די פּאַרשױנען:
שימעלע סאַראָקער, אַ שנײַדער בן שנײַדער, אַ מענטש אין די מיטעלע יאָרן, מיט אַ קול נגינה.
עטיע־מעניע, זײַן װײַב. אַ טשיקאַװע ייִדענע.
בײלקע, זײער טעכטערל. אַ מײדל אַ פּאַרשױן.
קאָפּל פֿאַלבאָן און מאָטל קאַסױ, שנײַדעריונגען. טשעפּקע בחורים.
אָסקאַר סאָלאָמאָנאָװיטש (רב אָשר) פֿײַן, אַ ייִד, אַ נגיד, אַן אַריסטאָקראַט, מיט אַ בײַכל און מיט אַ ליסינע.
גערטרודאַ װלאַדימיראָװנאַ (גאָלדע) פֿײַן, זײַן מאַדאַם, גרין װי גראָז.
סאָלאָמאָן אָסקאַראָװיטש פֿײַן, זײער זונדל, אַ שײנער יונג.
קאָלטון, אַ פּריקאַזטשיק בײַ די פֿײַנס. אַ בחור אַ פֿאַרזעעניש.
סאָלאָװײטשיק, אַ מאָדנער שדכן מיט אַ קאַפּעליוש.
גאָלדענטאָלער, אַ דירעקטאָר פֿון אַ באַנק.
הימעלפֿאַרב, אַ בוכהאַלטער. אַ מענטש מיט אַ צינגל.
װיגדאָרטשוק, אַ געװעזענער מוזיקאַנט. אַ מענטש מיט געדאַנקען.
רובינטשיק, אַ געװעזענער פּאַריק־מאַכער. זײַנער אַ חבֿר.
פּערל די מיטניטשקע, אַ ייִדענע װאָס פֿאַרקױפֿט מעל און מאָלט װי אַ מיל.
מענדל דער לאַקײ, אַ געװעזענער משרת, איצט אַ „לאַקײ“.
יוכבֿד די מױד, אַ שטובמײדל, אַ האָנאָריסטע נקבֿה.
אַ קצבֿ, אַ באַקאַלײשטשיק, גבאָים פֿון תּלמוד־תּורה, הערן און דאַמען, און גלאַט ייִדן און װײַבער.
אָרט: אַ ייִדישע שטאָט אין דער אַלטער הײם.
צײַט: פֿאַר דער מלחמה.
אַ גרױס חדר, אין בעל־מלאָכהשן צושטאַנד מעבלירט. אַ לאַנגער טיש. אױפֿן טיש אָנגעװאָרפֿן שניט־סחורה, אַ גרױסע שער מיט אַ קרײַדל. בײַם טיש זיצן בײדע יונגען, מאָטל קאַסױ און קאָפּל פֿאַלבאָן, פֿאַרטיפֿט אין דער אַרבעט און זיפֿצן. בײַם פֿענצטער שטײט אַ נײ־מאַשין. צװײ טירן: אײנע אין דרױסן אַרױס, די אַנדערע צו דער קיך.
מאָטל קאַסױ: אױף גױיִשע קעפּ! װאָס זיפֿצסטו, קאָפּל?
קאָפּל פֿאַלבאָן: װאָס זיפֿצסטו, מאָטל? דו מעגסט?
מאָטל קאַסױ: לאָמיר זיך װעטן, אַז איך װײס, װאָס דו זיפֿצסט.
קאָפּל פֿאַלבאָן: אַז דו װײסט, הײַנט װאָס פֿרעגסטו? (פּױזע.)
מאָטל קאַסױ: קאָפּל! אַז דו װעסט מיר געבן דאָס װאָרט, אַז דו װעסט קײנעם ניט דערצײלן, װעל איך דיר עפּעס זאָגן.
קאָפּל פֿאַלבאָן: (גיט אים די האַנט.) אָט האָסטו מײַן האַנט.
מאָטל קאַסױ: (קוקט זיך אַרום.) קאָפּל! ביז װאַנען װעלן מיר זיך שפּילן אין באַהעלטעניש? צו װאָס קאָמעדיעס? צײַט מיר זאָלן זיך דורכשמועסן… אײנמאָל פֿאַר אַלעמאָל ― װאָס װעלן מיר דערמיט פּועלן? גאָרנישט מיט גאָרנישט. מיר בײדע האָבן ליב אײן מײדל, אַז דער רוח נעמט אונדז אַװעק!
קאָפּל פֿאַלבאָן: דו מײנסט בײלקען? (לאָזט אָפּ די אױגן.)
מאָטל קאַסױ: מיר פֿאַר דײַן שׂכל, ליכטיקער פּנים! װעמען דען מײן איך ― דעם רבֿס טאָכטער? פֿאַרשטײט זיך, אַז איך מײן ניט קײן אַנדערע, נאָר אונדזער באַלעבאָס טעכטערל, בײלקען מײן איך… איז דאָך ממה־נפֿשך: אָדער איך, אָדער דו… בײדע קאָנען מיר דאָך פֿאַר אײן מײדל ניט חתונה האָבן… װי מײנסטו, קאָפּל?
קאָפּל פֿאַלבאָן: איך מײן, אַז נײן.
מאָטל קאַסױ: אױף מיר אַזאַ יאָר, װאָס פֿאַר אַ שטיק חכם דו ביסט! װעמען, הײסט דאָס, זי האָט ליב, דעם װעט זי נעמען… איז דאָס קלאָר?
קאָפּל פֿאַלבאָן: קלאָר, װי דער טאָג.
מאָטל קאַסױ: לעבן זאָלסטו מיר, ביסט קלוג, װי די װעלט! װאָס זשע טוט מען אָבער, קאָפּל סערצע, טאָמער האָט זי אונדז בײדן גלײַך ליב?
קאָפּל פֿאַלבאָן: נו יאָ, װאָס טוט מען דעמאָלט?
מאָטל קאַסױ: אָט אַזױ האָב איך דיך ליב! דעמאָלט איז דאָ נאָר אײן עצה.
קאָפּל פֿאַלבאָן: דהײַנו, װאָס פֿאַר אַן עצה, מאָטל?
מאָטל קאַסױ: מיר'ן װאַרפֿן גורל, ציִען קניפּלעך. און װער ס'װעט אַרױסציִען דאָס קניפּל ― דער װעט זײַן דער גליקלעכער… האָסטו עס צעקײַט? (קאָפּל שאָקלט מיטן קאָפּ.) אױב אַזױ, דאַרפֿן מיר זיך בײדע געבן תּקיעת־כּף, אַז װאָס מיר האָבן אָפּגעמאַכט איז הײליק, און אַז מיר דאַרפֿן גײן בײדע האַנט בײַ האַנט, זיך העלפֿן אײנס דאָס אַנדערע אין אַ נױט און אָנװענדן אַלע מיטלען, אַז בײלקע זאָל זײַן אונדזערע… דאָס הײסט, זי זאָל זײַן מײַנע אָדער דײַנע! איז דאָס געמאַכט? גיב מיר נאָר דײַן יד! (קאָפּל ציט אים אױס די האַנט.) גיב אַהער די מאָרדע, לאָמיך דיך כאָטש אַ קוש טאָן! (זײ צעקושן זיך מיט אַ פֿעטן הױכן סמאָצקעדיקן קוש. עס עפֿנט זיך די דרױסן־טיר און עס קומט אָן בײלקע מיט אַ פּעקל סחורה, װײַס גרעט. זי לײגט אַװעק דאָס פּעקל אױפֿן טיש, טוט אױס דאָס היטעלע, מאַכט צורעכט די האָר, גרײט זיך זעצן צו דער מאַשין.)
בײלקע: מאָטל קאַסױ! קאָפּל פֿאַלבאָן! װאָס זיצט איר, װי די חתנים? פֿאַרװאָס צענעמט איר ניט דאָס פּעקל? (בײדע יונגען טוען זיך אַ װאָרף צום פּעקל. בײלקע צעלאַכט זיך.)
מאָטל קאַסױ: (צו בײלקען.) בײלקע! מיר האָבן אײַך געװאָלט עפּעס פֿרעגן אַ זאַך.
קאָפּל פֿאַלבאָן: (זיפֿצט.) יאָ, עפּעס אַ זאַך פֿרעגן.
בײלקע: בײדע אײן זאַך? צי יעדער באַזונדער אַ זאַך?
מאָטל קאַסױ: ס'איז אײן זאַך, נאָר עס געהער זיך אָן מיט יעדן באַזונדער… פֿון אונדז בײדן…
קאָפּל פֿאַלבאָן: טאַקע פֿון אונדז בײדן, הײסט עס…
בײלקע: (פֿאַרשטעלט זיך די אױערן.) טראַ־טאַ־טאַ־טאַ־טאַ! אַז איר'ט רײדן בײדע מיטאַמאָל!…
מאָטל קאַסױ: (צו קאָפּלען.) לאָז מיך ― איכ'ל רײדן.
קאָפּל פֿאַלבאָן: (צו מאָטלען.) רײד דו, רײד!
מאָטל קאַסױ: אױ, בײלקע! װאָס װײסט איר?… מיר קלײַבן זיך שױן פֿון לאַנג!…
קאָפּל פֿאַלבאָן: (זיפֿצט.) נאָך פֿון פֿאַראַיאָרן!…
מאָטל קאַסױ: (צו קאָפּלען.) שלאָג זשע ניט איבער! ממה־נפֿשך ― אָדער איך, אָדער דו…
קאָפּל פֿאַלבאָן: (צו מאָטלען.) נו, רײד, רײד! װער לאָזט דיך ניט?
מאָטל קאַסױ: (צו בײלקען.) האָבן מיר געװאָלט פֿריִער אַ שמועס טאָן מיטן טאַטן…
קאָפּל פֿאַלבאָן: מיטן באַלעבאָס, הײסט עס…
מאָטל קאַסױ: (קוקט אױף קאָפּלען בײז.) דערנאָך האָבן מיר זיך באַטראַכט ― נײן, ס'טױג ניט: אױף צו פֿריִער דאַרפֿן מיר איבעררעדן מיט אײַך.
קאָפּל פֿאַלבאָן: װאָרעם מיר װײסן דאָך ניט, װער פֿון אונדז בײדן…
מאָטל קאַסױ: (צו קאָפּלען.) װאָס זשע כאַפּסטו בײַ מיר פֿונעם מױל?
בײלקע: שאַ! װײסט איר װאָס? לאָמיר גאָר װאַרפֿן גורל, ציִען קניפּלעך. (מאַכט אַ קניפּל אין נאָז־טיכל.) װער ס'װעט אַרױסציִען דאָס קניפּל, דער װעט רײדן.
מאָטל קאַסױ: אױ! לעבן זאָלט איר, בײלקע, נשמה טײַערע! מיר האָבן טאַקע נאָר־װאָס אָפּגערעדט צװישן אונדז בײדע, אַז מיר זאָלן ציִען קניפּלעך…
קאָפּל פֿאַלבאָן: ניט אױף רײדן ― אױף אַז אַנדער זאַך…
בײלקע: אױף װאָסער זאַך?
קאָפּל פֿאַלבאָן: אַז מיר… אַז איר…
מאָטל קאַסױ: אַ ביסל אַ לשון! (קרימט אים איבער.) אַז מיר… אַז איר!… אָט װעל איך…
קאָפּל פֿאַלבאָן: נו, זאָג דו, זאָג!
מאָטל קאַסױ: איז געבליבן בײַ אונדז אָפּגעמאַכט: אַזױ װי מיר װײסן ניט װער, דאָס הײסט, װעמען, איך מײן, װער װעמען… זאָלן מיר אױף צו פֿריִער װאַרפֿן גורל, װער ס'װעט אַרױסציִען דאָס קניפּל, דער לאָז אײַך… מײן איך, דעם זאָלט איר… טפֿו ― אַז ער לאָזט ניט רײדן!
בײלקע: כאַ־כאַ־כאַ! (עס עפֿנט זיך די דרױסן־טיר און עס קאַטשעט זיך אַרײַן עטיע־מעניע מיט אַ גרױסן קאָשיק, אָנגעלאָדן מיט כּל־המינים גרינס פֿונעם מאַרק. די יונגען טוען זיך אַ װאָרף צו דער אַרבעט. בײלקע ― צו דער מאַשין.)
עטיע־מעניע: דער טאַטע נאָך ניטאָ? (נעמט זיך צום קאָשיק, לײדיקט אים אױס.) אַ יקרות געװאָרן אױף קנאָבל ― זאָל גאָט היטן! אַ שטיקל גליק כאָטש, װאָס ציבעלעס איז װאָלװל. און רײד מיט אים, זאָגט ער ― דװקא קנאָבל! אָט איז ער, דער ברױטגעבער, מע זאָל דערמאָנען משיחן! (עס קומט אָן שימעלע סאַראָקער מיט אַ מאָדנע גרױסן קאַשקעט אױפֿן קאָפּ און מיט אַן אַלטער געלער ריפּסענער קאַפּאָטע. װי ער קומט אַרײַן װאַרפֿט ער אַראָפּ די קאַפּאָטע, בלײַבט מיט די װײַסע אַרבל, און אַ ציצה פֿון טלית־קטן קוקט אַרױס פֿון אַ לײַבל, װאָס שפּילט אַ ראָלע פֿון אַ זשילעט. מיט גרױסע קעשענעס און מיט נאָדלען אין דער רעכטער לאַץ. אין באָרד זעט זיך אַ װײַסער פֿאָדעם. איבערן האַלדז הענגט בײַ אים אַ לאַנגע סאַנטימעטער־פּאַס, אױף דער נאָז טוט ער אָן אַ פּאָר ברילן, אױפֿן קאָפּ ― אַ יאַרמלקע, װאָס מע זעט זי קױם אַרױס פֿון די געדיכטע האָר, און ער נעמט זיך גלײַך צו דער שער. מאָלט פֿריִער מיטן קרײַדל אױף דער שװאַרצער מאַטעריע, װאָס ליגט גרײט אױפֿן טיש.)
שימעלע סאַראָקער: (שנײַדנדיק, זינגט ער אונטער דער נאָז. עמך ― אונדזער פֿאָלק, שער און אײַזן ― עמך!… (צום װײַב.) װאָס האָסטו געזאָגט ― משיח?…
עטיע־מעניע: (געבראַכט פֿון קיך אַ פּאָר טעפּלעך, זעצט זיך אַװעק אָן אַ זײַט, שײלט קאַרטאָפֿליעס.) איך זאָג, מע זאָל דערמאָנען משיחן. מע האָט גערעדט פֿון קנאָבל, ביסטו אָנגעקומען.
שימעלע סאַראָקער: (צײכנט מיטן קרײַדל.) אַ סמיכות־הפּרשה! דערימעך גײען די קאַטשקעס באָרװעס און גענדז אָן פּלודערן… (די טאָכטער און די יונגן לאַכן.)
עטיע־מעניע: (באַלײדיקט.) ער דרשענט, און זײ קװעלן אָן. טאָמער װײסטו, װאָס איז דער געלעכטער?
שימעלע סאַראָקער: װאָס זשע? אַז מע רעדט פֿון קנאָבל, דערימעך איז װאָס?
עטיע־מעניע: זאָג איך, אַז קנאָבל איז מיט גאָלד גלײַך, און דו האָסט אַקוראַט ליב קנאָבל…
שימעלעס סאַראָקער: דעריבער דאַרף קומען משיח? (קלאַפּט אין טיש.) װוּ איז מײַן שער? (געפֿינט די שער.) די שער איז דאָ! (ער נעמט זיך מיט דער שער שנײַדן איבער די צײכנס, כאַפּט אַראָפּ אַלע מינוט די פּאַפּירענע מאָס פֿון האַלדז, זינגט בעת־מעשׂה אַ לידל. בײדע יונגען און די טאָכטער האַלטן אונטער.)
עטיע־מעניע: (זיפֿצט.) אָט באַלד װעט קומען אַ זאַקוציע ― דער שײנער פּריקאַזטשיק פֿונעם שײנעם באַלעבעסל, אַ כאָליערע זאָל קומען אױף זײַן קאָפּ און אױפֿן באַלעבאָס הענט און פֿיס, און אױפֿן באַלעבאָס זונדל אױך אַ ביסל!… (בײדע יונגען לאַכן.)
שימעלע סאַראָקער: װאָס האָסטו צום באַלעבאָס? װאָס איז ער שולדיק, אַז ער האָט אַ דירה און מיר זיצן אין איר? (צו די יונגען, װעלכע לאַכן.) טאָמער װאָלט איר זיך גענומען בעסער צו די אײַזנס? עס קומט באַלד צו גײן דעם באַלעבאָס זונדל געבן אַ מעסט אָן דעם גאַרניטער… (די יונגען טוען זיך אַ נעם צו די אײַזנס.) איך האָב אים צוגעזאָגט אױף הײַנט, באַדאַרף מען האַלטן װאָרט. שימעלע סאַראָקער איז ניט פֿון יענע בעל־מלאָכות, װאָס קאַטאָרע שער און אײַזן אונדזער פֿאָלק עמך… (עס עפֿנט זיך די טיר און עס קומט אַרײַן סאָלאָמאָן פֿײַן, אַ גלאַטער, אַ רײנער, אַן אױסגעפּוצטער פֿון קאָפּ ביז פֿיס, װי אַ ליאַלקע. שימעלע סאַראָקער באַגעגנט אים מיט אַ שמײכל.) מע זאָל דערמאָנען משיחן… נאָר װאָס גערעדט פֿון אײַך.
סאָלאָמאָן: (העכער האַלב גערעדט אױף רוסיש.) ניעאוזשעליнеужели: זיכער? (קוקט אױף בײלקען.) פּאָקראַינײ מיעריעпо крайней мере: לכל־הפּחות, צו גוטן?
עטיע־מעניע: װאָס זשע, צו בײזן װעט מען אײַך חלילה דערמאָנען? װאָס האָבן מיר צו אײַך?
סאָלאָמאָן: (צו דער שנײַדערין.) אָטשען ראַדочень рад: זײער פֿרײלעך! (צום שנײַדער.) און װאָס הערט זיך, דאַראָגאָי סאָסיעדдорогой сосед: טײַערער שכן, װעגן מײַן ליעטניлетний: זומער קאָסטיום?
שימעלע סאַראָקער: אײַער זומערדיקער קאָסטיום? הלװאַי װאָלט איך שױן אַזױ זײַן באַװאָרנט מיט דירה־געלט צאָלן אײַער פּאַפּאַשע, װי איר זײַט באַװאָרנט מיט אַ זומערדיקן גאַרניטער.
עטיע־מעניע: (צום מאַן.) טאָמער װאָלטסטו אים טאַקע געדברט, אַז ער זאָל דברן זײַן אָבי, אַז דער אָבי זאָל דברן דעם שײנעם פּריקאַזטשיק, ער זאָל אַזױ גוט זײַן ניט דערקוטשען מיטן דירה־געלט?
שימעלע סאַראָקער: (נעמט אַראָפּ פֿונעם פֿלעקל אַ זומערדיקן, נאָר ניט קײן פֿאַרענדיקטן אָנצוג. צום װײַב.) הערסט דאָך, אַז ער איז מבֿין כּל דיבור!… (ער מעסט אָן אױף סאָלאָמאָנען דעם װײַסן פּידזשאַק.) אױף מיר אַזאַ יאָר, װי עס ליגט אױף אײַך אױסגעגאָסן! איך, אַז איך נעם זיך צו אַ שטיקל אַרבעט, זע איך, ס'זאָל זײַן עמך ― שער און אײַזן אונדזער פֿאָלק! אַזאַ יאָר אױף מיר!
עטיע־מעניע: אָמן!
שימעלע סאַראָקער: (שפּיגלט זיך אין דעם פּידזשאַק.) כ'װאָלט אַ בעלן געװען אין דעם קלײדער־מאַגאַזין זאָל מען אײַך דערלאַנגען אַזאַ מין שטיקל אַרבעט. נאָר װי לאַנג קרענקען זײ! שער און אײַזן אונדזער פֿאָלק ― עמך!
עטיע־מעניע: אָמן!
שימעלע סאַראָקער: (צום װײַב.) ברוך־הוא וברוך־שמו, אָמן! ביסט אין שול להבֿדיל, װאָס דו האָסט זיך צעאָמנט?
סאָלאָמאָן: קאָגדאַкогда: װען זשע?
שימעלע סאַראָקער: װען איר'ט עס האָבן פֿאַרטיק? הלװאַי װאָלט איך שױן אַזױ גיך געװען פֿאַרטיק מיט דירה־געלט, װאָס איך דאַרף צאָלן אײַער טאַטן, און אײַער אופּראַװליאַיושטשיуправляющий: פֿאַרװאַלטער דערקוטשעט, לאָזט ניט לעבן!… אפֿשר װאָלט געװען אַ סבֿרה, איר זאָלט אַ רײד טאָן מיט אײַער פּאַפּאַשע, אַז…
סאָלאָמאָן: (שלאָגט אים איבער.) עטאָ ניע מאָיאָ דיעלאָэто не моё дело: ניט מײַן עסק…
שימעלע סאַראָקער: (צום װײַב.) ער זאָגט, ער מישט זיך ניט אין זײַן טאַטנס געשעפֿטן.
סאָלאָמאָן: (צום שנײַדער און צו דער שנײַדערין. לאָזט ניט אַראָפּ קײן אױג פֿון בײלקען.) דאָ סװידאַניאַдо свидания: זײַט געזונט.
שימעלע סאַראָקער: (באַגלײט אים אַרױס, נײגט זיך.) דאָ סװידאַניאַ, פּראָשטשאַיטיעпрощайте: זײַט געזונט, לאָזט גריסן אײַער פּאַפּאַשע. זאָגט אים, אַז ער זאָל זײַן רויִק ― כ'װעל אים מיט גאָטס הילף אינגיכן מסתּמא אָפּצאָלן…
עטיע־מעניע: (שרײַט אים נאָך.) און נאָך מיט גרױס דאַנק!…
סאָלאָמאָן: (אַראָפּגעלאָזט דעם קאָפּ, שױן בײַ דער טיר.) עטאָ מעניאַ ניע קאַסאַיעטסיאַэто меня не касается: עס גײט מיר ניט אָן. (אָפּ. עס הערשט אַ קורצע אומאַנגענעמע שטילקײט. יעדער טוט זיך זײַן אַרבעט.)
עטיע־מעניע: (שײלנדיק די קאַרטאָפֿליעס.) דער רוח װאָלט אים גענומען, ער זאָל זאָגן דאָרטן דעם פּאַפּאַשע אַ גוט װאָרט פֿאַר אונדז!…
מאָטל קאַסױ: (פּרעסנדיק.) דאָס עפּעלע פֿאַלט ניט װײַט פֿונעם בײמעלע…
קאָפּל פֿאַלבאָן: (שפּײַט אױפֿן פֿינגער און אױפֿן פּרעסל.) בורדזשוק בלײַבט בורדזשוק…
שימעלע סאַראָקער: (לײגט אַװעק די שער. צו די יונגען.) בורדזשוק? איך װאָלט אַ בעלן געװען זען, װאָס װאָלט איר געזאָגט, האָלעדראַנצעס, װען איר האָט אַ טאַטן רב אָשר פֿײַן, צי װאָלט איר בעסער געװען? גלאַט אין דער װעלט אַרײַן ― בורדזשוק! עמך! (צום װײַב.) און דו פֿאַרנעמסט זיך אױך מיט „קריטיקעס“, פּעטי־מעטי? (טוט אַ קוק אַרײַן צו איר אין טאָפּ אַרײַן.) טוסט, דאַכט מיר, אַן אײדעלע אַרבעט ― שײלסט קאַרטאָפֿליעס ― טאָ שײל! דו װײסט דען אַן אַנדער מאכל אַ חוץ קאַרטאָפֿליעס? (זינגט.) זונטיק בולבעס! מאָנטיק בולבעס! דינסטיק בולבעס!…
עטיע־מעניע: שטײט אים ניט אָן! אפֿשר געבראָטענע טײַבעלעך מיט מאַרצעפּאַנעס? (הערט אױף צו שײלן די קאַרטאָפֿליעס. נאָר זי בראָקט זײ אױף קלײנע שטיקלעך, איבערלײגנדיק פֿון אײן טאָפּ אינעם אַנדערן.)
שימעלע סאַראָקער: װאָס זשע מײנסטו? אַז גאָט װיל נאָר, קאָנען מיר נאָך הײַנט האָבן געבראָטענע טײַבעלעך מיט מאַרצעפּאַנעס… הײַנט איז דאָך דער צװײטער מײַ… הײַנט קער מען שױן װיסן. (קוקט אױפֿן װאַנט־זײגער.) ניטאָ נאָך קײן צען אַזײגער. װײַטער װאָלט איך געשיקט אין באַנק אַרײַן אַ פֿרעג טאָן, װיפֿל האָט אױסגענומען מײַן בילעט…
עטיע־מעניע: כאַ־כאַ! װיפֿל ער האָט אױסגענומען? פֿריִער װער געװױר, אױב ער האָט עפּעס אױסגענומען, און דערנאָך ערשט ― „װיפֿל“?
שימעלע סאַראָקער: (שטעלט אָן די ברילן אױפֿן װײַב.) אַזױ? חכמה מײַנע! אַז מײַן בילעט האָט אױסגענומען ― דאָס פֿאַרשפּאָר איך שױן פֿרעגן…
עטיע־מעניע: פֿון װאַנען װײסטו דאָס? עמעצער האָט דיר געשריבן אַ בריװל?
שימעלע סאַראָקער: (קוקט שפּאָטיש דורך די ברילן, װי אַ מענטש, װאָס װײס עפּעס אַ סוד.) אַז איר זאָלט װיסן, װאָס פֿאַר אַ חלום מיר האָט זיך הײַנטיקע נאַכט געחלומט, װאָלט איר זיך אױפֿגעהערט צו װערטלען… נאָר װאָס איז מיט אײַך צו רײדן? (צעשפּיליעט דאָס לײַבל, װאָס זעט אױס װי אַ זשילעט, בינדט אױף אַן אינעװײניקסטע קעשענע, נעמט אַרױס פֿון דאָרטן אַ פֿאַטשײלע, װוּ עס ליגט אַ געל פּאַפּירל, צעהאַקט און פֿאַרשמאָלצעװעט.) אָט װעט איר הערן, װאָס פֿאַר אַ חלום עס חלומט זיך שימעלען. (אַלע װאַרפֿן די אַרבעט, גרײט אױסהערן זײַן חלום.) איך האָב פֿײַנט פּוסטע חלומות! שימעלען אַז עס חלומט זיך אַ חלום, איז דאָ װאָס צו הערן! שער און אײַזן אונדזער פֿאָלק עמך… (טוט אױס די ברילן.) עס חלומט זיך מיר, הערט זשע, אַז איך שטײ מיר אַזױ בײַ מײַן טיש, װי איר זעט מיך אָט־אָ, מיט מײַן שער און אײַזן, און שנײַד מיר צו אַ שטיקל אַרבעט. אַ געװענטענעם „פּרינץ אַלבערט“ פֿון פֿיר אַכציק אַן אַרשין. דערװײַל, אַזױ װי איך שטײ פֿאַרטראַכט מיט דער שער אין האַנט, הײב איך אױף די אױגן און טו אַ קוק, גלאַט אַזױ אין דער װעלט אַרײַן, ― דערזע איך אַ בױם אין מיטן שטוב…
בײלקע: אין מיטן שטוב אַ בױם?
שימעלע סאַראָקער: און אױפֿן בױם װאַקסן רענדלעך…
בײלקע: אױפֿן בױם רענדלעך?
שימעלע סאַראָקער: גאָלדענע רענדלעך. רוף איר מיך אָנעט צו דער מאַמע: עטיע־מעניע, זאָג איך, זעסט רענדלעך? זאָגט זי: איך זע. זאָג איך: װאָס זשע שװײַגסטו? זאָגט זי: װאָס זשע זאָל איך טאָן? זאָג איך: קריך, זײַ מוהל, אַרױף אױפֿן בױם און טרײסל, און איך װעל, זאָג איך, קלײַבן… זאָגט זי: קריך דו, װאָס עפּעס איך? זאָג איך: װאָס האָסטו מורא? ס'װעט דיר חלילה אָפּפֿאַלן? זאָגט זי: לאָז פֿון מײַנע שׂונאים פֿאַלן גאַנצע שטיקער…
עטיע־מעניע: ס'אַ ליגן. איך האָב עס ניט געזאָגט!
שימעלע סאַראָקער: (צום װײַב.) בהמה װאָס דו ביסט ― ס'איז דאָך אַ חלום! (צו דער טאָכטער.) אָט דאָ האָסטו די קװיטאַנציע. אַז דו װעסט ענדיקן דאָס שטיקל אַרבעט אױף דער מאַשין, װעסטו זיך מטריח זײַן אין דער באַנק ― דו װײסט דאָך װוּ?…
בײלקע: (אַרבעטנדיק.) אין דער טשאַסטנע קאָמערטשעסקיЧастный Коммерческий: פּריװאַט־קאָמערציעל?
שימעלע סאַראָקער: טשאַסטנע קאָמערטשעסקי… און װעסט זײ אָ װײַז געבן די קװיטאַנציע, ניט אַװעקגעבן, נאָר אַ װײַז געבן… און אַ פֿרעג טאָז, װיפֿל האָב איך אױסגענומען?
עטיע־מעניע: (טוענדיק איר אַרבעט.) װידעראַמאָל „װיפֿל“? ― אַ קאָמעדיע מיט אים!
שימעלע סאַראָקער: (אױפֿגעבראַכט.) גוטע יאָרן, װער ס'אַ מבֿין אױף קאָמעדיעס! אַז מיר חלומט זיך אַ חלום, דערצײלט זי מיר מעשׂיות ― „אַ קאָמעדיע!“… זי מײנט, איך בין גלאַט אױפֿגעשטאַנען אינדערפֿרי פּלוצעם פֿון דער העלער הױט און האָב זיך אײַנגערעדט אַ לונג און לעבער… איך בין טאַקע אַ שנײַדער, נאָר שׂכל אױף אױסצונעמען דעם גרױסן געװינס האָב איך גלײַך מיטן גרעסטן נגיד! דאָס אַלײן איז שױן אַ בריהשאַפֿט ― האַלטן אַ בילעט עטלעכע און צװאַנציק יאָר, פּגרן פֿאַר אַ גראָשן און דעם בילעט אַ מכּה פֿאַרקױפֿן ― דאָס קאָן נאָר שימעלע סאַראָקער, אונדזער פֿאָלק שער און אײַזן עמך… (פּרעסט. זינגט בעת־מעשׂה אונטער דער נאָז עפּעס אַ ניגון. חבֿרה האַלטן אונטער. נאָך אַ פּױזע, צו דער טאָכטער.) האָסט שױן געענדיקט? אַצינד קאָנסטו גײן. (גיט איר איבער די קװיטאַנציע פֿאָרזיכטיק.) זע נאָר, זאָלסט חלילה ניט פֿאַרלירן די קװיטאַנציע ― ס'איז געלט! און אַ סך געלט!….בײלקע אָפּ.
עטיע־מעניע: שמעון! װיפֿל באַטרעפֿט דאָס?
שימעלע סאַראָקער: װאָס?
עטיע־מעניע: אָט דאָס גרױסע געװינס, װאָס דו זאָגסט?
שימעלע סאַראָקער: (שטעלט אָן אױף איר די ברילן. און אַז איך װעל דיר זאָגן, װעסטו װיסן? צװײ מאָל הונדערט טױזנט.
עטיע־מעניע: (דערשראָקן.) צװײ מאָל טױזנט הונדערט?
שימעלע סאַראָקער: ניט צװײ מאָל טױזנט הונדערט, נאָר צװײ מאָל הונדערט טױזנט! אױ, אָט די װײַבער! נאָר אַ באַשרײַבונג פֿון זײ צו מאַכן, אַ קאָמעדיע מיט איר!
עטיע־מעניע: אַזױ? איז שױן גאָר מיט מיר אַ קאָמעדיע?
שימעלע סאַראָקער: װאָס דען? מיט מיר? (עס עפֿנט זיך די טיר און עס קומט אַרײַן קאָלטון דער פּריקאַזטשיק, אַ שװאַרצער יונגערמאַנטשיק, אַ ביסל אַ סאָטולעװאַטער, אָנגעטאָן אין נײַס פֿון קאָפּ ביז די פֿיס. נאָר אַלצדינג הענגט אױף אים, װי אַ זאַק. אַז ער רעדט, שמײכלט ער און כאַפּט זיך אַלעמאָל בײַ די לאַנגע אַרבל, קאַטשעט זײ אַרױף. רעדט אַ ביסל מיט דער סין אום גיך, שלינגט די װערטער, ניט געקײַט. אױפֿן קאָפּ איז בײַ אים אַ פּליך, נאָר צוגעדעקט מיט די עטלעכע איבערגעבליבענע גלאַנצנדיקע האָר. כּסדר שװיצט ער. שימעלע סאַראָקער צום אַרײַנגעקומענעם.) מע זאָל דערמאָנען משיחן! נאָר־װאָס גערעדט פֿון אײַך.
קאָלטון: כאָטשבי צום גוטן, כע־כע? (קוקט זיך אַרום אױף אַלע זײַטן.)
עטיע־מעניע: װאָס זשע? צו בײזן װעט מען פֿון אײַך רײדן?
שימעלע סאַראָקער: (װײַזט אים אױף אַ שטול.) זיצט, פּאַני קאָלטון.
קאָלטון: אַ דאַנק. איך בין ניט געקומען זיצן, כע־כע. איך בין געקומען פּאָ דיעלוпо делу: צוליב דעם געשעפֿט. (קוקט זיך אַרום, זוכט עמעצן.) איר װײסט שױן, מן־הסתּם, װאָס איך בין געקומען?
עטיע־מעניע: (קוקט אים נאָך, װי ער זוכט.) הלװאַי װאָלטן מיר אַזױ ניט געװוּסט! װעמען זוכט איר, װאָלט איך געװאָלט װיסן ― דעם נעכטיקן טאָג?
קאָלטון: (מאַכט זיך ניט הערנדיק.) הײַנט איז שױן דעך צװײטער מײַ, כע־כע.
שימעלע סאַראָקער: (דורכגעצױגן אַ פֿאָדעם און אַ לעק דעם פֿינגער.) איך האָב אַ גוטן סימן, אַז הײַנט איז דער צװײטער מײַ, װאָרעם נעכטן איז געװען די ציִונג. (קוקט אױפֿן זײגער.)
קאָלטון: װאָסער ציִונג? (פֿאַררײכערט אַ גראָבן ציגאַר.)
שימעלע סאַראָקער: (פֿאַרהוסט זיך פֿון קאָלטונס ציגאַר.) װי טײַער צאָלט איר, פּאַני קאָלטון, פֿאַר אײַערע האָלעװעשקעס?
קאָלטון: ערשטנס, רופֿט מיך ניט „פּאַני קאָלטון“, כע־כע, רופֿט מיך בײַם אמתן נאָמען: יעפֿים פּאַנטעלעמאָנאָװיטש ― אַזױ רופֿן מיך אַלע.
שימעלע סאַראָקער: האָט קײן פֿאַראיבל ניט, יעפֿים פּאַנטאַלאָנאָװיטש…
קאָלטון: ניט פּאַנטאַלאָנאָװיטש, נאָר פּאַנטעלעמאָנאָװיטש.
שימעלע סאַראָקער: לאָז זײַן פּאַנטעלעמאָװיטש… אין חלומות גלײבט איר? צי נײן?
קאָלטון: פֿאַרװאָס ניט? אָט האָט זיך מיר אַנומלטן געחלומט, אַז מע ציט מיר אַ באַקצאָן, איז טאַקע געשטאָרבן בײַ מיר אַ שװעסטער נאָך פֿריִער אײדער עס האָט זיך מיר געחלומט. אַקעגן װאָס איז דאָס געקומען צו רײד? (קוקט זיך אַרום.) װוּ איז דאָס אײַער טאָכטער, װאָס מען זעט זי ניט? (די יונגען קוקן זיך איבער.)
שימעלע סאַראָקער: מײַן בײלקע? זי װעט באַלד קומען. (זיפֿצט.) אײַ, אַז גאָט זאָל נאָר װעלן, בין איך הײַנט אַ גבֿיר און שיט אָן אָט אַזאַ היטל מיט געלט! (װײַזט אים מיט בײדע הענט.) עמך!…
קאָלטון: זעט איר, דאָס װאָלט געװען אַ שׂכל און ס'װאָלט טאַקע געװען, כע־כע, זײער־זײער גוט!
שימעלע סאַראָקער: (קוקט אים אָן.) װאָס װאָלט געװען די גוטסקײט?
קאָלטון : װאָלט איר פֿאַרשפּאָרט, כע־כע, מיר אָפּלײגן פֿון אײן װאָך אױף דער אַנדערער און פֿון אײן חודש אױפֿן אַנדערן. נאָר פֿון װאַנעט, למשל, װעט זיך עס בײַ אײַך נעמען פּלוצעם אַזאַ גבֿירישאַפֿט? אַ רײַכער פֿעטער איז בײַ אײַך געשטאָרבן אין אַמעריקע? צי װאָס?
שימעלע סאַראָקער: (לײגט אָפּ די אַרבעט.) נײן! מײַן פֿעטער אין אַמעריקע לעבט נאָך ביז הונדערט צװאַנציק יאָר! (קוקט אױפֿן װאַנט־זײגער.) אָט נאָך אַ האַלבע שעה װעלן מיר װיסן… איך האָב, פֿאַרשטײט איר מיך, אַ װיגרישנע בילעט האָב איך.
קאָלטון: (איבערראַשט.) איר האָט װיגרישנע בילעטן, האָט איר, און אַז סע קומט צו דירה־געלט…
עטיע־מעניע: בילעטן? מישטײנס געזאָגט ― אײנעם אַ בילעט! אַי דאָס ― ליגט ער פֿאַרזעצט און פֿאַרמשכּונט פֿון מתושלחס יאָרן… מײַנע שׂונאים מעגן דאָס פֿאַרמאָגן, װאָס ער האָט אין דעם בילעט!…
שימעלע סאַראָקער: פֿונדעסטװעגן קאָן אַזאַ בילעט אױסנעמען דאָס גרױסע געװינס… קײנער װײס ניט װעמעס מאָרגן ס'איז…
קאָלטון: (שטײט אױף.) אױב איר מײנט דערמיט סילוקן מיר דירה־געלט, האָט איר אַ טעות, מײַן ליבער שנײַדער. קײן װיגרישנע בילעטן געװינען ניט. בלאָטע! דאָס האָבן די קאַנטאָרן און די בענק אױסגעטראַכט. גיכער װעט אױף אײַך אײַנפֿאַלן אָט די סטעליע, זעט איר?..
עטיע־מעניע: אַ קאַץ װאַשט זיך, אַ גוטער פֿרײַנד בענטשט. פֿאַלן זאָל אױף מײַנע שׂונאים אַ דונער אין קאָפּ! ― האָסטו געהערט אַ ביסל?!…
קאָלטון: ייִדענע! עס רעדט זיך אַזױ בדרך־משל… מײַנע באַלעבאַטים האָבן אַ ביסל מער בילעטן, און עס האָט נאָך פֿון זײ קײן אײנער ניט געװוּנען. פֿון די זאַכן פֿאַרגעסט. איר זוכט בעסער אַן עצה, װוּ קריגט מען דירה־געלט, װאָרעם איך דאַרף אײַך זאָגן, כאָטש ס'איז מיר זײער ניט אײַנגענעם, אַז (קוקט אױפֿן זײגער.)אין אַ האַלבע שעה אַרום קום איך צו אײַך מיטן סודיעבנעсудебный: שופֿט פּריסטאַװ און װאַרף אײַך אַרױס פֿון דער דירה… (די װערטער זײַנען װי אַ דונער. אַלע טוען זיך אַ װאָרף, בלײַבן װי געלײמט. קײנער קאָן קײן װאָרט ניט אױסרײדן, אױסער אײן עטיע־מעניע.)
עטיע־מעניע: (שטײט אױף, גײט צו צו קאָלטונען. אַרױסװאַרפֿן? מיטן פּריסטאַװ? װאָס הײסט עס אַרױסװאַרפֿן? און נאָך מיט פּריסטאַװעס? הפֿקר פּעטרישקע? שמעון! װאָס שװײַגסטו אים? איך קאָן אַלײן אױך טרעפֿן צו די פֿײַנערס! איכ'ל זײ פֿרעגן, צי ס'איז טאַקע אַ יושר אַרױסװאַרפֿן שכנים, װאָס זיצן שױן עטלעכע יאָר? איכ'ל זײ…
קאָלטון: (די הענט אין די קעשענעס.) האָט קײן פֿאַראיבל ניט, מײַן ליבע ייִדענע! מיט די פֿײַנערס, װי איר זאָגט, קער זיך עס ניט אָן גאָרניט! ס'איז אינגאַנצן איבערגעגעבן געװאָרן צו מיר; דאָס האָב איך אײַנגעגעבן אױף אײַך דעם עסק, און דאָס ברענג איך צו אײַך דעם סודיעבנע פּריסטאַװ, און דאָס װאַרף איך אײַך אַרױס פֿון דער דירה, אױב איר צאָלט מיר ניט אָפּ כאָטש פֿאַר דרײַ חדשים…
שימעלע סאַראָקער: אַזױ? דאָס זײַט איר גאָר? װי באַלד אַזױ, טאָ גײט זשע מיר אין דער ערד אַרײַן! עמך ― אונדזער פֿאָלק שער און אײַזן עמך! (נעמט אים אָן הינטן פֿאַרן קאָלנער און טוט אים אַ װאָרף אַרױס פֿון דער טיר. עס דערהערט זיך דאָרט אַ שטאַרקער קלאַפּ און אַ גערעדערײַ פֿון עטלעכע קולות. אין אַ האַלבע מינוט אַרום קומען אַרײַן שמואל־יאָסע דער קצבֿ, אַ ייִד אַ גבֿר. נאָך מיטן פֿאַרטעך פֿון דער יאַטקע. נאָך אים משה־װעלװל דער באַקאַלײשטשיק, אױסגעשמירט אין הערינג. און פּערל די מיטניטשקע, אַ ייִדענע, אױסגעשמירט פֿון קאָפּ ביז די פֿיס אין מעל.)
שמואל־יאָסע קצבֿ: װער האָט דאָס געגעבן אַזאַ װאָרף אַרױס דעם שמינדער בגעץ? ער האָט אונדז אַלעמען שיִער געמזיקט! אַ גליק, װאָס איך האָב אים געגעבן אַ שטױס אָפּ צוריק, אַזױ אַז ער האָט בײַ מיר געקליבן די צײן…
שימעלע סאַראָקער: דאָס האָב איך אים געװיזן װוּ יענע זײַט טיר געפֿינט זיך… זיצט, רב שמואל־יאָסע! זיצט, רב משה־װעלװל! װאָס הערט מען עפּעס נײַס אױף דער װעלט?
שמואל־יאָסע קצבֿ: אַ שײנעם דאַנק אײַך, װאָס איר בעט אונדז זיצן. מיר האָבן אָבער קײן צײַט ניט צו זיצן ― מיר זײַנען געקומען נאָר געלט… איר דאַרפֿט װיסן, מײַן ליבער חייט, אַז איך האָב אײַך שטענדיק געגעבן פֿלײש, ניט קײן בײנער…
משה־װעלװל: און איך האָב אײַך געגעבן באַקאַלײ…
עטיע־מעניע: (צו פּערלען.) זיצט, פּערל, פֿאַרװאָס זיצט איר ניט?
פּערל: אַ דאַנק, שױן גענוג געזעסן. (זעצט זיך אַװעק און מאָלט װי אַ מיל.) איר מײנט, איך װאָלט געקומען? מײַנע שׂונאים און אײַערע שׂונאים און אונדזערע אַלעמענס שׂונאים זאָלן אַזױ צײַט האָבן אַ שטיקל ברױט אױפֿצועסן, װי איך האָב צײַט אַװעקצולאָזן מײַז קלײטל מיט מײַן מעל און גײן מאָנען אַלטע חובֿות מיט נעכטיקע טעג, אַז סך־הכּל איז ניטאָ בײַ מיר קײנער, אױף װעמען צו איבערלאָזן דאָס קלײטל אַפֿילו, טאָמער טראָגט אָן דער רוח אַ שװאַרץ יאָר טאָמער, װאָרעם דער זון איז בײַ די ביכלעך, טאָג װי נאַכט ביכלעך און ביכלעך, און די טאָכטער איז אין שטוב ― אַ שטוב? װאָס שטוב? װער שטוב? מישטײנס געזאָגט, אַ חורבֿה ניט קײן שטוב! דערװײַל זע איך משה־װעלװל גײט, משה־װעלװל דער באַקאַלײשטשיק. גוט מאָרגן ― גוט יאָר. װוּהין איז? זאָגט ער: צום שנײַדער, צו שימעלע סאַראָקער נאָך געלט. פֿרעג איך אים: ער האָט שױן געלט האָט ער שױן? זאָגט ער: יאָ…
עטיע־מעניע: (צו באַקאַלײשטשיק.) װאָס הײסט דאָס?
משה־װעלװל: (װיל אָנהײבן דערצײלן.) דאָ איז אַזאַ מעשׂה: דער שדכן סאָלאָװײטשיק…
פּערל: (לאָזט אים ניט רײדן, מאָלט.) װי באַלד אַזױ, דאַרף מען גײן, טראַכט איך מיר, װאָרעם מיר קומט ניט פֿאַר רױכװאַרג און ניט פֿאַר בריליאַנטן. מיר קומט פֿאַר מעל קומט מיר, און מעל איז דאָס נײטיקסטע פֿונעם נײטיקסטן. אָט ליגט אַ ברױט. (דערזעט אױף דער פּאָליצע אַ האַלבן ברױט; זי שטײט אױף און נעמט דאָס ברױט, האַלט אין אײן מאָלן.) דאָס ברױט איז פֿון מײַן מעל געבאַקן, מײַן גוטס, מײַן בלוט, מײַן חיות, װאָס פֿאַרמאָג איך דען אַ חוץ דאָס ביסל מעל? אַז יעדער אײנציקער װעט קומען און װעט נעמען בײַ מיר מעל אױף באָרג, װאָס װעט מיר בלײַבן װאָס? װוּ װעל איר נעמען אױף אָפּצוצאָלן אין מיל אַרײַן װוּ? װער װעט מיר אױסהאַלטן מײַנע קינדער װער?…
עטיע־מעניע: שאַט! לאָזט נאָך עמעצן אױסרײדן אַ װאָרט. (צו משה־װעלװלען.) װאָס האָט איר עפּעס געזאָגט דער שדכן סאָלאָװײטשיק?
משה־װעלװל: דער שדכן סאָלאָװײטשיק האָט מיר געזאָגט, אַז ער האָט פֿאַר אײַך געלט…
שימעלע סאַראָקער: (צום װײַב.) װאָס איז דאָס פֿאַר אַ שװאַרץ יאָר? עמך!
עטיע־מעניע: מײַנע צרות אױף זײַן קאָפּ!
פּערל: בין איך שױן ניט משוגע בין איך? (עס עפֿנט זיך די טיר און עס קומט אַרײַן סאָלאָװײטשיק דער שדכן, אַ ייִד אין אַ קאַפּעליושל, אַפֿילו אַן אָפּגעבאַרעטס, אַ קורץ װײטיקל, כאָטש ניט אַזױ נײַ, הױזן ברײטע נאָר קורצע, שטיװל אױסגעדרײטע.)
שימעלע סאַראָקער: ברוך הבא, אַ ייִד אַ שדכן! מען זאָל דערמאָנען משיחן! נאָר־װאָס, אָבער טאַקע די רגע, האָט מען דאָ גערעדט פֿון אײַך.
סאָלאָװײטשיק: ניעאוזשעלי?
עטיע־מעניע: זאָגט נאָר, פּאַני סאָלאָװײטשיק, װאָס מיר ניעאוזשעלי־שמעלי? װאָס האָט איר דאָס אַרױסגעלאָזט פֿאַר אַ קלאַנג אין שטאָט, אַז איר האָט פֿאַר אונדז געלט?
סאָלאָװײטשיק: אָט אַזױ פֿיל געלט! (װײַזט מיט בײדע הענט.) איר קאָנט זיך גאָר ניט פֿאָרשטעלן ― ס'איז טשטאָ ניבוד אָסאָבענעчто нибудь особенное: אַזױנס און אַזעלכעס! (מאַכט מיט די פֿינגער.)
שימעלע סאַראָקער: אַװדאי אַ שידוך פֿאַר אונדזער טאָכטער? איך קען שױן סאָלאָװײטשיק דעם שדכן אױסגעבונדן!… (די שנײַדער־יונגען קוקן זיך איבער, נעמען זיך צו די פּרעס־אײַזנס, זיפֿצן שטאַרק.)
סאָלאָװײטשיק: טשטאָ זאַ װאָפּראָסчто за вопрос: װאָס פֿאַר אַ פֿראַגע? נאָר אַלץ הײסט בײַ אײַך אַ שידוך! דאָס אין טשטאָ ניבוד זאַמעטשאַטעלאָчто нібод замечательно: ס'איז װוּנערלעך ― לאָמיך אַזױ לעבן מיט אײַך און מיט אײַער װײַב, װי איך זאָג אײַך ניט קײן דבֿר־שקר! איך װעל אײַך דערצײלן װער דאָס איז, און איר, אױב ס'איז אײַך ניט שטאַרק הײס, װעט איר זיך באַטראַכטן און װעט זיך אָנכאַפּן מיט בײדע הענט! אײן חסרון ― צו פֿיל עולם… (צו די פֿרעמדע.) איזװיניטיע, גאָספּאָדאַизвините, господа: זײַט מוחל, רבותי! (דער קצבֿ און דער באַקאַלײשטשיק רוקן זיך אָפּ. אױף אַ זײַט. נאָר פּערל בלײַבט זיצן. סאָלאָװײטשיק גײט צו צו איר.) איזװיניטיע, מאַדאַם! (זי רירט זיך ניט.)
פּערל: װאָס מיר איזװיניטיע? װער מיר מאַדאַם? איר האָט געבראַכט, זאָגט איר, געלט דעם שנײַדער, װוּ איז אײַער געלט? מיר קומט פֿאַר מעל קומט מיר, ניט פֿאַר בריליאַנטן! אָט דאָס ברױט, װאָס איר זעט, איז פֿון מײַן מעל געבאַקן, מײַן גוטס, מײַן בלוט, מײַן חיות!…
סאָלאָװײטשיק: (שטופּט אַװעק פֿון זיך די מיטניטשקע, װאָס הערט ניט אױף צו מאָלן.) אַ מין אָנשיקעניש אָט די מיטניטשקע ― װאָזמוטיטעלנאָвозмутительно: נישט אױסצוהאַלטן! (צום באַלעבאָס.) דער חתן, װאָס איך פּרעדלאַגאַיעпредлагает: באָט אָן אײַער טאָכטער, איז אַ מענטש אַ סאַבאָסטאָיאַטעלנעсавостоятельне: אומאָפּהענגיקער… ער האָט אַ טײַערע דאָלזשנאָסטдолжность: שטעלע… ער איז אַ פּאָלנע אופּראַװליאַיושטשעуправляюжче: פֿאַרװאַלטער איבער אַ הױז. אָדנים סלאָװאָםодним словом: אין אײן װאָרט, איר קענט אים גאַנץ גוט ― דאָס איז דער אופּראַװליאַיושטשע פֿון דעם דאָזיקן הױז, קאָלטון. (בײַ די שנײַדעריונגען פֿאַלן אַרױס די פּרעס־אײַזנס פֿון די הענט. עס הערט אַ סומאַטאָכע.)
שימעלע סאַראָקער: (שפּרינגט אַזש אונטער.) אָט דער יעפֿים פּאַנטאַלאָנאָװיטש? אָט דער פּאַסקודניאַק, װאָס כ'האָב אים נאָר־װאָס אַרױסגעשמיסן פֿון יענער זײַט טיר, שער און אײַזן אונדזער פֿאָלק עמך???… (עס קומט אַן בײלקע.)
בײלקע: (פֿאַררױטלט, קױם װאָס זי רעדט.) טאַטע! אַ גוטע בשׂורה!…
שימעלע סאַראָקער: (טוט זיך אַ װאָרף צו דער טאָכטער.) האַ? װאָס? װיפֿל?…
בײלקע: דאָס גרױסע געװינס! דאָס גרעסטע געװינס!
שימעלע סאַראָקער: (נאָך צעטומלט.) עטיע־מעניע! דו הערסט?
עטיע־מעניע: (אַ פּליעסק מיט די הענט.) גאָט!…
פּערל: װאָס איז שױן װײַטער װאָס? אַ נײַער אומגליק? װײ איז מיר!
שימעלע סאַראָקער: (אױסער זיך.) ייִדן! גיט מיר אָפּ מזל־טובֿ ― מײַן בילעט האָט אױסגענומען! געװוּנען!! דאָס גרױסע געװינס!!! דעם גרעסטן פֿון אַלע געװינסן!!! (לאָזט זיך לױפֿן איבער דער שטוב.)
עטיע־מעניע: װאָס נאָך האָסטו געװאָלט?
יוכבֿד די מױד: (פּױזע.) אַז איר װעט מיך דאָס אַנדערע מאָל באַדאַרפֿן רופֿן, זאָלט איר װיסן, אַז איך הײס יוכבֿד. (אָפּ.)
פּערל: לאָזט! לאָזט! װוּ?
סאָלאָװײטשיק: (שטופּט אָפּ פּערלען.) איזװיניטיע, מאַדאַם! (װיל עפּעס זאָגן. אַלע איבעריקע קוקן זיך איבער אָן װערטער, שטױנען. מאָטל קאַסױ און קאָפּל פֿאַלבאָן האָבן זיך פֿאַרשלאָגן אין אַ װינקעלע, שטײען באַטריבט, אָן לשון.)
בײלקע: (נאָך אַלץ אין היטעלע, פֿרײלעך אױפֿגערעגט.) די גאַנצע שטאָט װײסט שױן דערפֿון… דער דירעקטאָר, דער בוכהאַלטער, די פֿײַנס… זײ קומען באַלד אַהער…
עטיע־מעניע: (אַ פּליעסק מיט די הענט.) אַלע אַהער? װײ איז מיר!… (פֿון גרױס צעטומלטקײט זעצט זי זיך צו אױף אַ בענקל, װישט זיך מיטן פֿאַרטעך דעם שװײס. עס עפֿנט זיך די טיר און עס קומען אַרײַן הימעלפֿאַרב דער בוכהאַלטער, נאָך אים ― גאָלדענטאָלער דער דירעקטאָר.)
הימעלפֿאַרב: װוּ איז דאָ דער שנײַדער?
שימעלע סאַראָקער: (טרעט אַרױס מיט גדלות.) דער שנײַדער ― דאָס בין איך.
הימעלפֿאַרב: (באַטראַכט דעם שטױנענדן עולם. צום שנײַדער.) איר װײסט שױן? אײַער בילעט, װאָס אין אונדזער באַנק, האָט אױסגענומען דאָס גרױסע געװינס. אונדזער באַנק, די טשאַסטנע קאָסערטשעסקי, איז די גליקלעכסטע באַנק אין דער װעלט. שױן דאָס פֿערטע מאָל, אַז אין אונדזער באַנק געװינט מען. יעדער, װער עס קױפֿט בײַ אונדז אַ בילעט, האָט אַ שאַנס צו געװינען. אָט שטײט דער דירעקטאָר, דער הער גאָלדענטאָלער אַלײן, טאָמער גלײבט איר ניט.
גאָלדענטאָלער: (קוקט אױף אַלעמען. צום שנײַדער.) איר זײַט דאָס דער… דער… סאַראָקער? איר װײסט שױן? (דריקט אים די האַנט.) מזל־טובֿ אײַך, מזל־טובֿ!
פּערל: (פֿריִער צום באַנקיר, דערנאָך צו די איבעריקע געסט.) ייִדישע קינדער, איך בעט אײַך, װאָס איז דאָ געשען? װאָס פֿאַר אַ מזל־טובֿ? װער איז דאָ געלעגן געװאָרן? צי חתונה געהאַט? צי אַ קנס־מאָל? צי װאָס?
סאָלאָװײטשיק: (שטופּט אָפּ פּערלען.) איזװיניטיע, מאַדאַם! (דריקט דעם שנײַדער די האַנט.) פּאָזדראַװליאַיוпоздравляю: מזל־טובֿ! (כאַפּט זיך אַרום מיט אים קושן.)
קאָלטון: (לױפֿט אַרײַן ניט טױט, ניט לעבעדיק.) האַ? װאָס? טאַקע אַן אמת? װאָס האָב איך געזאָגט? האָט איר זיך באַדאַרפֿט אָפּעסן דאָס האַרץ?! איר קאָנט דאָ זיצן און זיצן… אָט איז דער באַלעבאָס אַלײן אױך דאָ… (עס קומט אָן רב אַשר פֿײַן. קאָלטון טרעט אָפּ אױף אַ זײַט, פֿאַרלירט דעם לשון.)
רב אָשר פֿײַן: (גיט די האַנט דעם דירעקטאָר, װײַטער קײנעם ניט. רעדט מיט אים צװײ װערטער, װענדט זיך צום שנײַדער פֿון דער װײַטן.) מזל־טובֿ אײַך, הער סאַראָקער! איך בין זײער צופֿרידן, זײער צופֿרידן, װאָס בײַ מיר אין מײַן שטוב האָט אײַך באַגליקט… (עס קומט אָן סאָלאָמאָן. צום זון.) דו הערסט, ס'איז דאָך טאַקע אַן אמת!…
סאָלאָמאָן: סקאָלקאָсколько: װיפֿל? דװיעסטי טיסיאַטשдвести тысяч: 200,000?… .)די אױגן בלישטשען. צום שנײַדער פֿון דער װײַטן, זוכט מיט די אױגן דעם שנײַדערס טאָכטער.) פּאָזדראַװליאַיו! פּאָזדראַװליאַיו! (צו בײלקען, שאַרט עלעגאַנט מיטן פֿיסל.) אָסאָבענעособенно: בפֿרט בין איך גליקלעך פֿאַר אײַך. אָטשען ראַדочень рад: זײער גליקלעך, אָטשען סטשאַסליװщаслив: פֿרידלעך, מאַדמואַזעלmademoiselle: פֿרײַלין סאַראָקין…
בײלקע: (נאָך אַלץ פֿאַררױטלט. מיט אַ שמײכל.) ערשטנס, ניט סאַראָקין, נאָר סאַראָקער, און צװײטנס, װאָס איז דאָ אַזױ אױף אײַך פֿאַר אַ גדולה?
סאָלאָמאָן: װײַל, פּאָנימאַיעטיע ליпонимаете ли: איר פֿאַרשטײט… (װיל עפּעס זאָגן, קוקט זיך אום און דערזעט אױף זיך אָנגעשטעלט צװײ פּאָר אױגן פֿון די שנײַדעריונגען. די יונגען טרעטן אָפּ אָן אַ זײַט, רײדן שטיל צװישן זיך.)
מאָטל קאַסױ: נו, קאָפּל, װאָס זאָגסטו אַצינד?
קאָפּל פֿאַלבאָן: װאָס זאָל איך זאָגן? באַשערט אַ מענטשן מיטאַמאָל װערן אַ… אַ… בורזשוק! אַ מיליאָנטשיק!
מאָטל קאַסױ: איך פֿאַרגין דאָס זײ מיטן גאַנצן האַרצן. װאָס װעט אָבער איצט זײַן מיט אונדז?
קאָפּל פֿאַלבאָן: װאָס װילסטו ס'זאָל זײַן?
מאָטל קאַסױ: (קוקט אים אָן אַ װײַלע). ביסט דאָך טאַקע אַ בהמה בצורת פֿערד!…
רב אָשר פֿײַן: (צום שנײַדער.) אפֿשר דאַרפֿט איר געלט? (נעמט זיך צו דער קעשענע.)
הימעלפֿאַרב: (שפּרינגט צו.) געלט? נײן! פּאָזװאָלטיעпозвольте: לאָזט מיך! געלט ― בײַ אונדז אין באַנק. (צום שנײַדער.) איר האָט אַ קאָנטע בײַ אונדז, קאָנטאָקורענטконтокоррент: טשעקקאָנטע… (קוקט אױפֿן דירעקטאָר.)
(די װײַטערדיקע רײדן אַלע אינאײנעם.)
שמואל־יאָסע קצבֿ: (צו דעם שנײַדער.) איז װיפֿל זאָל איך אײַך שיקן פֿלײש?
משה־װעלװל באַקאַלײשטשיק: דאָס איז יאָ ― „אַז גאָט גיט מיטן לעפֿל, גיבן לײַטן מיטן שעפֿל“…
פּערל: (דערהערט, אַז מע רעדט פֿון געלט, שלאָגט זי זיך צו צו רב אָשר פֿײַן, דערנאָך צום דירעקטאָר.) אַזױ? מע צאָלט געלט? אױף געלט בין איך פֿאָרהאַנט ― איך בין אַן אַלמנה. מיר קומט פֿאַר מעל, און מעל איז דאָס נײטיקסטע פֿונעם נײטיקסטן! (צײלט אױף די פֿינגער.) אײן מאָל אַ רובל מיט צװאַנציק פֿאַר ראַזעװע מעל, און פֿינף און זעכציק קאָפּיקעס פֿאַר קאָרענע מעל, און נאָכאַמאָל פֿינף און זעכציק, און װידער פֿינף און זעכציק…
סאָלאָװײטשיק: (שלעפּט זי אָפּ.) איזװיניטיע, מאַדאַם! (דערזעט סאָלאָמאָנען לעבן בײלקען. צום שנײַדער.) פּאָסלושאַיטעпослушайте: הערט צו― האָב איך פֿאַר אײַך אַן אידעע, גאָר אַ שפּאָגל־נײַע אידעע, אָבער טשטאָ ניבוד אָסאָבענע, איך זאָל אַזױ לעבן מיט אײַך און מיט אײַער װײַב!…
שימעלע סאַראָקער: (װי צעדולט, לױפֿט אַרום פֿון אײנעם צום אַנדערן. שרײַט איבער אַלעמען.) װאַרט נאָר אױסעט אַ װײַלע! איך װעל אײַך, איך װעל אײַך אַלעמען באַװײַזן, װער איז שימעלע סאַראָקער און װאָס שימעלע סאַראָקער קאָן, און װאָס באַטײַט שער און אײַזן אונדזער פֿאָלק עמך! (צום װײַב.) נו, עטיע־מעניע, װאָס זאָגסטו, אַז מיר חלומט זיך אַ חלום?
עטיע־מעניע: װאָס דען? ביסט עפּעס אַ ייִנגעלע?
שימעלע סאַראָקער: (טוט אױס די ברילן. צו דער טאָכטער.) קינדערלעך מײַנע!… (צענעמט די הענט. קושט זיך מיט איר. צעװײנט זיך. ― לאַנגזאַם פֿאַלט דער פֿאָרהאַנג.)
אַ גרױס חדר, אַ מין קאַבינעט. כאַפּט דעם אָנבליק פֿון אַ מעבל־מאַגאַזין. װאָס פֿאַר אַ סאָרט מעבל ס'איז דאָ אױף דער װעלט ― געפֿינט זיך דאָ. אַלצדינג איז נײַ, אַלצדינג גלאַנצט. דער באַלעבאָס, שימעלע סאַראָקער, גײט אָנגעטאָן נײַ און עלעגאַנט: אַ זײַדענער כאַלאַט, נאָר־װאָס פֿון דער נאָדל אַרױס, אַ פֿילפֿאַרביקער סאַמעטענער זשילעט מיט גאָלדענע קנעפּלעך. אַלץ איז נײַ, פֿריש געפּרעסט. דאָס העמד שעמערירט. דאָס בערדל איז שטאַרק אַרומגעשױרן. גאָלדענע ברילן. אָן אַ היטל. קױם צו דערקענען דעם פֿריִעריקן שנײַדער. זײַן װײַב, עטיע־מעניע ― אײַנגעטונקען אין זײַד און אין סאַמעט, אַרומגענײט מיט די בעסטע שפּיצן־אַרבעט. אױפֿן האַלדז פּערל, אין די אױערן גרױסע דימענטענע אױעררינגלעך. אױף אַלע אַכט פֿינגער בלישטשען פֿינגערלעך. ― ער האַלט אַ ביכל, שאָקלט זיך און לײענט, װײַזט אױס, מיט גרױס אינטערעס. זי זיצט גלאַט אַזױ און שפּיגלט זיך אין איר צירונג.
עטיע־מעניע: (צום מאַן מיט אַ ניגון.) שמעון! שמעון? (ער הערט ניט. נאָכאַמאָל מיטן אײגענעם ניגון, נאָר אַ ביסל העכער.) שמעון! שמעון?
שימעלע סאַראָקער: (אָפּגעריסן זיך פֿונעם בוך, מאַכט איר נאָך מיטן אײגענעם ניגון, װאָס זי.) „שמעון! שמעון?“ סעמיאָן מאַקאַרעװיטש, ניט שמעון!
עטיע־מעניע: סעמיאָן מאַקאַרעװיטש, װיפֿל איז אױף דײַן גילדענעם זײגער?
שימעלע סאַראָקער: (נעמט אַרױס אַ גאָלדענעם זײגער.) דרײַ פֿערטל אױף עלף. װאָס איז דען?
עטיע־מעניע: גאָרניט, גלאַט אַזױ. פֿאַר דרײַ װאָכן אין דער צײַט האָבן מיר נאָך ניט געװוּסט, אַז אונדזער בילעט װעט אױסנעמען דאָס גרױסע געװינס… (קנאַקט אױס די פֿינגער יעדן באַזונדער, שפּיגלט זיך אין די בריליאַנטן. ― פּױזע.) שמעון! שמעון?
שימעלע סאַראָקער: (דרײט אױס דעם קאָפּ צו איר.) װידעראַמאָל שמעון? קאַצענער מוח! װיפֿל מאָל אַ טאָג באַדאַרף מען דיר קלאַפּן אין קאָפּ אַרײַן „סעמיאָן מאַקאַרעװיטש“! „סעמיאָן מאַקאַרעװיטש“! „סעמיאָן מאַקאַרעװיטש“!?
עטיע־מעניע: האָב קײן פֿאַראיבל ניט, סעמיאָן מאַקאַרעװיטש, װאָס טוסטו דאָרטן?
שימעלע סאַראָקער: זעסט דאָך, װאָס איך טו ― איך לײען. (קאָן ניט אָפּרײַסן זיך פֿונעם בוך.)
עטיע־מעניע: איך זע, אַז דו לײענסט. איר פֿרעג: װאָס דו לײענסט?
שימעלע סאַראָקער: און אַז איך װעל דיר זאָגן, װעסטו װיסן? איך לײען אַ געשיכטע לײען איך.
עטיע־מעניע: װאָס פֿאַר אַ געשיכטע לײענסטו?
שימעלע סאַראָקער: ניט קײן געשיכטע, נאָר אַזױ אַ באַשרײַבונג, אַ… אַ… קריטיקע ― און טשעפּע זיך אָפּ! (שאָקלט זיך און לײענט װײַטער.)
עטיע־מעניע: ביסט אַ פּנים, אױפֿגעשטאַנען אױף דער לינקער זײַט. (פּױזע.) װעדליק דו ביסט אין כּעס, האָב איך מורא, אַז דו לײענסט און װײסט ניט, װאָס דו לײענסט.
שימעלע סאַראָקער: (האַלט נאָך אַלץ אין שאָקלען זיך.) מאָל דיר, לאָז זיך דיר דאַכטן, אַז איך װײס שױן דװקא יאָ, װאָס איך לײען. איך לײען אַ קריטיקע פֿון אײנעם אַ לץ, װאָס מאַכט חוזק פֿון דער גאַנצער װעלט. און הײסן הײסט ער שלום־עליכם.
עטיע־מעניע: עליכם־שלום!… אַז ס'איז ניטאָ װאָס צו טאָן, איז דאָס אױך אַן אַרבעט! װאָס האָט ער צו דער װעלט?
שימעלע סאַראָקער: צו דער װעלט האָט ער גאָרניט. נאָר ער באַשרײַבט דאָ אײנעם אַ שנײַדער, װאָס איז געװען אַמאָל אַ קבצן אין זיבן פּאָלעס און איז מיטאַמאָל אױסגעװאַקסן, געװאָרן אַ גבֿיר…
עטיע־מעניע: זײַן טאַטנס עסק! נו, און װײַטער װאָס?
שימעלע סאַראָקער: און װײַטער גאָרניט. לצעװעט ער פֿון אים אָפּ און פֿון זײַן װײַב… אַ רעכטער ממזר! אַן אמתער עמך!…
עטיע־מעניע: מײַנע צרות אױף זײַן קאָפּ! װאָס האָט ער צום װײַב?
שימעלע סאַראָקער: ער מאַכט פֿון זײ בײדן אױסצודרײען. נאָר פֿון איר, פֿון דער שנײַדערין, מאַכט ער גאָר אַ לעמעשקע ― אַ רוח אים אין זײַט אַרײַן!
עטיע־מעניע: מאַכן זאָל זיך אים אַ מכּה ― טפֿו! איך װאָלט אַזאַ פּאַסקודסטװע אין די הענט ניט געהאַלטן… און גלאַט, װאָס איז דאָס פֿאַר אַן עובֿדה ― אַ ייִד זעצט זיך אַװעקעט אינמיטן דרינען לײענען אַ ביכל, גלײַך װי שבת נאָכן טיש, און שאָקלט זיך!…
שימעלע סאַראָקער: װאָס זשע? אַז איך װער שיִער ניט משוגע. איך זאָל האָבן עפּעס אַ טועכץ. געװױנט געװאָרן אַרבעטן ― עמך!…
עטיע־מעניע: האָסט שױן גענוג געאַרבעט. לאָזן שױן דײַנע שׂונאים אַרבעטן פֿאַר דיר! (פּױזע.) שמעון! טפֿו, מײן איך סעמיאָן מאַקאַרעװיטש! װוּהין גײען מיר הײַנט אױף דער נאַכט?
שימעלע סאַראָקער: װילסט אפֿשר אין טרעיאַטער?
עטיע־מעניע: פֿע, טרעיאַטער! (גענעצט.) סקוטשנע! איך פֿאַרשטײ ניט אַ װאָרט! מע זאָל כאָטשבי װעלן שפּילן אױף ייִדיש! בעסער אין דער „לוזיאָנע“.
שימעלע סאַראָקער: אין סינעמאַטאָגראַף מײנסטו? װאַרט אױס, אָט װעל איך מאַכן דאָס געשעפֿט מיט דער פֿילם־קאָמפּאַניע, װעלן מיר דעמאָלט שױן גײן און גײן אַלע נאַכט און אָן אַ גראָשן געלט.
עטיע־מעניע: (פֿאַרגנבֿעט.) װעסט ניט זײַן ברוגז? װעל איך דיר עפּעס זאָגן.
שימעלע סאַראָקער: איך ברוגז? אַ סך מאָל בין איך ברוגז? אַבי אַ גלײַכע זאַך, קאָנסטו זאָגן.
עטיע־מעניע: מיר געפֿעלט ניט די קאָמפּאַניע מיט די צװײ זשוליקעס, װאָס דו האָסט זיך מיט זײ סקאָמפּאַניעט…
שימעלע סאַראָקער: דו קענסט זײ דען, װאָס דו רופֿסט זײ זשוליקעס?
עטיע־מעניע: דערפֿאַר װאָס איך קען זײ ניט, האָב איר מורא, זײ זאָלן דיר ניט אָפּנאַרן.
שימעלע סאַראָקער: מיר? אָפּנאַרן? בלאָטע! ניט מיך נאַרט מען! איך מאַך מיט זײ אַ גוטן קאָנטראַקט! זײ זײַנען בײַ מיר גוט פֿאַרצװיאָקעװעט! צװײ און צװאַנציק פּונקטן! שער און אײַזן אונדזער פֿאָלק עמך!…
עטיע־מעניע: צװײ און צװאַנציק פּונקטן? און אױפֿן דרײַ און צװאַנציקסטן װעלן זײ בײַ דיר צונעמען דאָס געלט, װי מיט די הענט.
שימעלע סאַראָקער: (שױן אין כּעס.) בײַס דיר אָפּ די צונג! בהמה! הער זיך צו װאָס דו רעדסט! דו װײסט דען, װאָס דו רעדסט?
עטיע־מעניע: אָט דאָס איז דאָך די מעשׂה מיט דיר, װאָס מע קאָן מיט דיר ניט רײדן ― באַלד װערסטו אין קאַקעסכּעס!
שימעלע סאַראָקער: (אַ קלאַפּ מיט דער האַנט אין טיש.) פּעטי־מעטי! ברענג מיך ניט אַרױס פֿון די כּלים!! (שטײט אױף, שפּאַנט אַרום עטלעכע מאָל הין און צוריק.) דו פֿאַרגעסט זיך מיט װעמען דו רעדסט! דיר מאָלט זיך אױס, אַז דו רעדסט מיט שימעלע דעם שנײַדער… דו פֿאַרגעסט, אַז איך בין שױן הײַנט אױס עמך! אױס אונדזער פֿאָלק שער און אײַזן! איך בין שױן הײַנט סעמיאָן מאַקאַרעװיטש סאַראָקער, אײנער פֿון די גרעסטע, אױב ניט דער גרעסטער גבֿיר אין שטאָט!… (גײענדיק הין און צוריק גײט אים אָפּ דער כּעס.) גײ, הער, װאָס מע זאָגט אױף מיר… און די מענטשן, װאָס קומען אַרײַן צו מיר… און די געשעפֿטן, װאָס מע לײגט מיר פֿאָר ― עמך!
עטיע־מעניע : בײַ מיר ביסטו דער אײגענער, װאָס דו ביסט געװען…
שימעלע סאַראָקער: אָט דאָס איז טאַקע דער אומגליק! װאָלסט געמעגט האָבן כאָטש אַ ביסעלע מער דרך־ארץ…
עטיע־מעניע: אָט באַלד נעם איך אַראָפּ פֿאַר דיר דאָס היטל…
שימעלע סאַראָקער: (אַ מאַך מיט דער האַנט.) װאָס איז מיט דיר צו רײדן? (פּױזע.) װוּ איז ערגעץ בײלקע, מײן איך איזאַבעלעטשקע?
עטיע־מעניע: אױף װאָס דאַרפֿסטו בײלקען? מײן איך איזאַבעלעטשקען?
שימעלע סאַראָקער: איך װיל, זי זאָל מיר לײענען די פּאָטשט װיל איך.
עטיע־מעניע: װידער אַמאָל די פּאָטשט? האָסט שױן װידער באַקומען פּאָטשט?
שימעלע סאַראָקער: נאָך אַ מין פּאָטשט! (װײַזט איר אױפֿן שרײַבטיש אַ באַרג מיט ניט קײן געעפֿנט בריװ.)
עטיע־מעניע: נײטיקע בריװלעך! אַװדאי פֿון אַ ייִדן, װאָס מע האָט אים אַרױסגעטריבן פֿון דאָרף מיט װײַב און קינדער און פֿון אַן אַלמנה, װאָס איר מאַן האָט זיך געהאַנגען איבער איר, אָדער גאָר פֿון אַ מױד, װאָס ס'האָט זיך איר פֿאַרװאָלט חתונה האָבן און זי האָט ניט קײן נדן…
שימעלע סאַראָקער: נו, װאָס זשע מײנסטו? איז טאַקע אַ רחמנות אױף איר, אױף דער דאָזיקער מױד.
עטיע־מעניע: באַדאַרפֿסטו, הײסט עס, באַװאָרענען די גאַנצע װעלט?
שימעלע סאַראָקער: אױף װיפֿל איך קאָן.
עטיע־מעניע: אָט צוליב דעם טאַקע האָט דיר גאָט געגעבן דאָס גרױסע געװינס?
שימעלע סאַראָקער: צוליב װאָס דען? צוליב דעם, מיר זאָלן עסן קאַשע מיט יױך?
עטיע־מעניע: אױף װיפֿל זשע װעט דאָס דיר קלעקן?
שימעלע סאַראָקער: (שױן גאָר װײך.) נאַרעלע, דאָס געשעפֿט מיט דער פֿילם־קאָמפּאַניע װעט טראָגן אױף אַלצדינג. די גאַנצע שטאָט איז מיר מקנא. ס'אַ סבֿרה גאָר, אַז סע שמעקט מיט אַ האַלבן מיליאָן… נאָר װאָס פֿאַרשטײסטו אין די מיליאָנען? עמך?…
עטיע־מעניע: גוט איז דיר, אַז דו פֿאַרשטײסט, װאָרעם דו ביסט דאָך אױסגעװאַקסן אין מיליאָנען!
שימעלע סאַראָקער: פֿונדעסטװעגן, אָט זעסטו דאָך… (זעצט זיך אַװעק צוריק אױף זײַן אָרט, צעשאָקלט זיך, קוקט אַרײַן אינעם זעלבן בוך. אין אַ װײַלע אַרום, שטיל.) עטיע־מעניע! (אין אַ האַלבע מינוט אַרום נאָכאַמאָל, שױן העכער.) עטיע־מעניע!
עטיע־מעניע: װאָס פֿאַר אַן עטיע־מעניע בין איך דיר? אים זאָל מען רופֿן סעמיאָן מאַקאַרעװיטש, און מיך (מאַכט אים נאָך) ― „עטיע־מעניע!“ „עטיע־מעניע!“…
שימעלע סאַראָקער: (געפֿינט זיך געשלאָגן.) װאָס אמת איז אמת. האָב קײן פֿאַראיבל ניט, איך האָב גאָר פֿאַרגעסן, אַז דו הײסט שױן הײַנט ערנעסטינע יעפֿימעװנע.
עטיע־מעניע: זאָגסט דאָך אױף מיר, אַז איך בין אַ קאַצענער מוח.
שימעלע סאַראָקער: זײער גערעכט. איך בעט דיך מחילה… װײסטו װאָס איך װעל בײַ דיר בעטן, ערנעסטינע יעפֿימעװנע?
עטיע־מעניע: אַ שטײגער, װאָס װעסטו בײַ מיר בעטן, סעמיאָן מאַקאַרעװיטש?
שימעלע סאַראָקער: (מיט אַ רחמנות־פּנים.) אַ ביסל אײַנגעמאַכטס.
עטיע־מעניע: פּלוצעם אינמיטן דרינען אײַנגעמאַכטס? (שרײַט הױך אױף אַ קול.) מױד! מױ־עד? (עס עפֿנט זיך אַ זײַטיקע טיר און עס קומט אַרײַן יוכבֿד די מױד.)
יוכבֿד די מױד: (שטעלט זיך אַװעק גרױס.) מיך רופֿט איר?
עטיע־מעניע: װעמען דען רוף איך? דעם רבֿ?
יוכבֿד די מױד: איך האָב דען קײן אַנדער נאָמען ניט, אַ חוץ „מױד“?
עטיע־מעניע: און אַז „מױד“ ― װאָס שטײט דיר דאָ אַזױ ניט אָן? אַ חסרון, אַז מע איז אַ מױד? (גיט איר די שליסעלעך.) נאַ! גײ נאָר, נעם אַ שעלעכל און ברענג אײַנגעמאַכטס פֿאַרן באַלעבאָס, פֿונעם אָפֿענעם סלױ, װאָס מיט אַ שאָל צוגעדעקט און מיט אַ טיכל איבערגעבונדן.
יוכבֿד די מױד: (נעמט די שליסעלעך.) װיפֿל זאָל איך ברענגען?
עטיע־מעניע: האָסט געדינט, זאָגסטו דאָך, אין נגידישע הײַזער, באַדאַרפֿסטו אַלײן װיסן, װיפֿל אַ נגיד עסט אײַנגעמאַכטס.
יוכבֿד די מױד: פֿאַראַן אַלערלײ נגידים, פֿאַראַן אַ נגיד, װאָס עסט אױפֿן שפּיץ מעסער, װי אַ פֿײגעלע, און פֿאַראַן, איך בעט איבער אײַער כּבֿוד, נגידים חזירים, װאָס װיפֿל זײ עסן, איז זײ קאַרג.
עטיע־מעניע: עסן זאָלן דיך שױן װערעם. אַ ביסל אַ לשון פֿון אַ מױד!
יוכבֿד די מױד: (לאָזט זיך גײן מיט די שליסעלעך. שטעלט זיך אָפּ אױף אַ װײַלע, צו דער באַלעבאָסטע.) מע רופֿט מיך יוכבֿד.
עטיע־מעניע: יוכבֿד? גוט, װאָס דו האָסט מיר געזאָגט. גײ אין דער ערד אַרײַן, יוכבֿד! (יוכבֿד די מױד גײט אָפּ. ― עטיע־מעניע צום מאַן.) אַן עזות פֿון אַ דינסטמױד! (שרײַט הױך.) מענדל! מענדל! (עס קומט אַרײַן מענדל דער לאַקײ אין אַ פֿראַק מיט אַ װײַסן שניפּס אױף אַ הױכן קאָלנער. די ליפּן זײַנען בײַ אים שװאַרץ און גראָב און פֿעט באַװאַקסן. דעם קאָפּ האַלט ער אַ ביסל אױף אַ זײַט. די הענט טעלעבענדען זיך בײַ אים, װי איבעריקע.)
מענדל דער לאַקײ: (באַלעקט זיך.) מיך רופֿט איר דאָס?
עטיע־מעניע: װעמען דען רוף איך? די רביצין? גײ נאָר, גיב אַכטונג, איך האָב געשיקט די מױד נאָך אײַנגעמאַכטס. זאָל זי זיך ניט צוכאַפּן דאָרט צו שטאַרק, װי אַ הונגעריקע קאַץ צו דער סמעטענע…
מענדל דער לאַקײ: (לאָזט זיך גײן און קערט זיך אום צוריק. רעדט צום באַלעבאָס.) באַלעבאָס! די קנאַקערס װאַרטן דאָרטן אין פּערעדניע.
שימעלע סאַראָקער: װאָסערע קנאַקערס?
מענדל דער לאַקײ: אָט די צװײ, װאָס פֿונעם טרעיאַטער.
שימעלע סאַראָקער: (לײגט אַװעק דאָס בוך.) אַ? װיגדאָרטשוק און רובינטשיק? מײַנע שותּפֿים פֿון דער פֿילם־קאָמפּאַניע? פֿאַרװאָס קומען זײ ניט אַרײַן?
מענדל דער לאַקײ: (אױף די גראָבע ליפּן באַװײַזט זיך בײַ אים אַ שמײכל.) דערפֿאַר, װאָס איך לאָז זײ ניט.
שימעלע סאַראָקער: (פֿאַרװוּנדערט.) װאָס הײסט, דו לאָזט זײ ניט?
מענדל דער לאַקײ: (גאַנץ ערנסט.) אַזױ איז דער אײַנפֿיר בײַ די נגידים. אַז עמעצער קומט, איז אױב ער גײט אָרעם געקלײדט, גיט מען אים האַלדז און נאַקן און מע װאַרפֿט אים אַרױס, און אױב ער גײט שײן אָנגעטאָן, באַדאַרף מען פֿריִער דאַלאָזשען דעם באַלעבאָס, און דערנאָך ערשט, אַז דער באַלעבאָס הײסט, מע זאָל אים אַרײַנלאָזן, לאָזט מען אים אַרײַן.
שימעלע סאַראָקער: (שטױנט. צום װײַב.) ערנעסטינע יעפֿימעװנע! װאָס זאָגסטו דערױף? עמך!…
עטיע־מעניע: (צום מאַן.) װײס איך װאָס! דו האָסט זיך אַװעקגעשטעלט אױסטענהן מיט אַ משרת מיצקע דרינען, און די מױד װעט דאָרטן דערװײַלע אױפֿפֿרעסן דאָס גאַנצע אײַנגעמאַכטס. (צום משרת.) גײ טו װאָס מע הײסט דיר!
מענדל דער לאַקײ: (לאָזט זיך גײן, בלײַבט שטײן. צום באַלעבאָס.) איז װאָס זאָל איך זײ זאָגן?
שימעלע סאַראָקער: װעמען?
מענדל דער לאַקײ: די קנאַקערס.
שימעלע סאַראָקער: גאָרניט. שיק זײ אַרײַן אַהער צו צו! (מענדל דער לאַקײ אָפּ, באַגעגנט זיך אױף דער טיר מיט יוכבֿד די מױד, טונקט אײַן זײַן פֿינגער אינעם אײַנגעמאַכטס און טוט אַ לעק. יוכבֿד טוט אים אַ זעץ איבער דער האַנט, טראָגט צו דעם באַלעבאָס דאָס אײַנגעמאַכטס און לאָזט זיך גײן, בלײַבט שטײן אַ װײַלע.)
יוכבֿד די מױד: (צו דער באַלעבאָסטע.) און װײַטער גאָרנישט?
עטיע־מעניע: (צום מאַן.) װאָס איז דאָס פֿאַר אַן אָנשיקעניש? דאָס איז עפּעס אַ גאָטס שטראָף, ניט קײן מױד!.. (עס עפֿנט זיך די טיר און מענדל דער לאַקײ לאָזט אַרײַן אײנעם נאָכן אַנדערן װיגדאָרטשוקן און רובינטשיקן, און אַלײן גײט ער אָפּ. בײדע גײען אָנגעטאָן גרױסאַרטיק, געגאָלט װי אַרטיסטן, מיט צילינדערס אין די הענט, טראָגן הענטשקעלעך, גרױסאַרטיקע שניפּסן.)
שימעלע סאַראָקער: (שטײט אױף, נעמט אױף די אַרײַנגעקומענע זײער העפֿלעך.) ברוך־הבא געסט! האָט איר שױן געבראַכט מיט זיך דעם איבערגעשריבענעם קאָנטראַקט? (צום װײַב.) ערנעסטינע יעפֿימעװנע! הײס געבן נאָך אײַנגעמאַכטס און אַ ביסל װישניק אױך אין אײן װעגס. (עטיע־מעניע הײבט זיך אױף אָן חשק און גײט אַלײן נאָכן װישניק מיטן פֿאַרבײַסן. שימעלע צו די יונגעלײַט.) דעם קאָנטראַקט גיט אַהער, װעלן מיר אים דורכקוקן. (װיגדאָרטשוק נעמט אַרױס אַ פֿאַרשריבענעם פּאַפּיר.) דאָס הײסט, דורכקוקן װעט אים מײַן טאָכטער. איך בין, ניט פֿאַר אײַך געדאַכט, קורץ אין דער עבֿרי, האָב איך אַ טעכטערל, האָט מיך גאָט געבענטשט, אַ געראָטענע, איר קענט זי ― איז זי בײַ מיר מײַן גאַנצער בוכהאַלטער מיטן פּריקאַזטשיק מיטן שרײַבער מיט הכּל־בכּל… לײענט און שרײַבט און חשבונט, װי אַ װאַסער… (טראָגט זײ אונטער אַ זילבערנע פּושקע מיט פּאַפּיראָסן.) פּאַני רובינטשיק! פּאַני װיגדאָרטשוק! אַנו, פֿאַרזוכט אַקאָרשט פֿון די דאָזיקע פּאַפּיראָסן! ס'איז שױן אײנמאָל פּאַפּיראָסן, פֿון די אמתע עמך!… (בײדע יונגעלײַט הײבן זיך אױף, נעמען מיט צװײ פֿינגער צו פּאַפּיראָסן.) יאָ, איז װוּ, הײסט דאָס, האַלטן מיר אין דער הגדה? זאָגט מיר, איך בעט אײַך, מײַן ליבער װיגדאָרטשוק און מײַן טײַערער רובינטשיק, װאָס איכ'ל אײַך פֿרעגן: װי קומט איר, צװײ יונגעלײַט, ― האָט קײן פֿאַראיבל ניט, װאָס איך רײד מיט אײַך אַזױ אָפֿנטלעך און פּראָסט, ― װי קומט איר צו אַזאַ גאָלדענעם עסק, װי דאָס פֿילם־געשעפֿט?
װיגדאָרטשוק: אָ! אין דעם איז אַ גאַנצע געשיכטע…
רובינטשיק: װאָס מע קאָן זי דערצײלן אין דרײַ װערטער. מיר זײַנען, װי איר קוקט אונדז אָן…
װיגדאָרטשוק: (לאָזט אים ניט רײדן.) לאָז מיך, איך װעל זי איבערגעבן און דרײַ װערטער. איך און מײַן חבֿר רובינטשיק זײַנען מענטשן מיט געדאַנקען.
רובינטשיק: מיט קאָמבינאַציעס.
װיגדאָרטשוק: און מיר האָבן פֿון שטענדיק אָן געהאַט אַ שײַכות צי טעאַטער. איך, צום בײַשפּיל, בין געװען אַמאָל אַ מוזיקאַנט, און אַ באַרימטער מוזיקאַנט, געשפּילט אין אַלע טעאַטערן. און מײַן חבֿר רובינטשיק איז אױך ניט קײן אַבי־װער ― ער האָט געהאַלטן אַ פּאַריק־מאַכערסקי זאַװעדיעניעзаведение: געשעפֿט און פֿלעגט גײן אין טעאַטער אַרײַן גרימירן די אַקטיאָרן. איך דאַרף אים זאָגן אין די אױגן, דעם ממזר, ― ער, אַז ער פֿאַרגרימירט עמעצן, איז עס נאַטור! דערװײַל האָט זיך געטראָפֿן אַ מעשׂה. די צײַט איז געװען שלעכט, ניט הײַנט געדאַכט, ניט פֿאַר אײַך געדאַכט, האָב איך מיר באַשטעלט אין טעאַטער־קינעמאַטאָגראַף שפּילן. איך שפּיל אַ נאַכט, איך שפּיל צװײ, איך שפּיל דרײַ, איך הײב מיך אָן צוקוקן ― װאָס איז דער שׂכל פֿונעם קינעמאַטאָגראַף? לאָזט זיך אױס, אַז ס'איז אין דעם קײן שום שׂכל…
רובינטשיק: ס'אַ געלעכטער!…
װיגדאָרטשוק: (פֿאַרכאַפּט זיך.) דאָס הײסט, דער שׂכל איז אַ גרױסער שׂכל. נאָר פֿאַר דעם, װאָס װײס דעם שׂכל, איז דער שׂכל אױס שׂכל.
רובינטשיק: גאָלע גאָרניט!
שימעלע סאַראָקער: איך פֿאַרשטײ ניט ― איך בין אַ פּראָסטער עמך! ממה־נפֿשך ― אָדער מילכיק, אָדער פֿלײשיק! אָדער אַהין, אָדער אַהער! און בײַ אײַך קומט אױס ― אָט אַז ס'איז אַ גרױסער שׂכל, און אָט איז דאָס אַ געלעכטער, גאָר קײן שׂכל ניט, ― אַזױ אַז איך בין שױן צעדולט!…
װיגדאָרטשוק: (צו רובינטשיקן.) שולדיק ביסטו, אַז דו שלאָגסט מיך איבער! איך װעל זײ געבן צו פֿאַרשטײן דעם שׂכל מיט אַ גאַנג…
רובינטשיק: נו, גיב זײ צו פֿאַרשטײן, װער לאָזט דיך ניט?
שימעלע סאַראָקער: נײן! איר דאַרפֿט װיסן, אַז מיר זײַנען גרױסע בעלנים דערױף… נאָר אַז איך בין געװען אַ… ניט הײַנט געדאַכט, אַ פּראָסטער עמך, זײַנען מיר אַלע װאָך געגאַנגען אין דער לוזיאָנע, אַבי ס'איז נאָר געװען פֿאַרװאָס. און הײַנט, זינט גאָט האָט מיך באַגליקט מיטן גרױסן געװינס, איז כּמעט ניטאָ די נאַכט װאָס מיר זאָלן ניט גײן אַהין צו צו. װאָלט איר זײער װעלן װיסן, ובפֿרט איצט, אַז איך גײ אַרײַן אין דעם מיט געלט, דעם… דעם… תּמצית (מאַכט מיט די פֿינגער.) דעם שׂכל דערפֿון. דאָ מוז דאָך שטעקן עפּעס אַ קונץ, עפּעס… עפּעס… (אַ קנאַק מיט די פֿינגער.) אַ מין עמך!
װיגדאָרטשוק: געװיס און דאָ פֿאַראַן קונץ!
רובינטשיק: און נאָך װאָס פֿאַר אַ קונץ!
װיגדאָרטשוק: (לאָזט אים ניט.) לאָז זיך דינען! אָט װעל איך זײ געבן צו פֿאַרשטײן די גאַנצע זאַך אַקוראַט, זײ זײַנען אַ ייִד מיט פֿאַרשטאַנד. (רוקט זיך צו צום שנײַדער.) די זאַך איז אַ פּראָסטע זאַך. האָט איר זיך צוגעקוקט, אַז אַקעגן דער סצענע, איבער דער טיר, איז פֿאַראַן אַ לאַמטערנע מיט אַ רעדל? איז אױפֿן רעדל, װאָס סע דרײט זיך דאָרט בײַ דער לאַמטערנע, אָנגעצױגן אַ לענטע פֿון צעלולױד, אַ לאַנגע לענטע. (מאַכט מיט די הענט.)
רובינטשיק: (קוקט דעם חבֿר אין מױל אַרײַן און שאָקלט צו מיטן קאָפּ.) אַ פֿילמע הײסט עס.
װיגדאָרטשוק: איז אױף דער פֿילמע אָפּגעפֿאָטאָגראַפֿירט אַלע בילדער, װאָס איר זעט אױפֿן לײַװנט… האָט איר עס צעקײַט?
שימעלע סאַראָקער: האָט קײן פֿאַראיבל ניט, װאַרט אָפּ אַ װײַלעטשקע. איך װיל, פֿאַרשטײט איר, אַז מײַן ייִדענע זאָל אױך זײַן דערבײַ און זאָל אױך װיסן דעם שׂכל… (דרײט זיך אױס צום װײַב, װעלכע קומט אַרײַן פֿון צװײטן חדר. נאָך איר גײט נאָך מענדל דער לאַקײ מיט אַ טאַץ. אױף דער טאַץ ― אַ קאַראַפֿין רױטע משקה מיט גלעזלעך. נאָך מענדלען גײט נאָך יוכבֿד די מױד אױך מיט אַ טאַץ. דאָס אַלץ װערט אַװעקגעשטעלט אױפֿן טיש. מענדל און יוכבֿד אָפּ.)
עטיע־מעניע: אָט האָט איר װישניק, אָט שטײט אײַנגעמאַכטס. איר קאָנט נעמען, אַז איר װילט…
שימעלע סאַראָקער: מע װעט נעמען, אם־ירצה־השם, געװיס װעט מען נעמען. (גיסט אָן אין די גלעזלעך. װענדט זיך צום װײַב.) װילסט הערן דעם שׂכל פֿון „לוזיאָנע“, פֿאַרװאָס סע דרײט זיך און מיר זעען אַלצדינג אױפֿן לײַװנט, װאָס אױף דער װעלט טוט זיך אָפּ? זעץ דיך אַקאָרשט צו, װעסטו עפּעס הערן. האָסט דאָך עס ליב. דו װאָלסט דאָך דאָרט געטאָגט און גענעכטיקט!
עטיע־מעניע: און דו האָסט דאָך עס נעבעך פֿײַנט. (זעצט זיך אַװעק בײַ דער זײַט אױף אַ װײכער קושעטקע, שפּאַרט זיך אָן אױף אַ זײַדן קישעלע מיט אױסגענײטע קװײטן פֿון אַלערלײ פֿאַרבן, לײגט צונױף די הענט אַזױ, מע זאָל אַרױסזען דאָס גאַנצע ביסל צירונג.) נו, לאָמיר האָרבן.
װיגדאָרטשוק: (פֿלײַסט זיך צו זעצן מיטן פּנים קעגן דער מאַדאַם, נאָר רײדן רעדט ער צום באַלעבאָס.) איז װוּ האַלטן מיר?
רובינטשיק: בײַ דער פֿילמע האַלטן מיר, װי אַזױ דאָס רעדל דרײט זיך דאָרט בײַ דער לאַמטערנע…
שימעלע סאַראָקער: (צום װײַב.) בײַ דער טיר פֿון אױבן, אַקוראַט אַקעגן דעם לײַלעך, האָסטו געזען אַ לאַמטערנע? איז דאָרטן דאָ אַ רעדל און סע דרײט זיך. (װײַזט מיט די הענט, װי סע דרײט זיך. טוט זיך אַ נעם צום קאַראַפֿין, גיסט אָן דרײַ גלעזלעך. צו די געסט.) זאָל זיך עס דאָרטן דרײען. מיר'ן דערװײַל נעמען צו די ליפּן… לחײם! לאָז גאָט געבן, ס'זאָל זײַן אײנמאָל פֿאַר אַלעמאָל עמך!… (טרינקט. די געסט רירן זיך צו מיט די ליפּן.) אַצינד שיסט װײַטער!
װיגדאָרטשוק: אַלזאָ, נאָכאַמאָל אין קורצן. (מאָלט מיט בײדע הענט.) דאָ האָט איר אַ לײַװנט.
רובינטשיק: אָ געװײנלעכן לײַװנט.
װיגדאָרטשוק: אױף דעם לײַװנט איז ניטאָ גאָרנישט.
רובינטשיק: גאָלע גאָרנישט.
װיגדאָרטשוק: און אױף יענער זײַט לײַװנט איז אױך ניטאָ גאָרנישט.
רובינטשיק: אױך גאָרנישט! (שימעלע סאַראָקער קוקט אױפֿן װײַב איבערראַשט.)
עטיע־מעניע: (גלױבט ניט.) דאָס װעט איר שױן דערצײלן דער באָבע אײַערער! װאָס הײסט ניטאָ גאָרנישט? מיר גײען ניט אין דער „לוזיאָנע“? עס קאָסט אונדז קאַרג געלט? אַן אַנדערער װאָלט זיך עס געװוּנטשן איך װײס אַלײן ניט װאָס, ― זאָגן זײ, אַז אױף יענער זײט לײַװנט איז ניטאָ גאָרנישט! מיר זײַנען דאָך עפּעס ניט קײן קלײנע קינדער, װאָס מע װעט אונדז דערצײלן בבֿא־מעשׂיות!…
װיגדאָרטשוק: (מטושטש, שמײכלט.) האָט קײן פֿאַראיבל ניט, מאַדאַם, מיר זײַנען ספּעציאַליסטן. מיר אַרבעטן אין דעם טאָג װי נאַכט. מיר האָבן דאָס געזונט מיטן לעבן אַװעקגעלײגט דערױף.
רובינטשיק: ס'איז אונדזער פּרנסה!
שימעלע סאַראָקער: (צו װיגדאָרטשוקן.) בקיצור, נו, שיסט װערטער!
װיגדאָרטשוק: אַלזאָ ― גאָרנישט. דער רעכטער עיקר איז דאָס רעדל, װאָס דאָרט אַקעגן, בײַ דער לאַמטערנע. (דרײט זיך אױס מיטן פּנים צוריק, װײַזט מיט דער האַנט אױף דער טיר. אַלע דרײען זיך אױס צו דער טיר.) דאָרט, װוּ עס דרײט זיך די לענטע…
רובינטשיק: (דרײט מיט דער האַנט.) די פֿילמע הײסט עס… (עס עפֿנט זיך די טיר און אין דער מינוט קומט פֿאָר אַזאַ מין סצענע: עטלעכע ייִדן רײַסן זיך אַרײַנצוגײן, מענדל דער לאַקײ האַלט זײ אָפּ מיט בײדע הענט.)
מענדל דער לאַקײ: האָט צײַט אײן מינוט, ביז איכ'ל דאַלאָזשען.
די ייִדן: (אַלע אינאײנעם.) װאָס מיר דאַלאָזשען? װער מיר דאַלאָזשען? מיר דאַרפֿן האָבן אַ נדבֿה. אױף דער היגער תּלמוד־תּורה!
שימעלע סאַראָקער: (שרײַט צום לאַקײ.) נאַרישער מענדיוק, אַ רוח אין דײַן פֿאָרנט און מיטן אַרײַן! װאָס האָסטו צו די ייִדן? לאָז זײ אַרײַן! (מענדל טרעט אָפּ, נאָר ער באַװײַזט די ייִדן מיט דער האַנט אױפֿן קאָפּ, זײ זאָלן אױסטאָן די היטלען. די ייִדן קװענקלען זיך, צי זאָלן זײ אױסטאָן די היטלען, צי ניט. אַ פּאָר האָבן אױסגעטאָן, די איבעריקע נאָך ניט. גײען לאַנגזאַם.)
עטיע־מעניע: (צו די ייִדן.) װאָס'ט איר זאָגן?
שימעלע סאַראָקער: זיצט. איר קאָנט גײן אין די היטלען. מיר זײַנען נאָך ניט קײן גױים. מיר זײַנען נאָך ייִדן דערװײַלע. (די ייִדן װערן אַ ביסל שטאַרקער בײַ זיך, זעצן זיך אַװעק. אײנער פֿון זײ, דער גבאי ראשון, װענדט זיך צום שנײַדער.)
גבאי ראשון. מיר זײַנען געקומען צו אײַך, רב שמעון, אַזױ װי מיר האָבן געהערט פֿון אײַך, אַז זינט גאָט האָט אײַך געהאָלפֿן, הערט איר ניט אױף צו געבן, זײַנען מיר, די גבאָים פֿון דער היגער תּלמוד־תּורה, און מיר דאַרפֿן אַ נדבֿה דאַרפֿן מיר…
עטיע־מעניע: (נעמט זיך צו דער קעשענע. צו די ייִדן.) צו װאָס אַזאַ לאַנגע הקדמה? זאָגט, אַז איר װילט אַ נדבֿה, װעט מען אײַך געבן… אױסגאָב װעט זיך געפֿינען בײַ אײַך?
די ייִדן: (פֿרײלעך. אַלע אינאײנעם.) פֿון װיפֿל?
עטיע־מעניע: (ציט אַרױס אַ זילבערנע מטבע.) פֿון אַ פֿערציקער. (די ייִדן איבערראַשט, קוקן אײנער אױפֿן אַנדערן, בלײַבן אָן לשון.)
שימעלע סאַראָקער: (כאַפּט זיך אױף, װערט אַלערלײ קאָלירן, װיל אױסגיסן זײַן צאָרן אױפֿן װײַב, נאָר ער האַלט זיך אײַן, רעדט צו די ייִדן מיט אַ געלעכטער.) מײַן ייִדענע האָט ניט אײַנגעהערט, כאַ־כאַ, אַז איר זײַט די גבאָים פֿון דער היגער תּלמוד־תּורה. זי האָט אַ פּנים, געמײנט גלאַט אַזױ אַ נדבֿה פֿאַר אַ ייִדן… קומט, איך װעל אײַך געבן. (נעמט אַרױס אַ קלײן שליסעלע פֿון דער זשילעט־קעשענע, גײט צו צו דער אײַזערנער שאַפֿע, פּאָרעט זיך אַ װײַלע, נעמט אַרױס אַ פּעקל, פֿיר פֿינף־און־צװאַנציקער, און טראָגט עס צו צו די ייִדן.) נאַט. אָט האָט איר אַ נדבֿה און שרײַבט אַרײַן אין בוך אַרײַן מײַן נאָמען, מײַן אמתן ייִדישן נאָמען ― שמעון בר′ מאיר סאַראָקער שענקט פֿאַר דער היגער תּלמוד־תּורה אַ הונדערטער. (די ייִדן שטײען אױף אַלע איבערראַשט, דאַנקען אים זײער. אײנער פֿון זײ געפֿינט זיך צו זאָגן קױם עטלעכע װערטער.)
גבאי ראשון: רב שמעון! מיר זאָגן שהחינו וקימנו והגיענו לזמן הזה. זינט די היגע תּלמוד־תּורה איז אַ תּלמוד־תּורה, איז דאָס דער ערשטער הונדערטער. זאָל אײַך גאָט געבן הונדערט יאָר גליק און הצלחה און אַלדאָס גוטס ― אָמן.
די ייִדן: (אַלע.) ברכה און הצלחה ― אָמן. (געזעגענען זיך אָפּ פֿרײַנטלעך און גײען אָפּ. די שטימונג איז אַ געשלאָגענע. עטיע־מעניע פֿײַערט. שימעלע פֿילט זיך ניט גוט, שפּאַנט אַרום, בלײַבט שטײן.)
שימעלע סאַראָקער: (צו זיך אַלײן.) יאָ־יאָ. אַ גװאַלדאָװנער שׂכל!… מענטשן טראַכטן צו לענטע… לײַװנט… פֿילם… און דאָס לעבט! דאָס רירט זיך! עמך! (צו די יונגעלײַט.) איז װוּ האַלטן מיר, הײסט דאָס? יאָ, מיר זאָלן ניט פֿאַרגעסן. ס'איז פֿאַראַן נאָך אַ פּונקט, װאָס מײַן װײַב װעט ניט דורכלאָזן בשום אופֿן! (צום װײַב.) ערנעסטינע יעפֿימעװנע! איך װיל, אַז אין קאָנטראַקט זאָל שטײן בפֿירוש, אַז דו און איך און אונדזערע פֿרײַנד, למשל, האָבן דאָס רעכט צו גײן אין װאָס פֿאַר אַ טרעיאַטער מיר װילן, און װען מיר װילן, סײַ בײַטאָג, סײַ בײַנאַכט, בחינם, אָן אַ שום געצאָלטס, הײסט עס.
עטיע־מעניע: (פֿאַרברעכט די הענט.) אַ שײנע מעשׂה! סע שטײט נאָך גאָרניט אין קאָנטראַקט אַפֿילו?!
װיגדאָרטשוק: מע האָט פֿאַרגעסן אַרײַנשטעלן.
רובינטשיק: מאַדאַם! מע האָט גערעדט ― איז גענוג.
עטיע־מעניע: (לאָזט אױס איר כּעס צו אים.) אַזױ זאָגט איר ? און אַז ס'װעט קומען צו עפּעס, װעט איר נאָכדעם זאָגן, איר װײסט ניט!… מיר קענען אײַערע לײַט! מיר זײַנען אױך מבֿינים אױף אַ טשאַד!
שימעלע סאַראָקער: זאָגסטו, מע זאָל עס אַרײַנשטעלן? איך זאָג אױך ― אַרײַנשטעלן. (צו װיגדאָרטשוקן, װײַזט אים אָן אױפֿן שרײַבטיש.) פֿאַרקאַטשעט, זײַט מוחל, די אַרבל און שרײַבט אַרײַן.
װיגדאָרטשוק: (טוט זיך אַ װאָרף צום שרײַבטיש. שרײַבט צו אױפֿן פּאַפּיר, דערנאָך לײענט ער.) „מיר, די אונטערגעשריבענע, גיבן צו נאָך אַ פּונקט, אַז דער הער סאַראָקער, די מאַדאַם סאַראָקער, אָדער װער פֿון זײער פֿאַמיליע, האָט דאָס רעכט, סײַ בײַטאָג, סײַ בײַנאַכט, אַרײַנצוקומען און זיצן אין יעדן פֿון אונדזערע טעאַטער־קינעמאַטאָגראַפֿן בחינם, אָן געלט“. צופֿרידן? (שימעלע קוקט אױפֿן װײַב.)
עטיע־מעניע: איך װיל, אַז אין קאָנטראַקט זאָל שטײן מײַן שװעסטער פֿײגל אױך.
װיגדאָרטשוק: מאַדאַם! סע שטײט דאָך „די פֿאַמיליע סאַראָקער“!
עטיע־מעניע: איר פֿאַמיליע איז ניט סאַראָקער, איר פֿאַמיליע איז װישקראָבענקאָ.
רובינטשיק: די מאַדאַם זײַנען גערעכט.
שימעלע סאַראָקער: װי באַלד אַזױ, טאָ שטעלט אַרײַן אַלע פֿרײַנד און באַקאַנטע…
עטיע־מעניע: (כאַפּט זיך אױף.) באַקאַנטע? אָט האָסטו דיר נאָך, טאָמער איז קאַרג! אַ מכּה זײ ― זײ זײַנען ניט קראַנק צאָלן!
רובינטשיק: די מאַדאַם זײַנען פֿולקום גערעכט. (צום חבֿר.) שרײַב אַרײַן מאַדאַם װישקראָבענקאָ מיט אירע קינדער.
עטיע־מעניע: נײן; זי יאָ, די קינדער ניט. זי האָט קינדער ― מעג אױף זײ קומען אַן אױסכאַפּעניש! אײן שאַרלאַטאַן גרעסער פֿונעם אַנדערן…
רובינטשיק: די מאַדאַם זײַנען פֿולשטענדיק גערעכט! שרײַב מאַדאַם װישקראָבענקאָ ― און אַן עק.
עטיע־מעניע: װאָסער מאַדאַם? אָ שײנע מאַדאַם! נעבעך אַן עניטע, אַן אבֿיונטע, אַז אָך און װײ איז איר! (עס קומט אָן בײלקע, אָנגעטאָן פּראָסט װי אַלע מאָל.)
שימעלע סאַראָקער: גוט, װאָס דו ביסט דאָ. קום אַהער, װעסטו מיר איבערלײענען דעם קאָנטראַקט, צי ס'איז אַלצדינג דאָ, װאָס מיר האָבן נעכטן אָפּגערעדט? (בײדע יונגעלײַט שטײען אױף, גריסן בײלקען, דערלאַנגען איר דעם קאָנטראַקט און זעצן זיך צוריק אַװעק.)
בײלקע: (נעמט דעם קאָנטראַקט.) מעג איך עס לײענען פֿאַר זיך? (זעצט זיך אַװעק אין אַ שטול, לײענט פֿאַר זיך.)
שימעלע סאַראָקער: (צו די יונגעלײַט, שטיל.) זי קאָן שױן דװקא גוט!… ייִדיש און רוסיש און דײַטש, און װאָס איר װילט!… (עס קומט אַרײַן מענדל דער לאַקײ מיט אַ בוקעט.)
מענדל דער לאַקײ: צו איזאַבעלאַ סעמיאָנאָװנאַ מיט אַ קאַרטל.
בײלקע: צו מיר? (נעמט די בלומען.)
שימעלע סאַראָקער: (צופֿרידן.) בלומען? פֿון װעמען איז?
בײלקע: (לײענט דאָס קאַרטל.) סאָלאָמאָן אָסקאַראָװיטש פֿײַן. כאַ־כאַ־כאַ!
שימעלע סאַראָקער: װאָס זשע איז דער געלעכטער? (צום לאַקײ.) קאָנסט גײן. (מענדל אָפּ.)
בײלקע: װאָס זשע? ס'איז ניט קײן געלעכטער? װאָס איז גאָר פּלוצעם פֿאַר מתּנות ― בלומען? װוּ איז ער געװען פֿאַר דרײַ װאָכן אין דער צײַט, געדענקסט? אַז מע האָט בײַ אים געבעטן אַ טובֿה, ער זאָל זאָגן אַ גוט װאָרט צו זײַן פֿאָטער װעגן דירה־געלט, האָט ער פֿאַרקנײטשט מיט די פּלײצעס (מאַכט אים נאָך.)― „עטאָ דאָ מעניאַ ניע קאַסאַיעטכיאַэта до меня не касаетьхя: דאָס איז ניט מײַן עסק!“… (גיט איבער דעם פֿאָטער די פּאַפּירן.) דער קאָנטראַקט איז געשריבן אַזױ, װי מע האָט גערעדט. (װײַזט אױפֿן פּאַק בריװ, װאָס אױפֿן טיש.) אָט דאָס איז די הײַנטיקע פּאָטשט? (נעמט די בריװ צו זיך.) איך נעם עס צו זיך, דאָרט װעל איך איבערלײענען די פּאָטשט און װעל דיר נאָכדעם איבערגעבן. (פֿאַרנײגט זיך צו די יונגעלײַט, װעלכע כאַפּן זיך אױף מיט אַ טראַסק. ― בײלקע אָפּ.)
שימעלע סאַראָקער: (צו די יונגעלײַט.) אַ מאָדנע מײדל בײַ מיר!… אַן אַנדערע אױף איר אָרט אין אַזאַ ראָסקאָש!… בײַ אַזאַ עשירות!…
עטיע־מעניע: זאָג כאָטש: קײן עין־הרע ניט!
שימעלע סאַראָקער: אַ קלײדל, אַ בורנעסל, אַ היטעלע אַ נײַס, אַז מע װיל איר קױפֿן, קומט אָן מיט גרינע װערעם.― זי װיל ניט! װאָס'ט איר טאָן? (בײדע יונגעלײַט זײַנען נתפּעל.) װאָס דאַרפֿט איר מער, מע רעדט איר שידוכים ― די שענסטע, די גרעסטע ― װיל זי ניט הערן, ניט זען… שטעלט אײַך פֿאָר ― רב אָשר פֿײַן האָט איר געהאָרכט מן־הסתּם? װיל ער מיט מיר אַ שידוך טאָן ― ער שטאַרבט! דאָס הײסט, ניט אַזױ ער װיל דעם שידוך, װי זײַן זון, און ניט אַזױ זײַן זון, װי איך װאָלט אַ בעלן געװען זיך משדך זײַן מיט אַזאַ ייִדן װי פֿײַן, װאָס איך בין אַמאָל געװען זײַנער אַ שכן…
עטיע־מעניע: זאָג כאָטש: ניט הײַנט געדאַכט…
שימעלע סאַראָקער: איז דאָך גוט? אַיאָ? אַז ער װיל, און דער זון װיל, און איך װיל אױך, װאָלט מען דאָך געקאָנט ברעכן טעלער, און אַ סוף? ― זאָגט זי אָבער: לא! זי װעט זיך באַטראַכטן. (בײדע יונגעלײַט זײַנען נתפּעל ― עס באַװײַזט זיך מענדל דער לאַקײ.)
מענדל דער לאַקײ: (קײַט.) דער שלימזל איז שױן װידער דאָ.
שימעלע סאַראָקער: װאָסער שלימזל?
מענדל דער לאַקײ: סאָלאָװײטשיק דער שדכן.
שימעלע סאַראָקער: סאָלאָװײטשיק? װוּ איז ער?
מענדל דער לאַקײ: דאָרט איז ער, אין פּערעדניע.
שימעלע סאַראָקער: פֿאַרװאָס גײט ער ניט אַרײַן?
מענדל דער לאַקײ: איך האָב דאָך אײַך געזאָגט שױן, אַז איך בין ניט דאָס ערשטע יאָר אין נגידישע הײַזער, און בײַ די נגידים איז דער אײַנפֿיר, אַז…
שימעלע סאַראָקער: אַז מע דאַרף פֿריִער דאַלאָזשען? נו, האָסטו דאָך מיר שױן דאַלאָזשעט. אַצינדערט גײ רוף אים אַרײַן. (מענדל אָפּ.) אױ, אָט די פּאָראַדקעס מיט די צערעמאָניעט, הערט איר, בײַ די סטעקראַטן, צװישן אונדז גערעדט, גאָט זאָל ניט שטראָפֿן פֿאַר די רײד!… (עס עפֿנט זיך די טיר ברײט, מענדל דער לאַקײ לאָזט אַרײַן סאָלאָװײטשיקן דעם שדכן, מאַכט צו די טיר, גײט אָפּ.) ברוך־הבא, אַ ייִד אַ שדכן! מע זאָל דערמאָנען משיחן. זיצט, פּאַני סאָלאָװײטשיק.
סאָלאָװײטשיק: סאַראַ היץ הײַנט ― טשטאָ ניבוד אָסאָבענע! (באַטראַכט די יונגעלײַט.) און װער זײַנען אָט די ייִדן? עפּעס זײער קענטלעך! (דערמאָנט זיך.) אַ? דאָס זײַנען די דאָזיקע? פֿונעם טעאַטער? דאָס האָט איר מיט זײ געמאַכט דאָס געשעפֿט, װאָס די שטאָט קלינגט מיט דעם? (גיט זײ די האַנט.) װאָס זשע מאַכט איר? מע זאָגט, אַז איר זשעברעװעט געלט? (װײַזט מיט בײדע הענט.)
װיגדאָרטשוק: ע! מע זשעברעװעט געלט! גאָרנישט, מהיכא־תּיתי, מע האָט פּרנסה.
רובינטשיק: און מע לײגט אָפּ אַ קערבל.
סאָלאָװײטשיק: (צום שנײַדער.) װײס איך, װאָס הערט איר זײ! איר פֿרעגט מיך ! ס'איז אַ גאָלדן געשעפֿט! ס'איז אַ ברונען, װאָס שעפּט זיך ניט אױס! מענטשן װערן נתעשר ― זאָגן זײ, מע לײגט אָפּ אַ קערבל! (בײדע יונגעלײַט װערן ברײטער װי לענגער.)
שימעלע סאַראָקער: (צום שדכן.) זאָגט איר, אַז מע װײס שױן אין שטאָט פֿונעם פֿילם־געשעפֿט, װאָס איך מאַך? אפֿשר װעט איר פֿאַרזוכן אונדזער װישניק? (גיסט אים אָן אַ גלעזל.)
סאָלאָװײטשיק: טשטאָ זאַ װאַפּראָס! אַלע װײסן און אַלע רײדן און אַלע זײַנען אײַך מקנא. (טרינקט אױס און פֿאַרבײַסט.)
שימעלע סאַראָקער: מקנא?
סאָלאָװײטשיק: איך זאָל אַזױ לעבן מיט אײַך און מיט אײַער װײַב! װאָס זשע? כ'װעל אױסטראַכטן? מע שמועסט גאָר, אַז איר װערט אַ מיליאָנער… הלװאַי, זאָל אײַך גאָט העלפֿן! (צו די יונגעלײַט.) סעמיאָן מאַקאַרעװיטש איז אַ מענטש, װאָס האָבן ליב אַלײן גראָב צו פֿאַרדינען, און עס אַרט זײ ניט, אַז יענער פֿאַרדינט אױך. װי פֿאָניע זאָגט: לעבען און לעבען לאַסעןleben und leben lassen: לעבן און לאָזן לעבן… (צום שנײַדער.) ס'איז אײַך איצטער אַװעק דאָס גליק, סעמיאָן מאַקאַרעװיטש, װעט דאָס שױן אײַך גײן און גײן, װי אין פּסוק שטײט: החילות לנפּול, נפּול תּפּול…
שימעלע סאַראָקער: (צום װײַב.) דו הערסט װערטער? (גיסט אים אָן נאָך אַ גלעזל.)
עטיע־מעניע: (קוקט אױפֿן פֿלעשל.) איך הער, איך בין ניט טױב! (צום שדכן.) װאָס הערט זיך בעסער פֿון יענעם געשעפֿט, װאָס מיר װײסן?…
סאָלאָװײטשיק: (צו דער שנײַדערין.) װאָס זאָל זיך הערן, מאַדאַם? אױף אַלע ייִדישע קינדער געזאָגט געװאָרן! (צום שנײַדער און צו דער שנײַדערין.) אַז סאָלאָװײטשיקן פֿאַלט אײַן אַן אידעע, מעג זיך שױן איבערקערן די װעלט, װעט ער זי דורכפֿירן… אָט דאָס גײ איך פֿון דאָרט; טאַקע, פֿון די רעסטאָקראַטן… אַ פּריִאָם האָב איך געהאַט ― „מאָיאָ פּאָטשטעניעмоё поченя: מײַן כּבֿוד“, און „סאַדיטיעס“, און „פּאַפּיראָסן“, און „לעמאָנאַד“… מחמת די היץ איז טרוקן אין מױל ― טשטאָ ניבוד אָסאָבענע!… (טרינקט אױס אַ צװײטן מאָל, פֿאַרבײַסט. שימעלע טראָגט אים אונטער די פּושקע פּאַפּיראָסן.)
שימעלע סאַראָקער: הכּלל, גײט איר דאָס פֿון די פֿײַנערס. איז װוּ האַלט דאָס דאָרטן אין רער ספֿירה?
סאָלאָװײטשיק: עס האַלט שױן גוט! הלװאַי װאָלט איך שױן אַזױ געהאַלטן מיט אַלע מײַנע פּאַרטיעס, װאָס איך פֿיר… סאָלאָװײטשיקן, אַז עס פֿאַלט אים אײַן אַן אידעע! (פֿאַררײכערט דעם פּאַפּיראָס) אױב ס'איז אײַך ניט שטאַרק הײס, װעל איך אײַך דערצײלן מײַן הײַנטיקן װיזיט, װי אַזױ איך בין געקומען, און װאָס איך האָב געזאָגט, און װאָס זײ האָבן געזאָגט, און װאָס איך האָב זײ געענטפֿערט, און װאָס זײ האָבן מיר געענטפֿערט ― אונדזער גאַנצן ראַזגאַװאָרразговор: רעדעניש. (פֿאַרקאַטשעט די אַרבל, איז גרײט צעלײגן אױף טעלערלעך.)
שימעלע סאַראָקער: (האָט ניט קײן געדולד.) װאָס טױג מיר, פּאַני סאָלאָװײטשיק, ראַזגאַװאָרן? איר װײסט דאָך, אַז איך בין אַ פּראָסטער עמך בין איך, און כ'האָב ליב אָגיל־ואשׂמח ― אױפֿגענײט און אױסגעפּרעסט. איר זאָגט מיר די לעצטע שורה. דעם רעכטן שפּיץ!
סאָלאָװײטשיק: דער רעכטער שפּיץ איז ― זײ װעלן אײַך אײַנלאַדן צו זיך אױף אַ װיזיט. דאָרט װעט זײַן די גאַנצע ריסטאָקראַטיע… נאָר קודם װעלן זײ זײַן בײַ אײַך מיט אַ װיזיט, און אפֿשר נאָך הײַנט. דאָס קאָן סאָלאָװײטשיק!
שימעלע סאַראָקער: (צום װײַב.) דו הערסט? (שטיל.) מע דאַרף צוגרײטן כּל־המינים פֿאַרבײַסעכצן… (צום שדכן.) זײַט איר זיכער, אַז זײ װעלן דאָ זײַן?
סאָלאָװײטשיק: (פֿאַרטרינקט דעם אײַנגעמאַכטס.) אַזױ װי איר בין זיכער, אַז מע רופֿט מיך סאָלאָװײטשיק.
שימעלע סאַראָקער: און דער „יאַט“ אױך מיט זײ?
סאָלאָװײטשיק: (דאָס לעצטן ביסל אײַנגעמאַכטס.) טשטאָ זאַ װאַפּראָס?
שימעלע סאַראָקער: ער טאַקע, דער אַלטער הײסט עס, האָט אײַך אַלײן געזאָגט?
סאָלאָװײטשיק: טאַקע ער אַלײן, דער אַלטער הײסט עס, האָט דאָס מיר געזאָגט: „מיר'ן זײַן, זאָגט ער, בײַם הער סאַראָקער מיט אַ װיזיט, זאָגט ער, אפֿשר נאָך הײַנט, ― פֿאָרט, זאָגט ער, געװען אַמאָל אונדזערער אַ שכן…“
שימעלע סאַראָקער: טאַקע מיט דעם לשון? (צום װײַב.) גײ, זע, ס'זאָל זײַן אַלצדינג… (עטיע־מעניע אָפּ.)
סאָלאָװײטשיק: טאַקע מיט דעם לשון און מיט די װערטער ― איך זאָל אַזױ לעבן מיט אײַך און מיט אײַער װײַב!… װאָס מײנט איר ― סאָלאָװײטשיק איז עפּעס אַ ייִנגעלע?… נישט מער, איך האָב מיט אײַך צו רײדן נאָך אַ פּאָר װערטער אױג אױף אױג. (צו די יונגעלײַט.) איזװיניטיע!… (נעמט שימעלען אױף אַ זײַט.) שלשה־דבֿרים ― צװײ װערטער. (בײדע שטײען נאָענט צו דער ראַמפּע.)
שימעלע סאַראָקער: (צום שדכן.) איך װײס פֿריִער, װאָס איר װילט מיר זאָגן. איר װילט רײדן מיט מיר מכּוחן נדן, װיפֿל איך גיב?
סאָלאָװײטשיק: (רעדט שטיל.) זאָלט איר מיר געזונט זײַן, װאָס פֿאַר אַ חכם איר זײַט! און איר מײנט אַװדאי, אַז דאָס װילן זײ װיסן? אָדער דער חתן? באָזשע סאָכראַניбоже сохрани: זאָל גאָט היטן! גלאַט אַזױ… װי באַלד עס האַלט שױן אַזױ נאָענט, אָט־אָט, איז טאָמער, פּאָניטאַיעטיעпонитаете: איר פֿאַרשטײט, מע טוט מיך אַ פֿרעג, זאָל איך ניט בלײַבן שטײן, װי אַ לײמענער גולם…
שימעלע סאַראָקער: איר װײסט גאַנץ גוט, זי איז בײַ מיר אײנע, און איבער הונדערט און צװאַנציק יאָר איז עס אינגאַנצן אירס…
סאָלאָװײטשיק: פֿונדעסטװעגן, באָלי־מעני?…
שימעלע סאַראָקער: פֿופֿציק טױזנט ליגט גרײט אין טשאַסנע קאָמערטשעסקי באַנק, דאָס הײסט, ליגן ליגט דאָרטן דרײַ מאָל פֿופֿציק טױזנט, נאָר פֿופֿציק טױזנט ― דאָס איז פֿאַר דער טאָכטער באַזונדער, און אַזױ װי זי איז בײַ מיר אײנע, איז איבער הונדערט צװאַנציק יאָר, אַז מע װעט אַ רוף טאָן אַהין, זײַט זשע מוחל, עמך… (בײדע יונגעלײַט הערן זיך צו.)
סאָלאָװײטשיק: (שלאָגט אים איבער.) טשעפּוכאַ! װער רעדט פֿון אַזעלכע זאַכן? איר װעט נאָך, אם־ירצה־השם, לעבן און לעבן! איר דאַרפֿט לעבן, װאָרעם איר טוט אַ סך גוטס. מע װײס ― גוטס לאָזט זיך הערן… סליעדאָװאַטעלנאָследовательно: דערפֿאַר, פֿופֿציק טױזנט ― דאָס איז מזומן?
שימעלע סאַראָקער: קלאַפּ און צײל. בײַ מיר איז ניטאָ קײן מאַניפֿאָרגעס, פּוסטע דיבורים, צוזאָגעכצן. בײַ מיר, אַז איך זאָג געבן, גיב איך. עס איז, פֿאַרשטײט איר מיך, עמך!…
סאָלאָװײטשיק: אָדנים סלאָװאָם ― מיר האָבן שױן פֿון אַלצדינג אָפּגערעדט. סליעדאָװאַטעלנאָ, קאָן איך שױן גײן װײַטער. איך דאַרף נאָך לױפֿן און לױפֿן, רײדן און רײדן. זײַט מיר געזונט און מאַכט גוטע געשעפֿטן! פּראָשטשאַיטיעПрощайте: זײַט געזונט! אם־ירצה־השם, אינגיכן אױף אַ קנס־מאָל… (צו די צװײ שותּפֿים.) אײַך װינטש איך צו האַלבע מיליאָן אױף אַ חלק, און אײַער שותּף ― אַ גאַנצן מיליאָן! דאָסװידאַניאַдосвидание: זײַט געזונט, פּראָשטשאַיטיע! (אָפּ.)
שימעלע סאַראָקער: (צו די יונגעלײַט.) האָט קײן פֿאַראיבל ניט ― בײַ מיר אַ שטוב, קײן עין־הרע, אַלע מאָל נײַע מענטשן מיט נײַע געשעפֿטן… איצט דאַרף מען זיך אַ נעם טאָן צו אונדזער אײגענעם געשעפֿט. (טוט אָן די ברילן, פֿאַרקאַטשעט די אַרבל, גײט צום טיש.) באַדאַרף מען, הײסט עס, טאָן אַ דעליקאַטע אַרבעט ― לײגן דעם טאַטן. (שרײַבט זיך אונטער אױפֿן פּאַפּיר. נאָך אים שרײַבן זיך אונטער בײדע שותּפֿים.) און איצט באַדאַרף מען, הײסט עס, אײַך געבן די ממתּקים… דאָס ביסל מינץ… (גײט צו דער אײַזערנער קאַסע.) דאַרף איך אײַך זאָגן, מײַנע ליבע שותּפֿים, אַז קײן מזומן געלט, ניט אױסגערעדט זאָל זײַן, האָב איך ניט… אַן אײַזערנע קאַסע האָב איך טאַקע, נאָר אַזעלכע געלטער האַלט איך ניט בײַ זיך אין דער הײם. דערױף איז דאָ, פֿאַרשטײט איר מיך, אַ באַנק… (עפֿנט אױף די קאַסע, נעמט אַרױס אַ טשעקביכל.) די טשאַסנע קאָמערטשעסקי באַנק. דאָרטן האַלט איך מײַן גאַנצן קאַפּיטאַל, און װען איך דאַרף, און װיפֿל איך באַדאַרף ― שרײַב איך אױסעט אַ טשעק, גיט מען מיר… (לײגט אַװעק דאָס טשעק־ביכל אױפֿן טיש.) נאָר װאָס דען? אַז עס קומט צו שרײַבן רוסיש, בין איך קורץ אין דער עבֿרי. דערױף האָב איך אַ טאָכטער, איז זי בײַ מיר, װי איר װײסט שױן, מײַן גאַנצער בוכהאַלטער. (עס קומט אָן עטיע־מעניע.) טו נאָר אַ רוף אַהער בײלקען אױף אַ מינוטקעלע. זי דאַרף מיר עפּעס אָנשרײַבן.
עטיע־מעניע: איזאַבעלעטשקע? מיר דאַכט, אַז זי איז ניטאָ אין דער הײם. אָט װעל איך גײן אַ קוק טאָן. (גײט אָפּ.)
שימעלע סאַראָקער: ניט גוט, הערט איר, אַז מען איז אַ בלינדער מענטש… אַז מע קען ניט שרײַבן קײן רוסיש, איז נאָך ערגער, װי אָן אַ בריל… (פּױזע.) אָדער שאַ? װײסט איר װאָס? אפֿשר װאָלט געװען אָ סבֿרה, אַז איר זאָלט זײַן אַזױ גוט, אָן האָט איר אײַך אַ טינט און פֿעדער, און זיך מטריח זײַן טאַקע אַלײן אױסשרײַבן אָט־אָ־דעם טשעק? װער פֿון אײַך קאָן בעסער שרײַבן? (װיגדאָרטשוק און רובינטשיק טוען זיך בײדע אַ װאָרף צום שרײַב־טיש. װיגדאָרטשוק נעמט זיך צום טינט און פֿעדער. שימעלע טוט אָן די ברילן, טײַט מיטן פֿינגער אין טשעק־ביכל, װי אַ מענטש, װאָס איז קלאָר אין הלכות טשעקס.) אָט דאָ, אין דער רעכטער האַנט, זעט איר? זײַט זשע מוחל, שטעלט אַװעק מיט ציפֿער פֿופֿצן טױזנט… אײן אײנס, מיט אַ פֿינף, מיט דרײַ ― יאָ, מיט דרײַ נולן. אָט אַזױ… און דאָרטן, אונטן, שטעלט אַװעקעט מיט װערטער פּעטנאַצעט טיסיאַטשיпетнацет тысячи: פֿופֿצן טױזנט… רובלײ דאַרף מען ניט ― סע שטײט שױן. אָט אַזױ… האָט איר געשטעלט? אַצינד גיט, זײַט מוחל, די פּען אַהערצו, װעלן מיר װידעראַמאָל אַװעקלײגן דעם טאַטן. (פֿאַרקאַטשעט װידער די אַרבל, חתמעט פּאַװאָלינקע, שװיצט.) אוף! פּשוט אײַנגעמידט זיך הײַנט שרײַבנדיק. (פֿאָכעט מיטן טשעק אין דער לופֿטן.) און װער איז שולדיק ― טאַקע מײַן טאַטע אַלײן. ער, עליו־השלום, האָט ניט געװאָלט מיר לערנען שרײַבן. מיך מע זאָל געװען לערנען שרײַבן, װאָלט איך געװען אײן שרײַבער אין דער װעלט. אַ סימן האָט איר ― נעמט דאָס גרעסטע געשעפֿט אין דער װעלט, װעל איך עס אײַך אַרומנעמען מיטן קוק…
װיגדאָרטשוק: (געזעגנט זיך.) ס'איז בײַ אײַך זעלטענע פֿעיִקײטן!
רובינטשיק: (געזעגנט זיך.) אַ טאַלאַנט! אַ באַזונדערער טאַלאַנט!
שימעלע סאַראָקער: (שטאַרק צופֿרידן. קװעטשט זײ די האַנט.) טאַקע? אַז עבֿירה װאָס מײַן ייִדענע איז דאָ ניטאָ. זי װאָלט כאָטש געהערט, װאָס לײַט זאָגן… (גיט איבער דעם טשעק צו װיגדאָרטשוקן. רובינטשיק קוקט אין אים אַרײַן. װיגדאָרטשוק דערלאַנגט דעם חבֿר אין זײַט אַרײַן מיטן עלנבױגן, לײגט אַרײַן דעם טשעק צו זיך אין טײַסטער אַרײַן, װערט באַמערקבאַר נערװעז, פֿאַרשפּיליעט זיך און קלײַבט זיך געזעגענען.)
װיגדאָרטשוק: מיר האָבן צוגענומען בײַ אײַך אַזױ פֿיל צײַט…
רובינטשיק: און אָנגעדולט אַ קאָפּ…
שימעלע סאַראָקער: װאָס רעדט איר? מיר האָבן דאָך עפּעס געמאַכט אַ געשעפֿט מיט גאָטס הילף!
װיגדאָרטשוק: און אַ גוט געשעפֿט דערצו!
רובינטשיק: אַ גלענצנדעס!
שימעלע סאַראָקער: הײַנט װאָס זשע רעדט איר? װי באַלד אַזױ, מוז מען פֿאַרן אַװעקגײן אױסטרינקען כאָטש נאָך צו גלעזלעך פֿון אָט דעם דאָזיקן װישניק (גיסט אָן דרײַ גלעזלעך שטײענדיק) און צוּװינטשן זיך, אַז דער האַלבער מיליאָן זאָל זיך ניט לאָזן לאַנג װאַרטן און די שטאָט זאָל װיסן, װאָס הײסט עמך!… (קלינגען מיט די גלעזער, טרינקען שטײענדיק.) אַצינד קאָנט איר גײן געזונטערהײט און זײַט מצליח… (װיגדאָרטשוק און רובינטשיק געזעגענען זיך העפֿלעך, גײען אָפּ. שימעלע באַגלײט זײ צו דער טיר. ― אין אַ האַלבע מינוט קומט אַרײַן עטיע־מעניע.)
עטיע־מעניע: אָט באַלד קומט אַהער בײלקע. (קוקט זיך אַרום.) און װוּ זײַנען די צװײ שלימזלען? שױן אַװעקגעגאַנגען? און װער האָט דיר אָנגעשריבן דאָס, װאָס מע דאַרף? צי דו האָסט דאָס אָפּגעלײגט אױף אַן אַנדערש מאָל?
שימעלע סאַראָקער: װאָס פֿאַר אָפּלײגעכצן? איך האָב פֿײַנט אָפּלײגן! בײַ מיר איז אומר־ואוכל ― אױפֿגענײט און אױסגעפּרעסט! עמך!…
עטיע־מעניע: װער זשע האָט דיר אָנגעשריבן?
שימעלע סאַראָקער: טאַקע זײ אַלײן. איך האָב געזאָגט און זײ האָבן געשריבן.
עטיע־מעניע: (אַ פּליעסק מיט די הענט.) זײ האָבן געשריבן? װער װײס, װאָס זײ האָבן דיר דאָרטן אָנגעשריבן. האָסט ניט געקאָנט װאַרטן אױף איזאַבעלעטשקען? (אױף די װערטער קומט אָן בײלקע.)
בײלקע: איך בעט אײַך, רופֿט מיך ניט איזאַבעלעטשקע, רופֿט מיך בײַ מײַן אמתן נאָמען בײלקע, אַזױ װי איך הײס!
עטיע־מעניע: שױן! אָט האָסטו דיר די אַנדערע טעג יום־טובֿ! מיר זײַנען דען די, װאָס מיר זײַנען געװען?
בײלקע: אָט דאָס איז טאַקע די צרה, מאַמע, װאָס מיר זײַנען ניט די, װאָס געװען. דאָס הײסט, זײַן זײַנען מיר טאַקע די אײגענע װאָס געװען, נאָר מײנען מײנען מיר, אַז מיר זײַנען ניט מיר… דעריבער טוען מיר ניט דאָס, װאָס מע דאַרף, גײען ניט אַהין, װוּ מע דאַרף, און נעמען אױף ניט דעם, װאָס מע דאַרף, און דער װאָס איז אונדזער גלײַכן און אונדזער אמתער פֿרײַנד ― יענעם לאָזן מיר אין שטוב ניט אַרײַן…
עטיע־מעניע: (צום מאַן.) עפּעס רעדט זי פֿאַרשטעלט, אַזױ מאָדנע, אַז מע קאָן גאָרניט פֿאַרשטײן!…
שימעלע סאַראָקער: (צום װײַב.) װי קומסטו צו פֿאַרשטײן, אַז מיר רײדן? (צו דער טאָכטער.) פֿונדעסטװעגן אײנס צום אַנדערן געהער זיך ניט אָן ― אַז מ'עט אונדז אײַנלאַדן צו די פֿײַנערס מיט אַ װיזיט, און װער שמועסט, אַז זײ װעלן אַלײן זײַן בײַ אונדז מיט אַ װיזיט, װעסטו מסתּמא זיך ניט אָפּזאָגן מיט אונדז מיטצוגײן ― פֿאָרט רב אָשר פֿײַן!
בײלקע: דאָס װעלן מיר זען… מיר'ן זיך נאָך באַטראַכטן ― אָדער איכ'ל מיטגײן, אָדער איכ'ל ניט מיטגײן…
שימעלע סאַראָקער: (אױפֿגעבראַכט.) װאָס הײסט, דו װעסט ניט מיטגײן? און װוּ בין איך? בין איך אַ טאַטע, צי נײן?
עטיע־מעניע: (װיל מאַכן שלום.) װײס איך װאָס, זעט נאָר אַ ביסל! אײדער מע האָט געכאַפּט דעם בער, קריגט מען זיך שױן פֿאַר דער פֿעל… די פֿײַנערס זײַנען נאָך דערװײַל בײַ אונדז ניט געװען. און אונדז האָט מען נאָך ניט גערופֿן, און צו טעלער ברעכן איז נאָך װײַט…
שימעלע סאַראָקער: (נאָך מער אין כּעס.) מזל־טובֿ! אָט איז זי אױך דאָ! (צום װײַב.) װער בעט דיך פֿאַר אַ רודף־שלומניצע? (צו דער טאָכטער.) מיר װעלן זיך מיט דיר ניט קריגן, װי מיר האָבן זיך ניט געקריגט ביז אַהער קײנמאָל… מיר, עמך, װײסן, אַז מיט גוטן מאַכט מען תּמיד בעסער װי מיט בײזן… דו זאָג מיר, טאָכטער, װאָס איז מיט דיר דער מער, װאָס זינט גאָט האָט באַגליקט מיטן גרױסן געװינס, זע איך ניט, דו זאָלסט זײַן צופֿרידן, אױפֿגעלײגט, גליקלעך, עפּעס גלײַך װי גאָרנישט איך האָב אױסגענומען דעם הױפּט־טרעפֿער…
בײלקע: װאָס האָסטו געװאָלט? איך זאָל טאַנצן אין די גאַסן?…
שימעלע סאַראָקער: װער זאָגט דען טאַנצן אין די גאַסן?… איך מײן, דו װאָלסט באַדאַרפֿט עפּעס אַזױ… (װײַזט מיט די הענט.) עפּעס לעבן… עפּעס, עפּעס ― עמך…
בײלקע: איכ'ל דיר זאָגן דעם גאַנצן אמת, טאַטע. אַז דו צװינגסט מיך, איך זאָל דיר זאָגן, װעל איך דיר זאָגן… עס גײט מיר ניט אײַן… ס'איז מיר קײן זאַך ניט ליב… קײן זאַך ניט טײַער… אַלצדינג איבער נױט… יעדע זאַך מיט גװאַלד… דעם, װאָס איך װיל זען, קאָן איך ניט… דעם, װאָס איך זע, װיל איך ניט… איך קאָן מײַן האַרץ ניט עפֿענען, װאָרעם איר'ט מיך ניט פֿאַרשטײן… איר װילט מיך ניט פֿאַרשטײן און קאָנט מיך ניט פֿאַרשטײן, װאָרעם דאָס גרױסע געװינס האָט אײַך אַזױ דעם קאָפּ פֿאַרדרײט, אַז איר זעט ניט די װעלט פֿאַר זיך… װאָס איז װײַס זעט אײַך אױס שװאַרץ, און װאָס שװאַרץ זעט אײַך אױס װײַס…
שימעלע סאַראָקער: קומט אױס, אַז ס'איז גאָר אַן אומגליק, װאָס איך האָב אױסגענומען דאָס גרױסע געװינס?…
בײלקע: פֿאַר װעמען ס'אַ גליק, פֿאַר װעמען אַן אומגליק… אײַער גליק איז מײַן אומגליק… (כּמעט דורך טרערן.)
שימעלע סאַראָקער: (חזרט איבער אירע װערטער.) אונדזער גליק איז איר אומגליק… (צום װײַב.) װאָס זאָגסטו דערױף? פֿאַרשטײסט עפּעס אַ װאָרט?
עטיע־מעניע: (צום מאַן.) דו זאָגסט דאָך, אַז נאָר איך פֿאַרשטײ ניט, און אַז דו פֿאַרשטײסט אַלצדינג… דאָס זאָגט זי דיר, זי גיט דיר אָנצוהערעניש, אַז זי װיל ניט מיטגײן צו די גבֿירים ― זי האָט זײ פֿײַנט…
שימעלע סאַראָקער: (חזרט איבער אירע װערטער.) דו? און איך זאָג אַנדערש! (העכערט מיט אַ טאָן.) איך, אַז איך זאָג גײן ― גײט מען! (אַ זעץ אין טיש.) עמך!… שער און אײַזן!…
בײלקע: (כאַפּט זיך בײַם קאָפּ.) אומגליקלעכע װאָס איך בין! (אַנטלױפֿט.)
עטיע־מעניע: נו? צו װאָס האָסטו עס באַדאַרפֿט? צערײצט אַ קינד…
שימעלע סאַראָקער: (כאַפּט זיך אױף װי אַן אָפּגעבריטער.) פּעטי־מעטי! ברענג מיך ניט אַרײַן אין כּעס!…
עטיע־מעניע: זאָג מיר נאָר, װאָס סטראַשעסטו מיר מיט דײַן כּעס?
שימעלע סאַראָקער: דרך־ארץ! האַלט ס'מױל! דאַכט זיך, דו װײסט, װער איך בין? עמך!!…
עטיע־מעניע: זע נאָר, װער עס האַלט זיך גרױס! נאָדל־פֿאָדעם האָט דיר געלאָזט גריסן!…
שימעלע סאַראָקער: (אױסער זיך.) מיר זאָגסטו אַזעלכע װערטער?! מיר?! װאָס אַ יעדער נעמט אַראָפּ דאָס היטל, אַז איך גײ אין גאַס?!
עטיע־מעניע: יעדער, נאָר ניט איך. בײַ זיך ביסטו אפֿשר אַ פּריץ, בײַ מיר ― אַ שנײַדער אַ פּאַלגוץ!
שימעלע סאַראָקער: שװײַג, דו צרה, װאָרעם איך װעל דיר װײַזן, װער איך בין!
עטיע־מעניע: װער די כּפּרה ― דו קאָנסט דאָס ניט דערלעבן!
שימעלע סאַראָקער: טפֿו זאָלסטו װערן!
עטיע־מעניע: טפֿו זאָלסטו װערן! (עס עפֿנט זיך די טיר און עס באַװײַזט זיך מענדל דער לאַקײ.)
מענדל דער לאַקײ: (קײַט.) אין זאַל װאַרטן אױף אײַך געסט.
שימעלע סאַראָקער: (אַ כאַפּ אױף.) געסט?
עטיע־מעניע: װאָסערע געסט?
מענדל דער לאַקײ: דער הער פֿײַן, די מאַדאַם פֿײַן…
שימעלע סאַראָקער: (מיט אַמאָל אױסגעניכטערט זיך.) װאָס זשע שװײַגסטו? (צום װײַב.) ערנעסטינע יעפֿימעװנע! הײס שטעלן דעם סאַמאָװאַר! הײס דערלאַנגען װישניק און װײַן און אײַנגעמאַכטס, אַלערלײ אײַנגעמאַכטסן!… (װיל זיך לאָזן גײן.)
עטיע־מעניע: (שלעפּט דעם מאַן צוריק.) װוּהין פֿליסטו? אין אַ כאַלאַט װילסטו אױפֿנעמען אַזעלכע געסט? (צום לאַקײ.) װאָס שטײסטו, װי אַ לײמענער גולם? זעסט דאָך, דער באַלעבאָס גײט אין כאַלאַט. טראָג אים אַרײַן אַהער די קאַפּאָטע! (מענדל אָפּ.) און איך װעל דערװײַל גײן אױפֿנעמען די געסט. (מאַכט זיך צורעכט אַקעגן שפּיגל. גײט אָפּ. ― מענדל דער לאַקײ ברענגט אַ שװאַרצן סורדוט, טוט אָן דעם באַלעבאָס. שימעלע פֿאַרשפּיליעט זיך אױף אַלע קנעפּלעך. בײגט זיך און נײגט זיך, מאַכט אַ רעפּעטיציע, װי אַזױ ער װעט אַרײַנקומען און פֿאַרשטעלן זיך פֿאַר די געהױבענע געסט. הינטער זײַנע פּלײצעס מאַכט אים מענדל נאָך מיט אַלע פּישטשעװקעס. מיט ברײטע טריט לאָזט זיך שימעלע סאַראָקער צו דער טיר. מיט די זעלבע טריט גײט נאָך מענדל. ― דער פֿאָרהאַנג פֿאַלט.)
אַ פֿאָדער־צימער פֿאַרצױגן מיט אַ צװײטן פֿאָרהאַנג, אַזױ אַז װי נאָך דאָס ערשטע בילד איז צום סוף. הײבט זיך באַלד אױף דער צװײטער פֿאָרהאַנג, און דאָס צװײטע בילד פֿון דריטן אַקט קען אָנהײבן צו גײן זײַן װעג גלײַך, אָן אַנטראַקט. דאָס פֿאָדער־צימער דאַרף זײַן לאַנג גענוג, אַנטהאַלט אַ טישל מיט אַ שפּיגל, אַ הענגער און אַ קאָרב אױף שטעקלעך מיט שירעמס. אַ װאַנטזײגער און אַ פּאָר שטולן פֿון שטרױ. אױפֿן פֿאָרהאַנג אַ צוגעמאַכטע טיר, געמאָלט. אײנער אָדער צװײ אַרײַנגאַנגס פֿון די זײַטן. בײַ דער אױסגעמאָלטער טיר שטײט מענדל דער משרת. לעבן אים, אין אַ פּאָזע פֿון אונטערטעניקײט, שטײען בײדע שנײַדער־יונגען, מאָטל קאַסױ און קאָפּל פֿאַלבאָן, װישן זיך דעם שװײס, דינגען זיך מיט מענדל דעם לאַקײ, װאָס האַלט די הענט איז די קעשענעס, קײַט און זעט אױס, װי אַ מענטש, װאָס האָט אַ סך צו זאָגן.
מענדל: װי איר זעט מיך אַ שװימענדיקן, בײַ אַן אַנדערן װאָלט איך ניט גענומען פֿאַר אַזאַ זאַך ― איר זאָלט מיר אָנשיטן אָט די שטוב מיט גאָלד. און ערשט נאָכדעם װאָלט איך אים געגעבן דעם װעג. װאָרעם… װאָרעם איר װײסט גאָרניט, װאָס פֿאַר אַ שטרענגער באַלעבאָס דאָס איז! (בײדע יונגען איבערראַשט.)
מאָטל קאַסױ: שימעלע סאַראָקער אַ שטרענגער באַלעבאָס? איר טרײַבט קאַטאָװעס!
קאָפּל פֿאַלבאָן: איר מאַכט פֿון אונדז חוזק!
מענדל דער לאַקײ: חוזק? לאָז יענעם אױסװאַקסן אַ חוזק אױף דער נאָז! ער האָט מיר אָנגעזאָגט אפֿשר טױזנט מאָל, אַז אַ ייִד פֿון אַ גאַנץ יאָר, װאָס גײט ניט רײַך אָנגעטאָן, זאָל ניט אַריבערטרעטן די שװעל… און טאָמער אַ בעל־מלאָכה, למשל, אַ שנײַדער ― זאָל איך אים טרײַבן האַלדז אין נאַקן! (בײדע יונגען שטױנען.)
מאָטל קאַסױ: (צום חבֿר.) װאָס זאָגסטו דערױף? װאָלסט זיך געגלױבט, אַ שטײגער?
קאָפּל פֿאַלבאָן: אַ מענטש בײַט זיך, באַקומט מען געלט, װערט מען אַ בורזשוק גלײַך מיט אַלע בורזשוקעס.
מאָטל קאַסױ: (נעמט אַרױס דאָס בײַטעלע, קראַצט אַרױס אַ מטבע, גיט איבער דעם לאַקײ.) נאַט אײַך, לאָז שױן זײַן, װי איר זאָגט…
קאָפּל פֿאַלבאָן: אַבי גײט און רופֿט זי אַרױס אַהער צו צו.
מענדל דער לאַקײ: (באַטראַכט די מטבע, באַהאַלט אין קעשענע.) איז װעמען, זאָגט איר, זאָל איך אַרױסרופֿן? גאָר זי, די באַרישני, הײסט עס, צי…?
מאָטל קאַסױ: נאָר זי. נאָר זי.
קאָפּל פֿאַלבאָן: קײן אַנדערן דאַרף מען ניט!
מענדל דער לאַקײ: און װאָס זאָל איך איר זאָגן?
מאָטל קאַסױ: זאָגט איר, אַז צװײ בחורים װאַרטן אױף איר, דאַרפֿן איר זאָגן נאָר צװײ װערטער.
קאָפּל פֿאַלבאָן: ניט גלאַט בחורים, נאָר בחורים, װאָס האָבן געאַרבעט מיט איר דרײַ יאָר בײַ אײן טיש.
מענדל דער לאַקײ: (קײַט, באַטראַכט זיך.) נײן. בחורים אַלײן טױג ניט. מאַלע װאָסערע בחורים ס'איז דאָ אױף דער װעלט! מע דאַרף האָבן נעמען! נעמען דאַרף מען!
מאָטל קאַסױ: װי באַלד אַזױ, טאָ זאָגט איר: מאָטל קאַסױ און קאָפּל פֿאַלבאָן דאַרפֿן אײַך זען.
קאָפּל פֿאַלבאָן: אױף צװײ װערטער, ניט מער.
מענדל דער לאַקײ: (חזרט.) מאָטל פֿאַלבאָן און קאָפּל קאַסױ, מאָטל פֿאַלבאָן און קאָפּל קאַסױ.
מאָטל קאַסױ: (פֿאַרריכט אים.) ניט מאָטל פֿאַלבאָן און קאָפּל קאַסױ, נאָר פֿאַרקערט.
קאָפּל פֿאַלבאָן: מאָטל קאַסױ און קאָפּל פֿאַלבאָן.
מענדל דער לאַקײ: אַהאַ! און דאָס װאָרט „בחורים“ מוז געזאָגט װערן נעפּרעמעננאָнепременно: אַקוראַט? (בײדע בחורים הײבן אָן צו װערן נערװעז.)
מאָטל קאַסױ: דערװײַל גײט דאָך בײַ אײַך אַװעק די צײַט.
קאָפּל פֿאַלבאָן: און עס קאָן אָנקומען ער אַלײן…
מענדל דער לאַקײ: פֿאַר אים האָט קײן מורא ניט ― ער איז גאָר ניטאָ אין דער הײם. געגאַנגען שפּאַצירן, געמאַכט אַ געשעפֿט, אַ גװאַלדאָװנע געשעפֿט! אַװעקגעקױפֿט אַלע טרעיאַטערס, װאָס אין שטאָט! אַלע טרעיאַטערס װעלן שױן איצט זײַן אונדזערע… אַז איר װעט װעלן גײן אין טרעיאַטער, דאַרפֿט איר פֿריִער אָנקומען צו אונדז. (בײדע בחורים קוקן זיך איבער.) און מיר, אַז מיר'ן װעלן, װעלן מיר אײַך אַרײַנלאָזן, און אַז מיר'ן ניט װעלן, װעט איר אַ ברירה האָבן שטײן אין דרױסן. איר שפּילט זיך מיט אונדז? (זעט, אַז די בחורים װערן ניט נתפּעל פֿון דעם, פּרוּװט ער װײַטער.) דאָס װײסט איר, אַז מיר זײַנען רײַכער פֿון די פֿײַנערס? זײ שלאָגן אונדז אָפּ די טירן… פֿריִער האָבן זײ געשיקט צו אונדז דעם שדכן דרײַ מאָל אַ טאָג… דערנאָך זײַנען זײ אַלײן געקומען… אַלץ צוליבן שידוך… זײ גײען אױס… זײ זײַנען גאָר די כּפּרה נאָך אונדזער באַרישני! און זײער בנאָק ― ביז אַהער! (װײַזט אױף די אױערן.) נעמט אײַן אַ מיתה־משונה! און זי אין אים ― אױך פֿאַרכליאַפּעט.
מאָטל קאַסױ: פֿאַרליבט?
קאָפּל פֿאַלבאָן: שױן לאַנג? פֿון װען אָן?
מענדל דער לאַקײ: פֿון װען אָן ― װײס איך ניט. נאָר ס'איז טאָג װי נאַכט בײַ זײ קוצעניו־מוצעניו, אָדער ער צו איר, אָדער זי צו אים, און גאָר געקאָצקעט זיך, און נאָר געסמאָצקעט זיך… איז װי אַזױ זאָל איך איר זאָגן? צװײ בחורים ― קאָטל פֿאַסױ, מאָפּל פֿאַלבאָן? טפֿו! איך האָב מיך פֿאַרפּלאָנטעט איבער אײַך! אַז איר דרײט מיר אַ מוח!…
מאָטל קאַסױ: זאָגט ניט קײן נעמען; זאָגט נאָר „צװײ בחורים“ ― און אַ סוף!
קאָפּל פֿאַלבאָן: אַבי אַן עק זאָל עס האָבן!
מענדל דער לאַקײ: בײַ מיר האָט איר געפּועלט. איך גײ. נאָר טאָמער מאַכט זיך, עס קומט אָן אַהער די כאָלערע…
מאָטל קאַסױ: װאָסער כאָלערע?
קאַפּל פֿאַלבאָן: ער מײנט אַװדאי עטיע־מעניען?
מענדל דער לאַקײ: װאָסער עטיע־מעניע? עטיע־מעניע פֿאַרגעסט! זי הײסט שױן ניט עטיע־מעניע, נאָר ערנעסטינע יעפֿימעװנע. (גײט און קערט זיך אום צוריק.) זיצט דערװײַל אָט־אַ־דאָ־אָ, אָדער אָט־אַ־דאָ. (באַזעצט זײ, גײט און קײַט און חזרט.) מאָקל פֿאַסױ, פּאָטל פֿאַלבאָן, קאָטל פֿאַסױ, מאָפּל פֿאַלבאָן… (אָפּ. בײדע שנײַדער־יונגען זעצן זיך אַװעק פֿאָרזיכטיק אױף די שטרױענע שטולן, רײדן צװישן זין שטיל.)
מאָטל קאַסױ: אַ מאָדנע לאַקײ!
קאָפּל פֿאַלבאָן: עפּעס אַ חושים! (פּױזע.)
מאָטל קאַסױ: װער װעט אָנהײבן פֿריִער, איך צי דו?
קאָפּל פֿאַלבאָן: הײב דו אָן פֿריִער, דערנאָך װעל איך.
מאָטל קאַסױ: ס'װעט קומען צו עפּעס, װעסטו אױסכאַפּן פֿריִער.
קאָפּל פֿאַלבאָן: איך װעל ניט כאַפּן. פֿון װאָס װילסטו אָנהײבן?
מאָטל קאַסױ: איך װעל אָנהײבן אַזױ… (שטײט אױף. הוסט זיך אױס. רעפּעטירט מיט אַ ציטערדיקער שטימע.) „דאָס, װאָס מיר זײַנען געקומען, בײלקע, דאָס, װאָס ס'האָט אונדז געבראַכט אַהער, געהער זיך ניט אָן מיט קײנעם…“
קאָפּל פֿאַלבאָן: „נאָר מיט אײַך אַלײן.“
מאָטל קאַסױ: (צום חבֿר.) נו, דו װילסט רײדן, רײד דו! (זעצט זיך אַװעק.)
קאָפּל פֿאַלבאָן: נײן, רײד דו, רײד!
מאָטל קאַסױ: װאָס זשע שלאָגסטו מיך איבער? (שטײט אױף, הוסט זיך אױס, לײגט אַװעק די האַנט אױפֿן האַרצן, רעפּעטירט װײַטער.) „דאָ האַנדלט זיך נאָר װעגן אײַך, בײלקע, װעגן אײַער גליק, װעגן אײַער גורל אױפֿן גאַנצן לעבן. ס'איז ניט אונדזער עסק זיך אַרײַנמישן אין פֿרעמדע געשעפֿטן ― מיר װײסן דאָס. נאָר מיר האָבן זיך ניט געקאָנט אײַנהאַלטן מער, װײַל מיר זײַנען געװױרע געװאָרן, אַז איר פֿאַרבינדט זיך, אָדער אַנדערע פֿאַרבינדן אײַך אױפֿן גאַנצן לעבן מיט אַ מענטשן, װאָס איז אײַך ניט װערט… ניט װערט צו זײַן מיט אײַך אונטער אײן דאַך, צו עטעמען מיט אײַך אײן לופֿט…“
קאָפּל פֿאַלבאָן: גוט געזאָגט!… און אַז זי װעט דיך אַ פֿרעג טאָן: אַקעגן װאָס איז דאָס געקומען צו רײד?
מאָטל קאַסױ: װעל איך איר זאָגן דעם גאַנצן אמת, אַזױ װי מיר האָבן זי בײדע ליב שױן פֿון װײס איך װען אָן, מיר גײען אױס…
קאָפּל פֿאַלבאָן: מיט לײַב און לעבן! (הערט זיך צו מיט אײן אױער.) שאַ! מיר דאַכט, זי גײט…
מאָטל קאַסױ: (הערט זיך צו.) װער? בײלקע? (פֿאַרשפּיליעט זיך אױף אַלע קנעפּלעך, גרײט אַרױסצוטרעטן, הוסט זיך אױס. עס קומט אָן בײלקע. די יונגען גײען אַקעגן.)
בײלקע: (ציט זײ אױס בײדע הענט.) גוט, װאָס איר זײַט געקומען! גאָט אַלײן האָט אײַך געבראַכט!… װוּ זײַט איר געװען ביז אַהער? כ'האָב שױן אַלע אױגן אַרױסגעקוקט אױף אײַך! איך האָב שױן פֿאַרלױרן די האָפֿענונג…
מאָטל: װאָס װײסט איר, בײלקע, נשמהניו, די צרות װאָס מיר האָבן?
קאָפּל: מע לאָזט דען צו צו אײַך?
בײלקע: װער?
מאָטל: אָט דער שומר־ישׂראל אײַערער!
בײלקע: אַך! װאָס װײסט איר, װאָס פֿאַר אַ שטוב ס'איז געװאָרן! און מײַנע צרות האָבן דען אַ שיעור?!
מאָטל: מיר שלאָגן זיך צו אײַך שױן פֿון װײס איך װען, שלאָגן מיר זיך…
קאָפּל: װי דורך אײַזערנע טױערן…
מאָטל: (צו קאָפּלען.) שלאָג זשע מיר ניט איבער! (קאָפּל װערט אַנטשװיגן.) מיר האָבן אײַך געװאָלט זאָגן… איר װײסט ניט, װי אַזױ איר זײַט אונדז טײַער, אונדז אײַנגעבאַקן אין האַרצן!…
קאָפּל: װי אַ שװעסטער! װי אַן אײגענע שװעסטער!
בײלקע: ניט דאָס… נײן… ניט איצט איז די צײַט דערױף… איצט דאַרף מען מיך ראַטעװען.
מאָטל: מיר זײַנען גרײט פֿאַר אײַך אױף אַלצדינג!
קאָפּל: אין פֿײַער און אין װאַסער!…
בײלקע: אָט, אָט, אָט! אָט דאָס איז דער עיקר! איר דאַרפֿט מיר העלפֿן זיך ראַטעװען פֿון דאַנען, אַרױסראַטעװען פֿון דער דאָזיקער שטוב! איר װײסט ניט, װאָס פֿאַר אַ שטוב ס'איז געװאָרן! און װאָס פֿאַר אַ מענטש דער טאַטע איז געװאָרן! זינט ער האָט אױסגענומען דאָס גרױסע געװינס, איז אים ניט צו דערקענען! איך האָב אים קײנמאָל ניט געזען אַזױ אין כּעס… איצט ― אַ מינדסטע זאַך, װערט ער אױפֿגערעגט מיט סכּנות! לאָזט קײן װאָרט ניט רײדן! קײן קאָפּ ניט אױפֿהײבן! און דער עיקר ― ער װיל מיר פֿאַרשלײערן פֿאַר אָט־אָ־דעם־אָ… (פֿאַרשטעלט זיך.)
מאָטל: מיר װײסן! מיר האָבן שױן געהערט! מיר װײסן אַלצדינג!…
קאָפּל: אָט דער בורזשוק! ― ניט דערלעבן זאָל ער!…
בײלקע: ער איז דאָ געװען ניט לאַנג… זײ זײַנען דאָ אַלע געװען… געבעטן אונדז צו זיך… צוגעזאָגט, אַז מיר'ן זײַן… האָב איך אָבער געזאָגט דערנאָך, אַז איכ'ל ניט זײַן ― האָט דער טאַטע אונדז אָפּגעשפּילט אַ װיװאַט ― ס'איז געװען אַלצדינג: געשרײען, און טרערן, און װאָס איר װילט… נאָר איך האָב זיך אַװעקגעשטעלט אײנמאָל פֿאַר אַלעמאָל ― נײן, און נײן, און נײן! װאָס בין איך? עפּעס אַ קוקלע, װאָס איכ'ל זיך לאָזן קױפֿן, צי פֿאַרקױפֿן?…
מאָטל און קאָפּל: (בײדע.) גערעכט!… זײער גערעכט!
בײלקע: איך װעל ניט גײן! ― איך װעל ניט גײן אין ערגעץ!… איכ'ל אַנטלױפֿן פֿון זײ! איכ'ל לױפֿן אין דער װעלט אַרײַן ― װוּהין די אױגן װעלן מיך טראָגן! דעם דריטן טאָג אַ שטיקל ברױט ― אַבי ניט… (פֿאַרשטעלט זיך מיט בײדע הענט דאָס פּנים, װײנט שטיל.)
מאָטל: בײלקע! נשמהניו! האַרצעניו! װײנט ניט! מיר'ן אײַך העלפֿן!
קאָפּל: אין פֿײַער און אין װאַסער!
בײלקע: (אױפֿגעלעבט.) װעט איר מיר העלפֿן? איך האָב געװוּסט, אַז איר װעט מיר קומען צו הילף!… איך װיל זײ אָנלערנען!… טאַקע מײַן טאַטן מיט מײַן מאַמען װיל איך אָנלערנען!… איך װיל זײ אָנשרעקן! מאַכן אַ סקאַנדאַל!… אַנטלױפֿן! אין מיטן נאַכט אַנטלױפֿן!… ניט װײַט, אין דער צװײטער שטאָט, אין דער ערשטער סטאַנציע ― נאָר אַנטלױפֿן!… אױ, װעלן זײ זיך איבערשרעקן! אױ, װעלן זײ מיר זוכן! דעמאָלט װעל איך אױספֿירן אַלץ, װאָס איכ'ל װעלן!…
מאָטל: אױ, לעבן זאָלט איר, בײלקע, װאָס פֿאַר אַ חכמה איר זײַט!
קאָפּל: קלוג װי די װעלט!
בײלקע: װעט איר מיר העלפֿן לױפֿן?
מאָטל און קאָפּל: װען?
בײלקע: כאָטש אַפֿילו הײַנטיקע נאַכט!… זײ װעלן אַװעקגײן אַהין, איך װעל בלײַבן אַלײן… װעט איר זײַן גרײט אָט דאָ אונטער מײַן פֿענצטער (װײַזט מיט דער האַנט.) איר דאַרפֿט צוגרײטן אַ פֿור… און איר דאַרפֿט דאָך געלט. (נעמט זיך צו דער קעשענע.)
מאָטל און קאָפּל: (בײדע.) װאָס געלט? װער געלט? מע דאַרף ניט ― מיר האָבן געלט!…
בײלקע: געדענקט זשע, װי באַלד זײ גײען אַװעק, עפֿן איך דאָס פֿענצטער… אױ, די מאַמע גײט! (טוט זיך אַ װאָרף אין אײן זײַט. פֿון דער אַנדערער זײַט קומט אָן עטיע־מעניע. בײדע בחורים בלײַבן װי געלײמט.)
עטיע־מעניע: (באַטראַכט זײ.) זע נאָר! קאָפּל? מאָטל? אַװדאי צו מײַן מאַן? װאָס זשע מאַכט איר? בײַ װעמען אַרבעט איר? פֿאַרװאָס זיצט איר ניט? ממה־נפֿשך, אַז איר זײַט שױן דאָ, מעגט איר זיך צוזעצן אױף אַ װײַלע… איר װילט זען מײַן מאַן? הײַנט קאָנט איר אים ניט זען… מאָרגן אױך ניט… איבערמאָרגן אױך ניט… מחמת ער איז תּמיד זײער באַשעפֿטיקט. ער האָט געמאַכט אַ קאָנטראַקט מיט אַ גאַנצער קאָמפּאַניע דאָרטן… אַ געשעפֿט. אַ גרױס געשעפֿט. זײער אַ גרױס געשעפֿט!…
מאָטל קאַסױ: יאָ, מיר װײסן.
קאָפּל פֿאַלבאָן: מיר האָבן שױן געהערט.
עטיע־מעניע: װאָס האָט איר געהערט?
מאָטל קאַסױ: אַז רב שמעון האָט געמאַכט אַ גרױס געשעפֿט.
קאָפּל פֿאַלבאָן: אַװעקגעקױפֿט די גאַנצע שטאָט.
מאָטל קאַסױ: מיט אַלע טעאַטערס.
קאָפּל פֿאַלבאָן: און מיט אַלע האָטעלן…
עטיע־מעניע: (איבערראַשט.) װער האָט דאָס אײַך געזאָגט?
מאָטל קאַסױ: אַלע זאָגן!
קאָפּל פֿאַלבאָן: די גאַנצע שטאָט!
מאָטל קאַסױ: פֿון אײן עק ביזן אַנדערן.
קאָפּל פֿאַלבאָן: עס קאָכט, װי אַ קעסל!
עטיע־מעניע: קאָכן זאָל זײ אין האַרצן און אין בױך! פֿון װאַנען װײסן זײ שױן אַזױ גיך? אַ פּנים, דער שדכן האָט צעפּױקט ― אָט אַ לאַנגע צונג!… איז קאָנט איר אים, מײַן מאַן, הײסט עס, איצטער ניט זען. נאָר אױב איר דאַרפֿט אים שטאַרק האָבן, קאָנט איר זאָגן מיר.
מאָטל קאַסױ: מיר דאַרפֿן גאָרנישט ניט.
קאָפּל פֿאַלבאָן: מיר זײַנען אַרײַנגעקומען גלאַט אַזױ.
עטיע־מעניע: צו גאַסט, הײסט עס? מהיכא־תּיתי. זײער שײן פֿון אײַך. אָנקוקן קאָן איך ניט אָט־אָ־יענע־אָ, די קבצנים, די שלעפּערס, גאָט זאָל ניט שטראָפֿן פֿאַר די רײד, װאָס װיפֿל מע גיט זײ און װיפֿל מע טוט זײ, איז זײ קאַרג, װי אין אַ לעכעריקן זאַק… האָט איר, הײסט עס אַלצדינג? עס טוט מיר הנאה! און ס'איז זײער פֿײַן פֿון אײַך, װאָס איר פֿאַרגעסט ניט אײַערע אַלטע באַלעבאַטים. קומט אַרײַן אַמאָל. װײסט איר װען? אם־ירצה־השם, יום־טובֿ… (בײדע בחורים קוקן זיך איבער, שטײען אױף.) דעמאָלט װעט מײַן מאַן זײַן פֿרײַ… נאָר איר זאָלט ניט רײדן מיט אים פֿון דעם, װאָס ס'איז געװען אַמאָל. ס'איז אים ניט אײַנגענעמען… איר פֿאַרשטײט דאָך, קײן פֿינגער אין מױל דאַרף מען אײַך ניט אַרײַנלײגן ― איר'ט אים אָפּבײַסן… (די בחורים רוקן זיך מיטן הינטן צו דער טיר. װישן זיך דעם שװײס.) גײט געזונטערהײט און זײַט געזונט. געדענקט זשע, למען־השם, יום־טובֿ, אם־ירצה־השם, װעט איר זײַן אָנגעלײגטע געסט. איך װעל אײַך מכבד זײַן מיט װישניק און מיט אײַנגעמאַכטס… גײט געזונט. זײַט געזונט! (עטיע־מעניע גײט אָפּ רעכטס. די שנײַדער־יונגען נעמען זיך לינקס און אַקוראַט בײַם אַרײַנגאַנג באַגעגענען זײ זיך מיט שימעלע סאַראָקער, װאָס קומט אָן פֿון גאַס מיטן אױבערראָק און מיטן שטעקל.)
שימעלע סאַראָקער: אַ! ברוך־הבא, געסט! װאָס טוט איר דאָ אין מיטן מיטװאָך שבת־צו־נאַכטס? און פֿאַרװאָס זעט מען אײַך ניט די גאַנצע צײַט? װאָס באַהאַלט איר זיך? עמך ― אונדזער פֿאָלק, שער און אײַזן…
מאָטל קאַסױ: צו אײַך צוטרעטן איצט איז װי צו אַ קײסער! מיר זײַנען דאָ געװען װיפֿל מאָל, לאָזט ער אונדז ניט צו.
שימעלע סאַראָקער: װער?
קאָפּל פֿאַלבאָן: אָט דער בײנברעכער, דער משרת.
שימעלע סאַראָקער: װאָס האָרכט איר אים? איר גײט גלײַך! איר זײַט דאָך פֿון מײַנע לײַט ― עמך!…
מאָטל קאַסױ: און ער זאָגט, אַז איר האָט אים אָנגעזאָגט, אַז טאָמער קומט צו גײן אַ שנײַדער, זאָל מען אים געבן האַלדז אין נאַקן…
קאָפּל פֿאַלבאָן: בשם־אלקי־ישׂראל ― צו אַלדע שװאַרצע יאָר!
שימעלע סאַראָקער: (אױסער זיך.) איך האָב אַזױ געזאָגט? איך? (כאַפּט דאָס גלעקל און קלינגט װי אױף אַ שׂרפֿה. עס קומט צולױפֿן ניט טױט און ניט לעבעדיק עטיע־מעניע.)
עטיע־מעניע: װער קלינגט דאָס? (דערזעט די בחורים.) איר זײַט נאָך דאָ? (די יונגען װילן זיך אַרױסרוקן. שימעלע האַלט זײ צו.)
שימעלע סאַראָקער: דאָס האָב איך געקלונגען… װוּ איז ערגעץ, דער שײנער לאַקײ, דער לץ, דער שמינדער בגעץ?…
עטיע־מעניע: װאָס איז דען? װאָס דאַרפֿסטו אים?
שימעלע סאַראָקער: דאַרפֿן דאַרף איך אים אױף טישטשע כּפּרות! איך האָב אים נאָר געװאָלט געבן אַ װיסטן, אַ פֿינצטערן סוף ― ער זאָל מיר אױפֿהערן טרײַבן מענטשן פֿון שטוב! (צו די יונגען.) װאָס זשע מאַכט איר עפּעס גוטס? שױן לאַנג פֿאַרבענקט זיך נאָך אײַך… פֿאָרט געאַרבעט בײַ אײן װאַרשטעקװאַרשטאַט אַזאַ צײַט… קומט אַרײַן, װעלן מיר אַ ביסל זיצן, שמועסן, נעמען צו קאַפּלעך, עמך…
עטיע־מעניע: משוגע מײַנע שׂונאים! װער װעט דיך לאָזן אַצינדערט־אָ אַפֿילו אַ טראָפּן צו די ליפּן? האָסט פֿאַרגעסן, אַז אָט באַדאַרפֿן מיר גרײטן זיך צו אַזאַ װיזיט?… (אַ קוק אױפֿן זײגער.) און ס'איז טאַקע צײַט אָנהײבן אָנצוטאָן זיך… מאָטל און קאָפּל װעלן קײן פֿאַראיבל ניט האָבן ― זײ זײַנען הײמישע מענטשן ― זײ װעלן בעסער אַרײַנקומען אַן אַנדערס מאָל…
מאָטל און קאָפּל: (צופֿרידן, בײדע אינאײנעם.) בעסער אַן אַנדערס מאָל.
שימעלע סאַראָקער: (ציט זײ אױס די האַנט.) פֿאַרגעסט זשע ניט דעם זײַ־געזונט און קומט אַרײַן שבת… נאָר גײט גלײַך. פֿרעגט ניט קײנעם. קוקט ניט אױף דעם גיהנום־שמשׂ, װאָס בײַ דער טיר. אַז ער װעט אײַך ניט צולאָזן, זאָלט איר אים װײַזן, װער איז עמך!… (בײדע יונגען אָפּ אין אײן זײַט. שימעלע אָפּ אין דער צװײטער זײַט. עטיע־מעניע קלינגט אין גלעקל. עס קומט אַרױס יוכבֿד די מױד.)
עטיע־מעניע: אָט־דאָ־אָ, זעסטו, גײ, ברענג די באַרשט, קער אױס, רױם אױף, און מאַך, ס'זאָל זײַן רײן.
יוכבֿד די מױד: (קוקט זיך אײַן.) אַװוּ? דאָ איז, דאַכט זיך, גענוג רײן! װאָס זאָל איך דאָ קערן? װאָס זאָל איר רױמען?
עטיע־מעניע: מױד! מע זאָגט דיר, זאָלסט רײניקן ― דאַרפֿסטו רײניקן! האָסט דאָך געזען צװײ שלימזלען זײַנען דאָ נאָר װאָס געזעסן, אָנגעפּאַסקודיעט מיט זײערע שטיװאַלעס ― שטעלט זי זיך אַװעקעט פֿרעגן שאלות װוּ און װאָס! (די מױד קנײטשט מיט די פּלײצעס, גײט אָפּ. עס קומט אָן בײלקע, דעם קאָפּ פֿאַרבונדן מיט אַ װײַסע פֿאַטשײלע.)
בײלקע: (האַלט זיך בײַם קאָפּ.) װאָס איז דאָ פֿאַר אַ קלינגערײַ?
עטיע־מעניע: דאָס האָב איך גערופֿן די מױד אַהער… (אומרויִק.) װאָס האַלטסטו זיך בײַם קאָפּ, טאָכטער?
בײלקע: גאָרניט, ס'װעט איבערגײן!…
עטיע־מעניע: (נאָך מער אומרויִק.) פֿילסטו ניט קײן פֿיבער, חס־וחלילה? אַ קעלט אין לײַב?
בײלקע: קײן פֿיבער ניט, נאָר אַזױ אַ ביסל קאַלט…
עטיע־מעניע: פֿילסטו ניט, ס'זאָל דיר ברעכן די בײנער? אָדער ס'זאָל חלילה שטעכן אין אַ זײַט?
בײלקע: די בײנער זאָלן ברעכן ― דאָס ניט. נאָר אין דער זײַט שטעכט אַ ביסל…
עטיע־מעניע: (פֿאַרברעכט די הענט.) װײ איז מיר ― ס'איז די פֿלענציע! (עס קומט אַרױס פֿון שטוב שימעלע מיט אַ װײַס העמד אַריבער די הױזן, האַלט זיך בײַם קאָלנער.)
שימעלע סאַראָקער: (דעם קאָפּ אַרױף, זעט ניט די טאָכטער.) עטיע־מעניע – טפֿו! מײן איך ערנעסטינע יעפֿימעװנע! װוּ ביסטו? װאָס פֿאַר אַ מין העמד האָסטו מיר צוגעגרײט? מיט אַ קאָלנער אױף דערװאָרגן צו װערן? עס שפּאַרן מיר אַרױס די אױגן פֿון קאָפּ! כאָטש טו זיך אָן אַ מעשׂה! כאָטש שרײַ עמך!
עטיע־מעניע: גײ, טו אױס, װעל איך דיר געבן אַן אַנדער העמד. װאָס דאַרף מען שרײַען?
שימעלע סאַראָקער: (האַלט זיך בײַם האַלדז.) דיר איז גרינג צו זאָגן אַן אַנדער העמד! ניט אַהין, ניט אַהער ― אַ רײנער עמך!… (דערזעט די טאָכטער.) װאָס איז דאָס? דעם קאָפּ פֿאַרבונדן?
עטיע־מעניע: דאָס קינד איז ניט געזונט. זי האָט פֿלענציע…
בײלקע: צו דער אינפֿלוענציע איז נאָך װײַט… אַ ביסל ניט געזונט…
שימעלע סאַראָקער: (פֿאַרגעסט אין קאָלנער.) װאָס זשע שװײַגט מען? פֿאַרװאָס לײגסטו זיך ניט צו? לאָז מען שיקן נאָכן דאָקטער! (קלינגט.)
בײלקע: צו װאָס? מע דאַרף ניט. ס'װעט איבערגײן אַזױ… איך װעל זיך צולײגן ― טאָמער װעל איך זיך איבערשלאָפֿן… מיך ניט װעקן…
עטיע־מעניע: לײג דיך צו, שלאָף געזונט, מ'עט דיך ניט װעקן… (בײלקע אָפּ.)
שימעלע סאַראָקער: (באַאומרויִקט צום װײַב.) אפֿשר װאָלטן מיר פֿאָרט געשיקט נאָכן דאָקטער? (עס קומט אָן מענדל.) גײ, מענדל, טו אַ שפּרונג אױף אײן פֿוס, ברענג אַהער דעם דאָקטער.
עטיע־מעניע: לאָז שױן זײַן שפּעטער, אַז מיר'ן קומען פֿונעם װיזיט, איצטער לאָז זי בעסער שלאָפֿן… (צו מענדלען.) מע דאַרף ניט רופֿן דעם דאָקטער. (מענדל בלײַבט שטײן.)
שימעלע סאַראָקער: טאָמער װאָלטן מיר אָפּגעלײגט דעם װיזיט אױף אַן אַנדערס מאָל?
עטיע־מעניע: בײַ מיר האָסטו געפּועלט. איך דאַרף דעם װיזיט אינגאַנצן אױף כּפּרות…
שימעלע סאַראָקער: װאָס הײסט? נו, און דער שידוך? געהאָרעװעט, געשלאָגן זיך קאָפּ אָן װאַנט, געאַקערט מיט דער נאָז די ערד, געקומען צום רעכטן שפּיץ, לאָזט זיך אױס עמך!…
עטיע־מעניע: װי באַלד אַזױ, גײ זשע טו זיך אָן! (עס קומט אָן יוכבֿד די מױד מיט אַ באַרשט, מיט אַ פֿלעדערװיש און מיט אַ נאַסע שמאַטע.) זע נאָר, אַ מױד! מע האָט איר געזאָגט אַ ביסל צוקערן, איז זי געקומען מיטן גאַנצן קלאַפּער־געצײַג!
שימעלע סאַראָקער: איז װאָס זשע זאָגסטו? זאָל מען ניט שיקן נאָכן דאָקטער? (צום משרת.) װאַרט אױס אַ װײַלע! (צום װײַב.) טאָמער איז דאָס טאַקע אינפֿלוענציע?
עטיע־מעניע: האָסט דאָך געהערט, אַז דאָס קינד װיל שלאָפֿן… זי האָט געבעטן, מע זאָל זי ניט װעקן.
שימעלע סאַראָקער: נע מאַלע באַבאַ כלאָפּעטיне мала баба хлопеты: די אַלטע איז ניט געװען קײן פּראָבלעם ― זיך געקױפֿט ליכאָ נאַ מפֿטיר… צו װאָס האָט מיר געטױגט דער גאַנצער טאַרעראַם מיטן גאַנצן עמך? (אָפּ אין שטוב אַרײַן. נאָך אים עטיע־מעניע. מענדל דער לאַקײ און יוכבֿד די מױד קוקן זיך איבער אָן װערטער, כאַפּן זיך מיט די הענט בײַ די זײַטן און פֿאַרגײען זיך אין אַ לאַנען געלעכטער, װאָס גײט אַלע מאָל העכער, קרעשטשענדאָ. עס װערט אױף אַ װײַלע אױסגעלאָשן דאָס ליכט. אין דעם אױגנבליק װערט פֿאַרשװוּנדן די דעקאָראַציע און עס אַנטשטײט דאָס צװײטע בילד פֿונעם דריטן אַקט אומאונטערגעבראָכן.)
אַ נגידיש הױז. אַ שײן־באַלױכטענער זאַל, דער באַלעבאָס, רב אָשר פֿײַן, אַ פֿאַרפֿונדעװעטער גבֿיר, אַ ייִד מיט אַ בײַכל און מיט אַ ליסינע, אַ גרױסער שװײַגער, לאָזט ניט אַרױס דעם ציגאַר פֿון מױל, זיצט אַרום אַ גרין טישל מיט דרײַ געסט און מע מאַכט אַ פּרעפֿעראַנצל. די איבעריקע אַריסטאָקראַטישע געסט זיצן אַרום די שפּילער, קוקן אַרײַן אין די קאָרטן מיט גרױס אינטערעס. פֿון די שפּילער הערן זיך נאָר אײנציקע װערטער מיט פּױזן: „זיבן פּיק“… „פּאַס“… „זעקס טרעף“… „פּאַס“… „פּאַס, פּאַס“… בײַ אַ צװײטן טיש, אױף װעלכן עס ליגן אַלערלײ אַלבומען, גרױסע און קלײנע, זיצט די מאַדאַם פֿײַן, פּונקט דער היפּוך פֿון איר מאַן: אַ גרינע, אַ דאַרע, נאָר אײַנגעטונקען אין בריליאַנטן, מיט אירע געסט, די װײַבער פֿון די אַריסטאָקראַטן, אַלע אױסגעפּוצט און באַהאַנגען מיט צירונג. די דאַמען זיצן סטאַטעטשנע װי אמתע אַריסטאָקראַטקעס, בלעטערן די אַלבומען. נאָר אַ פּאָר פֿון זײ זיצן פֿון בײדע זײַטן בײַ דער מאַדאַם פֿײַן און פֿירן מיט איר אַ געשפּרעך אין אַ האַלבער שטימע. די איבעריקע דאַמען, װאָס זײַנען פֿאַרטיפֿט כּלומרשט אין די אַלבומען, הערן זיך צו צום געשפּרעך מיט אײן אױער און קוקן זיך איבער צװישן זיך פֿילדײַטיק, מאַכן דערבײַ מאָדנע גרימאַסן. קאָלטון, יעפֿים פּאַנטעלעמאָנאָװיטש, האָט זיך צוליב דער שׂימחה, װאָס בײַ די פֿײַנס, אָנגעטאָן גרױסאַרטיק, אין אַ פֿראַק מיט אַ װײַסן שניפּס און מיט װײַסע הענטשקעס, און גענומען אױף זיך די ראָלע פֿון אַן אָבער־אױפֿזעער, װאָס באַדינט די געסט ניט אַלס דינער, חלילה, נאָך אַלס גוטער פֿרײַנד פֿונעם הױז. ער האַלט זיך פֿון דער װײַטן, נאָר גדולדיק, מעשׂה אופּראַװליאַיושטשיуправляющий פֿאַרװאַלטער װאָס האָט צו שאַפֿן איבער אַלעמען און איבער אַלץ. סאָלאָװײטשיק דער שדכן איז אױך דאָ: אָנגעטאָן יום־טובֿדיק, שײַנט, זיצט ניט אײַן אױף אײן אָרט.
מאַדאַם פֿײַן: מע דאַרף ניט זײַן שײן, מע דאַרף ניט זײַן קלוג; מע דאַרף נאָר האָבן גליק.
ערשטע דאַמע: אַקעגן װאָס איז דאָס געקומען צו רײד, גערטרודאַ גריגאָריעװנאַ?
מאַדאַם פֿײַן: (לאָזט דורך פֿאַרבײַ.) איר פֿאַרשטײט? מײַן מאַן האָט אָן אַ שיעור װיגרישנעвыгрышны: לאָטעריע בילעטן פֿון װײס איך װען אָן. האָט ער ניט געװוּנען. און דער, מיט רעספּעקט צו מעלדן, האָט מער ניט װי אײן בילעט, דאַרף זײַן בילעט אַקוראַט אױסנעמען, און דװקא דאָס גרױסע געװינס! (די זײַטיקע דאַמען קוקן זיך איבער און שמײכלען פֿילדײַטיק.) איר װעט מיר גלײבן צי נײן? נאָר איך פֿאַרזיכער אײַך, אַז דעם טאָג, װאָס מע האָט מיר אָנגעזאָגט די בשׂורה, אַז דאָס גרױסע געװינס האָט אױסגענומען אָט דער… סאַראָקער, בין איך געװען אַ טױטע. פֿריִער האָב איך ניט געגלױבט. דערנאָכדעם, אַז מײַן מאַן איז געקומען, און מײַן סאָלאָמאָן נאָך אים, און האָבן מיר געזאָגט, אַז זײ האָבן אַלײן געזען מיט זײערע אױגן דעם דירעקטאָר גאָלדענטאָלער, און אַז ער האָט זײ אַלײן געזאָגט, אַז די מעשׂה איז אמת, איז מיר געװאָרן, מיט רעספּעקט צו מעלדן, אַזױ שלעכט, אַז ס'איז מיר אָפּגעגאַנגען אַ מינוט צו חלשן! אַ גאַנצע נאַכט דערנאָכדעם האָט מען מיר געלײגט קאַלטע האַנטיכער. איך האָב באַקומען אַ מין ספּאַזמע, צי װאָס… און נאָך איצט, אַז איך דערמאָן זיך, גײט מיר איבער אַ פֿראָסט איבערן לײַב…(די זײַטיקע דאַמען שאָקלען מיט די קעפּ „אײַ־אײַ־אײַ!“.)
ערשטע דאַמע: ער איז דאָך אָט־אָט, זאָגט מען, אײַער מחותּן, גערטרודאַ גריגאָריעװנאַ!
מאַדאַם פֿײַן: (לאָזט דורך פֿאַרבײַ.) דאָס אײגענע איז מיט שידוכים… איך האָב תּמיד געבעטן גאָט, אַז פֿאַר מײַן סאָלאָמאָן זאָל ער מיר צושיקן אַ שידוך פֿון דער פֿרעמד, פֿון אַ גרױסער שטאָט, מיט אַ גרױסע משפּחה… אַזאַ זון, װי מײַן סאָלאָמאָן… איך באַדאַרף אים ניט לױבן ― מע קען אים… צום סוף מישט זיך אַרײַן אין מיטן דער שׂטן, ליובאָװлюбовь: ליבע, מיט רעספּעקט צו מעלדן!… (די זײַטיקע דאַמען מאַכן אַ גרימאַסע; אײנע פֿון זײ שטילערהײט: „אַ ליובאָװ פֿון פֿופֿציק טױזנט!“….)
צװײטע דאַמע: גערטרודאַ גריגאָריעװנאַ! ס'איז אמת, װאָס מע זאָגט, אַז ער גיט דער טאָכטער פֿופֿציק טױזנט?
מאַדאַם פֿײַן: לאָז זיך אײַך דאַכטן, אַז ער גיט פֿינף און זיבעציק טױזנט… און אַז ער זאָל שױן געבן אַלע הונדערט טױזנט? ער קאָן ניט? אינגאַנצן אײן קינד!… איר דאַרפֿט אָבער ניט פֿאַרגעסן, װער ער איז, מיט רעספּעקט צו מעלדן, און װער זײַנען מיר?
ערשטע דאַמע: דערפֿאַר איז אָבער דאָס מײדל, זאָגט מען, זײער אַ שײנע.
צװײטע דאַמע: און אַ געראָטענע, זאָגט מען…
מאַדאַם פֿײַן: (לאָזט דורך פֿאַרבײַ.) װען עס קומט אַ שדכן, אַ שטײגער, און לײגט מיר פֿאָר דעם שידוך, װאָלט ער זיכער געעפֿנט בײַ מײַן מאַן מיטן קאָפּ די טיר. נאָר װי באַלד ס'האָט זיך אַרײַנגעמישט אין מיטן, מיט רעספּעקט צו מעלדן, ליובאָװ… (עס עפֿנט זיך די טיר און עס באַװײַזט זיך קאָלטון און רופֿט אױס גדולדיק און מיט הכנעה צו גלײַכער צײַט די נעמען פֿון די נאָר־װאָס אָנגעקומענע געסט.)
קאָלטון: סעמיאָן מאַקאַראָװיטש סאַראָקער! ערנעסטינע יעפֿימעװנע סאַראָקער! (בײגט זיך אױס פֿאַר זײ שטאַרק הכנעהדיק, לאָזט דורך מיט אַ פֿרײַנטלעך־פּאַני־בראַטסקי שמײכעלע דעם שנײַדער מיט אַ נײַעם צילינדער־הוט אױפֿן קאָפּ, די שנײַדערין, מאָדנע אָנגעטאָן מיט אַלע פֿאַרבן פֿון אַ רעגנבױגן. ― אַלע געסט װענדן אָן זײערע אױגן צו די אַרײַנגעקומענע.)
שימעלע סאַראָקער: (ציט אױס קאָלטונען די האַנט.) װאָס מאַכט אַ ייִד יעפֿים פּאַנטאַ… פּאַנטאַ…
קאָלטון: (פֿאַרלײגט די הענט אַהינטער און זאָגט אים אונטער שטיל.) פּאַנטעלעמאָנאָװיטש.
עטיע־מעניע: (אַ צי דעם מאַן פֿאַראַן אַרבל.) קום! מיט װעמען האָסטו זיך אַװעקגעשטעלט רײדן? אַ פּנים פֿון חלשות!
שימעלע סאַראָקער: (צום װײַב.) ס'איז דאָך קאָלטון, אונדזער געװעזענער אופּראַװליאַיושטשעуправляющий אַדמיניסטראַטאָר, עמך! האָסט אים ניט דערקענט? (דער באַלעבאָס, רב אָשר פֿײַן, טוט אַ װאָרף די קאָרטן, שטײט אױף און טוט זיך אַ לאָז מקבל־פּנים זײַן די ליבע געסט. ― די מאַדאַם פֿײַן איז אױך אױפֿגעשטאַנען. ― פֿון אַ זײַטיקער טיר קומט אַרױס סאָלאָמאָן, לאָזט זיך אַקעגן די אַרײַנגעקומענע געסט.)
רב אָשר פֿײַן: (גײענדיק אַקעגן די געסט.) ברוך־הבא, געסט! מע קוקט שױן לאַנג אַרױס אױף אײַך. װאָס אַזױ שפּעט? װוּ איז אײַער טאָכטער?
שימעלע סאַראָקער: (בלײַבט שטײן אינעם צילינדער אױפֿן קאָפּ.) שולדיק איז זי! (װײַזט אױפֿן װײַב.) אַז מע האָט גענומען זיך אָנצוטאָן, איז װאָס מע זאָל ניט אָנטאָן ― איז שלעכט. און אַז מיר זײַנען שױן גאָר אינגאַנצן געװען פֿאַרטיק אַרום און אַרום (באַטראַכט זיך אין זײַן נײַעם אָנצוג.) זאָגט זי מיר, אַז זי װעט ניט גײן מיט מיר, ביז איך װעל ניט אָנטאָן קײן צעלענדער. זאָג איך: צו װאָס טױג מיר דער צעלענדער? דער קױמען אױפֿן קאָפּ? זאָגט זי מיר: אַלע סטעקראַטן אַזױ. זאָג איך: און אַז די סטעקראַטן װעלן זיך אָפּשנײַדן די נעזער, בין איך אױך מחויבֿ? (טוט אױס דעם צילינדער. קאָלטון לױפֿט אונטער, װיל אים נעמען אַװעקלײגן. דער שנײַדער גיט ניט.)
אײנער פֿון די געסט: כאַ־כאַ! אָפּשנײַדן די נעזער ― גוט געזאָגט! (אַלע לאַכן. עס װאַקסט אױס סאָלאָװײטשיק דער שדכן.)
סאָלאָװײטשיק: כאַ־כאַ! זאַמעטשאַטעלנעзаметшалтьельне: מערקזאַם! אַז סעמיאָן מאַקאַראָװיטש זאָגן אַ װאָרט איז דאָס טשטאָ ניבור אָסאָבענעтшто нібор особене: עפּעס ספּעציעלס!
רב אָשר פֿײַן: (נעמט דעם שנײַדער פֿאַר אַ האַנט.) קומט, װעל איך אײַך פֿאָרשטעלן פֿאַר מײַנע געסט! (פֿירט אים צו צו יעדן באַזונדער, הױך.) מאַקאַר סעמיאָנאָװיטש סאַראָקער… זײַט באַקאַנט… מאַקאַר סעמיאָנאָװיטש סאַראָקער…
שימעלע סאַראָקער: (רײַסט אים איבער.) האָט קײן פֿאַראיבל ניט, איר האָט איבערגעדרײט די יוצרות אױף דער לינקער זײַט… (אין דער זעלבער צײַט האָט די מאַדאַם פֿײַן געכאַפּט די מאַדאַם סאַראָקער, פֿריִער זיך גוט צעקושט מיט איר אין די פּיסקלעך, דערנאָך האָט זי גענומען זי פֿאָרשטעלן פֿאַר די איבעריקע דאַמען.)
מאַדאַם פֿײַן: װוּ זשע איז אײַער טאָכטער?
עטיע־מעניע: עפּעס ניט מיט אַלעמען… כ'האָב מורא, אױב ניט די פֿלענציע…
מאַדאַם פֿײַן: זאָל גאָט היטן! פֿון װאַנען נעמט איר עס? עס מאַכט זיך, אַ מענטש װערט ניט געזונט. אָט בין איך אַלײן אױך געװען, מיט רעספּעקט צו מעלדן, אַ גאַנצע װאָך ניט מיט אַלעמען… (באַזעצט די שנײַדערין אױבנאָן.)
ערשטע דאַמע: (שטיל.) חוץ איר שאָדן אױף אונדז געזאָגט געװאָרן…
צװײטע דאַמע: און אױף אַלע קראַנקע, רבונו־של־עולם…
רב אָשר פֿײַן: (צום שנײַדער.) װוּ איז אײַער טאָכטער? פֿאַרװאָס זעט מען זי ניט?
שימעלע סאַראָקער: פּלוצעם פֿאַרשלאַפֿט געװאָרן. געכאַפּט אַ פֿאַרקילעכץ. און אפֿשר גאָר אָטשאַדעט געװאָרן. נעבעך געבליבן אין דער הײם.
רב אָשר פֿײַן: (באַזעצט דעם גאַסט אױבנאָן. שימעלע צעלײגט זיך גאַנץ ברײט. אַלע זעצן זיך אױף זײערע ערטער. דער באַלעבאָס טראָגט אים אונטער אַ קעסטל ציגאַרן.) װאָס רײכערט איר? איך מײן, װאָס האָט איר בעסער ליב, ― פּאַפּיראָסן, אָדער ציגאַרן? אַ שאָד, או־װאַ, װאָס אײַער טאָכטער איז ניט געקומען!
שימעלע סאַראָקער: דעם אמת זאָגנדיק, רײכער איר ניט קײן ציגאַרן און ניט קײן פּאַפּיראָסן. נאָר גאָרניט, װי זאָגט דער גױ: „אָט פּריביטקאַ האָלאָװאַ ניע באָליט“от прібітка голова не болит: דער פּראָפֿיט גיט ניט קײן קאָפּװײטיק. (נעמט אַ ציגאַר.)
אײנער פֿון די געסט: אָט בריביטקאַ גאָלאָװאָ ניע באָליט ― כאַ־כאַ! גוט געזאָגט! (אַלע איבעריקע לאַכן.)
סאָלאָװײטשיק: כאַ־כאַ! זאַמעטשאַטעלנע!
שימעלע סאַראָקער: (טראָגט צו דעם ציגאַר צום מױל.) װער פֿון אײַך איז אַ הײסער ייִד, װאָס קאָן געבן פֿײַער? (עטלעכע געסט טוען זיך אַ כאַפּ צו די קעשענעס, און עס װערן אים אונטערגעטראָגן עטלעכע שװעבעלעך מיטאַמאָל.) אַ שײנעם דאַנק אײַך! (טראָגט צו דעם ציגאַר צום פֿײַער, פּיפּקעט און פּיפּקעט ― עס רײכערט זיך ניט.)
סאָלאָװײטשיק: (געשטאַנען פֿון דער װײַטן, לױפֿט צו.) איזװיניטיע! איר האָט פֿאַרגעסן אָפּבײַסן דעם פּיטום.
שימעלע סאַראָקער: (צום שדכן.) װאָס בין איך ― אַ מעוברתע ייִדענע, װאָס איך זאָל בײַסן דעם פּיטום?
אײנער פֿון די געסט: אַ מעוברתע ייִדענע ― כאַ־כאַ! גוט געזאָגט! (די איבעריקע לאַכן.)
סאָלאָװײטשיק: זאַמעטשאַטעלנע, כאַ־כאַ! (אין דער זעלבער צײַט פֿאַרנעמען זיך די דאַמען מיט דער שנײַדערין: װער עס טראָגט איר אונטער אַ שטול אױף צו זיצן, װער עס רוקט איר אונטער אַ בענקעלע אונטער די פֿיס, װער עס באַװײַזט איר אַן אַלבום. די מאַדאַם פֿײַן שײַנט און שמײכלט, גיט אַכטונג, מע זאָל אַלעמען געבן טײ. דעם טײ סערװירט קאָלטון קונציק װי אַ פֿאָקוסניק.
שימעלע סאַראָקער: (כאַפּט קאָלטונען פֿאַרן פֿראַק.) יעפֿים פּאַנטאָלאָנאָװיטש! װאָס דרײט איר זיך אַרום, װי אַ חזן אױפֿן וְנַעֲרִיצָךְ? שטײט אַ װײַלע! איך האָב אײַך געװאָלט עפּעס פֿרעגן. געדענקט איר כאָטש אײַערע װערטער פֿאַר דרײַ װאָכן, אַז אַ װיגריזשנע בילעט האָט נאָך קײן מענטש ניט געװוּנען זינט די װעלט שטײט, אַז ס'אַ שװינדל, האָט איר געזאָגט? עמך! (די מאַדאַם פֿײַן איז אױסער זיך פֿון דעם סקאַנדאַל, װאָס דער מחותּן רעדט מיט איר פּריקאַזטשיק. זי װינקט צום מאַן, ער זאָל ראַטעװען די לאַגע, פֿאַרגלעטן דעם סקאַנדאַל.)
רב אָשר פֿײַן: אײַך קומט מזל־טובֿ, סעמיאָן מאַקאַראָװיטש. איר האָט געמאַכט, זאָגט מען, אַ גרױס געשעפֿט.
אײנער פֿון די געסט: אַ מיליאָנען־געשעפֿט!
שימעלע סאַראָקער: צו מיליאָנען איז נאָך װײַט. נאָר אַז גאָט װעט װעלן, װעט זײַן מיליאָנען אױך…
אײנער פֿון די געסט: מע זאָגט, אַז איר האָט געמאַכט אַ סינדיקאַט אױף אַלע קינעמאַטאָגראַפֿן פֿון שטאָט?
נאָך אײנער פֿון די געסט: אין אַמעריקע רופֿט מען דאָס „טראָסטtrust: טרעסט“.
שימעלע סאַראָקער: װי אַזױ מע רופֿט דאָס אין אַמעריקע װײס איך ניט. איך װײס נאָר, אַז פֿון אַלע געשעפֿטן, װאָס מע האָט מיר פֿאָרגעלײגט, איז דאָס דאָס בעסטע, דאָס שענסטע און דאָס בכּבֿודיקסטע ― און מיליאָנען איז בײַ גאָט… (בלאָזט דעם רױך.) איר קאָנט זיך גאָרניט פֿאָרשטעלן, װיפֿל געשעפֿטן מע האָט מיר פֿאָרגעשלאָגן! איר האָט ניט אַזױ פֿיל האָר אין קאָפּ! און אַלע, די גאַנצע װעלט, זײַנען מיטאַמאָל געװאָרן מײַנע בעסטע גוטע פֿרײַנד, ממש די כּפּרה! (עס דערהערט זיך אַ קלונג. קאָלטון טוט זיך אַ גליטש צו דער טיר.)
קאָלטון: (רופֿט אױס.) הענריך פֿעליקסאָװיטש הימעלפֿאַרב!
רב אָשר פֿײַן: (נעמט הימעלפֿאַרבן פֿאַר דער האַנט, פֿירט אים צו, שטעלט אים פֿאָר פֿאַר די געסט.) הענריך פֿעליקסאָװיטש הימעלפֿאַרב, בוכהאַלטער פֿון דער קאָמערטשעסקי באַנק.
שימעלע סאַראָקער: אַן אַלטער באַקאַנטער! (גיט אים די האַנט.) װאָס הערט זיך עפּעס נײַס? עמך!…
הימעלפֿאַרב: יאָ, אַלטע־אַלטע באַקאַנטע. (צום באַלעבאָס.) איך בין געװען דער ערשטער, װאָס האָט אָנגעזאָגט זײ די גוטע בשׂורה, אַז זײ האָבן געװוּנען דאָס גרױסע געװינס. (צום שנײַדער.) װאָס? בין איך ניט געװען דער ערשטער?
שימעלע סאַראָקער: דער ערשטער, ניט דער ערשטער, נאָר פֿון די ערשטע.
אײנער פֿון די געסט: דער ערשטער, ניט דער ערשטער, נאָר פֿון די ערשטע ― כאַ־כאַ! גוט געזאָגט! (אַלע לאַכן.)
סאָלאָװײטשיק: אַז סעמיאָן מאַקאַרעװיטש זאָגט, איז טשטאָ ניבוד אָסאָבענע!
שימעלע סאַראָקער: (צום שדכן.) װאָס האָב איך דען דאָ געזאָגט אַזעלכעס?
הימעלפֿאַרב: (צום שנײַדער.) יעדן פֿאַלס, אױף אונדזער באַנק האָט איר זיך ניט צו באַקלאָגן.
שימעלע סאַראָקער: לאָמיך עס אױסקרענקען, װאָס איך האָב צו אײַך דערלײגט! אױף אַלע אָרעמע בעלי־מלאָכות געזאָגט געװאָרן ― עמך!
הימעלפֿאַרב: (צום שנײַדער.) ספּראַשיװאַיעטסיאַспрашіваєтся: עס איז געפֿרעגט געװאָרן, װי באַלד אַזױ, װאָס זשע איז די מעשׂה, װאָס איר האָט אונדז עפּעס פּלוצעם אינמיטן דרינען אַװעקגעװאָרפֿן? דאָס װערט אָנגערופֿן טשאָרנע ניעבלאַגאָדאַרנאָסט чорне набелагодарност: דער שװערסטער אומדאַנק, אָדער געצאָלט מיט שטײנער… דאָס הײסט, איר האָט אונדז חלילה ניט אומגליקלעך געמאַכט, נאָר סע פֿאַרדריסט. אַמביציע! בײַ אונדז איז דאָך עפּעס ניט קײן בענקל, װי אַנדערע בענק. אונדזער באַנק װאָלט געמעגט שטײן אין יעהופּעץ, װאָלט זי אױך ניט פֿאַרשעמט געװאָרן! בײַ אונדז שפּילט אַ ראָלע אַרױסגעבן ק″ן150 אַלפֿים, אַזױ װי ― פֿו! (אַ מאַך מיט דער האַנט.)
שימעלע סאַראָקער: (פֿאַרשטײט ניט; טרינקט זײַן טײ, קוקט זיך אַרום.) װאָס װיל דער יאַט ― װײסט איר ניט?
הימעלפֿאַרב: (האַלט אין אײן רײדן.) מיר שטײען ניט חלילה אין אײַער געלט. פּאָזשאַלאָיпожалой: סע דאַכט זיך מיר, עס װילט זיך האָבן אַזאַ קליענט, װי איר. פֿאַרװאָס ניט? גאָר צוריק, װאָס האָבן מיר געטאָן אײדער איר האָט געװוּנען די צװײ הונדערט טױזנט? ניט מער, עס פֿאַרדריסט אונדז, װאָס איר האָט פּלוצעם, אינמיטן דרינען, אַרױסגענומען דאָס גאַנצע געלט!
שימעלע סאַראָקער: (לאַכט ברײטלעך.) װאָסערע לאָקשן? װאָסערע פֿלױמען? װאָס דרײט ער אַ יאַרמלקע, אָט דער שמױגער?…
הימעלפֿאַרב: (הערט ניט אױף.) די ערשטע מינוט, אַז מיר האָבן דערזען אײַער טשעק אױף אַזאַ סומע, איז אונדז געװאָרן אַ ביסל קאַלעמוטנע, און מיר האָבן געװאָלט שיקן צו אײַך אָנפֿרעגן, אױב ס'איז ניט קײן טעות. נאָר אַזױ װי מיר האָבן געהערט, אַז איר מאַכט אַ קאָלאָסאַלן געשעפֿט, אַ סינדיקאַט, און אַז איר בױט פּיתום מיט רעמסס, האָבן מיר אָנגעפֿרעגט בײַ אונדזער דירעקטאָר, הער גאָלדענטאָלער. האָט אונדזער דירעקטאָר געהײסן ניט מאַכן קײן װאַפּראָסןвопрос: פֿראַגעס און אַרױסגעבן… נאָך זײַן הײסן אַרױסגעבן האָט מען געזען, אַז ער איז ברוגז ― און איז גערעכט. װאָרעם װי דאָס געשעפֿט זאָל ניט זײַן גרױס, קאָנט איר ניט באַדאַרפֿן אין אײן טאָג אַלע הונדערט און פֿופֿציק טױזנט. סליעדאָװאַטעלנאָследовательо: על־כּן, דאָ באַדאַרף זײַן נאָך אַן אַנדער פּריטשינעпричине: סיבה, װאָס איר װילט זיך אַריבערטראָגן מיט אײַער קאָנטע־קורענט אין אַן אַנדער באַנק. איך פֿרעג אײַך ניט, אין װאָסער אַ באַנק, װאָרעם פֿאַר קאָנקורענציע האָבן מיר קײן מורא ניט. איך פֿרעג נאָר, װאָס פֿאַר אַ פּריטשינע? אַדרבא, זאָגט, אָט שטײען מענטשן… (דער עולם הײבט אָן װערן נײַגעריק. סע רינגלט אַרום דעם שנײַדער מיטן בוכהאַלטער. די דאַמען הערן זיך צו פֿון דער װײַטן. װאָס דאָ טוט זיך ― פֿאַרשטײט נאָך קײנער ניט. און װינציקער פֿון אַלעמען ― דער שנײַדער.)
שימעלע סאַראָקער: (צום באַלעבאָס פֿײַן.) װיפֿל, זאָגט ער, האָב איך אַרױסגענומען, אָט דער יאָקל בן פֿלעקל? אָט דער עמך?
רב אָשר פֿײַן: ער זאָגט: הונדערט און פֿופֿציק טױזנט…
שימעלע סאַראָקער: כאַ־כאַ־כאַ! אַ רעכטער לץ! (צום בוכהאַלטער.) יונגערמאַן! גײט לײגט זיד שלאָפֿן!
הימעלפֿאַרב: שלאָפֿן גײט שױן איר בעסער ― אײַך איז צײַט. איך בין נאָך אַ יונגערמאַן און װיל נאָך געבן אַ לעב אונטער. מע זאָגט, ס'װעלן זײַן טענץ אױך. איר טאַנצט דאָך ניט, סעמיאָן מאַקאַראָװיטש, און איך טאַנץ.
שימעלע סאַראָקער: טאַנץ, טאַנץ געזונטערהײט. אָבער װאָס איז דאָס פֿאַר הונדערט פֿופֿציק טױזנט, װאָס דו זאָגסט?
הימעלפֿאַרב: (שױן אין כּעס.) װאָפּערװיךво первых: ערשטנס, װעל איך אײַך בעטן, איר זאָלט מיר ניט דוצן…
שימעלע סאַראָקער: ניט װאָסן? (צוגעמאַכט אײן אױג.)
הימעלפֿאַרב: ניט דוצן! ניט זײַן מיט מיר אױף „דו“… איך בין טאַקע ייִנגער פֿון אײַך, אַ סך ייִנגער. נאָר קײן „מאַלטשיקмальчик: ייִננגל“ בין איך אײַך ניט.
רב אָשר פֿײַן: (װיל מאַכן שלום.) װײס איך װאָס? װען?
סאָלאָװײטשיק: (אױך אין מיטן.) טשעפּוכאַ!
הימעלפֿאַרב: און װאָװטאָריךвовторых: צװײטנס, װאָס מאַכט איר זיך געפּגרט: „װאָסערע הונדערט פֿופֿציק טױזנט?“ איר װעט אפֿשר זאָגן, אַז ס'איז ניט אײַער טשעק, װאָס האָט געבראַכט עפּעס אײנער אַ קרעמענטשוק, אָדער אַ ראָמאַנטשוק?
שימעלע סאַראָקער: ניט קרעמענטשוק און ניט ראָמאַנטשוק, נאָר װיגדאָרטשוק. דאָס איז אײנער פֿון מײַנע שותּפֿים, װאָס האָבן געמאַכט מיט מיר דעם… פֿילם־געשעפֿט… איך האָב אים דאָס אױסגעשריבן אַ טשעק אױף פֿופֿצן טױזנט…
הימעלפֿאַרב: איר קערט װעלן זאָגן: אױף הונדערט פֿופֿציק טױזנט?…
שימעלע סאַראָקער: דאָס קערט איר װעלן זאָגן! איך זאָג נאָר אַזױ פֿיל, װיפֿל דאָרט שטײט געשריבן.
הימעלפֿאַרב: אױב איר זאָגט אַזױ פֿיל, װיפֿל דאָרט שטײט געשריבן, מוזט איר זאָגן הונדערט און פֿופֿציק טױזנט.
שימעלע סאַראָקער: װאָס איז עפּעס?
הימעלפֿאַרב: אָט דערפֿאַר, װײַל אַזױ פֿיל האָט איר געהײסן געבן.
שימעלע סאַראָקער: מאַכט איר מיך, הײסט עס, פֿאַר אַ משוגענעם?
הימעלפֿאַרב: נײן. דאָס װילט איר מיך מאַכן פֿאַר אַ ליגנער, אָדער פֿאַר אַ שװינדלער, אָדער איר טרײַבט קאַטאָװעס ― באָך װאַס זנאַיעטбог вас знает: גאָט װײסט! (דער עולם װערט נאָך מער נײַגעריק און מע רינגלט זײ אַרום נאָך ענגער.)
שימעלע סאַראָקער: (אַ ביסל שױן אומרויִק.) װאָס זאָגט איר, איך בעט אײַך, אױף דער קאָמעדיע? איך גיב אַ ייִדן אַ טשעק אױף פֿופֿצן טױזנט קאַרבן, דערצײלט ער מיר הונדערט פֿופֿציק טױזנט! ― עפּעס אַ מאָדנער מין עמך!
רב אָשר פֿײַן: פֿון פֿופֿצן טױזנט ביז הונדערט פֿופֿציק טױזנט איז אַזאַ חילוק, װי פֿון יַכֶּכָּה ביז יְבָבָה.
סאָלאָװײטשיק: זאַמעטשאַטעלנע!
שימעלע סאַראָקער: װאָס דערצײלט איר מעשׂיות? איך אַלײן האָב געשריבן דעם טשעק… דאָס הײסט, ניט איך, געשריבן האָט ער, דער װיגדאָרטשוק, נאָר איך האָב גוט געקוקט בשעת איך האָב געחתמעט דעם טשעק (מאָלט אין דער לופֿטן ציפֿערן); אַן אײנס, און אַ פֿינף, און דרײַ נולן…
הימעלפֿאַרב: (מאָלט אין דער לופֿטן). אַן אײנס, און אַ פֿינף, און פֿיר נולן!
שימעלע סאַראָקער: (מאָלט אין דער לופֿטן.) דרײַ נולן!
הימעלפֿאַרב: (מאָלט אין דער לופֿטן.) פֿיר נולן!
שימעלע סאַראָקער: זעט נאָר, װי ער דרײט מיט דער האַנט, אָט דער פּיפּערנאָטער: פֿיר נולן! פֿינף נולן! זעקס הונדערט נולן! און מיט װערטער איז ניט געשטאַנען בפֿירוש: פּעטנאַצעט טיסיאַטשי? װאָס װעט איר איצטער זאָגן, עמך?
הימעלפֿאַרב: (הױך.) סטאָ פּיאַטדעסיאַט טיסיאַטשсто пятьдесят тысяч: הונדערט פֿופֿציק טױזנט קערט איר װעלן זאָגן! סטאָ פּיאַטדעסיאַט טיסיאַטש רובלײ!
רב אָשר פֿײַן: פֿע! דאָ איז עפּעס אַ מיאוסע מעשׂה! (די דאַמען האָבן זיך שױן אױך צונױפֿגעקליבן אַלע. סע פֿילט, אַז דאָ קומט עפּעס פֿאָר. עטיע־מעניע גײט צו די לעצטע.)
עטיע־מעניע: װאָס טוט זיך דאָ, שמעון… מײן איך סעמיאָן מאַקאַרעװיטש? (אין דער גאַנצער צײַט, װאָס דאָס קומט פֿאָר, שטײט קאָלטון בײַ דער זײַט, שמײכלט מעפֿיסטאָפֿעליש, קוקט פֿון אײנעם אױפֿן אַנדערן און קװעלט. עס דערהערט זיך אַ קלונג. קאָלטון גיט זיך אַ גליטש צו דער טיר און רופֿט אױס.)
קאָלטון: מאַקסים װאַסילעװיטש גאָלדענטאָלער! (אױף אַ װײַלע דרײען אַלע אױס די אױגן צו דער טיר.)
רב אָשר פֿײַן: (באַגעגנט דעם דירעקטאָר, װיל אים פֿאָרשטעלן. שפּרינגט אַרױס הימעלפֿאַרב מיט היץ.)
הימעלפֿאַרב: שאַט! אָט איז דער דירעקטאָר אַלײן! (צו גאָלדענטאָלערן.) מאַקסים װאַסילעװיטש! אױף װיפֿל איז געװען דער טשעק פֿון הער סאַראָקער, װאָס מיר האָבן אַרױסגעצאָלט אײנעם אַ מאיראָװיטש, אָדער װיגדאָראָװיטש, אָדער װיגדאָרטשוק ― יאָ, װיגדאָרטשוק?
גאָלדענטאָלער: (מיט קאַלטע לונג און לעבער.) הונדערט פֿופֿציק טױזנט רובל ― װאָס איז דען?
שימעלע סאַראָקער: (די אױגן בלאָנדזשען.) עטיע־מעניע!… װוּ זײַנען מיר? (דערזעט זי, שרײַט ניט מיט זײַן קול.) גװאַלד, ייִדן, ראַטעװעט! לױפֿט! יאָגט! כאַפּט! מע האָט מיך באַגנבֿעט! באַגזלט! בדיל־הדל געשטעלט! צוגענומען אין גאַנצן! געמאַכט פֿאַר אַ קבצן! העלפֿט מיר! העלפֿט מיר כאַפּן די גזלנים! (כאַפּט דעם צילינדער, װיל זיך לאָזן לױפֿן. עס עפֿנט זיך די טיר און עס רײַסט זיך אַרײַן מענדל דער לאַקײ מיט אַן איבערגעשראָקן פּנים.)
מענדל דער לאַקײ: (זוכט מיט די אױגן.) ניט געװען דאָ איזאַבעלאַ סעמיאָנאָװנאַ? אױב אַזױ ― זײַט איר אױף גרױסע צרות… באַלעבאָס! אײַער טאָכטער איז אַרױס דורכן פֿענצטער און ― פֿיו־איט!…
עטיע־מעניע: (ברעכט די הענט.) װײ איז מיר! װינד איז מיר! אַן אומגליק האָט מיך געטראָפֿן! אַ בראָך אױף מײַן קאָפּ! איך װײס שױן װאָס דאָס איז! איך האָב געװוּסט, אַז ס'װעט אַזױ זײַן!… זי האָט מיר אָבער געזאָגט: „מאַמע! איכ'ל לױפֿן אין דער װעלט אַרײַן!“…
שימעלע סאַראָקער: (צום װײַב.) אַזױ? װאָס זשע האָסטו געשװיגן? בהמה! פֿאַרװאָס האָסטו ניט געזאָגט מיר?!… (כאַפּט זיך בײַם קאָפּ.) מײַן טאָכטער! מײַן קינד!!… אַ כּפּרה דאָס געלט! אַ כּפּרה אַלצדינג פֿאַר מײַן קינד!… (כאַפּט אַרױס דעם טײַסטער פֿון זײַט־קעשענע, רײַסט אַראָפּ פֿון זיך דעם גאָלדענעם זײגער מיטן קײטל, שרײַט צום װײַב.) עטיע־מעניע! נעם אַראָפּ! גיב אַהער די פּערל! די אױעררינגלעך! די פֿינגערלעך! דאָס גאַנצע ביסל צירונג!… (עטיע־מעניע פֿאָלגט אים. טוט אױס און גיט אים איבער. ער נעמט דאָס אַלצדינג צונױף אין צילינדער אַרײַן און טראָגט דאָס צו צו די געסט.) ייִדן! נאַט אײַך אָפּ אָט דאָס אַלץ, װאָס איך פֿאַרמאָג! טוט מיט דעם, װאָס איר װילט, ― אַבי העלפֿט מיר אָפּזוכן מײַן טאָכטער! העלפֿט מיר, העלפֿט מיר אומקערן מײַן קינד!… (ברעכט אױס אין אַ געװײן. עטיע־מעניע װײנט מיט אים. דער עולם שטױנט. דער פֿאָרהאַנג פֿאַלט.)
קומט פֿאָר אױף אַ סטאַנציע אין אַן אײַנפֿאָר־הױז. צװײ חדרים. אין אײן חדר, אַ גרױס, אַ ליכטיקס, שטײען צװײ בעטלעך בײַ די װענט פֿאַרבעט און צוגעקליבן. אַ טישל, עטלעכע שטולן, אַ קאַנאַפּע, אַ שפּיגל, ביליקע בילדער אין פּראָסטע רעמלעך אױף די װענט. אַ פּאָר טעפּ מיט בלומען. צװײ טירן: אײן טיר צום פֿראָנט, און דער גאַס אַרױס, די צװײטע טיר אין צװײטן חדר אַרײַן, װעלכער איז געשלאָסן. בײַ דער צװײטער טיר שטײט מאָטל קאַסױ, צוגעלײגט אײן אױער. אין מיטן חדר שטײט קאָפּל פֿאַלבאָן. זײ רײדן שטילערהײט.
קאָפּל פֿאַלבאָן: (צו מאָטלען.) נו?
מאָטל קאַסױ: (טרעט אָפּ פֿון רער טיר אױף די שפּיץ פֿינגער.) זי שלאָפֿט נאָך…
קאָפּל פֿאַלבאָן: אַ װעלטעלע ― אַזאַ נאַכט ניט געשלאָפֿן!…
מאָטל קאַסאָי: הײַנט דער שרעק! די פּחדים! עס האָט זיד איר אַלע װײַלע אױסגעװיזן, אַז מע יאָגט אונדז נאָך פֿון הינטן…
קאָפּל פֿאַלבאָן: פֿון װאַנען װײסטו דאָס?
מאָטל קאַסױ: זי האָט עס מיר געזאָגט.
קאָפּל פֿאַלבאָן: װען?
מאָטל קאַסױ: הײַנט… אין דער צײַט, װען דו ביסט געגאַנגען זאָרגן װעגן עסן און װעגן שטעלן דעם סאַמאָװאַר, האָבן מיר דאָ דערװײַל געשמועסט… ▮
קאָפּל פֿאַלבאָן: װעגן װאָס?
מאָטל קאַסױ: װעגן ▮לץ…
קאָפּל פֿאַלבאָן: און װעגן דעם, װאָס װעט זײַן װײַטער?
מאָטל קאַסױ: אױך גערעדט…
קאָפּל פֿאַלבאָן: אַז װאָס?
מאָטל קאַסױ: )אױפֿגערעגט.) אַז װאָס! דו װײסט דאָך װאָס, הײַנט װאָס פֿרעגסטו? זי האָט מורא, טאָמער יאָגט אונדז אָן דער פאָטער, װעלן מיר אַלע האָבן אַ װיסטן סוף.
קאָפּל פֿאַלבאָן: לכן דעריבער, װאָס זשע איז די עצה?
מאָטל קאַסױ: איז די עצה, אַז מע זאָל װאָס פֿריִער שטעלן אַ חופּה, ― דעמאָלט מעג ער שױן קומען מיטן רבֿ און מיט דער רביצין, איז פֿאַרפֿאַלן… איצט בלײַבט איבער נאָר אײן זאַך: װער פֿון אונדז בײדן זאָל זײַן דער גליקלעכער?
קאָפּל פֿאַלבאָן: (דערשראָקן.) נו יאָ. דאָס איז דאָך די גאַנצע זאַך…
מאָטל קאַסױ: איז דאָך שױן װעגן דעם בײַ אונדז לאַנג אָפּגערעדט געװאָרן: אָדער מיר'ן עס איבערלאָזן פֿאַר איר אַלײן, פֿאַר בײלקען הײסט עס, לאָז זי זאָגן, װער איז איר אױסדערװײלטער… אָדער אַז ניט, װעלן מיר װאַרפֿן גורל…
קאָפּל פֿאַלבאָן: (אוסרױק.) אָבער דערװײַל האָט זי דיר נאָך גאָרניט געזאָגט, װער… דאָס הײסט, װעמען?…
מאָטל קאַסױ: שוטה! זי זאָל מיר זאָגן, װאָלט איך דאָך דיר געזאָגט…
קאָפּל פֿאַלבאָן: הײסט עס, אַז די גאַנצע זאַך הענגט נאָך אין דער לופֿטן?
מאָטל קאַסױ: (קוקט אין דער לופֿטן.) פֿאַרשטײט זיך, אין דער לופֿטן… נאָר דערװײַלע שאָט ניט, מע זאָל באַצײַטנס צוגרײטן אַלץ װאָס מע באַדאַרף צו דער חופּה…
קאָפּל פֿאַלבאָן: למשל, אַ שטײנער?
מאָטל קאַסױ: אַ שטײגער, למשל, אַ מנין ייִדן…
קאָפּל פֿאַלבאָן: דאָס איז ניט שװער. מע װעט זײ באַצאָלן צו האַלבע רובל, װעלן זײ קומען צו לױפֿן.
מאָטל קאַסױ: (לעבעדיק.) לאָמיך האָבן אַזאַ יאָר, װאָס פֿאַר אַ פּלאַן דאָס איז!
קאָפּל פֿאַלבאָן: און טאָמער האָבן זײ ניט קײן רבֿ, קאָן איך באַשטײן, אַז אַ פּראָסטער ייִד, אַבי אַן ערלעכער, װעט מסדר קידושין זײַן.
מאָטל קאַסױ: כלעבן, קאָפּל, ביסט אַ חכם! אַ קאָפּמענטש!
קאָפּל פֿאַלבאָן: אײַ, טאָמער האָבן זײ ניט קײן חופּה? קאָן מען זיך באַגײן מיט פֿיר שטאַנגען, פֿון אױבן איבערגעבונדן מיט אַ גרױסער פֿאַטשײלע, ― װאָס איז דאָ דער אומגליק?
מאָטל קאַסױ: (כאַפּט אים אַרום.) ביסט װערט, מע זאָל דיר קושן, קאָפּל!… נעם טו אַלצדינג, װאָס דו זאָגסט, זאָל זײַן גרײט!… דו װעסט גײן, און איך װעל בלײַבן דאָ ― מע קאָן זי דאָך ניט לאָזן אַלײן…
קאָפּל פֿאַלבאָן: זאָל גאָט היטן! (װאַקלט.) די זאַך איז נאָר אָט װאָס: אפֿשר זאָלן מיר פֿריִער װיסן, װער װעמען… דערנאָך ערשט נײן?…
מאָטל קאַסױ: צו װאָס, נאַרעלע, פֿאַרלירן צײַט? דערװײַל װעט װערן שפּעט, און טאָמער טראָגט אים אָן דער גוטער יאָר… דו גרײט צו אָט די אַלע שאָלעמױזן. דערנאָך, אַז דו װעסט קומען שױן מיטן גאַנצן קלאַפּערגעצײַג, װעלן מיר באַשליסן מיט איר, אַהין צי אַהער… ממה נפֿשד, װעמעס גליק עס װעט זײַן… איד פֿאַרזיכער דיד, אַז טאָמער ביסטו דער גליקלעכער, װעל איד דיר פֿאַרגינען מיטן גאַנצן חאַרצן… װאָס האָב איך צו דיר?… אונדזער בײדנס װוּנטש איז דאָך נאָר זען נײלקען גליקלעך…
ק אָ פּ ל פ אַ ל ב אָ ן: דאָס אײגענע איד ־ טאָמער ביסטו, איז דײַן גליק… װאָרעם דער עיקר איז בײלקע… אַלזאָ, איך גײ. .)וט ▮יך אַן.) און דו זע, גיב אַכטונג… .)אַזט זיך צו דער טי▮ קערט זיך אוס, שטײט אַ חײַלע א▮ גײט אָפּ.)
מ אָ ט ל ק אַ ס אָ י: .)ו זיך אַלײ▮. אָט אַ לעמעשקע! ער האָט גאָר אַ האַפֿענונג… מיר דאַכט, אַז אַ בלינדער קאָן שױן זעז, אין װעמען בײלקע איז פֿאַרליבט… .)ערט זיך אײַ▮. מיר דאַכט, זי רירט זיד שױן… .)ס עפּנט דיך די טיר פ▮ צחײטן חדר און עס באַחײַזט זיך אַ▮ דער שחעל ב ייִ ל ק ע, אַ שײַנענדיקע, אַ שסײכלענדיקע.)
ב ייִ ל ק ע: .)אַכט צורעכט די צעקודלטע האַר, קוקט זיך אַרום.) גימאָ קײנער? װ▮ איז קאָפּל?
מ אָ ט ל ק אַ ס אָ י: אַװעקגעגאַנגען ברענגען ייִדן, אַ חופּה און דעם גאַנצן איבעריקן קלאַפּערגעצײַג, װי מיר האָבן אָפּגערעדט…
ב ייִ ל ק ע: מוז עס טאַקע הײַנט געשען, מאָטל?…
מ אָ ט ל ק אַ ס אָ י: נײן, װאָס דען? אָפּלײגז אַף מאָרגן? און טאָמער טראָגט עס אָן דעם טאַטן אַהערצוצו?…
ב ייִ ל ק ע: אױ, רײד גאָר ניט, מאָטל! איך קאָן גאָר װעגן דעם ניט טראַכטן! .)ײט צו נענט▮ר.) עס װילט זיך מיר נאָר נעמען נקמה, באַװײַזן, אַז איך בין אַ מענטש פֿאַר זיה, אַז איך בין פֿרײַ… נאָכדעם מעגן זײ שױן קומען, זאָגן װאָס זײ װילן… אַך, מאָטל, מאָטל! אַ ייִדישע טאָכטער קאָן זיה באַפֿרײַען פֿון איר טאַטע־מאַמע נאָר דעמאָלט, װען זי גיט אָפּ איר פֿרײַהײט צו אַן אַנךערן…
מ אָ ט ל ק אַ ס אָ י: װער רעדט פֿון פֿרײַהײט? װער װיל דאָס װעמעס פֿרײַהײט? בײלקע, נשמה טײַערע! האָבן מיר דען ניט געשװױרן אײנס דאָס אַנדערע טרײַע און אײביקע ליבע? זײַנען מיד ניט געבו▮ן אײנס מיט דאָס אַנדערע שױן פֿון לאַנג, נאָך אײדער דײַן טאַטע האָט ▮ע▮ ט▮.אָפֿן דאָס גרױסע גליק, אָדער דאָס גרױסע אומגליק, אױסצונעמען דעם חױפּט▮טרעפֿער? נישמער, מיר האָבן דאָס מיט װערטער ניט אַרו▮גע־זאָגט, ביז ס'איז געקומען די רעכטע צײַט… איצט קומט אױס עפּעס גלײַד, װי עמעצער פֿון אונדז װאָלט צודיקגעצױגן…
ב ייִ ל ק ע: .)יט פֿײַע▮▮ איך צי קײנמאָל ניט צוריק! איד באַקלאָג מיך נאָר אַף מײַן מזל, פֿאַרװאָס זאָל איך, אַ געליבטע בת־יחידח, אַ ציטעריקע באַ טאַטע־מאַמע, באַדאַ▮ן איר בעסטע שׂמחה, דעם בעסטן יום־טובֿ פֿון איר האַדצן, פּראַװען כאַפּנדיק, ב▮גנבה, גלײַד װי איד טו ▮עס אַ פֿאַרברעבן..▮ ▮ר▮ס גיט, מאָסל, אַז דעך טאַטע איז מיר פֿאָרט אַ ▮אָטע, און די ▮▮ ▮ אַ ▮מע!…
מ אָ ט ל ק אַ ס אָ י: אױג ▮ איז אַ רחמנות אַף טאַטע־מאַמע, איז דאָ ▮ו▮י װענן: ▮ער ▮ו װאַרטן ביז זי▮ װעלן קומען אַהער, ▮▮ פֿאַרקערעװען די האָלאָב▮ס און פֿאָרן צוריק אַהײם…
ב ייִ ל ק ע: זאָל גאָט היטן! דעמאָלט בין איה אַ פֿאַרלױרעיַע! דו קענסט ניט דעם ▮טן! דו מײנסט, אַז דאָס איז דער ייִד װאָס געװען? ג▮ט זאָל מיך ניט שטראָפֿן, ― זינט ער האָט אױסנענומען דאָם גךױסע געװינס, איז ער ▮עװילדעװעט געװאָרן! נײן! איד דאַרף אים אָפּטאָז אַןאַ זאַך, װאָס מע קאָן שױן צוריק ניט כאַפּן!
מ אָ ט ל ק אַ ס אָ י: הײסט דאָס, נאָר צוליב דעס אַלײן?…
ב י▮ ל ק ע: .)וקט אַ▮ סאַטלען ם▮ט אַ שסר▮כל.) אַך, מאָטל! ▮שיקאַװער מאָטל ▮אָס דו ביסט! דו װילסט אַן איבעריק מאָל אַרױסרײַסן באַ מיר דאָס װאָ▮רט פֿון מױל, אַז איך האָב דיך ליב, װי דאָס לעבן… װײסט שױן ק▮פּל אַלץ? האָסטו ש▮ין גערעדט מיט אים?
מ אָ ט ל ק אַ ס אָ י: ני▮ן, בײל▮ע, איך קאָן ניט. איד האָב קײן האַרץ ניט!… דער בחור איז בלינד. ער ה▮ט נאָה אַלץ אַ האָפֿענונג, טאָמער אין ער, נ▮ט איד, דער אױ▮דערװײלטער…
ב ייִ ל ק ע: .)רטראַכט טרױערי▮.) אַ רהמנוּת… דער יונג איז פֿאַרליבט אין מי▮..
מ אָ ט ל ק אַ ס אָ ▮: מיט סכּנות!
ב ייִ ל ק ע: װאָס־זשע טוט מען? זאָל א י ד מ▮ט אים רײדן?
מ אָ ט ל ק אַ ס אָ י: אױב דו ▮נ▮ט… איך האָב אים געזאָגט, אַ▮ דו דאַרפֿסט הײַ▮ט באַ דער ▮▮ער מינוט ב▮שטימעז, װער פֿון או▮ז צװײ איז דײַן באַש▮▮ער… און אַז ךו װע▮ ניט באַשטימען, האָב איך אים ▮נ▮▮דט▮ אַז מיר▮ װאַרפֿן גורל, ציִען קניפּלעך. וּוער ס'װעט אַד▮▮סצ▮עז דאָס קניפּל ― דער…
ב ייִ ל ק ע: .)עלאַכט זיך ה▮לכי▮.) ▮־▮▮אַ! כאַ־כאַ▮כאַ־כאַ!
מ אָ ט ל ק אַ ס אָ ▮: .)יבערראַשט.) װאָס איז דער געלעכטער?
ב ייִ ל ק ע: מיו איז אײַנגעפֿאַלן אַ געדאַנק! אײַ, אַ געדאַנ▮! .)אַפּט אַ װײַס טיכל, סאַכט אַ ק▮▮▮ און נאַך אַ ▮ניפּל.) איך האָב דאָ ▮װײ קנ▮לער. און אַזױ װי דו ב▮ט על▮ר, װעל איך דיר געבן ציִעז ▮ום ערשטז▮ ▮ועסטו ▮אָבן אַרױסגעצױגן דאָס קניפּל ־ כאַ־כאַ־באַ!… .) ▮רן זיך טריט ▮ן דרױסן. ג▮▮קע טרעט אָפּ צום פֿענצטער▮ עס ▮וסט אָן ▮ל ▮לבאָן אַ ▮ר▮י▮ער, אַנג▮אָדן סיט גאַנצע פּעק־▮עך און שקאַרסוצן.)▮
ק אָ ▮ ל ▮ ▮ ▮ ב אָ ▮: אָ! שױ▮ או▮עשטאַנען בײלקע? .)ו ב▮▮▮▮.) אַ ג▮טער א▮שטאַנד אַ▮ דיר!… אוף! איה האָב זיך עס אַ בי▮ אָ▮נע▮פּ▮! .)▮יגט אַ▮ק די ▮לעך טיט די ש▮קאַרסוצןי װי▮ט ▮יך ▮ם שחײס.) דראַמ▮טישע שרי▮טן ה▮▮
מ אָ ט ל ק אַ ס אָ י: א▮ז כאָטש ניט געװען אומזיסט דאָס ▮ו▮פֿן? .)אַטראַכט חאַס א▮ די פּעקלעך טוט זי▮▮
ק אָ פּ ל פ אָ ל ב אָ ן: חלילה! װאָס הײסט אומזיסט? אָט באַלד קומען צוגײן אַ בינטל ייִדן מיטז גאַנצן קלאַפּערגעצײַג, װי מיר האָב: אָפּגערעדט… .)ײַזט אַ▮ די שקאַרסו▮.) און דאַס איז גוטע זאַכז אַף צו פֿאַרבײַסן: לעקעד, הערינג און אַ ביסל משקה…
מ אָ ט ל ק אַ ס ▮ י: בראַװאָ, קאָפּל, ביסט װערט אַ מעדאַל!… אַצינד בלײַבט נאָך איבער אײן זאַד: אַ מנין װעלן מיר האָבן. אַ מסדר קידושין אױד. מיט לעקעה און בראָנפֿן און מיט פֿאַרבײַסן זײַנען מיר שױן אױה באַװאָרנט. און אַ כּלה האָבן מיר אױך. די פֿראַגע איז נאָר, װער פֿון אונדז צװײ איז דער חתן? דאָס דאַרפֿסטו… .)ֿאַרכאַפּט זיך.) מײן איד, ד▮ס דאַרפֿט איר, בײלקע, באַשטימען ― עם געװענדעט אָן דיר… מײן איך, אָן אײַך…
ב ייִ ל ק ע: אַך! מיר איז שװער, מיר איז אומאײַנגענעמען… איר װײסט, אַז איה בין אײַך בײדן דאַנקבאַר▮.. איר האָט פֿאַר מיר בײד▮▮ אַזױפֿיל געטאָן…
מ אָ ט ל ק אַ ס אָ י: אוז מיר זײַנען ערשט ▮גרײט צו טאָז…
ק אָ פּ ל פ אַ ל ב אָ ן: אין פֿײַער אוּן אין װאַסער!
ב ייִ ל ק ע: .)ראַכט כלוסרשט אַ חײַלע.) שאַט! װײסט איך װאָס מיר איז נאָרװאָס אײַנגעפֿאַלז? לאָמיר װאַרפֿן גורל!…
מ אָ ט ל ק אַ ס אָ י: דאָס אײגענע האָבן מיר שױן מיט קאָפּ־▮ען לאַנג געטראַכט…
ק אָ פּ ל פ אַ ל ב אָ ן: נאָד אײדער דאָס אוּמגליק האָט געטראָפֿן מיטן גרױסן געװינס…
ב ייִ ל ק ע: זעט איר? ― אַף אַ גלײַכע זאַה פֿאַלן אַלע גלײַד… ▮ועסט דאָס טיכל ▮יט די צװײ פּאַרטיקע קניפּלעך, דרײט כלו▮רשט אַ נײַ קניפּל, ציט עס אױס צו זײ בײדע.) װעד פֿון אײַך איז עלטער?
ק אָ פּ ל פ אַ ל ב אָ ן: .)יך שױן גרײט געח▮ אױסצוצ▮ען די ▮האַנט.) דו ביסט עלטער, מאָטל, אױב איך האָב קײן טעות…
מ אָ ט ל ק אַ ס אָ י: מיט אַ יאָד און מיט אַ װאָך.
ב ייִ ל ק ע: .)ו סאָטלען.) װי באַלד אַזױ, באַדאַרפֿסטו… מײן איך, באַדאַרפֿט איר, מאָטל, ציִען דער ערשטער… .)ראָגט אים אונטער די צװײ עקן פֿונעם טיכל▮ סאַטל קאַסאַו קלערט כלו▮רשט אַ חײַלע, חאַקלט ציט פּאַסעלעך ם▮ט צחײ פֿינגער באַם שפּי▮ פֿון עק טיכל און של▮ט אַרױס אַ קניפּל. ב▮ילקע באַהאַלט דאָס טיכל.)
מ אָ ט ל ק אַ ס אָ י: .)רי▮סלט אָפּ די הענט, קוקט אַ▮ קאָ▮לען ▮יט אַנטשולדיקונג.) נו?
ק אָ פּ ל פ אַ ל ב אָ ן: .)לאַם, זיפֿצט אַ▮. צו סאַטלען.) דײַן גליק… לאָז גאָט געבן… .)אָן ניט רײךן װײַטער פּון אױפֿרעגונג▮ שלינגט ךי טרערן.) ב ייִ ל ק ע: אײַ־פֿע, קאָפּל, איך האָב זיך ניט געריכט אַף אײַך… ג▮האַלטן פֿאַר אַ גוטן פֿרײַנט…
מ אָ ט ל ק אַ ס אָ י: .)ו בײלקען.) קאָפּל זאָגט דען עפּעס? אַדרבא!…
ק אָ פּ ל פ אַ ל ב אָ ן: אַדרבא! לאָז מיר אָנגײן, װאָס איר װינטש אים און אײַה בײדן… ס'איז דאָך אַ גורל, אַ לאָטעריע…
מ אָ ט ל ק אַ ס אָ י: ער זאָל געוּוען אַרױסציִען, װאָלט ער…
ק אָ פּ ל פ אַ ל ב אָ ן: איד זאָל געװען אַרױסציִ▮▮ן, װאָלט איך… איד װינטש אײַך, איר זאָלט אײַך עלטערן אין… אין… אַלדאָס גוטס.
מ אָ ט ל ק אַ ס אָ י: אָמן! קום אַהער, לאָמיר זיך צעקושן. .)עסען זיך אַרום▮ סאָטל סיט קאָפּלען, און צעקושן זיך▮)
ק אָ פּ ל פ אַ ל ב אָ ן: דעם אמת אױב איר װילט װיסן, האָט מיר דאָס האַרץ געזאָגט שױן לאַנג, אַז דער גליקלעכער װעט זײַן מאָטל, נ▮ט איך… װי קום איך? איך בין פֿון תּמיד אָן אַ שלים־מזל… שלים▮ שלים―מזל… און איד האָב צו קײנעם ניט קײן טענות… גאָט איז מײַן עדות, װי ▮▮יך האָכ אײַך ליב געהאַט, בײלקע, און האָב אײַך ליב נאָד אַצינד.. און װאָס פֿאַר אַ גוטער פֿרײַנט איך בין צו מײַן הבר מאָטל▮.. איך זאָג אײַה נאָכאַמאָל, אַז װאָס איה װינטש אײַך בײדן, מעג עס מיר אָנגײן כאָטש האַלב… אײַ, איה האָב געהאַט אַ שטיקל האָפֿענונג ― בין איך ניט שולדיק. איך בין דאָה ניט מער װי אַ מענטש… איך האָב אָבער אין זינען געהאַט אױך די אַנדערע זײַט, אַז טאָמער חלילה לאָזט זיד אױס מיט אַ בױדעם ― אַזױ פֿאָר איך גלײַך אַװעק קײן אַמעריקע. אַ סימן האָט איר….)עש▮יליעט זיך, ציט אַרױס פֿון בוזעם־▮עשענע אַ ביכל.) אָט האָב איד מיר צוגעגרײט אַ פּאַס..▮ .)אָטל קאַסאָי ▮ון בײלקע קוקו זיך איבער. בײדע זײַנען גערירט.)
ב ייִ ל ק ע: צו װאָס אַזױ װײַט, אַזש קײן אַמעריקע? בלײַבט דאָ, און ל▮מיר זײַן גוטע פֿרײַנט.
מ א ט ל ק אַ ס אָ י: פֿאַרגעס ניט קאָפּל, װער עס בעט דיך…
ק אָ פּ ל פ אַ ל ב אָ ן: מירן נאָד האָבן אַ ישוב… דערװײַל בי▮ איך נאָך אַ היגער און באַדאַרף פֿריִער פּראַװען אײַער חתונה. ▮▮יך בו▮ דאָד עפּעס אַ מחותּן… פֿון חתנס צד.
ב ייִ ל ק ע: נײן, פֿון כלהס צד.
מ אָ ט ל ק אַ ס אָ י: פֿון בײךע צדדים.
ק אָ פּ ל פ אַ ל ב אָ ן: פֿון בײדע צדדים. .)ערט זיך צו.) מע ג▮יט, מע נײט… .)ס קוסט אײנס נ▮ך דאָס אַנדערע אַ סנין ▮דן פֿון אַלערלײ סינים ― סיט היטלען און סיט קאַפּעלושלעך, סיט לאַנגע קאַ־פֿאָטעס און סיט קורצע װײטיקלעך▮ ― אײנער סיט גראָבע פּאוח או▮ ▮יט אַ ירסלקע אונטערן חײכן קאַפּעלוש, אונטערגעבונ▮ סיט אַ רױטע פּאַטשײלע, ־ שפּילט די ראָל פֿון אַ רבֿ▮ ▮ נאַך אײנער האַלט אַ פּלעשל סיט אַ גלעזל ― ער חעט דאַס זײַן דער שסש▮ פֿיר אַנדערע ײַדן האַל▮
די פּיר שטאַנגען, פּח אױ▮ אַ גרינע שאַל סיט אַ באַכראַסאַ, ― ▮▮ חעט זײַן די חופּה. אַ פּאָר חײַבער האַבן זיך אױך אַרײַנגערוקט, שטײ▮ פֿונדערחײַטן סיט פֿרוסע פּניסער גרײט צו ענטפּערן ,יברוך הוא ▮רוך שסו אסן“▮ אױך ײַנגלעך קונדײסים זײַנ▮ געקום▮ אַנקוקן אַ שטילע חופּה א▮ אפֿשר כאַ▮ אַ שטיקל לעקעך.)
ק אָ פּ ל פ אַ ל ב אָ ן: .)וט אַ ח▮נק צום ▮▮, חאָס שפּילט די ראָליע פֿון אַ ▮.) ▮נו?
ד ע ר ייִ ד: .)ו קאָ▮לען.) נו־נו! .)וט אַ חוּנ▮ צו אײנער פּװ די חײַבער, זי זאָל נעסען די כּלה. ― יענע גײט צו צו בײלקען, נעסט ▮רױס אַ געלע פּאַטשײלע.)
ד י ייִ ד ע נ ע: װער איז דער חתן? .)ופּט צו קאָפּלען.)
ק אָ פּ ל פ אַ ל ב אָ ן: .)ײַזט אַ▮ סאַטלען.) דער חתן איז ― ער.
מ אָ ט ל ק אַ ס אָ י: .)ײט צו.) דאָס בין איד.
ד י ייִ ד ע נ ע: .)יט אים די געלע פֿאַטשײלע.) אָט מיט דעך פֿאַטשײלע, זײַט מוחל, ▮דעקט איבער דער כּלה דאָס פּנים, דאָס װעט זײַ▮ דאָס באַדעקנס. .)אָטל נעסט די געלע פֿאַטשײלע, גײט צו פּאַסעלעך צו בײלקען און דעקט איר איבער דאָס פּנים▮ די ייִדענע נעסט בײלק▮ פֿאַר אַ האַנט, טוט אַ װונק צו קאָפּלען, ער זאָל נעסען דעם חחן פּאַר אַ האַנט▮ ער פֿירט זײ אַרונטער דער חופּה.)
ד ע ר ייִ ד: .)ום חחן.) אי־אָ? טבעת?… .)ער חחן פֿאַרשטײט ניט.)
ד י ייִ ▮ד ע נ ע: אַ רינגל, אַ פֿינגערל, אַף מקדש זײַן…
ק אָ פּ ל פ אַ ל ב אָ ן: .)וט זיך אַ כאַ▮ צו די ▮עשענעס.) אַ פֿינגערל? ס'איז דאָ, ס'איז דאָ… אַלצדינג האָב איך באַדאַרפֿט איז זינען האָבז… יעדע זאַך באַזאָרגן… אַפֿילו אַ קידושין פֿינגעך▮ל… .)יט ▮רױס אַ ▮אַ▮ירל פֿון ▮עשענעי חיקלט אַרױם פֿון דאַרט אַ גאַל▮ רינגל, גיט דאָס איבער צו סאַטלען)
ד ע ר ייִ ד: .)ו חאַטלע▮▮ טו אָן דאָס פֿינגערל דער כּלה אוּן זאָג מיר נאָך איטלעכס װאָרט! .)אָגט. סאָטל זאָגט אים נאָך.) ▮הר▮ את… מקודשת לי… בטבעת זו… כדת משה ױשראל“… מזל טובֿ!
ד ע ר ע ו ל ם: מזל טובֿ! מזל טובֿ! .)אָפּל פֿאַלבאָן און סאָטל ▮אַסאָי כאַ▮ זיך אַרום און קושן זיך ― אין דעם סאַסע רעכטן טוסל ▮▮נט זיך די טיר און עס רײַ▮ זיך אַרײַן▮ שיסעלע סאַראַקער, עטיע־▮עניע און סאָלאָחײטשיק דער שדכן סיט זײ▮ עס װערט אַ סוסאַטאָכע.)
ב ייִ ל ק ע: .)ֿאַלט צו צו סאַטל▮ אַ▮ די הענט.) דער טאַטע!..▮ די מאַמע!…
ש י מ ע ל ע ס אַ ר אָ ק ע ר: .)וקט זיך אַרום, דערקענט ניט די טאָכטער אונטער דער געלער פֿאַטשײל▮▮ װ▮ איז זי ערגעץ? װוּ איז מײַן קינד? װאָס שװײַגט איר, ייִדן? עמך!… ע ט י ע ־ מ ע נ י ע: דו הערסט דעז ניט איר ▮ול?
ס אָ ל אָ װ ייִ ט ש י ק: .)טופּט זיך דורך.) פּאַזװאָלטיע!… איזװיניטיע, גאָספּאָדאַ▮ אָט דאָס איז זי דאָך! .)ײַסט אַרונטער די ג▮ע פ▮טשײלע פֿון בײלקעס פּנים.) זאַמעטשאַטעלנאָ! דאָס איז אַ מעשׂה, װאָס טשטאָ ניבוד אַסאָבענע!…
ש י מ ע ל ע ס אַ ר אָ ק ע ר: .)ערזעט בײלקען▮ לאַזט ױך צו ▮יר חיט אָפֿענע אָרעחם.) טעכטערלעך מײַנע טײַערע! אַבי דו לעבסט און מײַנע אױגן זעען דיך! .)ײל▮ע ▮אַלט אים אין די הענט אַרײַן. בײ▮ ו▮▮ װײנען.)
ע ט י ע ― מ ע נ י ע: .)ֿאַרברעכט רי הענט, פּאַלט אַ▮ אַ שטול, שאָ▮לט ךיך און װײנט, לררענענרי▮ סיט אַ ניג▮ פֿון חחינוה.) װײ איז מיר און װינד איז מיר! אַ דונער איז מיר און אַ בראָד איז מיר! צו װאָס מיר האָבן ▮יד דערלעבט און װאָס מיר זעען מיט די אױגן! מיט װאָס דאָבן מיר זיד ▮אַרזינדיקט באַ גאָט, אַז אונדזער קינד זאָל אוּנדז אַזױ פ▮רשװאַרצן דאָס פּנים? װאָס טוט זיך דאָ און מיט װעמעז װיל זי דאָס גײן צו דער חופּה, פֿאַרװיסט און פֿאַרפֿינצטערט בין איד געװאָרן?!…
ס א ל אָ װ ייִ ט ש י ק: .)אָט שטילערהײט געכאַפּט אַ ▮▮ר װערטער סיט רי ייִדן און געחױרע געװאָרן אַרן אײן סינוט אַלצדינג▮ ― צו עטיע־סעני▮.) איזװיניטיע, מאַדאַם! איר װײסט גאָרניט װאָס איר ךעדט. אײַער טאָכטער האָט שױן חתונה געהאַט נאָרװאָס… מיט אָט דעם יאַט▮.. .)ײַזט אַ▮ סאַטלען.) אײַד קומט מזל טובֿ!…
ע ט י ע ־ מ ע נ י ע: .)ֿאַרחאַרפּט דעם קאָפּ אַ▮ צו חלשן.) אױ, אַ דונער איז מיר! אױ, אַ שלאַק איז מיר! אָ קױל תאָט מיד געטראָפֿן! אַ שפּין אין האַרצן אַרײַן!…
ש י מ ע ל ע ס אַ ר אָ ק ע ד: שאַ! שטיל! גענוג דיר צו לײגן קנײטלעה! נאַרישע קלאָגמוטער! בהמה װאָס דו בי▮ט! ▮דײַ▮ קיגד זאָל געװען חלילה שטאַרבן, אָדער אַװעקשמדן זיך, װאָלט געװען בעס▮ר? הערט נאַר אַן אומגליק ― איר טאָכטער האָט חתונה געהאַט פֿאַר איר גלײַכן, גענומען אַ שנײַדער, אַן אמתן עמך ― איז איר ביטער! .)ו דער ס▮כטער.) װער איז דײַן באַשעדטער? .)ײַזט אַ▮ סאָטלען און אַ▮ קאָפּ־לען.) דער? צי יענער? איך בין נאָך ניט קלאָר אַקוראַט…
ק אָ פּ ל פ אַ ל ב אָ ן: .)ײַזט אַ▮ סאָטלען.) ער איז דאָס דער גליקלעכער… מיר האָבן געװאָרפֿן גורל▮..
ש י מ ע ל ע ס אַ ר אָ ק ע ר: .)יבערראַשט▮. װאָסער גורל?
ק אָ ▮ ל פ אַ ל ב אָ ז: אַזױ װי מיר בײדע זײַנעז געװען פֿאַר־ליבט▮ ה▮בן מיד געצױגן קניפּלעך, חאָט ער אַרױסגעצױגן, הײסט עס, איז ער זוכה בגורל.
ס אָ ל אָ װ ייִ ט ש י ק: זאַמעטשאַטעלנאָ! האָב א▮ך אײַך ניט געזאָגט, אַז אײנער פֿון די צװײ וּועט נעמען אײַער טאָכטער? איך זאָל שױן טאַקע אַזױ לעבן מיט אײַה און מיט אײַער װײַב!… ־ ש י מ ע ל ע ס אַ ר אָ ק ע ר: װאָס־זשע האָט מען נאָך באַדאַרפֿט אַנטלױפֿן? האָט איר דאָך געקענט זאָגן מיר, װאָלט דאָך עס געװען שײן און פֿײַן און שאַ און עמך…
מ אָ ט ל ק אַ ס אָ י: װער האָט געקאָנט מיט אײַך רײדן?
ב ײ ל ק ע: נאָך דעם אומגליק, װאָס האָט געטראָפֿן, זינט דו האָסט אױסגענומען דאָס גרױסע געװינס…
ש י מ ע ל ע ס אַ ר אָ ק ע ר: װאָסערע לאָקשן? װאָסערע פֿלױמען? אױס אומגליק! אױס גרױסער געװינס! מע האָט צוגענומען, אױסגעצאַפּט, אױסגעמאַנטאַטשעט און אױסגעכמאַליעט אינגאַנצן ביז דער לעצטער פּרוטה. ניט געלאָזט, איר זאָלט זאָגן, אַפֿילו אַ סימן. געבליבן דער אײגענער עמך, װאָס געװען…
ב ײ ל ק ע: (איבערראַשט.) װער איז דאָס געװען? װוּ? װען?
ע ט י ע ־ מ ע נ י ע: אָט יענע צװײ שלים־מזלען, װאָס פֿון טרעיאַטער…
ב ײ ל ק ע: װיגדאָרטשוק און רובינטשיק? װיִאַזױ איז דאָס געשען?
ש י מ ע ל ע ס אַ ר אָ ק ע ר: װיִאַזױ ס'איז געשען, איז פֿאַרפֿאַלן… צוגענומען װי מיט די הענט און אַװעק װוּ דער װײַסער פֿעפֿער װאַקסט… קײן האָן האָט אַפֿילו ניט געקרײט… און אפֿשר מײנסטו, אַז ס'האָט זיך מיר ניט געחלומט פֿריִער מיט אַ נאַכט אַ בײזער חלום? ס'זאָל נאָר אױסגײן אַף זײער קאָפּ, רבונו של עולם!
ע ט י ע ־ מ ע נ י ע: אָמן!
ד י װ ײַ ב ע ר: (מאַכן אַ פֿרום פּנים.) אָמן, ברוך הוא וברוך שמו!
ש י מ ע ל ע ס אַ ר אָ ק ע ר: נאָר גענוג. כאַפּט זײ דער װאַטן־מאַכער! אַבי מײַן קינד האָט זיך מיר אָפּגעזוכט, בין איך צופֿרידן, הײב איך אױף די הענט צו גאָט און זאָג: גם זו לטובֿה!…
ע ט י ע ־ מ ע נ י ע: אָמן!
ד י װ ײַ ב ע ר: (פֿרום.) אָמן, ברוך הוא וברוך שמו!..
ש י מ ע ל ע ס אַ ר אָ ק ע ר: אײַ, װאָס איך בין געבליבן אַז פֿאָדעם? ― ס'האָט מיד גאָט געשטראָפֿט דערפֿאַר, װאָס עס האָט זיך מיר פֿאַרװאָלט װערן אַ מיליאָנטשיק… און ייִחוס האָט זיך מיר פֿאַרגלוסט… דער קאָפּ האָט זיך מיר פֿאַרדרײט, איך בין געװען שיכּור… עפּעס װי אָטשאַדעט… איצט איז אַרױס דער טשאַד, האָב איך זיך אױסגעניכטערט, זע איך, אַז איך בין געװען אַ נאַר און אַז איך בין װערט שמיץ… (צום עולם.) ייִדן! איר האָט געהערט מן־הסתּם, אַז אַן אָרעמער שנײַדער האָט אױסגענומען דאָס גרױסע געװינס, די צװײ הונדערט טױזנט? דאָס בין איך. שימעלע סאַראָקער איז מײַן נאָמען… די צװײ הונדערט טױזנט זײַנען אױסגערונען, אַװעק מיטן װינט און מיטן רױך, און שימעלע איז צוריק דער אײגענער עמך, װאָס געװען… איצט איז באַ מיר אַ שׂמחה, אַ יום־טובֿ, ― מײַן טאָכטער האָט חתונה געהאַט למזל ― װוּ איז דער לעקעך און בראָנפֿן? לאָמיר נעמען צו קאַפּעלעך משקה און טרינקען לחײם פֿאַר אונדזער פֿאָלק, שער און אײַזן עמך!…
ק אָ פּ ל פֿ אַ ל ב אָ ן: (טוט זיך אַ װאַרף צו די פּעקלעך מיט די שקאַרמוצן. בינט אױף און לײגט אױס אַפֿן טיש.) אָט דאָ איז פֿאַראַן אַלצדינג, אי צו טרינקען, אי צו פֿאַרבײַסן… (ער און דער ייִד, װאָס דינט אַלס שמשׂ, שטעלן אױס אַפֿן טיש די פֿלעשלעך מיט די גלעזלעך.)
ס אָ ל אָ װ ײ ט ש י ק: (נעמט אַף זיך די ראָל פֿון אַ סאַרװער און פֿון אַ טאָסטמײַסטער און באַזעצט צום טיש גאַנץ אױבנאָן חתן־כּלה, דערנאָך די מחותּנים שימעלען מיט עטיע־מעניען.) איזװיניטיע, אײַך קומט דער אױבנאָן. (צו די ייִדן.) עולם! צום טיש! (צו קאַפּלען.) חתנס צד! גיס אָן די גלעזלעך! (צו די װײַבער.) װײַבער! נעמט לעקעך, מאַכט מזונות! (טײלט זײ אױס לעקעך, לײגט אַלײן אױך אין מױל אַרײַן. װײַזט אַף די קינדער.) און גיט די ממזרים אױך צו שטיקלעך לעקעך ― ס'אַ מצװה! און ס'איז טאַקע ,גוטער לעקעך אױך ― טשטאָ ניבוד זאַ־מעטשאַטעלנאָ! (קײַט.) לחײם, חתן־כּלה! לחײם, מחותּן!, לחײם, מחותּנתטע! לחײם חתנס צד און כּלהס צד! און לחײם, ייִדן אַלע! לאָמיר זײַן געזונט און טאַנצן אַף פֿרעמדע און אַף אײגענע חתונות! (טרינקט. אַלע באַגעגענען זיך מיט די גלעזלעך און טרינקען און פֿאַרבײַסן.)
ש י מ ע ל ע ס אַ ר אָ ק ע ר: ישקני ― הערט־זשע מיך אױס, ייִדן, די מעשׂה דערפֿון איז אַזױ: באַ מיר איז הײַנט אַ צװײענדיקער יום־טובֿ. ערשטנס, װאָס סע האָט זיך אָפּגעזוכט מײַן קינד, מײַן בת־יחידה, מײַן אױג אין קאָפּ. זײַן זאָל זי מיר געזונט און שטאַרק און זאָל מיר איבערלעבן!
ע ט י ע ־ מ ע נ י ע: אָמן!
ד י װ ײַ ב ע ר: (מיט אַ פֿרומע מינע.) אָמן, ברוך הוא וברוך שמו!
ש י מ ע ל ע ס אַ ר אָ ק ע ר: דאָס אַנדערע, װאָס זי האָט זיך באַהעפֿט מיט איר גלײַכן און האָט זיך אױסדערװײלט אַ מאַן פֿון אונדזער פֿאָלק, שער און אײַזן עמך, ניט געװאָלט הערן אַפֿילו פֿון יענעם פּיפּערנאָטער דעם ריסטעקראַט, װאָס האָט זיך צוגעשמײכלט צו די פֿופֿציק טױזנט, װאָס איך האָב געהאַט בדעה איר צו געבן נדן און װאָס די צװײ ממזרים, זשוליקעס און אַפֿעריסטן האָבן באַ מיר אױסגעמאַנטאַטשעט מיט נאָך הונדערט טױזנט ― די כּפּרה זאָלן זײ זײַן מיטן געלט פֿאַר מיר און פֿאַר אײַך און פֿאַר כּל ישׂראל.
ע ט י ע ־ מ ע נ י ע: אָמן! ד י װ ײַ ב ע ר: (פֿרום.) אָמן, ברוך הוא וברוד שמו!
ש י מ ע ל ע ס אַ ר אָ ק ע ר: װיבאַלד אַזױ, באַדאַרף מען נעמען נאָכאַמאָל צו קאַפּלעך לחײם לכּבֿוד דעם פּאָרפֿאָלק און לכּבֿוד זײערע פֿרײַנט און גוטע פֿרײַנט און לכּבֿוד אַלע אונדזערע עמך… (באַגעגנט זיך מיט די גלעזלעך, טרינקט. אַלע טרינקען מיט.) און גאָר אַ באַזונדערן לחײם װיל איך טרינקען צו דעם, װעלכן מײַן טאָכטער האָט אױסדערװײלט. (צו מאָטלען.) לחײם, מאָטל! לאָז גאָט געבן, אַז דײַן „זכה בגורל“ זאָל זײַן מיט מער גליק און מיט מער אַריכת־ימים, װי מײַז „זכה בגורל“ איז געװען!
ע ט י ע ־ מ ע נ י ע: אָמן!
ד י װ ײַ ב ע ר: (פֿרום.) אָמן, ברוך הוא וברוך שמו! (שימעלע און מאָטל צעקושן זיך.)
ש י מ ע ל ע ס אַ ר אָ ק ע ר: (שױן גאָר פֿרײלעך.) ישקני ― הערט מיך אױס, ייִדן! אַז גאָט האָט אַזױ געפֿירט, מיר זאָלן זיך באַגעגענען מיט אײַך אָט אַ דאָ אַף אַזאַ שׂמחה, איז אַ יושר, מיר זאָלן זיך טאַקע פֿרײען, כאַפּן אַ טענצל, אַזױ װי גאָט האָט געבאָטן. מירן זיך נעמען פֿאַר די הענט, איר װעט מיר העלפֿן זינגען, און מיר װעלן כאַפּן אַ טענצל, דאָס הײסט, גײן דעם אמתן עמך… (דער עולם שטעלט זיך אַװעק אַרום דעם מחותּן, פּליעסקען צו מיט די הענט, כאַפּן אונטער אַ פֿרײלעכן ניגון, און עס װאַקסט אױס דער ייִד, װאָס האָט מסדר קידושין געװען, און צו דעם נאָך אַ ייִד, און בײדע לאָזן זיך טאַנצן.)
ס אָ ל אָ װ ײ ט ש י ק: (שטעלט אָפּ דעם ערשטן ייִדן.) פֿעטער! װער זײַט איר?
ד ע ר ייִ ד: (טאַנצנדיק.) איך בין דער ייִד, װאָס כ'האָב מסדר קידושין געװען.
ס אָ ל אָ װ ײ ט ש י ק: און װער איז דער אַנדערער? (װײַזט אָן אַפֿן צװײטן, װאָס טאַנצט.)
ד ע ר ייִ ד: (טאַנצנדיק.) גלאַט אַ ייִד.
ש י מ ע ל ע ס אַ ר אָ ק ע ר: זײער גערעכט. דאָס איז אַ בראַװער ייִד! פֿון די אמתע עמך!… (פֿאַרקאַטשעט די פּאָלעס און גײט אַ פֿרײלעכס.)
ס אָ ל אָ װ ײ ט ש י ק: און װוּ בין איך? (ער האָט פֿאַרקאַטשעט די אַרבל און לאָזט זיך אַקעגן אים. בײדע שטײַגן איבער אײנס דאָס אַנדערע אין טאַנצן, װאָס גײט אַלע מאָל שטאַרקער און לעבעדיקער. ביז עם רײַסט זיך אַרײַן אין רעדל אױך די ייִדענע, װאָס האָט געשפּילט די ראָלע פֿון אַן אונטערפֿירערן, און גײט אַ „קאָזאַטשקע“, מאַכנדיק מיט דער געלער פֿאַטשײלע איבערן קאָפּ אַלערלײ מאַניפּולאַציעס. ― קאָפּל פֿאַלבאָן קאָן זיך ניט באַהערשן און טאַנצט אױך אין קאָן. מאַכט פֿרי־סיאַדקעס. ― אַלע זינגען, אַלע פּליעסקען. העכער פֿון אַלע הערט זיך שימעלעס קול.)
ש י מ ע ל ע ס אַ ר אָ ק ע ר: שטאַרקער, ייִדן! לעבעדיקער! לעבעדיקער! עמך, שער און אײַזן אונדזער פֿאָלק ― עמך!!!…
פֿאַרהאַנג לאַנגזאַם.
געשריבן אין יאָר 1915. א י נ ה אַ ל ט
די אַסיפֿה ― ― ― ― ― ― ― ― ― ― ― ― 175
יקנה″ז ― ― ― ― ― ― ― ― ― ― ― ― ― 189 מזל טובֿ! ― ― ― ― ― ― ― ― ― ― ― ― 261
פֿאַרביטן די יוצרות ― ― ― ― ― ― ― ― ― 283
אַגענטן ― ― ― ― ― ― ― ― ― ― ― ― ― 301
קעניג פּיק ― ― ― ― ― ― ― ― ― ― ― ― 315
שראַגע ― ― ― ― ― ― ― ― ― ― ― ― ― 327
עולם־הבא ― ― ― ― ― ― ― ― ― ― ― ― 343 מיסטער בױם אין קלאָזעט ― ― ― ― ― ― ― ― 355 אינצװײען אַ זעקס־און־זעכציק ― ― ― ― ― ― 361