מאָנאָלאָגן: יוסף

שלום עליכם (אַלע װערק)

דערצײלונג פֿון אַ דזשענטלמאַן

― איר מעגט אײַך לאַכן פֿון מיר, איר קאָנט אײַך מאַכן פֿון מיר אַ פֿעליעטאָן, אַפֿילו אַ בוך, אױב איר װילט, ― איך האָב פֿאַר אײַך קײן מורא ניט, זאָג איך אײַך פֿריִער, װאָרעם איך בין, װי איר קוקט מיך אָן, ניט פֿון די שרעקעדיקע. איך שרעק מיך נישט איבער פֿאַר קײן שרײַבער, איך װער נישט בטל פֿאַר קײן דאָקטער, פֿאַל נישט אַראָפּ באַ זיך פֿאַר קײן אַדװאָקאַט און הײב נישט אָן נתפּעל צו װערן, אַז מע זאָגט מיר, יענער שטודירט אַף אינזשינער. איך האָב אױך אַמאָל געשטו־דירט, איך בין אַלײן אױך געװען אַמאָל אַ גימנאַזיסט. אמת, איך האָב די גימנאַזיע ניט געענדיקט, איבער אַ מעשׂה מיט אַ מײדל. עס האָט זיך אין מיר פֿאַרליבט אַ מײדל (אַ שײנער יונג בין איך געװען פֿון תּמיד!). זי האָט געזאָגט, דאָס מײדל הײסט עס, אַז טאָמער נעם איך זי ניט, נעמט זי אײַן סם. און איך האָב זי אַזױ געװאָלט נעמען, װי א י ר האָט זי געװאָלט נעמען. זי איז באַ מיר געװען נישט קײן בת־יחידה, פֿאַרשטײט איר מיך… ס'איז אָבער פֿאַרגאַנגען באַ אונדז צו װײַט, האָט זיך אַרײַנגעמישט אַ ברודער אירער, אַ פּראָװיזאָר פֿון אַן אַפּטײק, און האָט געזאָגט, אַז טאָמער סמט זיך אַװעק די שװעסטער זײַנע, גיסט ער מיך אָפּ ― ער װײסט שױן מיט װאָס… און איך האָב זי געמוזט נעמען, זיך אָפּגעמוטשעט מיט איר אַ יאָר דרײַ. זי האָט פֿאַרלאַנגט פֿון מיר נאָר צװײ זאַכן: איך זאָל זײַן אין דער הײם, און נישט קוקן אַף פֿרעמדע… איר האָט עפּעס ליב אַזאַ געשעפֿט? װאָס זאָל איך טאָן, אַז גאָט האָט מיך פֿאָרט באַשאַפֿן מיט אַזאַ פּנים, אַז אַלע מײדלעך מיט אַלע װײַבלעך זײַנען נאָך מיר די כּפּרה? איר מײנט װאָס?… חלילה!… גאָרנישט, מע האָט מיך ליב ― און אַ סוף. װוּ איך קום, װוּ איך פֿאָר, באַפֿאַלט מען מיך, װי די בינען, שדכנים עסן מיר אָפּ דעם קאָפּ. באשר װאָס? אַזױ װי איך בין אַ יונגערמאַן אַ הײַנטיקער, און אַ שײנער יונג, אַ געזונטער, מיט אַ שטיקל נאָמען, און אַ היפּשער פֿאַרדינער, און אַ קערבל איז באַ מיר בלאָטע, אי טאָמו פּאַדאָבנע, לכן װילן זײ מיך אָפּגילטן! לאָז איך זיך מסתּמא נישט: „טשעפּעט זיך אָפּ, זאָג איך, איך האָב מיך שױן אײנמאָל אָפּגעבריט!“… טענהן זײ מיט מיר: „װאָס װעט אײַך אַרן, אַז איר װעט אָנקוקן נ אָ ך אַ מײדל?“… נו, װער זאָגט זיך אָפּ פֿון אַזאַ זאַך? קוק איך דערװײַל אָן מ ייִ ד ל ע ך , און מײדלעך קוקן אָן מ י ך , שלאָגן זיך אײנס פֿאַר דאָס אַנדערע, הענגען זיך, װי איר זעט מיך לעבן, הענגען זיך אַף מיר! אַלע װילן מיך, אָבער אַ ל ע! װאָס־זשע קומט מיר אַרױס, װאָס זײ װילן מ י ך , אַז איך װיל ז ייִ ניט? אַז די, װאָס איך װיל ― װײס קײנער ניט, נאָר איך אַלײן!… און דאָס איז מײַן קרענק, און דאָס װיל איך אײַך טאַקע דערצײלן, און אין אײנװעגס טאַקע בעטן אײַך, אַז צװישן אונדז זאָל דאָס בלײַבן. נישט מחמת מיר ― איך האָב דאָך אײַך געזאָגט, אַז פֿאַר „באַשרײַבן“ האָב איך קײן מורא ניט. נאָר גלאַט, צו װאָס דאַרף מען עס?… אָט דאָס האָט איר אײַך, הײסט עס, אַ הקדמה. אַצינד װעל איך אײַך דערצײלן די מעשׂה אַלײן.

דאָס פֿאַרשטײט איר שױן אַלײן מסתּמא, אַז איך װעל אײַך נ י ט זאָגן, װ ע ר זי איז, און װ אָ ס זי איז, און פֿ ו ן װ אַ נ ע ן זי איז. אַ נקבֿה איז זי, אַ מײדל, און דװקא אַ שײן מײדל, און דװקא אַן אָרעמס, אַ יתומה נעבעך; זיצט מיט דער מוטער, אַ יונגע אַלמנה, אױך אַ שײנע; האַלט אַ ייִדישע רעסטאָראַציע, כּשר. און איך, דאַרפֿט איר װיסן, כאָטש איך בין, װי איר זעט מיך, אַ יונגערמאַן אַ הײַנטיקער, און אַ שײנער פֿאַרדינער, און אַ קערבל איז בלאָטע, אי טאָמו פּאַדאָבנע, ― פֿונדעסטװעגן עס איך דװקא כּשר. נישט מחמת איך בין אַזאַ צדיק און האָב חלילה מורא פֿאַר דעם װאָס קװיטשעט, נאָר, פּשוט, איך היט מיר אָפּ דעם מאָגן, ― איז אײנס; און צװײטנס, זײַנען די ייִדישע עסנס טאַקע מער באַטעמט אױך… אַלזאָ, האַלט זי אַ רעסטאָראַציע, די אַלמנה הײסט עס, און קאָכט אַלײן און באַקט אַלײן; און זי, די טאָכטער הײסט עס, דערלאַנגט אַלײן צום טיש. נאָר װ י אַ ז ו י קאָכט מען דאָרטן! װ י אַ ז ו י דערלאַנגט מען דאָרטן! עס זינגט, זאָג איך אײַך, סע פֿינקלט און סע שעמערירט! דאָרט צו עסן איז אַ פֿאַרגעניגן. נישט אַזױ דאָס עסן אַלײן, װי דאָס אָנקוקן די מוטער מיט דער טאָכטער ― אײנע שענער פֿאַר דער אַנדערער. איר זאָלט אָנקוקן אַ װײַבל! שטײט באַם אױװן, קאָכט און באַקט, און זעט אױס אַזױ פֿריש, אַזױ זױבער! אַ פּנים ― געפֿאַלענער שנײ! הענט ― גאָלד און זילבער! אױגן ― פֿײַער־פֿלאַם; איך בין אײַך מבֿטיח, אַז מע קאָן זיך נאָך אין איר אױך פֿאַרליבן!… הײַנט שטעלט אײַך פֿאָר אירס אַ טעכטערל… איך װײס ניט, צי זײַט איר קלאָר אין די ענינים; איך שמועס פֿון „הלכות מײדל“, שמועס איך.. אַ פּנימל ― בלוט און מילך, בעקלעך צװײ ― נאָר פּאַמפּעשקעלעך, אױגן ― קאַרשן צװײ, האָר ― זײַד, צײן ― פּערל, אַ האַלדז ― אַלבאַסטער, אַ הענטל ― אַף אױסצוקושן יעדער גליד, דאָס אײבערשטע ליפּל קוקט־אַרױף, װי באַ אַ קלײן קינד ― האָט איר געזען אַמאָל? איך זאָג אײַך: אַלץ, אַלץ איז געטאָקט, געשניצט, טאַקע עפּעס נאָר אַ מין מאָדעל אַף אױסצושטעלן, װי אײנער רעדט: „נאַט, קוקט און װערט צעפּיקעט!“… דערצו פֿאַרמאָגט זי איר אײגנס אַ געלעכטערל מיט חן־גריבלעך אין די בעקלעך, װאָס דאָס אַלײן איז שױן װערט דאָס גאַנצע געלט, װאָרעם אַז זי לאַכט, לאַכט אַלצדינג: איר לאַכט, און דער טיש לאַכט, און די בענקלעך לאַכן, און די װענט לאַכן ― דאָס גאַנצע לעבן לאַכט! אָט אַזאַ מין געלעכטערל איז דאָס. נו, אַדרבה, גײט קוקט אַזעלכעס אָן און האָט דאָס פֿײַנט!…

הכּלל, װאָס זאָל איך אײַך לאַנג ציִען, איך האָב כּמעט פֿונעם ערשטן מיטאָג אָן געפֿילט, אַז איך בין אַ געקאָכטער; פּשוט אָפּגעקאָכט ― און שױן! כאָטש באַ מיך אַ מײדל, באַדאַרפֿט איר שױן אַלײן פֿאַרשטײן, איז עפּעס ניט אַזאַ אַי־אַי־אַי… און יענע מעשׂיות: „ליבע“, „ראָמאַן“ ― פֿון דעם האָב איך קײנמאָל ניט געהאַלטן. גאָרנישט, אַזױ ― מהכתּיתי, פֿאַר װאָס ניט?… נאָר גײן שיסן זיך צוליב דעם ― פֿע! דאָס פּאַסט פֿאַר אַ גימנאַזיסטל פֿון זעקסטן קלאַס, נישט, װי זאָגט איר, פֿאַר קײן מאַנצפּאַרשױן…

דערפֿילט, אַז איך בין אַ געקאָכטער, האָב איך געגעבן אַ נעם די מוטער אַף אַ זײַט, נישט, װי עס רופֿט זיך אָן, „געבעטן אַ האַנט“… נײן! איך בין נישט פֿון די כאַפּנדיקע…. נאָר גאָרניט, װי זאָגט איר, אַ טאַפּ אין װאָגן שאַדט ניט… און האָב געגעבן מיט איר אַ רײד אַרײַן: „װאָס און װען, אַהין־אַהער, װוּ האַלט איר מיט דער טאָכטער?“… זאָגט זי: „װוּ זאָל איך מיט איר האַלטן?“ זאָג איך: „איך שמועס פֿון תּכלית, שמועס איך“… „אַװדאי, זאָגט זי, דאַרף מען זיך זאָרגן פֿאַר איר תּכלית? זי איז שױן, זאָגט זי, אַ פֿאַרזאָרגטע“… װי זי האָט אױסגערעדט די דאָזיקע װערטער, האָט דאָס מיך געגעבן עפּעס װי אַ שטאָך אין האַרצן אַרײַן: „װאָס הײסט, זאָג איך, זי איז אַ פֿאַרזאָרגטע?“ „איר זעט דאָך, מאַכט זי צו מיר, װאָס פֿאַר אַ זאָרגעדיקע נשמה דאָס איז! ''… און אַקוראַט צו די דאָזיקע װערטער קומט־אָן מסתּמא זי אַלײן, די טאָכטער הײסט עס, און אַז זי קומט־אָן, װערט ליכטיק אין אַלע װינקעלעך.

― מאַמע, נישט געװען נאָך יוסף? ― זאָגט זי צו דער מוטער. און דעם נאָמען „יוסף“ טוט זי אַ רײד־אױס עפּעס מיט אַ מאָדנעם מין געזאַנג. מיט אַזאַ מין געזאַנג רעדט־אױס נאָר אַ כּלה דעם נאָמען פֿון איר חתן… אַזױ מײן איך, דאָס הײסט, איך בין איבערצײַגט, אַז ס'איז אַזױ. און נישט נאָר יענס מאָל, װאָס איך דערצײל אײַך; אַלע מאָל, װען זי האָט געגעבן אַ רײד־אַרױס דעם נאָמען „יוסף“, איז דאָס אױסגעקומען באַ איר עפּעס װי מיט אַ מין געזאַנג: „יוסף“. איר פֿאַרשטײט? דאָס איז ניט גלאַט „יוסף“, דאָס איז „יו־סף“!…

קורץ, אומעטום און אַלע מאָל האָב איך נאָר געהערט „יוסף“ און „יוסף“. האָט מען זיך געזעצט עסן, איז דאָס ערשטע װאָרט געװען: „װוּ איז יוסף?“… „יוסף װעט הײַנט ניט זײַן“… „יוסף האָט געזאָגט“… „יוסף האָט געשריבן“… „יוסף איז געקומען“… „יוסף האָט גענומען“… „יוסף האָט געגעבן“… יוסף־יוסף, יוסף־יוסף! איך װאָלט שױן װעלן אָנקוקן אָט דעם „יוספֿן“, זען װאָס פֿאַר אַ פּנים ער האָט!…

פֿאַרשטײט זיך פֿון זיך זעלבער, אַז איך האָב אָט דעם „יוספֿן“ פֿײַנט געקראָגן, װי אַ שפּין, כאָטש װאָס קער ער זיך אָן מיט מיר? װײס איך! עפּעס אַ ייִנגל דאָרטן, אַװדאי אַ „חבֿרה־מאַן“ פֿון די „חבֿרה־לײַט“, אָדער פֿון די „יענקעלעך“, װי זי פֿלעגט זײ אָנרופֿן מיט איר געלעכטערל. „די יענקעלעך“ ― דער נאָמען איז פֿאַר זײ, זאָג איך אײַך, װי אָנגעמאָסטן. דאָס זײַנען טאַקע נישט מער װי י ע נ ק ע ל ע ך , עפּעס מאָדנע קלײנע מענטשעלעך, צום מײנסטן פֿון דעם סאָרט מענטשעלעך, װאָס טראָגן לאַנגע האָר און שװאַרצע העמדלעך ― אַקוראַט דאָס, װאָס איך האָב פֿײַנט… האָט קײן פֿאַראיבל נישט. איר אַלײן, דאַכט מיר, טראָגט אױך לאַנגע האָר מיט אַ שװאַרץ העמדל, און אױב איר מײנט, אַז ס'איז שײן, האָט איר מחילה אַ טעות. איך זאָל האָבן די ברכות, װאָס אַ „סמאָקינג“ מיט אַ װײַסן זשילעט איז שענער… איך, אַז איך דערזע אַ שװאַרץ העמדל, שטעלט זיך מיר פֿאָר, איך בעט איבער אײַער כּבֿוד, אױסגעריבענע הױזן… איר מײנט אפֿשר, איך האָב זײ עס ניט געזאָגט? געזאָגט! איך בין אַ מענטש אַן אָפֿנטלעכער, באַ מיר איז נישטאָ קײן חנפֿהנען און קײן אונטערלעקן זיך. האָט איר עפּעס אַף מיר צו זאָגן ― קאָנט איר מיר זאָגן גלײַך אין די אױגן. איך האָב נאָר פֿײַנט, אַז מע זאָגט מיר, אַז איך בין אַ „בורזשױ“. איך, פֿאַרן װאָרט „בורזשױ“, קאָן געבן אַ פֿאָר־אַרײַן אין באַק־אַרײַן!… װאָס פֿאַר אַ בור־זשױ בין איך? איך בין אַ מענטש גלײַך מיט אַלע. איך פֿאַרשטײ אַלצדינג און װײס אַלצדינג, װאָרעם איך לײען אַלע ביכלעך, מיט אַלע הײַנטיקע נײַע גאַזעטן לײען איך גלײַך מיט אַלעמען, ― הײַנט װאָס בין איך פֿאַר אַ בורזשױ? דערפֿאַר, װאָס איך טראָג אַ „סמאָקינג“ מיט אַ װײַסן זשילעט, און איר ― אַ שװאַרץ העמדל? איך מײן ניט אײַך, איך מײן אָט אַ יענע „יענקעלעך“, מיט אַ יענעם יוספֿן, װאָס איך דערצײל אײַך… איך האָב מיט זײ געהאַט עטלעכע מאָל באַם טיש אַזעלכע מיני געשפּרעכן, װאָס פֿון זײ האָב איך גאַנץ גוט אַרױסגעזען, אַז זײ האָבן מיך אַזױ ליב, פּונקט װי איך זײ. אַ האַרץ, װי זאָגט איר, פֿילט אַ האַרץ. נאָר גאָרנישט, גײן אַרױסזאָגן זײ, װאָס איך טראָג באַ זיך אינעװײניק ― בין איך אױך ניט מחױב; און אַגבֿ האָב איך מיך טאַקע צו זײ אַביסל צוגעלאָנטשעט, געװאָלט אײַנקױפֿן זיך אין חבֿרה, נישט אַזױ צוליב זײ, װי צוליב דעם „יוספֿן“, און נישט אַזױ צוליב דעם „יוספֿן“, װי צוליב איר! מיך האָט פֿאַרדראָסן, פֿאַרשטײט איר מיך, װאָס זי לאָזט אים נישט אַרױס פֿונעם מױל, און איך האָב מיר געגעבן דאָס װאָרט: אײן מאָל פֿאַר אַלע מאָל, שטײנער פֿונעם הימל זאָלן פֿאַלן, די װעלט זאָל זיך קערן ― איך מוז מיך באַקענען מיט דעם דאָזיקן פּאַרשױן! און איך האָב אױסגעפֿירט מײַנס. באַ מיר, אַז איך װיל עס דערגײן אַ זאַך, איז גאָר נישטאָ קײן תּירוץ. פֿון געלט שמועסט מען ניט. איך בין דאָך אַ יונגערמאַן, װי איך האָב אײַך שױן געזאָגט, אַ סוחר, און אַ שײנער פֿאַרדינער, און אַ קערבל איז בלאָטע, אי טאָמו פּאַדאָבנע…

פֿאַרשטײט זיך פֿון זיך זעלבער, אַז אײַנקױפֿן זיך אין חבֿרה איז מיר געװען נישט אַזױ גרינג, װי איר מײנט. איך בין מיר געגאַנגען פּאַװאָלינקע, טריט באַ טריט. תּחילת האָב איך אָנגעהױבן טאָן אַ װאָרף־אַרײַן אַ װאָרט אַזױ מן הצד מיט אַ זיפֿץ, אַ קרעכץ אַף צרות הכּלל, געבן אָנצוהערעניש, אַז אַף אַ ז ע ל כ ע זאַכן שפּילט באַ מיר געלט קײן ראָלע, אַז מע באַדאַרף אַרױסװאַרפֿן אַ קערבל, מוז מען אַרױסװאַרפֿן. איר פֿאַרשטײט, װאָס הײסט „אַרױסװאַרפֿן“ אַ קערבל? אײנער „נעמט־אַרױס“ אַ קערבל, דער אַנדערער „װאַרפֿט־אַרױס“ אַ קערבל. ס'איז אַ חילוק! „אַרױסגעװאָרפֿן“ װערט אָנגערופֿן: געגעבן אַ כאַפּ־אַרױס דאָס בײַטעלע און אַ נעם־אַרױס די מטבע: איזװאָלטיע, ― נאַט אײַך, הײסט עס ― נישט געצײלט! אָט אַזױ האָב איך ליב; נישט אַלע מאָל, פֿאַרשטײט זיך, נאָר דעמאָלט, װען מע דאַרף. דעמאָלט װען מע דאַרף געבן אַ װאָרף־אַרױס אַ פֿינפֿאונצװאַנציקער, צי אַ פֿופֿציקער, צי אַפֿילו אַ הונדערטער, טאָר די האַנט ניט ציטערן. למשל, איר זיצט מיט אַ קאָמפּאַניע און צאָלט פֿאַר אַ מיטאָג אָדער פֿאַר אַ װעטשערע, און מע דערלאַנגט אײַך אַ חשבון, באַדאַרפֿט איר נאָר געבן אַ כאַפּ אַ קוק אַף דער אונטערשטער שורה און רײדן בעת מעשׂה פֿון עפּעס אַנדערש; און אַז מע ברענגט אײַך אױסגאָב, באַדאַרפֿט איר ניט צײלן, װי אַ מאַרק־ייִדענע פֿאַר ציבעלעס, נאָר געבן אַ נעם און אַ לײג־אַרײַן אין קעשענע ― און שױן! דאָס לעבן איז, פֿאַרשטײט איר מיך, אַ חדר, װאָס מע דאַרף אים דורכגײן, דורכמאַכן; לעבן דאַרף מען ק אָ נ ע ן! איך מעג זאָגן אַף זיך, אַז איך קאָן לעבן, װאָרעם איך װײס װוּ אײַן און װוּ אױס, װוּ מע דאַרף און װוּ מע דאַרף נישט. איר קאָנט זײַן זיכער, אַז איך װעל נישט איבערזאַלצן קײנמאָל, און אַף מיר װעט איר נישט דערקענען קײנמאָל, צי בין איך מילכיק, צי בין איך פֿלײשיק? איר זאָלט מיך געװען זען דעמאָלט צװישן די „יענקעלעך“, װאָלט איר געװיס מײנען, אַז איך בין אַ „יענקעלע“ גלײַך מיט אַלע „יענקעלעך“. דאָס הײסט, קײן לאַנגע האָר האָב איך מיר נישט פֿאַרלאָזט, און קײן העמדל האָב איך נישט אָנגעטאָן; איך בין געגאַנגען דעם זעלבן סמאָקינג מיטן זעלבן װײַסן זשילעט, װאָס איצט. נאָר װאָס דען? איך האָב מיך אינטערעסירט מיט אַלץ, װאָס זײ אינטערעסירט, און האָב גערעדט פֿון דעם, װאָס זײ רײדן: „פּראָלעטאַריאַט“… „בעבעל“… „מאַרקס“… „רעאַגירן“… וכדומה אַזעלכע װערטער האָבן זיך געגעבן אַלע מאָל אַ שאָט באַ מיר פֿונעם אַרבל ― און מערקװירדיק! װאָס מער איך האָב מיך צו זײ געלאָנטשעט, אַזױ מער האָבן זײ זיך פֿון מיר דערװײַטערט. בעת איך פֿלעג אָנהײבן שיטן מיט יענע װערטער: „פּראָלעטאַריאַט“… „בעבעל“… „מאַרקס“… „רעאַגירן“… האָב איך באַמערקט, אַז די „יענקעלעך“ װערן שטיל, קוקן עפּעס משונה אײנס אַף דאָס אַנדערע, רײניקן זיך בעת מעשׂה די צײן… און נאָך מער! געלט האָבן זײ באַ מיר דװקא גענומען אַלע מאָל. אַלע מאָנטיק און דאָנערשטיק דאַרפֿט איר װיסן, איז באַ זײ געװען קאָנצערטן, און אַלע מאָל בין איך געװען דער ערשטער אַפֿן פֿײַער: ― „דער דזשענטעלמאַן“ װעט מסתּמא הײַנט אױך נעמען אַ בילעט ערשטע רײ פֿאַר אַ דרײַערל?

„דער דזשענטלמאַן“ ― קײן אַנדער נאָמען האָב איך באַ זײ נישט געהאַט ― האָט געמוזט נעמען אַלע מאָנטיק און דאָנערשטיק אַ בילעט פֿאַר אַ דרײַערל. אַ ברירה האָט ער געהאַט? דערפֿאַר אָבער, אַז דער „דזשענטלמאַן“ פֿלעגט אַרײַנקומען בעת די „יענקעלעך“ האָבן געהאַלטן אין מיטן אַ שמועס, פֿלעגט װערן שטיל, שאַ, גלײַך װי מע האָט גאָרנישט גערעדט קײנמאָל! שטומע מענטשן!… פֿאַרשטײט זיך פֿון זיך זעלבער, אַז דעם „דזשענטלמאַן“ האָט דאָס געברענט און געבראָטן. נאָר װאָס האָט ער געקאָנט מאַכן? איך האָב דאָך אײַך געזאָגט, אַז װיבאַלד איך װיל עפּעס דערגײן, איז באַ מיר נישט פֿאַראַן קײן טײַער. אַזױ לאַנג, אַזױ ברײט, איך האָב מיך אַרײַנגעלאָנטשעט צו חבֿרה, כאָטש אַף אַזױ פֿיל, אַז מע האָט מיר דערלױבט צו זײַן באַ זײ אַף אַ „דיסקוסיע“ ― דאָרט, האָט מען מיר געזאָגט, װעט „יוסף“ האַלטן אַ רעדע… קאָנט איר פֿאַרשטײן מײַן שׂמחה, אַז איך האָב דערלעבט אַזאַ זאַך? איך װעל זוכה זײַן זען אָט דעם „יוספֿן“ און װעל אים הערן רײדן!…

װ וּ װעט זײַן די דיסקוסיע און װ ע ן װעט זי זײַן ― דאָס האָט מען מכּות געקאָנט באַ זײ װיסן. איך האָב זײ גאָרניט געװאָלט פֿרעגן אַפֿילו: איך האָב געװוּסט, אַז מע װעט מסתּמא קומען און מע װעט מיר זאָגן. באַ די „יענקעלעך“, דאַרפֿט איר װיסן, גײט אַלצדינג צו בסוד. אַף זײער לשון װערט עס אָנגערופֿן „קאָנספּיראַציע“ ― איך געדענק דאָס דאָזיקע װאָרט אַף אױסװײניק. איך האָב עס פֿאַרשריבן באַ זיך אין ביכל. איך, אַז איך דערהער אַ שײן װאָרט, טו איך עס באַלד אַ נעם און אַ שרײַב־אַרײַן צו זיך אין ביכל. אױב עס װעט צוניץ־קומען, אָדער נײן ― װײס איך ניט; נאָר שאָדן אַװדאי ניט.

הכּלל, אײנמאָל אין אַ שײנעם זומערטאָג, שבת איז דאָס געװען, טוען אַ קום־אַרײַן צו מיר צװײ „יענקעלעך“, מיט שװאַרצע העמדלעך, געװײנטלעך, און טוען מיך אַ רוף־אַרױס: „קומט“! „װוּהין?“ „װאָס גײטס אײַך אָן? קומט מיט אונדז!“… העלפֿט נישט, מוז מען גײן… און מיר האָבן זיך געטאָן אַ לאָז העט־װײַט הינטער דער שטאָט אַרױס, און טאַקע אין װאַלד אַרײַן, און בשעתן גײן באַגעגענען מיר אַלע מאָל אַן אַנדער „יענקעלע“ זיצן אונטער אַ בױם, קוקט כּלומרשט קײן צפֿון־זײַט און טוט אַ מורקע־אַרױס: „רעכטס!“ אָדער: „לינקס“!… זאָגן, אַז איך האָב מורא געהאַט ― איז אַ נאַרישקײט; װאָס האָט מען מורא צ ו האָבן פֿאַר אַ ייִדן? נאָר גלאַט, ס'איז מיר עפּעס ניט אָנגעשטאַנען די מעשׂה, װאָס איך, אַ יונגערמאַן אַ סוחר, מיט אַ שטיקל נאָמען, און אַ שײנער פֿאַרדינער, און אַ קערבל איז בלאָטע, אי טאָמו פּאַדאָבנע, זאָל מיך לאָזן פֿירן פֿון ייִנגלעך, „יענקעלעך“! איר פֿאַרשטײט?…

װאָס טױג אײַך, מיר זײַנען געגאַנגען און געגאַנגען, געגאַנגען און געגאַנגען, װי זאָגט איר, װאַלד־אײַן, װאַלד־אױס, אַזױ לאַנג, אַזױ ברײט, ביז מיר האָבן זיך דערשלאָגן צו אַ גרױסן הױכן באַרג. און ערשט אַז מיר האָבן אַרױפֿגעקלעטערט אַף דעם דאָזיקן באַרג, געגעבן זיך אַ לאָז באַרג־אַראָפּ, האָב איך דערזען פֿאַר זיך אַ שװאַרצע מחנה קעפּ. דאָס זײַנען געזעסן אַף דער ערד חבֿרה „יענקעלעך“, בחורימלעך אין שװאַרצע העמדלעך, מײדלעך אין בלוזקעס, און גלאַט יונגעלײַט. אָבער אַ גוזמא! איך האָב מורא, אױב ניט אַ דרײַ טױזנט שטיק, און אפֿשר נאָך מער, און שטיל ― כאָטש אַ פֿליג פֿליט דורך! שטיל, אַף די שפּיץ פֿינגער, זײַנען מיר צוגעגאַנגען צו דער מחנה קעפּ, זיך געגעבן אַ זעץ־אַנידער אַף דער ערד, און איך האָב גענומען אײַנקוקן זיך, װוּ איז דאָ ערגעץ דער „יוסף“? און איך האָב דערזען… שטעלט אײַך פֿאָר װעמען? איך האָב דערזען אַ באַקאַנטן פּאַרשױן, טאַקע אײנעם פֿון די „יענקעלעך“, װאָס האָבן אינאײנעם מיט מיר געגעסן באַ דער אַלמנה אין דער רעסטאָראַציע!… אָט האָסטו דיר!

דער ערשטער געדאַנק מײַנער איז געװען: „סך־הכּל?… אָט דאָס איז גאָר?… אָט דאָס איז ער, אָט דער „יוסף“?… און איך האָב געמײנט, אַז ער איז אַ מי יודע װאָס! מיט הערנער!“… איך װעל אײַך זאָגן דעם רעכטן אמת, עס האָט מיר כּמעט הנאה געטאָן ― נײן, טאַקע שטאַרק הנאה געטאָן װאָס ס'האָט זיך אַזױ אױסגעלאָזט… איך האָב געמאַכט אַ פֿאַרגלײַכונג צװישן אים מיט מיר ― נישט מחמת איך האַלט מיך פֿאַר אַזאַ גרױסן פּאַרשױן, װאָס ס'זאָל ניט זײַן שױן קײן שענערס פֿאַר מיר. איך בין ניט גענאַרט; איך װײס, אַז ס'איז פֿאַראַן שענערע פֿון מיר אױך. נאָר װעדליק ער… איר פֿאַרשטײט? איך װעל אײַך אים אױסמאָלן אַקוראַט, װי אַזױ איך האָב אים דערזען די ערשטע מינוט: צוגעשפּאַרט צו אַ בױם איז געשטאַנען אַ קלײנס, אַ בלײכס, אַן אױסגעדאַרטס, אַן אױסגעטריקנטס, מיט אַ שמאָל האַרץ, מיט װײַסע בלאַסע אײַנגעפֿאַלענע בעקלעך, עטװאָס רױטלעך און פֿאַרברעמט, מיט נאָך גאָר קלײנע בלאָנדע הערלעך; נאָר אַ שטערן אַ הױכער, אַ װײַסער, אַ ברײטער, און אױגן אַ פּאָר גרױע, װי באַ אַ קאַץ, נאָר ברענענדיקע, און אַ מױל ― און סע רעדט! שטראָף מיך גאָט, אױב איך הײב עס אָן צו פֿאַרשטײן נאָך עד היום, פֿון װאַנען האָט זיך עס גענומען אַזאַ כּח באַ דעם דאָזיקן נפֿש אַף צו רײדן אַזױ הױך און אַזױ גיך און אַזױ פֿיל און אַזױ לאַנג און מיט אַזאַ היץ און מיט אַזאַ ברען און מיט אַזאַ פֿײַער! איך קאָן אײַך זאָגן, אַז דאָס איז געװען ניט גלאַט גערעדט, װי מענטשן רײדן. דאָס איז געװען אָדער אַ שװאַרץ־יאָר, אָדער אַ מאַשינע אַזעלכע, װאָס מע האָט זי אָנגעדרײט, אָדער פֿון אױבן איז געװען עפּעס אַזעלכעס, װאָס האָט געשאָטן מיט װערטער, געגאָסן מיט פֿײַער, אָדער דאָס האָט נאָר דער בױם גערעדט… עס האָט זיך מיר אױסגעדאַכט אַלע מאָל, אַז אָט־אָט הײבט זיך אױף אָט דער קלײנער נפֿש מיט די אײַנגעפֿאַלענע רױטלעכע בעקלעך און מיט די גרױע אױגן און טוט אַ פֿלי־אַװעק אינאײנעם מיט די װערטער אַהינצו, ערגעץ אַרױף… נײן! זאָגט אײַך װאָס איר װילט, איך האָב שױן געהערט אַף מײַן לעבן די גרעסטע און די שענסטע אַדװאָקאַטן ― אַזאַ מין רײדן האָב איך קײנמאָל נישט געהערט און װעל שױן, דאַכט זיך, קײנמאָל ניט הערן אױך…

װיפֿל דאָס רײדן זײַנס האָט געדױערט ― װײס איך ניט; איך האָב נישט געקוקט אַפֿן זײגער. איך האָב געקוקט אַף אים און האָב געקוקט אַף דער מחנה קעפּ, װאָס זײַנען געזעסן אַף דער ערד און האָבן געשלונגען איטלעכס װאָרט, װי די הונגעריקע און װי די דאָרשטיקע… נאָר װער עס האָט נישט געזען בעת מעשׂה ז י , דער האָט נישט געזען קײן שײנס אַף זײַן לעבן! צװישן דער מחנה קעפּ האָב איך דערזען זי זיצן אַף דער ערד, די פֿיס אונטער זיך, די הענט צונױפֿגעלײגט אַפֿן האַרצן. דאָס פּנים לײַכט, די בעקלעך פֿלאַמען, דאָס אײבערשטע ליפּל קוקט אַרױף, און די שײנע קאַרשן־אױגן שמײכלען, און גלײַך צו אים, גלײַך צו אים!… למאַי זאָל איך לײקענען? איך האָב אין דער מינוט מקנא געװען אים, נישט אַזױ אַף דעם כּח פֿון זײַן רײדן, נישט אַזױ אַף דעם כּבֿוד מיטן פּאַטשן בראַװאָ, װאָס מע האָט אים געפּאַטשט נאָכדעם, אַז ער האָט אױפֿגעהערט צו רײדן, ― נישט אַף די זאַכן האָב איך אים אַזױ מקנא געװען, װי אַף דעם קוקן, װאָס ז י האָט אַף אים געקוקט! פֿאַר אײן קוק אַזעלכן, פֿאַר אירן, װאָלט איך אַװעקגעגעבן ― איך װײס אַלײן ניט װאָס! דער דאָזיקער קוק האָט גערעדט װערטער. עס האָט זיך מיר אױסגעדאַכט, אַז איך הער איר קול, װי זי זאָגט, מיט יענעם באַקאַנטן געזאַנג: „יו־סף!“ איר האָב אײַך דאָך געזאָגט שױן, אַז באַ מיר איז אַ מײדל נישט קײן אַי־אַי־אַי! איך האָב שױן געזען מײדלעך, װאָרעם איך בין אַ יונגערמאַן, קאָן מען זאָגן, נישט קײן מיאוסער, אַ הײַנטיקער, און אַ שײנער פֿאַרדינער, און אַ קערבל איז בלאָטע, אי טאָמו פּאַדאָבנע… נאָר אַ ז ו י קוקן האָט אַף מיר נישט געקוקט מײַן װײַב אַפֿילו אין די גוטע יאָרן, בעת זי איז אױסגעגאַנגען נאָך מײַנע טריט… איך בין אַ בעלן געװען מיט אַ כּיװן צוגײן צו איר נאָענט, זיך אַװעקזעצן כּמעט נעבן איר, זיך דרײען איר פֿאַר די אױגן, װי אַ פֿליג, זשומען אין אױער אַרײַן, װי אַ קאָמאַר, ― װער? װאָס? אַ נעכטיקער טאָג! אירע אױגן האָבן זיך, װי צװײ פּיאַװקעס, אײַנגעזױגן אין זײַנע אױגן, און זײַנע אױגן ― אין אירע אױגן, און עס האָט זיך מיר אױסגעדאַכט, אַז די צװײ, ער און זי, זעען קײנעם נישט פֿאַר זיך, נאָר אײנס דאָס אַנדערע: ער ז י און זי א י ם , און װײַטער דאַרפֿן זײ קײנעם ניט! חבֿוט־הקבֿר, זאָג איך אײַך, איז אַ גאָרניט אַקעגן דעם, װאָס איך האָב בעת מעשׂה געפֿילט. אַ גיהנם האָט געקאָכט באַ מיר אין האַרצן, איך װײס ניט אַף װעמען: אַף ,,איר“, צי אַף „אים“, צי אַף זײ בײדן, צי גאָר אַף זיך אַלײן?… איך בין יענעם אַפֿדערנאַכט געקומען אַהײם מיט אַ מוראדיקן קאָפּװײטיק און האָב מיך געלײגט שלאָפֿן מיט דער דעה, אַז װײַל איך װעל לעבן זאָל מײַן פֿוס דאָרט ניט זײַן, באַ דער אַלמנה הײסט עס. איך דאַרף זײ אַלע אַף זיבנהונדערט כּפּרות! װאָס דאַרף איך זײ? װאָס, ניט אַזױ?… און אַז איך בין אױפֿגעשטאַנען אין דער פֿרי, האָב איך קױם דערלעבט די מינוט, די רגע, ס'זאָל שױן װערן זײגער צװײ, די צײַט פֿון מיטאָג, און בין מסתּמא גלײַך אַװעק אַ ה י ן , און האָב דװקא געטראָפֿן באַם טיש די גאַנצע חבֿרה „יענקעלעך“ װאָס תּמיד, און ע ר איז אױך געװען בתּוכם… איך װײס ניט, װי אַזױ איר; איך, אַז איך זע אַן אַרטיסט, אָדער אַ מיניסטער, אָדער אַזױ אַ באַרימטן מענטשן, װאָס אַפֿילו מיר אַלע װײסן גאַנץ גוט, אַז ער איז אַ מענטש גלײַך מיט אַלע מענטשן, עסט גלײַך מיט אַלעמען און טרינקט גלײַך מיט אַלעמען, נאָר קױם זאָגט מען מיר, אַז דאָס איז אַן אַרטיסט, אָדער אַ מיניסטער, אָדער אַזױ אַ באַרימטער מענטש, דאַכט זיך מיר שױן אױס, אַז ער איז נישט גלײַך מיט אַלעמען, אַז עפּעס ליגט אין אים אַזעלכעס, װאָס מע קאָן עס, װי זאָגט איר, נישט אָנטאַפּן… אַזױ איז געװען מיט מיר, אַז איך האָב דערזען א י ם נאָך דער דרשה; דאַכט זיך, דער אײגענער „יענקעלע“, װאָס תּמיד, נאָר פֿאָרט נישט דער. עפּעס ליגט אין אים אַזעלכעס. עפּעס שטײט אָנגעצײכנט באַ אים אַפֿן פּנים; װאָס ― װײס איך אַלײן נישט, נאָר איך װאָלט פֿאַר דעם „עפּעס“ אַװעקגעגעבן מי יודע װיפֿל! נישט מחמת איך באַדאַרף עס האָבן; אַף װאָס באַדאַרף איך עס? אַף נײַן־און־נײַנציק כּפּרות! איך האָב עס נאָר געװאָלט צוליב א י ר , װאָרעם ז י איז נישט אָפּגעטראָטן פֿון א י ם אַף קײן מינוט, און אַפֿילו דעמאָלט, װען זי איז צוגעגאַנגען צו מיר און גערעדט מיט מיר, האָט זי אױך אין זינען געהאַט א י ם , ניט מיך. איך בין, דאַרפֿט איר װיסן, אַ מבֿין אַף די זאַכן. מיך קאָסט עס גענוג רבי־געלט… עס האָט זיך אָנגעהױבן פֿאַר מיר אַ נײַער גיהנום: פֿריִער, אײדער איך האָב געװוּסט װער דער יוסף איז, האָט זיך מיר געמאָלט אין מײַן כּוח־הדמיון אַ הױכער, אַ שײנער, אַ געזונטער, אַ מאַנצפּאַרשױן, און איך האָב אים נישט געקאָנט לײַדן, מקנא געװען און פֿײַנט געהאַט, װי איר קאָנט זיך נאָר פֿאָרשטעלן. איצט, אַז איך בין שױן געװאָר געװאָרן, װ ע ר דער מאַנצפּאַרשױן איז, אַז דאָס איז גאָר אַ „יענקעלע“ גלײַך מיט אַלע „יענקעלעך“, האָט מיך פֿאַרדראָסן… איך װײס נישט אַף װעמען: צי אַף א י ר , װאָס זי פֿאַרגעטערט אים אַזױ (און אַז זי פֿאַרגעטערט אים ― דאָס זעט דאָך אַ בלינדער אױך!), צי אַף א י ם , װאָס גאָט האָט אים געגעבן אַזאַ כּח־הדבור, צי אַף זיך אַלײן האָט מיך פֿאַרדראָסן, למאַי האָב א י ך ניט אַזאַ כּוח?… נישט מחמת איך דאַרף עס אַזױ נײטיק האָבן. צו װאָס דאַרף איך עס? און נישט מחמת איך בין חלילה אָן אַ צונג. מײנט ניט! איך, אַז איך װיל רײדן ― קאָן איך! איך האָב שױן אַמאָל גערעדט אַף אַ „זאַסעדאַניע“, און דװקא אין „קופּעטשעסקע קלוב“, זאָגט דער עולם, אַז איך רײד נישט שלעכט, גאָר ניט שלעכט!… דער פֿאַרדראָס, װאָס מיך האָט פֿאַרדראָסן, קאָן איך אײַך מיט װערטער ניט אַרױסגעבן; דאָס דאַרף מען פֿאַרשטײן ― נײן, דאָס דאַרף מען פֿילן, מע באַדאַרף זײַן אַף מײַן אָרט, קומען אַלע טאָג אין דער רעסטאָראַציע, אָנקוקן ז י מיטן װײַסן פֿאַרטעכל, װאָס סע שעמערירט, איר שײן ליכטיק פּנים, װאָס סע שײַנט און װאָס סע זינגט, הערן איר זיס קול, װאָס קװיקט, איר געלעכטערל, װאָס צעגײט זיך אין יעדן אבֿר, און בשעת מעשׂה זען א י ם און פֿילן, אַז דאָס איז אינגאַנצן צוליב אים, און נאָר צוליב אים אַלײן, און װײַטער קײנעם ניט! נײן, מע דאַרף אים צונעמען פֿונעם װעג, מע דאַרף, ער זאָל אַװעק, מע דאַרף זײַנער פּטור װערן. נאָר װי אַזױ? איך װעל דאָך נישט גײן סמען אים, אָדער שיסן; איך בין דאָך נישט קײן רוצח, איך בין דאָך אַ ייִד… אַרױסרופֿן אים אַף אַ דועל? ― פֿע! אין אַ „ראָמאַן“ רופֿט מען אַרױס אַף אַ דועל, אי דאָס ― גלײב איך ניט, ס'זאָל זײַן אמת; ס'איז נאָר גלאַט אַזױ, אַף צו באַשרײַבן, קומט אױס שענער… אַזױ האַלט איך… איך בין געפֿאַלן אַף אַ שײנער המצאה: איך װעל מיך דורכשמועסן מיט אים אַלײן, װי זאָגט איר: „אָפּגעבן דעם שליסל דעם גנבֿ אין האַנט אַרײַן“… אַיאָ, אַ פּלאַן? און נישט לאַנג געטראַכט, ― איך האָב פֿײַנט לאַנג טראַכטן ― טו איך מיך אַ רוף־אָן צו אים אײנמאָל נאָכן עסן:

― איר װײסט? איך האָב צו אײַך אַ נײטיקן עסק. איך האָב מיט אײַך װאָס צו רײדן.

און ער? ער זאָל דאָס אַפֿילו אַ ריר טאָן מיט אַן אבֿר. גאָרנישט! נאָר אַנידערגעשטעלט אַף מיר זײַנע פּראָסטע גרױע אױגן, װי אײנער רעדט:

― הנני, איך בין אָנגעברײט.

― נײן, ― מאַך איך צו אים ― נײן, ניט דאָ. איך װיל, ס'זאָל זײַן, װי מע זאָגט, אונטער פֿיר אױגן.

― קומט! ― מאַכט ער צו מיר און פֿירט מיך אַרױס אין דרױסן אַרױס און שטעלט זיך אַװעק אַקעגן מיך און װאַרט, װי אײנער רעדט:

― נו? פֿאַר װאָס דברט מען ניט?

― נישט אָט דאָ. ― מאַך איך צו אים. ― װען טרעפֿט מען אײַך אין דער הײם?

― איך קאָן זײַן באַ אײַך… ― מאַכט ער צו מיר און פֿאַרכאַפּט זיך אָבער באַלד. ― און אױב איר װילט… זײַט איר באַ מיר מאָרגן פֿון… (און ער טוט אַ נעם־אַרױס דעם זײגער). פֿון האַלב צען ביז האַלב עלף אין דער פֿרי… נאַט אײַך מײַן אַדרעס.

אַזױ מאַכט ער צו מיר און קװעטשט מיר, און קװעטשט מיר די האַנט, און קוקט מיר גלײַך אין די אױגן אַרײַן, װי אײנער רעדט: „קאָנספּיראַציע?“

קאָנספּיראַציע, האָט קײן יסורים נישט! ― מאַך איך צו אים, און מיר צעגײען זיך, װי זאָגט איר, איטלעכער אין זײַן רו אַרײַן. אַװדאי בין איך יענע נאַכט ניט געשלאָפֿן. איך בין, פֿאַרשטײט איר מיך, געלעגן אין אײנע אַנגסטן און נאָר געטראַכט: װאָס װעל איך אים זאָגן, אַשטײגער? פֿון װאַנען זאָל איך אָנהײבן? און װאָס װעל איך טאָן, טאָמער טוט ער מיר אַ זאָג:

― הער דזשענטלמאַן, װאָס האָט איר אײַך צו מישן אין פֿרעמדע עסקים? װאָס פֿאַר אַ מחותּן זײַט איר, הער דזשענטלמאַן, מיט אַ מײדל, װאָס אײנער פֿון די „יענקעלעך“ רעכנט זי פֿאַר אַ כּלה שױן פֿון װײס איך װען?…

װאָס ענטפֿערט מען אים דערױף? אָדער װאָס טו איך, אַז ער נעמט מיך, אַשטײגער, פֿאַרן קאַרק און טוט מיך אַ שמײַס־אַראָפּ פֿון אַלע טרעפּ? דאָס הײסט, קײן מורא האָב איך ניט. װאָס האָב איך פֿאַר אים מורא? איך בין דאָך געקומען צו אים מכּוח אַן עסק. ממה־נפֿשך: יאָ ― יאָ, נײן.― נײן. װאַרפֿן זיך איז ניטאָ פֿאַר װאָס!…

אָט אַזױ בין איך געלעגן אין מחשבֿות די גאַנצע נאַכט, און אַף מאָרגן האַלב צען דעם זײגער האָב איך שױן געקלעטערט צו אים ערגעץ אין אַלדי שװאַרצע יאָר אַף אַ בױדעם, אפֿשר דריטהאַלבן הונדערט טרעפּ, און האָב אים אַקוראַט געטראָפֿן אין דער הײם מיט נאָך אַ פּאָר „יענקעלעך“, װאָס אַז זײ האָבן מיך דערזען, האָבן זײ זיך עפּעס מאָדנע איבערגעקוקט אײנס מיטן אַנדערן, װי אײנער רעדט: „װאָס האָט דאָ צו טאָן דער דזשענטלמאַן?“… נאָר מײַן פֿױגל האָט זײ געגעבן אַ װוּנק, זײ זאָלן נעמען דעם װעג, און מײַנע „יענקעלעך“ האָבן זיך דװקא געשטױסן װאָס מע מײנט, געטאָן זיך אַ נעם צו די היטלעך ― און נעלם געװאָרן.

געבליבן מיט אים אַלײן, װי זאָגט איר, אונטער פֿיר אױגן, נעם איך און טו אים אַ לײג־אַװעק אַ דרשה: אַזױ און אַזױ, אַז איך בין אַלײן, כאָטש איך בין אַ געשעפֿטסמאַן, אַ מענטש מיט אַ שטיקל נאָמען, און אַ שײנער פֿאַרדינער, און אַ קערבל איז בלאָטע, אי טאָמו פּאַדאָבנע, פֿונדעסטעװגן װײס איך אַלצדינג װאָס אַף דער װעלט טוט זיך, װאָרעם איך בין, דאַרפֿט איר װיסן, אַ ה ײַ נ ט י ק ע ר , איך לײען אַלצדינג, אַלע נײַע גאַזעטן און זשורנאַלן, ― און איך נעם און טו אַ שיט־אױס אַלע מאָדנע װערטער: „פּראָלעטאַריאַט“… „בעבעל“… „מאַרקס“… „רעאַגירן“… „קאָנספּירײשן“… וכדומה. אױסגעהערט, מאַכט ער צו מיר דװקא פּראָסט און װײך און אָן שום הױכע װערטער:

― מיט װאָס־זשע קאָן איך אײַך דינען?

― אַ מיט אַ קלײניקײט ― זאָג איך: ― מיט אַן עצה.

― איך?… אײַך?… אַן עצה?…

אַזױ מאַכט ער צו מיר און טוט אַ שטעל־אַװעק אַף מיר די פּראָסטע גרױע אױגן, װי אײנער רעדט: „װי קום איך, אַזאַ שנעק װי איך בין, געבן עצות אַזאַ דזשענטלמאַן?“… איר פֿאַרשטײט? ס'איז אים אַלײן געװען פּריקרע, װי זאָגט איר, איבער דער טבֿע. און מיר איז דאָך אַװדאי געװען פּריקרע. נאָר װאָס זאָל איך טאָן? איך האָב דאָך שױן אָנגעהױבן, באַדאַרף מען דערפֿירן, װי זאָגט איר, צו אַ ברעג. און איך נעם און טו אים אַ זאָג־אױס, װאָס מיך קװעטשט, מיט אַ דערצײל־אױס, װאָס באַ מיר אַפֿן האַרצן טוט זיך פֿון דער ערשטער מינוט, װאָס איך האָב ז י דערזען ביז צו הײַנטיקן טאָג, ממש איך לעב נישט, דאָס הײסט, ז י לאָזט מיך נישט לעבן!… „איך בין דאָס גאָר נישט געװײנט געװאָרן, זאָג איך, אַז איבער אַ מײדל ― זי מעג זיך זײַן אַפֿילו די בת־מלכּה אַלײן ― זאָל איך אַזױ „רעאַגירן“, װאָרעם סך־הכּל בין איך דאָך גאָר אַ יונגערמאַן, כאָטש אַ הײַנטיקער, דאָך אַ סוחר מיט אַ שטיקל נאָמען, און אַ שײנער פֿאַרדינער, און אַ קערבל איז בלאָטע, אי טאָמו פּאַדאָבנע“…

אױסגעהערט, מאַכט ער צו מיר װידער אַ מאָל פּראָסט און װײך און אָן שום הױכע װערטער:

― אױב איר פֿרעגט באַ מיר אַן עצה, װאָלט איך אײַך זאָגן, איר זאָלט רײדן מיט איר אַלײן…

― נו, און איר? ― זאָג איך.

― איך װיל ניט ― מאַכט ער צו מיר און פֿאַרכאַפּט זיך באַלד ― איך קאָן ניט, איך האָב קײן צײַט ניט פֿאַרנעמען זיך מיט אַזעלכע זאַכן.

― נײן! ― מאַך איך צו אים, ― ניט דאָס מײן איך. איך פֿאַרלאַנג נישט פֿון אײַך, אַז איר זאָלט מיט איר רײדן. װי קאָן איך דאָס פֿאַרלאַנגען? איך פֿרעג אײַך נאָר, װאָס װעט א י ר זאָגן דערױף?…

― װאָס קאָן איך, זאָגט ער, דערױף זאָגן? אױב איר געפֿיל צו אײַך איז אַזױ, װי אײַער געפֿיל צו איר…

אַזױ מאַכט ער צו מיר פּראָסט און װײך און אָן שום הױכע װערטער און גײט און טוט אַ נעם־אַרױס דעם זײגער, װי אײנער רעדט: „אונדזער שמועס איז שױן באַלד װי געענדיקט“… די קונץ פֿון קוקן אַפֿן זײגער, דאַרפֿט איר װיסן, פֿאַרשטײ איך גאַנץ גוט. איך, אַז איך װיל יענעם פּטור װערן, בין איך מיך אױך אַזױ נוהג. דער חסרון איז, װאָס ניט יעדער שטױסט זיך, װאָס מע מײנט. איך, זעט איר, האָב מיך דװקא יאָ אָנגעשטױסן, און האָב מיך געגעבן אַ הײב־אױף, געבעטן אים, אַז די מעשׂה זאָל בלײַבן צװישן אונדז, „קאָנספּיראַציע“ הײסט עס, און בין אַװעק אַהײם. װאָס זאָל איך אײַך זאָגן? דאָס װאָרט „פֿרײלעך“ איז אַ הונט! „גליקלעך“? ― נאָך אַלץ נישט דאָס! אַפֿן זיבעציקסטן הימל!!! װעמען איך האָב ניט באַגעגנט, האָט זיך מיר, הערט איר, געגלוסט נאָר אַרומכאַפּן קושן. אַלע און אַלעס האָבן באַקומען אין מײַנע אױגן גאָר אַ באַזונדער חן. פֿון יוספֿן אַלײן שמועסט מען ניט: איך האָב אים יענעם טאָג ליב געקריגן, ממש װי אַן אײגענעם ברודער. איך זאָל מיך ניט שעמען, װאָלט איך מיך אומגעקערט אים אַ קוש טאָן, און איך זאָל ניט מורא האָבן אַז ער װעט זיך געפֿינען באַלײדיקט, װאָלט איך אים אונטערגעטראָגן אַ מתּנה: אַ גאָלדענעם זײגער מיט אַ שײן קײטל מיט אַ היפּשן ברעלאָק.

פֿאַר גרױס שׂמחה בין איך גאָר אַװעק אין קלוב. איך, דאַרפֿט איר װיסן, טו מיך אַ כאַפּ־אַרײַן אַמאָל אין קלוב אַרײַן, װי זאָגט איר, „צװישן טאָג און נאַכט“, נישט מחמת איך האָב ליב דאָס שפּיל. איך אַלײן שפּיל נישט; נאָר איך האָב ליב זען, װי יענער שפּילט, און אַמאָל, זעלטן־זעלטן, געבן אַ „שמיר“ אונטער אַף יענעמס קאָרט, ― איז אײנס פֿון די צװײ: אָדער מע נעמט־אױס, אָדער מע װערט באַגראָבן. דאָס מאָל איז מיר דװקא געראָטן; ס'איז מיר אַװעקגעגאַנגען דאָס קערטל, זאָג איך אײַך, װי קײנמאָל נישט; איך האָב אָנגעשלאָגן אַ שײן קערבל און האָב געגעבן אַ רוף־צונױף די חבֿרה „באָסיאַקעס“ (אַזױ הײסן באַ אונדז אין קלוב די דאָזיקע, װאָס בלײַבן אָן קלײנגעלט) און האָב געגעבן אַ שטעל־אַװעק אַ װעטשערע, און דװקא מיט שאַמפּאַניער־װײַן, „רעדערער“, און אַז איך בין געקומען אַהײם ― געװען שױן גרױסער טאָג, ― האָב איך געטראָפֿן באַ זיך אַפֿן טיש אַ דעפּעש, אַז מע רופֿט מיך אַרױס עקסטרע צוליב זײער אַ נײטיקן געשעפֿט. און דאָס װײסט איר דאָך מסתּמא, אַז „נאַש־בראַט“, װיבאַלד ער באַקומט אַ דעפּעש מכּוח געשעפֿט, איז אַ סוף, פֿאַרפֿאַלן, װי זאָגט איר, די קו מיטן שטריקל, אַ כּפּרה אַלצדינג. מע הײבט זיך אױף און מע פֿאָרט.

אַװעקגעפֿאָרן בין איך, אײגנטלעך, אַף צװײ טאָג, און געזױמט האָב איך מיך, געװײנטלעך, דרײַ װאָכן, און אַז איך בין געקומען צוריק, האָב איך דאָך באַלד געגעבן אַ לױף־אַװעק אין דער רעסטאָראַציע עסן, און האָב געטראָפֿן דאָרטן אַן איבערקערעניש: פֿון די„יענקעלעך“ איז ניט געבליבן קײן האָר אַפֿילו, און די, װאָס זײַנען געבליבן, זײַנען אױך געװען נישט דאָס, װאָס תּמיד: עפּעס זײַנען זײ מיר געװען װי צעדרײט, משונה צערודערט און צעפֿלאָכטן. זײ האָבן אָפּגעכאַפּט דאָס עסן, װי זאָגט איר, על רגל אַחת, און צעקראָכן זיך מיט אַראָפּגעלאָזטע קעפּ, װי די הינט נאָך אַ רעגן, דער אַהער און דער אַהין…

נאָר מער פֿון אַלץ האָט מיך געװוּנדערט: װוּ איז יוסף? פֿאַר װאָס זעט מען נישט יוספֿן? איך קוק מיך צו צו די „יענקעלעך“ ― עפּעס איז מען מיר מאָדנע האָפֿערדיק, עפּעס שטיקט מען זיך: שו־שו! שו־שו!… ס'איז באַ זײ נישט נאָר קאָנספּירײשן ― ס'איז שױן, װי זאָגט איר, „קאָנספּירײשן שבקאָנספּירײשן“!… איך טו מיך אַ קוק־אײַן אין איר, ― זי איז מיר אױך משונה שװײַגנדיק, פֿאַרטראַכט און שטאַרק „קאָנספּי־רײשנדיק“… די שײנע בעקלעך פֿלאַמען נישט, די קאַרשן־אױגן שמײכלען ניט. װוּ זײַנען אַהינגעקומען די חן־גריבלעך, װאָס בעטן זיך: נאַ, קוש מיך!? עפּעס הערט מען נישט מער איר געלעכטערל, יענץ געלעכטערל, װאָס אַז זי הײבט אָן צו לאַכן, לאַכט מיט איר אַלצדינג ― איר, און דער טיש, און די בענקלעך און די װענט, און דאָס גאַנצע לעבן!…

דאָס פֿאַרשטײט איר דאָך מסתּמא אַלײן, אַז שטאַרק בענקען האָב איך נאָך דעם יוספֿן נ י ש ט געבענקט… איך האָב מיר נאָר געבראָכן דעם קאָפּ: װוּ האָט ער געקאָנט נעלם װערן? צי אַף אַ קורצע צײַט, צי אַף שטענדיק? צי שרײַבט ער בריװלעך, צי נײן? פֿרעגן באַ די „יענקעלעך“ ― ענטפֿערן זײ דען? זײ קוקן אײַך אין די אױגן אַרײַן, קאַלופּען בשעת־מעשׂה די צײן און שװײַגן, װי אײנער רעדט: „יונגערמאַן, אַז איר װעט װעלן אַלצדינג װיסן, װעט איר גיך אַלט װערן“…

ערשט מיטאַמאָל, אין אַ שײנעם פֿרימאָרגן, איך קום צו גײן אײנמאָל אין דער רעסטאָראַציע עסן, טרעף איך די „יענקעלעך“ זיצן אַלע אַרום טיש, אײנער לײענט פֿון אַ בלאַט, און דער גאַנצער איבעריקער עולם האָרכט. אַפּנים, אַז דאָס מוז זײַן פֿון יוספֿן. פֿון װאַנען װײס איך עס? פֿון איר. זי, מיטן װײַסן פֿאַרטעכל און מיט די קאַרשן־אױגן, שטײט באַ דער זײַט, צונױפֿגעלײגט די הענט אַפֿן האַרצן, דאָס פּנים לײַכט, די בעקלעך פֿלאַמען, דאָס אײבערשטע ליפּל קוקט אַרױף ― פּונקט װי דעמאָלט אין װאַלד… דער חילוק איז נאָר געװען, װאָס דעמאָלט האָבן די שײנע קאַרשן־אױגן געקוקט אַף יוספֿן, און איצט האָבן זײ געבלאָנדזשעט

ערגעץ אין דער לופֿטן, געזוכט, אַפּנים, אַלץ אים, אַלץ יוספֿן!.. װאָס טױג אײַך, איך האָב קױם דערלעבט, זײ זאָלן אַװעקלײגן דאָס בלאַט, האָב איך עס געגעבן אַן עפֿן־אױף און אַ קוק־אַרײַן אינעװײניק ־ און עס איז מיר מיטאַמאָל פֿאַרענטפֿערט געװאָרן אַלע קשיות: מײַן יוסף האָט געהאַלטן אין דער אַרבעט!… איך האָב אָבער געװוּסט, אַז ער װעט נישט גוט אָפּשנײַדן; אַז ניט הײַנט, מאָרגן ― אַרײַן אין קרױט מ ו ז ער… דעם שפּיץ האָט מען, געװײנטלעך, נאָך נישט געקאָנט װיסן, נאָר פֿאַרשטאַנען האָט מען, אַז אַ קניפּ אין בעקעלע, װי זאָגט איר, װעט מען אים נישט געבן, קײן האָניק װעט ער נישט לעקן און קײן בשׂמים װעט ער ניט שמעקן…

װאָס באַ מיר איז געװען דעמאָלט אַפֿן האַרצן ― קאָן איך אײַך ניט איבערגעבן; זאָגן, אַז ס'זאָל מיך שטאַרק אַרן, קאָן איך נישט, װאָרעם ער איז מיר דאָך פֿאָרט געשטאַנען פּאָפּעריק, װי זאָגט איר, אַ בײן אין האַלדז… און װידער, איך זאָל זאָגן, אַז עס האָט מיך געפֿרײט, איז דאָס אױך נישט אינגאַנצן אמת. װי זאָגט איר, מע טאָר דאָך אַזעלכעס נישט װינטשן דעם ערגסטן שׂונא אַפֿילו. אַדרבה, איך האָב אים געװוּנטשן מיטן גאַנצן האַרצן, מעגט איר מיר זיכער גלײבן, אַז גאָט זאָל אים אַ נס טאָן און מע זאָל אים… אינגאַנצן, הײסט עס, אָפּרײניקן? ― דאָס קאָן דאָך ניט זײַן; נאָר אַזױ עפּעס אַ גרינגע שטראָף… איר פֿאַרשטײט?…

װי אין אַ טשאַד, זאָג איך אײַך, בין איך אַרומגעגאַנגען די עטלעכע טעג, זיך גאָר קײן אָרט נישט געקאָנט געפֿינען. און אַז איך בין געװאָר געװאָרן, אַז דער עסק האָט זיך שױן, ברוך השם, געענדיקט און אַז מאָרגן װערט אַרױסגעטראָגן דער פּסק, שװער איך אײַך באַ מײַן לעבן, ― ס'איז באַ מיר טײַער ― אַז איך בין יענע נאַכט נישט געשלאָפֿן, ניט אָנגעהױבן שלאָפֿן, זיך געקאַטשעט פֿון אײן זײַט אַף דער אַנדערער, און געמוזט סוף־כּל־סוף אױפֿשטײן, און האָב מיך געפּרוּװט געבן אַ קוק־אַרײַן אין קלוב אַרײַן, נישט אַזױ צוליב דעם שפּיל, װי איך האָב גערעכנט, טאָמער װעל איך קאָנען פֿאַרגעסן כאָטש אַף אַ מינוט… דאָס האַרץ איז מיר עפּעס געװען צו שװער, איך האָב געפֿילט, כּמעט געװוּסט, אַז ע ר ה אַ ל ט ש מ אָ ל.

און כּך הוה. איך קום אין דער געװײנטלעכער צײַט אין דער רעסטאָראַציע, באַגעגן איך פֿון דאָרט אַרױסשפּרינגען צװײ „יענקעלעך“, שטאַרק צעפֿלאָכטן, פּאַרטאַרעראַמט ― סכּנת־נפֿשות! אַרײַנגעקומען אינעװײניק, האָב איך געטראָפֿן אַ פּאָר פֿרעמדע מענטשן עסן. צום טיש דערלאַנגט שױן ניט זי, נאָר די מוטער, און די מוטער אַלײן איז עפּעס אױך, װי זאָגט איר, לא־עליכמדיק, איך װאָלט געמעגט שװערן, אַז פֿאַרװײנט… בין איך נישט פֿױל אַף דער פּען און נעם און טו זי אַ רוף־אָפּ אַף אַ זײַט:

― װוּ איז ערגעץ אײַער טאָכטער?

― באַ זיך, ― מאַכט זי צו מיר און טוט מיר אַ װײַז מיט די אױגן אַהין, אַף אַ קלײן אַלקירל, װאָס זעט־אױס װי אַ שטײַגל מיט אַ טירל.

דאָס שפּיל, װאָס איך האָב געשפּילט מיט דער מוטער, איז געװען, דאַרפֿט איר װיסן, אַ מאָדנע שפּיל. רײדן עפֿנטלעך מכּה אַכצן און דרײַצן האָב איך מיט איר קײנמאָל נישט גערעדט; נאָר פֿאַרשטאַנען האָב איך, אַז זי װיל דעם שידוך: אַ יונגערמאַן אַ הײַנטיקער, מיט אַ שטיקל נאָמען, און אַ שײנער פֿאַרדינער, און אַ קערבל איז בלאָטע, אי טאָמו פּאַדאָבנע ― פֿאַר װאָס זאָל זי נישט װעלן? אַדרבה, איך האָב איר אַ פּאָר מאָל געגעבן אָנצוהערעניש, אַז איך אינטערעסיר מיך מיט איר טאָכטער זײער געשמאַק! אַ סימן ― איך קאָן ניט לײַדן, װאָס זי דערלאַנגט אַלײן צום טיש… טרעפֿט־זשע, װאָס ענטפֿערט זי מיר דערױף?

― איר קאָנט ניט לײַדן, װאָס זי דערלאַנגט? דערלאַנגט מען אַלײן!…

אַזױ טוט זי צו מיר אַ זאָג, די מוטער הײסט עס, און דערלאַנגט זיך אַ שמיד־אַרױף מיטן נאַקעטן עלנבױגן איבערן פּנים, און גײ טו איר עפּעס!

װוּ־זשע האַלט איך? ― באַם קלײנעם אַלקירל. װי אַזױ און מיט װאָס פֿאַר אַן אופֿן איך האָב געטאָן אַ גײ־אַרײַן אין דעם קלײנעם אַלקירל אַרײַן? װאָס זײַנען געװען די ערשטע װערטער, װאָס איך האָב איר געגעבן אַ זאָג? ― פֿרעגט מיך בחרם, אױב איך הײב אָן געדענקען אַפֿילו! איך געדענק נאָר, אַז איך האָב זי געטראָפֿן אינעם זעלביקן װײַסן פֿאַרטעכל, װאָס תּמיד, זיצן באַם פֿענצטער, צונױפֿגעלײגט די הענט אַפֿן האַרצן, דאָס פּנים בלאַס, די בעקלעך װײַס, קײן טראָפּן בלוט ניטאָ, דאָס אײבערשטע ליפּל קוקט אַרױף, און די שײנע קאַרשן־אױגן, איבערגעצױגן װי מיט אַ רױכל, קוקן ערגעץ װײַט־װײַט, פֿאַרטראַכט, און נישט קײן אײנציקע טרער, נישט קײן סימן פֿון קײן טרער, נאָר אַ שטילער, שטומער טרױער, זעט מען, ליגט אױסגעגאָסן אַפֿן קױם־קױם אָנגעקנײטשטן װײַסן שטערן. איך שװער אײַך באַ מײַן לעבן, הערט איר, ― ס'איז באַ מיר טײַער ― זי איז אין דער דאָזיקער מינוט געװען אַזױ שײן, אַזױ געטלעך, אַז איך בין גרײט געװען זיך געבן אַ טו אַ װאַלגער פֿאַר אירע פֿיס און אױסקושן איר די טריט!… דערזען מיך, האָט זי זיך דװקא נישט איבערגעשראָקן, דװקא נישט געגעבן זיך קײן כאַפּ־אױף און דװקא נישט געפֿרעגט מיך, װאָס איך דאַרף. איך האָב אַלײן גענומען און געשטעלט־אַװעק אַ בענקל און אַװעקגעזעצט זיך אַקעגן איר און גענומען רײדן, רײדן, אָן אַן אױפֿהער, אָן אַ ברעג. אַ קװאַל פֿון װערטער האָט זיך באַ מיר געגעבן אַן עפֿן־אױף, און איך האָב גערעדט און גערעדט און גערעדט. װאָס איך האָב גערעדט ― זאָג איך דאָך אײַך, אַז איך װײס ניט. דער פּשט, אַפּנים, איז געװען אַזױ: איך האָב איר געװאָלט אױסרײדן דאָס האַרץ, טרײסטן זי, איר געבן צו פֿאַרשטײן, אַז זי טאָר ניט „רעאַגירן“ אַזױ שטאַרק… אַף אונדזער לשון הײסט עס: זי זאָל זיך נישט נעמען אַזױ צום האַרצן, װאָרעם זי איז נאָך צו יונג, און צו פֿריש, און צו שײן… איך האָב איר געדרונגען, אַז איר גליק קאָן מען נאָך ניט װיסן… אָט, למשל, בין איך אַ יונגערמאַן אַ סוחר, אַ הײַנטיקער, מיט אַ שטיקל נאָמען, און אַ שײנער פֿאַרדינער, און אַ קערבל איז בלאָטע, אי טאָמו פּאַדאָבנע… אַ סימן: לאָז זי מיר נאָר זאָגן אײן װאָרט, אַז זי איז גרײט צו פֿאַרגעסן אַלצדינג, װאָס ס'איז געװען ביז אַהער, גלײַך װי עס װאָלט גאָרניט געװען, גאָרנישט קײן שום יוסף, מיט קײן שום „יענקעלעך“, מיט קײן שום „קאָנספּיראַציע“ אַף דער װעלט!…

הערט איר? איך װײס אַלײן ניט, פֿון װאַנען עס האָט זיך צו מיר גענומען אַזאַ כּח־חדבור! און טאָמער מײנט איר, אַז זי האָט מיר עפּעס געענטפֿערט דערױף? אָסור! געזעסן און געקוקט און געקוקט און געקוקט… װאָס האָט געקאָנט באַטײַטן דער דאָזיקער קוק? דער דאָזיקער קוק האָט געקאָנט באַטײַטן: „איר מײנט עס מיט אַן אמת? עס גלײבט זיך מיר עפּעס ניט!“… אָדער: „איך װעל מיך איבערלײגן“… אָדער: „לאָזט מיך צורו“… אָדער גאָר: „יוסף“… איר פֿאַרשטײט? ניט „יוסף“, נאָר: „יו־סף“!…

װאָס פֿאַר אַ פּנים איך האָב נאָכדעם געהאַט באַ זיך אַלײן אין די אױגן ― מעגן שױן מײַנע שׂונאים האָבן אַזאַ יאָר!… איך האָב עטלעכע טעג דורכאַנאַנד מיך געשעמט װײַזן זיך פֿאַר די אױגן… און אַגבֿ איז מיר אַפֿן האַרצן געװען אַזױ װיסט, גלײַך װי איך װאָלט מיך פֿילן דאָ פֿאַר אַ שטיקל הײב אינעם אומגליק, װאָס זײ איז געשען… װיפֿל איך האָב מיך נישט געמוטשעט, איך זאָל אים אַרױסשלאָגן פֿון די געדאַנקען, פֿאַרגעסן אים, אָט דעם יוספֿן ― אוממעגלעך!… איר דאַרפֿט װיסן, אַז איך פֿון חלומות האַלט ניט, פֿאַר מתים האָב איך קײן מורא ניט, און אין כּשוף גלײב איך ניט, נאָר איך שװער אײַך בנאמנות, ס'איז נישט אַװעקגעגאַנגען די נאַכט, ער זאָל ניט קומען מיר צו חלום, יוסף הײסט עס, מיך ניט אױפֿװעקן און באַװײַזן מיט דער האַנט אַפֿן האַלדז, אַז ס'איז באַ אים, ניט אין מײַן מאָס, אַרום און אַרום האַלדז אַ בלױער צײכן… װי מײנט איר, אַ חלום האָט עפּעס אַ ממשות? איך װײס אַ פֿאַקט, װאָס האָט זיך געטראָפֿן אַמאָל מיט מײַנעם אַ פֿעטער… נאָר נאַרישקײטן! איך האַלט נישט פֿון חלומות!… איך בין גלאַט אַזױ געװען צעדרײט, פֿאַרלאָרן דעם אַפּעטיט צום עסן, אױפֿגעהערט שלאָפֿן… פֿאַר פּחד מײנט איר? נײן! נאָר אַ באַקאַנטער מענטש, געזעסן מיט אים װיפֿל מאָל באַ אײן טיש ― איר פֿאַרשטײט? האָב איך מיך מײשבֿ געװען, װי זאָגט איר, װאָס ס'װעט זײַן װעט זײַן ― כ'האָב מיך אָנגענומען מיט האַרץ און האָב געטאָן אַ גײ־אַװעק אַהין, גלײַך צו זײ אין דער רעסטאָראַציע אַרײַן.

איך קום צו גײן אין דער רעסטאָראַציע ― װער מיר רעסטאָראַציע? װאָס מיר רעסטאָראַציע? עס הײבט זיך גאָר ניט אָן ― אױסגעטריקנט דאָס אָרט אַפֿילו! װוּ איז אַהינגעקומען די רעסטאָראַציע? „אַרױסגעפֿאָרן שױן פֿון עטלעכע טעג!“ „װאָס הײסט אַרױסגעפֿאָרן?“ „אַרױסגעפֿאָרן הײסט אַרױסגעפֿאָרן“… איך טו אַ קלונג־אָן אין הױף אַרײַן, אַ לױף־אַרײַן צום בעל־הבית: „װוּ איז אַהינגעקומען די רעסטאָראַציע? װוּהין איז זי אַריבערגעפֿאָרן?“ אַ נעכטיקער טאָג ― קײנער װײס ניט, קײנער קאָן מיר נישט זאָגן, װוּהין! הײב איך דאָך אָן מסתּמא צו פֿײַערן, װי זאָגט איר, אַרײַן אין דער אַמביציע. און איך, אַז איך טו אַ קום־אַרײַן אין דער אַמביציע, איז סכּנת־נפֿשות! איך בין אַרומגעלאָפֿן, שװער איך אײַך, װי אַ משוגענער, אױסגעװען װוּ די װעלט האָט אַן עק!… און די „יענקעלעך“? װי אַף צו־להכעיס, איר זאָלט זאָגן, כאָטש אײן „יענקעלע“ אַף אַ רפֿואה!… בין איך אַװעק אין פּאָליצײ חוקר ודורש זײַן, מאַכן אַ ,,ספּראַװקע“ הײסט עס… געקומען אין פּאָליצײ, טוט מען מיך אַ נעם־אױף: „טשטאָ נאַדאַ?“ זאָג איך: „דאָס און דאָס, אַזױ און אַזױ, װוּ איז אַהינגעקומען די רעסטאָראַציע?“… פֿרעגט מען מיך: „װאָסער רעסטאָראַציע?“ זאָג איך: „די און די“. פֿרעגט מען מיך: „אַף װאָס דאַרף איך זי?“… איר פֿאַרשטײט ― זאָל איך זײ גײן דערצײלן, אַף װאָס איך דאַרף זי?… שװײַג איך דאָך. פֿרעגן זײ מיך נאָכאַמאָל און נאָכאַמאָל, איך זאָל זײ זאָגן, אַף װאָס איך דאַרף זי?… װאָס טױג אײַך, איך האָב מיר געקױפֿט, װי זאָגט איר, מפֿטיר… נו־נו, איך האָב עס געהאַט אַ לױפֿעניש! דער רוח האָט מיך געטראָגן!… כאָטש, אַז מע װיל צוריק, װאָס, אײגנטלעך, האָב איך געהאַט מורא צו האָבן, אַז סך־הכּל בין איך דאָך גאָר אַ יונגערמאַן אַ סוחר, מיט אַ שטיקל נאָמען, און אַ שײנער פֿאַרדינער, און אַ קערבל איז בלאָטע, אי טאָמו פּאַדאָבנע?… איך אין אַזעלכע עסקים מיש מיך נישט! װי זאָגט איר: „ניע יעװשי טשעסנאָקו ― אַז מען עסט ניט קײן קנאָבל, הײסט עס…“ נאָר װאָס דען? איך האָב עס פֿײַנט! איר פֿאַרשטײט? איך האָב עס פֿײַנט ― און שױן!… איך האָב מיר פֿאַרשאָלטן, זאָג איך אײַך, דאָס געבײן. נאַ דיר אַ רעסטאָראַציע! נאַ דיר אַ מײדל! נאַ דיר אַ יוסף!… איך װאָלט שױן אַלײן געװאָלט זי פֿאַרגעסן, און אַ סוף. איז אָבער, װי אױף צו־להכעיס, קריכט זי מיר ניט אַרױס פֿון קאָפּ! נאָך עד היום שטײט זי מיר פֿאַר די אױגן מיטן װײַסן פֿאַרטעכל, װאָס שעמערירט, מיט די שײנע קאַרשן־אױגן, װאָס קװיקן, מיטן קלײנעם ליפּל, װאָס קוקט אַרױף, מיט די חן־גריבלעך, װאָס בעטן זיך: נאַ, קוש מיך, און מיטן געלעכטערל, װאָס צעגײט זיך אין איטלעכס אבֿר… און אָפֿטמאָל מאַכט זיך באַנאַכט, אַז איך האַלט אין רעכטן שלאָף, הער איך איר קול: „יו־סף! יו־סף“… כאַפּ איך מיך אױף אין אַ קאַלטן שװײס. װאָרעם קױם דערמאָן איך מיך אָן איר, אַזױ קומט מיר באַלד אױף די געדאַנקען ער…

זעט איר? איך װאַרט ניט, ביז איר װעט זיך געבן אַ טו־אַ נעם צום זײגער; איך װײס אַלײן, אַז אַלצדינג אַף דער װעלט מוז האָבן אַ סוף… האָט נאָר קײן פֿאַראיבל ניט, װאָס איך האָב באַ אײַך צוגענומען אַ ביסל צופֿיל צײַט, און גיט מיר אײַער האַנט, אַז אַלצדינג, װאָס כ'האָב אײַך דאָ דערצײלט, װעט דאָס בלײַבן צװישן אונדז בײדן, װי זאָגט איר: קאָנספּירײשן…

אַדיע!

געשריבן אין יאָר 1905 געװען איז דאָס אין אַדעס. זײַנען מיר געזעסן אין אַ מסיבה אַ גאַנצע חבֿרה ליטעראַטן, שרײַבערס הײסט דאָס, װאָס שרײַבן, און לעזער װאָס לײענען, און גלאַט יונגעלײַט, און סטודענטן אַ פּאָר, און אַ מײדל איז געװען, װאָס איז געקומען שטודירן, אַ גאַנץ היפּשע מײדל, אַ געזונטע, מיט רױטע באַקן, און גלאַט ייִדן מן הצד, דאָס הײסט, אַזעלכע, װאָס זײַנען צו אונדזער חבֿרה ניט שײַך, נאָר זײ זעען ייִדן רײדן, הערט מען זיך אײַן, רוקט מען זיך צו אַלע מאָל נענטער, אַזױ לאַנג, ביז עס װערט אײן קאָמפּאַניע און מע פֿאַרבײַט זיך מיט די גלעזער אַפֿן טיש און מיט די פֿיס אונטערן טיש ― חבֿרים כּל ישׂראל… געװען איז, אײגנטלעך, ניט שבת, נאָר אַ װאָכעדיקער טאָג, און גערעדט האָבן מיר, אײגנטלעך, ניט פֿון שבת, נאָר פֿון גאָר אַנדערע זאַכן; אױב איך האָב קײן טעות נישט, האָבן מיר גערעדט און געשפּאַרט זיך איבער ציוניזם, טעריטאָריאַליזם, אַחד־העמיזם, קלױזנעריזם, און גאָר ניט אין זינען געהאַט בשעת מעשׂה ניט קײן געלט, ניט קײן שבת, ניט קײן שטעטל, װאָס הײסט כאַבנע, אַפֿילו נישט מזכיר געװען און אַפֿילו אַף דער מחשבֿה נישט געקומען. פּלוצעם, איך װײס נישט, װי אַזױ און װי אַרום, עס הײבט זיך אױף אַ יונגערמאַן אַ געלער מיט װײַסע ברעמען, אײנער פֿון די יונגעלײַט װאָס „מן הצד“, און טוט אַ מאַך מיט דער האַנט און הײבט־אָן בזה־הלשון:

― שאַ, װאָס טױג אײַך דאָס? אלא־מאַי, אָט װעל איך אײַך דערצײלן אַ שענערע מעשׂה, װאָס מיט מיר האָט זיך געטראָפֿן אין כאַבנע! כאַבנע איז אַ שטעטל, אַ שטעטל אַזעלכעס פֿאַראַן, װאָס הײסט כאַבנע. האָט דאָס שטעטל כאַבנע אַלצדינג, װאָס אַ שטעטל באַדאַרף צו האָבן: אַ פּאָסט, מיט אַ ראַבינער, מיט אַ טײַך, מיט אַ רבֿ, מיט אַ טעלעגראַף, מיט אַ בית־עולם, מיט אַ פּריסטאַװ, מיט אַ תּלמוד־תּורה, מיט חסידים, מיט