ניט װאָלװל. װאָס זאָל מען טאָן? דאַרױף איז מען אַ יונגער מענטש. עס װילט זיך אַמאָל רוען. אַז טאָג װי נאַכט איז מען אין דער אַרבעט. מע האָט אין זינען געשעפֿטן! און נאָך װאָסערע געשעפֿטן! אַף הונדערטער טױזנטער ― װאָס זאָג איך? אַף מיליאָנען! אַף מיליאָנען!עס קומען אָן פּאָסטערנאַק, מאַדאַם פּאָסטערנאַק מיט אַיזאַבעלען: נאָך זײ ― געסט: פֿײַנקוגל, כינקיס, בײגעלמאָן, קנאַקניסל מיט זײערע װײַבער, די פּאָס־טערנאַקעס נעמען אױף די געסט זײער פֿרײַנטלעך. מע זעצט זיך אױס אַרום טיש. איזאַבעלע זעצט זיך צו דער פּיאַנע. מאַרקוס ― לעבן איר.

ז ע ק ס ט ע ס צ ע נ ע

פּ אָ ס ט ע ר נ אַ ק: (טאַנצט אַרום די געסט). זיצט, זיצט, מײַנע ליבע געסט. איר האָט הײַנט אַ ביסל עובֿר קריאת־שמע געװען, נאָר נישקשה. עס מאַכט ניט אױס. איך האָב מיך מיט גאָטס הילף אױסגעשלאָפֿן באַטאָג, בכדי איך זאָל מיך זעצן צום סדר מיט אַ קלאָרן קאָפּ. עס זאָל זײַן, װי אין פּסוק שטײט: א מ ו ר א ל ה כּ ה נ י ם ― לאָזן זאָגן די כּהנים צו די קלײנע כּהנימלעך, אַז די קינדער זאָלן ניט דרעמלען באַ דער הגדה. (צו פֿײַפֿערן). עפּעס האָב איך געכאַפּט אַ װאָרט פֿון אײַך ― „מיליאָנען“. אַפּנים, איר האַלט שױן באַ די מיליאָנען? נאָר װאָס איז דער חידוש, אַז מע שאַרט באַ אײַך אַף דער בערזע גאָלד מיט לאָפּעטעס, ניט אַזױ װי נאַש בראַט בעל־הלװאה, װאָס דאַרף אַרױסקוקן אַף פּראָצענט. איך שמועס עס אַקעגן דרינען… (צו די געסט). װאָס הערט זיך עפּעס באַ אײַך נײַס? װי טײַער שטײט יקנה″ז?

פֿ ײַ נ ק ו ג ל: פֿרעגט שױן גאָרניט. דאָס יקנה″ז ליגט מיר שױן אין האַרצן! ס'איז נאָר אַ קדחת און גענוג.

פּ אָ ס ט ע ר נ אַ ק: צו װאָס־זשע טױג עס אײַך, אַז עס לױנט אײַך ניט? מע גײט אײַך פֿון קהל?

פֿ ײַ נ ק ו ג ל: װאָס דען טוט מען? אַזױ װי די ייִדענע מיט די בײגל: „עס פֿאַרדינט זיך עפּעס?“ ― „מײַנע שׂונאים זאָלן אַזױ לעבן!“ ― „צו װאָס־זשע טױג אײַך אַרומטראָגן בײגל?“ ― „פֿון װאַנען דען װעל איך לעבן?“…

פֿ ײַ פֿ ע ר: (דרײט די װאָנצעס). איך װײס ניט, װיִאַזױ באַ אַנדערע איז; איך האָב אַף יקנה″ז געמאַכט אַ פֿאַרמעגן. איך טענה אײנס: די בערזע דאַרף מען פֿאַרשטײן.

כ י נ ק י ס: איך פֿאַרשטײ ניט, װאָס איז דאָ פֿאַראַן צו פֿאַרשטײן? אָט בין איך אױך מיט גאָטס הילף אַ ספּעקולאַנט, דאַכט זיך, ניט פֿון נעכטן און ניט פֿון אײערנעכטן. נאָך מײַן שׂכל קומט אױס, אַז די בערזע איז אַ קאָרט. כּל־זמן די קאָרט גײט, איז גוט; הערט זי אױף צו גײן ― איז כאָטש נעם און טו זיך אָן אַ מעשׂה!

פּ אָ ס ט ע ר נ אַ ק: װי אין פּסוק שטײט: ל מ נ צ ח ע ל ה ג תּ י ת; גײט דאָס ― גײט דאָס, װען ניט ― שטײט דאָס.

ב ײ ג ע ל מ אַ ן: װערקמירדיק מיט כינקיסן! פֿון װאָס איר זאָלט ניט רײדן, קומט ער אַרױף אַף די קאָרטן.

פּ אָ ס ט ע ר נ אַ ק: װאָס חלומט זיך דער הון? ― פּראָסע.

ק נ אַ ק נ י ס ל: כינקיס איז אָבער גערעכט. די בערזע איז נאָר אַ קאָרטנשפּיל. זי איז מיר אַזױ נימאס, אַז װען איך געפֿין מיר עפּעס אַן אַנדער געשעפֿט, טו איך אַ שפּײַ אַף דער בערזע ― און רופֿט מיך קנאַקניסל!

פּ אָ ס ט ע ר נ אַ ק: (צו קנאַקניסלן). װי דער שפּאָלער זײדע עליו השלום מיטן שופֿר: לאָז איװאַן בלאָזן! איך הער דאָס שױן פֿון אײַך אַ יאָר דרײַ. איר שרעקט די גענדז, און גײט פֿאָרט אַף דער בערזע. אַ חידוש איז דאָס אַפֿילו: װעדליק מיר קענען אײַך, זײַט איר ניט קײן ייִד פֿון געבן געלט. הײַנט װי קומט דאָס, אַז איר זאָלט זיך אײַנשטעלן גײן אַף דער בערזע און גאָר קײן מורא ניט האָבן פֿאַר דערלײגן?

פֿ ײַ נ ק ו נ ל: װאָס איז דאָ מורא צו האָבן? אַ ייִד אַז ער גײט אַרױס אַף דער בערזע, האַנדלט ער מיט אַ ממה נפֿשך, װי דער מלמד קױפֿט אַ ציג: „ממה־נפֿשך, זאָגט ער, װעט די ציג געבן מילך, איז זי דאָך טאַקע װערט זיבן קערבלעך. אײַ װאָס? טאָמער גיט זי ניט קײן מילך? פֿאַרװאָס זאָל זי ניט געבן קײן מילך?“ (דער עולם לאַכט: „אַף אַלצדינג האָט אײַך פֿײַנקוגל אַ משל“).

פֿ ײַ פֿ ע ר: (דרײט די װאָנצעס). זאָגט אײַך װאָס איר װילט ― די בערזע דאַרף מען פֿאַרשטײן. איך האָב אַרױסגעזען נאָך פֿריִער מיט דרײַ חדשים, אַז אַף יקנה″ז מוז קומען אַ האָס.

פּ אָ ס ט ע ר נ אַ ק: װיִאַזױ זאָגט איר? אַ האָץ? באַ אונדז הײסט דאָס אַ העצקע. מע העצקעט יענעם אָן אַ־װי־רופֿט־מען־דאָס…

מ אַ ד אַ ם פּ אָ ס ט ע ר נ אַ ק: (פֿון דער װײַטן צום מאַן). סאַמואיל! דו רעדסט עפּעס, מיט רעשפּעקט צו מעלדן, אַזעלכע װערטער… (צו די דאַמען). געניסט עפּעס, פֿאַרװאָס זאָלט איר עפּעס ניט געניסן? אָט שטײען ניס, מאַראַנצן, אײַנגעמאַכטס.

פּ אָ ס ט ע ר נ אַ ק: איך שמועס עס אַקעגן דרינען, װאָס זײ זאָגן: יקנה″ז האָט זיך געהױבן… װאָס איז מיט דעם, איך בעט אײַך, אַזױ דער ייִחוס? ס'איז טאַקע אַזאַ סחורה, װאָס מע קריגט זי ניט, צי גלאַט אַזױ, די שפּעגעלאַנטן זײַנען משוגע געװאָרן? מחמת פֿאַראַיאָרן, געדענקט איר, האָט מען געמאַכט פּונקט דאָס אײגענע שפּיל מיט די אַקציעס פֿונעם „יעהופּעצער דעליזשאַן“. שפּעגעלאַנטן האָבן זיך צעהעצקעט. קאַניװער און שפּאָלער ייִדלעך האָבן דערהערט, אַז דער „יעהופּעצער דעליזשאַן“ ברענט, האָבן זײ צעלאָזט די פּאָלעס און זײַנען געפֿלױגן נאָך די אַקציעס, װי נאָך מצה־װאַסער, ― אַזױ לאַנג, אַזױ ברײט, ביז מע האָט געבראָכן האַלדז־און־נאַקן. איך האָב אױך געכאַפּט דעמאָלט אַ שמיץ. אַלע האָבן זיך דעמאָלט אָפּגעבריט. עס איז געװען, װי אין פּסוק שטײט: ב י ו ם ה ה ו א אָ ב ד ו ע ש ת ו נ ו ת י ו ־ מען איז דעמאָלט געבליבן אָן הױזן…

פֿ ײַ נ ק ו ג ל: דאָס געשעפֿט פֿון דער בערזע גײט אַזױ: מע מוז אַמאָל דערלײגן אױך. איך װעל אײַך דערצײלן אַ משל…

כ י נ ק י ס: דעם משל לײגט אָפּ אַף שפּעטער. שױן צײַט זיך נעמען צום תּהילימל… (דער עולם זעצט זיך שפּילן אין קאָרטן: פּאָסטער־נאַק, פֿײַנקוגל, בײגעלמאַן ― באַ אײן טישל; פֿײַפֿער, כינקיס, און קנאַקניסל ― באַם אַנדערן טישל).

מ אַ ד אַ ם פּ אָ ס ט ע ר נ אַ ק: (צו די דאַמען). אַך, איך בין די לעצטע צײַט, מיט רעשפּעקט צו מעלדן, אַזױ נערװעז, אַז איך קאַן מיר גאָר קײן אָרט ניט געפֿינען. דער דאָקטער קעבעבע האָט מיר פֿאַרשריבן נײַע פּילן צום אַפּעטיט. געניסט עפּעס. פֿאַרװאָס זאָלט איר עפּעס ניט געניסן? אָט שטײען ניס, מאַראַנצן, אײַנגעמאַכטס…

מ אַ ד אַ ם כ י נ ק י ס: (צו די איבעריקע דאַמען). דער דאָקטער קעבעבע טרעט, אַפּנים, ניט אַרױס פֿון איר שטוב! (צו דער מאַדאַם פּאָסטערנאַק). עס קער זײַן די אײגענע פּילן, װאָס דער דאָקטער קעבעבע האָט מיר פֿאַרשריבן פֿאַראַיאָרן.

מ אַ ד אַ ם פּ אָ ס ט ע ר נ אַ ק: דער דאָקטער קעבעבע האָט מיר אָנגעזאָגט, אַז װיבאַלד איך שטײ אױף, מיט רעשפּעקט צו מעלדן, פֿון בעט, זאָל איך באַלד אײַנשלינגען אַ פּיל, פֿאַרטרינקען מיט אַ האַלבע גלאָז װאַסער, אָפּװאַרטן אַ האַלבע שעה און ערשט נאָכדעם עסן פֿרישטיק. געניסט עפּעס. פֿאַרװאָס זאָלט איר ניט געניסן? אָט שטײען ניס, מאַראַנצן, אײַנגעמאַכטס…

מ אַ ד אַ ם כ י נ ק י ס: (צו די איבעריקע דאַמען). מיר דאַכט, ס'איז די אײגענע ניס מיט די מאַראַנצן, װאָס פֿאַראַכטאָגן אין דער צײַט. קוקט זיך צו… (צו דער מאַדאַם פּאָסטערנאַק). אַז מע שלינגט פּילן, מוז מען אָבער האַלטן דיעט. עך האָב אַמאָל אױך, ניט הײַנט געדאַכט, געהאַט צו טאָן מיט די נערװן, האָט מען מעך געהאַלטן אַף אַזאַ דיעט, אַז עך בין שיִער ניט אױסגעגאַנגען פֿאַר הונגער.

מ אַ ד אַ ם פּ אָ ס ט ע ר נ אַ ק: איך װײס, װאָס הײסט דיעט. דער דאָקטער קעבעבע האַלט מיך אױך, מיט רעשפּעקט צו מעלדן, אַף דער דיעט. איך בין שױן אָבער אױס מענטש. עס טרעפֿט אָפֿטמאָל באַנאַכט זאָל זיך מיר פּלוצעם פֿאַרגלוסטן, מיט רעשפּעקט צו מעלדן, עפּעס נעמען אין מױל אַרײַן ― און דערצו איז נאָך באַ מיר אַ כאַראַקטער, אַז פֿאַרן שלאָף מוז איך עפּעס איבערכאַפּן. געניסט עפּעס. פֿאַרװאָס זאָלט איר עפּעס ניט געניסן? אָט שטײען ניס, מאַראַנצן, אײַנגעמאַכטס…

מ אַ ד אַ ם ב ײ ג ע ל מ אַ ן: (צו דער מאַדאַם קנאַקניסל). מע זעט נאָך די באַקן, װי די צײנער קנאַקן… (צו דער מאַדאַם פּאָסטערנאַק). מיר פֿאַרשפּאָרן גאָר האַלטן דיעט. אונדזער משפּחה זײַנען אַלע זײער װינציקע עסערס. אונדזער משפּחה עסט כּמעט גאָרניט.

מ אַ ד אַ ם כ י נ ק י ס: (צו די איבעריקע דאַמען). שױן. זי איז שױן דאָ מיט איר משפּחה! איר האָט עפּעס ליב, אַז זי צערעדט זעך פֿון איר משפּחה?…

מ אַ ד אַ ם פּ אָ ס ט ע ר נ אַ ק: (צו דער מאַדאַם כינקיס). אַקעגן דעם, װאָס איר זאָגט: האַלטן דיעט. איר מעגט מיר גלײבן, אַז אַזאַ װינציקע עסערן, װי איך בין, האָט איר דען די צװײטע אַף דער גאַנצער װעלט? דאָס פֿלײש האָט זיך מיר, מיט רעשפּעקט צו מעלדן, אַזױ צוגעגעסן, אַז איך קאָן שױן אַף דעם ניט קוקן. עס גלוסט זיך איבערבײַטן אַמאָל, מיט רעשפּעקט צו מעלדן, אַף אַ קרעפּל, אַ טײגעכץ, אַ מלינצע, צי װײס איך װאָס. איך פֿרעג דעם דאָקטער קעבעבע: װאָס קאָן שאַטן צו דער דיעט, אַז מען עסט אױף אַ צװײ־דרײַ קרעפּלעך מיט קעז, מלינצעס אַ פּאָר, צי צרות־קנײדלעך עטלעכע, צי אַ מילכיקן באָרשט? מילא, אין אױסלאַנד, בשעת מע טרינקט די װאַסערן, איז עפּעס אַנדערש; אָבער דאָ, באַ זיך אינדערהײם! געניסט עפּעס. פֿאַרװאָס זאָלט איר עפּעס ניט געניסן? אָט שטײען ניס, מאַראַנצן, אײַנגעמאַכטס… מ אַ ד אַ ם כ י נ ק י ס: (צו די איבעריקע דאַמען). װי געפֿעלט אײַך איר דיעט מיט קרעפּלעך? (צו דער מאַדאַם פּאָסטערנאַק). איר דאַרפֿט זיך היטן פֿון פֿאַרקילן. דאָס װעטער איז איצט אַזױ שלעכט, און איר גײט אָנגעטאָן זומערדיק… (צו די איבעריקע דאַמען). עס פּאַסט איר דאָס ליכטיקע זײַדענע קאָפֿטל מיט די אױסגעשניטענע אַרבל, װי מײַנע צרות! עפּעס קומט זי גאָר אױס האָרבאַטע!… אָט קוקט זעך צו… (צו דער מאַדאַם פּאָסטערנאַק). װער האָט אײַך אױפֿגענײט דאָס קאָפֿטל? עס קלײדט אײַך אַזױ צום פּנים, אַז ס'איז מחיה צו קוקן, כ'לעבן. באַ אונדז אין קאָמענעץ גײט מען נאָר דעקאָלטירט.

מ אַ ד אַ ם פּ אָ ס ט ע ר נ אַ ק: איר װײסט ניט, װער מיר נײט? מיר נײט שטענדיק קלאַראַ. קײנער קאָן מיר ניט אַזױ צוטרעפֿן צו מײַן כאַראַקטער, װי קלאַראַ. זי איז שױן אַזױ געניט, מיט רעשפּעקט צו מעלדן, אין מײַן פֿיגור, אַז זי פֿאַרשפּאָרט מיר נעמען אַ מאָס. זי טרעפֿט אין דער פֿינצטער. נאָר װאָס דען איז איר חסרון? זי איז, מיט רעשפּעקט צו מעלדן, אַ גרױסע גנבֿטע. פֿון צװעלף אַרשין מאַטעריע קאָן זי אַראָפּכאַפּן דרײַצן. אונטער די הענט װערט באַ איר פֿאַרברענט… געניסט עפּעס. פֿאַרװאָס זאָלט איר עפּעס ניט געניסן? אָט שטײען ניס, מאַראַנצן, אײַנגעמאַכטס…

מ אַ ד אַ ם כ י נ ק י ס: (צו די איבעריקע דאַמען). װאָס מע קאָן זעך שױן באַ איר אָנגנבֿהנען!… (צו דער מאַדאַם פּאַסטערנאַק). פֿאַרװאָס זאָלט איר זעך בעסער ניט נײען באַ דער מאַדאַם אונטערשלאָק? אַלע יעהופּעצער דאַמען נײען זיך באַ דער אונטערשלאָק. זי איז טאַקע אונדזערע אַ קאָמענעצערן.

מ אַ ד אַ ם פֿ ײַ נ ק ו ג ל: איך נײ מיר נאָר אין אױסלאַנד. מיר זאָל מען אױפֿנײען אַ מלבוש הי, ניט אין אױסלאַנד, װאָלט איך דאָס ניט געקאָנט אָנטאָן אַפֿילו.

מ אַ ד אַ ם ב ײ ג ע ל מ אַ ן: אונדזער משפּחה נײען זיך אַלע באַ דער קאַראָלינע. זי נעמט טאַקע טײַער, נאָר אַז זי נײט אױף אַ מלבוש, זינגט דאָס! אונדזער משפּחה װײס ניט קײן אַנדער מאָדיסטקע אין יעהופּעץ, חוץ דער קאַראָלינע.

מ אַ ד אַ ם ק נ אַ ק נ י ס ל: (צו דער מאַדאַם כינקיס). איר משפּחה איז טאַקע אַנדערש ניט געװױנט געװאָרן… װאָס זאָגט איר אַף אַזאַ גלות?

מ אַ ד אַ ם כ י נ ק י ס: (צו דער מאַדאַם קנאַקניסל). פֿאָר־שטײט זעך, װי קאָן מען אַנדערש, אַז מע שטאַמט פֿון בײגלטרעגער?… (צו די איבעריקע דאַמען). װאָס טױג אײַך רײדן פֿון מאָדיסטקעס? הערט זעך צו, עך װעל אײַך בעסער דערצײלן אַ נײַס פֿון דער מאַדאַם מײער־צימעס מיט איר טעכטערל. מיר דאַכט, אַז מיר װעלן אינגיכן האָבן אַ מזל־טובֿ…

אַ ל ע ד אַ מ ע ן: אַ קנס־מאָל?

מ אַ ד אַ ם כ י נ ק י ס: נאָך ערגער פֿון אַ קנס־מאָל…

אַ ל ע ד אַ מ ע ן: אַ חתונה?

מ אַ ד אַ ם כ י נ ק י ס: נאָך ערגער פֿון אַ חתונה…

אַ ל ע ד אַ מ ע ן: (קוקן זיך איבער פֿאַרװוּנדערט). אױ! װאָס הײסט? טאַקע אַן אמת? (אַ פּליעסק מיט די הענט). װאָס־זשע האָט איר געשװיגן ביז אַהער? דערצײלט־זשע אונדז, נשמהניו, האַרצעניו, ליובעניו! (מע כאַפּט זי אַרום. מע קװעטשט איר די הענט. מע בעט זי דער־צײלן).

מ אַ ד אַ ם כ י נ ק י ס: דערצײלן װעל עך אײַך, בתּנאַי, אַז צװישן אונדז זאָל דאָס בלײַבן. קײן פֿױגל טאָר ניט װיסן! איר געדענקט זומער, בשעת מיר זײַנען געקומען פֿון דעם אױסלאַנד, האָב עך אײַך געפֿרעגט, װוּ איז דאָס אַהינגעקומען די מאַדאַם מײערצימעס מיט דער טאָכטער? קײנער האָט ניט געװוּסט: דער האָט געזאָגט ― אין װין; דער ― אין בערלין; אַנדערע האָבן געדרונגען ― אין פּאַריז. עך האָב מעך אַלץ געבראָכן דעם קאָפּ, װיִאַזױ װערט מען דאָס געװאָר אַקוראַט? עך ראָב מעך אַפֿילו אַ פּאָר מאָל באַגעגנט מיט איר אין די קלײטן, נאָר צוגײן צו איר און אָפּגעבן איר פֿריִער דעם גוט־מאָרגן ― צופֿיל כּבֿוד פֿאַר איר. יענע האָט אַזױ פֿאַריסן די נאָז, אַז זי מײנט, קײנער איז צו איר ניט גלײַך. עך געדענק נאָך, אַז זי איז געװען אַן אָם באַ אונדז אין קאָ־מענעץ… עך זאָל אַזױ לעבן!

מ אַ ד אַ ם פֿ ײַ נ ק ו ג ל: װאָס דאַרפֿט איר מער? אַז איך באַגעגן זיך מיט איר אַף דער גאַס אַ נאָז קעגן אַ נאָז, פֿאַרדרײט זי דעם קאָפּ אָן אַ זײַט און מאַכט זיך װי זי זעט ניט. װאָס זאָגט איר אַף איר טאַטן?

מ אַ ד אַ ם ב ײ ג ע ל מ אַ ן: מיר שטײט גאָר ניט אָן צו גריסן זיך מיט איר. אין אונדזער משפּחה געפֿינען זיך אַ ביסל שענערע דאַמען פֿון איר. אונדזער משפּחה האָבן פֿײַנט, אַז מע בלאָזט פֿון זיך…

מ אַ ד אַ ם ק נ אַ ק נ י ס ל: (צו דער מאַדאַם כינקיס). זי איז שױן װידער דאָ מיט איר משפּחה!

מ אַ ד אַ ם כ י נ ק י ס: נו־נו, װי מײנט איר? עך װעל דאָס עפּעס דורכלאָזן גלאַט אַזױ? עך האָב מעך מײשבֿ געװען און רײד איבער מיט מײַן עלטערער טאָכטער און זאָג איר: „װײסטו װאָס, טאָכטער מײַנע? אַזױ װי דו האָסט אַ מאַן אַ דאָקטער, און דער מאַן דײַנער איז באַקענט מיטן דאָקטער קעבעבע, און דער דאָקטער קעבעבע איז דאָרט אַ הײמישער, ― אַ דאָקטער מיט אַ דאָקטער, לאָז ער זעך מיט אים פֿונאַנדעררײדן, דאָס, יענץ, אױסטאַפּן װערטער ― איר פֿאַרשטײט?

אַ ל ע ד אַ מ ע ן: נו, נו? װאָס־זשע האָט ער געזאָגט?

מ אַ ד אַ ם כ י נ ק י ס: (לײגט אַ פֿינגער אַף דער נאָז). כאַפּט־זשע ניט! עך האָב געזען, אַז ס'איז בלאָטע, ער װעל דורך מײַן אײדעם גאָרניט מאַכן, ― האָב עך מער מײשבֿ געװען, לאָם עך מעך קאָרשט דורכגײן אַלײן צו איר. אַן אױסרײד האָב עך געהאַט אַ טײַערן: עך מאַך עטלעכע קערבלעך אַף אַ געפֿאַלענער משפּחה; װי װעט מיר די מאַדאַם מײערצימעס ― פֿאָרט אַ נגידית און אַ מיוחסת ― ניט געבן קײן שײנע נדבֿה, און אין אײנװעגס טאַקע מעך אױפֿנעמען פֿאַר אַ גאַסט אױך, און זיצן מיט מיר כאָטש אַ האַלבע שעה? עך דאַרף מער ניט װי זיצן אַ האַלבע שעה און קוקן… װאָס טוט גאָט? שיקט זי מיר ניט אַרױס זאָגן, אַז זי איז ניטאָ אין דער הײם? אַזאַ נידעריקע זאַך! אַזאַ גדלנטע! אַזאַ וצדקתך! באַ אונדז איז קאָמענעץ װאָלט עך אַפֿילו ניט געװאָלט קוקן אַף איר, עך זאָל אַזױ לעבן! באַ אונדז אין קאָמענעץ…

אַ ל ע ד אַ מ ע ן: איר האָט אונדז צוגעזאָגט דערצײלן אַ מעשׂה פֿון דער מאַדאַם מײערצימעס מיט איר טאָכטער ― צום סוף זײַט איר פֿאַרפֿאָרן קײן קאַמענעץ…

מ אַ ד אַ ם כ י נ ק י ס: כאַפּט־זשע ניט! עך קום צו גײן אַהײם אַ צעקאָכטע, מיט אַ קאָפּװײטיק, אַ מיגרען, ― מע זאָל באַהיט און באַװאָרנט װערן! דערװײַל הער עך ― מע קלינגט. װער איז? די אונטער־שלאָק! גוט מאָרגן, גוט יאָר. „װאָס איז אײַך? דער מיגרען האָט זעך אײַך שױן װידער אָנגערופֿן?“ קערץ און גוט, עך האָב איר אױסדעד־צײלט מײַן גאַנץ ביטער האַרץ. „איר גיט מיר, זאָגט זי, אײַער הײליק װאָרט, אַז קײן פֿױגל זאָל ניט װיסן, װאָס עך װעל אײַך דערצײלן?“ זי האָט מעך באַשװאָרן, מיט מײַן מאַן און מיט מײַנע קינדער, און האָט מיד דערצײלט אַ גאַנצע מענשה.

אַ ל ע ד אַ מ ע ן: (שפּרינגען אונטער אַף די ערטער). נו? נו? לאָמיר שױן הערן די מעשׂה?

מ אַ ד אַ ם פּ אָ ס ט ע ר נ אַ ק: געניסט עפּעס דערװײַל. איר האָט נאָך גאָרניט גענאָסן. אָט שטײען ניס, מאַראַנצן, אײַנגעמאַכטס…

מ אַ ד אַ ם כ י נ ק י ס: הערט־זשע אױס! די מענשה איז אַזױ. אַ חדשים צװײ פֿאַר אונדזער אַװעקפֿאָרן קײן אױסלאַנד אין די בעדער אַרײַן, האָט די אונטערשלאָק אױפֿגענײט דער מאַדאַם מײערצימעס אַ ראָטאָנדע, און דער טאָכטער אַ ראָטאָנדע. איז איר ניט געפֿעלן געװאָרן די ראָטאָנדעס, גײט זי און פֿאַרקױפֿט בײדע ראָטאָנדעס פֿאַר האַלב געלט און הײסט זעך מאַכן קאָרצע זשאַקעטלעך, אַזױ װי מע טראָגט באַ אונדז אין קאָמענעץ: דאָ אַרומגעכאָפּט (זי װײַזט מיט די הענט און דרײט זיך), פֿון אונטן געהאַקט, פֿון פֿאָרנט קײַלעכיק, די אַרבל אָנגעבופֿט, אַ קאָלנער אַ הױכער מיט שטערנדלעך, לאָצן גרױסע, אָפּגעלײגטע, קאָקאָסענע קנעפּ…

אַ ל ע ד אַ מ ע ז: (זיצן קױם אײַן אַף די ערטער). נו? נו? בקיצור…

מ אַ ד אַ ם כ י נ ק י ס: כאַפּט־זשע ניט! קערץ און גוט ― די אונטערשלאָק האָט אױפֿגענײט די זשאַקעטלעך, אָפּגעבראָכט די זשאַקעטלעך, זי נעמט אָנמעסטן די זשאַקעטלעך, פֿריִער דער מאַדאַם מײער־צימעס ― גוט! זי נעמט אָנמעסטן דער טאָכטער ― אַ צרה, אַ שלאַק, אַן אומגליק! איר פֿאַרשטײט?… (זי בײגט זיך צו צו דער מאַדאַם פּאָס־טערנאַק און רױמט איר אײַן אַ סוד אין אױער).

מ אַ ד אַ ם פּ אָ ס ט ע ר נ אַ ק: (אַ פּליעסק מיט די הענט). אױ, איך האַלט דאָס ניט אױס! מע באַדאַרף, מיט רעשפּעקט צו מעלדן, חלשן! (זי בײגט זיך צו צו דער מאַדאַם פֿײַנקוגל און רױמט איר אײַן אַ סוד אין אױער).

מ אַ ד אַ ם פֿ ײַ נ ק ו ג ל: (שפּרינגט אונטער אַפֿן בענקל, ברעכט די הענט). אױ, איך װעל זיך אַ מעשׂה אָנטאָן! עס איז דאָך אַזױ רעכט! אַזױ רעכט! װען איך זאָל מיך גאָר ניט שעמען, גײ איך טאַנצן!.. (זי כאַפּט אַרום די מאַדאַם בײגעלמאַן און רױמט איר אײַן אַ סוד אין אױער).

מ אַ ד אַ ם ב ײ ג ע ל מ אַ ן: (פּאַטשט די מאַדאַם קנאַקניסל אין די פּלײצעס). פֿאַרװאָס הערט איר ניט? װאָס שװײַגט איר? װאָס שװײַגט איר? אין אונדזער משפּחה װעט זיך אַזעלכעס ניט טרעפֿן, כאַ־כאַ־כאַ!…

מ אַ ד אַ ם ק נ אַ ק נ י ס ל: (צו דער מאַדאַם כינקיס). אומעטום איז זי דאָ מיט איר משפּחה!… זאָגט־זשע אָבער, איר װײסט דאָס פֿאַר געװיס? טאָמער איז דאָס אַ פּיזמון? די אונטערשלאַק, פֿאַרשטײט איר מיך, האָט ליב אַמאָל אױסטראַכטן אַ זאַך, װאָס ניט געשטױגן, ניט געפֿלױגן.

מ אַ ד אַ ם כ י נ ק י ס: (לײגט בײדע הענט אַפֿן האַרצן און פֿאַרגלאַנצט די אױגן אַרױף). גאָט זאָל מיר אַזױ העלפֿן, עך זאָל אַזױ האָבן נחת פֿון מײַנע קינדער, מיר זאָלן אַזױ אַלע אױסגעלײזט װערן פֿון צרות, עך זאָל אַזױ ניט װיסן פֿון קײן שלעכטס װײַל עך װעל לעבן, עך זאָל אַזױ הערן אַלדאָס גוטס מיט אײַך אינאײנעם, מיר זאָלן אַזױ גיך אַלע אױפֿגערעכט װערן, עך זאָל אַזױ רײדן מיט װעמען מיר איז ליב, עס זאָל מיר אַזױ זײַן אַ רפֿואה צו מײַן קאָפּװײטיק, עך זאָל אַזױ גיך פֿאַרגעסן פֿון מײַן מיגרען, װי גיך מיר װעלן האָבן אַ מזל־טובֿ באַ מײער־צימעסן אין שטוב…

אַ ל ע ד אַ מ ע ן: (קװעלן, קנײַפּן אײנס דאָס אַנדערע). װאָס זאָגט איר? װאָס זאָגט איר דערױף? עס איז דאָך װערט גאָלד! גאָלד איז דאָס װערט! אַזאַ מפּלה! אַזאַ נקמה!…

פּֿ ײַ פֿ ע ר: (פֿון דער װײַטן). מע דאַרף בעטן די דאַמען, זײ זאָלן מוחל זײַן רײדן אַ ביסל שטילער. מע הערט ניט אַ װאָרט.

פֿ ײַ נ ק ו ג ל: איבער זײער געשרײ הערט מען ניט אונדזער געפּילדער.

פּ אָ ס ט ע ר נ אַ ק: לאָז זײַן שטילער! נ ש י ם ד ע ת ן ק ל ו ת ― װײַבער זײַנען גענדז…

מ אַ ד אַ ם פּ אָ ס ט ע ר נ אַ ק: אַ שײנע מעשׂה, נאָר אַ קורצע! אַ גליק, װאָס איזאַבעלע איז דאָ ניטאָ… (זי קוקט זיך אַרום אַף אַלע זײַטן). די מאַמע איז געפֿאָרן קײן אױסלאַנד מאַכן די קור, און די טאָכטער האָט געהאַט די רפֿואה… פֿאַרװאָס געניסט איר עפּעס ניט? אָט שטײען ניס, מאַראַנצן, אײַנגעמאַכטס… איר האָט מיך עפּעס הײַנטיקע נאַכט גאָר מבֿײש געשטעלט. צי אפֿשר װילט זיך אײַך, מיט רעשפּעקט צו מעלדן, אַ סטוקלקע?

אַ ל ע ד אַ מ ע ן: (הײבן זיך אױף װי אײן מענטש). אַ סטוקלקע? אָך, פֿאַרװאָס ניט? (מע מאַכט ניט קײן שהיות, מע פֿאַרכאַפּט ערטער, מע נעמט אַרױס די בײַטעלעך און מע גיט קאָרטן. לכתּחילה איז שטיל. עס הערן זיך נאָר פֿאַרשײדענע אײנציקע קולות פֿון די מאַנצבילן: „פּאַס!“ „אַ קלײנער שלעם!“ „אַ גרױסער שלעם!“ „אָן צװײ!“ „אָן דרײַ!“… און פֿון די דאַמען: „װאָס איז יום־טובֿ?“ „װעמענס שלײף?“ „איך האָב אַ לעװײ!“ „איך בין רעמיז מיט דער צװײטער מלכּה!“ „װעמענס פֿאָרהאַנט?“ „טױז מלך קאָזיר!“ „עס קומט מיר פֿון אײַך אַ גילדן! פֿאַרגעסט נאָר ניט, אַ גילדן!“… נאָר װאָס װײַטער װערן די קולות אַלץ העכער. די פּנימער פֿלאַמען. די אױגן ברענען. מע הײבט זיך אָן אונטערקריגן. די מאַנצבילן װאַרפֿן זיך אױס אײנער דעם אַנדערן, אַז זײ פֿאַרשטײען דאָס שפּיל מער פֿון אַ טױטן. פֿײַפֿער היצט זיך. באַ די דאַמען איז אױך ניט אומעטיק. סע זאָגט זיך אײנע דער אַנדערער שטעכװערטלעך, אַז באַ קאָרטן טאָר מען ניט זײַן נערװעז. איזאַבעלע זיצט באַ דער פֿאָרטעפּיאַנע און שפּילט שטילערהײט. מאַרקוס זיצט הינטער איר אַרן שעפּטשעט איר אַפֿן אױער. איזאַבעלע לאַכט).

מ אַ ר ק ו ס: (דרײט אױס דעם קאָפּ צום עולם). באַטראַכט נאָר אַקאָרשט, װי מען איז דאָס פֿאַרטיפֿט אין דער אַרבעט. עס איז זײ שױן ניט אָפּצורײַסן אַצינד פֿון די קאָרטן. זײ זעען ניט און הערן ניט װאָס עס טוט זיך אַרום זײ. כאָטש נעם און טראָג זײ אַרױס. און די דאַמען? זעט נאָר, װי זײ ברענען! זײ זײַנען גרײט, זײ זאָלן זיך ניט שעמען, אײנס דאָס אַנדערע אױסרײַסן די אױגן, אָפּבײַסן די נעזער, אײַנשלינגען לעבעדיקערהײט… (ער שטײט אױף, לײגט צונױף די הענט אַפֿן האַרצן). גליקלעכע מענטשן! אין דער מינוט איז פֿאַר זײ ניטאָ קײן שום טײַערערע אָדער הײליקערע זאַך אַף דער װעלט. אַ כּפּרה דאָס װײַב פֿאַר אַ „גרױסן שלעם“, אַ כּפּרה דער מאַן פֿאַר אַ „טױז קאָזיר“, אַ כּפּרה קינדער, אַ כּפּרה אַלצדינג פֿאַר אַ קערטל… אומגליקלעכע נפֿשות! װאָס פֿאַר אַ לעבן קאָן באַ זײ זײַן? װאָס פֿאַר אַ װעלט? װען רעדט דער מאַן מיטן װײַב, דער פֿאָטער מיט די קינדער, אַז אַ גאַנצן טאָג איז מען אַף דער בערזע, און באַנאַכט באַ די קאָרטן? װען זעען זיך די קינדער מיט זײער פֿאָטער? װאָס הערן זײ, װאָס װײסן זײ און װאָס טראַכטן זײ פֿון אים?… װוּ איז ער, דער גלאַנץ פֿון אונדזער אומה, אונדזער גרעסטע, אונדזער שענסטע און אפֿשר אײנציקע מעלה, מיט װעלכע מיר שטאָלצירן קעגן אַנדערע פֿעלקער ― דאָס ייִדישע פֿאַמיליענלעבן?…

א י ז אַ ב ע ל ע: (הערט זיך אײַן װי מאַרקוס רעדט). אַך, מאַר־ קוס! װי שײן ער איז בשעת ער רעדט! פּערל שיטן זיך פֿון זײַן מױל. און די אױגן ― פֿלאַמען פֿײַער. ליבער מאַרקוס! זיסער מאַרקוס! די נשמה װאָלט איך אים אַװעקגעגעבן בשעת ער צערעדט זיך! (זי שיקט אים אַ קוש אין דער לופֿט). דאָס האַרץ רײַסט מיר אָבער, אַז איך דערמאָן זיך, װיִאַזױ ער װעט נעבעך לײַדן און װאָס פֿאַר אַ צרות ער װעט איבערטראָגן, אַז ער װעט דערהערן, אַז איך בין אַ כּלה געװאָרן פֿאַר אַן אַנדערן… אַך, װאָס זאָל איך טאָן, אַז איך בין, צו מײַן פֿינצטער מזל, געבױרן באַ רײַכע עלטערן? װאָס קאָן איך העלפֿן, אַז איך שטײ אײַן באַ אַ דעספּאָט, װאָס װיל ניט פֿאַרשטײן, אַז ליבע שטײט העכער פֿון געלט?… אַנטלױפֿן? חתונה האָבן קעגן דעם טאַטנס װילן? װאָס װעט זײַן דעמאָלט פֿון אונדז בײדן דער תּכלית, אַז ער איז אַזױ אָרעם און עלנט?… אָרעמער מאַרקוס! װי גליקלעך װאָלטן מיר בײדע געװען, װען ער איז אין פֿײַפֿערס שטאַנד, כאָטש האַלב פֿון אים! איך װאָלט געװאַרט ביז ער װעט ענדיקן דאָקטער מעדיצין… נאָכדעם חתונה געהאַט… געפֿאָרן אינאײנעם קײן בערלין, אָדער קײן װין, אַזױ װי כינקיסעס טאָכטער מיט איר מאַן… געקומען, אױסגעמעבלט אַ שײנע דירה אין יעהופּעץ, אַזױ װי כינקיסעס טאָכטער… אים אַ גרױסאַרטיקן קאַבינעט, מיר אַ פּראַכטפֿולן בודואַר… מיר האָבן זיך אונדזער אײגענעם עקיפּאַזש מיט גימעלאַסטיקענע רעדלעך… אַלע װאָך זשורקיסן… אַלע נאַכט אָדער צו־גאַסט, אָדער אינאײנעם אין טעאַטער… „װער זיצט דאָס אין יענער לאָ־זשע־בענואַר, אַזאַ גליקלעך פּאָרפֿאָלק?“ ― „דאָס איז דאָקטער מאַרקוס מיט זײַן פֿרױ איזאַבעלע“… (פּלוצעם כאַפּט זיך אױף כינקים, טוט אַ װאָרף די קאָרטן אַפֿן טיש).

כ י נ ק י ס: לאָז דאָס ברענען אַפֿן פֿײַער! אײדער אַזױ שפּילן אין קאָרטן, איז שױן גלײַכער זיצן אינדערהײם און שרײַבן ספֿרים!

ק נ אַ ק נ י ס ל: װאָס גײט אײַך אָן, װיִאַזױ איך שפּיל? איך װיל מיר אַרױס מיט קאָזיר ― און רוף מיך קנאַקניסל!

פּ אָ ם ט ע ר נ אַ ק: (פֿון דעם אַנדערן טיש). ער איז גערעכט, װי אין פּסוק שטײט: ב ג פּ ו י ב ו א ב ג פּ ו י צ א ― איטלעכער שפּילט זיך, װי ער פֿאַרשטײט.

פֿ ײַ פֿ ע ר: נײן, שולדיק איז גאָר כינקיס: ער האָט געמאַכט אַזאַ גאַנג, אַז מע מעג אים אָפּהאַקן הענט און פֿיס. נאָר כינקיס איז דיר אַן אַנטיק: ער האָט אַ טבֿע, אַז טאָמער מאַכט ער אַ פֿעלער, פֿאַלט ער אָן אַף יענעם.

כ י נ ק י ס: (צו פֿײַפֿערן). איר זײַט אַן אידיאָט! איר פֿאַרשטײט אַזױ באַ קאָרטן, פּונקט װי איר פֿאַרשטײט די בערזע!

פֿ ײַ פֿ ע ר: ע, איר זידלט זיך שױן? װעל איך דאָך אײַך דערצײלן, װער איך זײַט, קאַרטיאָזשניק! זשוליק! (ער כאַפּט אַ טעשל קאָרטן און װאַרפֿט כינקיסן אין פּנים אַרײַן. כינקיס נעמט אים אָן באַ די װאָנצעס. קנאַקניסל פֿאָרט אַרײַן כינקיסן אין דער באָרד. פּאָסטערנאַק שרײַט: „ אַ ל ת פּ ל ד ב ר ― כאַטאַ פּאָקרישקע! לאָז זײַן שטיל! ס'איז אַ בזיון פֿאַר די דאַמען!“… מאַדאַם פּאָסטערנאַק פֿאַלט חלשות. די דאַמען שרײַען: „װאַסער! װאַסער!“).אין אַ פּאָר חדשים אַרום. ― באַ פֿײַפֿערן אין קאַנטאָר. שײנע טישלעך. געטאָקטע גראַטעס. אײַזערנע שאַפֿעס. ― צ י פֿ ע ר ב ל אַ ט, דער בוכהאַלטער, אונטערגעבונדן די אױערן מיט אַ װײַס טיכל, און פֿ ל ע ־ ד ע ר װ י ש, דער קאָרעסבאָנדענט, אַ פֿראַנט מיט בלױע ברילן, זיצן אַף הױכע שטולן, סקריפּען מיט די פֿעדערן און װאַרפֿן אַף בײנדלעך. ז י ל ב ע ר מ י נ ץ, דער קאַסיר, זיצט אין די גראַטעס באַ דער קאַסע, צײלט געלט געשװינט, קנאַקט מיט די פֿינגער. פֿ ײַ פֿ ע ר אַלײן זיצט אױבנאָן באַם טיש און דרײט די װאָנצעס. באַ די זײַטן זיצן ספּעקולאַנטן: פֿײַנקוגל, כינקיס, בײגעלמאַן, קנאַקניסל. אַ ביסל װײַטער שטײען עטלעכע יונגע ספּעקולאַנטלעך און מעקלערס. אַלע רײדן, מאַכן מיט די הענט, היצן זיך. עס לאָזן זיך הערן פֿאַרשײדענע קולות: „יקנה″ז!“ „פֿעסט!“ „יקנה″ז!“… עס קומט אָן ג ר ײ ג ע ר מיט אַ כאַליאַסטרע מעקלערס.

ע ר ש ט ע ס צ ע נ ע

ג ר ײ ג ע ר: (האַלט זיך מיט בײדע הענט באַ די זײַטן). יקנה″ז!? אומעטום, װוּ מע קומט, הערט מען נאָר יקנה″ז און יקנה″ז! יעהופּעץ ― אױך מיר אַ בערזע, אַז אָך און װײ איז די יאָר! כאַפּט מען זיך אָן אָן עפּעס אַן אַרטיקל, איז זײ ניט אָפּצורײַסן. פֿרעגט זײ בחרם: װאָס יקנה″ז? װער יקנה″ז? װײסן ניט פֿון זײער געזונט. אײנער קוקט אַפֿן אַנדערן, גײען װי שאָף אין דער טשערעדע. נאָר איך אײנער האַלט מיר אָפּ פֿון יקנה″ז. אַדרבה, איך פֿאַרקױף גאָר יקנה″ז. אָט האָב איך ערשט נעכטן אָפּגעלײזט פֿאַר אַ דריטהאַלבן הונדערט שטיק יקנה″ז זיבן הונדערט צװאַנציק אַף קאָנטראַקטן, איך זאָל אַזױ לעבן מיט אײַך אינאײנעם. לאָז זאָגן עמעצער, אָט שטײען ייִדן. (ער װײַזט אַף דער כאַליאַסטרע מעקלערס). ד י כ אַ ל י אַ ס ט ר ע: (שיסן אױס אַלע מיטאַמאָל). אמת, אמת, װי מערידן זײַנען!… פֿ ײַ נ ק ו ג ל: (קוקט זיך איבער מיט דער קאָמפּאַניע ספּעקולאַנטן. צו גרײגערן). אַז די נאַסע בײמער ברענען, הײַנט װאָס זאָלן שױן זאָגן די טרוקענע? אַז איר האָט מורא צו האַלטן זיך מיט יקנה″ז, הײַנט װאָס זאָלן מיר שױן זאָגן?… פֿונדעסטװעגן װאָלט איך זײער געװאָלט װיסן, צי פֿאַרקױפֿט איר נאָך עפּעס יקנה″ז צו די זעלבע פּרײַזן? ג ר ײ ג ע ר: (אױפֿגעבראַכט). איר װײסט דאָך, אַז איך האָב פֿײַנט אײַערע יעהופּעצער אָפּשניצלער, אױבערקעפּלעך און המשאהלעך. באַ מיר איז אַן אָפֿענער זעקס־און־זעכציק ― װאָס אַף דער לונג, דאָס אַף דער צונג. אַז מע רעדט, זאָל מען רײדן עסק. פּאָעזיע האָב איך פֿײַנט. (צו פֿײַפֿערן). זעט איר, מיט אײַך מאַכן מיר אַ געשעפֿט. מיט אײַך האָב איך ליב צו האַנדלען, װײַל איר זײַט דער אײנציקער לײַטישער סוחר אין יעהופּעץ אַף דער בערזע. מיט אײנעם װאָרט, איר זײַט אַ דזשענטל־מען ― איך זאָג דאָס אַף אײַך אַלע מאָל, װי גאָט איז הײליק. פֿרעגט, אָט שטײען ייִדן.

ד י כ אַ ל י אַ ס ט ר ע: אמת, אמת, װי מערידן זײַנען!

פֿ ײַ פֿ ע ר: (דרײט די װאָנצעס). װאָס־זשע װילט איר מאַכן, פּאַני גרײגער? לאָמיר הערן.

ג ר ײ ג ע ר: איך װיל… איך װיל מיט אײַך מאַכן אַזאַ געשעפֿט: איר שטעלט מיר אַ פּרײַז אַף הונדערט שטיק יקנה″ז, װי טײַער איר קױפֿט און װי טײַער איר פֿאַרקױפֿט, גערוקט אין צען קערבלעך, און איך מוז אױסקלײַבן אײנס פֿון די צװײ: אָדער איך װעל באַ אײַך צונעמען הונדערט שטיק יקנה″ז, אָדער איך װעל אײַך אַװעקגעבן הונדערט שטיק יקנה″ז. נו, װאָס טראַכט איר אַזױ לאַנג? האַקט אַ צדיק!

פֿ ײַ נ ק ו ג ל: (צום איבעריקן עולם). גרײגער װיל אים מאַכן דאָס שפּיל…

פֿ ײַ פֿ ע ר: (טראַכט). נײן. מיר לױנט בעסער, הער גרײגער, אַז איר זאָלט מיר שטעלן אַ פּרײַז אַהין אָדער אַהער, און די ברירה זאָל זײַן באַ מיר.

פֿ ײַ נ ק ו ג ל: (צום איבעריקן עולם). דער קלײנער לאָזט זיך ניט פֿירן אין חדר אַרײַן.

ג ר ײ ג ע ר: (מיט היץ). אָט דאָס איז די מעשׂה מיט אַ יעהופּעצער ספּעקולאַנט: גיב אים פֿיר אַ געשעפֿט, ענטפֿערט ער דיר בױבעריק! נו, בקיצור, לאָז זײַן אַזױ װי איר װילט. באַ מיר פּועלט איר אַלצדינג אין דער װעלט. דאַרױף בין איך גרײגער. איך האָב שױן אַף אַזעלכע ספּעקולאַציעס מײַנע צײן אױפֿגעגעסן. איך האָב שױן געפּרוּװט אַמאָל אין אײן האַלבע שעה דערלײגן זיבן און זיבעציק טױזנט קערבלעך ― און אַפֿילו זיך ניט פֿאַרקרימט, װי מיר שטײען אונטער אַ הימל. (ער װײַזט אַף דער סטעליע). פֿרעגט װעמען איר װילט, אָט שטײען ייִדן.

ד י כ אַ ל י אַ ס ט ר ע: אמת, אמת, װי מערידן זײַנען!

ג ר ײ ג ע ר: (מיט גדלות). געלט איז בלאָטע. דער עיקר איז ― אַן ערלעכער מאַן, דאָס װאָרט זאָל זײַן אַ װאָרט, און געװײנלעך ― מוז מען דערצו האַלטן קאָפּ אױך. (ער טוט זיך אַ פּאַטש אין שטערן). גרײ־גער האָט אַ קעפּעלע, דער רוח האָט אים ניט גענומען!… אַלזאָ, הער פֿײַפֿער, הערט זיך צו מיט קאָפּ. (ער צײלט די װערטער). הונדערט שטיק יקנה″ז אַף קאָנטראַקטן, אַף זיבן הונדערט פֿערציק, מיט פֿערציק קערבלעך האַנטגעלט ― ק ו י ף איך באַ אײַך, און אַף זיבן הונדערט פֿופֿציק, מיט אַ פֿופֿציקער האַנטגעלט ― פֿ אַ ר ק ו י ף איך אײַך. הײַנט קלײַבט אײַך אױס.

פֿ ײַ פֿ ע ר: (טראַכט אַ װײַלע). האָב איך אײַך אָפּגעגעבן הונדערט שטיק יקנה″ז. (צום בוכהאַלטער). הער ציפֿערבלאַט! פֿאַרשרײַבט הונדערט שטיק יקנה″ז אַף זיבן הונדערט פֿערציק, מיט פֿערציק.

צ י פֿ ע ר ב ל אַ ט: (רײַסט זיך אָפּ פֿון די ביכער). האַ? װאָס? יקנה″ז? װיפֿל? װי טײַער? געקױפֿט, צי פֿאַרקױפֿט?

פֿ ײַ פֿ ע ר: שלום־עליכם, פֿון װאַנעט איז אַ ייִד? (צום קאָרעס־פּאַנדענט). הער פֿלדערװיש! דערצײלט אים װאָס ס'איז דאָ געמאַכט געװאָרן. (צום קאַסיר). הער זילבערמינץ! נעמט צו פֿון הערן גרײגער פֿיר טױזנט רובל.

פֿ ײַ נ ק ו ג ל: פּאַני גרײגער, אַף אײַך איז מקױם געװאָרן דאָס װערטל: „אַז מע זוכט אַ גלעזער, געפֿינט מען אַ סטאָלער“. איר האָט אַזױ געװאָלט קױפֿן יקנה″ז, אַזױ װי איר װיל טאַנצן.

כ י נ ק י ס: איר האָט זיך אַלײן געשטעלט אין אַ רעמיז.

ב ײ ג ע ל מ אַ ן: פֿאַרנוצט געזונט!

ק נ אַ ק נ י ס ל: װערטלעך אַף אַ זײַט. מילא, אַז גרײגער האָט זיך אַרױסגעכאַפּט מיט אַ װאָרט, װאָס קומט אים דערפֿאַר? װען עס טרעפֿט אַף מיר, דרײ איך מיר אַרױס, און רוף מיך קנאַקניסל!

ג ר ײ ג ע ר: בלאָטע! איך טו דאָס ניט, אָבער גאָר לא מיט אַ לאַנגער נון! איך הײס גרײגער! איך שװער אײַך בנאמנות, װי ס'איז אַ שהכּל פֿון גאָט (ער װײַזט אַפֿן טיש), ― מײַן גאַנצער אַרױסקוק איז נאָר געװען צו קױפֿן יקנח″ז. אַף יקנה″ז פֿרעגט מיך, װעל איך אײַך דערצײלן װאָס דאָס איז. ס'איז אַ סבֿרה, אַז מע קױפֿט אױס דאָס גאַנצע יקנה″ז פֿונעם מאַרק. ס'איז טױזנט קאַרבן אַ שטיק, װי איר זעט מיך לעבן! װאָס מײנט איר, גרײגער איז עפּעס אַ ייִנגעלע? שױן באַלד אַ חודש, אַז איך האַלט אין אײן קױפֿן יקנה″ז. איר האָב שױן אײַנגעקױפֿט ביז הײַנטיקן טאָג אפֿשר זיבן הונדערט שטיק. פֿרעגט, אָט שטײען ייִדן. (צו דער כאַליאַסטרע). װאָס שװײַגט איר?

ד י כ אַ ל י אַ ס ט ר ע: אמת, אמת, װי מערידן זײַנען!

אַ ק ו ל פֿ ו ן ד ע ר ז ײַ ט: סטײַטש, פּאַני גרײגער, איר האָט דאָך נאָרװאָס געזאָגט און געשװאָרן זיך, אַז ערשט נעכטן האָט איר פֿאַרקױפֿט דריטהאַלבן הונדערט שטיק יקנה″ז!

ג ר ײ נ ע ר: (מיט כּעס). נאַכאַל! װעד פֿרעגט אײַך? אַ ייִד איז דיר קײן קאַטאָװעס ניט! מענטשן רײדן עסק, מישט ער זיך אַרײַן. װער האָט דען געזאָגט „פֿאַרקױפֿט“? איך? מסתּמא האָט מיר אַזױ געפּאַסט. איך זאָג תּמיד װאָס מיר פּאַסט. למאַי זאָל איך לײקענען? איך האָב פֿײַנט די יעהופּעצער חכמות. באַ מיר איז אַן אָפֿענער זעקס־און־זעכציק ― װאָס אַף דער לונג, דאָס אַף דער צונג. פּאָעזיע האָב איך פֿײַנט. (צו פֿײַפֿערן). אַ סימן האָט איר, אַז איך בין אַ פֿעסטער קונה אַף יקנה″ז ― אָט פּרוּװט זיך, שטעלט אײַן, גיט מיר אַװעק אַף זיבן הונדערט פֿופֿציק, מיט אַ צענערל האַנטגעלט, נעם איר באַ אײַך צו נאָך אַ מאה שטיקלעך יקנח″ז.

פֿ ײַ פֿ ע ר: (ניט לאַנג געטראַכט). האָב איך אײַך אַװעקגעגעבן נאָך הונדערט שטיק יקנה″ז. (צום קאָרעספּאָנדענט). הער פֿלעדערװיש! מאַכט אַ בריװ אַף נאָך הונדערט שטיק יקנה″ז.

פֿ ײַ נ ק ו ג ל: (נעמט זיך באַ דער באָרד). אם כן, אַז דער צער פֿון טראָגן איז יאָ אַזױ גרױס, בין איך דאָך אױך אַ קונה אַף אַ מאה שטיקלעך יקנה″ז צום זעלבן פּרײַז, אױב מיט אַ צענערל האַנטגעלט!

פֿ ײַ פֿ ע ר: (צום קאָרעספּאָנדענט). הער פֿלעדערװיש! מאַכט נאָך אַ בריװ אַף הונדערט שטיק יקנה″ז.

כ י נ ק י ס: נו, און װוּ ביז איך? מײַן געלט איז קײן געלט ניט? עלעהײ איך האָב געשפּילט אין „בעזיק“. די בערזע איז דאָך ניט מער װי אַ קאָרטנשפּיל. הײסט מיר אױך מאַכן אַ בריװל אַף אַ מאה שטיקלעך יקנה″ז.

ב ײ ג ע ל מ אַ ן: װערקמירדיק! באַ כינקיסן איז דיר אַלצדינג געגליכן צו אַ קאָרט! (צו פֿײַפֿערן). זײַט אַזױ גוט און הײסט, זײַט מוחל, מיר אױך מאַכן אַ בריװעלע אַף אַ האַלבע מאה יקנה″ז.

ק נ אַ ק נ י ס ל: איך האָב אַפֿילו געגעבן דאָס װאָרט מײַן װײַב, אַן איך װעל מער קײן געשעפֿטן אַף דער בערזע ניט מאַכן; נאָר אַז איר זע אַלע קױפֿן, לאָזט דאָס מיך ניט אײַנזיצן, װי זאָגט ער: „אַחרי רבים להטות“. (צו פֿײַפֿערן). הײסט שױן, זײַט מוחל, מיר אױך מאַכן אַ בריװל אַף יקנה″ז, און דװקא אַף אַ גאַנצע מאה ― און רוף מיך קנאַקניסל!

פֿ ײַ נ ק ו ג ל: (צו קנאַקניסלן). אַף אײַך איז מקױם געװאָרן דאָס װערטל: „יאַק יצר־הרע נאַפּאַדני, טאָ תּקיעת־כּף נע פּאָמאָזשע“…

פֿ ײַ פֿ ע ר: (צום בוכהאַלטער). הער ציפֿערבלאַט! פֿאַרשרײַבט נאָך צװײ הונדערט פֿופֿציק שטיק יקנה″ז. (צום קאָרעספּאָנדענט). הער פֿלעדערװיש! מאַכט נאָך דרײַ פֿרישע בריװלעך. (צום קאַסיר). פֿאַרשרײַבט אין דעבעט נאָך דרײַ טױזנט פֿינף הונדערט רובל. (ציפֿערבלאַט װאַרפֿט אַף די בײנדלעך. פֿלעדערװיש שרײַבט בריװלעך. זילבערמינץ צײלט געלט, קנאַקט מיט די פֿינגער. צװישן עולם װערט אַ מוראדיקער גערודער.אַלע שרײַען „יקנה″ז! פֿעסט! פֿעסט!“ מעקלערס לױפֿן הין און צוריק פֿון אײנעם צום אַנדערן, רױמען אײַן אַלעמאָל פֿײַפֿערן אַ סוד אַפֿן אױער, נעמען אַן אָרדער און ברענגען געלט).

ג ר ײ ג ע ר: (גרױס). נו? װער האָט אָנגעמאַכט אַ האָס אַף יקנה″ז? גרײגער! װער קױפֿט אין אײן קלאַפּ דרײַ הונדערט שטיק יקנה″ז? גרײגער! אַלץ גרײגער! אַף מיר קוקנדיק האָבן זיך שױן אַלע צעלאָזט קױפֿן יקנה″ז. װוּ זײַט איר געװען ביז אַהער, בריות, יעהופּעצער ספּעקולאַנטן? ספּעקולאַנטן זײַט איר? אידיאָטן, ניט קײן ספּעקולאַנטן! איר װײסט ניט, װער עס האָט אײַך געשלײערט! איר זעט, יענער קריכט ― קריכט איר אױך. װאָס קריכט איר? װאָס האָט איר געקױפֿט? יקנח″ז? איר װײסט, װאָס יקנח″ז איז? מע טאָר עס דען נעמען אין די הענט אַרײַן אַפֿילו?

אַ ק ו ל פֿ ו ן ד ע ר ז ײַ ט: סטײַטש, איר האָט דאָך נאָר־װאָס געזאָגט?!…

ג ר ײ ג ע ר: איך האָב געזאָגט? נו, איז װאָס? האָב איך געזאָגט, מסתּמא האָב איך באַדאַרפֿט אַזױ זאָגן. איך לײקן מיך גאָר ניט. איך האָב ליב זאָגן דעם אמת. באַ מיר איז אַן אָפֿענער זעקס־און־זעכציק ― װאָס אַף דער לונג, דאָס אַף דער צונג. פּאָעזיע האָב איך פֿײַנט. איך בין אַרײַנגעקומען אַהער, טאָמער װעט גאָט רחמנות האָבן, איך װעל קאָנען פּטור װערן פֿון אַ שמאַטע. איך טראָג מיך שױן אַרום מיט יקנה″ז פֿון אַ װאָך זיבן. פֿרעגט װעמען איר װילט, אָט שטײען ייִדן. (צו דער כאַ־ליאַסטרע). װאָס שװײַגט איר?

ד י כ אַ ל י אַ ס ט ר ע: אמת, אמת, װי מערידן זײַנען!

פֿ ײַ נ ק ו ג ל: (זיך אין באָרד אַרײַן). גאָט שיקט צו דעם טרינקער זײַן װײַן און דעם שפּינער זײַן פֿלאַקס. אַזעלכע יאָר־עדות, װי באַ גרײגערן, זײַנען װערט דאָס גאַנצע געלט.

ג ר ײ ג ע ר: אַ סימן האָט איר, גיט מיר אַ בעס אַף צװײ הונדערט שטיק יקנה″ז אַף קאָנטראַקטן, אַז איר זײַט מחױבֿ זײ באַ מיר נעמען אַף זיבן הונדערט קערבלעך, גיב איך אײַך צו צען קערבלעך אַף יעדן שטיק.

פֿ ײַ פֿ ע ר: האָב איך אײַך פֿאַרקױפֿט אַ בעס אַף צװײ הונדערט שטיק יקנה″ז. (צום קאָרעספּאָנדענט). הער פֿלעדערװיש! מאַכט אַ בריװ אַף צװײ הונדערט שטיק יקנה″ז, אַז איך דאַרף נעמען אַף זיבן הונדערט רובל איבעראַיאָר קאָנטראַקט. (צום קאַסיר). פֿאַרשרײַבט אין דעבעט פֿון הערן גרײגער נאָך צװײ טױזנט רובל.

ג ר ייִ ג ע ר: (נעמט דאָס בריװל, צײלט אָפּ געלט. שטײט אַ װײַלע, שפּײַט אױס). טפֿו זאָל דאָס װערן! װאָס האָב איך דאָ אָנגעמאַכט? אַף זיבן הונדערט פֿופֿציק געקױפֿט… אַף זיבן הונדערט פֿאַרקױפֿט… נאָך איר מײנט דאָך, אַז גרײגער איז עפּעס אַ ייִנגעלע און װעט גלאַט אַרױסװאַרפֿן געלט אַף דער גאַס? בלאָטע! אָבער גאָר לוא מיט אַ שטרײַמל! עס װעט אײַך קאָסטן געלט! איך װעל אײַך אױסטאָן ביזן לעצטן העמד, װי איר זעט מיך לעבן! איך װעל אײַך אַלעמען מאַכן פֿאַר קבצנים, װי ס'איז הײַנט יום רביעי ― דינסטיק אַף דער גאַנצער װעלט! (ער גײט אַװעק, טוט אַ זעץ מיט דער טיר. די כאַליאַסטרע ― נאָך אים).

צ װ ײ ט ע ס צ ע נ ע

פֿ ײַ נ ק ו ג ל: (צום איבעריקן עולם). װאָס זאָגט איר אַף אים! דער כּוח פֿון געלט! אַזאַ־נ־עזות! איך האָב אים אָבער געװאָלט דערצײלן אַ משל פֿון שלמה המלך מיטן האָן. איר האָט געהערט דעם משל פֿון שלמה המלך מיטן האָן?

כ י נ ק י ס: אַצינד, אַז גרײגער איז שױן אַװעקגעגאַנגען, האָט איר זיך דערמאָנט אינעם משל פֿון שלמה המלך מיטן האָן! פּונקט אַזױ װי נעכטן באַ די קאָרטן…

ב ײ ג ע ל מ אַ ן: װערקמירדיק! פֿון װאָס איר זאָלט ניט רײדן מיט כינקיסן ― אַף די קאָרטן מוז ער אַרױפֿקומען!

ק נ אַ ק נ י ס ל: כינקיס איז גערעכט. צו װאָס זאָלן מיר זיך נאַרן? ייִדישע תּקיפֿות איז שטעלן אַ פֿײַג אונטער דער פּאָלע ― און רוף מיר קנאַקניסל!

פֿ ײַ פֿ ע ר: (טוט זיך אָן), װײסט איר, װאָס עס װאָלט גוט געװען צו טאָן אַצינד? (אַלע שװײַגן. כינקיס כאַפּט זיך אַרױס).

כ י נ ק י ס: מאַכן אַ „פּרעפֿעראַנס“…

אַ ל ע ד ר ײַ: בראַװאָ, כינקיס! בראַװאָ! כינקיס האָט נאָך קײנמאָל אַזױ גלײַך ניט געזאָגט. בראַװאָ! בראַװאָ! (פֿײַפֿער, פֿײַנקוגל, כינקיס, בײגעלמאַן און קנאַקניסל גײען אַװעק. צװישן די יונגע ספּעקולאַנטן און מעקלערס איז אַ טומל, אַ געפּילדער. אַלע רײדן: י„װאָס הערט זיך מיט יקנה″ז“… „פֿלאַו“ … „געפֿאַלן“ װאָס טוט מען? קױפֿן, צי פֿאַרקױפֿן?“… „קױפֿט אײַך יקנה″ז און מאַכט אײַך אַ בעס“… „איך האָב אַ האָס אַף יקנה″ז! װער קױפֿט אַ האָס?“… „האַלט זיך מיט אײַער האָס, רײַבט אים אױס מיט זאַמד“… „אַז מאַכן, זאָל מען מאַכן אַ סטעלאַזש“… „גיט־זשע מיר אַ בריװעלע, עס זאָל זײַן מיט פֿיס, עס זאָל קאָנען גײן“… „פֿײַפֿערס אַ בריװעלע איז פּרימאַ“… „פּרימאַ, פּרימאַ! ער נעמט, זאָגט מען, הונדערט טױזנט רובל נדן“… „פּאָסטערנאַקס טאָכטער“… „פּאַסטערנאַק איז רײַך“… „אַ מיליאָנער, זאָגט מען, אַ דבֿר־אַחר, נאָר אַ מיליאָנער!“… עס עפֿנט זיך די טיר און עס שטעקט זיך אַרײַן אַ קאָפּ פֿון אַ ייִדל, און נאָכדעם ― דאָס ייִדל אַלײן).

ד ר י ט ע ס צ ע נ ע

ד אָ ס ייִ ד ל: דאָ פֿאַרקױפֿט זיך דאָס… (אַ שמאָרע מיט דער נאָז). װיִאַזױ הײסט דאָס… יקנה″ז.

ע ט ל ע כ ע ק ו ל ו ת: אָט האָסטו דיר די אַנדערע טעג יום־טובֿ! אַ נײַער סוחר אַף יקנה″ז!

ד אָ ס ייִ ד ל: װי טײַער איז באַ אײַך דאָס… (אַ שמאָרע מיט דער נאָז). װיִאַזױ הײסט דאָס… יקנה″ז?

ע ט ל ע כ ע ק ו ל ו ת: װער זײַט איר? װאָס דאַרפֿט איר?

ד אָ ס ייִ ד ל: (דערשראָקן). אַלײן ביז איך אַזױ גרױס װי אַ כּתרילעװקער אַלײן. פֿאָרן פֿאָר איך, הײסט דאָס, פֿון אָדעס, און הײסן הײס איך מנחם־מענדל.

ע ט ל ע כ ע ק ו ל ו ת: זײַט איר אפֿשר יענער מנהם־מענדל, װאָס האָט געהאַנדלט אין אַדעס אַף דער בערזע מיט „לאָנדאָן“?

מ נ ח ם ־ מ ע נ ד ל: (גײַציק). יאָ, דאָס בין איך טאַקע אַלײן, טאַקע יענער מנחם־מענדל, װאָס פֿאַראַיאָרן אין אַדעס, ניט הײַנט געדאַכט, באַ פֿאַנקאָנין ימח שמו, אַ האָס, אַ בעס, און אַ דאָס… (אַ שמאָרע מיט דער נאָז). אַ סטעלאַזש.

ע ט ל ע כ ע ק ו ל ו ת: קומט דאָך אײַך שלום. שלום־עליכם אײַך, רב מנחם־מענדל, װאָס מאַכט אַ ייִד?

מ נ ח ם ־ מ ע נ ד ל: װאָס זאָלן מיר מאַכן װאָס? אַדעס איז טױט אַדעס. אױס „לאָנדאָן“, אױס פֿאַנקאָני, אױס מאַראָזשענע… אַלע אַדעסער קומען אַהער קײן יעהופּעץ קומען זײ, און דאָ הער איך, ייִדן, אָן עין־הרע, מאַכן גאָר ניט שלעכט מאַכן זײ. האָב איך מיך מײשבֿ געװען, װאָס בין איך ערגער פֿון אַלע װאָס? אַגבֿ, האָב איך, פֿאָרנדיק פֿון אַדעס אַהערצוצו, דורכגעשלאָגן אין זשמערינקע אַ דאָס… אַ שידוך דורכגעשלאָגן, פֿאַרדינט מיט גאָטס הילף עטלעכע קערבלעך, גלוסט זיך עפּעס מאַכן, שפּעגעלירן גלוסט זיך, װי זאָגט ער: פֿאַרזוכט פֿונעם עץ־הדעת פֿאַרזוכט… אײַ זי, די פּלוניתטע הײסט דאָס, װעט שרײַען גװאַלד װעט זי? עט, װער איז זי מחױבֿ צו האָרכן אַ נקבֿה װער?… שאַט, װאָס־זשע האָב איך אײַך אָנגעהױבן צו זאָגן װאָס? יאָ, כ'האָב מיך דערמאָנט: איך האָב בדעה צו מאַכן עפּעס מיט דאָס… (אַ שמאָרע מיט דער נאָז). װיִאַזױ הײסט דאָס?… יקנה″ז… (דעך עולם לאַכט. ד ע ר ק אַ פּ ע ל ו ש און ד י ק אַ פּ אָ ט ע און אױך ש מ ע ל ק ע לאָזן זיך צו אים).

ש מ ע ל ק ע: (רעדט טיף ליטװיש). יקנה″ז? אַדרבה, גיט עפּעס צו פֿאַרדינען.

ד ע ר ק אַ פּ ע ל ו ש: (שטופּט אָפּ שמעלקען). װאָס װילט איר מאַכן? זאָגט, אָט לױף איך אײַך מאַכן.

ד י ק אַ פּ אָ ט ע: (שטופּט אָפּ דעם קאַפּעלוש). אַנו, לאָזט מיך!… (שנײַצט אױס די נאָז, נעמט אַרױס פֿון הינטן אַ רױטע פֿאַטשײ־לע). נאַט אײַך אָפּעט שלום, רב מנחם־מענדל. הײסט דאָס, כּפֿי איך זע אַרױסעט אָט־אַ־דאָ־אָ פֿון אײַער שמועס, פֿאַרשטײ איך, אַז איר האָט חשק, איך בעט איבער אײַער כּבֿוד, צו שװינדלען מיט יקנה″ז. זאָגט־זשע מיר, זאָלט איר מיר געזונט זײַן, איר קלערט, װאָס איז שײך, קױפֿן, צי, איך בעט איבער אײַער כּבֿוד, פֿאַרקױפֿן?

מ נ ח ם ־ מ ע נ ד ל: פֿאַרקױפֿן אַװדאי ניט. זעט איר, קױפֿן ― דאָס װאָלט אפֿשר געװען אַ שטיקל פּלאַן אפֿשר. נאָר װאָס־זשע דען איז דאָ דער גאַנצער דאָס? (אַ שמאָרע מיט דער נאָז). איך װײס ניט, מיט װאָס עסט מען דאָס, װײס איך ניט.

ש מ ע ל ק ע: (שטופּט זיך דורך). יקנה″ז װײסט איר ניט?

ד ע ר ק אַ פּ ע ל ו ש: (שטופּט אָפּ שמעלקען). איר װײסט ניט, װאָס הײסט יקנה″ז? די גאַנצע װעלט קױפֿט יקנה″ז.

ד י ק אַ פּ אָ ט ע: (שטופּט אָפּ דעם קאַפּעלוש). לאָזט מיך, איך װעל אײַך קלאָר מאַכן, װאָס איז שײך, אַקוראַט דעם ענין פֿון יקנה″ז. מכּוח װיסן װאָס דאָס איז, מוז איך אײַך זאָגן דעם רעכטן אמת, אַז מיר אַלײנעט אָט־אַ־דאָ־אָ װײסן אױך ניט, איך בעט איבער אײַער כּבֿוד, מיט װאָס מע עסט דאָס, װאָרעם דאָס איז אַ זאַך, װאָס אַלע האָבן דאָס און קײנער זעט דאָס ניט, אַ בלינדער אתרוג, איר פֿאַרשטײט?

מ נ ח ם ־ מ ע נ ד ל: כ'פֿאַרשטײ, פֿאַרװאָס זאָל איך ניט פֿאַרשטײן פֿאַרװאָס? דאָס איז, אַפּנים, אַן אײדעלע מאַטעריע איז דאָס? (ער װײַזט אַף די פֿינגער). ניטאָ באַ װאָס אָנצוטאַפּן ניטאָ? ס'איז אַזאַ מין, װאָס ס'איז גאָר לחלוטין ניטאָ אַף דער װעלט, אַזױ װי דאָס „לאָנדאָן“ אין אַדעס?

ד י ק אַ פּ אָ ט ע: חלילה! װאָס איז שײך, ס'איז ניטאָ באַ װאָס אָנצוטאַפּן? װי געשיקט זיך עס, מע זאָל קױפֿן און פֿאַרקױפֿן אַ מין, װאָס איז גאָר אַף דער װעלט ניטאָ? נאָר אַז מע װיל שמועסן נאָכאַמאָל טאַקע דאָס אײגענע װידער צוריק, איז דאָס פֿאָרט ניטאָ אין ערגעץ ניט, װײַל פֿאַרקױפֿן פֿאַרקױפֿט זיך דאָס, איך בעט איבער אײַער כּבֿוד, בלאַנקאָ, דאָס הײסט, מע פֿאַרקױפֿט דאָס אײַך אַף איבעראַיאָרעט קאָנטראַקטן מיט אַ ברירה: פֿאַלט דאָס ― האָט איר פֿאַרשפּילט נאָר דעם אַדערױף; אלא טאָמער הײבט זיך דאָס ― נעמט איר אָפּ באַ יענעם צער און רפּױ און שבת און בושת, עס געהערט צו אײַך מיט הכּל־בכּל־מכּל־פֿלעקל, און אַפֿילו די קאַפּאָנעס זײַנען אױך אײַערע. פֿאַרשטײט איר שױן?

מ נ ח ם ־ מ ע נ ד ל: כ'פֿאַרשטײ, פֿאַרװאָס זאָל איך ניט פֿאַרשטײן פֿאַרװאָס? איך קום צו יענעם און זאָג אים: „פֿעטערל! אָדער געלט, אָדער די נשמה“… נאָר װאָס־זשע דען, האָט מיר קײן פֿאַראיבל ניט, אײן זאַך איז מיר דאָ אַ ביסל פּריקרע: איך פֿאַרשטײ ניט דעם דאָס… (אַ שמאָרע מיט דער נאָז). דעם פּשט פֿון לשון קאַפּאָנעס פֿאַרשטײ איך ניט.

ש מ ע ל ק ע: קאַפּאָנעס װײסט איר ניט? (ער װײַזט אַף די פֿינגער). קאַפּאָנעס, װאָס מע שנײַדט קאַפּאָנעס.

ד ע ר ק אַ פּ ע ל ו ש: (װײַזט אַף די פֿינגער). קופּאָנעס איז… איז… איז… קופּאָנעס אַף נעמען דיװידענד.

ד י ק אַ פּ אָ ט ע: (שטופּט אָפּ דעם קאַפּעלוש). לאָזט זיך דינען! (ער װײַזט אַף די פֿינגער). קאַפּאָנעס ― דאָס װערט אָנגערופֿן, למשל, די קאַפּאָנעס, די עסקא, דאָס פּרעצענט, װאָס עס װאַקסט אָן… הײַנט פֿאַרשטײט איר שױן?

מ נ ח ם ־ מ ע נ ד ל: כ'פֿאַרשטײ, פֿאַרװאָס זאָל איך ניט פֿאַרשטײן פֿאַרװאָס? איך זיץ מיר אין דער הײם זיץ איך מיר, און דאָרט װאַקסט דערװײַל אַף מיר פּרעצענט. װיבאַלד אַזױ, איז דאָך עס טאַקע, אַפּנים, נישקשה פֿון אַ דאָס… פֿון אַ געשעפֿטל איז דאָס… מאַכט־זשע מיך קלאָר, איך בעט אײַך, װי איז, למשל, דער דין, אַז איך װיל מאַכן דערױף אַ האָס, צי אַ בעס, צי אפֿשר טאַקע מחילה אַ גאַנצן דאָס… (אַ שמאָרע מיט דער נאָז). אַ סטעלאַזש מײן איך?

ד ע ר ק אַ פּ ע ל ו ש: אָ, מיטן גרעסטן כּבֿוד! גיט מיר אַן אָרדער, טו איך אַ שפּרונג און ברענג אײַך אַ סטעלאַזש אַ פּרימאַ: פֿײַפֿערס אַ בריװעלע.

ש מ ע ל ק ע: (שטופּט זיך דורך). צו װאָס נוצן אײַך קונצן, סטעלאַזשן? אַ מער, קױפֿט אײַך בעסער מזומנעם יקנה″ז אַ ביסל. אָט האָב איך אַן אָרדער פֿון ל אַ ז ע ר ן און פֿון מ אַ ש ע י ע ן…

ד י ק אַ פּ אָ ט ע: (שטופּט אָפּ שמעלקען). לאָזט זיך דינען! װאָס דולט איר זײ אַ יאַרמלקע מיט מזומנעם יקנה″ז, אַז זײ װײסן נאָר גאָרניט װאָס פֿאַר אַ פּנים דאָס האָט?

מ נ ח ם ־ מ ע נ ד ל: עט־נו, מילא איר מײנט, אַז טאָמער טאַקע חלילה ניט אַזױ דאָס?… (אַ שמאָרע מיט דער נאָז), בע! אַ סימן האָט איר, אָט האָב איך אָפּגעהאַנדלט אַ זומער אין אַדעס, ניט הײַנט געדאַכט, מיט „לאָנדאָן“, געמאַכט אַלע מאָל אַ „האָס“, אַ „בעס“, אַ „סטעלאַזש“, מיט אַ „נאָך“, מיט אַ „בלינדע רעכט“, מיט אַלע שאָלעמױזן, און פֿרעגט מיך בחרם פֿרעגט מיך, צי האָב איך דאָס װען אָנגעקוקט אין מײַנע אױגן אַפֿילו? פֿונדעסטװעגן, עס זאָל נאָר געװען זײַן אַ ביסל מער דאָס… (אַ שמאָרע מיט דער נאָז) הצלחה, װאָלט איך דען אַצינד ניט געקאָנט זײַן אַ שטיקל עושר אַצינד? אָט נאַט אײַך ה ע ר ש ע ל ע. הערשעלע איז ניט געװען אַ שמשׂ אין בית־המדרש, איז ניט אַרױס מיטן שטעקל אין ג ר ע צ ק און האָט ניט געמאַכט אין אײַן שמע־ישׂראל דרײַסיק טױזנט? שאַט! און י ו ס ע ל ע? איר קענט י ו ס ע ל ע ן? יוסעלע האָט ניט געמאַכט קײן פֿאַרמעגן פֿון לאָנדאָן? אמת, זײ האָבן דאָס נאָכדעם אָפּגעגעבן צוריק מיט רװחים האָבן זײ; פֿונדעסטװעגן…

ד י ק אַ פּ אָ ט ע: ע, רב מנחם־מענדל, איר זאָלט אַזעלכעס זאָגן? װי קומט דאָס צו־נ־אײַך? איר גלײַכט „לאָנדאָן“ צו „יקנה″ז“? װאָס איז שײך, „לאָנדאָן“ איז, איר בעט איבער אײַער כּבֿוד, „לאָנדאָן“ און „יקנה″ז“ איז, פֿאַרשטײט איר מיך, טאַקע „יקנה″ז“.

מ נ ח ם ־ מ ע נ ד ל: דהײַנו װאָס? דאָס געשעפֿט גופֿא איז טאַקע אַזױ ראַיעל איז דאָס?

ד י ק אַ פּ אָ ט ע: װאָס איך שײך ראַיעל? ס'איז עפֿרות זהבֿ! ס'איז גאָר אַ סבֿרה, אַז די גרױסע אונדזערע קױפֿן דאָס אױס פֿון דער בערזע, און עס קאָן זײער שײן געמאָלט זײַן, אַז אַף איבעראַיאָר קאָנטראַקטן זאָל דאָס זײַן מיט גאָלד גלײַך, אָדער עס זאָל, איך בעט איבער אײַער כּבֿוד, ליגן נײַן אײלן אין דער ערד. דערפֿאַר איז גוט, אַז מע באַװאָרנט זיך מיט אַ סטעלאַזש. װיבאַלד איר האָט אַ סטעלאַזש, זײַט איר אַ גליקלעכער מענטש.

מ נ ח ם ־ מ ע נ ד ל: אָ, אַ סטעלאַזש איז אַװדאי זײער אַ געשמאַקער ביסן אַ סטעלאַזש! איך געדענק עס נאָך פֿון אַדעס געדענק איך. נאָר װאָס־זשע דען איז דאָ דער גאַנצער דאָס? דער קװעטש איז דאָ: מה יקר? װאָס קאָן עס מיך קאָסטן װאָס?

ד י ק אַ פּ אָ ט ע: װאָס איז שײך קאָסטן? עס װענדט זיך, װאָס פֿאַר אַ סטעלאַזש איר װילט מאַכן. פֿאַר אַ געװײנלעכן סטעלאַזש װעט איר דאַרפֿן באַצאָלן בראָצקעס פֿאַרמעגן; נאָר אױב איר װילט, עס זאָל אײַך קאָסטן אין גלײַכן געלט, װאָלט איך אײַך געהײסן מאַכן, איך בעט איבער אײַער כּבֿוד, אַ „גערוקטן סטעלאַזש“, דהײַנו: דער בעס זאָל זײַן געשריבן אַף זעקס הונדערט און דער האָס אַף אַכט הונדערט; איז דאָך ממה־נפֿשך (מיט אַ ניגון) ― װעט דער פּרײַז האַלטן העכער פֿון אַכט הונדערט קערבלעך, װעט איר נעמען יקנה″ז; אלא װאָס דען, טאָמער פֿאַלט דאָס? ― װעט איר, איך בעט איבער אײַער כּבֿוד, געבן יקנה″ז. סײַ אַהין, סײַ אַהער ― איז אַלץ די ברירה באַ אײַך. האָט איר דאָס צעקײַט?

מ נ ח ם ־ מ ע נ ד ל: פֿאַרװאָס זאָל איך דאָס ניט צעקײַען פֿאַרװאָס? אין אַדעס איז אױך אַזױ אין אַדעס: אָדער איך נעם, אָדער איך גיב; דאָס הײסט, איך טאַנץ אַף בײדע חתונות טאַנץ איך. װאָס פֿאַר אַ זײַט עס זאָל ניט אַװעקגײן ― בין איך אַלץ אין דרױסן בין איך. באָ גרױסע װאַראַציאָנען איז מען אין אַדעס, זאָגט מען, גליקלעך געװאָרן מיט אַזעלכע סטעלאַזשן. מע דערצײלט, אַז עס פֿלעגט אַװעקגײן אַן עפּאָכע, פֿלעגט מען אָנשיטן זעק מיט גאָלד פֿלעגט מען. ביסמאַרק זאָל זיך ניט געװען צוקילן ביסמאַרק, און עס זאָל זיך ניט געװען איבערקערן דאָס גאַנצע שפּיל מיט דער פּוטער אַראָפּ, װאָלט ה ע ר ש ע ל ע געװען דער אײגענער הערשעלע װאָס פֿריִער, און י ו ס ע ל ע װאָלט טאַקע געבליבן יוסעלע, און איר װאָלט איצטערטאָ געװען גאָר בגילופֿין װאָלט איך. נאָר מסתּמא איז דאָך ניט באַשערט מסתּמא… הקיצור, װאָס פֿאָרט װעט מיך קאָסטן אַ גערוקטער דאָס… אַ סטעלאַזש מײן איך?

ד י ק אַ פּ אָ ט ע: װאָס איז שײך? מע דאַרף דאָך זען, עס זאָל אײַך קאָמפּענירן. צוליב אײַך, און װײַל מיר מאַכן דאָס ערשטע געשעפֿט, װעט דאָס אײַך קאָסטן אַ צענערל אַ זײַט. אָרנטלעך?

מ נ ח ם ־ מ ע נ ד ל: נו, אַװדאי קאָן מען ניט זאָגן, אַז ס'איז טײַער אַװדאי. נאָר אױב ס'איז מעגלעך עפּעס אָפּדאָסן… אָפּרײַסן מײַן איך, אױסדינגען, איז מהכתּיתי; װי זאָגט ער: װאָס װינציקער, איז געזינטער… נאָר טאַ, אױך די אײגענע מעשׂה ― אַז גאָט זאָל געבן אַ שטיקעלע הצלחה זאָל ער, איז גאָרניט, װי זאָגט ער: אַ רענדל אַראָפּ, אַ רענדל אַרױף, מיר װעלן זיך ניט קריגן װעלן מיר.

ד י ק אַ פּ אָ ט ע: האָב איך, װאָס איז שײך, פֿון אײַך אַ פֿעסטן אָרדער און קאָן, הײסט דאָס, מיט מזל־ברכה שליסן דאָס געשעפֿט?

מ נ ח ם ־ מ ע נ ד ל: בפֿירוש אַן אָרדער! באַ אונדז אין אַדעס איז אַ װאָרט אַן אָרדער און אַן אָרדער אַז אַדערױף. מיר פֿלעגן דאָרטן האַנדלען כּמעט נאָר אַפֿן דאָס… אַפֿן װאָרט פֿלעגן מיר… ד י ק אַ פּ אָ ט ע: װאָס איז שײך אַפֿן װאָרט? באַ אונדז אין יעהופּעץ איז אױך דאָס נעמלעכע; דאָס װאָרט איז טאַקע אַ װאָרט, נאָר פֿונדעסטװעגן זײַנען מיר זיך דאָ נוהג צו נעמען אַן אַדערױף באַם גרעסטן שפּעגעלאַנט. מחמת עס טרעפֿט דאָ אָפֿטמאָל, אַז פֿון אַן אָרדער זאָל זיך, איך בעט איבער אײַער כּבֿוד, אױסלאָזן אַ בױדעם. איר פֿאַרשטײט?

מ נ ח ם ־ מ ע נ ד ל: כ'פֿאַרשטײ, פֿאַרװאָס זאָל איך ניט פֿאַרשטײן פֿאַרװאָס? עס קומט אױס, װי מע זאָגט: „נותן בצימבל הולך בטענצל“… נאַט אײַך דערװײַלע אַזאַ פֿופֿציקער נאַט אײַך, און לאָז זײַן אין אַ גוטער שעה אין אַ מזלדיקער. נאָר װאָס דען װעל איך אײַך בעטן װאָס? טאָמער איז באַשערט, עס זאָל זײַן װאַראַציאָנען, און עס װעט זײַן אַף מײַן זײַט אַ גרױסער דיפֿערענץ, זאָל זיך חלילה ניט אױסלאָזן אַזױ װי אין אַדעס חלילה, דאָס הײסט, מע זאָל ניט קאָמפּעזירן מיט פּעטש… הקיצור, איר דאַרפֿט זען דאַרפֿט איר, אַז דאָס בריװעלע זאָל זײַן אַ דאָסיקס… אַ פּרימאַ זאָל דאָס זײַן.

ד י ק אַ פּ אָ ט ע: װאָס איז שײך פּרימאַ? פּרימאַ אַלײן איז קאַרג. (אַ קװעטש מיטן גראָבן פֿינגער). פּרימאַ דפּרימאַ! טאַקע פֿײַפֿערס אַלײן. פֿײַפֿערס בריװעלע ― דאָס איז אַ מזומנע מטבע. קײן בעסערס דערפֿון קריגט איך שױן ניט, איך בעט איבער אײַער כּבֿוד, אין גאַנץ יעהופּעץ!… (די קאַפּאָטע לאָזט זיך גײן. דער קאַפּעלוש יאָגט אים נאָך און טענהט אַז על־פּי יושר און על־פּי מענטשלעכקײט קומט דאָס קור־טאַזש פֿונעם געשעפֿט אַף דער העלפֿט. די קאַפּאָטע װיל ניט הערן, ניט זען. דער קאַפּעלוש בלײַבט שטײן באַ דער טיר טרױעריק).

ד ע ר ק אַ פּ ע ל ו ש: (צו זיך אַלײן). לײַט האָבן גליק. ער װעט דאָ כאַפּן גוטע זיבן מיט אַ האַלב קערבל! און אפֿשר טאַקע אַלע צען? או־װאַ! פֿון די הענט אַרױסגעלאָזט אַ געשעפֿט. װיפֿל קוקט מען אַרױס דערױף, אײדער גאָט שיקט צו אַ פֿרישן „קונד“? אַז בסך־הכּל זײַנען די קלײנע שפּעגעלאַנטן גאָר אַלײן מעקלערס, און פֿון די גרױסע קאָן מען אױך גאָרניט כאַפּן. צום בײַשפּיל, פֿײַנקוגל: טאַקע אַ שײנער ייִד מיט אַ פֿײַנער באָרד; נאָר ער װעט בעסער מאַכן אַלײן אַ געשעפֿט און װעט איבערצאָלן, אַבי ניט געבן צו פֿאַרדינען דעם מעקלער… צי, למשל, כינקיס: באַ כינקיסן קאָן מען מאַכן אַ געשעפֿט סײַדן באַ די קאָרטן. פֿאַר די געהױבענע מעקלערס איז כינקיס אַ טײַערער „קונד“: זײ מאַכן מיט אים בשעת מעשׂה די גרעסטע געשעפֿטן, נאָר װיפֿל זײ פֿאַרדינען ― לײגן זײ דאָרט אַװעק באַ די קאָרטן… באַ בײגעלמאַנען מאַכט מען יאָ אַמאָל אַ געשעפֿט; נאָר װען טרעפֿט זיך דאָס? אײן מאָל אין אַ שמיטה, אי דאָס ― דאַרף מען זיך פֿריִער גוט אָנגײן, צערײַסן דרײַ פּאָר שטיװל, שטײן באַ דער טיר, חנפֿהנען די מאַדאַם בײגעלמאַן, אױסהערן זי, אַז זי קומט אַרױס פֿון אַ גרױסער משפּחה, כאָטש אַלע װײסן, אַז זי האָט ניט לאַנג אַרומגעטראָגן אַ קאָשעק מיט בײגל… און אַז גאָט גיט, מע שלאָגט שױן יאָ אַמאָל דורך באַ אים מיט צרות, מיט יסורים אַ שטיקל געשעפֿט און עס קומט צום קורטאַזש, דאַרף מען זיך אַװעקדינגען מיט אים אַ שעה זעקס… דערפֿאַר איז שױן קנאַקניסל מער סוחר פֿון אַלעמען: באַ אים אַז מ'מאַכט אַ געשעפֿט, זאָל ער לכתּחילה, אַז פֿון מעקלערס האַלט ער ניט, קײן קורטאַזש צאָלט ער ניט ― און רוף אים קנאַקניסל!… בלײַבט איבער אײן גרײגער. ער איז דער בעסטער פֿון אַלע שפּעגעלאָנטן אין יעהופּעץ און האָט דװקא ליב געבן אַ ייִדן צו פֿאַרדינען אַ קערבל; נאָר װאָס דען איז דער חסרון? מע קאָן אים נאָכגײן אַ יאָר כּסדר מיט חלומות, און ערשט נאָכדעם כאַפּן פֿון אים אַ פּסק, אַז עס זאָל װערן פֿינצטער אין די אױגן… הײַנט גײ צאָל דירה־געלט, זיץ װי אַ מענטש, גײ װי אַ מענטש, האַלט אױס אַ שטוב אין יעהופּעץ, לערן קינדער ― אַ שװערע, ביטערע פּרנסה! אױ, רבינו־של־עולם, האַרצעדיקער פֿאָטער! װער האָט דאָס אױסגעטראַכט אָט דאָס מעקלערײַ, אָט דאָס יעהופּעץ, אָט די בערזע ― די װיסטע, פֿינצטערע, פֿאַרשאָלטענע בערזע?!… (ער זיפֿצט געשמאַק און גײט אַװעק. שמעלקע בלײַבט שטײן אינמיטן קאַנטאָר, אָנגעשפּאַרט אַף אַ שטעקן, דער קאַפּ אַ ביסל אַף אַ זײַט, די אײגעלעך האַלב צוגעמאַכט, װי אַ ייִדענע בשעת זי טראַכט).

ש מ ע ל ק ע: (רעדט צו זיך אַלײן). אַן אומגליק מיט די מעקלערס! קומט אַ קונה, באַפֿאַלט מען אים, װי די הינט! אַמאָל איז געװען יאָרן: איר בין געװען אײנער אַפֿן יריד, זיך געאַרבעט פּאַװאָלינקע, שטילערהײט געמאַכט די גרעסטע געשעפֿטן אין יעהופּעץ, פֿאַרדינט גאָלד ― אַ ביסל פֿון מעקלערײַ, אַ ביסל פֿון דער זײַט, פֿון שפּעגעלאַציע… הײַנט ― פֿינף און צװאַנציק מעקלערס פֿאַר אײנעם. מע דאַרף זיך הײַנט גוט אונטערגאַרטלען, מע זאָל זײ אַריבעריאָגן! מע לױפֿט זיך אָן דעם גאַנצן טאָג, װי אַ הונט; מע עסט ניט, מע טרינקט ניט, מע גײט װי אַ בעטלער. (ער באַטראַכט אַף זיך די הלבשה). װאָס זאָל מען טאָן? די הוצאה איז גרױס, „גילדזשע“ מוז מען צאָלן… אַ גליק, װאָס יקנה″ז האָט אַ ביסל די אױגן געעפֿנט. די גאַנצענע שטאָט האָט זיך אַ נעם געטאָן צו יקנה″ז. װאָס האָט מען אין דעם אַזעלכעס דערזען? דער שװאַרץ־יאָר װײס זײ! איך האָב אַלע מײַנע „קונדן“, באַטײלט מיט יקנה″ז. נעבעך בדלות געשטעלט לאַזאַרן מיט מאַשעיען, כע־כע! (מיט אַ שײַנענדיק פּנים). אַװעקגעקױפֿט באַ זײ כּמעט דעם גאַנצענעם מזומנעם יקנה″ז אַף זיבן הונדערט רובל… נישקשה, איך האָב, ניט צו פֿאַרזינדיקן, אױך געכאַפּט דערבײַ אַ שײן קערבל, חס ושלום ניט בגנבֿה, נאָר גלאַט אַזױ, פֿון אױבן אַ פֿאַרדינסטל, װי אַלע יעהופּעצער מעקלערס… זײ מעגן אַלץ: גנבֿהנען, גזלנען, קױלענען, און שמעלקע דאַרף האָרעװען פֿון עולם־הבא װעגן… זײ זײַנען גרױס געװאָרן באַ זיך ― פּיסס! קאַנטאָריסטן! באַנקירן! און שמעלקע איז אַלץ דער אײגענער שמעלקע ― עך־עך־עך! פֿונדעסטװעגן, דאַנקען גאָט דערפֿאַר. איך דאַרף צו קײנעם ניט אָנקומען: פֿראַן אַ ביסל געלט, און סחורה אַ ביסל איז פֿראַן… (ער רעכנט אַף די פֿינגער). פֿראַן „שפּאַנעװער“ מזומנע… (ער טוט זיך אַ טאַפּ אין אײן קעשענע). פֿראַן „כאַרקעװער“… (טוט זיך אַ טאַפּ אין דער אַנדערער קעשענע). און „װיגרישנע בילעטן“, און אַף „טעקושצעם שצאָט“ אַ ביסל, און אַ ביסל אַקציעס פֿונעם „יעהופּעצער דעליזשאַן“ איז פֿראַן. גאָט זאָל נאָר נעבן, דאָס געשעפֿט פֿונעם „יעהופּעצער דעליזשאַן“ זאָל זיך אַ ביסל פֿאַרבעסערן, װעט שױן זײַן װאָס צו טאָן, אם ירצה השם, באַ לאַזאַרן און באַ מאַשעיען… (מיט אַ שײַנענדיק פּנים). אײַ, קונים!… אַזעטיקע קונים װאָלט איך װעלן האָבן אַ סך! באַרליאַנטענע קונים!… (ער קוקט אַף דער װאַנט). אָהאָ, שױן צװעלף דער זײגער! פּונקט די צײַט, װען לאַזאַר פֿאָרט פֿרישטיקן. מע דאַרף לױפֿן כאַפּן אים באַ דער טיר ― טאָמער װעט גאָט רחמנות האָבן און װעט אים אַרײַנשיקן אַ געדאַנק עפּעס מאַכן אַ געשעפֿטל… (ער גײט אַװעק).אין עטלעכע חדשים אַרום, באַ פֿײַפֿערן אין קאַנטאָר. ― צ י פֿ ע ר ־ ב ל אַ ט זיצט אױבנאָן, אַף פֿײַפֿערס אָרט, די אױערן אונטערגעבונדן מיט אַ װײַס טיכל, און שאָבט זיך די נעגל מיט אַ קלײן מעסערל. באַ דער זײַט שטײט פֿ ל ע ד ע ר װ י ש, פֿײַן אױסגעפּוצט, האַלט אַ קלײן שפּיגעלע אין דער האַנט און קעמט זיך דאָס בערדל. ז י ל ב ע ר מ י נ ץ זיצט פֿאַרשטעלט אין די גראַטעס, האַלט אונטער דעם קאָפּ מיט בײדע הענט, פֿאַרצאָרנט, אָנגעברוגזט אַף דער גאַנצער װעלט.

ע ר ש ט ע ס צ ע נ ע

צ י פֿ ע ר ב ל אַ ט: װאָס קאָן דאָס זײַן מיט אונדזער שעף, װאָס ער איז הײַנט אַזױ שפּעט נאָך ניטאָ אין קאַנטאָר?

פֿ ל ע ד ע ר װ י ש: קער נאָך שלאָפֿן. מסתּמא אױף געװען הײַנטיקע נאַכט אין קלוב.

צ י פֿ ע ר ב ל אַ ט: האַ? װאָס? מיט װיזיטן? געפֿונען אַ צײַט צו מאַכן װיזיטן. װאָס רעדט איר? איר װײסט, װאָס איר רעדט? באַ אונדז איז דאָך עפּעס הײַנט קאָנטראַקטן, רעאַליזאַציע. איר הערט? רע־אַ־לי־זאַ־ציע!

פֿ ל ע ד ע ר װ י ש: װאָס־זשע שרײַט איר אַזױ? איר װײס גלײַך מיט אײַך, אַז ס'איז באַ אונדז הײַנט רעאַליזאַציע.

צ י פֿ ע ר ב ל אַ ט: האַ? װאָס? פֿאַרשטײט זיך, רעאַליזאַציע. מיר דאַרפֿן הײַנטיקן טאָג נעמען און געבן אפֿשר פֿינף טױזנט אַקציעס. אַ װערטעלע אױסצורײדן? יקנה″ז אַלײן באַדאַרפֿן מיר רעאַליזירן ― װיפֿל מײנט איר? פֿ ל ע ד ע ר װ י ש: איך מײן… איך מײן, אַז דעם חשבון פֿון יקנה″ז דאַרפֿט איר װיסן בעסער פֿון אונדז אַלעמען. דערױף זײַט איר בוכהאַלטער. צ י פֿ ע ר ב ל אַ ט: האַ? װאָס? אַ פּאָר טױזנט, זאָגט איר? פֿע, איר האָט אַ גרױסן טעות. העכער דרײַ טױזנט שטיק. איר הערט? דרײַ טױזנט שטיק, אַ חוץ סטעלאַזשן, אַזעלכע, װאָס מען קאָן ניט װיסן, צי מע װעט אונדז געבן, צי מע װעט באַ אונדז נעמען יקנה″ז. איר הערט, װאָס מע זאָגט אײַך? פֿ ל ע ד ע ר װ י ש: (פֿאַר זיך). בראָש מײנט ער, אַז אַלע הינקען אונטער אַפֿן לינקן אױער, אַזױ װי ער… (הױך). איך װײס גאָרניט, װאָס מיר װעלן טאָן; אָט זעץ איך מיך און װײן, טאָמער װעט פֿײַפֿער, חס וחלילה, צולײגן געלט.

ז י ל ב ע ר מ י נ ץ: (פֿון די גראַטעס אַרױס). װעדליק ער איז יוצא קעגן אונדז, װאָלט ער געמעגט װערן די כּפּרה הײַנטיקן טאָג אַפֿילו.

פֿ ל ע ד ע ר װ י ש: באַ לײַטישע באַנקירן פֿאַרדינט מען אַ קערבל פֿון דער זײַט גאָר; מע שאַרט זײ צו אַ געשעפֿטל, אַן אַקציע.

צ י פֿ ע ר ב ל אַ ט: האַ? װאָס? װוּ װעלן מיר נעמען אַקציעס, פֿרעגט איר? מיר װעלן מוזן צאָלן דיפֿערענצן.

פֿ ל ע ד ע ר װ י ש: (פֿאַר זיך). גוט מאָרגן, געלן רעטעך טראָג איך.

צ י פֿ ע ר ב ל אַ ט: האַ? װאָס? אַ ברירה װעלן מיר האָבן? אַנו, טוט נאָר אַ פֿרעג דעם קאַסיר, איר רײד ניט מיט אים, אַ סך האָבן מיר עס געלט אין דער קאַסע?

ז י ל ב ע ר מ י נ ץ: (צו פֿלעדערװישן). קדחת!

צ י פֿ ע ר ב ל אַ ט: (צו פֿלעדערװישן). האַ? װאָס? עטלעכע טױזנט?

פֿ ל ע ד ע ר װ י ש: קדחת, זאָגט ער!

צ י פֿ ע ר ב ל אַ ט: (צו פֿלעדערװישן. קדחת? װאָס הײסט קדחת? װוּ איז דאָס געלט? װוּ איז עפּעס פּאַפּירן, סעריעס, קופּאָנעס? אַנו, פֿרעגט אים אַקאָרשט, איך רײד מיט אים ניט.

ז י ל ב ע ר מ י נ ץ: (צו פֿלעדערװישן). פּאַפּירן? זאָגט אים, אַז די מײַז האָבן אױפֿגעגעסן.

צ י פֿ ע ר ב ל אַ ט: (צו פֿלעדערװישן). האַ? װאָס? װיפֿל, זאָגט ער?

פֿ ל ע ד ע ר װ י ש: די מײַז, זאָגט ער, האָבן אױפֿגעגעסן!

צ י פֿ ע ר ב ל אַ ט: (אױסער זיך). צי ער איז משוגע, צי ער איז חסר־דעה, צי ער איז גלאַט אַזױ פֿונעם זינען?

ז י ל ב ע ר מ י נ ץ: (צו פֿלעדערװישן). זאָגט אים, אַז ער איז אַלײן אי משוגע, אי חסר־דעה, אי פֿונעם זינען. ער װײס ניט, װאָס מיט אים טוט זיך, דער שײנער „בױכהאַלטער“.

צ י פֿ ע ר ב ל אַ ט: (צו פֿעדערװישן). האַ? װאָס זאָגט ער?

פֿ ל ע ד ע ר װ י ש: ער זאָגט אַף אײַך, אַז איר זײַט אַ בהמה: איר װײסט ניט, װער עס האָט אײַך געשלײערט… (ציפֿערבלאַט שפּרינגט אונטער אַפֿן בענקל: ער װײס ניט װאָס צו טאָן פֿאַר כּעס. עס עפֿנט זיך אױף די טיר און עס קומען אָן ם נ ח ם ־ ם ע נ ד ל און זײַנע צװײ מעקלערס: ד ע ר ק אַ פּ ע ל ו ש און ד י ק אַ פּ אָ ט ע). צ װ ײ ט ע ס צ ע נ ע

מ נ ח ם ־ מ ע נ ד ל: (צו דער קאַפּאָטע). נו, װאָס זײַט איר געבליבן שטײן װאָס? גײט צו צו אים, װײַזט אים די דאָס… די סטעלאַזשן אַף יקנה″ז װײַזט אים. לאָז ער זיך מיט אײַך צערעכענען לאָז ער זיך.

ד י ק אַ פּ אָ ט ע: (צום קאַפּעלוש). זײ זײַנען גערעכט. גײט, זײַט מוחל, צו צום קאַסיר, זאָגט אים אַזױ און אַזױ, לאָז ער אײַך, איך בעט איבער אײַער כּבֿוד, אַרױסצאָלן װאָס עס קומט אַף די צװײ סטע־לאַזשן מיטן האָס.

ד ע ר ק אַ פּ ע ל ו ש: װאָס איז עפּעס געפֿאַלן דער גורל אַף מיר? דאָס געשעפֿט האָט איר דאָך געמאַכט, ניט איך.

ד י ק אַ פּ אָ ט ע: אָט דאָס הײבט זיך אָן מיט אַ ייִדן! באַם נעמען „קורטאַזש“ האָט ער געטענהט „יחדיו“, און אַז עס קומט צו עפּעס, האָט ער חשק צו בלײַבן פֿון הינטן. (ער שטופּט אים אונטער). פֿאָלגט מיר, גײט, אײַך פּאַסט בעסער.

ד ע ר ק אַ פּ ע ל ו ש: פֿאַרװאָס פּאַסט מיר בעסער?

ד י ק אַ פּ אָ ט ע: װאָרעם אַזױ: איר גײט, איך בעט איבער אײַער כּבֿוד, אין אַ קאַפּעלוש און רעדט רוסיש.

מ נ ח ם ־ מ ע נ ד ל: איך האָב מורא, אַז פֿון דעם דינגען זיך װעט גאָרניט אַרױסקומען האָב איך מורא. מע דאַרף זיך פּרוּװן אַלײן דאַרף מען, װי זאָגט ער: „מע שיקט דעם שמשׂ און מע גײט אַלײן“. (ער טוט אױס דאָס היטל, גײט צו צום קאַסיר און רעדט צו אים דורכן פּענצטערל אַף רוסיש). יאַ סאַם מנחם־מענדל אין כּתרילעװקאַ… אוּװ נאַס יעסט דװאַ ספּאָלאָװינע סטעלאַזש נאַ יקנה″ז פּרימאַ דפּרימאַ…

ז י ל ב ע ר מ י נ ץ: (מיט כּעס). זאָגט אַף ייִדיש, װאָס דאַרפֿט איר?

מ נ ח ם ־ מ ע נ ד ל: מעלתו באַדאַרף אַף מיר קײן פֿאַראיבל ניט האָבן, װאָס איך האָב לכתּחילה אָנגעהױבן אַף רוסיש, װײַל, ראשית, איז דאָ אַזױ דער דאָס… דער אײַנפֿיר, און והשנית, פּאַסט טאַקע ניט פֿאַר אַזאַ נפֿש, װי איך, זיך אַרומדרײען אין יעהופּעץ אַף דער בערזע און נאָך רײדן ייִדיש; מע קאָן מיך, חס ושלום, דערקענען, אַז איך בין אַ דאָס… אַ ייִד מײן איך, און מיך מחילה אַרױסדאָסן פֿון דאַנען מיט כּבֿוד אַהײם מחילה.

ז י ל ב ע ר מ י נ ץ: (בײז). הקיצור, װאָס װילט איר?

מ נ ח ם ־ מ ע נ ד ל: הקיצור, די מעשׂה דערפֿון איז אַזױ. איך בין מנחם־מענדל פֿון כּתרילעװקע בין איך. איך האָב אַ שטיקל דאָס… אַ שם אַף דער װעלט האָב איך, דורך אַדעס, דורך „לאָנדאָן“, כ'האָב אַמאָל געהאַנדלט מיט „לאָנדאָן“ אַמאָל, הײַנט האַנדל איך מיט דאָס… װיִאַזױ הײסט דאָס… מיט יקנה″ז.

ז י ל ב ע ר מ י נ ץ: (מיט כּעס). יקנה″ז? אַזױ־זשע רעדט! גײט אַהין. (ער װײַזט אַפֿן בוכהאַלטער מיטן קאָרעספּאָנדענט). דאָרט װעט מען אײַך געבן יקנה″ז.

פֿ ל ע ד ע ר װ י ש: (מיט אַ שמײכעלע צו מנחם־מענדלעּן). װאָס װעט איך עפּעס זאָגן גוטס?

מ נ ח ם ־ מ ע נ ד ל: (מיט הענט). װאָס פֿאַר אַ גוטס זאָל איך אײַך זאָגן זאָל איך? כ'האָב געדרײט האָב איך, געשװינדלט, געפּלוטעט מיט דאָס… װיִאַזױ הײסט דאָס… מיט יקנה″ז. אַהער, אַהין, אַ האָס, אַ בעס, אַ לאָקש, בױדעם, ציבעלע ― בלאָטע! אַז ס'איז ניט באַשערט צו פֿאַרדינען אַ קערבל, העלפֿן ניט קײן בריהשאַפֿטן. הלװאַי איך זאָל אױסקומען גלײַך זאָל איך, װי זאָגט ער: „דער אָרעמאַן איז גערן, אַז ער בלײַבט באַם קרן“.

פֿ ל ע ד ע ר װ י ש: (פֿרײַנטלעך). איך פֿאַרשטײ נאָך אײַערע רײד, אַז איר האָט מיט אונדז חשבונות אַף יקנה″ז. זײַט־זשע זיך מטריח, אָן זיצט אונדזער בוכהאַלטער, ער װעט זיך מיט אײַך צערעכענען. (ער פֿירט צו מנחם־מענדלען צום בוכהאַלטער און שרײַט אַף אַ קול).▮ הער ציפֿערבלאַט! דער ייִד האָט דאָ אַ חשבון מיט יקנה″ז!

צ י פֿ ע ר ב ל אַ ט: האַ? װאָס? װאָס שרײַט איר אַזױ? איך בין ניט טױב! (צו מנחם־מענדלען). זיצט.

מ נ ח ם ־ מ ע נ ד ל: (זעצט זיך צו אַף אַן עק בענקל). בקיצור, די מעשׂה דערפֿון איז אַזױ. כ'האָב דאָ אַ ביסל געשװינדלט מיט דאָס… װיִאַזױ הײסט דאָס… מיט יקנה″ז האָב איך, געמײנט, איך װעל עפּעס מאַכן, אַרײַנגעבראָקט די עטלעכע קערבלעך אַרײַנגעבראָקט, און געבליבן זיצן אַף די דריטהאַלבן סטעלאַזשן געבליבן, װי אַ הון אַף די אײער, ביז קאָנטראַקטן. אַן אָרט פֿון מיסחר, פֿון סטעלאַזשן, פֿון װאַראַציאָנען איז טאַקע נאָר אַדעס. הערט איר? יעהופּעץ מעג טאַקע זײַן די כּפּרה פֿאַר אַדעס מעג עס זײַן.

צ י פֿ ע ר ב ל אַ ט: האַ? װאָס? אַן אָנװײַזונג פֿון אַדעס? אַנו, װײַזט אַהער?

מ נ ח ם ־ מ ע נ ד ל: דאָס אָנװײַזונג איז טאַקע אַף אײַך איז דאָס, נאָר ניט פֿון אַדעס, נאָר פֿון אײַך אַלײן טאַקע, אַף דאָס… װיִאַזױ הײסט דאָס… אַף יקנה″ז. (ער נעסט אַרױס פֿון בוזעם־קעשענע אַ פּאַפּיר און גיט דאָס איבער דעם בוכהאַלטער).

צ י פֿ ע ר ב ל אַ ט: נעמט דאָס פּאַפּיר, זאָטלט אָן די נאָז מיט אַ פּאָר ברילן און לײענט הױך):

го־15 Милосгивый Государы По уплате Вами мне

февраля будущего . . . . . года еуммы . . . . . рублей серебром имею цлать Вам или приказу Вашему дееять акций товарищества Якне уз с текущими купонами После-же 15го февраля сіе письмо теряет свою силу ▮без всяких друг к другу прегензий С совершенным по-чтением В. файфер.>>* ​

(צו מנחם־מענדלען). אַהאַ? יקנה″ז? װילט איר, הײסט דאָס, רעאַליזירן, נעמען אַקציעס?

מ נ ח ם ־ מ ע נ ד ל: אַקציעס לאו דװקא. װי זאָגט ער: “מע מײנט ניט די הגדה, מע מײנט די פֿאַלירטשיקעס“. װאָס טױג מיר דאָס דאָס… װיִאַזױ הײסט דאָס… יקנה″ז? איך װיל מיט אײַך קאָמפּעזירן װיל איך. עם װעט מיר אַרױסקומען פֿון אײַך, נאָך מײַן חשבון, אַ קערבלעך דריטהאַלבן הונדערט װעט מיר. נאָר אױב עס װעט גײן באַ אונדז אין אַ פֿופֿציקער, בין איך ניט אַזאַ ייִד, װעלכער קאַטאָרי…

ד ע ר ק אַ פּ ע ל ו ש: (מישט זיך אַרײַן). מע מײנט דעם דיפֿערענץ, װיפֿל עס באַטרעפֿט, זאָלט איר אַרױסצאָלן.

ד י ק אַ פּ אָ ט ע: (שטופּט אָפּ דעם קאַפּעלוש). לאָזט זיך דינען! הער ייִד איז, װאָס איז שײך, אַ פֿרעמדער, און האַלט באַם אַװעקפֿאָרן אַהײם קײן כּתרילעװקע. ער האָט, איך בעט איבער אײַער כּבֿוד, אַ װײַב, אַ גוטע בחורטע, לאָזט זי אים ניט אָטעמען, על כּן האָט ער אײַך געװאָלט בעטן, איר זאָלט זיך מיט אים צערעכענען, און טאַקע, איך בעט איבער אײַער כּבֿוד, אַרױסצאָלן די עטלעכע קערבלעך על־פּי חשבון. הײַנט פֿאַרשטײט איר שױן, צי נײן?

מ נ ח ם ־ מ ע נ ד ל: טאַקע באַלד טאַקע, מחמת מעלתו באַדאַרף װיסן זײַן, אַז איך זיץ דאָ אַף אַ דאָס… אַף אַ פֿרעמדן װאָגן זיץ איך דאָ. ראשית, טאָר איך דאָ ניט זײַן, און והשנית, לאָזט מיך מײַן פּלוניתטע ניט לעבן. זי זעצט מיט בריװ זעצט זי. אָט זעט, װאָס זי שרײַבט מיר זעט. (ער באַקומט אַרױס פֿון בוזעם־קעשענע אַ בריװ).

צ י פֿ ע ר ב ל אַ ט: (נעמט דעם בריװ, טוט אָן די ברילן אין לײענט אַף אַ קול). „לכּבֿוד בעלי הנגיד המפֿורסם החכם מופֿלג מוהר″ר מנחם־מענדל נ″י. ערשטנס, קום איך דיר צו מעלדן, אַז מיר זײַנען אַלע, געלױבט איז השם יתברך, אין בעסטן געזונט. גיב גאָט דאָס נעמלעכע פֿון דיר צו הערן אַף װײַטער ניט ערגער, אָמן. ― צװײטנס, פֿרעג איך דיך, אַ מיתה משונה זאָל אַף דיר קומען, האַרצעדיקער געטרײַער…“ (פֿלעדערװיש, דער קאַפּעלוש און די קאַפּאָטע שטעלן אױף מױל און אױערן, זילבערמינץ שטעקט אַרױס דעם קאָפּ פֿון די גראַטעס, רײכערט אַ פּאַפּיראָס, מאַכט צו די אױגן, הערט זיך צו מיט אײן אױער. ציפֿערבלאַט װישט אױס די ברילן, הוסט זיך אױס און לײענט געשמאַק, מיט

*געערטער הער! נאָכדעם װי איר װעט מיר אײַנצאָלן דעם 15טן פֿעברואַר פֿונעם קומענדיקן… יאָר די סומע פֿון… רובל, בין איך מיך מתחײבֿ אַרױסצוגעבן אײַך אָדער צו אײַער אָרדער צען אַקציעס פֿון דער געזעלשאַפֿט יקנה″ז מיט די לױפֿנדיקע קופּאָנעס. נאָכן 15טן פֿעברואַר אָבער פֿאַרלירט אָט דער בריװ זײַן קראַפֿט אָן קײן שום תּבֿיעות פֿון אײנעם צום אַנדערן. מיט פֿולער אַכטונג װ. פֿײַפֿער. איבערגעזעצט פֿון די אַרױסגעבער. כּװנה). „צװײטנס, פֿרעג איך דיך, אַ מיתה משונה זאָל אַף דיר קומען, האַרצעדיקער געטרײַער! איך ליג אָפּעט אַזאַ װינטער און קאָן נאָך עד היום צו מײַנע כּוחות ניט קומען, אַ חוץ װאָס דאָס עלטערע קינד האָט געפּאַקט און געמאָזלט און דאָס קלײניטשקע האָט די „דאָר“, איך האָב דאָס שױן געבאָדן אין זאַלץ און אין קלײַען, געזעצט אין זאַמד, געשפּראָכן, געשטאָכן, געטאָן װאָס מע טוט קײן ייִדן ניט, גאָט װײס אױב עס װעט דערלעבן גרינע אוגערקעס, און ער, גאָרניט, זיצט זיך דאָרטן אין געהאַקטע װוּנדן, װי אַ גראַף, אַ גדולה אַף אים, אַ יום־טובֿ! פֿאַרשטערט זאָל אים װערן, רבונו־של־עולם! אַז ניט אַדעס, איז יעהופּעץ. דץ אַ סוחר! פֿריִער „לאָנדאָן“, הײַנט „יקנה″ז“, לאָמיך אַזױ װיסן פֿון דיר און פֿון כּל הצרות, צי איך הײב אַפֿילו אָן צו װיסן, װאָס דאָס איז אַף מיר פֿאַר אַ נײַער אומגליק אָט דאָס שמאַקנעהאָז! דײַנע גליקן װײס איך שױן, אַז אָך און װײ איז מיר! פֿון אַדעס, ניט הײַנט געדאַכט, ― געדענקסטו? ― האָסט מיר אױך געשריבן גילדענע פֿײגעלעך, האָב איך דיר דען ניט געשריבן דעמאָלט נאָר: אַנטלױף, מענדל, װי גאָט איז דיר ליב!? אָרעמער דאַך, װאָס קנאַקסטו? איך שיק אים נאָך אַרױס אַף הוצאָות, ער זאָל קומען אַהײם, לסוף װאָס טוט ער? טראָגט דאָס אים אַװעק צו אַלדי שװאַרצע יאָר קײן יעהופּעץ!“… (עס עפֿנט זיך די טיר און עם שטעקט זיך אַרײַן אַ קאָפּ פֿון אַ ספּעקולאַנט: „ניטאָ פֿײַפֿערן אין קאַנטאָר?“ דער קאַסיר טוט אַ מאַך מיט דער האַנט, די טיר מאַכט זיך צו. ציפֿערבלאַט לײענט װײַטער). „דערױף האָט זיך טאַקע טאַטע־מאַמע אױסגעבראַכט, אַז איך זאָל זיצן דאָ אַ יוגנט אין כּתרילעװקע מיט פּיצלעך קינדער פּיסקליאַטעס, און ער, דער שײנער ברױטגעבער מײַנער, װעט זיך אַרומשלײַען דאָרטן מיט אַלע שאַרלאַטאַנעס, װאָס אַ װײַב, משטײנס געזאָגט, האָט באַ זײ אַ שײנע װערדע, און מיט מיר זאָל האָבן צו טאָן אַ װעלט! קײן גוטן מיטװאָך נאָך ניט געהאַט פֿון דער חתונה אָן, אַז, משטײנס געזאָגט, נאָר געטראָגן אים און געהאַט, און װידעראַמאָל אים געטראָגן און געהאַט, און אָבעראַמאָל פֿאַרגאַנגען אים אַף טראָגן. אױ, די מאַמע מײַנע איז טאַקע אַ חכמה! „הערסטו, טאָכטער מײַנע געטרײַע, פֿלעגט זי מיר זאָגן באַלד נאָך דער חתונה, עפּעס געפֿעלט מיר ניט דאָס מאַנכען דײַנס, דאָס באַשטענדיקע קוצעניו־מוצעניו זײַנס מיט דיר, װי זאָגט מען: זײַ מיר ניט צו זיס, איך זאָל דיר ניט אײַנשלינגען; זײַ מיר ניט צו ביטער, איך זאָל דיך ניט אױסשפּײַען“… אָט זע, באַ לײַטן אַ װײַב, אַ שטײגער, בליומע־זלאַטע, פֿאַרשטערט זאָל דאָס איר װערן, װי זי לעבט דאָס אָפּ די װעלט באַ איר מאַן! װען דו האָסט בליומע־זלאַטען, ניט דערהאַרן זאָלסטו, פֿאַר אַ װײַב, װאָלסטו שױן געװוּסט, װאָס פֿאַר אַ גאָט מיר האָבן. איך װעל מיך ניט שטעלן, װי בליומע־זלאַטע, אַ מכּה דיר אַ גרױסע, שילטן דיך און קאָרעניִען, װי דו ביסט װערט, ― מוז איך מיט גוטן, אַ ברירה האָב איך? זאָג איך דיר טאַקע מיט גוטן, מענדל סערדצע, אַז טאָמער קומסטו ניט צו פֿאָרן, אם ירצה שם, אַף פּסח אַהײם, זאָלסטו זיך רעכטן אַף אַ פּאָהיבעל. איך קאָן טרעפֿן צו דיר קײן יעהופּעץ אױך און דאָרטן מאַכן דיר אַ װיסטן אַ פֿינצטערן סוף…“ (עם עפֿנט זיך די טיר און עס שטעקט זיך אַרײַן װידער אַ קאָפּ פֿון אַ ספּעקולאַנט: „נאָך ניטאָ פֿײַפֿערן אין קאַנטאָר?,, דער קאַסיר טוט אַ מאַך מיט דער האַנט. די טיר מאַכט זיך צו. ציפֿערבלאַט לײענט װײַטער). ,,…אַ װיסטן אַ פֿינצטערן סוף… איך זע פֿון דײַנע בריװלעך, אַז דאָס יעהופּעצ האָט דיך, אַפּנים, רעכט פּאָליובעט, אַ סיבה דיר אין פּנים! ס'איז דיר געפֿעלן, זאָגסטו, װאָס װאַסער צאַפּט זיך דאָרטן פֿון דער העלער הױט, אײַזנבאַנען לױפֿן אַרום משוגענערװײַז הין און צוריק אינמיטן שטאָט, וכדומה אַזעלכע חידושים מיט בבא־מעשיות פֿון טױזנט־אײן־נאַכט ― מײנסט, װעסט מיך דערמיט נעמען? אַװדאי באַדאַרף איך גענײטיק האָבן דײַנע יעהופּעצער געפֿלאַסטערטע גאַסן און „טאַרעטאַרן“! װאַסער, קאָן איך באַשטײן, זאָל באַ מיר זײַן אין דער דײזשע, און לאַנטערנעס באַדאַרף איך אַף כּפּרות, איך גײ במילא ניט באַ דער נאַכט אין ערגעץ ניט, און אַז עס מאַכט זיך אַמאָל, מע דאַרף יאָ גײן ערגעץ אין אַן אָרט אַרײַן, קאָן מען גײן פֿאַרפֿרי… פֿאָלג־זשע מיך, מענדל…“ (עס עפֿנט זיך די טיר און עס שטעקן זיך אַרײַן צװײ קעפּ מיטאַמאָל: „ניטאָ פֿײַפֿערן אין קאַנטאָר?“ דער קאַסיר טוט אַ מאַך מיט דער האַנט, די טיר מאַכט זיך צו. ציפֿערבלאַט לײענט װײַטער). „פֿאָלג־זשע מיך, מענדל, אַ װײַב דאַרף מען פֿאָלגן, הער אױף צו האַנדלען מיטן פֿאַראַיאָריקן שנײ. לאָז זיך דיר ניט גלוסטן צו װערן אַ גבֿיר אין אײן שמע־ישׂראל, װי זאָגט מען: פֿלי ניט הױך, װעסטו ניט פֿאַלן נידעריק. שנײַד אָפּ פֿון דײַן יקנה″ז, װי װײַט דו קאָנסט, און קום צופֿאָרן אַהײם, װעסטו זײַן אַ גאַסט באַ דײַנע קינדער. נאָר, למען השם, פֿלעכט ניט קײן קערבלעך דאָרטן אַף דער רוח װײס װאָס, האָב אין זינען בעסער ברענגען עפּעס אין באַלעבאַטישקײט אַרײַן. האָב אים אַכציק שװאַרצע יאָר! באַ לײַטן אַ מאַן האַלט אַפֿן קאָפּ, אַז ער האָט אינדערהײם אַ װײַב ביז הונדערט און צװאַנציק יאָר. האַנדלסט מיט יקנה″ז ― נעם, פֿאַרבלענד די אױגן, רײַס אָפּ און שיק אַרײַן אַ צװאַנציק אַרשין יקנה″ז דעם װײַב אַף אַ קלײדל; עס גײט אַזאַ יום־טובֿ..“ (עס עפֿנט זיך די טיר און עס שטעקן זיך אַרײַן עטלעכע קעפּ מיטאַמאָל: „טאַקע אַלץ ניטאָ פֿײַפֿערן אין קאַנטאָר?“ דער קאַסיר טוט אַ מאַך מיט דער האַנט. די טיר מאַכט זיך צו. ציפֿערבלאַט לײענט װײַטער). ,,..עס גײט אַזאַ יום־טובֿ! באַדאַרף איך אים דערמאָנען, אַ װײטיק אים אַ גרױסער, אַלײן װײס דאָס נעבעך ניט! נעם־זשע שױן אין אײן װעג אָן אַ טוץ האַנטעכער מיט אַ סערװעט אַ גרױסן, און עטלעכע אַרשין גראָבע לײַװנט אַף דער פּסחדיקער דײזשע, און נאָזטיכלעך מיר אַ האַלב טוץ ― קײן בראַנזעליעטן מיט מענדעליאַנען, װי בליומע־זלאַטע, פֿאָדער איך ניט באַ דיר! און מאָראָזאָװס זאָנע מיר אַ שטיקל, טעלער פּלאַטשיקע מיט גלעזלעך אַ ביסל, און אַ כרײניק אַ נײַעם (יענער איז כּפּרה געװאָרן פֿאַראַיאָרן בשעת טראָגן אַפֿן בױדעם), גוטע זײף ברענג מיר צו פֿירן, מיט אַ פֿלעשל װאָדאָקאָלאָן. נאָר, למען השעם, פֿאַרגעס ניט מיר קלאַפּן פֿריִער אַ דעפּעש, װי עס װינטשט דיר פֿונעם גאַנצן האַרצן דײַן זוגתי הצנועה מרת שײנה־שײנדל. ― יאָ, גוט, כ'האָב זיך דערמאָנט. איר פֿאַרשטײ ניט װאָס דו שרײַבסט מיר, אַז קײן באַשטענדיקע סטאַנציע האָסטו ניט, דאָרט װוּ דו טאָגסט נעכטיקסטו ניט, דו מוזט, זאָגסטו, אױסבאַהאַלטן זיך, מע זאָל דיך, חס ושלום, ניט איבערנעמען… װײס דיך דער שװאַרצער יאָר. אפֿשר איז דאָס דערפֿאַר, װאָס דו האַנדלסט מיט טרפֿהער סחורה, מיט דעם װיסטן יקנה″ז. עס גײט מיר טאַקע מער ניט אָפּ צו מײַנע זײַדענע קלײדער, מע זאָל דיך ברענגען צו פֿירן אַהער געקאָװעט אין לײטן! דיך דאַרף עס טרעפֿן! אַ שײנע שטאָט, אַ לײַטישע, דאָס יעהופּעץ! מע זאָגט נאָר, אַז באַנאַכט טאָר מען זיך דאָרט ניט אַרומדרײען אײנער אַלײן אַף דער גאַס: גזלנים, זאָגט מען, טוען זיך איבער פֿאַר נקבֿות און מע שנײַדט קעשענעס… איך זאָל װיסן ― דעם דריטן טאָג אַ שטיקל ברױט, װאָלט איך ניט געװאָלט קענען דאָס יעהופּעץ, ברענען זאָל דאָס!… יאָ, װאָס זאָגסטו דערױף? סטיסע־לאה איז שױן װידער אַף דער צײַט…“

מ נ ח ם ־ מ ע נ ד ל: (רײַסט אױס באַ ציפֿערבלאַטן דעם בריװ). װײַטער גײען שױן אַלץ דאָסיקע… הײמישע זאַכן גײען שױן. אָבער װאָס זאָגט איר אַף מײַן װײַב װאָס? זי קאָן שרײַבן זי?

צ י פֿ ע ר ב ל אַ ט: אָ, אַ קאָזאַק!

פֿ ל ע ד ע ר װ י ש: זי מוז גײן באַ אײַך אין ספּאָדעק, רב מנחם־מענדל?

ז י ל ב ע ר מ י נ ץ: אַ שאָד, װאָס זי איז ניט אין יעהופּעץ אַף דער בערזע ― זי פֿעלט צום רומל…

ד י ק אַ פּ אָ ט ע: עט, װאָס איז שײך אַ ייִדענע? פֿאָרט, איך בעט איבער אײַער כּבֿוד, אַ נקבֿה… (עס עפֿנט זיך די טיר און עם קומען אַרײַן צװײ פֿרישע פּאַרשױנען: פֿ ײַ װ ל פֿ אָ נ פֿ אַ ט ש און ז אַ װ ל ז אַ יִ ק ע : זײ שטופּן אונטער אײנס דאָס אַנדערע).

ד ר י ט ע ס צ ע נ ע

פֿ אָ נ פֿ אַ ט ש: (פֿאָנפֿעט). נו, האַװל, טאָמער װאָלט העװען אַ סבֿרה, זאָלסט צוהײן און אים זאָהן, ער זאָל אונדז העבן יאַהנעהאָז?

ז אַ יִ ק ע: (פֿאַראיקעט זיך). פֿאַ־פֿאַר־װאָס עפּעס איך? פֿאַ־פֿאַר־ װאָס זאָלסטו ניט גע־גײן זאָגן י־ק־ק־ק־ק… (ער װערגט זיך).

ז י ל ב ע ר מ י נ ץ: (מיט כּעס). װאָס דאַרפֿט איר? גײט אײַך געזונטערהײט! באַ אונדז גיט מען נאָר אײן מאָל אין חודש.

פֿ אָ נ פֿ אַ ט ש: האַװל, דו הערסט? ער מוז מײנען, מיר זײַנען דעהומען נאָך אַ נדבֿה, אַז אָך און װײ איז אונדז, אַף װאָס מיר זײַנען איבערהעהומען!

ז אַ יִ ק ע: זײַט רויִק, מיר זײַנען גע־געקומען צו אײַך מיט אַ גע־געשעפֿט. מיר האָבן י־ק־ק־ק־ק…

פֿ ל ע ד ע ר װ י ש: (גײט צו צו זײ). װאָס דאַרפֿט איר? װער זײַט איר?

פֿ אָ נ פֿ אַ ט ש: מיר זײַנען שפּעהעלאַנטן. מיר האָבן העהױפֿט יאַחנעהאָז אַף האָנטראַהטן, זײַנען מיר העהומען אָפּנעמען אונדזערע עטלעכע הערבלעך. מיר דאַרפֿן העלט.

פֿ ל ע ד ע ר װ י ש: (צו זאַיִקען). איך פֿאַרשטײ ניט װאָס ער רעדט. זאָגט איר.

ז אַ יִ ק ע: פֿאַ־פֿאַרשטײט איר מיך, מיר זײַנען צװײ שפּעגעלאַנטן שו־שותּפֿים, דאָס הײסט, מיר האָבן גע־געהאַנדלט בשותּפֿות י־ק־ק־ק־ק…

פֿ ל ע ד ע ר װ י ש: (פֿירט זײ צו צום בוכהאַלטער, שרײַט אים גלײַך אין אױער אַרײַן). הער ציפֿערבלאַט! צװײ סוחרים! עפּעס דאַרפֿן זײ, איך װײס ניט װאָס!

צ י פֿ ע ר ב ל אַ ט: (צום קאָרעספּאָנדענט). האַ? װאָס? װאָס שרײַט איר אַזױ? איך בין נאָך ניט טױב! (צו די שותּפֿים). װאָס דאַרפֿט איר?

פֿ אָ נ פֿ אַ ט ש: װאָס באַדאַרף אַ ייִד? אַ ייִד באַדאַרף העלט. אַף העלט שטײט די װעלט. עס האָט זיך אונדז פֿאַרהלוסט האַנדלען אַף דער היהער בערזע, האָבן מיר אַרײַנהעבראָהט היפּשע עטלעכע הערבלעך אין יאַהנעהאָז אַרײַן, העמאַכט אינצװײען אַ האַנצע שפּעהעלאַציע.

צ י פֿ ע ר ב ל אַ ט: האַ? װאָס? איך פֿאַרשטײ ניט אײן װאָרט.

ז אַ יִ ק ע: (שטופּט אָפּ דעם שותּף). װאָס פֿאָ־פֿאָ־פֿאָנפֿעט איר? לאָזט מיך אױסרײדן אַ װאָרט. (צום בוכהאַלטער). פֿאַ־פֿאַרשטײט איר? מיר זײַנען פּאָ־פּאָ־פּראָסטע מאַרק־ייִדן, קײַ־קײנמאָל ניט גע־געחלומט אַפֿילו צו האַנדלען אַף דער בע־בערזע, נאָר אַז מיר האָבן דע־דערהערט, אַז די גאַ־גאַנצע װעלט האַנדלט מיט יק־ק־ק־קנה″ז און מע װערט גאָ־גאָר גליקלעך, האָבן מיר זיך מײשבֿ געװען און גע־געמאַכט שותּפֿות אַף יק־ק־ק־ק…

פֿ ל ע ד ע ר װ י ש: יקנה″ז? נו, זאָגט שױן, װאָס קװעטשט איר זיך אַזױ?

צ י פֿ ע ר ב ל אַ ט: האַ? װאָס? יקנה″ז דאַרפֿט איר?

פֿ אָ נ פֿ אַ ט ש: יאַהנעהאָז באַדאַרפֿן מיר אַף הפּרות. מיר חאָנען באַשטײן זיך זעצן צום סדר אָן יאַהנעהאָז. מיר דאַרפֿן העלט. מיר װילן גאָרניט װיסן פֿון קײן גליהן. שױן צײַט זיך זען מיט אַ הערבל. האַ? װי זאָהט איר?

ז אַ יִ ק ע: (שטופּט אָפּ דעם שותּף). פֿאַ־פֿאַרװאָס זאָלט איר האָבן אַ ט־טבֿע ניט לאָ־לאָזן אױסרײדן יענעם אַ װאָרט? (צום בוכהאַל־טער). װער איז דאָ פֿון אײַך פֿײַ־פֿײַ־פֿײַפֿער? מיר האָבן דאָ אײַערס אַ בריװעלע אַף יק־ק־ק־ק… (ער שלעפּט אַרױס פֿון בוזעם־קעשענע אַ בריװ). אַ פּאָ־פּאָר מעקלערס האָבן דאָס אונדז אַרײַנגערוקט גאָ־גאָר בחצי חנם: פֿו־פֿופֿצן שטיקלעך יק־ק־ק־ק… (די קוף בלײַבט אים שטעקן אין האַלדז. ניט אַהין, ניט אַהער. עס עפֿנט זיך די טיר און עס קומען אַרײַן עטלעכע יונגע ספּעקולאַנטן און ש מ ע ל ק ע בתוכם. זײ שטופּן אים אונטער שמעלקע ראַנגלט זיך מיט זײ. אַלע שרײַען).

פֿ ע ר ט ע ס צ ע נ ע

ד י י ו נ ג ע ס פּ ע ק ו ל אַ נ ט ן: (צו שמעלקען). אַיאָ, זעט איר, צום קורטאַזש נעמען זײַט איר געפֿלױגן, װי אַ מזיק, געזעצט די נשמה, און איצט, אַז ס'איז געקומען צו דער רעליזאַציע, באַדאַרף מען אײַך אונטערשטופּן.

ש מ ע ל ק ע: טאָ װאָס אײַלט איר זיך אַזױ? מע װעט אײַך געבן יקנה″ז, מע װעט אײַך געבן!

ד י י ו נ ג ע ס פּ ע ק ו ל אַ נ ט ן: װוּ געבן? װאָס געבן? איר זעט דאָך, אַז פֿײַפֿער איז ניטאָ, איז דאָך, אַפּנים, אמת, װאָס מע זאָגט. אַז מע קלינגט, איז אַ יום־טובֿ.

ש מ ע ל ק ע: װאָס הערט איר זײ, װאָס זײ װעלן אײַך זאָגן, די הולטאַיעס? מע װעט אײַך געבן יקנה″ז! פֿײַפֿערס בריװעלע איז פּרי־מאָ, װאָלט איך האָבן אַזאַ יאָר. אָט האָב איך אַלײן אױך אַ ביסל אײגענעם יקנה″ז, אױך פֿײַפֿערס בריװעלעך. װאָלט איך האָבן אַזאַ דאגה מיט פּרנסה!

ז י ל ב ע ר מ י נ ץ: (שמעקט אַרױס דעם קאָפּ פֿון די גראַטעס אַרױס). שאַ! װאָס איז דאָרטן? װאָס שרײַט מען?

ד י י ו נ ג ע ס פּ ע ק ו ל אַ נ ט ן: (צו שמעלקען). שאַט! רעדט אַ ביסל שטילער. װאָס שרײַט איר אַזױ?

ש מ ע ל ק ע: (שרײַט). װער שרײַט דען?

ד י י ו נ ג ע ס פּ ע ק ו ל אַ נ ט ן: (שרײַען). ער שרײַט אױ פֿרעגט נאָך, װער סע שרײַט?

ש מ ע ל ק ע: (שרײַט). װער שרײַט דען?

פֿ ל ע ד ע ר װ י ש: (לױפֿט צו). שששאַ! װאָס איז דאָ פֿאַר אַ געשרײ?

ד י י ו נ ג ע ס פּ ע ק ו ל אַ נ ט ן: מיר האָבן דאָ אַ שטיקל סכסוך מיט שמעלקען…

ש מ ע ל ק ע: מיט מיר? װאָס בין איך פֿאַר אַ מחותּן? הול־טאַיעס האָבן אַרױסגעלאָזט אַ קלאַנג אין שטאָט, בין איך שולדיק?

פֿ ל ע ד ע ד װ י ש: אַ קלאַנג? װאָס פֿאַר אַ קלאַנג?

ש מ ע ל ק ע: דער שװאַרץ־יאָר װײס זײ! איר קענט ניט די יעהופּעצער הולטאַיעס? רק מע רעדט, רק מע טומלט.

פֿ ל ע ד ע ר װ י ש: װאָס־זשע רעדט מען? װאָס טומלט מען?

ש מ ע ל ק ע: װאָס פֿרעגט איר אַף הולטאַיעס? זײ קאָנען אומגליקלעך מאַכן יענעם מיט די מײַלער… קױלענען, אין אַ לעפֿל װאַסער דערטרינקען.

צ י פֿ ע ר ב ל אַ ט: (פֿון דער װײַטן). האַ? װאָס? װער איז דערטרונקען געװאָרן?

פֿ ל ע ד ע ר װ י ש: (שרײַט צו אים אַף אַ קול). אונדזערע אָקרענטן אַפֿן ים זײַנען דערטרונקען געװאָרן! (צו שמעלקען). פֿאָרט װאָס זאָגט מען אין שטאָט?

ש מ ע ל ק ע: גלײבט מיר, ס'איז ניט כּדאַי אַפֿילו איבערצורײדן. איך שרײַ אָבער דעם גאַנצענעם פֿרימאָרגן: שקר וכּזבֿ! שפּײַט זײ אין פּנים! ס'איז ליגן! פֿון אױבן ביז אַראָפּ ליגן! ס'איז אַ באַנדע גנבֿים, רוצחים, באַרײדער, הולטאַיעס!… (עם עפֿנט זיך די טיר און עס פֿאַלט אַרײַן אַ ייִדענע, אַ פֿאַרװיקלטע אין עטלעכע שאַלן און פֿאַטשײלעס. נאָך דער ייִדענע שלעפּט זיך נאָך אַ מײדל).

פֿ י נ פֿ ט ע ס צ ע נ ע

ד י י יִ ד ע נ ע: (װיקלט זיך אַרױס פֿון די שאַלן מיט די פֿאַטשײלעס. לױפֿט צו גלײַך צום קאַסיר, רעדט אין אײן אָטעם). אָט דאָס זײַט איר טאַקע דער פֿײַפֿער אַלײן? איך זאָג אָבער צו מײַן טאָכטער: קום, זאָג איך, טאָכטער, לאָמיר גײן, זאָג איך, גלײַך אַהערצוצו, װי זאָגט מען: „בעסער זיך בוקן צום קאָפּ, אײדער צו די פֿיס“. איך בין, װי איר זעט מיך, אַ ייִדענע אַן אַלמנה שױן פּאַװאָלינקע דרײַ און צװאַנציק יאָר. װעט איר דאָך מיך פֿרעגן: װי קומט צו מיר אַ מײדל פֿון אַכצן? זאָלט איר גאָר קײן יסורים ניט האָבן. איך האָב נאָך קלענערע פֿון איר, אַז אָך און װײ איז מיר, אַז איך האָב מיך באַדאַרפֿט פֿאַרשלײערן נאָכאַמאָל און זיך גטן, און אָבעראַמאָל פֿאַרשלײערן זיך און װידעראַמאָל גטן זיך, ימח שמו וזכרו! (זי שפּײַט אױס דרײַ מאָל). זיך פֿאַרשװאָרן, װײַל איר װעל לעבן שױן מער ניט פֿאַרדרײען זיך, װי זאָגט מען: „בעסער אַ זיסער טױט, אײדער אַ ביטער לעבן“. מײַנע שׂונאים זאָלן אַזױ לעבן, װי איך האָב גאָר באַדאַרפֿט חתונה האָבן נאָך מײַן ערשטן מאַן עליו השלום. ער, זכר צדיק לבֿרכה, האָט געדינט נאָר באַ גיטעלע װײַנשטײן עליה השלום, געװען באַ איר כּל־ולך איבערן הױף, איבער די עופֿות, פֿסחיקער שמאַלץ, איבער אַלע ספּעזשאַרנעס… (זי װישט אַ טרער. פֿלעדערװיש גײט צו צו איר, װאַרפֿט מיט די אױגן אַפֿן מײדל. דאָס מײדל שלעפּט זי ייִדענע פֿאַרן קלײדל).

פֿ ל ע ד ע ר װ י ש: װעמענס איז מײדל? ס'איז טאַקע אײַער מײדל?

ד י י יִ ד ע נ ע: אַ משל! װעמענס דען מײדל זאָל דאָס זײַן? אָט דאָס איז דאָך דער גאַנצער אומגליק מײַנער, װי זאָגט מען: „אַ קלײן קינד אַ שפּילכן, אַ גרױס קינד אַ מילכן“. אַ װערטעלע אױסצורײדן ― הײַנטיקע יאָרן חתונה מאַכן אַ טאָכטער? אַ שײן מײדל, זאָגט מען אַפֿילו, איז אַ האַלבער נדן, און דערצו איז זי, װי איר קוקט זי אָן, גאָרניט קײן שלעכטע שלימעזאַלניצע. קײן עין־הרע, געבענטשטע הענט. איר שטיקעכטס מיט איר מערעזשען האָט אַ שם, און אירע פֿיש מעג עסן דער מלכות!

פֿ ל ע ד ע ר װ י ש: (װאַרפֿט מיט אױגן אַפֿן מײדל. דאָס מײדל שלעפּט די ייִדענע פֿאַרן קלײדל). זאָגט־זשע מיר, מײַן ליבע ייִדענע, װאָס דאַרפֿט איר?

ד י ייִ ד ע נ ע: װאָס איך דאַרף ― װעט מיר קײן מענטש ניט געבן, װי זאָגט מען: „בעסער דאָס ביטערע בלאַט פֿון גאָט, אײדער דאָס זיסע פֿונעם מענטשן“. מיר זאָגן דאָס אַלע טאָג אינעם בענטשן. ס'איז אײַך אפֿשר אַ חידוש, װאָס איך קאָן? מײַן ערשטער מאַן עליו השלום איז געװען באַ גיטעלע װײַנשטײן עליה השלום…

פֿ ל ע ד ע ר װ י ש: (װאַרפֿט מיט אױגן אַפֿן מײדל. דאָס מײדל שלעפּט די ייִדענע פֿאַרן קלײדל). דאָס האָבן מיר שױן געהערט. איר זאָגט, מיט װאָס קאָנען מיר אײַך דינען? עס איז באַ אונדז הײַנט קאָנטראַקטן, רעאַליזאַציע, מיר האָבן קײן צײַט ניט.

ד י ייִ ד ע נ ע: בראָש האָבן זײ דאָ אַלע קײן צײַט ניט! דער דניעפּער ברענט! טאָמער האָב איך אױך קײן צײַט ניט? טאָמער האָב איך איבערגעלאָזט אַ שטוב אַף דער סלאַבאָדקע מיט קלײנע קינדער פּיסקליאַטעס, װי זאָגט מען, אַף גאָטס באַראָט, זיך אַראָפּגעכאַפּט אַהער און נאָך געװאָלט פֿון דאַנען אַראָפּלױפֿן אין מאַרק נאָך פֿיש, נאָך פֿלײש, צי אַן אָבדיראָק אַף שבת? װי זאָגט מען: „דאָס בעסטע מילכיקס איז טאַקע פֿאָרט אַ שטיקל פֿלײש“.

פֿ ל ע ד ע ר װ י ש: (אין דער לופֿט). דאָס מײדל איז נאָך צו דערלײַדן, נאָר די ייִדענע איז עפּעס אַן אָנשיקעניש פֿון זײַן ליבן נאָמען! (הױך). איך פֿאַרשטײ ניט, עפּעס רעדט איר מיר פֿאַרשטעלט. װיבאַלד איר דאַרפֿט האָבן אַן אָבדיראָק אַף שבת, הײַנט װאָס זײַט איר געקומען אַהער?

ד י ייִ ד ע נ ע: גלײבט מיר, איך בין ניט משוגע. איך בין נאָך באַ אַלע געדאַנקען. איטלעכער אָרעמאַן װײס זיך פֿון זײַן חשבון. איך דאַרף חלילה ניט קײנעמס לאַסקע. אַ ביסל פֿונעם קלײטל, אַ ביסל פֿונעם שענקל, װי זאָגט מען: „פֿון אַ ביסל און אַ ביסל װערט אַ פֿולע שיסל“. ניט צו פֿאַרזינדיקן, אַ ייִדענע אַן אַלמנה, צונױפֿגעשלאָגן די עטלעכע קערבלעך, דאָס נדן מײן איך, אײַנגעלײגט דאָס אין גוטע הענט, געמאַכט מיט דעם אַ גאַנצע שמענדעלאַציע, און אַזױ װי הײַנט איז דער זמן, בין איך דאָס געקומען אַרױסנעמען דאָס נדן. פֿ ל ע ד ע ר װ י ש: דאָס נדן? װוּ? דאָ, באַ אונדז? אױ, זעט נאָר, מײַן ליבע ייִדענע, צי האָט איר ניט קײן טעות?

ד י ייִ ד ע נ ע: גאַנץ גוט, קאַטשקע נאָך בעסער. הערט איר, זינט איך בין אַ ייִדענע אַ סוחרטע האָב איך נאָך קײן טעות ניט געהאַט. מײַנע שׂונאים און אײַערע שׂונאים מעגן דאָס פֿאַרמאָגן אַף זײער לײַב, װאָס איך װעל איבערגעבן אָדער ניט דעררעכענען. אַז איך זאָג אײַך, באַ אײַך ליגט דאָס נדן, װײס איך װאָס איך זאָג. קײן ביר און קײן בראָנפֿן טרינק איך ניט, און פֿון קײן חלומות האַלט איך ניט.

פֿ ל ע ד ע ר װ י ש: (אין דער לופֿט). נאַ דיר אַזאַ שלאַק! (הױך). קומט, זײַט מוחל אַהערצו. (ער פֿירט זי צו צום בוכהאַלטער). הער ציפֿערבלאַט! אָט די ייִדענע, זעט איך, האָט אַ טענה: דאָס נדן אירס, זאָגט זי, איז אײַנגעלײגט באַ אונדז.

צ י פֿ ע ר ב ל אַ ט: האַ? װאָס? װוּ האָט מען דאָס געלײגט?

פֿ ל ע ד ע ר װ י ש: (אין דער לופֿט). פֿאַרלײגן זאָל דאָס דיר! (הױך). דאָס נדן, זאָגט זי, דאָס נדן אירס ליגט באַ אונדז!

צ י פֿ ע ר ב ל אַ ט: (צום קאָרעספּאָנדענט). װאָס שרײַט איר? איך בין ניט טױב!

ד י ייִ ד ע נ ע: בראָש קאָן מען דאָ משוגע מאַכן אַ מענטשן! אַמער, טשעפּעט זיך אָפּ, נאַט אײַך אָפּ אײַערס און גיט מיר אָפּ מײַנס. װי זאָגט מען: „שװאַרץ אַף װײַס אָטשי קאָליט“… (זי שלעפּט אַרױס פֿון די קלײדלעך אַ קניפּל און פּלאָנטעט אַרױס פֿון דאָרטן אַ שטיקל פּאַפּיר).

צ י פֿ ע ר ב ל אַ ט: (לײענט). го־15 По уплате Вами мне>> <<…февриля אָט דאָס איז אײַער נדן? עס איז דאָך גאָר יקנה″ז!

ד י ייִ ד ע נ ע: לאָז זײַן יקנה″ז, לאָז זײַן חרוסת, לאָז זײַן אַפֿיקומן ― װאָס עס װיל זיך, אָבער די חתימה איז אײַערע?

צ י פֿ ע ר ב ל אַ ט: האַ? װאָס? װי קומט צו אײַך יקנה″ז?

ד י ייִ ד ע נ ע: גלײבט מיר, ליבער פֿרײַנט, איך האָב דאָס ניט געגנבֿעט און אַף דער גאַס ניט געפֿונען. הײַנטיקע יאָרן װאַלגערן זיך ניט אַף דער גאַס אַזעלכע זאַכן. עס קאָסט מיך מײַן בלוט, ר″ן קאַרבן. צוגעזאָגט האָט מען מיר ת″ק. צװײ מעקלערס לײַטישע, געקומען צו מיר אַף דער סלאַבאָדקע, זיך צוגעזעצט צו מיר: „קױפֿט, אַלע קױפֿן, פֿאַרדינען, פֿאַרדינט אױך“. װאָס װײס אַ ייִדענע אַן אַלמנה? אַװדאי, װען איך האָב מײַן ערשטן מאַן עליו השלום, װאָס איז געװען כּל־ולד באַ גיטעלע װײַנשטײן עליה השלום… (עס עפֿנט זיך די טיר און עס קומט אַרײַן אַ נײַער פּאַרשױן מיט באַקנבערד און מיט אַ גרױסן פּאָרטפֿעל אונטער דער האַנט. די ייִדענע שרעקט זיך איבער פֿאַרן פּאַרשױן מיטן פּאָרטפֿעל און טרעט אָפּ אַף אַ זײַט). ז ע ק ס ט ע ס צ ע נ ע

ד ע ר פּ אַ ר ש ו י ן מ י ט ן פּ אָ ר ט פֿ ע ל: (רעקאָמענדירט זיך פֿאַרן קאַסיר). איך בין פּלױדערזאַק, פּאָװערענע פּאָ דיעלאַם. (דער קאַסיר שיקט אים אָפּ מיט אַ בײזער צום קאָרעספּאָנדענט. יענער, מיט אַ שמײכעלע, ― צום בוכהאַלטער).

צ י פֿ ע ר ב ל אַ ט: (אַ ביסל דערשראָקן). האַ? װאָס אַ דיעלאָ? װאָס פֿאַר אַ דיעלאָ? זיצט.

פּ ל ו י ד ע ר ז אַ ק: (װיל ניט זיצן. רעדט מיט אַ געמישטער שפּראַך). איך בין אײַך זײער בלאַגאָדאַרנע. איך קאָן באַשטײן. געיאַװעט האָב איך זיך צו אײַך פּאָ דיעלו. אײנער פֿון מײַנע קליענטן האָט פּריִאָברעטאַיעט אײַער אָביאַזאַטעלסטװאָ דורך אַ פּאָסרעדניק אַף אַן אָפּרעדיעליאָנעם טערמין אַן איזװעסטנעם פּרעדמעט, קאָניעטשנאָ, מיט אַ זאַדאַטאָק, און אַזױ װי הײַנט איסטעקאַיעט דער סראָק, האָב איך זיך אָסמיעלעװעט אײַך פּרעדופּרעזשראַיען, איר זאָלט מיר פּריגאָטאָװען די שטשאָטעס אין פּאָלנעם פּאַריאַדאָק, אָן אַ שום זאַמערליעניע פֿון אײַער סטאָראָנע, בכדי עס זאָל ניט אַרױס קײן ניעדאָראַזומעניעס, װעלכע קאַ־מאָריע װליעקאַיען נאָך זיך אטװעטסטװענאָסט נאַ אָסנאָװאַניע סטאַטײ דיעסיאַטאַהאָ טאָמאַ טשאַסטי פּערװאָי סװאָדאַ זאַקאָנאָװ גראַזשדאַנס־קיך…

צ י פֿ ע ר ב ל אַ ט: (צום קאָרעספּאָנדענט). אַ שפּראַך! איך פֿאַרשטײ ניט אײן װאָרט!

פֿ ל ע ד ע ר װ י ש: (צום בוכהאַלטער). װאָס פֿאַרשטײט איר דאָ ניט? זײ מײנען מסתּמא יקנה″ז.

צ י פֿ ע ר ב ל אַ ט: (צו פּלױדערזאַקן). האַ? װאָס? יקנה″ז? װאָס־זשע שװײַגט איר? װײַזט אַהער דאָס בריװעלע. אָט באַלד װעט קומען אונדזער שעף, װעט ער זיך מיט אײַך אױסגלײַכן.

פּ ל ו י ד ע ר ז אַ ק: איזװיניטיע! איר זײַט ניט סװעדושטשי אינעם דוך פֿון אונדזער זאַקאָנאָדאַטעלסטװאָ. מע האָט מיך ניט או־פּאָלנאָמאָטשעט אַף צו גלײַכן זיך. איך טרעבעװע אַקציעס בוקװאַלנאָ! ס'איז פֿאַראַן אַ רעשעניע קאַססאַציאָנאַהאָ דעפּאַרטאַמענטאַ פּראַװי־טעלסטװוּיושטשאַהאָ סענאַטאַ, װעלכעס קאַטאָראָיע װיראַזשאַיעט זיך אַזױ: „יעזשעלי…“ (פּלוצעם עפֿנט זיך די טיר און עם פֿליט אַרײַן, װי אַ דונער, ג ר ײ ג ע ר מיט אַ גװאַלד. נאָך אים ― די כאַליאַסטרע מעקלערס, פֿון גרײגערס קולות בלײַבט פּלױדערזאַק אָן לשון).

ז י ב ע ט ע ס צ ע נ ע

ג ר ײ ג ע ר: (מיט אַ הענגקאָלנער אַף די אַקסלען, קוקט זיך אַרום אַף אַלע זײַטן). ניטאָ אים טאַקע, דעם שײנעם מענטשן? איז דאָך עס, אַפּנים, טאַקע אַן אמת? (צו דער כאַליאַסטרע). נו, װער איז גערעכט? װאָס האָב איך געזאָגט?

ד י כ אַ ל י אַ ס ט ר ע: אמת, אמת, װי מערידן זײַנען!

ג ר ײ ג ע ר: אַ בערזע ― ברענען זאָל זי! באַנקירן ― אַ כאָ־ליערע אַף זײ! מעקלערס ― פֿאַרכאַפּט זאָלן זײ װערן! (ער דערזעט שמעלקען). אַ??? מע זאָל דערמאָנען משיחן… (ער גײט צו צו שמעלקען).

ש מ ע ל ק ע: (רוקט זיך אָפּ). געזונט זאָלט איר זײַן, כע־כע! עס ליגט אײַך אין זינען קאַטאָװעס טרײַבן.

ג ר ײ ג ע ר: (גײט צו צו שמעלקען). קאַטאָװעס טרײַבן? עס רינט פֿון מיר בלוט, זאָגט ער ― קאַטאָװעס טרײַבן! איר װײסט, װיפֿל איר קאָסט מיך מיט אײַער יקנח″ז, פֿאַרכאַפּט זאָל דאָס װערן? (צו דער כאַליאַסטרע). זאָגט, איך האָב אײַך באַװיזן אַ חשבון אַף זיבן און זיבעציק טױזנט? װאָס שװײַגט איר?

ד י כ אַ ל י אַ ס ט ר ע: אמת, אמת, װי מערידן זײַנען!

ש מ ע ל ק ע: (רוקט זיך אָפּ). פּטור! װאָס זײַנען מיר שולדיק? מיר זײַנען דאָך ניט מער װי מעקלערס.

ג ר ײ ג ע ר: (רוקט זיך צו צו שמעלקען). מעקלערס זײַט איר? זשוליקעס, אַפֿעריסטן! אַ גאַנץ יאָר זײַט איר אַרומגעלאָפֿן אין אַלע גאַסן: „קױפֿט, קױפֿט יקנח″ז! נעמט בריװעלעך, פּרימאַ נעמט!“ נעמען זאָל אײַך באַם בױך! איר זאָלט זיך כאָטש ניט װײַזן פֿאַר מײַנע אױגן, װאָרעם אַז איך דערזע אײַך, טראָגט דאָס מיך אונטער ― עס גלוסט זיך מיר פּאַטשן… (ער דערלאַנגט שמעלקען דרײַ געשמאַקע, פֿלאַם־פֿײַערדיקע פּעטש. שמעלקע בלײַבט שטײן פּריטשמעליעט. דער גאַנצער עולם רינגלט אַרום שמעלקען. אײניקע נעמען זיך אָן שמעלקעס קריװדע. אײניקע גיבן אָפּ גרײגערן דעם גערעכט. עס װערט אַ שטיקל רעש אין קאַנטאָר).

מ נ ח ם ־ מ ע נ ד ל: אַקוראַט אַזױ װי אין אַדעס אַקוראַט, װי זאָגט ער: „די גאַנצע װעלט איז אײן שטאָט“. עס װערט אָנגערופֿן „קאָמפּאָזירן“… אין אַדעס, אַז ס′איז געקומען צום קאָמפּאָזירן דאָס „לאָנדאָן“, האָט מען אױך געקאָמפּאָזירט מיט דאָס… (אַ שמאָרע מיט דער נאָז). מיט פּעטש.

פֿ אָ נ פֿ אַ ט ש: (צום שותּף). האַװל, רום אַװעה! הענוג װאָס סע האָסט אונדז העלט, דאַרפֿן מיר נאָך כאַפּן פּעטש. אַ מצװה! אַז מע האָט ברױט, זאָל מען ניט װעלן קײן זעמל… יאַחנעהאָז האָט זיך אים פֿאַרהלוסט!

ז אַ יִ ק ע: באַ הײַנטיקע פּ־פּ־פּרנסות איז דאָס אױך אַ גע־גע־שעפֿט. האָב קײן מורא ניט: פּע־פּע־פּעטש קאָן איך אױך געבן. הלװאַי װאָלט מען אונדז אַזױ גיך געגעבן יק־ק־ק־ק…

ד ע ר ק אַ פּ ע ל ו ש: דער הונט איז װערט דעם שטעקן. שמעלקע האָט באַ גרײגערן גענוג פֿאַרדינט הײַנטיקס יאָר. נישקשה, ער מעג שױן פֿון אים כאַפּן אַמאָל אַ פּאַטש אױך.

ג ר ײ ג ע ר: פֿאַרדינט, זאָגט איר? גאָלד האָט ער באַ מיר אָנגע־זשעברעט! אַ פֿאַרמעגן געמאַכט! פֿרעגט, אָט שטײען ייִדן.

ד י כ אַ ל י אַ ס ט ר ע: אמת, אמת, װי מערידן זײַנען!

ד י ייִ ד ע נ ע: (צום מײדל, ברעכט די הענט). װײ איז מיר, װינד איז מיר, אַ װײטיק איז דער מאַמע דײַנער, װוּהין זײַנען מיר פֿאַרגאַנגען? עפּעס אַ מקום פּורעניות! צװישן פֿעלד־גזלנים, װאָװקעלאַקעס! גאָט ברוך הוא זאָל שומר ומציל זײַן! ער, עליו השלום, זאָל זיך מיִען פֿאַר אונדז דאָרטן, זײַן זכות זאָל אונדז בײַשטײן, מיר זאָלן כאָטש אַרױס פֿון דאַנען מיטן לעבן…

פּ ל ו י ד ע ר ז אַ ק: (שאַרט זיך צו שמעלקען). הערט אױס, מילאָסטיװעי גאָסודאַר, איך װאָלט אײַך סאַװעטעװען, איר זאָלט זיך זשאַלעװען אַף אים אוגאָלאָװנים פּאָריאַדקאָם פֿאַר אַסקאָרבליעניע דײס־טװיעם אין אַ פּובליטשנעם אָרט. פֿאַר אײַך װאָלט באַדאַרפֿט װיסטו־פּאַיען אַ זאַשטשיטניק.

ש מ ע ל ק ע: (האַלט זיך באַ דער באַק, װי אַ מענטש װאָס האָט געכאַפּט אַ פּאַטש). צו װאָס דאַרף איך זאַשציטעס? איך האָב אַלײן אױך אַ צונג! אָט גײ איך גלײַך און גיב אײַן אַן איסק פֿאַר ליצנעם אַס־קאַרבלעניע צעסט קופּצו פּיערװי גילדזשע אין יעהופּעץ… איך האָב עדות!

צ י פֿ ע ר ב ל אַ ט: (צו גרײגערן). פֿאַרװאָס קומט אים פּעטש? האַ? װאָס?

ג ר ײ ג ע ר: פֿאַרװאָס? ער האָט זײ, זײַט זיכער, כּשר פֿאַרדינט! איך האָב נאָך אַף מײַן לעבן אומזיסט ניט געפּאַטשט קײנעם. פֿרעגט, אָט שטײען ייִדן.

ד י כ אַ ל י אַ ס ט ר ע: אמת, אמת, װי מערידן זײַנען!

ג ר ײ ג ע ר: איך שװער אײַך בנאמנות, װי איר זעט מיך לעבן, דאָס טרעפֿט מיר דאָס ערשטע מאָל, איך זאָל אױפֿהײבן מײַן האַנט אַף אַ מענטשן. פֿרעגט װעמען איר װילט, אָט שטײען ייִדן. (צו דער כאַ־ליאַסטרע). װאָס שװײַגט איר?

ד י כ אַ ל י אַ ס ט ר ע: אמת, אמת, װי מערידן זײַנען!

ג ר ײ ג ע ר: הײַנט פֿאַרשטײט איר שױן, װאָס באַדײַטן די פּעטש? די גאַל קאָן צעזעצט װערן פֿון אַזעלכע גנבֿים, זשוליקעס, אַפֿעריסטן!

צ י פֿ ע ר ב ל אַ ט: האַ? װאָס שרײַט איר אַזױ? איר זײַט ניט אַף דער גאַס, איר זײַט אין קאַנטאָר.

ג ר ײ ג ע ר: אין קאַנטאָר? אַ שײנע קאַנטאָר! אָפּגענאַרט אַ גאַנצע שטאָט מיט מענטשן, אָפּגעדרוקט אפֿשר טױזנט בריװלעך, צוגענומען באַ דער װעלט דאָס גאַנצע געלט ― און רעדט נאָך! איר װײסט, מיט װעמען איר רעדט? (גלײַך ציפֿערבלאַטן אין פּנים אַרײַן). זאָגט נאָר, איר װײסט, װער איך בין? (שלאָגט זיך מיט דער האַנט אין האַרצן). איך בין ― גרײגער!!!

צ י פֿ ע ר ב ל אַ ט: האַ? װאָס? װאָס שרײַט איר אַזױ? איך בין ניט טױב!

ג ר ײ ג ע ר: נאַכאַל! איר װײסט אַפֿילו ניט, װיִאַזױ צו רײדן מיט אַ לײַטישן מענטשן. איר װאָלט באַדאַרפֿט שטומען װי אַ פֿיש נאָך אַזאַ מעשׂה, זיך באַגראָבן נײַן אײלן אין דער ערד, ניט שטעלן זיך נאָך אױסטענהן מיט מיר! איר װײסט, װיפֿל געלט איר קאָסט מיך מיט אײַער חתונה?

צ י פֿ ע ר ב ל אַ ט: האַ? װאָס? װאָסער חתונה? װעמענס חתונה?

ג ר ײ ג ע ר: (בלײַבט שטײן אַ װײַלע אָן לשון, האַלט זיך אונטער מיט בײדע הענט, באַ די זײַטן, נאָכדעם גײט ער צו צו ציפֿער־בלאַטן און שרײַט אים אױס אַף אַ קול גלײַך אין פּנים אַרײַן). אי־די־אָט!! מע רעדט און מע רעדט און מע רעדט ― טפֿו זאָלט איר װערן! איר מעגט שױן צומאַכן די שײנע קאַנטאָר אײַערע אין אַ גוטער שעה און גײן אַהײם שלאָפֿן. איר װײסט נאָך ניט, אַפּנים, אַז אײַער פֿײַפֿער האָט זיך באַפֿײַפֿט, אונדז אַלעמען אָנגעפֿײַפֿט… (ער ציט אױס אַ לאַנגן פֿײַף). אײַער פֿײַפֿער איז באַנ־קראָט!!! (אַלע פּאַרשױנען פֿאַלן אַראָפּ פֿון די בענקלעך פֿאַר שרעק).

אַ ל ע: באַנקראָט? אָנגעזעצט? פֿײַפֿער האָט אָנגעזעצט? װען? װוּ? װיפֿל? װי קאָן דאָס זײַן? ס'איז אַ ליגן!

ש מ ע ל ק ע: (האַלט זיך באַ דער באַק). כּזבֿ ושקר! דאָס האָבן שׂונאים אױסגעטראַכט, יעהופּעצער הולטאַיעס…

ד י ק אַ פּ אָ ט ע: װאָס איז שײך אױסגעטראַכט? אַז מע זאָגט געשטאָרבן ― זאָל מען גלײבן. אַזעלכע זאַכן טרעפֿן זיך, איך בעט איבער אײַער כּבֿוד, אומעטום.

מ נ ח ם ־ מ ע נ ד ל: נאָך אַ מין טרעפֿן זיך! נאַט אײַך אַדעס. אין אַדעס, אַז ס'איז געקומען צום דאָס…

פֿ אָ נ פֿ אַ ט ש: (צום שותּף). האַװל, דו הערסט? מע האָט אונדז אָנגעהעצט אין יאַהנעהאָז אַרײַן! פֿאַרפֿאַלן די עטלעכע הילדן!

ז אַ יִ ק ע: (היצט זיך). װאָס הײסט פֿאַ־פֿאַ־פֿאַרפֿאַלן? עפּעס הפֿקר ציבעלעס? גע־גע־געלט־שמעלט?

ד י ייִ ד ע נ ע: (װײנט און שרײַט אַף אַ קול). װײ איז מיר, װינד איז מיר, אַ װײטיק איז מיר אַ גרױסער! בעסער װאָלט איך אױסגערונען באַ דער מאַמע אין בױך, אָדער זיך אַ פֿוס אױסגעבראָכן אַפֿן גלײַכן װעג, אָדער אַזױ אײַנגענומען אַ מיתה משונה, אײדער איך האָב דערלעבט צו אַזאַ צרה, אַן אומגליק, װי מיך האָט געטראָפֿן! נאַ דיר אַ פֿײַפֿער, פֿײַפֿן זאָל אים אין אַן אױער, עס זאָל אים ניט אױפֿהערן צו פֿײַפֿן פֿון הײַנט אָן ביז איבעראַיאָר שושן־פּורים! אױ, װען מײַן ערשטער מאַן, עליו השלום, זאָל מיר זײַן אַצינד. ער, עליו השלום, איז געװען באַ גיטעלע װײַנשטײן, עליה השלום…

פּ ל ו י ד ע ר ז אַ ק: (טרײַבט אָפּ די ייִדענע). װאָן! אַ זשענשטשינע בלײַבט אַ זשענשטשינע… לאָמיר בעסער אָבסוזשראַיען, װאָס מיר האָבן צו טאָן? באַ אַזאַ סלוטשאַי דאַרף מען װיסן, װיִאַזױ זיך צו װאַספּאָלזעװען, מע זאָל אונדז ניט נאַדוּװאַיען. פּאַ זאַקאָנו דאַרפֿן מיר אוטשרעזשדאַיען אַ קאָנקורס…

ג ר ײ ג ע ר: װאָסער קאָנקורס? איר װײסט ניט פֿון אײַער געזונט און פֿון אײַער לעבן! ס'איז פֿאַרפֿאַלן לעולם ועד, קײן האָן װעט אַפֿילו ניט קרײען… (ער טוט זיך אַ פּאַטש אין שטערן). אױ, גרײגער, ביסט אַ פֿערד!!! װוּ איז געװען דײַן שׂכל? װוּ זײַנען געװען דײַנע אױגן? װעמען האָסטו געגלײבט אַזױפֿיל געלט?… (צום גאַנצן עולם). װײסט איר, װאָס איך װעל אײַך זאָגן? קומט מיט מיר! קומט, לאָמיר גײן גלײַך צו פֿײַפֿערן אַהײם! די שטוב װעלן מיר אים צעטראָגן! די צײן אַרױסנעמען! קישקעס מאָטען! אָדערן טרענען! מיר צאָלט מען! מיר האָט נאָך קײנער ניט אָנגעזעצט! (ער שלאָגט זיך מיט די הענט אין האַרצן). איך הײס גרײגער! לאָז זאָגן עמעצער!

ד י כ אַ ל י אַ ס ט ר ע: אמת, אמת, װי מערידן זײַנען!… (גרײגער לאָזט זיך גײן, דער גאַנצער עולם ― נאָך אים. מנחם־מענדל שטעלט זיך אָפּ באַ דער טיר).

מ נ ח ם ־ מ ע נ ד ל: (מיטן פּנים צו דער סצענע). אָבער פּונקט אַזױ װי אין אַדעס, עס זאָל פֿעלן אַ האָר זאָל עס! פֿריִער האָט מען פֿאַרדינט און פֿאַרדינט, מאַסף ממון געװען, און נאָכדעם, אַז ס'איז געקומען צום דאָס… (אַ שמאָרע מיט דער נאָז). צום צאָלן אַז ס'איז געקומען, האָט מען אױך געזאָגט „ישקני“!… אָט אַזױ איז די בערזע: מען איז נאָר דאָסיק אַף דאָס… אַף פּאַפּיר איז מען; און אַז עס קומט צום דאָס… צום איבערצײלן אַז עס קומט, טוט זיך אַ קער איבער דער גאַנצער דאָס ― און עס װערט אױס דאָס!…דעם זעלבן פֿרימאָרגן באַ די פּאָסטערנאַקעס. ― די מאַדאַם פּ אָ ס־ט ע ר נ אַ ק זיצט מיט אַ ביכל אין דער האַנט. א י ז אַ ב ע ל ע דרײט זיך קעגן שפּיגל. לעבן איזאַבעלען שטײט ק ל אַ ר אַ אַף די קני און מעסט איר חתונה־קלײדער.

ע ר ש ט ע ס צ ע נ ע

ק ל אַ ר אַ: (ציט אַרױס די סטריגאָװאַניע, שטײט אױף פֿון דער ערד). אַזאַ יאָר, אַזאַ מזל! מאַדאַם! איר מעגט זיך פֿאַרגינען אָנקוקן, װיִאַזױ דאָס „בע־בע“ ליגט, קײן עין־הרע, אױסגעגאָסן אַף אײַער טאָכטער, אַזאַ יאָר אַף מיר! (צו איזאַבעלען). טראָגט געזונט, פֿאַרנוצט געזונט, צערײַסט געזונט, און פֿרײט זיך געזונטערהײט. (צו דער מאַדאַם). לאָז גאָט געבן, איר זאָלט דערלעבן נײען חתונה־קלײדער באַ אירע אײניקלעך.

מ אַ ד אַ ם פּ אָ ס ט ע ר נ אַ ק: (לײגט אַװעק דאָס ביכל אַף אַ זײַט און קוקט זיך צו צו איזאַבעלעס קלײד). עס ליגט, זאָגט איר, גוט? מיר שײַנט, אַז פֿון פֿאָרנט האָט מען איר, מיט רעשפּעקט צו מעלדן, אַ ביסל פֿאַרשמאָלט, פֿון הינטן װאָלט געמעגט זײַן אַ ביסל העכער, און די אַרבל זײַנען װינציק אָנגעבופֿט. נאָך מײַן רעכענונג, האָט באַ אײַך באַדאַרפֿט בלײַבן גוטע דרײַ פֿערטל אַרשין מאַטעריע.

ק ל אַ ר אַ: מאַדאַם! לאָם איך דאָס אױסקרענקען און מײַנע שׂונאים לאָזן דאָס פֿאַרמאָגן, װאָס איך האָב באַ אײַך געקאָנט אַראָפּכאַפּן! מאָלט אײַך, איך האָב באַדאַרפֿט אַף אַ שליאַרקעלע, האָב איך מיר געשניטן די פֿינגער, קױם אױסגעקומען, װי מיט קרעפּל־פֿלײש… מאַדאַם! װאָס זאָגט איר אַפֿן „פּאָלאָנעז“? עס נעמט דאָך אָפּ אַן אױג! אײַער טאָכטער, דעם אמת זאָגנדיק, אַז זי גאָרסעװעט זיך אױס, האָט זי, קײן עין־הרע, אַ פֿיגור, אַז זינט איך בין אַן אַרבעטאָרן אין יעהופּעץ, האָב איך נאָך אַזאַ טאַליע ניט באַגעגנט! אַ שאָד, װאָס דער חתן איז דאָ ניטאָ: ער װאָלט געװאָרן גרעבער װי לענגער, קײן בײז אױג זאָל איר ניט שאַטן.

מ אַ ד אַ ם פּ אָ ס ט ע ר נ אַ ק: איר האָט מיר דערמאָנט איר חתן… װאָס איז די מעשׂה, איזאַבעלע, װאָס װילהעלם איז דאָ נאָך הײַנט ניט געװען? (צו קלאַראַן). אונדזער חתן איז זיך נוהג אַלע פֿרימאָרגן, מיט רעשפּעקט צו מעלדן, װי אַן ערלעכער ייִד לאָזט ניט דורך דאָס דאַװנען, מוז ער פֿריִער, אײדער ער גײט אַרױס אין קאַנטאָר אַרײַן, מאַכן דער כּלה אַ באַזוך.

ק ל אַ ר אַ: איך קאָן מיר שױן מעלדן, אַז מע האָט, קײן עין־הרע, אַזאַ כּלה! עס איז מיר נאָר אַ װוּנדער, װאָס ניט דרײַ מאָל אין טאָג, װאָרעם דאָרט, װוּ ליבע פֿלאַקערט…

א י ז אַ ב ע ל ע: כאַ־כאַ־כאַ! „די ליבע פֿלאַקערט“!… פֿון װאַנען װײסט איר, װאָס הײסט „ליבע“?

ק ל אַ ר אַ: לעבן זאָלט איר מיר! איר קערט, אַפּנים, רעכענען, אַז אין אונדזער גראַד װײס מען שױן גאָרנישט ניט? איר מעגט מיר זיכער גלײבן, ס'איז ניטאָ אײן ביכל פֿון די ביכלעך, װאָס איך זאָל עס דורכלאָזן. אָט לײען איך איצטער אַ ביכל, דװקא אַ ייִדיש, אין זשאַרגאָן, זאָג איך אײַך בנאמנות, אַז אַפֿילו אַ שטײן קאָן אױך צעגאָסן װערן פֿון דער ליבע, װאָס דאָרט װערט באַשריבן, שװער איך אײַך, קאָן מען אױסגײן װי אַ ליכט.

מ אַ ד אַ ם פּ אָ ס ט ע ר נ אַ ק: איז דאָס ניט שײַקעװיטשעס אַ ראָמאַן?

ק ל אַ ר אַ: איך זאָל אַזױ זײַן געזונט, װי איר האָט געטראָפֿן!

מ אַ ד אַ ם פּ אָ ס ט ע ר נ אַ ק: װיִאַזױ־זשע הײסט ער, דער ראָמאַן?

ק ל אַ ר אַ: (רײַבט זיך דעם שטערן). װיִאַזױ ער הײסט, דער ראָמאַנס? אױ, אַ קאָפּ, קײן עין־הרע, װי אַ באַקדײזשע! איך האָב שױן פֿאַרגעסן! װאָס זאָגט איר דערױף?

מ אַ ד אַ ם פּ אָ ס ט ע ר נ אַ ק: אפֿשר „דער בלוטיקער פֿרימאָרגן, אָדער די פֿאַרשאָלטענע ליבע“?

ק ל אַ ר אַ: האַ? נײן.

מ אַ ד אַ ם פּ אָ ס ט ע ר נ אַ ק: צי אפֿשר „דער געקױפֿטער קוש, אָדער די פֿאַרכּישופֿטע כּלה“?

ק ל אַ ר אַ: נײן, אױך ניט. עס ליגט מיר אַפֿן צונג, נאָר איך קאָן ניט אױסרײדן!

מ אַ ד אַ ם פּ אָ ס ט ע ר נ אַ ק: צי אפֿשר „דער קאַלטער חתן, אָדער אַ נאַכט צװישן מתים“? „דער פֿאַרליבטער מערדער, אָדער דער טאַטע פֿון יענער װעלט“? צי אפֿשר גאָר „פֿון דער חופּה צו דער תּליה“?

ק ל אַ ר אַ: (אַ פּליעסק מיט די הענט). אױ, לאַנג לעבן זאָלט איר, מאַדאַם! איך זאָל אַזױ רײדן אין נחת, װי איר האָט געטראָפֿן. אױ, איז דאָס אַ ביכל! איך האָב דאָס שױן איבערגעלײענט דרײַ מאָל, און קאָן מיך גאָר זאַט ניט אָנלײענען.

מ אַ ד אַ ם פּ אָ ס ט ע ר נ אַ ק: װיִאַזױ הײסט דאָרט דער העלד? דאַכט זיך, ער הײסט אפֿרים, אָדער באַראָן בלוטסטראָפּן? און די געליבטע זײַנע הײסט דאָרטן עליזאַבעטע? ק ל אַ ר אַ: (אַ פּליעסק מיט די הענט). אױ, איך װעל זיך אַ מעשׂה אָנטאָן! װיִאַזױ געדענקט איר זיך אָן, מאַדאַם, קײן עין־הרע ניט, אַלע ביכלעך מיט זײערע נעמען?

מ אַ ד אַ ם פּ אָ ס ט ע ר נ אַ ק: געדענקט איר, װיִאַזױ די שײנע עליזאַבעטע ליגט אײנע אַלײן, מיט רעשפּעקט צו מעלדן, באַ זיך אין װײַנגאָרטן און טרױמט פֿון איר געליבטן אפֿרים, און נאָכדעם, װי עס קומען צו גײן פּלוצעם צװײ פֿאַרשטעלטע באַנדיטן, װאָס דער מערדער שפּין האָט זײ אונטערגעשיקט, זײ זאָלן אומברענגען די שײנע עליזאַ־בעטע, װיִאַזױ זי בעט זיך באַ זײ יאָמערלעך און זינגט בשעת מעשׂה, מיט רעשפּעקט צו מעלדן, אַ טרױעריק ליד, און פֿון אירע שײנע הימל־בלױע אױגן טריפֿן טײַכן טרערן. איר געדענקט, װי דאָס ליד הײבט זיך אָן: עס בליִען די רױזן, עס שמעקן די בלומען, די לופֿט איז פֿול אַראָמאַט, און דו, מײַן ענגל, װילסט צו מיר ניט קומען ― איך זאָל זיך קאָנען אָנקוקן אין דיר זאַט!

זאָלסטו װיסן, אַז איך גײ אױס, איך שטאַרב אַװעק, דו װעסט מיך שױן, דאַכט זיך, ניט זען מער, אַ סוף צו אונדזער ליבע, אַן עק, אַן עק ― זאָלסט כאָטש װעלן שענקען אַף מײַן קבֿר אַ טרער?!…

ק ל אַ ר אַ: (שנײַצט די נאָז און װישט זיך די אױגן). אױ, איז דאָס אַ ליד! איר מעגט מיר זיכער גלײבן, אַז בשעת די מאַמע מײַנע איז געלעגן אַף דער ערד, האָב איך אַזױפֿיל ניט געװײנט.

מ אַ ד אַ ם פּ אָ ס ט ע ר נ אַ ק: און נאָכדעם, װיִאַזױ עס קומט אָן פּלוצעם דער ליבער אפֿרים, אָנגעטאָן װי אַן ענגלישער פּראָקוראָר, און מע נעמט די באַנדיטן, מיט רעשפּעקט צו מעלדן, און מע שמידט זײ אין קײטן.

ק ל אַ ר אַ: (ברעכט די הענט). אַלע מײַנע שׂונאים, און אײַערע שׂונאים, און די שׂונאים פֿון אַלע אונדזערע ליבע, און װוּ איך האָב ערגעץ אַ װײַטן שׂונא, זאָל ער האָבן אַזאַ סוף, רבונו־של־עולם!… הימל און ערד האָבן געשװאָרן, אַז קײן פֿאַרפֿאַלענע זאַך זאָל ניט זײַן אַף דער װעלט.

מ אַ ד אַ ם פּ אָ ס ט ע ר נ אַ ק: און װאָס לאָזט זיך אױס? איז גאָר אפֿרים, אָדער דער באַראָן בלוטסטראָפּן, דעם אָרעמען צמחס אַ זון, און עליזאַבעטע איז זײַנע אַ לײַבלעכע שװעסטער, און דער מערדער שפּין ― דאָס איז זײער פֿאַרפֿאַלענער פֿאָטער, און די אָרעמע רחל…

א י ז אַ ב ע ל ע: מאַמאַן! לאָז שױן זײַן גענוג. איך האָב שױן אָט אַזאַ קאָפּ פֿון דײַנע פּוסטע נאַרישע ראָמאַנען! מ אַ ד אַ ם פּ אָ ס ט ע ר נ אַ ק: (איבערראַשט). פֿון מײַנע פּוסטע נאַרישע ראָמאַנען? שײן שמועסטו זיך אױס, מיט רעשפּעקט צו מעלדן, קעגן אַ מאַמע! (צו קלאַראַן). װאָס זאָגט איר אַף הײַנטיקע קינדער? אַיאָ, ס'איז כּדאַי אױסצוברענגען זיך אַף זײ, האָרעװען פֿון זײערט־װעגן, אַװעקלײגן דאָס לעבן, מאַכן אפֿשר פֿאַר צען טױזנט קערבלעך אַ חובֿ, צוגעבראָקט מיט פֿערציק טױזנט קערבלעך נדן אױך, אַ חוץ מתּנות?… קױם דערלעבט אַ נחת, אַ בת־יחידקעלע, אײן אױג אין קאָפּ… (זי פֿאַרשטעלט זיך דאָס פּנים מיט אַ װײַס טיכעלע און װײנט. קלאַראַ מאַכט אַ קרום פּנים, שאָקלט מיטן קאַפּ).

א י ז אַ ב ע ל ע: קאַרג, װאָס דער פּאַפּאַשאַ עסט מיר אױס די גאַל, האָסטו זיך נאָך גענומען אַף מיר! אַלע טאָג װאַרפֿט איר מיר אױס מײַן „חובֿ“ מיט מײַן „נדן“, גלײַך װי מע װערט פֿון אײַך גליקלעך. כינקיסעס טאָכטער האָט מען געגעבן מער נדן, און די װעלט האָט גאָרניט אַזױ צו טאָן, װי מע האָט צו טאָן מיט מיר. אַזאַ אומגליקלעכע, װי איך בין, איז, דאַכט זיך, שױן גאָר ניטאָ אַף דער גאַנצער װעלט! (זי באַהאַלט דאָס פּנים אין אַ װײַס טיכעלע און װײנט. קלאַראַ מאַכט אַ קרום פּנים, שאָקלט מיטן קאָפּ).

מ אַ ד אַ ם פּ אָ ס ט ע ר נ אַ ק: (װישט אָפּ די טרערן). װאָס גלײַכסטו זיך צו כינקיסעס טאָכטער? זי איז דאָך צװײ מאָל אַזױ אַלט װי דו, אָנגעשטאָפּט מיט יאָרן, מיט רעשפּעקט צו מעלדן, װי אַ קול שטרױ. הײַנט דעם שײנעם נאָמען, װאָס זי האָט. אַזאַ יאָר אַף איר מאַמע די רכילותניצע. די גאַנצע װעלט איז באַ איר אין מױל, פֿון אַלעמען רעדט זי, אַף איטלעכן געפֿינט זי אַ חסרון.

ק ל אַ ר אַ: (שאָקלט מיטן קאָפּ). מע זאָל גאַר באַהיט װערן!

א י ז אַ ב ע ל ע: (װישט אָפּ די טרערן). די מאַדאַם כינקיס איז נאָך גאָלד קעגן דער טאָכטער. אַזאַ באַרײדערן, װי כינקיסעס טאָכטער, האָט נאָך די װעלט ניט געהאַט. און דערצו איז זי אַ ניט־פֿאַרגינערן, װאָלט זיך געהאַנגען, אַז זי דערזעט אַף יענעם אַ נײַ קלײד, אָדער אַ שײן היטעלע. און גענוג, װאָס זי איז זױער אַזױ װי עסיק, איז זי נאָך אַ קאָקעטע אױך. מיט איר צו זײַן אינאײנעם אין אַ געזעלשאַפֿט ― קאָן מען דעם שלאַק באַקומען.

ק ל אַ ר אַ: (שאָקלט מיטן קאָפּ). מע זאָל באַהיט און באַװאָרנט װערן! (עס קומט אַרײַן ס אָ ס ל מיט אַ בריװ אין דער האַנט).

צ װ ײ ט ע ס צ ע נ ע

ס אָ ס ל: אַ שליח האָט געבראַכט אַ בריװל און הײסט זיך באַצאָלן צװאַנציק קאָפּיקעס.

מ אַ ד אַ ם פּ אָ ס ט ע ר נ אַ ק: (נעמט דאָס בריװל). דורך אַ שליח אַ בריװל? פֿון װעמען איז אַ בריװל?

ס אָ ס ל: לײענט, װעט איר װיסן. גיט אַהער צװאַנציק קאָפּיקעס, מאַדאַם.

מ אַ ד אַ ם פּ אָ ס ט ע ר נ אַ ק: פֿאַרװאָס קומט אים צװאַנציק קאָפּיקעס?

ס אָ ס ל: פֿאַרװאָס? פֿאַר דער טירחה.

מ אַ ד אַ ם פּ אָ ס ט ע ר נ אַ ק: און צען איז אים קאַרג? פֿאַרװאָס קומט אים אַזױפֿיל?

ס אָ ס ל: גײט פֿרעגט אים.

מ אַ ד אַ ם פּ אָ ס ט ע ר נ אַ ק: װאָס זאָגט איר אַף איר ענטפֿערן, װאָס זי ענטפֿערט דער מאַדאַם? אַ שײנע פּאָקאָיאָװע? מיט רעש־פּעקט צו מעלדן, אַ שטיק פֿלײש מיט אױגן! פֿרעסט און זױפֿט, טוט ניט קײן האַנט אין קאַלט װאַסער ― און עפֿנט נאָך אַ מױל!

ס אָ ס ל: מײַנע שׂונאים זאָלן דאָס האָבן אַפֿן לײַב, װאָס מע עסט זיך אָן און װאָס מע טרינקט זיך אָן באַ אײַך, אַז אַפֿילו דאָס שטיקל ברױט…

מ אַ ד אַ ם פּ אָ ס ט ע ר נ אַ ק: (אַ טופּ מיטן פֿוס). דו װעסט ניט אַנטשטומט װערן, דו פּיסקאַטע? װאָן פֿון מײַן שטוב, הולטאַיקע, דײַן פּאַרע זאָל זיך דאָ ניט געפֿינען! דו הערסט, צי נײן?

ס אָ ס ל: (אַ דרײ מיט דער נאָז). איך האָב מיך שטאַרק איבערגעשראָקן, מײַן העמד איז לײַװנט געװאָרן! פֿאַראַן נאָך ערטער און „מאַדאַמען“, אַזעלכע װי איר, גענוג אין יעהופּעץ… (זי טוט אַ קלאַפּ מיט דער טיר און גײט אַװעק).

מ אַ ד אַ ם פּ אָ ס ט ע ר נ אַ ק: נו? װאָס זאָגט איר אַף אַזאַ גלות? מע זאָל אַזױ באַלײדיקט װערן, מיט רעשפּעקט צו מעלדן, פֿון אַ דינסט?!

ק ל אַ ר אַ: איך זאָג אײַך דעם אמת, מאַדאַם, איך קוק אַף אײַך און װוּנדער מיך: איר זײַט דאָך, קײן עין־הרע, שטאַרקער פֿון אײַזן, אַז איר האַלט דאָס אױס.

מ אַ ד אַ ם פּ אָ ס ט ע ר נ אַ ק: װאָס װײסט איר, װאָס מע האָט פֿון די דינסטן? דאָס איז נאָך גאָלד! מיט רעשפּעקט צו מעלדן, זײער עסן מיט זײער טרינקען ― מע קאָן זײ דען נאַסטאַרטשען ברױט? און אַז זײ גײען אַװעק, באַרעדן זײ נאָך, טראַכטן אױס, מיט רעשפּעקט צו מעלדן, אַזעלכע זאַכן, װאָס ניט געשטױגן, ניט געפֿלױגן.

ק ל אַ ר אַ: (שאָקלט מיטן קאָפּ). מע זאָל גאָר באַהיט און באַװאָרנט װערן!

א י ז אַ ב ע ל ע: אַ מצװה! איך זאָג שױן לאַנג, מע זאָל איר געבן דעם װעג; איך קאָן זי ניט אָנקוקן, די שײנע פּאָקאָיאָװע דײַנע! ― נײן, הערט מען מיך ניט. מע זעצט זיך נאָך אַנידער מיט איר און מע פֿרעגט באַ איר אױס אַלצדינג, װאָס באַ יענעם קאָכט זיך…

מ אַ ד אַ ם פּ אָ ס ט ע ר נ אַ ק: װאָס איז די מעשׂה, טאָכטער מײַנע, װאָס דו האָסט זיך הײַנטיקן טאָג גענומען, מיט רעשפּעקט צו מעלדן, מיך לערנען עדוקאַציע, װאָס איך זאָל רײדן און װאָס איך זאָל טאָן? נאַ, נעם בעסער לײען איבער, צו װעמען איז דאָס געשריבן דאָס בריװל? זע נאָר, עפּעס איז דאָס פֿאַרחתמעט מיט אַ שװאַרצער חתימה.

א י ז אַ ב ע ל ע: (נעמט דאָס בריװל). אַ שװאַרצע חתימה?… (זי לײענט). Милостивой Государыне Изибелле Самойловне .Постернак דאָס בריװל איז צו מיר… דאַכט זיך, װילהעלמס האַנטשריפֿט? (זי עפֿנט אױף דאָס בריװל מיט ציטערנדיקע הענט און לײענט). „מײַן טײַערער ענגל איזאַבעלע! אַז דו װעסט לײענען די דאָזיקע שורות, װעל איך שױן ניט זײַן אַף דער װעלט…“ (זי פֿאַלט קלאַ־ראַן אַף די הענט). אַך, װילהעלם!…

מ אַ ד אַ ם פּ אָ ס ט ע ר נ אַ ק: (לױפֿט צו צו איזאַבעלען). גאָט איז מיט דיר! װאָס איז? זאָג מיר, װאָס איז דאָס פֿאַר אַ בריװל? װאָס שרײַבט דיר װילהעלם? װאָס האָט זיך געטראָפֿן?

א י ז אַ ב ע ל ע: (װײנט). ניטאָ וױלהעלם! געסמט… געהאַנגען… געשאָסן…

מ אַ ד אַ ם פּ אָ ס ט ע ר נ אַ ק: (אַ פּליעסק מיט די הענט). מיט װאָס האָט מען אים געסמט? װוּ האָט מען אים געהאַנגען? װער האָט אים געשאָסן?

א י ז אַ ב ע ל ע: אַלײן, אַלײן זיך געסמט… געהאַנגען… געשאָסן…

מ אַ ד אַ ם פּ אָ ס ט ע ר נ אַ ק: (כאַפּט זיך אָן באַם קאָפּ). אַ שלאַק האָט מיך דערשלאָגן! איך װעל דאָס גאָר ניט אױסהאָלטן פֿאַר בזיון! װאָס װעלן, מיט רעשפּעקט צו מעלדן, לײַט זאָגן? די מאַדאַם כינקיס װעט שױן האָבן װאָס צו רײדן!… אַזאַ אומגליק איז נאָך גאָר ניט געהערט געװאָרן! איך װײס ניט, װיִאַזױ װעל איך דאָס איבערטראָגן. אָט חלש איך! (זי פֿאַלט אַף אַ פֿאָטעל, פּאַרװאַרפֿט דעם קאָפּ אַף צו חלשן).

ק ל אַ ר אַ: (װאַרפֿט זיך צו דער מאַדאַם). מע זאָל גאָר באַהיט און באַװאָרנט װערן, רבונו־של־עולם! (עס קומט אָן פּאָסטערנאַק).

ד ר י ט ע ס צ ע נ ע

פּ אָ ס ט ע ר נ אַ ק: (דערשראָקן). מע װײנט? מע חלשט? װאָס איז שױן דאָ? װאָס איז דאָ געשען?

מ אַ ד אַ ם פּ אָ ם ט ע ר נ אַ ק: (הײבט אױף דעם קאָפּ). ער פֿרעגט נאָך, דער טיראַן, דער דעספּאָט, דער מערדער. קוק, זע, װי דו האָסט געקױלעט אַ קינד, דו אוממענטש אײנער!

פּ אָ ס ט ע ר נ אַ ק: װאָס געקױלעט? װער געקױלעט? װוּ געקױלעט? מירקע, גיב לשון!

מ אַ ד אַ ם פּ אָ ס ט ע ר נ אַ ק: (נעמט באַ איזאַבעלען דאָס בריװל און טוט אַ שמיץ דעם מאַן אין פּנים אַרײַן). נאַ דיר, קװיק זיך. דער שײנער חתן דײַנער האָט זיך געסמט, געהאַנגען, געשאָסן!

פּ אָ ס ט ע ר נ אַ ק: שאַ, שאַ, שאַ! װער, װאָס, װעמען? װאָסערע לאָקשן? עס הײבט זיך גאָר ניט אָן! פֿײַפֿער איז געזונט און שטאַרק אַף אַלע אבֿרים, חוץ זײַן שאָדן אַף מיר געזאָגט געװאָרן. אָט האָב איך נאָר װאָס באַקומען פֿון אים אַ קלאָרע ידיעה. פֿײַפֿער האָט געזאָגט דעם פּסוק…

מ אַ ד אַ ם פּ אָ ס ט ע ר נ אַ ק: װאָסער פּסוק? עס חלומט זיך דיר נאָר פּסוקים!

פּ אָ ס ט ע ר נ אַ ק: ניט דאָס מײן איך; איך מײן קוממיות ― פֿײַפֿער האָט געמאַכט קוממיות…

מ אַ ד אַ ם פּ אָ ס ט ע ר נ אַ ק: איך האָב דיך געבעטן טױזנט מאָל, אַז קײן לשון־קודש זאָלסטו מיט מיר ניט רײדן. איך בין ניט אַזאַ װױלגעלערנטע, װי די מאַדאַם מײערצימעס.

פּ אָ ס ט ע ר נ אַ ק: מילא בקיצור, װיִאַזױ דען זאָל איך דיר אַרױסגעבן? נו, ער האָט אונדז אָפּגעװישט די נאָז, אַרױסגעשטעלט אַ פֿײַג, געזאָגט „ישקני“, געמאַכט אַ ױברח, אײנמאָל פֿאַר אַלעמאָל ― פֿײַפֿער איז באַנקראָט.

מ אַ ד אַ ם פּ אָ ס ט ע ר נ אַ ק: טפֿו זאָלסטו װערן מיט דײַן שפּראַך! באַדאַרפֿסטו אַזױפֿיל װערטער! אַ מער זאָגט מען, אַן פֿײַפֿער האָט אָנגעזעצט ― און אַן עק!

פּ אָ ס ט ע ר נ אַ ק: אַלץ הײסט אָנגעזעצט? אָנגעזעצט צו אָנגעזעצט איז ניט גלײַך. מע זאָגט, אײנער שטעלט זיך ― ער װיל זיך מאַכן אַ קאַפּיטאַל, צי אײנער איז דערונטער ― עקט ער אָפּ: חצי שלי, חצי שלך… אָט האָט קנאַקניסל אָנגעזעצט, האָט ער דאָס אָפּגעאַרבעט גלאַט אַרום און אַרום און איז נאָך געבליבן אַ פֿײַנער מענטש; ער האָט פּשוט צוגענומען געלט ― „און רוף מיך קנאַקניסל“. און ד ע ר האָט אָנגעאַרבעט אַ חתונה, זאָל גאָט שומר ומציל זײַן! אַ קאַשע מיט באָרשט און מיט לאָקשן: געקױפֿט יקנה″ז, פֿאַרקױפֿט יקנה″ז, גענומען יקנה″ז, געגעבן יקנה″ז, אַ סטעלאַזש אַהין, אַ סטעלאַזש אַהער ― אפֿשר טױזנט לעכער, װי אין דער הגדה שטײט געשריבן: „כי לאָך אַף אַ לאָך, כי לו נאה כי לו יאה“…

מ אַ ד אַ ם פּ אָ ס ט ע ר נ אַ ק: עס ליגט אים נאָך אין זינען פּסוקים פֿון דער הגדה. סטײַטש, נו, און דאָס נדן, װאָס דו האָסט אים געגעבן? די פֿערציק טױזנט?

פּ אָ ס ט ע ר נ אַ ק: (לױפֿט אַרום איבערן שטוב הין און צוריק). הערסטו! װאָס דען איז דאָ דער גאַנצער געשרײ? מײנסט, איך זאָרג מיך פֿאַר דער יעהופּעצער בערזע? לאָזן זיך די שפּעגעלאַנטן רײַסן צװישן זיך, װי די קעץ, כאַפּט זײ דער װאַטנמאַכער! איך שרײַ אַף מײַנע עטלע־ כע קערבלעך, װאָס זײַנען הלך לעולמו ― פּישי פּראָפּאַלאָ!

מ אַ ד אַ ם פּ אָ ס ט ע ר נ אַ ק: (אַ פּליעסק מיט די הענט).
פֿאַרפֿאַלן?

פּ אָ ס ט ע ר נ אַ ק: (שטעלט זיך אָפּ). פֿאַר־פֿאַלן, װי אין פּסחיקן אינדיק!…

מ אַ ד אַ ם פּ אָ ס ט ע ר נ אַ ק: (שטײט אױף): אַ מצװה אַף דיר! כּפּרה געװאָרן פֿערציק טױזנט? זײער רעכט! איך בין זיך מחיה! אַ באַנקיר האָט זיך אים פֿאַרגלוסט, מיט רעשפּעקט צו מעלדן, אַ שאַרלאַטאַן, אַן אױסװירפֿלינג פֿון דער נאַטור, אַבי ניט קײן דאָקטער! גוט געמאַכט: „אי פֿױלע הערינג, אי פֿאַרשטונקענע פֿיש“… זאָלסט אָבער געװען מ י ך פֿאָלגן, װאָלט אַלצדינג געהאַט גאָר אַן אַנדער פּנים. אי־זאַבעלע װאָלט שױן איצט געװען אַ דאָקטערן, מיר װאָלטן געהאַט אַן אײדעם אַ דאָקטער, גאָט און לײַט װאָלטן אונדז מקנא געװען, די מאַדאַם בײגעלמאַן מיט איר „משפּחה“ װאָלט צעזעצט און צעשפּרונגען געװאָרן אַף אונדז קוקנדיק, און די מאַדאַם כינקיס װאָלט ניט געהאַט קײן שטאָף אַף צו באַרײדן אונדז. אַצינד אָבער װעט דאָך די גאַנצע װעלט האָבן צו טאָן מיט אונדז, צו שאַנד און צו שפּאָט װעלן מיר זײַן, ניט נאָר אין יעהופּעץ, נאָר טױזנט װערסט אַרום און אַרום יעהופּעץ! אָ, דו װילדער טיראַן, דו דעספּאָט אײנער! דו ביסט מער אוממענטש װי יענער מערדער, װאָס איך לײען איצט באַ שײַקעװיטשן אין אַ ראָמאַן. יענער האָט פֿאַרקױפֿט זײַנע קינדער פֿאַר געלט, און דו האָסט פֿאַרקױפֿט דײַן קינד און האָסט נאָך יענעם צוגעצאָלט. שײן אױסגעפֿײַנט זיך, שײן באַװאָרנט אַ טאָכטער אַ בת־יחידה! גענומען אַלײן און געקױלעט אַ קינד, מיט רעשפּעקט צו מעלדן, אָפּגעקױלעט אַף אײביק! (צו אי־זאַבעלען). דו װײנסט? װײן, קינד מײַנס, װײן אַף דײַן שיקזאַל, אַזױ װי באַ שײַקעװיטשן שטײט געשריבן, װײן און קלאָג אַף דײַנע יונגע יאָרן, װאָס ביסט געבאָרן געװאָרן באַ אַ פֿאָטער אַ דעספּאָט! גאָט אין הימל װײס דעם אמת, און איך בין דײַן עדות, אַז דײַן האַרץ איז געװען װײַט, מיט רעשפּעקט צו מעלדן, פֿון אָט דעם שאָלטיק, װאָס ער, דער מערדער, האָט מיט גװאַלד דיר געװאָלט אָנהענגען… (זי נעמט איזאַבעלען פֿאַר אַ האַנט). שטײ אױף, איזאַבעלע! װיש אָפּ דײַנע טרערן, פֿאַרגעס אָן דײַן בראָך! ער װעט אַלײן קומען צו דיר, דײַן העלד, דײַן באַשערטער, ער דערװאַרט דיך מיט אומגעדולד!… (זי נעמט איזאַבעלען פֿאַר אַ האַנט און לאָזט זיך גײן).

פֿ אָ ס ט ע ר נ אַ ק: דו לײענסט פֿון אַ ביכל, צי דו זאָגסט אַף אױסװײניק?

מ אַ ד אַ ם פֿ אָ ס ט ע ר נ אַ ק: (צום מאַן, שטיל, נאַר מיט האַרץ). טיררראַן!… דעס־פּאָט!! מעעעעררדער!!!… (זי גײט אַװעק מיט איזאַבעלען, קלאַראַ ― נאָך זײ. פּאָסטערנאַק בלײַבט אַלײן).

פּ אָ ס ט ע ר נ אַ ק: (האַלט זיך באַם קאַפּ. גײט אַרום הין און צוריק). נננו, אַ װעלט! נאַ דיר אַ פֿײַפֿער, אַ בערזע, אַ יקנה″ז! װעלכער רוח האָט מיך געטראָגן, איך זאָל אים אָפּגעבן דאָס נדן פֿאַר דער חתונה? װאָס האָב איך קײן צײַט ניט געהאַט? הײַנט גײ גיב נאָכאַמאָל נדן… נאָכאַמאָל פֿערציק טױזנט? אָבער גאָר לא מיט אַ ספּאָדעק! װילסט אַ דאָקטער? זײער שײן! װילסט מאַרקוסן? געזונטערהײט! װיבאַלד מע שמועסט פֿון לשון „ליבע“, װאָס־זשע דאַרף מען געלט־שמעלט? װאָס קומט אַרױס ― די פֿערציק טױזנט איז אַן עבֿירה! פֿערציק טױזנט! אַ װערטעלע אױסצורײדן?! װוּ האָט ער געקאָנט אַהינטאָן אַזױפֿיל געלט?… די יעהופּעצער בערזע… זײ האָבן אים פֿאַרדרײט… גוטע ברידער… טאָג װי נאַכט געשפּילט מיט אים אין קאָרטן… מע האָט אָפּגעלעקט באַ אים אַ בײנדל! און װער שמועסט כינקיס… (מע קלינגט; עס קומען אַרײַן: פֿ ײַ נ ק ו ג ל, כ י נ ק י ס, ב ײ ג ע ל מ אַ ן, ק נ אַ ק נ י ם ל און עטלעכע יונגע ספּעקולאַנטלען).

פֿ ע ר ט ע ס צ ע נ ע

פּ אָ ס ט ע ר נ אַ ק: ברוכים הבאים! געסט, געסט! װאָס װעט איר עפּעס זאָגן גוטס? מסתּמא אַז איר האָט געקאָנט קומען פּלוצעם אינמיטן העלן טאָג, איז דאָס געװיס ניט גלאַטיק, װי אין פּסוק שטײט: ג ד ג ד ו ד י ג ו ד נ ו ― אַז מע שערט די שאָף, ציטערן די לעמעלעך… איך שמועס עס אַקעגן דרינען…

פֿ ײַ נ ק ו ג ל: (צו די איבעריקע). פֿע, עס געפֿעלט מיר ניט דער ברוך־הבא זײַנער. גאָט װײס, צי מיר װעלן דאָ עפּעס מאַכן… (צו פּאָסטערנאַקן). הערט־זשע צו, רב שמואל, װאָס טױג אונדז פּאָליטיקע? דער גרעסטער שװינדל, זאָגט מען, איז דער אמת. איך װעל אײַך דערצײלן אַ מעשׂה: צװײ ייִדן מעקלערס פֿאָרן אַפֿן באַן קײן שפּאָלע, בײדע צו אײן פּריץ און בײדע װעגן אײן געשעפֿט. געװײנלעך, װיל מען זיך אױסבאַהאַלטן אײנער פֿון דעם אַנדערן. מעשׂה שׂטן, באַגעגנט מען זיך אָבער אין אײן װאַגאָן. מילא, באַגעגנט ― איז פֿאַרפֿאַלן. „גוט מאָרגן“. „גוט יאָר“. „װוּהין פֿאָרט דאָס אַ ייִד?“ „װוּהין איך פֿאָר? קײן שפּאָלע“. „אַ ייִד איז דיר קײן קאַטאָװעס ניט! איך זאָגט דאָך מיר בכּיװן, אַז איר פֿאָרט קײן שפּאָלע, בכדי איך זאָל מײנען, אַז איר פֿאָרט קײן בױבעריק. איך װײס דאָך אָבער, אַז איר פֿאָרט טאַקע קײן שפּאָלע, הײַנט װאָס דרײט איר אַ מוח?“…

פּ אָ ס ט ע ר נ אַ ק: אַף אַלצדינג האָט אײַך פֿײַנקוגל אַ מעשׂה.

פֿ ײַ נ ק ו ג ל: איך מײן טאַקע באמת, לאָמיר רײדן אָפֿנטלעך. (גלעט זיך די באָרד). די מעשׂה דערפֿון איז אַזױ. דאָס, װאָס מיט אײַער חתן האָט זיך געטראָפֿן, קאָן זיך טרעפֿן מיט איטלעכן פֿון אונדז, ובפֿרט נאָך אין יעהופּעץ אַף דער בערזע. מען איז דאָך ניט מער װי אַ בשׂר־ודם: כּל־זמן מע טרעפֿט, טרעפֿט מען; און חלילה וחס, טאָמער טוט זיך דאָס רעדל אַ דרײ צוריק (אַ מאַך מיט דער האַנט). ― מאַכט קמץ בית באַ.

כ י נ ק י ס: ס'איז אין עצה, ואין חכמה, ואיר תבונה נגד אַ שלעכטער קאָרט.

ב ײ ג ע ל מ אַ ן: װערקמירדיק! פֿון װאָס מע זאָל ניט רײדן, כינקיס מוז אַרױף אַף דער קאָרט!

ק נ אַ ק נ י ס ל: װאָס אמת איז אמת. כינקיס איז גערעכט: די בערזע איז נאָר אַ קאָרטנשפּיל. װאָס איז פֿײַפֿער שולדיק, למשל, אַז עס האָט זיך אַזױ געמאַכט? אַ סימן האָט איר: װען פֿײַפֿער זאָל װעלן גלאַט אָנזעצן, װאָלט ער דאָס געקאָנט אױספֿירן פֿאַראַיאָרן אין דער צײַט ― און רוף מיך קנאַקניסל!

פּ אָ ס ט ע ר נ אַ ק: מילא בקיצור, על־כּל־פּנים, װאָס װילט איר דאָ אױסברײַען, אַז פֿײַפֿער איז אַ פֿײַנער מענטש? איך װײס דאָס אַלײן גאַנץ גוט. איך זע דאָך, מיט װ ע מ ע ן ער האָט געהאַנדלט און מיט װ אָ ס ער האָט געהאַנדלט… נאָר גאָרניט, אַ ל ת פּ ל ד ב ר ― כאַטאַ פּאָקרישקע.

פֿ ײַ נ ק ו ג ל: (צו די איבעריקע). אַן עזות פֿון אַ גראָבן יונג! איך װאָלט אים דערצײלט אַ משל, האָב איך מורא, עס זאָל ניט שאַטן צו אונדזער ענין… (צו פּאָסטערנאַקן). פֿאַרשטײט איר מיך, ניט דאָס בין איך אױסן. איך שמועס דאָס גלאַט אַזױ, װאָס ער איז נאָך ניט געניט אין דער זאַך, כ'לעבן, אַ יונגערמאַן. ער װאָלט, אײגנטלעך, באַדאַרפֿט זיך האַלטן אַן עצה מיט אונדז פֿון דער לכתּחילה נאָך, װאָלטן מיר אים אַרױפֿגעפֿירט אַף אַ שטיקל דרך; מיר װאָלטן דאָס געמאַכט גלאַט אַרום און אַרום, אױסגעדרײט זיך, װי אַף אַ טעלער, עס װאָלט אױסגעקומען, װי איר זאָגט: אָגיל ואשמח ― צוגעשניטן און אױפֿגענײט. װאָרעם באַ אַזאַ געשעפֿט באַדאַרף מען װיסן, װאָס מע האָט צו טאָן. ס'איז, פֿאַרשטײט איר מיך, אַן אײדעלע מאַטעריע; אײן קוק אַף אַ זײַט, װערט קאַליע דאָס גאַנצע שפּיל…

כ י נ ק י ס: פּונקט אַזױ װי באַ די קאָרטן, להבֿדיל. איר מעגט זײַן דער גרעסטער שפּילער, נאָר קױם האָט איר געמאַכט אײן גאַנג אַ שלעכטן, זײַט איר פֿאַרפֿאַלן מיט די פּאָטרעכעס.

ב ײ ג ע ל מ אַ ן: װערקמירדיק! ס'איז דיר אַן אַנטיק מיט דעם כינקיסן! װאָס איר זאָלט ניט שמועסן, ער איז דאָ מיט די קאָרטן!

ק נ אַ ק נ י ס ל: איך האָב ליב דעם אמת. כינקיס איז גערעכט. װען פֿײַפֿער רעדט אָפּ פֿריִער מיט אונדז, װאָלט גאָר אַנדערש געװען: פֿאָרט געניטע סוחרים, אַלטע בערזיאַנער. מיר װאָלטן דאָס אָפּגעאַרבעט אַזױ, אַז מיר װאָלטן געװיס אָפּגענומען אונדזער געלט, און ער װאָלט אױך געבליבן באַ געלט. אײַ, טאָמער װאָלט דאָס עמעצן אָנגערירט ― לאָז זיך יענער קראַצן. קורץ: פֿײַפֿער װאָלט געבליבן דער אײגענער פֿײַ־ פֿער װאָס פֿריִער ― און רוף מיך קנאַקניסל! פּ אָ ס ט ע ר נ אַ ק: מילא בקיצור, על־כּל־פּנים, װאָס טױג מיר מליצה: „װאָלט איך“, „זאָלט איך“? איר װײסט דאָך, אַז אַף צו פֿאַררײדן יענעם די צײן בין איך פֿאָרהאַנט. איר זאָגט מיר בעסער כ ו ל ם ב ר ו ר י ם ― רײנע דיבורים: װאָס װילט איר?

פֿ ײַ נ ק ו ג ל: (צו די איבעריקע). ס'איז אים הײַנט ניט אײַנצובײַסן. אַפּנים, פֿײַפֿער האָט אים אױך גוט אָנגעזאַלצן… (צו פּאָס־טערנאַקן). זײַט־זשע מוחל, רב שמואל, איר זײַט דאָך אַ ייִד אַ קלוגער, כ'לעבן, אַ סוחר, אַ מענטש מיט יושר. לאָמיר בעסער רײדן גלײַך צו דער זאַך אַלײן. (ער נעמט זיך באַ דער באָרד). די מעשׂה דערפֿון איז אַזױ: מיר, יעהופּעצער ספּעקולאַנטן, האָבן זיך מײשבֿ געװען און אָפּגערעדט צװישן זיך (מיט הענט און מיט אַ ניגון פֿון דער גמרא). חנה כּפֿי עס האָט זיך געטראָפֿן אַן אומגליק, פֿײַפֿער האָט זיך לעת־עתּה געשטעלט; און כּפֿי עס איז אײַך ידוע, אַז ער האָט זיך מתחײבֿ געװען צו געבן אונדז יקנה″ז גאָר אַ גוזמא שטיק; און כּפֿי ס'איז דאָך אַ דבר שאי־אפֿשר, ער זאָל אונדז אַלעמען קאָנען געבן יקנה″ז ממש, װײַל ס'איז גאָר ניטאָ אַזױפֿיל יקנה″ז אין גאַנץ יעהופּעץ אַרום און אַרום; און כּפֿי פֿײַפֿער אַלײן קאָן מיט אונדז ניט מיטיבֿ זײַן, װײַל ער איז נאָך ניט בקי אינעם ענין השטעלן זיך; און כּפֿי איך זע אַרױס, װעלן מיר דאָ מוזן זיך גלײַכן אַף פּראָצענטן…

פּ אָ ס ט ע ר נ אַ ק: פּראָצענטן? קדוש וטהור ― אַפֿילו ניט אַ לעק!

י ו נ ג ע ס פּ ע ק ו ל אַ נ ט ן: װאָס הײסט, ניט אַ לעק? װי איז יושר? װוּ איז מענטשלעכקײט? גלאַט הפֿקר אַ װעלט?

פּ אָ ס ט ע ר נ אַ ק: (װײַזט אַף דער סטעליע). ו י ד ב ר ע ל ה ע צ י ם ו ע ל ה א בֿ נ י ם ― מאַכט רש″י: רעדט צו דעם לאָמפּ…

פֿ ײַ נ ק ו ג ל: (אַלץ מיט אַ ניגון). היתּכן? װאָס רעדט איר? אמת, מיר װײסן טאַקע, אַן פֿײַפֿער האָט געהאַט אַן אומגליק: דאָס יקנה″ז האָט אים דערגאַנגען די יאָרן. שױן אַ צײַט, אַז ער בלאַנקירט אַף יקנה″ז, דעקט זיך אָפּ מיט היזק און בלאַנקירט װײַטער. מיר דאַכט זיך, אַז גאַנץ יעהופּעץ האָט געשפּעקולירט אַף זײַן קאָפּ, און נאָר צוליב אים איז דאָס יקנה″ז געשטיגן. דאָך האָט באַ אים, לױט מײַן חשבון, באַדאַרפֿט בלײַבן עפּעס געלט. געשיקט זיך עם?

כ י נ ק י ס: מיר דאַכט, ער זאָל שפּילן אַ קײַלעכיק יאָר כּסדר אין קאָרטן און עס זאָל אים גײן שלים־שלים־מזל, װאָלט ער אױך באַדאַרפֿט בלײַבן באַ געלט.

ב ײ ג ע ל מ אַ ן: װערקמירדיק! ס'איז דיר אַן אַקציע מיט כינקיסן. אומעטום איז ער דאָ מיט די קאָרטן!…

ק נ אַ ק נ י ס ל: איך האָב ליב דעם אמת: כינקיס איז גערעכט. װי לאָזט זיך ניט איבער אַ מענטש באַ אַזאַ מעשׂה קײן גראָבע עטלעכע קערבלעך ― און רוף מיך קנאַקניסל? אַ ל ע: נישקשה, ער האָט, ער האָט געלט! פֿײַפֿער האָט זיך געלאָזט געלט!

פּ אָ ס ט ע ר נ אַ ק: אַ לאָך פֿון אַ בײגל, אַ שאָס פֿון אַ ביקס, אַ פּיטום פֿון אַן אתרוג, אַ גוט אױג פֿון אַ גלידשװעסטערקינד…

פֿ ײַ נ ק ו ג ל: (צו די איבעריקע). װי געפֿעלט אײַך אַ שפּראַך?… (צו פּאָסטערנאַקן). מילא, נעמען מיר אָן אַזױ װי איר זאָגט; בלײַבט דאָך אַלץ די אײגענע קשיא: צו װעמען דען איז דאָס שײך, אַז ניט צו אײַך? ער איז דאָך פֿאָרט אײַער חתן!

פּ אָ ס ט ע ר נ אַ ק: מײַן חתן? לא היה ולא נבֿרא ― דאָס איז געװען אַמאָל, ניט הײַנט. הײַנט איז שױן פֿײַפֿער אײַער חתן, ניט מײַנער. ער איז אײַער חתן, און איר זײַט זײַנע מחותּנים, װי אין פּסוק שטײט: „אַ נ י ל ד ו ד י ו ד ו ד י ל י“… נאַט, זעט, װאָס אַ יונגאַטש פֿאַרגינט זיך מיר שרײַבן, װעט איר פֿאַרשטײן, מיט װעמען איר האָט געהאַנדלט. נאָר שטיל, אַ ל תּ פֿ ל ד ב ר ― כאַטאַ פּאָקרישקע! (ער גיט איבער פֿײַנקוגלען אַ בריװ).

פֿ ײַ נ ק ו ג ל: אַנו, מהכתּיתי, לאָמיר האָרכן, װאָס זאָגט ער דאָ? ס'איז טאַקע כּדאַי צו װיסן. (ער נעמט דעם בריװ און לײענט בקול־ום). „לכּבֿוד מחותּני הגביר המפֿורסם החכם המופֿלג המשׂכּיל…“ (זיך אין באָרד אַרײַן). מילא, אַ חכם ― איז קײן קשיא ניט; אַז מען איז אַ גבֿיר, איז מען שױן במילא אַ חכם. אָבער אַ „מופֿלג“ מיט אַ „משׂכּיל“ אונטערגעשלאָגן ― דאָס איז שױן אַ ביסל צופֿיל… (ער לײענט) ,,…החכם המופֿלג המשׂכּיל מוהר″ר שמואל פּאָסטערנאַק נ″י. בשעת איר װעט לײענען מײַן בריװ, װעל איך שױן זײַן העט־װײַט פֿון יעהופּעץ. איך האָב מיך לאַנג געשלאָגן מיט דער דעה, ביז איך האָב מיך ענדלעך אַנטשלאָסן, איך זאָל אַװעק פֿון דאַנען אַהין, װוּ די אױגן װעלן מיך טראָגן, אַבי ניט אָנקוקן יעהופּעץ, ניט אָנקוקן אונדזער בערזע, ניט אָנקוקן אונדזערע ספּעקולאַנטן…“ (רײַסט איבער). װאָס איז ער אַזױ אױפֿגעטראָגן אַף די ספּעקולאַנטן?… (ער לײענט). „פֿון אָנהײב בין איך אַפֿילו גרײט גע־ װען צו מאַכן אײנמאָל פֿאַר אַלעמאָל אַן עק פֿון מײַן לעבן: עטלעכע טראָפּן סם־המװת, פֿאַר צען קאָפּיקעס אַ שטריקל, אָדער אַ פּיסטױל אין האַרצן ― און אַ סוף צו אַלע צרות. אױס פֿײַפֿער, געשטאָרבן! איך האָב מיך אָבער באַרעכנט נאָכדעם, אַז ס'איז פֿאַר מיר כּלל ניט קײן פּלאַן…“ (רײַסט איבער). איך האָב געװוּסט פֿריִער, אַז פֿײַפֿער װעט אַזאַ נאַרישקײט ניט טאָן… (לײענט װײַטער). ,,…פֿאַר מיר כּלל ניט קײן פּלאַן צו גײן יונג פֿון דער װעלט. איך װעל ליגן אין דער ערד און באַקן בײגל, און אַלע װעלן לעבן אַ גוטן טאָג, גײן אײנס צום אַנדערן אַף זשורפֿיקסן, שפּילן אין „װינט“, מיך אין זינען האָבן אין דער לינקער פּיאַטע, קײן צײַט ניט האָבן אַפֿילו מיך צו דערמאָנען, און אַז מע װעט מיך שױן יאָ אַמאָל דערמאָנען, װעט זײַן אַז אָך און װײ צו מיר. פֿײַנקוגל װעט זאָגן אַף מיר אַ משל, אַלע װעלן לאַכן…“ (רײַסט איבער). גערעכט, װי איך בין אָ ייִד! (לײענט װײַטער). „פֿײַנקוגל װעט זאָגן אַ משל, אַלע װעלן לאַכן. איטלעכער װעט אױסטראַכטן אַף מיר אַן אַנדער המצאהלע. אַלע װעלן זײַן פֿײַנע מענטשן, נאָר איך אײנער װעל בלײַבן אַ פּאַרך. צום בײַשפּיל: אַף פֿײַנקוגלען װעט קײנער ניט זאָגן, אַז ער איז אַ… אַ… אַ…“ (ער קערט איבער דאָס בריװל אַף דער אַנדערער זײַט).

פּ אָ ס ט ע ר נ אָ ק: װאָס אַקעט איר? ממה נפֿשך, לײענט איר ― דאַרפֿט איר לײענען כּסדר, װי אין פּסוק שטײט: „ה ח י ל ו ת ל נ פּ ו ל, נ פֿ ו ל ת פּ ו ל“…

פֿ ײַ נ ק ו ג ל: (דרײט דאָס בריװל אַף אַלע זײַטן). פֿאַרשטײט איר… איך האָב געלאָזט אינדערהײם מײַנע ברילן…

כ י נ ק י ס: (נעמט דאָס בריװל). אַנו, װײַזט נאָר אַהער. איך האָב אַ גוטע שמיעה: איך שמעק אָן די טױז פֿאַר אַ װערסט, און דװקא אָן ברילן! (ער לײענט). „אַף פֿײַנקוגלען װעט קײנער ניט זאָגן, אַז ער איז אַ שבתי־צביניק, אַ גאָטס גנבֿ, װאָרעם ער איז אַ שײנער ייִד, פֿון די ייִדן, װאָס טרינקען װימאָראָזיג, האָט פֿײַנט כּבֿוד, װי אַ קאַץ שמאַלץ, כּלומרשט פֿרום, און גײט אױס, פּגרט נאָך אַ קערטל, ניט ערגער פֿון כי… כי…“ (ער װיל איבערהיפּען עטלעכע שורות).

פּ אָ ס ט ע ר נ אַ ק: (צו כינקיסן). װאָס כיכיקעט איר? ה ח י ־ ל ו ת ל נ פּ ו ל, נ פֿ ו ל ת פּ ו ל ― האָט איר זיך אונטערגענומען לײענען, טאָ לײענט כּסדר.

ב ײ ג ע ל מ אַ ן: (נעמט צו באַ כינקוסן דאָס בריװעלע). לאָזט מיך, איך האָב אַמאָל אױך געקאָנט לײענען זשאַרגאָן. (ער לײענט). ,,…פּגרט נאָך אַ קערטל ניט ערגער פֿון כינקיסן, װאָס האָט זיך געמאַכט אַ פֿאַרמעגן פֿון קאָרטן. וױפֿל איך האָב באַ כינקיסן פֿאַרנומען אַף יקנה″ז, האָט כינקיס באַ מיר צען מאָל אַזױפֿיל געװוּנען אין קאָרטן, ער זאָל דאָס נאָר אױסקרענקען!“…

כ י נ ק י ס: װי געפֿעלט אײַך אַזאַ ים־קאָטער? איך בין שולדיק, אַז ער איז אַ קאַליקע און פֿאַרשטײט ניט דאָס שפּיל!

ב ײ ג ע ל מ אַ ן: (לײענט װײַטער). ,,…ער זאָל דאָס נאָר אױסקרענקען! אין יעהופּעץ הײסט כינקיס אױך אַן אַריסטאָקראַט. יעהופּעץ איז, ברוך השם, אַזאַ שטאָט, װאָס קלײַבט ניט איבער, אַבי געלט ― איז מען אַן אַריסטאָקראַט. אַ שטײגער, װעמען גײט דאָס אָן אין יעהופּעץ, פֿון װאַנען איז דאָס פּלוצעם אױסגעװאַקסן אַזאַ אַריסטאָקראַט, װי בײַ… בײַ… בײַ…“ איך װײס ניט, װיִאַזױ מאַכט דאָס װאָרט, ס'איז געמעקט…

ק נ אַ ק נ י ס ל: (רײַסט אױס דאָס בריװל פֿון בײגעלמאַנס הענט). עס הײבט ניט אָן צו זײַן געמעקט. געזונטע אותיות, אײַזערנע!… (ער לײענט). ,,…אַזאַ אַריסטאָקראַט, װי בײנעלמאַן? ס'איז פֿאַראַן אַזעלכע, װאָס געדענקען נאָך, אַז ער האָט אַרומגעטראָגן אין באַרדיטשעװ בײגל צו פֿאַרקױפֿן…“ ב ײ ג ע ל מ אַ ן: שקר וכזב! עס שטײט ניט קײן בײגל! דאָס לײענט איר שױן פֿון אײַער קאָפּ!

ק נ אַ ק נ י ס ל: (לײענט װײַטער). „…אַרומגעטראָגן אין באַרדיטשעװ בײגל צו פֿאַרקױפֿן, און הײַנט פֿאָרט ער אין אַ קאַרעטע. עס פּאַסט אים אַזױ צו זײַן אַ ספּעקולאַנט, פּונקט װי עס פּאַסט קנאַק…“ (ער טוט אַ שמיץ דאָס בריװל). טאָמער װאָלט טאַקע אַף אַן אמת געװען גענוג צו האָרכן די נאַרישקײטן, װאָס דער שאָלטיק שרײַבט?

ע ט ל ע כ ע ק ו ל ו ת: בײַסט װײַטער, װעט איר געפֿינען קעז אױך!…

פּ אָ ס ט ע ר נ אַ ק: החילות לנפּול, נפֿול תּפּול!

ק נ אַ ק נ י ס ל: (קוקט אין בריװ אַרײַן). טפֿו זאָל ער װערן! אַ יונגאַטש זאָל רײדן אַף דער גאַנצער װעלט, אַף קײנעם קײן גוט װאָרט ניט זאָגן! צו װאָס טױג מיר בריװלעך? ממה נפֿשך, האָסטו געמאַכט דאָס שפּיל, פֿאָר אַװעק צו אַלדי שװאַרצע יאָר ― און רוף מיך קנאַק־נסל! (ער צערײַסט דעם בריװ אַף שטילער און צעװאַרפֿט איבער דער שטוב. דער עולם לאַכט).

פּ אָ ס ט ע ר נ אַ ק: טאַטע, דו לאַכסט? אַז אָך און װײ איז צו דײַן געלעכטער! פֿײַפֿער איז קליגער פֿון אונדז. ער האָט אונדז אַלעמען געפֿירט אין באָד אַרײַן, העט־װײַט אַף דער אױבערשטער באַנק, און גוט אָפּגעבעזעמט, װי אין פּסוק שטײט: בשכבנו ובפֿיצקנו ― אַנידערגעלײגט און אָפּגעשמיסן!…

פֿ ײַ נ ק ו ג ל: (צום איבעריקן עולם). װאָס זאָגט איר דערױף? ער מאַכט שױן אײגענע פּסוקים…

פּ אָ ס ט ע ר נ אַ ק: מילא, אַף אײַך איז אַ מצװה. אַל תּבֿטחו בנדיבֿים ― קריכט ניט אין פֿײַער אַרײַן! איר האָט מיט אים געשװינדלט, געדרײט יקנה″ז אַהער, יקנה″ז אַהין, אַזױ לאַנג, ביז איר האָט זיך פֿאַרדרײט. ס'איז אַ פּשוטע מעשׂה: איר האָט א י ם געװאָלט אָפּנאַרן, האָט ער א ײַ ך אָפּגענאַרט, װי די גמרא זאָגט: „הבא להרגך, שמרגהו נאַזאַך“ ― האָסט געכאַפּט אַ פּאַטש, שטעק אָפּ צװײ צוריק. ס'איז תּמיד אַזױ דער סוף. שלמה המלך איז טאַקע אַ חכם; ער זאָגט אין „ברכי נפֿשי“, דאַכט זיך: בור כּרה ױחפּרהו ― כטאָ יאַמאָ קאָפּאַיע, טאָי סאַם אופּאַדאַיע… אָבער א י ך? װאָס האָב א י ך געהאַט צו טאַנצן אין קאָן? װאָס האָב איך באַדאַרפֿט אַרײַנצימבלען פֿערציק טױזנט קאַרבן? איך בין דאָך יאָ, װי זאָגט ער, גאָט די נשמה שולדיק! עם קומט אױס, װי די גמרא זאָגט: טוביה חטא זונטאָג מאָנטאָג…*

פֿ ײַ נ ק ו ג ל: (צום איבעריקן עולם). װאָס זאָגט איר אַף די פּסוקים, װאָס דאָס פֿליִען, מיט די גמרא־װערטער, װאָס ער האַקט? (עס עפֿנט זיך די טיר און עם קומט אַרײַן די מאַדאַם פּאָסטערנאַק, נאָך איר מ אַ ר ק ו ס מיט איזאַבעלען).

––––––––––

* טוביה חטא וזיגוד מינגד. פֿ י נ פֿ ט ע ס צ ע נ ע

פּ אָ ס ט ע ר נ אַ ק: אָ! זעט איר? אַ װײַב זאָל מען טאַקע פֿאָלגן. זי האָט פֿון אָנהײב אָן ניט געװאָלט דעם שידוך. הלװאַי װאָלט איך זי געפֿאָלגט, װאָלט איך איצט ניט געהאַט אַזאַ מפּלה, װי די גמרא זאָגט: „קדירה דבֿי שותּפֿא“ ― אַז מע הערט ניט דאָס װײַב, איז קוש־קוש װוּ די ייִדן האָבן גערוט…

מ אַ ד אַ ם פּ אָ ס ט ע ר נ אַ ק: כ'לעבן, סאַמואיל, דו רעדסט עפּעס, מיט רעשפּעקט צו מעלדן, אַזעלכע װערטער… דאַנקען און לױבן גאָט, מיר זײַנען אױך לײַטן גלײַך, מיר קאָנען אױך האָבן אַן אײדעם אַ דאָקטער, װי באַ לײַטן. (זי קוקט אַף כינקיסן). נישקשה, אונדזער טאָכטער שטײט אָן צו האָבן אַ חתן אַ דאָקטער, װי אַלע אַנדערע יעהופּעצער מאַמזעלן… (זי פֿירט אים צו איזאַבעלען מיט מאַרקוסן). נעם בענטש דײַנע געליבטע קינדער מיט דעם הײליקן אײביקן בונד פֿון דער הימלשער ליבע. װינטשעװע זײ צו, זײ זאָלן אָפּפֿערן זײער לעבן אײנס פֿאַר דאָס אַנדערע, אַזױ װי בענעדיקט און ראָזאַליע באַ שײַקעװיטשן אין זײַן ראָמאַן „הימל און ערד און ליבע“. „געבע גאָט, ― זאָגט דאָרט דער פֿאַרפֿאַסער ― זײ זאָלן געניסן די פֿריכטע פֿון זײער ליבע, זײער בונד זאָל זײַן אַז אײביקער בונד, אַן הײליקער בונד…“

פּ אָ ס ט ע ר נ אַ ק: (האַקט איבער אינמיטן). מילא בקיצור, על־כּל־פּנים, זײ זאָלן זײַן געקניפּט און געבונדן און פֿאַרבונדן… צו װאָס טױגן לאַנגע דיבורים? איך פֿאַרשטײ נאָר ניט, װאָס עפּעס אַזױ בחפּזונדיק, פּלוצעם אינמיטן העלן טאָג שױן אַזױ גיך כאַפּ־לאַפּ, וױ אין פּסוק שטײט: הא גברא והא טראַסק?

מ אַ ד אַ ם פּ אָ ס ט ע ר נ אַ ק: (מיט כּעס). װאָס־זשע האָסטו געװאָלט, מיט רעשפּעקט צו מעלדן, שדכנים זאָל מען דיר שיקן?

פֿ ײַ נ ק ו ג ל: (מישט זיך אַרײַן). געבענטשט זײַנען די הענט, װאָס נעמען זיך אַלײן. מסתּמא איז דאָס איר זיװג. אַ שידוך איז אַ גורל, איטלעכער נעמט זיך אַרױס װאָס אים איז אָנגעצײכנט פֿון אױבן.

כ י נ ק י ס: פּונקט אַזױ װי, להבֿדיל, באַ די קאָרטן: אײנער שפּילט אַ גאַנצע נאַכט און עס גײט אים שלים־שלים־מזל; דער אַנדערער שלעפּט אַלעמאָל אַרױס ― מלכּה, מלך, טױז…

ב ײ ג ע ל מ אַ ן: װערקמירדיק! מיט דעם כינקיסן איז דיר נאָר אַ קאָמעדיע! מע רעדט פֿון װײס איך װאָס ― קומט ער מיט די קאָרטן!

ק נ אַ ק נ י ס ל: װאָס אמת איז אמת ― כינקיס איז גערעכט: צו שידוכים דאַרף מען האָבן גליק. אָט האָב איך, זאָלן געזונט זײַן, עט־ לעכע דערװאַקסענע טעכטער, איז װיפֿל מע רעדט זײ שידוכים, װילן זײ ניט הערן, ניט זען פֿון קײן שדכן! זײ װילן גאָר אַלײן, און גאָר דורך ליבע ― און רוף מיך קנאַקניסל!

פּ אָ ס ט ע ר נ אַ ק: אַװדאי איז ליבע אַ געהױבענע מטבע, װאָס איז דאָ פֿאַראַן צו רײדן? דער חסרון איז נאָר, װאָס מיט ליבע אַלײן קאָכט מען ניט קײן װעטשערע. מע דאַרף צו דעם האָבן נאָך עפּעס, די ממתּקים מײן איך, װי אין פּסוק שטײט: „אם אין קמה, אין לאָקשן“…

מ אַ ד אַ ם פּ אָ ס ט ע ר נ אַ ק: (מיט היץ). איך האָב דיך געזאָגט וױפֿל מאָל, סאַמוּאיל, אַז קײן פּסוק האָב איך ניט געלערנט און, מיט רעשפּעקט צו מעלדן, לשון־קױלעטש פֿאַרשטײ איך ניט… נאָר אױב דו מײנסט נדן, זאָלסטו װיסן זײַן, אַז מע האָט דאָס אין זינען, מיט רעשפּעקט צו מעלדן, אין דער לינקער פּיאַטע. ס'איז אַ ראָמאַן, אַ לאַנג־אָנענדיקער העמסט־אינטערעסאַנטער ראָמאַן אין צװײ טײלן. דעם ערשטן טײל האָסטו געשפּילט, מיט רעשפּעקט צו מעלדן, אַזאַ יאָר אַף מײַנע שׂונאים. דעם צװײטן טײל װעל איך שױן שפּילן. איך הײב אים אָן מיט אַ זשורפֿיקס און מיט אַ קנס־מאָל טאַקע הײַנט אַף דער נאַכט. (צו פֿײַנקוגלען מיט דער קאָמפּאַניע). מיר לאַדן אײַך אײַן מיט אײַערע דאַמען און מיט דער גאַנצער פֿאַמיליע.

פֿ ײַ נ ק ו ג ל מ י ט ד ע ר ק אָ מ פּ אַ נ י ע: (אַלע אינאײנעם). אָך, מיטן גרעסטן בזיון! אַבי אַ װעטשערע מיט אַ קערטל…

כ י נ ק י ס: נאָך אַ מין קערטל! אַ קערטל צו אַ קערטל איז ניט גלײַך!

פּ אָ ס ט ע ר נ אַ ק: ס'איז דאָך אַ בפֿירושער פּסוק אין דער גמרא: „אין פּיסני בלא דיװקאַ ואין חלום בלא קאָרטן“… (דער עולם קװעלט).

מ אַ ר ק ו ס: (שטעלט זיך אַװעק קעגן עולם, לײגט צונױף די הענט אַפֿן האַרצן, שאָקלט מיטן קאָפּ). די קאָרטן! די קאָרטן! עס הײבט זיך אָן מיט קאָרטן, עס לאָזט זיך אױס מיט קאָרטן. באַ קאָרטן ענדיקן זיך אַלע זאַכן. פֿאַר קאָרטן גיט אַװעק דער מאַן דאָס װײַב, דער פֿאָטער –– זײַנע קינדער. ניטאָ קײן טײַערערס פֿון קאָרטן. אױ, קאָרטן, קאָרטן!… (ער גיט איזאַבעלען די האַנט און לאָזט זיך גײן).

מ אַ ד אַ ם פּ אָ ס ט ע ר נ אַ ק: (צום מאַן). דו הערסט װערטער? (גאַנץ שטיל, נאָר מיט פֿײַער). טירראַן! דעספּאָט! מעעעעערדער!… (זײ לאָזן זיך גײן אַלע דרײַ. באַ דער טיר קומט זײ אַקעגן ד י י יִ ד ע נ ע, פֿאַרװיקלט אין עטלעכע שאַלן און פֿאַטשײלעס. נאָך איר שלעפּט זיך נאָך דאָס מ ײ ד ל. סאָסל ראַנגלט זיך מיט זײ, לאָזט זײ ניט אַרײַן. די ייִדענע מיטן מײדל רײַסן זיך אױס פֿון סאַסלס הענט און פֿאַלן אַרײַן אין שטוב אַרײַן מיט אַ געװײן און מיט געשרײ).

ז ע ק ס ט ע ס צ ע נ ע

ד י ייִ ד ע נ ע: (ברעכט די הענט, װײנט און קלאָגט מיט אַ ניגון פֿון די תּחינות). װײ איז מיר, װינד איז מיר, פֿאַרװיסט און פֿאַרפֿינצטערט בין איך ניט געװאָרן, אַן אַלמנה, אײנע אַלײן, עלנט װי אַ שטײן, ניט קײן קרובֿ, ניט קײן בײן, געבראַכט דער רוח אַ שװאַרץ יאָר, אַ מעקלער, אַרײַנגעשטופּט אַ סוכּה־שער, עפּעס יקנה″ז־שמאַקנעהאָז, פֿײַפֿער־שמײַפֿער, פֿײַפֿן זאָל אים אין אַן אױער, װי ער האָט מיך געקױלעט מיט מײַן קינד! (זי כאַפּט מאַרקוסן פֿאַר אַ האַנט). אפֿשר זײַט איר אָט דאָס אָ טאַקע ער אַלײן? עפּעס אַ חתן, זאָגט מען, זײַט איר עמעצנס אָט דאָ? פֿאָלגט מיך מיט גוטן, װעט איר בעסער מאַכן. גיט מיר אָפּ דאָס נדן, איך װיל ניט װיסן פֿון קײן שמאַקנעהאָז. איר שפּילט זיך מיט פֿײַער! אָט לױף איך צום פּליצמײסטער, מיך קען מען, איך בין פֿון דער סלאַ־באָדקע, מײַן ערשטער מאַן עליו השלום איז געװען באַ גיטעלע װײַנשטײן עליה השלום…

פּ אָ ס ט ע ר נ אַ ק: װאָס איז דאָס פֿאַר אַ שלאַק־פּורעניות? פֿאַרװאָס װאַרפֿט מען זי ניט אַרױס? איר זעט ניט, אַז ס'איז אַ משוגענע ייִדענע?

ד י ייִ ד ע נ ע: אַ משוגענע בין איך שױן געװאָרן? אַז איך מאָן מײַן געלט, בין איך משוגע? משוגע זאָלט איר װערן פֿאַר זיך און פֿאַר מיר און פֿאַר מײַנע קינדער און פֿאַר מײַן גאַנצער משפּחה און פֿאַר מײַן מאַנס משפּחה און פֿאַר אַלע מײַנע ליבע פֿרײַנט און פֿאַר אַלע ייִדן און פֿאַר כּל ישׂראל ― אָמן סלה! (זי דערזעט אַף אַ בענקל דאָס חתונה־קלײד, װאָס איזאַבעלע האָט געמאָסטן). אַ? זײַד און סאַמעט? פֿריִער גאָטס און נאָכדעם פֿרעמדס? מע שמירט זיך מיט מײַן פּוטער? מײַנע ר″ן קאַרבן? דער מענטש זינדיקט און מיט דער הון שלאָגט מען כּפּרות? לאָם איך מיך כאָטש רעכענען פֿאַר מײַן בלוט! (זי כאַפּט דאָס „בעבע“ און צערײַסט דאָס אַף צװײען). אָט אַזױ! גם לי גם לך ― ניט מיר, ניט דיר!…

מ אַ ד אַ ם פּ אָ ס ט ע ר נ אַ ק: אױ, ס'איז מיר שלעכט, מיט רעשפּעקט צו מעלדן, טאַקע נאָר אַף צו חלשן! (זי פֿאַלט חלשות).

א י ז אַ ב ע ל ע: אַך, מאַרקוס! (זי פֿאַלט מאַרקוסן אַף די הענט).

ד ע ר ע ו ל ם: װאַסער! װאַסער! (סאַסל באַשפּריצט די מאַדאַם מיט קאַלט װאַסער).

מ אַ ר ק ו ס: (צום גאַנצן עולם). זעט, קוקט אײַך אָן אין שפּיגל, װאָס פֿאַר אַ פּנים איר האָט מיט אײַערע ספּעקולאַציעס, מיט אײַער בערזע, מיט אײַער יקנה″ז, מיט אײַערע קאָרטן, מיט אײַערע זשורפֿיקסן, מיט אײַערע דאַמען די אַריסטאָקראַטקעס און מיט אַלע אײַערע גענג אַרום און אַרום! עס װעט זיך געפֿינען אײנער, װאָס װעט אײַך באַשרײַבן אַף די גאַזעטן, װעט פֿון אײַך מאַכן אַ בוך, אַ קאָמעדיע, אַ גאַנצע קאָמעדיע! צו שאַנד און צו שפּאָט װעט איר דעמאָלט זײַן אומעטום, װוּ מע הערט נאָר אַ ייִדיש װאָרט! אַף טעאַטער װעט מען אײַך אַרױסשטעלן! מע װעט קוקן אַף אײַך, מע װעט טײַטן מיט די פֿינגער און מע װעט לאַכן, זיך אײַנרײַסן דאָס געזונט לאַכנדיק ― מיט אײנעם װאָרט, די װעלט װעט זײַן פֿול מיט אײַך און מיט אײַער יקנה″ז!!! (ער גײט אַװעק מיט איזאַבעלען אונטער דער האַנט. די מאַדאַם פּאָסטערנאַק ― נאָך זײ. דער גאַנצער עולם בלײַבט שטײן פֿאַרגאַפֿט, די נעזער אַראָפּגעלאָזט, פֿאַרגליװערט ― איטלעכער אין אַן אַנדער פּאָזע).

ד ע ר פֿ אָ ר ה אַ נ ג פֿ אַ ל ט. אַ פּאָר װערטער פֿונעם מחבר

באַ לײַטן איז הײַנט געװאָרן אַ מאָדע: אַנשטאָט אַ הקדמה פֿון פֿאָרנט צו געבן די הקדמה פֿון הינטן. נאָר באַגײן זיך נאָר אינגאַנצן אָן אַ הקדמה ― דאָס האָבן אַלע מסכּים געװען, אַז ס′איז אוממעלעך: װאָרעם באמת, װי געשיקט זיך דאָס, אַז אַ מחבר זאָל זיך צעשײדן מיטן לעזער גלאַט אָן אַ זײַ־געזונט, אָן אַ שום געבן אים צו פֿאַרשטײן, װאָס ער האָט געמײנט, און אָן אַ שום אָנצוהערעניש, אַז ער, דער מחבר פֿונעם בוך, איז מיט גאָטס הילף אַ מענטש, װאָס װײס אַלצדינג און פֿאַרשטײט אַלצדינג. דער גאַנצער איבעריקער עולם ― דאָס זײַנען נעבעך קלײנע קינדער, מחילה קעלבלעך, װאָס מע דאַרף זײ צעקײַען איטלעכס װאָרט און אַרײַנלײען אין מױל אַרײַן? עס מאָלט זיך אים אױס פּאָזיטיװ, אַז אָן זײַן מסביר זײַן, אָן אַרײַנלײגן דעם לעזער אין מױל אַרײַן, װעט חס ושלום קײנער ניט פֿאַרשטײן װאָס ער מײנט… נאַרישקײטן! ס′איז הײַנט אַ קלוגע װערט געװאָרן: ייִדן מיט בערד האָבן דאָס אַמאָל ניט פֿאַרשטאַנען, װאָס אַ קלײן קינד פֿאַרשײט אַצינד… ניט מער, װאָס װיל דאָ דער מחבר האָבן?

דער מחבר איז דאָ מוסר מודעה, אַז װער עס װיל זוכן אין דער קאָמעדיע באַקאַנטע פּאַרשױנען, דער האָט מחילה אַ גרױסן טעות. אַקעגן װאָס זאָגט דאָס דער מחבר? ער זאָגט דאָס איבער אַ מעשׂה שהיה: נאָך אײדער דאָס װערק איז פֿאַרטיק געװאָרן צום אָפּדרוקן, איז אַרױס אַ קלאַנג אין יעהופּעץ אַף דער בערזע (ניטאָ קײן סודות אין יעהופּעץ אַף דער בערזע!), אַז שלום־אליכם מאַכט אַ ביכל מיטן נאָמען „יקנה″ז“, אין װעלכן ער שטעלט אַרױס אַף אַ לײַטיש געלעכטער די גאַנצע יהופּעצער בערזע מיט אַלע ספּעקולאַנטו און מעקלערס, פֿונעם גרעסטן ביזן קלענסטן. אײניקע האָבן דערפֿון שטאַרק הנאה געהאַט: „אַ מצװה, האָבן זײ געזאָגט, פּאַניע שלום־עליכם, איר זאָלט זײ כאָטש רעכט באַשרײַבן, די מחותּנים, זײ זאָלן האָבן צו זינגען און צו זאָגן; לאָזן זײ װיסן דאָס אַנדערע מאָל, װיִאַזױ צו טאַנצן אַף פֿרעמדע חתונות!… אַנדערע האָבן זיך אַ ביסל אָנגעבלאָזן. בשעת זײ זײַנען געװאָר געװאָרן פֿון רער מעשׂה. „איך האָב געהאָרכט, ― שרײַבט אײנער צום מחבר אין אַ בריװל ― אַז איר מאַכט אַף אונדז אַ ביכל מיטן נאָמען „יקנה″ז“. איך בין ניט מסופֿק, אַז עס װעט דאָרטן זײַן פֿון װאָס צו לאַכן. נאָר װאָס דען? אײן זאַך װיל איך פֿון אײַך בעטן: מ י ך זאָלט איך אַרױסװאַרפֿן פֿון צעטל“… נאָר אַנדערע זײַנען געװען טאַקע רעכט אַױפֿגעטראָנען אַפֿן מחבר; זײ האָבן אים געגעבן אָנצוהערעניש דורך פֿאַרשטעלטע בריװעלעך אָן חתימות, זיך גוט געבײזערט אַף אים און אָנגעזאָגט מיטן האַרבן װאָרט, אַז „באַם ער װעט זיך דערװעגן אַרױסשטעלן זײ אין אַ קאָמעדיע, װעלן זײ אים דאָס און דאָס“… גאַנץ ייִדישלעך!

הערט צו, רבותי! די גמרא זאָגט: אױבֿ לא היה ולא נבֿראַ ― ס׳איז קײן איובֿ נאָר אַף דער װעלט ניט געװען: אלא װאָס דען? משל היה ― ס׳איז נאָר אַ משל. אַ בײַשפּיל“. רבותי! יקנה″ז לא היה ולא נבֿרא ― ס′איז קײן יקנה″ז נאָר אַף דער װעלט ניט געװען, אַזױ װי ס′איז ניטאָ אַף דער װעלט קײן שטאָט, װאָס זאָל הײסן יעהופּעץ, ס′איז נאָר אַ משל, אַ פֿאַנטאַזיע, אַן אױסגעקלערטע מעשׂה פֿון אַלף ביז תיו. לאָזן זיך ניט מיִען די, װאָס האָבן ליב נאָכצוקלערן און אױסצוטאַפּן, װעמען מײנט מען דאָס? און װעמען מײנט יענץ? מע מײנט קײנעם ניט! אַי, טאָמער אַפֿן צענטן פֿאַל װעט זיך געפֿינען אַזעלכער, װאָס חלילה וחס, עס װעט זיך אים אױסװײַזן, אַז דאָס מײנט מען אים? באַדאַרף מען באַ אים בעטן הונדערט מאָל מחילה און דערצײלן אַ משל.

אַמאָל איז געקומען צו פֿאָרן אַ ייִד אַן אָרעמאַן אין אַ גרױסער שטאָט אַרײַן. צום בײַשפּיל ― קײן יעהופּעץ, זוכן פּרנסה. װוּהין שלאָגט זיך אַן אָרעמאַן? געװײנלעך, צו די נגידים. ער גײט פֿון אײן נגיד צום אַנדערן, נאָר װוּהין ער קומט ― לאָזט מען אים ניט אַרײַן. װאָס איז די מעשׂה? ערשט ער װערט געװאָרן, אַז זײַן גאַנצער אומגליק איז די צעריסענע קאַפּאָטע. װאָס טוט מען? איז זיך מײשבֿ דער ייִד און כאַפּט זיך אַרײַן צו אַ טאַנדעטניק אין אַ קלײט, קלײַבט זיך אָפּ און מעסט אָן אַ שײנע קאַפּאָטע, דינגט זיך אַרױס און רופֿט זיך אָן צום קרעמער: „װײסט איר װאָס, מײַן ליבער ייִד? איר װילט דאָך מסתּמא געלט? זאָלט איר זיך מטריח זײַן מיט מיר אַף מײַן סטאַנציע אין יענעם און יענעם הױז, אַף יענער און יענער גאַס“. דער ייִד מיט דער קאַפּאָטע גײט פֿון אײן גאַס אין דער אַנדערער, דער טאַנדעטניק גײט אים נאָך.

― יונגערמאַן! ביז װאַנען װעט איר מיך פֿירן? ― טענהט נעבעך דער קרעמער. ― לאָזט מיר אָפּ, איך האָב קײן צײַט ניט!

― װער האַלט אײַך? גײט אײַך געזונטערהײט.

― סטײַטש? נו, און געלט?

― װאָסער געלט?

― סטײַטש? נו, און די קאַפּאָטע?

― די קאַפּאָטע איז אַ קאַפּאָטע.

דער טאַנדעטניק האָט דערזען, אַז ס′איז אַ מיאוסע מעשׂה, כאַפּט ער דעם ייִדן און װיל אַראָפּרײַסן פֿון אים די קאַפּאָטע.

― איר װעט ניט אַװעקגײן? ― האָט זיך דער ייִד צעשריִען אַף אַ קול, ― אָט רוף איך צו אַ זשאַנדאַר… זשאַנראַאַאַאַר!!!

דער טאַנדעטניק האָט דערהערט דאָס װאַרט „זשאַנדאַר“, איז אים פּרחה נשמתו געװאָרן; ער האָט אָפּגעלאָזט דעם ייִדן און האָט אָנגעהױבן מיט גוטן:

― װײסט איר װאָס, רב ייִד? איך בין אײַך מוחל די קאַפּאָטע, אַבי שרײַט ניט. װאָס האָט איר צו מיר? באַרעכנט נאָר אַקוראַט: איך בין אַ היגער טאַנדעטניק, און איר זײַט אַ װילד־פֿרעמדער; עיר כאַפּט זיך אַרײַן צו מיר אין קלײט און מעסט אָן אַ קאַפּאָטע, װעלכע ליגט אַף אײַך, קײן עין־הרע, אױסגעגאָסן, װי געװוּנטשן, לאָם איך האָבן אַזאַ יאָר ― טראָגט געזונט, פֿאַרנוצט געזונט, און אַ גוטן טאָג מיט דער קאַפּאָטע!…

אַ גוטן טאָג, ליבער לעזער. געשריבן אין יאָר 1894. אַ קאָמעדיע איז אײן אַקט

די פּאַרשױנען:

ב ײ ל ע, אַ קעכן. אַן אַלמנה פֿון אַ יאָר עטלעכע און דרײַסיק. אַ יאָדערדיקע

ייִדענע. פֿ ר אַ ד ל, אַ שטוב מײדל. אַ שװאַרצחנעװדיקע. ר ב אַ ל ט ע ר, אַן אָרעמער פּאַקנטרעגער, גיט ביכלעך אַף פּראָקאַט. אַ ייִדל

פֿון אַ יאָר פֿערציק. אַן אַלמן אָדער אַ גרוש, און אפֿשר אַן אַלטער בחור. אײן

האַלב פּנים לאַכט, דאָס אַנדערע װײנט. טראָגט אַ קױטיקע מאַנישקע מיט אַ

צוגעלעגערט קאַפּעלושל. שדכנט זיך צו דער קעכן. ח ײ ם, אַ משרת פֿונעם צװײטן הױז. אַ יונג אַ כװאַט מיט אַ „סיגנעט“. שדכנט

זיך צו פֿראַדלען. מ י ש אַ / מאַשאַ ― דעם באַלעבאָס קינדער, אַ ייִנגל און אַ מײדל. רײדן האַלב ייִדיש, האַלב רוסיש. מ אַ ד אַ ם, די באַלעבאָסטע אַלײן. באַװײַזט זיך מיטן איבעריקן עולם נאָר

אין דער לעצטער סצענע אַף אַ װײַלע.

די געשיכטע קומט פֿאָר אין קיך.