מאָנאָלאָגן

שלום עליכם (אַלע װערק)

מיסטער גרין האָט אַ דזשאַבjob: באַשעפֿטיקונג
דערצײלט פֿון אים אַלײן און איבערגעגעבן מיט זײַן לשון

― האַו דו יו דוHow do you do: װאָס מאַכט איר, מיסטער שלום־עליכם! איך װײס ניט, אױב איר קענט מיך?… איך קער מיך אָן מיט אײַך שטיקלעך אײגענע, שני־שבשלישים… דאָס הײסט, ניט מיט אײַך, נאָר מיט אײַער טבֿיה דעם מילכיקן און מיט זײַן קרובֿ מנחם־מענדל פֿון יעהופּעץ… אַהאַ! אַיאָ, ס'איז אײַך אינטערעסאַנט? איר האָט זיך אַזש אָפּגעשטעלט? ― שטײט זשע טאַקע אַ װײַלעטשקע אָט דאָ מיט מיר אױפֿן סײַדװאָקsidewalk: טראָטואַר, װעלן מיר אַביסל שמועסן פֿון דעם אַמעריטשקע, װאָס פֿאַר אַ גאָלדענע מדינה דאָס איז. און ניט אַזױ פֿון אַמעריקע, װי פֿון אירע ביזנעס, װי מע װערט אױסגעריסן אין עושר און אין כּבֿוד, ביז גאָט שיקט צו דעם רעכטן דזשאַב, און אַז גאָט העלפֿט, אַז מע שלאָגט זיך אַרױף אױף דעם רעכטן דזשאַב, איז דאָ אַ האָפֿענונג, מע זאָל מיט דער צײַט זיך אַרױפֿאַרבעטן, װערן גוט אָפּ, אױסװאַקסן אַ דזשײקאָב שיףJacob Henry Schiff 1847-1920, אַ נײטען שטראַוסNathan Straus 1848-1941, אָדער כאָטש אַ העררי פֿישעלHarry Fischel 1865-1948 ― מיט אײנעם װאָרט: זײַן אָלרײַטall right: זײער װױל… איך קאָן אױף זיך נאָך לעת־עתּה ניט זאָגן, אַז איך בין אָלרײַט, נאָר אַ דזשאַב, געלױבט דער אײבערשטער, האָב איך שױן, און דער גאַנצער אַנטיק פֿונעם דאָזיקן דזשאַב איז, װאָס איך בין עס אַלײן דערגאַנגען, אַלײן מיט מײַן אײגענעם שׂכל… נאָר איך זע, אַז איר װילט װיסן, איר גײט אױס ― װער איז דער פּאַרשױן, װאָס רעדט צו אײַך? אַז איך װעל אײַך זאָגן, אַז דאָס רעדט מיסטער גרין, װעט איר זיך טראַכטן: גרין? געל? בלױ? ― ס'איז אַזױ גוט װי גאָרנישט… דאָ הײס איך גרין, דאָרט האָב איך געהײסן גרינבערג. פֿון װאַנען? פֿון אַדעס? ― פֿון אַדעס… פֿון יעהופּעץ? ― פֿון יעהופּעץ… פֿון כּתרילעװקע, פֿון טעפּליק, שפּאָלע, אומאַן, באַרדיטשעװ ― בקיצור, פֿון יענע מקומות… און געהאַנדלט האָט מען, װי אַלע ייִדן האַנדלען. געדרײט, געמעקלערט, ביז ס'איז געקומען דאָס גוטע שטיקל צײַט און מען איז אַרױסגעטריבן געװאָרן און מען איז מגולגל געװאָרן אַהער צו צו, אין קאָלומבוסעס מדינה. און מע האָט אַזױ לאַנג געגעסן, ביז מע האָט אױפֿגעגעסן פֿון זיך דאָס לעצטע שטיקל העמד, האָט מען אָנגעהױבן פֿאַרשװאַרצט װערן גאָר אױף אַן אַנדער אופֿן און מע האָט געטאָן כּל־עבֿודת־פּרך ― ס'איז נישט געגאַנגען! ביז ס'איז געקומען ראָש־חודש אלול. און אַז ס'איז געקומען ראָש־חודש אלול, האָב איך דערזען אין די פּײפּערסpapers: גאַזעטן, װי מע אַדװערטײַזטadvertise: אַנאָנסירט חזנים, שולן, מנינים. אין די סטאָרסstores: קראָמען, האָב איך דערזען, שטעלט מען אַרױס סידורים, מחזורים, שופֿרות, טליתים, און דער עולם, האָב איך דערזען, הײבט אָן צו שמײכלען זיך צום רבונו־של־עולם, חנפֿענען גאָט צוליב ביזנעס ― האָב איך מיך מישבֿ געװען און זאָג צו זיך אַלײן: „מיסטער גרין! ביז װאַנען װעסטו זײַן אַ גרינער? טו אױך אַ לעק פֿונעם ראָש־חודש אלול און פֿון די עשׂרת־ימי־תּשובֿה!“…. נאָר ס'איז גרינג צו זאָגן טאָן אַ לעק, אַז סע לעקט זיך… צו װאָס קאָן איך מיך נעמען? זיך שטעלן פֿאַר אַ חזן? ― בין איך קײנמאָל ניט געװען קײן שוסטער… פֿאַר אַ שוחט? ― מײַן טאַטע איז קײנמאָל ניט געװען קײן בעל־עגלה… קײן רעװערענד װעל איך דאָ אַװדאי ניט זײַן, װאָרעם איך קען עבֿרי און פֿאַרשטײ פּירוש־המילות… סײַדן אַ בוטשערbutcher: קצבֿ אױף סטריקטליstrictly: שטרענג כּשר? ― האָב איך אין דער הײם נישט געהאַנדלט מיט גנבֿהשע פֿערד… פֿאַרטיפֿט, װי אײַער טבֿיה זאָגט, אין די דאָזיקע מחשבֿות און געדאַנקען, בין איך אַרײַן אין אַ מקום־קדוש… ראָש־חודש אלול, דער עולם דאַװנט, מע זאָגט „לדוד אורי“… מע האָט אָפּגעדאַװנט, רופֿט זיך אָן אײנער: „און װער װעט אונדז געבן אַ בלאָז?“ רוף איך מיך אָן: „אַ בלאָז? לאָזט מיך“… װעט איר פֿרעגן, װי קומט צו מיר אַ בלאָז? איז די מעשׂה אַזױ. קײן בעל־תּוקע בין איך אין דער הײם טאַקע נישט געװען. מײַן טאַטע אױך ניט. מײַן טאַטנס טאַטע אױך ניט. נאָר ייִנגלעך שקצים, אַז ס'איז געקומען ראָש־חודש אלול און מע האָט דערטאַפּט אַ שופֿר, האָט מען מעשׂה ספּאָרטsport: װױלער יונג געבלאָזן און געבלאָזן אַזױ לאַנג, ביז דער שמשׂ האָט אונדז אָפּגעגאָסן מיט װאַסער און אַרױסגעטריבן פֿון שול. ― בקיצור, איך קען די מלאָכה, און װוּ זאָגט איר: אַז מע שמועסט, אַז ער יכולט, איז דאָך נישט שײך… װאָס טױג אײַך, איך האָב געגעבן אַ נעם דעם שופֿר אין האַנט און האָב זײ געגעבן אַ בלאָז „תּקיעה־שבֿרים־תּרועה“, און אױסגעלאָזט האָב איך זײ מיט אַ „תּקיעה גדולה“ בלא־גוזמא פֿון דאַנען ביז ברוקלין־ברידזשBrooklyn Bridge: אַ בריק! דערהערט אַזאַ בלאָז, רופֿן זײ זיך אָן צו מיר: „פֿון װאַנען איז אַ יונגערמאַן?“ זאָג איך: „װאָס איז די נפֿקא־מינה?“ זאָגן זײ: „טאָמער װאָלט איר זיך באַשטעלט בײַ אונדז פֿאַר אַ בלאָזער אױף ימים־נוראָים? אונדזער בעל־תּוקע איז געשטאָרבן“. „איך זאָל קאָנען, זאָג איך, מאַכן דערפֿון אַ לעבן, איז מהיכא־תּיתי“… „מאַכן אַ לעבן פֿון בלאָזן אַלײן, זאָגן זײ, איז שװערלעך. סײַדן איר זאָלט דערצו נאָך עפּעס טאָן“… „דהײַנו, זאָג איך, װאָס נאָך זאָל איך טאָן? זײַן דערצו אַ דרײַװערdriver: פֿערד־שמײַסער? אַ גאַבעטשמעןgarbageman: מיסטלער, אָדער אַ סטריט־קלינערstreet cleaner: גאַסנקערער?“ זאָגן זײ: „װי באַלד איר זײַט אַ בלאָזער, אַ בעל־תּוקע הײסט עס, קאָן מען פֿון אײַך אַזעלכע גראָבע אַרבעט ניט פֿאַרלאַנגען. דאָס אײנציקע, זאָגן זײ, װאָס מיר קאָנען אײַך געבן, איז נאָר אַ טשענסchance: געלעגנהײט, איר זאָלט קאָנען, זאָגן זײ, בלאָזן נאָך אין אַ שול“… איז דאָס מיר אַרײַן איז נאָז אַרײַן און איך טראַכט מיר: אַז איך האָב אַ טשענס צו בלאָזן נאָך אין אַ שול, קאָן איך דאָך האָבן אַ טשענס צו בלאָזן נאָך אין צװײ שולן. און פֿאַר װאָס ניט אין דרײַ שולן?… און איך בין אַװעק דאַונטאַוןdowntown: אין מיטלשטאָט פֿון אײן שול אין דער אַנדערער, פֿון אײן מנין אינעם אַנדערן, אומעטום געמאַכט פּראָבעס, באַװיזן מײַן קונסט אין תּקיעה־שבֿרים־תּרועה, געהאַט דעם גרעסטן סוקסעסsuccess: הצלחה, װאָרעם איך, אַז איך בלאָז, לױפֿט מען זיך צונױף פֿון אַלע שולן. מיך האָבן געהערט בלאָזן דזשאָדזשעסjudges: ריכטערס, קאָנגרעסמענסcongressmen: קאָנגרעסלײַט, אַסעמבלימענסassemblymen: שטאָט־באַאַמטע, און אַלע האָבן געזאָגט: װאָנדערפֿולwonderful: װוּנדערלעך! איר קאָנט פֿאַרשטײן, אַז דעם ערשטן יאָר האָב איך געהאַט נאָר אײן שול מיט צװײ מנינים. דאָס צװײטע יאָר ― דרײַ שולן מיט פֿינף מנינים. הײַנטיקס יאָר שנײַדט זיך מיר, אַז דער אײבערשטער װעט װעלן, ביז אַ דאָזעןdozen: טוץ מנינים, און איך װעל קאָנען מאַכן אַ שײנע פּאָר טאָלער. אַי, װי אַזױ קאָן אײן מענטש אַטענדעןattend: בײַזײַן צו אַזױ פֿיל ביזנעס? ― דאָס זאָלט איך נישט פֿרעגן; ס'איז אַמעריקע, און אין דעם לאַנד העלפֿט מען זיך שױן אױס. אין אײן אָרט איז בײַ מיר די תּקיעות פֿריִער, אינעם אַנדערן אָרט אַ ביסל שפּעטער, אינעם דריטן נאָך שפּעטער. איך טרײַ מײַן בעסטtry my best: פּרוּװ װיפֿל איך קען, אַז דאָס פּובליקום זאָל זײַן סאַטיספֿײַטsatisfied: צופֿרידן, ביקאָזbecause: װײַל אַז טאָמער לאָז איך דורך די צײַט, פֿאַרליר איך דאָך מײַן דזשאַב מיט מײַן רעפּוטײשאָןreputation: רעפּוטאַציע. איר װוּנדערט זיך, מיסטער שלום־עליכם, װאָס איך יוזuse: באַניץ זיך מיט מער ענגלישע װערטער װי ייִדישע? ― דאָס איז איבער די קינדער. זײ זײַנען שױן בײַ מיר אמתע אַמעריקאַנער און װילן שױן ניט רײדן קײן װאָרט ייִדיש! איר זאָלט אָנקוקן מײַנע באָיעסboys: ייִנגלעך, װעט איר אין לעבן נישט זאָגן, אַז דאָס זײַנען ייִדישע קינדער. און מיך אַלײן, אַז איר װעט באַגעגענען נאָך ימים־נוראָים, װעט איר מיך אױך ניט דערקענען. בײַ מיר, אַז עס קומט אַ קורצע צײַט פֿאַר ראָש־חודש אלול, װאַרף איך אַראָפּ מײַן סוטsuit: רעקל, פֿאַרלאָז מיר אַ באָרד, באַקום אַ „הײמיש“ אױסזען, און װי נאָר עס גײען אַװעק די ימים־נוראָים, נעם איך אַ שײװגאָל אָפּ די באָרד, טו אָן מײַן העטhat: היטל און װער מיר צוריק אַ דזשענטלמען ― װאָס טוט מען נישט אין אַמעריקע צוליב ביזנעס?… איך זע אין אײַך, מיסטער, איר האָט חשק מיך צו באַשרײַבן אין פּײפּער, איר האָט שױן אַרױסגענומען דאָס ביכעלע אַפֿילו, ― נעװערמײַןnever mind: עס מאַכט נישט אױס, געזונטערהײט! איכ'ל אײַך נאָך זאָגן אַ דאַנק. װאָרעם פֿאַר מיר װעט דאָס זײַן אַן אַדװערטײַזמענטadvertisement: רעקלאַמע… פֿאַרקערט, איכ'ל אײַך נאָך בעטן, איר זאָלט אַרױסשטעלן מײַן אַדרעס: מיסטער גרין, טשעררי סטריטCherry Street: אַ גאַס, ניו־יאָרק סיטיcity: שטאָט, פּליִעזplease: זײַט אַזױ גוט… איך האָף, מיר'ן זיך נאָך אַמאָל באַגעגענען אָפּטאַוןuptown: אין אײבערשטאָט. דערװײַל זײַט מיר גוד באַיgood-bye: אַ גוטן טאָג!

געשריבן אין יאָר 1915