― װײסט איר ניט, פֿעטער, װוּ זיצט דאָ ערגעץ דער דאָקטער פֿײַנפֿינקלקרױט?
― האַ? װי אַזױ האָט איר אים אָנגערופֿן? פֿײַנפֿײנ…
― פֿײַנפֿינקלקרױט.
― פֿײַנפֿינקלקרױט? אַזױ זשע רעדט. פֿײַנפֿינקלקרױט… עפּעס אַ קענטלעכער נאָמען… װאָס זשע, איר דאַרפֿט טאַקע דװקא צון אים, נעפּרעמענעнепремене: דװקא? צי ס'איז נישקשה אַן אַנדער דאָקטער אױך? פֿאַראַן בײַ אונדז, קײן עין־הרע, גענוג די דאָזיקע סחורה. אָט דאָ אַקעגן זיצט אױך אַ דאָקטער, צװײ דאָקטױרים; אײנער אַן אמתער דאָקטער, און דער אַנדערער אַ צײנדאָקטער. און טאַקע באַלד די דריטע שטוב, אָט דאָרט, זיצט אױך אַ דאָקטער, אַ גאַנץ פֿײַנער דאָקטער, אַפֿילו נאָך גאָר אַ יונגיטשקער דאָקטער, נישט לאַנג פֿון דער פֿאַבריקע, נאָר נישקשה, ער האָט שױן אַ היפּשע פּראַקטיקע. עס האָבן בײַ אונדז אַלע דאָקטױרים שײן פּראַקטיקע, װאָרעם דער עולם, פֿאַרשטײט איר מיך, קײן עין־הרע, קרענקט… װי אַזױ, האָט איר געזאָגט, רופֿט מען אים, דעם דאָקטער אײַערן? פֿינפֿײנפֿינ…
― פֿײַנפֿינקלקרױט. איך דאַרף צו אים האָבן נישט מכּוח זיך…
― נאָר צוליב אײַער װײַב? טאָ גײט גלײַך אַהין ― זעט איר? דאָרט זיצט אַ װײַבערשער דאָקטער. דאָס הײסט, אַ דאָקטער אַן אַקושאָר. מע זאָגט, אַ בריה אַ דאָקטער, און נאָר אױף די חלאַתן… אַז מע שמועסט אַ ספּעציאַליסט, איז דאָך ניט שײך! ס'איז שױן הײַנט אַזױ אײַנגעפֿירט אומעטום, אַז אױף יעדער ספּעציאַלנאָסטспециальность: ספּעציאַליטעט איז אַ באַזונדער דאָקטער: אױף בײַכער אַ דאָקטער, אױף לונג־און־לעבערס אַ דאָקטער, אױף אױגן אַ דאָקטער, אױף נערװן אַ דאָקטער, אױף קינדער אַ דאָקטער… הײַנט דאָס הײלן, װאָס מע הײלט אַצינד, איז אױך נישט דאָס, װאָס אַמאָל. אַמאָל האָט מען געװוּסט רפֿואות, רעצעפּטן, פּילן, פּראָשקעס, ביטערע קרײַטער; הײַנט איז געװאָרן אַ מאָדע מאַשינעס מיט רײַבעניש, מיט מאַסאַזש, מיט בעדער, פּשוטע בעדער ― די דאָקטױרים אַלײן זײַנען הײַנט געװאָרן בעדערס, און ס'איז גאָר אַ סבֿרה, אַז הײַנט איז עס דאָס בעסטע געשעפֿט… אױף װאָס פֿאַר אַ ספּעציאַלנאָסט איז ער, דער דאָקטער, װאָס איר פֿרעגט זיך נאָך אױף אים? װאָס איז ער? אַ ייִד?
― אַ ייִד. װאָס דען? אַ גױ? איר הערט דאָך נאָכן נאָמען… פֿײַנפֿינקלקרױט…
― פֿײַנפֿינקלקרױט, האָט איר געזאָגט? נו־יאָ, פֿאַרשטײט זיך, אַ ייִד. װי באַלד אַז פֿײַנפֿינקלקרױט, איז אַ ייִד. בײַ אונדז זײַנען אַלע צום מײנסטן ייִדישע דאָקטױרים. כאָטש אַפֿילו אַ ייִד, אײגנטלעך, האָט ליב אַ גױיִשן דאָקטער; אַ ייִד האָט ליב אַ גױיִשן אַדװאָקאַט, אַ גױיִשע קלײט און אַ גױיִשן לערער… אַ ייִד איז די כּפּרה נאָך אַ גױ… איז װי אַזױ, האָט איר געזאָגט, רופֿט מען אים, דעם דאָקטער אײַערן? פֿײַפֿער?
― ניט פֿײַפֿער, נאָר פֿײַנפֿינקלקרױט… איך דאַרף צו אים האָבן מכּוח עפּעס אַנדערש…
― אַהאַ! מכּוחן פּריזיװ מסתּמא? אַן עצה האַלטן? איך פֿאַרשטײ שױן!… װאָס? נײן?… צי אפֿשר גאָר מכּוח אַ שידוך? אַיאָ, איך האָב געטראָפֿן? הערסטו! װאָס דען? אַז ניט הײלן זיך, און ניט קײן װײַב, און ניט קײן פּריזיװ, איז מסתּמא אַ שידוך… אױב אַזױ, דאַרפֿט איר אײַער… װי אַזױ הײסט ער דאָרט… אױף טישטשעтысяча: טױזנט כּפּרות. איך װעל אײַך אָנװײַזן אַ סך אַ בעסערן דאָקטער. עס װענדט זיך, בײַ װאָס יענער האַלט? װיפֿל גיט מען?… װאָרעם, געװײנטלעך, װאָס מער פּראַקטיקע, אַלץ מער נדן. און אַפֿילו גאָר אָן פּראַקטיקע, װעט איר אױך דאַרפֿן באַצאָלן, װאָרעם הײַנטיקע צײַטן אַ ליאַדע סטודענטל, אַבי ער איז נאָר אין אוניװערסיטעט, װעט איר אים שױן װינציקער װי פֿאַר פֿינף־זעקס טױזנט קאַרבן נישט קױפֿן. הײַנט בפֿרט אַ פֿאַרטיקער דאָקטער, ער מעג זײַן אַ שמאַטע־שבשמאַטע! איר זאָגט מיר אַקוראַט, װאָס מײנט יענער?
― נײן, װײס איך װאָס ― ניט דאָס!… איר האָט גאָר אינגאַנצן אַ טעות…
― למאַי זאָלט איר װעלן איבערשפּאַרן? איר הערט װאָס איך זאָג אײַך. אױב יענער קאָן גוט באַצאָלן, איז דאָס פֿאַר אים אָנגעמאָסטן. דאָס איז שױן אײן מאָל אַ דאָקטער. אַ פּראָפֿעסאָר! ער איז אױף אַלצדינג: אױף בײַכער, און אױף נערװן, און אױף צײן, און אױף קינדער, און אױף אָפּעראַציעס, און װײַבער האַלטן פֿון אים גאָר אַן עולם־ומלואו, װאָרעם ער איז טאַקע זײער אַ פֿײַנער יונגאַטש, פֿאַרשטײט איר מיך, אַ הױכער, אַ „מושטשינעмужчина: מאַנסביל“; און דערצו איז ער נאָך אַ ציוניסט אױך, און אַ פּיסק האָט ער ― אש־להבֿה! אַז מע שמועסט אַ צאַצקע אַ דאָקטער, איז דאָך נישט שײך!
― נײן! איך זאָג דאָך אײַך, אַז איך דאַרף גאָר…
― האַ? אַזױ זשע רעדט! װאָס זשע דערצײלט איר מעשׂיות? איר זעט אָן דאָרט אַ װײַס מױערל?
― נו? איז דאָרט זיצט פֿײַנפֿינקלקרױט?
― דאָרט זיצט ניט פֿײַנפֿינקעלקרױט, דאָרט זיצט מאיר טאָלאָטשינאָװס. אַ ייִד אַ גבֿיר. געװען אַמאָל אַ קבצן הגדול־הגיבור־והנורא; אַצינד, חוץ זײַן שאָדן, אױף אונדז בײדן געזאָגט געװאָרן. האָט ער אַ טעכטערל, איז זי מיאוס װי דער טױט. נאָר אַז גאָט העלפֿט, ס'איז דאָ מיט װאָס, פֿאַרשמירט מען דאָס פּנים מיט אַ צען־פֿופֿצן טױזנט קאַרבן און מע פֿאַרגינט זיך איר אַראָפּברענגען אַ חתן אַ דאָקטער אַזש פֿון סאַמע קיִעװ. דאָס הײסט, געענדיקט האָט ער אין קיִעװ, אַלײן איז ער גאָר אַן אומאַנער פֿון אומאַן…
― אַקעגן װאָס דערצײלט איר עס מיר?
― אַקעגן דעם, װאָס איר פֿרעגט זיך נאָך אױף…
אױפֿן דאָקטער פֿײַנפֿינקלקרױט? דאָס פֿרעג איך ניט, װײַל איך דאַרף אַ שידוך טאָן מיט אַ דאָקטער, נאָר װײַל דער דאָקטער פֿײַנפֿינקלקרױט איז…
― האָט איר דאָך באַלד געקאָנט זאָגן! און איך האָב געמײנט, אַז דאָ האַנדלט זיך װעגן אַ שידוך! הערט זשע אױס, אַז ס'איז יאָ אַזױ, גיט אַהער דאָס אױער… האָב איך אַ ספּעציאַליסט ― נאָר װאָס פֿון דער נאָדל אַרױס… ניט לאַנג געעפֿנט אַ קאַבינעט… ער האָט געכאַפּט עטלעכע טױזנט קאַרבן ירושה, האָט ער זיך מישבֿ געװען און האָט דאָס גאַנצע געלט אַרײַנגעבראָקט אין אַ מאַשין, אַלײן געפֿאָרן קײן אױסלאַנד נאָך דער מאַשין. קײן פּראַקטיקע דערװײַל האָט ער נאָך נישט, נאָר איך זאָל שױן האָבן אַזאַ דאגה מיט װוּ נעמט מען אױף שבת, װי האָב איך אַ דאגה מיט זײַן פּראַקטיקע! זאָרגט זיך ניט, ער װעט האָבן די בעסטע פּראַקטיקע, אָט װעט איר זען, װאָרעם די דאָקטױרים, װאָס אױף די דאָזיקע שלאַפֿקײטן, האָבן אַלע די שענסטע פּראַקטיקע! ספּעציאַליסטן!… זע נאָר! װאָס כאַפּט איר זיך אַזױ? װאָס אַנטלױפֿט איר? שטײט אַ װײַלע! איך האָב אײַך נאָך ניט געקאָנטשעט. איך האָב נאָך אַ פּאָר דאָקטױרים…
― אָבער, אין גאָטעס װילן! לאָזט מיך צו רו מיט אײַערע דאָקטױרים! װאָס האָט איר זיך אָנגעקלעפּט? איך דאַרף נישט קײן דאָקטער, איך דאַרף ניט קײן פּריזיװ, איך דאַרף ניט קײן שידוך, איך דאַרף נישט קײן ספּעציאַליסט ― איך בין ניט מער װי אַ פּריקאַזטשיק. איך דאַרף האָבן צום דאָקטער פֿײַנפֿינקלקרױט גאָר מכּוח עפּעס אַנדערש: סע קומט אונדז פֿון אים פֿאַרן גאַנצן װינטער פֿאַר האָלץ…
― פֿאַר האָלץ?!… אַלע בײזע װיסטע חלומות! געזען אַביסל! דערטאַפּט אַ װילד פֿרעמדן ייִדן און דרײט אים אַ ספּאָדיק: פֿײַנפֿינקלקרױט! אפֿשר האָט יענער קײן צײַט ניט? אפֿשר לױפֿט גאָר יענער זוכן, װוּ פֿאַרדינט מען אַ קערבל ― ס'איז ערבֿ־שבת? איך האָב אָבער באַלד דערקענט, הערט איר, אַז איר דאַרפֿט זײַן אַ ייִד פֿון האָלץ, גאָט זאָל מיך אַזױ באַגליקן אױף דער עלטער! אָט די הילצערנע ייִדן ― טפֿו!…