דראַמאַטישע שריפֿטן

שלום עליכם (אַלע װערק)

צעזײט און צעשפּרײט: בילדער פֿונעם ייִדישן לעבן אין דרײַ אַקטן

די פּאַרשױנען:

מאיר שאַלאַנט, אַ ייִד אַ סוחר, אַן אױפֿגעקומענער גבֿיר, אַ פּראָסטער חי־וקים, שנײַדט זיך אױף אַן אַריסטאָקראַט.

מלכּה, זײַן װײַב, אַ ייִדענע אַן ערלעכע, אַ כּשרע נשמה.

מאַטװײ, זײער עלטערער זון, אַ „פֿראַנט“.

פֿלאָראַ, זײער עלטערע טאָכטער, אַ גרושה, „פֿען־דע־סיעקלfin de siècle: אַ מאָדערניסטקע“.

חנה, זײער ייִנגערע טאָכטער. געשאָרענע האָר. רײַסט זיך אױף די קורסן.

חײם, זײער ייִנגערער זון, אַ ציוניסט.

װאַלאָדיע, זײער זון, אַ „סטאַטעטשנער“ בחור.

סאַשקע, זײער מיזיניקל, אַ צעבאַלעװעט בר־מיצװה־בחורל.

משהלע זײַדענשטאַמער, שאַלאַנטס מחותּן, אַן אָפּגעפּוצט ייִדל, אײַנגעטונקען אין ייִחוס.

איטעלע, זײַן װײַב, טראָגט פּערל אין דער װאָכן.

אַראָנטשיק, זײער דריטער זון, חנהס חתן, אַ „חבֿרה־מאַן“.

פּעסל, אַן אָרעמע קרובֿה מלכּהס, אַ װײַבל מיט אַ פֿאַטשײלע.

דאַװידקע, מאַטװײס אַ חבֿר, אַ קאָרטן־שפּילער.

בעניע, אַ ייִד מיט אַ זאָנטיק, האַלב מעקלער, האַלב שדכן.

מאַשע, אַ שטובמײדל בײַ די שאַלאַנטס.

בחורים מיט שװאַרצע העמדלעך, מײדלעך מיט רױטע בלוזקעס און גלאַט פּאַרשױנען.

די געשיכטע קומט פֿאָר אין אַ גרױסער שטאָט.

צו דער צװײטער אױפֿלאַגע

מיט אײניקע יאָר צוריק האָט זיך געדרוקט פֿון מיר אַ פֿעליעטאָן אין דער „ייִדישער פֿאָלקס־צײַטונג“ אונטער דעם נאָמען „צעזײט און צעשפּרײט, בילדער פֿונעם ייִדישן לעבן“. הגם די דאָזיקע בילדער זײַנען געשריבן אין אַ דראַמאַטישער פֿאָרעם, דאָך האָט זיך מיר אַפֿילו ניט געחלומט, אַז איך װעל אַמאָל זוכה זײַן צו זען זײ אױפֿגעפֿירט אױף דער סצענע.

אין עטלעכע יאָר אַרום האָט מען די פּיעסע איבערגעזעצט אין דער פּױלישער שפּראַך און מע האָט זי געשפּילט אין פּױלישן טעאַטער אין װאַרשע. אמת, דאָס פּובליקום האָט אױפֿגענומען די פּיעסע און דעם מחבר פֿון דער פּיעסע זײער רױשיק, די גאַלעריע האָט געפּאַטשט „בראַװאָ“, װי געװײנלעך, נאָר װאָס מער דער עולם האָט געגװאַלדעװעט, אַזױ מער האָט דאָס דעם מחבר פֿאַרדראָסן: ער האָט געפֿילט, אַז דער פּיעסע פֿעלט אַ סך מער װיפֿל זי פֿאַרמאָגט; ער האָט געפֿילט, אַז אױף דער בינע װערט געשפּילט אַ פֿעליעטאָן, ניט קײן דראַמע. דאָס, װאָס איך האָב דעמאָלט געליטן, קאָן מען באמת אָנרופֿן „חיבוט־הקבֿר“. „קײנער װײס ניט, זאָגט מען, װעמען דער שוך קװעטשט“. איך בין געװען דענסטמאָל אױב ניט דער אײנציקער, װאָס האָט אױסגעפֿײַפֿט דעם מחבר פֿון דער פּיעסע.

איצט, בײַ דער צװײטער אױפֿלאַגע, צום אױפֿפֿירן זי אױף דער ייִדישער בינע, האָב איך זי גענומען צום אױסבעסערן. דאָס „אױסבעסערן“ האָט מיך אָבער אַזױ װײַט פֿאַרשלעפּט, אַז איך האָב כּמעט אָנגעשריבן אַ גאַנץ נײַע פּיעסע, כּמעט נאָר איבערגעלאָזט דעם הױפּט־געדאַנק, די נעמען פֿון די פּאַרשױנען און אַ צװײ־דרײַ סצענעס אומגעענדערט. איך האָב געװאָלט, אַז מײַן ערשטע פּיעסע אױף דער ייִדישער בינע זאָל האָבן כאָטש אַ שטיקל פּנים פֿון אַ פּיעסע, אַזױ, אַז אױב די גאַלעריע װעט זיך ניט קענען אײַנהאַלטן און װעט אַמאָל װעלן „פּאַטשן בראַװאָ“, זאָל זי ניט פּאַטשן אומזיסט… „יונגע דראַמאַטורגן ― זאָגט טשעכאָװАнтон Павлович Чехов 1860-1904 ― באַדאַרף מען װינציקער אַפּלאָדירן און מער אױספֿײַפֿן“. גאָלדענע װערטער!…

שלום־עליכם
קיִעװ, מײַ, 1905.
ערשטער אַקט

בײַ אַ גרױסן, רײַך־געדעקטן טיש זיצט מאיר שאַלאַנט אין אַ כאַלאַט, פֿאַרטיפֿט אין חשבונות. ― מלכּה איז באַשעפֿטיקט בײַם סאַמאָװאַר, טראָגט אונטער איטלעכן טײ. ― פֿלאָראַ, אַן אָנגעפּודערטע, מיט ברײטע צעשניטענע אַרבל, זיצט אין אַ װיגשטול, װיגט זיך און זינגט שטילערהײט. ― חנה, פֿאַרטיפֿט אין אַ ביכל, לײענט. מאַטװײ, אַ צעקאָשמעטער, פֿײַפֿט אונטער שטילערהײט.

ערשטע סצענע

מלכּה: (אױף רוסיש.) שאַשע! שאַשענקע?

סאַשקע: (פֿונעם אַנדערן חדר, אױף רוסיש.) װאָס איז, מאַמאַשאַ?

מלכּה: װאָס טוסטו דאָרטן?

סאַשקע: איך װאַש די קאַץ. װאָס איז דען?

מלכּה: גײ טרינקען טײ! (מאַטװײ און פֿלאָראַ לאַכן.)

חנה: (צו דער מוטער.) אַנדערש קאָנסטו טאַקע מיט אים ניט רײדן, נאָר אױף רוסיש?

מלכּה: װי אַזױ דען זאָל איך רײדן, אַז איר רעדט אַלע אַזױ? איך װאָלט אַװדאי געװאָלט בעסער רײדן אױף ייִדיש, אױף מאַמע־לשון, נאָר װאָס זאָל איך טאָן, אַז איר אַלע, און אַפֿילו אָט דער אַלטער נאַר .(זי באַװײַזט אױף מאירן.) האָט זיך אָנגערעדט, מע זאָל אַרױסטרײַבן אונדזער הײליקן לשון. און װער שמועסט, פֿון זינט מיר זײַנען אַריבערגעפֿאָרן אַהער, אין דער דאָזיקער פֿאַרשאָלטענער שטאָט! װאָס, אפֿשר ניט אַזױ, מאיר?

מאיר: װאָס ניט אַזױ? אַז דו ביסט אַ בהמה? (מאַטװײ און פֿלאָראַ לאַכן.)

מלכּה: לאַכט, לאַכט! דאָס עפּעלע פֿאַלט ניט װײַט פֿונעם בײמעלע. „יאַקי טאַטקאָ, טאַקי דזיעצקאָяки татко, таки дзєтско: אַזױ װי דער טאַטע, אַזױ דער זון“…

מאיר: שױן? האָסט שױן אָנגעהױבן מיט דײַן מוסר, מיטן טײַטש־חומש און מיטן פּעטשענע־װאַרעניע? (מאַטװײ און פֿלאָראַ לאַכן.) װוּ איז חײם? װוּ איז װאַלאָדיע? (קוקט זיך אַרום.) פֿאַרװאָס זעט מען זײ ניט?

מלכּה: שלאָפֿן נאָך מן־הסתּם.

מאיר: אַזױ שפּעט? טאָמער װאָלט מען זײ אױפֿגעװעקט טרינקען טײ?

מלכּה: אַ רחמנות, זײ האָבן זיך שפּעט געלײגט שלאָפֿן.

מאיר: (קוקט אין די פּאַפּירן.) געלערנט?

מאַטװײ: פֿאַרשטײט זיך! װי דען? מיר דאַכט, אַז זײ זײַנען בײדע געקומען אַהײם מיטן טאָג גלײַך.

פֿלאָראַ: מיטן טאָג גלײַך? געװען שױן גרױסער טאָג.

מאיר: (צו מלכּהן.) װאָס הײסט דאָס? װוּ איז מען דאָס געװען? װוּהין גײט מען דאָס אַרום גאַנצע נעכט? װאָס פֿאַר אַרומגײעכצן בײַנאַכט?

מלכּה: װײס איך װאָס ― קינדער פּלאַפּלען!

מאַטװײ: מאַמאַשע! װאָס דאַרפֿסטו זײ פֿאַרענטפֿערן? זײ זײַנען געװען אױף אַ „זאַסעדאַניעзаседание: צוזאַמענטרעף“. װאָס איז דער אומגליק?

מאיר: װאָס פֿאַר זאַסעדאַניעס גאָר?

פֿלאָראַ: שפּילסט זיך מיט זײ? יענע קערן װעלטן!

מאַטװײ: מע ברענט די באָד!

חנה: (ניט צוגענומען די אױגן פֿונעם בוך.) אַלץ בעסער װי שפּילן גאַנצע נעכט אין קאָרטן.

פֿלאָראַ: (צו מאַטװײען.) דאָס איז שױן אין דײַן גאָרטן אַרײַן, מאַטװײ…

מאַטװײ: „לאַנגע האָר, זאָגט מען, קורצער שׂכל“. בײַ איר איז בײדע זאַכן: אי קורצע האָר, אי קורצער שׂכל.

חנה: אי פּלאַטשיק, אי אָן טעם.

מאַטװײ: (ציט אױס אַ לאַנגן פֿײַף.) פֿי־יו־יט!

מאיר: (הײבט אױף דעם קאָפּ.) װער פֿײַפֿט עס? װאָס פֿאַר אַ פֿײַפֿערײַ?

מלכּה: (צו די קינדער מיט אַ געבעט.) לאָז זײַן שטיל, איך בעט אײַך! (עס קומט אָן חײם, טוט אַ קוש דעם פֿאָטער. גיט חנהן די האַנט. מלכּה טראָגט אים אונטער טײ.)

צװײטע סצענע

מאיר: װוּ ביסטו דאָס געװען, הײם? װאָס פֿאַר זאַסעדאַניעס בײַ דיר?

הײם: פֿון ציוניסטן.

מאַטװײ: פֿון ארץ־ישׂראל־ייִדן.

מאיר: (איראָניש.) װאָס זשע איז געבליבן דאָרטן בײַ אײַך אױף דער אַסיפֿה?

מאַטװײ: מע זאָל אַריבערפּעקלען אַלע ייִדן קײן ארץ־ישׂראל.

חײם: ניט אַלע… די ייִדן, װאָס זײ געפֿעלט ניט ארץ־ישׂראל, קאָנען בלײַבן דאָ.

מאַטװײ: עס גײט זײ אָפּ צום רומל נאָר אַ װײַס פֿערדל. (פֿלאָראַ לאַכט נערװעז. עס קומט אָן װאַלאָדיע מיט אַ פּעקל ביכער, טוט אַ קוש דעם פֿאָטער, קװעטשט חײמען און חנה די האַנט. מלכּה טראָגט אים אונטער טײ.)

דריטע סצענע

װאַלאָדיע: װאָס איז דאָ אַזױ פֿרײלעך?

חײם: װאָס פֿעלט זײ?

מאיר: (צו װאַלאָדיען, ניט אױפֿגעהױבן די אױגן.) נו, און דו, װאַלאָדקע? װוּהין װילסטו אַריבערפֿירן די ייִדן? אױך קײן ארץ־ישׂראל? צי אפֿשר גאָר קײן מצרים?

װאַלאָדיע: װאָס דאַרף מען קײן מצרים? מע קאָן ניט זײַן קײן שקלאַפֿן דאָ?

מאַטװײ: פּאַפּאַ! דאָס מײנט מען אונדז און דיך אױך בתוכם…

מאיר: (צו װאַלאָדיען אין גוטן מוט.) מיט אַ טאַטן רעדסטו אַזעלכע װערטער, דו שײגעץ אײנער?

װאַלאָדיע: װאָסערע װערטער? (מאַטװײ פֿײַפֿט, פֿלאָראַ לאַכט.)

מאיר: (שטרענג.) װאָס פֿאַר אַ פֿײַפֿערײַ? װאָס פֿאַר אַ געלעכטער?

מלכּה: (לױפֿט צו.) אָבער לאָז זײַן שטיל! קינדער, לאָז זײַן שטיל, איך בעט אײַך! (עס קומט אָן סאַשקע מיט צװײ קעצלעך אונטער בײדע הענט. ער קושט פֿריִער דעם פֿאָטער, נאָכדעם די מוטער. מלכּה באַזעצט אים, דרײט זיך אַרום אים, גיט אים טײ, ער האָדעװעט די קעץ מיט מילך.)

פֿערטע סצענע

מאַטװײ: אַהאַ! ער איז שױן דאָ מיט דער משפּחה!

פֿלאָראַ: סאַשקע מיט די קעץ!

סאַשקע: (קוקט ניט אױף קײנעם.) פֿאַרװאָס קױפֿט מען מיר ניט קײן װעלאָסיפּעד?

מלכּה: (לױפֿט צו צו אים.) לאָז זײַן שטיל, סאַשענקע! װאָס טױג דיר זיך האַלטן מיט אַזאַ מיאוסקײט? װאַרף זײ אַרױס! שאַט צום זכּרון! אַ שרץ!

סאַשקע: (הערט זי ניט.) פֿאַרװאָס קױפֿט מען מיר ניט קײן װעלאָסיפּעד? (הױך.) קײן װעלאָסיפּעד פֿאַרװאָס קױפֿט מען מיר ניט?! (אַלע לאַכן, חוץ מלכּהן.)

מאיר: (רײַסט זיך אָפּ פֿון די פּאַפּירן.) האַ? װאָס האָט ער געזאָגט? װאָס זאָל מען אים קױפֿן?

מלכּה: װײס איך װאָס אַ קינד פּלאַפּלט!… אַ לעסיפּעד האָסטו צוגעזאָגט אים קױפֿן, װאָס?

מאיר: װאָסערע לעסיפּעדן! װאָסערע פֿלױמען! אַזאַ קלײנער װעװריק װי דו דאַרפֿסט נאָר לערנען, ניט אַרומפֿאָרן אױף לעסיפּעדן און שפּילן זיך מיט אַזאַ פּאַסקודסטװע! (װאַרפֿט אַראָפּ די קעץ; סאַשקע הײבט זײ אױף אײן מאָל און צװײ מאָל און דרײַ מאָל. אַלע לאַכן חוץ מלכּהן.) װוּ זײַנען דײַנע לערערס װוּ?

סאַשקע: לערערס? כאַ־כאַ־כאַ! געװען אײנער אַ לערער, איז ער אױך ניטאָ.

מאיר: װאָס הײסט אײנער אַ לערער? נו, און דער מלמד ― װוּ איז דער רבי?

סאַשקע: װאָסער מלמד? װאָסער רבי? שױן לאַנג דורכגעטריבן!

מאיר: (איבערראַשט.) האַ? װאָס? דורכגעטריבן? װער האָט אים דורכגעטריבן? װער האָט דאָס געהאַט אַ העזה אַרױסצוטרײַבן אַ מלמד אָן מיר? (קלאַפּט מיט די הענט אין טיש.) איך בין דאָ באַלעבאָס, צי נײן? װאָס שװײַגט איר? װער איז דאָ באַלעבאָס? (ער גײט אַרײַן װאָס װײַטער אין אַלץ מער כּעס, װאַרפֿט די קעץ פֿונעם טיש; סאַשקע װיל זײ אױפֿהײבן, דער פֿאָטער טרײַבט אים דורך.) גײ דיר, דו פּידסװיניק אײנער, מיט דער פּאַסקודסטװע! (סאַשקע מיט די קעץ גײט אַװעק, מורקעט אונטער דער נאָז: „אַ פֿאַרשאָלטענע שטוב“….)

פֿינפֿטע סצענע

מאַטװײ: (ציט אױס אַ לאַנגן פֿײַף.) פֿי־יו־יט!

פֿלאָראַ: (שטיקט זיך שטילערהײט.) כי־כי־כי!

חײם: (צו װאַלאָדיען.) אַ זעלטן בחורל!

חנה: זעלטענע דערציִונג!

װאַלאָדיע: (דעקלאַמירט.) „װאָט זלאָנראַװיאַ דאָסטאָיניאַ פּלאָדיВот злонравия достойные плоды: אָט זײַנען די פֿרוכטן פֿון רישעות (לעצטע שורה פֿון דער פּיעסע Недоросль פֿון Денис Иванович Фонвизин 1745-1792)“… (אַ פּאָר מינוט הערשט אַ שטילשװײַגעניש.)

חײם: (צו װאַלאָדיען.) װען מאַכן מיר אַ דיסקוסיע?

װאַלאָדיע: ניטאָ דערװײַל קײן פּלאַץ… (צו חנהן.) נעמסט אַן אָנטײל אין אונדזער דעבאַטע?

חנה: מיט פֿאַרגעניגן. װען װעט דאָס זײַן?

פֿלאָראַ: װאָס? אַ ספּעקטאַקל?

חײם: (צו װאַלאָדיען.) װאָס חלומט זיך אַ הון?

חנה: פּראָסע.

פֿלאָראַ: (צו מאַטװײען.) װאָס זאָגסטו אױף אונדזער קורסיסטקע? זי מײנט, אַז װי באַלד מע שערט זיך אונטער די האָר, אַזױ נעמט מען שױן צו אױף די קורסן…

מאיר: האַ? קורסן? װאָס פֿאַר קורסן?

מלכּה: װײס איך װאָס קינדער פּלאַפּלען!

מאַטװײ: זי פֿאַרגעסט, אַז דערװײַל איז זי אַ ייִדישע טאָכטער, דאָס הײסט, אַ „זשידאָװקע מיט אַן אַטעסטאַט“.

חײם: אַלץ שענער װי װאַלגערן זיך אין אַלע קלובן.

װאַלאָדיע: און שפּילן אין קאָרטן.

מאיר: װאָס פֿאַר קלובן? װאָס פֿאַר קאָרטן?

מלכּה: װײס איך װאָס קינדער פּלאַפּלען! (צו די קינדער.) איך בעט אײַך, לאָז זײַן שטיל! (עס װערט אױף אַ װײַלע שטיל. יונגװאַרג רײדן צװישן זיך שטילערהײט.)

מאיר: (שטײט אױף פֿונעם טיש.) װער װעט מיר אָנשרײַבן עפּעס אַ רעכטן בריװ צום פּריץ, צום גראַף מײן איך?… ער שרײַבט מיר, דער גראַף, אַז מע דינגט בײַ אים װאַלד, מע גיט אים, זאָגט ער, אַן אײַזערנעם פּרײַז… ער מײנט, איך װײס ניט, װאָס ער מײנט!… עס ציט אים שױן אַהין, קײן „מאָנטעקאַרעלMonte Carlo“ ציט עס אים! אַ קערטעלע!… באַדאַרף ער האָבן געלט… בלאָטע! איך װעל ניט דערלאָזן, מע זאָל האַקן דעם װאַלד, מאַכן אים אַ תּל פֿון דער אימעניע, אָבער גאָר לא!… (גײט צו צו אַ שרײַבטישל, װאָס בײַ דער זײַט.) מע באַדאַרף אים אַװעקשרײַבן אַזאַ בריװל, ס'זאָל אים נעמען!… נו, קינדער! װער שרײַבט?

מאַטװײ: איך האָב גאָר פֿאַרגעסן, אַז כ'האָב הײַנט קײן צײַט ניט. (הײבט זיך אױף און גײט אַװעק.)

פֿלאָראַ: איך װעל מיר הײַנט אַמאָל אָנטאָן, צי נײן? (הײבט זיך אױף און גײט אַװעק.)

מאיר: נו?

חײם: (צו װאַלאָדיען.) נו? װעסט אפֿשר שרײַבן?

װאַלאָדיע: (צו חײם.) פֿאַרװאָס ניט דו?

מאיר: נו?

חנה: (גײט צו צום טישל.) אָט װעל איך. (נעמט זיך צו דער פּען.)

מאיר: שעמען מעגט איר זיך! מילא יענע צװײ עלטערע האָבן זיך אָפּגעטראָגן, איז כאָטש דער פֿאַרדראָס ניט אַזױ גרױס; ס'איז פֿאַר זײ אַ סוד, זײ קענען נעבעך ניט… אָבער איר, ימח־שמוניקעס? איר יכולט דאָך יאָ! קאַרג קאָסט איר מיך אָפּ?… אַ װױל קינד איז טאַקע חנהלע… (צו חנהן.) שרײַב… (שטעלט זיך אַװעק אין אַ פֿאַרטראַכטע פּאָזע, דיקטירט.) שרײַב אים אַזױ: „יעװאָ סיאַטעלסטװוּ יאַסנאָװעלמאָזשנעמו פּאַנו כראַביאַего сиятельству ясновельможний пан храбиа: זײַן עקצעלענץ דער העכסט־אײדל כראַביע“… שױן?

חנה: שױן.

מאיר: (מיט די הענט.) „ראשית־חכמה קום איך דיר, יאַסנאָװעלמאָזשנע פּאַן כראַביאַ, צו מעלדן… נײן! דערנידעריקסט צו מעלדן מײַן איבערגעבנהײט… נײן! מײַן אַלערטיפֿסטע איבערגעבנהײט“… שױן?

חנה: שױן.

מאיר: „מײַן אַלערטיפֿסטע איבערגעבנהײט און געטרײַשאַפֿט… נײן! מײַן שטענדיקע געטרײַשאַפֿט צו דיר, יאַסנאָװעלמאָזשנע פּאַן כראַביאַ, און צו דײַן הױזגעזינט… נײן! צו דײַן יאַסנאָװעלמאָזשנע הױזגעזינט…“

חײם: (הױך.) איך פֿאַרשטײ ניט, צו װאָס זאָל אַ ייִד זיך מאַכן אַזױ נידעריק פֿאַר אַ פּריץ?

װאַלאָדיע: װאָס עפּעס אַ ייִד? און גלאַט אַ מענטש פֿאַר אַ מענטשן?

מאיר: (אױפֿגעהױבן דעם קאָפּ.) האַ? שרײַבן קען איך ניט ― מע האָט מיך ניט געלערנט. נאָר װאָס און װי אַזױ צו שרײַבן צו אַ פּריץ ― דאָס באַדאַרף איך מיך בײַ אײַך ניט לערנען. איך װעל מיר נאָך אױסגלײַכן מיט אַלע אײַערע קענערס דאָרטן, און אפֿשר נאָך מיט אַ סמיטשיק. צי איר מײנט טאַקע, אַז װי באַלד איך קען ניט קײן געאָגראַפֿיע, אַזױ בין איך שױן גאָר אַ בהמה און פֿאַרשטײ שױן גאָרניט?

חײם: װער זאָגט דען? מע שמועסט נאָר פֿון דעם, למאַי זאָל אַ ייִד אַזױ אָנבײגן דעם קאָפּ פֿאַר אַ פּריץ הײַנטיקע צײַטן?

װאַלאָדיע: װאָס עפּעס אַ ייִד? יעדער מענטש באַדאַרף זיך האַלטן מענטשנגלײַך. אַ מענטש באַדאַרף קודם־כּל אַכטן זיך אַלײן, אַלײן קוקן אױף זיך, װי אױף אַ מענטשן.

מאיר: גוט, גוט. דער גראַף קען מיך, ברוך־השם, ניט דאָס ערשטע יאָר, און כאָטש איך האָב אין די „גימענאַזיעס“ ניט געלערנט, װעט ער פֿונדעסטװעגן אַװעקגעבן פֿאַר מיר דרײַ הונדערט פּאָר פֿײַנע בריות אַזעלכע װי איר, װאָרעם ער װײס, פֿאַרשטײט איר מיך, אַז איך בין אים געטרײַ און איבערגעגעבן װי אַ הונט…

חײם און װאַלאָדיע: (בײדע מיטאַמאָל.) אָט־אָט, אָט דאָס מײנט מען טאַקע! אָט דאָס װאָרט „הונט“ איז איבעריק.

מאיר: (אױפֿגערעגט.) װילט איר מיך לערנען שׂכל, הײסט עס? די נאָז שנײַצט אױס, יונגע צוציקעס װאָס איר זײַט! (שרײַט אַלעמאָל העכער.) װאָס פֿאַר אַ העזה האָט איר דאָס גאָר אַזױ צו רײדן מיט אַ טאַטן, האַ? װאָס שװײַגט איר?!…

מלכּה: (לױפֿט אונטער אין אימפּעט.) אָבער גענוג! לאָז זײַן שטיל, אין גאָטעס װילן, מאיר! (שיקט אַרױס חײמען און װאַלאָדיען, נעמט צו די פּען בײַ חנהן.) נו, גענוג. לאָז איבער אױף שפּעטער. מע װעט שױן שפּעטער שרײַבן. (חנה גײט אָפּ, מאיר און מלכּה בלײַבן אַלײן.)

זעקסטע סצענע

מאיר: (שפּאַנט אַרום איבערן שטוב.) נו, אַ שטוב! נו, קינדער!

מלכּה: דײַן שטוב, דײַנע קינדער…

מאיר: און דײַן השגחה.

מלכּה: ניט דו האָסט דאָס באַדאַרפֿט זאָגן!

מאיר: און דו װאָלסט בעסער שװײַגן.

מלכּה: שװײַגן? איך האָב שױן גענוג געשװיגן. אײַנגעמידט זיך שװײַגנדיק. צײַט איך זאָל שױן עפּעס רײדן. איר לאָזט מיך דען אױסרײדן אַ װאָרט? איך האָב דען אױך עפּעס אַ דעה? און װער איז שולדיק, אַז ניט אָט די שטאָט מיט דער שטוב מיט דעם נײַעם שניט? ניט געװען קײן געלט, איז ניט געװען קײן טאַרעראַם, מיט קײן האַרמידער, מיט קײן פּוסטעקראַטישע גענג. ניט געװען די גרױסע שטאָט, האָב איך ניט געװוּסט פֿון קײן שפּיגלען, מיט קײן פֿאָטעלן, מיט קײן צאַצקעס, מיט קײן טאָפּטשאַנעס, מיט קײן לעסיפּעדן…

מאיר: װער האָט דאָס אױסגעטראַכט, אַז ניט דו, צוליבן טײַערן מיזיניקל?

מלכּה: (אַ פּליעסק מיט די הענט.) אױ, איך װעל מיר נאָך אַ מעשׂה אָנטאָן! איך האָב אױסגעטראַכט? איך? דו האָסט שױן, אַ פּנים, פֿאַרגעסן, מאיר, אַז דו ביסט געקומען צו פֿאָרן אַנומלטן פֿונעם גראַף, האָסטו אַלײן געזאָגט, אַז דו װעסט אים קױפֿן אַ לעסיפּעד. איך װײס? איך זאָל, דאַכט מיר, לעבן דרײַ הונדערט יאָר, װאָלט איך מיך באַגאַנגען אָן דעם! אַדרבא, איך האָב געזאָגט, מע דאַרף ניט, איך האָב גאָר מורא געהאַט, דאָס קינד זאָל זיך סך־הכּל ניט אױסברעכן אַ האַנט אָדער אַ פֿוס, האָט מען נאָך געמאַכט פֿון מיר דאָס גרעסטע געלעכטער!

מאיר: פֿאַרשטײט זיך, מע האָט געלאַכט. ביסט אַ געשלײערטע האַנדזיע, לאַכט מען!

מלכּה: און דו ביסט דאָך דער גרױסער חכם מיטן גרױסן פּוסטעקראַט! זינט מיר האָבן באַקומען געלט און אַרױסגעפֿאָרן אין דער דאָזיקער גרױסער שטאָט, זײַנען מיר געװאָרן מיט גאָטס הילף גאַנצע פּוסטעקראַטן!

מאיר: און אַז מיר זײַנען, ניט הײַנט געדאַכט, געזעסן אינעם פֿאַרשטונקענעם שטעטל און געפּגרט פֿאַר אַ דרײַערל, איז דיר געװען בעסער? עס לױנט דיר ניט, אַ פּנים, װאָס איך הײס איצטער „פּאַני שאַלאַנט“ און בין אַ מחותּן מיט משהלע זײַדענשטאַמער? צי נאָך דײַן שׂכל קומט אפֿשר אױס, אַז ס'איז געװען שענער דעמאָלט, אַז איך האָב געהײסן „מאיר טשאָלנט“. און דיך האָט מען גערופֿן „די טשאָלנטעכע“ ― אַ יאָ?

מלכּה: איך זאָל האָבן די ברכות, רבונו־של־עולם! ס'איז מיר גאָר געװען בעסער, אַז איך האָב געהײסן „טשאָלנטעכע“ און בין מיר געשטאַנען בײַ די פֿיש…

מאיר: ש ש ש!… בהמה! דאַרפֿסט, אַז די קינדער זאָלן נאָך דערהערן?

מלכּה: איז װאָס? זאָלן זײ הערן! איך דאַרף מיך שעמען פֿאַר זײ? איך האָב עפּעס געגנבֿעט? חלילה צוגענומען פֿרעמדס? איך האָב ערלעך, כּשר פֿאַרדינט… הלװאַי װאָלטן מיר ניט אַװעקגעװאָרפֿן די אַלטע פּרנסה, ניט פֿאַרגלוסט קײן גרינגע פֿײגעלעך מיט קײן פּריצים, מיט קײן גראַפֿן, מיט קײן אימעניעס, און ניט אַריבערגעפֿאָרן אַהער, אין דער דאָזיקער פֿאַרשאָלטענער שטאָט, צװישן הולטײַעס, װאָס מע װײס נאָר אױסברענגען, טרענצלען קערבלעך דער רוח װײס אױף װאָס, אױף שפּיגלען מיט טאָפּטשאַנעס, מיט „טרעיאַטערס“, מיט גימענאַזיעס, מיט סאָבראַניעסсобрание: טרעפֿונגען, מיט גוליאַניעסгуляние: שפּאַצירן ― טפֿו!

מאיר: (לאַכט.) „סאָבראַניעס־גוליאַניעס“? כאַ־כאַ־כאַ!

מלכּה: לאַכסט? אַז אָך און װײ צו דײַן געלעכטער!… איך זאָל האָבן די טױזנטער, װאָס ס'איז געװען בעסער דעמאָלט אָן געלט, װי אַצינד מיט געלט… ניט געװען קײן געלט, זײַנען די קינדער געװען קינדער; אַצינד זײַנען די קינדער קײן קינדער ניט, די מאַמע איז קײן מאַמע ניט. איטלעכער גײט װוּהין ער װיל: אײנער אין ליסי, דער אַנדערער אין סטריסי. מישטײנס געזאָגט, צעזײט און צעשפּרײט אױף אַלע זיבן ימים!… (װײנט, לאָזט זיך צו דער טיר, באַגעגנט זיך מיט די מחותּנים, משהלע זײַדענשטאַמער און זײַן װײַב איטעלע. טוט זיך אַ נעם צוריק.)

זיבעטע סצענע

מאיר: (שטײט אױף, גײט זײ אַקעגן, רײַבט אַ האַנט אָן אַ האַנט.) אַ? ברוך הבא, געסט! זיצט, זיצט, מחותּן! מחותּנתטע, זיצט! מלכּה! הײס געבן טײ, הײס מאַכן קאַװע, הײס דערלאַנגען עפּעס פֿאַרבײַסן! (מלכּה שאַפֿט. עס הערט אַרײַנגעטראָגן אַ גרױסע זילבערנע טאַץ מיט אַל דאָס גוטס.) װאָס זשע מאַכט איר עפּעס, מחותּן? װי גײט עס אײַך אין געזונט? װאָס מאַכט עפּעס דער חתן? פֿאַרװאָס זעט מען אים ניט?

זײַדענשטאַמער: װאָס זאָלן מיר מאַכן? מע לעבט, דאַנק גאָט. (צעלײגט זיך גאַנץ ברײטלעך אין אַ הײכן פֿאָטעל, טראָגט אונטער אַ זילבערן פּושקעלע מיט טאַביקע צו דער נאָז, רעדט הױך, געצײלטע װערטער, און לאָזט אױס אַלעמאָל מיט אַ לאַנגן „און יאָאָאָאָ!!!”. בײדע מחותּנתטעס זעצן זיך אַװעק אײנע אַקעגן די אַנדערע מיט צונױפֿגעלײגטע הענט און מע רעדט שטילערהײט.)

מאיר: װאָס זשע הערט זיך עפּעס בײַ אײַך? זעט, נעמט עפּעס אין מױל אַרײַן, מחותּן. מחותּנתטע, נעמט עפּעס! מלכּה! בעט, זײ זאָלן עפּעס נעמען אין מױל אַרײַן!

מלכּה: נעמט עפּעס, פֿאַרװאָס נעמט איר עפּעס ניט, איך בעט אײַך!

זײַדענשטאַמער: ס'איז אַזױ די מעשׂה. געגאַנגען פֿאַרבײַ. װאָלט ניט אַרײַנגעגאַנגען. רופֿט זיך אָן צו מיר זי: „לאָמיר אַרײַנגײן“. זאָג איך: „װאָס עפּעס פּלוצעם אין מיטן דרינען?“ זאָגט צו מיר זי: „װאָס אַרט דיך? מיר זײַנען שױן דאָ, לאָמיר אַרײַנגײן“. זאָג איך: „מילא, לאָמיר אַרײַנגײן“… און יאָאָאָאָ!… איך בין, דאַרפֿט איר װיסן, ניט קײן ליבהאָבער אױף גײן. מיר אַלע האָבן ניט ליב גײן. די זײַדענשטאַמערס האָבן פֿײַנט גײן. כאָטש אַפֿילו דער דאָקטער האָט מיר אָנגעזאָגט, איך זאָל דװקא גײן, און דװקא אַ סך! צוליב דער לופֿט. װאָרעם לופֿט איז אַ גרױסער ענין… און יאָאָאָאָ! נאָך מײַן זײדע, עליו־השלום, פֿלעגט זאָגן, אַז לופֿט ― דאָס איז אַזאַ מין זאַך, װאָס סײַ אַ מענטש, סײַ, להבֿדיל, אַ בהמה אָדער אַ חיה, אָדער אַזױ אַ לעבעדיקע זאַך, קאָן זיך אָן דעם ניט באַגײן. מחמת לופֿט איז אַזאַ מין זאַך, װאָס, װאָס… פֿאַרשטײט איר מיך… נאָך דער רמב″ם ברענגט, אַז על־פּי חכמת־הדאָקטאָריע קומט אױס, אַז בשעת אַ מענטש כאַפּט דעם אָטעם… און יאָאָאָאָ!.. איר האָט דאָך געהערט מסתּמא פֿונעם רמב″ם?

מאיר: געהערט, װי דען?… פֿאַרװאָס נעמט איר עפּעס ניט אין מױל אַרײַן, מחותּן? מחותּנתטע, פֿאַרװאָס נעמט איר עפּעס ניט? מלכּה, בעט זײ זאָלן עפּעס נעמען איז מױל אַרײַן!

מלכּה: נעמט עפּעס, פֿאַרװאָס נעמט איר עפּעס ניט, איך בעט אײַך?

זײַדענשטאַמער: ברענגט ער, דער רמב″ם הײסט עס, ערגעץ אין אַן אָרט, אַז על־פּי „חכמת־הפּילוסופֿיע“ איז לופֿט כּמעט אַזױ נײטיק, װי װאַסער. און װאַסער איז דאָך מים, פֿון די אַרבעה־יסודות, הײסט עס… (צײלט אױף די פֿינגער.) רוח―לופֿט, מים―װאַסער, אש―פֿײַער, עפֿר―ערד… (טוט אַ ניס.)

איטעלע: צו געזונט און צו אַריכות־ימים!

מאיר און מלכּה: צו געזונט און צו אַריכות־ימים.

זײַדענשטאַמער: אַ דאַנק… און יאָאָאָאָ!… איז װוּ האַלט איך, הײסט עס? בײַ די אַרבעה־יסודות…

איטעלע: יאָ! דו האָסט דאָך געװאָלט, דאַכט מיר, שמועסן מיט זײ פֿון עפּעס אַן אַנדער ענין גאָר?…

זײַדענשטאַמער: װאָס זשע האָבן מיר אַזױ קײן צײַט ניט? מיר װעלן נאָך רײדן. דו װײסט דאָך, אַז די זײַדענשטאַמערס האָבן פֿײַנט כאַפּ־לאַפּ. די זײַדענשטאַמערס האָבן צײַט. די זײַדענשטאַמערס האַלטן פֿונעם גלײַכװערטל: „גײ ניט גיך, װעסטו ניט רײַסן קײן שיך“. איר האָט געהאָרכט אַמאָל דאָס דאָזיקע גלײַכװערטל? דאָס איז מײַן זײדנס אַ װאָרט. מײַן זײדע, עליו־השלום, האָט געהאַט אין זיך װערטער ― װאָס װײסט איר? װאָס װײסט איר?… און יאָאָאָאָ!… „דאָס עפּעלע, פֿלעגט ער זאָגן, פֿאַלט ניט װײַט פֿונעם בײמעלע“. און „ייִחוס־אָבֿות, פֿלעגט ער זאָגן, נאַна: צום בית־הקבֿרות“. אָדער: „אַז גאָט װיל, שיסט אַ בעזעם“. האָט איר געהערט אַמאָל דאָס װאָרט? איז דאָס אױך זײַנס… האַ, איטעלע, װאָס זאָגסטו?

איטעלע: זײַנס, זײַנס, זכר צדיק לבֿרכה! נאָר מיר דאַכט, אַז…

זײַדענשטאַמער: האָב קײן יסורים ניט, איך װײס װוּ איך האַלט… און יאָאָאָאָ!… איז מײַן זײדע, זכר צדיק לבֿרכה, איז געװען אַ ייִד אַ חכם און אַ גרױסער מיוחס, װי אײַך איז באַװוּסט, דעם אַלטן רזשישטשעװער רענדאַרס אַן אײניקל. איר פֿאַרשטײט? פֿון אײן זײַט דער „בעל השור שנגה“, פֿון דער אַנדערער זײַט דער רזשישטשעװער רענדאַר, װאָס געהײסן האָט ער אַהרן און גערופֿן האָט מען אים „רב אַהרן“. דאָס איז ער טאַקע נאָך אים אַ נאָמען, דער חתן אײַערער, אַ שקאָץ אַ גרױסער! װעדליק דער נאָמען זײַנער, װאָלט ער געמעגט זײַן אַ קאַפּיטשקע פֿרומער, כע־כע, נאָר גאָרניט, מע קאָן מיט הײַנטיקע קינדער גאָרניט מאַכן. אַז ס'איז גאָר געװאָרן אַ מאָדע ― אַלע װילן לערנען זיך! אַלע װילן לערנען!

איטעלע: שטונדירן אין די קלאַסן.

זײַדענשטאַמער: און יאָאָאָאָ!… האָב איך געזאָגט מײַן זון: לערנען ― װיפֿל דו װילסט, אַבי ניט אין די קלאַסן! װאָרעם אונדזער משפּחה, װי אײַך איז ידוע, איז קײן עין־הרע אַ היפּשע משפּחה, װעט איר פֿונדעסטװעגן ניט געפֿינען בײַ אונדז ניט קײן דאָקטער, ניט קײן אַדװאָקאַט. ניט מחמת מיר זײַנען, חלילה, אַזעלכע פֿאַרברענטע חסידים; אַדרבא, מהיכא־תּיתי, פֿאַרװאָס ניט? נאָר גאָרניט, מיר זײַנען ניט גורס, מיר האַלטן ניט עפּעס דערפֿון! (טוט אַ מאַך מיט דער האַנט.) און יאָאָאָאָ!… קענט איר דערפֿון פֿאַרשטײן, װאָס פֿאַר אַ פּנים עס האָט בײַ מיר, אַז ער קומט צו גײן צו מיר, דער חתן הײסט עס, און זאָגט מיר, אַז באשר אַזױ װי זי, הײסט עס, װיל, ער זאָל זיך לערנען נאָך…

איטעלע: שטונדירן, הײסט עס, אין די קלאַסן.

זײַדענשטאַמער: און יאָאָאָאָ!… זי איז אים מסית־ומדיח, רעדט אים צו, הײסט עס, ער זאָל זיך מכין זײַן, צוגרײטן זיך הײסט עס, אין די קלאַסן, און די חתונה, זאָגט זי, זאָל מען אָפּלײגן אױף שפּעטער, אױף אַמאָל, הײסט עס. זי האָט צײַט. כע־כע!…

מאיר: (צעטראָגן.) װער? װוּ?

איטעלע: טאַקע אײַער טאָכטער מײנט מען, די כּלה, הײסט עס, דרודלט אָן דעם חתן…

מאיר: (כאַפּט זיך אױף.) האַ? װאָס? װער? חנה?… מלכּה, דו הערסט?

מלכּה: װײס איך װאָס קינדער פּלאַפּלען!

זײַדענשטאַמער: קינדער, זאָגט איר, פּלאַפּלען? עס קאָן זײַן. מסתּמא קענט איר בעסער אײַערע קינדער… איטלעכער קען זײַנע קינדער… איך װײס, אַז מײַנע קינדער פּלאַפּלען ניט. כע־כע! אָט, למשל, מײַנע קינדער זײַנען ניט קײן ציוניסטן. די זײַדענשטאַמערס האַלטן עפּעס ניט פֿון דעם ציוניזם… ניט מחמת איך האָב עפּעס חלילה צו די ציוניסטן אַ טענה? אַדרבא, מהיכא־תּיתי, פֿאַרװאָס ניט? נאָר גאָרניט, איך בין ניט גורס, איך האַלט ניט דערפֿון! (אַ מאַך מיט דער האַנט.) צי אַ שטײגער, כּדומה למשל, די הײַנטיקע װײַסע־חבֿרהניקעס מיט די הײַנטיקע גענג זײערע, װאָס װילן איבערקערן די גאַנצע װעלט מיטן קאָפּ אַראָפּ, מיט די פֿיס אַרױף, װילן זיך צעטײלן מיט אײַער געלט, דרינגען, אַז אַלצדינג, װאָס איר האָט, איז דאָס ניט אײַערס, פֿריִער גאָטס און נאָכדעם פֿרעמדס, הײסט עס, ס'איז בײַ אײַך סאַמע גנבֿה, גזלה… און יאָאָאָאָ!…

מאיר: (אױפֿגעבראַכט.) איך האָב בײַ קײנעם ניט געגנבֿעט, קײנעם ניט באַגזלט. איך האָב מײַן געלט כּשר פֿאַרדינט! איך האָב גענוג געהאָרעװעט דערױף! איך בין גענוג…

זײַדענשטאַמער: (שלאָגט אים איבער.) איך װײס, איך װײס! ס'ניט איך זאָג עס! דאָס זאָגן זײ, די װײַסע־חבֿרהניקעס, הײסט עס… און יאָאָאָאָ!..

מאיר: װאָסערע װײַסע־חבֿרהניקעס?

זײַדענשטאַמער: אָט אָ די דאָזיקע, װי, למשל, אײַערע, די ייִנגערע.

מאיר: (טוט זיך אַ װאָרף.) האַ?…

זײַדענשטאַמער: איר דאַרפֿט זיך ניט אָפּעסן דאָס האַרץ, מחותּן! ס'איז ניט כּדאַי, כ'לעבן… (צו מלכּהן.) װי אַזױ זאָגט איר? קינדער פּלאַפּלען, כע־כע?… (ניסט.)

איטעלע: צו געזונט און צו אַריכות־ימים!

זײַדענשטאַמער: אַ דאַנק… און יאָאָאָאָ!… איז װוּ האַלט איך, הײסט עס? רעדט זי אים צו, מײַנעם, הײסט עס, ער זאָל זיך נאָך אַ ביסל צולערנען…

איטעלע: שטונדירן אין די קלאַסן.

זײַדענשטאַמער: און יאָאָאָאָ!… און איך װיל גאָר אָפּשטעלן די חתונה, פֿאַרשטײט איר מיך, אױף ראָש־חודש אלול, מחמת איך האָב ניט ליב קײן קלאַסן, ניט מחמת איך האָב עפּעס צו זײ; אַדרבא, מהיכא־תּיתי, פֿאַרװאָס ניט? נאָר גאָרניט, איך בין ניט גורס. איך האַלט ניט דערפֿון! (אַ מאַך מיט דער האַנט.) און יאָאָאָאָ!… (אַ קוק אױפֿן זײגער. כאַפּט זיך אױף.) או־װאַ! אַ ביסל פֿאַרזעסן. מיר װעלן זיך נאָך אומקערן מסתּמא צו דעם ענין נאָכאַמאָל, אַז עס װעט האַלטן בײַ אָפּשטעלן די חתונה, אם־ירצה־השם… און יאָאָאָאָ!… איך האָב פֿײַנט דוחק־את־השעה זײַן, איך האָב ניט ליב כאַפּ־לאַפּ על־רגל־אַחת. די זײַדענשטאַמערס האָבן צײַט. „װער עס לױפֿט, דער מידט זיך אײַן“. האָט איר געהאָרכט אַמאָל דאָס װאָרט? ס'איז אױך מײַן זײדנס, זכותו יגן עלינו. האַ, איטעלע, װאָס זאָגסטו?

איטעלע: (גרײט אױף אַװעקצוגײן.) אַלץ, אַלץ איז זײַנס, זכר צדיק לבֿרכה!…

זײַדענשטאַמער: (צו מלכּהן מיט אַ זײַט.) װי אַזױ האָט איר געזאָגט? קינדער פּלאַפּלען? כע־כע! ניט אַלע קינדער פּלאַפּלען. מײַנע קינדער פּלאַפּלען ניט. די זײַדענשטאַמערס פּלאַפּלען ניט… אַ גוטן! (זוכט אַ מזוזה, גײען אָפּ. מאיר און מלכּה בלײַבן אַ מינוט אָן לשון, װי געפּלעפֿט.)

אַכטע סצענע

מאיר: (צו מלכּהן.) נו?

מלכּה: (צו מאיר.) נו?

מאיר: װאָס נו?

מלכּה: װאָס װאָס נו?

מאיר: (אַ שטאַרקן שפּײַ אָן דער זײַט.) טפֿו!…

סוף פֿון ערשטן אַקט
צװײטער אַקט

אַ רײַך מעבלירט צימער בײַ די שאַלאַנטס, אָנגעשטעלט און אָנגעפּאַקט, װי אין אַ מעבל־מאַגאַזין. שפּיגלען הױכע: פֿאָרטעפּיאַנאָס צװײ; שטולן געגילטע; בילדער אױף די װענט אַ סך: אױבנאָן, אין גילדענע ראַמען, צװײ גרױסע פּאָרטרעטן: דער באַלעבאָס אין אַ יאַרמלקע און די באַלעבאָסטע מיט אַ סך פּערל אױפֿן האַלדז; בײַם קאַמין זיצט אַ בײזער הונט מיט אַ מוראדיקן קוק ― סכּנות־נפֿשות; אַ גליק, װאָס פֿון גיפּס.

ערשטע סצענע

מאַשע: (דרײט זיך אַרום מיט אַ באַרשט, שטעלט צונױף דאָס מעבל, קערט און ראַמט און רעדט צו זיך אַלײן.) אַ שטוב! דרײַסיק מאָל אַ טאָג דאַרף מען נאָך זײ ראַמען, אױסראַמען זאָל עס זײ!… און קינדער? נו, קינדער! מע זאָל זײ געדיכט זײען און שיטער אױפֿגײן! פֿאָרט אַװעק דער באַלעבאָס ― קערן זײ איבער די גאַנצע שטוב האָרע־קאָרע! (שטעלט אַװעק אַ שטול און צעברעכט אַ פֿיסל.) אַ בראָך פֿאַר אַ בראָך… לאָז עס זײַן די כּפּרה פֿאַר מיר און פֿאַר כּל־ישׂראל, זײ האָבן גענוג!… בעסער פֿון אַלע איז מאַטװײטשיק, מיטן קאָפּ זאָל ער אָנלײגן! טאָג װי נאַכט נאָר געקנײַפּט זיך!… און אַ פֿלאָרעניו! ס'זאָל אױף איר קומען אַן אױסכאַפּעניש! טאָמער װיל די באַלעבאָסטע אַמאָל שענקען אַ קלײדל אַן אַלטס, צי אַ פּאָר שיך, לאָזט זי ניט… זי מעג טאַקע ניט פֿאַרמאָגן קײנמאָל!… אַ שטיקל גליק, װאָס די „באַרישניע“ שטעלט זיך אײַן אַמאָל, די כּפּרה זאָל זי זײַן פֿאַר דער „באַרישניע“ אינאײנעם מיט דעם קלײנעם סאַשקע, פֿאַרברענט זאָל ער װערן! מיר צעשניטן אַ פּאָר נײַע קאַלאָשן!… אָנגערױכערט װי אין אַ באָד! (עפֿנט אױף אַ פֿענצטער און טרײַבט אַרױס דעם רױך מיטן האַנטעך.) טאָמער פֿאָרט אַװעק דער באַלעבאָס אױף אײן טאָג, קלײַבן זיך צונױף אַהער־צו, צו די „פּאַניטשלעך“, גאַנץ ק″קעלע־קהל, פֿון דער װעלט בחורים; דער רוח װײס זײ, װאָס זײ טוען דאָ; װישן ניט אָפּ די שטיװל אַפֿילו; רײַסן זיך אױף די גאָרגלען און רײכערן, און רײכערן, און רײכערן! (טרײַבט אַרױס דעם רױך מיטן האַנטעך, פֿאַרטשעפּעט און צעברעכט אַ װאַזע.) אַ בראָך פֿאַר אַ בראָך! (פֿאַרקערט די שטיקלעך װאַזע.) לאָז זי זײַן די כּפּרה פֿאַר מיר און פֿאַר כּל־ישׂראל, ס'איז בײַ זײ דאָ גענוג!…

(הערט זיך אַ קול פֿון אינעװײניק: „מאַ־שע! מאַ־שע!“)

מאַשע (הױך אױף אַ קול.) איך גײ! איך גײ! (שטיל פֿאַר זיך.) ס'איז אַװדאי פֿלאָרעניו מיט אירע האָר… דרײַ שעה דאַרף מען שטײן אױף די פֿיס בשעת זי פֿאַרקעמט זיך!… אַ מענטש האָט בײַ זײ אַ װערט פֿון אַ הונט… עס מעג שױן קומען אױף זײ אַ כאָליערע אױף אַלע באַלעבאַטים, מע זאָל שױן פֿון זײ אַמאָל עפּעס אױפֿגעריכט װערן, ליבער גאָט!… (דורך אײן טיר גײט מאַשע אַװעק; עס קומט אָן פֿון דער אַנדערער טיר מלכּה, נאָך איר ― פּעסל. פּעסל קוקט זיך אַרום אױף אַלע זײַטן איבערראַשט, רעדט גיך, מאָלט װי אַ מיל.)

צװײטע סצענע

מלכּה: װען זשע, הײסט עס, קומסטו אָן? זיץ פּעסל. האַ? װאָס זיצסטו ניט?

פּעסל: אַ דאַנק, איך קאָן באַשטײן. (זעצט זיך אַװעק מיט אַ זײַט אױף אײן עק בענקל.) װען איך קום אָן ― פֿרעגט איר מיך? מיטן באַן קום איך אָן. איך בין געפֿאָרן פֿאַרבײַ, בין איך געפֿאָרן, און האָב מיך אָנגעהױבן דערפֿרעגן, צי װײסט איר ניט, װאָס מאַכט עפּעס טשאָלנט? זאָגן זײ: װאָסער טשאָלנט? זאָג איך: מאיר טשאָלנט. איר קענט ניט מאיר טשאָלנט? זאָגן זײ: מיר װײסן ניט קײן טשאָלנט; אפֿשר מײנט איר, זאָגן זײ, שאַלאַנט, מאיר שאַלאַנט?… זאָג איך: איר װילט שאַלאַנט, לאָז זײַן שאַלאַנט. בײַ אונדז האָבן זײ געהײסן טשאָלנט: ער טשאָלנט און זי ― טשאָלנטעכע…

מלכּה: (רײַסט זי איבער.) װאָס זשע מאַכט עפּעס דײַן לײזער?

פּעסל: װאָס זאָל ער מאַכן? אַ מוכר־תּבֿואהניק!… װאָס מע טוט און װאָס מע מאַכט ― איז שלים־שלימזל! האָט ער געהאַנדלט מיט װײץ, איז װײץ געלעגן נײַן אײלן אין דער ערד. אַ חוץ װאָס די װײץ אַלײן האָט געטױגט אױף כּפּרות, איז ניט געװען קײן קונה אױף קײן װײץ, כאָטש נעם די װײץ און װאַרף אַרױס די װײץ. זאָג איך אים: װאָס האָסטו זיך אָנגעקלעפּט אין װײץ? זעסט דאָך, אַז די װײץ איז ניט קײן װײץ; נעמט מען, זאָג איך, און מע קױפֿט פּראָסע, און מע קױפֿט הירזש. גײט ער און קױפֿט הירזש. װערט אַ זול אױף הירזש; אומעטום הירזש, װוּ מען טוט זיך אַ װאָרף ― איז הירזש און הירזש! צו װאָס האָט דיר געטױגט, זאָג איך, הירזש? הירזש גײט דיר אָפּ? זאָגט ער: האָסט דאָך מיר אַלײן געהײסן קױפֿן הירזש! האָב איך דען געמײנט, זאָג איך, דװקא הירזש?…

מלכּה: (רײַסט זי איבער.) נו, און די קינדער דײַנע װאָס מאַכן?

פּעסל: די קינדער? לאָזן זײ זײַן געזונט און שטאַרק. איר װײסט ניט הײַנטיקע קינדער? הײַנטיקע קינדער איז ניט דאָס, װאָס אַמאָליקע קינדער. אַמאָליקע קינדער זײַנען געװען קינדער, און הײַנטיקע קינדער װאָס? הײַנטיקע קינדער װײסן נאָר גײן אױף „מעניסטראַציעס“, נאָר לױפֿן, און נאָר שרײַען, נאָר ליאַרעמען, און נאָר פּילדערן! אַז עס קומט אונטער אַ יום־טובֿ אָדער אַ חגא, פֿאַלט מיר אַרױס די נשמה: קינדער, גײט ניט! קינדער, לױפֿט ניט! קינדער, שרײַט ניט!…

מלכּה: װיפֿל קינדער האָסטו?

פּעסל: װיפֿל קינדער איך האָב? לאָזן זײ זײַן געזונט און שטאַרק! איר האָט דען געזען אַמאָל אַ סך קינדער? ניטאָ קײן צו פֿיל קינדער! װיפֿל קינדער ס'זאָלן ניט זײַן, זײַנען זײ קינדער! אײנע האָב איך די עלטערע, רופֿט מען זי סאָסל, נאָך דער באָבע סאָסע, איר צו לענגערע יאָר; איז דאָס אַ סאָסל ― װאָס זאָל איך אײַך זאָגן? זינט גאָט האַנדלט מיט סאָסלעך, האָט ער נאָך אַזאַ סאָסל ניט געהאַט, מעגט איר מיר גלײבן אױף נאמנות! און אַ חתן נעמט זי ― שױן אײנמאָל אַ חתן, פֿון חתן־לאַנד אַ חתן! (עס קומט אָן פֿלאָראַ, זעט ניט פֿאַר זיך קײנעם, דרײט זיך אַקעגן שפּיגל, זינגט אַ לידל און טאַנצט אונטער.)

דריטע סצענע

פֿלאָראַ: (נעמט אַרױס אַ בריװל און לײענט אױף רוסיש.) „ליבסטע, טײַערסטע פֿלאָראַ! דײַן זיס בריװעלע האָט מיך דערקװיקט. איך בין זײער צופֿרידן, װאָס דײַן פֿאָטער איז אַװעקגעפֿאָרן און װאָס איך װעל זיך קאָנען זען מיט דיר הײַנט אױף דער אָפּערעטקע. צװישן טאָג און נאַכט װעל איך מיך אַראָפּכאַפּן צו אײַך און װעל דיך נעמען אין טעאַטער אַרײַן. האָב קײן פֿאַראיבל ניט, װאָס איך קום ניט באַלד; איך װיל ניט באַגעגענען זיך מיט דײַנע ברידערלעך, װאָס מײנען, אַז זײ מאַכן גליקלעך די װעלט מיט זײערע „סאָבראַניעס“ און מיט זײערע „זאַסעדאַניעס“. איך האָב פֿײַנט דײַנע ברידער און האָב פֿײַנט דײַן שװעסטער מיט די געשאָרענע האָר. איך האָב ליב נאָר דיך אַלײן, מײַן טײַערער ענגלEngel: מלאך, מײַן נשמה, מײַן האַרץ, מײַן לעבן פֿלאָראַ!“ (לײגט צונױף דאָס בריװעלע, קװעטשט דאָס צו צום האַרצן.) אַך, מײַן ליבער טײַערער מאַקס!

פּעסל: אָט דאָס איז די געגטע אײַערע? די גרושה? אַ באַרליאַנט דאָס איז!

פֿלאָראַ: (דערזעט, טוט זיך אַ װאָרף צוריק.) װאָס איז דאָס פֿאַר אַ שלימזל? אַלעמאָל, װען דער פּאַפּאַ פֿאָרט אַװעק, טראָגט אָן דער רוח אַן אַנדער שװאַרץ יאָר!

פּעסל: שלימזל זאָגסטו? שלים־שלימזל! װאָס זאָל מען טאָן, אַז גאָט װיל ניט געבן קײן מזל? װי זאָגט מען דאָס: אָן מזל זאָל מען גאָר ניט געבױרן װערן! אײדער אַ פֿונט גאָלד איז בעסער אַ לױט מזל… פֿונדעסטװעגן האָט זיך יעדער מענטש זײַן מזל, און אַפֿילו אַ קינד, אַז ס'װערט געבאָרן, אַזױ שטײט, זאָגט מען, בײַ אונדז געשריבן אין די ספֿרים, װערט דאָס אױך געבאָרן מיט זײַן מזל…

פֿלאָראַ: זי האָט זיך עס אַ ביסל צעמזלט! װער איז די ייִדענע, מאַמע?

מלכּה: דאָס איז פּעסל דער מומע סאָסעס, אונדזערע אַן אײגענע, אַ קרובֿה דײַנע.

פּעסל: (אױף פֿלאָראַן.) אַ באַרליאַנט דאָס איז! (גײט צו, טוט אַ קוש פֿלאָראַן אין האַנט.)

פֿלאָראַ: װאָס זשע טוט זי דאָ? װאָס דאַרף זי?

פּעסל: (אױף פֿלאָראַן.) אַ באַרליאַנט דאָס איז! װאָס איך טו דאָ? װאָס זאָל איך טאָן? גאָרניט, איך בין געפֿאָרן פֿאַרבײַ, האָב איך מיך אָנגעהױבן צו דערפֿרעגן: „װײסט איר ניט, װאָס מאַכט עפּעס בײַ אײַך טשאָלנט?“ זאָגן זײ: „װאָסער טשאָלנט?“…

מלכּה: (רײַסט זי אָפּ.) קום, פּעסל, װעלן מיר עפּעס נעמען אין מױל אַרײַן. ביסט אַװדאי הונגעריק…

פּעסל: הונגעריק? ביז מײַן לעבן זאָל איך אַזױ זײַן הונגעריק, װי איך בין איצטער הונגעריק! פֿאַר פֿרײד איז דער גאַנצער הונגער אַװעקגעפֿלױגן, גלײַך װי ס'איז גאָר קײנמאָל קײן הונגער ניט געװען אױף דער װעלט! (מלכּה נעמט זי אַװעק.)

פֿלאָראַ: (האַלט זיך בײַ די זײַטן.) כאַ־כאַ־כאַ!

פּעסל: (אױף פֿלאָראַן.) אַ באַרליאַנט דאָס איז! (גײט אַװעק מיט מלכּהן. פֿלאָראַ דרײט זיך אַקעגן שפּיגל. עס קומען אַרײַן מאַטװײ און דאַװידקע.)

פֿערטע סצענע

דאַװידקע: (קוקט, װי פֿלאָראַ דרײט זיך פֿאַרן שפּיגל. רעדט צו מאַטװײען שטיל.) הערסטו, װאָס איך װעל דיר זאָגן, מײַן טײַערער שפּילפֿױגל? דײַן שװעסטער איז דאָך נאָך עפּעס טאַקע גאָר אַ „שקאָשקעװאַטע שטוטשקע!“

מאַטװײ: פֿי! װאָס איז דאָס פֿאַר אַ מין אױסשפּראַך בײַ דיר?

דאַװידקע: טאַקע באמת! אױף װאָס דען פֿאַר אַ שפּראַך ביסטו געװױנט געװאָרן צו רײדן, דו דזשענטלמען מײַנער?

פֿלאָראַ: (דרײט זיך אױס, דערזעט אַ פֿרעמדן מענטשן, טוט זיך אַ װאָרף צו דער טיר.) אַך, פּאַרדאָן!

דאַװידקע: (צו פֿלאָראַן.) פּאַרדאָן איז אַ לאָקשנברעט… (פֿלאָראַ װערט אַנטרונען.)

פֿינפֿטע סצענע

מאַטװײ: אָט אַזױ רעדט מען מיט אַ דאַמע, דו אומגעבילדעטער מענטש װאָס דו ביסט?

דאַװידקע: װאָס זאָגט איר אױף דעם תּרנגול! למאַי האָסטו מיך ניט פֿאָרגעשטעלט פֿאַר דײַן שװעסטער? עס שטײט דיר ניט אָן, דו שוטה בן פּיקהאָלץ, דו שאַרלאָט־שבשאַרלאָטים, דו פּאַנסקי צאַפּ אײנער?

מאַטװײ: נאַכאַל! קומסט צו מיר אין שטוב אַרײַן מיך זידלען?

דאַװידקע: כאַ־כאַ! צו אים אין שטוב אַרײַן! (באַקוקט די שטוב.) אַ גרױסן חלק האָסטו אין דער דאָזיקער שטוב!

מאַטװײ: מײַן טאַטנס שטוב…

דאַװידקע: אַז אָך און װײ איז דײַן טאַטן, װאָס פֿאַר אַ זון ער האָט אױסגעהאָדעװעט! הער נאָר, דו װײסט כאָטש, דו גרינער אַגרעס אײנער, װאָס איך בין צו דיר אַזױ פֿרי געקומען?

מאַטװײ: דהײַנו? זאָג, װעלן מיר הערן.

דאַװידקע: איך האָב צו דיר אַ בקשה, מײַן ליבער רב אליקום, אַ טובהלע.

מאַטװײ: (װערט בלײכלעך.) אָך, מיטן גרעסטן כּבֿוד!

דאַװידקע: מיטן גרעסטן בזיון קערסטו מײנען? מע האָט מיך נעכטן „צעלײגט“, װי אַ שעפּס געשלאָגן „צו דער אָדער“, כ'האָב געגליט אַ גאַנצע נאַכט װי „אױף פּאָקן“, און בין אַרױס „נקי“, רײן װי אַ טעלער, נאָך קײנמאָל ניט געװען אַזױ „אָפֿן“, װי הײַנט.

מאַטװײ: װער האָט דאָס דיך אַזױ אָפּגערײניקט?

דאַװידקע: װער ניט? תּחילת האָב איך געהאַט שױן אָנגעשלאָגן אַ היטל מיט גאָלד; טראָגט אָן דער רוח דעם שװאַרצן „קאָטער“, און װי באַלד דער שװאַרצער קאָטער שטעלט זיך אַװעק און הײבט אָן „שמירן“ פֿאַר מיר, אַזױ װײס איך פֿריִער, אַז איך װעל אַרײַן װי קורח, איך װעל ברענען װי אַ שטרױענער דאַך ― אַזאַ שלימזל איז דאָס, ברענען זאָל ער! טוט ער אַ קוק אין װאַסער ― הײבן אָן פּגרן פֿיש… װאָס טױג דיר גרױס ― איך האָב מיך „אַרױפֿגעריסן“ אױף די רײנע דרײַצן „פּאַסן“!

מאַטװײ: (מיט ברענענדיקע אױגן.) דרײַצן פּאַסן?!

דאַװידקע: װי די בערן!

מאַטװײ: װער האָט „געװאָרפֿן“ די „באַנק“?

דאַװידקע: דו װײסט ניט װער? אַלץ דער פֿלאָקן־שיסער! פֿאַרשטערט זאָל אים װערן! אים, אַז עס גײט אַװעק דאָס „בלעטל“, קאָן ער אױסטאָן די גאַנצע „קוליסע“ אָדם־נאַקעט, צונעמען װוּ ס'איז דאָ ערגעץ אַ העלער און לאָזן זיצן דעם עולם אױפֿן קלאָץ!… איך שאַרף אױף אים די צײן שױן פֿון לאַנג; איך מוז אים אַמאָל כאַפּן און אָפּבײַסן אַן אױער! זײַן גליק, װאָס איך בין איצטער אַן „אַראַפּטשיק“, גײ אַרום אָן קלײנגעלט… און אױפֿן „פֿאָנף“ װיל ער מיט מיר ניט שפּילן; קרײַט איז אַ רפֿואה, זאָגט ער, צו װערעם, װערעם זאָלן עסן זײַן לײַב!… װעסט מיך דערהאַלטן בײַ מײַן לעבן, הערסטו, אַז דו װעסט מיר געבן אַ ביסל גאָלד.

מאַטװײ: (דערשראָקן.) װי קומט צו מיר גאָלד?

דאַװידקע: מאַך נאָר ניט קײן אָנשטעלן, דו זױערע קיסליצע, און גיב אַהער צװײ „שמאַטעס“. זײַ נאָר ניט דאָס, װאָס סע קװיטשעט!

מאַטװײ: (כאַפּט אַרױס דעם טײַסטער.) איך זאָל אַזױ רײן זײַן פֿון שלעכטס! נאַ, זע!

דאַװידקע: (שטופּט אים אָפּ דעם טײַסטער.) די קונצן גײען בײַ מיר ניט אָן! װײסט דאָך, אַז איך בין אַ מבֿין אױף אַ טשאַד, הײַנט װאָס מאַכסטו אָנשטעלן, דו פּרא־אָדם, דו פּוסטע גלאָק, דו „באָסיאַק“ אײנער? און אַז עס מאַכט זיך, דו בלײַבסט זיצן אין קלוב אָן פֿאָדעם, גיב איך דיר ניט, דו יאָקל בן פֿלעקל, דו הונט אײנער, דו כּלבֿ־שבכּלבֿים?! (עס קומען אָן פֿון אַן אינעװײניקסטער טיר חײם און װאַלאָדיע; נאָך זײ ― פּאָרלעכװײַז יונגעלײַט און בחורים מיט שװאַרצע און בלױע העמדלעך ― חײמס און װאַלאָדיעס חבֿרים; אױך מײדלעך מיט אונטערגעשאָרענע האָר און מיט צעפּלעך און מיט רױטע בלוזקעס; אײניקע גײען אַרום הין און צוריק, רײדן מיט היץ, מאַכן מיט די הענט; אײניקע װיגן זיך אין די װיגשטולן; אײניקע צעלײגן זיך אין די װײכע פֿאָטעלן, װי בײַם טאַטן אין װײַנגאָרטן, און רײכערן. אַ פּאָר מײדלעך זעצן זיך אַװעק צום פֿאָרטעפּיאַן; אײנע קלאַפּט מיט די הענט איבער די בײנדלעך. באַזונדער, אָן אַ זײַט, שטײט חנה; אַקעגן איר ― אַראָנטשיק, טענהט עפּעס, האַלט אַ פּאַפּיר. מאַטװײ און דאַװידקע בלײַבן שטײן אין אַ װינקל הינטער די בלומען; מע זעט זײ ניט.)

זעקסטע סצענע

ערשטע בלוזקע: װאָס טוסטו?

צװײטע בלוזקע: איך שפּיל אױפֿן בורזשואַזנע אינסטרומענט.

ערשטער חבֿר: אינטערנאַציאָנאַליזם! אינטערנאַציאָנאַליזם!… פֿאַר אַ פֿאָלק, װאָס האָט אַ טעריטאָריע, זיצט אױף זײַן ערד, איז גרינג צו רײדן פֿון אינטערנאַציאָנאַליזם, זיך משדך זײַן מיט אַנדערע פֿעלקער; פֿאַר אונדז, ייִדן, איז דאָס אַ שחיטה!

צװײטער חבֿר: מיט װאָס איז דאָס אַ שחיטה?

חײם: אַזױ. װאָרעם אַלע גרױסע פֿעלקער, נאָך אַלע טענות, בלײַבן פֿאָרט באַלעבאָס בײַ זיך אין לאַנד. ענגלענדער װעלן תּמיד זײַן ענגלענדער; פֿראַנצױזן װעלן תּמיד בלײַבן פֿראַנצױזן. און פֿון אונדז װאָס װעט בלײַבן? אָט דאָס אָ! (בלאָזט פֿונעם פּאַפּיראָס.)

דריטער חבֿר: אַן אומגליק מיט די ציוניסטן! באַלד זײַנען זײ דאָ מיט זײער נאַציאָנאַליטעט! מע רעדט פֿון פֿאַראײניקן זיך קעגן קאַפּיטאַל, פֿירן אַ מלחמה מיט דער בורזשואַזיע, קומען זײ צוגײן מיט זײער פֿאָלקס־געפֿיל און מיט זײער גאָט… אַ סך האָט איר געפּועלט מיט אײַער נאַציאָנאַליזם? װוּהין זײַנען אַהינגעקומען אונדזערע גרױסע ייִדן: שפּינאָזעBaruch Spinoza 1632-1677, הײַנעChristian Johann Heinrich Heine 1797-1856, בערנעLudwig Börne 1786-1837, לאַסאַלFerdinand Lassalle 1825-1864, מאַרקסKarl Marx 1818-1883 און נאָך כּדומה? איר האָט געזאָרגט פֿאַר אײַער נאַציאָנאַלנאָסט, און זײ זײַנען זיך דערװײַל אַװעק צו פֿרעמדע…

װאַלאָדיע: װאָסערע פֿרעמדע? ניטאָ קײן אײגענע! ניטאָ קײן פֿרעמדע!

פֿערטער חבֿר: אַהאַ! קאָסמאָפּאָליטיזם האָט זיך שױן צערעדט!

פֿינפֿטער חבֿר: מע איז אַרײַנגעגאַנגען אַהער זיך אָפּרוען פֿון דער דיסקוסיע, האָבן זײ פֿאַרבונדן דאָ אַ פֿרישע דיסקוסיע. משוגעים!

זעקסטער חבֿר: (לאַכט.) כאַ־כאַ־כאַ! כאַ־כאַ־כאַ!

אַלע: װאָס איז אױף אים אַזאַ געלעכטער?

זעקסטער חבֿר: קומט אַהער, װעט איר עפּעס הערן אַ שײנס! (אַלע לאָזן זיך צו אים.) זעט איר? (ער נעמט בײַ חנהס חתן אַ פּאַפּיר פֿון די הענט.) דאָס האָט זײַדענשטאַמער געבראַכט צו טראָגן אַהער אַ „פּעטיציע“!

אַלע: אַ „פּעטיציע“?

אַראָנטשיק: (רױט. װישט זיך דעם שװײס, שטעלט אַרױס אַ שװערע גאָלדענע קײט מיט אַ גרױסן מעדאַליאָן.) װאָס איז פֿאַראַן װאָס צו לאַכן? אַלע גײען הײַנט מיט פּעטיציעס, פֿאַרװאָס זאָלן מיר ניט גײן מיט אַ פּעטיציע? מיט גוטן אַז מיר װעלן גײן, װעלן מיר תּמיד בעסער מאַכן… דאָס האָט איר נומער אײנס… (האַלט דעם פֿינגער אַזױ אַז מען זאָל זען, װי דער בריליאַנט פֿונעם רינג פֿינקלט.)

ערשטער חבֿר: װילט איר, אַז מיר זאָלן חתמענען אױף אײַער פּעטיציע?

אַראָנטשיק: פֿאַרװאָס ניט?

צװײטער חבֿר: אפֿשר װאָלט איר זיך מטריח געװען זי איבערלײענען?

דריטער חבֿר: (צום צװײטן.) האָסט, אַ פּנים, מער ניט װאָס צו טאָן? (דער עולם לאַכט.)

חנה: (גײט צו.) װאָס איז דאָ? (צום חתן.) װאָס איז? (זײ רײדן בײדע שטילערהײט. אַראָנטשיק באַהאַלט דאָס פּאַפּיר צוריק אין בוזעם־קעשענע, װישט דעם שװײס, שטעלט אַרױס די גאָלדענע קײט מיט גרױסן מעדאַליאָן.)

װאַלאָדיע: (קוקט אױפֿן זײגער.) שױן באַלד איבערגעגאַנגען די מינוטן. קינדער, קינדער, צו דער אַרבעט! די צײַט שטײט ניט! (קלינגט מיט אַ גלעקל. אַלע הײבן זיך אױף פֿון די ערטער, װאַרפֿן אַװעק די פּאַפּיראָסן אױף דער ערד, צעטרעטן מיט די פֿיס, און לאָזן זיך גײן אַלע אין אײן טיר. חנה מיטן חתן גײען פֿון הינטן.)

זיבעטע סצענע

דאַװידקע: װאָס איז דאָס? װאָס פֿאַר אַ קאָמעדיע בײַ אײַך? װער זײַנען די דאָזיקע לײַט?

מאַטװײ: ס'איז בײַ זײ אַן אַסיפֿה… חבֿרה יונגװאַרג… ציוניסטן… סאָציאַל־דעמאָקראַטן…

דאַװידקע: װאָס װילן זײ?

מאַטװײ: װײסט ניט װאָס זײ װילן?

דאַװידקע: איך זאָל אַזױ װיסן פֿון דיר.

מאַטװײ: האָסט קײנמאָל ניט געהערט דאָס װאָרט פּראָלעטאַריאַט?

דאַװידקע: איך זאָל דיך אַזױ האָבן פֿאַר אַ טאַטן.

מאַטװײ: זײ װילן, פֿאַרשטײסטו מיך… זײ שטעלן זיך אײַן פֿאַר די אָרעמע אַרבעטער. זײ װילן אײַנפֿירן, ס'זאָל זײַן װינציקער געאַרבעט און מער גענומען געלט. הײַנט פֿאַרשטײסטו שױן, דו גױיִשער קאָפּ?

דאַװידקע: אָט דאָס איז גאָר? דו פּוסטע כּלי װאָס דו ביסט! דאָס אײגענע װילן מיר דאָך אױך!…

מאַטװײ: װאָס דען מײנסטו? קום, װעלן מיר מאַכן אַן עקאַרטע.

דאַװידקע: האָסט דאָך געזאָגט, אַז דו האָסט קײן געלט ניט, דו שקרן, דו כּזבֿן, דו ליגנער װאָס דו ביסט!… װײסטו װאָס איך װעל דיר זאָגן, פּאַני פּיפּערנאָטער? ס'איז בײַ אײַך אַ שטוב פֿון סאַמע משוגעים, לאָמיך אַזױ לעבן מיט דיר אינאײנעם. קום, יאַקים!… (גײען אָפּ. עס קומען אָן מלכּה מיט פּעסלען.)

אַכטע סצענע

פּעסל: (מאָלט װי אַ מיל.) גאָט זאָל אײַך העלפֿן, מלכּהניו, איר זאָלט תּמיד זײַן רײַך, און תּמיד געזונט, און תּמיד אױפֿגעלײגט, און תּמיד פֿרײלעך. איך זע, ס'איז בײַ אײַך אַ שטוב, קײן עין־הרע, װאָס ס'איז תּמיד פֿרײלעך, קײן עין־הרע, אַזױ פֿיל געסט בײַ אײַך. (װײַזט מיט דער האַנט אױף דער טיר, װוּ עס הערן זיך קולות פֿון יונגװאַרג.)

מלכּה: (קוקט אױף יענער טיר, זיפֿצט.) געסט? הלװאַי װאָלטן זײ בעסער װינציקער געגאַנגען אַהער, װאָלט איך געװען רויִקער…

פּעסל: (מאַכט זיך ניט הערנדיק, מאָלט װײַטער.) קײן עין־הרע, אַזאַ ראָסקאָש װי בײַ אײַך, קײן בײז אױג זאָל ניט שולט זײַן. װאָס פֿעלט אײַך?

מלכּה: זאָל עס מיר צוקומען! אונדז פֿעלט נאָר שלום־בית. װײסטו שױן, װאָס אונדז פֿעלט?…

פּעסל: (מאַכט זיך ניט הערנדיק.) הײַנט די קינדערלעך אײַערע, קײן עין־הרע, קײן בײז אױג, באַרליאַנטן! און דעם נחת, װאָס איר האָט פֿון זײ. מיטן כּבֿוד, קײן עין־הרע, קײן בײז אױג!

מלכּה: װוּ איך האָב ערגעץ אַ שׂונא, רבונו־של־עולם!… נחת זאָגסטו? אַ שײנער נחת! די עלטערע טאָכטער געגט זיך… די זין װילן ניט חתונה האָבן… בײַם עלטערן שיט זיך שױן אַ בערדל… די ייִנגערע האַלטן אין אײן לערנען מיט אײן גײן אױף סאָבראַניעס־גוליאַניעס…ציטערט אױף מיר דאָס לײַב פֿאַר זײ… רײדן אַזעלכע װערטער, אַז מע קאָן שטאַרבן!… אַז ער איז אין דער הײם, מאיר הײסט עס, האָט מען כאָטש אַ ביסל דרך־ארץ, פֿאָרט אַ מאַנצביל! און פֿאָרט ער אַװעק אױף אײן טאָג, קערט מען איבער די שטוב! מע קלײַבט זיך צונױף, װוּ ערגעץ אַ שלעפּער, אַ בעל־מלאָכה, אױף טיש און אױף בענק! און פּרוּװ זאָגן אַ װאָרט, ביסטו ניט זיכער מיטן לעבן!… ס'איז עפּעס גאָר הפֿקר געװאָרן, עפּעס אַ פֿאַרקערטע װעלט: טאַטע־מאַמע האָבן הײַנט מורא פֿאַר די קינדער… װאָס, ניט אַזױ?

פּעסל: װאָס זאָלט איר קלערן, מלכּהניו, ס'איז אין אונדזער גראַד אױך ניט בעסער. מע דאַרף הײַנט פֿאַר קינדער האַלטן דאָס היטל; אַניט, כאַפּן זײ אַ שטעקן מיט אַ רױטע פֿאַטשײלע און מע גײט אַרױס אױף אַ „מעניסטראַציע“…

מלכּה: (ציטערט אַזש.) מער װי פֿאַר אַלע האָב איך מורא פֿאַר מײַן װאַלאָדיען ― אָט אָ יענער, װאָס כ'האָב דיר אָנגעװיזן, מיטן העמדל… מילא, דער עלטערער איז טאַקע אַפֿילו אַ גרױסער גאָרנישט, װערט פֿאַרפֿאַלן אַמאָל אױף אַ גאַנץ מעת־לעת; װער װײס װוּ ער איז געװען? איז ער אָבער דערפֿאַר אַ שטילער, מישט זיך ניט אַהין, װוּ מע דאַרף ניט… װעט קומען די צײַט, װעט ער מסתּמא חתונה האָבן, װערן אַ מענטש… דער אַנדערער איז זײער אַ װױלער, איז ער אָבער אַ „צעניסט“, אַ פֿײַעריקער „צעניסט“!

פּעסל: (שאָקלט מיטן קאָפּ.) אײַ־אײַ־אײַ! װי קומט עס צון אײַך?

מלכּה: לאָמיך אַזױ װיסן שלעכטס מיט דיר אינאײנעם… למאַי װאַלאָדיע? פֿון װאַנען קומט צו מיר אַזאַ װאַלאָדיע? דער װאַלאָדיע האָט אױף זיך אַ קאָפּ, װאָס מע זאָל אױספֿאָרן די גאַנצע װעלט! ער האָט אים ליב דאָס חיות, מײַן מאיר הײסט עס… ער זאָל אָבער הערן, װאָס דער װאַלאָדיע רעדט! ער זאָל װיסן, װאָס דער װאַלאָדיע טוט! (בײגט זיך צו צו פּעסלען אױפֿן אױער.) ער לערנט זיך שיסן…

פּעסל: (שאָקלט מיטן קאָפּ, שמוצערט מיט די ליפּן.) דער אײבערשטער זאָל שומר־ומציל זײַן! פּונקט דאָס אײגענע, װאָס בײַ אונדז. באַלד עפּעס ― שיסן זײ!…

מלכּה: אײן שטיקל נחת װאָלט איך געהאַט פֿון מײַן קלענערער טאָכטער, פֿון מײַן חנהלען; קױם דערלעבט אַ שידוך טאָן, און נאָך װאָס פֿאַר אַ שידוך! משהלע זײַדענשטאַמער ― דער ערשטער ייִחוס בײַ אונדז! און אַ חתן ― אַזאַ יאָר אױף מיר! אַ שטיק גאָלד! האָסט דאָך אים געזען?

פּעסל: אַ באַרליאַנט דאָס איז! קײן עין־הרע, קײן בײז אױג!

מלכּה: איז אָבער מײַן מזל אַזױ גרױס, אַז זי װיל ניט חתונה האָבן.

פּעסל: װײ איז מיר! װאָס הײסט, זי װיל ניט חתונה האָבן?

מלכּה: זי װיל זיך לערנען װיל זי… מײנסט, זי איז װינציק געלערנט? געלערנט מיט סכּנות־נפֿשות! נאָר װאָס דען? פֿאַר איר איז קאַרג, זאָגט זי, זי װיל נאָך! טענה איך מיט איר: נו, און די חתונה? זאָגט זי: די חתונה װעט מעגן זײַן שפּעטער מיט עטלעכע יאָר…דו הערסט? אַ גליק, הערסטו, װאָס ער, מאיר הײסט עס, װײס ניט דערפֿון. ער װײס גאָרניט, מע באַהאַלט פֿון אים, מע האָט פֿאַר אים דרך־ארץ. פֿאָרט אַ מאַנצביל! אַ מאַנספּאַרשױן! (עס פֿליט אַרײַן װי אַ װיכער סאַשקע, גלײַך צו דער מוטער.)

נײַנטע סצענע

סאַשקע: מאַמע, געלט! געלט, מאַמע! דאַװאַי דיענגיдавай деньги: גיב מיר געלט!

מלכּה: (צו דער קעשענע.) שאַ! װאָס פֿאַר געלט? אױף װאָס איז געלט?

סאַשקע: אױף װאָס (טראַכט אַ ביסל.) אױף… טינט!

מלכּה: טינט? קאַרג טינט אין שטוב, טאַטעניו? ערשט נעכטן געקױפֿט אַ פֿלאַש טינט! װער טרינקט אױס אַזױ פֿיל טינט?

סאַשקע: נו, פּענעס!

מלכּה: פֿאַרשטײט זיך, אַז ניט קײן טינט, איז פּענעס.

פּעסל: אָט דאָס איז אײַער מיזיניקל, לעבן זאָל ער? אַ באַרליאַנט דאָס איז, קײן עין־הרע, קײן בײז אױג! (מלכּה צײלט אים געלט, פּעסל שאָקלט מיטן קאָפּ, מאַכט גרימאַסן; סאַשקע, הינטער אירע פּלײצעס, מאַכט איר נאָך. מלכּה װינקט צו אים, ער זאָל אַװעקגײן. סאַשקע אַנטלױפֿט. עס לױפֿט אַרײַן מאַשע דאָס שטוב־מײדל מיט אַן איבערגעשראָקן פּנים.)

צענטע סצענע

מאַשע: געקומען אַהער דער נאַדזיראַטעל מיטן „טשעסנעчестный: ערלעכער פּריסטאַװ“… אַ פֿולער הױף… אַרומגערינגלט די גאַנצע שטוב אַרום און אַרום…

מלכּה: (אַ פּליעסק מיט די הענט.) אַ דונער האָט מיך דערשלאָגן! (לאָזט זיך אין יענעם חדר, װוּ די קינדער. פֿאַלט חלשות.)

פּעסל: (װאַרפֿט זיך צו מלכּהן.) גאָט איז מיט אײַך, מלכּהניו! האַרצעניו! נשמהניו! װאַסער! גיכער! ברענגט אַהער־צו װאַסער!… (עס הערט זיך אַ רעש אין יענעם צימער, װוּ קלײנװאַרג איז. ― גיך שפּרינגט אַרױס פֿון דאָרטן אַראָנטשיק, בלאַס װי דער טױט, לױפֿט אַרום, װי אַ פֿאַרסמטער איבערן זאַל; אַלע טירן זײַנען צו.)

אַראָנטשיק: (רעדט צו זיך אַלײן.) מע דאַרף זיך באַצײַטנס אָפּטראָגן פֿון דאַנען… װאָס האָב איך דאָ צו טאָן?… ניט מחמת איך האָב מורא! װאָס האָב איך מורא? נאָר גאָרניט, איך האָב עס פֿײַנט!… (שפּרינגט אַרױס דורכן פֿענצטער.)

סוף פֿונעם צװײטן אַקט

דריטער אַקט

די זעלבע דעקאָראַציע, װאָס אין ערשטן אַקט. ― מאיר גײט אַרום צעטראָגן, די הענט אַרונטער. ― מלכּה, אין אַ פּאַריק און אין ברילן, זיצט איבער אַ גראָבן קרבן־מנחה און דאַװנט שטילערהײט מיט אַ פֿרום פֿאַרװײנט פּנים. מישט אײן בלעטל נאָכן אַנדערן.

ערשטע סצענע

מאיר: יאָ, פֿײַן, פֿײַן… האָסט זיך שײן אױסגעפֿײַנט, מאיר שאַלאַנט, שײן!… די טאָכטער אַנטלאָפֿן ― און מיט װעמען? מיט עפּעס אַ נאַקעטן פּראָװיזאָר, צי אַ צײנרײַסער, אַ דאַנטיסט. דער רוח װײס זײ דאָרטן! און דער זון זיצט… (שטעלט זיך אָפּ אַ װײַלע, ברעכט די הענט.) און װער איז שולדיק, אַז ניט דו?

מלכּה: (דאַװנט.) איך?

מאיר: װער דען? איך?

מלכּה: נו, לאָז זײַן איך.

מאיר: זאָג אפֿשר, אַז נײן? דו ביסט דאָך די מאַמע!

מלכּה: נו, יאָ. איך בין אַ מאַמע. (דאַװנט.)

מאיר: װער דאַרף אַכטונג געבן אױף קינדער, אַז ניט די מאַמע? אַ מאַמע באַדאַרף צו װיסן װאָס בײַ אירע קינדער קאָכט זיך. אַלצדינג, אַלצדינג באַדאַרף אַ מאַמע װיסן! (שרײַט אַלעמאָל העכער.)

מלכּה: ביסט גערעכט, גערעכט. אַלצדינג באַדאַרף אַ מאַמע װיסן. נאָר װאָס דען? אײן זאַך װעל איך פֿון דיר בעטן: אָן געשרײ. טאַקע דער אײגענער גװאַלד, נאָר אַ ביסעלע שטילער. לאָז כאָטש די גאַס ניט װיסן אונדזער אומגליק!

מאיר: אַ סוד פֿאַר גאַנץ בראָד!… עס װײס שױן מסתּמא פֿון דעם די גאַנצע שטאָט פֿון אײן עק ביזן אַנדערן עק… אַזאַן אומגליק! אַזאַ בזיון! װאָס װעט מען זאָגן? שײן געלערנט קינדער! (שטעלט זיך אָפּ. טוט אַ זעץ מיט דער האַנט איבער טיש.) מלכּה!

מלכּה: (טוט זיך אַ װאָרף.) האַ? װאָס איז דיר?

מאיר: דו דאַװנסט? די טאָכטער דײַנע שפּאַצירט אַרום ערגעץ דער רוח װײס מיט װעמען, דער זון זיצט גאָט װײס װוּ און מיט װעמען ― און דו דאַװנסט?

מלכּה: איך דאַװן, װאָס דען? אַזױ װי דו? אַזױ װי איר, װאָס האָט אַװעקגעװאָרפֿן דאָס דאַװנען מיטן גאַנצן ייִדישקײט? אַלײן געװאָרן אױס ייִד, און די קינדער געמאַכט פֿאַר גױים… מאיר! מיר האָבן פֿאַרזינדיקט פֿאַר גאָט, מאיר, באַדאַרף מען אים דאַװנען. דאַװנען דאַרף מען אים!…

מאיר: נו, דאַװן, דאַװן. געזונטערהײט. װער לאָזט דיך ניט… (גײט אַרום.) אױף אײן טאָג נאָר אַרױסגעפֿאָרן אין װאַלד ― װאָס דאָ טוט זיך! אַן איבערקערעניש: מע באַדאַרף עפּעס טאָן… לױפֿן… שרײַבן… בעטן… שיטן געלט… ראַטעװען אַ קינד… אַזאַ קינד! איך װעל ניט זיצן דאָ בשעת ער װעט זײַן דאָרטן, גאָט װײס װוּ און מיט װעמען!… (כאַפּט זיך פֿאַרן קאָפּ.) מע דאַרף שרײַבן אַ בריװ, אַ פּראָשעניע… װוּ זײַנען ערגעץ די קינדער? װוּ איז מאַטװײ?

מלכּה: (דאַװנט.) מאַטװײ איז ניטאָ.

מאיר: װאָס הײסט, ער איז ניטאָ? װוּ איז ער?

מלכּה: איך װײס װוּ ער איז?

מאיר: װער דען װײס? ביסט אַ מאַמע, צי נײן? װוּ איז מאַטװײ, פֿרעג איך דיך?

מלכּה: שאַ, שרײַ נאָר ניט אַזױ, מע װערט פֿון דיר ניט גליקלעך… איך באַדאַרף װיסן, װוּ מאַטװײ איז! מע פֿרעגט בײַ מיר, צי מע דערצײלט מיר? ביסט נאָר אַװעקגעפֿאָרן פֿון דער הײם, קוק איך אים ניט אָן אין די אױגן שױן דרײַ מעת־לעת!

מאיר: (אױסער זיך.) האַ? װאָס? דרײַ מעת־לעת?! װוּ זײַנען דײַנע אױגן? אַ קינד גײט אַװעק אױף דרײַ מעת־לעת פֿון שטוב ― עס זאָל זי אַפֿילו אָנהײבן אַרן! זי זאָל דאָס אַפֿילו אַ פֿרעג טאָן, װוּהין מע גײט! װאָס פֿאַר אַ מאַמע ביסטו, פֿרעג איך דיך? ביסט אַ מאַמע צי נײן?

מלכּה: טשעפּע זיך אָפּ, איך בעט דיך! װאָס פֿאַר אַ מאַמע בין איך דיר, אַז מע הערט מיך װי דעם הונט. פֿונעם גרעסטן ביזן קלענסטן! װאָס פֿאַר אַ מאַמע בין איך אײַך, אַז איר אַלע לאַכט פֿון מיר, מאַכט מיך מיט דער בלאָטע גלײַך? װאָס פֿאַר אַ מאַמע קאָן איך שױן זײַן, אַז דו אַלײן האָסט זײ געלערנט פֿון קינדװײַז אױף שטעלן דער מאַמע אַ פֿײַג? אַלײן געמאַכט אַ תּל פֿון די קינדער ― און טשעפּעט זיך! װאָס? זאָג אפֿשר, אַז נײן?

מאיר: גוט־גוט. ביסט גערעכט, גערעכט… װוּ איז חײם? (שרײַט.) חײם! חײם! (עס קומט אַרײַן חײם.)

צװײטע סצענע

מאיר: (צו חײמען.) װײסט ניט, װוּ איז ערגעץ מאַטװײ דעם דריטן טאָג?

חײם: פֿון װאַנען זאָל איך װיסן?

מאיר: װאָס הײסט, פֿון װאַנען זאָלסטו װיסן? ער קער דיר, דאַכט מיר, אַזױ אָן אַ ברודער, װי דו אים? צי נײן?

חײם: אַ ברודער קער ער מיר אָן, נאָר װוּ ער איז װײס איך ניט.

מלכּה: װאָס װילסטו פֿונעם קינד? פֿון װאַנען זאָל ער װיסן?

מאיר: פֿאַרװאָס זאָל ער ניט װיסן? פֿאַרװאָס װײס ער צו מאַכן סאָבראַניעס מיט זאַסעדאַניעס, אַז איך פֿאָר אַװעק? (צו חײמען, איראָניש.) װאָס הערט זיך עפּעס מיט דײַן ארץ־ישׂראל?

חײם: מײַן ארץ־ישׂראל? ארץ־ישׂראל איז אַזױ מײַנס װי דײַנס.

מאיר: געװיס! (מיט גיפֿט.) רעכנסט אפֿשר אינגיכן טאַקע זיך דורכפֿאָרן אַהינצו, האַ?

חײם: פֿאַרװאָס ניט?

מאיר: און טאַקע אין אײנװעגס דאָרטן בלײַבן זיצן?

חײם: מיטן גרעסטן כּבֿוד.

מאיר: (צום װײַב.) מלכּה, דו הערסט?

מלכּה: װײס איך װאָס אַ קינד פּלאַפּלט!

מאיר: (צו חײמען.) װאָס רעכנסטו, אַ שטײגער, דאָרטן צו טאָן, כּדומה למשל?

חײם: דאָס, װאָס אַלע קאָלאָניסטן: באַאַרבעטן די ערד, פֿלאַנצן בײמער, װײַנגערטנער.

מאיר: (צום װײַב.) מלכּה, דו הערסט? (נעמט חײמס האַנט.) ער װעט גראָבן ערד! פֿלאַנצן בײמער! כאַ־כאַ־כאַ! װאָס זאָגסטו אױף דעם ערדגרעבער? אױף דעם בײמער־פֿלאַנצער?

מלכּה: װײס איך װאָס קינדער פּלאַפּלען!

מאיר: (מיט כּעס צום װײַב.) בהמה! יענער רעדט װערטער, און זי זאָגט (קרימט זי איבער.) קינדער פּלאַפּלען!… (צו חײמען.) זאָג מיר נאָר, זונעניו. קײן שענערע פּרנסה האָסטו דיר שױן גאָר ניט געקאָנט געפֿינען, אַ חוץ ערד גראָבן און בײמער פֿלאַנצן?

חײם: מיט װאָס איז ערד־אַרבעט מיאוסער, װי זײַן דעם פּריצס אַ ייִד? מיט װאָס איז קױפֿן און פֿאַרקױפֿן װאַלד אין גלות שענער, װי פֿלאַנצן בײמער בײַ זיך אין דער הײם, אינעם אײגענעם לאַנד, צװישן אײגענע ברידער און שװעסטער?

מאיר: (צו מלכּהן.) דו הערסט? איך האָב אים גאָר קײנמאָל ניט געהאָרכט אַזױ רײדן! (צו חײמען, איראָניש.) װען זשע רעכנסטו מאַכן די רײַזע, אם־ירצה־השם, אין אַ גוטער שעה?

חײם: אַפֿילו הײַנטיקן טאָג… מע דאַרף פֿריִער דאָס פֿאָלק רירן פֿונעם אָרט, צוגרײטן אונדזערע אָרעמע ברידער, די אַרבעטער.

מאיר: ביסטו דאָס פֿון די דאָזיקע, װאָס רירן דאָס פֿאָלק? פֿון די דאָזיקע, װאָס גרײטן צו די אָרעמע ברידער?

חײם: װער דען? איר, װאָס זײַט שטענדיק פֿאַרנומען נאָר מיט אײַער געלט און נאָר מיט אײַערע געשעפֿטן? צי אַזעלכע, װי מאַטװײ, װאָס איז פֿאַרנומען מיט זיך אַלײן? צי אפֿשר זײַדענשטאַמער מיט זײַנע קינדער?

מאיר: ביסטו דאָס מחויבֿ זיך אָננעמען די קריװדע פֿון אַלע אָרעמע לײַט? װי געפֿעלט עס דיר!

חײם: מחויבֿ זײַנען מיר אַלע, װאָרעם מיר אַלע זײַנען קינדער פֿונעם אָרעמען ייִדישן פֿאָלק, װאָס לײַדט שױן באַלד צװײ טױזנט יאָר און װאָס האָט ערשט ניט לאַנג אױפֿגעװאַכט פֿונעם שװערן מוראדיקן שלאָף, ערשט ניט לאַנג אױפֿגעעפֿנט די אױגן און דערזען װוּ ער איז אין דער װעלט.

מאיר: װאָס איז דאָס מיט אײַך געװאָרן אַזעלכעס? איך מײן דיך… װאַלאָדיען… חנהן… איך האָב קײנמאָל ניט געהערט פֿון אײַך אַזעלכע װערטער!

חײם: װאָרעם דו האָסט זיך קײנמאָל ניט אינטערעסירט, מיט אונדז קײנמאָל ניט גערעדט פֿון אַזעלכע עסקים…

מאיר: אַזעלכע עסקים? װאָס פֿאַר עסקים בײַ אײַך? װי קומט צו אײַך עסקים? דער ― מיט ציוניזם! יענער ― מיט ביכלעך! װאָס פֿאַר ביכלעך האָט מען דאָס געפֿונען בײַ װאַלאָדיען? דו מוזט דאָך װיסן! אפֿשר װעט מען עפּעס קאָנען טאָן? ראַטעװען אים?

חײם: איך האָב דיר שױן געזאָגט, אַז איך קאָן דיר, לײַדער, גאָרניט זאָגן, װאָס מיט װאַלאָדיען איז געװען, װאָרעם איך מיט װאַלאָדיען גײען אין פֿאַרשײדענע װעגן…

מאיר: אין פֿאַרשײדענע װעגן? נאַט אײַך אַ גראָשן פֿאַר אַלע אײַערע װעגן!…

חײם: איטלעכן מאָלט זיך אױס, אַז ער גײט אין רעכטן װעג…

מאיר: אַזאַ יאָר אױף אַלע מײַנע שׂונאים. אײנער בעסער פֿונעם אַנדערן! די עלטערע זײַנען אַװעק דער שװאַרץ־יאָר װײס װוּהין; האָב איך גערעכנט פֿון אײַך כאָטש אַ שטיקל נחת; צום סוף האָבן זײ זיך גענומען צו פֿרעמדע עסקים גאָר! געשעפֿטן!

חײם: (מיט פֿײַער.) פֿאַרװאָס עפּעס פֿרעמדע? ס'איז אײגענע, ניט קײן פֿרעמדע! װעמען שלאָגט מען? אײגענע, צי פֿרעמדע? װעמענס ברידער לײַדן? אײגענע, צי פֿרעמדע? צי מײנסטו, אַז אַלצדינג, װאָס קומט פֿאָר אַצינד בײַ ייִדן, מײנט מען דאָס יענעם, ניט דיך?

מאיר: (אַרױס פֿון די כּלים.). שטיל זאָל זײַן, דו שנעק אײנער! אָט אַזױ רעדט מען מיט אַ טאַטן?! (לאָזט זיך צו אים.)

מלכּה: (שטעלט זיך אַװעק אינמיטן.) מאיר! זאָל איך שלעכטס האָבן, זאָל איך שטאַרבן, אױב דו װעסט מיר אָנרירן דאָס קינד! (עס עפֿנט זיך די טיר און עס קומט אַרײַן בעניע מיט זאָנטיק. חײם גײט אָפּ.)

דריטע סצענע

בעניע: (מאַכט אַ בואי־בשלום.) אַ גוטער מאָרגן זאָל אײַך זײַן, רב מאיר! אַ גוטער מאָרגן זאָל אײַך זײַן, מלכּה! אַ גוטער מאָרגן זאָל אײַך זײַן בײדן! װאָס הערט זיך, װאָס מאַכט עפּעס אײַערע… דאָס? (קוקט זיך אַרום אױף אַלע זײַטן.) אײַערע קינדער מײן איך?

מאיר: גוט מאָרגן ― גוט יאָר. זיצט, װאָס מאַכט אַ ייִד?

בעניע: עט! װאָס זאָלן מיר מאַכן? (זעצט זיך אַװעק.) ניט גוט. דאָס הײסט, ס'װאָלט געװען גוט, מע זאָל פֿאַרדינען. פֿאַרדינט זיך אָבער ניט, איז שלעכט… גוט איז אײַך, אַז איר זיצט זיך, קײן עין־הרע, מיט אײַער אַלטיטשקע און מיט אײַערע קינדערלעך, קײן עין־הרע. װי שטײט דאָרטן געשריבן בײַ אונדז, האַ? אשתּך ― דײַן װײַב, כּגפֿן ― װי אַ װײַנשטאָק, פּוריה ― װאָס זי פֿרוכפּערט זיך, בנים ― די קינדער, כשתילי זיתים ― װי די אײלבירט־צװײַגן, סבֿיבֿ לשולחנך ― רינגלען אַרום דײַן טיש. (קוקט זיך אַרום.) װוּ זײַנען זײ ערגעץ אײַערע דאָס… די קינדער מײן איך?

מאיר: (קוקט אױף מלכּהן. מלכּה דאַװנט.) װאָס איז דען? װאָס דאַרפֿט איר זײ?

בעניע: װאָס איך דאַרף זײ? גלאַט אַזױ: איך זע, מע זעט זײ ניט, ― פֿרעג איך… געראָטענע קינדער בײַ אײַך, קײן עין־הרע, אײנס בעסער פֿונעם אַנדערן. ס'איז נאָר, הערט איר, אַ מזל. דער נגיד, זאָגט מען, האָט גליק צו אַלצדינג, אַפֿילו צו קינדער. די עלטערע איז בײַ אײַך, קײן עין־הרע, אַ פּאַרשױן: שאַדע, װאָס זי זיצט בײַ אײַך אַזױ לאַנג אַ דאָס, אַ גרושה, מײן איך; איך האָב שױן װיפֿל מאָל געװאָלט צו אײַך אַרײַנגײן שמועסן מכּוח… איך האָב פֿון אירעט װעגן אַ דאָס, אַ שידוך מײן איך; װיל זי ניט, האָב איך געהערט זאָגן, חתונה האָבן דורך אַ דאָס, דורך אַ שדכן הײסט עס… (קוקט זיך אַרום אױף אַלע זײַטן.) װוּ איז זי ערגעץ אײַערע עלטערע דאָס, די טאָכטער מײן איך?

מאיר: (קוקט זיך איבער מיט מלכּהן.) װאָס איז דען? װאָס דאַרפֿט איר זי?

בעניע: גלאַט אַזױ, איך זע, מע זעט זי ניט, ― פֿרעג איך… נאָר פֿאַר װאָס ער האָט ניט חתונה ― דאָס קאָן איך שױן ניט פֿאַרשטײן. איך מײן אײַער עלטערן דאָס, דעם זון מײן איך… דעם פּריזיװ האָט ער שױן, ברוך־השם, געפּטרט לאַנג, קומט אים שױן, דאַכט זיך, אַ דאָס, אַ כּלה מײן איך? שאַדע, װאָס מע טרעפֿט אים קײנמאָל ניט אין דער הײם… (קוקט זיך אַרום אױף אַלע זײַטן.) װוּ איז ערגעץ אײַער עלטערער דאָס, אײַער זון מײן איך?

מאיר: װאָס איז דען? איר דאַרפֿט אים עפּעס?

בעניע: אױף װאָס דאַרף איך אים? גלאַט אַזױ, איך זע, מע זעט אים ניט, ― פֿרעג איך. זעט איר, דער אַנדערער ― דער איז בײַ אײַך גאָר אַ געראָטענער. דער חסרון, װאָס ער איז אַ דאָס, אַ ציוניסט מײן איך. דאָס הײסט, קײן חסרון איז דאָס ניט; אַדרבא, ס'איז גאַר אַ מעלה. אײדער ליגן אין די קלובן און שפּילן אין קאָרטן, איז שױן גלײַכער זײַן אַ דאָס, אַ ציוניסט מײן איך… מײַנע קינדער אַלײן זײַנען אױך ציוניסטן, כאָטש סע געפֿעלט מיר ניט דער דאָס… דער געדאַנק מײן איך. דאָס הײסט, געפֿעלן געפֿעלט ער מיר, פֿאַרװאָס זאָל ער מיר ניט געפֿעלן? אַדרבא, זײער שײן פֿון זײער זײַט, װאָס זײ פֿאַרנעמען זיך מיט אַזעלכע זאַכן, זאָרגן זיך פֿאַרן דאָס, פֿאַרן כּלל הײסט דאָס. דער חסרון, װאָס מע רעדט צו פֿיל… אָט בין איך געװען אַנומלטן אױף אַ דאָס, אַן אַסיפֿה הײסט עס: האָט אײַער זון געהאַלטן אַ דאָס, אַ דרשה מײן איך ― צוקער־זיס!… דער דריטער אײַערער איז אױך אַ גוטער שקאָץ! נאָר דאַכט מיר, שױן ניט קײן דאָס, קײן ציוניסט מײן איך? מסתּמא װײסט איר דאָך בעסער װאָס ער איז?… אַ חבֿרה־מאַן איז ער אַ גוטער! ער קען זיך מיט אַלע דאָס, חבֿרה־לײַט מײן איך… (קוקט זיך אַרום אױף אַלע זײַטן.) װוּ איז ער ערגעץ אײַער דאָסיקער דאָס, אײַער ייִנגערער זון מײן איך?

מאיר: װאָס פֿרעגט איר זיך אַזױ נאָך? איר דאַרפֿט אים דען?

בעניע: װאָס איז שײך, איך דאַרף אים? גלאַט אַזױ, איך זע, מע זעט אים ניט, ― פֿרעג איך… אַן אױסגעשפּילטע, זאָגט מען, איז בײַ אײַך די קלײנע. אָט די װאָס מיט די געשאָרענע דאָס, האָר מײן איך… אַ מאַנצבילשער קאָפּ אױף איר, זאָגט מען; און אַ קענערין ― אַ שאַרפֿע! און נעמט אַ דאָס, אַ חתן מײן איך, אױך זײער אַ געראָטענעם… און כאָטש איך בין דאָ קײן שדכן ניט געװען און קײן געלט בײַ אײַך ניט פֿאַרדינט, נאָר פֿונדעסטװעגן קאָן מען פֿונעם אמת ניט אַװעקגײן: איר האָט מיטן דאָזיקן שידוך ניט שלעכט געדאָסט, געטראָפֿן מײן איך… װאָרעם לאָמיר זיך ניט נאַרן, איר זײַט טאַקע אַ ייִד אַן עושר, קײן עין־הרע, מען קאָן זאָגן אַ גבֿיר, כאָטש איך האָב אײַער געלט ניט געצײלט… נאָר װי קומט איר צו רב משהלע זײַדענשטאַמער? יענער איז אײַנגעטונקען אין דאָס, אין ייִחוס מײן איך… דער חסרון, װאָס ער נעמט זיך שױן צו פֿיל איבער, און פֿאַרגעסט, אַז טאָמער זײַט איר ניט אַזאַ גרױסער יחסן, גיט איר אָבער דערפֿאַר אײַער קינד אַ סך דאָס, נדן מײן איך… װוּ איז זי ערגעץ (קוקט זיך אַרום אױף אַלע זײַטן.) אײַער קלענערע דאָס, טאָכטער מײַן איך?

מאיר: אױף װאָס קאָנט איר זי, אַ שטײגער, דאַרפֿן?

בעניע: איך? חס־ושלום! גלאַט אַזױ, איך זע, מע זעט זי ניט, ― פֿרעג איך… דאָס הײסט, אַז מע װיל שמועסן דאָס אײגענע צוריק, באַדאַרף איך גראַדע צו איר יאָ האָבן. דאָס הײסט, איך האָב צו איר אַ שטיקל דאָס, אַ בריװ הײסט עס…

מאיר: אַ בריװ? פֿון װעמען איז אַ בריװ?

בעניע: עס רעדט זיך אַזױ אַ בריװ. טאַקע פֿון אים, פֿון אײַער דאָס, פֿונעם מחותּן מײן איך.

מאיר און מלכּה: פֿונעם מחותּן?

בעניע: (נעמט אַרױס פֿון דער אונטערשטער קעשענע אַ פּאַפּיר.) ער האָט מיך געבעטן, איך זאָל אײַך איבערגעבן, אַזױ װי אײַער דאָס, טאָכטער הײסט עס, האָט ניט אין זינען אַפֿילו צו טראַכטן מכּוח דאָס, חתונה הײסט עס, זי װיל גאָר פֿאָרן אױף די דאָס, אױף די קורסן הײסט עס, ― זאָל זי פֿאָרן, זאָגט ער, געזונטערהײט… און אַזױ װי מיט אײַער עלטערער טאָכטער די גרושה האָט זיך געטראָפֿן אַ מעשׂה… און אײַער זון האָט מען אײַנגעזעצט אין דאָס, אין טורמע הײסט עס, און די גאַנצע שטאָט, זאָגט ער, האַלט אײַך אין די דאָס, אין די מײַלער הײסט עס; לכן בעט ער, איר זאָלט קײן פֿאַראיבל ניט האָבן און זאָלט מוחל זײַן איבערגעבן אײַער דאָס, אײַער טאָכטער הײסט עס, אירע דאָס, אירע תּנאָים הײסט עס. (גיט איבער מאירן דאָס פּאַפּיר.)

מאיר: (אױסער זיך פֿאַר כּעס.) מלכּה! דו הערסט? (צעקנײטשט די תּנאָים אין די הענט.) גײט זאָגט אים, אײַער גרױסן יחסן, אַז איך לאַך פֿון זײַן באָבע! איך דאַרף אים אױף זיבן טױזנט כּפּרות מיט זײַן גאַנצן ייִחוס! זאָגט אים, לאָז ער נאָר ניט פֿאַרגעסן אָפּשיקן דאָס ביסל צירונג, די מתּנות, און טאַקע הײַנט! און אַז איר זײַט שױן יאָ אַ שאַלאַטן־שמשׂ, טאָ גײט זשע טאַקע פֿון דאַנען גלײַך אַהין, און טאַקע באַלד, און טאַקע שױן! (װײַזט אים אױף דער טיר.)

בעניע: װאָס דאַרפֿט איר זײַן אַזױ דאָסיק? איך בין דאָך ניט מער װי אַ דאָס, אַ שליח מײן איך, מע זאָגט מיר, איך זאָל דאָסן ― דאָס איך, מײן איך, איך זאָל גײן ― גײ איך…

מאיר: דאָסט זשע געזונטערהײט! (בעניע רוקט זיך אַרױס פֿון דער טיר מיט אַ זײַט.)

פֿערטע סצענע

מאיר: (צו מלכּהן.) נו? דו שװײַגסט?

מלכּה: (קוקט אין סידור אַרײַן.) װאָס זאָל איך שרײַען?

מאיר: װאָס זאָלסטו שרײַען, פֿרעגסטו? אַװדאי דאַרף מען שרײַען! אין אַלע גאַסן דאַרף מען אױסשרײַען! קינדער זאָלן אַזױ מוטשען אַ טאַטן! װוּ זײַנען די קינדער אַלע? חנה! חײם! װוּ זײַט איר?!

מלכּה: שאַ! מע װעט זיך דאָך טאַקע צונױפֿלױפֿן פֿון דער גאַס!

מאיר: לאָז מען לױפֿן, לאָז מען זען, װאָס קינדער טוען מיט אַ טאַטן! ניטאָ זײ? ניטאָ די קינדער? ניטאָ קײן קינדער, מלכּה! ניטאָ! צעלאָפֿן זיך, װי די מײַז צעלאָפֿן זיך!

מלכּה: צעזײט און צעשפּרײט אױף אַלע זיבן ימים… (עס קומט אַרײַן חנה, קוקט אױפֿן פֿאָטער און אױף דער מוטער.)

פֿינפֿטע סצענע

חנה: פּאַפּאַ!… דער מחותּן האָט אָפּגעשיקט די תּנאָים?… כ'האָב שױן געהערט. ס'איז אמת?

מאיר: אַ גדולה אױף דער באָבע! װאָס זשע ביסטו אַזױ לעבעדיק?

חנה: װאָס זשע? װײנען זאָל איך?

מאיר: נײן, טאַנצן דאַרף מען. מע דאַרף גײן אַ פֿרײלעכס! זאָג מיר, װאָס טוט זיך עס מיט אײַך? חתן־כּלה איז בײַ אײַך עפּעס שפּילעכלעך, צי װאָס?

חנה: ס'איז בײַ אײַך שפּילעכלעך, ניט בײַ אונדז. אײַך האָט זיך געגלוסט אַ שידוך טאָן מיט משהלע זײַדענשטאַמער, אײַנקױפֿן זיך אין ייִחוס. עס איז אײַך דען אײַנגעפֿאַלן, איר זאָלט פֿרעגן מיך, צי געפֿעלט מיר זײַדענשטאַמערס זון? אַבי גאָט האָט אײַך געהאָלפֿן, איר האָט אַ שײנעם מחותּן… אײַער מחותּן איז אַ נידעריקער מענטש! ער האַנדלט מיט ייִחוס, װי מיט אתרוגים. אַנשטאָט דעם, װאָס ער זאָל קומען דיך טרײסטן אין דײַן אומגליק, װאָס האָט אונדז געטראָפֿן, האָט ער אונדז אָפּגעשיקט די תּנאָים. איך דאַנק אים זײער און זײער, װאָס איך בין פּטור געװאָרן פֿון אַ חתן, װאָס טראָגט בריליאַנטענע פֿינגערלעך און שרײַבט פּעטיציעס. אַצינד בין איך פֿרײַ און קאָן מיך פֿאָרן לערנען.

מאיר: (צו מלכּהן.) דו הערסט? זי איז פֿרײַ!… זי קאָן פֿאָרן לערנען!…

מלכּה: װײס איך װאָס אַ קינד פּלאַפּלט.

חנה: נײן, מאַמע, איך פּלאַפּל ניט. איך רײד ערנסטע װערטער.

מאיר: װוּהין, אײגנטלעך, פֿאָרסטו, הײסט עס, אױב מע קאָן װיסן?

חנה: קײן בערן פֿאָר איך. דאָ נעמט מען ניט צו, מוז מען פֿאָרן אין דער פֿרעמד.

מאיר: (צו מלכּהן.) דו הערסט װערטער? קײן בערל פֿאָרט זי. דאָ איז פֿאַר איר װינציק תּורה, דאַרף מען פֿאָרן אַזש קײן… װי אַזױ הײסט עס?

חנה: בערן.

מאיר: בערל! זײער שײן, אַ שײנער נאָמען! דו קײן בערל און חײם קײן ארץ־ישׂראל.

חנה: איך גיב ניט אָפּ קײן דין־וחשבון פֿאַר חײמען, און חײם ― פֿאַר מיר. איטלעכער פֿאַר זיך.

מאיר: די אײגענע װערטער האָב איך געהערט פֿון חײמען. איטלעכער פֿאַר זיך, איטלעכער פֿאַר זיך. נו, און פֿאַר אונדז װער? און פֿאַר װעמען מיר? איר קערט אונדז עפּעס אָן שטיקלעך אײגענע, צי נײן? איר זײַט אונדזערע קינדער, צי נײן?

חנה: אײַערע.

מאיר: און מיר זײַנען אײַערע פֿאָטער און מוטער צי נײן?

חנה: אונדזערע.

מאיר: האָבן מיר עפּעס אױף אײַך צו שאַפֿן, צי נײן? װי מײנסטו אַ שטײגער?

חנה: איך מײן, אַז אַ מענטש אױף אַ מענטשן קאָן ניט האָבן צו שאַפֿן.

מאיר: ניט דאָס מײן איך. איך מײן, צי קאָנען מיר אײַך זאָגן, למשל, דאָס מעגט איר און דאָס ניט? דאָס װילן מיר און דאָס ניט?

חנה: נײן, איר קאָנט ניט.

מאיר: נײן? מיר קאָנען ניט? דו הערסט, מלכּה, װאָס די טאָכטער דײַנע זאָגט? מיר קאָנען ניט! מיר האָבן ניט אױף זײ קײן שום דעה, קײן שום שליטה!

מלכּה: װײס איך װאָס אַ קינד פּלאַפּלט!

מאיר: (לאָזט אױס דאָס האַרץ צו מלכּהן.) בהמה װאָס דו ביסט! יענע רעדט, װי אַן אַלטער, װי אַ בר־דעת און זי (קרימט איר איבער.) ― װי אַ קינד פּלאַפּלט! (צו חנהן.) זאָגסטו, הײסט דאָס, אַז נאָך דײַן שׂכל נאָך קומט אױס, אַז מיר מיט אײַך קערן זיך גאָרניט אָן, לחלוטין גאָרניט? איר זײַט זיך ― איר, און מיר זײַנען זיך ― מיר?…

חנה: װער זאָגט דאָס דען? איר זײַט אונדזערע עלטערן, און מיר זײַנען אײַערע קינדער, װאָס זײַנען פֿאַרפֿליכטעט האַלטן אײַך בכּבֿוד, ליב האָבן און…

מלכּה: (אױפֿגעלעבט.) נו יאָ, װי מיר זאָגן אַלע אינדערפֿרי: „איך װעל פֿאָלגן אַלצדינג, װאָס דער טאַטע הײסט, װאָס די מאַמע הײסט, װאָס גוטע־פֿרומע לײַט הײסן“…

מאיר: (רײַסט איר איבער, לײגט צונױף בײדע הענט, קוקט אַרױף.) „אַ ברכה־הצלחה זאָל קומען אױף מײַן קעפּל. אָמן סלה“… אַװדאי װעט זי דיך באַלד פֿאָלגן! דו זעסט ניט?

חנה: אַבי נאָר אַ גלײַכע זאַך ― פֿאַרװאָס ניט?

מאיר: גוט. למשל, אַז מיר װעלן דיר זאָגן: חנהלע, פֿאָר ניט אַהינצו אין יענער שטאָט, װעסטו דאָך מסתּמא דװקא יאָ פֿאָרן?

חנה: אַװדאי, װאָרעם אין דעם הענגט אָפּ דאָס גאַנצע לעבן מײַנס!

מאיר: פֿאַרשטײט זיך! װאָרעם װי קאָן מען גאָר לעבן אױף דער װעלט, אַז מע פֿאָרט ניט אַװעק אַהין… װי אַזױ הײסט די שטאָט?

חנה: בערן.

מאיר: בערל. און דײַן ברודער חײם מוז פֿאָרן קײן ארץ־ישׂראל פֿלאַנצן װײַנגערטנער?

חנה: איך האָב דיר שױן געזאָגט, אַז איטלעכער פֿאַר זיך.

מאיר: פֿאַרשטײט זיך, איטלעכער פֿאַר זיך: דער קײן בערל, דער קײן ארץ־ישׂראל, דער װעט זיצן אין טורמע, דער װעט גלאַט פֿאַרפֿאַלן װערן אױף דרײַ מעת־לעת; און די װעט לױפֿן אין דער װעלט אַרײַן ― הכּלל איטלעכער װוּהין די אױגן װעלן אים טראָגן. (צו מלכּהן.) נו? און מיר, מלכּה? מיר װעלן זיך בלײַבן דאָ אין צװײען. װי זאָגט ער: „דיד דאַ באַבאַдед да баба: זײדע און באָבע“. די קינדער אַלע באַװאָרנט, װעמען הערן מיר? (לאַכט מיט גאַל.) כאַ־כאַ־כאַ! (צו חנהן.) װי אַזױ רעכנסטו, למשל, פֿאַר װעמענס װעגן איז דאָס אָט דאָס אַלץ, דאָס גאַנצע פֿאַרמעגן מיטן גאַנצן געלט? איך מײן ניט איצטער, איך מײן שפּעטער, איבער הונדערט צװאַנציק יאָר?

חנה: אַ מענטש, כּל־זמן ער לעבט, דאַרף ער זאָרגן פֿאַרן לעבן, ניט פֿאַרן טױט.

מאיר: ביסט קלוג טאַקע גאָר װי שלמה המלך, כ'לעבן, לכן װאָלט איך װעלן, זאָלסט מיך קלאָר מאַכן, פֿאַר װעמענס װעגן אײגנטלעך, האָבן מיר דאָס גאַנצע לעבן געהאָרעװעט, אױסגעריסן געװאָרן, אָפֿטמאָל ניט דערשלאָפֿן, ניט דערעסן, אַ סך מאָל געליטן בזיונות, הכּלל ― זיך מפֿקיר געװען, געקליבן אַ קערבל צו אַ קערבל ― אײַך נאָכגעגעבן אַלצדינג, װאָס אײַער האַרץ גלוסט, בכדי איר זאָלט זיך אױפֿהײבן אין אַ שײנעם פֿרימאָרגן, צעקריכן זיך דער אַהער, דער אַהין, און אונדז איבערלאָזן אַלײן, עלנט, אָן אַ זײַ־געזונט, װי מע זאָגט… (מלכּה בײגט זיך אָן איבערן סידור און װײנט שטילערהײט.)

חנה: (גײט צו צו איר, נעמט זי אַרום, קושט זי.) מאַמע, װײן ניט, איך קאָן ניט זען, װי דו װײנסט.

מאיר: דו קאָנסט ניט זען, װי זי װײנט? און אַז איך קאָן ניט שלאָפֿן קײן נעכט פֿון זינט מע האָט צוגענומען װאַלאָדיען, װאָס איר װילט אַפֿילו ניט זאָגן מיר, פֿאַרװאָס און פֿאַר װען? אַלץ איר? אַלץ פֿון אײַערט װעגן?…

חנה: װאָס זשע װילסטו, פּאַפּאַ? אַז צוליב דיר זאָל די זון אױפֿהערן װאַרעמען די ערד, נאָר פֿאַרקערט?… דו װילסט, אַז צוליב דיר זאָל די גאַנצע נאַטור זיך איבערבײַטן, און קינדער זאָלן װערן צוגעװאַקסן צו זײערע עלטערן, װי צװײַגן צון אַ בױם? ניט הײַנט, איז מאָרגן, שײדן זיך מוז מען דאָך אַמאָל!

מאיר: רעדסט װי אַ בר־דעת, לאָמיך האָבן אַזאַ יאָר… נאָר אַלץ הײסט בײַ דיר שײדן זיך? שײדן זיך הײסט בײַ מיר, אַז קינדער האָבן חתונה, באַזעצן זיך װי מענטשן, דער בײַ אַזאַ געשעפֿט, דער בײַ אַזאַ געשעפֿט… אָבער ניט אַזױ װי מיר. אױף מיר איז עפּעס אַן אױסגאָס… (רעדט מיט אַ װײנענדיק פֿאַרדומפּטן קול.) אַ גאָטס שטראָף אױף מיר… איובֿס צרות… און ועל־כּולם אָט דער װאַלאָדיע האָט מיר גאָר דעם קאָפּ אַראָפּגענומען!… איך װײס גאָר ניט, װי איך האַלט דאָס אױס… (װישט זיך די אױגן. מלכּה װײנט. אױף איר קוקנדיק ― אױך חנה. פּױזע דױערט אַ מינוט. מאיר נעמט פּלוצעם חנהן פֿאַר אַ האַנט, ציט זי צו צו זיך. חנה קושט אים.) זאָג מיר צו, טאָכטער מײַנע, זאָג מיר צו, אַז דו װעסט ניט פֿאָרן אַהין…

חנה: (ראַנגלט זיך מיט זיך אַ װײַלע.) נײן, פּאַפּאַ! נײן! אַלצדינג יאָ, אַלצדינג װעסטו בײַ מיר פּועלן, נאָר דאָס ניט, דאָס ניט. איך מוז פֿאָרן! איך קאָן ניט! איך קאָן ניט זײַן דאָ מער, אין דער דאָזיקער שטוב!…

מאיר: (שפּרינגט אָפּ.) דו קאָנסט ניט זײַן דאָ מער? אין דער דאָזיקער שטוב? מלכּה! דו הערסט? זי קאָן ניט זײַן דאָ מער, זאָגט זי, אין דער דאָזיקער שטוב! ס'איז איר דאָ ענג, ס'איז זײ דאָ אַלעמען מיטאַמאָל געװאָרן ענג אין דער דאָזיקער שטוב!… (כאַפּט זיך אױף, שרײַט מיט כּעס.) שױן לאַנג, אַז ס'איז אײַך נימאס געװאָרן די דאָזיקע שטוב?!…

מלכּה: (שטעלט זיך אַװעק צװישן פֿאָטער און צװישן דער טאָכטער.) מאיר!… (חנה גײט אָפּ, עס פֿליט אַרײַן סאַשקע מיט אַ גדולה.)

זעקסטע סצענע

סאַשקע: דו װײסט, מאַמע? מע האָט דאָך מיר טאַקע געבראַכט צופֿירן אַ הונט! אױ, זאָלסט זען װאָסער אַ הונט! גיב מיר, מאַמע, געלט! האָסט דאָך מיר צוגעזאָגט, אַז מע װעט מיר קױפֿן אַ הונט!

מלכּה: (װינקט צו אים, ער זאָל אַװעקגײן.) אָט האָסטו דיר די אַנדערע טעג יום־טובֿ!

מאיר: (אין כּעס פֿון פֿריִער.) װאָס פֿאַר הינט?

סאַשקע: אַ מאָפּס. אַן אמתער מאָפּס!

מאיר: איך װעל דיר געבן אַ מאָפּס! הינט פֿעלט דאָ נאָך אין דער דאָזיקער שטוב! אַװעק, דו װעװריק, דו פּידסװיניק אײנער! װאָן!!!…

סאַשקע: אױב אַזױ, גײ איך גאָר זיך טרינקען! (אַנטלױפֿט.)

מאיר: (שרײַט אים נאָך.) זיך טרינקען? טרינק זיך! הענג זיך! הענגט זיך אַלע! אַלע זאָלט איר זיך אױפֿהענגען אױף אײן שטריקל! אַזעלכע קינדער, װי איר, זאָלן גאָר ניט געבאָרן װערן!… (מלכּה װיל זיך לאָזן לױפֿן נאָך סאַשקען; מאיר האַלט זי אָפּ.) שאַ! לױף ניט! ציטער ניט! האָב קײן מורא ניט פֿאַרן מיזיניקל! עס װעט אים גאָרניט זײַן, דעם קדיש דײַנעם!… (עס קומט אַרײַן מאַשע דאָס דינסטמײדל.)

זיבעטע סצענע

מאַשע: דאָ איז געקומען צוגײן אַ מענטש פֿון גראַנד־האָטעל זאָגן, מע זאָל אײַך זאָגן, אַז דער פּריץ, דער גראַף הײסט עס, איז געקומען צו פֿאָרן, אין גראַנד־האָטעל הײסט עס, און ער רופֿט אײַך, דער פּריץ, דער גראַף הײסט עס, איר זאָלט באַלד קומען צו גײן אַהינצו, אין גראַנד־האָטעל הײסט עס.

מאיר: האַ? װאָס? דער פּריץ? דער גראַף איז געקומען צו פֿאָרן? װאָס זשע שװײַגט איר? דאָס אָנטאָן גיט אַהער! די שטיװל! דאָס היטל! גיכער! דער פּריץ! דער גראַף איז געקומען צו פֿאָרן, און איר שװײַגט!? (ער װאַרפֿט זיך אױף אַלע זײַטן. מע טראָגט אים צו דאָס אָנטאָן. ער שלעפּט אױף זיך די מלבושים, טרעפֿט ניט װוּ מע דאַרף און װערט נאָך מער צעטראָגן און נאָך מער אין כּעס.) בהמות! פֿערד! װאָס שטײט איר, װי די טאָקן? פֿאַרװאָס העלפֿט איר מיר ניט אָנטאָן זיך? איר הערט דאָך, אַז דער פּריץ, דער גראַף איז געקומען צו פֿאָרן, דער גראַף! דער גראַף!!… (זיך אָנגעטאָן, לאָזט ער זיך צו דער טיר און בלײַבט שטײן מיטן צילינדער אַ װײַלע װי פֿאַרטראַכט.) מלכּה! (רײַבט זיך אין שטערן.) װאָס האָב איך דיר געװאָלט זאָגן? איך האָב דיר עפּעס געװאָלט זאָגן… (דערמאָנט זיך.) און װאַלאָדיע זיצט?… און די איבעריקע קינדער?…

מלכּה: צעזײט און צעשפּרײט אױף אַלע זיבן ימים…

מאיר: האַ? װאָס זאָגסטו? מלכּה! װוּ זײַנען אונדזערע קינדער?… (פֿאַלט צו אינעם גאַנצן אָנטאָן צום טיש און װײנט.)

מלכּה: (לױפֿט צו צו אים אין שרעק.) מאיר! גאָט איז מיט דיר! מאיר!!…

סוף פֿונעם דריטן אַקט
געשריבן אין יאָר 1905