דראַמאַטישע שריפֿטן

שלום עליכם (אַלע װערק)

דער גט
סצענעס פֿונעם אַמאָליקן ייִדישן לעבן אין אײן אַקט און דרײַ בילדער

די פּאַרשױנען

שׂרה־חנצע, אַן „אשת־חיל“.

ראובֿן־הערש, איר מאַן, אַ יודע־ספֿר.

עטל, זײער טאָכטער, אַ יונג װײַבל.

מאָטל, זײער אײדעם, אַ פֿײַנער יונגערמאַנטשיק.

לוי־בנימין, אַ יונגערמאַן, אַ משׂכּיל, מאָטלס אַ חבֿר.

רב שלום־שדכן, אַ ייִד אַ שדכן.

רב אָרקע, דער רבֿ פֿון שטעטל.

פֿרומע־ליבע, די רביצין.

רב זכריה, אַ סופֿר, אַ ייִד מיט אַ גרינער שאַל.

ייִדל דער שמשׂ, אַ רירעװדיק ייִדל מיט אײן אױג.

צװײ עדות.

אַ מנין ייִדן.

די געשיכטע קומט פֿאָר אין אַ קלײן שטעטל אינעם פֿאָריקן יאָרהונדערט.
ערשט בילד

אין אַ געװײנלעך צימער, פּשוט מעבלירט, אױף דעם אַלטן ייִדישן אופֿן, זיצט בײַ אַ גרױסן פֿירעקעכדיקן טיש, אױף אַ בענקל, ראובֿן הערש איבער אַ ספֿר פֿון די הײַנטיקע ספֿרים, שטאַרק פֿאַרטיפֿט. בײַ דער הרובע זיצט שׂרה־חנצע און אַרבעט אַ זאָק מיט גרױס מהירות, און דאָס קנײַלכל בױמװאָל קאַטשעט זיך בײַ אירע פֿיס אױף דער ערד; זי איז פֿאַרטיפֿט אין דער אַרבעט און קוקט אױף די דרעטלעך, װאָס טאַנצן אַרום אין אירע פֿינגער.

1. שׂרה־חנצע און ראובֿן־הערש

שׂרה־חנצע (צײלט די אײגלעך פֿון זאָק.) אײנס, צװײ,דרײַ, פֿיר, פֿינף… ראובֿן־הערש! זעקס, זיבן, אַכט, נײַן, צען… ראובֿן־הערש!

ראובֿן־הערש (הײבט אױף די אױגן פֿון דעם ספֿר.) האַ?

שׂרה־חנצע: האַק דיר אין קאָפּ אַרײַן! צען מאָל דאַרף מען דיך רופֿן, ביז דו װעסט זיך אַמאָל אָנרופֿן.

ראובֿן־הערש: װאָס זשע איז דאָרטן?

שׂרה־חנצע: װאָס זאָל זײַן? גאָרניט! ער האָט זיך אָנגערעדט מיטן גן־אײדעם, מע זאָל מיך אַ לעבעדיקע אַרײַנטרײַבן, שׂונאי־ציון, אין דער ערד אַרײַן ― און גענוג.

ראובֿן־הערש: שאַ, אַ נײַס! װאָס נאָך װעסטו זיך אױסטראַכטן?

שׂרה־חנצע: אױסטראַכטן? איך טראַכט זיך אױס? אַיאָ, ראובֿן־הערש? װער איז גערעכט? דו מיט דעם גן־אײדעם דײַנעם! װער איז אַ הולטײַקע? איך! װער װערט אױסגעריסן,אױסגעריסן זאָלט איר װערן? װער פֿרירט אַ גאַנצן טאָג אין קלײט, אױסגעפֿרױרן זאָלט איר װערן אַלע אײנציקװײַז? ― אַלץ איך! אַלץ איך! און אַז סע קומט צו עפּעס, בין איך די שלעכטע! גײ, האָדעװע, קריך אין דער ערד! אַ שײנעם כּבֿוד קאָן מען זיך פֿון אײַך דערלעבן, ברענען זאָלט איר אױפֿן פֿײַער, װי מיר ברענט דאָס פּנים, רבונו־של־עולם! אַז טאָג װי נאַכט װײס מען נאָר זיצן איבער די שײנע ביכלעך און פּאַטשקען אין די גאַזעטן! און אַז איך קום פֿון מאַרק, קוקט מען אױף מיר, װי אױף דעם הונט, און מע סודעט זיך מיט דעם װײַב, און מע שושקעט זיך מיט איר ― שו־שו־שו, שו־שו־שו… װאָס שושקעט ער זיך מיט איר? האַ? דו מײנסט, איך װײס ניט, אַז ער רעדט פֿון מיר? האָסט מורא, איך הער ניט? װאָס פֿאַר סודות איז דאָ פֿאַר אַ שװיגער? איך פֿרעג דיך, װאָס האָט זיך אַן אײדעם צו באַהאַלטן פֿון אַ שװיגער? ראובֿן־הערש? ראובֿן־הערש! (מיט אַ קװעטש.) ראובֿן־הע־ערש!

ראובֿן־הערש (כאַפּט זיך אױף.) האַ?

שׂרה־חנצע: האַק דיר אין מוח! איך רײד און רײד, װער צעזעצט רײדנדיק, און ער „האַקעט” און „האַקעט”, גלײַך װי אַ הונט בילט! אין מיר װערט מײַן גאַל צעפּלאַצט, מײַן בלוט װערט איבערגעזאָטן, װי אַן אָקרעפּ ― און ער זיצט זיך מיט אַ גלאַטן לונג־און־לעבער איבער די ספֿרימלעך, און איך האַקע און האַקע, טאָמער װײסטו װאָס? אַ פּנים, די ספֿרימלעך זײַנען בײַ דיר טײַערער פֿונעם װײַב? דאָס איז דאָך אינגאַנצן דײַן חיות! און װער פֿאָרט אױף אַ יאַריד? ― שׂרה־חנצע! װער װערגט זיך מיט אַ קאַרטאָפֿליע פֿאַר אַ גאַנצן טאָג, דערװאָרגן זאָלסטו װערן, ליבער גאָט? ― שׂרה־חנצע! ס'זאָל אים אָנהײבן, אַ שטײגער, אַרן, װאָס דער שײנער גן־אײדעם זײַנער, ברענען זאָל ער, פּאַטשקעט מיך אױף די גאַזעטן… ראובֿן־הערש! (בײגט זיך אָן צו אים, אין אױער אַרײַן.) ראובֿן־הערש! ראובֿן־הערש! ראובֿן־הערש!

ראובֿן־הערש (רײַסט זיך אָפּ פֿונעם ספֿר.) האַ? האַ? האַ?

שׂרה־חנצע: קוק אָן אַביסל אַ האַקען ― האַק דיר אין מוח! איך רײד פֿון דײַן תּכשיט, פֿונעם גן־אײדעם דײַנעם רײד איך, פֿאַרכאַפּט זאָל ער װערן!

ראובֿן־הערש: װאָס האָסטו צו אים? װאָס האָט ער דיר געטאָן?

שׂרה־חנצע: װאָס האָסטו געװאָלט זאָל ער מיר טאָן? ער זאָל מיך שלאָגן? ס'איז גענוג דאָס, װאָס ער באַשרײַבט מיר אױף די גאַזעטן!

ראובֿן־הערש: װער האָט דיר געזאָגט, אַז ער באַשרײַבט דיך אױף די גאַזעטן?

שׂרה־חנצע: װאָס דען ליגט ער טאָג װי נאַכט בײַ לאה־דװאָסעס גן־אײדעמל, װאָס שרײַבט אין אַלע בלעטער? צונױפֿגעקאָמפּאַניעט זיך מיט אַ שאַרלאַטאַן אַ שרײַבער, און נאָר מע לאַכט, און נאָר מע כאָכאָטשעט זיך, און אַז מע דערזעט מיך, װערט מען אַנטשטומט, שטום און קרום זאָלן זײ װערן פֿאַר כּל־ישׂראל!

ראובֿן־הערש: כ'לעבן, דו טשעפּעסט זיך אומזיסט. מאָטל איז אַ יונגערמאַן אַ גאָלד! אַזאַ יאָר אױף מיר.

שׂרה־חנצע: אָמן, אַזאַ יאָר אױף אײַך בײדן!

ראובֿן־הערש: ער איז אַ יונגערמאַן, װאָס קאָן גוט לערנען, און לײענען, און שרײַבן, און… און… און…

שׂרה־חנצע: און… און… און!… איך דאַרף ניט האָבן קײן שרײַבער, װאָס זאָל מיך באַשרײַבן! באַליאַפּעןбаляпен: שלעכטע מזל!

ראובֿן־הערש: טשעפּע זיך אָפּ, ער האָט דיך ניט אַפֿילו אין זינען!

שׂרה־חנצע: װאָס איז! סע שטײט אים אפֿשר ניט אָן? איך. דאַרף אױף כּפּרות אַן אײדעם, װאָס קען צו פֿיל און פֿאַרשטײט צו פֿיל און װײס צו פֿיל!

ראובֿן־הערש: װאָס זשע אַרט עס דיך, אַז ער קען צו פֿיל און פֿאַרשטײט צו פֿיל און װײס צו פֿיל?

שׂרה־חנצע: אַרן אַרט מיך ניט; לאָז ער זיך אָנצינדן! אַבי ער זאָל מיך לאָזן צורו. ניט פּאַטשקען מיך אױף די גאַזעטן!

ראובֿן־הערש: װער האָט דיר געזאָגט, אַז ער פּאַטשקעט דיך אױף די גאַזעטן?

שׂרה־חנצע: װאָס דען טוט ער טאָג װי נאַכט בײַ לאה־דװאָסעס גן־אײדעם, װאָס אַלע װײסן, אַז ער פּאַטשקעט אױף די קרױטבלעטלעך, מײן איך אױף די גאַזעטן?

ראובֿן־הערש (אַרױס פֿון די כּלים): אַ מעשׂה אָן אַן עק מיט דיר! עס װאָלט טאַקע געװען אַ מיצװה, כ'לעבן, מע זאָל דיך טאַקע באַשרײַבן אין די גאַזעטן, און גוט באַשרײַבן, אַזױ אַז דו זאָלסט האָבן צו זינגען און צו זאָגן!

שׂרה־חנצע (רױט פֿאַר כּעס): ניט דערלעבן װעט איר דאָס בײדע! נאַ דיר אַ מתּנה! .(טראָגט אים אונטער אַ פֿײַג.)

ראובֿן־הערש: עס געזונט! .(נעמט דעם ספֿר אונטער דער האַנט און גײט אַװעק, טוט אַ זעץ מיט דער טיר. פֿונעם אַנדערן חדר לױפֿט אַרײַן עטל.)

2. שׂרה־חנצע און עטל

עטל (איבערגעשראָקן.) װאָס איז דער טאַטע אַזױ אין כּעס?

שׂרה־חנצע: װײס אים דער שװאַרצער יאָר! דו קענסט אים ניט, דעם כּהן? ער װיל ניט לײַדן, למאַי דײַן מאָטל איז נפֿש־אַחת מיט דעם שאַרלאַטאַן.

עטל: מיט װאָסער שאַרלאַטאַן?

שׂרה־חנצע: אָט מיט לאה־דװאָסעס גן־אײדעמל, מיט לוי־בנימינען.

עטל: מיט װאָס איז לוי־בנימין אַ שאַרלאַטאַן?

שׂרה־חנצע: איך װײס, מיט װאָס? ער װיל ניט, דער טאַטע דײַנער, אַז דײַן מאַן זאָל זײַן באַקאַנט מיט אַ שלימזל, װאָס פּאַטשקעט אױף די קרױטבלעטלעך, שרײַבט אױף די גאַזעטן מײן איך… ער װיל ניט לײַדן, דער טאַטע דײַנער, װאָס די שטאָט האַלט דיך אין מױל, דיך און דײַן מאַן.

עטל: מײַן מאָטלען?

שׂרה־חנצע: דײַן מאָטלען! װאָס מײנסטו, איז דײַן מאָטל? אַ בשׂר־ודם גלײַך מיט אַלע.

עטל: װאָס זשע זאָגט מען אױף מײַן מאָטלען?

שׂרה־חנצע: מע זאָגט… װאָס אַ שטאָט קאָן זאָגן! מע שמועסט, אַז ער ליגט טאָג װי נאַכט בײַ לאה־דװאָסען ניט אַזױ צוליב דעם אײדעם, װי צוליב עמעצן אַנדערש.

עטל (אױפֿגערעגט.) למשל, צוליב װעמען?

שׂרה־חנצע: איך װײס, צוליב װעמען? װײס זײ דער רוח אַלעמען!

עטל (לאַכט מיט יאַשטשערקעס.) כאַ־כאַ־כאַ! לײדיק־גײערס, פּוסטעפּאַסניקעס, רכילותניקעס! האָבן שױן ניט װאָס אױסצוטראַכטן!

שׂרה־חנצע: אַז מע קלינגט, איז אַ חגא… װענט האָבן אױערן, גאַסן האָבן אױגן!…

עטל (אױסער זיך.) הערסטו מאַמע? אָט די, װאָס זײ קאָנען זאָגן אַזאַ זאַך, מעג זיך זײ שטעלן דאָס מױל אױף אַ זײַט! אַ חידוש איז מיר נאָר אױף דיר, מאַמע, אַז דו זאָלסט קאָנען גלײבן אַזעלכעס אױף מײַן מאָטעלען…

שׂרה־חנצע: זע נאָר, װי זי פֿאַרציט אים אַ ביסל אױף אַ שטריקעלע: מאָטעלע! מאָ־טע־לע! װאָס איז דאָרט אַזעלכעס? דו מײנסט, אַז ער גײט טאַקע אױס נאָך דיר, טאָכטער, אַזױ װי דו נאָך אים?

עטל: מאַמע, דו האָסט אין אים אַ גרױסן טעות, מאַמע! דו קענסט אים ניט! ער איז…

שׂרה־חנצע: אַזױ? הײסט דאָס, װײסטו מער פֿון מיר? גוטע יאָרן! אַז אָך און װײ דער מאַמע! ניטאָ װאָס צו רײדן! מײַן טאָכטער װײס מער פֿון מיר! זי איז די חכמה! זי װײס אַלץ! נאָר איך װײס גאָרניט! איך בין דער נאַר! איך בין די בהמה!…

עטל: װער זאָגט דען, מאַמע? איך זאָג נאָר, אַז אַזאַ יונגערמאַן, װי מײַן מאָטל…

שׂרה־חנצע: (נעמט די הענט פּאָדבאָקאָםподбоком: אױף דער זײַט.) נו?

עטל: אַזאַ יונגערמאַן, װי מײַן מאָטל, דאַרף מען אױספֿאָרן די גאַנצע װעלט, װעט מען ניט געפֿינען…

שׂרה־חנצע: (קאַטשעט זיך.) כאַ־כאַ־כאַ־כאַ־כאַ־כאַ! אַזױ? דאָס האָט ער דיר אַזױ אײַנגערעדט? אַיאָ? נו, גלײב אים, טאָכטער! ער האָט דיר אפֿשר געשװאָרן אױך? כאַ־כאַ־כאַ־כאַ! האָסט זיך אין אים אַ ביסל צו פֿיל אײַנגעגלײבט, פֿירט ער דיך בײַ דער נאָז. װען דו זאָלסט זיך צו אים אַזױ צוקוקן, װי איך קוק זיך צו, װאָלסטו אפֿשר אױך געזען דאָס, װאָס איך זע.

עטל: װאָס זעסטו אױף אים אַזעלכעס, מאַמע?

שׂרה־חנצע: איך זע? הלװאַי װאָלט קײנער ניט זען! מע זעט שױן!

עטל: (דערשראָקן.) װאָס זעט מען? װער זעט? װאָס האָט מען געזען?

שׂרה־חנצע: מע האָט געזען דאָס, װאָס קײנער דאַרף ניט זען.

עטל: (צעקאָכט.) מאַמעניו! האַרצעניו! ליובעניו! איך בעט דיך, זאָג מיר, װאָס האָט מען געזען?

שׂרה־חנצע: אַזױ? װילסטו טאַקע, אַז איך זאָל דיר זאָגן? אַ שײנער כּבֿוד פֿאַר דער מאַמע דײַנער! לאָזן דיר אַנדערע זאָגן, טאָכטער מײַנע!

עטל: (װײנט.) דו מוטשעסט מיך, מאַמע! איך בעט דיך, זאָג מיר כאָטש אײן װאָרט, כאָטש אַ האַלב װאָרט! איך בעט דיך, מאַמעניו! האַרצעניו! נשמהניו!

שׂרה־חנצע: װאָס זאָל איך דיר זאָגן, װאָס? װאָס האָסטו זיך צוגעטשעפּעט צו מיר? גײ, לאָז ער דיר זאָגן, װוּהין גײט ער אַלע טאָג נאָכן דאַװנען?

עטל: װאָס הײסט װוּהין? צו לוי־בנימין, צו לאה־דװאָסעס אײדעם; דאָרט לערנען זײ צוזאַמען, לײענען גאַזעטן…

שׂרה־חנצע: כאַ־כאַ־כאַ! אַזױ טאַקע? װער האָט דיר געזאָגט? מע לערנט דאָרט אינאײנעם און מע לײענט גאַזעטן?!

עטל: װאָס זשע דען טוען זײ? אַדרבא, זאָג, מאַמע, לאָמיך אױך װיסן!

שׂרה־חנצע: פֿון װאַנען זאָל איך װיסן? איך גײ אים נאָך, צי װאָס? איך האָב מער ניט װאָס צו טאָן, נאָר נאָכקוקן דעם גן־אײדעם מײַנעם, װוּהין ער גײט ― איך זאָג דיר! פּראָמענעпромэне: פּראָמענאַד מעג ער גײן ניט נאָר צו לאה־דװאָסעס טאָכטער ― אַפֿילו אין דער ערד אַרײַן, אַרט מיך אױך ניט, אַבי מיר און מײַן קינד זאָל ניט שאַטן!

עטל: מאַמע! דו װײסט גאָר ניט װאָס דו רעדסט! װאָס יענער װעט דיר דערצײלן פּיזמונות, נעכטיקע טעג…

שׂרה־חנצע: (מיט פֿײַער.) הער נאָר, טאָכטער מײַנע. שױן לאַנג ביסטו געװאָרן אַזאַ פּרעסטאַרעץ, װאָס דו דערצײלסט מיר מעשׂיות? װאָס מאַכסטו מיר אַװעק מיט דער האַנט: „פּיזמונות“! איך דאַרף זיך בײַ קײנעם ניט נאָכפֿרעגן! איך פֿרעג ניט בײַ קײנעם; מע קומט צו מיר אין קלײט אַרײַן און מע דערצײלט מיר ― זאָל איך מיר פֿאַרשטעלן די אױערן? מאָל דיר, אַז אָך און װײ איז מיר, אַז איך זיץ און הער אױס אָט די אַלע שײנע מעשׂיות! איך בין דאָך מער ניט װי אַ מענטש. נו, אַ מאַמע איז מסתּמא ניט אײַנגענומען, אַז מע רעדט אױף איר קינד. יענעם דאָס מױל פֿאַרשטעלן קאָן איך ניט, און גײן זיך אָפּקריגן מיט יעדן באַזונדער בין איך אױך ניט משה מחויבֿ. װי זאָגט מען: „שנײַץ די נאָז און שמיר דעם פּנים“… ס'איז מיר אַװדאי גוט, זאָג איך דיר!

עטל: (אױסער זיך.) עמעצער האָט דיר אױסגעקלערט אַ נעכטיקן טאָג, אַװדאי אַ שׂונא מײַנער, און דו גלײבסט!

שׂרה־חנצע: (הײס.) אױסגעקלערט? אַ שׂונא? אָ, כּשרע בהמהלע! גײ הער, װאָס מע רעדט אױף דער גאַס, אין אַלע הײַזער! די גאַנצע שטאָט האָט צו טאָן מיט מיר ― זאָגט זי אַ שׂונא! מיר ליגן בײַ יעדן אין מױל, קינד און קײט װײס פֿונעם סוד. יעדער באַזונדער װײַזט אױף מיר אָן מיטן פֿינגער, און אין שול הער איך הינטער מײַנע פּלײצעס, װי מע שושקעט זיך און מע לאַכט ― און זי זאָגט מיר, אַז עמעצער האָט אױסגעטראַכט! יענער הענגט זיך לאה־דװאָסעס טעכטערל אױפֿן האַלדז, און זי זאָגט: אױסגעטראַכט!

עטל: (װײנט.) ס'אַ ליגן, מאַמע, ס'אַ ליגן! ס'אַ ליגן!

3. די זעלבע און מאָטל

מאָטל: (לױפֿט אַרײַן אַ דערשראָקענער.) װאָס איז? װאָס שרײַסטו, עטעלע? דו װײנסט? װאָס װײנסטו, עטעלע? (נעמט זי אָן בײַ דער האַנט, קוקט בײז אױף דער שװיגער.)

שׂרה־חנצע: (שטײט אױף.) קוק אים אָן אַ ביסל, װי ער מאַכט דעם אָנשטעל! אַ נעבעכל, גאָט די נשמה שולדיק… געמאַכט אַ תּל פֿון מײַן קינד, אַװעקגעקױלעט, אַראָפּגענומען דעם קאָפּ ― און האָט פּאָטעפֿאַלנאָסט פֿרעגן, װאָס זי װײנט? רוצח! קױלער! מלאך־המות אײנער! זאָג מיר, מיט װאָס אָטװעטשאַיעסטוотвечает: ענטפֿערסטו מיר פֿאַר מײַן קינד? פֿאַר מײַן קינד, פֿאַר מײַן אױג אין קאָפּ? װײן, טאָכטער, װײן! װײ איז דער מאַמע דײַנער! (כאַפּט די אַרבעט, גײט אַרױס און טוט אַ קלאַפּ מיט דער טיר.)

4. מאָטל און עטל

מאָטל: (נעמט אָן עטלען בײַ בײדע הענט און װיל איר געבן אַ קוש; זי לאָזט זיך ניט און הערט ניט אױף צו װײנען. עטעלע! טײַערע מײַנע! זאָג מיר, װאָס איז דאָ אַזעלכעס? װאָס װײנסטו? איך בעט דיך, נשמה מײַנע! זאָג מיר! נו, זאָג כאָטש אײן װאָרט! כאָטש אײן װאָרט!

עטל: (צעגײט זיך פֿאַר געװײן.) אױ, לאָז מיך! לאָז מיך! אױ, גײ אַװעק פֿון מיר! אַװעק! אַװעק! אַװעק! (שטופּט אים אָפּ פֿון זיך.)

מאָטל: (טרעט אָפּ אַ ביסל, בלײַבט שטײן, לאָזט אַראָפּ דעם קאָפּ, לײגט צונױף די הענט און בלײַבט אין אַ טראַגישער פּאַזע.) רבונו־של־עולם! רבונו־של־עולם! (גײט צו נענטער צום װײַב.) עטל! עטל! האָב רחמנות!… עס װײַזט אױס, אַז די שװיגער האָט שױן װידער אָנגערעדט אױף מיר… עטל! למאַי זאָלסטו פֿון מיר פֿאַרבאָרגן? ערשט נעכטן האָסטו מיר געשװאָרן, אַז װאָס מע װעט דיר זאָגן, װעסטו מיר באַלד דערצײלן… אַז דו װעסט שױן מער קײן שלעכטס אױף מיר ניט גלײבן… אַז צװישן אונדז װעט תּמיד זײַן אַ הײליקע ליבע אױף אײביק… און אַצינד, מײַן טײַערע, שטײ איך פֿאַר דיר און בעט רחמים, זאָלסט כאָטש אײן קוק טאָן אױף מיר, כאָטש אײן װאָרט מיר זאָגן, װילסטו ניט, עטל! װוּ זײַנען דײַנע שבֿועות? װוּ זײַנען דײַנע נעכטיקע הבֿטחות, עטל? (ער כאַפּט זי אַרום און טוט זי אַ קוש. זי רײַסט זיך אױס פֿון זײַנע הענט מיט כּעס.)

עטל: אַװעק! אַװעק צו לאה־דװאָסעס טעכטערל! אַװעק פֿון מײַנע אױגן!

מאָטל: (דערשטױנט.) צו לאה־דװאָסעס טעכטערל? װאָס הײסט דאָס און װאָס באַטײַט דאָס? װאָס איז דאָס פֿאַר אַ נײַס, האַ?

עטל: (מיט האַרץ.) אַ נײַס, זאָגסטו? גײ הער, װאָס די שטאָט רעדט!

מאָטל: די שטאָט רעדט! װאָס רעדט די שטאָט? אַדרבא, לאָמיך אױך װיסן?

עטל: דו פֿרעגסט נאָך? האַ? װאָס גײסטו אַהין אַלע טאָג? דו מײנסט, דו נאַרסט מיך אָפּ? מײן ניט, אַז איך בין אַזאַ נאַר, װי דו מײנסט. אָ, איך װײס שױן! איך װײס שױן! צו לוי־בנימינען גײסטו? אַיאָ? צו איר, צו לאה־דװאָסעס קראַסאַװיצע מיט דער רױטער נאָז… אָ אָ אָ!!! .(זי רײַסט אױף זיך די האָר און איז אױסער זיך.)

מאָטל: (כאַפּט זי בײַ די הענט, נעמט זי אַרום מיט הײסע פֿלאַם־פֿײַערדיקע קושן.)עטל! ליובעניו! װאָס רעדסטו? איך? איך? צו לאה־דװאָסעס טאָכטער? צו אָט דער דאָזיקער? איך װעל דיך פֿאַרבײַטן אױף לאה־דװאָסעס טאָכטער? דיך? מײַן קעצעלע? מײַן נשמה? מײַן לעבן? מײַן… איך…? אָ, איך װײס שױן, פֿון װעמען דאָס װאַקסט! איך װײס שױן! דאָס האָט זי אױסגעטראַכט! זי, די שװיגער! יאָ, איך װײס שױן! איך װײס שױן! אָ, זי װיל אונדז צעשײדן! זי װיל מיך אין דער ערד אַרײַנטרײַבן אַ לעבעדיקן! זי האָט זיך גענומען אױף מיר! ערשט הײַנט אינדערפֿרי האָט זי מיר דערצײלט און אָנגערעדט אױף דיר כּל־הצרות! אַז דו האָסט זיך איר געקלאָגט אױף מיר, אַז דו קאָנסט מיך ניט אָנקוקן, אַז לוי־בנימין האָט אַ שײן קול און קאָן זינגען און איך ניט; אַז לוי־בנימין… נאָר איך גלײב ניט, און דו גלײבסט! איך זשאַלעװע דיך. און דו מיך ― ניט. איך האָב דיך ליב און בין דיר געטרײַ ביז לעצט, און דו האָסט אַפֿילו קײן קאַפּ רחמנות ניט אױף מיר!… דו האָסט מיר געגעבן אַ שבֿועה, אַז דו װעסט מיך אײביק ליב האָבן, תּמיד גלײבן: צום סוף, װילסטו אַפֿילו אױף מיר קײן קוק ניט טאָן… אָ! איך בין דער אומגליקלעכסטער מענטש אױף דער װעלט! (פֿאַלט אױף אַ בענקל און װײנט.)

עטל: (גײט צו צו אים און װיל אים טאָן אַ קוש; ער לאָז ניט.) מאָטעלע! גאָט איז מיט דיר! טו אױף מיר אַ קוק ― דאָס בין איך! דו װילסט מיך ניט; מאָטעלע! מאָטעלע!

מאָטל: (פֿאַלט איר אױף דעם האַלדז.) עטעלע!…

עטל: (מע קושט זיך.) מאָטעלע!…

מאָטל: (קושנדיק.) קעצעלע!

עטל: (קושנדיק.) קאָטיקל!

מאָטל: (קושט זי.) נשמה מײַנע!

עטל: (קושט אים.) לעבן מײַנס!

מאָטל: (קושט זי.) מײַן ענגלEngel: מלאך!

עטל: (קושט אים.) מײַן האַרץ!

מאָטל: און דו האָסט זיך אױף מיר אַזעלכעס געגלױבט, האַ?

עטל: אָ, זײַ מיר מוחל, מאָטעלע! דאָס לעצטע מאָל!

מאָטל: זע זשע, עטעלע, דאָס לעצטע מאָל!

עטל: דאָס לעצטע מאָל! דאָס לעצטע מאָל!

מאָטל: שװער מיר!

עטל: איך שװער דיר!

מאָטל: בײַ דײַן לעבן?

עטל: בײַ מײַן לעבן!

ענדע פֿונעם ערשטן בילד
צװײט בילד

ראובֿן־הערש זיצט איבער אַ ספֿר אין דעם זעלבן צימער און איז צעקאָכט. רב שלום־שדכן קוקט אים גלײַך אין די אױגן אַרײַן.

1. ראובֿן־הערש און שלום־שדכן

רב שלום־שדכן: װאָס זײַט איר אַזױ צעטראָגן װאָס? מילא, װאָס סע מאַכט זיך װאָס? אײַער טאָכטער איז ניט די ערשטע איז זי! איר האָט מורא האָט איר, זי װעט ניט קריגן קײן אַנדערן װעט זי? בראָד איז ניט אױסגעשטאָרבן בראָד!

ראובֿן־הערש: װאָס רעדט איר? איר װילט מיר אײַנרײדן אַ קינד אין בױך? מאָטל איז אַ זעלטענער יונגערמאַן; אַ זעלטן קינד, כ'לעבן, אַ זעלטן קינד!

רב שלום־שדכן: נו, װער זאָגט דען װער? ער איז אַװדאי נישקשה פֿון אַ יונגערמאַן איז ער; נאָר מסתּמא איז דאָס ניט איר זיװג מסתּמא…

ראובֿן־הערש: ניט איר זיװג, זאָגט איר? װאָס איז? װאָס גײט אים אָפּ? איך פֿרעג אײַך, רב שלום, מיט װאָס איז דאָס ניט גלײַך? אַדרבא, זאָגט איר אַלײן! (רוקט זיך צו צו אים.)

רב שלום־שדכן: (רוקט זיך אָפּ.) װאָס קאָן איך זאָגן װאָס? גאָט איז דער מזװג־זיװגים איז ער. װאָס קאָן װיסן אַ מענטש װאָס?

ראובֿן־הערש: (כאַפּט אָן רב שלום פֿאַר די לאַצן און טרײסלט אים.) גאָט איז מזװג־זיװגים, זאָגט איר? איר קאָנט מיר אַזעלכעס זאָגן? איר װײסט דאָך יאָ, װאָס דאָ טוט זיך, און װילט מיך אָפּנאַרן? מיך???

רב שלום־שדכן: (רײַסט זיך אױס פֿון זײַנע הענט אַ דערשראָקענער.) לאָזט מיך צורו לאָזט מיך! װאָס קער זיך מיט מיר אָן װאָס? איך דאַרף קריכן צו יענעם אין קעשענע דאַרף איך? איך װײס גאָרניט איך!

ראובֿן־הערש: (גײט אַרום הין און צוריק.) אױ, װײסט איר ניט! איר װײסט גאַנץ גוט פֿון מײַן שלאַק, פֿון מײַן צרה! איר מאַכט זיך נאָר, אַז איר װײסט ניט!

רב שלום־שדכן: יאָ, אָבער װאָס קער זיך דאָס מיט מיר אָן װאָס? מע האָט מיך געשיקט רופֿן האָט מען מיך ― בין איך געקומען בין איך; מע זאָגט אַ גט, לאָז זײַן אַ גט לאָז זײַן…

ראובֿן־הערש: (שטעלט זיך אָפּ.) אַ גט, זאָגט איר?

רב שלום־שדכן: (קאַלטבלוטיק.) נו, פֿאַרשטײט זיך, אַ גט.

ראובֿן־הערש: (אַ זעץ מיט דעם קולאַק אין טיש אַרײַן.) איך װיל ניט קײן גט! איר הערט, רב שלום! איך װיל ניט קײן גט! איך װיל ניט! איר הערט, צי נײן?

רב שלום־שדכן: איך הער, איך הער; פֿאַר װאָס זאָל איך ניט הערן פֿאַר װאָס? „זי“ װיל אָבער, „זי“!

ראובֿן־הערש: װער איז די „זי“? װאָס איז פֿאַר אַ „זי“? װאָס מיר זי, װער מיר זי?…

רב שלום־שדכן: איך מײן, שׂרה־חנצע מײן איך; אײַער שׂרה־חנצע אײַערע.

ראובֿן־הערש: שׂרה־חנצע? נו, און װוּ בין איך?

רב שלום־שדכן: (באַראַבאַנעט מיט די פֿינגער אין טיש אַרײַן.) דאָס װײס איך ניט דאָס.

ראובֿן־הערש: װאָס הײסט, איר װײסט ניט? איך װעל דערלאָזן אַזעלכעס בײַ זיך אין שטוב? אַזאַ רציחה איז נאָך ניט געהערט געװאָרן אױף דער האַלבער װעלט! מע זאָל נעמען קינדער, אַזעלכע צװײ טײַערע קינדער, װאָס האָבן זיך ליב דאָס חיות מיט דער נשמה, און פּלוצעם אין מיטן דרינען אָפּגטן זײ, צעשײדן זײ, צערײַסן זײער גליק אױף אײביק! פֿאַר װאָס? פֿאַר װען? פֿאַר װעמענס זינד? (ער טרײסלט רב שלומען פֿאַר די לאַצן.)

רב שלום־שדכן: (רײַסט זיך אױס.) װאָס בין איך שולדיק? װאָס האָט איר צו מיר װאָס?

ראובֿן־הערש: (מיט גרױס פֿײַער.) אַזאַ צאַצקע! אַזאַ יונגערמאַן! נו, און איך װעל דאָס צוזען און אָפּשװײַגן? האַ? װאָס מײנט איר זיך? איך בין דאָך אַ פֿאָטער! איך בין דאָך דער פֿאָטער! איך האָב עפּעס אױך אַ שטיקל דעה, צי נײן! האַ? איך װעל לאָזן, מע זאָל מײַן קינד פֿירן פֿאַר אַ קרבן? און װוּ בין איך ― פֿרעג איך אײַך? רב שלום, װוּ בין איך? (ער װיל אָנכאַפּן רב שלומען פֿאַר דער לאַץ.)

רב שלום־שדכן: (רוקט זיך אָפּ.) איר זײַט גערעכט איר, װאָס אמת איז אמת, רב ראובֿן־הערש. איר זײַט אַװדאי גערעכט זײַט איר. הײסט געבן אַ ביסל בראָנפֿן און עפּעס פֿאַרבײַסן אױך. איך האָב נאָך הײַנטיקן פֿרימאָרגן אין מײַן מױל ניט געהאַט האָב איך. (מע טראָגט אַרײַן אַ פֿלעשל װײַן מיט פֿאַרבײַסן. רב שלום־שדכן גיסט זיך אָן אַ כּוסע.) לחײם, רב ראובֿן־הערש, לחײם! לאָז גאָט געבן בעסערע געשעפֿטן לאָז ער… לחײם! לחײם! (ער מאַכט אַ כּוסע.)

ראובֿן־הערש: (גיסט זיך אָן און נעמט אַ קאַפּ.) לחײם, רב שלום! לחײם־טובֿים־ולשלום! עך, ברודער, אַ פּאָהאַנע װעלט! פֿע, כ'לעבן, אַ פּאָהאַנע װעלט! פֿע!… (טרינקט נאָך אַ קאַפּ.)

רב שלום־שדכן: (אַ כּוסע.) פֿע, רב ראובֿן־הערש, פֿע, פֿע!

ראובֿן־הערש: (טרינקט נאָך אַ קאַפּ.) אָבער גאָר אױף אַן אַנדער אופֿן פֿע, רב שלום!

רב שלום־שדכן: (טרינקט.) זײער פֿע! זײער פֿע!

ראובֿן־הערש: (נאָך אַ קאַפּ.) אָבער טאַקע, רב שלום, װאָס פֿע הײסט!

רב שלום־שדכן: (נאָך אַ ביסל.) פֿע, פֿע, פֿע! ביזן עק אַרײַן פֿע!

ראובֿן־הערש: (אַ ביסל פֿאַרשמאַכט.) װאָס װײסט איר, רב שלום, װי פֿע דאָס איז! װיפֿל איר װײסט פֿע, איז אַפֿילו קײן שמינית־שבשמינית, קײן צען־טױזנט־חלק אַפֿילו! דאָס איז אַזאַ מין פֿע, װאָס זינט די װעלט שטײט איז נאָך אַזאַ פֿע ניט געװען!

רב שלום־שדכן: (מראה־כּהן; שאָקלט צו מיטן קאָפּ און שמײכלט.) איך װײס, רב ראובֿן־הערש! ס'איז שטאַרק פֿע! איר דאַרפֿט מיר ניט דערצײלן איר. איך האָב אױך די אײגענע מכּה איך, פּונקט אַזאַ צרה פּונקט, און אפֿשר נאָך ערגער אפֿשר…

ראובֿן־הערש: דאָך איז מיט אַ גאַנג; ניט אַזױ װי בײַ מיר. אױ, װאָס װײסט איר, װאָס װײסט איר? קײנער װײס ניט, רב שלום! אָט דאָ ליגט דאָס בײַ מיר. (װײַזט מיטן פֿינגער אױף דעם האַרצן.) אָט דאָ, טיף־טיף!… און פֿאַר װאָס? פֿאַר װען? (בײגט אײַן דעם קאָפּ.) שױן עטלעכע און צװאַנציק יאָר, אַז איך קום אָפּ אױף דער װעלט… עטלעכע און צװאַנציק יאָר בין איך אין גיהנום… שיבֿעה־מדורי־גיהנום… אױף הײסע סקאָװראָדעס בראָטן מײַן לײַב… קאָליסטראָי[сквозь строй: דורך די סאָלדאַטן (אַמאָליקע שטראָף), רב שלום, קאָליסטראָי טרײַבט זי מיך דרײַ מאָל אין טאָג… אָן אַ שום רחמנות… קײן גוט װאָרט כּמעט פֿון דער ערשטער שעה… אַ װערטעלע אױסצורײדן ― עטלעכע און צװאַנציק יאָר!… אָט װוּ מע דאַרף אַ גט, רב שלום! (קוקט זיך אַרום מיט שרעק.) אָט װוּ מע װאָלט באַדאַרפֿט אַרױפֿפֿירן אױף אַ גט!…

רב שלום־שדכן: אַװדאי גט! (גיסט אָן אַ כּוסע.) בײַ מיר אױך די אײגענע צרה בײַ מיר…

(עס קומט אָן שׂרה־חנזע)

2. די זעלבע און שׂרה־חנזע

שׂרה־חנזע: (פֿליט אַרײַן, װי אַ װיכער און בלײַבט שטײן אין מיטן שטוב; אַ פּליעסק מיט די הענט.) ראובֿן־הערש! װאָס איז דאָ בײַ דיר פּלוצעם פֿאַר אַ יום־טובֿ? גאָט איז מיט דיר, ראובֿן־הערש! װעסט צײַט האָבן נאָך דעם גט פֿאַרטרינקען… (קוקט אין דעם לײדיקן פֿלעשל אַרײַן.) געמעגט איבערלאָזן אָ ביסל אױף שפּעטער… װעסט נאָך האָבן גענוג צײַט צו טרינקען. און איר אױך, רב שלום! אם־ירצה־השם, צום צװײטן קנס־מאָל און צו דער אַנדערער חתונה בײַ אונדזער טאָכטער… נאָר לאָז שױן גאָט געבן מיט מער הצלחה, ניט אַזאַ גן־אײדעם, װי איר האָט מיר געגעבן, רב שלום!…

רב שלום־שדכן: (לעפּעטשעט מיט דער צונג.) איך בעט אײַך, שׂרה־חנזע… איר זײַט דאָך… אַ… אַ… איך מײן טאַקע באמת מײן איך… אַ… אַ… װי זאָגט ער… אַ…… אַ… אשה־צנועה… אַ…

שׂרה־חנצע: (װײַזט זײ אױף דער טיר. זײ גײען בײדע מיט אַראָפּגעלאָזטע קעפּ, און זי גײט זײ נאָך.) נו, גײט שױן, גײט! שױן אַלץ פֿאַרטיק… דער רבֿ האָט געשיקט צו מיר דעם שמשׂ… דער גט איז שױן צום שרײַבן.. נו, רירט זיך שױן, ראובֿן־הערש, ריר זיך! קוק אים אָן אַ ביסל, װי ער פּלאָנטעט מיט די פֿיס… אין מיטן דרינען זעצט מען זיך אַװעק כליעפּטשען װײַן… (שטילערהײט.) פּיאַװקעס זאָלן טרינקען אײַער בלוט בײדע… האָט זיך צונױפֿגעקאָמפּאַניעט מיט דעם דאָזיקן זולל־וסובֿאניק און מע האָט אױסגעראַמט װוּ ס'איז דאָ אַ שטיקל לעקעך אין שאַפֿע, עסן זאָלן אײַך װערעם בײדע אײַער לײַב, זיסער גאָט!…

3. מאָטל און לוי־בנימין

(פֿריִער קומט אַרײַן מאָטל, פֿאַלט אױפֿן בענקל און בלײַבט זיצן אין אַ טראַגישער פּאָזע: באַלד נאָך אים קומט אַרײַן לוי־בנימין מיט אַ שמײכעלע.)

מאָטל: (װײנט און רײַסט אױף זיך די האָר.) פֿאַרפֿינצטערט בין איך געװאָרן! אַז אָך און װײ איז מיר, אַז איך דאַרף מײַן עטלען געבן גט?

לוי־בנימין: װאָס־זשע האָסטו געװאָלט? אַז עטל זאָל דיר געבן גט?

מאָטל: יאָ? דו לאַכסט? דו טרײַבסט קאַטאָװעס? אַצינד?

לוי־בנימין: װאָס דען? משוגענער, װאָס קלאָגסטו? װאָס האָסטו זיך צעיאַכמערט, װי אַ ייִדענע? אַדרבא, זאָג!

מאָטל: װאָס־זשע דען? טאַנצן זאָל איך?

לוי־בנימין: אַװדאי טאַנצן!… דו װערסט פּטור פֿון אַזאַ שװיגער, װי שׂרה־חנצע, מעגסטו געװיס גײן טאַנצן… װער קען זי ניט? איך בין באַװאָרנט, אַז דו װעסט דאָ אָפּזײַן נאָך אַ האַלב יאָר אין שטוב, װעט דיך דײַן שװיגער פּאַטשן, אַזױ װי זי פּאַטשט דעם שװער דײַנעם, אָט דעם ערלעכן טיפּש, װאָס איז ערגער פֿון איר, אַז ער לאָזט זיך אַזױ טרעטן מיט די פֿיס.

מאָטל: ס'איז דיר גרינג צו רײדן, יאָ. זאָלסט אָבער זײַן אױף מײַן אָרט, װאָלסטו…

לוי־בנימין: איך זאָל זײַן אױף דײַן אָרט, לעקיש, װאָלט איך מיך אױפֿן דריטן טאָג געגט און געפּטרט אַן עול פֿונעם קאָפּ! אײן מאָל פֿאַר אַלע מאָל! (ער שפּאַנט אַרום איבער דער שטוב.)

מאָטל: (פֿאַרטראַכט.) זיך געגט?… נו, און עטל? אַך, לוי־בנימין! װאָס װײסטו, װאָס װײסטו, װי טײַער, װי ליב זי איז מיר?!…

לוי־בנימין: (שפּאַנט אַרום הין און צוריק.) קוק אים אָן אַ ביסל, װי ער מאַכט דאָס העװיות, די ליבע האָט זיך אין אים צעפֿלאַקערט! װער מיר ליבע? װאָס מיר ליבע? װאָס האָסטו זיך אײַנגעבילדעט, משוגענער? אַ שײנע ליבע, אַז די מאַמע קאָן זי אַרױפֿפֿירן צען מאָל אין טאָג אױף גט? אױך מיר אַ ליבע! כאַ־כאַ־כאַ!

מאָטל: מעגסט דיר לאַכן װיפֿל דו װילסט. און דאָס, װאָס דאָס האַרץ פֿילט? (ער כאַפּט זיך בײַם האַרצן.)

לוי־בנימין: כאַ־כאַ־כאַ! װאָס פֿילט דאָס האַרץ? װאָס?… ער האָט זיך אָנגעלײענט מיט ראָמאַנען, װי אַ פּױק, און שרײַט אױף אַלע גאַסן „ליבע“! גלאַט, סע װילט זיך דיר שפּילן אַ ראָמאַן, נעמסטו אַלײן אױף זיך צרות מיט שלעק!… נו, װילסט ניט קײן גט? װי דו װילסט זיך! זיץ דאָ! אָט װעט באַלד קומען דער אַשמדאַי, די שװיגער דײַנע, און װעט דיר אַרײַנלײגן נײַן אײלן אין דער ערד אַרײַן און װעט אָנשטעלן די טאָכטער, אַז זי זאָל דיר װאַרפֿן דעם גט פֿאַר די פֿיס; און נאָכדעם װעט איר זיך איבערבעטן, צעקושן, און שפּעטער מיט צװײ טעג װידער די זעלבע געשיכטע, ביז פֿון דײַן געליבטער װעט װערן אַ מין שׂרה־חנצע און פֿון דיר אַ מין ראובֿן־הערש שׂרה־חנצעס… אַ לעמעשקע… אַ שײנער סוף!… שעם זיך! (לוי־בנימין רוקט אָן מאָטלען דאָס היטל ביז איבער די אױערן.) אַ פֿײַנער יונגערמאַן! אַ יונגערמאַן ביסטו? אַ װײַבל ביסטו! אַ ייִדענע! מאָטל די ייִדענע! „סענדערל די ייִדענע“, כאַ־כאַ־כאַ! דו געדענקסט „סענדערל די ייִדענע“ בײַ אַבראַמאָװיטשןפֿון „מסעות בנימין השלישי“, געשריבן פֿון מענדעלע מוכר־ספֿרים (שלום־יעקבֿ אַבראַמאָװיטש) כאַ־כאַ־כאַ! „שהיה יושבֿ על הספֿסל“ ― אַז סענדערל די ייִדענע איז געזעסן אױפֿן בענקל אונטערגעבונדן מיט אַ טיכל די צײן, „וקולף קאַרטאָפֿליעס“ ― און האָט געשײלט קאַרטאָפֿליעס ― כאַ־כאַ־כאַ!

מאָטל: גוט איז דיר צו לאַכן! דו האָסט זיך אַרײַנגעכאַפּט אין אַ שטוב צװישן לײַט, ניט צװישן אַזעלכע, װי איך בין אַרײַן…

לוי־בנימין: האָסט אַ גרױסן טעות, מאָטל, איך האָב שױן דיר טױזנט מאָל געזאָגט, אַז סע װײַזט זיך דיר אױס. גלײב מיר, ברודער, אַז איך קום גענוג אָפּ. ניט אַזױ פֿיל, װיפֿל דו, פֿאַרשטײט זיך, אָבער קײן האָניק לעק איך אױך ניט… סע װילט זיך מיר אַזױ זיצן און קװעטשן די באַנק, אַזױ װי דיר גלוסט זיך אַצינד גײן טאַנצן. נאָר װאָס זאָל מען טאָן? מיר זײַנען אײדעמס, מאָטל, מיר זײַנען אײדעמס!… מע האָט אונדז גענומען פֿאַר אַ צירונג אין שטוב אַרײַן, מע האָט אונדז געגעבן װײַבער און מע זאָגט אונדז: גײט, קינדערלעך, צװײ מאָל אין טאָג אין שול אַרײַן! טוט אײַך דאָרט װאָס איר װילט, אַבי לאָזן לײַט זאָגן, אַז איר זײַט שײנע אײדעמלעך, זײַדענע יונגעלײַט; און מיר, קעלבלעך, לאָזן זיך פֿירן פֿאַרן שטריקל, טאָן טוען מיר גאָרניט, עסן לאַסקאַװע ברױט, טונעיאַדצעס, פּוסטעפּאַסניקעס! און אַזױ גײען אַװעק טעג מיט יאָרן, עס װערט אַ קינד און צװײ… און מיר, קאָן זײַן, װאָלט זיך גאָר געגלוסט אַצינד זײַן װײַט־װײַט פֿון דאַנען, ערגעץ אין אַדעס, אָדער אין אַ פּײטערבאַרג… שטודירן… עך, ברודער, ניטאָ װאָס צו רײדן, מאָטל, מיר זײַנען בײדע גוט אין דער נעץ. מיר איז אַ ביסל בעסער, דיר איז ערגער ― גײ זשע, נאַרעלע, פּלאָנטע זיך אַרױס, ביז דו קאָנסט נאָך, ― װײַל שפּעטער גאָט װײס?… קום שױן, קום מאָטל, מאַך זיך ניט נאַריש!…(ער נעמט אָן מאָטלען בײַ דער האַנט, זײ גײען אָפּ.)

ענדע פֿונעם צװײטן בילד
דריט בילד

קומט פֿאָר בײַם רב אָרקע דעם רבֿ אין שטוב, װאָס איז איבערגעצאַמט מיט אַ רעדנע אױף צװײ צימערן: אַ „זאַל“ מיט אַ „קיך“. אין „זאַל“ שטײט אַ שאַפֿע מיט ספֿרים, אױף דעם טיש ליגט אַ „יורה־דעה” מיט אַן „אבֿן־העזר“. אַ קאַנאַפּע, באַצױגן מיט אַ קעסטלדיקן ציץ: אַ מזרח אױף דער װאַנט; אַ זײגער מיט אַ קוקושקע; אַ טיוליק מיט אַ טולעפּל פֿון פֿײ מיט װײדעלעך; אַ שטרײַמל; אַן אַטלעסענע קאַפּאָטע מיט אַ געלן אונטערשלאַק; דער רביצינס יופּע אױף װאַטע: אַ גרױסע קװאָרט מיט אַ פֿיטש־נאַסן האַנטעך מיט אַ פּאָמוניצע און מיט אַ בעזעם.

1. פֿרומע־ליבע די רביצין און שׂרה־חנצע

רביצין: זיצט, שׂרה־חנצע. זעצט זיך צו, װאָס שטײט איר?

שׂרה־חנצע: (מיטן בורנעס אױף אײן אַרבל.) נישקשה, איך קאָן באַשטײן. (זי סמאָרעט מיט דער נאָז.)

רביצין: װאָס אַרט אײַך, שׂרה־חנצע? אָט שטײט אַ בענקל, נעמט, זעצט זיך צו. ביז דער גט װעט נאָך פֿאַרטיק װערן, װעט אַ ביסל געדױערן. אָך־אָך־אָך! (שפּאַרט אונטער די באַק אױף צװײ פֿינגער און שאָקלט זיך.)

שׂרה־חנצע: אָך־אָך־אָך! (מאַכט פּיסקעס אױף צו װײנען און זעצט זיך צו מיט אַ זײַט אױף דעם שפּיץ בענקל.)

רביצין: (מיט רחמנות.) למאַי זאָלט איר זינדיקן, שׂרה־חנצע? מסתּמא איז דאָס אַ באַשערטע זאַך. מסתּמא, הײסט דער אײבערשטער, הקדוש־ברוך־הוא, ברוך־הוא־וברוך־שמו! מסתּמא איז דאָס ניט קײן זיװג…

שׂרה־חנצע: (װישט זיך די אױגן און שנײַצט די נאָז.) ניט קײן זיװג, זאָגט איר? אױ, פֿרומעניו, נשמהניו! איר קענט מיך דאָך ניט פֿון נעכטן און ניט פֿון פֿאַראַיאָרן… איך קאָן דאָס אײַך גאָר אַזױ פֿיל ניט למנצחמנצח זײַן, איך בעט אײַך איבער װי אַן אײגענע שװעסטער. װען איר זאָלט װיסן, װי אַזױ ער באַגײט זיך מיט מײַן טאָכטער, מיט מײַן לײַב און פֿלײש, װאָלט איר אַלײן געזאָגט, אַז… אַז עס איז אױף מיר אַ „מחזירמזכּיר נשמות“, עפּעס אַ מין פּורעניות פֿון זײַן ליבן נאָמען, עפּעס אַן „עוטרעוקר ישׂראל“ איז ער, נאָך ערגער פֿון אַ משומד, ניט דאָ געדאַכט. איך װײס? אַן אױסװירפֿלינג, אַ „נשמת־כּל־חי“, אַ װילדע חיה־רעה, אַ װאָװקעלאַקע!…

רביצין: (שמוצערט מיט די ליפּן און מאַכט מיט דעם קאָפּ.) מע זאָל גאָר באַהיט װערן, רבונו־של־עולם פֿון דער גאַנצער װעלט, ברוך־הוא־וברוך־שמו! סע איז דאָך עפּעס גאָר אַן אָנשיקעניש איז דאָס! אַ מכּה בכורה פֿון מצרים!

שׂרה־חנצע: (מיט היץ.) פֿון מצרים, זאָגט איר? פֿון סדום, זאָג איך אײַך! פֿון סדום! עפּעס אַ מין, אַ מין… „ורחצו“! אַ פּיפּערנאָטער, װאָס איז דורך מיטן קוק, אַ לינדן־װאָרעם, װאָס ליגט אין כרײן און מײנט, אַז סע איז גאָר קײן זיכערס ניטאָ אױף דער װעלט! ער ליגט און טאָטשעט, װערעם זאָלן טאָטשען זײַן לײַב אין דער פֿינצטער, ליבער גאָט!

רביצין: באַהיט מיך גאָט, ברוך־הוא־וברוך־שמו! (זי הײבט אױף די אױגן מיט די הענט צו דער סטעליע.) איך װײס? איר דאַרפֿט נאָך דאַנקען און לױבן דעם װאָס לעבט אײביק, ברוך־הוא־וברוך־שמו, װאָס איר װערט פּטור פֿון אַזאַ צרה שלא־תבֿוא! אָט נעמט, אַ שטײגער, חײם־מאיר ליפּע־חזקאלס אײדעם. מע זאָל באַהיט און באַשירעמט װערן, רבונו־של־עולם, ברוך־הוא־וברוך־שמו!

שׂרה־חנצע: װאָס איז דען מיט חײם־מאיר ליפּע־חזקאלס אײדעם?

רביצין: (פֿאַרגלאָצט די אױגן, שפּײַט אױס און טוט זיך אַ װיש דאָס מױל.) ס'זאָל מיר נאָר ניט פֿאַררעכנט װערן פֿאַר קײן לשון־הרע חלילה. שױן זינט חײם־מאיר ליפּע־חזקאלס האָט געבראַכט דעם אײדעם, האָבן אָנגעהױבן צו פֿאַלן קלײנע קינדער, ניט הײַנט געדאַכט, אַזױ װי שטרױ. גאָט זאָל זיך דערבאַרעמען, ברוך־הוא־וברוך־שמו!

שׂרה־חנצע: (שמוצערט מיט די ליפּן, שאָקלט זיך מיטן גאַנצן קערפּער.) װאָס רעדט איר, אױ, פֿרומעניו, נשמהניו? װאָס זשע איז מיט אים אַזעלכעס, למשל? װאָס האָט ער געטאָן, דער ימח־שמוניק, פֿאַרכאַפּט זאָל ער װערן?

רביצין: װאָס האָט ער געטאָן, פֿרעגט איר? פֿרעגט בעסער, װאָס האָט ער ניט געטאָן? אַ קלײניקײט ― יענער האָט אָפּגערעדט די לבֿנה!

שׂרה־חנצע: אַ, פֿאַרכאַפּט זאָל ער װערן! װאָס הײסט ער האָט אָפּגערעדט די לבֿנה?

רביצין: װײסט אים דער גוטער יאָר! מיט אַזאַ כּישוף, צי װאָס! זינט ער האָט אים געבראַכט צו פֿירן, איז ניט געװען אײן לבֿנה.

שׂרה־חנצע: אַ, פֿאַרכאַפּט זאָל ער װערן! װוּ איז אַהינגעקומען די לבֿנה?

רביצין: איך װײס װוּ זי איז אַהינגעקומען? װאָס װײס אַן אישה? איך װײס נאָר, דער רבֿ האָט מיר געזאָגט, אַז ס'איז ניטאָ קײן אײן לבֿנה מחדש צו זײַן; ביז חײם־מאיר ליפּע־חזקאלס האָט ניט אָפּגעגט דעם אײדעם, איז ניט געװען קײן לבֿנה. און אַז מע האָט אים אָפּגעגט, האָט גאָט ברוך־הוא־וברוך־שמו אַ נס געטאָן, ס'איז שױן װידער דאָ אַלע חודש אַ לבֿנה… דאָס אײגענע איז מיט אײַך, שׂרה־חנצע: אָט װערט איר פֿון אים פּטור, אם־ירצה־השם, מיטן אײבערשטנס הילף, ברוך־הוא־וברוך־שמו…

שׂרה־חנצע: איך װער פּטור? סע קאָסט מיך קאַרג בלוט? װאָס רעדט איר, פֿרומע־לעבן? אַ װערטעלע, אַ שידוך געטאָן, חתונה געמאַכט, אָנגעטױטשעט זיך ― און װאָס, איך בעט אײַך? אַצינד, גײ טו נאָכאַמאָל אַ שידוך, װידער אַן אײדעם, אַ צירונג אין שטוב אַרײַן, אַן עבֿודה־זרה, אַ לעשׂות־נקמהניק, אַ בײזער שטערן… שאַ, אָן גײט ער, דער תּכשיט מײַנער. לאָמיר זיך באַהאַלטן, פֿרומע־לעבן, בײַ אײַך אין קיך, מײַנע אױגן זאָלן אים ניט אָנקוקן אין זײַן טרײפֿענעם פּרצוף. אַ סיבה אים אין פּנים אױף דרײַ יאָר מיט אַ האַלבן!… (זי גײט אַװעק אין צװײטן צימער.)

2. רב אָרקע דער רבֿ, רב זכריה סופֿר, ייִדל דער שמשׂ, ראובֿן־הערש, מאָטל, לוי־בנימין, די רביצין, עטל, צװײ עדות און אַ מנין ייִדן

רב אָרקע דער רבֿ קומט אַרײַן געשװינד, װאַשט די הענט, זאָגט „אַשר יצר“ אױף אַ קול און זעצט זיך אױבנאָן אױף דער קעסטלדיקער קאַנאַפּע מיט גרױס פּאַראַד. נאָך אים גײט אַרײַן רב זכריה סופֿר און שטעלט זיך אָן אַ זײַט. נאָך דעם סופֿר גײען נאָך צװײ עדות, און דער שמשׂ טראָגט אַרײַן דעם גט מיט אַ גרױסן גלעזערנעם טינטער, אין װעלכן סע שטעקט אַ גענדזענע פֿעדער. עס הײבן אָן אַרײַנצוקומען אײנציקװײַז אַלערלײ ייִדן: הױכע און נידעריקע, אַלטע און מיטעלע, שװאַרצע און געלע ― ביז עס קלײַבט זיך צונױף אַ מנין. לוי־בנימין, רב שלום שדכן און ראובֿן־הערש קומען אָן באַזונדער. פֿרומע־ליבע די רביצין הײבט אױף דעם פֿאָרהאַנג פֿון דער קיכטיר און לאָזט אַרײַן עטלען, װאָס גײט טריט בײַ טריט, אָנגערוקט דאָס טיכל ביז דער נאָז. פֿון דער טיר קומט אַרײַן מאָטל, בלאַס און צעטראָגן. דער שמשׂ װײַזט זײ זײערע ערטער. רב אָרקע דער רבֿ אײַלט זיך און שנײַצט אױס די נאָז און איז זיך מכין צום סדר־הגט.

דער רבֿ: (נעמט דעם גט.) דו, סופֿר זכריה בר טובֿיה, איז דאָס דער גט, װאָס דו האָסט דאָ געשריבן, האָסטו געשריבן?

דער סופֿר: (קראַצט זיך אין דער געדיכטער באָרד.) יאָ.

דער רבֿ: קענסטו דעם גט און האָסט דאָ אַ סימן־מובֿהק?

דער סופֿר: יאָ.

דער רבֿ: האָט דיר דער בעל, משה־מרדכי בר אפֿרים־מנשה, געגעבן דאָס פּאַרמעט, דעם טינט און דאָס טינטערל און דאָס גאַנצע שרײַב־געצײַג פֿאַר די עדים?

דער סופֿר: יאָ.

דער רבֿ: האָט דיר געהײסן דער בעל, משה־מרדכי בר אפֿרים־מנשה, אַז דו זאָלסט דעם גט שרײַבן לשמו ולשמה ולשם גירושין?

דער סופֿר: יאָ.

דער רבֿ: האָסטו אַזױ גערעדט, אַז דער גט, װאָס דער בעל, משה־מרדכי בר אפֿרים־מנשה, האָט געשריבן, איז געשריבן לשמו ולשמה ולשם גירושין?

דער סופֿר: איך האָב גערעדט, אַז דער גט, װאָס דער בעל, משה־מרדכי בר אפֿרים־מנשה, האָט געשריבן, איז געשריבן לשמו ולשמה ולשם גירושין.

דער רבֿ: (צו די עדות.) האָט איר געהערט פֿונעם מגרש, משה־מרדכי בר אפֿרים־מנשה, אַז ער האָט מבֿטל געװען אַלע מודעות, און אַז דער גט, װאָס ער האָט געשריבן, איז געשריבן לשמו ולשמה ולשם גירושין?

די עדות: (בײדע צוזאַמען, אײנער אױף אַ גראָבער און דער אַנדערער אױף אַ דינער שטימע.) יאָ.

דער רבֿ: האָט איר געזען, אַז דער מגרש, משה־מרדכי בר אפֿרים־מנשה, האָט מוסר געװען דעם טינט און פּען און דאָס טינטערל, בכדי דער גט, װאָס ער האָט געשריבן, זאָל זײַן געשריבן לשמו ולשמה ולשם גירושין?

די עדות: יאָ.

(מע דעקט אָפּ עטלען די פֿאַטשײלע.)

דער רבֿ: דו, חיה־עטל־גנענדל בת ראובֿן־הערש, װילסטו מקבל זײַן דעם גט פֿון דײַן מאַן משה־מרדכי בר אפֿרים־מנשה פֿון גוטן װילן, אָן אונס און אָן תּנאַי?… זאָג: „יאָ“.

עטל: (שװײַגט אַ היפּשע װײַלע, ביז ייִדל דער שמשׂ טוט איר אַ טאָרקע בײַם אַרבל.) יאָ.

דער רבֿ: האָסטו געטאָן אַ נדר, אָדער אַ שבֿועה, אָדער אַן איסור? זאָג: „נײן“.

עטל: (שאָקלט מיטן קאָפּ.) נײן, נײן!

דער רבֿ: האָסטו גערעדט מעולם אַ דיבור, אָדער אַ שבֿועה, אָדער אַן איסור, ס'זאָל דעם גט ניט מזיק זײַן?… זאָג: „נײן“.

עטל: (מיט טרערן.) נײן!

(דער שמשׂ פֿירט צו מאָטלען.)

דער רבֿ: דו, משה־מרדכי בר אפֿרים־מנשה, װילסטו געבן דעם גט דײַן װײַב חיה־עטל־גנענדל בת ראובֿן־הירש פֿון דײַן גוטן װילן, אָן אונס און אָן תּנאַי? זאָג: „יאָ“.

מאָטל: (דרײט אױס דעם קאַפּ צו עטלען און זיפֿצט. ייִדל דער שמשׂ טוט אים אַ שטורך פֿון הינטן מיטן עלנבױגן. ער שאָקלט מיט דעם קאָפּ אױף „נײן“ און זאָגט „יאָ“.) יאָ!

דער רבֿ: האָסטו גערעדט מעולם אַ דיבור, אָדער אַ שבֿועה, אָדער אַן איסור, ס'זאָל דעם גט ניט מזיק זײַן?… זאָג: „נײן“.

מאָטל: (רוקט זיך צו נענטער צו עטלען. דער שמשׂ נעמט אים אָן פֿאַר די אַקסלען און פֿירט אים אָפּ אַ ביסל װײַטער.) נײן! איך האָב געװאָלט זאָגן… (ער װיל עפּעס זאָגן װײַטער, טוט אים דער שמשׂ אַ צי בײַ דער האַנט.)

דער רבֿ: (גיט אים איבער דעם גט על־פּי־דין.) נאַ דיר דעם גט, האַלט אים, ביז איך װעל דיר זאָגן… (דער רבֿ װענדט זיך שױן צו עטלען.) גיב אים אָפּ די כּתובה, אָדער זײַ אים מוחל. טו אױס דאָס פֿינגערל, ס'זאָל ניט זײַן קײן שום חציצה, און דער אַרבל זאָל ניט אָנרירן, די הענט הײב אױף, און זאָלסט זײ ניט פֿאַרמאַכן, ביז איך װעל דיר זאָגן… (צום עולם.) װער סע האָט עפּעס אַ פּסול אױפֿן גט ― זאָגט!… (דער עולם שװײַגט מיט שטילשװײַגעניש. דער רבֿ צו מאָטלען.) דו, משה־מרדכי בר אפֿרים־מנשה, הײב אױף די הענט העכער פֿון דײַן װײַב. (מאָטל רוקט זיך צו צו עטלען און פֿאַרקוקט איר אונטערן טיכל; בײדע יונגע מענטשן װײנען און שלינגען די טרערן. דער רבֿ צו מאָטלען.) דו, משה־מרדכי בר אפֿרים־מנשה, זאָג מיר נאָך װאָרט אין װאָרט. זאָג: „הֲרֵי זֶה גִּיטֵּךְ“…

מאָטל: (ער װערגט זיך.) הררי זזזה גגגיטך…

דער רבֿ: „וְהִתְקַבְּלִי גִּיטֵּךְ“…

מאָטל: (מיט אַ קװיטש.) והתקבלי גיטטך…

דער רבֿ: „ובוֹ תְּהְיִי מְגֹרֶשֶׁת“…

מאָטל: ובֿו תּהײ מגגגורשת…

דער רבֿ: „מִמֶּנִּי מֵעַכְשָׁו“…

מאָטל: (מיט אַ יאָמערלעך געװײן.) מממממני מעכשיו…

דער רבֿ: „וַהֲרֵי אַתְּ“…

מאָטל: (כליפּעט װי אַ קלײן קינד.) וההרי אַתּ… (דער גט פֿאַלט פּלוצעם אַרױס פֿון זײַנע הענט. מאָטל פֿאַלט עטלען אױפֿן האַלדז ― און דאָס פּאָרפֿאָלק װערט אומגעריכט צונױפֿגעגאָסן אין אַ לאַנגן, הײסן, פֿלאַם־פֿײַערדיקן קוש.)

דער עולם: (בלײַבט לכתּחילה דערשטױנט, אָפּהענטיק, אָן לשון, קוקן אײנער אױף דעם אַנדערן און אַלע צוזאַמען אױף דעם רבֿ.) אי־אָ־נו־פֿע!…

דער רבֿ: (אין אײניקע מינוט אַרום.) נו, נו! אַ מעשׂה! אַ מעשׂה! (קנײטשט מיט די פּלײצעס.) איך בין שױן דאָ, ברוך־השם, באַלד זיבן און דרײַסיק יאָר רבֿ, און האָב שױן אױף מײַן לעבן גענוג פּאָרלעך אָפּגעגט, ― האָט זיך מיר נאָך אַזאַ מעשׂה ניט פֿאַרלאָפֿן! אַ מעשׂה! אַ מעשׂה! נו, נו!…

די רביצין: (קוקט ניט אױף קײנעם.) מן־השמים! מסתּמא איז דאָך דאָס אַ זיװג־מן־השמים, פֿון השם־יתברך, ברוך־הוא־וברוך־שמו…

רב שלום־שדכן: מזל־טובֿ! ייִדן, זאָגט מזל־טובֿ, ייִדן! און שטעלט משקה שטעלט!

דער עולם: (אײנער דעם אַנדערן.) מזל־טובֿ! מזל־טובֿ! מזל־טובֿ!

דער סופֿר: רב ראובֿן־הערש! רב ראובֿן־הערש! שיקט נאָך משקה, װעלן מיר טרינקען „לחײם“.

דער עולם: נאָך משקה! נאָך משקה! ייִדל, משקה ברענג צו טראָגן!

ייִדל דער שמשׂ: אָט גײ איך! אָט לױף איך! װאָס זאָל איך ברענגען אױף צו פֿאַרבײַסן?

רב שלום־שדכן: ברענג קיכלעך ברענג, און הערינג ברענג, און אַ ביסל דאַרע קישקע אַ ביסל…

ראובֿן־הערש: (צו שלום־שדכן.) נו, רב שלום! װאָס האָב איך אײַך געזאָגט? אַיאָ? װער איז גערעכט, רב שלום? האַ, רב שלום? נאַ דיר גאָר גטן זיך?!

רב שלום: אָבער מײַן רח″ש מײַנער? רב ראובֿן־הערש, מיר קומט רח″ש קומט מיר! אַ שדכן אַז ער שטײט אַפֿילו פֿון דער זײַט אַ שדכן, קומט אים שױן אױך שדכנות קומט אים! װאָס זאָגט איר, רב אָרקע, ניט אַזױ, װאָס? עלעהײ אַ נײַער שידוך עלעהײ!… (צום שמשׂ.) און פֿאַרגעסט ניט, רב ייִדל, דאַרע קישקע, למען־השם, קישקע דאַרע!

דער עולם: (אַ סך קולות.) װוּ איז אַהינגעקומען דאָס פּאָרפֿאָלק?װוּ זײַנען זײ? האָסטו געהערט אַן אַקציע? כאַ־כאַ־כאַ! אַ קאָמעדיע! אַ רײנע קאָמעדיע! (האַלטן זיך בײַ די זײַטן לאַכנדיק.)

לוי־בנימין (צו מאָטלען.) מזל־טובֿ דיר, מאָטל! װער ס'איז דיר מקנא, דער זאָל אַלײן ניט האָבן… איך האָב דיר שױן פֿאַרזאָרגט אױף אײביק… (צום עולם.) אַ קאָמעדיע זאָגט איר? ס'איז טאַקע צו מאַכן פֿון אײַך אַ קאָמעדיע! ס'װעט זיך שױן געפֿינען אַזעלכער, װאָס װעט פֿון אײַך אַמאָל באַשרײַבן, מאַכן פֿון אײַך אַ קאָמעדיע…

שׂרה־חנצע: (דערשײַנט פֿון יענער זײַט פֿאָרהאַנג. צום מאַן.) ראובֿן־הערש, דו הערסט? האָב איך דיר געזאָגט, אַז ער װעט אונדז באַשרײַבן אױף די גאַזעטן, אָט דער כּל־בוניק!? (באַװײַזט מיט די קולאַקעס אױף לוי־בנימינען און אױף מאָטלען און לאָזט זיך צו דער טיר.)

פֿאָרהאַנג
געשריבן אין יאָר 1887