פֿון צװײ װעלטן

שלום עליכם (אַלע װערק)

טבֿיה דער מילכיקער

אַ פֿאַמיליען־בילד אין פֿיר אַקטן

פּערזאָנען

טבֿיה דער מילכיקער.. אַ שטאַרקער ייִד פֿון אַריבער פֿופֿציק. האַנדלט מיט קעז און פּוטער. אָנגעטאָן דאָרפֿיש. די קאַפּאָטע אונטערגעשטעקט. די פּאות אונטערגעהאַקט. אין באָרד געצײלטע גרױע האָר. גוטע שמײכלענדיקע אױגן.

גאָלדע. זײַן װײַב. געװען אַ מאָל אַ שײנע.

צײטל. זײער טאָכטער. אַן אױסגעגעבענע.

חװה. זײער צװײטע טאָכטער. אַ מײדל.

שלמהלע. צײטלס קינד.

שײנדעלע. צײטלס קינד.

מיקיטאַ גאַלאַגאַן. אַ געװעזענער װאָלאָסטנאָי שרײַבער, איצט אַ בעל־הגוף. אַ גױ אַ יאַבעדניק.

טעקלאַ. זײַן װײַב.

פֿעדיאַ. זײער זון. טראָגט לאַנגע האָר, אַ שװאַרץ העמדל, הױכע שטיװל ― אַ־לאַ גאָרקיМаксим Горький 1868-1936.

סטאַרשינאַстаршина: סערזשאַנט. אַ בכּבֿודיקער גױ. האָט ליב דעם טרונק.

סטאַראָסטאַстароста: עלטסטער פֿון דערפֿל. אַ נידעריקער גױעץ, אַ גרױסער טרינקער.

סאָטסקי. געװען אַמאָל אַ טשערעדניק, אַ גױ מיט רױטע האָר.

אוראַדניק. אַ יונג מיט בײנער. שטרענג, װי אַ גענעראַל־גובערנאַטאָר.

זאָזוליאַ. אַ שרײַבערל אין װאָלאָסט. אַ יונגער שײגעץ. געפּוצטע שטיװל. מעשׂה פּאַניטש.

גױים און גױעס, פּאַרובקעס און שיקסעס מיט קאַרעלן און רױטע שיך.

אַלע פֿיר אַקטן שפּילן זיך אָפּ אין דאָרף: די ערשטע דרײַ ― אין פֿאַרלױף פֿון אײן זומער, דער לעצטער אַקט ― אין אַ פּאָר יאָר אַרום.

ערשטער אַקט

(אַ דאָרפֿשטוב. ― אַ געראַם חדר. װײַס־געשמירטע װענט. דרײַ טירן: אײנע ― אַנפֿאַס, אין דרױסן אַרױס: אײנע ― רעכטס, אין קיך צו; אײנע ― לינקס, אין אַ צװײטן חדר אַרײַן. צוגעקליבן פּראָסט, בעל־הבתּיש, נאָר רײן און זױבער. אַ דעמבענער טיש מיט הילצערנע בענקלעך. פֿון שאַפֿע קוקט אַרױס אַ סאַמאָװאַר, אַ קופּערנע קװאָרט, אַן אַלטמאָדישער קאַראַפֿין מיט אַ קידוש־גלעזל פֿון פֿאַרביקן קרישטאָל, אױך אַ גראָבע װאַקסענע הבֿדלה. אױף די װענט ― בילדער אָן רעמלעך פֿון עפּעס אַ רבֿ, פֿון רב משה מאָנטעפֿיאָרעMoses Haim Montefiore 1784-1885, פֿון דאָקטער הערצלTheodor Herzl 1860-1904 און פֿון גראַף טאָלסטאָיЛев Николаевич Толстой 1828-1910. אױך אַ ייִדישער װאַנט־לוח. אַן אַלטמאָדישער װאַנטזײגער. ― אין מיטן שטוב, אױף אַ טאַבורעט, זיצט גאָלדע איבער אַ הילצערנער קאַדושקע און שלאָגט פּוטער.)

גאָלדע: (דעקט אױף די קאַדושקע, קוקט אַרײַן, דעקט צו צוריק.) אַ מעשׂה אָן אַן עק! מע שלאָגט און מע שלאָגט! מע שלאָגט און מע שלאָגט! ― און קײן פּוטער זעט מען נישט!… עס איז נאָר אַן עין־הרע האָט עמעצער געגעבן ― הלװאַי איך זאָל ליגן זאָגן… (שלאָגט װײַטער. עס עפֿנט זיך די דרױסנטיר און עס באַװײַזט זיך צײטל, אײַנגעהילט אין אַ שאַל.)

צײטל: (קוקט זיך אַרום, בלײַבט שטײן, זעט, אַז מע באַמערקט זי נישט, טוט זי אַ הוסט מיט אַ שמײכל.) ט'מאָרגן, מאַמע!

גאָלדע: (הײבט אױף דעם קאָפּ, דערזעט צײטלען, טוט זי אַ רוק־אַװעק פֿון זיך די קאַדושקע, כאַפּט זיך אױף.) אַ װײטיק איז דער מאַמע אַ גרױ־סער! אַ גאַסט! צײטל! אָט אַ גאַסט! (כאַפּט זיך אַרום מיט איר קושן.) װאָס זשע מאַכסטו, טאָכטער? טו זיך אױס! (װיקלט זי אַרױס פֿון דער שאַל.) און מאָטל װאָס טוט? און די קינדער װאָס מאַכן?

צײטל: אַלע געזונט, דאַנק גאָט. װוּ איז דער טאַטע? און חװה װוּ איז? װאָס מאַכט זי?

גאָלדע: דער טאַטע, װי אַלע מאָל, אין בױבעריק מיטן ביסל מילכיקס. און חװה איז אין גאָרטן בײַ דער אַרבעט ― האָסט זי נישט באַגעגנט? איז װאָס טוען די קינדערלעך דײַנע ― זײ װאַקסן? (װאַרפֿט זיך הין און הער.) װעסט אפֿשר עסן? צײטל: אַ דאַנק, כ'בין שױן אַ געגעסענע. (באַטראַכט די װענט.) בײַ אײַך איז אַלץ װי געװען… (שטעלט זיך אָפּ בײַ גראַף טאָלסטאָיס בילד.) אָט דאָס איז בײַ אײַך צוגעקומען. װעמענס פּאָרטרעט איז דאָס? גאָלדע: װײס איך, עפּעס אַ שלימזל אַ גראַף, פֿון אירע לײַט, חװהס גראַפֿן… װעסט אפֿשר טרינקען?

צײטל: אַ דאַנק, איך בין שױן אַ געטרונקענע… אַ גראַף זאָגסטו ― װאָס זשע גײט ער באָרװעס?

גאָלדע: פֿרעג מיך עפּעס גרינגערס! װאָס איר קומט אױס! זי ליגט מיר גוט אין האַרצן, די שװעסטער דײַנע!… זיץ, פֿאַר װאָס זיצסטו נישט? (זעצן זיך בײדע אַװעק צום טיש.) זײ קערן שױן זײַן גרױסע, די קינדער דײַנע, קײן עין־הרע נישט?

צײטל: און קלוג ― מיט סכּנת־נפֿשות! דו פֿאָרסט, זאָגן זײ, צום זײדן ― לאָז גריסן דער באָבע!…

גאָלדע: (װערט צעגאַנגען פֿאַר נחת.) מיר פֿאַר זײערע בײנדעלעך!

צײטל: און שײן ― זאָלסט אָנקוקן אַ שלמהלע! זאָלסט זען אַ שײנדעלע! אין זײערע פּנימלעך נישט אַרײַנצוקוקן!

גאָלדע: (װערט צעשמאָלצן.) טפֿו־טפֿו־טפֿו! געזונט און שטאַרק זאָלן זײ דיר זײַן! (כאַפּט זיך אױף.) טאָמער װעסטו פֿאָרט עפּעס נעמען אין מױל אַרײַן, צײטל־קרױן?

צײטל: (האַלט זי אָפּ מיט דער האַנט.) מע דאַרף נישט, מאַמע, גאָרנישט… דו באַקלאָגסט זיך אױף חװהן ― װאָס איז מיט איר געשען?

גאָלדע: גאָרנישט. װאָס זאָל זײַן? אַ מײדל פֿון הײַנטיקע מײדלעך… שױן צו פֿיל הײַנטיק!… װי זאָגט דער טאַטע: „אַן אָקס האָט אַ לאַנגע צונג ― און קאָן קײן שופֿר נישט בלאָזן“… (זיפֿצט.) שװײַג איך ― איז מיר שלעכט. רעד איך ― איז נאָך ערגער… אײן שטיקל גליק, װאָס דער טאַטע װײס נאָך נישט. ער זאָל װיסן ― װאָלט זיך געטאָן חושך!

צײטל: (כאַפּט זיך אױף.) דו שרעקסט מיך, מאַמע!

גאָלדע: (באַרויִקט זי.) קינד! װאָס שרעקסטו זיך? ס'איז גאָרנישט! דו מײנסט חלילה עפּעס װײס איך װאָס? אַ געלעכטער! נישט מער, ס'איז נישט שײן… עס פּאַסט נישט! פֿאַר טבֿיהס טאָכטער פּאַסט נישט אַזאַ זאַך… (זי קוקט זיך אַרום, רעדט אַ ביסל שטילער.) מיקיטע גאַלאַגאַן געדענקסטו נאָך?

צײטל: אָט דער, װאָס איז געװען אַמאָל שרײַבער אין װאָלאָסט?

גאָלדע: אָט־אָט! אָט דער אָ!

צײטל: נו?

גאָלדע: און זײַן זונדל געדענקסטו?

צײטל: כװעדקע? נו־נו?

גאָלדע: (בײגט זיך אָן צו איר אױפֿן אױער.) איז זי מיט אים אַ גאַנצער רב שמעלקע…

צײטל: אַ גאַנצער רב שמעלקע? דהײַנו?

גאָלדע: דהײַנו… זי נעמט בײַ אים ביכלעך אױף צו לײענען.

צײטל: אָט דאָס איז גאָר?

גאָלדע: װאָס נאָך ס'טו געװאָלט? זי זאָל מיט אים גײן טאַנצן?… ס'איז, מאָל דיר, גענוג, אַז מײַן טאָכטער שטײט אָפּ שעהן־װײַז בײַם טיר אָדער בײַם טױער מיטן װאָלאָסטנאָיס זונדל און מע רעדט און מע רעדט, און מע רעדט און מע רעדט… פֿון װאָס רעדט מען אַזױ לאַנג? און מיט אַ גױ נאָך?… דערצײלן דעם טאַטן ― האָב איך מורא; קענסט דאָך דעם טאַטן! און חװהן קענסטו דאָך אױך! אַ שװעבעלע! און אַן עקשנטע ― דער טאַטע מיט די בײנער!

צײטל: מאַמע, דיר שטעלט זיך פֿאָר שױן צו פֿיל! עס װײַזט זיך דיר מער אױס, װי ס'איז…

גאָלדע: אױ, צײטל, מיר װײַזט זיך שױן גאָרנישט אױס, הלװאַי איך זאָל ליגן זאָגן. נאָר טאָמער װערט געװױר דער טאַטע, איז װינטש איך מיר גאָרנישט אױף דער װעלט צו זײַן!… איך שלאָף נישט קײן נעכט, דער קאָפּ װערט מיר שיִער נישט צעשפּאָלטן! (פּױזע.) מילא, דאָס, װאָס זי קען זיך מיט מיקיטקעס זונדל, איז נאָך, װי זאָגסטו, אַ האַלבע צרה. איך פֿרעג אָבער אַן אַנדער זאַך: פֿון װאַנען נעמט זיך איר באַקאַנטשאַפֿט מיטן גלח, די כּפּרה זאָל ער זײַן פֿאַר איר מינדסטן נאָגל?…

צײטל: מיט װעלכן גלח?

גאָלדע: מיטן גלח פֿון אונדזער דאָרף, אײַנגעזונקען זאָל ער װערן!

צײטל: פֿון װאַנען װײסטו? װער האָט דיר געזאָגט?

גאָלדע: מע דאַרף מיר זאָגן? איך האָב קײן אױגן נישט? איך בין דאָך אַ מאַמע, האָסטו געהערט אַביסל, און אַ מאַמע האָט אױגן און זעט אַלצדינג!…

צײטל: װאָס זשע האָסטו געזען אַזעלכס?

גאָלדע: װאָס איך האָב געזען? הלװאַי װאָלט איך עס נישט געזען, װאָס איך האָב געזען… איך האָב געזען אים דורכגײן פֿאַרבײַ אונדזער גאָרטן, אַרױסגײן זאָל אים די נשמה! שטעלט ער זיך אָפּ, שטעלן זאָל זיך אים דער ערשטער ביסן פּאָפּעריק! און חװה, זײַן זאָל ער פֿאַר איר די כּפּרה, איז געװען אַקוראַט אין גאָרטן. האָב איך אַלײן געזען, איך זאָל אַזױ זען גוטס אין אײַך אַלעמען, און כ'האָב אַלײן געהערט, איך זאָל אַזױ הערן בשׂורות־טובֿות מיט ישועות־ונחמות, װי זײ האָבן זיך געגריסט…

צײטל: אָט דאָס איז אַלץ?

גאָלדע: װאָס נאָך האָסטו געװאָלט ― זײ זאָלן זיך אַרומכאַפּן קושן? װאָלט איך עס כאָטשבע געקאָנט דערצײלן דעם טאַטן ― דערלאָזט מיך נישט דאָס האַרץ, װאָרעם ער װעט עס נישט איבערטראָגן, הלװאַי איך זאָל ליגן זאָגן, דער משוגענער טאַטע אײַערער, װאָס פֿאַר אַ קינד װעט ער זיך מפֿקיר זײַן, ובפֿרט נאָך פֿאַר חװהן ― אַז יענע איז בײַ אים דאָס אױג אין קאָפּ!… אַנומלטן איז זי עפּעס געװען נישט מיט אַלעמען, פֿאַרקילט זיך ― נו־נו, האָסטו באַדאַרפֿט זען, װאָס דער ייִד האָט צעאַרבעט! און װער איז שולדיק אין דעם גאַנצן אומגליק מיט חװהן, װען נישט ער אַלײן טאַקע, דער אָבֿי דײַנער?

צײטל: דער טאַטע? מיט װאָס איז ער שולדיק?

גאָלדע: מיט דעם, װאָס ער קען צו פֿיל… ער קען אַלײן אַ סך און װיל, אַז זײַן טאָכטער זאָל זײַן אַזאַ קענערקע, װי ער… נײן, שענער פֿון אַלץ איז, װאָס ער אַלײן זאָגט, אַז ס'שטײט געשריבן אין די הײליקע ספֿרים, אַז װי באַלד אַ הון הײבט אָן צו קרײען קוקעריקו, װי אַ האָן, טראָגט מען זי אַװעק צום שוחט… (עס הערט זיך פֿון דרױסן חװהס קול, עס הערט זיך אַלע מאָל נענטער.)

חװה: (זינגט אַ גױיִש לידל מיט אַ באַקאַנטער מעלאָדיע.)

און עס בלאָזט, און עס דרײט,
און אַ רעגנדל גײט.
װער זשע װאָלט מיך, אַזאַ מײדל,
ביז אַהײם מיך באַגלײט?

גאָלדע: (צו צײטלען.) אָ! חװהס קול. װאָס זאָגסטו אױפֿן לידל?

חװה:

רופֿט אַ בחור זיך אָפּ,
שפּרינגט פֿון װעלדל אַרױס:
„װאַרט אַ ביסל, שײנע מײדל,
איך באַגלײט דיך צו הױז!“…

(דאָס לידל פֿאַרענדיקט זי שױן אין שטוב. דערזען צײטלען זיצן מיט דער מוטער.) זע נאָר ― צײטל, אַ גאַסט! (לױפֿט צו. צײטל שטײט אױף. זײ צעקושן זיך.) װי קומסטו אַהער?

צײטל: װי איך קום? מיט אַ פֿור.

גאָלדע: זיך פֿאַרבענקט נאָך דער מאַמע, האָט זי געדונגען אַ גױ און איז געקומען.

צײטל: (באַטראַכט די שװעסטער.) אױסגעװאַקסן!…

גאָלדע: קײן עין־הרע…

צײטל: און שײן געװאָרן ― אַ קראַסאַװיצע!

חװה: (מאַכט אַ גרימאַסע.) אַ קראַסאַװיצע? נאָך װײַט, מאָל דיר!…

גאָלדע: (צו צײטלען.) זאָלסט אָנקוקן, אַז זי טוט זיך אָן ― אַ פּרינצעסין! אַ קײסערינע! (צו חװהן.) הערסטו, חװה, האָב איך נישט געװוּסט, אַז מיר האָבן הײַנט אַ גאַסט ― װאָלט איך שױן געװוּסט פֿון אַלדאָס גוטס!

חװה: װאָס איז? די קאַץ האָט זיך געװאַשן? פֿונקען זײַנען געפֿלױגן פֿון אױװן?

גאָלדע: (צו צײטלען.) שױן ― אָט האָסטו זי! באַלד מאַכט זי דיר חוזק! אַקוראַט װי דער טאַטע אײַערער! די עפּעלעך פֿאַלן נישט װײַט פֿונעם בײמעלע.

חװה: (לאַכט.) לאָז מיך, מאַמע, איכ'ל דיר העלפֿן אױסשלאָגן די פּוטער. (פֿאַרנעמט דער מוטערס אָרט.)

צײטל: (צו חװהן.) װאָס איז טאַקע פֿאַר אַ לאַכן?

גאָלדע: (צו צײטלען.) װײס איך, װאָס הערסטו זי? דערצײל בעסער, װאָס מאַכט דײַן מאָטל? ער איז עפּעס נישט מיט אַלעמען?

צײטל: נײן. אַזױ איז ער דװקא נישקשה. נאָר עס מאַכט זיך צײַטנװײַז, קלאָגט ער זיך אױפֿן האַרצן. טרינקט ער בײַ מיר שאָקאָלאַד מיט פּוטער אַלע טאָג…

גאָלדע: װאָס זשע? ער פֿילט עפּעס חלילה אינעװײניק? צי װאָס?

צײטל: זאָל גאָט היטן! געזונט און שטאַרק. נאָר דער הוסט… אַז ער הײבט אָן צו הוסטן ― הוסט ער און הוסט!

גאָלדע: (ברעכט די הענט.) אַזױ? צום הוסט איז גוט שאַלװיע מיט פּאָלדעראָק, געקאָכט אין סיראָװעטקע, און אױף בײַנאַכט גוט אַרומװיקלען דעם האַלדז מיט אַן איבערגעקערטער זאָק…

חװה: (שיסט אױס אַ געלעכטער.) כאַ־כאַ־כאַ! (גאָלדע און צײטל טוען זיך אַזש אַ װאָרף.)

גאָלדע: (צו חװהן.) טפֿו אױף די שׂונאימס קעפּ! האָסט דאָך אונדז איבערגעשראָקן אױף טױט ― הלװאַי איך זאָל ליגן זאָגן! (צו צײטלען) אָט אַזױ, װי דו זעסט, איז אַלע מאָל. באַלד עפּעס װאָס דו זאָלסט נישט זאָגן ― איז כאַ־כאַ־כאַ! און עס װעט דיר נאָר חוזק מאַכן פֿון דער גאַנצער װעלט! דער טאַטע מיט די בײנער!

חװה: קומט אױס, אַז ס'אַ חסרון, װאָס איך בין געראָטן אינעם טאַטן? און בײַ מיר איז דאָס אַ גדלות… (הערט נישט אױף צו שלאָגן די פּוטער, זינגט אונטער דער נאָז און צום טאַקט:)

און עס בלאָזט, און עס דרײט,
און אַ רעגנדל גײט,
װער זשע װאָלט מיך, אַזאַ מײדל,
ביז אַהײם מיך באַגלײט?…

גאָלדע: (צו חװהן.) װאָס זשע, טאָכטער? האָסט שױן גאָר קײן אַנדער לידל נישט געקאָנט געפֿינען, נאָר אָט דאָס, װאָס אַלע שיקסעס זינגען?

צײטל: (װיל צערײַבן.) װוּ איז דער טאַטע? אַזױ שפּעט? (עס עפֿנט זיך די דרױסן־טיר און עס קומט אַרײַן טבֿיה.)

טבֿיה: (די פּאָלעס אונטערגעשטעקט, די בײַטש אין גאַרטל, דאָס פּנים פֿרײלעך, שײַנט.) װוּ איז דער טאַטע? אָט איז ער דאָ! הנה זה בא! מאַכט רש″י: טשאָרט לעדאַשטשע נע װיזמעчорт ледаче не візьме: דער רוח װעט ניט כאַפּן דעם פֿױלן… (נעמט אַרױס די בײַטש פֿונעם גאַרטל, טוט זי אַ װאָרף פֿון זיך אין װינקל אַרײַן, גײט צו צו צײטלען.) אַ גאַסט! װאָס מאַכסטו עפּעס, צײטל? (צעקושט זיך.) װאָס מאַכט דײַן ברױטגעבער?

צײטל: װאָס זאָל ער מאַכן? ער אַרבעט.

טבֿיה: אַבי ער האָט אַרבעט… מיר אַלע אַרבעטן, װי אין פּסוק שטײט: יְגִיעַ כַּפֶּיךָ כִּי תֹאכֵל ― אַז דו װעסט אַרבעטן, װעסטו עסן, אַנישט װעסטו לײגן די צײן אױף די באַנטענעס… און די קינדער װאָס מאַכן?

צײטל: װאָס זאָלן זײ מאַכן? שפּילן זיך. געבעטן מיך לאָזן גריסן דעם זײדן.

טבֿיה: (קװעלט אָן.) גאָלדענע קינדער! באַרליאַנטענע קינדער! איך האָב זײ ליב, װי אײגענע. אַז די הײליקע תּורה זאָגט: כּרחם אָב על בנים, איז דאָס נישט אומזיסט. (צײלט די װערטער.) כּ־ר־ח־ם אָבֿ על ב־נים ― איר הערט װערטער? (צו חװהן.) דיר, חװהלע, האָב איך געבראַכט אַ מתּנה, װאָס װעט זײַן בײַ דיר אָנגעלײגט. (לײגט אַרײַן די האַנט אין בוזעם און ציט אַרױס פֿון דאָרט אַ בוך.) איך זאָל דערצײלן פֿון װאַנען און װי אַזױ אָט דער בוך קומט צו מיר ― איז נסים־ונפֿלאָות, טאַקע נאָר יציאת־מצרים! נאַ! (גיט איבער דאָס בוך צו חװהן.) דו װעסט עס נאָכדעם לײענען און דערצײלן מיר, װאָס סע שטײט דאָרטן. איך דאַרף עס װיסן, מחמת דער דאָזיקער, װאָס האָט געמאַכט אָט דעם בוך, איז טאַקע מײַנער אַ קונה. דאָס הײסט, נישט ער, די מאַמע זײַנע איז פֿון מײַנע קונהטעס, גיט מיר פֿײַן צו לײזן פֿאַר קעז און פּוטער, און האָט אַ זון, איז דאָס אַ לאָקש! (כאַפּט זיך בײַם בױך לאַכנדיק.) זינט גאָט האַנדלט מיט לאָקשן, איז נאָך אַזאַ לאָקש נישט געבױרן!

חװה: (װאָס האָט שױן געכאַפּט אַ קוק אין בוך אַרײַן.) דאָס זעט מען…

טבֿיה: אַ פּגירה װאָלט איך מיך פֿריִער געריכט אױף דעם יאָקל בן פֿלעקל! שרײַבט ער גאָר ביכער, אָט דער שמױגער! (װערט שיִער דערשטיקט פֿאַר געלעכטער.) אַז ס'איז דאָ געלט, הערט איר, איז דאָ אַלצדינג. װי זאָגט די גמרא: אַסקאַקורדע דמסקנתּא דקאַרנאָסע דפֿאַרשמאַכטע, מאַכט רש″י: יאַק פּשענאָ ― טאָ אי דורען קאַשו נאַװאַרע…як пшено ― то и дурень кашу наваре: אױב ס'איז הירזש, אַפֿילו אַ נאַר קאָכט גריץ איך זאָל האָבן זײַן מאַמעס געלט, װאָלט איך ― עהע־הע! ― אָנגעשריבן אָט אַזאַ בוך! (װײַזט מיט בײדע הענט, װאָס פֿאַר אַ בוך ער װאָלט אָנגעשריבן.)

גאָלדע: דאָס איז יאָ ― װעמען גאָט גיט מיטן לעפֿל, און װעמען מיטן שעפֿל…

טבֿיה: (קוקט אַראָפּ צו זיך אױף די שטיװל.) גוט מאָרגן, געלע, רעטעך טראָג איך!… אַ משל, דעריבער גײען קאַטשקעס באָרװעס… (צום װײַב.) צו װאָס טױג דיר, גאָלדע־ברודער, משלים? אַמער, האָב איך דיר געבראַכט צו פֿירן נײַס פֿון בױבעריק ― אָט אַזעלכע פּעק! (װײַזט מיט די הענט.) אַ פֿולן װאָגן!

גאָלדע: אָט דערפֿאַר, אַ פּנים, האָסטו זיך הײַנט אַזױ געזאַמט, טבֿיה?

טבֿיה: (שטעקט אָפּ די פּאָלעס.) אַביסל דערפֿאַר און אַביסל נישט דערפֿאַר… װײסט דאָך, אַז מע קומט קײן בױבעריק, װערט מען פֿאַרפֿאַלן, װי אין פּסוק שטײט: מִשּׁוּט בָּאָרֶץ וּמֵֽהִתְהַלֵּךְ בָּהּ ― טאָ דער, טאָ יענער: „רב טבֿיה, אַהער! רב טבֿיה אַהין!“ װי די שטײנער, װאָס האָבן זיך געקריגט בײַ אַבֿרהם אָבֿינו צוקאָפּנס… דער שרײַט: „רב טבֿיה, קעז!“ דער שרײַט: „רב טבֿיה, פּוטער!“ אַ רוח אין אײַער פֿאָרנט און מיטן אַרײַן ― װאָס װאָלט איר געטאָן, אַז ס'זאָל קײן טבֿיה גאָר נישט זײַן? אױס טבֿיה! געשטאָרבן טבֿיה!

גאָלדע: בײַס דיר אָפּ די צונג, לאָזן די שׂונאים שטאַרבן, האָסטו געהערט אַביסל!… גײ בעסער װאַש דיך, װעסטו עפּעס נעמען אין מױל אַרײַן. אַ גאַנצן טאָג נישט געגעסן, הלװאַי זאָל איך ליגן זאָגן!

טבֿיה: זעסטו, גאָלדע־ברודער, װאָס אמת איז אמת. װי אין פּרק שטײט געשריבן: אם אין קמח אין תּורה ― אַז מ'עט מכּות עסן, װעט מען קדחת קענען… װען האָט מען צײַט צו טראַכטן װעגן אַכילה, אַז דער קאָפּ איז אין דער אַדמה, צו אַלדע שװאַרצע יאָר? טאָג־אײַן טאָג־אױס איז מען פֿאַרטאַרעראַמט און פֿאַרטראַסקעט, הו־האַ, פּרנסה!… און גײ פֿרעג דעם רבונו־של־עולם קשיות, למאַי זאָל טבֿיה דער מילכיקער האָרעװען מער פֿאַר אַלעמען? פֿאַרפֿאַלן! גאָט האָט שױן אַזױ אײן מאָל באַשאַפֿן זײַן װעלטל, און קײן עצות באַדאַרף ער נישט פֿון קײנעם! װי אין פּסוק שטײט געשריבן: מי ברכבֿ ומי בסוסים ― װער עס פֿאָרט, און װער עס גײט צו פֿוס… מסתּמא דאַרף אַזױ צו זײַן, אַז די נגידים זאָלן זיך נעבעך װאַלגערן אין בױבעריק אױף די דאַטשעס, און אָנטאָן זיך כּל־הפֿאַרגעניגנס וכל־הװױלטאָגן שבעולם, און דו, טבֿיה, ביסט נישט קלײן אױפֿצושטײן גאַנץ פֿרי, כִּלְחֹךְ הַשֹּׁור, אַז גאָט אַלײן שלאָפֿט נאָך, אײַנשפּאַנען דאָס פֿערדל און אַװעקפֿירן פֿון זײער כּבֿוד װעגן דאָס גאַנצע דאָברע־מזל, פֿון קעז און פֿון פּוטער און פֿון סמעטענע און פֿון שאָר־ירקות, טאַקע פֿון כּל־מאמינים־שהוא, װי אינעם הײליקן מחזור שטײט געשריבן…

גאָלדע: אָבער מע װײס, אַז דו קענסט! גײ װאַש דיך, װעסטו עסן!

טבֿיה: איך גײ, איך גײ! (לאָזט זיך צום עמער מיט דער קװאָרט, פֿאַרקאַטשעט די אַרבל, הערט נישט אױף דעם שמועס.) דאָס הײסט, איך באַקלאָג מיך נישט, חס־ושלום! טבֿיה איז נישט פֿון די, װאָס באַקלאָגן זיך און װײנען אױף „מי יחיה“, װאָרעם ס'איז דאָ ייִדן, װאָס זײַנען מיר מקנא. אײַך איז, קײן עין־הרע, גאַנץ גוט, רב טבֿיה, אַזױ זאָגן זײ. װאָס ענטפֿערט מען זײ דערױף? זאָג איך: װאָס קומט אַרױס, זאָג איך, אַז אײן ייִדן איז גוט? אַלע יעהופּעצער נגידים, זאָג איך, װאָלט געמעגט זײַן אַזױ װי מיר… חוץ מײַן שאָדן… (װאַשט זיך, װישט די הענט מיט אַ גראָבן האַנטעך און זאָגט שטיל דעם „שׂאו־ידיכם“, זעצט זיך צום טיש, מאַכט המוציא.)

גאָלדע: (צו די טעכטער.)זעצט זיך צום טיש, קינדער, איכ'ל אַרײַנטראָגן עסן. (צײטל און חװה זעצן זיך צום טיש. גאָלדע אָפּ אין קיך.)

טבֿיה: און רעד מיט זײ, מיט די הײַנטיקע, זאָגן זײ, אַז ס'אַ פּאַסקודנע װעלט, מע דאַרף זי איבערמאַכן. כאַ־כאַ, שוטים! נאַראָנים! ס'אַן אומזיסטע אַרבעט! װאָרעם זי בעט אײַך נישט, די װעלט, אַז איר זאָלט זי איבערמאַכן (קײַעט.) דער װאָס האָט זי געמאַכט ― יענער זאָל זי איבערמאַכן… תּולה ארץ על בלימה ― שטײט געשריבן… דער פּשט איז: לאָז זי זיך שטײן, װי זי שטײט… צו װאָס זאָלט איר זיך מישן אין פֿרעמדע עסקים? (עס קומט אָן גאָלדע מיטן עסן.) אָט, למשל, לאָמיך מיך אַרײַנמישן צו אײַער מאַמעס טעפּ אין קיך אַרײַן ― װאָס װעט זי מיר זאָגן?

גאָלדע: יום־השישי פּריפּעטשיק ― קײן אַנדער פֿאַרגלײַכן נישט געפֿונען? דערצײל בעסער נײַס: זאָגסטו, האָסט גאַנצע פּעק. (זי צעגיסט איטלעכן אין די טעלער דאָס עסן, זעצט זיך דערנאָך אַלײן אױך אַװעק בײַם עק טיש.)

טבֿיה: (עסנדיק.) מענדל װערעביװקער קענט איר? אַ ייִד אַ בעל־גוף, זיצט אין װערעביװקע נאָך פֿון פֿאַר מתּן־תּורה אָן… אַ סבֿרה, אַז נאָך זײַן טאַטע און זײַן טאַטנס טאַטע, דאָס הײסט זײַן זײדע און זײַן עלטער־זײדע און זײַן עלטער־עלטער־זײדע זײַנען געװען װערעביװקער, װי מיר זאָגן אין דער הגדה (זינגט מיטן נוסח פֿון דער הגדה.) הרי אָנו! ובֿנינו! ובֿני בֿנינו!

גאָלדע: מע װײס, אַז דו קענסט, מע װײס! דו זאָג בעסער, טבֿיה, װאָס'ט זיך געטראָפֿן מיט מענדל װערעביװקער? האָט זיך צעזונגען אַ ביסל!

טבֿיה: האָסט קײן צײַט נישט? (קוקט אַרױף.) דאַכט זיך, עס רעגנט נישט. (עסט װײַטער.) האָט זיך געטראָפֿן מיט אים אַן אומגליק. דהײַנו? ער, מענדל הײסט עס, האָט, נישט דאָ געדאַכט, נישט פֿאַר קײן שום ייִדן געדאַכט, זײַן אײגנס זיבן טעכטער, װי די בעכער, הױכע, געזונטע, קײן עין־הרע, קײן בײז אױג, װי אין פּסוק שטײט: וַיִּתְרֹצֲצוּ הַבָּנִים ― די טעכטער זײַנען אױסגעװאַקסן. טעכטער האָבן שױן אַזאַ טבֿע: בײַטאָג עסן זײ, בײַנאַכט װאַקסן זײ…

גאָלדע: זאָלן זײ װאַקסן געזונטערהײט ― אַ ביסל אַ זאָג פֿון אַ מענטשן, האָסטו געהערט אַ ביסל?!

טבֿיה: (לאָזט עס דורך פֿאַרבײַ מיט אַ שמײכל.) הקיצור, איז זיך מישבֿ די עלטערע טאָכטער מענדלס און זאָגט דעם פּסוק „אָהבֿתּי“, דאָס הײסט, זי פֿאַרליאַפּעט זיך אין אַ גױ, עפּעס אַ שײגעץ פֿון װערעביװקע טאַקע, און שמדט זיך אַװעק און האָט כאַסלערע פֿאַרן גױ, און ושם נאמר ― רוף מיך קנאַקניסל!… (נעמט זיך צוריק צום עסן.)

גאָלדע: (ברעכט די הענט.) אַ װײטיק איז דער מאַמע אירער!… (חװה האָט באַלד אױפֿגעהערט צו עסן. צײטל ברעכט די הענט, װי די מוטער.)

צײטל: פֿון װאַנען װײסטו עס, טאַטע?

טבֿיה: פֿון װאַנען איך װײס? איך װײס עס פֿונעם סאַמע רעכטן צאַפּן. פֿונעם גלח אַלײן װײס איך עס, ימח־שמו־וזכרו! (הערט אױף עסן.) איך װײס נישט פֿאַר װאָס, נאָר איך האָב אים פֿײַנט, אָט דעם אָטיעץотєц: טאַטע אַלעקסײ… דאָס הײסט, האָבן האָב איך צו אים גאָרנישט, װאָס איך װינטש אים ― מעג אים אָנקומען כאָטש האַלב, נאָר כ'האָב אים פֿײַנט!… דעם טאָג, װען איך באַגעגן מיך מיט אים, װײס איך פֿריִער, אַז ס'װּעט זיך עפּעס טרעפֿן… (צו חװהן.) דו מעגסט עס אָנרופֿן, חװה, פֿאַנאַטיזם, און כּדומה, און איך זאָג מיר מײַנס, אַז אַ גלח גײט איבער דעם װעג ― איז שלים־שלימזל… והראַיה (צו אַלעמען.)װאָס איז עפּעס גראָד הײַנט מײַן פֿערדל געפֿעלן געװאָרן זיך צעלאָזן משוגענערװײַז באַרג־אַראָפּ, און ויבֿרח יעקבֿ ― פּוץ מיטן װאָגן אין דער בלאָטע, און באַץ אַ קריגל מיט צװײ טעפּלעך, פּראַװדעправде: אמת ― לײדיקע, װאָרעם דאָס איז שױן געװען צוריקװעגס, װײַטער װאָלט איך געקאָנט האָבן אַ גרױסן שאָדן… און װער איז שולדיק, אַז נישט דער גלח? װי קומט אַהער אַ גלח ― װעט איר האָרכן. פֿאָרנדיק אַהין צו װעגס מיט דעם גאַנצן דאָברע־מזל, פֿאַרטיפֿט אין מחשבֿות, װי געװײנטלעך אױפֿן ניכטערן האַרצן, און דער װאַלד איז שטיל, און די זון שײַנט װי אַ מנורה, מחיה־נפֿשות, ― איך טו אַ קוק: ער פֿאָרט מיר אַקעגן, מיט זײַן געלער בריטשקע, און די באָרד זײַנע איז פֿונעם װינט צעטײלט אױף צװײען, און די בױמלדיקע אײגעלעך שמײכלען צו מיר פֿון דער װײַטן. מאַך איך מיך כּלא־ידע ― גלײַך װי איך זע נישט, װי אין תּהילים שטײט געשריבן: עִם־חָסִיד תִּתְחַסָּד ― מע דאַרף װיסן מיט אַ גױ װי צו האַנדלען… דערזען, אַז איך זע אים נישט, טוט ער, דער גלח ימח־שמו, אַ זאָג צו מיר: „טפּרררו, טעװל, װאָס מאַכסטו גוטס?“ קאָן מען שױן אַזױ גראָב נישט זײַן, און איך ענטפֿער אים: „טפּרררו, באַטיושקאַБатюшка: פֿאָטער, װאָס הערט זיך עפּעס בײַ דיר?“… מאַכט ער צו מיר: „דו זעסט אױס, טעװל, זײער גוט!“… טראַכט איך מיר: „זאַלץ דיר אין די אױגן, שטײנער דיר אין האַרצן!“… און ענטפֿערן ענטפֿער איך אים: „דו זעסט אױס, פֿאָטערל, נאָך בעסער“… „װײסטו, זאָגט ער, טעװל, װאָס אין װערעביװקע האָט זיך געטראָפֿן?“ זאָג איך: „נײן, פֿאָטערל, איך װײס נישט, װאָס אין װערעביװקע האָט זיך געטראָפֿן. קטונתּי, זאָג איך, װער בין איך אַזעלכער, איך זאָל מטריח זײַן, זאָג איך, אַזאַ הײליקן באַטיושקאַ, װי דו ביסט? נאָר, זאָג איך, אױב איך האָב געפֿונען, זאָג איך, לײַטזעליקײט אין דײַנע אױגן, װעסטו אפֿשר זײַן, זאָג איך, אַזױ גוט און װעסט מיר דערצײלן?“… פֿױלט ער זיך נישט און נעמט און דערצײלט מיר די גאַנצע געשיכטע, הײבט אָן נישט גלײַך, נאָר פֿון צפֿון־זײַט, „נאַש באָך, װאַש באָךНаш Бох, ваш Бох: אונדזער גאָט; אײַער גאָט“, װי זײַן שטײגער איז, און איך זע, עס קומט אים צו אַ שטיק געזונט, ימח־שמו־וזכרו! נײן, הערט װײַטער, װאָס אַ גלח קאָן! דאָס אַלײן איז אים קאַרג, װאָס מיר צאַפּט זיך בלוט, האָט ער נאָך אין זיך אַ פּאָטעפֿאַלנאָסט פֿאַר מיר צו באַרימען זיך, אַז ער האָט אַ גרױסן חלק אין דעם דאָזיקן שטיקל אַרבעט, און אַז ער האָט דאָס באַװאָרנט מענדל װערעביװקערס טאָכטער!… װער איך שױן גוט אין כּעס און עס װילט זיך מיר אים אָפּענטפֿערן מיט אַ משל און מיט אַ מדרש און מיט אַ פּסוק, װי טבֿיה קען; נאָר איך האַלט מיך אײַן ― װאָס טױג מיר האָבן צו טאָן מיט אַ גלח?

גאָלדע: זײער רעכט האָסטו געטאָן, טבֿיה…

טבֿיה: (צו די טעכטער.) אָט איז זי אױך מסכּים! (צום װײַב.) װאָס װאָלסטו אָבער געטאָן, גאָלדע־ברודער, װען דו הערסט פֿון אים די װײַטערדיקע דיבורים?

גאָלדע: װאָס װײַטער?

טבֿיה: װאָס װײַטער אַלץ בעסער. װי זאָגט מען דאָס: „טיפֿער אין װאַלד, געדיכטער די בײמער“… איך אָבער האָב אים געלאָזט רעדן. רעד צעזעצטערהײט ― װאָס אַרט עס מיך, אַז דו רעדסט?… נאָר ער האָט פֿאַרשטאַנען, אַז עס פֿאַרדריסט מיך, זאַלצט ער מיר אױף די װוּנדן און דערצײלט, כּלומרשט אַזױ זיך, פֿאַרבײַגײענדיק, װאָס פֿאַר אַ גליק מענדל װערעביװקערס טאָכטער האָט געמאַכט. „מהיכא־תּיתי, זאָג איך, לאָז איר גאָט העלפֿן“… דערזען, אַז ער קאָן מיך נישט אײַנבײַסן, טוט ער אַ זאָג צו מיר מיט זײַן צוקערדיק שמײכעלע: „איך האָב געװאָלט, זאָגט ער, בײַ דיר, טעװל, עפּעס פֿרעגן“. „פֿרעג, זאָג איך, באַטיושקאַ, איכ'ל דיר, זאָג איך, אָפּענטפֿערן על ראשון ראשון“… טוט ער אַ גלעט די באָרד און אַ מאַך צו מיר: „דו ביסט דאָך, זאָגט ער, טעװל, אַ ייִד אַ חכם. װי װאָלט געװען, למשל, װען מיט דיר טרעפֿט זיך, זאָגט ער, אַזאַ מעשׂה? װען דײַן טאָכטער, זאָגט ער, פֿאַרליבט זיך אין אַ אונדזעריקן און זי װיל, זאָגט ער, פֿאַר אים חתונה האָבן?“… „אַה, נישט דערלעבן װעסטו דאָס, דו פּאַסקודנער פּאָפּ!“ ― טראַכט איך מיר אין האַרצן און ענטפֿערן ענטפֿער איך אים אַזױ: „קטונתּי, זאָג איך, װער בין איך, װאָס איך זאָל זוכה זײַן צו אַזאַ כּבֿוד? נאָר, זאָג איך, װען מיט מיר, זאָג איך, טרעפֿט זיך אַזאַ גליק, איז אָדער לאָמיך דאָס נישט דערלעבן, אָדער, זאָג איך, מײַן קינד װאָלט בעסער אַרײַן אין דער ערד, אָדער מיר בײדע, זאָג איך, װאָלטן אײַנגענומען אַ מיתה־משונה, װי אין פּסוק שטײט: תָּמֹות נַפְשִׁי עִם־פְּלִשְׁתִּים!… און װען אַפֿילו, זאָג איך, טבֿיה זאָל פֿאַרמאָגן, זאָג איך, צען טעכטער, װאָלטן אַלע צען, זאָג איך, גיכער געמעגט זײַן די כּפּרה אין אײן טאָג, אײדער אײנע פֿון זײ, זאָג איך, זאָל אױסבײַטן דאָס רענדל!“… (בײַ די װערטער טוט חװה אַ פֿאַל צו צײטלען אױף די הענט.)

צײטל: (כאַפּט זי אונטער.) גאָט איז מיט דיר, חװה!

גאָלדע: אַ דונער האָט מיך געטראָפֿן! דאָס קינד חלשט! חװהניו! טאָכטער מײַנע! (בײגט זיך אָן איבער איר.) נשמה מײַנע!…

טבֿיה: (האָט אַ װאָרף געגעבן דאָס לעפּל, זיך אױפֿגעכאַפּט פֿון טיש, װי אַ משוגענער, די אױגן פֿול שרעק, די הענט טרײסלען זיך.) געחלשט?… װוּ?… חװהלע?… לאָזט מיך!… (בײגט זיך אָן צו איר, גלײַכט זיך אױס צוריק און צעשרײַט זיך.) װאָס זשע שטײט איר, װי די לײמענע גולמס? װאַסער גיט אַהער! װאַסער! ראַטעװעט! (גאָלדע לױפֿט נאָך װאַסער, צײטל האַלט די שװעסטער.) זי האָט געחלשט!… בײַ די שלײפֿן באַדאַרף מען זי קװעטשן!… אָט אַזױ!… (בײגט זיך אָן װידער צו חװהן, קװעטשט איר דעם קאָפּ מיט בײדע הענט. חװה עפֿנט אױף די אױגן, קוקט זיך אַרום אױף אַלע זײַטן און הײבט זיך פּאַמעלעך אױף, טבֿיהס האַרץ באַװעגט זיך. זײַן פּנים שײַנט.)

חװה: (מאַכט זיך צו רעכט די האָר.) װאָס איז דאָ געװען?

טבֿיה: (שױן גאָר אַן אַנדער מענטש.) גאָרנישט, קינד מײַנס, גאָרנישט! (גלעט זי איבערן קאָפּ.)

גאָלדע: (מיט אַ קװאָרט װאַסער.) נעם אַ קאַפּעלע װאַסער! דיר איז נישט גוט געװאָרן אױף צו חלשן, הלװאַי איך זאָל ליגן זאָגן!…

טבֿיה: װאָס חלשן? װער חלשן? אָטשאַדעט געװאָרן!… (שטופּט אָפּ דאָס װײַב מיט דער קװאָרט װאַסער.) צו װאָס װאַסער? מע דאַרף ניט קײן װאַסער! איר זעט דאָך ― אָטשאַדעט! פֿאַרדרײט זיך דער קאָפּ ― נו, איז איר נישט גוט געװאָרן! זע נאָר, װאָס דאָ טוט זיך אַ ביסל! מאַכט זיך אַמאָל, אַ מענטשן דער קאָפּ טוט װײ… (צו חװהן.) װי אַזױ איז דיר איצטער, חװהלע? איבערגעגאַנגען? (גלײַכט זיך אױס.) נו, װי דען? איך האָב דאָך באַלד געזאָגט, אַז ס'איז גאָרנישט מיט גאָרנישט… איז דאָך עס אָבער מיט װײַבער, נשים, נישט געדאַכט זאָלן זײ װערן! אַ ביסל אַ טאַרעראַם! אַ געפּילדער! „זי חלשט!“… „ראַטעװעט!“… װער חלשט? װאָס ראַטעװעט? אַ שׂרפֿה ― מע זאָל ראַטעװען?… עך, װײַבער, װײַבער! (מיט פּאַטאָס.) נישט אומזיסט האָט אײַך שלמה המלך אַזױ נישט ליב געהאַט! נישט אומזיסט זאָגט ער אין שיר־השירים אױף אַלע װײַבער, אַז… אַז… אַז… (טוט זיך אַ פּאַטש אין שטערן.) ברוך מזכּיר נשמות ― לאָמיך מיך דערמאָנען, װאָס ער זאָגט אױף אײַך?… (מיט כּעס.) אַז איר פֿאַרדולט מיר מײַן קאָפּ!!!….

פֿאָרהאַנג
ענדע פֿונעם ערשטן אַקט
צװײטער אַקט

(אַ גרױסער הױף. אױף יענער זײַט הױף ― אַ גאָרטן. פֿון װײַטן, רעכטס, זעט מען אַרױס די שטוב, אַ דאָרפֿישע געבײַדע מיט אַ פּריזבע. לינקס ― אַ שטאַל. נאָענט צו דער ראַמפּע ― אַ ברונעם מיט אַלץ װאָס געהערט צו אַ ברונעם, אױף שעפּן װאַסער. דער גאָרטן ענדיקט זיך מיט אַ געפֿלאָכטענעם פּלױט. ― מיט אַ גראָבאײַזן אין די הענט שטײט חװה אָנגעבױגן און פּאָלעט דעם גאָרטן. אָנגעטאָן איז זי װי אַ דאָרפֿסמײדל: צװײ צעפּ מיט רױטע סטענגעס, אַן אױסגענײט מאַלאָראָסיש העמד מיט ברײטע אַרבל, אַ גרינער קאָרסאַזש אױף אַ קורץ שװאַרץ קלײדל.)

חװה: (אַרבעט מיטן גראָבאײַזן לאַנגזאַם און זינגט מעלאַנכאָליש זיס)

װינטן װײען, אַזש די בײמער
װערן אױסגעריסן.
ס'טוט מײַן האַרץ מיר װײ, נאָר טרערן
קאָנען זיך נישט גיסן.
אױ! איך פּטר װיסט און פֿינצטער
מײַנע יונגע יאָרן!
װאָלט איך קאָנען װײנען ביטער,
װאָלט מיר גרינג געװאָרן…

(זינגענדיק קומט זי צו אַלע מאָל נענטער צו דער ראַמפּע. ― פֿון יענער זײַט פּלױט באַװײַזט זיך פֿעדיאַ גאַלאַגאַן. אױף זײַן שװאַרץ העמדל ― אַ פּידזשאַק. דאָס היטל אױף אַ זײַט, אין האַנט אַ ביכל. אָנגעשפּאַרט אָן פּלױט פֿון יענער זײַט, הערט ער זיך אײַן, װי חװה זינגט.)

פֿעדיאַ: (אַפּלאָדירט.) בראַװאָ! בראַװאָ!

חװה: (כאַפּט זיך בײַם האַרצן.) אױ, האָסטו מיך דערשראָקן, פֿעדיאַ! (װאַרפֿט אַװעק דעם גראָבאײַזן, לאָזט זיך צו אים.)

פֿעדיאַ: (לאַכט.) איך האָב גאָרנישט געװוּסט, אַז דו ביסט אַזאַ איבערגעשראָקענע… (שפּאַנט אַריבער פֿון דער זײַט פּלױט.) און װאָס איז די מעשׂה, װאָס דו זינגסט עפּעס אַזױ, אַזױ… װי אַזױ זאָל איך דיר זאָגן? עפּעס האַרצעדיק? אומעטיק?

חװה: אומעטיק אױפֿן האַרצן, זינגט זיך אומעטיק…

פֿעדיאַ: (גײט צו צו איר נאָענט, גיט איר די האַנט.) אומעטיק אױפֿן האַרצן? (פֿאַרקוקט איר אין די אױגן.) װאָס איז דיר, הערצעלע מײַנס? טײַבעלע מײַנס? (װיל זי אַרומנעמען, זי לאָזט זיך נישט.)

חװה: דו פֿאַרגעסט, װאָס מיר שטײט פֿאָר? (זיפֿצט.)

פֿעדיאַ: נאַרישקײטן!

חװה: בײַ דיר איז עס אפֿשר נאַרישקײטן… (דערזעט בײַ אים דאָס ביכל.) דאָס װאָס איז?

פֿעדיאַ: װאָס כ'האָב דיר צוגעזאָגט. מאַקסים גאָרקי.

חװה: (לעבעדיק.) אַך, גאָרקי!… (נעמט דאָס ביכל, מישט אױף, דערזעט דאָס בילד.) דאָ איז דאָס בילד אַ סך שענער!… װי פּראָסט! װי אײנפֿאַך! אָט דאָס איז אַ מענטש! אָט דאָס איז אַ כאַראַקטער!… אַ דאַנק. (דריקט אים נאָך אַ מאָל די האַנט, קוקט אױפֿן פּאָרטרעט, װאָס אין ביכל, און אױף פֿעדיאַן.) װײסט, אױף װעמען ער איז פּאָכאָזשע?

פֿעדיאַ: אױף װעמען?

חװה: אױף װעמען? פֿאַרשטײט זיך, אױף דיר! (צעלאַכט זיך.)

פֿעדיאַ: װאָס זשע לאַכסטו?

חװה: (טראָגט אים אונטער דאָס ביכל.) נאַ זע! צװײ טראָפּן װאַסער!…

פֿעדיאַ: (קוקט נישט אין ביכל, קוקט אױף איר.) װי שײן דו ביסט הײַנטיקן פֿרימאָרגן! װי די זון ― אַזױ שײַנסטו! װי דער הימל זײַנען דײַנע אױגן! און דער קאָסטיום, האַלקע מײַנע, דער דאָזיקער קאָסטיום װי ער פּאַסט דיר! (באַטראַכט זי.) אונדזער נאַציאָנאַלער קאָסטיום פֿון מאַלאָראָסיע! װי שײן דו ביסט, עװאַ!…

חװה: און װי שײן דו האָסט אױסגעלערנט זיך רעדן, פֿעדיאַ! װי פֿון אַ ביכל אַקוראַט!… (צעלאַכט זיך װידער.)

פֿעדיאַ: עפּעס לאַכסטו מיר הײַנט צו פֿיל, האַלעטשקעхалечке: מײדל?

חװה: ס'איז מיר פֿרײלעך ― לאַך איך…

פֿעדיאַ: אָט ערשט איז דיר געװען אומעטיק, איצט ― שױן פֿרײלעך!…

חװה: געװען פֿינצטער, אױפֿגעגאַנגען די זון, געװאָרן ליכטיק… (קוקט אים טיף אין די אױגן אַרײַן.)

פֿעדיאַ: (קאָן נישט בײַקומען איר קוקן.) אַ האַלבע מלוכה פֿאַר אַ טרונק װאַסער, טײַבעלע מײַנס!

חװה: קום, איכ'ל דיך אָנטרינקען! (זײ לאָזן זיך בײדע צום ברונעם. חװה פֿריִער, פֿעדיאַ נאָך איר. געשיקט, בריהש, װי אַן אמת דאָרפֿיש מײדל, כאַפּט זי דעם עמער, פֿאַרװאַרפֿט דעם שטריק אין ברונעם אַרײַן, אַ טרײסל אַהער און אַהין ― פֿאַרטיק אַן עמער װאַסער.) האָב איך ערלעך פֿאַרדינט מײַן האַלבע מלוכה?

פֿעדיאַ: (טרינקט זיך אָן.) אַ גאַנצע מלוכה, קעניגן מײַנע!… װײסטו, װאָס איך בין געקומען? איך האָב געװאָלט מיט דיר עפּעס רעדן, עװאַ…

חװה: (מיט אַמאָל איז פֿאַרשװוּנדן איר פֿרײלעכקײט.) עפּעס רעדן?… זיץ. (זעצט זיך אַװעק אױף די הילצערנע צאַמרינעס פֿון ברונעם, װײַזט אים אַן אָרט נעבן זיך.)

פֿעדיאַ: (זעצט זיך אַװעק, נעמט אַרױס אַ פּאַפּיראָס.) איך האָב זיך געװאָלט זען מיטן באַטיושקאַ, מיטן פֿאָטער אַלעקסײ, מיט אונדזער גלח…

חװה: (אַ מאַך מיט דער האַנט.) נאָר נישט װעגן דעם!…

פֿעדיאַ: (פֿאַרװוּנדערט.) פֿאַר װאָס עפּעס, טײַבעלע?

חװה: אַזױ… הײַנט נישט… נישט אױפֿגעלײגט…

פֿעדיאַ: איך זע טאַקע, אַז דו ביסט נישט אױפֿגעלײגט… (פֿאַררײכערט דעם פּאַפּיראָס, זעט אױס אומצופֿרידן. חװה באַמערקט עס.)

חװה: דו פֿאַרגעסט, װאָס מיר שטײט פֿאָר, פֿעדיאַ! מאַכן אַזאַ שריט… אָפּגעזעגענען זיך מיט אַלץ… מיט מײַן גאַנצן פֿאַרגאַנגענעם, מיט טאַטע־מאַמע און מיט אַלע מײַניקע אױף שטענדיק…

פֿעדיאַ: אױף שטענדיק?

חװה: אױף אײביק!… דו קענסט נישט מײַן טאַטן, פֿעדיאַ! דאָס איז אַ מענטש מיט אַ כאַראַקטער! ער װעט מיך גיכער זען אַ טױטע, אײדער מוחל זײַן מיר דעם שריט! קײנמאָל נישט!

פֿעדיאַ: קײנמאָל נישט?

חװה: קײנמאָל נישט! כאָטש ליב האָט ער מיך ― נישטאָ נאָך אַזאַ פֿאָטער דער צװײטער!… (פּױזע. רעדט מיט געבעט.) װאָס טוט מען, פֿעדיאַ טײַערער, װאָס טוט מען, אַז מײַן טאַטע זאָל מיך פֿאַרשטײן און… זאָל מיר מוחל זײַן? װי אַזױ מאַכט מען?…

פֿעדיאַ: (מאַכט אַ אומפֿרײַנדלעכע מינע.) דו זאָרגסט זיך פֿאַר דײַן טאַטן מער װי פֿאַר זיך. דו האָסט אין זינען דײַן טאַטן מער װי די גאַנצע װעלט…

חװה: (פֿאַרדראָסיק.) און דו האָסט אין זינען זיך מער װי די גאַנצע װעלט, און אַפֿילו מער װי מיך…

פֿעדיאַ: (אױפֿגעבראַכט.) אָ, נײן! זעסטו, דאָס זאָגסטו שױן דורכױס נישט אמת ― און דו אַלײן װײסט עס!… (מיט פֿײַער.) דו װײסט גאַנץ גוט, אַז די װעלט ― דאָס ביסטו!… אַז פֿאַר דיר בין איך גרײט… (פֿאַרװאַרפֿט דעם פּאַפּיראָס.)

חװה: (ענדיקט פֿאַר אים.) אין פֿײַער און אין װאַסער… װי אין די ביכלעך שטײט געשריבן… איך װאָלט װעלן װיסן אָט װאָס, פֿעדיאַ. איך װאָלט װעלן װיסן, װי װאָלט געװען, װען דו זאָלסט דאַרפֿן מאַכן דעם שריט, װאָס מיר שטײט פֿאָר?

פֿעדיאַ: װאָלט איך אים געמאַכט און װינציקער גערעדט, טײַבעלע מײַנס! איבעריקנס, צו װאָס איז דער עקזאַמען, עװאַ?… און איבערהױפּט, װאָס טוט זיך עס מיט דיר? אָדער בײַ דיר איז עפּעס־װאָס פֿאָרגעקומען, אָדער איך האָב דיך נישט געקענט?

חװה: אַזױ שפּעט זיך אַרומגעקוקט, אַז דו קענסט מיך נישט?

פֿעדיאַ: (האָט זיך פֿאַרכאַפּט.) איך זאָג נישט, אַז איך קען דיך נישט ― נײן! איך זאָג, אַז איך דערקען דיך נישט… און אָן אַלעמען, זע איך אַרױס, עװאַ, אַז דו ביסט הײַנט גלאַט נישט אױפֿגעלײגט… װען איך װײס, אַז דו ביסט הײַנט אַזאַ… (שטרעקט איר אױס די האַנט.) זײַ געזונט, עװאַ!

חװה: (אַ לאָז צו אים מיט בײדע הענט.) פֿעדיאַ! מײַן קאַפּריזנער העלד! גײ נישט אַװעק! לאָז מיך נישט אַלײן! איך נײטיק זיך אין אַ גוט װאָרט!… איך האָב דעם גאַנצן פֿרימאָרגן אַרױסגעקוקט אױף דיר!… (אין פֿאַרצװײפֿלונג.) איך האָב מיט דיר אַזױ פֿיל צו רײדן! אַזױ פֿיל!

פֿעדיאַ: (זעצט זיך אַװעק צוריק.) פֿאַר װאָס זשע רעדסטו נישט? דו װײסט, אַז איך האָב ליב הערן, װי דו רעדסט, קעניגין מײַנע!

חװה: (װערנדwährend: בשעת זי רעדט, שפּילט זי זיך מיט אירע צעפּ, צעפֿלעכט זײ און פֿאַרפֿלעכט.) דו װײסט נישט, װאָס איך טראָג איבער. פֿון איטלעכן באַזונדער! פֿון איטלעכן באַזונדער!… מײַנע הײמישע קוקן מיר נאָך, היטן מיר די טריט… זײ שטױסן זיך, אַז איך בין צו דיר… אַז… עס ציט מיך צו דיר!… מײַן שװעסטער ― זי האָט זיך דערלױבט מיר צו לײענען אַ נאָטאַציע! די מאַמע מײַנע זאָגט מיר גאָרנישט, נאָר זי קוקט אױף מיר און זיפֿצט… הלװאַי װאָלט זי בעסער מיר שױן געזאָגט, פֿירגעהאַלטן, געשאָלטן!… װאָרעם יעדער זיפֿץ אירער רײַסט אױס בײַ מיר אַ שטיק האַרץ!… הײַנט די מלחמה, װאָס מיר שטײט פֿאָר מיטן טאַטן!… אים זאָגן, אַז איך האָב דיך ליב, אַז איך קאָן אָן דיר נישט לעבן?… אָט האָב איך דיר, זעסטו, אױסגעזאָגט דעם גאַנצן אמת…

פֿעדיאַ: איך דאַנק דיר, עװאַ! (נעמט איר האַנט, װיל זי אַרומנעמען אינגאַנצן, זי לאָזט זיך נישט.) װאָס איז מיט דיר, האַרציקע?

חװה: איך װײס אַלײן נישט, װאָס מיט מיר איז! זע איך דיך נישט ― שטאַרב איך אַװעק… דערזע איך דיך ― צינדט זיך אָן אין מיר אַ פֿײַער ― נישט אױף דיר, נײן! נאָר אױף יענע, װאָס האָבן אױסגעטראַכט, אַז מענטשן זאָלן זײַן אָפּגעװײַטערט אײנס פֿון דאָס אַנדערע מיט זײער גלױבן און מיט זײער…

פֿעדיאַ: מיר באַדאַרפֿן זיך אַװעקשטעלן העכער פֿון די אַלע קינדערײַען, װאָס מענטשן האָבן צוגעטראַכט! (רוקט זיך צו.) איך זאָג דיר, דו קעניגין פֿון מײַן נשמה, אַז ס'נישטאָ די זאַך אױף דער װעלט, װאָס זאָל שטײן אונדז אין װעג… באַרויִק דיך, עװאַ, פֿאַרגעס נישט, אַז איך בין מיט דיר אַלע מאָל און אומעטום, און אַז דײַן גליק (באַגײַסטערט.)― דאָס איז דער אײנציקער צװעק פֿון מײַן לעבן! צוליב דיר װעט מיר שײַנען אָט די זון, זיך פֿאַרבן אָט דער הימל, גרינען אָט דאָס גראָז, בליִען אָט די קװײטן… צוליב דיר װעט מיר די גאַנצע װעלט זיך פֿאַרװאַנדלען אין אַ גן־עדן, און דו װעסט זײַן פֿאַר מיר די קעניגין פֿון דעם גן־עדן, און איך װעל זײַן דײַן געטרײַער קנעכט! איך װעל היטן דײַנע טריט, דײַן שלאָף, דײַנע קאַפּריזן, קוקן אין דײַנע אױגן. אין די שײנע קלאָרע אױגן דײַנע!…

חװה: (כאַפּט אים אַרום אין עקסטאַז מיט בײדע הענט אַרום האַלדז.) אױ! פֿעדיאַ! פֿעדיאַ! (לאָזט אים אָפּ.) דו מאַכסט מיך קראַנק! דו מאַכסט מיך משוגע! איך װעל אַראָפּ פֿונעם זינען ― אַזױ ליב האָב איך דיך! איך בין אַ פֿאַרפֿאַלענע ― איך װײס דאָס, איך פֿיל, אַז איך גײ צו גרונט, נאָר איך קאָן מיך נישט בײַקומען! איך גײ פֿאַרלױרן, איך בין אַ פֿאַרלױרענע!… (באַהאַלט דאָס פּנים אין די הענט.)

פֿעדיאַ: אַ פֿאַרלױרענע? צו װאָס זאָלסטו עס זאָגן, קרײנדעלע, אַז דו װײסט, אַז ס'איז נישט אַזױ? צו װאָס, האַרציקע, אַזעלכע װערטער, אַז דו װײסט אַלײן, אַז דײַן נשמה איז לױטער, װי קרישטאָל, און אַלײן ביסטו רײן, װי אַ מלאך? (נעמט אַרום איר טאַליע, רעדט איר גלײַך אין אױער, קושט אירע צעפּ.) איך זע דיך אַ פֿרײלעכע, אַ צופֿרידענע, אַ גליקלעכע, אָ, טײַערע געטרײַע עװאַ מײַנע! דײַן פּנים שײַנט, זע איך, אַזױ װי די זון אין האַלבן טאָג… דײַנע אױגן לױכטן, זע איך, װי די שטערן אין האַלבע נאַכט… פֿון גליק, פֿון ליבע… און גיך װעט דאָס זײַן, גאָר־גאָר גיך… מיר'ן נאָך הײַנט זײַן בײדע בײַם באַטיושקאַ אַלעקסײ…

חװה: (האָט זיך אַרױסגעריסן פֿון זײַנע אָרעמס, גלײַך אַזױ װי אַ שלאַנג האָט זי אַ ביס געגעבן, און איז שטײן געבליבן אױף די פֿיס.) אָ, נײן! נײן! נישט הײַנט! הײַנט נישט!… איך װיל נישט! איך קאָן נישט! (פֿעדיאַ גײט צו איר ― ער װיל זי אַרומנעמען.) לאָז מיך! לאָז מיך אָפּ! גענוג, גענוג אָנגערעדט זיך! פֿעדיאַ, אַנטלױף! פֿאָלג מיך.― טראָג זיך אָפּ!… פֿאַרנאַכט זעען מיר זיך נאָך אַמאָל, װידער אָט אַ דאָ… גײ, פֿעדיאַ! גײ, טײַערער!

פֿעדיאַ: (קאָן נישט אַװעקגײן, קוקט איר אין די אױגן, דריקט איר די האַנט, לאָזט זיך גײן, קוקט זיך אום צוריק, מאַכט צו איר מיטן היטל. זי שיקט אים אַ קוש אין דער לופֿט, און נאָך אַ קוש, און נאָך אַ קוש. ― אומבאַמערקט באַװײַזט זיך פֿון דער װײַטן טבֿיה, אין דער צײַט, װען פֿעדיאַ שפּאַנט אַריבער צוריק איבערן פּלױט און חװה נעמט זיך צוריק צום גראָבאײַזן. ער קומט אָן מיטן עמער אין האַנט, די פּאָלעס אונטערגעשטעלט, גײט צו צום ברונעם בעת פֿעדיאַ איז שױן פֿון יענער זײַט פּלױט, שטעלט זיך אַװעק פֿון אונטער דער האַנט אַרױס אײַנצוקוקן זיך אין דער װײַטן, דערזעט די טאָכטער מיטן גראָבאײַזן אין די הענט, באַקלערט זיך פֿריִער װאָס ער זאָל טאָן, נעמט זיך דערװײַל צו דער אַרבעט ― שעפּן װאַסער.)

טבֿיה: (גרײט אַראָפּצולאָזן דעם עמער אין ברונעם אַרײַן, בלײַבט שטײן, רופֿט די טאָכטער מיטן פֿינגער.) אַנו, קום נאָר אַהער, חװהלע! זײַ זשע מוחל…

חװה: (גײט צו מיטן גראָבאײַזן.) װאָס איז, טאַטע? מיך רופֿסטו?

טבֿיה: (װײַזט מיט דער האַנט.) װער איז אָט אַ יענער אָ אָט דאָרטן?

חװה: (קוקט זיך אײַן.) װוּ?

טבֿיה: (װײַזט איר אַרױף, אַהין, װײַט.) אָט אַ דאָרטן אָ, פֿון יענער זײַט פּלױט… צי עס װײַזט זיך מיר אױסעט?

חװה: עס װײַזט זיך דיר אױס.

טבֿיה: (הערט נישט אױף אײַנצוקוקן זיך.) איך װאָלט אָבער געמעגט שװערן, אַז ס'אַ מענטש…

חװה: (קוקט אױך אַהין.) יאָ, ס'אַ מענטש.

טבֿיה: און אױב כ'האָב קײן טעות נישט, דאַרף עס זײַן כװעדקע גאַלאַגאַן, זאָל מאַריך־ימים־ונשים זײַן… איז דאָס ער?

חװה: ער…

טבֿיה: (מיטן פּנים צו דער טאָכטער.) גײט ער נישט פֿון דאַנען?

חװה: (דרײסט, דעם פֿאָטער אין די אױגן.) פֿון דאַנען…

טבֿיה: צו װעמען האָט ער עס באַדאַרפֿט, דער קדיש?

חװה: צו מיר.

טבֿיה: צו דיר?

חװה: צו מיר.

טבֿיה: װאָס זשע האָט ער געװאָלט, דער תּכשיט?

חװה: װאָס זאָל ער װעלן?

טבֿיה: איך מײן… מסתּמא האָט מען געשמועסט?

חװה: געװיס האָט מען געשמועסט.

טבֿיה: פֿון װאָס, למשל? אַז פֿון געשעפֿט ― זיכער נישט, פֿון פּאָליטיקע ― נישט, און פֿון ביכער אױך נישט…

חװה: האָסט נישט געטראָפֿן, טאַטע… מיר האָבן אַקוראַט גערעדט װעגן ביכער… (ציט אַרױס פֿון קאָרסאַזש דאָס בוך, װאָס פֿעדיאַ האָט איר איבערגעלאָזט.) אָט דאָס האָט ער מיר געבראַכט צו טראָגן…

טבֿיה: אַ ביכל? (נעמט און באַטראַכט דאָס בוך.) מהיכא־תּיתי. ביכער דאַרף מען לײענען… פֿון ביכער װײסט מען אַלץ, װאָס אױף דער װעלט טוט זיך, סײַ אױפֿן הימל, סײַ אױף דער ערד. נאָר װאָס דען? אײן זאַך פֿאַרשטײ איך נישט: מיט ביכלעך קאָן מען, דאַכט מיר, טרעפֿן גלײַך אין שטוב אַרײַן. צו װאָס שפּאַנען איבער אַ פּלױט, װי אַ יװן אין סוכּה?… צי אפֿשר איז דאָס אַזאַ סחורה, װאָס האָט מורא פֿאַר אַ גוט־אױג?… פֿון די גוטע ביכלעך, װאָס מע דאַרף זיך מיט זײ באַהאַלטן אױפֿן בױדעם?

חװה: (נעמט צו דאָס ביכל.) ס'איז דװקא אַ לעגאַל ביכל און מע מעג עס לײענען ― ס'איז פֿון גאָרקין.

טבֿיה: (מאַכט צו אײן אױג.) פֿון גאָרקען? װער איז געװען דער גאָרקע?

חװה: מאַקסים גאָרקי ― אַ שרײַבער אַ רוסישער… דער צװײטער פֿון טאָלסטאָי, פֿונעם גראַף טאָלסטאָי, װאָס זײַן פּאָרטרעט הענגט בײַ אונדז אױף דער װאַנט…

טבֿיה: אַ? אָט אַ יענער גראַף טאָלסטאָי, װאָס זאָגט, אַז מע שטעקט דיר אָפּ אַ פּאַטש אין אײן באַק, זאָלסטו זאָגן יישר־כּוח, דערלעבט איבער אַ יאָר ― און אונטערשטעלן די אַנדערע באַק?… און װאָס דרשענט ער, אָט דער דאָזיקער מאַקסים דײַנער? װי אַזױ הײסט ער ― גאָרקע?

חװה: חוזק קאָנסטו מאַכן, טאַטע, פֿון װעמען דו װילסט, נאָר נישט פֿון אַזעלכע מענטשן, װי דער גראַף טאָלסטאָי אָדער גאָרקי… מאַקסים גאָרקי איז אַ מענטש, װאָס זײַן נאָמען לאָזט זיך הערן װײַט, זײַנע ביכער װערן איבערגעזעצט און געלײענט אומעטום. אַלצדינג, װאָס ער איז דערגאַנגען, איז ער דערגאַנגען פֿון זיך אַלײן, אין ערגעץ נישט געלערנט… אַ פּראָסטער מענטש, נאָר אַ גרױסער מענטש… אָט האָסטו זײַן פּאָרטרעט. (טראָגט צו דעם פֿאָטער דאָס ביכל, װײַזט אים אױפֿן בילד.)

טבֿיה: (שטעלט אַװעק דעם עמער, װישט אָפּ די הענט אָן דער פּאָלע, נעמט דאָס ביכל, קוקט אױפֿן בילד מיט אײן אױג צוגעמאַכט, װי אַ מבֿין.) פּסס! אַ גדול! (שאָקלט מיטן קאָפּ, פֿאַרבײַסט אַ ליפּ.) טאַקע גאָר פֿון די גדולים!… װי אין פּסוק שטײט: הידים ידי עשׂו ― אַ פּלײצע אַביסל! נו־נו! װי קאָן גאָר אַ ייִד אַזױ אױסװאַקסן? װוּ װעט זיך בײַ ייִדן נעמען אַזאַ פּלײצע מיט אַזעלכע ידים?… (פּױזע.) נאָר װײסטו, װאָס איך װעל דיר זאָגן, טאָכטער? מיר דאַכט זיך, אַז ער איז מיר עפּעס זײער קענטלעך! איך װאָלט געמעגט שװערן, אַז איך האָב אים געזען, אָט דעם נפֿש!

חװה: װוּ האָסטו אים געקאָנט זען?

טבֿיה: װוּ ― געדענק איך שױן נישט אַקוראַט. נאָר אױב איך האָב קײן טעות נישט, איז אָדער בײַ דער באַן טראָגן זעק, אָדער אין װאַלד שלעפּן קלעצער…

חװה: (נעמט צו בײַם פֿאָטער דאָס ביכל, באַהאַלט עס צוריק אונטערן קאָרסאַזש.) קומט אױס נאָך דײַנע רײד, אַז טראָגן זעק, אָדער שלעפּן קלעצער, איז אַ בזיון? און דו אַלײן, טאַטע, פֿלעגסט נישט שלעפּן קײן קלעצער?…

טבֿיה: נישט הײַנט געדאַכט, פֿאַר װאָס נישט? (לאָזט אַראָפּ מיטן שטריק דעם עמער אין ברונעם.)

חװה: און איצט האָרעװעסטו נישט? און מיר אַלע האָרעװען ניט? (קוקט װי דער פֿאָטער פֿאַרװאַרפֿט דעם שטריק מיטן עמער אין װאַסער.)

טבֿיה: דאָס איז אַ באַזונדערע זאַך, קינדעניו! דערױף איז פֿאַראַן אַ פּסוק אַ בפֿירושער, פֿאַרשטײסטו מיך, אין דער תּורה: בְּזֵעַת אַפֶּיךָ תֹּאכַל לֶחֶם ― דאָס שטיקל ברױט דאַרף מען פֿאַרהאָרעװען, אומזיסט גיט קײנער נישט… נאָר װאָס דען? נישט דאָס האָב איך דיר געװאָלט זאָגן… געװאָלט האָב איך פֿרעגן בײַ דיר, זאָלסט מיר זאָגן, װאָס פֿאַר אַ באַקאַנטשאַפֿטן פֿירט איר עס? און װאָס פֿאַר אַ מחותּן איז מיט טבֿיהס טעכטער, אײגנטלעך, אַזאַ כאַם?

חװה: (אַ טריט צוריק.) פֿאַר װאָס קומט אים אַזאַ נאָמען? דו קענסט אים?

טבֿיה: (ציט די שטריק מיטן עמער פֿון ברונעם.) װאָס דען איז ער? מר־בר־רב־אַשיס אַן אײניקל? רב כװעדקע ברב מיקיטע גאַלאַגאַן ― אַ קלײניקײט! אַזאַ גױ אַ יאַבעדניק, װי מיקיטע, װאָס קומט אַרױס פֿון סאַמע מיוחסים… דער זײדע טערענטי עליו השאָלעכץ געװען אַ שיכּור הגדול הגיבור והנורא און געשלאָגן דאָס װײַב דרײַ מאָל אַ װאָך, און דער עלטער־זײדע עליו־הפּאָקרישקע איז געזעסן יומם־וליל און אַכטונג געגעבן אױף די חזירים…

חװה: (פֿאַרדראָסיק, נאָר האַלט זיך אײן.) דו אַלײן זאָגסט װיפֿל מאָל, אַז דער עיקר איז דער מענטש אַלײן, נישט דער ייִחוס, פֿון װאַנען ער שטאַמט… סע שטײט געשריבן, זאָגסטו, אַז אַלע מענטשן קומען אַרױס פֿון אײן טאַטן, און אַז אײן גאָט האָט זײ באַשאַפֿן, און קומט צו עפּעס…

טבֿיה: (שטעלט אַװעק דעם אָנגעשעפּטן עמער װאַסער אױף דער הילצערנער צאַמרינע פֿון ברונעם.) ע, נאַרעלע, װײסטו דאָך גאָרנישט װאָס דו רעדסט. דאָס איז עפּעס אַנדערש, און דאָס איז װידער עפּעס אַנדערש. בײַ גאָט זײַנען טאַקע אַלע אַלץ אײנע מיוחסים. נאָר װאָס דען? װאָס צו גאָט איז צו גאָט, און װאָס צו לײַטן איז צו לײַטן, װי דער מדרש זאָגט…

חװה: (לאָזט אים נישט ענדיקן.) אױף אַלצדינג איז בײַ דיר פֿאַראַן, טאַטע, אָדער אַ מדרש, אָדער אַ פּסוק, אָדער װי אַזױ נאָך הײסט עס דאָרט בײַ דיר… װאָס פֿאַר אַ פּסוק װעסטו מיר אױסזוכן דערױף, װאָס אָט האָט גאָט באַשאַפֿן אַזאַ װעלט, אַזאַ שײנע װעלט (װײַזט מיט די הענט אַרום זיך.) און אַזאַ גרױסע װעלט, און מענטשן קאָנען זיך נישט אײַנטײלן. דער זאָגט: צוליב מיר האָט גאָט באַשאַפֿן די װעלט, און דער זאָגט ― צוליב אים. דער באַרימט זיך, אַז זײַן גאָט איז דער אמתער, און דער זאָגט: נײן, מײַן גאָט איז דער אמתער!…

טבֿיה: (פֿאַרשטעלט זיך די אױערן.) טע־טע־טע! פֿילאָזאָפֿיע! פּידרעך! נעכטיקע טעג! אױפֿן הימל אַ יריד! הקיצור, נישט איך װעל דיך, נישט דו װעסט מיך איבערשפּאַרן, װי אין חומש שטײט געשריבן: כּל עורבֿ למינהו ― איטלעכער װעט בלײַבן בײַ זײַן משוגעת… װוּ זשע האַלטן מיר, ברוך מזכּיר נשמות? יאָ! בײַ דעם האַלטן מיר, אַז פֿאַרן רבונו־של־עולם זײַנען אַלע מענטשן גלײַך. לי השמים ולי האָרץ ― ייִדן און, להבֿדיל, גױים ― אַלע גלײַך. נאָר דאָס װײסטו, אַז די תּורה האָט אונדז אָנגעזאָגט, אַז מיר זאָלן ליב האָבן אַלע מענטשן, נאָר עמלקן זאָלן מיר געדענקען?!…

חװה: אַקעגן װאָס זאָגסטו דאָס, טאַטע?

טבֿיה: אַקעגן דעם, װאָס איך זיץ צװישן גױים אַזױ פֿיל יאָר, דער סטאַרשינאַ װעט פֿאַר מיר קײן זאַק באָרשט נישט אַװעקגעבן, און דער סטאַראָסטאַ ― יענער איז נאָך מיר גאָר די כּפּרה. אַיאָ? פֿונדעסטװעגן, לאָז גאָט היטן בײַ אַ שׂימחה, איך מײן בײַ אַ פּאָגראָם, װײס איך נישט אױב עס װעט זיך נישט פֿאַרװאַלגערן בײַ זײ אין בוזעם אַ פּאָר שטײנער פֿון מײַנעטװעגן…

חװה: צו װאָס אַזעלכע טרױעריקע געדאַנקען?

טבֿיה: איך האָב מיך דערמאָנט אָן מענדל װערעביװקער, װאָס פֿאַר אַ סוף ער האָט געהאַט. (נעמט אָן די טאָכטער פֿאַר אַ האַנט.) האָרך נאָר אױס, חװה, װאָס איך װעל בײַ דיר פֿרעגן…

חװה: װאָס װעסטו פֿרעגן?

טבֿיה: נאָר זאָלסט מיר זאָגן אַקוראַט, נישט װי פֿאַר אַ טאַטן, נאָר װי פֿאַר אַ גוטן פֿרײַנד, װאָס האָט דיך ליב און זײַן אײנציקער װוּנטש איז דיך צו זען גליקלעך…

חװה: (שטאַרק אומרויִק.) צו װאָס אַזאַ לאַנגע פֿאָררעדע?

טבֿיה: (נעמט זיך בײַ דער באָרד.) װי װאָלט געװען, למשל, װען איך קום צו דיר און זאָג דיר: טאָכטער לעבן! טו פֿון מײַנעטװעגן אַ זאַך, װאָס דיר קאָן דערפֿון נישט אַרױסקומען קײן רעה און מיר װעט דאָס זײַן די גרעסטע טובֿה ― װאָלסטו עס מיר געטאָן, צי נײן?

חװה: געװיס יאָ…

טבֿיה: און אַז ס'זאָל זיך דיר מאַכן טאָן אַ זאַך, װאָס קאָן אַװעקהרגענען דעם טאַטן, װאָלסטו דאָס געטאָן?

חװה: געװיס נישט…

טבֿיה: װי באַלד אַזױ (פֿרײלעך.) הײַנט װאָס האָבן מיר נאָך צו שמועסן? װי באַלד אַזױ, איז לא אָמר כּלום ― האָט קלים גאָרנישט געזאָגט!… נישט איך האָב דיך געפֿרעגט, נישט דו האָסט מיר געענטפֿערט… און װי אין פּסוק שטײט: וַיִּשְׁכָּחֵהוּ ― מאַכט רש″י: „נע בולאָ ניקאָלע או מיקאָלעНе було ніколи у Миколи: מיקאָלע האָט קײן מאָל ניט געהאַט“… חבֿר װי געװעזן!… (ציט איר אױס זײַן האַנט. חװה נעמט בײַ אים די האַנט מאַשינאַל. ער כאַפּט דעם עמער װאַסער און לאָזט זיך צו דער שטאַל צו. חװה איז געבליבן שטײן און קוקט אים נאָך, ביז ער װערט פֿאַרשװוּנדן. זי לאָזט זיך גײן גלײַך װי צו אים און קערט זיך אָבער אום צוריק.)

חװה: (אַ מאַך מיט דער האַנט, צו זיך אַלײן, אַנטשלאָסן.) נו! מיר'ן נאָך זעען!… (זי לאָזט זיך צו דער שטוב צו.)

פֿאָרהאַנג
ענדע פֿונעם צװײטן אַקט
דריטער אַקט
ערשט בילד

(בײַם װאָלאָסטנאָי שרײַבער מיקיטאַ גאַלאַגאַן אין הױף ― קאָנטורן פֿון אַ שטוב. עס דאַרף צו זײַן פֿאַרענדערט פֿון דער דעקאָראַציע װאָס אין צװײטן אַקט דערמיט, װאָס אָנשטאָט דעם ברונעם קאָן זײַן אָדער אַ בױם מיט אַ בענקל אַרום בױם, אָדער אַ סטורדע הײ מיט גראַבליעס אָנגעװאָרפֿן, אָדער שטײנער, אָדער לײם־ציגל, אַרום װעלכע מע קאָן זיצן צוגעשפּאַרט און רײכערן ליולקעס. ― די דעקאָראַציע פֿונעם ערשטן בילד פֿון דריטן אַקט באַדאַרף זײַן צונױפֿגעשטעלט אַזױ, אַז װי נאָר דאָס בילד ענדיקט זיך, זאָל דער צװײטער פֿאָרהאַנג זיך אױפֿהײבן און דאָס צװײטע בילד פֿון דריטן אַקט זאָל שױן קאָנען אָנפֿאַנגען. און אַזױ װי דאָס צװײטע בילד פֿון דריטן אַקט הײבט זיך אָן שבת־צו־נאַכטס, בײַ שטאַרקער פֿינצטערניש, װעלן די איבעריקע אַקסעסואַרן פֿון דער פֿריִערדיקער דעקאָראַציע קאָנען אומבאַמערקט צוגענומען װערן. ― דער הױף דאַרף זײַן מער אין דער פּערספּעקטיװ, װי אין דער װירקלעכקײט. אין דער פּערספּעקטיװ קאָנען זײַן בײמער, װעגן, רעדער און אױך, אױב מעגלעך, געמאָלטע קי. ― אױפֿן גראָז, אָדער אױף די שטײנער, אָדער בײַם הײ, זיצן צוגעשפּאַרט דער בעל־הבית פֿונעם הױף, מיקיטאַ גאַלאַגאַן, דער סטאַרשינאַ מיטן סטאַראָסטאַ און מע רײכערט ליולקעס. אָנגעטאָן איז מען יום־טובֿדיק, מיט רױטע, בלױע און גרינע גאַרטלען, מיט װײַסע און גרױע שמױסענע היטלען, כאָטש ס'איז זומער. דער סטאַרשינאַ מיטן סטאַראָסטאַ טראָגן גרױסע בלעכלעך אױפֿן האַרצן. בײַ דער זײַט שטײט, מיטן היטל אין אײן האַנט און מיט אַ גרױסן שטעקן אין דער אַנדערער האַנט, דער סאָטסקי, אױך מיט אַ בלעכל און מיט געלע האָר אױפֿן קאָפּ, קוקט מיט רעספּעקט אױפֿן סטאַרשינאַ מיטן סטאַראָסטאַ, װאַרט אױף זײער באַפֿעל.)

מיקיטאַ גאַלאַגאַן: צװײ מאָל איז ער געװען בײַ מיר, דער ייִד. אײן מאָל נאָך גאַנץ פֿרי, באַלד נאָך דעם, װי מײַן װײַב האָט פֿאַרטריבן די קו אין טשערעדע, און דאָס אַנדערע מאָל שױן נאָך האַלבן טאָג ― שױן בײדע געװען, אי ער, אי זי, זײַן װײַב, הײסט דאָס. מיך געבעטן, געװײנט, געחלשט, אין די הענט מיר געקושט, איך זאָל זײ נאָר זאָגן, װוּ זײער כװאַװאַ איז?

סטאַרשינאַ: נו, און דו װאָס?

מיקיטאַ גאַלאַגאַן: איך װאָס? גאָרנישט! איך װײס נישט! פֿון װאַנען זאָל איך װיסן? און זײ װידער אַ מאָל און אָבער אַ מאָל! פֿאַלן מיר צו די פֿיס, קושן מיר די הענט און װײנען און קלאָגן און יאָמערן… און ער, טעװל הײסט עס, װײַזט מיר אױף גאָט און אױפֿן הײליקן לעמפּל ― איך זאָל אים צולאָזן צו זײַן כװאַװאַן נאָר אױף צװײ מינוט, נאָר אױף צװײ װערטער!… טשעפּע זיך אָפּ, קלעשטש! ייִד אײַנגעגעסענער, טפֿו!… (שפּײַט אױס.)

סטאַרשינאַ: און דו װאָס?

מיקיטאַ גאַלאַגאַן: איך װאָס? גאָרנישט! טשעפּע זיך אָפּ, זאָג איך, קלעשטש װאָס דו ביסט! אײַנגעגעסענער ייִד, טפֿו!… (שפּײַט אױס.) און דאָ ציטער איך, טאָמער טוט ער אַ קוק אַרײַן אין דער צװײטער האָרניצע ― דאָרט זיצט דאָך אַקוראַט זײַן כװאַװאַ! װאָס טוט מען? זאָג איך צו זײ: איר װעט אַװעקגײן, זאָג איך, מיט גוטן ― איז גוט, אַנישט, זאָג איך, האָבן מיר אַ זאַקאָן, זאָג איך, און פּאָ זאַקאָנוпо закону: לױטן געזעץ קאָן איך, זאָג איך, אַראָפּברענגען דעם אוראַדניק אַהער!… מײנט איר, ער האָט זיך איבערגעשראָקן? דרײַ אוראַדניקעס, זאָגט ער, און אַפֿילו דער גובערנאַטאָר אַלײן קאָן אים אױך גאָרנישט טאָן! װאָרעם פֿאַר זײַן קינד קאָן ער אָנשפּאַרן צום קײסער ― איר הערט װערטער? צום קײסער!…

סטאַרשינאַ: (צום בעל־הבית.) און איך אױף דײַן אָרט װאָלט נישט אַזױ געטאָן… טעװל איז פֿאָרט אַן אײגענער מענטש… (צום סטאַראָסטאַ.) האָב איך רעכט, סטאַראָסטאַ? (שפּײַט אױס.)

סטאַראָסטאַ: (רײכערט.) זײער גערעכט, האָספּאָדיןгосподин: רב סטאַרשינאַ, טעװל איז אַן אײגענער מענטש.

סטאַרשינאַ: און אַ גוטער מענטש, כאָטש ער איז אַ זשיד. האָב איך רעכט, סטאַראָסטאַ?

סטאַראָסטאַ: זײער גערעכט, האָספּאָדין סטאַרשינאַ, טעװל איז אַ גוטער מענטש, כאָטש ער איז אַ זשיד.

מיקיטאַ גאַלאַגאַן: (צום סטאַרשינאַ.) װי אַזױ זשע דען װאָלסטו געטאָן, האָספּאָדין סטאַרשינאַ?

סטאַרשינאַ: (רײכערט.) איך װי אַזױ װאָלט געטאָן? איך װאָלט נישט געװאַרט, ביז ער'ט קומען צו מיר, בעטן זיך און בוקן זיך… כ'װאָלט געקומען צום ייִדן און װאָלט אים געזאָגט: הער נאָר, טעװל, אַזױ און אַזױ איז די מעשׂה. מײַן זון כװעדאָר און דײַן טאָכטער כװאַװאַ האָבן זיך פּאָליובעט און זײ מוזן זיך נעמען. און אַזױ װי מײַן זון איז אַ פּראַװאָסלאַװנער און דײַן טאָכטער נישט, באַדאַרף דײַן כװאַװאַ אָננעמען אונדזער פּראַװאָסלאַװיע… (שפּײַט אױס.) האָב איך רעכט, סטאַראָסטאַ?

סטאַראָסטאַ: זײער גערעכט, האָספּאָדין סטאַרשינאַ! כװאַװאַ מוז אָננעמען אונדזער פּראַװאָסלאַװיע! (שפּײַט אױס.)

מיקיטאַ גאַלאַגאַן: װאָס פֿאַראַ קלוגע קעפּ איר זײַט בײדע! איר פֿאַרגעסט, אַז טעװל איז אַ ייִד און איז קלוגער פֿון אונדז אַלעמען. אײדער מיר װאָלטן זיך אַרומגעקוקט, װאָלט ער זײַן טאָכטער באַשטאַט און אַזױ פֿאַרטאַכטאָרעטצעטערכעט, אַז דער רוח אַלײן װאָלט זי נישט געקאָנט געפֿינען! ― דערצײלן זײ מיר מעשׂיות! אומזיסט בין איך געװען אַ װאָלאָסטנאָי שרײַבער גוטע פֿינף און דרײַסיק יאָר?

סטאַרשינאַ: װאָלסט נאָך איצט אױך געװען אַ װאָלאָסטנאָי שרײַבער, זאָלסט נישט געװען גראָבן, דערלאַנגען און יאַבעדען אױף דער הראָמאַדע… מיט אַ הראָמאַדע טאָר מען זיך נישט זאַטשעפּען. האָב איך רעכט, סטאַראָסטאַ?

סטאַראָסטאַ: זײער גערעכט, האָספּאָדין סטאַרשינאַ! מיט הראָמאַדע טאָר מען זיך נישט זאַטשעפּען!

מיקיטאַ גאַלאַגאַן: װאָס איז מיט אײַער הראָמאַדע? אָט דאָ, אין דעם קולאַק (װײַזט אַ קולאַק.) איז בײַ מיר אײַער הראָמאַדע!

סטאַרשינאַ: רעד נאָך אַ ביסל, װעסטו זיך בײַ מיר דעררעדן!… (צום סאָטסקי.) ע! סאָטסקי! װוּ ביסטו?

סאָטסקי: (גײט צו מיט גרױס רעספּעקט.) אָט דאָ בין איך, האָספּאָדין סטאַרשינאַ!

סטאַרשינאַ: אַנו, טו נאָר אַ שפּרונג צום באַטיושקאַ בלאַהאָטשינעБлагочинье: פֿון דאָרף, װאָס דױערט עס בײַ זײ אַזױ לאַנג? די זון האַלט שױן װײַט (קוקט אַרױף.) מע װעט שױן באַלד קלינגען צו דער װעטשערניвечірні: אָװנט־תּפֿילה ― ביז װאַנען װעלן מיר דאָ זיצן? מיר האָבן נאָך צו טאָן אין װאָלאָסט אױך גענוג. האָב איך רעכט, סטאַראָסטאַ?

סטאַראָסטאַ: זײער גערעכט, האָספּאָדין סטאַרשינאַ, מיר האָבן נאָך צו טאָן און צו טאָן!… (דער סאָטסקי גײט אָפּ. עס קומט אַרױס פֿון שטוב די בעל־הביתטע, טעקלאַ, אָנגעטאָן אין אירע יום־טובֿדיקע מלבושים, מיט דער גרינער זאַפּאַסקע און רױטן קאָקאָשניק. זי הערט שיִער נישט אומגעװאַלגערט פֿונעם סאָטסקי, װאָס האָט זיך צעלאָזט אַזױ האַסטיק אױפֿן באַפֿעל פֿון זײַן נאַטשאַלסטװע.)

טעקלאַ: (שפּײַט אױס, שילט דעם סאָטסקי מיט דער תּוכחה און מיט אַ קװיטש.) זאָלסט גאָר קײן גוטס נישט האָבן, דו רױטער הונט! רוק און לענד זאָלסטו ברעכן אױפֿן גלײַכן װעג! (בײַט איבער דעם טאָן, גײט צו זײער העפֿלעך, בוקט זיך נידעריק פֿריִער צום סטאַרשינאַ, דערנאָך צום סטאַראָסטאַ, פֿאַרגעסט נישט גריסן דעם מאַן אױך.) געזונט זאָלן זײַן דער האָספּאָדין סטאַרשינאַ, דער האָספּאָדין סטאַראָסטאַ און דער האָספּאָדין כאָזיאַאיןхозяин: גאַסטגעבער! מע האָט אײַך געלאָזט בעטן אין האָרניצע אַרײַן. עס דאַרף באַלד קומען דאָס פּאָרל פֿונעם באַטיושקאַ דעם בלאַהאָטשינע, װעלן מיר פֿון דאַנען גײן אינאײנעם אין דער צערקװע, און דערװײַלע װעט איר כאָטש נעמען צו גלעזלעך, לכּבֿוד דעם הײליקן שבת…

סטאַרשינאַ: (הײבט זיך אױף, גלײַכט זיך אױס די בײנער.) דאָס האָט מען שױן לאַנג באַדאַרפֿט! ס'איז הײס אין דרױסן און עס טריקנט אין גאָרגל… האָב איך רעכט, סטאַראָסטאַ?

סטאַראָסטאַ: (אױפֿגעלעבט.) זײער גערעכט, האָספּאָדין סטאַרשינאַ, עס טריקנט אין גאָרגל. (פֿאַרהוסט זיך אַזש. אַלע גײען אָפּ צו דער שטוב צו. עס דערהערט זיך פֿון דרױסן אַ רעש פֿון אַ צוגעפֿאָרענער פֿור און אַ קול „טפּררררו!“ דערנאָך באַװײַזט זיך דאָס פּאָרל. חװה אָנגעטאָן װי אַ כּלה, מיט אַ הױכן קאָקאָשניק, אַן אױסגענײט העמד, אַ סך סטענגעס פֿון אַלערלײ קאָלירן און רױטינקע שיכלעך אױף די פֿיס. פֿעדיאַ גאַלאַגאַן ― מיט אַ בלום אין דער לאַץ. דאָס גרױע שמױסן היטל פּאַסט זיך אים זײער צום פּנים מיט די שװאַרצע װאָנצעס.)

חװה: (גײט אױף צו פֿריִער, זעצט זיך צו אױפֿן בענקעלע, װאָס נעבן בױם, פֿאַרװאַרפֿט דעם קאָפּ.) אוף!… איך װיל אַביסל אָפּרוען זיך אָט אָ דאָ. (עס רוקט זיך אָן דער פֿאַרנאַכט.)

פֿעדיאַ: (זעצט זיך נעבן איר.) ביסט מיד?

חװה: נישט מיד, נאָר כ'װיל אַזױ אַ ביסל זיצן… (בײגט זיך צו צו אים, שפּאַרט אָן דעם קאָפּ אױף זײַן אַקסל. פֿעדיאַ נעמט זי אַרום, גלעט זי. ― פֿון װײַטן דערהערט זיך אַ קלינגערײַ אין די קלױסטער־גלעקער: גלין־גלין־גלאָן! גלין־גלין־גלאָן! חװה טוט זיך אַ כאַפּ אױף.) פֿעדיאַ! לאָז מיך!

פֿעדיאַ: (האַלט זי צו.) װאָס איז מיט דיר, עװאַ?

חװה: (בעט זיך.) לאָז מיך, פֿעדיאַ! לאָז מיך, טײַערער! איצט איז נאָך צײַט!… (אין דרױסן װערט פֿינצטערער און פֿינצטערער.)

פֿעדיאַ: װאָס צײַט? האָסט חרטה? װילסט מיך איבערלאָזן אַלײן? האָסט אױף מיר קײן קאַפּ רחמנות… איך בין בײַ דיר גאָרנישט… (לאָזט זי אָפּ.)

חװה: נײן, נישט דאָס… דו פֿאַרשטײסט נישט. דאָס איז איבער מײַנע כּוחות!…

פֿעדיאַ: װאָס איז איבער דײַנע כּוחות?

חװה: (הערט זיך צו, װי די גלעקער קלינגען.) װי פֿאַרשטײסטו נישט? אָט דאָס אָ… אָט די אַלע צערעמאָניעס… און דאָס אָפּזאָגן זיך פֿון טאַטע־מאַמע, און פֿון אַלץ… אַך, פֿעדיאַ! װיפֿל נידערטרעכטיקײטן!..

פֿעדיאַ: נאַרישקײטן! װערטער בלױז…

חװה: סאַמע ליגן! ליגן און פֿאַלשקײט!

פֿעדיאַ: צוליב אַזאַ הײליקן צװעק, װי אונדזער ליבע… (עס װערט נאָך פֿינצטערער.)

חװה: באַגײן אַ פֿאַרברעכן?… הרגענען טאַטע־מאַמע?… (פֿון שטוב באַװײַזט זיך טעקלאַ.)

טעקלאַ: (דרײט אױס דעם קאָפּ אין שטוב אַרײַן.) אָט זײַנען זײ אָ!… (אָפּ אין שטוב צוריק. דאָס פּאָרל כאַפּט זיך אױף.)

חװה: (צו פֿעדיאַן, גיט אים די האַנט.) קום, פֿעדיאַ, קום, איך בין גרײט! (גײען אָפּ בײדע אין שטוב אַרײַן. פֿון דרױסן קומען אָן אַ גאַנצע כאַליאַסטרע פּאַרובקעס און שיקסעס, אַלע יום־טובֿדיק, אַלע מיט בלומען אין די לאַצן און אין די היטלען. אײנער פֿון די חבֿרה סקריפּעט אױף אַ פֿידל. דער אַנדערער באַראַבאַנעט אין אַ פּײַקל. די ייִנגערע פּאַרובקעס מיט די שיקסעס טאַנצן און זינגען צו:

טשאָביטע, טשאָביטע װי מאָאיчоботи, чоботи, ви моі: שטיװל, שטיװל, איר זײַט מײַנע!
טשאָם זשע װי נע ראָביטע, װי מאָאיчом же ви не робите ви мої: פֿאַר װאָס אַרבעט איר ניט, מײַנע?

זײ גײען און טאַנצן פּאָרלעכװײַז. עס װערט אַלע מאָל פֿינצטערער און פֿינצטערער. דאָס טאַנצן װערט לאַנגזאַמער און דאָס זינגען לאָזט זיך אױס מיט אַ מינאָרנע טאָן אױסגעצױגן:

סאָנצע ניזענקאָсонце низенько: די זון איז נידעריק,
װעטשער בליזענקאָאָװנט איז נאָענט.

ביז עס װערט שטאַרק פֿינצטער, און אױף דער בינע איז שױן נישטאָ קײנער. דעמאָלט װערט פֿאַרשװוּנדן די דעקאָראַציע פֿונעם ערשטן בילד און עס דערשײַנט די דעקאָראַציע פֿונעם צװײטן בילד פֿונעם זעלבן אַקט, װעלכער גײט אומאונטערגעבראָכן.)

צװײט בילד

(בײַ טבֿיהן אין שטוב די זעלבע דעקאָראַציע, װאָס אין ערשטן אַקט. ― שבת־צו־נאַכטס. דער טיש איז נאָך געדעקט שבתדיק, מיט אַ װײַס טישטעך. צװײ מעשענע לײַכטער מיט די אױסגעברענטע בענטשליכט. צװײ קױלעטשן, איבערגעדעקט מיט אַ האַנטיכל מיט רױטע פֿרענדזעלעך. עס הערשט אַ סומנע פֿינצטערניש. די שאָטנס קלעטערן אױף די װענט. עס הענגט אױף אַלץ אַ מרה־שחורהדיקע שטילקײט. עס הערט זיך שאַרף דער טיק־טאַק פֿונעם אַלטפֿרענקישן זײגער, װאָס אױף דער װאַנט. ― פֿון דער דרױסן־טיר קומט אָן גאָלדע פֿאַרװיקלט אין אַ שאַל, קױם װאָס מע דערקענט זי אין דער פֿינצטערניש.)

גאָלדע: (שטײט אַ װײַלע, טוט אױס די שאַל, זיפֿצט, רעדט צו זיך אַלײן.) פֿאַרשפּילט אַ קינד! פֿאַרזינדיקט!… מע לױפֿט אַרום זי זוכן… דעם נעכטיקן טאָג זוכט מען… פֿאַרפֿאַלן!.. גלײַך װי געשטאָרבן… ערגער װי געשטאָרבן, הלװאַי איך זאָל ליגן זאָגן…. װי טראָגט מען איבער דעם װײטיק? דעם בזיון?… (פּױזע. פֿאַרברעכט די הענט.) גאָטעניו, גאָטעניו! אָדער גיב מיר אָפּ מײַן קינד, אָדער נעם מיך צו!… (טוט אַ קוק אין פֿענצטער אַרױס.) אַ דונער איז מיר! שױן שטאָק־נאַכט ― צײַט מאַכן פֿײַער, זאָגן „גאָט פֿון אַבֿרהם“… (גײט אָפּ אין קיך. עס דערהערט זיך אין גיכן פֿון דאָרט אַן אַלטע, נאָר אַן אָנגענעמע שטימע מיטן אַלטן באַהאַרציקטן נוסח:)

גאָט פֿון אַבֿרהם, פֿון יצחק און פֿון יעקבֿ!
באַהיט דײַן ליב פֿאָלק ישׂראל פֿון אַלדאָס בײז!
אונדזער ליבער שבת־קודש גײט אַװעק…
די װאָך, װאָס גײט אַקעגן, זאָל אונדז קומען
צו געזונט און צו פּרנסה,
צו מזל און צו ברכה,
צו גליק און צו הצלחה,
צו תּורה, צו מעשׂים טובֿים
און צו יראת־שמים,
צו ישועות־ונחמות
און צו אַלעם גוטן געװען ― אָמן!

(טראָגט אַרײַן דאָס אָנגעצונדענע לעמפּל, שטעלט עס אַװעק אױפֿן טיש. זיפֿצט.) הלװאַי כאָטש אין דעם זכות פֿון שבת־צו־נאַכט, צוליב אַ פֿולער װאָך, טאָמער װעט פֿאָרט דער אײבערשטער רחמנות האָבן, טאָן אַ נס… ער, אַז ער װיל, קאָן ער!… (עס עפֿנט זיך די טיר און עס קומט אַרײַן פֿון דרױסן צײטל, אײַנגעהילט אין אַ שאַל, אַ פֿאַרשמאַכטע.)

צײטל: אַ גוטע װאָך, מאַמע! (טוט אױס די שאַל.)

גאָלדע: אַ גוטע װאָך, אַ גוט יאָר אונדז אַלעמען! (פֿאַלט אױפֿן בענקל, ברעכט אױס אין אַ געװײן.)

צײטל: נו, גענוג, מאַמע, גענוג. ס'איז פֿון גאָט, װי דער טאַטע זאָגט… װוּ איז דער טאַטע? נישטאָ נאָך? (גאָלדע הײבט אױף דעם קאָפּ, װישט אױס די אױגן.)

גאָלדע: נישט געװען פֿון דעמאָלט אָן… לױפֿט אַרום, װי אַ פֿאַרסמטע מױז, פֿון אינדערפֿרי אָן, קלאַפּט אין אַלע טירן ― אַ נעכטיקער טאָג! קאַלטע פּריפּאַרקעס!…

צײטל: זאָג עס נישט, מאַמע. אױפֿן טאַטן איז דאָ אַ האָפֿענונג. דער טאַטע קאָן רעדן…

גאָלדע: װאָס העלפֿט דאָס קאָנען רעדן פּױליש, אַז מע לאָזט אין הױף נישט אַרײַן?… מע דאַרף נישט מער, קינדעניו, װיפֿל איך האָב פֿאַר זײ אױסגעװײנט… רעדן קאָן איך נישט, װי דער טאַטע דײַנער, אָבער װײנען? װײנען קאָן איך בעסער פֿון אים! נאָר װאָס, מישטײנס געזאָגט? אַ גױ פֿאַרשטײט דען ייִדישע טרערן? אַ גױ פֿילט דען אַ ייִדיש האַרץ? (װײנט נאָך אַ װײַלע, װישט די טרערן.) דער בראָך איז אַזױ גרױס, צײטל, אַז איך האָב גאָר פֿאַרגעסן אַ פֿרעג טאָן, װאָס מאַכט דײַן מאָטל, און די קינדער דײַנע װאָס טוען?

צײטל: מײַן מאָטל ― װאָס זאָל ער מאַכן? ער איז קראַנק. הוסט!… די קינדער, האָב איך אָנגעזאָגט מאָטלען, ער זאָל זײ לײגן שלאָפֿן, און אַלײן האָב איך מיך געלאָזט אַהער צו פֿוס, װײַל ס'איז נאָך געװען שבת…

גאָלדע: אָבער צו פֿוס?

צײטל: און אַז דער טאַטע איז געװען הײַנט צװײ מאָל בײַ אונדז אין שטעטל, און בײדע מאָל צו פֿוס, זוכן חװהן?

גאָלדע: צװײ מאָל געװען בײַ דיר?

צײטל: הערסט! פֿון װאַנען זשע דען װאָלט איך געװוּסט פֿונעם אומגליק?

גאָלדע: דער קאָפּ איז מיר אַזױ דערשלאָגן, אַז איך װײס גאָרנישט װאָס איך רעד!… מילא איך, װי אַזױ איך װעל עס איבערלעבן ― װײסט נאָר גאָט… װי אַזױ אָבער ער, דער טאַטע דײַנער, װעט דאָס אַריבערטראָגן ― איז הלװאַי איך זאָל ליגן זאָגן!… אַז ער לאָזט גאָרנישט װײנען! און אַלײן איז ער שװאַרץ, װי די ערד… אַז ער האָט זי אַזױ ליב געהאַט! (שלאָגט זיך מיט בײדע הענט אין קאָפּ.) חװה! חװה! חװה! װאָס האָסטו געטאָן מיט אונדז?!…

צײטל: (נעמט אַרום די מוטער, בײדע װײנען.) אָבער, מאַמע!… (עס עפֿנט זיך די דרױסן־טיר און עס קומט אַרײַן טבֿיה. ס'איז צו זען אַז דער מענטש איז צערודערט. די האָר צעבורשעט. נאָר נישט געװײנט, געלאַסן, רויִק, פֿאַרטיפֿט אין זיך אַלײן. גאָלדע און צײטל הערן אױף צו װײנען, װאַרטן װאָס װעט זײַן.)

טבֿיה: (דרײט זיך פֿריִער אַרום אַ װײַלע אױף אײן אָרט, װי צעמישט, גלײַך װי ער װאָלט עפּעס געזוכט אַרום זיך, בלײַבט שטײן, רעדט צו זיך אַלײן.) נו, טבֿיה? שײן אױסגעפֿײַנט זיך!… פֿײַן ― פֿײַן!… צער־גידול־בנים ― אָט דאָס הײסט נחת פֿון קינדער!… (נאָך אַ קורצער פּױזע, טוט זיך אַ פֿליק בײַ דער באָרד.) אַלטער נאַר!… (שרײַט הױך.) דו ביסט עס װערט!.. דער הונט איז װערט דעם שטעקן!… װוּ זײַנען געװען דײַנע אױגן?… (אַ פּאַטש אין שטערן.) דײַן שׂכל װוּ איז געװען?… (פּױזע. רעדט שטילער.) דער גאַנצער װעלט געגעבן עצות, און אַלײן װעסטו שטאַרבן אַ נאַר… (פּױזע. גײט אַרום, פֿאַרלײגט די הענט אַהינטער, טראַכט עפּעס. דערנאָך בלײַבט ער שטײן, האַלט צוגעמאַכט די אױגן. כאַפּט זיך אױף. נאָך אַ טיפֿן זיפֿץ.) נאָר אײנס צום אַנדערן געהער זיך נישט אָן. װאָס צו גאָט ― איז צו גאָט… קײן צו־להכעיסן אים טוט מען נישט און קײן ברוגזלעך מיט אים פֿירט מען נישט. ס'איז מוצאי־שבת־קודש אױף דער װעלט ― דאַרף מען אים מאַכן הבֿדלה… (עפֿנט אױף די שאַפֿע, נעמט אַרױס דאָס קאַראַפֿינטשיקל מיט בראָנפֿן מיטן קידוש־גלעזל, דערנאָך ― די ברײטע געפֿלאָכטענע הבֿדלה, טראָגט עס צו צום טיש, גיסט אָן דאָס קידוש־גלעזל, רעדט דערװײַל.) מילא, שלש־סעודות פֿאַרשפּעטיקט ― װעט ער מוחל זײַן… און מנחה־מעריבֿ האָב איך געדאַװנט ― אַזאַ יאָר אױפֿן גלחס קאָפּ!… (צום װײַב.) געדענקסטו כאָטש, גאָלדע, װי װײך ער פֿלעגט צו מיר זײַן, ימח־שמו־וזכרו? כאָטש צו אַ מכּה אים צו צולײגן!… און תּמיד מיט אַזעלכע זיסע רײדעלעך, אַלץ פֿאַרגנבֿענען זיך הינטן־אַרום: „נאַש באָך, װאַש באָך“… קום איך איצט און צו אים (בײגט זיך צו.)אַ פֿאַל צו די פֿיס, אַז ער כאַפּט מיך נישט פֿאַר אַ האַנט, הײבט מיך אױף: „אי־פֿע, זאָגט ער צו מיר, טעװל! װי קומט דאָס צו דיר, אַז דו זאָלסט זיך, זאָגט ער, אַראָפּלאָזן אַזױ נידעריק, אַ מענטש, זאָגט ער, פֿאַר אַ מענטשן?“… „באַטיושקאַ! ― זאָג איך צו אים ― עס װאַלגערט זיך, זאָג איך, פֿאַר דײַנע פֿיס נישט קײן מענטש, זאָג איך, נאָר אַ טאַטע, אַן אומגליקלעכער פֿאָטער, זאָג איך, װאָס שלעכטע מענטשן, זאָג איך, זײַנען אים באַפֿאַלן אין מיטן העלן טאָג, זאָג איך, און װילן צונעמען, זאָג איך, בײַ אים אַ קינד!… (גאָלדע און צײטל באַהאַלטן די פּנימער, װײנען.) דו ביסט, זאָג איך, קלאָר, באַטיושקאַ, אין אונדזערע הײליקע ספֿרים, באַדאַרפֿסטו געדענקען, זאָג איך, דאָס משל, װאָס דער נבֿיא האָט דערצײלט דװיד המלכן, זאָג איך, מיטן שעפֿעלע, װאָס בײַם אָרעמאַן ― איז געקומען דער נגיד און האָט אַװעקגעלײגט דעם אָרעמאַנס שעפֿעלע“… װאָס טױג אײַך ― איך האָב אים גוט אַרײַנגערעדט! װי טבֿיה קאָן!… (פּױזע.) דאַרף מען, הײסט עס, מאַכן, זאָגט איר, הבֿדלה?… (רופֿט צו די טאָכטער, גיט איר, זי זאָל האַלטן די געפֿלאָכטענע הבֿדלה. גאָלדע גײט אױך צו נענטער, זי זאָל הערן, װי ער מאַכט הבֿדלה. ער פֿאַרשטעלט זיך מיט דער לינקער האַנט די אױגן, אין דער רעכטער האַלט ער דעם כּוס, הײבט אָן די װערטער „הנה אל ישועתי“ דװקא גאַנץ הױך, און מיט אַ ניגון, נאָר באַלד װערט אים דאָס קול איבערגעהאַקט, מער קײן װערטער הערט מען נישט, נאָר מע זעט, אַז ער װײנט, כאָטש דאָס פּנים זעט מען נישט, װאָרעם ס'איז פֿאַרשטעלט. אױף אים קוקנדיק, װײנען שטיל אױך גאָלדע און צײטל, באַהאַלטן די פּנימער אין די פֿאַרטעכער. מע הערט נאָר, װי ער לאָזט אױס די װערטער מיט אַ ניגון: „המבֿדיל בין קודש לחול!“… אָפּגעמאַכט די הבֿדלה און אָפּגעזופּט פֿונעם קעלישיקל, גיסט ער אױס עטלעכע טראָפּן אױפֿן עק טיש, װאָס איז אָפּגעקאַטשעט פֿונעם טישטעך, צינדט אָן דעם אָנגעגאָסענעם בראָנפֿן מיט דער געפֿלאָכטענער הבֿדלה, טונקט אײַן אין פֿײַער בײדע קלײנע פֿינגער, טוט מיט זײ אַ װיש די אױגן, זאָגט עפּעס בעת־מעשׂה שטילערהײט, דערנאָך שטופּט ער אָן דערמיט אַלע קעשענעס אױף אַ פֿולער װאָך.) אַ גוטע װאָך! אַ גוטע װאָך!

גאָלדע און צײטל: אַ גוטע װאָך, אַ גוט יאָר!…

טבֿיה: האָבן מיר זיך מיטן רבונו־של־עולם, הײסט עס, צערעכנט: ער מיר מײַנס, איך אים זײַנס ― קװיט! אַצינד קאָנען מיר זיך אומקערן צו אונדזערע אײגענע געשעפֿטן, װי אין פּסוק שטײט: איש לפֿעלו… (פּױזע.) נו, גאָלדע־ברודער? װאָס זאָגסטו? האַ?…

גאָלדע: װאָס זאָל איך זאָגן? (ברעכט די הענט.)

טבֿיה: (קוקט אױפֿן װײַב, װי דורך ברילן.) אָט אַזױ!… נישטאָ שױן בײַ אונדז מער קײן חװה!… אַן עק ― אױס חװה!… שױן נאָך אַלע היומס… כּל־זמן עס האָט זיך נאָך געשלאָגן אַן אָדער, כּל־זמן זי איז נישט אַריבערגעטראָטן אױף יענער זײַט, האָב איך נאָך געהאַט אַ האָפֿענונג אױף גאָט און אױף זיך… איצט, אַז זי איז שױן אַריבער אַהין ― איך װײס עס שױן אַקוראַט, טבֿיה װעט נישט זאָגן דאָס, װאָס ער װײסט נישט, ― איז פֿאַרפֿאַלן, נישטאָ מער קײן חװה! געשטאָרבן חװה!… השם נתן, השם לקח ― אַזױ מוזן מיר זאָגן, און ברוך דײן אמת! (גאָלדע און צײטל װײנען.) איצט קאָנט איר װײנען… יאָ! איצט האָט איר ביד צו װײנען. נאָר נישט טבֿיה… (דאָס קול איז אים געבראָכן, עס הערן זיך טרערן.) בלאָטע! טבֿיה װײנט נישט! טבֿיה איז נישט קײן ייִדענע!… און על־פּי דין באַדאַרפֿן מיר זיך זעצן שיבֿעה… אױף אײן שעה נאָר… נישט מער װי אײן שעה… אַן אַנדערער אױף מײַן אָרט װאָלט געגאַנגען אָנפֿרעגן זיך בײַ אַ רבֿ. איך דאַרף נישט פֿרעגן בײַ קײנעם ― טבֿיה איז נישט קלײן צו װיסן אַ דין אַלײן. װאָרעם ער װײס, אַז בײַ אָט אַזאַ־נ־אומגליק באַדאַרף מען זיך אַװעקזעצן אױף דער ערד נאָר אױף אַ שעה, נישט מער װי אױף אײן שעה, און עד כּאן אומרים בשבת הגדול! אָפּגעזעסן די שעה, אױסגעװײנט זיך ― גענוג! פֿאַרגעסן! װי אין פּסוק שטײט: ו־יש־כּ־ח־הו! אָט אַזױ װי מע פֿאַרגעסט אַ טױטן! נײן! װאָס זאָג איך? ערגער װי אַ טױטן! אַ טױטן דערמאָנט מען אַמאָל… נאָך אַ טױטן זאָגט מען קדיש, מע האָט יאָרצײַט… דאָ ― איז נישט שײך קײן קדיש, נישט קײן יאָרצײַט. גאָרנישט! חװה לא יזָכֵר ולא יפָּקֵד! (גאַנץ הױך.) אַזעלכע קינדער זײַנען נישט װערט קײן טרער! אַזעלכע קינדער טאָרן נישט דערמאָנט װערן, נישט צו גוטן, נישט צו בײזן ― לא יזכר ולא יפּקד! איר הערט, װאָס איך זאָג אײַך? (נאָך העכער.) דער נאָמען חװה זאָל מיר נישט דערמאָנט װערן מער!… געשטאָרבן חװה! ערגער װי געשטאָרבן! חװה איז גאָר קײנמאָל אױף דער װעלט נישט געװען!… (זעצט זיך אַװעק אױף דער ערד, ציט אַראָפּ אײן שטיװל. אױף אים קוקנדיק, זעצן זיך אַװעק אױך דאָס װײַב און די טאָכטער, װאָס ברעכן אױס אין אַ געװײן. טבֿיה, זיצנדיק אין אײן שטיװל, טוט זיך מיט אַ מאָל אַ כאַפּ־אָן מיט בײדע הענט בײַם קאָפּ, קוקט אַרױף און רופֿט אױס גאַנץ הױך, װי ער בײזערט זיך.) גאָט! גאָט! גאָט! װוּ ביסטו, גאָט?!…

האַסטיק פֿאַלט דער פֿאָרהאַנג.
ענדע פֿון דריטן אַקט
פֿערטער אַקט

(די זעלבע דעקאָראַציע, װאָס אין דריטן אַקט, צװײטן בילד. ― אַ פֿרימאָרגן. שלמהלע און שײנדעלע, װאָס זײַנען נאָר װאָס אױפֿגעשטאַנען, שפּילן זיך אין אײנע העמדלעך מיט דער קאַץ.)

שלמהלע: לאָז אָפּ די קאַץ, שײנדעלע!

שײנדעלע: װאָס עפּעס, שלמהלע?

שלמהלע: לאָז אָפּ, זאָג איך!

שײנדעלע: פֿאַר װאָס?

שלמהלע: אַזױ…. איך האָב מיך דערמאָנט, דער זײדע זאָגט, אַז אַ קאַץ טאָר מען נישט מוטשען ― ס'אַ צער־בעלי־חײם.

שײנדעלע: װאָס הײסט עס „שערבעלע חיה“?

שלמהלע: נישט שערבעלע חיה, נאָר צער־בעלי־חײם.

שײנדעלע: װאָס זשע הײסט עס?

שלמהלע: ס'הײסט, זאָלסט דאָס אָפּלאָזן, אַנישט װעט דיך גאָט שטראָפֿן און דו װעסט שטאַרבן!

שײנדעלע: (לאָזט אָפּ די קאַץ.) אַזױ װי דער טאַטע איז געשטאָרבן?

שלמהלע: אַזױ װי דער טאַטע איז געשטאָרבן און אַזױ װי די באָבע איז געשטאָרבן.

שײנדעלע: נו, און די מומע חװה פֿאַר װאָס רעכנסטו נישט?

שלמהלע: די מומע חװה איז נישט געשטאָרבן. די מומע חװה איז ערגער װי געשטאָרבן…

שײנדעלע: װאָס הײסט עס ערגער װי געשטאָרבן?

שלמהלע: נישט דײַן עסק ― שװײַג!

שײנדעלע: (בלאָזט זיך אָן.) פֿאַר װאָס זאָל איך שװײַגן?

שלמהלע: אַזױ. דער זײדע האָט געהײסן שװײַגן.

שײנדעלע: פֿאַר װאָס האָט ער געהײסן שװײַגן?

שלמהלע: אַזױ האָט ער געװאָלט.

שײנדעלע: פֿאַר װאָס האָט ער געװאָלט?

שלמהלע: ע! ביסטו דאָך אַ קלעשטש! טאָ נאַ זשע דיר! (דערלאַנגט איר אַ זעץ, זי אים צוריק. עס קומט אָן צײטל.)

צײטל: שױן? אַ מלחמה צװישן אײַך? אַ, נישט געדאַכט זאָלט איר װערן ― אױפֿן ניכטערן האַרצן? גײט אָנטאָן זיך, װעל איך אױסרױמען דעם הקדש און דערנאָך אײַך געבן אָנבײַסן! (שלמהלע און שײנדעלע גײען אָפּ אין זײַטיקן חדר. צײטל בלײַבט און נעמט זיך רױמען די שטוב.) װער װאָלט זיך דאָס געקאָנט ריכטן, אַז אין אַזאַ קורצער צײַט זאָל װערן אַזאַ מין איבערקערעניש אין אַ שטוב! אַזאַ תּל פֿון אַ גאַנצער משפּחה!… אַ צאָרן פֿון גאָט! איובֿס צרות, װי דער טאַטע זאָגט… דעם ערשטן פּעטשאַטעק האָב געמאַכט איך: צו אײן־און־דרײַסיק יאָר געבליבן אַן אַלמנה מיט צװײ קינדער פּיסקליאַטעס־יתומים אױפֿן טאַטנס קאָפּ… און די מאַמע האָט גענומען און איז אַװעקגעשטאָרבן, נישט געקאָנט צוזען דעם צער פֿונעם טאַטן, װאָס חװה האָט אים אַװעקגעקױלעט אָן אַ מעסער… (פּױזע.) אױ, חװה! חװה! האָסט גענומען און האָסט זיך אַלײן באַגראָבן אַ לעבעדיקע און האָסט אונדז אַלעמען דעם קאָפּ אַראָפּגענומען, חרובֿ געמאַכט אַ גאַנצע סעמײסטװעсемействе: משפּחה… (נעמט זיך פֿאַרקערן דאָס לעצטע ביסל מיסט. ― פֿון דער דרױסן־טיר קומט אָן טבֿיה מיט אונטערגעשטעקטע פּאָלעס, װי אַלע מאָל, בעת ער האַלט אין דער אַרבעט. אין אױסזען האָט ער זיך שטאַרק פֿאַרענדערט: גרױ װי אַ טױב, די פֿריִער־אונטערגעהאַקטע פּאות זײַנען אַ ביסעלע לענגער געװאָרן, נאָר די אױגן שמײכלען, װי פֿריִער.)

טבֿיה: אָנגעפּױעט דאָס פֿערדל מיט די בהמהלעך, קאָן מען שױן אַ טראַכט טאָן װעגן זיך אױך, װי מיר זאָגן אין דאַװנען: כּל־זמן שהנשמה בקרבי. אַ געדאַװנטער בין איך שױן, אַ געגעסענער אױך, איצט דאַרף מען געבן אַ פֿאָר־אַרױס קײן בױבעריק מיטן ביסל סחורה, קעז און פּוטער און שאָר־ירקות. נעם, צײטל, קלײַב צונױף דאָרט אין קעלער װאָס גאָט האָט געגעבן, דאָס גאַנצע ביסל גוטס. איכ'ל דערװײַל אַרײַנכאַפּן אַ קאַפּיטל תּהילים, װעט דאָס זײַן װי געפֿונען… (צײטל גײט אָפּ דורך דער דרױסן־טיר. טבֿיה זעצט זיך אַװעק צום טיש מיט אַ תּהילים, װעלכן ער האָט אַרױסגעצױגן פֿונעם טיש־קעסטל, צעשאָקלט זיך און זינגט שטיל אונטער דער נאָז, נאָר ער לאָזט אױס מיט אַ ניגון און הױך.) „אַשרי כּל חוסי בֿו!“ (עס קומט אָן צײטל מיט אַ צעשראָקן פּנים.)

צײטל: טאַטע! דער סטאַרשינאַ מיטן סטאַראָסטאַ מיט עפּעס נאָך גױים גײען אַהערצוצו…

טבֿיה: ערשטנס, פֿון װאַנען װײסטו, אַז אַהער? און דאָס אַנדערע ― װאָס האָסטו זיך אַזױ דערשראָקן? מיט גנבֿהשע פֿערד האַנדל איך נישט? דעם קײסער זאַטשעפּע איך נישט?… װאָס קאָנען מיר טאָן די גױים, אַז מיר האָבן אַזאַ גרױסן גאָט? װי אין תּהילים שטײט געשריבן: מה יעשׂה לי אָדם?… (עס עפֿנט זיך די טיר און עס קומען אַרײַן גױים. צװישן זײ דער סטאַרשינאַ מיטן סטאַראָסטאַ מיטן סאָטסקי ― אַלע דרײַ מיט בלעכלעך. די גױים טוען אױס די היטלען. טבֿיה בלײַבט אין היטל, נאָר ער מאַכט צו דעם תּהילים, שטײט אױף און איז מקבל־פּנים די געסט מיט אַ פֿרײַנטלעך שמײכל. דער סאָטסקי מיטן לאַנגן שטעקן בלײַבט שטײן בײַ דער טיר.)

סטאַרשינאַ: געזונט זאָל זײַן טעװל!

סטאַראָסטאַ: (און נאָך אים אַלע גױים, אױסער דעם סאָטסקי.) אַ געזונט, טעװל!

טבֿיה: אַ געזונט אױף אײַך אַלעמען, אױף דער גאַנצער הראָמאַדע. װאָס װעט איר זאָגן גוטס? און װאָס הערט זיך עפּעס נײַס אױף גאָטס װעלט? (אַלע גױים קוקן אױפֿן סטאַרשינאַ.)

סטאַרשינאַ: נײַס? װאָס אױף דער װעלט טוט זיך װײסטו בעסער פֿון אונדז. דו ביסט אַ גראַמאָטנער און פֿאָרסט אַרום טאָ הין, טאָ הער. און דערצו ביסטו אַ ייִד, און ייִדן װײסן אַלץ! (צום סטאַראָסטאַ.) האָב איך רעכט, סטאַראָסטאַ?

סטאַראָסטאַ: זײער גערעכט, האָספּאָדין סטאַרשינאַ, ייִדן װײסן אַלץ!

טבֿיה: סע קאָן זײַן, אַז מיר װײסן אַ סך, נאָר נישט אַלץ. אַלץ װײסט נאָר אָט אַ יענער אָ! (װײַזט אַרױף.) װאָס זשע פֿאָרט װעט איר זאָגן גוטס? (אַלע גױים קוקן צום סטאַרשינאַ.)

סטאַרשינאַ: גוטס האָבן מיר דיר צו זאָגן, טעװל, װינציק… מיר זײַנען געקומען דיר זאָגן, אַז מע שיקט דיך אַרױס פֿון דאַנען… נישט מיר ― דאָס האָט די גאַנצע הראָמאַדע אַזױ געװאָלט… װאָס זאָגסטו, סטאַראָסטאַ?

סטאַראָסטאַ: זײער גערעכט, האָספּאָדין סטאַרשינאַ! די הראָמאַדע האָט אַזױ געװאָלט…

טבֿיה: פֿאַר װאָס, אַ שטײגער? מיט װאָס האָב איך זוכה געװען אַזאַ כּבֿוד בײַ אײַער הראָמאַדע? דאַכט זיך, איך האָב אין די העכער פֿופֿציק יאָר, װאָס איך זיץ מיט אײַך, קײנעם נישט באַגנבֿעט, אָדער באַגזלט, אָדער אָפּגענאַרט, אָדער אַזױ באַלײדיקט…

סטאָרשינאַ: װער זאָגט דאָס דען? קײנער זאָגט דאָס נישט! נאָר הראָמאַדע האָט זיך אַרומגעזען, אַז פֿון אַלע דערפֿער שיקט מען אַרױס די ייִדן… װאָס זאָגסטו, סטאַראָסטאַ?

סטאַראָסטאַ: זײער גערעכט, האָספּאָדין סטאַרשינאַ, פֿון אַלע דערפֿער שיקט מען אַרױס די ייִדן…

טבֿיה: מער נישט? און אַז אין אַלע דערפֿער װעלן זיך די גױים אָפּשנײַדן די נעזער, װעט איר אײַערע נעזער אױך געבן שנײַדן? (אַלע גױים קוקן צום סטאַרשינאַ.)

סטאַרשינאַ: ביסט אַ טשודאַק, טעװל! ס'זאָל זײַן געװענדט אָן מיר, װאָלסטו דאָ געמעגט זיצן און זיצן ביזן טױט אַפֿילו… װאָס זאָגסטו, סטאַראָסטאַ?

סטאַראָסטאַ: זײער גערעכט, האָספּאָדין סטאַרשינאַ! ער װאָלט דאָ געמעגט אַפֿילו שטאַרבן!

טבֿיה: מוחל! שטאַרבן שטאַרב שױן בעסער דו, אָדער דער סטאַרשינאַ! איר זײַט גױים מיט טשינעס, מיט בלעכלעך, אײַך װעט מען באַגראָבן מיט פּאַראַד… און מיך װעט מען דאַרפֿן פֿירן אין שטאָט אַרײַן, װאָרעם דאָ איז דאָך נישטאָ קײן ייִדישער בית־עולם… נײן, איך מוז נאָך לעבן, אַזױ לאַנג די ערד האַלט מיך, װאָרעם גאָט האָט מיך געבענטשט מיט קלײנע קינדער יתומים אױף דער עלטער… און װוּהין װעל איך זיך מיט זײ אַהינטאָן? סײַדן נעמען אַ טאָרבע און גײן איבער די הײַזער? פֿאַר װאָס קומט עס מיר?… (נאָך די פּנימער פֿון די גױים איז צו באַמערקן, אַז זײ זײַנען גערירט פֿון זײַנע װערטער.) און נאָך אַ זאַך דאַרפֿט איר געדענקען ― אַז ס'איז פֿאַראַן אַ גאָט אױף דער װעלט… איך זאָג נישט אונדזער גאָט, אײַער גאָט ― איך רעד פֿון יענעם, פֿון אונדזער אַלעמענס גאָט, װאָס זיצט אָט דאָרט אױבן און קוקט אַראָפּ אַהער אונטן און זעט אַלע פּאָדלאָסטן, װאָס װערן אָפּגעטאָן בײַ אונדז, און פֿאַרשרײַבט דאָס אַלצדינג צו זיך אין בוך אַרײַן, װי אין די הײליקע ספֿרים שטײט געשריבן… (די גױים קוקן זיך איבער, שאָקלען צו מיט די קעפּ.)

סטאַרשינאַ: (זיפֿצט.) ביסט אַװדאי זײער גערעכט, טעװל, ביסט גערעכט, װי גאָט אַלײן. נאָר װאָס קאָנען מיר טאָן? קעגן דעם װילן פֿון דער הראָמאַדע קאָן מען נישט גײן, װען דו זאָלסט אַפֿילו אַװעקשטעלן דרײַ עמער בראָנפֿן! װאָס זאָגסטו, סטאַראָסטאַ?

סטאַראָסטאַ: זײער גערעכט, האָספּאָדין סטאַרשינאַ, אַפֿילו דרײַ עמער בראָנפֿן!…

טבֿיה: (טראַכט אַ װײַלע.) װײסט איר זשע, װאָס איך װעל אײַך זאָגן? שאַ! אָט װעלן מיר באַלד װיסן, װאָס מיר זאָלן טאָן. איר זאָגט, אַז דאָס איז דער װילן פֿון דער הראָמאַדע? דער װילן פֿון דער הראָמאַדע איז אַװדאי הײליק. בײַ אונדז איז אױך אַזױ: אַז קהל װיל, איז פֿאַרפֿאַלן. די מעשׂה איז אָבער די, װאָס דער װילן פֿון גאָט איז נאָך הײליקער. װאָס קומט אַרױס, װאָס קהל װיל, אַז גאָט װיל נישט? סײַדן, גאָט אַלײן הײסט, אַז איר זאָלט נעמען אַ מענטשן אומזיסט־אומנישט און צעברעכן אים אױף שטיקלעך… אױב אַזױ, װעלן מיר פּרוּװן. מיר'ן עס באַלד װיסן… (אַלע גױים קוקן אױפֿן סטאַרשינאַ.)

סטאַרשינאַ: װי אַזױ װעלן מיר דאָס װיסן?

טבֿיה: װי אַזױ מיר'ן דאָס װיסן? מיר'ן װאַרפֿן גורל. (לײגט אַװעק די האַנט אױפֿן תּהילים.) אָט דעם ספֿר זעט איר? ס'איז אונדזער תּהילים. „פּסאַלטיר“ הײסט דאָס בײַ אײַך… אַ הײליקער ספֿר… װעל איך אײַך זאָגן אַ װאָרט, אײן װאָרט נאָר, אַרױסגענומען פֿונעם דאָזיקן הײליקן בוך. איז אױב עמעצער פֿון אײַך װעט מיר קאָנען נאָכזאָגן דאָס דאָזיקע װאָרט, איז אַ סימן, אַז הראָמאַדע איז גערעכט, און אַז נישט ― איז אַ סימן, אַז גאָט הײסט נישט, איר זאָלט מיר שלעכטס טאָן… גײט עס? (אַלע גױים קוקן אױפֿן סטאַרשינאַ.)

סטאַרשינאַ: װאָס אַ ייִד קאָן צוטראַכטן, װעלן קײן צען גױים דערױף נישט פֿאַלן, זײ מעגן האָבן איטלעכער באַזונדער אַ קאָפּ, װי אַ פֿאַס די גרױס! װאָס זאָגסטו, סטאַראָסטאַ?

סטאַראָסטאַ: זײער גערעכט, האָספּאָדין סטאַרשינאַ, אַ קאָפּ, װי אַ פֿאַס די גרױס!…

סטאַרשינאַ: װאָס זשע איז דאָס פֿאַר אַ װאָרט בײַ דיר אַזעלכעס, טעװל? לאָמיר האָרכן.

טבֿיה: גיב זשע מיר אַ האַנט. (ציט אױס דעם סטאַרשינאַ די האַנט. יענער דערלאַנגט אים אַ האַנט, אָבער מיט אַזאַ כּוח, אַז טבֿיה פֿאַרקרימט זיך אַזש און טוט אַ זאָג אין אַ זײַט.) נו, אַ יד בײַ דעם ערל ― זי מעג אים אָפּדאַרן!… (צום סטאַרשינאַ.) געדענקט זשע און הערט זיך אײַן אַלע מיט קאָפּ ― איך זאָג אײַך דאָס װאָרט: וַחֲלַקְלַקֹּות!… (די גױים קוקן זיך איבער, רירן מיט די ליפּן.)

סטאַרשינאַ: נײן, טעװל, צו גיך! צו ראַשיק! עס קומט אױס בײַ דיר כאַל־כאַל־כאַל, עפּעס אַזױ װי אַ קאַלב װערגט זיך… װאָס זאָגסטו, סטאַראָסטאַ?

סטאַראָסטאַ: זײער גערעכט, האָספּאָדין סטאַרשינאַ, אַ קאַלב װערגט זיך…

טבֿיה: אױב אַזױ, װעל איך אײַך זאָגן אַן אַנדער װאָרט. (בלעטערט דעם תּהילים.) זאָגט מיר דאָס װאָרט: מִמַּעֲמַקִּים … (דער סטאַרשינאַ, דער סטאַראָסטאַ, אַלע גױים, אױסער דעם סאָטסקי, שטרענגען אָן אַלע כּוחות, רירן מיט די ליפּן. ― פֿון צװײטן זײַטיקן צימער שטעקט אַרױס דעם קאָפּ צײטל, רעדט צום פֿאָטער.)

צײטל: טאַטע! עס גײט אַהער דער אוראַדניק מיטן װאָלאָסטנאָי שרײַבער זאָזוליאַ! (אָפּ צוריק, לאָזט די טיר אַ ביסל אָפֿן און קוקט אַרײַן מיט אײן אױג.)

טבֿיה: ברוך הבא, נײַע געסט! ויבֿוא המן ― מאַכט רש″י: דער רוח האָט זײ געבראַכט… (ער טוט אױס דאָס היטל. עס קומט אַרײַן ברײט, װי אַ גובערנאַטאָר, דער אוראַדניק אין זײַן גאַנצער אוניפֿאָרם, נאָך אים ― דער יונגער שרײַבער פֿון װאָלאָסט, זאָזוליאַ, מיט אַ גרױסן פּאָרטפֿעל.)

אוראַדניק: (פֿאַרנײגט זיך קױם־קױם פֿאַרן סטאַרשינאַ מיטן סטאַראָסטאַ. דער סאָטסקי ציט זיך אױס, װי אַ סטרונע, און װערט פֿאַרשטאָרבן, אַלע גױים בלײַבן פֿאַרגאַפֿט.) ע־ע־ע… װוּ איז דאָ דער… דער… דער ייִד טעװל?

טבֿיה: (טרעט אַרױס גאַנץ דרײסט.) דאָס בין איך אָט יענער ייִד, װאָס הײסט טבֿיה… מיר דאַכט, אַז מיר זעען זיך נישט צום ערשטן מאָל… ערשט הײַנטיקן נאָװיגאָדНовый Год: נײַ־יאָר האָב איך…

אוראַדניק: (די װאָנצעס אַרױף, רעדט שטרענג.) איכ'ל בעטן, מיט זײַטיקע רײד מיר נישט פֿאַרפֿאָרן אין דער צײַט, װען איך בין באַשעפֿטיקט מיט די אָנגעלעגנהײטן פֿון מײַן דינסט! (צו זאָזוליאַן.) אַנו, זאָזוליאַ, זײַ זיך מטריח, נעם אַרױס דעם פּריגאָװאָרприговор: פּסק־דין און לײען!

זאָזוליאַ: (נעמט אַרױס אַ פּאַפּיר פֿון פּאָרטפֿעל, אַ גרױסן בױגן, באַשריבן פֿון אַלע פֿיר זײַטן, שנײַצט אױס די נאָז, הוסט זיך אױס און הײבט אָן צו לײענען אױף אַ קול.) „פּאָ אוקאַזו יעהאָ אימפּעראַטאָרסקאָהאָ װעליטשעסטװאַ, מי ניזשעפּאָדפּיסאַװשיעסיאַПо указу его императорского величество мы нижеподписавшиеся: לױטן באַפֿעל פֿונעם אימפּעריאַלער מאַיעסטעט, מיר, די אונטערגעחתמעטע…“

טבֿיה: (לײגט אַװעק די האַנט אױפֿן שרײַבער זאָזוליאַס מױל.) שאַ! איך װײס שױן װאָס װײַטער שטײט. (צום אוראַדניק.) דאָס איז דער פּריגאָװאָר פֿון דער הראָמאַדע, װאָס מע שיקט מיך אַרױס פֿון דאָרף? צו װאָס די אומזיסטע טירחה מיט לײענען פּאַפּירן? דאָס קאָן מען דאָך זאָגן אין דרײַ װערטער: „זײַט זשע מוחל, רב טבֿיה, מע בעט אײַך מחילה“ ― קורץ און שאַרף!

אוראַדניק: (אױסער זיך פֿאַר כּעס.) איך פֿאַרשטײ נישט ― דו לערנסט מיך װאָס צו טאָן? מײַן אַרבעט ― איך דאַרף דיר דורכלײענען דעם פּריגאָװאָר, און דו דאַרפֿסט זיך אונטערשרײַבן, אַז דו האָסט אים אױסגעהערט! פֿאַרשטאַנען?

טבֿיה: װאָס איז דאָ צו פֿאַרשטײן? די גרױסע תּורה? צי די חכמה, װאָס שטעקט דערבײַ? פּכע! און פֿון אונטערשרײַבן איז אױך קײן מניעה נישט, אַבי ס'זאָל נאָר זײַן מיט װאָס מחמת די כּלים אױף צו שרײַבן ― דאָס איז אין מײַן גבֿול נישטאָ…

אוראַדניק: (צום שרײַבער.) זאָזוליאַ! נעם אַרױס דײַן שרײַבגעצײַג, װעט ער זיך אונטערשרײַבן! (זאָזוליאַ שלעפּט אַרױס פֿון קעשענע אַ פֿלעשל מיט טינט, אײַנגעװיקלט אין אַ פּאַפּיר, ציט אַרױס פֿון פּאָרטפֿעל אַ לאַנגע פּען, טונקט אײַן פֿאָרזיכטיק און טראָגט אונטער טבֿיהן, װי מע דערלאַנגט אײנעם אַ טײַערע מתּנה, צעלײגט דאָס פּאַפּיר, װײַזט אים מיט דער האַנט, װוּ צו חתמענען.) נאָר פּאַװאָליע, זאָלסט נישט מאַכן קײן קליאַקסклякс: קלעק!

טבֿיה: (נעמט די פּען.) גוט װאָס דו האָסט מיר געזאָגט, װאָרעם מיט דער בײַטש אָרודעװעорудеть: באַגײ זיך מיט איך בעסער, װי מיט דער פּען… (צום אוראַדניק.) שרײַבן שרײַב איך מיך אונטער אױף ייִדיש, אי דאָס ― קױם־קױם…

אוראַדניק: שרײַב װי דו קאָנסט, נאָר דו דאַרפֿסט װיסן, װאָס דו שרײַבסט. דו שרײַבסט זיך אונטער, אַז דו האָסט אױסגעהערט דעם פּריגאָװאָר און אַז אין פֿיר און צװאַנציק שעה פֿאַרלאָזסטו דאָס דאָרף… פֿאַרשטאַנען?

טבֿיה: װאָס איז דאָ צו פֿאַרשטײן? מע גיט מיר פֿיר און צװאַנציק שעה אױף אַרומצוקוקן זיך, כאַפּן דעם אָטעם, פֿאַרקױפֿן די כודאָבע, אײַנפּאַקן די בעבעכעס ― און מאַרש, װוּ די אױגן װעלן טראָגן? אַװדאי איז דאָס „גם זו לטובֿה“, װי אין אונדזערע ספֿרים שטײט געשריבן, װאָרעם װאָס װאָלט איך געטאָן, װען מע זאָל מיר הײסן, איך זאָל די רגע נעמען די פֿיס אױף די פּלײצעס און אָפּטראָגן זיך פֿון דער דאָזיקער הײליקער ערד, װוּ מײַנע זינדיקע פֿיס טאָרן נישט…

אוראַדניק: (האַקט אים איבער שטרענג.) גענוג! איך האָב קײן צײַט נישט אױסצוהערן דײַנע פּלאַפּלערײַען!… אונטערגעשריבן זאָל מיר װערן ― און אַן עק!

טבֿיה: היט זיך ― איך שרײַב! (פֿאַרקאַטשעט די אַרבל, שטעלט אַװעק דעם נאָמען „טבֿיה“ מיט אַזעלכע אותיות, װאָס מע קאָן זײ זען פֿון דער װײַטן אָן אַ בריל. גיט איבער די פּען צום שרײַבער און אַלײן אָטעמט ער אָפּ.) ברוך שפּטרני!

זאָזוליאַ: (קוקט אַרײַן אין פּאַפּיר.) נו, אַ שרײַבעכץ בײַ זײ!… (צום סאָטסקי.) קריג מיר אַ ביסל זאַמד, ס'װעט זיך קײנמאָל נישט אױסטריקענען!… (דער סאָטסקי װאַרפֿט זיך אין אַלע װינקעלעך, קאָן נישט קריגן קײן ביסל זאַמד. זאָזוליאַ װערט אױפֿגעבראַכט, פֿאָכעט מיטן פּאַפּיר אין דער לופֿט, דערנאָך טראָגט ער עס צו צו דער װײַס־געשמירטער װאַנט, אױף װעלכער עס דרוקט זיך אָפּ טבֿיהס אונטערשריפֿט גאַנץ קלאָר. אין דער זעלבער צײַט האָט אים דער סאָטסקי געבראַכט צו טראָגן פֿון קיך אַ פֿולע זשמעניע מיט אַש פֿונעם אױװן. זאָזוליאַ טוט עס אים אַ שמיץ אין פּנים אַרײַן. ― דער עולם קלײַבט זיך אַװעקצוגײן. פֿריִער פֿון אַלע שטײט אױף דער אוראַדניק, נאָך אים גײט נאָך זאָזוליאַ מיטן פּאָרטפֿעל, דערנאָך דער סטאַרשינאַ מיטן סטאַראָסטאַ מיטן סאָטסקי, און נאָך זײ די איבעריקע גױים.)

טבֿיה: (צום סטאַרשינאַ.) נו? צו װאָס האָסטו געדרײט אַ מוח? פֿאַר װאָס האָסטו מיר באַלד נישט געזאָגט, אַז ס'איז שױן פֿאַרטיק בײַ אײַך אױף מיר אַ פּריגאָװאָר?

סטאַרשינאַ: (אַרױסגײנדיק.) װאָס קאָן מען טאָן מיט אַ הראָמאַדע? הראָמאַדע אַז זי שפּאַרט זיך אײַן, איז װי אַ נאַראָװיסטעнаровисте: װילד פֿערד!… װאָס זאָגסטו, סטאַראָסטאַ?

סטאַראָסטאַ: זײער גערעכט, האָספּאָדין סטאַרשינאַ, װי אַ פֿערד!…

טבֿיה: (שרײַט זײ נאָך.) הראָמאַדע שפּאַרט זיך אײַן? מע װײסט װער די הראָמאַדע אײַערע איז און װער עס האָט אײַך אױפֿגעבורעט!… מײנט נישט, אַז עס װעט אײַך אָפּלױפֿן גלאַט! מיר האָבן אַ גאָט! אַ גרױסן גאָט! און אַ שטאַרקן גאָט!… (דער גאַנצער עולם אָפּ. ― פֿון זײַטיקן חדר רײַסט זיך אַרײַן צײטל מיט אַ געװײן. אירע קינדער האַלטן זיך בײַם פֿאַרטעך.)

צײטל: (ברעכט די הענט.) װײ איז מיר! װינד איז מיר! װאָס װעלן מיר איצטער טאָן? איך האָב געהערט איטלעכס װאָרט!… װוּהין װעלן מיר גײן מיט אַזעלכע קלײנע קינדער?… (אױף איר קוקנדיק, װײנען אױך די קינדער.)

טבֿיה: (פֿאַלט אָן אױף דער טאָכטער.) זע נאָר, װי זי האָט זיך עס אַביסל צעיאַכמערט, װי צו ונתנה־תּוקף! און אױף איר קוקנדיק, די װערעם אױך… שוטה! װאָס װײנסטו װאָס? ס'אַ גאָטס זאַך!… און איך בין נישט קײן בן־יחיד בײַ גאָט! נישט דער ערשטער און נישט דער לעצטער… פֿון װאַנען טרײַבט מען אונדז נישט, און װען טרײַבט מען אונדז נישט? האָט מען נישט געזאָגט נאָך אונדזער עלטער־עלטער־זײדן אַבֿרהם אָבֿינו: לך־לך מאַרצך ― זײַט זשע מוחל, רב אַבֿרהמל, אל האָרץ אַשר אַראך ― אין פֿיר און צװאַנציק שעה, כאַ־כאַ־כאַ!… (צו די קינדער.) אַז איר װעט אונטערװאַקסן און לערנען חומש, װעט איר קומען צו דער סדרה לך־לך, װעט איר זיך דערמאָנען, אַז מע האָט אײַך אַרױסגעשיקט מיטן זײדן און מיט דער מאַמע דערפֿאַר, װאָס… דערפֿאַר, װאָס מיר זײַנען ייִדן. אַתּה בחרתנו מכּל העמים ― מע האָט אונדז ליב אומעטום… אַז איר'ט אױסװאַקסן און װערן גרױסע, װעט איר ערשט דעמאָלט פֿאַרשטײן דעם אמתן פּשט פֿון דער סדרה לך־לך… איר, גײט אײַך דערװײַל שפּילן (פֿירט זײ אַװעק אין צװײטן חדר.) און דו, צײטל, נעם זיך פּאַקן אין װעג אַרײַן. ביז איך װעל קומען, װעסטו זײַן גרײט. איך װעל אױספֿאַרקױפֿן דאָס ביסל כודאָבע, און מיר'ן נאָך הײַנט אױף דער נאַכט קאָנען אָפּרײניקן זײ דאָס הײליקע דאָרף… װוּהין? װוּהין גאָט װעט הײסן, אַבי נישט צװישן אַזעלכע חיות, װאָס מיר האָבן זײ געהאַלטן פֿאַר מענטשן… װוּ איז ערגעץ מײַן בײַטש? (געפֿינט די בײַטש.) אָט איז די בײַטש. װי אין פּסוק שטײט: כּי במקלי עברתּי את הירדן ― מאַכט רש″י: געקומען מיטן בײַטשל און אַװעק מיטן בײַטשל… כאַ־כאַ־כאַ! (אָפּ. צײטל בלײַבט שטײן אַ װײַלע. דערנאָך טוט זי זיך אַ נעם צו דער אַרבעט. עס װערן אױפֿגעעפֿנט קאַסטנס און קעסטלעך, און זי פּאַקט װאָס זי קאָן, צעװאַרפֿט און לײגט צונױף, מאַכט אַ חורבן.)

צײטל: כ'זאָל, זאָגט ער, פּאַקן זיך אין װעג אַרײַן… זאָל מיר אַזױ װיסן אַלדאָס בײז, װי איך װײס װאָס צו פּאַקעװען! אַז צו װאָס מע נעמט זיך ― איז אַן עבֿירה, און אַלצדינג איז טײַער, אײַנגעבאַקן אין האַרצן!… טאָמער איז קאַרג געװען די צרות װאָס ביז אַהער ― איז נאַ דיר אַ נײַע צרה. און אַלץ איבער איר!… כאָטש מיר גלױבט זיך נישט, אַז חװה… (אין דער מינוט עפֿנט זיך די דרױסן־טיר און עס באַװײַזט זיך אױף דער שװעל חװה, מיט אַ רױטער פֿאַטשײלע אױפֿן קאָפּ אַרומגעבונדן. זי האָט זיך פֿאַרענדערט, אָבער נאָך שענער געװאָרן. דאָס פּנים שטאָלץ, און אונטער דער רױטער פֿאַטשײלע, פֿאַרבונדן אַרונטער, זעט זי אױס װי אַ שײנע ציגײַנער־פּרינצעסין. אױפֿן האַלדז טראָגט זי קאַרעלן, אַ סך שנירלעך. צײטל דערזעט די שװעסטער, לאָזן זיך איר אָפּ די הענט, און זי בלײַבט אַ װײַלע אָן לשון. דערנאָך כאַפּט זי זיך מיט בײדע הענט בײַם האַרצן.) חװה?!…

חװה: (נאָך אַלץ אױפֿן שװעל, אַ מאַך מיט דער האַנט.) ששש!… אָן סצענעס! אָן געפּילדער! (קוקט זיך אַרום.) דער טאַטע ניטאָ? (גײט אַרײַן, מאַכט צו די טיר.) איך האָב געמײנט, ער איז אין דער הײם… (באַטראַכט דעם חורבן.) איר פּאַקט זיך אין װעג אַרײַן?… (צײטל גלײבט נישט אירע אױגן, קוקט זי זיך אײַן אין חװהן אין טױט־שרעק.)

צײטל: דו… דו… דו װײסט שױן?…

חװה: געװוּסט שױן לאַנג, אַז סע קאָכט זיך… נאָר נישט געגלײבט, אַז אַזױ גיך… נישט געגלײבט… װי איז דאָס מעגלעך? װי איז דאָס מעגלעך?!… (גײט צו נענטער, װאַרפֿט אַראָפּ פֿון זיך די רױטע שאַל און זעצט זיך אַװעק צום טיש, שפּאַרט אָן דעם קאָפּ אױף דער האַנט. צײטל הײבט אָן קומען צו זיך, באַטראַכט די שװעסטער פֿון קאָפּ ביז פֿיס, װאַרט ביז יענע װעט עפּעס זאָגן. זעט ― יענע שװײַגט, הײבט זי אָן צו רעדן װײך, נאָר שטראָפֿנדיק.)

צײטל: װי באַלד אַזױ, אַז דו האָסט געװוּסט, װי דו זאָגסט, שױן פֿון לאַנג, אַז עס קאָכט זיך, פֿאַר װאָס זשע האָסטו געשװיגן? נישט שױן זשע האָסטו נישט געקאָנט גאָרנישט טאָן צוליב אונדזער טאַטנס עלטער?… נישט שױן זשע…

חװה: (כאַפּט זיך אױף, װי אַן אָפּגעבריטע.) שװעסטער, שװײַג! רעד נישט דאָס, װאָס דו װײסט נישט! איך בין נישט געקומען אַהער אױסהערן פֿון דיר מוסר! מאָראַל! נאָטאַציעס!… (צײטל טרעט אָפּ אין שרעק, װיל זיך פֿאַרענטפֿערן.)

צײטל: נישט דאָס האָב איך געמײנט… איך האָב געמײנט, װוּ ביסטו געװען ביז אַהער? פֿאַר װאָס ביסטו…

חװה: (ענדיקט פֿאַר איר.) פֿאַר װאָס בין איך נישט געקומען פֿריִער? װי אַזױ האָב איך געקאָנט זײַן רויִק אין דער צײַט, װען איר האָט אַזױ פֿיל געליטן? פֿון װאַנען װײסטו, אַז איך בין געװען רויִק? װאָס װײסטו פֿון דער טראַגעדיע, װאָס איך האָב איבערגעלעבט ביז אַהער? די שרעק מיט די פּחדים מיט דעם קאָשמאַר? אַך, צײטל, מײַן נשמה איז דאָך געװען די גאַנצע צײַט אָט דאָ… איטלעכס מאָל, אַז איך האָב דערהערט פֿון אַ פּאָגראָם ערגעץ אין אַ שטעטל, בין איך געװען אַ צעמישטע!… (גײט אַרום הין און צוריק, רעדט אין אױפֿרעגונג.) מײַנע טרערן האָט קײן מענטש נישט געזען און מײַנע װײטיקן האָט קײן מענטש נישט געפֿילט!… (שטעלט זיך אָפּ אַקעגן צײטלען.) און דאָס װײסטו, אַז אינעם טאָג פֿונעם יאָרצײַט נאָך דער מאַמע בין איך געװען אױף דער מאַמעס קבֿר? נײן, פֿון װאַנען זאָלט איר דאָס װיסן?… און אַז דעם טאָג פֿון יום־כּיפּור האָב איך געפֿאַסט ― דאָס װײסטו אַװדאי נישט… פֿון װאַנען זאָלסטו װיסן?… בײַ אײַך בין איך אַ משומדתטע… אַ משומדתטע, כאַ־כאַ־כאַ!… (פּױזע. גײט אַרום, שטעלט זיך אָפּ.) איך בין נישט קײן משומדתטע!… דו קוקסט מיך אָן? איך בין נישט משוגע, און איך רעד נישט פֿון היץ… מע האָט מיך נישט געשמדט דערפֿאַר, װאָס איך אַלײן האָב מיך נישט אָפּגעשמדט ― דו פֿאַרשטײסט װאָס איך זאָג?… דאָס װאָס דער גלח האָט דאָרט געפּרײמפּלט ― איז אַ פּוסטע צערעמאָניע… איך האָב מיך פֿון מײַן איך נישט אָפּגעזאָגט!… איך בין די אײגענע, װאָס כ'בין געװען…

צײטל: װען דער טאַטע זאָל דאָס הערן!…

חװה: װאָס זשע װאָלט געװען?… צײטל! איך קען דעם טאַטן בעסער, װי דו! דער טאַטע ― דאָס בין איך!… איך װײס פֿריִער, װאָס ער װעט זאָגן… נאָר עס אַרט מיך נישט! עס מעג אַלצדינג פֿאַרברענט װערן! עס מעג די װעלט זיך איבערקערן ― איך װעל אױספֿירן מײַנס! (גײט אַרום אױפֿגערעגט.)

צײטל: װאָס זשע רעכנסטו צו טאָן, חװה? (זי זעצט זיך אַװעק צום טיש אין אַ דראַמאַטישער פּאָזע.)

חװה: דאָס, װאָס איר!… דאָרט װוּ איר ― דאָרט איך! אײַער אַרױסטרײַבן איז מײַן אַרױסטרײַבן! אין דער מינוט, װאָס מע האָט אונטערגעשריבן דעם פּריגאָװאָר אײַך ― האָט מען אונטערגעשריבן אױך מיר!… נישטאָ דער כּוח, װאָס זאָל מיך קאָנען אָפּהאַלטן! נישטאָ דער מענטש, װאָס זאָל מיך קאָנען איבעררעדן! צײטל, איך בין אַ פֿאַרבלאָנדזשעטע, נישט קײן פֿאַרלױרענע!… דו הערסט? אַ פֿאַרבלאָנדזשעטע!…

צײטל: אױב אַזױ, װעט דיר דער טאַטע מוחל זײַן…

חװה: איך בעט נישט, מע זאָל מיר מוחל זײַן! איך בין נישט קײן בעל־תּשובֿהניצע, װאָס כאַפּט אַ חרטה! איך האָב נישט געזינדיקט קעגן קײנעם, נאָר קעגן זיך אַלײן!… קײנעם קײן שלעכטס געטאָן, אױסער זיך אַלײן!… (פֿאַרטראַכט.)

צײטל: (מיניעט זיך.) האָב קײן פֿאַראיבל נישט, שװעסטער, איך װיל דיך עפּעס פֿרעגן…

חװה: (רײַסט איר איבער.) איך װײס, װאָס דו װילסט מיך פֿרעגן ― װאָס װעט זײַן מיט יענעם? מיט אים?… גאָרנישט! ער עקזיסטירט נישט מער פֿאַר מיר!… אַז ער האָט געקאָנט װיסן פֿונעם פּריגאָװאָר און באַהאַלטן פֿון מיר, מאַכן זיך, אַז ער װײס נישט פֿון װאָס צו זאָגן ― איז ער דאָס, װאָס ער איז, און װאָס איך האָב געמײנט, אַז ער איז עס נישט!… (רײַסט אַראָפּ פֿון האַלדז די קאַרעלן, טוט זײ אַ שמיץ פֿון זיך.) נישטאָ קײן צוריקקערן! פֿאַרברענט אַלע שיפֿן!…

צײטל: (קוקט אין פֿענצטער, ברעכט די הענט.) אױ, דער טאַטע!…

חװה: (שטײט אױף, לײגט צונױף די הענט אױפֿן האַרצן, דרײסט.) װאָס זשע איז דער אױ? צו אים בין איך דאָך געקומען…

צײטל: (אױסער זיך.) אָט אַזױ אָ טאַקע אין אײן אָטעם? זאָל דיר גאָט אױסהיטן! מע דאַרף פּאַװאָלינקע, נישט מיט אַ מאָל… מע דאַרף אים צוגרײטן… אַ רחמנות אױפֿן טאַטן! לאָז מיך, שװעסטער, איך בין נישט אַזױ נאַריש, װי דו מײנסט…

חװה: װאָס זשע װילסטו פֿון מיר? (אומגעדולדיק.)

צײטל: זאָלסט איבערזיצן אַ װײַלע דאָרט בײַ מיר… אָדער נײן ― די קינדער זײַנען דאָרט… בעסער אָט דאָ… (װײַזט אױף דער קיכטיר.) ביז איך װעל דיך אַ רוף טאָן… (װיל זי פֿירן.)

חװה: (לאָזט זיך נישט.) װאָס פֿאַר באַהאַלטערלעך? איך האָב עס פֿײַנט! איך גײ גלײַך!

צײטל: (צוגעשטאַנען.) איך בעט דיך! טו מיר צוליב! נאָר אױף אַ װײַלע! (חװה אָפּ. צײטל טוט זיך אַ װאָרף צוריק צו דער אַרבעט. עס קומט אַרײַן פֿון דרױסן טבֿיה.)

טבֿיה: (אַ װאָרף די בײַטש אין װינקל אַרײַן.) װי אין פּסוק שטײט: וינצלו את מצרים ― אױסגעפֿאַרקױפֿט אַלצדינג! פֿון דער גאַנצער כודאָבע געמאַכט אַ מחק… אױס טבֿיה דער מילכיקער!… און אַזױ גיך, אַזױ בחפּזונדיק!… אַ בײז אײַלעניש!… װי דער תּרגום זאָגט: האָ גבֿראָ והאָ טרסקאָ… אין פֿיר און צװאַנציק שעה גענומען און צעבראָכן אַזאַ גוטס, אַ בעל־הבתּישקײט פֿון אַזױ פֿיל יאָרן! פֿאַרקױפֿט אַלצדינג בחצי־חינם, פֿאַר אַ דריטל געלט ― פּטור געװאָרן… (טרײסלט אָפּ די הענט. פּױזע.) װען גאָלדע עליה־השלום זאָל אױפֿשטײן און אַ קוק טאָן אױף דעם חורבן!… (באַהאַלט דאָס פּנים, קוקט כּלומרשט אין פֿענצטער. דערנאָך קערעװעט ער זיך אױס צו דער טאָכטער.) װײסטו, צײטל, מיט װעמען מיר איז געװען שװערער װי מיט אַלעמען צו שײדן זיך?

צײטל: מיט װעמען?

טבֿיה: מיט װעמען? מיט מײַן געטרײַען דינער, מיטן פֿערדל… קריעת־ים־סוף! (זיפֿצט.) אױסגעדונגען זיך און אָנגעהאַריקעט זיך גוט, און אָנגעפּאַטשט זיך גוט אײנס דאָס אַנדערע אין די הענט, נעם איך דאָס פֿערדל פֿאַרן פּאָװאָד, געװײנטלעך מיט דער פּאָלע, און גיב עס איבער דעם גױ און װינטשעװע אים מיט מזל־ברכה, ס'זאָל זײַן אין אַ גוטער שעה אַ מזלדיקער ― אַז מײַן בחור דרײט נישט אױס צו מיר די חנעװדיקע מאָרדע, טוט אַ קוק צו מיר מיט די צװײ פֿערדישע אױגן? אַ שטומע צונג, רעדן קאָן עס נישט, נאָר פֿאַרשטאַנען האָב איך גלײַך, װי עס װאָלט מיר װעלן זאָגן: „אָט אַזױ, טבֿיה, דאַנקסטו אָפּעט דײַן געטרײַ פֿערדל, װאָס האָט דיר געדינט שװער און ביטער אַזױ פֿיל יאָרן?!… גײ פֿאַרענטפֿער זיך פֿאַר אַ פֿערד און גיב אים צו פֿאַרשטײן, אַז איך בין דאָ גאָט די נשמה שולדיק, און אַז מע לערנט מיט מיר די סדרה לך־לך, און אַז איך אַלײן װײס נאָך אױך נישט, װוּהין איך גײ!… דערװײַל גײ איך אין שטאָט, שױן באַשטעלט אַ פֿור, און דאָרט אין שטאָט װעלן מיר שױן האָבן אַ ייִשובֿ. דאָרט זײַנען דאָך פֿאַראַן עפּעס ייִדן, פֿאַראַן אַ רבֿ, מסתּמא װעט מען אונדז שױן אַן עצה געבן: אַמעריקע, צי אַרגענטינע, צי פּאַלעסטינע, צי ארץ־ישׂראל… איך װאָלט אַפֿילו בעסער געװאָלט קײן ארץ־ישׂראל. װאָרעם װאָס װעל איך טאָן אױף די עלטערע יאָרן אין אַמעריקע? אַז נישט זײ פֿאַרשטײען מײַן לשון, נישט איך פֿאַרשטײ זײער לשון… זעסטו, ארץ־ישׂראל ― פֿאָרט, װי זאָגט מען, באַטקאָװשטשינעбатькивщине: פֿאָטערלאַנד! װי אין פּסוק שטײט: ארץ זבֿת חלבֿ ודבֿש… הײַנט װאָס איז װערט דאָס, װאָס מע קאָן זײַן אױף דער מוטער רחלס קבֿר, אין דער מערת־המכפּלה, כאַפּן אַ קוק אױפֿן ירדן, זען דעם באַרג סיני, אָנקוקן פּדן־אַרם, קדש־ברנע און נאָך כּדומה אַזעלכע ערטלעך? (פּױזע.) און דו, צײטל, זע איך, ביסט שױן אױך באַלד פֿאַרטיק?

צײטל: באַלד פֿאַרטיק, נאָר צו די ספֿרים דײַנע האָב איך מורא געהאַט אָן דיר זיך צורירן…

טבֿיה: זײער גלײַך… די ספֿרים װעל איך אַלײן אײַנפּאַקן. (גײט צו דער שאַפֿע, נעמט אַ ספֿר נאָך אַ ספֿר, פּאַקט אין קאַסטן.) דאָס איז אַ חומש… דאָס ― אַ סידור, מײַן אַלטער סידור… מיר געדינט געטרײַ, װי, להבֿדיל, דאָס פֿערדל… דאָס ― אַ תּהילים… און דאָס? ― אַ סליחה… אַ הגדה… אַ קינה… און װאָס איז אָט אַ דאָס קלײנע װעװריקל? ― אַ בענטשערל… גײט אױך נישט צו פֿוס… און װער שמועסט אָט־דער „מנורת־המאורפֿון רבי יצחק בן אַבֿרהם אַבוהב“, אָדער אָט דער „שבֿט־מוסרפֿון אליהו בן שלמה אַבֿרהם הכּהן“ אױף עבֿרי־טײַטש ― אין זײ קוק איך דאָך אַרײַן אַלע שבת בײַטאָג… דאָס אַלץ דאַרף מען מיטנעמען אין גלות אַרײַן. דאָס איז אונדזער גאַנצן פֿאַרמעגן. די אײנציקע ירושה, װאָס מיר האָבן געירשנט פֿון אונדזערע אָבֿות־אַבֿותינו… (פֿונעם זײַטיקן חדר לױפֿן אַרױס צײטלס קינדער און גלײַך צו טבֿיהן.)

שלמהלע: װוּ ביסטו געװען, זײדעניו?

שײנדעלע: זײדע! װוּ ביסטו געװען?

טבֿיה: געװען… (טאַפּט זיך אין די קעשענעס.) או־װאַ, פֿאַרגעסן אײַך ברענגען אַ מתּנה… געזעגנט זיך אָפּ מיט דער דאָזיקער שטוב ― מיר פֿאָרן אַװעק הײַנט, קינדערלעך!…

שלמהלע: װוּהין פֿאָרן מיר, זײדעניו?

טבֿיה: װוּהין די אױגן טראָגן… מע טרײַבט אונדז אַרױס…

שײנדעלע: פֿאַר װאָס טרײַבט מען אונדז אַרױס?

טבֿיה: דערפֿאַר, װאָס מיר זײַנען ייִדן… ומפּני חטאָינו גלינו מאַרצנו, קינדערלעך… אונדז טרײַבט מען, אונדז האָט מען געטריבן, אונדז װעט מען טרײַבן… (די גאַנצע צײַט, װאָס ער רעדט מיט די קינדער, הערט ער נישט אױף צו פּאַקן די ספֿרים און אַנדערע זאַכן.)

שײנדעלע, שלמהלה: (בײדע אינאײנעם..)פֿאַר װאָס, זײדעניו, פֿאַר װאָס?

טבֿיה: פֿאַר װאָס? זאָג איך דאָך אײַך ― דערפֿאַר, װאָס מיר זײַנען ייִדן… זײ װילן, מיר זאָלן זײַן אױס ייִדן… נאָר מיר זאָגן: נײן, ייִדן זײַנען מיר געװען, און ייִדן װעלן מיר בלײַבן!… מיר'ן זײ איבערלעבן!… אונדזערע זײדעס האָט מען נאָך ערגערס געטאָן ― מע האָט זײ געברענט אױפֿן פֿײַער, געטרונקען אין װאַסער ― און עס האָט נישט געהאָלפֿן: אױסגעפֿירט האָבן מיר!… געדענקט דאָס, קינדערלעך, געדענקט, װאָס דער זײדע זאָגט אײַך ― ס'װעט אײַך אַמאָל צו נוץ קומען… אײַך װעט אפֿשר זײַן בעסער װי אונדז, געװיס בעסער, װאָרעם ס'װעלן קומען בעסערע צײַטן, װאָס מ'עט פֿאַרשטײן, אַז מיר זײַנען אױך מענטשן, גאָטס באַשעפֿענישן… דערװײַל זײַט גרײט ― מיר פֿאָרן… (צײטל מיניעט זיך די גאַנצע צײַט, װיל עפּעס זאָגן.)

צײטל: טאַטע, האָב קײן פֿאַראיבל נישט ― כ'האָב דיך געװאָלט עפּעס פֿרעגן…

טבֿיה: װי אַזױ מע פֿאָרט קײן ארץ־ישׂראל?

צײטל: (װיל אַרױף אױף אירס..)נײן, נישט דאָס האָב איך געװאָלט פֿרעגן…

טבֿיה: װאָס זשע? דו װילסט װיסן, װאָס װעלן מיר דאָרטן טאָן? דאָס, װאָס אַלע ייִדן! װאָס ס'װעט זײַן מיט כּל ישׂראל, װעט זײַן מיט רב ישׂראל! מה־נפֿשך: הענט האָבן מיר? האָרעװען זײַנען מיר געװױנט? און מענטשן זײַנען דאָ אומעטום, און גאָט שמועסט מען נישט ― מלא כּל האָרץ כּבֿודו!… (זיפֿצט..)אַװדאי טוט מיר באַנג, אַװדאי איז מיר שװער זיך צו שײדן אָט מיט אָט די װענט! (באַװײַזט אױף די לײדיקע װענט..)אָט מיט אָט דער ערד! (װײַזט אַראָפּ אױף דער ערד..)איך װאָלט קושן אָט די װענט! איך װאָלט צוגעפֿאַלן צו אָט דער ערד! װאָרעם דאָ בין איך געבױרן, דאָ בין איך אױך אױפֿגעװאַקסן, דאָ האָב איך געהאַט צרות, דאָ האָב איך געהאַט נחת, פּראַװדע מער צרות װי נחת ― נאָר דאָס איז אַ גאָטס זאַך… (שטײט אױף פֿון דער ערד, גלײַכט זיך אױס די בײנער, טוט אַ קוק אַרױס אין פֿענצטער..)און אָט דער הױף? און אָט די פּריזבע, און דער גאָרטן, און אַפֿילו אָט דאָס פֿאַרטשאַכנעטע בױמעלע װעט זיך מיר חלומען בײַנאַכט אין דער פֿרעמד… און ועל־כּולם ― דאָס פֿערדל. (זיפֿצט..)אױ, אָט דאָס פֿערדל! אַ שטיק געזונט האָט דאָס בײַ מיר צוגענומען! איך זאָל האָבן אַ טבֿע פֿון װײנען, װאָלט איך מיך צעװײנט… דער רחמנות מיטן צער־בעלי־חײם… (פּױזע..)אָן, זעסטו? (װײַזט מיט דער האַנט אױפֿן װינקל..)דאַכט זיך, װאָס? אַ קאַץ, אַ חיה… פֿונדעסטװעגן איז אױף דער קאַץ אױך אַ רחמנות ― מיר פֿאָרן אַװעק, און זי לאָזן מיר איבער דאָ אַלײן. צער־בעלי־חײם…

צײטל: (נעמט זיך אָן מיט קוראַזש.) אַז ס'איז יאָ אַזױ, זאָג זשע מיר, טאַטע, פֿאַר װאָס איז אױף אַ חיה מער רחמנות, מער צער־בעלי־חײם, װי אױף אַ מענטשן?

טבֿיה: שוטה! װער האָט דאָס דיר געזאָגט, אַז אױף אַ חיה איז מער רחמנות, װי אױף אַ מענטשן? דו האָסט פֿאַרגעסן, װאָס מיר זאָגן יום־כּיפּור צו כּל־נדרי?…

צײטל: װאָס מיר זאָגן יום־כּיפּור װײסטו בעסער… נאָר איך װײס אַן אַנדער זאַך… (שטעלט זיך אײַן, רעדט שטיל, נאָר מיט אַ טאָן פֿון װירדיקײט, אַזױ, אַז דאָס קול ציטערט איר.) איך װײס, אַז אָט פֿאָרן מיר אַװעקעט פֿון דאַנען, אױף שטענדיק, אױף אײביק, מיר װעלן שױן צוריק אַהער נישט אומקערן זיך קײנמאָל… און אײן מענטש לאָזן מיר דאָ איבער אײנעם אַלײן, עלנט װי אַ שטײן…

טבֿיה: װאָס באַלעבעטשעט זי? װאָסער מענטש? װאָסער שטײן?

צײטל: (קוקט דרײסט און גלײַך דעם פֿאָטער אין פּנים אַרײַן.) דו האָסט פֿאַרגעסן, טאַטע, אַז דו האָסט נאָך אַ טאָכטער…

טבֿיה: (איבערראַשט פֿון אומגעריכטקײט, בײַט זיך שטאַרק אין געזיכט, קאָן זיך קײן אָרט נישט געפֿינען, פֿאַלט אָן אױף דער טאָכטער און נעמט שרײַען גאָר הױך אױף אַ קול.) איך האָב נישט נאָך קײן טאָכטער! נישטאָ בײַ מיר מער קײן טעכטער, נישטאָ און נישט געװען קײנמאָל! דו הערסט, װאָס איך זאָג? (קלאַפּט אין טיש. צײטל האָט זיך דערשראָקן. אינסטינקטיװ כאַפּט זי זיך אָן אין די קינדער.)

שלמהלע: (צו טבֿיהן.) װאָס האָסטו זיך צעשריגן, זײדעניו?

שײנדעלע: (צו טבֿיהן.) װאָס בײזערסטו זיך אױף דער מאַמע? (דאָס רירט טבֿיהן, און ער רעדט שױן מיט אַ טאָן נידעריקער.)

טבֿיה: אײַער מאַמע פֿאָלגט נישט איר טאַטן… אײַער מאַמע װײסט נישט פֿון כּיבוד־אָבֿ… אײַער מאַמע דעררגזט מיך… װאָס דער טאַטע זאָגט, זאָגט זי מיר קאַפּױר… איך זאָג דיר נאָך אַמאָל, צײטל, און נאָך אַ מאָל, און נאָך צען מאָל, אַז איך האָב נישט מער קײן טעכטער! איך האָב נישט ― און שױן!… (פֿאַרלײגט די הענט אַהינטער און שפּאַנט אַרום הין און צוריק.)

צײטל: (װאַרט איבער אַ װײַלע, ביז דער כּעס װעט אים אַ ביסל אָפּגײן.) דו אַלײן זאָגסט, טאַטע, אַז סע שטײט געשריבן, דו װײסט שױן װוּ, אַז גאָט האָט רחמנות אױף אַלע זײַנע באַשעפֿענישן, אַפֿילו אױף אַ װאָרעם…

טבֿיה: האָסט געהערט קלינגען, און קאָנסט נישט נאָכזינגען… (שטעלט זיך אָפּ.) סע שטײט געשריבן אין… אין… (טראַכט.) אין אַשרי יושבֿי בֿיתך שטײט דאָס געשריבן: ורחמיו על כּל מעשׂיו דער אײבערשטער טוט טאָן שפּײַזן אַלע זײַנע באַשעפֿענישן, פֿון די װיזלטיר ביז אַ קלײן װערעמל, און ביז אַ מילב אַפֿילו…

צײטל: װאָרעם ער האָט אױף דעם רחמנות…

טבֿיה: (פֿילט זיך געשלאָגן, שפּאַנט אַרום.) רחמנות… רחמנות… ער האָט רחמנות… פֿון רחמנות רעדט זי איצט מיט מיר… (שטעלט זיך אַװעק אַקעגן צײטלען.) רחמנות? פֿון רחמנות רעדסטו מיט מיר? װוּ איז געװען איר רחמנות דעמאָלט, װען איך בין געלעגן, װי אַ הונט, פֿאַרן גלח, ימח־שמו־וזכרו, זיך געװאַלגערט אים פֿאַר די פֿיס (בײגט זיך אײַן.) געפּױזשעט, װי אַ װאָרעם?… פֿון װאַנעט װײס איך, אַז זי איז נישט געװען אין צװײטן חדר דעמאָלט און געהערט איטלעכס װאָרט ― װוּ איז געװען דעמאָלט איר רחמנות? (שפּאַנט אַרום, בלײַבט שטײן, רעדט מיטן זעלבן טאָן פֿון איראָניע און פֿאַרביטערטקײט. ― אין דער צײַט, װען ער שפּאַנט אַרום, גײען אים נאָך די קינדער אַקוראַט נאָך זײַנע טריט; ער שטעלט זיך אָפּ, שטעלן זײ זיך אױך אָפּ. דער אױטאָר בעט ― נישט שאַרזשירן! די קינדער טוען דאָס ערנסט, די עלטערע באַמערקן נישט.) און װוּ איז זי געװען, בעת דײַן מאַמע עליו־השלום איז געלעגן אָט דאָ אױסגעצױגן אױף דער ערד, איבערגעדעקט מיט שװאַרצן?… װוּ איז געװען איר רחמנות דעמאָלט?…

צײטל: דו אַלײן זאָגסט דאָך אָבער, אַז אַפֿילו גאָט איז מוחל די גרעסטע עבֿירה, אױב נאָר מע האָט חרטה און מע טוט תּשובֿה. און װער נאָך װײס, אַזױ װי דו, אַלצדינג, װאָס סע שטײט געשריבן?…

טבֿיה: אָט טאַקע װײַל איך װײס, דעריבער זאָג איך דיר אַקוראַט, אַז דערױף האָט מען נישט חרטה און דאָ העלפֿט נישט קײן תּשובֿה!… דער װאָס גײט אײן מאָל אַװעק פֿון אונדז, יענער קומט נישט מער צוריק!… דאָס צװײַגל, װאָס מע רײַסט אָפּ פֿאַלט אָפּ ― מוז פֿאַרפֿױלט װערן!… (דערזעט פֿון דער װײַטן קאַרעלן אױף דער ערד, בײגט זיך אָן, הײבט עס אױף.) װאָס איז פֿאַר קאַרעלן? גױיִשע קאַרעלן ― װי קומען זײ אַהער?…

צײטל: (נעמט בײַ אים די קאַרעלן, רעדט אין אײן אָטעם.) דאָס איז אירע קאַרעלן, אירע קאַרעלן… און זי אַלײן איז אױך דאָ… זי האָט זיך אַרומגעקוקט! אַרומגעזען! זי האָט חרטה, טאַטע, זי װיל צוריק!… און נישט נאָר זי װיל צוריק ― זי איז שױן געקומען צוריק און איז גרײט מיט אונדז אינאײנעם איבערטראָגן אַלצדינג! דאָרט װוּ מיר ― דאָרט איז זי… (גײט צו גאָר נאָענט, רעדט שטילער.) זי איז געװען בײַ דער מאַמע אױפֿן קבֿר ― דאָס װײסטו? זי פֿאַסט יום־כּיפּור, טאַטע, דו הערסט? זי פֿאַסט יום־כּיפּור…

טבֿיה: (צעמישט.) װער איז געװען אױפֿן קבֿר? װער פֿאַסט דאָס יום־כּיפּור? װאָסערע לאָקשן? װאָסערע פֿלאָמען? װאָס ― װער ― װעמען?

צײטל: װאָס הײסט װער? חװה! פֿון חװהן רעדן מיר דאָך!… (אין דער מינוט עפֿנט זיך די קיכטיר און עס רײַסט זיך אַרײַן חװה. באַגעגנט זיך מיט טבֿיהס קוק, בלײַבט זי שטײן בײַ דער טיר, אָן לשון, נאָר מיט גרױס װירדע און מיט גדלות צונױפֿגעלײגט די הענט אױפֿן האַרצן און קוקט דעם פֿאָטער גלײַך אין די אױגן אַרײַן. די ערשטע מינוט טוט זיך טבֿיה אַ לאָז צו דער דרױסן־טיר אַװעקצוגײן, נאָר צײטל פֿאַרגײט אים אױף צו פֿריִער און אירע קינדער מיט איר.)

טבֿיה: (צו צײטלען מיט די קינדער.) לאָזט מיך!… לאָזט מיך!…

צײטל: זאָל איך קרענקען! זאָל איך שטאַרבן אָט אָ דאָ מיט מײַנע צװײ קינדער!… (האַלט אים צו, די קינדער װײנען.)

טבֿיה: (פֿאַרטומלט.) װאָס טוט זיך דאָ? בין איך טבֿיה? אָדער איז דאָס אַ חלום? (װײַזט מיט דער האַנט.) דער כּוח־הדמיון… די געבליטן…

חװה: (געלאַסן און דרײסט.) נישט קײן חלום, נישט קײן דמיון, נאָר די װירקלעכקײט אַלײן… איך האָב געהערט אַלצדינג, װאָס דאָ איז גערעדט געװאָרן ― פֿון צװײַגעלעך, װאָס װערן אָפּגעריסן, און פֿון בלעטלעך, װאָס װערן אָפּגעפֿאַלן… (גײט צו אַ פּאָר שריט נענטער.) קײנער האָט קײן צװײַגן נישט געריסן, און בלעטער זײַנען נישט געפֿאַלן…

טבֿיה: (חזרט איבער.) „קײנער האָט קײן צװײַגן נישט געריסן, בלעטער זײַנען נישט געפֿאַלן“… (צעשרײַט זיך פּלוצעם אױף אַ קול.) ס'אַ ליגן! יאָ געריסן! יאָ געפֿאַלן!… (צעלאָזט זיך אױף חװהן.) װאָן פֿון דאַנען!! װאָן פֿון מײַנע אױגן ― װאָן!!!…

צײטל: (לױפֿט צו צום פֿאָטער, קושט אים די הענט.) טאַטע! גאָט איז מיט דיר! װאָס טוסטו, טאַטע געטרײַער?

שלמהלע: זײדעניו, װאָס טוסטו? פֿאַר װאָס טרײַבסטו די מומע חװה?

שײנדעלע: דאָס איז דאָך אונדזער מומע חװה, זײדעניו!…

טבֿיה: (װיל זיך אַרױסרײַסן פֿון די אײניקלעך.) אַװעקעט, ממזרים! אָנגעהאַנגען זיך אױף מיר, װי די קלעשטשעס! (האָט באַלד חרטה, װאָס ער בײזערט זיך אױף זײ, גלעט זײ איבער די קעפּלעך.) טײַערע קינדערלעך! אָרעמע שעפֿעלעך מײַנע! פֿון װאַנען האָט איר זיך אַהער גענומען אױף מײַן קאָפּ? נאַט אײַך גאָר אײניקלעך אַ פּאָר אױף דער עלטער! װי זאָגט איװאַן זלאָדי: „נע מאַלאַ באַבאַ כלאָפּאָטיне мала баба клопоту: די קלײנינקע האָט קײן פּראָבלעם ניט“… (פּױזע.) עך, גאָלדע, גאָלדע! דאָס איז געװען אַ חכמה! זי, עליו־השלום, פֿלעגט זאָגן: מע טאָר נישט זינדיקן, טבֿיה, מע טאָר זיך נישט קלאָגן, נישט בײזערן, נישט זײַן אין כּעס… אמת, װי איך בין אַ ייִד, אמת! כּעס איז עבֿודה־זרה… מיט כּעס קאָן מען גאָרנישט מאַכן… מאַכן קאָן מען נאָר מיט גוטן… מיט גוטן… טבֿיה האָט פֿײַנט זיך אָפּעסן דאָס האַרץ… טבֿיה האָט ליב יעדע זאַך פֿריִער צו באַקלערן, באַטראַכטן, אַרומרעדן… װאָס װעט זײַן פֿון דעם, אַז מיר'ן זיך אַלע היצן, אַלע שפּרינגען פֿון דער הױט אַרױס, װי מיר זאָגן אין דער הגדה פּסח צום סדר: כּולנו חכמים, כּולנו נבֿונים? לאָמיר קאָרשט באַרעכענען, נאָר מיט אַ קלאָרן מוח און מיט קאַלטע לונג־און־לעבער: װאָס איז דאָ געװען? װאָס איז פֿאָרגעקומען?

צײטל: (אױפֿגעלעבט.) אָט דאָס װילן מיר דאָך! מיר װילן מיט גוטן…

טבֿיה: (שלאָגט איר איבער.) און איך װאָס װיל? איך װיל דען חלילה מיט בײזן? פֿאַר װאָס זאָל איך װעלן זײַן בעסער פֿונעם רבונו־של־עולם? אים שטײט אָן צו זײַן אַ מוחל־עװנות און אָנשרײַבן אין סידור יום־כּיפּור צו כּל־נדרי מיט גרױסע קידוש־לבֿנה־אותיות: סלחתּי כּדבֿריך!?… נישט מער, אַז ס'האָט זיך שױן יאָ אַזױ געמאַכט, אַז מיר קאָנען זיך דורכשמועסן, װאָלט איך דיך געװאָלט עפּעס פֿרעגן… (צו חװהן, נישט קוקנדיק איר גלײַך אין פּנים, נאָר מיט אַ זײַט.) װי אַזױ האָסטו נאָר װאָס געהאַט געזאָגט? קײנער האָט קײן צװײַגעלעך נישט געריסן? בלעטלעך נישט געפֿאַלן? אַ ביסל אַ זאָג! (צו צײטלען.) טבֿיהס טאָכטער רעדט נישט גלאַט… טבֿיהס טעכטער ― נישט געדאַכט זאָלן זײ װערן!…

צײטל: (צו חװהן, שטאַרק אױפֿגעלעבט.) װאָס זשע? איך האָב באַלד געװוּסט, אַז דער טאַטע װעט…

חװה: (צו צײטלען.) אַלץ אײנס!… איך האָב מיך קײן קאָפּ נישט איבערגעשראָקן. איך האָב אײן מאָל געזאָגט, אַז איך גײ ― גײ איך… אױב נישט מיט אײַך, איז נאָך אײַך… סײַ װי סײַ, דאָרט װוּ איר ― דאָרט איך. אײַער אומגליק ― מײַן אומגליק.

טבֿיה: (אױך צו צײטלען.) דו הערסט װערטער? דאָרט װוּ מיר ― דאָרט איז זי. אונדזער אומגליק ― איר אומגליק. אָט דאָס איז אַ לשון! אָט אַזױ רעדט טבֿיהס טאָכטער, און אָט אַזױ באַדאַרף זי רעדן!… אַנישט ― װאָס װאָלט געװען דער חילוק צװישן מענדל װערעביװקער און טבֿיה דעם מילכיקן?… אַנו, טוט אַ פֿרעג בײַ מענדל װערעביװקער, װוּ שטײט „ברוגז רחם תּזכּור“? און לאָז ער אײַך זאָגן, װען זאָגן מיר „סלחתּי כּדבֿריך“, און װיפֿל מאָל זאָגן מיר „סלחתּי כּדבֿריך“? און װאָס איז די טײַטש „סלחתּי כּדבֿריך“? אַזױ לאַנג שמײַסט מען אים! אַ ייִד אַן עם־האָרץ איז ערגער פֿון אַ גױ!… (פּױזע.) נישט מער, אײן זאַך: איך װאָלט אפֿשר באַדאַרפֿט צומאַכן די אױגן און מיטן ערשטן קוק װאָלט איך אפֿשר באַדאַרפֿט מוחל זײַן… (חװה מאַכט אַ באַװעגונג אױף צו ענטפֿערן. צײטל מאַכט צו איר מיט די הענט הינטערן פֿאָטערס פּלײצעס, זי זאָל שװײַגן.) איז מיר שלעכט: סטײַטש, און װוּ איז גאָט? קעגן גאָט איז מען דאָך אַזױ זינדיק! אַזױ זינדיק!… נאָר צוריק באַטראַכט איך מיך: װאָס בין איך מחויבֿ זיך אָננעמען גאָטס קריװדע?… (כאַפּט זיך אָן בײַם קאָפּ.) אַך טיты: דו, רבונו־של־עולם! דו ביסט מײַן עדות, אַז איך האָב ניט געבראָכן דאָס װאָרט, נאָר איך קאָן נישט מער! (שרײַט הױך.) איך קאָן נישט! דו האָסט אַלײן אָנגעשריבן אין דײַן הײליקער תּורה: כּרחם אָבֿ על בנים; װאָס בין איך שולדיק, אַז זי איז פֿאָרט מײַנס אַ קינד? (שלאָגט זיך מיט דער האַנט אין האַרצן.) פֿאָרט אײַנגעבאַקן בײַ מיר אין האַרצן! אין דער נשמה! (צו חװהן, צענעמט ברײט די הענט.) קום אַהער צו מיר, חװהלע, דו ביסט מײַן קינד!… (חװה פֿאַלט אים אױפֿן האַלדז. צײטל האָט אַרומגענומען אירע צװײ קינדערלעך, װײנט שטיל.)

פֿאָרהאַנג פֿאַלט לאַנגזאַם
געשריבן אין יאָר 1915