מאָנאָלאָגן: ס

שלום עליכם (אַלע װערק)

דיאַלאָג אין גאַליציע

― איר פֿאָרט, דאַכט מיר, קײן קאָלאָמעאַ?

― פֿון װאַנען װײסט איר, אַז קײן קאָלאָמעאַ?

― איך האָב געהערט, איר האָט גערעדט מיטן קאָנדוקטאָר. איר זײַט טאַקע אַ קאָלאָמעאַר, צי איר פֿאָרט נאָר קײן קאָלאָמעאַ?

― טאַקע אַ קאָלאָמעאַר. װאָס איז דען?

― גאָרניט. גלאַט אַזױ, איך פֿרעג. עפּעס אַ היפּשע שטאָט קאָלאָמעאַ?

― װאָס איז שײך אַ היפּשע שטאָט? אַ שטאָט, װי אַלע שטעט אין גאַליציע. אַ פֿײַן שטעטל, זײער אַ פֿײַן שטעטל!…

― איך מײן, צי ס'איז פֿאַראַן באַ אײַך עפּעס פֿײַנע מענטשן, נגידים?

― פֿאַראַן אַלערלײ: פֿאַראַן נגידים, פֿאַראַן קבצנים. געװײנטלעך, מער קבצנים װי נגידים.

― דאָס אײגענע, װאָס באַ אונדז. אַף אײן נגיד ― קײן עין־הרע, טױזנט קבצנים. באַ אײַך אין קאָלאָמעאַ דאַרף זײַן אַ נגיד פֿינקעלשטײן?

― פֿאַראַן אַ נגיד פֿינקעלשטײן. װאָס איז? איר קענט אים?

― קענען קען איך אים ניט, נאָך איך האָב געהערט. הײסט ער ניט רב שעיה?

― רב שעיה. װאָס איז דען?

― גאָרנישט. גלאַט אַזױ, איך פֿרעג. ער איז טאַקע אַזאַ גבֿיר, װי מע זאָגט, אָט דער רב שעיה?

― איך װײס? זײַן געלט האָב איך נישט געצײלט. װאָס פֿרעגט איר זיך אַזױ נאָך? איר דאַרפֿט דאָס װיסן אַקעגן קרעדיט?

― נײן, גלאַט אַזױ. ער האָט, זאָגט מען, אַ טאָכטער.

― ער האָט דרײַ טעכטער. אפֿשר מכּה אַ שידוך? װיפֿל, האָט מען אײַך געזאָגט, גיט ער נדן דער טאָכטער?

― דאָ האַנדלט זיך ניט װעגן נדן, פֿאַרשטײט איר מיך. מע שמועסט פֿון דער שטוב שמועסט מען: װאָס פֿאַר אַ שטוב איז באַ דעם רב שעיה פֿינקעלשטײן? װאָס פֿאַר אַ הױז הײסט דאָס?

― װאָס זאָל זײַן פֿאַראַ הױז? אַ הױז, װי אַלע הײַזער. אַ ייִדישע שטוב, אַ פֿײַנע שטוב, אַ חסידישע, זײער אַ פֿײַנע שטוב! מע זאָגט אַפֿילו, אַז מכּח ייִדישקײט איז באַ אים די לעצטע צײַט… נאָר ס'אַ ליגן!

― װאָס איז אַ ליגן?

― װאָס מע זאָל ניט זאָגן, איז אַ ליגן. קאָלאָמעאַ איז, דאַרפֿט איר װיסן, אַ שטאָט פֿון סאַמע ליגנערס.

― איז טאַקע מהאַי טעמא כּדאַי צו װיסן, װאָס זאָגט מען, למשל, אַף זײַן שטוב?

― מע זאָגט, אַז ס'איז שױן נישט דאָס, װאָס אַמאָל. למשל, אַמאָל פֿלעגט מען דאָרטן פּסח האַלטן שמורה… ער אַלײן פֿלעגט גאָר פֿאָרן צװײ מאָל אין יאָר צום רבין. און הײַנט… הײַנט איז שױן ניט דאָס…

― אָט דאָס איז גאָר?

― װאָס דען האָט איר געװאָלט? מע זאָל שױן אַראָפּװאַרפֿן באָרד און פּאות און עסן חזיר בפֿרהסיה?

― איר זאָגט „מע זאָגט“, האָב איך געמײנט, מי יודע װאָס מע זאָגט! דער עיקר איז דאָך, אױב דער מענטש אַלײן איז אַ מענטש. דאָס הײסט, איך מײן, צי איז ער, אָט דער רב שעיה פֿינקעלשטײן, מײן איך, עפּעס אַ פֿײַנער, אַ לײַטישער מענטש? אָט דאָס מײן איך.

― װאָס איז שײך אָ לײַטישער מענטש? אַ מענטש װי אַלע מענטשן. אַ פֿײַנער מענטש. למאַי זאָל איך זאָגן? אַ גאַנץ פֿײַנער מענטש! מע שמועסט אַפֿילו באַ אונדז, אַז ער איז אַ ביסל… נאָר ס'אַ ליגן!

― װאָס איז אַ ליגן?

― אַלצדינג, װאָס מע זאָגט אַף אים, איז אַ ליגן; קאָלאָמעאַ איז אַזאַ שטאָט, װאָס מע האָט ליב רײדן אײנס אַף דאָס אַנדערע; װיל איך ניט נאָכזאָגן, װאָרעם דאָס הײסט שױן לשון־הרע.

― װיבאַלד אַז איר װײסט, אַז ס'אַ ליגן, איז דאָך שױן אױס לשון־הרע.

― מע זאָגט, אַז ער איז… אַ ביסל… אַ דרײער.

־ אַ דרײער? יעדער ייִד איז אַ דרײער. אַ ייִד דרײט. איר זײַט דען ניט קײן דרײער?

― אַ דרײער צו אַ דרײער איז נישט גלײַך. אַף אים זאָגט מען, פֿאַרשטײט איר מיך… נאָר ס'אַ ליגן!

― װאָס־זשע, אײגנטלעך, זאָגט מען אַף אים?

― איך זאָג דאָך אײַך, אַז ס'אַ ליגן!

― װיל איך װיסן דעם ליגן, װאָס מע זאָגט.

― מע זאָגט אַז ער האָט שױן דרײַ מאָל געשטעלט זיך. נאָר ס'אַ ליגן! איך װײס נאָר פֿון אײן מאָל.

― אָט דאָס איז גאָר? װוּ האָט איר געזען, אַ סוחר זאָל זיך ניט שטעלן? אַ סוחר האַנדלט אַזױ לאַנג, ביז ער פֿאַרהאַנדלט זיך. אַ סוחר, אַז ער שטאַרבט־אַװעק נישט געשטעלטערהײט, איז אַ סימן, אַז ער איז געשטאָרבן פֿאַר דער צײַט. װאָס? ניט אַזױ?

― אַלץ הײסט באַ אײַך געשטעלט? אַף אים זאָגט מען, אַז ער האָט זיך מיאוס אַװעקגעשטעלט, אַראָפּגעלאָזט די ממתּקים און אַרױסגעשטעלט דער װעלט אַ פֿײַג. איר פֿאַרשטײט?

― נישט קײן נאַרישער מענטש, אַפּנים. נו, און אױסער דעם גאָרניט?

― װאָס נאָך האָט איר געװאָלט? ער זאָל קױלען מענטשן? באַגײן קרימינאַל? מע דערצײלט אַפֿילו באַ אונדז אַף אים יאָ עפּעס זײער ניט קײן שײנע מעשׂה… נאָר ס'אַ ליגן!

― דהײַנו, װאָס פֿאַר אַ מעשׂה?

― אַ מעשׂה מיט אַ פּריץ… אַ נעכטיקער טאָג!

― װאָס פֿאַר אַ מעשׂה מיט אַ פּריץ?…

― עפּעס אַ פּריץ דאָרטן… קװיטלעך… װײס איך װאָס קאָלאָמעאַ קאָן אױסטראַכטן? ס'אַ ליגן! איך װײס, אַז ס'אַ ליגן!

― אַז איר װײסט, אַז ס'אַ ליגן, װעט דאָך עס אים נישט שאַטן.

― ער האָט, זאָגט מען, געהאַנדלט מיט אַ פּריץ, זײער אַ רײַכן פּריץ, געװען באַם פּריץ אַ חשובֿ, אַ גרױסער חשובֿ. דערװײַל איז דער פּריץ געשטאָרבן, האָט ער צוגעשטעלט אַף אים אַ פּאָר קװיטלעך; איז געװאָרן אַ גװאַלד אין שטאָט: פֿון װאַנען האָט זיך גענומען צו אים קװיטלעך, אַז דער פּריץ האָט זינט ער לעבט ניט אונטערגעשריבן קײן פּאַפּיר?… קאָלאָמעאַ, דאַרפֿט איר װיסן, איז אַ שטאָט, װאָס גיט אַכטונג…

― נו?

― נו־נו! האָט ער געהאַט אַף זיך אַ פּעקל…

― אָט דאָס איז גאָר? יעדער ייִד האָט אַ פּעקל. איר האָט אַמאָל געזען אַ ייִדן אָן אַ פּעקל?

― דער האָט אָבער אַף זיך געהאַט, זאָגט מען, דרײַ פּעקלעך.

― דרײַ פּעקלעך? דהײַנו, װאָס נאָך פֿאַר פּעקלעך האָט ער, זאָגט מען, געהאַט אַף זיך?

― מיט אַ מיל האָט ער, זאָגט מען, געהאַט צו טאָן… נאָר דאָס איז שױן געװיס אַ ליגן!

― איז זי אָפּגעברענט געװאָרן מן הסתּם, האָט מען געזאָגט אַף אים, אַז דאָס האָט ער אַלײן געמאַכט „בורא מאורי האש“, מחמת די מיל איז שױן געװען אַן אַלטע, האָט ער זי גוט סעקורירט, בכדי ער זאָל קאָנען שטעלן נאָכדעם אַ נײַע?

― פֿון װאַנען װײסט איר, אַז ס'איז אַזױ געװען די מעשׂה?

― װײסן װײס איך ניט, נאָר איך בין מיר משער, אַז אַזױ האָט געמוזט זײַן די מעשׂה.

― אַזױ, הײסט דאָס, שמועסט מען באַ אונדז אין קאָלאָמעאַ, נאָר ס'אַ ליגן. איך קאָן אײַך גײן שװערן, אַז ס'אַ ליגן!

― עס אַרט מיך נישט, ס'זאָל זײַן אַן אמת. װאָס נאָך האָט ער געהאַט, זאָגט איר, פֿאַר אַ פּעקל אַף זיך?

― איך זאָג? די שטאָט זאָגט. נאָר דאָס איז שױן גלאַט אַ פּריטשעפּע, אַ בלבול, אַ רײנער בלבול.

― אַ בלבול? פֿאַלשע מינץ?

― נאָך ערגער.

― װאָס קאָן שױן זײַן ערגער?

― אַ בזיון צו דערצײלן װאָס קאָלאָמעאַ קאָן אױסטראַכטן! פּוסטע מענטשן… לײדיקגײערס… און אפֿשר איז דאָס געװען אַן אָנגעשטעלטע זאַך, מע זאָל קאָנען צאַפּן געלט? איר װײסט ניט? אַ קלײן שטעטל, און אַ נגיד האָט שׂונאים…

― ער האָט געהאַט צו טאָן אַװדאי מיט אַ דינסט?…

― פֿון װאַנען װײסט איר? מע האָט אײַך שױן דערצײלט?

― דערצײלט האָט מען מיר ניט, נאָר איך שטױס מיך שױן אָן. עס האָט אים געקאָסט מסתּמא אַ שײנע פּאָר קרײַצערס, אָט דער דאָזיקער בלבול?

― לאָמיר זיך װינטשן דאָס בײדע פֿאַרדינען אַלע װאָך, איך בין אײַך נישט קײן שׂונא, װאָס אים האָט דאָס געקאָסט, כאָטש ער איז דרינען גאָט די נשמה שולדיק. אַ קלײן שטעטל… אַ ייִד אַ נגיד. עס גײט אים גוט… מע פֿאַרגינט אים ניט… פּשוט, מע פֿאַרגינט אים ניט!…

― מעגלעך. האָט ער עפּעס פֿײַנע קינדער, לײַטישע? דרײַ טעכטער, האָט איר, דאַכט זיך, געזאָגט?

― דרײַ. צװײ אױסגעגעבענע און אײנע אַ מײדל. פֿײַנע קינדער, זײער פֿײַנע קינדער… אַף די עלטערע זאָגט מען אַפֿילו, אַז… נאָר ס'אַ ליגן!

― דהײַנו, װאָס זאָגט מען אַף זײ?

― איך זאָג דאָך אײַך, אַז ס'אַ ליגן.

― איך װײס, אַז ס'איז אַ ליגן. איך װיל אָבער װיסן דעם ליגן.

― אַז איר װעט װעלן אױסהערן אַלע ליגנס, װאָס גײען באַ אונדז אין קאָלאָמעאַ, װעט אײַך ניט קלעקן קײן דרײַ טעג מיט דרײַ נעכט… אַף דער עלטערער זאָגט מען, אַז זי גײט מיט די אײגענע האָר. קאָן איך אײַך עדות זאָגן, אַז ס'איז ליגן, װאָרעם זי איז גאָר ניט אַזױ געבילדעט, אַז זי זאָל טראָגן אײגענע האָר. און אַף דער צװײטער טאָכטער האָט מען גלאַט אױסגעטראַכט, אַז נאָך מײדלװײַז… נאָר װאָס קאָלאָמעאַ קאָן אױסטראַכטן! ס'אַ ליגן!

― כּדאַי צו הערן, װאָס מע קאָן באַ אײַך אין קאָלאָמעאַ אױסטראַכטן?

― איך זאָג דאָך אײַך, אַז קאָלאָמעאַ איז אַ שטאָט פֿון סאַמע ליגנערס, און פֿון באַרעדערס, און פֿון לאַנגע צינגער. איר װײסט נישט? אין אַ קלײן שטעטל, אַז אַ מײדל שפּאַצירט אײנע אַלײן באַנאַכט איבער דער גאַס אין דער פֿינצטער מיט אַ יונגן מאַן, װערט שױן אַ טאַרעראַם: װאָס האָט אַ מײדל אַרומצוגײן אין קאָלאָמעאַ באַנאַכט אײנע אַלײן מיט אַ פּראָװיזער?

― אָט דאָס איז גאָר?

― װאָס נאָך האָט איר געװאָלט? זי זאָל מיט אים אַנטלױפֿן אין מיטן יום־כּפּור קײן טשערנאָװיץ, אַזױ װי, מע זאָגט, די קלענערע האָט אָפּגעטאָן אַ שפּיצל?

― װאָס פֿאַר אַ שפּיצל האָט דען אָפּגעטאָן די קלענערע?

― נישט כּדאַי, כלעבן, גאָר נאָכדערצײלן אַלע שטותערײַען, װאָס גײען אַרום באַ אונדז אין קאָלאָמעאַ. איך האָב פֿײַנט נאָכדערצײלן אַ ליגן!…

― איר האָט שױן דערצײלט אַזױ פֿיל ליגנס, דערצײלט שױן דעם ליגן אױך.

― איך דערצײל נישט מ ײַ נ ע ליגנס, רב ייִד, איך דערצײל יענעמס!… און איך פֿאַרשטײ גלאַט ניט, װאָס פֿרעגט איר זיך אַזױ שטאַרק נאָך אַף איטלעכן באַזונדער, װי אַ פּראָקוראָר? איר זײַט, דאַכט מיר, אַ ייִד, װאָס האָט ליב נאָר אױסטאַפּן, אױספֿאָרשן, אַרױסציִען באַ יענעם דאָס דם־התּמצית פֿון די בײנער, און אַלײן האָט איר מורא אַרױסלאָזן אַ װאָרט… האָט קײן פֿאַראיבל ניט, װאָס איך זאָג אײַך דעם רײנעם אמת, איר זײַט, שײַנט מיר, אַ רוסישער ייִד, און די רוסישע האָבן אין זיך אַ מיאוסע טבֿע: זײ האָבן ליב אַרײַנקריכן יענעם מיט די שטיװל אין האַרצן אַרײַן… די רוסישע זײַנען, װײַזט אױס, נישט קײן קלײנע באַרעדערס… איבעריקנס, איז שױן באַלד קאָלאָמעאַ… צײַט זיך נעמען צו די זאַכן… ז־ײַ־ײַ־ט ־ זשע מוחל!

געשריבן אין יאָר 1906

אַ ספּור פֿון אַן אַלטן בחור אַ בעל־כּעסן

א.

אַלמנה נומער אײנס

― איר האָט אַ טעות, פּריץ מײַנער. נישט אַלע אַלטע מױדן זײַנען
אומגליקלעך, נישט אַלע אַלטע בחורים זײַנען עגאָיִסטן. אײַך דאַכט זיך אױס, זיצנדיק אָט דאָ אין קאַבינעט מיט אַ ציגאַר אין מױל און מיט אַ ביכל אין האַנט, אַז איר װײסט שױן אַלצדינג, אַז איר האָט שױן אַרײַנגעדרונגען טיף אין דער נשמה אַרײַן, און עס איז אײַך שױן פֿאַרענטפֿערט אַלע קשיות. און װער שמועסט, אַז גאָט האָט אײַך געהאָלפֿן, איר האָט נאָך געפֿונען דאָס ריכטיקע װאָרט „פּסיכאָלאָגיע“ ― פּס! װער איז צו אײַך גלײַך? אַ קלײניקײט פּסי־כאָ־לאָ־גיע!… װײסט איר, װאָס איז די טײַטש פּסיכאָלאָגיע? פּסיכאָלאָגיע איז פּעטרישקע. עס זעט אױס שײן, האָט אַ גוטן ריח, און אַז מע שיט דאָס אַרױף אַף אַ געקעכטס, איז דאָס געשמאַק. גײט־זשע אָבער קײַט פּעטרישקע! איר װילט נישט? הײַנט װאָס דערצײלט איר מיר פּסיכאָלאָגיע? אַז איר װילט װיסן די אמתע פּסיכאָלאָגיע, זעצט מען זיך אַװעק און מע הערט אױס מיט קאָפּ, װאָס מע דערצײלט אײַך, און ערשט נאָכדעם װעט איר אַ ברירה האָבן אַרױסצוזאָגן אײַער מײנונג, פֿון װאַנען עס נעמט זיך אומגליק און װוּ ליגט עגאָיִזם. אָט בין איך אַן אַלטער בחור, און אַן אַלטער בחור װעל איך שױן שטאַרבן. פֿאַר װאָס? אָ! זעט איר, װיבאַלד איר פֿרעגט פֿאַר װאָס און װילט מיך אױסהערן, איז דאָס די אמתע פּסיכאָלאָגיע! דער עיקר איז, איר זאָלט מיך נישט איבערשלאָגן מיט קײן קשיות, װי אַזױ און