חײם־לײב קרענדעלמאַן, אַן אױפֿגעקומענער גבֿיר פֿון אַ יאָר פֿופֿציק. אַ ייִד מיט אַ קאַפּאָטע. נאָר אָן אַ היטל.
חנה־לאה, זײַן װײַב. קײן יאָרן װײס מען ניט. האַלט זיך יונג, רײַבט זיך צװישן „הײַנטיקע”. באַהאָנגען מיט גאָלד, דימענטן, בריליאַנטן און פּערל.
װיעראָטשקע, זײער טעכטערל. אַ שײן מײדל פֿון „הײַנטיקע װעלט“.
אַבראַמטשיק, זײער זון. אַ גײַציק בחורל, אַ „משׂכּיל”.
רב שלום־שדכן, אַ ייִד אַ שדכן מיט אַ יאַרמלקע און מיט אַ גרינער קאַפּאָטע.
זלאַטקע דאָס מײדל, אַ פּאָקאָיאָװע בײַ די קרענדעלמאַנס.
ברײַנע די ייִדענע, אַ קעכין בײַ די קרענדעלמאַנס. אַ ייִדענע מיט װאָנצעס.
אַ גרױסער זאַל. טײַער מעבל מיט סאַמעט באַצױגן. גוטע דיװאַנעס. בראָנדזענע שפּיגלען. אַ סך טישן מיט קלײנע טישעלעך. גלעזערנע שאַפֿעס, אָנגעשטעלט מיט פֿיל זילבער, כּוסות, טעצעלעך, געגילטע לעפֿעלעך, גרינע און רױטע גלעזער. די פֿאָטעלן פֿאַרװאָרפֿן מיט פֿיל פֿאַרשײדענע זײַדענע און סאַמעטענע דאַמען־קלײדער. אױפֿן טיש אַ „בלאַט לאָקשן”. אױפֿן פֿענצטער אַ גרױסע קופּערנע קװאָרט מיט צװײ אױערן. פֿאַרטריקנטע, נאָר טײַערע װאַזאָנעס, אױף װעלכע עס הענגען אַ פּאָר אױסגעבערשטלטע הױזן מיט אַ װײַסן זשילעט. אױף אַ גוטער עטאַזשערקע מיט ספֿרים װאַלגערן זיך אַ סך אָנגעשניטענע שטיקלעך קױלעטש מיט אַ סלױ אײַנגעמאַכטס. אױפֿן פֿאָרטעפּיאַן ― אַ קישן. דורך ― אַ זעלטענער „פּאָראָנדעק”.
חײם־לײב: (מאַכט מיט די הענט און לױפֿט אַרום איבער דער שטוב.) װאָס דולדט ער מיר מײַן קאָפּ?
רב שלום־שדכן: (לױפֿט אים נאָך מיט אַ בריװ אין די הענט.) נאַט, זעט אַלײן, װאָס מע שרײַבט מיר װאָס; איך װעל אײַך אָפּנאַרן װעל איך אײַך?
חײם־לײב: אָבער אַז איך בעט אײַך ניט! איך דאַרף ניט קײן שידוך! איך װיל ניט! װאָס דולדט ער מיר מײַן קאָפּ?
רב שלום־שדכן: אַז איך פֿאַרלאַנג אָבער פֿון אײַך גאָרניט, בלתּי װאָס איר זאָלט זיך נאָר מטריח זײַן איבערלײענען אָט דאָס דאָזיקע בריװעלע, װאָס מע שרײַבט מיר װאָס.
חײם־לײב: װאָס האָט איר צו מיר? אָבער טשעפּעט זיך אָפּ פֿון מײַן לעבן! איך האָב קײן צײַט ניט מיט אײַך צו רײדן! איר װעט קומען אָן אַנדערס מאָל, איך בעט אײַך! װאָס דולדט ער מיר מײַן קאָפּ?
רב שלום־שדכן: (צו זיך אַלײן.) עס פּאַסט אים ניט האָרכן פּאַסט אים ניט… ער װיל ניט געבן קײן נדן, דער דבֿר־אַחר!… צו חײם־לײבן.) הונדערט און צװאַנציק יאָר זאָלט איר מיר לעבן! עטלעכע שורות, עטלעכע װערטער, געצײלטע דרײַ װערטער, רב חײם סערצע, װאָס אַרט אײַך עס װאָס? טוט מיר צוליב טוט מיר! גלײבט מיר, איך זאָג אײַך בנאמנות זאָג איך אײַך, ס'איז אַ גליק, אַ זעלטענע זאַך, כ'לעבן. אײן מאָל אין צען יאָר מאַכט זיך אַזאַ גליק. נאַט, טוט, זײַט מוחל, אַ קוק אַלײן מיט אײַערע אױגן, זעט, אָטאָ…
חײם־לײב: (כאַפּט זיך מיט בײדע הענט פֿאַרן קאָפּ.) גװאַלד! גװאַלד! װאָס איז דאָס פֿאַר אַן אומגליק? װאָס איז דאָס פֿאַר אַן אָנשיקעניש אױף מיר? װאָס דולדט ער מיר מײַן קאָפּ? גװאַלד!… גװאַלד!… גװאַלד!… (עס לױפֿט אַרײַן חנה־לאה.)
חנה־לאה: (אַ דערשראָקענע.) שאַ! װאָס איז דאָרטן?
חײם־לײב: (װיל רײדן, לאָזט אים ניט שלום־שדכן. ער האַלט אים צו מיט אײן האַנט דאָס מױל, און אין דער אַנדערער האַלט ער דאָס בריװל.) מ מ מ…
רב שלום־שדכן: פֿאַרשטײט איר מיך, חנה־לאה קרױן, געזונט זאָלט איר מיר זײַן, איך װײַז זײ דאָס בריװל װײַז איך זײ; למאַי זאָלן מיר זיך נאַרן למאַי? איך מײן טאַקע באמת מײן איך, אַ גליק, אַ גליק פֿאַר אײַער טאָכטער, איך זאָל אַזױ געזונט זײַן מיט אײַך אינאײנעם! אָט נעמט, נאַט, לײענט, לײענט, װעט איר זען, אַז איך זאָג אײַך ניט קײן ליגן זאָג איך אײַך! צו װאָס טױג עס מיר, איך זאָל אײַך אַרײַנפֿירן חלילה זאָל איך אײַך? אָט זעט, נאַט, לײענט, נאַט, נאַט…
חנה־לאה: (נעמט דאָס בריװל און גיט דאָס איבער דעם מאַן אין די הענט אַרײַן.) פֿאַרװאָס זאָלסטו טאַקע ניט איבערלײענען, חײם־לײב? װאָס אַרט דאָס דיך? עס קאָסט דיר געלט, צי װאָס?
חײם־לײב: (נעמט דאָס בריװל; טוט אָן אַ פּאָר זילבערנע ברילן אױף דער נאָז; זעצט זיך אַנידער און הײבט אָן צו לײענען הױך, אױף אַ קול. חנה־לאה זעצט זיך לעבן אים, און רב שלום־שדכן שטײט און שאָקלט צו מיטן קאַפּ נאָך יעדן װאָרט און מאַכט מיט די ליפּן; עס קומט אים צו אַ שטיק געזונט.) „לכּבֿוד ידידי היקר הנכבד והמופֿלג הנגיד והקצין איש חסיד וירא־שמים כש″תכּבֿוד שם תּפֿארתו מוהר″ר שלום נ″י! ראשית אודיעכם, אַז איך בין ברוך־השם בקװ־החײם־והשלום, גיב גאָט דאָס נעמלעכע פֿון אײַך צו הערן אױף װײַטער ניט ערגער, אָמן. והשנית, זײַט װיסן, אַז השידוך עם הגבֿיר שלכם, װאָס איר האָט מיר געהאַט געשריבן, ועם הגבֿיר שלנו, האָב איך מורא װעט ניט גײן, מחמת ערשטנס האָט איר מסתּמא געהערט די מעשׂה, װאָס האָט זיך געטראָפֿן מיטן מחותּן של הגבֿיר שלנו, װאָס זײַן עלטערע טאָכטער האָט זיך…“ צו װאָס טױג עס מיר? צו װאָס דאַרף איך עס װיסן?
רב שלום־שדכן: (כאַפּט אים בײַ דער האַנט.) װאָס אַרט עס אײַך װאָס? לײענט, װעט איר זען װײַטער, װעט איר זען.
חנה־לאה: אַנו? לײען, לײען, װאָס האָט זיך דאָס אַזעלכעס געטראָפֿן מיט איר? עס קער זײַן אַ שײנע מעשׂה.
חײם־לײב: (לײענט װײַטער.) „…זײַן עלטערע טאָכטער האָט זיך אָנגעקלעפּט, רחמנא ליצלן, אין אַ לערער און איז מיט אים מחילה אַנטלאָפֿן אין אַ שטאָט אַרײַן און האָט דאָרטן געװאָלט שטעלן אַ חופּה. איז ער געקומען מיט זײַן פּלוניתטע צום רבֿ שטעלן אַ חופּה. האָט אים דער רבֿ מסתּמא ניט געװאָלט געבן קײן חופּה־וקידושין. איז ער אַװעקגעגאַנגען צום קאַזיאָנע רבֿ שטעלן אַ חופּה, האָט אים דער קאַזיאָנער רבֿ געזאָגט…” װאָס קער זיך דאָס אָן מיט אונדז, איך בעט אײַך?…
רב שלום־שדכן : װאָס אַרט אײַך װאָס? אָט לײענט װײַטער, לײענט!
חנה־לאה: נו, לײען שױן אַז דו לײענסט.
חײם־לײב : (רױט װי פֿײַער פֿאַר כּעס, לײענט װײַטער.) „…האָט אים דער קאַזיאָנע רבֿ געזאָגט: װאָס װילט איר? האָט ער אים געזאָגט: איך װיל, איר זאָלט מיר געבן חופּה וקידושין.האָט אים דער קאַזיאָנער רבֿ געזאָגט: װאָס הײסט, איך זאָל אײַך געבן חופּה וקידושין? איך קען אײַך? האָט ער אים געזאָגט… האָט אים דער קאַזיאָנער רבֿ געזאָגט… האָט ער אים געזאָגט…” טפֿו זאָלט איר װערן! „האָט אים ער געזאָגט! האָט ער אים געזאָגט! צו װאָס טױגן מיר די אַלע זאָגעכצן? װאָס װילט איר האָבן פֿון מײַנע יאָר און טעג? (ער טוט אַ שמיץ דאָס בריװל און װיל אַנטלױפֿן. רב שלום־שדכן לאָזט אים ניט. ער האַלט אים צו בײַ דער האַנט און נעמט אַלײן לײענען דאָס בריװל.)
רב שלום־שדכן : (לײענט גיך און פֿאַרכלינעט זיך.) „…אַי־אַי־אַי! אָט דאָס האָט איר פֿון הײַנטיקע לערערס מיט הײַנטיקע דאָקטױרים…“ על־כּל־פּנים… יאָ… „איז הגבֿיר שלנו ניט קײן מחותּן פֿאַר הגבֿיר שלכם; על־כּן האָב איך אַ בעסערן, אַ שענערן, אַ פֿײַנערן און אַ גרעסערן שידוך בעבֿור הגבֿיר שלכם אין אַלע אופֿנים, הײַנו: עס איז דאָ אין דער שטאָט ליפּעװעץ זײער אַ פֿײַנע אַלמנה מרת בײלה שתּחיה, בײלה גאָלדשפּינער, און הגם זי איז ניט אַזױ רײַך, װי הגבֿיר שלכם, דערפֿאַר שטאַמט זי אָבער פֿון גאָר אַ הױך אָרט, פֿון רבֿ פּינחסל ליפּעװיצער, און איבערהױפּט ― װאָס זי האָט אַ זון, אַ בן־יחיד, אַן אַנטיקל, װאָס מע קריגט דאָס ניט בכל קצװי ארץ, הײַנו: שײן, פֿײַן, שרעקלעך געבילדעט מיט סכּנות־נפֿשות! אַ געשטודירטער, פֿאַרשטײט איר מיך, אױף אַלע לשונות, געבילדעט באמת װי אַ דאָקטער, און אפֿשר נאָך מער װי אַ דאָקטער, װאָס פֿאַרשטעקן אַלע דאָקטױרים אין גאַרטל…“ (צו חנה־לאהן.) נו? װאָס װעט איר עפּעס זאָגן אױפֿן שידוך? איר זײט דאָך, װי זאָגט מען, קײן עין־הרע, אַ קלוגע ייִדענע, אַ חכמה…
חנה־לאה: (דרײט מיט דער נאָז.) נײן, ניט דאָס מײנען מיר.
חײם־לײב: ניט דאָס האָבן מיר געמײנט.
רב שלום־שדכן: (צו זיך.) אָט האָסטו דיר! הײב זיך אָן מיט די אױפֿגעקומענע נגידים! דאָס טעלערל פֿונעם הימל איז זײ קאַרג! (צו זײ בײדן.) װאָס דען האָט איר געװאָלט װאָס?
חנה־לאה: מיר האָבן געװאָלט, ס'זאָל זײַן עפּעס… עפּעס… אַזעלכעס װאָס… אַן אַנטיק!
חײם־לײב : עפּעס אַן אַנטיקל זאָל זײַן!
רב שלום־שדכן: פֿאַר צען טױזנט װילט איר האַנדלען מציאות װילט איר?
חנה־לאה: צען טױזנט? צװאַנציק טױזנט!
חײם־לײב : צװאַנציק טױזנט? צען טױזנט!
רב שלום־שדכן : (צו זיך.) הײַנט דערגײ אַ טאָלק! צען טױזנט, צװאַנציק טױזנט! צװאַנציק טױזנט, צען טױזנט!
חנה־לאה: (הױך.) אַז מע זאָגט אײַך צװאַנציק טױזנט, איז צװאַנציק טױזנט!
רב שלום־שדכן: צװאַנציק טױזנט!
חײם־לײב: (הױך.) אַז מע זאָגט אײַך צען טױזנט איז צען טױזנט!
רב שלום־שדכן: צען טױזנט!
חנה־לאה: (נאָך העכער.) צװאַנציק טױזנט!
רב שלום־שדכן: צװאַנציק טױזנט!
חײם־לײב: (נאָך העכער.) צען טױזנט!
רב שלום־שדכן: צען טױזנט! (צו זיך.) דול און משוגע קאָן מען פֿון זײ װערן! (עס קומט אָן אַבראַמטשיק מיט אַ פּאַק ביכער אונטער די הענט. גײט צו דער שאַפֿע.)
חײם־לײב: פֿון װאַנען קומט דאָס אָן אַזאַ ייִד, װי דו?
אַבראַמטשיק: (קוקט ניט אױף קײנעם.) אַזאַ ייִד, װי איך, קומט אָן פֿון דער ביבליאָטעק… פֿו! אַ היץ! (דערזעט רב שלום־שדכן.) אַ? רב שדכן? װאָס טוט איר דאָ? װידער אַ שידוך? װידער שידוכים? גװאַלד, ביז װאַנען װעט איר האַנדלען מיט לעבעדיקע מענטשן? ביז װי לאַנג װעט איר פֿאַרקױפֿן כּלות מיט חתנים? איר זײַט דאָך ערגער פֿון אַזיאַטן, װילדע מענטשן, דעספּאָטן!
חײם־לײב: (לײגט צו אַן אױער, קוקט אױפֿן שדכן מיט גרױס גדלות.) האַ, װאָס האָסטו געזאָגט?
רב שלום־שדכן: װאָס האָסטו געזאָגט װאָס?
אַבראַמטשיק: אַז איך װעל אײַך זאָגן, װעט איר שױן װיסן?
חנה־לאה: פֿאַרװאָס ניט? רב שלום זײַנען דען אַזאַ בהמה?
אַבראַמטשיק: װער זאָגט דען, אַז ער איז אַ „בהמה“? איך זאָג נאָר, אַז ער װײס ניט, װײַל ס'איז אַן „אינאָסטראַנעиностране: פֿרעמד“ װאָרט.
רב שלום־שדכן: אַ װאָסער אַ װאָרט זאָגסטו?
אַבראַמטשיק: (בײגט זיך צו צו רב שלום־שדכן.) אינאָסטראַנע ― װײסט איר שױן? אינאָסטראַנאָיע סלאָװאָиностроноые слово: װאָרט אין פֿרעמד־לשון!
רב שלום־שדכן: (פּינטלט מיט די אױגן.) אַהאַ! (פֿאָטער און מוטער קװעלן.)
אַבראַמטשיק : אַהאַ? װאָס אַהאַ? אַ ייִד זאָגט דיר באַלד „אַהאַ“!
רב שלום־שדכן : איך מײן דאָס װאָרט מײן איך. הײסט עס, אַ פּנים, אַזאַ װאָרט, װאָס דער פּשט איז דערפֿון… (ער מאַכט מיט די פֿינגער.) ע־ע־ע…
אַבראַמטשיק: (כאַפּט זיך מיט בײדע הענט בײַם בױך.) כאַ־כאַ־כאַ! אױ, פֿאַנאַטיקער! אױ, פֿאַנאַטיזם! אױ, חסידיזם! אינאָסטראַנע װערטער װערן אָנגערופֿן פֿרעמדע װערטער, װערטער פֿון פֿרעמדע שפּראַכן, למשל, „דעספּאָט“, „דעספּאָטן“. פֿון װאַנען נעמט זיך דאָס, װײסט איר?
רב שלום־שדכן: אַדרבא, פֿון װאַנען, אַדרבא? איך בין אַ ייִד אַ פּראָסטער בין איך, אין די שקאָלעס האָב איך ניט געלערנט און אין די אוניװערסטוטן בין איך ניט געגאַנגען… גיב מיר נאָר אַ פּאַפּיראָס גיב מיר. (נעמט בײַ אים אַ פּאַפּיראָס.)
אַבראַמטשיק: (מיט גדלות.) דאָס װאָרט „דעספּאָט” נעמט זיך פֿון דעספּאָטיזם… הײַנט װײסט איר שױן?
רב שלום־שדכן: (שאָקלט מיטן קאָפּ.) אַזױ? פּס!… װאָס זשע הײסט דאָס „דעספּאָטיזמאַ“?
אַבראַמטשיק: דעספּאָטיזם איז דאָס זעלבע, װאָס דעספּאָט.
רב שלום־שדכן: אַהאַ, אױב אַזױ װײס איך שױן! אפֿשר האָסטו אַ שװעבעלע? (נעסט בײַ אים אַ שװעבעלע.) װאָס זשע הײסט דאָס דעספּאָט? (פּיפּקעט דעם פּאַפּיראָס.) אַדרבא, מאַך מיך קלאָר, אַדרבא!
אַבראַמטשיק: אַ דעספּאָט הײסט אַזאַ מענטש, װאָס פֿירט זיך דעספּאָטיש, און שױן!
רב שלום־שדכן: איך פֿאַרשטײ, איך פֿאַרשטײ! (רײכערט דעם פּאַפּיראָס און בלאָזט מיט די ליפּן.) איז װאָס זשע הײסט דאָס דעספּאָטיש?
אַבראַמטשיק: דעספּאָטיש הײסט, אַז ער פֿירט זיך װי אַ דעספּאָט, און אַ דעספּאָט הײסט אַ טיראַן, דעספּאָט און טיראַן איז כּמעט אַלץ אײנס, און לאָזט מיך צורו! (קוקט אין די ביכלעך אַרײַן און מישט בלעטלעך.)
רב שלום־שדכן: איך פֿאַרשטײ שױן, איך פֿאַרשטײ שױן! עס הײסט, דער שורש דערפֿון איז אַזױ, נאָר דער פּשט איז אַן אַנדערער. על־פּי דיקדוק, הײסט עס… (מאַכט מיט די פֿינגער.) זאָג זשע מיר, אַבראַמטשיק, זאָלסט מיר געזונט זײַן זאָלסטו מיר, פֿון װאָסער אַ שפּראַך נעמט זיך דאָס דאָזיקע װאָרט פֿון װאָסערער? פֿון דײַטשעס, צי פֿון פֿראַנטשעײזשעס?
אַבראַמטשיק: (קוקט אין ביכל אַרײַן.) האַ? דעספּאָטיזם? פֿון לאַטײַן.
רב שלום־שדכן: אַזױ? טצאַ־טצאַ־טצאַ! אַזש פֿון לעטײַן! (צו רב חײם־לײב מיט זײַן װײַב.) אָ? זעט איר? אָט דאָס הײסט געקענט שפּראַך אָט דאָס! אָט דאָס הײסט הײַנטיקע װעלט אָט דאָס! אין אונדזערע יאָרן, רב חײם־לײב, האָבן מיר עפּעס אַ סך געװוּסט פֿון אַ שפּראַך מיט אַ לעטײַן? האַ? (דער פֿאָטער מיט דער מוטער קװעלן.)
אַבראַמטשיק : (קוקט פֿון אױבן אַראָפּ.) װאָס איז דער חתן אײַערער, װאָס איר רעדט מײַן שװעסטער: אַ דאָקטער מעדיצין, צי אַ יוריסט? צי אפֿשר גאָר אַן אינזשענער טעכנאָלאָג?
רב שלום־שדכן: (בלאָזט דעם פּאַפּיראָס.) ניט דאָס און ניט יענץ און ניט גאָרנישט.
אַבראַמטשיק: ניט דאָס און ניט יענץ און ניט גאָרנישט? טאָ װאָס דען איז ער? אַ קופּטשיקкупчик: סוחר? אַ טונעיאַדעץ?
רב שלום־שדכן: חס־וחלילה! ער איז אַ גבֿיריש קינד, װאָס איז שײך ― אַ קענער, אַ מוראדיקער קענער! לשונות מיט שפּראַך, מיט ייִדיש, מיט רוסיש, מיט דײַטש, מיט פֿראַנצױז, מיט סכּנות־נפֿשות!
אַבראַמטשיק: זײַט איר דאָס דער מבֿין? גוטע יאָרן! אומזיסט אײַער טירחה! מײַן שװעסטער װעט ניט נעמען קײנעם, אַ חוץ אַ דאָקטער, און דװקא אַ דאָקטער מעדיצין.
חײם־לײב: װער פֿרעגט דיך? װאָס ביסטו פֿאַר אַ מחותּן אַהער אױף זאָגן דעות?
אַבראַמטשיק: װאָרעם אַזױ! איך װײס, אַז װיעראָטשקע װעט ניט נעמען קײן אַנדער חתן, אַ חוץ אַ דאָקטער מעדיצין.
חײם־לײב: יאָ. אָבער װאָס ביסטו פֿאַר אַ שאַלאַטן־שמשׂ? דײַן געשעפֿט איז ביכער און ביכלעך. גײט געזונטערהײט!
חנה־לאה: (שטעלט זיך אײַן.) װאָס אַרט דיך, אַז דאָס קינד רעדט?
חײם־לײב: איך האָב פֿײַנט אַן עזות־פּנים! ס'איז ניט זײַן באָבעס דאגה!
אַבראַמטשיק: (לאָזט זיך גײן, בלײַבט שטײן אױף אַ װײַלע אין אַ טראַגישער פּאָזע, שאָקלט מיטן קאָפּ און רעדט צו זיך אַלײן.) אָ, דעספּאָטיזם, פֿאַנאַטיזם, חסידיזם, אָבסקוראַנטיזם!… (גײט אַװעק. דער פֿאָטער און די מוטער קװעלן.)
רב שלום־שדכן: אָט דאָס הײסט אַ מושלם! אָט דאָס הײסט געקענט אָט דאָס! הקיצור, איז װי אַזױ בלײַבט דאָס װי אַזױ? איר האָט מיר פֿאַרשלאָגן די פּאָמערקעס האָט איר מיר… יאָ! קלאַפּ איך, הײסט עס, אַװעק אַ דעפּעש, אָדער איך שרײַב אַרײַן אַן אָטקריטקע צו מײַן שותּף װעגן דעם דאָזיקן שידוך, אַז…
חנה־לאה: (שלאָגט אים איבער.) זײַט זיך ניט מטריח, קלאַפּט ניט קײן דעפּעשן און שרײַבט ניט קײן אָטקריטקעס ― דער שידוך איז ניט פֿאַר אונדז.
חײם־לײב: ס'איז ניט פֿאַר אונדז דער שידוך.
רב שלום־שדכן: פֿאַרװאָס איז?
חנה־לאה: דערפֿאַר, װאָס מיר װילן אַ דאָקטער. הײַנט װײסט איר שױן? אײנמאָל פֿאַר אַלעמאָל ― אַ דאָקטער.
רב שלום־שדכן: אַ דאָקטער? מילא, אױך די אײגענע מעשׂה; איר זאָגט אַ דאָקטער? לאָז זײַן אָ דאָקטער לאָז זײַן.
חײם־לײב: (צו חנה־לאהן.) אַ דאָקטער? אַנדערש לױנט דיר ניט?
חנה־לאה: אַנדערש לױנט מיר ניט.
חײם־לײב: נו, װיל איך דװקא אַ סוחר. איך האָב דיר װיפֿל מאָל געזאָגט, אַז איך װיל נעמען אַ סוחר, ניט קײן דאָקטער! אַ טײַערע מציאה אַ „יאָקטער“! ער האָט געשטודירט און געשטודירט, קױם אױסגעשטודירט ― און פֿונדעסטװעגן װער קומט צו װעמען, אַז עס טוט אים װײ דער בױך? װער נעמט בײַ װעמען אַ קערבל? איך בײַ אים, צי ער בײַ מיר? נײן, אַדרבא, זאָגט שױן איר אַלײן, רב שלום! הקיצור, איך נעם ניט פֿאַר מײַן טאָכטער קײן דאָקטער! איך נעם איר אַ סוחר! פֿאַרשרײַבט אײַך, רב שלום: אַ סוחר!
רב שלום־שדכן: אַ סוחר? מילא, אױך די אײגענע מעשׂה! איר זאָגט אַ סוחר? לאָז זײַן אַ סוחר לאָז זײַן.
חנה־לאה: איז דװקא װײַל דו װילסט אַ סוחר, װיל איך אַ דאָקטער!
רב שלום־שדכן: אַ דאָקטער.
חײם־לײב: (הױך.) איר הערט, רב שלום? אַ סוחר!
רב שלום־שדכן: אַ סוחר.
חנה־לאה: (הױך.) אַ דאָקטער!
רב שלום־שדכן: אַ דאָקטער.
חײם־לײב: (נאָך העכער.) אַ סוחר!
רב שלום־שדכן: אַ סוחר.
חנה־לאה: (נאָך העכער.) אַ דאָקטער!
רב שלום־שדכן: (צו זיך.) משוגע צו װערן פֿון זײ! (צו זײ בײדן.) װײסט איר גאָר װאָס? איך װעל אײַך געבן אַ סוחר װעל איך אײַך געבן אַזעלכן, װאָס הײלט, אָדער אַ דאָקטער, װאָס האַנדלט, און לאָז דאָס האָבן אַן עק לאָז דאָס, און הײסט עפּעס דערלאַנגען צום טיש, דורכשװענקען דעם גאָרגל, טרוקן געװאָרן אין האַלדז רײדנדיק מיט אײַך, און טאַקע… (חנה־לאה טוט אַ קלונג. מע טראָגט אַרײַן לעקעך מיט בראָנפֿן, עס קומט אָן פֿון דער גאַס װיעראָטשקע מיטן היטעלע, מיטן זאָנטיקל און מיט די הענטשקעלעך.)
װיעראָטשקע: (צום שדכן.) באָנזשור, מאָנסיעBonjour monsieur: גוט מאָרגן, מײַן הער!
רב שלום־שדכן: מע רופֿט מיך רב שלום, ניט מאָסײ.
װיעראָטשקע: כאַ־כאַ־כאַ! אָט אַ ניעװעזשדאַневежда: עם־האָרץ! „באָנזשור מאָנסיע“ הײסט ― גוט מאָרגן אײַך, מײַן הער.
רב שלום־שדכן: אַ שײנער גוט מאָרגן אױף איר; שױן באַלד נאַכט… אַ גוטער אָװנט זאָל דיר זײַן! לחײם, רב חײם־לײב! לחײם, חנה־לאה! נו,לאָז גאָט געבן בײַ איר צו דער חופּה.
װיעראָטשקע: כאַ־כאַ־כאַ! אָט אַ קאָמיק! װאָס טוט איר דאָ? אַלץ מכּוח חתנים? אומזיסט אײַער מי, אומזיסט ברעכט איר פֿיס.
רב שלום־שדכן: די פֿיס זײַנען מײַנע, ניט קײנעמס.
װיעראָטשקע: (גײט אױס פֿון געלעכטער.) כאַ־כאַ־כאַ! כאַ־כאַ־כאַ!
חנה־לאה: װאָס לאַכסטו אַזױ, טאָכטער?
חײם־לײב: װאָס איז דער געלעכטער?
װיעראָטשקע: (צו דער מוטער.) אַ קאָמיטשעסקעкомичёстка: קאָמיש פֿיגור! כאַ־כאַ־כאַ! פֿון װאַנען נעמען זיך אַזעלכע ניעװעזשדעס? װאָס טוט דאָ בײַ אײַך דער שדכן?
חנה־לאה: װאָס טוט אַ שדכן? ער רעדט שידוכים.
װיעראָטשקע: װעמען רעדט ער דאָס שידוכים?
חײם־לײב: װעמען? מיר!
חנה־לאה: זײ רײדן דיר אַ חתן, װיעראָטשקע.
װיעראָטשקע: װאָס הײסט, ער רעדט מיר אַ חתן? אַ חתן דאַרף זיך רײדן אַלײן. (טוט אױס די הענטשקעלעך.) װעמען, אַ שטײגער, רעדט ער מיר?
חנה־לאה: זײ רײדן דיר אַ דאָקטער.
חײם־לײב: אַ סוחר רעדט ער דיר.
חנה־לאה: (הױך.) אַ דאָקטער, ניט קײן סוחר! (רב שלום־שדכן זאָגט נאָך: „אַ דאָקטער“.)
חײם־לײב: (הױך.) אַ סוחר, ניט קײן דאָקטער! (רב שלום־שדכן זאָגט נאָך: „אַ סוחר“.)
חנה־לאה: (נאָך העכער.) אַ דאָקטער! (רב שלום־שדכן: „אַ דאָקטער“.)
חײם־לײב: (נאָך העכער.) אַ סוחר! (רב שלום־שדכן: „אַ סוחר“.)
רב שלום־שדכן: (צו זיך.) יאָ! עס הײבט זיך שױן אָן אַ טרעיאַטער! (צו פֿאָטער און מוטער.) שאַט! װײסט איר נאָר װאָס? לאָמיר פֿרעגן בײַ איר אַלײן לאָמיר.(צו װיעראַן.) װאָס װילסטו בעסער, מײדל, אַ סוחר, צי אַ דאָקטער?
װיעראָטשקע: איר זײַט אַ נאַכאַל!
רב שלום־שדכן: אַ װאָס?
װיעראָטשקע: אַ נאַכאַל.
רב שלום־שדכן: נײן, דו האָסט אַ טעות, מײדל, איך בין אַ שדכן בין איך, ניט קײן נעכאַל; איז אױב דו װילסט, קאָן איך דיר געבן אױף אױסצוקלײַבן קאָן איך דיר; רב שלום־שדכן האָט ברוך־השם גענוג. איך קאָן דיר געבן אַ סוחרישן דאָקטער, אָדער אַ דאָקטערשן סוחר. די ברירה איז בײַ דיר די ברירה.
װיעראָטשקע: (קײַכט פֿאַר געלעכטער.) כאַ־כאַ־כאַ! אַ סוחרישער דאָקטער, אָדער אַ דאָקטערשער סוחר! כאַ־כאַ־כאַ!…
רב שלום־שדכן: (צו זיך.) דאָס מײדל איז מיר עפּעס פֿרײלעך דאָס מײדל… (צו פֿאָטער און מוטער.) לחײם, רב חײם־לײב! לחײם, חנה־לאה! נו, לאָז גאָט געבן אין גיכן צו דער חופּה!…
חנה־לאה: װאָס שװײַגסטו, טאָכטער? זאָג אים, דעם טאַטן דײַנעם, דעם טיראַן, דעם דעספּאָט, אַז דו װעסט נעמען אַ דאָקטער, ניט קײן סוחר! (רב שלום־שדכן זאָגט נאָך: „אַ דאָקטער, ניט קײן סוחר“.)
חײם־לײב: אַ סוחר װעט זי נעמען, ניט קײן דאָקטער! (רב שלום־שדכן זאָגט נאָך: „אַ סוחר, ניט קײן דאָקטער“.)
חנה־לאה: (הױך.) אַ דאָקטער! ( שלום־שדכן זאָגט נאָך: „אַ דאָקטער“.)
חײם־לײב: (הױך.) אַ סוחר! ( שלום־שדכן זאָגט נאָך: „אַ סוחר“.)
חנה־לאה: (אַ טופּ מיטן פֿוס.) אַ דאָקטער! אַ דאָקטער! אַ דאָקטער!
רב שלום־שדכן: (זאָגט נאָך.) אַ דאָקטער! אַ דאָקטער! אַ דאָקטער! לחײם, רב חײם־לײב! לחײם, חנה־לאהניו!
װיעראָטשקע: (קאַטשעט זיך פֿאַר געלעכטער.) כאַ־כאַ־כאַ! אַ דאָקטער! אַ דאָקטער! אַ דאָקטער! (פֿון יענער זײַט װאַנט הערט זיך אַ קול פֿון אַבראַמטשיקן: „אַ דאָקטער! אַ דאָקטער! אַ דאָקטער!“ ― עס עפֿנט זיך די קיכטיר און עס לױפֿט אַרײַן אַן איבערגעשראָקענע זלאַטקע דאָס דינסטמײדל מיט אַ האַנטעך און מיט אַ פֿלעדערװיש, און נאָך איר ברײַנע די ייִדענע מיט אַ האַנטשערקע און מיט אַ ראַהעטש.)
זלאַטקע דאָס מײדל: אַ דאָקטער? װעמען איז אַ דאָקטער? װעלכן דאָקטער? אָט לױף איך ברענגען דעם דאָקטער!
ברײַנע די ייִדענע: אַ מכּה איז מיר אַ גרױסע! אַ דונער האָט מיך דערשלאָגן! װאָס איז דאָ? מע חלשט? פֿאַר װעמען דאַרף מען דאָס דעם דאָקטער? (װיעראָטשקע הערט ניט אױף צו קאַטשען זיך פֿאַר געלעכטער.)
חנה־לאה: (לאָזט זיך צו די דינסטן מיט בײדע קולאַקעס.) אַ בײזער! אַ װיסטער! אַ פֿינצטערער חלום צו אײַער קאָפּ און צו אײַערע הענט און פֿיס! װאָן, שלימזלען! אַרױס פֿון דאַנען, דראַנקעס!