חצופֿות! (בײדע דינסטן לאָזן זיך צו דער טיר, באַגעגענען זיך מיט רב שלום־שדכן, צעבוצקען זיך מיט די נעז.)
רב שלום־שדכן: ביז עפּעס װאָס, קאָן מען דאָ כאַפּן צװישן יאָ און נײן אַ פּאָר פּעטש קאָן מען… אַ שטוב פֿון גאָלע משוגעים, כ'לעבן… זײ דאַרפֿן אַלע אַ דאָקטער דאַרפֿן זײ… װי אין לעבן אַרײַן אַ דאָקטער!
דניאל, אַן אַלטער הױז־דינער, אַן עקאָנאָם און אַן אױפֿזעער אױף די „מענטשן“ אין הױף. אַ בחור שױן אין די יאָרן, װאָס װיל אױסזען יונג. טראָגט אַ רױטע װעסט מיט מעשענע קנעפּלעך, קעסטלדיקע הױזן, אַ גרינעם שניפּט. האַלט זיך גרױס און רעדט שטרענג מיט קלענערע פֿון זיך; מיט גרעסערע װערט ער קלײן, רעדט װײך.
הערץ, אַן עלעגאַנטער משרת. טראָגט אַ פֿראַק, אַ װײַסע װעסט, שײנע װאָנצן.
ריקל, אַ קעכין. טראָגט אַ װײַסן פֿאַרטעך, אַ װײַסן שלײער. אַ פֿרײלעכע נשמה.
פֿישל, איר מאַן, דינט אין צװײטן הױף. אַ פֿאַרזאָרגטער נפֿש.
ליזאַ, אַ שטוב־מײדל, װאָס מע האָט נאָר־װאָס אָפּגעשאַפֿט.
רעװעטשקע, אַ שטוב־מײדל, װאָס מע האָט נאָר־װאָס צוגענומען.
פֿאַניטשקע, אַ שטוב־מײדל, װאָס מע האָט שױן לאַנג אָפּגעזאָגט.
רב סענדער, אַ מלמד אַ באַװאַקסענער װי אַ חיה. רעװעטשקעס פֿאָטער.
יוכבֿד, זײַן װײַב. רעװעטשקעס מוטער.
מאַדאַם גאָלד, אַן אױפֿגעקומענע נגידית. מ'זאָגט ― אַ מיליאָנערשע.
אַ גרױסאַרטיקע קיך. אַ װײַסע פּליטע מיט מעשענע רערן און גלאַנצנדיקע גאַלקעס. אַלע זאַכן און כּלים פֿון אַ רײַכער קיך: רײן, װײַס און זױבער. דער אױװן רעכטס, מיטן פּנים צום פּובליקום. לינקס, אין װאַנט, טרעפּ אַרױף אױפֿן צװײטן שטאָק. צװישן די טרעפּ און צװישן דער ראַמפּע בילדט זיך װי אַ מין חדרל, אָפּגעזונדערט פֿונעם אױװן. דאָרטן שטײט אַ קלײן טישל מיט אַ גרױסער װײַסער װאָלטער־שטול (אַן אַלטמאָדישע קרעסלע.) אױף דער שטול זיצט אַלע מאָל דניאל. אַקעגן דעם אַלקערל, בײַ אַ צװײטער װאַנט, רעכטס, שטײט אַ גרױסער גרינער קאַסטן. לעבן דעם קאַסטן, נענטער צו דער ראַמפּע, אַ קלײן רױט קעסטל. אין מיטן קיך שטײט אַ גרױסער לאַנגער טיש מיט עטלעכע בענקלעך. בײַם טיש, אַראָפּגעװאָרפֿן דעם פֿראַק און פֿאַרקאַטשעט די אַרבל, זיצט הערץ און שרײַבט אַ בריװ. ריקל שטײט הינטער אים און דיקטירט אים.
ריקל: „…און שרײַב מיר, ליבע שװעסטער, װי גײט דיר אין דעם דינסט? און צי ס'איז עפּעס בײַ אײַך אַ סך „מענטשן“ און װאָסערע „מענטשן“? און װי אַזױ באַגײט מען זיך בײַ אײַך מיט די „מענטשן“?…“
הערץ: (שרײַבט און דרײט מיט דער צונג אַהין, װי די פּען גײט.) „און שרײַב מיר, ליבע שװעסטער…“ נו? װײַטער?
ריקל: (דיקטירט.) „בײַ אונדז זײַנען מיר פֿיר „מענטשן“, אַ חוץ װאָס בײַם גרעט װאַשן אַ באַזונדער „מענטש“, און בײַ די פֿערד אַ „מענטש“, און בײַם טױער אַ „מענטש“, און אין גאָרטן אַ „מענטש“…“
הערץ: טררררר!… זע נאָר, װי זי האָט זיך עס אַ ביסל צעמענטשלט! איך האַלט נאָך גאָר פֿון פֿאָרנט, און זי מאָלט װי אַ מיל!
ריקל: װוּ זשע האַלטסטו, שלימזל?
הערץ: איך האַלט בײַ דער ליבע שװעסטער…
ריקל: װאָס הײסט, אָט דאָ ערשט האַלטסטו? װאָס ס'האָט זיך מיר געחלומט יענע נאַכט און הײַנטיקע נאַכט! װען זשע װעלן מיר קומען צו גאָט?
הערץ: װאָס זשע האָט איר געמײנט? אַזױ װי איר באַראַבאַנעט, אַזױ זאָל זיך שרײַבן? אַ פּען איז ניט קײן צונג, װאָס זאָל מאָלן! אײדער מע שטעלט אַװעק אַן אות, דאַרף מען גוט צוהאָרעװען! (קוקט אױף דער פֿעדער צו דער ליכט.) און דערצו איז נאָך די פֿעדער פֿון אונדזער עקאָנאָם געראָטן אָן איר באַלעבאָס: האַרטלײַביק, שװערפֿיסיק און פּוזאַטע. (באַװײַזט מיט די הענט אַ בױך. עס קומט אָן ליזאַ פֿון די טרעפּ אַראָפּ, גײט צו צום רױטן קעסטל, זעצט זיך אַװעק, דאָס פּנים אין די הענט, װײנט.)
ריקל: (צו ליזאַן.) גאָט איז מיט דיר, װאָס װײנסטו? אױף חורבן־בית־המקדש?
הערץ: (צו ליזאַן.) ביסט משוגע, צי חסר־דעה? אין מיטן דאָנערשטיק האָט זי זיך צעװײנט? זאָלסט בעסער װעלן זײַן מײַן כּלה…
ריקל: האָסט, אַ פּנים, געכאַפּט אַ פּעטשאַטעק פֿון דער מאַדאַם? אַ נאָװינע! אַז מע איז בײַ יענעם אַ „מענטש“, דאַרף מען אַלצדינג איבערטראָגן!
הערץ: האָב זײ אין דער ערד, נאַרעלע, אַזױ װי איך. (ציט זיך אױס.) איך האָב קײן מורא ניט פֿאַר קײנעם! איבער מיר איז ניטאָ קײן עלטערס און קײן גרעסערס און קײן שטאַרקערס… װאָס מיר באַלעבאָס! װער מיר מאַדאַם! װוּ מיר עקאָנאָם! דו האָב בעסער חתונה פֿאַר מיר, נאַריש מײדל װאָס דו ביסט, װעט דיר זײַן גוט װי די װעלט.
ריקל: אַלײן דער חתן ― אַלײן דער שדכן!… ( דניאל אַראָפּ פֿון די טרעפּ. הערץ כאַפּט זיך אױף, טוט אָן דעם פֿראַק, שטעלט אַװעק די טינט און פּען צוריק אױפֿן קלײנעם טישל, װערט אַן אַנדער מענטש. ריקל שטעלט זיך אַװעק צום אױװן.)
דניאל: (צו הערצן.) הער נאָר דו, פֿײַנער בחור מײַנער, קום נאָר אַהער! (פֿירט אים צו צום פֿענצטער, קוקט אים גלײַך אין די אױגן אַרײַן, װײַזט אים מיטן פֿינגער אױף ליזאַן.) נו?
הערץ: װאָס „נו“?
דניאל: זיך שײן אױסגעפֿײַנט.
הערץ: װער?
דניאל: איך!
הערץ: איר?
דניאל: (טוט אים אַ שמיר איבער דער נאָז.) קלאַון! פּאַיאַץ! גײ שױן גײ אַרױף, מע רופֿט דיך! פֿאַרברענט זאָל דאָס װערן!
הערץ: די רגע! (ער גײט צו די טרעפּ אַרױף.)
דניאל: (באַזעצט זיך פֿעסט אין דער קרעסלע, פֿאַרקאַטשעט די אַרבל, שליסט אָפּ דאָס טישקעסטל מיט אַ קלונג, נעמט אַרױס אַ ביכל. טוט אָן אַ פּאָר קײַלעכיקע ברילן. רופֿט צו ליזאַן צום טיש, קוקט אין ביכל אַרײַן.) דיר קומט פֿאַר פֿיר חדשים מיט דרײַ װאָכן. פֿיר מאָל אַכט איז, אַ פּנים, צװײ און דרײַסיק; און פֿאַר די דרײַ װאָכן צו צװײ רובל אַ װאָך ― איז דרײַ מאָל צװײ האָבן מיר, אַ פּנים, זעקס. צװײ און דרײַסיק און זעקס איז, אַ פּנים, אַכט און דרײַסיק. צװעלף האָסטו צו אַ גלײַכן חשבון, איז, אַ פּנים, פֿופֿציק. נאַ, אָט האָסטו געלט. (נעמט אַרױס געלט, שטעלט אַװעק אױף ליזאַן די קײַלעכיקע ברילן.) דו װײנסט? דו ביסט נאָך גערעכט? האַ?… (שטרענג.) מאַך ניט קײן אָנשטעלן און נעם געלט!
ליזאַ: (נעמט דאָס געלט, הערט ניט אױף צו װײנען.) װאָס בין איך שולדיק? ער האָט מיר געזאָגט, אַז איך בין אַ שײנע. ער האָט מיר געשװאָרן, אַז ער האָט מיך ליב…
דניאל: אַ גדולה! ער האָט זי ליב! אָט דער לץ, דער פּאַיאַץ, דער משלחת? פֿאַרברענט זאָל דאָס װערן!..
ליזאַ: (הײבט אױף דעם קאָפּ.) װעמען מײנט איר דען?
דניאל: און דו װעמען מײנסטו?
ליזאַ: (לאָזט אַראָפּ דעם קאָפּ.) נאַטאַנען מײן איך, נאַטאַן מאָיסעיעװיטש…
דניאל: (כאַפּט זיך אױף.) האַ? װאָס האָסטו געזאָגט? נאַטאַן מאָיסעיעװיטש?
ליזאַ: (שטיל.) ער…
דניאל: (שטיל.) שוטה! װאָס זשע האָסטו געשװיגן, נאַריש ציגל װאָס דו ביסט? (מיט כּעס.) פֿאַרװאָס האָסטו ניט געזאָגט מיר? נאַריש קעלבל! מיר האָסטו באַדאַרפֿט זאָגן, מיר! פֿאַרברענט זאָל דאָס װערן!…
ריקל: (לױפֿט צו פֿונעם אױװן.) װאָס איז? װײ איז מיר! (ברעכט די הענט.)
דניאל: ניט אײַער באָבעס דאגה! צו אײַער אַרבעט גײט!
ריקל: טפֿו! (גײט צוריק צום אױװן.)
דניאל: װי אַזױ איז דאָס געװען? דערצײל, פֿאַר מיר האָב קײן מורא ניט; מיר קאָנסטו דערצײלן אַלץ. (שטיל.) הײסט דאָס, האָט ער דיר אײַנגערעדט, אַז ער האָט דיך ליב? און דו האָסט אים געגלױבט אױף נאמנות? אומגליקלעכע װאָס דו ביסט!… און איך האָב געמײנט, אַז דו האָסט זיך פֿאַרבונדן מיט אָט דעם פּוסטן בחור, מיט דעם שלימזל! קום נאָר אַהער, זיץ… (װײַזט איר אױף אַ בענקל לעבן זײַן שטול.) זאָג מיר נאָר דעם רײנעם אמת, געדענק! דו רעדסט מיט מיר… ס'איז ער? נאַטאַן מאָיסעיעװיטש, זאָגסטו?
ליזאַ: (װײנט.) לאָמיך שױן אַזױ לעבן און געזונט זײַן מיט אײַך אינאײנעם… אָט האָט ער מיר געשענקט אַ פֿינגערל… (זי װײַזט אים דעם פֿינגער.)
דניאל: (נעמט איר האַנט, באַטראַכט דעם פֿינגער מיטן רינג.) אומגליקלעכע װאָס איר זײַט!… שאָף! ציגן! קעלבלעך!… לאָזט זיך איבעררײדן פֿון יעדן אײנציקן!… (טוט איר אַ װאָרף אָפּ די הענט.) געהאַלטן דאָס בסוד פֿון מיר?!… סודות? זיך צונױפֿגערעדט? געגלױבט? געמײנט, זי איז אױפֿן זיבעטן הימל?! פֿאַרברענט זאָל דאָס װערן!!… (כאַפּט זיך אױף, שפּאַנט אַרום.) אָט אַזױ נאַרט מען אײַך אַרײַן, אומגליקלעכע נפֿשות װאָס איר זײַט! (גײט צו צו איר; רעדט הױך.) װאָס האָסטו געמײנט? װאָס האָסטו זיך געטראַכט? האָסט גערעכנט, אַז ער װעט דיך נעמען? אַ מאַדאַם גאָלד האָסטו זיך געריכט צו זײַן, כאַ־כאַ־כאַ! װאָס שװײַגסטו, װאָס? (זעצט זיך אַװעק אַקעגן איר, נעמט איר האַנט, רעדט װײַטער.) דערצײל מיר, קינד, דערצײל מיר אַלץ.
ליזאַ: (זעצט זיך אַװעק לעבן אים אױף אַ בענקל, כליפּעט. ריקל גנבֿעט זיך אונטער, לײגט צו אַן אױער.) די ערשטע צײַט, אַז איך בין אָנגעקומען, איז ער מיר נאָר נאָכגעגאַנגען און געזאָגט, אַז איך בין אַ שײנע, אַ פּאַרשױן… אַז איך בין אַ צירונג אין שטוב, אַז ער װאָלט אױף מיר נאָר געקוקט און נאָר געקוקט… נאָכדעם האָט ער אָנגעהױבן זיפֿצן און צו קרעכצן, זאָגן, אַז ער האָט מיך ליב, אַז ער גײט אױס נאָר מיר, אַז ער קאָן אָן מיר ניט לעבן… מיך געפֿרעגט, אױב איך װיל זײַן זײַנע… געבעטן, איך זאָל אױף אים האָבן רחמנות… צוגעזאָגט, אַז ער װעט איבעררײדן מיט זײ… און אַז זײ װעלן ניט װעלן, װעט ער זיך סמען, אָדער שיסן… ער װעט זיך נעמען דאָס לעבן… אָפּגעלײגט אַזױ פֿון טאָג אױף טאָג… ס'איז אױף אים געװען אַ גאָטס רחמנות…
דניאל: זי האָט אױף אים געהאַט רחמנות? כאַ־כאַ־כאַ! פֿאַרברענט זאָל דאָס װערן! נו, און ער אױף דיר? פֿאַרװאָס האָט ער אױף דיר קײן רחמנות ניט? האַ?… װאָס זשע האָט ער דיר געזאָגט הײַנט, נעכטן, אײערנעכטן? האָסט גערעדט מיט אים? זאָג!
ליזאַ: גערעדט, װאָס דען, איך האָב ניט גערעדט? איך האָב אים אַלצדינג געזאָגט… איך האָב געװײנט… (װײנט.)
דניאל: זי האָט געװײנט!… נו, און ער?
ליזאַ: ער האָט געבעטן פֿריִער מיט גוטן, איך זאָל שװײַגן, מיר צוגעזאָגט מתּנות, געלט… און אַז איך האָב מיך אָפּגעזאָגט פֿון די מתּנות, האָט ער אָנגעהױבן מיט בײזן. ער האָט מיר געזאָגט, אַז טאָמער מאַך איך אַ סקאַנדאַל, װעט ערגער זײַן פֿאַר מיר, פֿאַר מײַן שװעסטער…
דניאל: פֿון װאַנען װײס ער פֿון דײַן שװעסטער?
ליזאַ: איך האָב אים דערצײלט, אַז איך האָב אַ שװעסטער אַ קאַסירערין. טאָמער װערט מען געװאָר, פֿאַרלירט זי די שטעלע…
דניאל: (כאַפּט זיך אױף מיט כּעס, טוט אַ זעץ אין טיש אַרײַן, הױך.) װוּ זײַנען געװען מײַנע אױגן, פֿאַרברענט זאָל דאָס װערן!… און פֿאַרװאָס האָסטו מיר פֿריִער ניט געזאָגט, אומגליקלעכע װאָס דו ביסט! (זעצט זיך אַװעק, רײַבט זיך דאָס פּנים, רעדט אַ ביסל װײכער.) זאָג מיר נאָר, קום אַהער, דו נאַריש מײדל װאָס דו ביסט, װעמען האָסטו דאָ אַ חוץ דער שװעסטער?
ליזאַ: (דורך טרערן.) קײנעם ניט. איך האָב דאָך אײַך געזאָגט, אַז איך האָב דאָ נאָר אײן שװעסטער, דינט זי אין אַ קלײט. אַ קאַסירערין איז זי, אַ ייִנגערע פֿון מיר; איז טאָמער װערט מען געװאָר פֿון מײַן אומגליק, פֿאַרלירט זי די שטעלע. (יאָמערט.)
דניאל: (שטילט זי אײַן.) האָב קײן מורא ניט, ס'װעט דײַן שװעסטער ניט שאַטן… גוט, װאָס דו האָסט מיר געזאָגט. איך װעל שױן פֿון דײַנעט װעגן זען. איך װעל שױן זען… (טראַכט אַ װײַלע.) װײסטו װאָס? איך װעל דיר געבן אַ קװיטל צו מײַנע אַ באַקאַנטע… דאָרט װעסטו זײַן, ביז איך װעל זען… איך װעל שױן זען… (נעמט אַרױס אַ שטיקל פּאַפּיר. שרײַבט און סאַפּעט. ליזאַ זיצט און װײנט. פֿון די טרעפּ הערט זיך אַ פֿרױען־קול: „דניאל! דניאל!“.)
דניאל: (לײגט אַרײַן דאָס שטיקל פּאַפּיר צוריק אין טישקעסטל, טוט אױס די ברילן, װערט מיט אַ קאַפּ נידעריקער.) באַלד! באַלד! (לאָזט זיך אַראָפּ אױף די טרעפּ.)
ריקל: (גײט צו מיטן לעפֿל צו ליזאַן, װאַקלט מיטן קאָפּ.) מײנסטו, איך האָב ניט געהערט? כ'האָב געהערט אַלצדינג… אָט אַזױ האָט מען, אַז מען איז אַ „מענטש“ בײַ יענעם. קומען זאָל אױף זײ אַ כאָליערע, אױף אַלע באַלעבאַטים, רבונו־של־עולם!
ליזאַ: (װײנט.) אױ, ריקל־קרױן, נשמהניו, האַרצעניו! איך בין אומגליקלעך! װאָס װעל איך טאָן? װוּהין װעל איך גײן? װאָס װעל איך זאָגן?.. (ברעכט די הענט.)
ריקל: װײן ניט, נאַרעלע! איך האָב פֿײַנט מיך מישן אין פֿרעמדע געשעפֿטן, דו װײסט דאָך; נאָר װען ס'זאָל קומען אױף מיר… (בײגט זיך אײַן צו איר אױפֿן אױער.) װען עס קומט אױף מיר אַזאַ זאַך, װאָלט איך בײַ זײ אָפּגעצאַפּט דרײַ אָקעס בלוט! פּאַסן װאָלט איך פֿון זײ געשניטן! (װײַזט מיטן לעפֿל.) פּאַסן! קינדס־קינדער װאָלטן זײ פֿאַרזאָגט, זײ זאָלן זיך ניט באַגײן אַזױ מיט „מענטשן“! אַ כאָליערע זײ אין פּנים!
ליזאַ: (ברעכט די הענט.) װײ איז מיר, איך האָב מורא פֿאַר דער שװעסטער, פֿאַר מײַן שװעסטער, זי װעט פֿאַרלירן די שטעלע… װאָס װעל איך טאָן? װאָס װעל איך טאָן?…
ריקל: אױ, גאָטס בהמהלע װאָס דו ביסט! האָסט אַ געלעגנהײט זיך באַװאָרענען איצט מיט נדן! זײ האָבן גענוג, נישקשה, אױסקרענקען מעגן זײ! און נעמען אַ חתן, נאַרעלע, אױף מיר אַזאַ יאָר, חתונה האָבן און אױפֿהערן זײַן אַ „מענטש“ בײַ יענעם… װערן אַ באַלעבאָסטע, נאַרעלע, און אַלײן האַלטן „מענטשן“… באַטראַכט זיך!… אױ, מע גײט… (לױפֿט אָפּ צוריק צום אױװן. דניאל און הערץ גײען בײדע פֿון די טרעפּ.)
הערץ: דאָס איז יאָ גאָט די נשמה און דעם הונט דעם לונג און לעבער! (מאַכט אַ מאָדנע גרימאַסע, נעמט זיך אַן אַרבעט.) בילבולים גאָר !!!
דניאל: (שטרענג.) זאָל זײַן שטיל! (צו ליזאַן.) אײַנגעפּאַקעװעט בײַ דיר די זאַכן? (עפֿנט אױף דאָס טישקעסטל.) נאַ, אָט האָסטו נאָך אַ פֿופֿציקער… אױף הוצאָות װעסטו באַקומען אַ חוץ… איך װעל שױן זען… אומגליקלעכע באַשעפֿענישן װאָס איר זײַט! פֿאַרבלאָנדזשעטע שעפֿעלעך, גאָטס בהמהלעך, פֿאַרברענט זאָל דאָס װערן! (ליזאַ װײנט, װיל גײן, ער האַלט זי אָפּ.) האָב צײַט. איך װעל דיר געבן אַ קװיטל, אַ בריװ װעל איך דיר געבן. (װיל שרײַבן. קומט צו ריקל.)
ריקל: (לױפֿט צו צו דניאלן מיטן לעפֿל אין האַנט.) איר װײסט דאָך, אַז איך האָב פֿײַנט מיך מישן אין פֿרעמדע געשעפֿטן. נאָר זי האָט איצט אַ געלעגנהײט זיך באַװאָרענען מיט נדן. אַ כּשר בהמהלע, איר זעט דאָך…
דניאל: (שטרענג, קוקט דורך די ברילן.) װער פֿרעגט בײַ אײַך עצות? אײַער אַרבעט איז בײַם אױװן! גרײט נאָר צום טיש נאָך אױף דרײַ פּאַרשױן. דאָ קומט באַלד אַראָפּ דער מאַדאַמס קרובֿים, אָרעמע קרובֿים, דאַרף מען זײ געבן עסן אין קיך מיט די „מענטשן“.
הערץ: אַ גליק כאָטש, װאָס ניט מיט די הינט… (רב סענדער, יוכבֿד און רעװעטשקע לאָזן זיך אַראָפּ אַלע דרײַ, טוען זיך אױס. רב סענדער װיקלט זיך אױף פֿון די שאַלן, און מע דערזעט אַ באַװאַקסן פּנים. ריקל און הערץ באַטראַכטן אים, װי אַ װילדע חיה.)
ריקל: װאָס איז דאָס? (װײַזט מיט די אױגן אױף די געסט.)
הערץ: זאָל מיך אַזױ װיסן אַ בײזע װעטשערע! קײן עין־הרע, אַ גערעט אױפֿן פּנים, גוט באַװאַקסן…
דניאל: (צו די געסט.) זעצט זיך אַװעק אָט דאָ בײַם טיש, װעט מען אײַך געבן עסן… ריקל! גיט עסן! (רב סענדער װאַשט זיך, מאַכט המוציא הױך אױף אַ קול. הערץ ענטפֿערט „אָמן יהא שמיה רבה“… ריקל לאַכט אין פֿױסט. ― מאַדאַם גאָלד קומט אַרײַן באַלד נאָך זײ. בשעת די מאַדאַם גאָלד באַװײַזט זיך, װערט אַן איבערקערעניש אין קיך: ריקל טוט זיך אַ װאָרף צום אױװן. הערץ כאַפּט זיך צו די טעלער, קלאַפּט מיט די גאָפּלען, װאַרפֿט מיט די לעפֿלען. ליזאַ האָט זיך אױפֿגעהױבן פֿונעם רױטן קעסטל, האָט זיך אַרױסגעגליטשט פֿון קיך אין דרױסן אַרױס. דניאל האָט אַראָפּגעװאָרפֿן די ברילן, אױפֿגעשטאַנען, געװאָרן מיט אַ קאָפּ קלענער. רב סענדער האָט אַװעקגעװאָרפֿן דאָס עסן.)
מאַדאַם גאָלד: (אױף די אונטערשטע טרעפּ, אַ ביסל העכער פֿונעם באָדן.) ריקל! װעסט זײ געבן עסן און צו גלעזלעך טײ. (צו יוכבֿד.) איך האָב גאָר פֿאַרגעסן פֿרעגן, װי אַזױ הײסט זי, אײַער טאָכטער?
יוכבֿד: ריװע.
רב סענדער: רבֿקה הײסט דאָס.
מאַדאַם גאָלד: ריװע? רבֿקה? ניט שײן!… רעװעקע, רעװעטשקע ― זאָל זי הײסן רעװעטשקע.
יוכבֿד: איר װילט רעװעטשקע, זאָל זײַן רעװעטשקע! װער קאָן אײַך זאָגן אַ דעה? זי איז דאָך אײַערע…
רב סענדער: מײַנע װערטער. אַבי ס'זאָל איר זײַן גוט און קײן זאַך ניט פֿעלן. לא המדרש עיקר, אלא המעשׂה.
מאַדאַם גאָלד: דאָס װענדט זיך אָן איר. װעט זי זײַן גוט, װעט איר זײַן גוט; װעט זי זײַן שלעכט, װעט איר זײַן שלעכט.
דניאל: (כאַפּט אונטער.) װעט זי דינען גוט, װעט איר זײַן גוט; װעט זי דינען שלעכט, װעט איר זײַן שלעכט.(טוט אַ װוּנק צו הערצן און צו ריקלען.)
הערץ און ריקל: (בײדע אינאײנעם.) װעט זי דינען גוט, װעט איר זײַן גוט; װעט זי דינען שלעכט, װעט איר זײַן שלעכט.
הערץ: (באַזונדער, אױף אַ זײַט.) אַזאַ יאָר אױף זײ!
מאַדאַם גאָלד: מײַנע מענטשן האָבן זיך נאָך קײנמאָל אױף מיר ניט באַקלאָגט.
דניאל: אונדזערע מענטשן האָבן זיך נאָך קײנמאָל ניט באַקלאָגט! (װינקט צו הערצן און צו ריקלען.)
הערץ און ריקל: (בײדע אינאײנעם.) קײנמאָל ניט באַקלאָגט זיך נאָך.
הערץ: (באַזונדער אױף אַ זײַט.) אַזױ פֿיל מכּות זײ!
מאַדאַם גאָלד: בײַ מיר, עס קומט אונטער אַ יום־טובֿ, אַן אימענינעס, נעם איך אָן אַלע מענטשן מתּנות.
דניאל: דאָ באַקומען אַלע מענטשן מתּנות! (װינקט צו הערצן און צו ריקלען.)
הערץ און ריקל: מיר באַקומען אַלעמאָל מתּנות!
הערץ: (באַזונדער אױף אַ זײַט.) ניט מער זאָלן זײ פֿאַרמאָגן!
רעװעטשקע: צו װאָס מתּנות? מתּנות איז ניט נײטיק…
יוכבֿד: (צו דער טאָכטער, מיט אַ צי בײַם אַרבל.) ריװעלע, װאָס טוסטו? דו דאַרפֿסט שװײַגן!
רב סענדער: מײַנע װערטער. יפֿה שתּיקה…
הערץ: (אױף אַ זײַט.) דער ייִד רעדט, אַ פּנים, תּרגום־לשון…
מאַדאַם גאָלד: און דאָס, װאָס זי קאָן שרײַבן, איז זײער גוט. עס מאַכט זיך אַמאָל, מע דאַרף פֿאַרשרײַבן דאָס גרעט פֿון דעם בױדעם, װאָרעם מע טראָגט, מע שלעפּט, מע גנבֿעט.
דניאל: מע גנבֿעט! (װינקט צו הערצן און צו ריקלען.)
הערץ און ריקל: נאָך אַ מין גנבֿענען!
הערץ: (באַזונדער אױף אַ זײַט.) אַז אָך און װײ איז צו די גנבֿים!
מאַדאַם גאָלד: (צו רעװעטשקען.) עס אָפּ און נעם זיך צו דער אַרבעט. (צו דניאלן.) דניאל! זאָלסט אַכטונג געבן צו די פֿערד, צי מען גיט זײ האָבער, צי מע שרײַבט גלאַט אַזױ אַ גוט יאָר. זײ האָבן זײער ליב שרײַבן חשבונות… (מאַדאַם גאָלד אָפּ. נאָך דער מאַדאַמס אָפּגאַנג װערט אַן אַנדערע שטימונג: דניאל טוט אָן די ברילן, װערט מיט אַ קאָפּ העכער, זעצט זיך אַװעק אין זײַן גרױסן שטול, שרײַבט. ריקל גיט אױף צום טיש. די געסט עסן. הערץ עסט מיט זײ. עס הערט זיך פֿון אױבן אַ קול: „דניאל“ ! „דניאל“ !…)
דניאל: (װאַרפֿט אַראָפּ די ברילן, װערט מיט אַ קאָפּ קלענער, פֿאַרשפּיליעט זיך, גײט אױף די טרעפּ.) באַלד! באַלד! איך גײ! איך גײ! (דניאל אָפּ.)
ריקל: (דערלאַנגט צום טיש.) עסט, מײַנע ליבע געסט!
יוכבֿד: װער איז דער בײזער ייִד, אָט דער, װאָס מע רופֿט אים דניאל? אָט איז ער גרױס און אָט איז ער קלײן…
הערץ: דאָס איז אונדזער חצי באַלעבאָס.
רב סענדער: (לײגט אַװעק דעם לעפֿל.) חצי װאָס?
ריקל: דאָס איז אונדזער עקאָנאָם; ער האָט צו שאַפֿן אױף אַלע „מענטשן“. דורך זײַן האַנט נעמען מיר װאָס אונדז קומט… זײַט איר, הײסט דאָס, טאַקע נאָענטע קרובֿים מיט אונדזערע באַלעבאַטים?
יוכבֿד: ניט שטאַרק נאָענט. נאָר מיר געהערט זיך אָן שטיקלעך פֿרײַנטלעך.
רב סענדער: שני־שבשלישים. איר װילט װיסן, װי אַזױ? (לײגט אַװעק דעם לעפֿל.) אָט װעל איך אײַך אױסרעכענען.
הערץ: מהיכא־תּיתי, רעכנט אונדז אױס, ס'איז כּדאַי צו װיסן. (עסט.) אַ מענטש דאַרף אַלצדינג װיסן װאָס אױף דער װעלט טוט זיך. (עסט.)
רב סענדער: מײַן פֿעטער, דאָס הײסט אונדזער בײדנס פֿעטער, מחמת איך מיט מײַן װײַב זײַנען אױך אײגענע געשװעסטערקינדלעך, ― האָבן זיך אָנגעקערט מיט אײַער מאַדאַמס מומע שװעסטער און ברודער. הײַנט פֿאַרשטײט איר שױן? (נעמט זיך צום עסן.)
יוכבֿד: פּונקט קאַפּױר! (לײגט אָפּ דעם לעפֿל.) אונדזער מומע מיט אײַער מאַדאַמס פֿעטער זײַנען געװען שװעסטער און ברודער.
רב סענדער: (לײגט אָפּ דעם לעפֿל.) מײַנע װערטער! װי אַזױ האָב איך דען געזאָגט?
הערץ: (צו יוכבֿדן.) װי אַזױ האָבן זײ דען געזאָגט? (עסט.)
יוכבֿד: (לײגט אָפּ דעם לעפֿל.) דו האָסט געזאָגט, אַז אונדזער פֿעטער מיט איר מומע…
רב סענדער: (לײגט אָפּ דעם לעפֿל, װערט אין כּעס.) איך האָב געזאָגט? װי האָב איך געקענט אַזעלכעס זאָגן?
הערץ: (צו יוכבֿדן.) װי האָבן זײ געקאָנט אַזעלכעס זאָגן? (עסט.)
יוכבֿד: (לײגט אָפּ דעם לעפֿל, רעדט צו דער טאָכטער.) נו? האָט ער ניט געזאָגט אַזױ? זאָג שױן דו, ריװעלע, װאָס שװײַגסטו?
רעװעטשקע: װאָס איז דער אונטערשײד, אַזױ געזאָגט, אָדער אַזױ געזאָגט? עסט בעסער, איר האָט שױן אַ מעת־לעת ניט געגעסן…
הערץ: (צו רב סענדערן.) אײַער טאָכטער איז גערעכט, לאָמיך האָבן אַזאַ יאָר! פֿאַרן עסן, זאָגט מען, גײט קײן טאַנץ ניט… הכּלל, זײַט איר, הײסט דאָס, אײגענע. װאָס זשע? זײ האָבן אײַך טאַקע געשריבן, איר זאָלט קומען צו פֿאָרן?
רב סענדער: חס־ושלום! מיר זײַנען אַלײן געקומען צו פֿאָרן, געבראַכט אַהער די טאָכטער זוכן אַן אָרט. דערװײַל האָבן מיר זיך דערמאָנט, אַז מיר האָבן דאָ רײַכע קרובֿים, זײַנען מיר געקומען צו גײן. תּחילת האָבן זײ אונדז אַפֿילו ניט דערקענט…
יוכבֿד: פֿון װאַנען זאָלן זײ אונדז קענען? יענע זײַנען, קײן עין־הרע, אַזױ רײַך! מיליאָנטשיקעס! (עס הערט זיך אַ קלינגען פֿון אױבן.)
הערץ: דאָס מײנט מען מיך! זײ לאָזן דען אָפּעסן? (עסט גײענדיק.) אַזױ װי אַ הונט מוז מען כאַפּן און װערגן זיך, דערװאַרגן זאָלן זײ װערן! (אָפּ.)
ריקל: (צו יוכבֿד.) קומט דאָך אױס, אַז איר זײַט טאַקע עפּעס גאָר…
יוכבֿד: װאָס דען האָט איר געמײנט? אונדזער משפּחה זײַנען לױטער באַלעבאַטים. אונדזער משפּחה…
רעװעטשקע: װאָס דאַרפֿן זײ װיסן די משפּחה? דו טוסט מיט מיר אַ שידוך?
יוכבֿד: װאָס דען? זײ דאַרפֿן װיסן אַלצדינג. זאָלן זײ ניט מײנען, אַז דו ביסט גלאַט אַזױ אַ „מענטש“, גלײַך מיט אַלע „מענטשן“.
רעװעטשקע: מאַמע! ס'איז נאָר שװער ביז מע פּועלט בײַ זיך צו זײַן בײַ יענעם; נאָר קױם האָב איך מיך געשטעלט, בין איך גלײַך מיט אַלע… (אָפּגעגעסן. נעמט זיך צו אַן אַרבעט, װאַשט און װישט די טעלער.)
רב סענדער: (בענטשט מיט אַ ניגון, מאַכט מיטן קאָפּ.) או־הום… אמת, אמת… „על האָרץ ועל המזון… רחם נאָ…“ (שאָקלט זיך.)
ליזאַ: (קומט פֿון דרױסן, ברעכט די הענט, גײט צו צום רױטן קעסטל, זעצט זיך אַװעק, שפּאַרט אָן דעם קאָפּ אױף דער האַנט.)
רעװעטשקע: װער איז אָט דאָס מײדל?
ריקל: דאָס איז אונדזער געװעזענע פּאָקאָיאָװע… הײַנט ערשט האָט מען זי אָפּגעזאָגט…
רעװעטשקע: פֿאַרװאָס?
יוכבֿד: אַ נאָװינע װאָס מען שאַפֿט אָפּ אַ „מענטשן“! זײ נעמען צו, זײ שאַפֿן אָפּ.
רב סענדער: (האַלט אין מיטן בענטשן.) או־הום… או־הום… כּחומר ביד היוצר… „הר־המן…“
ריקל: (צו יוכבֿדן.) װאָס זאָגט אײַער מאַן?
יוכבֿד: (צו ריקלען.) איר װעט ניט פֿאַרשטײן. ס'איז פֿון דער גמרא. (דניאל קומט אָן פֿון אױבן.)
דניאל: (גײט אַרום הין און צוריק אַ מינוט אָן װערטער. שטעלט זיך אַװעק אַקעגן ליזאַן. רעדט שטיל.) אומגליקלעכע װאָס דו ביסט!…זאָלסט מיר געװען זאָגן פֿריִער כאָטש, פֿאַרברענט זאָל דאָס װערן!… קום אַהער!… (ליזאַ גײט צו. ער זעצט זיך צוריק צום בריװ.) אָט דאָ האָסטו איר אַדרעס… אַהין זאָלסטו צופֿאָרן… װעסט לאָזן גריסן פֿון מיר. װעסט זאָגן, איך װעל דאָרט זײַן אפֿשר הײַנט נאָך, אױב איך װעל קאָנען, אַניט ― איז מאָרגן… אומגליקלעכע װאָס איר זײַט… (ליזאַ גײט צום רױטן קעסטל, עפֿנט אױף, זוכט עפּעס און פֿאַרשליסט צוריק.)
רב סענדער: (האָט אָפּגעבענטשט, שטײט אױף פֿון טיש, װישט זיך אָפּ די הענט אָן דער קאַפּאָטע, גײט צו צו דניאלן.) נאַט אײַך אָפּ שלום־עליכם. איך האָב געהערט, איר זײַט דאָ דער צװײטער באַלעבאָס…
דניאל: (טוט אָן די ברילן, װערט מיט אַ קאָפּ העכער.) װאָס װעט איר זאָגן?
רב סענדער: גאָרניט. איך האָב אײַך נאָר געװאָלט בעטן, איר זאָלט אַכטונג געבן אױף אונדזער קינד, השגחה געבן.
דניאל: אַכטונג געבן? השגחה געבן? (קוקט אױף איר און אױף ליזאַן.) אַכטונג געבן אױף אײַער קינד? (זיפֿצט.) יאָ־אָ־אָ! אַכטונג געבן, אַכטונג געבן.
יוכבֿד: זי איז בײַ אונדז טײַער… זי איז חלילה ניט קײן בת־יחידה, נאָר זי איז די עלטערע בײַ אונדז און סאַמע די געראָטענע… איך בעט אײַך, גיט אַכטונג…
רעװעטשקע: אױף מיר דאַרף מען ניט אַכטונג געבן; איך קאָן, ברוך־השם, מײַן שטעטל אַלײן באַשטײן…
יוכבֿד: (צו דער טאָכטער.) נאַרעלע װי דו ביסט! (צו דניאלן.) איר פֿאַרשטײט… אַ שײן מײדל אין דער פֿרעמד…
דניאל: אַ שײן מײדל אין דער פֿרעמד… (קוקט אױף איר און אױף ליזאַן.) דאָס איז דװקא פֿון די קלײנע מעלות…
רעװעטשקע: מאַמע! דאגה ניט פֿאַר מיר. קײנער װעט מיך ניט אױסכאַפּן. איך בין ניט אַלט קײן צען יאָר…
יוכבֿד: (צו ריקלען.) װאָס זאָגט איר אױף איר? קײן עין־הרע, אַ בר־דעת! (צום מאַן.) סענדער, טו דיך אָן, מיר דאַרפֿן פֿאָרן. (צו דער טאָכטער.) זײַ געזונט, ריװעלע, שאַנעװע דיך, װעט דיר זײַן, אם־ירצה־השם, גוט, בעסער װי אין דער הײם.
רב סענדער: מײַנע װערטער: הכּל תּלױ במזל… (צו דניאלן.) זײַט געזונט, רב דניאל, און גיט השגחה אױף מײַן קינד. (זיפֿצט.)
דניאל: געבן השגחה אױף אײַער קינד… יאָ־אָ־אָ! געבן אַכטונג אױף אײַער קינד. (רעװעטשקע באַגלײט איר פֿאָטער און מוטער ביז אױף יענער זײַט טיר, קומט צוריק און נעמט זיך װידער צו דער אַרבעט. רב סענדער און יוכבֿד אָפּ. פֿון אױבן, פֿון די טרעפּ, קומט אָן הערץ.)
הערץ: די מאַדאַם האָט געהײסן שפּאַנען אַ װאָגן און אַרױסבאַגלײטן אונדזער ליזאַן מיט כּבֿוד. (נעמט זיך צום רױטן קעסטל. צו דניאלן.) און אײַך האָט מען געלאָזט בעטן מחילה אַרױף. נאַטאַן מאָיסעיעװיטש װיל אײַך זען װעגן די פֿערד.
דניאל: װידער פֿערד! ער האָט מיך שױן פֿאַרמוטשעט מיט די פֿערד! אַ פֿערד איז בײַ זײ טײַערער פֿון אַ מענטשן! (לאָזט זיך גײן.) פֿאַרברענט זאָל דאָס װערן! (דניאל אָפּ.)
הערץ: כאַ־כאַ־כאַ! דעם ערגסטן הונט קומט אָן דער בעסטער ביסן… (צו ליזאַן.) מיך האָסטו ניט געװאָלט פֿאַר קײן חתן, נײן? שטײט דיר ניט אָן דער ייִחוס! דערפֿאַר, װײַל איך בין אַ „מענטש“? אַװדאי איז אַ באַלעבאָס בעסער פֿון אַ „מענטשן“. נאָר אַז די „מענטשן“ װעלן אָנהײבן חתונה האָבן פֿאַר די באַלעבאַטים, און די באַלעבאַטים פֿאַר די „מענטשן“, הײַנט װאָס פֿאַר אַ פּנים װעט דעמאָלט האָבן די װעלט?
ריקל: (צו הערצן.) טאָמער װאָלסטו שױן אײַנגענומען אַ ביסל שטומעניש, דו משומד אײנער? אַ מענטש איז נעבעך אַזױ אומגליקלעך, קומט ער צו גײן מיט אַ מענה־לשון!
ליזאַ: (פֿאַלט צו מיט אַ געװײן צו ריקלען.) מאַמע מײַנע טײַערע!
רעװעטשקע: (צו הערצן.) װאָס װײנט זי?
הערץ: זי האָט זיך דערמאָנט אַ װײנענדיקס.
רעװעטשקע: (צו ריקלען.) װאָס װײנט זי?
ריקל: ס'איז איר אָנגעזאָליעט אױפֿן האַרצן, װײנט זי.
רעװעטשקע: (גײט צו צו ליזאַן.) װאָס איז אײַך? (ברעכט די הענט.) זאָגט מיר…
ליזאַ: (ברעכט די הענט.) אױ, זאָל אײַך גאָט היטן… איר זאָלט ניט װיסן דאָס, װאָס איך!… (קוקט אַרױף אױף די טרעפּ אַ װײַלע, מיט טרערן פֿולע אױגן, פֿאַלט צו ריקלען אױף די הענט, װײנט װי אַ קינד. זײַט געזונט, מאַמע מײַנע געטרײַע!… איר זײַט מיר געװען אַ מאַמע!..
ריקל: (גלעט ליזאַן איבערן קאָפּ.) נו, גענוג, גענוג װײנען, קינד! ס'אַ גאָטס זאַך, אַ גאָטס זאַך… פֿאָר געזונט. זאָל דיר גאָט באַגליקן, װי דו װינטשסט זיך אַלײן… אַװדאי, װען דו זאָלסט מיר פֿאָלגן!… פֿאָר געזונט!… (קאָן ניט רײדן מער. באַהאַלט דאָס פּנים אין פֿאַרטעך. עס הערט זיך אַ צוגעפֿאָרענע פֿור. הערץ טוט אַ כאַפּ דאָס רױטע קעסטל אױף די פּלײצעס. אױף זײַנע אױגן שטײען טרערן. ער מאַכט זיך פֿרײלעך.)
הערץ: דאָס קעסטל איז, קײן עין־הרע, גוט געפּאַקט. אַ פּנים, קײנמאָל ניט געקרענקט… (טראָגט דאָס אַרױס פֿון דער טיר. ליזאַ גײט נאָך מיט אַ געװײן, ברעכט די הענט, קוקט צום לעצטן מאָל אַרױף, אױף די טרעפּ. ריקל װײנט אין פֿאַרטעך. רעװעטשקע באַטראַכט אַלעמען, הערט ניט אױף צו אַרבעטן.)
ריקל: (צו זיך אַלײן.) אָט־אַזױ־אָ באַגײט מען זיך מיט אַ „מענטשן“. אַ „מענטש“ און אַ הונט איז בײַ זײ אַלץ אײן שװאַרץ יאָר… אַ מיצװה אױף איר ― אַלײן שולדיק… אַ „מענטש“ דאַרף געדענקען, אַז ער איז ניט מער װי אַ „מענטש“!… (צו רעװעטשקען.) הערסטו מײדל? אַז דו װעסט זײַן דאָרטן (װײַזט איר אַרױף, אױף די טרעפּ.) זאָלסטו אין זינען האָבן, אַז דו ביסט אַ „מענטש“, און אַז דײַן אָרט איז אָט־אָ־דאָ…
הערץ: (קומט צוריק פֿון דרױסן מיט רױטע אױגן.) װינציקער בײַ אונדז מיט אַ „מענטשן“… (צו ריקלען.) מיך פֿאַרדריסט נאָר אײן זאַך: גענוג זײ זינדיקן, לײגן זײ נאָך אַרױף די באָד אױף יענעם…
רעװעטשקע: אָט דאָס מײדל האָט עפּעס געזינדיקט? מע האָט זי געכאַפּט מיט אַ גנבֿה? (ריקל און הערץ שיסן אױס בײדע אין אַ געלעכטער.)
ריקל: (צו רעװעטשקען.) ביסט נאָך גאָר אַ ציגעלע, װי איך זע אַרױס!
הערץ: אַ תּמעװאַטע מײדל. אַ װױל מײדל, װי איך בין אַ מענטש! איך האָב ליב אַזעלכע מײדלעך!… (װיל געבן רעװעטשקען אַ גלעט אין בעקל. ריקל גיט אים איבער די הענט.)
ריקל: אָן הענט! ביסט ניט נאַטאַן מאָיסעיעװיטש…
הערץ: גערעכט! זײ (װײַזט אַרױס.) מעגן אַלצדינג, מיר טאָרן ניט.
ריקל: זײ זײַנען באַלעבאַטים, מיר זײַנען מענטשן…
הערץ: הערט איר, ריקל־סערצע? איך האָב שױן אַ צײַט ניט געהאַלטן די כּלי. די פֿינגער זײַנען מיר שױן פֿאַרקליאַקנעט, צו אַלדי שװאַרצע יאָר! מע דאַרף אַרױסנעמען דעם אינסטרומענט. (נעמט אַרױס פֿון אונטערן בעט די גיטאַרע.) ס'איז פּאַסקודנע אױפֿן האַרצן, דאַרף מען צעטרײַבן אַ ביסל די מחשבֿות… שפּילן אַ פֿרײלעכס… װאָס זאָל איך אײַך שפּילן? (שטעלט אָן די גיטאַרע.) מיך אַז מע הערט שפּילן, װערט מען די כּפּרה!… (קוקט אױף רעװעטשקען און װינקט אױף איר מיט די אױגן.) איך װאָלט אַ בעלן געװען, אַז אַלע שײנע מײדלעך מיט אַלע שײנע װײַבלעך זאָלן מיך הערן… ריקל־קרױן! װאָס זאָל איך אײַך זינגען אַזעלכעס, ס'זאָל אײַך נעמען?
ריקל: נעמען זאָל דיך שױן ― װײסטו װער? זינג אונדז אַ ייִדיש לידל ― און אַ סוף.
הערץ: אַ ייִדיש װילט איר? װעל איך אײַך זינגען יקום פּורקן! (שפּילט און זינגט אַ פֿרײלעכס, קלאַפּט מיטן פֿוס און מאַכט מיטן קאָפּ.)
(װאָס װײַטער װערט דאָס שפּילן אַלץ שטאַרקער און פֿרײלעכער. הערץ קאָכט זיך, ריקל און רעװעטשקע קאַטשען זיך פֿאַר געלעכטער, באַמערקן ניט, אַז פֿון דער דרױסן־טיר איז אַרײַנגעקומען ריקלס מאַן ― פֿישל.)
פֿישל: (קומט אָן מיט שטילע טריט, שטײט און הערט, װי הערץ קאָכט זיך אינעם לידל און װי ריקל מיט רעװעטשקען לאַכן, טוט אַ הוסט.) קײן עין־הרע, בײַ אײַך פֿרײלעך! גוט יום־טובֿ אײַך!
הערץ: גוט יאָר. ניטאָ װאָס צו טאָן, שפּילט מען אַ ביסל אױפֿן אינסטרומענט.
פֿישל: (אױפֿגעבראַכט.) ניטאָ װאָס צו טאָן, שלאָגט מען זיך קאָפּ אָן װאַנט! (צום װײַב.) פֿרעגט גאָר ניט אױפֿן קינד, װאָס סע מאַכט? אַבי ס'איז דאַנקען גאָט, דאָ אַ גיטאַרע, און אָט דער פּוסטעקראַט ברעמזעט אױף איר!
ריקל: זע נאָר, זעץ דיך אַװעק פֿריִער, רו זיך אָפּ. (הערץ טראָגט אים אונטער אַ בענקל.)
פֿישל: (קוקט אױף הערצן, װי אַ גזלן, װיל זיך ניט זעצן אױף דעם בענקל, װאָס הערץ האָט אים אונטערגעטראָגן, טוט דאָס אַ װאָרף אָפּ. נעמט זיך אַן אַנדער בענקל, זעצט זיך אַװעק.) זאָג מיר נאָר, דו פּיפּערנאָטער, דו שמינדער בגעץ, דו גרינער אַגרעס, דו פֿױלע קיסליצע! װאָס ביסטו מיר אַ רב שמעלקע מיט מײַן װײַב, װאָס דו אונטערהאַלטסט זי מיט לידלעך און מיט אינסטרומענטן?
הערץ: ערשטנס, אונטערהאַלט איך ניט נאָר אײַער װײַב אַלײן. צו פֿיל כּבֿוד פֿאַר איר. און צװײטנס, דאַרף מען ניט פֿאַרגעסן, אַז מע איז בײַ יענעם אַ „מענטש“, איז ניטאָ קײן מאַן, ניטאָ קײן װײַב, ניטאָ קײן שװעסטער, ניטאָ קײן ברודער.
פֿישל: אַזױ גאָר? הפֿקר ציבעלעס?
הערץ: װאָס דען? הוליע קבצן! ס'איז הײַנט אַ פֿרײַע װעלט!
ריקל: (צום מאַן.) װײס איך, װאָס ער װעט דיר דערצײלן, אָט דער חושים!
פֿישל: (אױסער זיך.) װאָס פֿאַר אַ חושים איז ער? ער איז ניט קײן חושים; ער איז אָן אױסגעלאָזענער יונג, אַ הולטײַ, אַ שמדילניק, אָ כּל־בוניק מיט אױסגעדרײטע װאָנצעס, װאָס פֿאַרדרײט דעם קאָפּ פֿרעמדע װײַבלעך מיט נאַרישע מײדלעך!
הערץ: זעט נאָר! איך בין שולדיק, אַז אַלע מײדלעך מיט אַלע װײַבלעך זײַנען נאָך מיר די כּפּרה!
ריקל: די כּפּרה מעגסטו שױן זײַן פֿאַר אַלע ייִדן! שלימזל!
הערץ: סע טוט זיך אַ ביסל! למאַי דאָרטן? (װײַזט מיט די אױגן אַרױף.) װאָס איך זע מיך דאָרטן אָן ― טאַטעניו! ניטאָ קײן מאַן, ניטאָ קײן װײַב, מײַנס און דײַנס ― שותּפֿותדיקס… װאָס דאַרפֿט איר מער ― איך האָב אַלײן געזען, װי אונדזער מחותּן האָט אַרומגענומען די מאַדאַם אָט אַזױ אָ, אָט װעל איך אײַך װײַזן… (ציט אױס די הענט צו ריקלען.)
ריקל: (טוט אים אַ שלײַדער אָפּ פֿון זיך.) מיטן קאָפּ אין דער ערד! (דניאל קומט אָן פֿון אױבן.)
דניאל: (כאַפּט אָן הערצן פֿאַרן קאָלנער פֿון הינטן.) אָט װעל איך דיר געבן אַ נעם אַרום, װעט דיר װערן פֿינצטער אין די אױגן! גײ אַרױף, מע רופֿט דיך, פֿאַרברענט זאָל דאָס װערן!
הערץ: אָט־אָ גײ איך. (צו פֿישלען.) זײַט געזונט, האָט אַ גוטן יאַריד!
פֿישל: (צו הערצן פֿון דער װײַטן.) מיטן קאָפּ אין דער ערד! ברעך דיך אױס אַ פֿוס, אָדער אַהינצו אָדער צוריקװעגס! (הערץ אָפּ.)
דניאל: (לײגט אױס אױפֿן טיש געלט אין עטלעכע קופּקעלעך. רעדט צו פֿישלען.) איר דאַרפֿט ניט זײַן אַזױ דאָסיק פֿון דעם משוגענעם לץ. זײַנע װערטער האָבן אַ ממשות, ,פּונקט אַזױ װי דער הונט בילט. (עפֿנט אױף דאָס טישקעסטל, נעסט אַרױס די ביכער.)
פֿישל: נײן. איר פֿאַרשטײט אַ מעשׂה? בײַ זײ אַ „מענטש“ האָט דען אַ װערט פֿון אַ מענטשן? מע איז פֿאַרקױפֿט צו זײ. מע װײס ניט פֿון קײן שבת, פֿון קײן יום־טובֿ. מע קוקט ניט אָן קײן װײַב, קײן קינד. און טאָמער מאַכט זיך, מע כאַפּט זיך אַרױס אײן מאָל אין אַ יובֿל, מע קומט צו גײן ― טרעפֿט מען אים, אָט דעם שאַרלאַטאַן, ברעמזען אױפֿן צימבל, און זײ שטײען, די טעלעצעס, און קוקן אױף זײַן בײז װוּנדער!…
דניאל: נאַרישקײטן! (צײלט געלט און װאַרפֿט אױף בײנדלעך.) נאַרישקײטן!…
ריקל: (צו דניאלן.) נו, זאָגט שױן איר אַלײן!
פֿישל: (צו דניאלן.) בײַ אײַך איז דאָס נאַרישקײטן, און בײַ מיר איז דאָס אַ װײטיק מיט אַ פֿאַרדראָס! מע מעג טאַקע זײַן בײַ יענעם אַ „מענטש“, אָבער אַ מענטש איז מען דאָך, און אַ מענטש האָט אַ גאַל מיט אַן אַמביציע! (שלאָגט זיך אין האַרצן.)
דניאל: װאָסער אַמביציע? (װאַרפֿט אױף בײנדלעך.) אַמביציע!… אַ מענטש מיט אַמביציעס! װי קומט צו אַ „מענטשן“ אַמביציעס?
ריקל: (צו דניאלן.) זאָגט שױן איר אַלײן טאַקע, אַמביציע גאָר!
פֿישל: אַװדאי אַמביציע! מע איז טאַקע ניט מער װי אַ „מענטש“ בײַ יענעם. אַ „מענטש“ האָט אָבער אױך אַ נשמה! אַ גאַנצע װאָך איז מען אײַנגעשפּאַנט, װי אַז אײזל, און טאָמער מאַכט זיך אײן מאָל אין אַ דאָנערשטיק אַ האַלבע שעה, אַז מע כאַפּט זיך אַמאָל אַרױס זען זיך מיטן קינד, צי מיטן װײַב, טרעפֿט מען זיך דער שװאַרץ יאָר װײס מיט װעמען!… (װיקלט אױס פֿון אַ פּאַפּיר אַ שאַל, גיט ריקלען.) נאַ, דאָס האָב איך דיר געקױפֿט אַ שאַל. קאָסט אַ דרײַערל. אַ מציאה פֿון אַ גנבֿ!…
ריקל: טאַקע? אױ, איך װעל דאָס אַװעקגעבן פֿײגעלען, זי גײט נעבעך נאַקעט… איך האָב זיך געזען מיט איר יענע װאָך אין מאַרק אױף אַ מינוט. װײַזט אױס, אַז קײן האָניק לעקט זי דאָרט ניט… אַז אָך און װײ צו די יאָרן, אַז מע איז אַלײן אַ „מענטש“ בײַ יענעם און מע דאַרף נאָך האַלטן אַ קינד הינטער די אױגן. מע איז פֿאַרקױפֿט. (נעמט זיך צוריק צו דער אַרבעט.)
פֿישל: פֿאַרקױפֿט? פֿונדעסטװעגן װאָלסטו נאָך געקאָנט אױספֿירן, מאָלט אײַך, זיך זען מיט איר אַ ביסל אָפֿטער. האָסט קײן צײַט ניט גײן צו איר? דו שלאָפֿסט אין שלײער? קאָן זי קומען צו דיר. מע טאָר זיך ניט דערװײַטערן פֿון אַ קינד.
ריקל: אָט זאָגט ער מיר מוסר: דערװײַטערן זיך פֿון אַ קינד. די מאַדאַם װיל ניט װיסן פֿון קײן קינדער. די מאַדאַם האָט פֿײַנט אַ „מענטשן“, װאָס האָט קינדער. דאָס װײסטו, צי נײן?
פֿישל: זײ האָבן אַלע פֿײַנט! װאָלסט בעסער געזען אָפּגעבן זי אַהער, באַשטעלן פֿאַר אַ „מענטשן“, זאָל זי זײַן מיט דיר…
ריקל: דאָ? פֿאַר אַ „מענטשן“ מיט מיר? אַ, ניט דערלעבן זאָל איך דאָס גאָר, רבונו־של־עולם! מײַן קינד װעל איך אַװעקגעבן צו אָט די װעלף, ס'זאָל פֿון איר װערן חלילה אַזאַ תּכלית, װי ס'איז געװאָרן פֿון פֿאַניטשקען, אָדער פֿון ליזאַן… (צום מאַן. זאָגט אים עפּעס אױפֿן אױער, ניט אַװעקלײגנדיק די אַרבעט.)
פֿישל: (טוט אַ שפּרינג אָפּ.) אַ כאָליערע! אַ מיתה־משונה! זיבעצן כאָליערעס! אַכצן מיתה־משונהס! (מיט די קולאַקעס אַרױף אױף די טרעפּ.) ס'זאָל אײַך אָנכאַפּן און ס'זאָל אײַך קײַקלען און אױסקײַקלען אײנציקװײַז, און ס'זאָל ניט בלײַבן פֿון אײַך קײן שׂריד־ופּליט! ס'זאָל אַ רוח אין אײַער… (עס הערט דיך פֿון די טרעפּ אַראָפּ אַ פֿרױען־קול: „דניאל!“ „דניאל?“)
דניאל: (װערט מיט אַ קאָפּ קלענער, שרײַט אַרױף.) איך גײ! איך גײ! (אין אַ זײַט, גײענדיק אַרױף.) אַראָפּ און אַרױף! אַראָפּ און אַרױף! פֿאַרברענט זאָל דאָס װערן! (דניאל אָפּ.)
פֿישל: אומעטום דאָס אײגענע!… (גלײַכט זיך אױס די בײנער, קלײַבט זיך גײן.) דאָרט זוכט מען מיך שױן. מע שרײַט שױן: „פֿישל!“ פֿון אַלע זײַטן: „פֿישל! פֿישל!“ פֿישלען זאָל זיך זײ אין קאָפּ, רבונו־של־עולם! ס'זאָל זיך זײ אַזױ גלוסטן צו לעבן אױף דער װעלט, װי מיר גלוסט זיך אַװעקצוגײן פֿון דאַנען, כאָטש די גרױסע פֿאַרגעניגנס װאָס מע האָט, אַז מע קומט אַהער… (זיפֿצט.) אָך־אָך־אָך! מילא, אַז מען איז „מענטשן“ בײַ יענעם, דאַרף מען טאַקע אַזױ זײַן פֿאַרקױפֿט? אָפּגעריסן מאַן פֿון װײַב, מאַמע פֿון קינדער, שװעסטער פֿון ברידער… פֿע! אַ פּאַסקודנע װעלט! (צו רעװעטשקען.) הערסטו, מײדל! ביסט דאָך אַ נײַע פּאָקאָיאָװע מסתּמא? דו װעסט דאָך אַמאָל חתונה האָבן? גאָט זאָל דיך היטן, זאָלסט זײַן נאָך דער חתונה אַ „מענטש“ בײַ יענעם! דעם דריטן טאָג אַ שטיקל ברױט ― אַבי אַלײן. (צו ריקלען.) און דו? מעגסט זײַן, נישקשה, אַ ביסעלע מער פֿון דער װײַטן מיט דעם מוזיקאַנט, װאָס האָט אַרױפֿגעדרײט די װאָנצעס אַרױף, װי עפּעס רעכטס… אַ גוטן! (פֿישל אָפּ.)
ריקל: (קוקט אים נאָך אַ װײַלע, צעלאַכט זיך.) אָט װעל איך מיך גײן אַװעקזעצן קלאָגן אױף חורבן־בית־המקדש, כאַ־כאַ־כאַ!
רעװעטשקע: (איבערראַשט.) װאָס לאַכט איר?
ריקל: װאָס זאָל איך װײנען?
רעװעטשקע: ער איז דען ניט גערעכט, אײַער מאַן?
ריקל: װער זאָגט דען, אַז ער איז אומגערעכט?
רעװעטשקע: למאַי זשע טוט איר אים אָן יסורים?
ריקל: איך אים? װאָס טו איך אים? װאָס בין איר שולדיק, אַז מיר זײַנען בײדע פֿאַרקױפֿטע מענטשן? פֿריִער, מײדלװײַז, בין איך געװען אַלע יאָרן אַ „מענטש“ בײַ יענעם. געקליבן, געקליבן נדן, חתונה געהאַט פֿאַר אים, געזען, ס'איז קײן תּכלית ניט, ער װעט זײַן בײַ יענעם אַ „מענטש“, און איך װעל זיצן װי אַ פּריצה מיט צונױפֿגעלײגטע הענט, האָב איך מיך געשטעלט פֿאַר אַ „מענטשן“, און אַז מײַן פֿײגעלע איז אונטערגעװאַקסן, האָב איך זי אױך באַשטעלט פֿאַר אַ „מענטשן“…
רעװעטשקע: פֿאַר אַ „מענטשן“?
ריקל: פֿאַר אַ „מענטשן“. מיר זײַנען „מענטשן“, און אונדזערע קינדער זײַנען „מענטשן“, און אונדזערע קינדס־קינדער, אַ פּנים, װעלן אױך זײַן „מענטשן“. שױן אַזױ באַשערט פֿון גאָט, מיר זאָלן זײַן „מענטשן“…
רעװעטשקע: באַשערט פֿון גאָט, מיר זאָלן זײַן „מענטשן“?
ריקל: נו, יאָ. נעם, למשל, אָט דו אַלײן טאַקע. אָט ביסטו איצט אַ „מענטש“ בײַ יענעם. װעסט אָנקלײַבן עטלעכע קערבלעך, װעסטו מסתּמא חתונה האָבן אױך פֿאַר אַ „מענטשן“?
רעװעטשקע: פֿאַר װעמען זאָגט איר?
ריקל: פֿאַר אַ „מענטשן“.
רעװעטשקע: פֿאַר װעמען דען האָט אַ מענטש חתונה? ניט פֿאַר קײן מענטשן?
ריקל: (אַ פּליעסק מיט די הענט.) אױ, ייִדן! איז דאָס מײדל נאַריש ― קאָן בלײַבן אָן אַ בױך לאַכנדיק! (עס קומט אָן פֿון די טרעפּ הערץ מיט אַ פּאַק מלבושים.)
הערץ: דער אַראָפּ, דער אַרױף! דער אַרױף, דער אַראָפּ! איך האָב עס געכאַפּט פֿון איר אַ פּעטשאַטעק! דניאל האָט זיך אױך ניט גענאַרט פֿון איר! פֿריִער פֿון אים, דערנאָך פֿון איר… דער אַראָפּ, דער אַרױף! דער אַרױף, דער אַראָפּ! (נעמט זיך צו די מלבושים, שפּײַט אױפֿן בערשטל און בערשטלט.) אַרױף און אַראָפּ! אַראָפּ און אַרױף!
ריקל: װאָס קאָיעט דאָס מיט זײ הײַנט װי אַ קדחת!
הערץ: (בערשטלט.) װײס זײ דער רוח ― אַרױף און אַראָפּ! אַראָפּ און אַרױף! מע ריכט זיך אױף געסט. די קראַקאָװעצקיס דאַרפֿן באַלד זײַן. די מאַמע מיט דער טאָכטער. אַרױף און אַראָפּ! אַראָפּ און אַרױף! נאַטאַן מאָיסעיעװיטש האָט זיך אױסגעפּוצט װי אַ מױד. ס'איז אַ סבֿרה, אַז ס'װעט זײַן אַ שידוך. אַרױף און אַראָפּ! אַראָפּ און אַרױף! (צו רעװעטשקען.) באַרישני, ביסט געבליבן אָן אַרבעט? עפּעס זיצסטו מיר, װי אַ מחותּנתטע אױף אַ פֿרעמדער חתונה? נשמה מײַנע, העלף מיר פּוצן די מלבושים, קעצעלע! (גיט איר דאָס בערשטל.) אונדזער מאַדאַם האָט פֿײַנט, אַז מע זיצט, װי אַ פּריצה. זיצן, זאָגט זי, איז פֿאַר אַ „מענטשן“ אומגעזונט. (ער טוט זי אַ קניפּ אין בעקל.) בעקלעך, װי פּאַמפּעשקעס!
ריקל: (גיט אים איבער די הענט.) אַזאַס, דו משומד! מײנט ס'איז אים ליזאַ.
הערץ: מע דאַרף זיך אײַנגעװױנען ביסלעכװײַז, אײדער זי װעט קומען אַרױף און אײדער אונדזער נאַטאַן מאָיסעיעװיטש װעט זיך מיט איר באַקענען… שאַט! אָן גײט פֿאַניטשקע! אַ גאַסט!… ריקל, צעװאַרפֿט דעם אױװן! (עס קומט אָן פֿאַניטשקע פֿון דרױסן, אַן אױסגעפּוצטע, אַן אָנגעפֿאַרבטע, פֿאַלט ריקלען אױפֿן האַלדז.)
פֿאַניטשקע: באָן זשורBonjour: גוט מאָרגן, מאַדאַם!
ריקל: טו נאָר אַ קוק ― אַ גאַנצע פּריצה! פֿאַניטשקע! פֿאַרװאָס זעט מען דיך ניט? די גאַנצע צײַט מורא געהאַט זיך באַװײַזן? װוּ ביסטו אַצינד? װאָס מאַכסטו?
הערץ: זע נאָר, אין אײן קלאַפּ, װי די עשׂרת בני המן! לאָזט איר איבערכאַפּן דעם אָטעם. (גיט איר די האַנט, טראָגט איר אונטער אַ בענקל.)
פֿאַניטשקע: (צו הערצן.) מערסי, מאָסיעMerci, monsieur: אַ דאַנק, מײַן הער! (פֿאַרנײגט זיך צו אים.)
הערץ: דו רעדסט שױן אױף פֿראַנצײזיש?
פֿאַניטשקע: כאַ־כאַ־כאַ! קײן אַנדער שפּראַך רײד איך ניט אַצינד, אַ חוץ פֿראַנצײזיש. באָן זשור, זשע װוּ פּריJe vous prie: איך בעט אײַך, קעסקעסע דאָנײ מאָאַquesque c'est donnez moi: װאָס איז עס; גיט מיר, קעלקזשאָז אָרעװוּאַר ל'אָרזשאַן מאָסיעquelque chose au revoir l'argent monsieur: עפּעס, זײַט געזונט, געלט, מײַן הער ― האַ? פֿאַרשטאַנען װאָס איך האָב דאָ געזאָגט?… איר קוקט אױף מיר און װוּנדערט זיך? בלאָטע! ס'איז שױן ניט די פֿאַניטשקע װאָס אַמאָל!… אַטאַנדעAttendez: װאַרט! פֿאַניטשקע איז שױן מער ניט קײן „מענטש“ בײַ יענעם! איך בין מיר אַלײן פֿאַר זיך אַ „מענטש“!… װאָאַליאַVoilà: זעט נאָר! (טוט אַ זעץ איבער דער קעשענע.) כאַ־כאַ־כאַ! (צו רעװעטשקען.) װאָס קוקסטו אַזױ אױף מיר מיט אָפֿענע אױגן? װער ביסטו? אַ נײַע פּאָקאָיאָװע? און װוּ איז ליזאַ?… (טוט אַ פֿײַף און אַ מאַך מיט דער האַנט.) דורכגעטריבן? כאַ־כאַ־כאַ! מיר איז בעסער פֿון אײַך אַלעמען אָט־דאָ־אָ, טשאָרט פּאָבעריчорт побери: דער רוח זאָל כאַפּן!… איך האָב מיר מײַן שטוב, פֿיר צימער מיט אַ קיך, פּאַראָל דע אָנאָרparole d'honneur: ערנװאָרט, מיט אַ פֿולן קאַסטן מיט גרעט, מיט אַ פֿולע שאַפֿע מיט קלײדער, און צירונג קעלקזשאָז דע מאַניפֿיקquelque chose de magnifique: עפּעס גאָר שײן!… ערשט ניט לאַנג האָט מען בײַ מיר אַװעקגעגנבֿעט אַ פּאָר בריליאַנטענע אױעררינגלעך, טאַקע מײַנער אַ חתן, אַ טשערקעס פֿון קאַװקאַז מיט ברענענדיקע אױגן, כאַ־כאַ־כאַ!… זע נאָר, װי זי קוקט אױף מיר!… (װײַזט אױף רעװעטשקען.)
ריקל: (צו הערצן.) זי איז מיר עפּעס צו פֿרײלעך!
הערץ: איך האָב מורא, אַז זי איז אונטערן גלעזל.
פֿאַניטשקע: סע נעפּאַ װרוC'est ne pas vrais: ס'איז ניט אמת! איך טרינק ניט! איך טרינק ניט קײן בראָנפֿן, איך טרינק װײַן! שאַמפּאַנסקאָיע, פּאַראָל דע אָנאָר!… (כאַפּט אַרױס אַ סיגאַרעטל, הערץ טראָגט אונטער פֿײַער.)
הערץ: אַזױ? האָסטו שױן אַ חתן, פֿאַניטשקע?
פֿאַניטשקע: פּאַשאָל! װאָסער פֿאַניטשקע? אױס פֿאַניטשקע! פֿאַניאַ יעפֿימאָװנאַ, טשאָרט פּאָבערי! אַלע אָפֿיצירן, פּאָלקאָװניקעס, גענעראַלן ― װײסן נאָך פֿאַניאַ יעפֿימאָװנאַ, אי באַסטאַI basta: און גענוג!… פֿאַר פֿאַניאַ יעפֿימאָװנאַ האָבן זיך צװײ סטודענטן געשלאָגן, פּאַראָל דע אָנאָר! מיך האָט מען אױך געשלאָגן, איר זעט? (פֿאַרקאַטשעט די אַרבל, װײַזט אַ בלױען צײכן.) נאַט, קוקט, טשאָרט װאַס פּאָבעריчорт вас пробері: דער רוח כאַפּ אײַך, כאַ־כאַ־כאַ!… (לאַכט היסטעריש.)
ריקל: (נעמט זי פֿאַר אַ האַנט, זעצט זי אַװעק בײַם אױװן לעבן זיך.) דערצײל נאָר, קינד, װוּ ביסטו געװען די גאַנצע צײַט? פֿאַרװאָס זעט מען דיך ניט?
פֿאַניטשקע: װאָס זאָל איך דערצײלן? איך האָב שױן דאָ אױסדערצײלט אַלצדינג!.. נאָר װאָס דאָ טוט זיך (װײַזט אױפֿן האַרצן.) ― דאָס איז ניט קײנעמס עסק! כאַ־כאַ־כאַ!… און דאָרט אױבן װאָס הערט זיך? (באַװײַזט אַרױף אױף די טרעפּ.) ליזאַן אָפּגעשאַפֿט און די צוגענומען?… (װײַזט אױף רעװעטשקען.) זײ שאַפֿן אָפּ און נעמען צו… אַלע מאָל נײַע „מענטשן“? אַלע מאָל נײַע מענטשן? כאַ־כאַ־כאַ! „מענטשן“, כאַ־כאַ־כאַ!… װאָס האָט איר אַראָפּגעלאָזט די נעז אַלע? װאָס קוקט איר מיך אָן? װאָס איך לאַך, כאַ־כאַ־כאַ? ס'איז מיר גוט, לאַך איך!…כאַ־כאַ־כאַ! ס'זאָל זײ זײַן אַזױ גוט, װי מיר! (װײַזט אַרױף אױף די טרעפּ.)
הערץ: אָמן!
פֿאַניטשקע: כאָטש האַלב װי מיר!
הערץ: אָמן יהא שמיה רבה!
פֿאַניטשקע: דאָס האָב איך זײ, זײ צו פֿאַרדאַנקען מיט דעם גוטסקײט, װאָס מיר איז אַצינד, כאַ־כאַ־כאַ! ניט קײן טאָג, ניט קײן נאַכט, תּמיד אױסגעפּוצט, תּמיד אָנגעפֿאַרבט, תּמיד פֿרײלעך! און מײַן ברודער? מײַן ברודער איז פֿאַר חרפּה אַװעק פֿון דאַנען. אַװעק, מע װײס ניט װוּהין. ס'איז אַ סבֿרה, אַז ער זיצט… (רעדט שטיל.) ער איז אַ פּאָליטיטשעסקיполитический: פּאָליטיש. פֿריִער איז ער געװען אַ שטילינקער, איצט איז ער געװאָרן אַ פּאָליטיטשעסקי… פֿאַר בזיון, פֿאַר צרות… (פּױזע.) אױ, האָט ער מיך אַמאָל ליב געהאַט! ליב געהאַט! ליב געהאַט! (צעװײנט זיך היסטעריש.)
רעװעטשקע: (גײט צו צו איר, װיל זי באַרויִקן.) װײנט ניט… װאָס איז אײַך? זאָגט, װאָס איז אײַך?…
ריקל: (װײנט אין פֿאַרטעך.) אַזאַ סוף אױף אַלע אונדזערע שׂונאים!
פֿאַניטשקע: (צו רעװעטשקען.) אַװעק! אַװעק פֿון מיר! ריר מיך ניט אָן! דו ביסט אַ הײליקע!… איר קאָנט זיך נאָך אַלע אָננעמען פֿון מיר. כאַ־כאַ־כאַ! װי מײַן חתן זאָגט… איך האָב אַ חתן אַ פּאָעט, אַ דיכטער, שרײַבט ער לידלעך, כאַ־כאַ־כאַ!
הערץ: װיפֿל חתנים זי האָט!
פֿאַניטשקע: װיפֿל חתנים, זאָגסטו? און דו האָסט זיך ניט געשדכנט אַמאָל צו מיר, מאָן שער אַמיmon cher amis: מײַן טײַערער פֿרײַנד?… עי טי ראָזשאַэ ты рожа: אַך, דו יאָלד מיט די אױסגעדרײטע װאָנצעס, קום מיט מיר אַ װאַלס, סיל װוּ פּלעs'il vous plait: זײַט אַזױ גוט! (כאַפּט הערצן טאַנצן. אױף די טרעפּ באַװײַזט זיך מאַדאַם גאָלד, נאָכדעם דניאל. מאַדאַם גאָלד שטײט אַ װײַלע אױף די טרעפּ, קוקט זיך אײַן, דערקענט פֿאַניטשקען.)
מאַדאַם גאָלד: (שטאַרק אױפֿגערעגט.) װאָס איז דאָס? בײַ מיר אין קיך?? מײַנע „מענטשן“ זאָלן זיך דערלױבן??? מיט אַזאַ??? דניאל, הײַנטיקן טאָג זאָלן מיר אָפּגעשאַפֿט װערן אַלע „מענטשן“! דו הערסט? אַלע „מענטשן“!!
דניאל: (אײַנגעבױגן אין דרײַען.) אַלע „מענטשן“. אַלע „מענטשן“!…
פֿאַניטשקע: (אַרױף צו דער מאַדאַם.) דורכטרײַבן אַלע „מענטשן“? אײַך איז גרינג „מענטשן“ צונעמען און „מענטשן“ אָפּשאַפֿן! איר װאַרפֿט זיך מיט „מענטשן“, מאַ שער מאַדאַםma cher madam : מײַן טײַער פֿרױ! אױב ס'איז איבער מיר, אַרעװאָאַר אַװעק פּלעזירau revoir avec plaisir: זײַט געזונט מיט פֿאַרגעניגן! (מאַכט איר אַ קניקסן.) גריסט אײַער ערלעכן תּכשיט נאַטאַן מאָיסעיעװיטש. מיר װעלן זיך נאָך אַמאָל באַגעגענען מיט אים!… און איר װאַרפֿט זיך נאָר ניט אַזױ מיט „מענטשן“ מאַדאַם, װאָרעם „מענטשן“ זײַנען אױך מענטשן, טשאָרט װאַס פּאָבערי!..
מאַדאַם גאָלד: (טופּעט מיט די פֿיס.) דניאל! װאָס שטײסטו װי אַ לײמענער גולם? װאַרף זי אַרױס! װאַרף זײ אַלעמען אַרױס! אַלעמען! אַלע „מענטשן“! אין דער ערד אַרײַן! אין דער ערד אַרײַן די „מענטשן“. איר מאַכט מיר אַ תּל פֿון מײַן שטוב! איר פֿאַרפּאַסקודיקט מיר מײַן שטוב!!!…
דניאל: (אַראָפּ צום טיש, כאַפּט אַרױס דאָס געלט פֿון טישקעסטל מיט די פּאַפּירן מיט די ביכלעך, טוט דאָס אַ װאָרף דער מאַדאַם צו די פֿיס אינאײנעם מיטן בינטל שליסלען, פֿאַרשפּיליעט זיך פֿון אױבן ביז אַראָפּ.) גענוג! גענוג האָב איך געשװיגן, פֿאַרברענט זאָל דאָס װערן! (צו די דינסטן הױך.) איר מאַכט זײ אַ תּל פֿון זײער שטוב! איר פֿאַרפּאַסקודיקט זײ די שטוב! מיר, „מענטשן“, פֿאַרפּאַסקודיקן זײ זײער שטוב!… טוט זיך אָן! קומט! קומט אַװעק פֿון דאַנען! מיר טאָרן דאָ ניט זײַן! װער זײַנען מיר? װאָס זײַנען מיר? מיר זײַנען ערגער פֿון ערגער! מיר זײַנען גאָרניט! מיר זײַנען דער רוח װײס װאָס! מיר זײַנען „מענטשן“! „מענטשן“ זײַנען מיר! (אױסער זיך, די אױגן אָנגעגאָסן. שרײַט הױך.) מענטשן! מענטשן!…