קאָמעדיעס: די אַסיפֿה

שלום עליכם (אַלע װערק)

אַ „רײנע קאָמעדיע“

די נעמען פֿון די פּאַרשױנען:

ר אַ ב י נ ע ר, נאָך גאָר אַ יונגערמאַן, געענדיקט 4 קלאַסן, טראָגט בלױע ברילן. ר אַ ב י נ ע ר ש ע, זײַן װײַב. אַ יונג װײַבל. ב ר ו ך ־ ה ע ר ש, אַ בעל־הלװאה. ניט גאָר קײן יונגערמאַן, אָבער אױך ניט קײן

אַלטער ייִד. רײַבט זיך צװישן יונגע לײַט. ש מ ח ה, אַ נגידישער יונגערמאַן. האַלט די טאַקסע. אַ ב ר ה מ ל, אַ יונגערמאַן אַ „משׂכּיל“. גיט װאָכער. אַ ה ר צ ע, נאָרװאָס פֿון קעסט. שטופּט זיך צו די גרױסע. ב נ צ ע, זיצט נאָך אַף קעסט. קוקט אַהרצען אין די צײן אַרײַן. מ אָ ט ל י ע נ ק ל י ו ס ל ה ע ר ש ל בחורים, װאָס לײענען גאַזעטן. ב ע ר ל אַ נ ש ל א י צ ל ל ײ ב ק ע, אַ שמשׂ.

די סצענע קומט פֿאָר אינעם סוף פֿונעם נײַנצנטן יאָרהונדערט, אין אַ קלײן שטעטל, פּונקט צװישן מ אַ ק אַ ר ע װ ק ע און צװישן ס ט ר י ש ט ש, אין דער סבֿיבֿה פֿון מ אַ ז ע פּ ע װ ק ע, באַם ראַבינער אין שטוב, שבת־צו־נאַכטס נאָך הבֿדלה.דער עולם גײט אַרום איבער דער שטוב. מע רײכערט, מע רעדט. עס איז

אַ געפּילדער ביזן הימל. דער ראַבינער זעצט זיך אַװעק באַם טיש.

ר אַ ב י נ ע ר: שששאַ! שאַ! איך בעט מײַנע ליבע געסט זיך זעצן אַרום טיש און אױסהערן קודם כּל דעם „דאָקלאַד“, װאָס איך װעל אײַך דאָ פֿאָרלײענען, בכדי מיר זאָלן זיך קאָנען גוט פֿאַרשטײן, צו װאָס האָבן מיר זיך דאָ צונױפֿגעקליבן. זעצט זיך, זעצט זיך. (נעמט אַרױס אַ פּאַפּיר פֿון דער זײַט־קעשענע און לײענט). „היות…“

שׂ מ ח ה: ראשית חכמה, איר זײַט דאָך עפּעס, װי זאָגט ער, אַ ראַבינער באַ אונדז; הײסט דעם שמשׂ, לאָזט ער אַקאָרשט ברענגען דעם ביטערן טראָפּן און טאַקע פֿאַרבײַסן אױך.

ר אַ ב י נ ע ר: (צום שמשׂ). רב לײב! װײסט איר װאָס? טוט אָ שפּרונג אַף אײן פֿוס… שאַ! (צום װײַב). קום נאָר אַהער, מײַן האַרץ! הערינג האָסטו דאָך מסתּמא? הײס, נשמה מײַנע, דערװײַל צוגרײטן פֿאַרבײַסן און…

ב ר ו ך ־ ה ע ר ש: איך האָב געמײנט ― אי־פֿע, אַ חרפּה, אַ בושה, כ'לעבן! נאַ דיר גאָר הערינג אין מיטן שבת־צו־נאַכטס! באַ לײַטן האָב איך געזען אַף אַן אַסיפֿה…

אַ בֿ ר ה מ ל: ע! שלאָגט־זשע ניט איבער אינמיטן! מע לײענט דאָך עפּעס, דאַכט זיך, האַ?

שׂ מ ח ה: מאָלט אײַך, קײן עװלה װאָלט ניט געװען, אַז די רביצן זאָל געװען צוגרײטן אַ באָרשטשל, אָבער אַזױ, אַ װאָלכעש טאַקע, װי זאָגט ער…

ר אַ ב י נ ע ר ש ע: אָט האָסטו דיר די אַנדערע טעג יום־טובֿ, טאָמער איז קאַרג! װער האָט זיך געקאָנט ריכטן, אַז פּלוצעם, אינמיטן מיטװאָך שבת־צו־נאַכטס…

ר אַ ב י נ ע ר: שאַ! שלאָג־זשע ניט איבער, מאַמעטשקע! זעסט דאָך, אַז מע טוט עפּעס! (לײענט װײַטער). „היות…“

ל ײ ב ק ע: נו, װער גיט געלט? מע באַדאַרף דאָך עפּעס געלט אַף משקה, צי נײן?

ב ר ו ך ־ ה ע ר ש: נו, יונגעלײַט, װאָס שװײַגט איר?

אַ ה ר צ ע: חברה בחורים, רוקט זיך אַקאָרשט אַרױס מיט די מזומנים!

ב נ צ ע: מיט די מזומנים אַקאָרשט!

ב ח ו ר י ם: (אַלע אינאײנעם). לאָמיר שױן הערן עפּעס! מיר זײַנען ניט געקומען אַהער בראָנפֿן טרינקען. מע טוט דאָך עפּעס אין אַן ענין! לאָז מען אָפּלײענען, װעט מען נאָכדעם האָרכן װאָס, װער, װעמען! (מע רוקט אַרײַן דעם שמשׂ עטלעכע זילבערנע מטבעות).

ר אַ ב י נ ע ר: (הוסט און לײענט). „היות…

ר אַ ב י נ ע ר ש ע: ניטאָ קײן הערינג, אױסגעגאַנגען! װאָס טוט מען?

ר אַ ב י נ ע ר: נו, קױפֿט מען, אַז ס'איז ניטאָ! אָבער לאָז צורו! שױן װיפֿל מאָל אָנגעהױבן ― אַ מעשׂה אָן אַן עק! )לײענט). „היות… כפֿי אַזױ װי הײַנטיקע צײַטן אָט דאָ זעען מיר ייִדן נעבעך מוטשען זיך פּשוט, װערן אױסגעריסן…“

ב ר ו ך ־ ה ע ר ש: װאָס לײענט ער דאָס?

שׂ מ ח ה: װײס איר! אַ „רעטש“, אַפּנים.

אַ ה ר צ ע: שאַ! לאָז זײַן שטילער אַ ביסל! מע לײענט דאָך עפּעס!

ב נ צ ע: איר זעט דאָך, אַז מע לײענט, זעט איך דאָך!

ב ח ו ר י ם: (אַלע). שאַ! ששאַ! שששאַאַאַ!

ר אַ ב י נ ע ר: (הוסט און לײענט). „היות…', נײן, װוּ האַלט איך? יאָ… „אױסגעריסן, קײן פּרנסה איז ניטאָ, מע שלאָגט, מע יאָגט, מע רײַסט, מע בײַסט, מע סיפּעט, מע ציפּעט ― ס'איז שלעכט! מענטשן פֿאַלן אין די גאַסן, מע גײט אױס פֿאַר הונגער נעבעך. אומעטום, אין אַלע ערטער, האָבן זיך געפֿונען, װי ס'איז אײַך באַקאַנט, מענטשן אָרנטלעכע, געבילדעטע מענטשן, געלערנטע מענטשן, מענטשן, קאָן מען זאָגן, מיט אַ פֿאַרשטאַנד, מענטשן גוטע, הומאַנע מענטשן, מענטשן װאָס זאָרגן לטובֿת הכּלל, מענטשן װאָס טוען זײער פֿיל פֿאַר זײערע אָרעמע ברידער, יעדער העלפֿט װי װײַט מעגלעך, מיט װאָס ער קאָן. מע מאַכט אַסיפֿות, מע קלײַבט געלט, מע טײלט צדקות ― הכּלל, מע טוט, מע אַרבעט, מע שלאָפֿט ניט. אומעטום הערט מען: ק אָ מ י ט ע ט, ע מ י ג ר אַ ־ צ י ע…“

ב ר ו ך ־ ה ע ר ש: יאָ, איך בעט אײַך, הער ראַבינער, מאַכט מיד קלאָר, װאָס איז דער ענין פֿון דער ע מ י ג ר אַ צ י ע? איך הער, מע רעדט אַלץ: „עמיגראַציע, עמיגראַציע!“

אַ ה ר צ ע: אַך, שלאָגט ניט איבער! לאָזט קאָנטשען, װעט איר נאָכדעם פֿרעגן!

ב נ צ ע: פֿרעגן װעט איר נאָכדעם פֿרעגן.

שׂ מ ח ה: ס'איז דיר נאָר אַן אַקציע מיט אַ ייִדן! יענער פֿרעגט, ער װיל װיסן ― פֿרעגט ער!

אַ בֿ ר ה מ ל: יאָ פֿרעגן ― מע דאַרף דאָך אָבער אױסהערן פֿריִער! לײענט, לײענט!

ר אַ ב י נ ע ר: (לײענט װײַטער). „עמיגראַציע, אַמעריקע, פּאַ־ לעסטינע. אומעטום טוט מען לטובֿת הכּלל. אַף די גאַזעטן לײענען מיר: דאָ איז דאָס, דאָרט איז יענץ, חבֿרות זײַנען פֿאַראַן שױן כּמעט אַף דער גאַנצער װעלט ― אין מאַקאַדעװקע, אין קאַשפּעראָװ, איז יאַמפּעלע. אַפֿילו אין סטרישט איז אױך דאָ אַ חבֿרה. אַ חרפּה, אַ בושה ― אַזאַ שטאָט, װי אונדזער שטעטל איז, ייִדן, אָן עין־הרע, אַזױפֿיל, זאָלן זיך נאָר מערן…“

ב ר ו ך ־ ה ע ר ש: זאָלן זיך מערן? גאָר קײן נאַר ניט אונדזע־ראַבינער, כ'לעבן!

אַ בֿ ר ה מ ל: בקיצור, װערטלעך אָן אַ זײַט ― מע לײענט דאָך עפּעס!

ב ח ו ר י ם: (אַלע). אָבער לאָז האָבן אַן עק! לײענט! לײענט!

ר אַ ב י נ ע ר: „אַזױפֿיל ייִדן, אָן עין־הרע“… המ… המ… איך מײן טאַקע באמת… צײַט עפּעס אָנהײבן צו טאָן אונדז אױך, עפּעס אין זינען האָבן טובֿת הכּלל…“

ב ר ו ך ־ ה ע ר ש: בכן, נו, איז װאָס?

אַ בֿ ר ה מ ל: בראָש האָט איר מער קײן צײַט ניט פֿון דער גאַנצער װעלט!

ב ח ו ר י ם: (אַלע). לײענט! לײענט!

ר אַ ב י נ ע ר: „על כן איז געבליבן בהסכּם… בהסכּם פֿון אונדזערע יונגעלײַט און בחורים, משׂכּילים, געבילדעטע, ייִנגלעך װאָס האָבן ליב השׂכּלה, װאָס לײענען אַ בלאַט און װאָס װײסן װאָס אַף דער גאָרער װעלט טוט זיך, װאָס נעמען זיך אָן, װאָס פֿאַרשטײען, װאָס פֿילן, װאָס…“

ב ר ו ך ־ ה ע ר ש: נו, בקיצור, לאָמיר שױן הערן װאָס?

אַ בֿ ר ה מ ל: האָסטו געזען?! אַ ייִד איז דיר קײן קאַטאָװעס ניט! האָט קײן צײַט ניט אַ ביסל!

ב ח ו ר י ם: (אַלע) נו, לײענט, לײענט!

ר אַ ב י נ ע ר: „װאָס פֿאַרשטײען, װאָס פֿילן, װאָס גיבן אַכטונג, װאָס זעען, װאָס הערן, װאָס װײסן, װי װײַט שלעכט ס'איז אונדז הײַנטיקע צײַטן, ― לכן איז געבליבן, אַז מיר זאָלן זיך הײַנט צונױפֿקלײַבן דאָ באַ מיר און אַלע אינאײנעם דאָ עפּעס אָנהײבן צו קלערן און טאַקע טאָן אױך עפּעס לטובֿת הכּלל, װי באַ לײַטן, בכדי מיר זאָלן זיך ניט דאַרפֿן שעמען פֿאַר די איבעריקע שטעט אַרום און אַרום, און מע זאָל זען, ראשית חכמה…“

שׂ מ ח ה: נו, אַדרבה, ס'איז טאַקע אַ יושר.

ב ר ו ך ־ ה ע ר ש: איך פֿאַרשטײ ניט װאָס? ס'איז באַ אונדז דען ניטאָ קײן חבֿרות? קאַרג צדקה װערט צעטײלט באַ אונדז אַ יאָר? װיפֿל פֿאַלט אַרײַן באַ אונדז מעות חטים? הײַנט די טאַקסע?!…

שׂ מ ח ה: אַך, לאָזט צורו! ניט דאָס מײנט מען!

ב ר ו ך ־ ה ע ר ש: װאָס דען מײנט מען? לאָם איר װיסן.

אַ ה ר צ ע: איר האָט דאָך געהערט! אָט דאָס, װאָס דער ראַבינער האָט געלײענט.

ב נ צ ע: איר האָט דאָך געהערט װאָס מע לײענט װאָס!

ב ר ו ך ־ ה ע ר ש: װאָס טױג מיר װאָס ער לײענט! הערט צו, װאָס איך װעל אײַך זאָגן!

אַ בֿ ר ה מ ל: װאָס טױג מיר דאָס זאָגן אײַערס, װאָס איר װעט זאָגן! איך װײס פֿריִער, װאָס איר װעט זאָגן! אײַך און שׂמחהן ליגט אין קאָפּ די טאַקסע. װאָס חלומט זיך אַ הון? ― פּראָסע!

שׂ מ ח ה: אַ משל! דאָס איז יאָ, װי מע זאָגט: אַז ציבעלע איז ציבולי, און קנאָבל קנאָבולי… װער פֿרעגט דיך װער?

ב ח ו ר י ם: (אַלע). אָבער שלאָגט ניט איבער! לאָזט אַ ייִדן רײדן!

אַ ה ר צ ע: װאָס װערט פֿון דעם רײדן? מע דאַרף עפּעס טאָן!

ב נ צ ע: טאָן באַדאַרף מען!

ר אַ ב י נ ע ר: „און מע זאָל זען, ראשית חכמה…“

ב ר ו ך ־ ה ע ר ש: נו? געלט מסתּמא? װאָס איז דאָ פֿאַראַן װאָס צו טענהן אַ סך?

שׂ מ ח ה: הערסטו? געלט? אָט דאָס מײנט דער פּסוק? ס'אַ קטניות!!!…

אַ ב ר ה מ ל: נו, און אַז געלט, איז װאָס? װאָס־זשע האָט איר זיך דאָ אַזױ דערשראָקן?

אַ ה ר צ ע: מע באַדאַרף אָבער באַקלערן, װיִאַזױ געלט? װי אַרום געלט? ס'איז קײן קונץ ניט גלאַט אַזױ ― „זשיד, דאַװאַי הראָשע!“ דערױף האָבן מיר דאָך געמאַכט אַן אַסיפֿה, אַז מע זאָל באַקלערן דעם ענין אַקוראַט!

ב נ צ ע: פֿאַרשטײט זיך, מע באַדאַרף באַקלערן דעם ענין אַקוראַט!

אַ בֿ ר ה מ ל: אַז מע לאָזט אָבער ניט רײדן. אײנער דעם אַנדערן שלאָגט איבער, טױג דאָך אַף כּפּרות! לײענט, לײענט װײַטער!

ב ח ו ר י ם: לײענט, לײענט!

ר אַ ב י נ ע ר: „באַדאַרף מען זען, ראשית חכמה, אַז…“

ב ר ו ך ־ ה ע ר ש: אַז װאָס?

אַ בֿ ר ה מ ל: האַרט שױן אױס אַ װײַלע!

ר אַ ב י נ ע ר: „ראשית חכמה, אַז אונדזערע נגידים…“

שׂ מ ח ה: אונדזערע נגידים?! באַלד עפּעס ― טוט מען זיך אַ װאָרף צו די נגידים!

אַ ה ר צ ע: אײַ, לאָזט צורו! פֿאַרװאָס זאָלט איר איבערשלאָגן אַלע מאָל?

ב נ צ ע: למאַי זאָל מען איבערשלאָגן למאַי?

ר אַ ב י נ ע ר: „אַז אונדזערע גבֿירים מיט די נגידים מיט די באַלעבאַטים, מע זאָל זיך צונױפֿלײגן, מאַכן אַ…“

ב ר ו ך ־ ה ע ר ש: נו, דאָס האָב איך געװוּסט פֿריִער! אױפֿגעטאָן אַ נײַס! פּונקט דאָס זעלביקע, װאָס פֿאַראַיאָרן אין דער צײַט! אַ בֿ ר ה מ ל: אַ היסטאָריע דיר מיט דעם ייִדן! לאָזט ניט רײדן יענעם אַ װאָרט!

ב ר ו ך ־ ה ע ר ש: װײסט איר װאָס, רב ראַבינער? װאָס טױג די אַלע משׂא־ומתּנס ― זאָגט בקיצור, װאָס באַדאַרף מען טאָן?

שׂ מ ח ה: בקיצור? מע באַדאַרף קודם כּל אױסקלײַבן דאָ אַף דער אַסיפֿה גבאָים, אַ נאמן, טשלענעס הײסט דאָס.

אַ בֿ ר ה מ ל: טשלענס? מי ומי ההולכים

אַ ה ר צ ע: װאָס הײסט װער? מיר טאַקע אַלײן.

ב נ צ ע: טאַקע מיר אַלײן טאַקע!

שׂ מ ח ה: שאַ! לאָזט זיך דינען! קודם כּל דאַרף מען…

מ אָ ט ל: נײן! מע באַדאַרף פֿריִער גוט אָפּקלערן…

י ע נ ק ל: װאָס אָפֿקלערן?

י ו ס ל: דאָס הײסט, אױפֿשרײַבן דאָס אַלץ אַף פּאַפּיר און…

ה ע ר ש ל: אין סטרישטש איז אַנדערש. דאָרט האָבן זײ פֿריִער אַװעקגעשריבן אַ בריװ קײן פּײטערבאַרג…

ב ע ר ל: ער דערצײלט מיר סטרישטש! איך קום ערשט צו פֿאָרן פֿון סטרישטש פֿאַר יום־טובֿ, זאָגט ער גאָר דאָס!

אַ נ ש ל: מילא װאָס איז די נפֿקא־מינה ― צי אַזױ, צי אַזױ?

א י צ ל: ס'אַ גרױסער חילוק, נאַר! איך װעל דיר װײַזן דעם לעצטן נומער ,,המגיד“! (שלעפּט פֿון קעשענע דעם נומער ,,המגיד“, און צװישן די בחורים װערט אַ גערעדערײַ).

ב ר ו ך ־ ה ע ר ש: לאָז זײַן שטיל, יונגעלײַט! אַז עלטערע רײדן, באַדאַרפֿן יונגעלײַט שװײַגן.

י ע נ ק ל: ס'איז אַ סבֿרה, אַז אין די ענינים האָבן די יונגעלײַט פּונקט אַזאַ דעה, װי די אַלטע ייִדן.

שׂ מ ח ה: אין באָד װעט איר זאָגן אַ דעה, ניט דאָ. דרך־ארץ!

י ו ס ל: (צו די איבעריקע בחורים). נו, האָב איך דען ניט געזאָגט, ס'װעט אַזױ זײַן?

שׂ מ ח ה: שאַ! װײסט איר װאָס? אָט הערט אױס. איך װעל אײַך זאָגן נאָך צװײ װערטער! (קריכט אַפֿן טיש).

אַ בֿ ר ה מ ל: שלשה דבֿרים ― צװײ װערטער אַף פֿיר זײגער־שעה.

אַ ה ר צ ע: (אַפֿן טיש). אַז איר װילט מיך פֿאָלגן, װעל איר אײַך זאָגן גאָר אַן אַנדער פּלאַן.

ב נ צ ע: גאָר אַן אַנדער מין פּלאַן גאָר!

ב ח ו ר י ם: (אַלע). נו, אַדרבה, זאָגט, זאָגט!

ב ר ו ך ־ ה ע ר ש: (האַלט צו שמחהן דאָס מױל מיט דער האַנט). לאָז אַ ייִדן רײדן!

שׂ מ ח ה: (רײַסט אַראָפּ די האַנט און שרײַט). לאָז מען קלײַבן גבאים על־פּי גורל!…

אַ ה ר צ ע: װײס איך װאָס ― גורל! רעדסט װי אַ דולער!

ב נ צ ע: װי אַ דולער רעדט ער!

אַ בֿ ר ה מ ל: נײן, לאָז אױסרײדן!! האָסטו געהערט, װי מע לאָזט ניט רײדן קײן װאָרט? ס'איז דיר נאָר אַ קאָמעדיע מיט אַ ייִדן!

שׂ מ ח ה: סע טױג ניט! דאָס בעסטע איז, װען איר זאָלט מיר פֿאָלגן!

ב ר ו ך ־ ה ע ר ש: פּאַק איך מײן… איך מײן גאָר אַן אַנדער מין מײן.

ר אַ ב י נ ע ר: לאָם איך שױן אַרױסזאָגן מײַן מײן, װעט איר נאָכדעם אַרױסזאָגן אײַער מײן!

ב ח ו ר י ם: (אַלע). דער ראַבינער! דער ראַבינער לאָז זאָגן!

ב ר ו ך ־ ה ע ר ש: װאָס װעט ער זאָגן? מע װײס פֿריִער װאָס ער װעט דאָרטן זאָגן: ער װעט זאָגן „געלט“ ― מע װײס דאָס!

אַ בֿ ר ה מ ל: װאָס טױג מיר מעשׂיות, רב ברוך־הערש? איר זײַט אַ גוטער נודניק. לאָזט אױסרײדן אַ װאָרט, װעט איר אײַך נאָכדעם זאָגן!

ב ר ו ך ־ ה ע ר ש: מילא, נו, געפּועלט, געפּועלט! (מאַכט צו דאָס מױל מיט דער האַנט און שװײַגט).

ר אַ ב י נ ע ר: ,,…מע זאָל אָנהײבן זאָרגן לטובֿת הכּלל…“

ב ר ו ך ־ ה ע ר ש: װאָס פֿאַר אַ טובֿת הכּלל? אַ גאַנצע נאַכט ,,טובֿת הכּלל“!

אַ בֿ ר ה מ ל: ע! מע האָט דאַך גערעדט, ס'זאָל זײַן שטיל!

ב ר ו ך ־ ה ע ר ש: נו, נו! בקיצור! געפּועלט, געפּועלט.

ר אַ ב י נ ע ר: „און מע זאָל טאַקע אָנהײבן עפּעס טאָן אױך לטובֿת הכּלל…“

ב ר ו ך ־ ה ע ר ש: שאַ! האָסטו געהערט, אַ ייִד קאָן זיך ניט אײַנהאַלטן אַ מינוט? ס'איז דיר נאָר אַ קאָמעדיע און גענוג!

ר אַ ב י נ ע ר: „בכדי מע זאָל קאָנען עפּעס טאָן לטובֿת הכּלל, איז ניט דער עיקר די טשלענעס. טשלענעס װעלן זײַן גענוג…',

ב ר ו ך ־ ה ע ר ש: װאָס פֿאַר טשלענעס? אַן אופּראַװע באַ אײַך, צי װאָס?

אַ ה ר צ ע און ב נ צ ע: נו, לאָז זײַן גבאָים.

ב ח ו ר י ם: (אַלע). נײן, טאַקע טשלענעס! פֿאַרװאָס ניט קײן טשלענעס טאַקע?

אַ בֿ ר ה מ ל: בקיצור, טשלענעס, גבאָים ― ס'אַ נפֿקא־מינה אַ ביסל!

שׂ מ ח ה: װיִאַזױ־זשע װעלן מיר דאָס קלײַבן די גבאים?

אַ ה ר צ ע און ב נ צ ע: װאָס הײסט, װיִאַזױ? מיר װעלן נעמען און װעלן אױסקלײַבן טאַקע צװישן זיך, אָט דאָ אָ.

מ אָ ט ל: װײסט איר װאָס? איך װאָלט געזאָגט אַזױ: איך האָב געלײענט יענע װאָר אין בלאַט, שרײַבט דאָרט אײנער…

י ע נ ק ל: (שטופּט אָפּ מאָטלען). שאַ! נײן, דאָס טױג ניט! איך װעל אײַך זאָגן, װיִאַזױ!

י ו ס ל: אָט האָט זיך געפֿונען אַ בעל־יועץ ― ע ר װעט זאָגן!

ה ע ר ש: נו, זאָג ד ו, לאָמיר הערן, אַדרבה!

ב ע ר ל: פֿאַראַן עלטערע דאָ, לאָזן זײ זאָגן.

אַ נ ש ל: (שפּרינגט אַרױס). עלטערע, ייִנגערע ― זאָגן מעג זיך איטלעכער זאָגן. דאַרױף איז דאָס אַן אַסיפֿה!

א י צ ל: (שלעפּט דעם „המגיד“). דער „המגיד“ זאָגט… אין „המגיד“ שרײַבט אײנער אַ קאָרעספּאָנדענציע…

ב ר ו ך ־ ה ע ר ש: שבעה דבֿרים בגולם! יונגעלײַט האָבן דיר קײנמאָל קײן צײַט ניט!

שׂ מ ח ה: נו, זאָגט־זשע איר, װיִאַזױ?

אַ בֿ ר ה מ ל: _(אַפֿן טיש). איך װאָלט געזאָגט גאָר אַנדערש. מע באַדאַרף גאָר באַ די עלטערע באַלעבאַטים ניט פֿרעגן; זײ מאַכן תּמיד קאַליע. לאָמיר אױסקלײַבן דאָ צװישן זיך טאַקע גבאָים. מיר זײַנען דאָך אַלע דאָ, לאָמיר נעמען און װאַרפֿן גורל, װער ס'זאָל זײַן גבאי, װער נאמן, װער אַ רואה־חשבון…

ב ר ו ך ־ ה ע ר ש: אַלע? נאַ דיר גאָר אַלע! גאַנץ קעקעלע־קהל? אַ שײַנדעלע!

ב ח ו ר י ם: (אַלע). פֿאַװאָס ניט אַלע?

ב ר ו ך ־ ה ע ר ש: אפֿשר יונגע צוציקלעך אױך? „יעמוד עם כּל הנערים“ הײסט דאָס?

ב ח ו ר י ם: (אַלע). פֿאַרװאָס דען ניט? הײַנט פֿירן די װעלט נאָר די יונגעלײַט. לײענט אַפֿן בלאַט, װעט איר זען.

ר אַ ב י נ ע ר: צו װאָס טױג דאָס שפּאַרן, װאָס איר שפּאַרט זיך דאָ, אַז איר װײסט נאָך גאָרניט װאָס און װען? װאָס װעט אַרױסקומען פֿון גבאָים, אַז מיר האָבן קײן געלט ניט?…

אַ ה ר צ ע: נײן, סע טױג ניט אַזױ!

ב נ צ ע: אַזױ טױג עס ניט!

אַ בֿ ר ה מ ל: פֿאַרװאָס? פֿאַרװאָס טױג ניט? האָסט נאָך גאָר ניט געהערט, און זאָגסט שױן, אַז סע טױג ניט? ס'איז אַ רײנע קאָמעדיע!

שׂ מ ח ה: (אַפֿן טיש). פֿאָלגט־זשע איר מיך, װאָס איך װעל אײַך זאָגן!

ב ר ו ך ־ ה ע ר ש: (שלעפּט אים). לאָזט־זשע זיך דינען! הערט װאָס איך װעל אײַך זאָגן!

שׂ מ ח ה: (רײַסט זיך אױס). נײן, שמעני, הערט מיר צו!

ב ר ו ך ־ ה ע ר ש: (כאַפּט שׂמחהן פֿאַר אַ האַנט). װאָס איז פֿאַר אַ הפֿקרות ― ניט לאָזן יענעם אױסרײדן אַ װאָרט, האַ?

שׂ מ ח ה: װער לאָזט אײַך ניט רײדן? רעדט אײַך געזונטערהײט!

ב ר ו ך ־ ה ע ר ש: לאָז מען קודם כּל אױסקלײַבן גבאָים פֿון די עלטערע יונגעלײַט, װאָס זײַנען דאָ.

אַ ה ר צ ע: װאָס עפּעס פֿון די עלטערע גראָד?

ב נ צ ע: באַלד עפּעס די עלטערע?

ב ר ו ך ־ ה ע ר ש: איטלעכער בעל־דרשן דרשהט פֿון זײַנעט־װעגן.

אַ בֿ ר ה מ ל: ס'איז דיר אָבער טאַקע נאָר אַ רײנע קאָמעדיע! לאָזט מיך אױסרײדן, נאָכדעם װעט איר אײַך זאָגן װאָס איר װילט!

ר אַ ב י נ ע ר: (שטײט אױף, טוט אַ פּאַטש מיט דער האַנט איבערן טיש). שאַט! עטלעכע װערטער, ניט מער! װאָס האָבן מיר זיך דאָ צונױפֿגעקליבן? זיך קריגן? שרײַען? פּילדעדן? צי טאַקע עפּעס אין זינען האָבן אַן ענין, האַ? איך האָב געמײנט, אַז מיט יונגעלײַט קאָן מען עפּעס מאַכן, צום סוף ― װער? װאָס? נאָך ערגער װי מיט עלטערע מענטשן! װאָס פֿאַר אַ פּנים האָט דאָס? ― פֿרעג איך אײַך! אַ פֿרעמדער מענטש זאָל שטײן דאָ באַ דער זײַט, װאָלט ער דאָך פֿון אונדז חוזק געמאַכט, באַשריבן אַף די גאַזעטן!

ב ח ו ר י ם: (אַלע). גערעכט, גערעכט!

שׂ מ ח ה: באַשרײַבן אַף די גאַזעטן? (קוקט אַף איצלען). אַנו, לאָז זיך נאָר עמעצער פּרוּװן פֿון אונדזערע בחורימלעך באַשרײַבן דאָס אַפֿן בלאַט!

א י צ ל: (שפּרינגט אַרױס). װאָס־זשע האָט איר אַזױ אָנגעשראָקן? אַז מע װעט װעלן, װעט מען אײַך טאַקע באַשרײַבן פֿון קאָפּ ביז די פֿיס, אַז איר װעט זיך מיט קײן צען װאַסערן ניט אָפּװאַשן!

ב ר ו ך ־ ה ע ר ש: (צו איצלען). אַה, דו שנעק אײנער! די נאָז װיש אָפּ! װאָס זאָגסטו אַף זײַן טאַטן דעם אָנזעצער?! ער װעט אונדז באַשרײַבן אַף די גאַזעטן! אַ שרײַבער געװאָרן גאָר! אין חדר אַרײַן, דו שקאָץ אײנער!

מ אָ ט ל: (צו איצלען). מיט אַ פּראָצענטניק שטעלסטו זיך אַװעק אױסטענהן! דו קענסט זײ ניט ― די פֿאַנאַטיקער, די פּיאַװקעס?!

שׂ מ ח ה: די פּיאַװקעס? אַה, דו שײגאַץ אײנער, עזות־מחוצף־פּנים! אַ ייִדן מיט אַ באָרד שטעלסטו זיך זידלען? דו מײנסט, סע איז די טאַקסע, װאָס איר האָט זי באַשריבן אַפֿן בלאַט?! (עס װערט צװישן עולם אַ סומאַטאָכע. דער ראַבינער האַלט זײ אײַן).

ר אַ ב י נ ע ר: אין גאָטעס װילן! עס װעט דאָך זײַן אַ חרפּה, אַ בושה פֿאַר לײַטן, אַז מיר װעלן זיך אַזױ צעגײן! מע װעט זאָגן: יונגעלײַט האָבן קײן שׂכל ניט פֿון דאַנען אַהין. האָבן מיר זיך שױן צונױפֿ־ געקליבן, באַדאַרפֿן מיר עפּעס מתקן זײַן.

אַ בֿ ר ה מ ל: נו, אַדרבה, נו? לאָז מען עפּעס טאָן!

אַ ה ר צ ע: (צו ברוך־הערשן מיט שׂמחהן). איר זײַט דאָך עפּעס עלטערע! נו, זאָגט איר, לאָמיר האָרכן.

ב נ צ ע: נו, אַדרבה, נו, לאָמיר האָרכן לאָמיר.

ב ר ו ך ־ ה ע ר ש: האָב איך דאָך אײַך געזאָגט! נו, מישן זיך אַרײַן די ייִנגלעך אינמיטן. איך זאָג: עס װעט גאָרנישט זײַן דערפֿון, מחמת…

שׂ מ ח ה: ס'איז אַ טעות, רב ברוך־הערש, כ'לעבן, אַ טעות! אָט הערט מיך אױס, װאָס איך װעל אײַך זאָגן.

אַ ה ר צ ע: נו, זאָגט־זשע איר, אַז איר לאָזט יענעם ניט זאָגן.

ב נ צ ע: נו, אַדרבה, אַדרבה?

שׂ מ ח ה: לאָז מען קודם כּל קלײַבן גבאָים; נאָכדעם װעט מען שױן װיסן װאָס צו טאָן.

ר אַ ב י נ ע ר: װאָס־זשע, גלאַט גבאָים? מע באַדאַרף דאָך פֿריִער אָפּקלערן אַרום װאָס צו טאָן!

אַ בֿ ר ה מ ל: נײן, שׂמחה איז גערעכט: פֿריִער באַדאַרף מען קלײַבן גבאָים, טשלענעס.

ב ח ו ר י ם: טשלענעס, טשלענעס!

אַ ה ר צ ע: מי ומי הטשלענעט?

ב נ צ ע: װער זײַנען די טשלענעס װער?

ר אָ ב י נ ע ר: טשלענעס װעלן זיך געפֿינען. ניט דאָס איז דעך עיקר. איך האָב געװאָלט פֿריִער איבערלײענען אײַך דעם דאָקלאַד…

ב ר ו ך ־ ה ע ר ש: װידער „דאָקלאַד“? ער האָט דאָס צו טאָן מיטן דאָקלאַד!

אַ בֿ ר ה מ ל: אָבער שלאָגט ניט איבער! ס'איז דיר נאָר אַ קאָמעדיע און גענוג!

ב ח ו ר י ם: (אַלע). לאָזט רײדן דעם ראַבינער אַ װאָרט. װאָס טוט זיך דאָ?

ר אַ ב י נ ע ר: איך װאָלט געזאָגט אַזױ. קודם כּל, אַזױ װי מיר זײַנען אַלע דאָ, װאָלט געװען אַ יושר, אַז…

ב ר ו ך ־ ה ע ר ש: דבֿרים בטלים!

ר אַ ב י נ ע ר: (קוקט אַף דער ראַבינערשע, בשעת יענע גרײט צום טיש, שטעלט בראָנפֿן מיט פֿאָרבײַסן). אַ רײנער אומגליק! מע לאָזט ניט אױסרײדן קײן װאָרט! אַף רײדן איז איטלעכער אַ בעלן, נאָר הערן װיל קײנער ניט… איז דאָס ניט קײן קאָמעדיע? זאָג שױן דו אַלײן, נשמה מײַנע!

ר אַ ב י נ ע ר ש ע: (קנײטשט מיט די פּלײצעס). אַ רײנע קאָמעדיע!

שׂ מ ח ה: (קריכט אַפֿן טיש). מיר האָבן דאָ אַ גבאי, אַ נאמן, אַ קאַזנאַטשײ מיט טשלענעס. װאָס באַדאַרף מען נאָך?

אַ ה ר צ ע: מי ומי?

ב נ צ ע: װער איז, װער?

אַ בֿ ר ה מ ל: (אױך אַפֿן טיש). שׂמחה, ברוך־הערש און דער ראַבינער זײַנען די גבאָים, און…

אַ ה ר צ ע: נו, און װײַטער?

ב נ צ ע: און װײַטער װאָס?

אַ בֿ ר ה מ ל: הײַנט אַ נאמן… צװײ נאמנים…

שׂ מ ח ה: טאַקע אַהרצע מיט בנצען? נו, און אַבֿרהמל?

ב ר ו ך ־ ה ע ר ש: (שלעפּט אָפּ שׂמחהן מיט דער האַנט). אַז ס'איז יאָ אַזױ, איז אײנער אַ נאמן, דער אַנדערער אַ רואה־חשבון.

שׂ מ ח ה: (רײַסט זיך אױס פֿון ברוך־הערשס הענט). נײן, צװײ נאמנים און אײן רואה־חשבון, אָדער אײן נאמן און צװײ רואה־חשבונס: אַבֿרהמל דער נאמן און אַהרצע מיט בנצען די רואה־חשבונס.

ב ח ו ר י ם: (שטײען אױף). נו? נו?

ר אַ ב י נ ע ר: און די בחורים?

ב ר ו ך ־ ה ע ר ש: יונגע צאַפּעקלעך.

אַ ה ר צ ע: די בחורים װעלן זײַן די טשלענעס.

ב נ צ ע: טשלענעס! טשלענעס!

שׂ מ ח ה: האָבן מיר, הײסט דאָס, דרײַ גבאָים, צװײ נאמנים, איך מײן אײן נאמן מיט צװײ רואה־חשבונס…

ר אַ ב י נ ע ר: ששאַ! װאָס־זשע װערט דערפֿון? װאָס װערט פֿון די גבאָים מיט די נאמנים מיט די רואה־חשבונס?…

אַ בֿ ר ה מ ל: (אַפֿן טיש אַרױף. און זעקס טשלעגעס.

אַ ה ר צ ע: נײן, זיבן טשלענעס; זיבן בחורים ― זיבן טשלענעס.

ב נ צ ע: זיבן! זיבן!

ב ר ו ך ־ ה ע ר ש: (נעמט זיך צום פֿלעשל מיט גלעזל). הײסט דאָס, אין אַ גוטער שעה? מעג מען שױן טרינקען לחײם, האַ?

שׂ מ ח ה: נײן, האָט צײַט, כאַפּט זיך ניט! מע באַדאַרף דאָס אַלץ פֿאַרשרײַבן אַף פּאַפּיר, אין אַ בוך אַרײַנשרײַבן..

ר אַ ב י נ ע ר: װאָס פֿאַרשרײַבן? מע באַדאַרף דאָך פֿריִער עפּעס אָפּקלערן װאָס צו טאָן! ניט גלאַט הולאָם־אַף־דער־קאָראָבקע ― גבאים, טשלענעס…

שׂ מ ח ה: אָט דאָס זאָג איך דאָך, אַז מע באַדאַרף דאָס אַלצדינג אַרײַנשרײַבן אין אַ בוך אַרײַן. מיט װאָס איז אונדזער חבֿרה ערגער פֿון אַלע חבֿרות?

אַ בֿ ר ה מ ל: נו, מאַכט מען אַ פּנקס. אַ טײַערע מציאה אַ פּנקס מאַכן?

אַ ה ר צ ע: מי ומי המאַכערס?

ב נ צ ע: װער מאַכט דעם פּנקס װער?

שׂ מ ח ה: דערױף זײַנען דאָך די בחורים באַשאַפֿן.

אַ ה ר צ ע: חבֿרה בחורים, װאָס שװײַגט איר?

ב נ צ ע: װאָס שװײַגט איר װאָס?

מ אָ ט ל: (צו יענקלן). נו?

י ע נ ק ל: (צו יוסלען). נו?

י ו ס ל: (צו הערשלען). נו?

ה ע ר ש ל: (צו בערלען). נו?

ב ע ר ל: (צו אַנשלן). נו?

אַ נ ש ל: (צו איצלן). נו?

א י צ ל: (האַלט דעם „המגיד“, און איז שטאַרק פֿאַרטיפֿט אין די מחשבות). המ… המ… אַאַאַ… (צײלט אַף די פֿינגער).

ב ח ו ר י ם: (אַלע צו איצלען). װאָס האָסטו זיך אַזױ פֿאַרטראַכט, איצל? אַ שװערע זאַדאַטשע פֿאַר דיר? װאָס קלעקט דיר אַ פּנקס מאַכן? עס איז באַ דיר דאָס ערשטע מאָל, װאָס?

א י צ ל: (אַלץ פֿאַרטיפֿט). נײן, װײס איך… איר קלער אַלץ דעם פּרט… װאָס פֿאַר אַ פּסוק מע זאָל צוטראַכטן, סע זאָל זײַן װי געװוּנטשן.

אַ בֿ ר ה מ ל: נו, מילא בקיצור, דאָס איז שױן אַ שפּעטערדיקע דאגה! איר מאַכט נאָר אַ פּנקס, סע זאָל זײַן װי עס געהער צו זײַן, אונדזער חבֿרה זאָל ניט פֿאַרשעמט װערן קעגן אַנדערע חבֿרות.

אַ ה ר צ ע: װיִאַזױ־זשע װעט הײסן אונדזער חבֿרה? מע באַדאַרף דאָך איר געבן אַ נאָמען? צי נײן?

ב נ צ ע: אַ חבֿרה באַדאַרף דאָך האָבן אַ נאָמען אַ חבֿרה.

ר אַ ב י נ ע ר: װאָס װערט דערפֿון ― יאָ אַ נאָמען, ניט אַ נאָמען? דער עיקר איז דאָך, אַז…

אַ בֿ ר ה מ ל: ע, זאָגט דאָס ניט, ראַבינער! יעדע זאַך מוז האָבן אַ באַזונדערן נאָמען.

ב ר ו ך ־ ה ע ר ש: שטותערײַ.

שׂ מ ח ה: באַ אײַך איז אַלץ שטותערײַ.

ב ר ו ך ־ ה ע ר ש: (האַלט זיך באַם פֿלעשל) אַ נאָמען זוכט איר? חבֿרות האָבן מיר שױן גענוג, דאַכט זיך. (צײלט אַף די פֿינגער). חבֿרה משניות חבֿרה תּהלים, חבֿרה מלביש־ערומים, סומך־נופֿלים, רופֿא־חולים, מתּיר־אַסורים… טאָמער װאָלט דאָס געהײסן „חבֿרה נאַראָנים“? האַ?

אַ בֿ ר ה מ ל: באַ אײַך איז אַלץ װערטלעך.

ר אַ ב י נ ע ר: (שטעלט זיך אױף). הערט־זשע אױס, װאָס איך װעל אײַך זאָגן.

שׂ מ ח ה: (קריכט אַפֿן טיש). נײן, הערט בעסער, װאָס א י ך װעל אײַך זאָגן!

ב ר ו ך ־ ה ע ר ש: (שלעפּט אים פֿאָר דער האַנט). װאָס טױג מיר דאָס זאָגן, װאָס דו װעסט זאָגן?

אַ בֿ ר ה מ ל: (קריכט אַפֿן טיש). לאָזט אױסרײדן אַ װאָרט יענעם אױך אַמאָל! ס'איז דיר נאָר אַ קאָמעדיע מיט אַ ייִדן!

ר אַ ב י נ ע ר: איר פֿאַרשטײ גאָרניט, װאָס שפּאַרט מען זיך דאָ? דאָס קינד איז נאָך גאָר ניט געבױרן געװאָרן, און איר טראַכט שױן מכּוח אַ נאָמען!

ב ר ו ך ־ ה ע ר ש: איר פֿאָלגט מיך! מע דאַרף דעם נאָמען אַף סים סאָט כּפּרות! אַבי אַ חבֿרה ― װאָס טױג דער נאָמען? לאָמיר בעסער נעמען צו קאַפּלעך. זיך אָנגעשריגן, ס'איז אַזש טרוקן אין האַלדז געװאָרן. לחײם, ייִדן! יונגעלײַט, לחײם! לחײם! (טרינקט).

אַ ל ע: לחײם, לחײם טובֿים ולשלום! (מע טרינקט, מע פֿאַרבײַסט. אַלע שרײַען, פּילדערן, אַרײַנפֿאָרנדיק אײנער צום אַנדערן אין די רײד אַרײַן. דער ראַבינער װיל עפּעס אױסרײדן זײער אַ נײטיקע זאַך, נאַר מע לאָזט אים ניט. ברוך־הערש פֿאַרבײַסט. די יונגעלײַט האַלטן זיך אײנס דאָס אַנדערע צו די מײַלער. די בחורים אַמפּערן זיך צװישן זיך. איצל לײענט דעם „המגיד“, און ברוך־הערש קוקט אַף אים פֿון דער־װײַטנס און לאַכט, װי אײנער רעדט: „קוק אים אָן, דעם שײנעם פּנים מיט דעם בלאַט!“… מע רעדט, מע לאַכט, מע שפּאַרט זיך, אַלץ שרײַענדיק און פּילדערנדיק, צוקלערנדיק אַ נאָמען דער חבֿרה, ביז מע צעגײט זיך. ― דער ראַבינער מיט דער ראַבינערשע בלײַבן אַלײן).

ר אַ ב י נ ע ר ש ע: נו? מיט װאָס איז מען זיך צעגאַנגען?

ר אַ ב י נ ע ר: מיט װאָס? מיט גאָרניט.

ר אַ ב י נ ע ר ש ע: װאָס הײסט, מיט גאָרניט? נאָך אַלע גע־שרײַען?

ר אַ ב י נ ע ר: לעת־עתּה האָט מען אױסגעקליבן גבאים, נאמנים און טשלענעס.

ר אַ ב י נ ע ר ש ע: נו, און װײַטער װאָס?

ר אַ ב י נ ע ר: און װײַטער גאָ…(טוט אױס די ברילן און רײַבט זיך די אױגן). און װײַטער… לעת־עתּה גאָרניט.

ר אַ ב י נ ע ר ש ע: לעת־עתּה גאָרניט? (כאַפּט זיך מיט בײדע הענט באַ די זײַטן און הערט שיר ניט צעגאַנגען פֿאַר געלעכטער). כאַ־כאַ־כאַ! ס'איז נאָר אַ באַשרײַבונג מיט אײַערע אַסיפֿות און גענוג! כאַ־כאַ־כאַ! אַ קאָמעדיע, אַ רײנע קאָמעדיע!!!

פֿ אָ ר ה אַ נ ג.

געשריבן אין יאָר 1889.

י ק נ ח ″ ז
אָדער דאָס גרױסע בערזנשפּיל

אַ קאָמעדיע אין 4 אַקטן

אַ גוטן פֿרײַנט און אַ גוטן מענטשן,

י. א. כ ו ר נ י ן,

ברענגט דאָס װערק אַ מתּנה

ד ע ר מ ח ב ר.