דראַמאַטישע שריפֿטן: דאָס גרױסע געװינס

שלום עליכם (אַלע װערק)

„מענטשן“? אײַך איז גרינג „מענטשן“ צונעמען און „מענטשן“ אָפּשאַפֿן! איר װאַרפֿט זיך מיט „מענטשן“, מאַ שער מאַדאַם! אױב ס'איז איבער טיר, אַרעװאָאַר אַװעק פּלעזיר! (מאַכט איר אַ קניקסן). גריסט אײַער ערלעכן תּכשיט נאַטאַן מאָיסעיעװיטש. מיר װעלן זיך נאָר אַמאָל באַגעגענען מיט אים!… און איר װאַרפֿט זיך נאָר ניט אַזױ מיט „מענטשן“ מאַדאַם, װאָרעם „מענטשן“ זײַנען אױך מענטשן, טשאָרט װאַס פּאָבערי!..

מ אַ ד אַ ם ג אָ ל ד: (טופּעט מיט די פֿיס). דניאל! װאָס שטײסטו װי אַ לײמענער גולם? װאַרף זי אַרױס! װאַרף זײ אַלעמען אַרױס! אַלעמען! אַלע „מענטשן“! אין דער ערד אַרײַן! אין דער ערד אַרײַן די „מענטשן“. איר מאַכט מיר אַ תּל פֿון מײַן שטוב! איר פֿאַרפּאַסקודיקט מיר מײַן שטוב!!!…

ד נ י א ל: (אַראָפּ צום טיש, כאַפּט אַרױס דאָס געלט פֿון טישקעסטל מיט די פּאַפּירן מיט די ביכלעך, טוט דאָס אַ װאָרף דער מאַדאַם צו די פֿיס אינאײנעם מיטן בינטל שליסלען, פֿאַרשפּיליעט זיך פֿון אױבן ביז אַראָפּ). גענוג! גענוג האָב איך געשװיגן, פֿאַרברענט זאָל דאָס װערן! (צו די דינסטן הױך). איר מאַכט זײ אַ תּל פֿון זײער שטוב! איר פֿאַרפּאַסקודיקט זײ די שטוב! מיר, „מענטשן“, פֿאַרפּאַסקודיקן זײ זײער שטוב!… טוט זיך אָן! קומט! קומט אַװעק פֿון דאַנען! מיר טאָרן דאָ ניט זײַן! װער זײַנען מיר? װאָס זײַנען מיר? מיר זײַנען ערגער פֿון ערגער! מיר זײַנען גאָרניט! מיר זײַנען דער רוח װײס װאָס! מיר זײַנען „מענטשן“! „מענטשן“ זײַנען מיר! (אױסער זיך, די אױגן אָנגעגאָסן. שרײַט הױך). מענטשן! מענטשן!… פֿ אָ ר ה אַ נ ג. געשריבן אין יאָר 1907.

אַ פֿאָלקס־שפּיל אין פֿיר אַקטן

די פּאַרשױנען:

ש י מ ע ל ע ס אַ ר אָ ק ע ר, אַ שנײַדער בן שנײַדער, אַ מענטש אין די

מיטעלע יאָרן, מיט אַ קול נגינה. ע ט י ע ־ מ ע נ י ע, זײַן װײַב. אַ טשיקאַװע ייִדענע. ב ייִ ל ק ע, זײער טעכטערל. אַ מײדל אַ פּאַרשױן. ק אָ פּ ל פֿ אַ ל ב אָ ן ם אָ ט ל ק אַ ס אָ י שנײַדעריונגען. טשעפּקע בחורים. אָ ס ק אַ ר ס אָ ל אָ מ אָ נ אָ װ י ט ש (רב אָשר) פֿ ײַ ן, אַ ייִד,

אַ נגיד, אַן אַריסטאָקראַט, מיט אַ בײַכל און מיט אַ ליסינע. ג ע ר ט ר ו ד אַ װ ל אַ ד י מ י ר אָ װ נ אַ (גאָלדע) פֿ ײַ ן, זײַן מאַ־

דאַם, גרין װי גראָז. ס אָ ל אָ מ אָ ן אָ ס ק אַ ר אָ װ י ט ש פֿ ײַ ן , זײער זונדל, אַ שײנער

יונג. ק אָ ל ט ו ן, אַ פּריקאַזטשיק באַ די פֿײַנס. אַ בחור אַ פֿאַרזעעניש. ס אָ ל אָ װ ײ ט ש י ק , אַ מאָדנער שדכן מיט אַ קאַפּעלוש. ג אָ ל ד ע נ ט אָ ל ע ר , אַ דירעקטאָר פֿון אַ באַנק. ה י מ ע ל פֿ אַ ר ב , אַ בוכהאַלטער. אַ מענטש מיט אַ צינגל. װ י ג ד אָ ר ט ש ו ק , אַ געװעזענער מוזיקאַנט. אַ מענטש מיט געדאַנקען. ר ו ב י נ ט ש י ק , אַ געװעזענער פּאַריקמאַכער. זײַנער אַ חבֿר. פּ ע ר ל ד י מ י ט נ י ט ש ק ע , אַ ייִדענע װאָס פֿאַרקױפֿט מעל און

מאָלט װי אַ מיל. מ ע נ ד ל ד ע ר ל אָ ק ײ , אַ געװעזענער משרת, איצט אַ „לאַקײ“. י ו כ בֿ ד ד י מ ױ ד , אַ שטובמײדל, אַ האָנאָריסטע נקבֿה.

אַ קצבֿ, אַ באַקאַלײשטשיק, גבאָים פֿון תּלמוד־תּורה, הערן און דאַמען, און גלאַט ייִדן און װײַבער.

אָ ר ט ― אַ ייִדישע שטאָט אין דער אַלטער הײם. צ ײַ ט ― פֿאַר דער מלחמה. אַ גרױס חדר, אין בעל־מלאָכהשן צושטאַנד מעבלירט. אַ לאַנגער טיש. אַפֿן טיש אָנגעװאָרפֿן שניט־סחורה, אַ גרױסע שער מיט אַ קרײַדל. באַם טיש זיצן בײדע יונגען, מ אָ ט ל ק אַ ס אָ י און ק אָ פּ ל פֿ אַ ל ־ ב אָ ן, פֿאַרטיפֿט אין דער אַרבעט און זיפֿצן. באַם פֿענצטער שטײט אַ נײ־מאַשין. צװײ טירן: אײנע אין דרױסן אַרױס, די אַנדערע צו דער קיך.

מ אָ ט ל ק אַ ס אָ י: אַף גױיִשע קעפּ! װאָס זיפֿצסטו, קאָפּל?

ק אָ פּ ל פֿ אַ ל ב אָ ן: װאָס זיפֿצסטו, מאָטל? דו מעגסט?

מ אָ ט ל ק אַ ס אָ י: לאָמיר זיך װעטן, אַז איך װײס, װאָס דו זיפֿצסט.

ק אָ פּ ל פֿ אַ ל ב אָ ן: אַז דו װײסט, הײַנט װאָס פֿרעגסטו? (פּױזע).

מ אָ ט ל ק אַ ס אָ י: קאָפּל! אַז דו װעסט מיר געבן דאָס װאָרט, אַז דו װעסט קײנעם ניט דערצײלן, װעל איך דיר עפּעס זאָגן.

ק אָ פּ ל פֿ אַ ל ב אָ ן: (גיט אים די האַנט). אָט האָסטו מײַן האַנט.

מ אָ ט ל ק אַ ס אָ י: (קוקט זיך אַרום). קאַפּל! ביז װאַנען װעלן מיר זיך שפּילן אין באַהעלטעניש? צו װאָס קאָמעדיעס? צײַט מיר זאָלן זיך דורכשמועסן… אײנמאָל פֿאַר אַלעמאָל ― װאָס װעלן מיר דערמיט פּועלן? גאָרנישט מיט גאָרנישט. מיר בײדע האָבן ליב אײן מײדל, אַז דער רוח נעמט אונדז אַװעק!

ק אָ פּ ל פֿ אַ ל ב אָ ן: דו מײנסט בײלקען? (לאָזט אָפּ די אױגן).

מ אָ ט ל ק אַ ס אָ י: מיר פֿאַר דײַן שׂכל, ליכטיקער פּנים! װעמען דען מײן איך ― דעם רבֿס טאָכטער? פֿאַרשטײט זיך, אַז איך מײן ניט קײן אַנדערע, נאָר אונדזער באַלעבאָס טעכטערל, בײלקען מײן איך… איז דאָך ממה־נפֿשך: אָדער איך, אָדער דו… בײדע קאָנען מיר דאָך פֿאַר אײן מײדל ניט חתונה האָבן… װי מײנסטו, קאָפּל?

ק אָ פּ ל פֿ אַ ל ב אָ ן: איך מײן, אַז נײן.

מ אָ ט ל ק אַ ס אָ י: אַף מיר אַזאַ יאָר, װאָס פֿאַר אַ שטיק חכם דו ביסט! װעמען, הײסט דאָס, זי האָט ליב, דעם װעט זי נעמען… איז דאָס קלאָר?

ק אָ פּ ל פֿ אַ ל ב אָ ן: קלאָר, װי דער טאָג.

מ אָ ט ל ק אַ ס אָ י: לעבן זאָלסטו מיר, ביסט קלוג, װי די װעלט! װאָס־זשע טוט מען אָבער, קאָפּל סערצע, טאָמער האָט זי אונדז בײדן גלײַך ליב?

ק אָ פּ ל פֿ אַ ל ב אָ ן: נו יאָ, װאָס טוט מען דעמאָלט?

מ אָ ט ל ק אַ ס אָ י: אָט אַזױ האָב איך דיך ליב! דעמאָלט איז דאָ נאָר אײן עצה.

ק אָ פּ ל פֿ אַ ל ב אָ ן: דהײַנו, װאָס פֿאַר אַן עצה, מאָטל?

מ אָ ט ל ק אַ ס אָ י: מיר'ן װאַרפֿן גורל, ציִען קניפּלעך. און װער ס'װעט אַרױסציִען דאָס קניפּל ― דער װעט זײַן דער גליקלעכער… האָסטו עס צעקײַט? (קאָפּל שאָקלט מיטן קאַפּ). אױב אַזױ, דאַרפֿן מיר זיך בײדע געבן תּקיעת־כּף, אַז װאָס מיר האָבן אָפּגעמאַכט איז הײליק, און אַז מיר דאַרפֿן גײן בײדע האַנט באַ האַנט, זיך העלפֿן אײנס דאָס אַנדערע אין אַ נױט און אָנװענדן אַלע מיטלען, אַז בײלקע זאָל זײַן אונדזערע… דאָס הײסט, זי זאָל זײַן מײַנע אָדער דײַנע! איז דאָס געמאַכט? גיב מיר נאָר דײַן יד! (קאָפּל ציט אים אױס די האַנט). גיב אַהער די מאָרדע, לאָם איך דיך כאָטש אַ קוש טאָן! (זײ צעקושן זיך מיט אַ פֿעטן הױכן סמאָצקעדיקן קוש. עס עפֿנט זיך די דרױסן־טיר און עס קוסט אַן ב ײ ל ק ע מיט אַ פּעקל סחורה, װײַס גרעט. זי לײגט אַװעק דאָס פּעקל אַפֿן טיש, טוט אױס דאָס היטעלע, מאַכט צורעכט די האַר, גרײט זיך זעצן צו דער מאַשין).

ב ײ ל ק ע: מאָטל קאַסאָי! קאָפּל פֿאַלבאָן! װאָס זיצט איר, װי די חתנים? פֿאַרװאָס צענעמט איר ניט דאָס פּעקל? (בײדע יונגען טוען זיך אַ װאָרף צום פּעקל. בײלקע צעלאַכט זיך).

מ אָ ט ל ק אַ ס אָ י: (צו בײלקען). בײלקע! מיר האָבן אײַך געװאָלט עפּעס פֿרעגן אַ זאַך.

ק אָ פּ ל פֿ אַ ל ב אָ ן: (זיפֿצט). יאָ, עפּעס אַ זאַך פֿרעגן.

ב ייִ ל ק ע: בײדע אײן זאַך? צי יעדער באַזונדער אַ זאַך?

מ אָ ט ל ק אַ ס אָ י: ס'איז אײן זאַך, נאָר עס געהער זיך אָן מיט יעדן באַזונדער… פֿון אונדז בײדן…

ק אָ פּ ל פֿ אַ ל ב אָ ן: טאַקע פֿון אונדז בײדן, הײסט עס…

ב ייִ ל ק ע: (פֿאַרשטעלט זיך די אױערן). טראַ־טאַ־טאַ־טאַ־טאַ! אַז איר'ט רײדן בײדע מיטאַמאָל!…

מ אָ ט ל ק אַ ס אָ י: (צו קאָפּלען). לאָז מיך ― איכ'ל רײדן.

ק אָ פּ ל פֿ אַ ל ב אָ ן: (צו מאָטלען). רײד דו, רײד!

מ אָ ט ל ק אַ ס אָ י: אױ, בײלקע! װאָס װײסט איר?… מיר קלײַבן זיך שױן פֿון לאַנג!…

ק אָ פּ ל פֿ אַ ל ב אָ ן: (זיפֿצט). נאָך פֿון פֿאַראַיאָרן!…

מ אָ ט ל ק אַ ס אָ י: (צו קאַפּלען). שלאָג־זשע ניט איבער! ממה־נפֿשך ― אָדער איך, אָדער דו…

ק אָ פּ ל פֿ אַ ל ב אָ ן: (צו מאָטלען). נו, רײד, רײד! װער לאָזט דיך ניט?

מ אָ ט ל ק אַ ס אָ י: (צו בײלקען). האָבן מיר געװאָלט פֿריִער אַ שמועס טאָן מיטן טאַטן…

ק אָ פּ ל פֿ אַ ל ב אָ ן: מיטן באַלעבאָס, הײסט עס…

מ אָ ט ל ק אָ ס אָ י: (קוקט אַף קאָפּלען בײז). דערנאָך האָבן מיר זיך באַטראַכט ― נײן, ס'טױג ניט: אַף צו פֿריִער דאַרפֿן מיר איבעררעדן מיט אײַך.

ק אָ פּ ל פֿ אַ ל ב אָ ן: װאָרעם מיר װײסן דאָך ניט, װער פֿון אונדז בײדן…

מ אָ ט ל ק אָ ס אָ י: (צו קאָפּלען). װאָס־זשע כאַפּסטו באַ מיר פֿונעם מױל?

ב ײ ל ק ע: שאַ! װײסט איר װאָס? לאָמיר גאָר װאַרפֿן גורל, ציִען קניפּלעך. (מאַכט אַ קניפּל אין נאָז־טיכל). װער ס'װעט אַרױסציִען דאָס קניפּל, דער װעט רײדן.

מ אָ ט ל ק אָ ס אָ י: אױ! לעבן זאָלט איר, בײלקע, נשמה טײַערע! מיר האָבן טאַקע נאָרװאָס אָפּגערעדט צװישן אונדז בײדע, אַז מיר זאָלן ציִען קניפּלעך…

ק אָ פּ ל פֿ אַ ל ב אָ ן: ניט אַף רײדן ― אַף אַז אַנדער זאַך…

ב ײ ל ק ע: אַף װאָסער זאַך?

ק אָ פּ ל פֿ אַ ל ב אָ ן: אַז מיר… אַז איר…

מ אָ מ ל ק אַ ס אָ י: אַ ביסל אַ לשון! (קרימט אים איבער). אַז מיר… אַז איר!… אָט װעל איך…

ק אָ פּ ל פֿ אַ ל ב אָ ן: נו, זאָג דו, זאָג!

מ אָ ט ל ק אַ ס אָ י: איז געבליבן באַ אונדז אָפּגעמאַכט: אַזױ װי מיר װײסן ניט װער, דאָס הײסט, װעמען, איך מײן, װער װעמען… זאָלן מיר אַף צו פֿריִער װאַרפֿן גורל, װער ס'װעט אַרױסציִען דאָס קניפּל, דער לאָז אײַך… מײן איך, דעם זאָלט איר… טפֿו ־ אַז ער לאָזט ניט רײדן!

ב ייִ ל ק ע: כאַ־כאַ־כאַ! (עס עפֿנט זיך די דרױסן־טיר און עס קאַטשעט זיך אַרײַן ע ט י ע ־ ם ע נ י ע מיט אַ גרױסן קאָשיק, אָנגעלאָדן מיט כּל־המינים גרינס פֿונעם מאַרק. די יונגען טוען זיך אַ װאָרף צו דער אַרבעט. בײלקע ― צו דער מאַשין).

ע ט י ע ־ מ ע נ י ע: דער טאַטע נאָך ניטאָ? (נעסט זיך צום קאָשיק, לײדיקט אים אױס). אַ יקרות געװאָרן אַף קנאָבל ― זאָל גאָט היטן! אַ שטיקל גליק כאָטש, װאָס ציבעלעס איז װאָלװל. און רײד מיט אים, זאָגט ער ― דװקא קנאָבל! אָט איז ער, דער ברױטגעבער, מע זאָל דערמאָנען משיחן! (עס קוסט אָן ש י מ ע ל ע ס אַ ר אַ ק ע ר מיט אַ מאָדנע גרױסן קאַשקעט אַפֿן קאַפּ און מיט אַן אַלטער געלער ריפּסענער קאַפּאָטע. װי ער קוסט אַרײַן װאַרפֿט ער אַראָפּ די קאַפּאָטע, בלײַבט מיט די װײַסע אַרבל, און אַ ציצה פֿון טלית־קטן קוקט אַרױס פֿון אַ לײַבל, װאָס שפּילט אַ ראָלע פֿון אַ זשילעט. מיט גרױסע קעשענעס און מיט נאָדלען אין דער רעכטער לאַץ. אין באָרד זעט זיך אַ װײַסער פֿאָדעם. איבערן האַלדז הענגט באַ אים אַ לאַנגע סאַנטימעטער־פּאַס, אַף דער נאָז טוט ער אָן אַ פּאָר ברילן, אַפֿן קאַפּ ― אַ יאַרמלקע, װאָס מע זעט זי קױם אַרױס פֿון די געדיכטע האַר, און ער נעמט זיך גלײַך צו דער שער. מאָלט פֿריִער מיטן קרײַדל אַף דער שװאַרצער מאַטעריע, װאָס ליגט גרײט אַפֿן טיש).

ש י מ ע ל ע ס אַ ר אָ ק ע ר: (שנײַדנדיק, זינגט ער אונטער דער נאָז. עמך ― אונדזער פֿאָלק, שער און אײַזן ― עמך!… (צום װײַב). װאָס האָסטו געזאָגט ― משיח?…

ע ט י ע ־ מ ע נ י ע: (געבראַכט פֿון קיך אַ פּאָר טעפּלעך, זעצט זיך אַװעק אָן אַ זײַט, שײלט קאַרטאָפֿלעס). איך זאָג, מע זאָל דערמאָנען משיחן. מע האָט גערעדט פֿון קנאָבל, ביסטו אָנגעקומען.

ש י מ ע ל ע ס אַ ר אָ ק ע ר: (צײכנט מיטן קרײַדל). אַ סמיכות הפּרשה! דערימעך גײען די קאַטשקעס באָרװעס און גענדז אָן פּלודערן… (די טאָכטער און די יונגן לאַכן).

ע ט י ע ־ מ ע נ י ע: (באַלײדיקט). ער דרשנט, און זײ קװעלן אָן. טאָמער װײסטו, װאָס איז דער געלעכטער?

ש י מ ע ל ע ס אַ ר אָ ק ע ר: װאָס־זשע? אַז מע רעדט פֿון קנאָבל, דערימעך איז װאָס?

ע ט י ע ־ מ ע נ י ע: זאָג איך, אַז קנאָבל איז מיט גאָלד גלײַך, און דו האָסט אַקוראַט ליב קנאָבל…

ש י מ ע ל ע ס אַ ר אָ ק ע ר: דעריבער דאַרף קומען משיח? (קלאַפּט אין טיש). װוּ איז מײַן שער? (געפֿינט די שער). די שער איז דאָ! (ער נעמט זיך מיט דער שער שנײַדן איבער די צײכנס, כאַפּט אַראָפּ אַלע מינוט די פּאַפּירענע מאָס פֿון האַלדז, זינגט בעת־מעשׂה אַ לידל. בײדע יונגען און די טאָכטער האַלטן אונטער).

ע ט י ע ־ מ ע נ י ע: (זיפֿצט). אָט באַלד װעט קומען אַ זאַקוציע ― דער שײנער פּריקאַזטשיק פֿונעם שײנעם באַלעבעסל, אַ כאָליערע זאָל קומען אַף זײַן קאָפּ און אַפֿן באַלעבאָס הענט און פֿיס, און אַפֿן באַלעבאָס זונדל אױך אַ ביסל!… (בײדע יונגען לאַכן).

ש י מ ע ל ע ס אַ ר אָ ק ע ר: װאָס האָסטו צום באַלעבאָס? װאָס איז ער שולדיק, אַז ער האָט אַ דירה און מיר זיצן אין איר? (צו די יונגען, װעלכע לאַכן). טאָמער װאָלט איר זיך גענומען בעסער צו די אײַזנס? עס קומט באַלד צוגײן דעם באַלעבאָס זונדל געבן אַ מעסט אָן דעם גאַרניטער… (די יונגען טוען זיך אַ נעם צו די אײַזנס). איך האָב אים צוגעזאָגט אַף הײַנט, באַדאַרף מען האַלטן װאָרט. שימעלע סאַראָקער איז ניט פֿון יענע בעל־מלאָכות, װאָס קאַטאָרע שער און אײַזן אונדזער פֿאָלק עמך… (עס עפֿנט זיך די טיר און עס קומט אַרײַן ס אַ ל אַ ־ ם אַ ן פֿ ײַ ן , אַ גלאַטער, אַ רײנער, אַן אױסגעפּוצטער פֿון קאַפּ ביז פֿיס, װי אַ ליאַלקע. שימעלע סאַראָקער באַגעגנט אים מיט אַ שמײכל). מע זאָל דערמאָנען משיחן… נאָר װאָס גערעדט פֿון אײַך.

ס אָ ל אָ מ אָ ן: (העכער האַלב גערעדט אַף רוסיש). ניעוזשעלי? (קוקט אַף בײלקען). פּאָקראַינײ מיעריע, צו גוטן?

ע ט י ע ־ מ ע נ י ע: װאָס־זשע, צו בײזן װעט מען אײַך חלילה דערמאָנען? װאָס האָבן מיר צו אײַך?

ס אָ ל אָ מ אָ ן: (צו דער שנײַדערן). אָטשען ראַד! )צום שנײַ־דער). און װאָס הערט זיך, דאַראָגאָי סאָסיעד, װעגן מײַן ליעטני קאָסטיום?

ש י מ ע ל ע ס אַ ר אָ ק ע ר: אײַער זומערדיקער קאָסטיום? הלװאַי װאָלט איך שױן אַזױ זײַן באַװאָרנט מיט דירה־געלט צאָלן אײַער פּאַפּאַשע, װי איר זײַט באַװאָרנט מיט אַ זומערדיקן גאַרניטער.

ע ט י ע ־ מ ע נ י ע: (צום מאַן). טאָמער װאָלטסטו אים טאַקע געדברט, אַז ער זאָל דברן זײַן אָבי, אַז דער אָבי זאָל דברן דעם שײנעם פּריקאַזטשיק, ער זאָל אַזױ גוט זײַן ניט דערקוטשען מיטן דירה־געלט?

ש י מ ע ל ע ס אַ ר אָ ק ע ר: (נעסט אַראָפּ פֿונעם פֿלעקל אַ זומערדיקן, נאַר ניט קײן פֿאַרענדיקן אָנצוג. צום װײַב). הערסט דאָך, אַז ער איז מבֿין כּל דיבור!… )ער מעסט אָן אַף סאָלאָמאָנען דעם װײַסן פּיד־זשאַק). אַף מיר אַזאַ יאָר, װי עס ליגט אַף אײַך אױסגעגאָסן! איך, אַז איך נעם זיך צו אַ שטיקל אַרבעט, זע איך, ס'זאָל זײַן עמך ― שער און אײַזן אונדזער פֿאָלק! אַזאַ יאָר אַף מיר!

ע ט י ע ־ מ ע נ י ע: אָמן!

ש י מ ע ל ע ס אַ ר אָ ק ע ר: (שפּיגלט זיך אין דעם פּידזשאַק). כ'װאָלט אַ בעלן געװען אין דעם קלײדער־מאַגאַזין זאָל מען אײַך דערלאַנגען אַזאַ מין שטיקל אַרבעט. נאָר װי לאַנג קרענקען זײ! שער און אײַזן אונדזער פֿאָלק ― עמך!

ע ט י ע ־ מ ע נ י ע: אָמן!

ש י מ ע ל ע ס אַ ר אָ ק ע ר: (צום װײַב). ברוך הוא וברוך שמו אָמן! ביסט אין שול להבֿדיל, װאָס דו האָסט זיך צעאָמנט?

ס אָ ל אָ מ אָ ן: קאָגדאַ־זשע?

ש י מ ע ל ע ס אַ ר אָ ק ע ר: װען איר'ט עס האָבן פֿאַרטיק? הלװאַי װאָלט איך שױן אַזױ גיך געװען פֿאַרטיק מיט דירה־געלט, װאָס איך דאַרף צאָלן אײַער טאַטן, און אײַער אופּראַװליאַיושטשי דערקוטשעט, לאָזט ניט לעבן!… אפֿשר װאָלט געװען אַ סבֿרה, איר זאָלט אַ רײד טאָן מיט אײַער פּאַפּאַשע, אַז…

ס אָ ל אָ מ אָ ן: (שלאָגט אים איבער). עטאָ ניע מאָיאָ דיעלאָ…

ש י מ ע ל ע ס אַ ר אָ ק ע ר: (צום װײַב). ער זאָגט, ער מישט זיך ניט אין זײַן טאַטנס געשעפֿטן.

ס אָ ל אָ מ אָ ן: (צום שנײַדער און צו דער שנײַדערן. לאָזט ניט אַראָפּ קײן אױג פֿון בײלקען). דאָ סװידאַניאַ.

ש י מ ע ל ע ס אַ ר אָ ק ע ר: (באַגלײט אים אַרױס, נײגט זיך). דאָ סװידאַניאַ, פּראָשטשאַיטיע, לאָזט גריסן אײַער פּאַפּאַשע. זאָגט אים, אַז ער זאָל זײַן רויִק ― כ'װעל אים מיט גאָטס הילף אינגיכן מסתּמא אָפּצאָלן…

ע ט י ע ־ מ ע נ י ע: (שרײַט אים נאָך). און נאָך מיט גרױס דאַנק!…

ס אָ ל אָ מ אָ ן: (אַראָפּגעלאָזט דעם קאַפּ, שױן באַ דער טיר). עטאָ מעניאַ ניע קאַסאַיעטסיאַ. (אָפּ. ― עס הערשט אַ קורצע אומאַנגענעמע שטילקײט. יעדער טוט זיך זײַן אַרבעט).

ע ט י ע ־ מ ע נ י ע: (שײלנדיק די קאַרטאָפֿלעס). דער רוח װאָלט אים גענומען, ער זאָל זאָגן דאָרטן דעם פּאַפּאַשע אַ גוט װאָרט פֿאַר אונדז!…

מ אָ ט ל ק אַ ס אָ י: (פּרעסנדיק). דאָס עפּעלע פֿאַלט ניט װײַט פֿונעם בײמעלע…

ק אָ פּ ל פֿ אַ ל ב אָ ן: (שפּײַט אַפֿן פֿינגער און אַפֿן פּרעסל). בורדזשוק בלײַבט בורדזשוק…

ש י מ ע ל ע ס אַ ר אָ ק ע ר: (לײגט אַװעק די שער. צו די יונגען). בורדזשוק? איך װאָלט אַ בעלן געװען זען, װאָס װאָלט איר געזאָגט, האָלעדראַנצעס, װען איר האָט אַ טאַטן רב אָשר פֿײַן, צי װאָלט איר בעסער געװען? גלאַט אין דער װעלט אַרײַן ― בורדזשוק! עמך! (צום װײַב). און דו פֿאַרנעמסט זיך אױך מיט „קריטיקעס“, פּעטי־מעטי? (טוט אַ קוק אַרײַן צו איר אין טאָפּ אַרײַן). טוסט, דאַכט מיר, אַן אײדעלע אַרבעט ― שײלסט קאַרטאָפֿלעס ― טאָ שײל! דו װײסט דען אַן אַנדער מאכל אַ חוץ קאַרטאָפֿלעס? (זינגט). זונטיק בולבעס! מאָנטיק בולבעס! דינסטיק בולבעס!…

ע ט י ע ־ מ ע נ י ע: שטײט אים ניט אָן! אפֿשר געבראָטענע טײַבעלעך מיט מאַרצעפּאַנעס? (הערט אױף צו שײלן די קאַרטאָפֿלעס. נאָר זי בראָקט זײ אַף קלײנע שטיקלעך, איבערלײגנדיק פֿון אײן טאָפּ אינעם אַנדערן).

ש י מ ע ל ע ס אַ ר אָ ק ע ר: װאָס־זשע מײנסטו? אַז גאָט װיל נאָר, קאָנען מיר נאָך הײַנט האָבן געבראָטענע טײַבעלעך מיט מאַרצעפּאַנעס… הײַנט איז דאָך דער צװײטער מײַ… הײַנט קער מען שױן װיסן. (קוקט אַפֿן װאַנט־זײגער). ניטאָ נאָך קײן צען אַזײגער. װײַטער װאָלט איך געשיקט אין באַנק אַרײַן אַ פֿרעג טאָן, װיפֿל האָט אױסגענומען מײַן בילעט…

ע ט י ע ־ מ ע נ י ע: כאַ־כאַ! װ י פֿ ל ער האָט אױסגענומען? פֿריִער װער געװױר, אױב ער האָט עפּעס אױסגענומען, און דערנאָך ערשט ― „װיפֿל“?

ש י מ ע ל ע ס אַ ר אָ ק ע ר: (שטעלט אָן די ברילן אַפֿן װײַב). אַזױ? חכמה מײַנע! אַז מײַן בילעט האָט אױסגענומען ― דאָס פֿאַרשפּאָר איך שױן פֿרעגן…

ע ט י ע ־ מ ע נ י ע: פֿון װאַנען װײסטו דאָס? עמעצער האָט דיר געשריבן אַ בריװל?

ש י מ ע ל ע ס אַ ר אָ ק ע ר: (קוקט שפּאָטיש דורך די ברילן, װי אַ מענטש, װאָס װײס עפּעס אַ סוד). אַז איר זאָלט װיסן, װאָס פֿאַר אַ חלום מיר האָט זיך הײַנטיקע נאַכט געחלומט, װאָלט איר זיך אױפֿגעהערט צו װערטלען… נאָר װאָס איז מיט אײַך צו רײדן? (צעשפּיליעט דאָס לײַבל, װאָס זעט אױס װי אַ זשילעט, בינדט אױף אַן אינעװײניקסטע קעשענע, נעסט אַרױס פֿון דאָרטן אַ פֿאַטשײלע, װוּ עס ליגט אַ געל פּאַפּירל, צעהאַקט און פֿאַרשמאָלצעװעט). אָט װעט איר הערן, װאָס פֿאַר אַ חלום עס חלומט זיך שימעלען. (אַלע װאַרפֿן די אַרבעט, גרײט אױסהערן זײַן חלום). איך האָב פֿײַנט פּוסטע חלומות! שימעלען אַז עס חלומט זיך אַ חלום, איז דאָ װאָס צו הערן! שער און אײַזן אונדזער פֿאָלק עמך… (טוט אױס די ברילן). עס חלומט זיך מיר, הערט־זשע, אַז איך שטײ מיר אַזױ באַ מײַן טיש, װי איר זעט מיך אָטאָ, מיט מײַן שער און אײַזן, און שנײַד מיר צו אַ שטיקל אַרבעט. אַ געװענטענעם „פּרינץ אַלבערט“ פֿון פֿיר אַכציק אַן אַרשין. דערװײַל, אַזױ װי איך שטײ פֿאַרטראַכט מיט דער שער אין האַנט, הײב איך אױף די אױגן און טו אַ קוק, גלאַט אַזױ אין דער װעלט אַרײַן, ― דערזע איך אַ בױם אין מיטן שטוב…

ב ײ ל ק ע: אין מיטן שטוב אַ בױם?

ש י מ ע ל ע ס אַ ר אָ ק ע ר: און אַפֿן בױם װאַקסן רענדלעך…

ב ײ ל ק ע: אַפֿן בױם רענדלעך?

ש י מ ע ל ע ס אַ ר אָ ק ע ר: גאָלדענע רענדלעך. רוף איר מיך אָנעט צו דער מאַמע: עטיע־מעניע, זאָג איך, זעסט רענדלעך? זאָגט זי: איך זע. זאָג איך: װאָס־זשע שװײַגסטו? זאָגט זי: װאָס־זשע זאָל איך טאָן? זאָג איך: קריך, זײַ מוהל, אַרױף אַפֿן בױם און טרײסל, און איך װעל, זאָג איך, קלײַבן… זאָגט זי: קריך דו, װאָס עפּעס איך? זאָג איך: װאָס האָסטו מורא? ס'װעט דיר חלילה אָפּפֿאַלן? זאָגט זי: לאָז פֿון מײַנע שׂונאים פֿאַלן גאַנצע שטיקער…

ע ט י ע ־ מ ע נ י ע: ס'אַ ליגן. איך האָב עס ניט געזאָגט!

ש י מ ע ל ע ס אַ ר אָ ק ע ר: (צום װײַב). בהמה װאָס דו ביסט ― ס'איז דאָך אַ חלום! (צו דער טאָכטער). אָט דאָ האָסטו די קװיטאַנציע. אַז דו װעסט ענדיקן דאָס שטיקל אַרבעט אַף דער מאַשין, װעסטו זיך מטריח זײַן אין דער באַנק ― דו װײסט דאָך װוּ?…

ב ײ ל ק ע: (אַרבעטנדיק). אין דער טשאַסנע קאָמערטשעסקי?

ש י מ ע ל ע ס אַ ר אָ ק ע ר: טשאַסנע קאָמערטשעסקי… און װעסט זײ אָ װײַז געבן די קװיטאַנציע, ניט אַװעקגעבן, נאָר אַ װײַז געבן… און אַ פֿרעג טאָז, װיפֿל האָב איר אױסגענומען?

ע ט י ע ־ מ ע נ י ע: (טוענדיק איר אַרבעט). װידעראַמאָל װיפֿל“? ― אַ קאָמעדיע מיט אים!

ש י מ ע ל ע ס אַ ר אָ ק ע ר: (אױפֿגעבראַכט). גוטע יאָרן, װער ס'אַ מבֿין אַף קאָמעדיעס! אַז מיר חלומט זיך אַ חלום, דערצײלט זי מיר מעשׂיות ― „אַ קאָמעדיע!“… זי מײנט, איך בין גלאַט אױפֿגעשטאַנען אינדערפֿרי פּלוצעם פֿון דער העלער הױט און האָב זיך אײַנגערעדט אַ לונג און לעבער… איך בין טאַקע אַ שנײַדער, נאָר שׂכל אַף אױסצונעמען דעם גרױסן געװינס האָב איך גלײַך מיטן גרעסטן נגיד! דאָס אַלײן איז שױן אַ בריהשאַפֿט ― האַלטן אַ בילעט עטלעכע און צװאַנציק יאָר, פּגרן פֿאַר אַ גראָשן און דעם בילעט אַ מכּה פֿאַרקױפֿן ― דאָס קאָן נאָר שימעלע סאַראָקער, אונדזער פֿאָלק שער און אײַזן עמך… (פּרעסט. זינגט בעת־מעשׂה אונטער דער נאָז עפּעס אַ ניגון. חבֿרה האַלטן אונטער. נאָך אַ פּױזע צו דער טאָכטער). האָסט שױן געענדיקט? אַצינד קאָנסטו גײן. (גיט איר איבער די קװיטאַנציע פֿאָרזיכטיק). זע נאָר, זאָלסט חלילה ניט פֿאַרלירן די קװיטאַנציע ― ס'איז געלט! און אַ סך געלט!….בײלקע אָפּ.

ע ט י ע ־ מ ע נ י ע: שמעון! װיפֿל באַטרעפֿט דאָס?

ש י מ ע ל ע ס אַ ר אָ ק ע ר: װאָס?

ע ט י ע ־ מ ע נ י ע: אָט דאָס גרױסע געװינס, װאָס דו זאָגסט?

ש י מ ע ל ע ס אַ ר אָ ק ע ר: (שטעלט אָן אַף איר די ברילן. און אַז איך װעל דיר זאָגן, װעסטו װיסן? צװײ מאָל הונדערט טױזנט.

ע ט י ע ־ מ ע נ י ע: (דערשראָקן). צװײ מאָל טױזנט הונדערט?

ש י מ ע ל ע ס אַ ר אָ ק ע ר: ניט צװײ מאָל טױזנט הונדערט, נאָר צװײ מאָל הונדערט טױזנט! אױ, אָט די װײַבער! נאָר אַ באַשרײַבונג פֿון זײ צו מאַכן, אַ קאָמעדיע מיט איר!

ע ט י ע ־ מ ע נ י ע: אַזױ? איז שױן גאָר מיט מיר אַ קאָמעדיע?

ש י מ ע ל ע ס אַ ר אָ ק ע ר: װאָס דען? מיט מיר? (עס עפֿנט זיך די טיר און עס קומט אַרײַן ק אַ ל ט ו ן דער פּריקאַזטשיק, אַ שװאַרצער יונגערמאַנטשיק, אַ ביסל אַ סאָטולעװאַטער, אָנגעטאָן אין נײַס פֿון קאָפּ ביז די פֿיס. נאָר אַלצדינג הענגט אַף אים, װי אַ זאַק. אַז ער רעדט, שמײכלט ער און כאַפּט זיך אַלעמאָל באַ די לאַנגע אַרבל, קאַטשעט זײ אַרױף. רעדט אַ ביסל מיט דער סין אום גיך, שלינגט די װערטער, ניט געקײַט. אַפֿן קאָפּ איז באַ אים אַ פּליך, נאָר צוגעדעקט מיט די עטלעכע איבערגעבליבענע גלאַנצנדיקע האַר. כּסדר שװיצט ער. שימעלע סאַראַ־קער צום אַרײַנגעקומענעם). מע זאָל דערמאָנען משיחן! נאָרװאָס גערעדט פֿון אײַך.

ק אָ ל ט ו ן: כאָטשבי צום גוטן, כע־כע? (קוקט זיך אַרום אַף אַלע זײַטן).

ע ט י ע ־ מ ע נ י ע: װאָס־זשע? צו בײזן װעט מען פֿון אײַך רײדן?

ש י מ ע ל ע ס אָ ר אָ ק ע ר: (װײַזט אים אַף אַ שטול). זיצט, פּאַני קאָלטון.

ק אָ ל ט ו ן: אַ דאַנק. איך בין ניט געקומען זיצן, כע־כע. איך בין געקומען פּאָ דיעלו. (קוקט זיך אַרום, זוכט עמעצן). איר װײסט שױן, מן־הסתּם, װאָס איך בין געקומען?

ע ט י ע ־ מ ע נ י ע: (קוקט אים נאָך, װי ער זוכט). הלװאַי װאָלטן מיר אַזױ ניט געװוּסט! װעמען זוכט איר, װאָלט איך געװאָלט װיסן ― דעם נעכטיקן טאָג?

ק אָ ל ט ו ן: (מאַכט זיך ניט הערנדיק). הײַנט איז שױן דעך צװײטער מײַ, כע־כע.

ש י מ ע ל ע ס אַ ר אָ ק ע ר: (דורכגעצױגן אַ פֿאָדעם און אַ לעק דעם פֿינגער). איך האָב אַ גוטן סימן, אַז הײַנט איז דער צװײטער מײַ, װאָרעם נעכטן איז געװען די ציִונג. (קוקט אַפֿן זײגער).

ק אָ ל ט ו ן: װאָסער ציִונג? (פֿאַררײכערט אַ גראָבן ציגאַר).

ש י מ ע ל ע ס אַ ר אָ ק ע ר: (פֿאַרהוסט זיך פֿון קאָלטונס צי־גאַר). װי טײַער צאָלט איר, פּאַני קאָלטון, פֿאַר אײַערע האָלעװעשקעס?

ק אָ ל ט ו ן: ערשטנס, רופֿט מיך ניט „פּאַני קאָלטון“, כע־כע, רופֿט מיך באַם אמתן נאָמען: יעפֿים פּאַנטעלעמאָנאָװיטש ― אַזױ רופֿן מיך אַלע.

ש י מ ע ל ע ס אַ ר אָ ק ע ר: האָט קײן פֿאַראיבל ניט, יעפֿים פּאַנטאַלאָנאָװיטש…

ק אָ ל ט ו ן: ניט פּאַנטאַלאָנאָװיטש, נאָר פּאַנטעלעמאָנאָװיטש.

ש י מ ע ל ע ס אַ ר אָ ק ע ר: לאָז זײַן פּאַנטעלעמאָװיטש… אין חלומות גלײבט איר? צי נײן?

ק אָ ל ט ו ן: פֿאַרװאָס ניט? אָט האָט זיך מיר אַנומלטן געחלומט, אַז מע ציט מיר אַ באַקצאָן, איז טאַקע געשטאָרבן באַ מיר אַ שװעסטער נאָך פֿריִער אײדער עס האָט זיך מיר געחלומט. אַקעגן װאָס איז דאָס געקומען צו רײד? (קוקט זיך אַרום). װוּ איז דאָס אײַער טאָכטער, װאָס מען זעט זי ניט? (די יונגען קוק זיך איבער).

ש י מ ע ל ע ס אַ ר אָ ק ע ר: מײַן בײלקע? זי װעט באַלד קומען. (זיפֿצט). אײַ, אַז גאָט זאָל נאָר װעלן, בין איך הײַנט אַ גבֿיר און שיט אָן אָט אַזאַ היטל מיט געלט! (װײַזט אים מיט בײדע הענט). עמך!…

ק אָ ל ט ו ן: זעט איר, דאָס װאָלט געװען אַ שׂכל און ס'װאָלט טאַקע געװען, כע־כע, זײער־זײער גוט!

ש י מ ע ל ע ס אַ ר אָ ק ע ר: (קוקט אים אַן). װאָס װאָלט געװען די גוטסקײט?

ק אָ ל ט ו ן : װאָלט איר פֿאַרשפּאָרט, כע־כע, מיר אָפּלײגן פֿון אײן װאָך אַף דער אַנדערער און פֿון אײן חודש אַפֿן אַנדערן. נאָר פֿון װאַנעט, למשל, װעט זיך עס באַ אײַך נעמען פּלוצעם אַזאַ גבֿירישאַפֿט? אַ רײַכער פֿעטער איז באַ אײַך געשטאָרבן אין אַמעריקע? צי װאָס?

ש י מ ע ל ע ס אַ ר אָ ק ע ר: (לײגט אָפּ די אַרבעט). נײן! מײַן פֿעטער אין אַמעריקע לעבט נאָך ביז הונדערט צװאַנציק יאָר! (קוקט אַפֿן װאַנט־זײגער). אָט נאָך אַ האַלבע שעה װעלן מיר װיסן… איך האָב, פֿאַרשטײט איר מיך, אַ װיגריזשנע בילעט האָב איך.

ק אָ ל ט ו ן: (איבערראַשט). איר האָט װיגריזשנע בילעטן, האָט איר, און אַז סע קומט צו דירה־געלט…

ע ט י ע ־ מ ע נ י ע: בילעטן? מישטײנס געזאָגט ― אײנעם אַ בילעט! אי דאָס ― ליגט ער פֿאַרזעצט און פֿאַרמשכּונט פֿון מתושלחס יאָרן… מײַנע שׂונאים מעגן דאָס פֿאַרמאָגן, װאָס ער האָט אין דעם בילעט!…

ש י מ ע ל ע ס אַ ר אָ ק ע ר: פֿונדעסטװעגן קאָן אַזאַ בילעט אױסנעמען דאָס גרױסע געװינס… קײנער װײס ניט װעמעס מאָרגן ס'איז…

ק אָ ל ט ו ן: (שטײט אױף). אױב איר מײנט דערמיט סילוקן מיר דירה־געלט, האָט איר אַ טעות, מײַן ליבער שנײַדער. קײן װיגריזשנע בילעטן געװינען ניט. בלאָטע! דאָס האָבן די קאַנטאָרן און די בענק אױסגעטראַכט. גיכער װעט אַף אײַך אײַנפֿאַלן אָט די סטעליע, זעט איר?..

ע ט י ע ־ מ ע נ י ע: אַ קאַץ װאַשט זיך, אַ גוטער פֿרײַנט בענטשט. פֿאַלן זאָל אַף מײַנע שׂונאים אַ דונער אין קאָפּ! ― האָסטו געהערט אַ ביסל?!…

ק אָ ל ט ו ן: ייִדענע! עס רעדט זיך אַזױ בדרך משל… מײַנע באַלעבאַטים האָבן אַ ביסל מער בילעטן, און עס האָט נאָך פֿון זײ קײן אײנער ניט געװוּנען. פֿון די זאַכן פֿאַרגעסט. איר זוכט בעסער אַן עצה, װוּ קריגט מען דירה־געלט, װאָרעם איך דאַרף אײַך זאָגן, כאָטש ס'איז מיר זײער ניט אײַנגענעם, אַז (קוקט אַפֿן זײגער) אין אַ האַלבע שעה אַרום קום איך צו אײַך מיטן סודיעבנע פּריסטאַװ און װאַרף אײַך אַרױס פֿון דער דירה… (די װערטער זײַנען װי אַ דונער. אַלע טוען זיך אַ װאָרף, בלײַבן װי געלײמט. קײנער קאַן קײן װאָרט ניט אױסרײדן, אױסער אײן עטיע־מעניע).

ע ט י ע ־ מ ע נ י ע: (שטײט אױף, גײט צו צו קאָלטונען. אַרױסװאַרפֿן? מיטן פּריסטאַװ? װאָס הײסט עס אַרױסװאַרפֿן? און נאָך מיט פּריסטאַװעס? הפֿקר פּעטרישקע? שמעון! װאָס שװײַגסטו אים? איך קאָן אַלײן אױך טרעפֿן צו די פֿײַנערס! איכ'ל זײ פֿרעגן, צי ס'איז טאַקע אַ יושר אַרױסװאַרפֿן שכנים, װאָס זיצן שױן עטלעכע יאָר? איכ'ל זײ…

ק אָ ל ט ו ן: (די הענט אין די קעשענעס). האָט קײן פֿאַראיבל ניט, מײַן ליבע ייִדענע! מיט די פֿײַנערס, װי איר זאָגט, קער זיך עס ניט אָן גאָרניט! ס'איז אינגאַנצן איבערגעגעבן געװאָרן צו מיר; דאָס האָב א י ך אײַנגעגעבן אַף אײַך דעם עסק, און דאָס ברענג א י ך צו אײַך דעם סודיעבנע פּריסטאַװ, און דאָס װאַרף א י ך אײַך אַרױס פֿון דער דירה, אױב איר צאָלט מיר ניט אָפּ כאָטש פֿאַר דרײַ חדשים…

ש י מ ע ל ע ס אַ ר אָ ק ע ר: אַזױ? דאָס זײַט א י ר גאָר? װי באַלד אַזױ, טאָ גײט־זשע מיר אין דער ערד אַרײַן! עמך ― אונדזער פֿאָלק שער און אײַזן עמך! (נעסט אים אַן הינטן פֿאַרן קאָלנער און טוט אים אַ װאָרף אַרױס פֿון דער טיר. עס דערהערט זיך דאָרט אַ שטאַרקער קלאַפּ און אַ גערעדערײַ פֿון עטלעכע קולות. אין אַ האַלבע מינוט אַרום קומען אַרײַן ש מ ו א ל ־ י אַ ס ע ד ע ר ק צ בֿ , אַ ייִד אַ גבֿר. נאָך מיטן פֿאַרטעך פֿון דער יאַטקע. נאָך אים ם ש ה ־ װ ע ל װ ל ד ע ר ב אַ ק אַ ל ייִ ש ט ש י ק , אױסגעשמירט אין הערינג. און פּ ע ר ל ד י מ י ט נ י ט ש ק ע , אַ ייִדענע, אױסגעשמירט פֿון קאָפּ ביז די פֿיס אין מעל).

ש מ ו א ל ־ י אָ ס ע ק צ בֿ : װער האָט דאָס געגעבן אַזאַ װאָרף אַרױס דעם שמינדער בגעץ? ער האָט אונדז אַלעמען שיִער געמזיקט! אַ גליק, װאָס איך האָב אים געגעבן אַ שטױס אָפּ צוריק, אַזױ אַז ער האָט באַ מיר געקליבן די צײן…

ש י מ ע ל ע ס אַ ר אָ ק ע ר : דאָס האָב איך אים געװיזן װוּ יענע זײַט טיר געפֿינט זיך… זיצט, רב שמואל־יאָסע! זיצט, רב משה־װעלװל! װאָס הערט מען עפּעס נײַס אַף דער װעלט?

ש מ ו א ל ־ י אָ ס ע ק צ בֿ: אַ שײנעם דאַנק אײַך, װאָס איר בעט אונדז זיצן. מיר האָבן אָבער קײן צײַט ניט צו זיצן ― מיר זײַנען געקומען נאָר געלט… איר דאַרפֿט װיסן, מײַן ליבער חײט, אַז איך האָב אײַך שטענדיק געגעבן פֿלײש, ניט קײן בײנער…

מ ש ה ־ װ ע ל װ ל: און איך האָב אײַך געגעבן באַקאַלײ…

ע ט י ע ־ מ ע נ י ע: (צו פּערלען). זיצט, פּערל, פֿאַרװאָס זיצט איר ניט?

פּ ע ר ל: אַ דאַנק, שױן גענוג געזעסן. (זעצט זיך אַװעק און מאָלט װי אַ מיל). איז מײנט, איך װאָלט געקומען? מײַנע שׂונאים און אײַערע שׂונאים און אונדזערע אַלעמענס שׂונאים זאָלן אַזױ צײַט האָבן אַ שטיקל ברױט אױפֿצועסן, װי איך האָב צײַט אַװעקצולאָזן מײַז קלײטל מיט מײַן מעל און גײן מאָנען אַלטע חובֿות מיט נעכטיקע טעג, אַז סך הכּל איז ניטאָ באַ מיר קײנער, אַף װעמען צו איבערלאָזן דאָס קלײטל אַפֿילו, טאָמער טראָגט אָן דער רוח אַ שװאַרץ יאָר טאָמער, װאָרעם דער זון איז באַ די ביכלעך, טאָג װי נאַכט ביכלעך און ביכלעך, און די טאָכטער איז אין שטוב ― אַ שטוב? װאָס שטוב? װער שטוב? מישטײנס געזאָגט, אַ חורבֿה ניט קײן שטוב! דערװײַל זע איך משה־װעלװל גײט, משה־װעלװל דער באַקאַלײשטשיק. גוט מאָרגן ― גוט יאָר. װוּהין איז? זאָגט ער: צום שנײַדער, צו שימעלע סאַראָקער נאָך געלט. פֿרעג איך אים: ער האָט שױן געלט האָט ער שױן? זאָגט ער: יאָ…

ע ט י ע ־ מ ע נ י ע: (צו באַקאַלײשטשיק). װאָס הײסט דאָס?

מ ש ה ־ װ ע ל װ ל: (װיל אָנהײבן דערצײלן). דאָ איז אַזאַ מעשׂה: דער שדכן סאָלאָװײטשיק…

פּ ע ר ל: (לאָזט אים ניט רײדן, מאָלט). װיבאַלד אַזױ, דאַרף מען גײן, טראַכט איך מיר, װאָרעם מיר קומט ניט פֿאַר רױכװאַרג און ניט פֿאַר בריליאַנטן. מיר קומט פֿאַר מעל קומט מיר, און מעל איז דאָס נײטיקסטע פֿונעם נױטיקסטן. אָט ליגט אַ ברױט. (דערזעט אַף דער פּאָליצע אַ האַלבן ברױט; זי שטײט אױף און נעמט דאָס ברױט, האַלט אין אײן מאָלן). דאָס ברױט איז פֿון מײַן מעל געבאַקן, מײַן גוטס, מײַן בלוט, מײַן חיות, װאָס פֿאַרמאָג איך דען אַ חוץ דאָס ביסל מעל? אַז יעדער אײנציקער װעט קוטען און װעט נעמען באַ מיר מעל אַף באָרג, װאָס װעט מיר בלײַבן װאָס? װוּ װעל איר נעמען אַף אָפּצוצאָלן אין מיל אַרײַן װוּ? װער װעט מיר אױסהאַלטן מײַנע קינדער װער?…

ע ט י ע ־ מ ע נ י ע: שאַט! לאָזט נאָך עמעצן אױסרײדן אַ װאָרט. (צו משה־װעלװלען). װאָס האָט איר עפּעס געזאָגט דער שדכן סאָלאָװײטשיק?

מ ש ה ־ װ ע ל װ ל: דער שדכן סאָלאָװײטשיק האָט מיר געזאָגט, אַז ער האָט פֿאַר אײַך געלט…

ש י מ ע ל ע ס אַ ר אָ ק ע ר: (צום װײַב). װאָס איז דאָס פֿאַר אַ שװאַרץ יאָר? עמך!

ע ט י ע ־ מ ע נ י ע: מײַנע צרות אַף זײַן קאָפּ!

פּ ע ר ל: בין איך שױן ניט משוגע בין איך? (עס עפֿנט זיך די טיר און עס קוסט אַרײַן ס אָ ל אָ װ ײ ט ש י ק דער שדכן,, אַ ייִד אין אַ קאַפּעלושל, אַפֿילו אַן אָפּגעבאַרעטעס, אַ קורץ װײטיקל, כאָטש ניט אַזױ נײַ, הױזן ברײטע נאָר קורצע, שטיװל אױסגעדרײטע).

ש י מ ע ל ע ס אַ ר אָ ק ע ר: ברוך הבא, אַ ייִד אַ שדכן! מען זאָל דערמאָנען משיחן! נאָרװאָס, אָבער טאַקע די רגע, האָט מען דאָ גערעדט פֿון אײַך.

ס אָ ל אָ װ ײ ט ש י ק: ניעאו־זשעלי?

ע ט י ע ־ מ ע נ י ע: זאָגט נאָר, פּאַני סאָלאָװײטשיק, װאָס מיר נעאוזשעלי־שמעלי? װאָס האָט איר דאָס אַרױסגעלאָזט פֿאַר אַ קלאַנג אין שטאָט, אַז איר האָט פֿאַר אונדז געלט?

ס אָ ל אָ װ ײ ט ש י ק: אָט אַזױפֿיל געלט! (װײַזט מיט בײדע הענט). איר קאָנט זיך גאָר ניט פֿאָרשטעלן ― ס'איז טשטאָ ניבוד אָסאָבענע! (מאַכט מיט די פֿינגער).

ש י מ ע ל ע ס אַ ר אָ ק ע ר: אַװדאי אַ שידוך פֿאַר אונדזער טאָכטער? איך קען שױן סאָלאָװײטשיק דעם שדכן אױסגעבונדן!… (די שנײַדער־יונגען קוקן זיך איבער, נעמען זיך צו די פּרעס־אײַזנס, זיפֿצן שטאַרק).

ס אָ ל אָ װ ײ ט ש י ק: טשטאָ זאַ װאָפּראָס? נאָר אַלץ הײסט באַ אײַך אַ שידוך! דאָס אין טשטאָ ניבוד זאַמעטשאַטעלאָ ― לאָם איך אַזױ לעבן מיט אײַך און מיט אײַער װײַב, װי איך זאָג אײַך ניט קײן דבֿר שקר! איך װעל אײַך דערצײלן װער דאָס איז, און איר, אױב ס'איז אײַך ניט שטאַרק הײס, װעט איר זיך באַטראַכטן און װעט זיך אָנכאַפּן מיט בײדע הענט! אײן חסרון ― צופֿיל עולם… (צו די פֿרעמדע). איזװיניטיע, גאָספּאָדאַ! (דער קצבֿ און דער באַקאַלײשטשיק רוקן זיך אָפּ). אַף אַ זײַט. נאָר פּערל בלײַבט זיצן. סאָלאָװײטשיק גײט צו צו איר). איזװיניטיע, מאַדאַם! (זי רירט זיך ניט).

פּ ע ר ל: װאָס מיר איזװיניטיע? װער מיר מאַדאַם? איר האָט געבראַכט, זאָגט איר, געלט דעם שנײַדער, װוּ איז אײַער געלט? מיר קומט פֿאַר מעל קומט מיר, ניט פֿאַר בריליאַנטן! אָט דאָס ברױט, װאָס איר זעט, איז פֿון מײַן מעל געבאַקן, מײַן גוטס, מײַן בלוט, מײַן חיות!…

ס אָ ל אָ װ ײ ט ש י ק: (שטופּט אַװעק פֿון זיך די מיטניטשקע, װאָס הערט ניט אױף צו מאָלן). אַ מין אָנשיקעניש אָט די מיטניטשקע ― װאָזמוטיטעלנאָ! (צום באַלעבאָס). דער חתן, װאָס איך פּרעדלאַגאַיע אײַער טאָכטער, איז אַ מענטש אַ סאַבאָסטאָיאַטעלנע… ער האָט אַ טײַערע דאָלזשנאָסט… ער איז אַ פּאָלנע אופּראַװליאַיושטשע איבער אַ הױז. אָדנים סלאָװאָם, איר קענט אים גאַנץ גוט ― דאָס איז דער אופּראַװ־ליאַיושטשע פֿון דעם דאָזיקן הױז, ק אָ ל ט ו ן. (באַ די שנײַדעריונגען פֿאַלן אַרױס די פּרעס־אײַזנס פֿון די הענט. עם הערט אַ סומאַ־טאָכע).

ש י מ ע ל ע ס אַ ר אָ ק ע ר: (שפּרינגט אַזש אונטער). אָט דער יעפֿים פּאַנטאַלאָנאָװיטש? אָט דער פּאַסקודניאַק, װאָס כ'האָב אים נאָר־װאָס אַרױסגעשמיסן פֿון יענער זײַט טיר, שער און אײַזן אונדזער פֿאָלק עמך???… (עס קומט אַן בײלקע).

ב ײ ל ק ע: (פֿאַררױטלט, קױם װאָס זי רעדט). טאַטע! אַ גוטע בשׂורה!…

ש י מ ע ל ע ס אַ ר אָ ק ע ר: (טוט זיך אַ װאָרף צו דער טאָכטער). האַ? װאָס? װיפֿל?…

ב ײ ל ק ע: דאָס גרױסע געװינס! דאָס גרעסטע געװינס!

ש י מ ע ל ע ס אַ ר אָ ק ע ר: (נאָך צעטומלט). עטיע־מעניע! דו הערסט?

ע ט י ע ־ מ ע נ י ע: (אַ פּליעסק מיט די הענט). גאָט!…

פּ ע ר ל: װאָס איז שױן װײַטער װאָס? אַ נײַער אומגליק? װײ איז מיר!

ש י מ ע ל ע ס אַ ר אָ ק ע ר: (אױסער זיך). ייִדן! גיט מיר אָפּ מזל טובֿ ― מײַן ביליעט האָט אױסגענומען! געװוּנען!! דאָס גרױסע געװינס!!! דעם גרעסטן פֿון אַלע געװינסן!!! (לאָזט זיך לױפֿן איבער דער שטוב).

ע ט י ע ־ מ ע נ י ע: װאָס נאָך האָסטו געװאָלט?

י ו כ בֿ ד ד י מ ױ ד: (פּױזע). אַז איר װעט מיך דאָס אַנדערע מאָל באַדאַרפֿן רופֿן, זאָלט איר װיסן, אַז איך הײס יוכבֿד. (אָפּ.)

פּ ע ר ל: לאָזט! לאָזט! װוּ?

ס אָ ל אָ װ ײ ט ש י ק: (שטופּט אָפּ פּערלען). איזװיניטיע, מאַדאַם! (װיל עפּעס זאָגן. אַלע איבעריקע קוקן זיך איבער אָן װערטער, שטױנען. מאָטל קאַסאָי און קאָפּל פֿאַלבאָן האָבן זיך פֿאַרשלאָגן אין אַ װינקעלע, שטײען באַטריבט, אָן לשון).

ב ײ ל ק ע: (נאָך אַלץ אין היטעלע, פֿרײלעך אױפֿגערעגט). די גאַנצע שטאָט װײסט שױן דערפֿון… דער דירעקטאָר, דער בוכהאַלטער, די פֿײַנס… זײ קומען באַלד אַהער…

ע ט י ע ־ מ ע נ י ע: (אַ פּליעסק מיט די הענט). אַלע אַהער? װײ איז מיר!… (פֿון גרױס צעטומלטקײט זעצט זי זיך צו אַף אַ בענקל, װישט זיך מיטן פֿאַרטעך דעם שװײס. עס עפֿנט זיך די טיר און עס קומען אַרײַן ה י מ ע ל פֿ אַ ר ב דער בוכהאַלטער, נאָך אים ― ג אָ ל ד ע נ ט אָ ־ ל ע ר דער דירעקטאָר).

ה י מ ע ל פֿ אַ ר ב: װוּ איז דאָ דער שנײַדער?

ש י מ ע ל ע ס אַ ר אָ ק ע ר: (טרעט אַרױס מיט גדלות). דער שנײַדער ― דאָס בין איך.

ה י מ ע ל פֿ אַ ר ב: (באַטראַכט דעם שטױנענדן עולם. צום שנײַ־דער). איר װײסט שױן? אײַער ביליעט, װאָס אין אונדזער באַנק, האָט אױסגענומען דאָס גרױסע געװינס. אונדזער באַנק, די טשאַסטנע קאָ־סערטשעסקי, איז די גליקלעכסטע באַנק אין דער װעלט. שױן דאָס פֿערטע מאָל, אַז אין אונדזער באַנק געװינט מען. יעדער, װער עס קױפֿט באַ אונדז אַ ביליעט, האָט אַ שאַנס צו געװינען. אָט שטײט דער דירעקטאָר, דער הער גאָלדענטאָלער אַלײן, טאָמער גלײבט איר ניט.

ג אָ ל ד ע נ ט אָ ל ע ר: (קוקט אַף אַלעמען. צום שנײַדער). איר זײַט דאָס דער… דער… סאַראָקער? איר װײסט שױן? (דריקט אים די האַנט). מזל טובֿ אײַך, מזל טובֿ!

פּ ע ר ל: (פֿריִער צום באַנקיר, דערנאָך צו די איבעריקע געסט). ייִדישע קינדער, איך בעט אײַך, װאָס איז דאָ געשען? װאָס פֿאַר אַ מזל טובֿ? װער איז דאָ געלעגן געװאָרן? צי חתונה געהאַט? צי אַ קנס־מאָל? צי װאָס?

ס אָ ל אָ װ ײ ט ש י ק: (שטופּט אָפּ פּערלען). איזװיניטיע, מאַדאַם! (דריקט דעם שנײַדער די האַנט). פּאָזדראַװליאַיו! (כאַפּט זיך אַרום מיט אים קושן).

ק אָ ל ט ו ן: (לױפֿט אַרײַן ניט טױט, ניט לעבעדיק). האַ? װאָס? טאַקע אַן אמת? װאָס האָב איך געזאָגט? האָט איר זיך באַדאַרפֿט אָפּעסן דאָס האַרץ?! איר קאָנט דאָ זיצן און זיצן… אָט איז דער באַלעבאָס אַלײן אױך דאָ… (עס קומט אָן ר ב אַ ש ר פֿ ײַ ן . קאָלטון טרעט אָפּ אַף אַ זײַט, פֿאַרלירט דעם לשון).

ר ב אָ ש ר פֿ ײַ ן: (גיט די האַנט דעם דירעקטאָר, װײַטער קײנעם ניט. רעדט מיט אים צװײ װערטער, װענדט זיך צום שנײַדער פֿון דער װײַטן). מזל טובֿ אײַך, הער סאַראָקער! איך בין זײער צופֿרידן, זײער צופֿרידן, װאָס באַ מיר אין מײַן שטוב האָט אײַך באַגליקט… (עס קומט אָן סאָלאָמאָן. צום זון). דו הערסט, ס'איז דאָך טאַקע אַן אמת!…

ס אַ ל אָ ט אָ ן: סקאָלקאָ? דװיעסטי טיסיאַטש?… )די אױגן בלישטשען. צום שנײַדער פֿון דער װײַטן, זוכט מיט די אױגן דעם שנײַדערס טאָכטער). פּאָזדראַװלאַיו! פּאָזדראָװלאַיו! (צו בײלקען, שאַרט עלעגאַנט מיטן פֿיסל). אָסאָבענע בין איך גליקלעך פֿאַר אײַך. אָטשען ראַד, אָטשען סטשאַסליװ, מאַדמואַזעל סאַראָקין…

ב ײ ל ק ע: (נאָך אַלץ פֿאַררױטלט. מיט אַ שמײכל). ערשטנס, ניט סאַראָקין, נאָר סאַראָקער, און צװײטנס, װאָס איז דאָ אַזױ אַף א ײַ ך פֿאַר אַ גדולה?

ס אָ ל אָ מ אָ ן: װײַל, פּאָניטאַעעטיע לי… (װיל עפּעס זאָגן, קוקט זיך אום און דערזעט אַף זיך אָנגעשטעלט צװײ פּאָר אױגן פֿון די שנײַדעריונגען. די יונגען טרעטן אָפּ אָן אַ זײַט, רײדן שטיל צװישן זיך).

מ אָ ט ל ק אַ ס אָ י: נו, קאָפּל, װאָס זאָגסטו אַצינד?

ק אָ פּ ל פֿ אַ ל ב אָ ן: װאָס זאָל איך זאָגן? באַשערט אַ מענטשן מיטאַמאָל װערן אַ… אַ… בורזשוק! אַ מיליאָנטשיק!

מ אָ ט ל ק אַ ס אָ י: איך פֿאַרגין דאָס זײ מיטן גאַנצן האַרצן. װאָס װעט אָבער איצט זײַן מיט א ו נ ד ז?

ק אָ פּ ל פֿ אַ ל ב אָ ן: װאָס װילסטו ס'זאָל זײַן?

מ אָ ט ל ק אַ ס אָ י: (קוקט אים אָן אַ װײַלע(. ביסט דאָך טאַקע אַ בהמה בצורת פֿערד!…

ר ב אָ ש ר פֿ ײַ ן: (צום שנײַדער). אפֿשר דאַרפֿט איר געלט? (נעמט זיך צו דער קעשענע).

ה י מ ע ל פֿ אַ ר ב: (שפּרינגט צו). געלט? נײן! פּאָזװאָלטיע! געלט ― באַ אונדז אין באַנק. (צום שנײַדער). איר האָט אַ קאָנטאָ באַ אונדז, קאָנטאָקורענט… (קוקט אַפֿן דירעקטאָר). (די װײַטערדיקע רײדן אַלע אינאײנעם).

ש מ ו א ל ־ י אָ ס ע ק צ בֿ: (צו דעם שנײַדער). איז װיפֿל זאָל איך אײַך שיקן פֿלײש?

מ ש ה ־ װ ע ל װ ל ב אַ ק אַ ל ײ ש ט ש י ק: דאָס איז יאָ ― „אַז גאָט גיט מיטן לעפֿל, גיבן לײַטן מיטן שעפֿל“…

פּ ע ר ל: (דערהערט, אַז מע רעדט פֿון געלט, שלאָגט זי זיך צו צו רב אָשר פֿײַן, דערנאָך צום דירעקטאָר). אַזױ? מע צאָלט געלט? אַף געלט בין איך פֿאָרהאַנט ― איך בין אַן אַלמנה. מיר קומט פֿאַר מעל, אום מעל איז דאָס נײטיקסטע פֿונעם נײטיקסטן! (צײלט אַף די פֿינגער). אײן מאָל אַ רובל מיט צװאַנציק פֿאַר ראַזעװע מעל, און פֿינף און זעכציק קאָפּיקעס פֿאַר קאָרענע מעל, און נאָכאַמאָל פֿינף און זעכציק, און װידער פֿינף און זעכציק…

ס אָ ל אָ װ ײ ט ש י ק: (שלעפּט זי אָפּ). איזװיניטיע, מאַדאַם! (דערזעט סאָלאָמאָנען לעבן בײלקען. צום שנײַדער). פּאָסלושאַיטע ― האָב איך פֿאַר אײַך אַן אידעע, גאָר אַ שפּאָגל־נײַע אידעע, אָבער טשטאָ ניבוד אָסאָבענע, איך זאָל אַזױ לעבן מיט אײַך און מיט אײַער װײַב!…

ש י מ ע ל ע ס אַ ר אָ ק ע ר: (װי צעדולט, לױפֿט אַרום פֿון אײנעם צום אַנדערן. שרײַט איבער אַלעמען). װאַרט נאָר אױסעט אַ װײַלע! איך װעל אײַך, איר װעל אײַך אַלעמען באַװײַזן, װער איז שימעלע סאַראָקער און װאָס שימעלע סאַראָקער קאָן, און װאָס באַטײַט שער און אײַזן אונדזער פֿאָלק עמך! (צום װײַב). נו, עטיע־מעניע, װאָס זאָגסטו, אַז מיר חלומט זיך אַ חלום?

ע ט י ע ־ מ ע נ י ע: װאָס דען? ביסט עפּעס אַ ייִנגעלע?

ש י מ ע ל ע ס אַ ר אָ ק ע ר: (טוט אױס די ברילן. צו דער טאָכטער). קינדערלעך מײַנע!… (צענעמט די הענט. קושט זיך מיט איר. צעװײנט זיך. ― לאַנגזאַם פֿאַלט דער פֿאָרהאַנג).

סוף פֿון ערשטן אַקט.

אַ גרױס חדר, אַ מין קאַבינעט. כאַפּט דעם אָנבליק פֿון אַ מעבל־מאַגאַזין.

װאָס פֿאַראַ סאָרט מעבל ס'איז דאָ אַף דער װעלט ― געפֿינט זיך דאָ.

אַלצדינג איז נײַ, אַלצדינג גלאַנצט. דער באַלעבאָס, ש י מ ע ל ע

ס אַ ר אָ ק ע ר, גײט אָנגעטאָן נײַ און עלעגאַנט: אַ זײַדענער כאַלאַט, נאָר־

װאָס פֿון דער נאָדל אַרױס, אַ פֿילפֿאַרביקער סאַמעטענער זשילעט מיט

גאָלדענע קנעפּלעך. אַלץ איז נײַ, פֿריש געפּרעסט. דאָס העמד שעמערירט.

דאָס בערדל איז שטאַרק אַרומגעשױרן. גאָלדענע ברילן. אָן אַ היטל. קױם

צו דערקענען דעם פֿריִעריקן שנײַדער. זײַן װײַב, ע ט י ע ־ מ ע נ י ע ―

אײַנגעטונקען אין זײַד און אין סאַמעט, אַרומגענײט מיט די בעסטע

שפּיצן־אַרבעט. אַפֿן האַלדז פּערל, אין די אױערן גרױסע דימענטענע

אױערינגלעך. אַף אַלע אַכט פֿינגער בלישטשען פֿינגערלעך. ― ער האַלט אַ

ביכל, שאָקלט זיך און לײענט, װײַזט אױס, מיט גרױס אינטערעס. זי זיצט גלאַט אַזױ און שפּיגלט זיך אין איר צירונג.

ע ט י ע ־ מ ע נ י ע: (צום מאַן מיט אַ ניגון). שמעון! שמעון? (ער הערט ניט. נאָכאַמאָל מיטן אײגענעם ניגון, נאָר אַ ביסל העכער). שמעון! שמעון?

ש י מ ע ל ע ס אַ ר אָ ק ע ר: (אָפּגעריסן זיך פֿונעם בוך, מאַכט איר נאָך מיטן אײגענעם ניגון, װאָס זי). „שמעון! שמעון?“ סעמיאָן מאַקאַרעװיטש, ניט שמעון!

ע ט י ע ־ מ ע נ י ע: סעמיאָן מאַקאַרעװיטש, װיפֿל איז אַף דײַן גילדענעם זײגער?

ש י מ ע ל ע ס אַ ר אָ ק ע ר: (נעמט אַרױס אַ גאָלדענעם זײגער). דרײַ פֿערטל אַף עלף. װאָס איז דען?

ע ט י ע ־ מ ע נ י ע: גאָרניט, גלאַט אַזױ. פֿאַר דרײַ װאָכן אין דער צײַט האָבן מיר נאָך ניט געװוּסט, אַז אונדזער ביליעט װעט אױסנעמען דאָס גרױסע געװינס… (קנאַקט אױס די פֿינגער יעדן באַזונדער, שפּיגלט זיך אין די בריליאַנטן. ― פּױזע). שמעון! שמעון?

ש י מ ע ל ע ס אַ ר אָ ק ע ר: (דרײט אױס דעם קאָפּ צו איר). װידעראַמאָל שמעון? קאַצענער מוח! װיפֿל מאָל אַ טאָג באַדאַרף מען דיר קלאַפּן אין קאָפּ אַרײַן „סעמיאָן מאַקאַרעװיטש“! „סעמיאָן מאַקאַרעװיטש“! „סעמיאָן מאַקאַרעװיטש“!?

ע ט י ע ־ מ ע נ י ע: האָב קײן פֿאַריבל ניט, סעמיאָן מאַקאַרעװיטש, װאָס טוסטו דאָרטן?

ש י מ ע ל ע ס אַ ר אָ ק ע ר: זעסט דאָך, װאָס איך טו ― איך לײען. (קאָן ניט אָפּרײַסן זיך פֿונעם בוך).

ע ט י ע ־ מ ע נ י ע: איך זע, אַז דו לײענסט. איר פֿרעג: װ אָ ס דו לײענסט?

ש י מ ע ל ע ס אַ ר אָ ק ע ר: און אַז איך װעל דיר זאָגן, װעסטו װיסן? איך לײען אַ געשיכטע לײען איך.

ע ט י ע ־ מ ע נ י ע: װאָס פֿאַר אַ געשיכטע לײענסטו?

ש י מ ע ל ע ס אַ ר אָ ק ע ר: ניט קײן געשיכטע, נאָר אַזױ אַ באַשרײַבונג, אַ… אַ… קריטיקע ― און טשעפּע זיך אָפּ! (שאָקלט זיך און לײענט װײַטער).

ע ט י ע ־ מ ע נ י ע: ביסט אַפּנים, אױפֿגעשטאַנען אַף דער לינקער זײַט. (פּױזע). װעדליק דו ביסט אין כּעס, האָב איך מורא, אַז דו לײענסט און װײסט ניט, װאָס דו לײענסט.

ש י מ ע ל ע ס אַ ר אָ ק ע ר: (האַלט נאָך אַלץ אין שאָקלען זיך). מאָל דיר, לאָז זיך דיר דאַכטן, אַז איך װײס שױן דװקא יאָ, װאָס איך לײען. איך לײען אַ קריטיקע פֿון אײנעם אַ לץ, װאָס מאַכט חוזק פֿון דער גאַנצער װעלט. און הײסן הײסט ער שלום־עליכם.

ע ט י ע ־ מ ע נ י ע: עליכם־שלום!… אַז ס'איז ניטאָ װאָס צו טאָן, איז דאָס אױך אַן אַרבעט! װאָס האָט ער צו דער װעלט?

ש י מ ע ל ע ס אַ ר אָ ק ע ר: צו דער װעלט האָט ער גאָרניט. נאָר ער באַשרײַבט דאָ אײנעם אַ שנײַדער, װאָס איז געװען אַמאָל אַ קבצן אין זיבן פּאָלעס און איז מיטאַמאָל אױסגעװאַקסן, געװאָרן אַ גבֿיר…

ע ט י ע ־ מ ע נ י ע: זײַן טאַטנס עסק! נו, און װײַטער װאָס?

ש י מ ע ל ע ס אַ ר אָ ק ע ר: און װײַטער גאָרניט. לצעװעט ער פֿון אים אָפּ און פֿון זײַן װײַב… אַ רעכטער ממזר! אַן אמתער עמך!…

ע ט י ע ־ מ ע נ י ע: מײַנע צרות אַף זײַן קאָפּ! װאָס האָט ער צום װײַב?

ש י מ ע ל ע ס אַ ר אָ ק ע ר: ער מאַכט פֿון זײ בײדן אױסצודרײען. נאָר פֿון איר, פֿון דער שנײַדעדן, מאַכט ער גאָר אַ לעמעשקע ― אַ רוח אים אין זײַט אַרײַן!

ע ט י ע ־ מ ע נ י ע: מאַכן זאָל זיך אים אַ מכּה ― טפֿו! איך װאָלט אַזאַ פּאַסקודסטװע אין די הענט ניט געהאַלטן… און גלאַט, װאָס איז דאָס פֿאַר אַן עובֿדה ― אַ ייִד זעצט זיך אַװעקעט אינמיטן דרינען לײענען אַ ביכל, גלײַך װי שבת נאָכן טיש, און שאָקלט זיך!…

ש י מ ע ל ע ס אַ ר אָ ק ע ר: װאָס־זשע? אַז איך װער שיִער ניט משוגע. איך זאָל האָבן עפּעס אַ טועכץ. געװױנט געװאָרן אַרבעטן ― עמך!…

ע ט י ע ־ מ ע נ י ע: האָסט שױן גענוג געאַרבעט. לאָזן שױן דײַנע שׂונאים אַרבעטן פֿאַר דיר! (פּױזע). שמעון! טפֿו, מײן איך סעמיאָן טאַקאַרעװיטש! װוּהין גײען מיר הײַנט אַף דער נאַכט?

ש י מ ע ל ע ס אַ ר אָ ק ע ר: װילסט אפֿשר אין טרעיאַטער?

ע ט י ע ־ מ ע נ י ע: פֿע, טרעיאַטער! (גענעצט). סקוטשנע! איך פֿאַרשטײ ניט אַ װאָרט! מע זאָל כאָטשבי װעלן שפּילן אַף ייִדיש! בעסער אין דער „לוזיאָנע“.

ש י מ ע ל ע ס אַ ר אָ ק ע ר: אין סינעמאַטאָגראַף מײנסטו? װאַרט אױס, אָט װעל איך מאַכן דאָס געשעפֿט מיט דער פֿילם־קאָמפּאַניע, װעלן מיר דעמאָלט שױן גײן און גײן אַלע נאַכט און אָן אַ גראָשן געלט.

ע ט י ע ־ מ ע נ י ע: (פֿאַרגנבֿעט). װעסט ניט זײַן ברוגז? װעל איך דיר עפּעס זאָגן.

ש י מ ע ל ע ס אַ ר אָ ק ע ר: איך ברוגז? אַ סך מאָל בין איך ברוגז? אַבי אַ גלײַכע זאַך, קאָנסטו זאָגן.

ע ט י ע ־ מ ע נ י ע: מיר געפֿעלט ניט די קאָמפּאַניע מיט די צװײ זשוליקעס, װאָס דו האָסט זיך מיט זײ סקאָמפּאַניעט…

ש י מ ע ל ע ס אַ ר אָ ק ע ר: דו קענסט זײ דען, װאָס דו רופֿסט זײ זשוליקעס?

ע ט י ע ־ מ ע נ י ע: דערפֿאַר װאָס איך קען זײ ניט, האָב איר מורא, זײ זאָלן דיר ניט אָפּנאַרן.

ש י מ ע ל ע ס אַ ר אָ ק ע ר: מיר? אָפּנאַרן? בלאָטע! ניט מיך נאַרט מען! איך מאַך מיט זײ אַ גוטן קאָנטראַקט! זײ זײַנען באַ מיר גוט פֿאַרצװיאָקעװעט! צװײ און צװאַנציק פּונקטן! שער און אײַזן אונדזער פֿאָלק עמך!…

ע ט י ע ־ מ ע נ י ע: צװײ און צװאַנציק פּונקטן? און אַפֿן דרײַ און צװאַנציקסטן װעלן זײ באַ דיר צונעמען דאָס געלט, װי מיט די הענט.

ש י מ ע ל ע ס אַ ר אָ ק ע ר: (שױן אין כּעס). בײַס דיר אָפּ די צונג! בהמה! הער זיך צו װאָס דו רעדסט! דו װײסט דען, װאָס דו רעדסט?

ע ט י ע ־ מ ע נ י ע: אָט דאָס איז דאָך די מעשׂה מיט דיר, װאָס מע קאָן מיט דיר ניט רײדן ― באַלד װערסטו אין קאַקעס!

ש י מ ע ל ע ס אַ ר אָ ק ע ר: (אַ קלאַפּ מיט דער האַנט אין טיש). פּעטי־מעטי! ברענג מיך ניט אַרױס פֿון די כּלים!! (שטײט אױף, שפּאַנט אַרום עטלעכע מאָל הין און צוריק). דו פֿאַרגעסט זיך מיט װעמען דו רעדסט! דיר מאָלט זיך אױס, אַז דו רעדסט מיט שימעלע דעם שנײַדער… דו פֿאַרגעסט, אַז איך בין שױן הײַנט אױס עמך! אױס אונדזער פֿאָלק שער און אײַזן! איך בין שױן הײַנט ס ע מ י אָ ן מ אַ ק אַ ר אָ װ י ט ש ס אַ ר אָ ק ע ר, אײנער פֿון די גרעסטע, אױב ניט דער גרעסטער גבֿיר אין שטאָט!… (גײענדיק הין און צוריק גײט אים אָפּ דער כּעס). גײ, הער,

װאָס מע זאָגט אַף מיר… און די מענטשן, װאָס קומען אַרײַן צו מיר… און די געשעפֿטן, װאָס מע לײגט מיר פֿאָר ― עמך!

ע ט י ע ־ מ ע נ י ע : באַ מיר ביסטו דער אײגענער, װאָס דו ביסט געװען…

ש י מ ע ל ע ס אַ ר אָ ק ע ר: אָט דאָס איז טאַקע דער אומגליק! װאָלסט געמעגט האָבן כאָטש אַ ביסעלע מער דרך־ארץ…

ע ט י ע ־ מ ע נ י ע: אָט באַלד נעם איך אַראָפּ פֿאַר דיר דאָס היטל…

ש י מ ע ל ע ס אַ ר אָ ק ע ד: (אַ מאַך מיט דער האַנט). װאָס איז מיט דיר צו רײדן? (פּױזע). װוּ איז ערגעץ בײלקע, מײן איך איזאַבעלעטשקע?

ע ט י ע ־ מ ע נ י ע: אַף װאָס דאַרפֿסטו בײלקען? מײן איך איזאַבעלעטשקען?

ש י מ ע ל ע ס אַ ר אָ ק ע ר: איך װיל, זי זאָל מיר לײענען די פּאָטשט װיל איך.

ע ט י ע ־ מ ע נ י ע: װידער אַמאָל די פּאָטשט? האָסט שױן װידער באַקומען פּאָטשט?

ש י מ ע ל ע ס אַ ר אָ ק ע ר: נאָך אַ מין פּאָטשט! (װײַזט איר אַפֿן שרײַבטיש אַ באַרג מיט ניט קײן געעפֿנט בריװ).

ע ט י ע ־ מ ע נ י ע: נײטיקע בריװלעך! אַװדאי פֿון אַ ייִדן, װאָס מע האָט אים אַרױסגעטריבן פֿון דאָרף מיט װײַב און קינדער און פֿון אַן אַלמנה, װאָס איר מאַן האָט זיך געהאַנגען איבער איר, אָדער גאָר פֿון אַ מױד, װאָס ס'האָט זיך איר פֿאַרװאָלט חתונה האָבן און זי האָט ניט קײן נדן…

ש י מ ע ל ע ס אַ ר אָ ק ע ר: נו, װאָס־זשע מײנסטו? איז טאַקע אַ רחמנות אַף איר, אַף דער דאָזיקער מױד.

ע ט י ע ־ מ ע נ י ע: באַדאַרפֿסטו, הײסט עס, באַװאָרענען די גאַנצע װעלט?

ש י מ ע ל ע ס אַ ר אָ ק ע ר: אַף װיפֿל איך קאָן.

ע ט י ע ־ מ ע נ י ע.: אָט צוליב דעם טאַקע האָט דיר גאָט געגעבן דאָס גרױסע געװינס?

ש י מ ע ל ע ס אַ ר אָ ק ע ר: צוליב װאָס דען? צוליב דעם, מיר זאָלן עסן קאַשע מיט יױך?

ע ט י ע ־ מ ע נ י ע: אַף װיפֿל־זשע װעט דאָס דיר קלעקן?

ש י מ ע ל ע ס אַ ר אָ ק ע ר: (שױן גאָר װײך). נאַרעלע, דאָס געשעפֿט מיט דער פֿילם־קאָמפּאַניע װעט טראָגן אַף אַלצדינג. די גאַנצע שטאָט איז מיר מקנא. ס'אַ סבֿרה גאָר, אַז סע שמעקט מיט אַ האַלבן מיליאָן… נאָר װאָס פֿאַרשטײסטו אין די מיליאָנען? עמך?…

ע ט י ע ־ מ ע נ י ע: גוט איז דיר, אַז דו פֿאַרשטײסט, װאָרעם דו ביסט דאָך אױסגעװאַקסן אין מיליאָנען!

ש י מ ע ל ע ס אַ ר אָ ק ע ר: פֿונדעסטװעגן, אָט זעסטו דאָך… (זעצט זיך אַװעק צוריק אַף זײַן אָרט, צעשאָקלט זיך, קוקט אַרײַן אינעם זעלבן בוך. אין אַ װײַלע אַרום, שטיל). עטיע־מעניע! (אין אַ האַלבע מינוט אַרום נאָכאַמאָל, שױן העכער). עטיע־מעניע!

ע ט י ע ־ מ ע נ י ע: װאָס פֿאַר אַן עטיע־מעניע בין איך דיר? אים זאָל מען רופֿן סעמיאָן מאַקאַרעװיטש, און מיך (מאַכט אים נאָך) ― „עטיע־מעניע!“ „עטיע־מעניע!“…

ש י מ ע ל ע ס אַ ר אָ ק ע ר: (געפֿינט זיך געשלאָגן). װאָס אמת איז אמת. האָב קײן פֿאַראיבל ניט, איך האָב גאָר פֿאַרגעסן, אַז דו הײסט שױן הײַנט ערנעסטינע יעפֿימעװנע.

ע ט י ע ־ מ ע נ י ע: זאָגסט דאָך אַף מיר, אַז א י ך בין אַ קאַצענער מוח.

ש י מ ע ל ע ס אַ ר אָ ק ע ר: זײער גערעכט. איך בעט דיך מחילה… װײסטו װאָס איך װעל באַ דיר בעטן, ערנעסטינע יעפֿימעװנע?

ע ט י ע ־ מ ע נ י ע: אַ שטײגער, װאָס װעסטו באַ מיר בעטן, סעמיאָן מאַקאַרעװיטש?

ש י מ ע ל ע ס אַ ר אָ ק ע ר: (מיט אַ רחמנות־פּנים). אַ ביסל אײַנגעמאַכטס.

ע ט י ע ־ מ ע נ י ע: פּלוצעם אינמיטן דרינען אײַנגעמאַכטס? (שרײַט הױך אַף אַ קול). מױד! מױ־עד? (עס עפֿנט זיך אַ זײַטיקע טיר און עס קומט אַרײַן י ו כ בֿ ד ד י מ ױ ד).

י ו כ ב ד ד י מ ױ ד: (שטעלט זיך אַװעק גרױס). מיך רופֿט איר?

ע ט י ע ־ מ ע נ י ע: װעמען דען רוף איך? דעם רבֿ?

י ו כ בֿ ד ד י מ ױ ד: איך האָב דען קײן אַנדער נאָמען ניט, אַ חוץ „מױד“?

ע ט י ע ־ מ ע נ י ע: און אַז „מױד“ ― װאָס שטײט דיר דאָ אַזױ ניט אָן? אַ חסרון, אַז מע איז אַ מױד? (גיט איר די שליסעלעך). נאַ! גײ נאָר נעם אַ שעלעכל און ברענג אײַנגעמאַכטס פֿאַרן באַלעבאָס, פֿונעם אָפֿענעם סלױ, װאָס מיט אַ שאָל צוגעדעקט און מיט אַ טיכל איבערגעבונדן.

י ו כ בֿ ד ד י מ ױ ד: (נעמט די שליסעלעך). װיפֿל זאָל איך ברענגען?

ע ט י ע ־ מ ע נ י ע: האָסט געדינט, זאָגסטו דאָך, אין נגידישע הײַזער, באַדאַרפֿסטו אַלײן װיסן, װיפֿל אַ נגיד עסט אײַנגעמאַכטס.

י י כ בֿ ד ד י מ ױ ד: פֿאַראַן אַלערלײ נגידים, פֿאַראַן אַ נגיד, װאָס עסט אַפֿן שפּיץ מעסער, װי אַ פֿײגעלע, און פֿאַראַן, איך בעט איבער אײַער כּבֿוד, נגידים חזירים, װאָס װיפֿל זײ עסן, איז זײ קאַרג.

ע ט י ע ־ מ ע נ י ע: עסן זאָלן דיך שױן װערעם. אַ ביסל אַ לשון פֿון אַ מױד!

י ו כ בֿ ד ד י מ ױ ד: (לאָזט זיך גײן מיט די שליסעלעך. שטעלט זיך אָפּ אַף אַ װײַלע, צו דער באַלעבאָסטע). מע רופֿט מיך י ו כ בֿ ד.

ע ט י ע ־ מ ע נ י ע: יוכבֿד? גוט, װאָס דו האָסט מיר געזאָגט. גײ אין דער ערד אַרײַן, יוכבֿד! (יוכבֿד די מױד גײט אָפּ. ― עטיע־מעניע צום מאַן). אַן עזות פֿון אַ דינסטמױד! (שרײַט הױך). מענדל! מענדל! (עס קומט אַרײַן מ ע נ ד ל ד ע ר ל אָ ק ײ אין אַ פֿראַק מיט אַ װײַסן שניפּס אַף אַ הױכן קאָלנער. די ליפּן זײַנען באַ אים שװאַרץ און גראָב און פֿעט באַװאַקסן. דעם קאָפּ האַלט ער אַ ביסל אַף אַ זײַט. די הענט טעלעבענדען זיך באַ אים, װי איבעריקע).

מ ע נ ד ל ד ע ר ל אַ ק ײ: (באַלעקט זיך). מיך רופֿט איר דאָס?

ע ט י ע ־ מ ע נ י ע: װעמען דען רוף איך? די רביצן? גײ נאָר גיב אַכטונג, איך האָב געשיקט די מױד נאָך אײַנגעמאַכטס. זאָל זי זיך ניט צוכאַפּן דאָרט צו שטאַרק, װי אַ הונגעריקע קאַץ צו דער סמעטענע…

מ ע נ ד ל ד ע ר ל אַ ק ײ: (לאָזט זיך גײן און קערט זיך אום צוריק. רעדט צום באַלעבאָס). באַלעבאָס! די קנאַקערס װאַרטן דאָרטן אין פּערעדניע.

ש י מ ע ל ע ס אַ ר אָ ק ע ר: װאָסערע קנאַקערס?

מ ע נ ד ל ד ע ר ל אַ ק ײ: אָט די צװײ, װאָס פֿונעם טרעיאַטער.

ש י מ ע ל ע ס אַ ר אָ ק ע ר: (לײגט אַװעק דאָס בוך). אַ? װיגדאָרטשוק און רובינטשיק? מײַנע שותּפֿים פֿון דער פֿילם־קאָמפּאַניע? פֿאַרװאָס קומען זײ ניט אַרײַן?

מ ע נ ד ל ד ע ר ל אַ ק ײ: (אַף די גראָבע ליפּן באַװײַזט זיך באַ אים אַ שמײכל). דערפֿאַר, װאָס איך לאָז זײ ניט.

ש י מ ע ל ע ס אַ ר אָ ק ע ר: (פֿאַרװוּנדערט). װאָס הײסט, דו לאָזט זײ ניט?

מ ע נ ד ל ד ע ר ל אַ ק ײ: (גאַנץ ערנסט). אַזױ איז דער אײַנפֿיר באַ די נגידים. אַז עמעצער קומט, איז אױב ער גײט אָרעם געקלײ־דעט, גיט מען אים האַלדז און נאַקן און מע װאַרפֿט אים אַרױס, און אױב ער גײט שײן אָנגעטאָן, באַדאַרף מען פֿריִער דאַלאָזשען דעם באַלעבאָס, און דערנאָך ערשט, אַז דער באַלעבאָס הײסט, מע זאָל אים אַרײַנלאָזן, לאָזט מען אים אַרײַן.

ש י מ ע ל ע ס אַ ר אָ ק ע ר: (שטױנט. צום װײַב). ערנעסטינע יעפֿימעװנע! װאָס זאָגסטו דערױף? עמך!…

ע ט י ע ־ מ ע נ י ע: (צום מאַן). װײס איך װאָס! דו האָסט זיך אַװעקגעשטעלט אױסטענהן מיט אַ משרת מיצקע דרינען, און די מױד װעט דאָרטן דערװײַלע אױפֿפֿרעסן דאָס גאַנצע אײַנגעמאַכטס. (צום מש־רת). גײ טו װאָס מע הײסט דיר!

מ ע נ ד ל ד ע ר ל אַ ק ײ: (לאָזט זיך גײן, בלײַבט שטײן. צום באַלעבאָס). איז װאָס זאָל איך זײ זאָגן?

ש י מ ע ל ע ס אַ ר אָ ק ע ר: װעמען?

מ ע נ ד ל ד ע ר ל אַ ק ײ: די קנאַקערס.

ש י מ ע ל ע ס אַ ר אָ ק ע ר: גאָרניט. שיק זײ אַרײַן אַהערצוצו! (מענדל דער לאַקײ אָפּ, באַגעגנט זיך אַף דער טיר מיט יוכבֿד די מױד, טונקט אײַן זײַן פֿינגער אינעם אײַנגעמאַכטס און טוט אַ לעק. יוכבֿד טוט אים אַ זעץ איבער דער האַנט, טראָגט צו דעם באַלעבאָס דאָס אײַנגעמאַכטס און לאָזט זיך גײן, בלײַבט שטײן אַ װײַלע).

י ו כ בֿ ד ד י מ ױ ד: (צו דער באַלעבאָסטע). און װײַטער גאָרנישט?

ע ט י ע ־ מ ע נ י ע: (צום מאַן). װאָס איז דאָס פֿאַר אַן אָנשיקעניש? דאָס איז עפּעס אַ גאָטס שטראָף, ניט קײן מױד!.. (עס עפֿנט זיך די טיר און מענדל דער לאַקײ לאָזט אַרײַן אײנעם נאָכן אַנדערן װ י ג ד אָ ר ט ש ו ק ן און ר ו ב י נ ט ש י ק ן, און אַלײן גײט ער אָפּ. בײדע גײען אָנגעטאָן גרױסאַרטיק, געגאָלט װי אַרטיסטן, מיט צילינדערס אין די הענט, טראָגן הענטשקעלעך, גרױסאַרטיקע שניפּסן).

ש י מ ע ל ע ס אַ ר אָ ק ע ר: (שטײט אױף, נעמט אױף די אַרײַנגעקומענע זײער העפֿלעך). ברוך הבא געסט! האָט איר שױן געבראַכט מיט זיך דעם איבערגעשריבענעם קאָנטראַקט? (צום װײַב). ערנעסטינע יעפֿימעװנע! הײס געבן נאָך אײַנגעמאַכטס און אַ ביסל װישניק אױך אין אײנװעגס. (עטיע־מעניע הײבט זיך אױף אָן חשק און גײט אַלײן נאָכן װישניק מיטן פֿאַרבײַסן. שימעלע צו די יונגעלײַט). דעם קאָנטראַקט גיט אַהער, װעלן מיר אים דורכקוקן. (װיגדאָרטשוק נעמט אַרױס אַ פֿאַרשריבענעם פּאַפּיר). דאָס הײסט, דורכקוקן װעט אים מײַן טאָכטער. איך בין, ניט פֿאַר אײַך געדאַכט, קורץ אין דער עבֿרי, האָב איך אַ טעכטערל, האָט מיך גאָט געבענטשט, אַ געראָטענע, איר קענט זי ― איז זי באַ מיר מײַן גאַנצער בוכהאַלטער מיטן פּריקאַזטשיק מיטן שרײַבער מיט הכּל בכּל… לײענט און שרײַבט און חשבונט, װי אַ װאַסער… )טראָגט זײ אונטער אַ זילבערנע פּושקע מיט פּאַפּיראָסן). פּאַני רובינטשיק! פּאַני װיגדאָרטשוק! אַנו, פֿאַרזוכט אַקאָרשט פֿון די דאָזיקע פּאַפּיראָסן! ס'איז שױן אײנמאָל פּאַפּיראָסן, פֿון די אמתע עמך!… (בײ־דע יונגעלײַט הײבן זיך אױף, נעמען מיט צװײ פֿינגער צו פּאַפּיראָסן). יאָ, איז װוּ, הײסט דאָס, האַלטן מיר אין דער הגדה? זאָגט מיר, איך בעט אײַך, מײַן ליבער װיגדאָרטשוק און מײַן טײַערער רובינטשיק, װאָס איכ'ל אײַך פֿרעגן: װי קומט איר, צװײ יונגעלײַט, ― האָט קײן פֿאַראיבל ניט, װאָס איך רײד מיט אײַך אַזױ אָפֿנטלעך און פּראָסט, ― װי קומט איר צו אַזאַ גאָלדענעם עסק, װי דאָס פֿילם־געשעפֿט?

װ י ג ד אָ ר ט ש ו ק: אָ! אין דעם איז אַ גאַנצע געשיכטע…

ר ו ב י נ ט ש י ק: װאָס מע קאָן זי דערצײלן אין דרײַ װערטער. מיר זײַנען, װי איר קוקט אונדז אָן…

װ י ג ד אָ ר ט ש ו ק: (לאָזט אים ניט רײדן). לאָז מיך, איך װעל זי איבערגעבן און דרײַ װערטער. איך און מײַן חבֿר רובינטשיק זײַנען מענטשן מיט געדאַנקען.

ר ו ב י נ ט ש י ק: מיט קאָמבינאַציעס.

װ י ג ד אָ ר ט ש ו ק: און מיר האָבן פֿון שטענדיק אָן געהאַט אַ שײַכות צי טעאַטער. איך, צום בײַשפּיל, בין געװען אַמאָל אַ מוזיקאַנט, און אַ באַרימטער מוזיקאַנט, געשפּילט אין אַלע טעאַטערן. און מײַן חבֿר רובינטשיק איז אױך ניט קײן אַבי־װער ― ער האָט געהאַלטן אַ פּאַריקמאַכערסקי זאַװעדיעניע און פֿלעגט גײן אין טעאַטער אַרײַן גרימירן די אַקטיאָרן. איך דאַרף אים זאָגן אין די אױגן, דעם ממזר, ― ער, אַז ער פֿאַרגרימירט עמעצן, איז עס נאַטור! דערװײַל האָט זיך געטראָפֿן אַ מעשׂה. די צײַט איז געװען שלעכט, ניט הײַנט געדאַכט, ניט פֿאַר אײַך געדאַכט, האָב איך מיר באַשטעלט אין טעאַטער־קינעמאַטאָגראַף שפּילן. איך שפּיל אַ נאַכט, איך שפּיל צװײ, איך שפּיל דרײַ, איך הײב מיך אָן צוקוקן ― װאָס איז דער שׂכל פֿונעם קינעמאַטאָגראַף? לאָזט זיך אױס, אַז ס'איז אין דעם קײן שום שׂכל…

ר ו ב י נ ט ש י ק: ס'אַ געלעכטער!…

װ י ג ד אָ ר ט ש ו ק: (פֿאַרכאַפּט זיך). דאָס הײסט, דער שׂכל איז אַ גרױסער שׂכל. נאָר פֿאַר דעם, װאָס װײס דעם שׂכל, איז דער שׂכל אױס שׂכל.

ר ו ב י נ ט ש י ק: גאָלע גאָרניט!

ש י מ ע ל ע ס אַ ר אָ ק ע ר: איך פֿאַרשטײ ניט ― איך בין אַ פּראָסטער עמך! ממה־נפֿשך ― אָדער מילכיק, אָדער פֿלײשיק! אָדער אַהין, אָדער אַהער! און באַ אײַך קומט אױס ― אָט אַז ס'איז אַ גרױסער שׂכל, און אָט איז דאָס אַ געלעכטער, גאָר קײן שׂכל ניט, ― אַזױ אַז איך בין שױן צעדולט!…

װ י ג ד אָ ר ט ש ו ק: (צו רובינטשיקן). שולדיק ביסטו, אַז דו שלאָגסט מיך איבער! איך װעל זײ געבן צו פֿאַרשטײן דעם שׂכל מיט אַ גאַנג…

ר ו ב י נ ט ש י ק: נו, גיב זײ צו פֿאַרשטײן, װער לאָזט דיך ניט?

ש י מ ע ל ע ס אַ ר אָ ק ע ר: נײן! איר דאַרפֿט װיסן, אַז מיר זײַנען גרױסע בעלנים דערױף… נאָר אַז איך בין געװען אַ… ניט הײַנט געדאַכט, אַ פּראָסטער עמך, זײַנען מיר אַלע װאָך געגאַנגען אין דער לוזיאָנע, אַבי ס'איז נאָר געװען פֿאַרװאָס. און הײַנט, זינט גאָט האָט מיך באַגליקט מיטן גרױסן געװינס, איז כּמעט ניטאָ די נאַכט װאָס מיר זאָלן ניט גײן אַהינצוצו. װאָלט איר זײער װעלן װיסן, ובפֿרט איצט, אַז איך גײ אַרײַן אין דעם מיט געלט, דעם… דעם… תּמצית (מאַכט מיט די פֿינגער). דעם שׂכל דערפֿון. דאָ מוז דאָך שטעקן עפּעס אַ קונץ, עפּעס… עפּעס… (אַ קנאַק מיט די פֿינגער). אַ מין עמך!

װ י ג ד אָ ר ט ש ו ק: געװיס און דאָ פֿאַראַן קונץ!

ר ו ב י נ ט ש י ק: און נאָך װאָס פֿאַר אַ קונץ! װ י ג ד אָ ר ט ש ו ק: (לאָזט אים ניט). לאָז זיך דינען! אָט װעל איך זײ געבן צו פֿאַרשטײן די גאַנצע זאַך אַקוראַט, זײ זײַנען אַ ייִד מיט פֿאַרשטאַנד. (רוקט זיך צו צום שנײַדער). די זאַך איז אַ פּראָסטע זאַך. האָט איר זיך צוגעקוקט, אַז אַקעגן דער סצענע, איבער דער טיר, איז פֿאַראַן אַ לאַמטערנע מיט אַ רעדל? איז אַפֿן רעדל, װאָס סע דרײט זיך דאָרט באַ דער לאַמטערנע, אָנגעצױגן אַ לענטע פֿון צעלולױד, אַ לאַנגע לענטע. (מאַכט מיט די הענט).

ר ו ב י נ ט ש י ק: (קוקט דעם חבֿר אין מױל אַרײַן און שאָקלט צו מיטן קאָפּ). אַ פֿילמע הײסט עס.

װ י ג ד אָ ר ט ש ו ק: איז אַף דער פֿילמע אָפּגעפֿאָטאָגראַפֿירט אַלע בילדער, װאָס איר זעט אַפֿן לײַװנט… האָט איר עס צעקײַט?

ש י מ ע ל ע ס אַ ר אָ ק ע ר: האָט קײן פֿאַראיבל ניט, װאַרט אָפּ אַ װײַלעטשקע. איך װיל, פֿאַרשטײט איר, אַז מײַן ייִדענע זאָל אױך זײַן דערבײַ און זאָל אױך װיסן דעם שׂכל… (דרײט זיך אױס צום װײַב, װעלכע קומט אַרײַן פֿון צװײטן חדר. נאָך איר גײט נאָך מענדל דער לאַקײ מיט אַ טאַץ. אַף דער טאַץ ― אַ קאַראַפֿין רױטע משקה מיט גלעזלעך. נאָך מענדלען גײט נאָך יוכבֿד די מױד אױך מיט אַ טאַץ. דאָס אַלץ װערט אַװעקגעשטעלט אַפֿן טיש. מענדל און יוכבֿד אָפּ).

ע ט י ע ־ מ ע נ י ע: אָט האָט איר װישניק, אָט שטײט אײַנגעמאַכטס. איר קאָנט נעמען, אַז איר װילט…

ש י מ ע ל ע ס אַ ר אָ ק ע ר: מע װעט נעמען, אם ירצה השם, געװיס װעט מען נעמען. (גיסט אָן אין די גלעזלעך. װענדט זיך צום װײַב). װילסט הערן דעם שׂכל פֿון „לוזיאָנע“, פֿאַרװאָס סע דרײט זיך און מיר זעען אַלצדינג אַפֿן לײַװנט, װאָס אַף דער װעלט טוט זיך אָפּ? זעץ דיך אַקאָרשט צו, װעסטו עפּעס הערן. האָסט דאָך עס ליב. דו װאָלסט דאָך דאָרט געטאָגט און גענעכטיקט!

ע ט י ע ־ מ ע נ י ע: און דו האָסט דאָך עס נעבעך פֿײַנט. (זעצט זיך אַװעק באַ דער זײַט אַף אַ װײכער קושעטקע, שפּאַרט זיך אָן אַף אַ זײַדן קישעלע מיט אױסגענײטע קװײטן פֿון אַלערלײ פֿאַרבן, לײגט צונױף די הענט אַזױ, מע זאָל אַרױסזען דאָס גאַנצע ביסל צירונג). נו, לאָמיר האָרבן.

װ י ג ד אָ ר ט ש ו ק: (פֿלײַסט זיך צו זעצן מיטן פּנים קעגן דער מאַדאַם, נאָר רײדן רעדט ער צום באַלעבאָס). איז װוּ האַלטן מיר?

ר ו ב י נ ט ש י ק: באַ דער פֿילמע האַלטן מיר, װיִאַזױ דאָס רעדל דרײט זיך דאָרט באַ דער לאַמטערנע…

ש י מ ע ל ע ס אַ ר אָ ק ע ר: (צום װײַב). באַ דער טיר פֿון אױבן, אַקוראַט אַקעגן דעם לײַלעך, האָסטו געזען אַ לאַמטערנע? איז דאָרטן דאָ אַ רעדל און סע דרײט זיך. (װײַזט מיט די הענט, װי סע דרײט זיך. טוט זיך אַ נעם צום קאַראַפֿין, גיסט אָן דרײַ גלעזלעך. צו די געסט). זאָל זיך עס דאָרטן דרײען. מיר'ן דערװײַל נעמען צו די ליפּן… לחײם! לאָז גאָט געבן, ס'זאָל זײַן אײנמאָל פֿאַר אַלעמאָל עמך!… (טרינקט. די געסט רירן זיך צו מיט די ליפּן). אַצינד שיסט װײַטער!

װ י ג ד אָ ר ט ש ו ק: אַלזאָ, נאָכאַמאָל אין קורצן. (מאָלט מיט בײדע הענט). דאָ האָט איר אַ לײַװנט.

ר ו ב י נ ט ש י ק: אָ געװײנלעכן לײַװנט.

װ י ג ד אָ ר ט ש ו ק: אַף דעם לײַװנט איז ניטאָ גאָרנישט.

ר ו ב י נ ט ש י ק: גאָלע גאָרנישט.

װ י ג ד אָ ר ט ש ו ק: און אַף יענער זײַט לײַװנט איז אױך ניטאָ גאָרנישט.

ר ו ב י נ ט ש י ק: אױך גאָרנישט! (שימעלע סאַראָקער קוקט אַפֿן װײַב איבערראַשט).

ע ט י ע ־ מ ע נ י ע: (גלױבט ניט). דאָס װעט איר שױן דערצײלן דער באָבע אײַערער! װאָס הײסט ניטאָ גאָרנישט? מיר גײען ניט אין דער „לוזיאָנע“? עס קאָסט אונדז קאַרג געלט? אַן אַנדערער װאָלט זיך עס געװוּנטשן איך װײס אַלײן ניט װאָס, ― זאָגן זײ, אַז אַף יענער זײט לײַװנט איז ניטאָ גאָרנישט! מיר זײַנען דאָך עפּעס ניט קײן קלײנע קינדער, װאָס מע װעט אונדז דערצײלן בבֿאָ־מעשׂיות!…

װ י ג ד אָ ד ט ש ו ק: (מטושטש, שמײכלט). האָט קײן פֿאַראיבל ניט, מאַדאַם, מיר זײַנען ספּעציאַליסטן. מיר אַרבעטן אין דעם טאָג װי נאַכט. מיר האָבן דאָס געזונט מיטן לעבן אַװעקגעלײגט דערױף.

ר ו ב י נ ט ש י ק: ס'איז אונדזער פּרנסה!

ש י ט ע ל ע ס אַ ר אָ ק ע ר: (צו װיגדאָרטשוקן). בקיצור, נו, שיסט װערטער!

װ י ג ד אָ ר ט ש ו ק: אַלזאָ ― גאָרנישט. דער רעכטער עיקר איז דאָס רעדל, װאָס דאָרט אַקעגן, באַ דער לאַמטערנע. (דרײט זיך אױס מיטן פּנים צוריק, װײַזט מיט דער האַנט אַף דער טיר. אַלע דרײען זיך אױס צו דער טיר). דאָרט, װוּ עס דרײט זיך די לענטע…

ר ו ב י נ ט ש י ק: (דרײט מיט דער האַנט). די פֿילמע הײסט עס… (עס עפֿנט זיך די טיר און אין דער מינוט קומט פֿאָר אַזאַ מין סצענע: עטלעכע ייִדן רײַסן זיך אַרײַנצוגײן, מענדל דער לאַקײ האַלט זײ אָפּ מיט בײדע הענט).

מ ע נ ד ל ד ע ר ל אַ ק ײ: האָט צײַט אײן מינוט, ביז איכ'ל דאַלאָזשען.

ד י י יִ ד ן: (אַלע אינאײנעם). װאָס מיר דאַלאָזשען? װער מיר דאַלאָזשען? מיר דאַרפֿן האָבן אַ נדבֿה. אַף דער היגער תּלמוד־תּורה!

ש י מ ע ל ע ס אָ ר אָ ק ע ר: (שרײַט צום לאַקײ). נאַרישער מענדיוק, אַ רוח אין דײַן פֿאָרנט און מיטן אַרײַן! װאָס האָסטו צו די ייִדן? לאָז זײ אַרײַן! (מענדל טרעט אָפּ, נאָר ער באַװײַזט די ייִדן מיט דער האַנט אַפֿן קאָפּ, זײ זאָלן אױסטאָן די היטלען. די ייִדן קװענקלען זיך, צי זאָלן זײ אױסטאָן די היטלען, צי ניט. אַ פּאָר האָבן אױסגעטאָן, די איבעריקע נאָך ניט. גײען לאַנגזאַם).

ע ט י ע ־ מ ע נ י ע: (צו די ייִדן). װאָס'ט איר זאָגן?

ש י מ ע ל ע ס אַ ר אָ ק ע ר: זיצט. איר קאָנט גײן אין די היטלען. מיר זײַנען נאָך ניט קײן גױיִם. מיר זײַנען נאָך ייִדן דערװײַלע. (די ייִדן װערן אַ ביסל שטאַרקער באַ זיך, זעצן זיך אַװעק. אײנער פֿון זײ, דער גבאי ראשון, װענדעט זיך צום שנײַדער).

ג ב א י ר א ש ו ן. מיר זײַנען געקומען צו אײַך, רב שמעון, אַזױ װי מיר האָבן געהערט פֿון אײַך, אַז זינט גאָט האָט אײַך געהאָלפֿן, הערט איר ניט אױף צו געבן, זײַנען מיר, די גבאָים פֿון דער היגער תּלמוד־תּורה, און מיר דאַרפֿן אַ נדבֿה דאַרפֿן מיר…

ע ט י ע ־ מ ע נ י ע: (נעמט זיך צו דער קעשענע. צו די ייִדן). צו װאָס אַזאַ לאַנגע הקדמה? זאָגט, אַז איר װילט אַ נדבֿה, װעט מען אײַך געבן… אױסגאָב װעט זיך געפֿינען באַ אײַך?

ד י י יִ ד ן: (פֿרײלעך. אַלע אינאײנעם). פֿון װיפֿל?

ע ט י ע ־ מ ע נ י ע: (ציט אַרױס אַ זילבערנע מטבע). פֿון אַ פֿערציקער. (די ייִדן איבערראַשט, קוקן אײנער אַפֿן אַנדערן, בלײַבן אָן לשון).

ש י מ ע ל ע ס אַ ר אָ ק ע ר: (כאַפּט זיך אױף, װערט אַלערלײ קאָלירן, װיל אױסגיסן זײַן צאָרן אַפֿן װײַב, נאָר ער האַלט זיך אײַן, רעדט צו די ייִדן מיט אַ געלעכטער). מײַן ייִדענע האָט ניט אײַנגעהערט, כאַ־כאַ, אַז איר זײַט די גבאָים פֿון דער היגער תּלמוד־תּורה. זי האָט אַפּנים, געמײנט גלאַט אַזױ אַ נדבֿה פֿאַר אַ ייִדן… קומט, איך װעל אײַך געבן. (נעמט אַרױס אַ קלײן שליסעלע פֿון דער זשילעט־קעשענע, גײט צו צו דער אײַזערנער שאַפֿע, פּאָרעט זיך אַ װײַלע, נעמט אַרױס אַ פּעקל, פֿיר פֿינף־און־צװאַנציקער, און טראָגט עס צו צו די ייִדן). נאַט. אָט האָט איר אַ נדבֿה און שרײַבט אַרײַן אין בוך אַרײַן מײַן נאָמען, מײַן אמתן ייִדישן נאָמען ― שמעון בר′ מאיר סאַראָקער שענקט פֿאַר דער היגער תּלמוד־תּורה אַ הונדערטער. (די ייִדן שטײען אױף אַלע איבערראַשט, דאַנקען אים זײער. אײנער פֿון זײ געפֿינט זיך צו זאָגן קױם עטלעכע װערטער).

ג ב א י ר א ש ו ן: רב שמעון! מיר זאָגן שהחינו וקימנו והגיענו לזמן הזה. זינט די היגע תּלמוד־תּורה איז אַ תּלמוד־תּורה, איז דאָס דער ערשטער הונדערטער. זאָל אײַך גאָט געבן הונדערט יאָר גליק און הצלחה און אַלדאָס גוטס ― אָמן.

ד י י יִ ד ן: (אַלע). ברכה און הצלחה ― אָמן. (געזעגענען זיך אָפּ פֿרײַנטלעך און גײען אָפּ. די שטימונג איז אַ געשלאָגענע. עטיע־מעניע פֿײַערט. שימעלע פֿילט זיך ניט גוט, שפּאַנט אַרום, בלײַבט שטײן).

ש י מ ע ל ע ס אַ ר אָ ק ע ר: (צו זיך אַלײן). יאָ־יאָ. אַ גװאַלדאָװנער שׂכל!… מענטשן טראַכטן צו לענטע… לײַװנט… פֿילם… און דאָס לעבט! דאָס רירט זיך! עמך! (צו די יונגעלײַט). איז װוּ האַלטן מיר, הײסט דאָס? יאָ, מיר זאָלן ניט פֿאַרגעסן. ס'איז פֿאַראַן נאָך אַ פּונקט, װאָס מײַן װײַב װעט ניט דורכלאָזן בשום אופֿן! (צום װײַב). ערנעסטינע יעפֿימעװנע! איך װיל, אַז אין קאָנטראַקט זאָל שטײן בפֿירוש, אַז דו און איך און אונדזערע פֿרײַנט, למשל, האָבן דאָס רעכט צו גײן אין װאָס פֿאַר אַ טרעיאַטער מיר װילן, און װען מיר װילן, סײַ באַטאָג, סײַ באַנאַכט, בחינם, אָן אַ שום געצאָלטס, הײסט עס.

ע ט י ע ־ מ ע נ י ע: (פֿאַרברעכט די הענט). אַ שײנע מעשׂה! סע שטײט נאָך גאָרניט אין קאָנטראַקט אַפֿילו?!

װ י ג ד אָ ר ט ש ו ק: מע האָט פֿאַרגעסן אַרײַנשטעלן.

ר ו ב י נ ט ש י ק: מאַדאַם! מע האָט גערעדט ― איז גענוג.

ע ט י ע ־ מ ע נ י ע: (לאָזט אױס איר כּעס צו אים). אַזױ זאָגט א י ר ? און אַז ס'װעט קומען צו עפּעס, װעט איר נאָכדעם זאָגן, איר װײסט ניט!… מיר קענען אײַערע לײַט! מיר זײַנען אױך מבֿינים אַף אַ טשאַד!

ש י מ ע ל ע ס אַ ר אָ ק ע ר: זאָגסטו, מע זאָל עס אַרײַנשטעלן? איך זאָג אױך ― אַרײַנשטעלן. (צו װיגדאָרטשוקן, װײַזט אים אָן אַפֿן שרײַבטיש). פֿאַרקאַטשעט, זײַט מוחל, די אַרבל און שרײַבט אַרײַן.

װ י ג ד אָ ר ט ש ו ק: (טוט זיך אַ װאָרף צום שרײַבטיש. שרײַבט צו אַפֿן פּאַפּיר, דערנאָך לײענט ער). „מיר, די אונטערגעשריבענע, גיבן צו נאָר אַ פּונקט, אַז דער הער סאַראָקער, די מאַדאַם סאַראָקער, אָדער װער פֿון זײער פֿאַמיליע, האָט דאָס רעכט, סײַ באַטאָג, סײַ באַנאַכט, אַרײַנצוקומען און זיצן אין יעדן פֿון אונדזערע טעאַטער־קינעמאַטאָ־גראַפֿן בחינם, אָן געלט“. צופֿרידן? (שימעלע קוקט אַפֿן װײַב).

ע ט י ע ־ מ ע נ י ע: איך װיל, אַז אין קאָנטראַקט זאָל שטײן מײַן שװעסטער פֿײגל אױך.

װ י ג ד אָ ר ט ש ו ק: מאַדאַם! סע שטײט דאָך „די פֿאַמיליע סאַראָקער“!

ע ט י ע ־ מ ע נ י ע: איר פֿאַמיליע איז ניט סאַראָקער, איר פֿאַמיליע איז װישקראָבענקאָ.

ר ו ב י נ ט ש י ק: די מאַדאַם זײַנען גערעכט.

ש י מ ע ל ע ס אַ ר אָ ק ע ר: װיבאַלד אַזױ, טאָ שטעלט אַרײַן אַלע פֿרײַנט און באַקאַנטע…

ע ט י ע ־ מ ע נ י ע: (כאַפּט זיך אױף). באַקאַנטע? אָט האָסטו דיר נאָך, טאָמער איז קאַרג! אַ מכּה זײ ― זײ זײַנען ניט קראַנק צאָלן!

ר ו ב י נ ט ש י ק: די מאַדאַם זײַנען פֿאָלקאָם גערעכט. (צום חבֿר). שרײַב אַרײַן מאַדאַם װישקראָבענקאָ מיט אירע קינדער.

ע ט י ע ־ מ ע נ י ע: נײן; זי יאָ, די קינדער ניט. זי האָט קינדער ― מעג אַף זײ קומען אַן אױסכאַפּעניש! אײן שאַרלאַטאַן גרעסער פֿונעם אַנדערן…

ר ו ב י נ ט ש י ק: די מאַדאַם זײַנען פֿולשטענדיק גערעכט! שרײַב מאַדאַם װישקראָבענקאָ ― און אַן עק.

ע ט י ע ־ מ ע נ י ע: װאָסער מאַדאַם? אָ שײנע מאַדאַם! נעבעך אַן עניטע, אַן אבֿיונטע, אַז אָך און װײ איז איר! (עס קוסט אָן בײלקע, אָנגעטאָן פּראָסט װי אַלע מאָל).

ש י מ ע ל ע ס אַ ר אָ ק ע ר: גוט, װאָס דו ביסט דאָ. קום אַהער, װעסטו מיר איבערלײענען דעם קאָנטראַקט, צי ס'איז אַלצדינג דאָ, װאָס מיר האָבן נעכטן אָפּגערעדט? (בײדע יונגעלײַט שטײען אױף, גריסן בײלקען, דערלאַנגען איר דעם קאָנטראַקט און זעצן זיך צוריק אַװעק).

ב ײ ל ק ע: (נעמט דעם קאָנטראַקט). מעג איך עס לײענען פֿאַר זיך? (זעצט זיך אַװעק אין אַ שטול, לײענט פֿאַר זיך).

ש י מ ע ל ע ס אַ ר אָ ק ע ר: (צו די יונגעלײַט, שטיל). זי קאָן שױן דװקא גוט!… ייִדיש און רוסיש און דײַטש, און װאָס איר װילט!… (עס קומט אַרײַן מענדל דער לאַקײ מיט אַ בוקעט).

מ ע נ ד ל ד ע ר ל אַ ק ײ: צו איזאַבעלאַ סעמיאָנאָװנאַ מיט אַ קאַרטל.

ב ײ ל ק ע: צו מיר? (נעמט די בלומען).

ש י מ ע ל ע ס אַ ר אָ ק ע ר: (צופֿרידן). בלומען? פֿון װעמען איז?

ב ײ ל ק ע: (לײענט דאָס קאַרטל). סאָלאָמאָן אָסקאַראָװיטש פֿײַן. כאַ־כאַ־כאַ!

ש י מ ע ל ע ס אַ ר אָ ק ע ר: װאָס־זשע איז דער געלעכטער? (צום לאַקײ). קאָנסט גײן. (מענדל אָפּ).

ב ײ ל ק ע: װאָס־זשע? ס'איז ניט קײן געלעכטער? װאָס איז גאָר פּלוצעם פֿאַר מתּנות ― בלומען? װוּ איז ער געװען פֿאַר דרײַ װאָכן אין דער צײַט, געדענקסט? אַז מע האָט באַ אים געבעטן אַ טובֿה, ער זאָל זאָגן אַ גוט װאָרט צו זײַן פֿאָטער װעגן דירה־געלט, האָט ער פֿאַרקנײטשט מיט די פּלײצעס (מאַכט אים נאָך) ― „עטאָ דאָ מעניאַ ניע קאַסאַיעט־כיאַ!“… (גיט איבער דעם פֿאָטער די פּאַפּירן). דער קאָנטראַקט איז געשריבן אַזױ, װי מע האָט גערעדט. (װײַזט אַפֿן פּאַק בריװ, װאָס אַפֿן טיש). אָט דאָס איז די הײַנטיקע פּאָטשט? (נעמט די בריװ צו זיך). איך נעם עס צו זיך, דאָרט װעל איך איבערלײענען די פּאָטשט און װעל דיר נאָכדעם איבערגעבן. (פֿאַרנײגט זיך צו די יונגעלײַט, װעלכע כאַפּן זיך אױף מיט אַ טראַסק. ― בײלקע אָפּ).

ש י מ ע ל ע ס אַ ר אָ ק ע ר: (צו די יונגעלײַט). אַ מאָדנע מײדל באַ מיר!… אַן אַנדערע אַף איר אָרט אין אַזאַ ראָסקאָש!… באַ אַזאַ עשירות!…

ע ם י ע ־ מ ע נ י ע: זאָג כאָטש: קײן עין־הרע ניט!

ש י מ ע ל ע ס אַ ר אָ ק ע ר: אַ קלײדל, אַ בורנעסל, אַ היטעלע אַ נײַס, אַז מע װיל איר קױפֿן, קומט אָן מיט גרינע װערעם.― זי װיל ניט! װאָס'ט איר טאָן? (בײדע יונגעלײַט זײַנען נתפּעל). װאָס דאַרפֿט איר מער, מע רעדט איר שידוכים ― די שענסטע, די גרעסטע ― װיל זי ניט הערן, ניט זען… שטעלט אײַך פֿאָר ― רב אָשר פֿײַן האָט איר געהאָרכט מן־הסתּם? װיל ער מיט מיר אַ שידוך טאָן ― ער שטאַרבט! דאָס הײסט, ניט אַזױ ער װיל דעם שידוך, װי זײַן זון, און ניט אַזױ זײַן זון, װי איך װאָלט אַ בעלן געװען זיך משדך זײַן מיט אַזאַ ייִדן װי פֿײַן, װאָס איך בין אַמאָל געװען זײַנער אַ שכן…

ע ט י ע ־ מ ע נ י ע: זאָג כאָטש: ניט הײַנט געדאַכט…

ש י מ ע ל ע ס אַ ר אָ ק ע ר: איז דאָך גוט? אַיאָ? אַז ער װיל, און דער זון װיל, און איך װיל אױך, װאָלט מען דאָך געקאָנט ברעכן טעלער און אַ סוף? ― זאָגט זי אָבער: לא! זי װעט זיך באַטראַכטן. (בײדע יונגעלײַט זײַנען נתפּעל ― עס באַװײַזט זיך מענדל דער לאַקײ).

מ ע נ ד ל ד ע ר ל אַ ק ײ: (קײַט). דער שלים־מזל איז שױן װידער דאָ.

ש י מ ע ל ע ס אַ ר אָ ק ע ר: װאָסער שלים־מזל?

מ ע נ ד ל ד ע ר ל אַ ק ײ: סאָלאָװײטשיק דער שדכן.

ש י מ ע ל ע ס אַ ר אָ ק ע ר: סאָלאָװײטשיק? װוּ איז ער?

מ ע נ ד ל ד ע ר ל אַ ק ײ: דאָרט איז ער, אין פּערעדניע.

ש י מ ע ל ע ס אַ ר אָ ק ע ר: פֿאַרװאָס גײט ער ניט אַרײַן?

מ ע נ ד ל ד ע ר ל אַ ק ײ: איך האָב דאָך אײַך געזאָגט שױן, אַז איך בין ניט דאָס ערשטע יאָר אין נגידישע הײַזער, און באַ די נגידים איז דער אײַנפֿיר, אַז…

ש י מ ע ל ע ס אַ ר אָ ק ע ר: אַז מע דאַרף פֿריִער דאַלאָזשען? נו, האָסטו דאָך מיר שױן דאַלאָזשעט. אַצינדערט גײ רוף אים אַרײַן. (מענדל אָפּ). אױ, אָט די פּאָראַדקעס מיט די צערעמאָניעט, הערט איך, באַ די סטעקראַטן, צװישן אונדז גערעדט, גאָט זאָל ניט שטראָפֿן פֿאַר די רײד!… (עס עפֿנט זיך די טיר ברײט, מענדל דער לאַקײ לאָזט אַרײַן סאָלאָװײטשיקן דעם שדכן, מאַכט צו די טיר, גײט אָפּ). ברוך הבא, אַ ייִד אַ שדכן! מע זאָל דערמאָנען משיחן. זיצט, פּאַני סאָלאָװײטשיק.

ס אָ ל אָ װ ײ ט ש י ק: סאַראַ היץ הײַנט ― טשטאָ ניבוד אָסאָבענע! (באַטראַכט די יונגעלײַט). און װער זײַנען אָט די ייִדן? עפּעס זײער קענטלעך! (דערמאָנט זיך). אַ? דאָס זײַנען די דאָזיקע? פֿונעם טעאַטער? דאָס האָט איר מיט זײ געמאַכט דאָס געשעפֿט, װאָס די שטאָט קלינגט מיט דעם? (גיט זײ די האַנט) װאָס־זשע מאַכט איר? מע זאָגט, אַז איר זשעברעװעט געלט? (װײַזט מיט בײדע הענט).

װ י ג ד אָ ר ט ש ו ק: ע! מע זשעברעװעט געלט! גאָרנישט, מהכתּיתי, מע האָט פּרנסה.

ר ו ב י נ ט ש י ק: און מע לײגט אָפּ אַ קערבל.

ס אָ ל אָ װ ײ ט ש י ק: (צום שנײַדער). װײס איך, װאָס הערט איר זײ! איר פֿרעגט מ י ך ! ס'איז אַ גאָלדן געשעפֿט! ס'איז אַ ברונען, װאָס שעפּט זיך ניט אױס! מענטשן װערן נתעשר ― זאָגן זײ, מע לײגט אָפּ אַ קערבל! (בײדע יונגעלײַט װערן ברײטער װי לענגער).

ש י מ ע ל ע ס אַ ר אָ ק ע ר: (צום שדכן). זאָגט איר, אַז מע װײס שױן אין שטאָט פֿונעם פֿילם־געשעפֿט, װאָס איך מאַך? אפֿשר װעט איר פֿאַרזוכן אונדזער װישניק? (גיסט אים אָן אַ גלעזל).

ס אָ ל אָ װ ײ ט ש י ק: טשטאָ זאַ װאַפּראָס! אַלע װײסן און אַלע רײדן און אַלע זײַנען אײַך מקנא. (טרינקט אױס און פֿאַרבײַסט).

ש י מ ע ל ע ס אַ ר אָ ק ע ר: מקנא?

ס אָ ל אָ װ ײ ט ש י ק: איך זאָל אַזױ לעבן מיט אײַך און מיט אײַער װײַב! װאָס־זשע? כ'װעל אױסטראַכטן? מע שמועסט גאָר, אַז איר װערט אַ מיליאָנער… הלװאַי, זאָל אײַך גאָט העלפֿן! (צו די יונגעלײַט). סעמיאָן מאַקאַרעװיטש איז אַ מענטש, װאָס האָבן ליב אַלײן גראָב צו פֿאַרדינען, און עס אַרט זײ ניט, אַז יענער פֿאַרדינט אױך. װי פֿאָניע זאָגט: ל ע ב ע ן א ו ן ל ע ב ע ן ל אַ ס ע ן… (צום שנײַדער). ס'איז אײַך איצטער אַװעק דאָס גליק, סעמיאָן מאַקאַרעװיטש, װעט דאָס שױן אײַך גײן און גײן, װי אין פּסוק שטײט: החילות לנפּול, נפּול תּפּול…

ש י מ ע ל ע ס אַ ר אָ ק ע ר: (צום װײַב). דו הערסט װערטער? (גיסט אים אָן נאָך אַ גלעזל).

ע ט י ע ־ מ ע נ י ע: (קוקט אַפֿן פֿלעשל). איך הער, איך בין ניט טױב! (צום שדכן). װאָס הערט זיך בעסער פֿון י ע נ ע ם געשעפֿט, װאָס מ י ר װײסן?…

ס אָ ל אָ װ ײ ט ש י ק: (צו דער שנײַדערן). װאָס זאָל זיך הערן, מאַדאַם? אַף אַלע ייִדישע קינדער געזאָגט געװאָרן! (צום שנײַדער און צו דער שנײַדערן). אַז סאָלאָװײטשיקן פֿאַלט אײַן אַן אידעע, מעג זיך שױן איבערקערן די װעלט, װעט ער זי דורכפֿירן… אָט דאָס גײ איך פֿון דאָרט; טאַקע, פֿון די רעסטאָקראַטן… אַ פּריִאָם האָב איך געהאַט ― „מאָיאָ פּאָטשטעניע“, און „סאַדיטיעס“, און „פּאַפּיראָסן“, און „לעמאָנאַד“… מחמת די היץ איז טרוקן אין מױל ― טשטאָ ניבוד אָסאָבענע!… (טרינקט אױס אַ צװײטן מאָל, פֿאַרבײַסט. שימעלע טראָגט אים אונטער די פּושקע פּאַפּיראָסן).

ש י מ ע ל ע ס אַ ר אָ ק ע ר: הכּלל, גײט איר דאָס פֿון די פֿײַנערס. איז װוּ האַלט דאָס דאָרטן אין רער ספֿירה?

ס אָ ל אָ װ ײ ט ש י ק: עס האַלט שױן גוט! הלװאַי װאָלט איך שױן אַזױ געהאַלטן מיט אַלע מײַנע פּאַרטיעס, װאָס איך פֿיר… סאָלאָװײטשיקן, אַז עס פֿאַלט אים אײַן אַן אידעע! (פֿאַררײכערט דעם פּאַפּיראָס) אױב ס'איז אײַך ניט שטאַרק הײס, װעל איך אײַך דערצײלן מײַן הײַנטיקן װיזיט, װיִאַזױ איך בין געקומען, און װאָס איך האָב געזאָגט, און װאָס זײ האָבן געזאָגט, און װאָס איך האָב זײ געענטפֿערט, און װאָס זײ האָבן מיר געענטפֿערט ― אונדזער גאַנצן ראַזגאַװאָר. (פֿאַרקאַטשעט די אַרבל, איז גרײט צעלײגן אַף טעלערלעך).

ש י מ ע ל ע ס אַ ר אָ ק ע ר: (האָט ניט קײן געדולד). װאָס טױג מיר, פּאַני סאָלאָװײטשיק, ראַזגאָװאָרן? איר װײסט דאָך, אַז איך בין אַ פּראָסטער עמך בין איך, און כ'האָב ליב אָגיל ואשׂמח ― אױפֿגענײט און אױסגעפּרעסט. איר זאָגט מיר די לעצטע שורה. דעם רעכטן שפּיץ!

ס אָ ל אָ װ ײ ט ש י ק: דער רעכטער שפּיץ איז ― זײ װעלן אײַך אײַנלאַדן צו זיך אַף אַ װיזיט. דאָרט װעט זײַן די גאַנצע ריסטאָקראַטיע… נאָר קודם װעלן זײ זײַן באַ אײַך מיט אַ װיזיט, און אפֿשר נאָך הײַנט. דאָס קאָן סאָלאָװײטשיק!

ש י מ ע ל ע ס אַ ר אָ ק ע ר: (צום װײַב). דו הערסט? (שטיל). מע דאַרף צוגרײטן כּל המינים פֿאַרבײַסעכצן… (צום שדכן). זײַט איר זיכער, אַז זײ װעלן דאָ זײַן?

ס אָ ל אָ װ ײ ט ש י ק: (פֿאַרטרינקט דעם אײַנגעמאַכטס). אַזױ װי איר בין זיכער, אַז מע רופֿט מיך סאָלאָװײטשיק.

ש י מ ע ל ע ס אַ ר אָ ק ע ר: און דער „יאַט“ אױך מיט זײ?

ס אָ ל אָ װ ײ ט ש י ק: (דאָס לעצטן ביסל אײַנגעמאַכטס). טשטאָ זאַ װאַפּראָס?

ש י מ ע ל ע ס אַ ר אָ ק ע ר: ער טאַקע, דער אַלטער הײסט עס, האָט אײַך אַ ל ײ ן געזאָגט?

ס אָ ל אָ װ ײ ט ש י ק: טאַקע ער אַלײן, דער אַלטער הײסט עס, האָט דאָס מיר געזאָגט: „מיר'ן זײַן, זאָגט ער, באַם הער סאַראָקער מיט אַ װיזיט, זאָגט ער, אפֿשר נאָך הײַנט, ― פֿאָרט, זאָגט ער, געװען אַמאָל אונדזערער אַ שכן“…

ש י מ ע ל ע ס אַ ר אָ ק ע ר: טאַקע מיט דעם לשון? (צום װײַב). גײ, זע, ס'זאָל זײַן אַלצדינג… (עטיע־מעניע אָפּ).

ס אָ ל אָ װ ײ ט ש י ק: טאַקע מיט דעם לשון און מיט די װערטער ― איך זאָל אַזױ לעבן מיט אײַך און מיט אײַער װײַב!… װאָס מײנט איר ― סאָלאָװײטשיק איז עפּעס אַ ייִנגעלע?… ניש־מער, איך האָב מיט אײַך צו רײדן נאָך אַ פּאָר װערטער אױג אַף אױג. (צו די יונגעלײַט). איזװיניטיע!… (נעמט שימעלען אַף אַ זײַט). שלשה דבֿרים ― צװײ װערטער. (בײדע שטײען נאָענט צו דער ראַמפּע).

ש י מ ע ל ע ס אַ ר אָ ק ע ר: (צום שדכן). איך װײס פֿריִער, װאָס איר װילט מיר זאָגן. איר װילט רײדן מיט מיר מכּוחן נדן, װיפֿל איך גיב?

ס אָ ל אָ װ ײ ט ש י ק: (רעדט שטיל). זאָלט איר מיר געזונט זײַן, װאָס פֿאַר אַ חכם איר זײַט! און איר מײנט אַװדאי, אַז דאָס װילן זײ װיסן? אָדער דער חתן? באָזשע סאָכראַני! גלאַט אַזױ… װיבאַלד עס האַלט שױן אַזױ נאָענט, אָט־אָט, איז טאָמער, פּאָניטאַיעטיע, מע טוט מיך אַ פֿרעג, זאָל איך ניט בלײַבן שטײן, װי אַ לײמענער גולם…

ש י מ ע ל ע ס אַ ר אָ ק ע ר: איך װײס גאַנץ גוט, זי איז באַ מיר אײנע, און איבער הונדערט און צװאַנציק יאָר איז עס אינגאַנצן אירס…

ס אָ ל אָ װ ײ ט ש י ק: פֿונדעסטװעגן, באָלי־מעני?…

ש י מ ע ל ע ס אַ ר אָ ק ע ר: פֿופֿציק טױזנט ליגט גרײט אין טשאַסנע קאָמערטשעסקי באַנק, דאָס הײסט, ליגן ליגט דאָרטן דרײַ מאָל פֿופֿציק טױזנט, נאָר פֿופֿציק טױזנט ― דאָס איז פֿאַר דער טאָכטער באַזונדער, און אַזױ װי זי איז באַ מיר אײנע, איז איבער הונדערט צװאַנציק יאָר, אַז מע װעט אַ רוף טאָן אַהין, זײַט־זשע מוחל, עמך… (בײדע יונגעלײַט הערן זיך צו).

ס אָ ל אָ װ ײ ט ש י ק: (שלאָגט אים איבער). טשעפּוכאַ! װער רעדט פֿון אַזעלכע זאַכן? איר װעט נאָך, אם ירצה השם, לעבן און לעבן! איר ד אַ ר פֿ ט לעבן, װאָרעם איר טוט אַ סך גוטס. מע װײס ― גוטס לאָזט זיך הערן… סליעדאָװאַטעלנאָ, פֿופֿציק טױזנט ― דאָס איז מזומן?

ש י מ ע ל ע ס אַ ר אָ ק ע ר: קלאַפּ און צײל. באַ מיר איז ניטאָ קײן מאַניפֿאָרגעס, פּוסטע דיבורים, צוזאָגעכצן. באַ מיר, אַז איך זאָג געבן, גיב איך. עס איז, פֿאַרשטײט איר מיך, עמך!…

ס אָ ל אָ װ ײ ט ש י ק: אָדנים סלאָװאָם ― מיר האָבן שױן פֿון אַלצדינג אָפּגערעדט. סליעדאָװאַטעלנאָ, קאָן איך שױן גײן װײַטער. איך דאַרף נאָך לױפֿן און לױפֿן, רײדן און רײדן. זײַט מיר געזונט און מאַכט גוטע געשעפֿטן! פּראָשטשאַיטיע! אם ירצה השם, אינגיכן אַף אַ קנס־מאָל… (צו די צװײ שותּפֿים). אײַך װינטש איך צו האַלבע מיליאָן אַף אַ חלק, און אײַער שותּף ― אַ גאַנצן מיליאָן! דאָסװידאַניאַ, פּראָשטשאַיטיע! (אָפּ).

ש י מ ע ל ע ס אַ ר אָ ק ע ר: (צו די יונגעלײַט). האָט קײן פֿאַראיבל ניט ― באַ מיר אַ שטוב, קײן עין הרע, אַלע מאָל נײַע מענטשן מיט נײַע געשעפֿטן… איצט דאַרף מען זיך אַ נעם טאָן צו אונדזער אײ־גענעס געשעפֿט. (טוט אָן די ברילן, פֿאַרקאַטשעט די אַרבל, גײט צום טיש). באַדאַרף מען, הײסט עס, טאָן אַ דעליקאַטע אַרבעט ― לײגן דעם טאַטן. (שרײַבט זיך אונטער אַפֿן פּאַפּיר. נאָך אים שרײַבן זיך אונטער בײדע שותּפֿים). און איצט באַדאַרף מען, הײסט עס, אײַך געבן די ממתּקים… דאָס ביסל מינץ… (גײט צו דער אײַזערנער קאַסע). דאַרף איך אײַך זאָגן, מײַנע ליבע שותּפֿים, אַז קײן מזומן געלט, ניט אױסגערעדט זאָל זײַן, האָב איך ניט… אַן אײַזערנע קאַסע האָב איך טאַקע, נאָר אַזעלכע געלטער האַלט איך ניט באַ זיך אינדערהײם. דערױף איז דאָ, פֿאַרשטײט איר מיך, אַ באַנק… (עפֿנט אױף די קאַסע, נעמט אַרױס אַ טשעק־ביכל). די טשאַסנע קאָמערטשעסקי באַנק. דאָרטן האַלט איך מײַן גאַנצן קאַפּיטאַל, און װען איך דאַרף, און װיפֿל איך באַדאַרף ― שרײַב איך אױסעט אַ טשעק, גיט מען מיר… (לײגט אַװעק דאָס טשעק־ביכל אַפֿן טיש). נאָר װאָס דען? אַז עס קומט צו שרײַבן רוסיש, בין איך קורץ אין דער עבֿרי. דערױף האָב איך אַ טאָכטער, איז זי באַ מיר, װי איר װײסט שױן, מײַן גאַנצער בוכהאַלטער. (עס קומט אָן עטיע־מעניע). טו נאָר אַ רוף אַהער בײלקען אַף אַ מינוטקעלע. זי דאַרף מיר עפּעס אָנשרײַבן.

ע ט י ע ־ מ ע נ י ע: איזאַבעלעטשקע? מיר דאַכט, אַז זי איז ניטאָ אין דער הײם. אָט װעל איך גײן אַ קוק טאָן. (גײט אָפּ).

ש י מ ע ל ע ס אַ ר אָ ק ע ר: ניט גוט, הערט איר, אַז מען איז אַ בלינדער מענטש… אַז מע קען ניט שרײַבן קײן רוסיש, איז נאָך ערגער, װי אָן אַ בריל… (פּױזע). אָדער שאַ? װײסט איר װאָס? אפֿשר װאָלט געװען אָ סבֿרה, אַז איר זאָלט זײַן אַזױ גוט, אָן האָט איר אײַך אַ טינט און פֿעדער, און זיך מטריח זײַן טאַקע אַלײן אױסשרײַבן אָט־אָ־דעם טשעק? װער פֿון אײַך קאָן בעסער שרײַבן? (װיגדאָרטשוק און רובינטשיק טוען זיך בײדע אַ װאָרף צום שרײַב־טיש. װיגדאָרטשוק נעמט זיך צום טינט און פֿעדער. שימעלע טוט אָן די ברילן, טײַט מיטן פֿינגער אין טשעק־ביכל, װי אַ מענטש, װאָס איז קלאָר אין הלכות טשעקס). אָט דאָ, אין דער רעכטער האַנט, זעט איר? זײַט־זשע מוחל, שטעלט אַװעק מיט ציפֿער פֿופֿצן טױזנט… אײן אײנס, מיט אַ פֿינף, מיט דרײַ ― יאָ, מיט דרײַ נולן. אָט אַזױ… און דאָרטן, אונטן, שטעלט אַװעקעט מיט װערטער פּעטנאַצעט טיסיאַטשי… רובלײ דאַרף ען ניט ― סע שטײט שױן. אָט אַזױ… האָט איר געשטעלט? אַצינד גיט, זײַט מוחל, די פּען אַהערצו, װעלן מיר װידעראַמאָל אַװעקלײגן דעם טאַטן. (פֿאַרקאַטשעט װידער די אַרבל, חתמעט פּאַװאָלינקע, שװיצט). אוף! פּשוט אײַנגעמידט זיך הײַנט שרײַבנדיק. (פֿאָכעט מיטן טשעק אין דער לופֿטן). און װער איז שולדיק ― טאַקע מײַן טאַטע אַלײן. ער, עליו השלום, האָט ניט געװאָלט מיר לערנען שרײַבן. מיך מע זאָל געװען לערנען שרײַבן, װאָלט איך געװען אײן שרײַבער אין דער װעלט. אַ סימן האָט איר ― נעמט דאָס גרעסטע געשעפֿט אין דער װעלט, װעל איך עס אײַך אַרומנעמען מיטן קוק…

װ י ג ד אָ ר ט ש ו ק: (געזעגנט זיך). ס'איז באַ אײַך זעלטענע פֿעיִקײטן!

ר ו ב י נ ט ש י ק: (געזעגנט זיך). אַ טאַלאַנט! אַ באַזונדערער טאַלאַנט!

ש י מ ע ל ע ס אַ ר אָ ק ע ר: (שטאַרק צופֿרידן. קװעטשט זײ די האַנט). טאַקע? אַז עבֿירה װאָס מײַן ייִדענע איז דאָ ניטאָ. זי װאָלט כאָטש געהערט, װאָס לײַט זאָגן… (גיט איבער דעם טשעק צו װיגדאָרטשוקן. רובינטשיק קוקט אין אים אַרײַן. װיגדאָרטשוק דערלאַנגט דעם חבֿר אין זײַט אַרײַן מיטן עלנבױגן, לײגט אַרײַן דעם טשעק צו זיך אין טײַסטער אַרײַן, װערט באַמערקבאַר נערװעז, פֿאַרשפּיליעט זיך און קלײַבט זיך געזעגענען).

װ י ג ד אָ ר ט ש ו ק: מיר האָבן צוגענומען באַ אײַך אַזױפֿיל צײַט…

ר ו ב י נ ט ש י ק: און אָנגעדולט אַ קאָפּ…

ש י מ ע ל ע ס אַ ר אָ ק ע ר: װאָס רעדט איר? מיר האָבן דאָך עפּעס געמאַכט אַ געשעפֿט מיט גאָטס הילף!

װ י ג ד אָ ר ט ש ו ק: און אַ גוט געשעפֿט דערצו!

ר ו ב י נ ט ש י ק: אַ גלענצנדעס!

ש י מ ע ל ע ס אַ ר אָ ק ע ר: הײַנט װאָס־זשע רעדט איר? װיבאַלד אַזױ, מוז מען פֿאַרן אַװעקגײן אױסטרינקען כאָטש נאָך צו גלעזלעך פֿון אָט דעם דאָזיקן װישניק (גיסט אָן דרײַ גלעזלעך שטײענדיק) און צוּװינטשן זיך, אַז דער האַלבער מיליאָן זאָל זיך ניט לאָזן לאַנג װאַרטן און די שטאָט זאָל װיסן, װאָס הײסט עמך!… (קלינגען מיט די גלעזער, טרינקען שטײענדיק). אַצינד קאָנט איר גײן געזונטערהײט און זײַט מצליח… (װיגדאָרטשוק און רובינטשיק געזעגענען זיך העפֿלעך, גײען אָפּ. שימעלע באַגלײט זײ צו דער טיר. ― אין אַ האַלבע מינוט קומט אַרײַן עטיע־מעניע).

ע ט י ע ־ מ ע נ י ע: אָט באַלד קומט אַהער בײלקע. (קוקט זיך אַרום). און װוּ זײַנען די צװײ שלים־מזלען? שױן אַװעקגעגאַנגען? און װער האָט דיר אָנגעשריבן דאָס, װאָס מע דאַרף? צי דו האָסט דאָס אָפּגעלײגט אַף אַן אַנדערש מאָל?

ש י מ ע ל ע ס אַ ר אָ ק ע ר: װאָס פֿאַר אָפּלײגעכצן? איך האָב פֿײַנט אָפּלײגן! באַ מיר איז אומר ואוכל ― אױפֿגענײט און אױסגעפּרעסט! עמך!…

ע ט י ע ־ מ ע נ י ע: װער־זשע האָט דיר אָנגעשריבן?

ש י מ ע ל ע ס אַ ר אָ ק ע ר: טאַקע זײ אַלײן. איך האָב געזאָגט און זײ האָבן געשריבן.

ע ט י ע ־ מ ע נ י ע: (אַ פּליעסק מיט די הענט). זײ האָבן געשריבן? װער װײס, װאָס זײ האָבן דיר דאָרטן אָנגעשריבן. האָסט ניט געקאָנט װאַרטן אַף איזאַבעלעטשקען? (אַף די װערטער קומט אָן בײלקע).

ב ײ ל ק ע: איך בעט אײַך, רופֿט מיך ניט איזאַבעלעטשקע, רופֿט מיך באַ מײַן אמתן נאָמען בײלקע, אַזױ װי איך הײס!

ע ט י ע ־ מ ע נ י ע: שױן! אָט האָסטו דיר די אַנדערע טעג יום־טובֿ! מיר זײַנען דען די, װאָס מיר זײַנען געװען?

ב ײ ל ק ע: אָט דאָס איז טאַקע די צרה, מאַמע, װאָס מיר זײַנען ניט די, װאָס געװען. דאָס הײסט, זײַן זײַנען מיר טאַקע די אײגענע װאָס געװען, נאָר מײנען מײנען מיר, אַז מיר זײַנען ניט מיר… דעריבער טוען מיר ניט דאָס, װאָס מע דאַרף, גײען ניט אַהין, װוּ מע דאַרף, און נעמען אױף ניט דעם, װאָס מע דאַרף, און דער װאָס איז אונדזער גלײַכן און אונדזער אמתער פֿרײַנט ― יענעם לאָזן מיר אין שטוב ניט אַרײַן…

ע ט י ע ־ מ ע נ י ע: (צום מאַן). עפּעס רעדט זי פֿאַרשטעלט, אַזױ מאָדנע, אַז מע קאָן גאָרניט פֿאַרשטײן!…

ש י מ ע ל ע ס אַ ר אָ ק ע ר: (צום װײַב). װי קומסטו צו פֿאַרשטײן, אַז מיר רײדן? (צו דער טאָכטער). פֿונדעסטװעגן אײנס צום אַנדערן געהער זיך ניט אָן ― אַז מ'עט אונדז אײַנלאַדן צו די פֿײַנערס מיט אַ װיזיט, און װער שמועסט, אַז זײ װעלן אַלײן זײַן באַ אונדז מיט אַ װיזיט, װעסטו מסתּמא זיך ניט אָפּזאָגן מיט אונדז מיטצוגײן ― פֿאָרט רב אָשר פֿײַן!

ב ײ ל ק ע: דאָס װעלן מיר זען… מיר'ן זיך נאָך באַטראַכטן ― אָדער איכ'ל מיטגײן, אָדער איכ'ל ניט מיטגײן…

ש י מ ע ל ע ס אַ ר אָ ק ע ר: (אױפֿגעבראַכט). װאָס הײסט, דו װעסט ניט מיטגײן? און װוּ בין איך? בין איך אַ טאַטע, צי נײן?

ע ט י ע ־ מ ע נ י ע: (װיל מאַכן שלום). װײס איך װאָס, זעט נאָר אַ ביסל! אײדער מע האָט געכאַפּט דעם בער, קריגט מען זיך שױן פֿאַר דער פֿעל… די פֿײַנערס זײַנען נאָך דערװײַל באַ אונדז ניט געװען. און אונדז האָט מען נאָך ניט גערופֿן, און צו טעלער ברעכן איז נאָך װײַט…

ש י מ ע ל ע ס אַ ר אָ ק ע ר: (נאָך מער אין כּעס). מזל טובֿ! אָט איז זי אױך דאָ! (צום װײַב). װער בעט דיך פֿאַר אַ רודף־שלומניצע? (צו דער טאָכטער). מיר װעלן זיך מיט דיר ניט קריגן, װי מיר האָבן זיך ניט געקריגט ביז אַהער קײנמאָל… מיר, עמך, װײסן, אַז מיט גוטן מאַכט מען תּמיד בעסער װי מיט בײזן… דו זאָג מיר, טאָכטער, װאָס איז מיט דיר דער מער, װאָס זינט גאָט האָט באַגליקט מיטן גרױסן געװינס, זע איך ניט, דו זאָלסט זײַן צופֿרידן, אױפֿגעלײגט, גליקלעך, עפּעס גלײַך װי גאָרנישט איך האָב אױסגענומען דעם הױפּט־טרעפֿער…

ב ײ ל ק ע: װאָס האָסטו געװאָלט? איך זאָל טאַנצן אין די גאַסן?…

ש י מ ע ל ע ס אַ ר אָ ק ע ר: װער זאָגט דען טאַנצן אין די גאַסן?… איך מײן, דו װאָלסט באַדאַרפֿט עפּעס אַזױ… (װײַזט מיט די הענט). עפּעס לעבן… עפּעס, עפּעס ― עמך…

ב ײ ל ק ע: איכ'ל דיר זאָגן דעם גאַנצן אמת, טאַטע. אַז דו צװינגסט מיך, איך זאָל דיר זאָגן, װעל איך דיר זאָגן… עס גײט מיר ניט אײַן… ס'איז מיר קײן זאַך ניט ליב… קײן זאַך ניט טײַער… אַלצדינג איבער נױט… יעדע זאַך מיט גװאַלד… דעם, װאָס איך װיל זען, קאָן איך ניט… דעם, װאָס איך זע, װיל איך ניט… איך קאָן מײַן האַרץ ניט עפֿענען, װאָרעם איר'ט מיך ניט פֿאַרשטײן… איר װילט מיך ניט פֿאַרשטײן און קאָנט מיך ניט פֿאַרשטײן, װאָרעם דאָס גרױסע געװינס האָט אײַך אַזױ דעם קאָפּ פֿאַרדרײט, אַז איר זעט ניט די װעלט פֿאַר זיך… װאָס איז װײַס זעט אײַך אױס שװאַרץ, און װאָס שװאַרץ זעט אײַך אױס װײַס…

ש י מ ע ל ע ס אַ ר אָ ק ע ר: קומט אױס, אַז ס'איז גאָר אַן אומגליק, װאָס איך האָב אױסגענומען דאָס גרױסע געװינס?…

ב ײ ל ק ע: פֿאַר װעמען ס'אַ גליק, פֿאַר װעמען אַן אומגליק… אײַער גליק איז מײַן אומגליק… (כּמעט דורך טרערן).

ש י מ ע ל ע ס אַ ר אָ ק ע ר: (חזרט איבער אירע װערטער). אונדזער גליק איז איר אומגליק… (צום װײַב). װאָס זאָגסטו דערױף? פֿאַרשטײסט עפּעס אַ װאָרט?

ע ט י ע ־ מ ע נ י ע: (צום מאַן). דו זאָגסט דאָך, אַז נאָר איך פֿאַרשטײ ניט, און אַז דו פֿאַרשטײסט אַלצדינג… דאָס זאָגט זי דיר, זי גיט דיר אָנצוהערעניש, אַז זי װיל ניט מיטגײן צו די גבֿירים ― זי האָט זײ פֿײַנט…

ש י מ ע ל ע ס אַ ר אָ ק ע ר: (חזרט איבער אירע װערטער). דו? און א י ך זאָג אַנדערש! (העכערט מיט אַ טאָן). איך, אַז איך זאָג גײן ― גײט מען! (אַ זעץ אין טיש). עמך!… שער און אײַזן!…

ב ײ ל ק ע: (כאַפּט זיך באַם קאָפּ). אומגליקלעכע װאָס איך בין! (אַנטלױפֿט).

ע ט י ע ־ מ ע נ י ע: נו? צו װאָס האָסטו עס באַדאַרפֿט? צערײצט אַ קינד…

ש י מ ע ל ע ס אַ ר אָ ק ע ר: (כאַפּט זיך אױף װי אַן אָפּגע־בריטער). פּעטי־מעטי! ברענג מיך ניט אַרײַן אין כּעס!…

ע ט י ע ־ מ ע נ י ע: זאָג מיר נאָר, װאָס סטראַשעסטו מיר מיט דײַן כּעס?

ש י מ ע ל ע ס אַ ר אָ ק ע ר: דרך־ארץ! האַלט ס'מױל! דאַכט זיך, דו װײסט, װער איך בין? עמך!!…

ע ט י ע ־ מ ע נ י ע: זע נאָר, װער עס האַלט זיך גרױס! נאָדל־פֿאָדעם האָט דיר געלאָזט גריסן!…

ש י מ ע ל ע ס אַ ר אָ ק ע ר: (אױסער זיך). מיר זאָגסטו אַזעלכע װערטער?! מיר?! װאָס אַ יעדער נעמט אַראָפּ דאָס היטל, אַז איך גײ אין גאַס?!

ע ט י ע ־ מ ע נ י ע: יעדער, נאָר ניט איך. באַ זיך ביסטו אפֿשר אַ פּריץ, באַ מיר ― אַ שנײַדער אַ פּאַלגוץ!

ש י מ ע ל ע ס אַ ר אָ ק ע ר: שװײַג, דו צרה, װאָרעם איך װעל דיר װײַזן, װער איך בין!

ע ם י ע ־ מ ע נ י ע: װער די כּפּרה ― דו קאָנסט דאָס ניט דערלעבן!

ש י מ ע ל ע ס אַ ר אָ ק ע ר: טפֿו זאָלסטו װערן!

ע ט י ע ־ מ ע נ י ע: טפֿו זאָלסטו װערן! (עס עפֿנט זיך די טיר און עס באַװײַזט זיך מענדל דער לאַקײ).

מ ע נ ד ל ד ע ר ל אַ ק ײ: (קײַט). אין זאַל װאַרטן אַף אײַך געסט.

ש י מ ע ל ע ס אַ ר אָ ק ע ר: (אַ כאַפּ אױף). געסט?

ע ט י ע ־ מ ע נ י ע: װאָסערע געסט?

מ ע נ ד ל ד ע ר ל אַ ק ײ: דער הער פֿײַן, די מאַדאַם פֿײַן…

ש י מ ע ל ע ס אַ ר אָ ק ע ר: (מיט אַמאָל אױסגעניכטערט זיך). װאָס־זשע שװײַגסטו? (צום װײַב). ערנעסטינע יעפֿימעװנע! הײס שטעלן דעם סאַמאָװאַר! הײס דערלאַנגען װישניק און װײַן און אײַנגעמאַכטס, אַלערלײ אײַנגעמאַכטסן!… (װיל זיך לאָזן גײן).

ע ט י ע ־ מ ע נ י ע: (שלעפּט דעם מאַן צוריק). װוּהין פֿליסטו? אין אַ כאַלאַט װילסטו אױפֿנעמען אַזעלכע געסט? (צום לאַקײ). װאָס שטײסטו, װי אַ לײמענער גולם? זעסט דאָך, דער באַלעבאָס גײט אין כאַלאַט. טראָג אים אַרײַן אַהער די קאַפּאָטע! (מענדל אָפּ). און איך װעל דערװײַל גײן אױפֿנעמען די געסט. (מאַכט זיך צורעכט אַקעגן שפּיגל. גײט אָפּ. ― מענדל דער לאַקײ ברענגט אַ שװאַרצן סורדוט, טוט אָן דעם באַלעבאָס. שימעלע פֿאַרשפּיליעט זיך אַף אַלע קנעפּלעך. בײגט זיך און נײגט זיך, מאַכט אַ רעפּעטיציע, װיִאַזױ ער װעט אַרײַנקומען און פֿאַרשטעלן זיך פֿאַר די געהױבענע געסט. הינטער זײַנע פּלײצעס מאַכט אים מענדל נאָך מיט אַלע פּישטשעװקעס. מיט ברײטע טריט לאָזט זיך שימעלע סאַראָקער צו דער טיר. מיט די זעלבע טריט גײט נאָך מענדל. ― דער פֿאָרהאַנג פֿאַלט).

סוף פֿונעם צװײטן אַקט. ע ר ש ט ב י ל ד

אַ פֿאָדער־צימער פֿאַרצױגן מיט אַ צװײטן פֿאָרהאַנג, אַזױ אַז װי נאָך דאָס ערשטע בילד איז צום סוף. הײבט זיך באַלד אױף דער צװײטער פֿאָרהאַנג, און דאָס צװײטע בילד פֿון דריטן אַקט קען אָנהײבן צו גײן זײַן װעג גלײַך, אָן אַנטראַקט. ― דאָס פֿאָדער־צימער דאַרף זײַן לאַנג גענוג, אַנטהאַלט אַ טישל מיט אַ שפּיגל, אַ הענגער און אַ קאָרב אַף שטעקלעך מיט שירעמס. אַ װאַנטזײגער און אַ פּאָר שטולן פֿון שטרױ. אַפֿן פֿאָרהאַנג אַ צוגעמאַכטע טיר, געמאָלט. אײנער אָדער צװײ אַרײַנגאַנגס פֿון די זײַטן. ― באַ דער אױסגעמאָלטער טיר שטײט מ ע נ ד ל ד ע ר מ ש ר ת . לעבן אים, אין אַ פּאָזע פֿון אונטערטעניקײט, שטײען בײדע שנײַדער־יונגען, מ אָ ט ל ק אַ ס אָ י און ק אָ פּ ל פֿ אַ ל ב אָ ן, װישן זיך דעם שװײס, דינגען זיך מיט מענדל דעם לאַקײ, װאָס האַלט די הענט איז די קעשענעס, קײַט און זעט אױס, װי אַ מענטש, װאָס האָט אַ סך צו זאָגן.

מ ע נ ד ל: װי איר זעט מיך אַ שװימענדיקן, באַ אַן אַנדערן װאָלט איך ניט גענומען פֿאַר אַזאַ זאַך ― איר זאָלט מיר אָנשיטן אָט די שטוב מיט גאָלד. און ערשט נאָכדעם װאָלט איך אים געגעבן דעם װעג. װאָרעם… װאָרעם איר װײסט גאָרניט, װאָס פֿאַר אַ שטרענגער באַלעבאָס דאָס איז! (בײדע יונגען איבערראַשט).

מ אָ ט ל ק אַ ס אָ י: שימעלע סאַראָקער אַ שטרענגער באַלעבאָס? איר טרײַבט קאַטאָװעס!

ק אָ פּ ל פֿ אַ ל ב אָ ן: איר מאַכט פֿון אונדז חוזק!

מ ע נ ד ל ד ע ר ל אַ ק ײ: חוזק? לאָז יענעם אױסװאַקסן אַ חוזק אַף דער נאָז! ער האָט מיר אָנגעזאָגט אפֿשר טױזנט מאָל, אַז אַ ייִד פֿון אַ גאַנץ יאָר, װאָס גײט ניט רײַך אָנגעטאָן, זאָל ניט אַריבערטרעטן די שװעל… און טאָמער אַ בעל־מלאָכה, למשל, אַ שנײַדער ― זאָל איך אים טרײַבן האַלדז אין נאַקן! (בײדע יונגען שטױנען).

מ אָ ט ל ק אַ ס אָ י: (צום חבֿר). װאָס זאָגסטו דערױף? װאָלסט זיך געגלױבט, אַ שטײגער?

ק אָ פּ ל פֿ אַ ל ב אָ ן: אַ מענטש בײַט זיך, באַקומט מען געלט, װערט מען אַ בורזשוק גלײַך מיט אַלע בורזשוקעס.

מ אָ ט ל ק אַ ס אָ י: (נעמט אַרױס דאָס בײַטעלע, קראַצט אַרױס אַ מטבע, גיט איבער דעם לאַקײ). נאַט אײַך, לאָז שױן זײַן, װי איר זאָגט…

ק אָ פּ ל פֿ אַ ל ב אָ ן: אַבי גײט און רופֿט זי אַרױס אַהערצוצו.

מ ע נ ד ל ד ע ר ל אַ ק ײ: (באַטראַכט די מטבע, באַהאַלט אין קעשענע). איז װעמען, זאָגט איר, זאָל איך אַרױסרופֿן? גאָר זי, די באַרישני, הײסט עס, צי…?

מ אָ ט ל ק אַ ס אָ י: נאָר זי. נאָר זי.

ק אָ פּ ל פֿ אַ ל ב אָ ן: קײן אַנדערן דאַרף מען ניט!

מ ע נ ד ל ד ע ר ל אַ ק ײ: און װאָס זאָל איך איר זאָגן?

מ אָ ט ל ק אַ ס אָ י: זאָגט איר, אַז צװײ בחורים װאַרטן אַף איר, דאַרפֿן איר זאָגן נאָר צװײ װערטער.

ק אָ פּ ל פֿ אַ ל ב אָ ן: ניט גלאַט בחורים, נאָר בחורים, װאָס האָבן געאַרבעט מיט איר דרײַ יאָר באַ אײן טיש.

מ ע נ ד ל ד ע ר ל אַ ק ײ: (קײַט, באַטראַכט זיך). נײן. בחורים אַלײן טױג ניט. מאַלע װאָסערע בחורים ס'איז דאָ אַף דער װעלט! מע דאַרף האָבן נעמען! נעמען דאַרף מען!

מ אָ ט ל ק אַ ס אָ י: װיבאַלד אַזױ, טאָ זאָגט איר: מאָטל קאַסאָי און קאָפּל פֿאַלבאָן דאַרפֿן אײַך זען.

ק אָ פּ ל פֿ אַ ל ב אָ ן: אַף צװײ װערטער, ניט מער.

מ ע נ ד ל ד ע ר ל אַ ק ײ: (חזרט). מאָטל פֿאַלבאָן און קאָפּל קאַסאָי, מאָטל פֿאַלבאָן און קאָפּל קאַסאָי.

מ אָ ט ל ק אַ ס אָ י: (פֿאַרריכט אים). ניט מאָטל פֿאַלבאָן און קאָפּל קאַסאָי, נאָר פֿאַרקערט.

ק אָ פּ ל פֿ אַ ל ב אָ ן: מאָטל קאַסאָי און קאָפּל פֿאַלבאָן.

מ ע נ ד ל ד ע ר ל אַ ק ײ: אַהאַ! און דאָס װאָרט „בחורים“ מוז געזאָגט װערן נעפּרעמעננאָ? (בײדע בחורים הײבן אָן צו װערן נערװעז).

מ אָ ט ל ק אַ ס אָ י: דערװײַל גײט דאָך באַ אײַך אַװעק די צײַט.

ק אָ פּ ל פֿ אַ ל ב אָ ן: און עס קאָן אָנקומען ער אַלײן…

מ ע נ ד ל ד ע ר ל אַ ק ײ: פֿאַר אים האָט קײן מורא ניט ― ער איז גאָר ניטאָ אין דער הײם. געגאַנגען שפּאַצירן, געמאַכט אַ געשעפֿט, אַ גװאַלדאָװנע געשעפֿט! אַװעקגעקױפֿט אַלע טרעיאַטערס, װאָס אין שטאָט! אַלע טרעיאַטערס װעלן שױן איצט זײַן אונדזערע… אַז איר װעט װעלן גײן אין טרעיאַטער, דאַרפֿט איר פֿריִער אָנקומען צו אונדז. (בײדע בחורים קוקן זיך איבער). און מיר, אַז מיר'ן װעלן, װעלן מיר אײַך אַרײַנלאָזן, און אַז מיר'ן ניט װעלן, װעט איר אַ ברירה האָבן שטײן אין דרױסן. איר שפּילט זיך מיט אונדז? )זעט, אַז די בחורים װערן ניט נתפּעל פֿון דעם, פּרוּװט ער װײַטער). דאָס װײסט איר, אַז מיר זײַנען רײַכער פֿון די פֿײַנערס? זײ שלאָגן אונדז אָפּ די טירן… פֿריִער האָבן זײ געשיקט צו אונדז דעם שדכן דרײַ מאָל אַ טאָג… דערנאָך זײַנען זײ אַלײן געקומען… אַלץ צוליבן שידוך… זײ גײען אױס… זײ זײַנען גאָר די כּפּרה נאָך אונדזער באַרישני! און זײער בנאָק ― ביז אַהער! (װײַזט אַף די אױערן). נעמט אײַן אַ מיתה משונה! און זי אין אים ― אױך פֿאַרכליאַפּעט.

מ אָ ט ל ק אַ ס אָ י: פֿאַרליבט?

ק אָ פּ ל פֿ אַ ל ב אָ ן: שױן לאַנג? פֿון װען אָן?

מ ע נ ד ל ד ע ר ל אַ ק ײ: פֿון װען אָן ― װײס איך ניט. נאָר ס'איז טאָג װי נאַכט באַ זײ קוצעניו־מוצעניו, אָדער ער צו איר, אָדער זי צו אים, און גאָר געקאָצקעט זיך, און נאָר געסמאָצקעט זיך… איז װיִאַזױ זאָל איך איר זאָגן? צװײ בחורים ― קאָטל פֿאַסאָי, מאָפּל פֿאַלבאָן? טפֿו! איך האָב מיך פֿאַרפּלאָנטעט איבער אײַך! אַז איר דרײט מיר אַ מוח!…

מ אָ ט ל ק אַ ט אָ י: זאָגט ניט קײן נעמען; זאָגט נאָר „צװײ בחורים“ ― און אַ סוף!

ק אָ פּ ל פֿ אַ ל ב אָ ן: אַבי אַן עק זאָל עס האָבן!

מ ע נ ד ל ד ע ר ל אָ ק ײ: באַ מיר האָט איר געפּועלט. איך גײ. נאָר טאָמער מאַכט זיך, עס קומט אָן אַהער די כאָלערע…

מ אָ ט ל ק אַ ס אַ ו י: װאָסער כאָלערע?

ק אַ פּ ל פֿ אַ ל ב אָ ן: ער מײנט אַװדאי עטיע־מעניען?

מ ע נ ד ל ד ע ר ל אַ ק ײ: װאָסער עטיע־מעניע? עטיע־מעניע פֿאַרגעסט! זי הײסט שױן ניט עטיע־מעניע, נאָר ערנעסטינע יעפֿימעװנע. (גײט און קערט זיך אום צוריק). זיצט דערװײַל אָט־אַ־דאָ־אָ, אָדער אָט־אַ־דאָ. (באַזעצט זײ, גײט און קײַט און חזרט). מאָקל פֿאַסאָי, פּאָטל פֿאַלבאָן, קאָטל פֿאַסאָי, מאָפּל פֿאַלבאָן… (אָפּ. בײדע שנײַדער־יונגען זעצן זיך אַװעק פֿאָרזיכטיק אַף די שטרױענע שטולן, רײדן צװישן זין שטיל).

מ אָ ט ל ק אָ ס אָ י: אַ מאָדנע לאַקײ!

ק אָ פּ ל פֿ אַ ל ב אָ ן: עפּעס אַ חושים! (פּױזע).

מ אָ ט ל ק אַ ס אָ י: װער װעט אָנהײבן פֿריִער, איך צי דו?

ק אָ פּ ל פֿ אַ ל ב אָ ן: הײב דו אָן פֿריִער, דערנאָך װעל איך.

מ אַ ט ל ק אַ ס אָ י: ס'װעט קומען צו עפּעס, װעסטו אױסכאַפּן פֿריִער.

ק אָ פּ ל פֿ אַ ל ב אָ ן: איך װעל ניט כאַפּן. פֿון װאָס װילסטו אָנהײבן?

מ אָ ט ל ק אַ ס אָ י: איך װעל אָנהײבן אַזױ… (שטײט אױף. הוסט זיך אױס. רעפּעטירט מיט אַ ציטערדיקער שטימע). „דאָס, װאָס מיר זײַנען געקומען, בײלקע, דאָס, װאָס ס'האָט אונדז געבראַכט אַהער, געהער זיך ניט אָן מיט קײנעם“…

ק אָ פּ ל פֿ אַ ל ב אָ ן: „נאָר מיט אײַך אַלײן“.

מ אָ ט ל ק אַ ס אָ י: (צום חבֿר). נו, דו װילסט רײדן, רײד דו! זעצט זיך אַװעק).

ק אָ פּ ל פֿ אַ ל ב אָ ן: נײן, רײד דו, רײד!

מ אָ ט ל ק אַ ס אָ י: װאָס־זשע שלאָגסטו מיך איבער? (שטײט אױף, הוסט זיך אױס, לײגט אַװעק די האַנט אַפֿן האַרצן, רעפּעטירט װײַטער). „דאָ האַנדלט זיך נאָר װעגן אײַך, בײלקע, װעגן אײַער גליק, װעגן אײַער גורל אַפֿן גאַנצן לעבן. ס'איז ניט אונדזער עסק זיך אַרײַנמישן אין פֿרעמדע געשעפֿטן ― מיר װײסן דאָס. נאָר מיר האָבן זיך ניט געקאָנט אײַנהאַלטן מער, װײַל מיר זײַנען געװױרע געװאָרן, אַז איר פֿאַרבינדט זיך, אָדער אַנדערע פֿאַרבינדן אײַך אַפֿן גאַנצן לעבן מיט אַ מענטשן, װאָס איז אײַך ניט װערט… ניט װערט צו זײַן מיט אײַך אונטער אײן דאַך, צו עטעמען מיט אײַך אײן לופֿט…“

ק אָ פּ ל פֿ אַ ל ב אָ ן: גוט געזאָגט!… און אַז זי װעט דיך אַ פֿרעג טאָן: אַקעגן װאָס איז דאָס געקומען צו רײד?

מ אָ ט ל ק אַ ס אָ י: װעל איך איר זאָגן דעם גאַנצן אמת, אַזױ װי מיר האָבן זי בײדע ליב שױן פֿון װײס איך װען אָן, מיר גײען אױס…

ק אָ פּ ל פֿ אַ ל ב אָ ן: מיט לײַב און לעבן! (הערט זיך צו מיט אײן אױער). שאַ! מיר דאַכט, זי גײט…

מ אָ ט ל ק אַ ס אָ י: (הערט זיך צו). װער? בײלקע? (פֿאַר־שפּיליעט זיך אַף אַלע קנעפּלעך, גרײט אַרױסצוטרעטן, הוסט זיך אױס. ― עס קומט אָן ב ײ ל ק ע. די יונגען גײען אַקעגן).

ב ײ ל ק ע: (ציט זײ אױס בײדע הענט). גוט, װאָס איר זײַט געקומען! גאָט אַלײן האָט אײַך געבראַכט!… װוּ זײַט איר געװען ביז אַהער? כ'האָב שױן אַלע אױגן אַרױסגעקוקט אַף אײַך! איך האָב שױן פֿאַרלױרן די האָפֿענונג…

מ אָ ט ל: װאָס װײסט איר, בײלקע, נשמהניו, די צרות װאָס מיר האָבן?

ק אָ פּ ל: מע לאָזט דען צו צו אײַך?

ב ײ ל ק ע: װער?

מ אָ ט ל: אָט דער שומר ישׂראל אײַערער!

ב ײ ל ק ע: אַך! װאָס װײסט איר, װאָס פֿאַר אַ שטוב ס'איז געװאָרן! און מײַנע צרות האָבן דען אַ שיִער?!

מ אָ ט ל: מיר שלאָגן זיך צו אײַך שױן פֿון װײס איך װען, שלאָגן מיר זיך…

ק אָ פּ ל: װי דורך אײַזערנע טױערן…

מ אָ ט ל: (צו קאָפּלען). שלאָג־זשע מיר ניט איבער! (קאָפּל װערט אַנטשװיגן). מיר האָבן אײַך געװאָלט זאָגן… איר װײסט ניט, װיִאַזױ איר זײַט אונדז טײַער, אונדז אײַנגעבאַקן אין האַרצן!…

ק אָ פּ ל: װי אַ שװעסטער! װי אַן אײגענע שװעסטער!

ב ײ ל ק ע: ניט דאָס… נײן… ניט איצט איז די צײַט דערױף… איצט דאַרף מען מיך ראַטעװען.

מ אָ ט ל: מיר זײַנען גרײט פֿאַר אײַך אַף אַלצדינג!

ק אָ פּ ל: אין פֿײַער און אין װאַסער!…

ב ײ ל ק ע: אָט, אָט, אָט! אָט דאָס איז דער עיקר! איר דאַרפֿט מיר העלפֿן זיך ראַטעװען פֿון דאַנען, אַרױסראַטעװען פֿון דער דאָזיקער שטוב! איר װײסט ניט, װאָס פֿאַר אַ שטוב ס'איז געװאָרן! און װאָס פֿאַר אַ מענטש דער טאַטע איז געװאָרן! זינט ער האָט אױסגענומען דאָס גרױסע געװינס, איז אים ניט צו דערקענען! איך האָב אים קײנמאָל ניט געזען אַזױ אין כּעס… איצט ― אַ מינדסטע זאַך, װערט ער אױפֿגערעגט מיט סכּנות! לאָזט קײן װאָרט ניט רײדן! קײן קאָפּ ניט אױפֿהײבן! און דער עיקר ― ער װיל מיר פֿאַרשלײערן פֿאַר אָט־אָ־רעם־אָ… (פֿאַרשטעלט זיך).

מ אָ ט ל: מיר װײסן! מיר האָבן שױן געהערט! מיר װײסן אַלצדינג!…

ק אָ פּ ל: אָט דער בורזשוק! ― ניט דערלעבן זאָל ער!…

ב ײ ל ק ע: ער איז דאָ געװען ניט לאַנג… זײ זײַנען דאָ אַלע געװען… געבעטן אונדז צו זיך… צוגעזאָגט, אַז מיר'ן זײַן… האָב איך אָבער געזאָגט דערנאָך, אַז איכ'ל ניט זײַן ― האָט דער טאַטע אונדז אָפּגעשפּילט אַ װיװאַט ― ס'איז געװען אַלצדינג: געשרײען, און טרערן, און װאָס איר װילט… נאָר איך האָב זיך אַװעקגעשטעלט אײנמאָל פֿאַר אַלעמאָל ― נײן, און נײן, און נײן! װאָס בין איך? עפּעס אַ קוקלע, װאָס איכ'ל זיך לאָזן קױפֿן, צי פֿאַרקױפֿן?…

מ אָ ט ל א ו ן ק אָ פּ ל: (בײדע). גערעכט!… זײער גערעכט!

ב ײ ל ק ע: איר װעל ניט גײן! ― איך װעל ניט גײן אין ערגעץ!… איכ'ל אַנטלױפֿן פֿון זײ! איכ'ל לױפֿן אין דער װעלט אַרײַן ― װוּהין די אױגן װעלן מיך טראָגן! דעם דריטן טאָג אַ שטיקל ברױט ― אַבי ניט… (פֿאַרשטעלט זיך מיט בײדע הענט דאָס פּנים, װײנט שטיל).

מ אָ ט ל: בײלקע! נשמהניו! האַרצעניו! װײנט ניט! מיר'ן אײַך העלפֿן!

ק אָ פּ ל: אין פֿײַער און אין װאַסער!

ב ײ ל ק ע: (אױפֿגעלעבט). װעט איר מיר העלפֿן? איך האָב געװוּסט, אַז איר װעט מיר קומען צו הילף!… איך װיל זײ אָנלערנען!… טאַקע מײַן טאַטן מיט מײַן מאַמען װיל איר אָנלערנען!… איך װיל זײ אָנשרעקן! מאַכן אַ סקאַנדאַל!… אַנטלױפֿן! אין מיטן נאַכט אַנטלױפֿן!… ניט װײַט, אין דער צװײטער שטאָט, אין דער ערשטער סטאַנציע ― נאָר אַנטלױפֿן!… אױ, װעלן זײ זיך איבערשרעקן! אױ, װעלן זײ מיר זוכן! דעמאָלט װעל איך אױספֿירן אַלץ, װאָס איכ'ל װעלן!…

מ אָ ט ל: אױ, לעבן זאָלט איר, בײלקע, װאָס פֿאַר אַ חכמה איר זײַט!

ק אָ פּ ל: קלוג װי די װעלט!

ב ײ ל ק ע: װעט איר מיר העלפֿן לױפֿן?

מ אָ ט ל א ו ן ק אָ פּ ל: װען?

ב ײ ל ק ע: כאָטש אַפֿילו הײַנטיקע נאַכט!… זײ װעלן אַװעקגײן אַהין, איך װעל בלײַבן אַלײן… װעט איר זײַן גרײט אָט דאָ אונטער מײַן פֿענצטער (װײַזט מיט דער האַנט). איר דאַרפֿט צוגרײטן אַ פֿור… און איר דאַרפֿט דאָך געלט. (נעמט זיך צו דער קעשענע).

מ אָ ט ל א ו ן ק אָ פּ ל: (בײדע). װאָס געלט? װער געלט? מע דאַרף ניט ― מיר האָבן געלט!…

ב ײ ל ק ע: געדענקט־זשע, װי באַלד זײ גײען אַװעק, עפֿן איך דאָס פֿענצטער… אױ, די מאַמע גײט! (טוט זיך אַ װאָרף אין אײן זײַט. פֿון דער אַנדערער זײַט קומט אָן ע ט י ע ־ מ ע נ י ע. בײדע בחורים בלײַבן װי געלײמט).

ע ט י ע ־ מ ע נ י ע: (באַטראַכט זײ). זע נאָר! קאָפּל? מאָטל? אַװדאי צו מײַן מאַן? װאָס־זשע מאַכט איר? באַ װעמען אַרבעט איר? פֿאַרװאָס זיצט איר ניט? ממה־נפֿשך, אַז איר זײַט שױן דאָ, מעגט איר זיך צוזעצן אַף אַ װײַלע… איר װילט זען מײַן מאַן? הײַנט קאָנט איר אים ניט זען… מאָרגן אױך ניט… איבערמאָרגן אױך ניט… מחמת ער איז תּמיד זײער באַשעפֿטיקט. ער האָט געמאַכט אַ קאָנטראַקט מיט אַ גאַנצער קאָמפּאַניע דאָרטן… אַ געשעפֿט. אַ גרױס געשעפֿט. זײער אַ גרױס געשעפֿט!…

מ אָ ט ל ק אַ ס אָ י.. יאָ, מיר װײסן.

ק אָ פּ ל פֿ אַ ל ב אָ ן: מיר האָבן שױן געהערט.

ע ט י ע ־ מ ע נ י ע: װאָס האָט איר געהערט?

מ אָ ט ל ק אַ ס אָ י: אַז רב שמעון האָט געמאַכט אַ גרױס געשעפֿט.

ק אָ פּ ל פֿ אַ ל ב אָ ן: אַװעקגעקױפֿט די גאַנצע שטאָט.

מ אָ ט ל ק אַ ס אָ י: מיט אַלע טעאַטערס.

ק אָ פּ ל פֿ אַ ל ב אָ ן: און מיט אַלע האָטעלן…

ע ט י ע ־ מ ע נ י ע: (איבערראַשט). װער האָט דאָס אײַך געזאָגט?

מ אָ ט ל ק אַ ס אָ י: אַלע זאָגן!

ק אָ פּ ל פֿ אַ ל ב אָ ן: די גאַנצע שטאָט!

מ אָ ט ל ק אַ ס אָ י: פֿון אײן עק ביזן אַנדערן.

ק אָ פּ ל פֿ אַ ל ב אָ ן: עס קאָכט, װי אַ קעסל!

ע ט י ע ־ מ ע נ י ע: קאָכן זאָל זײ אין האַרצן און אין בױך! פֿון װאַנען װײסן זײ שױן אַזױ גיך? אַפּנים, דער שדכן האָט צעפּױקט ― אָט אַ לאַנגע צונג!… איז קאָנט איר אים, מײַן מאַן, הײסט עס, איצטער ניט זען. נאָר אױב איר דאַרפֿט אים שטאַרק האָבן, קאָנט איר זאָגן מיר.

מ אָ ט ל ק אַ ס אָ י: מיר דאַרפֿן גאָרנישט ניט.

ק אָ פּ ל פֿ אַ ל ב אָ ן: מיר זײַנען אַרײַנגעקומען גלאַט אַזױ.

ע ט י ע ־ מ ע נ י ע: צו גאַסט, הײסט עס? מהכתּיתי. זײער שײן פֿון אײַך. אָנקוקן קאָן איך ניט אָט־אָ־יענע־אָ, די קבצנים, די שלעפּערס, גאָט זאָל ניט שטראָפֿן פֿאַר די רײד, װאָס װיפֿל מע גיט זײ און װיפֿל מע טוט זײ, איז זײ קאַרג, װי אין אַ לעכעריקן זאַק… האָט איר, הײסט עס אַלצדינג? עס טוט מיר הנאה! און ס'איז זײער פֿײַן פֿון אײַך, װאָס איר פֿאַרגעסט ניט אײַערע אַלטע באַלעבאַטים. קומט אַרײַן אַמאָל. װײסט איר װען? אים ירצה השם, יום־טובֿ… (בײדע בחורים קוקן זיך איבער, שטײען אױף). דעמאָלט װעט מײַן מאַן זײַן פֿרײַ… נאָר איר זאָלט ניט רײדן מיט אים פֿון דעם, װאָס ס'איז געװען אַמאָל. ס'איז אים ניט אײַנגענעמען… איר פֿאַרשטײט דאָך, קײן פֿינגער אין מױל דאַרף מען אײַך ניט אַרײַנלײגן ― איר'ט אים אָפּבײַסן… (די בחורים רוקן זיך מיטן הינטן צו דער טיר. װישן זיך דעם שװײס). גײט געזונטערהײט און זײַט געזונט. געדענקט־זשע, למען השם, יום־טובֿ, אם ירצה השם, װעט איר זײַן אָנגעלײגטע געסט. איך װעל אײַך מכבד זײַן מיט װישניק און מיט אײַנגעמאַכטס… גײט געזונט. זײַט געזונט! (עטיע־מעניע גײט אָפּ רעכטס. די שנײַדער־יונגען נעמען זיך לינקס און אַקוראַט באַם אַרײַנגאַנג באַגעגענען זײ זיך מיט ש י מ ע ל ע ס אַ ר אָ ק ע ר, װאָס קומט אָן פֿון גאַס מיטן אױבערראָק און מיטן שטעקל).

ש י מ ע ל ע ס אַ ר אָ ק ע ר: אַ! ברוך הבא, געסט! װאָס טוט איר דאָ אין מיטן מיטװאָך שבת־צו־נאַכטס? און פֿאַרװאָס זעט מען אײַך ניט די גאַנצע צײַט? װאָס באַהאַלט איר זיך? עמך ― אונדזער פֿאָלק, שער און אײַזן…

מ אָ ט ל ק אַ ס אָ י: צו אײַך צוטרעטן איצט איז װי צו אַ קײסער! מיר זײַנען דאָ געװען װיפֿל מאָל, לאָזט ער אונדז ניט צו.

ש י מ ע ל ע ס אַ ר אָ ק ע ר: װער?

ק אָ פּ ל פֿ אַ ל ב אָ ן: אָט דער בײנברעכער, רער משרת.

ש י מ ע ל ע ס אַ ר אָ ק ע ר: װאָס האָרכט איר אים? איר גײט גלײַך! איר זײַט דאָך פֿון מײַנע לײַט ― עמך!…

מ אָ ט ל ק אַ ס אָ י: און ער זאָגט, אַז איר האָט אים אָנגעזאָגט, אַז טאָמער קומט צו גײן אַ שנײַדער, זאָל מען אים געבן האַלדז אין נאַקן…

ק אָ פּ ל פֿ אַ ל ב אָ ן: בשם אלקי ישׂראל ― צו אַלדע שװאַרצע יאָר!

ש י מ ע ל ע ס אַ ר אָ ק ע ר: (אױסער זיך). איך האָב אַזױ געזאָגט? איך? (כאַפּט דאָס גלעקל און קלינגט װי אַף אַ שׂרפֿה. עס קומט צולױפֿן ניט טױט און ניט לעבעדיק עטיע־מעניע).

ע ט י ע ־ מ ע נ י ע: װער קלינגט דאָס? (דערזעט די בחורים). איר זײַט נאָך דאָ? (די יונגען װילן זיך אַרױסרוקן. שימעלע האַלט זײ צו).

ש י מ ע ל ע ס אַ ר אָ ק ע ר: דאָס האָב א י ך געקלונגען… װוּ איז ערגעץ, דער שײנער לאַקײ, דער לץ, דער שמינדער בנץ?…

ע ט י ע ־ מ ע נ י ע: װאָס איז דען? װאָס דאַרפֿסטו אים?

ש י מ ע ל ע ס אַ ר אָ ק ע ר: דאַרפֿן דאַרף איך אים אַף טישטשע כּפּרות! איך האָב אים נאָר געװאָלט געבן אַ װיסטן, אַ פֿינצטערן סוף ― ער זאָל מיר אױפֿהערן טרײַבן מענטשן פֿון שטוב! (צו די יונגען). װאָס־זשע מאַכט איר עפּעס גוטס? שױן לאַנג פֿאַרבענקט זיך נאָך אײַך… פֿאָרט געאַרבעט באַ אײן װאַרשטעק אַזאַ צײַט… קומט אַרײַן, װעלן מיר אַ ביסל זיצן, שמועסן, נעמען צו קאַפּלעך, עמך…

ע ט י ע ־ מ ע נ י ע: משוגע מײַנע שׂונאים! װער װעט דיך לאָזן אַצינדערטאָ אַפֿילו אַ טראָפּן צו די ליפּן? האָסט פֿאַרגעסן, אַז אָט באַדאַרפֿן מיר גרײטן זיך צו אַזאַ װיזיט?… (אַ קוק אַפֿן זײגער). און ס'איז טאַקע צײַט אָנהײבן אָנצוטאָן זיך… מאָטל און קאָפּל װעלן קײן פֿאַראיבל ניט האָבן ― זײ זײַנען הײמישע מענטשן ― זײ װעלן בעסער אַרײַנקומען אַן אַנדערס מאָל…

מ אָ ט ל א ו ן ק אָ פּ ל: (צופֿרידן, בײדע אינאײנעם). בעסער אַן אַנדערס מאָל.

ש י מ ע ל ע ס אַ ר אָ ק ע ר: (ציט זײ אױס די האַנט). פֿאַר־געסט־זשע ניט דעם זײַ־געזונט און קומט אַרײַן שבת… נאָר גײט גלײַך. פֿרעגט ניט קײנעם. קוקט ניט אַף דעם גיהנום־שמשׂ, װאָס באַ דער טיר. אַז ער װעט אײַך ניט צולאָזן, זאָלט איר אים װײַזן, װער איז עמך!… (בײדע יונגען אָפּ אין אײן זײַט. שימעלע אָפּ אין דער צװײטער זײַט. עטיע־מעניע קלינגט אין גלעקל. עס קומט אַרױס י ו כ בֿ ד די מ ױ ד).

ע ט י ע ־ מ ע נ י ע: אָט־דאָ־אָ, זעסטו, גײ, ברענג די באַרשט, קער אױס, רױם אױף און מאַך, ס'זאָל זײַן רײן.

י ו כ בֿ ד ד י מ ױ ד: (קוקט זיך אײַן). אַװוּ? דאָ איז, דאַכט זיך, גענוג רײן! װאָס זאָל איך דאָ קערן? װאָס זאָל איר רױמען?

ע ט י ע ־ מ ע נ י ע: מױד! מע זאָגט דיר, זאָלסט רײניקן ― דאַרפֿסטו רײניקן! האָסט דאָך געזען צװײ שלים־מזלען זײַנען דאָ נאָר־װאָס געזעסן, אָנגעפּאַסקודעט מיט זײערע שטיװאַלעס ― שטעלט זי זיך אַװעקעט פֿרעגן שאלות װוּ און װאָס! (די מױד קנײטשט מיט די פּלײצעס, גײט אָפּ. עס קוסט אָן בײלקע, דעם קאָפּ פֿאַרבונדן מיט אַ װײַסע פֿאַטשײלע).

ב ײ ל ק ע: (האַלט זיך באַם קאָפּ). װאָס איז דאָ פֿאַר אַ קלינגערײַ?

ע ט י ע ־ מ ע נ י ע: דאָס האָב איך גערופֿן די מױד אַהער… (אומרויִק). װאָס האַלטסטו זיך באַם קאָפּ, טאָכטער?

ב ײ ל ק ע: גאָרניט, ס'װעט איבערגײן!…

ע ט י ע ־ מ ע נ י ע: (נאָך מער אומרויִק). פֿילסטו ניט קײן פֿיבער, חס וחלילה? אַ קעלט אין לײַב?

ב ײ ל ק ע: קײן פֿיבער ניט, נאָר אַזױ אַ ביסל קאַלט…

ע ט י ע ־ מ ע נ י ע: פֿילסטו ניט, ס'זאָל דיר ברעכן די בײנער? אָדער ס'זאָל חלילה שטעכן אין אַ זײַט?

ב ײ ל ק ע: די בײנער זאָלן ברעכן ― דאָס ניט. נאָר אין דער זײַט שטעכט אַ ביסל…

ע ט י ע ־ מ ע נ י ע: (פֿאַרברעכט די הענט). װײ איז מיר ― ס'איז די פֿלענציע! (עס קומט אַרױס פֿון שטוב שימעלע מיט אַ װײַס העמד אַריבער די הױזן, האַלט זיך באַם קאָלנער).

ש י מ ע ל ע ס אַ ר אָ ק ע ר: (דעם קאָפּ אַרױף, זעט ניט די טאָכטער) עטיע־מעניע – טפֿו! מײן איך ערנעסטינע יעפֿימעװנע! װוּ ביסטו? װאָס פֿאַר אַ מין העמד האָסטו מיר צוגעגרײט? מיט אַ קאָלנער אַף דערװאָרגן צו װערן? עס שפּאַרן מיר אַרױס די אױגן פֿון קאָפּ! כאָטש טו זיך אָן אַ מעשׂה! כאָטש שרײַ עמך!

ע ט י ע ־ מ ע נ י ע: גײ, טו אױס, װעל איך דיר געבן אַן אַנדער העמד. װאָס דאַרף מען שרײַען?

ש י מ ע ל ע ס אַ ר אָ ק ע ר: (האַלט זיך באַם האַלדז). דיר איז גרינג צו זאָגן אַן אַנדער העמד! ניט אַהין, ניט אַהער ― אַ רײנער עמך!… (דערזעט די טאָכטער). װאָס איז דאָס? דעם קאָפּ פֿאַרבונדן?

ע ט י ע ־ מ ע נ י ע: דאָס קינד איז ניט געזונט. זי האָט פֿלענציע…

ב ײ ל ק ע: צו דער אינפֿלוענציע איז נאָך װײַט… אַ ביסל ניט געזונט…

ש י מ ע ל ע ס אַ ר אָ ק ע ר: (פֿאַרגעסט אין קאָלנער). װאָס־זשע שװײַגט מען? פֿאַרװאָס לײגסטו זיך ניט צו? לאָז מען שיקן נאָכן דאָקטער! (קלינגט).

ב ײ ל ק ע: צו װאָס? מע דאַרף ניט. ס'װעט איבערגײן אַזױ… איך װעל זיך צולײגן ― טאָמער װעל איך זיך איבערשלאָפֿן… מיך ניט װעקן…

ע ט י ע ־ מ ע נ י ע: לײג דיך צו, שלאָף געזונט, מ'עט דיך ניט װעקן… (בײלקע אָפּ).

ש י מ ע ל ע ס אַ ר אָ ק ע ר: (באַאומרויִקט צום װײַב). אפֿשר װאָלטן מיר פֿאָרט געשיקט נאָכן דאָקטער? (עס קומט אָן מענדל). גײ, מענדל, טו אַ שפּרונג אַף אײן פֿוס, ברענג אַהער דעם דאָקטער.

ע ט י ע ־ מ ע נ י ע: לאָז שױן זײַן שפּעטער, אַז מירן קומען פֿונעם װיזיט, איצטער לאָז זי בעסער שלאָפֿן… (צו מענדלען). מע דאַרף ניט רופֿן דעם דאָקטער. (מענדל בלײַבט שטײן).

ש י מ ע ל ע ס אַ ר אָ ק ע ר: טאָמער װאָלטן מיר אָפּגעלײגט דעם װיזיט אַף אַן אַנדערס מאָל?

ע ט י ע ־ מ ע נ י ע: באַ מיר האָסטו געפּועלט. איך דאַרף דעם װיזיט אינגאַנצן אַף כּפּרות…

ש י מ ע ל ע ס אַ ר אָ ק ע ר: װאָס הײסט? נו, און דער שידוך? געהאָרעװעט, געשלאָגן זיך קאָפּ אָן װאַנט, געאַקערט מיט דער נאָז די ערד, געקומען צום רעכטן שפּיץ, לאָזט זיך אױס עמך!…

ע ט י ע ־ מ ע נ י ע: װיבאַלד אַזױ, גײ־זשע טו זיך אָן! (עס קומט אָן יוכבֿד די מױד מיט אַ באַרשט, מיט אַ פֿלעדערװיש און מיט אַ נאַסע שמאַטע). זע נאָר, אַ מױד! מע האָט איר געזאָגט אַ ביסל צוקערן, איז זי געקומען מיטן גאַנצן קלאַפּערגעצײַג!

ש י מ ע ל ע ס אַ ר אָ ק ע ר: איז װאָס־זשע זאָגסטו? זאָל מען ניט שיקן נאָכן דאָקטער? (צום משרת). װאַרט אױס אַ װײַלע! (צום װײַב). טאָמער איז דאָס טאַקע אינפֿלוענציע?

ע ט י ע ־ מ ע נ י ע: האָסט דאָך געהערט, אַז דאָס קינד װיל שלאָפֿן… זי האָט געבעטן, מע זאָל זי ניט װעקן.

ש י מ ע ל ע ס אַ ר אָ ק ע ר: נע מאַלע באַבאַ כלאָפּעטי ― זיך געקױפֿט ליכאָ נאַ מפֿטיר… צו װאָס האָט מיר געטױגט דער גאַנצער טאַרעראַם מיטן גאַנצן עמך? (אָפּ אין שטוב אַרײַן. נאָך אים עטיע־מעניע. ― מענדל דער לאַקײ און יוכבד די מױד קוקן זיך איבער אָן װערטער, כאַפּן זיך מיט די הענט באַ די זײַטן און פֿאַרגײען זיך אין אַ לאַנען געלעכטער, װאָס גײט אַלע מאָל העכער, קרעשטשענדאָ. ― עס װערט אַף אַ װײַלע אױסגעלאָשן דאָס ליכט. אין דעם אױגנבליק װערט פֿאַרשװוּנדן די דעקאָראַציע און עס אַנטשטײט דאָס צװײטע בילד פֿונעם דריטן אַקט אומאונטערגעבראָכן). צװײט בילד

אַ נגידיש הױז. ― אַ שײן־באַלײַכטער זאַל, ― דער באַלעבאָס, ר ב אָ ש ר פֿ ײַ ן, אַ פֿאַרפֿונדעװעטער גבֿיר, אַ ייִד מיט אַ בײַכל און מיט אַ ליסינע, אַ גרױסער שװײַגער, לאָזט ניט אַרױס דעם ציגאַר פֿון מױל זיצט אַרום אַ גרין טישל מיט דרײַ געסט און מע מאַכט אַ פּרעפֿעראַנסל. די איבעריקע אַריסטאָקראַטישע געסט זיצן אַרום די שפּילער, קוקן אַרײַן אין די קאָרטן מיט גרױס אינטערעס. פֿון די שפּילער הערן זיך נאָר אײנציקע װערטער מיט פּױזן: „זיבן פּיק“… „פּאַס“… „זעקס טרעף“… „פּאַס“… „פּאַס, פּאַס“… ― באַ אַ צװײטן טיש, אַף װעלכן עס ליגן אַלערלײ אַלבומען, גרױסע און קלײנע, זיצט די מ אַ ד אַ ם פֿ ײַ ן, פּונקט דער היפּך פֿון איר מאַן: אַ גרינע, אַ דאַרע, נאָר אײַנגעטונקען אין בריליאַנטן מיט אירע געסט, די װײַבער פֿון די אַריסטאָקראַטן, ― אַלע אױסגעפּוצט און באַהאַנגען מיט צירונג. די דאַמען זיצן סטאַטעטשנע װי אמתע אַריסטאָקראַטקעס, בלעטערן די אַלבומען. נאָר אַ פּאָר פֿון זײ זיצן פֿון בײדע זײַטן באַ דער מאַדאַם פֿײַן און פֿירן מיט איר אַ געשפּרעך אין אַ האַלבער שטימע. די איבעריקע דאַמען, װאָס זײַנען פֿאַרטיפֿט כּלומרשט אין די אַלבומען, רעדן זיך צו צום געשפּרעך מיט אײן אױער און קוקן זיך איבער צװישן זיך פֿילדײַטיק, מאַכן דערבײַ מאָדנע גרימאַסן. ― ק אָ ל ט ו ן, י ע פֿ י ם פּ אַ נ ט ע ל ע מ אָ נ אָ װ י ט ש, האָט זיך צוליב דער שׂמחה, װאָס באַ די פֿײַנס, אָנגעטאָן גרױסאַרטיק, אין אַ פֿראַק מיט אַ װײַסן שניפּס און מיט װײַסע הענטשקעס, און גענומען אַף זיך די ראָלע פֿון אַן אָבער־אױפֿזעער, װאָס באַדינט די געסט ניט אַלס דינער, חלילה, נאָך אַלס גוטער פֿרײַנט פֿונעם הױז. ער האַלט זיך פֿון דער װײַטן, נאָר גדולדיק, מעשׂה אופּראַװליאַיושטשיуправляющий פֿאַרװאַלטער װאָס האָט צו שאַפֿן איבער אַלעמען און איבער אַלץ. ― ס אָ ל אָ װ ײ ט ש י ק דער שדכן איז אױך דאָ: אָנגעטאָן יום־טובֿדיק, שײַנט, זיצט ניט אײַן אַף אײן אָרט.

מ אַ ד אַ ם פֿ ײַ ן: מע דאַרף ניט זײַן שײן, מע דאַרף ניט זײַן קלוג; מע דאַרף נאָר האָבן גליק.

ע ר ש ט ע ד אַ מ ע: אַקעגן װאָס איז דאָס געקומען צו רײד, גערטרודאַ גריגאָריעװנאַ?

מ אַ ד אַ ם פֿ ײַ ן: (לאָזט דורך פֿאַרבײַ). איר פֿאַרשטײט? מײַן מאַן האָט אָן אַ שיִער װיגרישנעвыгрышны געװינס בילעטן פֿון װײס איך װען אָן. האָט ער נ י ט געװוּנען. און דער, מיט רעספּעקט צו מעלדן, האָט מער ניט װי אײן בילעט, דאַרף זײַן בילעט אַקוראַט אױסנעמען, און דװקא דאָס גרױסע געװינס! (די זײַטיקע דאַמען קוקן זיך איבער און שמײכלען פֿילדײַטיק). איר װעט מיר גלײבן צי נײן? נאָר איך פֿאַרזיכער אײַך, אַז דעם טאָג, װאָס מע האָט מיר אָנגעזאָגט די בשׂורה, אַז דאָס גרױסע געװינס האָט אױסגענומען אָט דער… סאַראָקער, בין איך געװען אַ טױטע. פֿריִער האָב איך ניט געגלױבט. דערנאָכדעם, אַז מײַן מאַן איז געקומען, און מײַן סאָלאָמאָן נאָר אים, און האָבן מיר געזאָגט, אַז זײ האָבן אַלײן געזען מיט זײערע אױגן דעם דירעקטאָר גאָלדענטאָלער, און אַז ער האָט זײ אַלײן געזאָגט, אַז די מעשׂה איז אמת, איז מיר געװאָרן, מיט רעספּעקט צו מעלדן, אַזױ שלעכט, אַז ס'איז מיר אָפּגעגאַנגען אַ מינוט צו חלשן! אַ גאַנצע נאַכט דערנאָכדעם האָט מען מיר געלײגט קאַלטע האַנטיכער. איך האָב באַקומען אַ מין ספּאַזמע′ צי װאָס… און נאָך איצט, אַז איך דערמאָן זיך, גײט מיר איבער אַ פֿראָסט איבערן לײַב…(די זײַטיקע דאַמען שאָקלען מיט די קעפּ „אײַ־אײַ־אײַ!“).

ע ר ש ט ע ד אַ מ ע: ער איז דאָך אָט־אָט, זאָגט מען, אײַער מחותּן, גערטרודאַ גריגאָריעװנאַ!

מ אַ ד אַ ם פֿ ײַ ן: (לאָזט דורך פּאַרבײַ). דאָס אײגענע איז מיט שידוכים… איך האָב תּמיד געבעטן גאָט, אַז פֿאַר מײַן סאָלאָמאָן זאָל ער מיר צושיקן אַ שידוך פֿון דער פֿרעמד, פֿון אַ גרױסער שטאָט, מיט אַ גרױסע משפּחה… אַזאַ זון, װי מײַן סאָלאָמאָן… איך באַדאַרף אים ניט לױבן ― מע קען אים… צום סוף מישט זיך אַרײַן אין מיטן דער שׂטן, ליובאָװ, מיט רעספּעקט צו מעלדן!… (די זײַטיקע דאַמען מאַכן אַ גרימאַסע; אײנע פֿון זײ שטילערהײט: „אַ ליובאָװ פֿון פֿופֿציק טױזנט!“ …).

צ װ ײ ט ע ד אַ מ ע: גערטרודאַ גריגאָריעװנאַ! ס'איז אמת, װאָס מע זאָגט, אַז ער גיט דער טאָכטער פֿופֿציק טױזנט?

מ אַ ד אַ ם פֿ ײַ ן: לאָז זיך אײַך דאַכטן, אַז ער גיט פֿינף און זיבעציק טױזנט… און אַז ער זאָל שױן געבן אַלע הונדערט טױזנט? ער קאָן ניט? אינגאַנצן אײן קינד!… איר דאַרפֿט אָבער ניט פֿאַרגעסן, װער ער א י ז, מיט רעספּעקט צו מעלדן, און װער זײַנען מ י ר ?

ע ר ש ט ע ד אַ מ ע: דערפֿאַר איז אָבער דאָס מײדל, זאָגט מען, זײער אַ שײנע.

צ װ ײ ט ע ד אַ מ ע: און אַ געראָטענע, זאָגט מען…

מ אַ ד אַ ם פֿ ײַ ן: (לאָזט דורך פֿארבײַ) װען עס קומט אַ שדכן, אַ שטײגער, און לײגט מיר פֿאָר דעם שידוך, װאָלט ער זיכער געעפֿנט באַ מײַן מאַן מיטן קאָפּ די טיר. נאָר װיבאַלד ס'האָט זיך אַרײַנגעמישט אין מיטן, מיט רעספּעקט צו מעלדן, ליובאָװ… (עס עפֿנט זיך די טיר און עס באַװײַזט זיך ק אָ ל ט ו ן און רופֿט אױס גדולדיק און מיט הכנעה צו גלײַכער צײַט די נעמען פֿון די נאָרװאָס אָנעקומענע געסט).

ק אָ ל ט ו ן: סעמיאָן מאַקאַראָװיטש סאַראָקער! עדנעסטינאַ יע־פֿימאָװנאַ סאַראָקער! (בײגט זיך אױס פֿאַר זײ שטאַרק הכנעהדיק, לאָזט דורך מיט אַ פּרײַנטלעך־פּאַני־בראַטסקי שמײכעלע דעם שנײַדער מיט אַ נײַעם צילינדערהוט אַפֿֿן קאַפּ, די שנײַדערן, מאָדנע אָנגעטאָן מיט אַלע פֿאַרבן פֿון אַ רעגנבױגן. ― אַלע געסט װענדן אָן זײערע אױגן צו די אַרײַנגעקומענע).

ש י מ ע ל ע ס אַ ר אָ ק ע ר: (ציט אױס קאָלטונען די האַנט). װאָס מאַכט אַ ייִד יעפֿים פּאַנטאַ… פּאַנטאַ… ק אָ ל ט ו ן: (פֿאַרלײגט די הענט אַהינטער און זאָגט אים אונטער שטיל). פּאַנטעלעמאָנאָװיטש.

ע ט י ע ־ מ ע נ י ע: (אַ צי דעם מאַן פֿאַראַן אַרבל). קום! מיט װעמען האָסטו זיך אַװעקגעשטעלט רײדן? אַ פּנים פֿון חלשות!

ש י מ ע ל ע ס אַ ר אָ ק ע ר: (צום װײַב). ס'איז דאָך קאָלטון, אונדזער געװעזענער אופּראַװליאַיושטשעуправляющий אַדמיניסטראַטאָר, עמך! האָסט אים ניט דערקענט? (דער באַלעבאָס, רב אָשר פֿײַן, טוט אַ װאָרף די קאָרטן, שטײט אױף און טוט זיך אַ לאָז מקבל פּנים זײַן די ליבע געסט. ― די מאַדאַם פֿײַן איז אױך אױפֿגעשטאַנען. ― פֿון אַ זײַטיקער טיר קומט אַרױס ס אָ ל אָ מ אָ ן, לאָזט זיך אַקעגן די אַרײַנגעקומענע געסט).

ר ב אָ ש ר פֿ ײַ ן: (גײענדיק אַקעגן די געסט). ברוך הבא, געסט! מע קוקט שױן לאַנג אַרױס אַף אײַך. װאָס אַזױ שפּעט? װוּ איז אײַער טאָכטער?

ש י מ ע ל ע ס אַ ר אָ ק ע ר: (בלײַבט שטײן אינעם צילינדער אַפֿן קאָפּ). שולדיק איז זי! (װײַזט אַפֿן װײַב). אַז מע האָט גענומען זיך אָנצוטאָן, איז װאָס מע זאָל ניט אָנטאָן ― איז שלעכט. און אַז מיר זײַנען שױן גאָר אינגאַנצן געװען פֿאַרטיק אַרום און אַרום (באַטראַכט זיך אין זײַן נײַעם אָנצוג), זאָגט זי מיר, אַז זי װעט ניט גײן מיט מיר, ביז איך װעל ניט אָנטאָן קײן צעלענדער. זאָג איך: צו װאָס טױג מיר דער צעלענדער? דער קױמען אַפֿן קאָפּ? זאָגט זי מיר: אַלע סטעקראַטן אַזױ. זאָג איך: און אַז די סטעקראַטן װעלן זיך אָפּשנײַדן די נעזער, בין איך אױך מחױבֿ? (טוט אױס דעם צילינדער. קאָלטון לױפֿט אונטער, װיל אים נעמען אַװעקלײגן. דער שנײַדער גיט ניט).

א ײ נ ע ר פֿ ו ן ד י ג ע ס ט: כאַ־כאַ! אָפּשנײַדן די נעזער ― גוט געזאָגט! (אַלע לאַכן. עס װאַקסט אױס סאָלאָװײטשיק דער שדכן).

ס אָ ל אָ װ ײ ט ש י ק: כאַ־כאַ! זאַמעטשאַטעלנעзаметшалтьетне! אַז סעמיאָן מאַקאַראָװיטש זאָגן אַ װאָרט איז דאָס טשטאָ ניבור אָסאָבענעтшто нібор особене עפּעס ספּעציעלס!

ר ב אָ ש ר פֿ ײַ ן: (נעמט דעם שנײַדער פֿאַר אַ האַנט). קומט, װעל איך אײַך פֿאָרשטעלן פֿאַר מײַנע געסט! (פֿירט אים צו צו יעדן באַזונדער, הױך): מאַקאַר סעמיאָנאָװיטש סאַראָקער… זײַט באַקאַנט… מאַ־קאַר סעמיאָנאָװיטש סאַראָקער…

ש י מ ע ל ע ס אַ ר אָ ק ע ר: (רײַסט אים איבער). האָט קײן פֿאַראיבל ניט, איר האָט איבערגעדרײט די יוצרות אַף דער לינקער זײַט… (אין דער זעלבער צײַט האָט די מאַדאַם פֿײַן געכאַפּט די מאַדאַם סאַראָקער, פֿריִער זיך גוט צעקושט מיט איר אין די פּיסקלעך, דערנאָך האָט זי גענומען זי פֿאָרשטעלן פֿאַר די איבעריקע דאַמען).

מ אַ ד אַ ם פֿ ײַ ן: װוּ־זשע איז אײַער טאָכטער?

ע ט י ע ־ מ ע נ י ע: עפּעס ניט מיט אַלעמען… כ'האָב מורא, אױב ניט די פֿלענציע…

מ אַ ד אַ ם פֿ ײַ ן: זאָל גאָט היטן! פֿון װאַנען נעמט איר עס? עס מאַכט זיך, אַ מענטש װערט ניט געזונט. אָט בין איך אַלײן אױך געװען, מיט רעספּעקט צו מעלדן, אַ גאַנצע װאָך ניט מיט אַלעמען… (באַזעצט די שנײַדערין אױבנאָן).

ע ר ש ט ע ד אַ מ ע: (שטיל). חוץ איר שאָדן אַף אונדז געזאָגט געװאָרן…

צ װ ײ ט ע ד אַ מ ע: און אַף אַלע קראַנקע, רבונו של עולם…

ר ב אָ ש ר פֿ ײַ ן: (צום שנײַדער). װוּ איז אײַער טאָכטער? פֿאַרװאָס זעט מען זי ניט?

ש י מ ע ל ע ס אַ ר אָ ק ע ר: פּלוצעם פֿאַרשלאַפֿט געװאָרן. געכאַפּט אַ פֿאַרקילעכץ. און אפֿשר גאָר אָטשאַדעט געװאָרן. נעבעך געבליבן אין דער הײם.

ר ב אָ ש ר פֿ ײַ ן: (באַזעצט דעם גאַסט אױבנאָן. שימעלע צעלײגט זיך גאַנץ ברײט. אַלע זעצן זיך אַף זײערע ערטער. דער באַלעבאָס טראָגט אים אונטער אַ קעסטל ציגאַרן). װאָס רײכערט איר? איך מײן, װאָס האָט איך בעסער ליב, ― פּאַפּיראָסן, אָדער ציגאַרן? אַ שאָד, או־װאַ, װאָס אײַער טאָכטער איז ניט געקומען!

ש י מ ע ל ע ס אַ ר אָ ק ע ר: דעם אמת זאָגנדיק, רײכער איר ניט קײן ציגאַרן און ניט קײן פּאַפּיראָסן. נאָר גאָרניט, װי זאָגט דער גױ: „אָט פּריביטקאַ האָלאָװאַ ניע באָליט“от прібітка голова не болит. (נעמט אַ ציגאַר).

א ײ נ ע ר פֿ ו ן ד י ג ע ס ט: אָט בריביטקאַ גאָלאָװאָ ניע באָליט ― כאַ־כאַ! גוט געזאָגט! (אַלע איבעריקע לאַכן).

ס אָ ל אָ װ ײ ט ש י ק: כאַ־כאַ! זאַמעטשאַטעלנאָзаметщательно!

ש י מ ע ל ע ס אַ ר אָ ק ע ר: (טראָגט צו דעם ציגאַר צום מױל). װער פֿון אײַך איז אַ הײסער ייִד, װאָס קאָן געבן פֿײַער? (עטלעכע געסט טוען זיך אַ כאַפּ צו די קעשענעס, און עם װערן אים אונטערגעטראָגן עטלעכע שװעבעלעך מיטאַמאָל). אַ שײנעם דאַנק אײַך! (טראָגט צו דעם ציגאַר צום פֿײַער, פּיפּקעט און פּיפּקעט ― עס רײכערט זיך ניט).

ס אָ ל אָ װ ײ ט ש י ק: (געשטאַנען פֿון דער װײַטן, לױפֿט צו). איזװיניטיע! איר האָט פֿאַרגעסן אָפּבײַסן דעם פּיטום.

ש י מ ע ל ע ס אַ ר אָ ק ע ר: (צום שדכן). װאָס בין איך ― אַ מעוברתע ייִדענע, װאָס איך זאָל בײַסן דעם פּיטום?

א ײ נ ע ר פֿ ו ן ד י ג ע ס ט: אַ מעוברתע ייִדענע ― כאַ־כאַ! גוט געזאָגט! (די איבעריקע לאַכן).

ס אָ ל אָ װ ײ ט ש י ק: זאַמעטשאַטעלנאָзаметщательно, כאַ־כאַ! (אין דער זעלבער צײַט פֿאַרנעמען זיך די דאַמען מיט דער שנײַדערן: װער עס טראָגט איר אונטער אַ שטול אַף צו זיצן, װער עס רוקט איר אונטער אַ בענקעלע אונטער די פֿיס, װער עס באַװײַזט איר אַן אַלבום. די מאַדאַם פֿײַן שײַנט און שמײכלט, גיט אַכטונג, מע זאָל אַלעמען געבן טײ. דעם טײ סערװירט קאָלטון קונציק װי אַ פֿאָקוסניק. ש י מ ע ל ע ס אַ ר אָ ק ע ר: (כאַפּט קאָלטונען פֿאַרן פֿראַק). יעפֿים פּאַנטאַלאָנאָװיטש! װאָס דרײט איר זיך אַרום, װי אַ חזן אַפֿן ונעריצך? שטײט אַ װײַלע! איך האָב אײַך געװאָלט עפּעס פֿרעגן. געדענקט איר כאָטש אײַערע װערטער פֿאַר דרײַ װאָכן, אַז אַ װיגריזשנע בילעט האָט נאָך קײן מענטש ניט געװוּנען זינט די װעלט שטײט, אַז ס'אַ שװינדל, האָט איר געזאָגט? עמך! (די מאַדאַם פֿײַן איז אױסער זיך פֿון דעם סקאַנדאַל, װאָס דער מחותּן רעדט מיט איר פּריקאַזטשיק. זי װינקט צום מאַן, ער זאָל ראַטעװען די לאַגע, פֿאַרגלעטן דעם סקאַנדאַל).

ר ב אָ ש ר פֿ ײַ ן: אײַך קומט מזל טובֿ, סעמיאָן מאַקאַראָ־װיטש. איר האָט געמאַכט, זאָגט מען, אַ גרױס געשעפֿט.

א ײ נ ע ר פֿ ו ן ד י ג ע ס ט: אַ מיליאָנען־געשעפֿט!

ש י מ ע ל ע ס אַ ר אָ ק ע ר: צו מיליאָנען איז נאָך װײַט. נאָר אַז גאָט װעט װעלן, װעט זײַן מיליאָנען אױך…

א ײ נ ע ר פֿ ו ן ד י ג ע ס ט: מע זאָגט, אַז איר האָט געמאַכט אַ סינדיקאַט אַף אַלע קינעמאַטאָגראַפֿן פֿון שטאָט?

נ אָ ך א ײ נ ע ר פֿ ו ן ד י ג ע ס ט: אין אַמעריקע רופֿט מען דאָס „טראָסט“.

ש י מ ע ל ע ס אַ ר אָ ק ע ר: װיִאַזױ מע רופֿט דאָס אין אַמע־דיקע װײס איך ניט. איך װײס נאָר, אַז פֿון אַלע געשעפֿטן, װאָס מע האָט מיר פֿאָרגעלײגט, איז דאָס דאָס בעסטע, דאָס שענסטע און דאָס בכּבֿודיקסטע ― און מיליאָנען איז באַ גאָט… (בלאָזט דעם רױך). איר קאָנט זיך גאָרניט פֿאָרשטעלן, װיפֿל געשעפֿטן מע האָט מיר פֿאָרגעשלאָגן! איר האָט ניט אַזױפֿיל האָר אין קאָפּ! און אַלע, די גאַנצע װעלט, זײַנען מיטאַמאָל געװאָרן מײַנע בעסטע גוטע פֿרײַנט, ממש די כּפּרה! (עס דערהערט זיך אַ קלונג. קאָלטון טוט זיך אַ גליטש צו דער טיר).

ק אָ ל ט ו ן: (רופֿט אױס). הענריך פֿעליקסאָװיטש הימעלפֿאַרב!

ר ב אָ ש ר פֿ ײַ ן: (נעמט הימעלפֿאַרבן פֿאַר דער האַנט, פֿירט אים צו, שטעלט אים פֿאָר פֿאַר די געסט). הענריך פֿעליקסאָװיטש הימעל־פּאַרב, בוכהאַלטער פֿון דער קאָמערטשעסקי באַנק.

ש י מ ע ל ע ס אַ ר אָ ק ע ר: אַן אַלטער באַקאַנטער! (גיט אים די האַנט). װאָס הערט זיך עפּעס נײַס? עמך!…

ה י מ ע ל פֿ אַ ר ב: יאָ, אַלטע־אַלטע באַקאַנטע. (צום באַלעבאָס). איך בין געװען דער ערשטער, װאָס האָט אָנגעזאָגט זײ די גוטע בשורה, אַז זײ האָבן געװוּנען דאָס גרױסע געװינס. (צום שנײַדער). װאָס? בין איך ניט געװען דער ערשטער?

ש י מ ע ל ע ס אַ ר אָ ק ע ר: דער ערשטער, ניט דער ערשטער, נאָר פֿון די ערשטע.

א ײ נ ע ר פֿ ו ן ד י ג ע ס ט: דער ערשטער, ניט דער ערשטער, נאָר פֿון די ערשטע ― כאַ־כאַ! גוט געזאָגט! (אַלע לאַכן).

ס  אָ ל אָ װ ײ ט ש י ק: אַז סעמיאָן מאַקאַרעװיטש זאָגט, איז טשטאָ ניבוד אָסאָבענעщо нівод особене נישטאָ באַזונדערס!

ש י מ ע ל ע ס אַ ר אָ ק ע ר: (צום שדכן) װאָס האָב איך דען דאָ געזאָגט אַזעלכעס?

ה י מ ע ל פֿ אַ ר ב: (צום שנײַדער). יעדנפֿאַלס, אַף אונדזער באַנק האָט איר זיך ניט צו באַקלאָגן.

ש י מ ע ל ע ס אַ ר אָ ק ע ר: לאָמיך עס אױסקרענקען, װאָס איך האָב צו אײַך דערלײגט! אַף אַלע אָרעמע בעלי־מלאָכות געזאָגט געװאָרן ― עמך!

ה י מ ע ל פֿ אַ ר ב: (צום שנײַדער). ספּראַשיװאַיעטסיאַспрашіваєтся עס איז געפֿרעגט געװאָרן, װיבאַלד אַזױ, װאָס־זשע איז די מעשׂה, װאָס איר האָט אונדז עפּעס פּלוצעם אינמיטן דרינען אַװעקגעװאָרפֿן? דאָס װערט אָנגערופֿן טשאָרנע ניעבלאַגאָ־דאַרנאָסט чорне набелагодарност דער שװערסטער אומדאַנק, אָדער געצאָלט מיט שטײנער… דאָס הײסט, איר האָט אונדז חלילה ניט אומגליקלעך געמאַכט, נאָר סע פֿאַרדריסט. אַמביציע! באַ אונדז איז דאָך עפּעס ניט קײן בענקל, װי אַנדערע בענק. אונדזער באַנק װאָלט געמעגט שטײן אין יעהופּעץ, װאָלט זי אױך ניט פֿאַרשעמט געװאָרן! באַ אונדז שפּילט אַ ראָלע רױסגעבן ק″ן אַלפֿים, אַזױ װי ― פֿו! (אַ מאַך מיט דער האַנט).

ש י מ ע ל ע ס אַ ר אָ ק ע ר: (פּאַרשטײט ניט; טרינקט זײַן טײ, קוקט זיך אַרום). װאָס װיל דער יאַט ― װײסט איר ניט?

ה י מ ע ל פֿ אַ ר ב: (האַלט אין אײן רײדן). מיר שטײען ניט חלילה אין אײַער געלט. פּאָזשאַלאָיпожалой סע דאַכט זיך מיר, עס װילט זיך האָבן אַזאַ קליענט, װי איר. פֿאַרװאָס ניט? גאָר צוריק, װאָס האָבן מיר געטאָן אײדער איר האָט געװוּנען די צװײ הונדערט טױזנט? ניט מער, עס פֿאַרדריסט אונדז, װאָס איר האָט פּלוצעם, אינמיטן דרינען, אַרױסגענומען דאָס גאַנצע געלט!

ש י מ ע ל ע ס אַ ר אָ ק ע ר: (לאַכט ברײטלעך). װאָסערע לאָקשן? װאָסערע פֿלױמען? װאָס דרײט ער אַ יאַרמלקע, אָט דער שמױגער?…

ה י מ ע ל פֿ אַ ר ב: (הערט ניט אױף). די ערשטע מינוט, אַז מיר האָבן דערזען אײַער טשעק אױף אַזאַ סומע, איז אונדז געװאָרן אַ ביסל קאַלעמוטנע, און מיר האָבן געװאָלט שיקן צו אײַך אָנפֿרעגן, אױב ס'איז ניט קײן טעות. נאָר אַזױ װי מיר האָבן געהערט, אַז איר מאַכט אַ קאָלאָסאַלן געשעפֿט, אַ סינדיקאַט, און אַז איר בױט פּיתום מיט רעמסס, האָבן מיד אָנגעפֿרעגט באַ אונדזער דירעקטאָר, הער גאָלדענטאָלער. האָט אונדזער דירעקטאָר געהײסן ניט מאַכן קײן װאַפּראָסן און אַרױסגעבן… נאָך זײַן הײסן אַרױסגעבן האָט מען געזען, אַז ער איז ברוגז ― און איז גערעכט. װאָרעם װי דאָס געשעפֿט זאָל גיט זײַן גרױס, קאָנט איר ניט באַדאַרפֿן אין אײן טאָג אַלע הונדערט און פֿופֿציק טױזנט. סליעדאָװאַטעלנאָследовательно על־⁠כּן, דאָ באַדאַרף זײַן נאָך אַן אַנדער פּריטשינע, װאָס איר ▮1 ש ל ו ס. ע ל י ב ▮ . ▮

װילט זיך אַריבערטראָגן מיט אײַער קאָנטאָ־קורענט אין אַן אַנדער באַנק. איד פֿרענ אײַה ניט, אין װאָסער אַ באַנק, װאָרעם פֿאַר קאָנקורענציע חאָבן מיו קײן מורא ניט. איך פֿדעג ▮נאָר▮ װאָס פֿאַר אַ פּרי▮ינע? אַדרבא, זאָגט, אָט שטײען מענטשן… )דער עולם הײבט אַן חע▮ נײַגע▮ דיק. סע רינגלט אַרום דעם שנײַדער סי▮ בו▮אַלטער▮ די ▮ם▮ הע▮ זיך צו פֿון דער חײַטן. חאָם דאַ טוט זיך ― פּאַרשטײט נאַך קײנע▮־ נ▮ט▮ א▮ חינציקער פֿון אַלעסען ־ דער שנײַדער).

ש י מ ע ל ע ס אַ ר אָ ק ע ר: )צום באַל▮אַס פֿײַ▮. װיפֿל, ןאָ▮ ער, האָב איך ▮רױסגענומען, אַט דער יאָקל בן פֿלעקל? אָט דער עטד?

ר כ אָ ש ר פ ײַ ן: ער זאָגט: הונדערט און פֿופֿציק טױזנט…

ש י מ ע ל ע ס אַ ר אָ ק ע ר: כאַ־כאַ־כאַ! אַ רעכטער לעץ! )צ▮ בוכהאַלטער). יונגערמאַן! גײט לײגט זיד שלאָפֿן!

ה י מ ע ל פ אַ ר ב: שלאָפֿן גײט שױן איר בעסער ־ אײַד איז צײַט. איד בין נאָך אַ יונגערמאַן און ▮ױל נאָד געבן אַ לעב אונטער. מע ןאָגט, ס'װעלן זײַן טענץ אױך. איר טאַנצט דאָד ניט, סעמיאָן מאַקאַ־דאָװיטש, און איד טאַנץ.

ש י מ ע ל ע ס אַ ר אָ ק ע ר: טאַנץ, טאַנץ געזונטערהײט. אָבער װאָס איז דאָס פֿאַר הונדערט פֿופֿציק טױזנט, װאָס דו זאָגסט?

ח י מ ע ל פ אַ ר ב: )שױן א▮ כּעס). װאָפּעדװיך, װעל איד אײַך בעטן, איר זאָלט מיד ניט דוצן…

▮ ש י מ ע ל ע ס אַ ר אַ ק ע ר: ניט װאָסן? )צוגעסאַכט אײן אױג).

▮ ה י מ ע ל פ אַ ר ב: ניט דוצן! ניט זײַן מיט מיר אַף „דו“… איד בין טאַקע ייִנגער פֿון אײַד, אַ סד ▮יִנגער. נאָר קײן ▮מאַלטשיק“ בין איך אײַך ניט.

ר ב אָ ש ר פ ײַ ן: )ח▮ל ▮▮ שלו▮▮ װײס איר װאָס? װען?

ס אָ ל אָ װ ייִ ט ש י ק: )אױך אינסי▮)▮ טשעפּוכאַ!

ה י מ ע ל פ אַ ר ב: און װאָװטאָריד▮ װאָס מאַכט איר זיד געפּגרט: ▮װאָסע▮ חונדערט פֿופֿציק טױזנט?“ איר װעט א▮ר זאָגן, אַז ▮,איז ניט אײַער טשעק, װאָס האָט געבראַכט עפּעס אײנ▮ אַ קדעמענמשוק, אַדער אַ ראָמאַנ▮וק?

ש י ט ע ל ע ס אַ ר אָ ק ע ר: ניט קרימענטשוק און ניט ראַ־מאַנטשוק, נאָד װיגדאָר▮וק. דאָס איז אײנער פֿון מײַנע שותּפֿים, װאָס ▮אָבן ▮מאַכט מיט מיר דעם… פֿילם־ג▮עפֿט… איד האָב אים דאָס אױסגעשריבן אַ טשעק אַף פֿופֿצן טױזנט…

ה י ט ע ל פ אַ ר ב: איר קערט װעלן זאָגן: אַף הונדערט פֿופ־▮יק טױזנט?…

ש י ט ע ל ע ס אַ ר אָ ק ע ר: דאָס קערט א י ר װעלן זאָגן! איד זאָג ▮נאָר אַזו▮פֿיל, װיפֿל דאָדט שטײט געשריבן. ה י מ ע ל פ אַ ר ב: אָױ▮ איר ▮גט אָזױ▮יל, װ▮ל דאָד▮ ▮טי▮ נ▮ר▮ז, מו▮ט ▮▮ר ז▮גן ▮ונדע▮ אַון ▮▮ציק ▮ױזגט.

ש י מ ע ל ע ס אַ ר אָ ק ע ר: װאָ▮ איז ▮ע▮?

ה י ▮ ▮ ל ▮ אָ ר ב: אָ▮ ד▮▮אַר, װײַל אַזו▮יל תאָט איר געהײסן געכן.

ש י מ ע ▮ ▮ ס אַ ר אָ ▮ק ע ר: מאַכט איר מיד, ה▮יס▮ ▮ע▮, פֿאַר אַ ▮ו▮ע▮ם?

ח י מ ע ל פּ אַ ר ▮: ▮נײן. דאָס װילט איד ▮ ▮ ד מאַ▮ן ▮אַר אַ ליגנער, אָדער ▮ר אַ ▮שװ▮▮דלער, אָדער איר ט▮▮ ק▮▮וע▮ ― באָד װאַס זנאַי▮! )דער עו▮ חע▮ נאַך סער נײַג▮יק א▮ סע ך▮נגלט זי, אַרום נאָך ענגער).

ש י מ ע ל ע ס אַ ר אָ ק ע ר: )אַ בי▮ שו▮ ▮סרו▮ק). װאָס זאָגט איר▮ איך בעט אײַד, אַף דער קאָמעדיע? איר גיב אַ ייִדן אַ פֿש▮ אַף פֿופֿצן טױזנט קאַדבז, דערצײלט ער מיר ה▮נדערט ▮ופֿציק טױ▮נט! ― עפּעס אַ מאָדנער מין עמד!

ר ב אָ ש ד פ ײַ ן: פֿון פֿופֿצן טױז▮נט ביז הונדערט פֿופֿציק טױזנט איז אַזאַ חילוק, װי פֿון יככה ביז יבבה.

ס אָ ל אָ װ ייִ ט ש י ק: זאַמע▮אַטעלנע!

ש י ▮מ ע ל ▮ ס אַ ר אָ ק ע ר: װאָס דערצײלט איר ▮שיות? איך אַלײן האָב געשריבן דעם טשעק… דאָס הײסט, ניט איר, געשריבן חאָט עד, רער װיגדאָרטשוק, נאָד איך האָב גוט געקוקט בשעת איך האָב ▮עחתמע▮ דעם טשעק )▮▮ א▮ דער ל▮ו ציפ▮▮ אַן אײ▮, ▮ן אַ פֿינף, און דרײַ נולן…

ה י מ ע ל פ אַ ר ב: )סאַלט א▮ דער לו▮. אַן אײנס, און אַ פֿינף, און פֿיר נולן!

ש י מ ע ל ע ס אַ ר אָ ק ע ר: )▮לט א▮ דער ל▮▮▮ ▮ײַ נולן!

ה י מ ע ▮ פ אַ ר ב: )▮לט א▮ ▮ר ל▮▮▮ פֿיר נולן!…

ש י מ ע ל ע ס אַ ר אָ ק ע ר: זעט נאָר, װי ער דרײט ▮יט דעד ▮▮ט, אָט דער ▮▮רנאָטער: פֿיר נולן! פֿינף נולן! זעקס הונד▮▮ נולן! און מי▮ װע▮ער איז ניט געשטאַנען בפֿירוש: פּעטנאַצעט טי־סיאָטשי? ▮אָס ▮עט א▮ איצטער זאָגז, עמד?

▮ י ▮ ▮ ל פּ אַ ▮ר ב: )הױך). סטאָ פּיאַטדעסיאַט טיסיאַ▮ ― ▮ערט ▮ר ▮ו▮ן זאָגן! סטאָ פּי▮דעסיאַט טיסיאַטש רובלײ!

ד ב אָ ש ד פ ײַ ן: פֿע! דאָ איז ע▮ס אַ מיאוסע מעשח! )די ▮▮ האַבן זיך שױן אױך צונױ▮עקל▮ן אַלע▮ סע פֿילט, אַז ךאַ קו▮ ▮פּעס פּאַד. עט▮ע־סעניע גײט צו די לעצטע).

ע ט י ע ־מ ע נ י ע: ו▮ס טו▮ זיר דאָ, ▮עון… מײן איד ▮▮ מיאָן טאַקאַרעװיטש? )אין דער גאַנצער צײַט▮ חאַס דאַס קוסט ▮די שטײט קאַלט▮ באַ דער ▮ײַט, שם▮▮▮ ▮סעפ▮▮פּעלישי קוקט פֿח אײנעם אַ▮ אַנדע▮ און קחעלט▮ עס דערהערט זיך אַ קלונג. קאַלטח גיט זיך אַ גליטש צו דער טיר א▮ רופּט אױס).

ק אָ ל ט ו ן: מאַקסים װאַסילעװיטש גאָלדענטאָלער! )אַ▮ אַ חײַ▮ לע דרײ▮ אַלע אױס די אױ▮ צו דער טיר)▮

ר ב אָ ש ד פ ײַ ן: )באַגעגנט דעם דירעקטאַר, חיל אים ▮ר־שטעלן, שפּרינגט אַרױם היסעלפֿאַרב סיט הי▮).

ה י מ ע ל פ אַ ר ב: שאַט! אָט איז דער דירעקטאָר אַלײן! )צו ואָלדענטאָלערן)▮ מאַקסים װאַסילעװיטש! אַף װיפֿל איז געװען דער טשעק פֿון הער סאַראָקער, װאָס מיר האָבן אַרױסגעצאָלט אײנעם אַ מאיראָ־▮ױטש, אָדער װי▮אָראָװיטש, אָדער װיגדאָרטשוק ― יאָ, װיגדאָדטשוק?

ג אָ ל ד ע נ ט אָ ל ע ר: )סיט קאַלטע לונג א▮ לעבער)▮ הונדערט פֿופֿציק טױזנט רובל ― װאָס איז ▮דען?

ש י מ ע ל ע ס אַ ר אָ ק ע ר: )די אױגן בלאַנדזש▮). עטיע▮ מעניע!… װוּ זײַנען מיר? )דערזעט זי, שרײַט ניט סיט זײַן קול)▮ גװאַלד, ייִדן▮ ראַטעװעט! לױפֿט! יאָגט! כאַפּט! מע האָט מיך באַגנבֿעט! באַגזלט! בדיל־הדל געשטעלט! צונענומען איננאַנצן! געמאַכט פֿאַר אַ קבצן! העלפֿט מיר! העלפֿט מיר כאַפּן די גזלנים! )כאַפּט דעם צילינדער, חיל זיך לאַ▮ לו▮ן▮ עס עפֿנט זיך די טיר א▮ עס רײַסט זיך אַרײַן ם ע נ ד ל דער ▮אַקײ סיט אַן איבערגעשראָקן פּנים).

מ ע נ ▮ד ל ד ע ר ל אַ ק ייִ: )זוכט סיט די אױגן)▮ ניט געװען דאָ איזאַבעלאַ סעמיאָנאָװנאַ? אױב אַזױ ― זײַט איר אַף גרױסע צרות… באַלעבאָס! אײַער טאָכטער איז אַרױס דורכן פֿענצטער און ― פֿיו־איט!…

ע ט י ▮ ־ פ ע נ י ע: )ברעכט די הענט). װײ איז מיר! װינד איז מיר! אַן אומגליק האָט מיך געטראָפֿן! אַ בראָד אַף מײַן קאָפּ! איך װײס שױן װאָס דאָס איז! איך האָב געװ▮סט, אַז ס'װעט אַזױ זײַן!… זי האָט מיר אָבער געזאָגט: „מאַמע! איכל לױפֿן אין דער װעלט אַרײַן!“…

ש י מ ע ל ע ס אַ ר אָ ק ע ר: )צום חײַב)▮ אַזױ? װאָס־זשע חאָסטו ג▮װיגן? בהמה! פֿאַרװאָס האָסטו ניט געזאָגט מ י ר?!… )כאַפּט זיך באַם קאָפּ). מײַן טאָכטער! מײַן קינד!!… אַ ▮רה דאָס געלט! אַ כּפּרה אַלצדינג פֿאַר מײַז קינד!… )כאַפּט אַרױם דעם טײַסטער פ▮ זײַט־קעשענעי רײַסט אַראַפּ פֿון זיך דעם גאָלדענעם זײגער סי▮ קײטל, שרײַט צום ▮ײַב)▮ עטיע־מעניע! נעם אַראָפּ! גיב אַהער ▮די פּערל! די אױרינגלעד! די פֿיננערלעד! דאָס גאַנצע ביסל צירונג!… )עטיע־סעניע פֿאַלגט אים. ▮וט אױס און גיט אים איבער. ער נעסט דאָס אַלצדינג צונו▮ א▮ צילינדער אַרײַן א▮ ט▮גט דאַס צו צו די געסט)▮ ייִדן! נאַט אײַך אָפּ אָט דאָס אַלץ, װאָס איך פֿאַרמאָג! טוט מיט דעם, װאָס איר װילט, ― אַבי

העלפֿט מיר אָפּזוכז מײַן טאָכט▮! העלפֿט מיר, העלפֿט מיר אומקעדז מײַן קינד!… )▮רעכט אױס אין אַ געחײן▮ עטיע־סעניע חײנט סיט אים▮ דער עולם שטױנט. דער ▮רהאַנג פֿאַלט)▮

סוף פֿו▮ם דריטן אַקט. הומב▮ פֿאָר אַף אַ סטאַנציע א▮ז אַן אײַנפֿאָר־הױז. ▮ צװײ הדריס. ־ אין

אײ▮ חדר, אַ גרױס▮ א ליכטיקס, שטײען צװײ בעטלעד באַ די וּוענט־ פֿאַר־

בעט און צוגעקליבז. ▮ אַ ט▮של, עטלעכע שטולן, אַ קאַנאַפּע, אַ שפּיגל,

ביליקע בילדע▮ אין פּר▮סטע רעמלעך אַף די װענט. ־ אַ פּאָך טעפּ מיט

בלומען. ▮־ צ▮ױי ט▮ךן: אײן טיר צום פֿראָנט, און דער גאם אַרױס, רי

צװי▮טע טיך אין צװי▮טן חדר אַךײַן, װעלכער איז געש▮אָסן. ― באָ דער

צװײטעה טיר שטײט מ אָ ט ל ק אַ ס ▮ י, צוגעלײגט אײן אױער.

▮▮ אינמיט▮ חדר שטײט ק אָ פּ ל פ א ל כ אָ ן. ― זײ דײדן ש▮י־ לערהײט.

ק אָ פּ ל פ אַ ל ב אָ ן: )צו סאָטלען)▮ נו?

מ אָ ט ל ק אַ ס אָ י: )טרעט אָפּ פֿון רער טרר א▮ די שפֿי▮ ▮,נגער)▮ זי שלאָפֿט נאָך…

ק אָ פּ ל פ אַ ל ב אָ ן: אַ װעלטעלע ▮― אַזאַ נאַכט ניט גע־שלאַפֿן!.▮▮

מ אָ ט ל ק אַ ם אָ י: הײַנט דער שרעק! די פּחדים! עס האָט זיד איר אַלע װײַלע אױסגעװיזן, אַז מע יאָגט אונדז נאָד פֿון חינטז…

ק אָ פּ ל פ אַ ל ב אָ ן: פֿון װאַנען װײסטו דאָם?

מ אָ ט ל ק אַ ס אָ י: זי האָט עס מיר נעזאָגט.

ק אָ פּ ל פ אַ ל ב אָ ן: װען?

מ אָ ט ל ק אַ ס אָ י: הײַנט… אין דער צײַט, װען דו ביסט געגאַנגען זאָרגן װעגן עסן און װעגן שטעלן דעם סאַמאָװאַר, האָבן מיר דאַ דערװײַל געשמועסט… ▮

ק אָ פּ ל פ אַ ל ב אָ ן: װעגן װאָס?

מ אָ ט ל ק אַ ס אָ י: װעגן ▮לץ…

ק אָ פּ ל פ אַ ל ב אָ ז: און װעגן דעם, װאָס װעט זײַן װײַטער?

מ אָ ט ל ק אַ ס אָ י: אױה ▮גע▮דט…

ק אָ פּ ל פ אַ ל ב אָ ן: אַז װאָס?

מ אָ ט ל ק אַ ס אָ י: )אױ▮גערעגט). אַז װאָס! דו װײסט דאָך ו▮אָס, הײַנט ו▮ס פֿרעגסטו? זי האָט מורא, טאָמער יאָגט אוּנדז אָן דע▮ פ▮טער, װעלן מיר אַלע האָבן אַ װיסטז סוף.

ק אָ פּ ל פ אַ ל ב אָ ן: לכן העריבער, װאָס־זשע איז די עצח?

מ אָ ט ל ק אַ ס אָ י: איז די עצח, אַז מע זאָל װאָס פֿריִער ש▮עלן אַ חו▮, ▮― דעמאָ▮ מעג ער שױן קומען מיטן רבֿ און מיט דער רביצן, איז פֿאַרפֿאַלן… איצט בלײַבט איבער נאָר אײן זאַך: װער פֿון

אונדז בײדן זאָל זײַן דער גליקלעכער? ק אָ פּ ל פ אַ ל ב אָ ן: )דערש▮ק▮▮ נו יאָ. דאָס איז דאָך די

גאַנצע זאַך▮.. מ אָ ט ל ק אַ ס אָ י: איז דאָך שױן װעגן דעם באַ אונדז לאַננ

אַפּגערעדט געװאָרן: אָדער מיךן עס איבערלאָזן פֿאַר איר אַלײן, פֿאַר

ב▮ילקען הײסט עס, לאָז זי זאָגן, װער איז איד אױסדערװײלטער… אָדעך

אַז ניט, װעלן מיר װאַרפֿן גורל… ק אָ פּ ל פ אַ ל ב אָ ן: )אוסרױק). אָבער דעדװײַל האָט זי דיר

נאָד גאָרניט געזאָגט, װער… דאָס הײסט, װעמען?… מ אָ ט ל ק אַ ס אָ י: שוטה! זי זאָל מיר זאָגן, װאָלט איך דאָד ▮ דיר נעזאָגט… ק אָ פּ ל פ אַ ל ב אָ ן: הײסט עס, אַז די גאַנצע זאַך הענגט

נאָך אין דער לופֿטן? מ אָ ט ל ק אַ ס אָ י: )קוקט אין דער לופֿט▮▮ פֿאַרשטײט זיך,

אין דער לופֿטן… נאָר דערװײַלע שאָט ניט, מע זאָל באַצײַטנס צוגרײטן

אַלץ װאָס מע באַדאַרף צו דער חופּה… ק אָ פּ ל פ אַ ל ב▮ אָ ן: למשל, אַ שטײנער? מ אָ ט ל ק אַ ס אָ י: אַ שטײגער, למשל, אַ מנין ייִדן… ק אָ פּ ל פ אַ ל ב אָ ן: דאָס איז ניט שװער. מע װעט זײ באַ־

▮אָלן צו חאַלבע רובל, װעלן זײ קומען צו לױפֿן. מ אָ ט ל ק אַ ס אָ י: )לעבעדיק)▮ לאָם איד האָבן אַזאַ יאָר, װאָס

פּאַר אַ פּלאַן דאָס איז! ק אָ פּ ל פ אַ ל ב אָ ן: און טאָמער האָבן זײ ניט קײז רבֿ,

קאָן איך באַשטײן, אַז אַ פּראָסטער ייִד, אַבי אַן ערלעכער, װעט מסדר

קידושין זײַן. מ אָ ט ל ק אַ ס אָ י: כ'לעבז, קאָפּל, ביסט אַ הכם! אַ קאָפּ־

מענטש! ק אָ פּ ל פ אַ ל ב אָ ן: אײַ, טאָמער חאָבן זײ ניט קײן חופּה?

קאָן מען זיך באַגײן מיט פֿיר שטאַנגען, פֿון אױבן איבערגעבונדן מיט

אַ גרױסער פֿאַטשײלע, ― װאָס איז דאָ דער אומגליק? מ אָ ט ל ק אַ ס אָ י: )כאַפּט אים אַר▮)▮ ביסט װערט, מע ▮זאָל

דיד קושן, קאָפּל!… נעם טו אַלצדינג, װאָס דו זאָגסט, זאָל זײַן גרײט!…

דו װעסט גײן, און איד װעל בלײַבן דאָ ― מע קאָן זי דאָד ניט לאָזן

אַלײן… ק אָ פּ ל פ אַ ל ב אָ ן: זאָל גאָט חיטן! )חאַקל▮▮ די זאַד איז

נאָר אָט װאָס: אפֿשר זאָלן מיר פֿריִער װיסן, װער װעמען… דערנאָה

ערשט נײן?… מ אָ ט ל ק אַ ס אָ י: צו װאָס, נאַועלע, פֿאַרלירן צײַט? דער־

װײַל ▮ועט װערן שפּעט, און טאָמער טראָגט אים אָן דער גוטער יאָר… דו גרײט צו אָט די אַלע שאָלעמױזן. דערנאָך, אַז דו װעסט קומען שױן מיטן גאַנצן קלאַפּערגעצײַג, װעלן מיר באַשליסן מיט איר, אַהין צי אַהער… ממה נפֿשד, װעמעס גליק עס װעט זײַן… איד פֿאַרזיכער דיד, אַז טאָמער ביסטו דער גליקלעכער, װעל איד דיר פֿאַרגינען מיטן גאַנצן חאַרצן… װאָס האָב איך צו דיר?… אונדזער בײדנס װוּנטש איז דאָך נאָר זען נײלקען גליקלעך…

ק אָ פּ ל פ אַ ל ב אָ ן: דאָס אײגענע איד ־ טאָמער ביסטו, איז דײַן גליק… װאָרעם דער עיקר איז בײלקע… אַלזאָ, איך גײ. )טוט ▮יך אַן). און דו זע, גיב אַכטונג… )לאַזט זיך צו דער טי▮ קערט זיך אוס, שטײט אַ חײַלע א▮ גײט אָפּ).

מ אָ ט ל ק אַ ס אָ י: )צו זיך אַלײ▮. אָט אַ לעמעשקע! ער האָט גאָר אַ האַפֿענונג… מיר דאַכט, אַז אַ בלינדער קאָן שױן זעז, אין װעמען בײלקע איז פֿאַרליבט… )הערט זיך אײַ▮. מיר דאַכט, זי רירט זיד שױן… )▮ס עפּנט דיך די טיר פ▮ צחײטן חדר און עס באַחײַזט זיך אַ▮ דער שחעל ב ייִ ל ק ע, אַ שײַנענדיקע, אַ שסײכלענדיקע)▮

ב ייִ ל ק ע: )סאַכט צורעכט די צעקודלטע האַר, קוקט זיך אַרום). גימאָ קײנער? װ▮ איז קאָפּל?

מ אָ ט ל ק אַ ס אָ י: אַװעקגעגאַנגען ברענגען ייִדן, אַ חופּה און דעם גאַנצן איבעריקן קלאַפּערגעצײַג, װי מיר האָבן אָפּגערעדט…

ב ייִ ל ק ע: מוז עס טאַקע הײַנט געשען, מאָטל?…

מ אָ ט ל ק אַ ס אָ י: נײן, װאָס דען? אָפּלײגז אַף מאָרגן? און טאָמער טראָגט עס אָן דעם טאַטן אַהערצוצו?…

ב ייִ ל ק ע: אױ, רײד גאָר ניט, מאָטל! איך קאָן גאָר װעגן דעם ניט טראַכטן! )גײט צו נענט▮ר)▮ עס װילט זיך מיר נאָר נעמען נקמה, באַװײַזן, אַז איך בין אַ מענטש פֿאַר זיה, אַז איך בין פֿרײַ… נאָכדעם מעגן זײ שױן קומען, זאָגן װאָס זײ װילן… אַך, מאָטל, מאָטל! אַ ייִדישע טאָכטער קאָן זיה באַפֿרײַען פֿון איר טאַטע־מאַמע נאָר דעמאָלט, װען זי גיט אָפּ איר פֿרײַהײט צו אַן אַנךערן…

מ אָ ט ל ק אַ ס אָ י: װער רעדט פֿון פֿרײַהײט? װער װיל דאָס װעמעס פֿרײַהײט? בײלקע, נשמה טײַערע! האָבן מיר דען ניט געשװױרן אײנס דאָס אַנדערע טרײַע און אײביקע ליבע? זײַנען מיד ניט געבו▮ן אײנס מיט דאָס אַנדערע שױן פֿון לאַנג, נאָך אײדער דײַן טאַטע האָט ▮ע▮ ט▮.אָפֿן דאָס גרױסע גליק, אָדער דאָס גרױסע אומגליק, אױסצונעמען דעם חױפּט▮טרעפֿער? נישמער, מיר האָבן דאָס מיט װערטער ניט אַרו▮גע־זאָגט, ביז ס'איז געקומען די רעכטע צײַט… איצט קומט אױס עפּעס גלײַד, װי עמעצער פֿון אונדז װאָלט צודיקגעצױגן…

ב ייִ ל ק ע: )סיט פֿײַע▮▮ איך צי קײנמאָל ניט צוריק! איד באַקלאָג מיך נאָר אַף מײַן מזל, פֿאַרװאָס זאָל איך, אַ געליבטע בת־יחידח, אַ ציטעריקע באַ טאַטע־מאַמע, באַדאַ▮ן איר בעסטע שׂמחה, דעם בעסטן יום־טובֿ פֿון איר האַדצן, פּראַװען כאַפּנדיק, ב▮גנבה, גלײַד װי איד טו ▮עס אַ פֿאַרברעבן..▮ ▮ר▮ס גיט, מאָסל, אַז דעך טאַטע איז מיר פֿאָרט אַ ▮אָטע, און די ▮▮ ▮ אַ ▮מע!…

מ אָ ט ל ק אַ ס אָ י: אױג ▮ איז אַ רחמנות אַף טאַטע־מאַמע, איז דאָ ▮ו▮י װענן: ▮ער ▮ו װאַרטן ביז זי▮ װעלן קומען אַהער, ▮▮ פֿאַרקערעװען די האָלאָב▮ס און פֿאָרן צוריק אַהײם…

ב ייִ ל ק ע: זאָל גאָט היטן! דעמאָלט בין איה אַ פֿאַרלױרעיַע! דו קענסט ניט דעם ▮טן! דו מײנסט, אַז דאָס איז דער ייִד װאָס געװען? ג▮ט זאָל מיך ניט שטראָפֿן, ― זינט ער האָט אױסנענומען דאָם גךױסע געװינס, איז ער ▮עװילדעװעט געװאָרן! נײן! איד דאַרף אים אָפּטאָז אַןאַ זאַך, װאָס מע קאָן שױן צוריק ניט כאַפּן!

מ אָ ט ל ק אַ ס אָ י: הײסט דאָס, נאָר צוליב דעס אַלײן?…

ב י▮ ל ק ע: )קוקט אַ▮ סאַטלען ם▮ט אַ שסר▮כל)▮ אַך, מאָטל! ▮שיקאַװער מאָטל ▮אָס דו ביסט! דו װילסט אַן איבעריק מאָל אַרױסרײַסן באַ מיר דאָס װאָ▮רט פֿון מױל, אַז איך האָב דיך ליב, װי דאָס לעבן… װײסט שױן ק▮פּל אַלץ? האָסטו ש▮ין גערעדט מיט אים?

מ אָ ט ל ק אַ ס אָ י: ני▮ן, בײל▮ע, איך קאָן ניט. איד האָב קײן האַרץ ניט!… דער בחור איז בלינד. ער ה▮ט נאָה אַלץ אַ האָפֿענונג, טאָמער אין ער, נ▮ט איד, דער אױ▮דערװײלטער…

ב ייִ ל ק ע: )▮רטראַכט טרױערי▮). אַ רהמנוּת… דער יונג איז פֿאַרליבט אין מי▮..

מ אָ ט ל ק אַ ס אָ ▮: מיט סכּנות!

ב ייִ ל ק ע: װאָס־זשע טוט מען? זאָל א י ד מ▮ט אים רײדן?

מ אָ ט ל ק אַ ס אָ י: אױב דו ▮נ▮ט… איך האָב אים געזאָגט, אַ▮ דו דאַרפֿסט הײַ▮ט באַ דער ▮▮ער מינוט ב▮שטימעז, װער פֿון או▮ז צװײ איז דײַן באַש▮▮ער… און אַז ךו װע▮ ניט באַשטימען, האָב איך אים ▮נ▮▮דט▮ אַז מיר▮ װאַרפֿן גורל, ציִען קניפּלעך. וּוער ס'װעט אַד▮▮סצ▮עז דאָס קניפּל ― דער…

ב ייִ ל ק ע: )צעלאַכט זיך ה▮לכי▮)▮ ▮־▮▮אַ! כאַ־כאַ▮כאַ־כאַ!

מ אָ ט ל ק אַ ס אָ ▮: )איבערראַשט)▮ װאָס איז דער געלעכטער?

ב ייִ ל ק ע: מיו איז אײַנגעפֿאַלן אַ געדאַנק! אײַ, אַ געדאַנ▮! )כאַפּט אַ װײַס טיכל, סאַכט אַ ק▮▮▮ און נאַך אַ ▮ניפּל)▮ איך האָב דאָ ▮װײ קנ▮לער. און אַזױ װי דו ב▮ט על▮ר, װעל איך דיר געבן ציִעז ▮ום ערשטז▮ ▮ועסטו ▮אָבן אַרױסגעצױגן דאָס קניפּל ־ כאַ־כאַ־באַ!… )▮ ▮רן זיך טריט ▮ן דרױסן. ג▮▮קע טרעט אָפּ צום פֿענצטער▮ עס ▮וסט אָן ▮ל ▮לבאָן אַ ▮ר▮י▮ער, אַנג▮אָדן סיט גאַנצע פּעק־▮עך און שקאַרסוצן)▮▮

ק אָ ▮ ל ▮ ▮ ▮ ב אָ ▮: אָ! שױ▮ או▮עשטאַנען בײלקע? )צו ב▮▮▮▮). אַ ג▮טער א▮שטאַנד אַ▮ דיר!… אוף! איה האָב זיך עס אַ בי▮ אָ▮נע▮פּ▮! )▮▮יגט אַ▮ק די ▮לעך טיט די ש▮קאַרסוצןי װי▮ט ▮יך ▮ם שחײס)▮ דראַמ▮טישע שרי▮טן ה▮▮

מ אָ ט ל ק אַ ס אָ י: א▮ז כאָטש ניט געװען אומזיסט דאָס ▮ו▮פֿן? )באַטראַכט חאַס א▮ די פּעקלעך טוט זי▮▮

ק אָ פּ ל פ אָ ל ב אָ ן: חלילה! װאָס הײסט אומזיסט? אָט באַלד קומען צוגײן אַ בינטל ייִדן מיטז גאַנצן קלאַפּערגעצײַג, װי מיר האָב: אָפּגערעדט… )חײַזט אַ▮ די שקאַרסו▮). און דאַס איז גוטע זאַכז אַף צו פֿאַרבײַסן: לעקעד, הערינג און אַ ביסל משקה…

מ אָ ט ל ק אַ ס ▮ י: בראַװאָ, קאָפּל, ביסט װערט אַ מעדאַל!… אַצינד בלײַבט נאָך איבער אײן זאַד: אַ מנין װעלן מיר האָבן. אַ מסדר קידושין אױד. מיט לעקעה און בראָנפֿן און מיט פֿאַרבײַסן זײַנען מיר שױן אױה באַװאָרנט. און אַ כּלה האָבן מיר אױך. די פֿראַגע איז נאָר, װער פֿון אונדז צװײ איז דער חתן? דאָס דאַרפֿסטו… )פֿאַרכאַפּט זיך). מײן איד, ד▮ס דאַרפֿט איר, בײלקע, באַשטימען ― עם געװענדעט אָן דיר… מײן איך, אָן אײַך…

ב ייִ ל ק ע: אַך! מיר איז שװער, מיר איז אומאײַנגענעמען… איר װײסט, אַז איה בין אײַך בײדן דאַנקבאַר▮.. איר האָט פֿאַר מיר בײד▮▮ אַזױפֿיל געטאָן…

מ אָ ט ל ק אַ ס אָ י: אוז מיר זײַנען ערשט ▮גרײט צו טאָז…

ק אָ פּ ל פ אַ ל ב אָ ן: אין פֿײַער אוּן אין װאַסער!

ב ייִ ל ק ע: )טראַכט כלוסרשט אַ חײַלע)▮ שאַט! װײסט איך װאָס מיר איז נאָרװאָס אײַנגעפֿאַלז? לאָמיר װאַרפֿן גורל!…

מ אָ ט ל ק אַ ס אָ י: דאָס אײגענע האָבן מיר שױן מיט קאָפּ־▮ען לאַנג געטראַכט…

ק אָ פּ ל פ אַ ל ב אָ ן: נאָד אײדער דאָס אוּמגליק האָט געטראָפֿן מיטן גרױסן געװינס…

ב ייִ ל ק ע: זעט איר? ― אַף אַ גלײַכע זאַה פֿאַלן אַלע גלײַד… ▮ועסט דאָס טיכל ▮יט די צװײ פּאַרטיקע קניפּלעך, דרײט כלו▮רשט אַ נײַ קניפּל, ציט עס אױס צו זײ בײדע)▮ װעד פֿון אײַך איז עלטער?

ק אָ פּ ל פ אַ ל ב אָ ן: )איך שױן גרײט געח▮ אױסצוצ▮ען די ▮האַנט)▮ דו ביסט עלטער, מאָטל, אױב איך האָב קײן טעות…

מ אָ ט ל ק אַ ס אָ י: מיט אַ יאָד און מיט אַ װאָך.

ב ייִ ל ק ע: )צו סאָטלען)▮ װי באַלד אַזױ, באַדאַרפֿסטו… מײן איך, באַדאַרפֿט איר, מאָטל, ציִען דער ערשטער… )טראָגט אים אונטער די צװײ עקן פֿונעם טיכל▮ סאַטל קאַסאַו קלערט כלו▮רשט אַ חײַלע, חאַקלט ציט פּאַסעלעך ם▮ט צחײ פֿינגער באַם שפּי▮ פֿון עק טיכל און של▮ט אַרױס אַ קניפּל. ב▮ילקע באַהאַלט דאָס טיכל)▮

מ אָ ט ל ק אַ ס אָ י: )טרי▮סלט אָפּ די הענט, קוקט אַ▮ קאָ▮לען ▮יט אַנטשולדיקונג). נו?

ק אָ פּ ל פ אַ ל ב אָ ן: )בלאַם, זיפֿצט אַ▮. צו סאַטלען)▮ דײַן גליק… לאָז גאָט געבן… )▮אָן ניט רײךן װײַטער פּון אױפֿרעגונג▮ שלינגט ךי טרערן)▮ ב ייִ ל ק ע: אײַ־פֿע, קאָפּל, איך האָב זיך ניט געריכט אַף אײַך… ג▮האַלטן פֿאַר אַ גוטן פֿרײַנט…

מ אָ ט ל ק אַ ס אָ י: )צו בײלקען)▮ קאָפּל זאָגט דען עפּעס? אַדרבא!…

ק אָ פּ ל פ אַ ל ב אָ ן: אַדרבא! לאָז מיר אָנגײן, װאָס איר װינטש אים און אײַה בײדן… ס'איז דאָך אַ גורל, אַ לאָטעריע…

מ אָ ט ל ק אַ ס אָ י: ער זאָל געוּוען אַרױסציִען, װאָלט ער…

ק אָ פּ ל פ אַ ל ב אָ ן: איד זאָל געװען אַרױסציִ▮▮ן, װאָלט איך… איד װינטש אײַך, איר זאָלט אײַך עלטערן אין… אין… אַלדאָס גוטס.

מ אָ ט ל ק אַ ס אָ י: אָמן! קום אַהער, לאָמיר זיך צעקושן. )נעסען זיך אַרום▮ סאָטל סיט קאָפּלען, און צעקושן זיך▮)

ק אָ פּ ל פ אַ ל ב אָ ן: דעם אמת אױב איר װילט װיסן, האָט מיר דאָס האַרץ געזאָגט שױן לאַנג, אַז דער גליקלעכער װעט זײַן מאָטל, נ▮ט איך… װי קום איך? איך בין פֿון תּמיד אָן אַ שלים־מזל… שלים▮ שלים―מזל… און איד האָב צו קײנעם ניט קײן טענות… גאָט איז מײַן עדות, װי ▮▮יך האָכ אײַך ליב געהאַט, בײלקע, און האָב אײַך ליב נאָד אַצינד.. און װאָס פֿאַר אַ גוטער פֿרײַנט איך בין צו מײַן הבר מאָטל▮.. איך זאָג אײַה נאָכאַמאָל, אַז װאָס איה װינטש אײַך בײדן, מעג עס מיר אָנגײן כאָטש האַלב… אײַ, איה האָב געהאַט אַ שטיקל האָפֿענונג ― בין איך ניט שולדיק. איך בין דאָה ניט מער װי אַ מענטש… איך האָב אָבער אין זינען געהאַט אױך די אַנדערע זײַט, אַז טאָמער חלילה לאָזט זיד אױס מיט אַ בױדעם ― אַזױ פֿאָר איך גלײַך אַװעק קײן אַמעריקע. אַ סימן האָט איר…)צעש▮יליעט זיך, ציט אַרױס פֿון בוזעם־▮עשענע אַ ביכל). אָט האָב איד מיר צוגעגרײט אַ פּאַס..▮ )סאָטל קאַסאָי ▮ון בײלקע קוקו זיך איבער. בײדע זײַנען גערירט)▮

ב ייִ ל ק ע: צו װאָס אַזױ װײַט, אַזש קײן אַמעריקע? בלײַבט דאָ, און ל▮מיר זײַן גוטע פֿרײַנט.

מ א ט ל ק אַ ס אָ י: פֿאַרגעס ניט קאָפּל, װער עס בעט דיך…

ק אָ פּ ל פ אַ ל ב אָ ן: מירן נאָד האָבן אַ ישוב… דערװײַל בי▮ איך נאָך אַ היגער און באַדאַרף פֿריִער פּראַװען אײַער חתונה. ▮▮יך בו▮ דאָד עפּעס אַ מחותּן… פֿון חתנס צד.

ב ייִ ל ק ע: נײן, פֿון כלהס צד.

מ אָ ט ל ק אַ ס אָ י: פֿון בײךע צדדים.

ק אָ פּ ל פ אַ ל ב אָ ן: פֿון בײדע צדדים. )הערט זיך צו). מע ג▮יט, מע נײט… )▮ס קוסט אײנס נ▮ך דאָס אַנדערע אַ סנין ▮דן פֿון אַלערלײ סינים ― סיט היטלען און סיט קאַפּעלושלעך, סיט לאַנגע קאַ־פֿאָטעס און סיט קורצע װײטיקלעך▮ ― אײנער סיט גראָבע פּאוח או▮ ▮יט אַ ירסלקע אונטערן חײכן קאַפּעלוש, אונטערגעבונ▮ סיט אַ רױטע פּאַטשײלע, ־ שפּילט די ראָל פֿון אַ רבֿ▮ ▮ נאַך אײנער האַלט אַ פּלעשל סיט אַ גלעזל ― ער חעט דאַס זײַן דער שסש▮ פֿיר אַנדערע ײַדן האַל▮

די פּיר שטאַנגען, פּח אױ▮ אַ גרינע שאַל סיט אַ באַכראַסאַ, ― ▮▮ חעט זײַן די חופּה. אַ פּאָר חײַבער האַבן זיך אױך אַרײַנגערוקט, שטײ▮ פֿונדערחײַטן סיט פֿרוסע פּניסער גרײט צו ענטפּערן ,יברוך הוא ▮רוך שסו אסן“▮ אױך ײַנגלעך קונדײסים זײַנ▮ געקום▮ אַנקוקן אַ שטילע חופּה א▮ אפֿשר כאַ▮ אַ שטיקל לעקעך).

ק אָ פּ ל פ אַ ל ב אָ ן: )טוט אַ ח▮נק צום ▮▮, חאָס שפּילט די ראָליע פֿון אַ ▮). ▮נו?

ד ע ר ייִ ד: )צו קאָ▮לען)▮ נו־נו! )טוט אַ חוּנ▮ צו אײנער פּװ די חײַבער, זי זאָל נעסען די כּלה. ― יענע גײט צו צו בײלקען, נעסט ▮רױס אַ געלע פּאַטשײלע)▮

ד י ייִ ד ע נ ע: װער איז דער חתן? )רופּט צו קאָפּלען).

ק אָ פּ ל פ אַ ל ב אָ ן: )חײַזט אַ▮ סאַטלען). דער חתן איז ― ער.

מ אָ ט ל ק אַ ס אָ י: )גײט צו)▮ דאָס בין איד.

ד י ייִ ד ע נ ע: )גיט אים די געלע פֿאַטשײלע). אָט מיט דעך פֿאַטשײלע, זײַט מוחל, ▮דעקט איבער דער כּלה דאָס פּנים, דאָס װעט זײַ▮ דאָס באַדעקנס. )סאָטל נעסט די געלע פֿאַטשײלע, גײט צו פּאַסעלעך צו בײלקען און דעקט איר איבער דאָס פּנים▮ די ייִדענע נעסט בײלק▮ פֿאַר אַ האַנט, טוט אַ װונק צו קאָפּלען, ער זאָל נעסען דעם חחן פּאַר אַ האַנט▮ ער פֿירט זײ אַרונטער דער חופּה).

ד ע ר ייִ ד: )צום חחן)▮ אי־אָ? טבעת?… )דער חחן פֿאַרשטײט ניט)▮

ד י ייִ ▮ד ע נ ע: אַ רינגל, אַ פֿינגערל, אַף מקדש זײַן…

ק אָ פּ ל פ אַ ל ב אָ ן: )טוט זיך אַ כאַ▮ צו די ▮עשענעס)▮ אַ פֿינגערל? ס'איז דאָ, ס'איז דאָ… אַלצדינג האָב איך באַדאַרפֿט איז זינען האָבז… יעדע זאַך באַזאָרגן… אַפֿילו אַ קידושין פֿינגעך▮ל… )ציט ▮רױס אַ ▮אַ▮ירל פֿון ▮עשענעי חיקלט אַרױם פֿון דאַרט אַ גאַל▮ רינגל, גיט דאָס איבער צו סאַטלען)

ד ע ר ייִ ד: )צו חאַטלע▮▮ טו אָן דאָס פֿינגערל דער כּלה אוּן זאָג מיר נאָך איטלעכס װאָרט! )זאָגט. סאָטל זאָגט אים נאָך)▮ ▮הר▮ את… מקודשת לי… בטבעת זו… כדת משה ױשראל“… מזל טובֿ!

ד ע ר ע ו ל ם: מזל טובֿ! מזל טובֿ! )▮אָפּל פֿאַלבאָן און סאָטל ▮אַסאָי כאַ▮ זיך אַרום און קושן זיך ― אין דעם סאַסע רעכטן טוסל ▮▮נט זיך די טיר און עס רײַ▮ זיך אַרײַן▮ שיסעלע סאַראַקער, עטיע־▮עניע און סאָלאָחײטשיק דער שדכן סיט זײ▮ עס װערט אַ סוסאַטאָכע)▮

ב ייִ ל ק ע: )פֿאַלט צו צו סאַטל▮ אַ▮ די הענט)▮ דער טאַטע!..▮ די מאַמע!…

ש י מ ע ל ע ס אַ ר אָ ק ע ר: )קוקט זיך אַרום, דערקענט ניט די טאָכטער אונטער דער געלער פֿאַטשײל▮▮ װ▮ איז זי ערגעץ? װוּ איז מײַן קינד? װאָס שװײַגט איר, ייִדן? עמך!… ע ט י ע ־ מ ע נ י ע: דו הערסט דעז ניט איר ▮ול?

ס אָ ל אָ װ ייִ ט ש י ק: )שטופּט זיך דורך)▮ פּאַזװאָלטיע!… איזװיניטיע, גאָספּאָדאַ▮ אָט דאָס איז זי דאָך! )רײַסט אַרונטער די ג▮ע פ▮טשײלע פֿון בײלקעס פּנים)י זאַמעטשאַטעלנאָ! דאָס איז אַ מעשׂה, װאָס טשטאָ ניבוד אַסאָבענע!…

ש י מ ע ל ע ס אַ ר אָ ק ע ר: )דערזעט בײלקען▮ לאַזט ױך צו ▮יר חיט אָפֿענע אָרעחם). טעכטערלעך מײַנע טײַערע! אַבי דו לעבסט און מײַנע אױגן זעען דיך! )בײל▮ע ▮אַלט אים אין די הענט אַרײַן. בײ▮ ו▮▮ װײנען)▮

ע ט י ע ― מ ע נ י ע: )פֿאַרברעכט רי הענט, פּאַלט אַ▮ אַ שטול, שאָ▮לט ךיך און װײנט, לררענענרי▮ סיט אַ ניג▮ פֿון חחינוה)▮ װײ איז מיר און װינד איז מיר! אַ דונער איז מיר און אַ בראָד איז מיר! צו װאָס מיר האָבן ▮יד דערלעבט און װאָס מיר זעען מיט די אױגן! מיט װאָס דאָבן מיר זיד ▮אַרזינדיקט באַ גאָט, אַז אונדזער קינד זאָל אוּנדז אַזױ פ▮רשװאַרצן דאָס פּנים? װאָס טוט זיך דאָ און מיט װעמעז װיל זי דאָס גײן צו דער חופּה, פֿאַרװיסט און פֿאַרפֿינצטערט בין איד געװאָרן?!…

ס א ל אָ װ ייִ ט ש י ק: )האָט שטילערהײט געכאַפּט אַ ▮▮ר װערטער סיט רי ייִדן און געחױרע געװאָרן אַרן אײן סינוט אַלצדינג▮ ― צו עטיע־סעני▮). איזװיניטיע, מאַדאַם! איר װײסט גאָרניט װאָס איר ךעדט. אײַער טאָכטער האָט שױן חתונה געהאַט נאָרװאָס… מיט אָט דעם יאַט▮.. )װײַזט אַ▮ סאַטלען)▮ אײַד קומט מזל טובֿ!…

ע ט י ע ־ מ ע נ י ע: )פֿאַרחאַרפּט דעם קאָפּ אַ▮ צו חלשן)▮ אױ, אַ דונער איז מיר! אױ, אַ שלאַק איז מיר! אָ קױל תאָט מיד געטראָפֿן! אַ שפּין אין האַרצן אַרײַן!…

ש י מ ע ל ע ס אַ ר אָ ק ע ד: שאַ! שטיל! גענוג דיר צו לײגן קנײטלעה! נאַרישע קלאָגמוטער! בהמה װאָס דו בי▮ט! ▮דײַ▮ קיגד זאָל געװען חלילה שטאַרבן, אָדער אַװעקשמדן זיך, װאָלט געװען בעס▮ר? הערט נאַר אַן אומגליק ― איר טאָכטער האָט חתונה געהאַט פֿאַר איר גלײַכן, גענומען אַ שנײַדער, אַן אמתן עמך ― איז איר ביטער! )צו דער ס▮כטער). װער איז דײַן באַשעדטער? )חײַזט אַ▮ סאָטלען און אַ▮ קאָפּ־לען). דער? צי יענער? איך בין נאָך ניט קלאָר אַקוראַט…

ק אָ פּ ל פ אַ ל ב אָ ן: )װײַזט אַ▮ סאָטלען)▮ ער איז דאָס דער גליקלעכער… מיר האָבן געװאָרפֿן גורל▮..

ש י מ ע ל ע ס אַ ר אָ ק ע ר: )איבערראַשט▮. װאָסער גורל?

ק אָ ▮ ל פ אַ ל ב אָ ז: אַזױ װי מיר בײדע זײַנעז געװען פֿאַר־ליבט▮ ה▮בן מיד געצױגן קניפּלעך, חאָט ער אַרױסגעצױגן, הײסט עס, איז ער זוכה בגורל.

ס אָ ל אָ װ ייִ ט ש י ק: זאַמעטשאַטעלנאָ! האָב א▮ך אײַך ניט געזאָגט, אַז אײנער פֿון די צװײ וּועט נעמען אײַער טאָכטער? איך זאָל שױן טאַקע אַזױ לעבן מיט אײַה און מיט אײַער װײַב!… ־ ש י מ ע ל ע ס אַ ר אָ ק ע ר: װאָס־זשע האָט מען נאָך באַדאַרפֿט אַנטלױפֿן? האָט איר דאָך געקענט זאָגן מיר, װאָלט דאָך עס געװען שײן און פֿײַן און שאַ און עמך…

מ אָ ט ל ק אַ ס אָ י: װער האָט געקאָנט מיט אײַך רײדן?

ב ײ ל ק ע: נאָך דעם אומגליק, װאָס האָט געטראָפֿן, זינט דו האָסט אױסגענומען דאָס גרױסע געװינס…

ש י מ ע ל ע ס אַ ר אָ ק ע ר: װאָסערע לאָקשן? װאָסערע פֿלױמען? אױס אומגליק! אױס גרױסער געװינס! מע האָט צוגענומען, אױסגעצאַפּט, אױסגעמאַנטאַטשעט און אױסגעכמאַליעט אינגאַנצן ביז דער לעצטער פּרוטה. ניט געלאָזט, איר זאָלט זאָגן, אַפֿילו אַ סימן. געבליבן דער אײגענער עמך, װאָס געװען…

ב ײ ל ק ע: (איבערראַשט). װער איז דאָס געװען? װוּ? װען?

ע ט י ע ־ מ ע נ י ע: אָט יענע צװײ שלים־מזלען, װאָס פֿון טרעיאַטער…

ב ײ ל ק ע: װיגדאָרטשוק און רובינטשיק? װיִאַזױ איז דאָס געשען?

ש י מ ע ל ע ס אַ ר אָ ק ע ר: װיִאַזױ ס'איז געשען, איז פֿאַרפֿאַלן… צוגענומען װי מיט די הענט און אַװעק װוּ דער װײַסער פֿעפֿער װאַקסט… קײן האָן האָט אַפֿילו ניט געקרײט… און אפֿשר מײנסטו, אַז ס'האָט זיך מיר ניט געחלומט פֿריִער מיט אַ נאַכט אַ בײזער חלום? ס'זאָל נאָר אױסגײן אַף זײער קאָפּ, רבונו של עולם!

ע ט י ע ־ מ ע נ י ע: אָמן!

ד י װ ײַ ב ע ר: (מאַכן אַ פֿרום פּנים). אָמן, ברוך הוא וברוך שמו!

ש י מ ע ל ע ס אַ ר אָ ק ע ר: נאָר גענוג. כאַפּט זײ דער װאַטן־מאַכער! אַבי מײַן קינד האָט זיך מיר אָפּגעזוכט, בין איך צופֿרידן, הײב איך אױף די הענט צו גאָט און זאָג: גם זו לטובֿה!…

ע ט י ע ־ מ ע נ י ע: אָמן!

ד י װ ײַ ב ע ר: (פֿרום). אָמן, ברוך הוא וברוך שמו!..

ש י מ ע ל ע ס אַ ר אָ ק ע ר: אײַ, װאָס איך בין געבליבן אַז פֿאָדעם? ― ס'האָט מיד גאָט געשטראָפֿט דערפֿאַר, װאָס עס האָט זיך מיר פֿאַרװאָלט װערן אַ מיליאָנטשיק… און ייִחוס האָט זיך מיר פֿאַרגלוסט… דער קאָפּ האָט זיך מיר פֿאַרדרײט, איך בין געװען שיכּור… עפּעס װי אָטשאַדעט… איצט איז אַרױס דער טשאַד, האָב איך זיך אױסגעניכטערט, זע איך, אַז איך בין געװען אַ נאַר און אַז איך בין װערט שמיץ… (צום עולם). ייִדן! איר האָט געהערט מן־הסתּם, אַז אַן אָרעמער שנײַדער האָט אױסגענומען דאָס גרױסע געװינס, די צװײ הונדערט טױזנט? דאָס בין איך. שימעלע סאַראָקער איז מײַן נאָמען… די צװײ הונדערט טױזנט זײַנען אױסגערונען, אַװעק מיטן װינט און מיטן רױך, און שימעלע איז צוריק דער אײגענער עמך, װאָס געװען… איצט איז באַ מיר אַ שׂמחה, אַ יום־טובֿ, ― מײַן טאָכטער האָט חתונה געהאַט למזל ― װוּ איז דער לעקעך און בראָנפֿן? לאָמיר נעמען צו קאַפּעלעך משקה און טרינקען לחײם פֿאַר אונדזער פֿאָלק, שער און אײַזן עמך!…

ק אָ פּ ל פֿ אַ ל ב אָ ן: (טוט זיך אַ װאַרף צו די פּעקלעך מיט די שקאַרמוצן. בינט אױף און לײגט אױס אַפֿן טיש). אָט דאָ איז פֿאַראַן אַלצדינג, אי צו טרינקען, אי צו פֿאַרבײַסן… (ער און דער ייִד, װאָס דינט אַלס שמשׂ, שטעלן אױס אַפֿן טיש די פֿלעשלעך מיט די גלעזלעך).

ס אָ ל אָ װ ײ ט ש י ק: (נעמט אַף זיך די ראָל פֿון אַ סאַרװער און פֿון אַ טאָסטמײַסטער און באַזעצט צום טיש גאַנץ אױבנאָן חתן־כּלה, דערנאָך די מחותּנים שימעלען מיט עטיע־מעניען). איזװיניטיע, אײַך קומט דער אױבנאָן. (צו די ייִדן). עולם! צום טיש! (צו קאַפּלען). חתנס צד! גיס אָן די גלעזלעך! (צו די װײַבער). װײַבער! נעמט לעקעך, מאַכט מזונות! (טײלט זײ אױס לעקעך, לײגט אַלײן אױך אין מױל אַרײַן. װײַזט אַף די קינדער). און גיט די ממזרים אױך צו שטיקלעך לעקעך ― ס'אַ מצװה! און ס'איז טאַקע ,גוטער לעקעך אױך ― טשטאָ ניבוד זאַ־מעטשאַטעלנאָ! (קײַט). לחײם, חתן־כּלה! לחײם, מחותּן!, לחײם, מחותּנתטע! לחײם חתנס צד און כּלהס צד! און לחײם, ייִדן אַלע! לאָמיר זײַן געזונט און טאַנצן אַף פֿרעמדע און אַף אײגענע חתונות! (טרינקט. אַלע באַגעגענען זיך מיט די גלעזלעך און טרינקען און פֿאַרבײַסן).

ש י מ ע ל ע ס אַ ר אָ ק ע ר: ישקני ― הערט־זשע מיך אױס, ייִדן, די מעשׂה דערפֿון איז אַזױ: באַ מיר איז הײַנט אַ צװײענדיקער יום־טובֿ. ערשטנס, װאָס סע האָט זיך אָפּגעזוכט מײַן קינד, מײַן בת־יחידה, מײַן אױג אין קאָפּ. זײַן זאָל זי מיר געזונט און שטאַרק און זאָל מיר איבערלעבן!

ע ט י ע ־ מ ע נ י ע: אָמן!

ד י װ ײַ ב ע ר: (מיט אַ פֿרומע מינע). אָמן, ברוך הוא וברוך שמו!

ש י מ ע ל ע ס אַ ר אָ ק ע ר: דאָס אַנדערע, װאָס זי האָט זיך באַהעפֿט מיט איר גלײַכן און האָט זיך אױסדערװײלט אַ מאַן פֿון אונדזער פֿאָלק, שער און אײַזן עמך, ניט געװאָלט הערן אַפֿילו פֿון יענעם פּיפּערנאָטער דעם ריסטעקראַט, װאָס האָט זיך צוגעשמײכלט צו די פֿופֿציק טױזנט, װאָס איך האָב געהאַט בדעה איר צו געבן נדן און װאָס די צװײ ממזרים, זשוליקעס און אַפֿעריסטן האָבן באַ מיר אױסגעמאַנטאַ־טשעט מיט נאָך הונדערט טױזנט ― די כּפּרה זאָלן זײ זײַן מיטן געלט פֿאַר מיר און פֿאַר אײַך און פֿאַר כּל ישׂראל.

ע ט י ע ־ מ ע נ י ע: אָמן! ד י װ ײַ ב ע ר: (פֿרום). אָמן, ברוך הוא וברוד שמו!

ש י מ ע ל ע ס אַ ר אָ ק ע ר: װיבאַלד אַזױ, באַדאַרף מען נעמען נאָכאַמאָל צו קאַפּלעך לחײם לכּבֿוד דעם פּאָרפֿאָלק און לכּבֿוד זײערע פֿרײַנט און גוטע פֿרײַנט און לכּבֿוד אַלע אונדזערע עמך… (באַגעגנט זיך מיט די גלעזלעך, טרינקט. אַלע טרינקען מיט). און גאָר אַ באַזונדערן לחײם װיל איך טרינקען צו דעם, װעלכן מײַן טאָכטער האָט אױסדערװײלט. (צו מאָטלען). לחײם, מאָטל! לאָז גאָט געבן, אַז דײַן „זכה בגורל“ זאָל זײַן מיט מער גליק און מיט מער אַריכת־ימים, װי מײַז „זכה בגורל“ איז געװען!

ע ט י ע ־ מ ע נ י ע: אָמן!

ד י װ ײַ ב ע ר: (פֿרום). אָמן, ברוך הוא וברוך שמו! (שימעלע און מאָטל צעקושן זיך).

ש י מ ע ל ע ס אַ ר אָ ק ע ר: (שױן גאָר פֿרײלעך). ישקני ― הערט מיך אױס, ייִדן! אַז גאָט האָט אַזױ געפֿירט, מיר זאָלן זיך באַגעגענען מיט אײַך אָט אַ דאָ אַף אַזאַ שׂמחה, איז אַ יושר, מיר זאָלן זיך טאַקע פֿרײען, כאַפּן אַ טענצל, אַזױ װי גאָט האָט געבאָטן. מירן זיך נעמען פֿאַר די הענט, איר װעט מיר העלפֿן זינגען, און מיר װעלן כאַפּן אַ טענצל, דאָס הײסט, גײן דעם אמתן עמך… (דער עולם שטעלט זיך אַװעק אַרום דעם מחותּן, פּליעסקען צו מיט די הענט, כאַפּן אונטער אַ פֿרײלעכן ניגון, און עס װאַקסט אױס דער ייִד, װאָס האָט מסדר קידושין געװען, און צו דעם נאָך אַ ייִד, און בײדע לאָזן זיך טאַנצן).

ס אָ ל אָ װ ײ ט ש י ק: (שטעלט אָפּ דעם ערשטן ייִדן). פֿעטער! װער זײַט איר?

ד ע ר ייִ ד: (טאַנצנדיק). איך בין דער ייִד, װאָס כ'האָב מסדר קידושין געװען.

ס אָ ל אָ װ ײ ט ש י ק: און װער איז דער אַנדערער? (װײַזט אָן אַפֿן צװײטן, װאָס טאַנצט).

ד ע ר ייִ ד: (טאַנצנדיק). גלאַט אַ ייִד.

ש י מ ע ל ע ס אַ ר אָ ק ע ר: זײער גערעכט. דאָס איז אַ בראַװער ייִד! פֿון די אמתע עמך!… (פֿאַרקאַטשעט די פּאָלעס און גײט אַ פֿרײלעכס).

ס אָ ל אָ װ ײ ט ש י ק: און װוּ בין איך? (ער האָט פֿאַרקאַטשעט די אַרבל און לאָזט זיך אַקעגן אים. בײדע שטײַגן איבער אײנס דאָס אַנדערע אין טאַנצן, װאָס גײט אַלע מאָל שטאַרקער און לעבעדיקער. ביז עם רײַסט זיך אַרײַן אין רעדל אױך די ייִדענע, װאָס האָט געשפּילט די ראָלע פֿון אַן אונטערפֿירערן, און גײט אַ „קאָזאַטשקע“, מאַכנדיק מיט דער געלער פֿאַטשײלע איבערן קאָפּ אַלערלײ מאַניפּולאַציעס. ― קאָפּל פֿאַלבאָן קאָן זיך ניט באַהערשן און טאַנצט אױך אין קאָן. מאַכט פֿרי־סיאַדקעס. ― אַלע זינגען, אַלע פּליעסקען. העכער פֿון אַלע הערט זיך שימעלעס קול).

ש י מ ע ל ע ס אַ ר אָ ק ע ר: שטאַרקער, ייִדן! לעבעדיקער! לעבעדיקער! עמך, שער און אײַזן אונדזער פֿאָלק ― עמך!!!…

פֿאַרהאַנג לאַנגזאַם.

געשריבן אין יאָר 1915. א י נ ה אַ ל ט

די אַסיפֿה ― ― ― ― ― ― ― ― ― ― ― ― 175

יקנה″ז ― ― ― ― ― ― ― ― ― ― ― ― ― 189 מזל טובֿ! ― ― ― ― ― ― ― ― ― ― ― ― 261

פֿאַרביטן די יוצרות ― ― ― ― ― ― ― ― ― 283

אַגענטן ― ― ― ― ― ― ― ― ― ― ― ― ― 301

קעניג פּיק ― ― ― ― ― ― ― ― ― ― ― ― 315

שראַגע ― ― ― ― ― ― ― ― ― ― ― ― ― 327

עולם־הבא ― ― ― ― ― ― ― ― ― ― ― ― 343 מיסטער בױם אין קלאָזעט ― ― ― ― ― ― ― ― 355 אינצװײען אַ זעקס־און־זעכציק ― ― ― ― ― ― 361

אַ „רײנע קאָמעדיע“

די נעמען פֿון די פּאַרשױנען:

ר אַ ב י נ ע ר, נאָך גאָר אַ יונגערמאַן, געענדיקט 4 קלאַסן, טראָגט בלױע ברילן. ר אַ ב י נ ע ר ש ע, זײַן װײַב. אַ יונג װײַבל. ב ר ו ך ־ ה ע ר ש, אַ בעל־הלװאה. ניט גאָר קײן יונגערמאַן, אָבער אױך ניט קײן

אַלטער ייִד. רײַבט זיך צװישן יונגע לײַט. ש מ ח ה, אַ נגידישער יונגערמאַן. האַלט די טאַקסע. אַ ב ר ה מ ל, אַ יונגערמאַן אַ „משׂכּיל“. גיט װאָכער. אַ ה ר צ ע, נאָרװאָס פֿון קעסט. שטופּט זיך צו די גרױסע. ב נ צ ע, זיצט נאָך אַף קעסט. קוקט אַהרצען אין די צײן אַרײַן. מ אָ ט ל י ע נ ק ל י ו ס ל ה ע ר ש ל בחורים, װאָס לײענען גאַזעטן. ב ע ר ל אַ נ ש ל א י צ ל ל ײ ב ק ע, אַ שמשׂ.

די סצענע קומט פֿאָר אינעם סוף פֿונעם נײַנצנטן יאָרהונדערט, אין אַ קלײן שטעטל, פּונקט צװישן מ אַ ק אַ ר ע װ ק ע און צװישן ס ט ר י ש ט ש, אין דער סבֿיבֿה פֿון מ אַ ז ע פּ ע װ ק ע, באַם ראַבינער אין שטוב, שבת־צו־נאַכטס נאָך הבֿדלה.