מאָנאָלאָגן: אַ מעשׂה מיט אַ גרינהאָרן

שלום עליכם (אַלע װערק)

מיסטער באַראַבאַן, ביזנעס־בראָקער, דערצײלט, װי אַזױ ער האָט אָנגע־

לערנט אַ גרינהאָרן, װאָס האָט געהײַראַט צוליב ביזנעס. איבערדערצײלט

מיט זײַן לשון.

― איר זאָגט: אַמעריקע איז אַ לאַנד פֿון ביזנעס ― נעװערמײנד. עס דאַרף אַזױ צו זײַן. נאָר אַפֿטעראָל גײן הײראַטן און פֿאַרקױפֿן זיך צוליב ביזנעס ― דאָס איז שױן, עקסקיוז מי, אַ חזירײַ. איך פּרעדיק ניט קײן מאָראַל, נאָר איך זאָג אײַך, ס'אַ פֿעקט, אַז נײַן און נײַנציק פּראָצענט גרינהאָרנס הײראַטן באַ אונדז צוליב ביזנעס.― פֿאַרדריסט דאָס מיך, און אַז איך דערטאַפּ אַזאַ גרינהאָרן, װעט ער שױן פֿון מיר טרוקן נישט אַרױס. ליװ איט טו מי, װעל איך אײַך דערצײלן אַ שײנס!

זיץ איך מיר אײנמאָל אין מײַן אָפֿיס און מײל די פּאָסט, קומט אַרײַן צו מיר אַ גרינהאָרן, נאָך גאָר אַ באָי. און מיט אים אַ װײַבעלע ― װאָס זאָל איך אײַך זאָגן? ― בלוט און מילך. שײן װי דער טאָג און פֿריש װי אַן עפּעלע, נאָר־װאָס פֿונעם בױם. אַרײַנגעקומען, רופֿט ער זיך אָן צו מיר: „האָו דו יו דו! זײַט איר דאָס מיסטער באַראַבאַן דער ביזנעס־בראָקער?“ „סידאַן! װאָס'ט איך זאָגן גוטס?“ עפֿנט ער מיר אױף זײַן האַרץ און דערצײלט מיר אַ גאַנצע געשיכטע, סאָ ענד סאָ, אַזױ װי ער איז אַ באָי ערשט צען יאָר אין לאַנד, אַ ני־פּענטס־מײקער באַ טרײד, און אין אים האָט זיך פֿאַרליבט אָט דאָס װײַבעלע, געװען אַ מײדל אַן אַרבעטאָ־רן, װאָס פֿאַרמאָגט טױזנט דאָלער אין קעש, האָט ער מיט איר חתונה געהאַט און זוכט אַ ביזנעס, זײ זאָלן קאָנען מאַכן אַ לעבן און פֿאַרשפּאָרן אַרבעטן אין שאַפּ, װאָרעם ער האָט, ניט פֿאַר אײַך געדאַכט, אַ רעמאַ־טיז, באַ אים בלײַב עס, און אַזױ װײַטער. קוק איך אַפֿן װײַבעלע און זאָג צו אים: „אין װאָס פֿאַר אַ ביזנעס װאָלט איר געגאַנגען?“ ענטפֿערט ער מיר: „ער װאָלט געעפֿנט אַ סטײשיאָנערי“. און ער גיט מיר צו פֿאַרשטײן, אַז אין אַ סטײשיאָנערי װאָלט „זי“ אים אױך געקאָנט קומען צו הילף. איר פֿאַרשטײט אַ גרינהאָרן? ניט גענוג ער האָט דערטאַפּט אַ פּרי, אַן אתרוגל אַף צו מאַכן שהחײנו, און ניט גענוג זי ברענגט אים טױזנט דאָלער אין קעש, איז ער נאָך אַ בעלן, זי זאָל אים אַרבעטן און ער װעט זיך זיצן מיט זײַנע חבֿרים, שפּילן אין פּינאַקעל און אַזױ װײַטער ― איך קען מײַנע לײַט! טראַכט איך מיר: אַ מכּה װעסטו באַ מיר האָבן אַ סטײשיאָנערי! איך קאָן באַשטײן, דו זאָלסט באַ מיר ליגן, װי אַ הונט, אין אַ לאָנדרי. װעסט באַ מיר װערן אַ לאָנדרימען! װאָס איז מיר עפּעס אײַנגעפֿאַלן אַ לאָנדרי? װײַל איך האָב גראָד געהאַט אַף דער האַנט אַ לאָנדרי צו פֿאַרקױפֿן. און איך רוף מיך אָן צו מײַן גרינהאָרן: „צו װאָס טױג דיר, זאָג איך, זיך באַרעדן מיט אַ סטײשיאָנערי־סטאָר אַכצן שטונדן אין מעת־לעת, אַרױסקוקן, טאָמער װעט דורכלױפֿן אַ סקול־באָי און כאַפּן קענדי פֿאַר אַ פּעני און אַזױ װײַטער? אַמער, ליװ איט טו מי ― איכ'ל דיר געבן אַ שענערע ביזנעס, אַ לאָנדרי אין די בראָנקס, װעסטו אַרבעטן רע־געלע שטונדן און לעבן, װי אַ קײסער! און איך נעם אַ פּענסיל און טו אים אַ רעכן אױס, אַז נאָך אַלע עקספּענסעס ― רענט און שױרט־אײַ־רענער און פֿעמילי־אײַרענער און דעליװערי־באָי און לאָנדרי־ביל און אַזױ װײַטער, בלײַבט אים איבער רײנע עטלעכע און דרײַסיק דאָלער אַ װאָך ― דאַרף מען בעסער? „װאָס װעט דאָס קאָסטן?“ זאָג איך: „טױזנט דאָלער איז דאָס אַ באַרגײן, נאָר ליװ איט טו מי ― איכ'ל עס אײַך מאַכן פֿאַר אַכט הונדערט. איר'ט, זאָג איך, דאַרפֿן נאָר אָפּצאָלן די פּאָר דאָלער, פֿאַרבינדן די אױגן, נעמען די שליסל ― און איר זײַט אָללרײַט. דערװײַל, זאָג איך, גײט געזונט און קומט צו מיר אין דרײַ טעג אַרום, װײַל איצט האָב איך קײן צײַט ניט ― און גוד־באַי“.

און אַלײן בין איך אַװעק צו מײַן לאָנדרימען און גיב אים אָפּ מזל־טובֿ: גאָט האָט מיר צוגעשיקט אַ העכט, אַ גרינהאָרן, און אַז ער האָט איצט אַ טשענס, אױב ער איז אַ מענטש, פּטור צו װערן פֿון דער לאָנדרי אין גלײַכן געלט, זאָל ער װיסן װאָס ער האָט צו טאָן, און אַזױ װײַטער… האָט דער גנבֿ פֿאַרשטאַנען, װאָס איך מײן, און זאָגט צו מיר: „ברענגט אים נאָר, דעם העכט, װעט שױן זײַן אָללרײַט“… אין דרײַ טעג אַרום ― מײַן גרינהאָרן איז דאָ, געבראַכט אַ דעפּאָזיט, אַװעקגעשטעלט זיך מיטן װײַבעלע אַף אַ װאָך טרײַען, װי דער שטײגער איז, און מײַן לאָנדרימען האָט שױן מסתּמא געזען, אַז די װאָך פֿון טרײַען זאָל זײַן אָללרײַט, און נאָך מיט אַ שמיצל אַף יענער זײַט אָללרײַט ― און מע האָט געסעטעלט די ביזנעס. דער גרינהאָרן האָט אָפּגעצײלט די פּאָר דאָלער, דער לאָנדרימען האָט אים איבערגעגעבן די ביכער מיט די שליסל, איך האָב אָפּגענומען מײַן רח″ש דװקא פֿון בײדע צדדים, און אַזױ װײַטער ― מיסטער באַראַבאַן ביזנעס־בראָקער װײסט װאָס ער האָט צו טאָן ― און, װי זאָגט איר, פֿיניטאַ לאַ קאָמעדיאַ. אַיאָ? אַזױ זאָגט א י ר . באַ מיר הײבט די קאָמעדיע זיך ערשט אָן. װאָרעם אַז ס'איז אַלצדינג שױן געװען פֿאַרטיק אַרום און אַרום, האָט זיך ערשט צעברענט אין מיר אַ פֿײַער אַף דעם גרינהאָרן, פֿאָר װאָס קומט אים, דעם ממזר, אַן אָפּגעשײלט אײעלע גלײַך אין מױל אַרײַן, אַזאַ װײַבעלע, טױזנט דאָלער אין קעש און אַ פֿאַרטיקע ביזנעס אָן קאָפּװײטיק? מע דאַרף באַ אים די לאָנדרי אָפּהאַנדלען פֿאַר האַלב געלט און אַװעקגעבן זי צוריק צום פֿריִערדיקן לאָנדרימען. װי אַזױ? דערױף בין איך דאָך מיסטער באַראַבאַן ביזנעס־בראָקער, באַ מיר איז נישטאָ אַ זאַך, װאָס איך זאָל ניט קאָנען דורכפֿירן! בין איך אַװעק אַקוראַט אַקעגן דער לאָנדרי אַפֿן קאָרנער פֿון דער צװײטער סטריט און האָב אָפּגעדונגען באַם אײדזשענט אַ רומקע, אַרײַנגעפֿידלט אים אַ צען־דאָלער־ביל אַן אױפֿגאָב און האָב אױסגעהאַנגען אַ סײַן אַף דער װינדע:

„אָט דאָ עפֿנט זיך אַ לאָנדרי“.

אַװדאי גײט ניט אַװעק קײן טאָג צײַט ― מײַן גרינהאָרן איז דאָ מיט אַ צעיושעטן קאָפּ: סטײַטש! ער איז אַ געקױלעטער; „װאַט איז די טראָבל?“ דערצײלט ער מיר פֿונעם אומגליק, עפּעס אַ שװאַרץ יאָר האָט אָפּגעדונגען אַקוראַט אַנטקעגן אים אַ סטאָר און עפֿנט אַ לאָנדרי! „װאָס־זשע װילסטו, גרינהאָרן?“ װיל ער, איך זאָל אים געפֿינען אַ קונה אַף דער לאָנדרי, װעט ער מיך באַדאַנקען אַפֿן שענסטן אַרט און װעט אײביק גאָט בעטן פֿאַר מיר, און אַזױ װײַטער. באַרויִק איך אים און זאָג אים, אַז ניט אַזױ גרינג געפֿינט מען אַ קונה. נאָר ער זאָל זיך פֿאַרלאָזן אַף מיך, איכ'ל טרײַען מײַן בעסט. דערװײַל זאָל ער גײן אַהײם און קומען אין דרײַ טעג אַרום, מחמת איך בין פֿאַרװאָרפֿן מיט ביזנעס, און אַזױ װײַטער ― און גוד באַי!

און אַלײן האָב איך געשיקט רופֿן מײַן אַלטן לאָנדרימען און דערצײל אים סאָ ענד סאָ: אַצינד האָסטו אַ טשענס אַװעקצוקניהן צוריק באַם גרינהאָרן דײַן לאָנדרי פֿאַר האַלב געלט. זאָגט ער: „װי אַזױ װעט איר עס מאַכן?“ זאָג איך: „װאָס גײט'ס אײַך אָן? ליװ איט טו מי ― דערױף בין איך דאָך עפּעס מיסטער באַראַבאַן ביזנעס־בראָקער“. זאָגט ער: „אָללרײַט“. זאָג איך: „װעל איך האָבן דערפֿאַר מײַן קאָמישען?“ זאָגט ער: „אָללרײַט“. זאָג איך: „איך מוז האָבן דערפֿאַר אַ הונדערטער“. זאָגט ער: „אָללרײַט“. און אַזױ װײַטער. דערװײַל זײַנען איבערגעלאָפֿן די דרײַ טעג ― מײַן גרינהאָרן איז דאָ מיטן װײַבעלע. דאָס װײַבעלע האָט זיך אַביסל אױסגעבלײכט, נאָר זי איז נאָך אַלץ שײן, װי די זון. „װאָס הערט זיך?“ „װאָס זאָל זיך הערן, זאָג איך, איר דאַרפֿט, זאָג איך, דאַנקען גאָט, איך האָב קױם־קױם געפֿונען אַ בעלן אַף אײַער לאָנדרי. נאָר װאָס דען? איר'ט מוזן, זאָג איך, פֿאַרלירן געלט“. „װיפֿל?“ „פֿרעגט ניט, זאָג איך, װיפֿל איר פֿאַרלירט, פֿרעגט װיפֿל איר געװינט. װאָרעם װיפֿל, זאָג איך, איר זאָלט ניט נעמען, איז דאָס װי געפֿונען. איר שפּילט זיך, זאָג איך, מיט אַמעריקאַנער קאָנקורענטן? זײ קאָנען אײַך, זאָג איך, אַרײַנטרײַבן אין אַזעלכע עקספּענסעס, אַז איר זאָלט דאַרפֿן, זאָג איך, אױפֿכאַפּן זיך אין מיטן באַנאַכט און אַנטלױפֿן אין אײן העמד! ,,… װאָס טױג אײַך, איך האָב אַף זײ אָנגעװאָרפֿן אַזאַ שרעק, אַז זײ האָבן אָפּגענומען האַלב װיפֿל זײ האָבן אַרײַנגעלײגט און האָבן נאָך אָפּגעצאָלט מיר רח″ש אױך, װאָרעם איך בין דאָך ניט מחױבֿ זיך באַרעדן אומזיסט, און ― אױס לאָנדרי!… נאָר האָט צײַט, איר זײַט נאָך ניט פֿאַרטיק. אױב איר האַלט קאָפּ, דאַרפֿט איר געדענקען, אַז איך האָב געהאַט אַרײַנגעצימבלט צען דאָלער אַן אױפֿגאָב דעם אײדזשענט פֿאַר אַ סטאָר און אױסגעהאַנגען אַ סײַן אַף אַ לאָנדרי. פֿרעגט זיך אַ קשיא: למאַי זאָל איך לאָזן צען דאָלער גלאַט אַפֿן װינט, מיר ניט, דיר ניט? באַ מיסטער באַראַבאַן ביזנעס־בראָקער איז דען גנבֿהש געלט, צי װאָס? איז אײן מאָל אַװעק. צװײטנס, ברענט מיך נאָך אַלץ אַף דעם גרינהאָרן און עס פּאָרקעט מיך: דער ממזר האָט נאָך עטלעכע הונדערט דאָלער אין פּאַקעט און אַ װײַבעלע באַ דער זײַט ― גין־גאָלד! פֿאַרװאָס קומט דאָס אים? מיסטער באַראַבאַן, דער גרעסטער ביזנעס־בראָקער פֿון דער איסט־סײד, באַדאַרף האָבן אַ װײַב, עקסקיוז מי, אַ פֿאַרזעעניש און נאָך אַ קסאַנטיפּע דערצו, און דער גרינהאָרן ― דאַרף אים גאָט צושיקן אַזאַ צאַצקע, יו נאָו, אַ מזוזהלע ― אױסקרענקען זאָל ער עס! פֿױל איך זיך ניט און שרײַב אים אַװעק אַ פּאָסטעלקאַרד, ער זאָל קומען צו מיר אַף אַן אַפּאָינטמענט אין דער און דער שעה, איך האָב צו אים אַ ביזנעס. לאָזט ער זיך ניט בעטן און קומט צו גײן אין דער אָפּגעשטעלטער צײַט, און דװקא מיט איר, מיטן װײַבעלע. באַזעץ איך זײ, מײַנע ליבע געסט, און דערצײל זײ אַ מעשׂה, סאָ ענד סאָ: „איר קענט ניט די אַמעריקאַנער בלאָפֿערס! איר זאָלט װיסן, װאָס פֿאַר אַ טריק דער גנבֿ, דער אַלטער לאָנדרימען, האָט אײַך אָפּגעטאָן ― אַזש די האָר שטעלן זיך קאַפּױר!“… „דהײַנו?“ „דהײַנו, זאָג איך, דאָס האָט ער, זאָג איך, אָפּגעדונגען די סטאָר אַקעגן אײַך און האָט אױסגעהאַנגען אַ סײַן אַף אַ לאָנדרי, בכדי, זאָג איך, איר זאָלט זיך דערשרעקן און אים אָפּטרעטן פֿאַר האַלב געלט צוריק זײַן לאָנדרי“. דערהערט אַזאַ מעשׂה, האָט זיך דאָס פּאָר־פֿאָלק גענומען איבערקוקן, געװאָרן אָנגעצונדן, און איבערהױפּט דאָס װײַבעלע. די אױגן האָבן איר געברענט, װי צװײ קױל פֿײַער. „ס'איז אַ יושר, זאָג איך, איר זאָלט זיך מיט אים אָפּרעכענען, מיטן גנבֿ, ער זאָל אײַך האָבן צו געדענקען!“ „מיט װאָס קאָנען מיר זיך מיט אים רעכענען?“ „ליװ איט טו מי, זאָג איך, איכ'ל אים שױן צו־רעכט מאַכן, דעם פֿױגל, אַז ער װעט באַ מיר, זאָג איך, קײן תּחית־המתים ניט אױפֿשטײן, און אײַך, זאָג איך, װעט דערפֿון אַרױסקומען אַ טובֿה; אירט, זאָג איך, האָבן אַ ביזנעס נאָך בעסער, װי פֿריער!“ קוקן זײ אַף מיר, װי די טײַבעלעך, װי אײנער רעדט: פֿון אײַער מױל און גאָטס אױערן, און לאַנג לעבן זאָלט איר, און אַזױ װײַטער! און איך נעם און לײג זײ פֿאָר אַ פּלאַן: דאַרפֿן זײ קױפֿן פֿרעמדע ביזנעס און צאָלן יענעם פֿאַר דער פֿירמע אין טאָג אַרײַן? אַמער, גײ איך שױן צום אײגענעם לענדלאָרד און דינג זײ אָפּ די סטאָרקע, װאָס דער גנבֿ האָט געװאָלט דינגען, און איך פֿיקס זײ אײַן פֿאַר אַזעלכע דרײַ־פֿיר הונדערט דאָלער אַ לאָנדרי אַקוראַט אַקעגן זײַן לאָנדרי און שטעל זיך אַװעק מיט אים קאָנקורירן, װיפֿל ער נעמט, נעם איך ביליקער, און איך מאַך אים אין דרײַ װאָכן צײַט צו מופֿן ― זאָל מײַן נאָמען ניט הײסן באַראַבאַן! װאָס טױג אײַך, איך האָב זײ אַזױ צעשרױפֿט, אַז דער גרינהאָרן איז מיר שיר ניט אַרױפֿגעפֿאַלן קושן, און דאָס שײנע װײַבעלע זײַנס האָט זיך צערױטלט און איז געװאָרן נאָך שענער, װי געװען. און דעם זעלבן טאָג נאָך האָב איך גערענט פֿון זײערטװעגן די סטאָרקע, און ס'איז גיך פֿאַרטיק געװאָרן באַ מיר אַ נײַע לאָנדרי מיט אַ סײַן און מיט טישן און מיט האַק און פּאַק, און מײַן פּאָר פֿאָלק האָט זיך גענומען צו דער אַרבעט, און ס'איז אַװעק צװישן זײ און צװישן אַלטן לאָנדרימען אַ פֿלאַם־פֿײַערדיקע קאָנקורענציע. מע האָט זיך געשמיסן מיט די פּרײַזן, װי װײַט מע האָט געקאָנט. האָט יענער געשטעלט פֿיר און צװאַנציק סענט אַ דאָזען פֿלעט, האָבן זײ געשטעלט אַכצן, און נאָך צוגעגעבן אַ „ספּרעד“ אומזיסט. האָט יענער אַרונטערגעלאָזט אַף אַכט סענט העמדער, האָבן זײ אַראָפּגעשמיסן אַף אַ פּעני און אַ האַלב קאַללערס, האָט יענער שױן געמוזט אַראָפּשמײַסן אַף אַ פּעני, און אַזױ װײַטער. דער שפּיץ איז ― מע האָט זיך אַזױ לאַנג געשמיסן, ביז דער גרינהאָרן האָט זיך אָפּגעשאָקלט פֿון די פּאָר דאָלער און געבליבן אָן אַ פּעני, נישט געהאַט מיט װאָס צו צאָלן רענט. האָט ער צוגעמאַכט די לאָנדרי, אַרױס בשן ועין, װי שטײט אין פּסוק: בשקאַפּע יבֿוא, בשקאַפּע יצא און איצט רוט ער זיך באַ מיר אָפּ אין לודלאָװ־סטריט־דזשײל ― דאָס האָב איך אױסגעזוכט פֿאַר זײַן װײַבעלע אַ לאָיער, װאָס מאָנט באַ אים פֿון אירטװעגן דרײַ זאַכן: 1) איר געלט, די טױזנט דאָלער נדן; 2) אַ גט; און 3) ביז זי װעט אַמאָל באַקומען פֿון אים דעם גט, זאָל ער זי סופּאָרטען לױט די געזעצן פֿון לאַנד ― אַ רוח אין זײַן טאַטנס טאַטן אַרײַן, דעם גרינהאָרן!…

אַדװערטײַזמענט ― רעקלאַמע. אַטענדען צו ביזנעס ― טאָן געשעפֿטן. אײדזשענט ― אַגענט. איך טרײַ מײן בעסט ― איך טו אַלץ װאָס מעגלעך. איסט־סײד ― מזרח ניו־יאָרק (דאָס ייִדישע געטאָ). אײַנפֿיקסן ― אײַנריכטן. אָללרײַט ― זײער װױל. אַפּאָינטמענט ― אַ באַגעגעניש. אַפּטאָון ― דער הױכער טײל פֿון ניו־יאָרק. אַפֿטעראָל ― נאָך אַלעמען.

באַדערן ― דולן אַ קאָפּ. באָיעס ― ייִנגלעך. באַרגײן ― אַ מציאה. בוטשער ― קצבֿ. ביזנעס ― געשעפֿט. ביזנעס־בראָקער ― מעקלער. ביקאָז ― װאָרעם. בלאָפֿערס ― ליגנערס. ברוקלין־ברידזש ― די בריק, װאָס פֿאַראײניקט ברוקלין מיט ניו־יאָרק. בראָנקס ― אַ געגנט אין ניו־יאָרק.

גאַבעטשמען ― מיסט־מאַן. גוד באַי ― אַ גוטן טאָג. גוט־אָפּ ― פֿאַרמעגלעך. געסעטעלט די ביזנעס ― אָפּגעמאַכט דאָס געשעפֿט. גרינהאָרן ― אַ פֿרעמדער, אַ ניט־געניטער אין אַמעריקאַנער לעבן.

דאַונטאַון ― דער נידעריקער טײל פֿון ניו־יאָרק. דאָזען ― אַ טוץ. דזשאַב ― באַשעפֿטיקונג. דזשאָדזשעס ― ריכטער. דעליװערי־באָי ― שיק־ייִנגל. דעפּאָזיט ― אַדערױף. דרײַװער ― פֿערד־שמײַסער.

האו־דו־יו־דו ― װאָס מאַכט איר? העט ― הוט.

װאָט איז די טראָבל ― װאָס איז געשען? װאָנדערפֿול ― װוּנדערבאַר. װינדע ― פֿענצטער.

טרײד ― אַרבעט. טרײַען ― פּרוּװן. טריק ― אַ שפּיצל. טשענס ― אַ שאַנס, אַ מעגלעכקײט.

יו נאָו ― פֿאַרשטײט איר מיך. יוז ― באַנוצן.

לאָנדרי ― װעשערײַ. לאָנדרי־ביל ― װעשערײַ־הוצאות. לאָנדרימען ― װעשער. לודלאָװ־סטריט־דזשײל ― אַ געפֿענקעניש אין ניו־יאָרק אַף לודלאָװ־גאַס. ליװ איט טו מי ― לאָזט דאָס איבער צו מיר.

מופֿן ― זיך איבערקלײַבן. מײַל די פּאָסט ― שיק אַרױס בריװ.