מאָנאָלאָגן: גענדז

שלום עליכם (אַלע װערק)

אַ מאָנאָלאָג פֿון אַ ייִדענע, װאָס הײסט בתיה, קױלעט גענדז חנוכּה און פּרעגלט שמאַלץ אַף פּסח

― פאַראַיאָרן חנוכּה האָב איך, נישט פֿאַר אײַך געדאַכט, נישט פֿאַר מיר געדאַכט, געהאַט אַן אומגליק מיט א גליק אינאײנעם. איר מעגט דאָס האָרכן; אַזאַ מעשׂה טרעפֿט זיך אײן מאָל אין טױזנט יאָר! איך האַנדל מיט גענדז האַנדל איך און מיט פּסחדיקער שמאַלץ שױן עטלעכע און צװאַנציק יאָר ― האָט זיך מיר, הערט איר, אַזאַ מעשׂה נאָך נישט געטראָפֿן.

איך האַנדל מיט גענדז… איר מײנט, אָט אַזױ נעמט מען דאָס און מע האַנדלט? ראשית חכמה, הײבט זיך אָן אַזױ: קומט אָסיען־צײַט, אַרום נאָך סוכּות, הײבט מען אָן אײַנקױפֿן גענדז, און פֿאַרװאַרפֿן די גענדז אַפֿן װינטער אין שטײַג אַרײַן, און האָדעװען די גענדז, און אַכטונג געבן אַף די גענדז; און קומט חנוכּה, הײבט מען אָן די גענדז קױלען און מאַכן פֿון גענדז געלט. נאָר איר מײנט, אַז אָט אַזױ גרינג קױפֿט מען גענדז, און מע פֿאַרװאַרפֿט גענדז, און מע קױלעט גענדז, און מע מאַכט פֿון גענדז געלט? ערשטנס, דאָס קױפֿן גענדז. קױפֿן גענדז דאַרף מען האָבן מיט װאָס. קײן לאַגער־געלט, קײן קאַפּיטאַלן אײגענע, הײסט עס, איז דאָך נישטאָ. מוז מען לײַען, אָנקומען צו רב אַלטערן. און רב אַלטערן קענט איך דאָך ― ס'איז אַ ייִד, װאָס האָט ליב אױסקאָכן דאָס װאַסער. דאָס הײסט, אָפּזאָגן זאָגט ער נישט אָפּ, נאָר ער הײסט קומען מאָרגן, מאָרגן ― איבערמאָרגן, נעמט אַרױס די נשמה. און ערשט נאָכדעם הײבט ער אָן ציִען די קלײ: שלעפּן פּריצענט, צורעכענען טעג. ס'איז אַ גוטער רב אַלטער! נישט אומזיסט האָט ער אַזעלכע פּיסקעס, און זי, אַלטעריכע, מײן איך, האָט אַ פּנים ― אַף אַלע מײַנע ליבע, און אַ פּאָר באַקן ― כאָטש אַ מעסער אָנצושאַרפֿן. הײַנט אירע פּערל! אָט האָט זי ערשט נישט לאַנג פֿאַרקנסט דאָס טעכטערל ― איך זאָל דאָס פֿאַרמאָגן מיט אײַך אינאײנעם, הערט איר, אַ דריט־חלק, רבונו־של־עולם, װאָס דאָס קנס־ מאָל האָט אָפּגעקאָסט, װאָלט איך פֿאַרשפּאָרט האַנדלען מיט גענדז… כאָטש אַ חתן האָט זי גענומען ― שטראָף מיך, גאָט, אױב איך װאָלט אַזעלכס פֿאַר מײַנע זינד געגעבן מײַן טאָכטער, אַז בסך־הכּל האָט ער נאָר אַ פּליך ― איר רופֿט עם פּליך, איך רוף עס פּאַרך. נאָר ס'איז ניט מײַן באָבעס דאגה, איך רײד נישט, חלילה, קײן שלעכטס, און פֿון לשון־ הרע בין איך אױך װײַט… נאָר איך מיש אײַך אײנס מיטן אַנדערן. האָט קײן פֿאַראיבל נישט, ס'איז באַ מיר אַזאַ טבֿע, װי זאָגט איר: אַ ייִדענע האָט אין זיך נײַן מאָס רײד…

אײַנקױפֿן גענדז… װוּ קױפֿט מען גענדז? אַפֿן מאַרק, מײנט איר דאָך מן הסתם? אַװדאַי־יאָ! מיר זאָלן דאַרפֿן אַלע גענדז צונױפֿקױפֿן אַפֿן מאַרק, װאָלטן מיר געגאַנגען אין גאָלד! אַז איר װילט קױפֿן גענדז אַף מסחר, באַדאַרפֿט איר זיך מטריח זײַן אױפֿשטײן כאור , דעמאָלט װען גאָט אַלײן שלאָפֿט נאָך, און אַרױסגײן העט־װײַט הינטערן שטאָט, אַף יענער זײַט מיל. געפֿינט זיך אָבער נאָך אײנע אַזאַ קלוגעטשקע, װי איר, און קומט אַרױס נאָך פֿריִער פֿון אײַך אַף יענער זײַט מיל. געפֿינט זיך נאָך אַ קליגערע פֿון יענער אױך און קומט־אַרױס נאָך פֿריִער און נאָך פֿריִער ― װאָס טױג אײַך, סע װערט אַ גאַנצער יריד, און דאָרטן שטײט מען און מע װאַרט און מע לאָקערט, טאָמער װעט גאָט רחמנות האָבן, אַ גױ װעט אַרױסברענגען אַ פּאָר גענדזלעך, באַפֿאַלט מען אים מיט די גענדזלעך פֿון אַלע זײַטן: „שאָ טאָבי, טשולאָװיטשע, זאַ גוסקו?“ ־ װאָס װילסטו, הײסט עס, פֿאַרן גענדזל? איז אױב ס'איז אַ גױ אַ סוחר און לאָזט זיך רײדן, קאָנט איר זיך מיט אים כאָטש דינגען! און אַז גאָט העלפֿט, טרעפֿט איר אָן אַף אַ מאַנקאָליניק, װאָס לאָזט נישט צו, כאָטש גיב אים אַ קרענק! „העט־באָ, שרײַט ער, גײ אַװעק! נעמאַ או מענע גוסקו“ ― איך האָב נישט, הײסט עס, קײן גענדזל! און גײ טו אים עפּעס! טענהט איר דאָך צו אים: „היתּכן? שאָזש טי כאָטשעש, אַ סיפּע דיר אין פּנים, אי נעכײַ טובי באָזשע ראָיע קרענק אין די בײנער אי דאָברע קדחת!“… און ער ― אין אײן קול: „העט, נע פּראָדאַיו גוסקו“ ― איך פּאַרקױף נישט, הײסט עס, קײן גענדז!… און אַז גאָט האָט רחמנות געהאַט, דער גױ האָט אַרױסגעלאָזט דאָס גענדזל פֿון דער האַנט, באַדאַרף מען דאָס גענדזל ערשט באַטראַכטן. און באַטראַכטן גענדז באַ־

דאַרף מען קאָנען; ס'איז אַ סבֿרה, הערט איר, אַז אַף גענדז באַ־

דאַרף מען זײַן אַ מבֿין, װי, להבֿדיל, אַף באַרליאַנטן. באַ אײַך, למשל,

קומט־אױס, אַז אַלע גענדז זײַנען גלײַך. דאָס װײסט איר, אַז ס'איז פֿאַראַן

גענדז און ס'איז פֿאַראַן גאָנערס? אַ גאַנדז איז נישט קײן גאָנער. אַ גאַנדז

איז אַ גאַנדז, און אַ גאָנער איז אַ גאָנער. אַ גאַנדז נעמט אַף זיך שמאַלץ, און אַ גאָנער ― מכּות. אַי, װי אַזױ װייִסט מען, װעלכעס איז אַ גאַנדז און װעלכעס איז אַ גאָנער? מע װײסט שױן! ערשטנס, נאָכן טשובעקל ― אַ גאָנער טראָגט אַ טשוביקל אַפֿן קעפּל און האָט אַ לאַנגן האַלדז. הײַנט דערקענט מען אַ גאָנער נאָכן קול ― ער האָט אַ גראָב קול, װי באַ אַ מאַנצביל. און אַז ער גײט, גײט ער תּמיד פֿריִער פֿאַר די גענדז, אױך װי אַ מאַנצביל, װי, להבֿדיל, אַ מענטש. באַ אונדז אַ מאַנצביל, ער מעג זײַן דער גרעסטער שלים־מזל, אַבי אַ מאַנצביל, גײט ער אַף־צו־פֿריִער, װי אײנער רעדט: דאָס בין איך!… װאָס דאַרפֿט איר מער? אָט נעמט מײַן מאַן. דאַכט זיך, מע דאַרף שױן נישט קײן גרעסערן שלים־מזל, װי מײַן נחמן־בער, װאָס האָט נישט געפּרװוּט פֿאַרדינען זינט איך קען אים פֿאַר א מאַן קײן צװײ צעבראָכענע גראָשן! דער גאַנצער יחוס ― באשר בכן װאָס איז? ער קאָן לערנען, און װאָס ער איז יאָסקע דעם נגידס אַ װײַטער קרוב, װי זאָגט איר: דעם פֿערדס בײַטש־שטעקלס פּאָדקאָװע… פֿרעגט מיך, װאָס האָב איך פֿונעם נגיד דעם קרובֿ? די שׂונאים זאָלן דאָס פֿאַרמאָגן אַף אַן אָנבײַסן! עגמת־נפֿש האָב איך, צרות, מיט בזיונות נאָך, װאָס מע װאַרפֿט מיר אױס, אַז מײַן קרובֿה, מײַן קרובס שנור הײסט עס, גײט מיט די אײגענע האָר… און ס'איז דװקא נישט קײן ליגן ― זי איז אַ רעכטע טשאַטשקע! איך רײד נישט אַף איר חלילה קײן שלעכטס, און פֿון לשון־הרע בין איך װײַט… נאָר איך מיש אײַך אײנס מיטן אַנדערן. האָט קײן פֿאַראיבל נישט, ס'איז באַ מיר אַזאַ טבֿע, װי זאָגט איר: אַ ייִדענע האָט אין זיך נײַן מאָס רײד…

אײַנקױפֿן גענדז… אײַנגעקױפֿט די גענדז, באַדאַרף מען, הײסט עס, די גענדז פֿאַרװאַרפֿן אַפֿן װינטער אין שטײַג אַרײַן. נאָר איר מײנט, אַז פֿאַרװאַרפֿן גענדז איז שױן גאָר אַ גרינגע זאַך? האָט איר אױך אַ טעות! גוט איז צו פֿאַרװאַרפֿן גענדז, אַז איך האָב מיר מײַן דירה מיט מײַן קאַמער און איך בין מיר, װי זאָגט איר, אײנע אַפֿן יריד. װי־זשע איז אָבער דער דין, אַז איך בין געזעסן, נישט הײַנט געדאַכט, נישט פֿאַר אײַך געדאַכט, נישט פֿאַר קײן שום ייִדן געדאַכט אין שכנות באַ יענטען, קײן באַזונדער קעמערל האָב איך נישט געהאַט, און די בעל־הביתטע מײַנע אַלײן, יענטע הײסט עס, האָט אױך אונטערגעהאַנדלט מיט גענדז און מיט פּסחדיקער שמאַלץ, ― אַנו, פּרוּװט, אַשטײגער, האָבן מיט יענטען גענדז אין אײן קאַמער און נישט פּאַטשן זיך מיט איר דרײַ מאָל אַ טאָג! האָט איר אײַך אײן מאָל אַװעק. הײַנט פּרוּװט זײַט אַ חכם און דערקענט, װעלכע גענדז ס'איז אײַערע גענדז און װעלכע גענדז ס'איז אירע גענדז? אַנומעלט, אַז איך בין, נישט הײַנט געדאַכט, נישט פֿאַר אײַך געדאַכט, נישט פֿאַר קײן שום ייִדן געדאַכט, געזעסן מיט איר אין שכנות, האָט זיך באַ איר, באַ יענטען הײסט עס, אױפֿגעריסן די שטײַג אין קעמערל און עס זײַנען אַרױס, זאָל זיך אײַך דאַכטן, אַלע גענדז און האָבן זיך צוגעכאַפּט צו מײַן קאָרעטע מיט האָבער, ― איז װער האָט געהאַט היזק? װער האָט באַדאַרפֿט שרײַען? איך, צי זי? גײט זי נישט און פֿאַלט נישט אָן אַף מיר? זי זאָל געװען, זאָגט זי, װיסן, אַז איך האַנדל מיט גענדז, װאָלט זי מיר, זאָגט זי, נישט פֿאַרדונגען די דירה פֿאַר קײן הונדערט מיליאָן רענדלעך! זאָג איך צו איר: „מיט װאָס דען, האָט איר געמײנט, האַנדל איך? מיט באַרליאַנטן?“ זאָגט זי צו מיר: „איר זײַט אַלײן אַ גוטער באַרליאַנט, און האָט אַ מאַן אַ באַרליאַנט און קינדער באַרליאַנטן!“… זאָל איך איר שװײַגן?… אַ מאָדנע ייִדענע אָט די יענטע! אַזױ װעט זי אײַך אַװעקגעבן דאָס לעבן מיט דער נשמה. טאָמער זײַט איר, חלילה, קראַנק, װעט זי זיך מפֿקיר זײַן פֿון אײַערטװעגן. נאָר אַ שפּילשליװע איז זי ― מע זאָל באַהיט און באַװאָרנט װערן! אָט האָבן מיר זיך אײנמאָל, ערבֿ־חנוכּה איז דאָס געװען, ― איך זאָל אײַך דער־ צײלן, װאָלט איר אַף זיך די האָר געריסן!… דער חסרון, װאָס איך קוק נישט אַרײַן אין יענעמס טעפּלעך, און רײד נישט, חלילה, קײן שלעכטס, און פֿון לשון־הרע בין איך װײַט… נאָר איך מיש אײַך אײנס מיטן אַנ־ דערן. האָט קײן פֿאַראיבל נישט, ס'איז באַ מיר אַזאַ טבֿע, װי זאָגט איר: אַ ייִדענע האָט אין זיך נײַן מאָס רײד…

איצטער גײט אַ סדרה: פֿאַרװאַרפֿן גענדז… אַז איר װילט, די גענדז זאָלן אײַך געראָטן, זאָלט איר פֿאַרװאַרפֿן די גענדז אינעם אַ ל ט ן חודש. גאָט זאָל אײַך היטן, איר זאָלט זיך צורירן צו גענדז אין אָנהײב חודש, תּיכּף נאָכן מולד ― ס'איז אַן אומגליק! די גענדז װעלן אײַך ניט געראָטן: די גענדז װעלן זײַן גראָב אַפֿן בײן, און דין אַף דער הױט, און אַף פּלאָסטערן זאָלט איר זיך פֿון די גענדז גאָר נישט ריכטן. פּלאָסטערן פֿאַרגעסט! אױך באַטאָג, װען איטלעכער דרײט זיך אַרום, זאָלט איר קײן גענדז נישט פֿאַרװאַרפֿן. גלײַכער פֿאַרנאַכט, באַ אַ ליכט, אָדער אַפֿילו אין דער פֿינצטער, נאָר בשעת מעשׂה זאָלט איר זיך געבן אַ קניפּ און זאָגן שטילערהײט דרײַ מאָל: „אַזױ װי איך בין אַפֿן לײַב, אַזױ זאָלסטו זײַן אַפּן לײַב“… מײַן מאַן לאַכט אַפֿילו פֿון מיר און זאָגט, אַז ס'איז װערט אַ שמעק טאַבעקע. נאָר איך זאָל װעלן צוהערן אַלצדינג, װאָס ער זאָגט, װאָלט איך געװען לײַטן גלײַך. למאַי ער פֿאַרגינט זיך זאָגן, דער מאַן מײַנער, ― ער איז אַ גאַנצער למדן, זיצט טאָג װי נאַכט און קוקט אין די ספֿרים, ― אַז כּפּרות שלאָגן איז אַ נאַרישער מנהג? װי געפֿעלט אײַך, אַשטײגער? מאָלט אײַך, ער האָט זיך פֿון מיך נישט גענאַרט פֿאַר אַזעלכע װערטער! „ביסט דאָס אַלײן טאַקע דערגאַנגען, זאָג איך, מיט דײַן אײגענעם שׂכל?“… זאָגט ער: „סע שטײט אַזױ געשריבן אין די ספֿרים“. „קומט אױס, זאָג איך, אַז איך, און די מאַמע מײַנע, און די מומע דבֿורה, און נחמה־ברײַנע, און סאָסע, און דװאָסע און צבֿיה, און צפּורה און אַלע ― זײַנען בהמות?“… שװײַגט ער, דער חכם, און ס'איז זײַן גליק, װאָרעם איך קאָן אים, רעדט איר, אָפּשפּילן אַ פֿרימאָרגן, ער זאָל מיך געדענקען דרײַ טעג כּסדר! איר מײנט, איך בין, חלילה, אַזאַ אַרורה, אַן אָנכאַפּערן? גלײבט מיר, איך װײס גאַנץ גוט, װאָס הײסט אַ בן־תּורה, אַ ייִד װאָס זיצט און לערנט, כאָטש ער טוט נישט קײן האַנט אין קאַלט װאַסער. איר מײנט, ער פֿױלט זיך? ער װאָלט נעבעך געטאָן אַלצדינג, ס'זאָל נאָר זײַן װאָס… זיצט ער און לערנט. לאָז ער לערנען. װאָס דאַרף איך זײַן האָרעװאַניע, אַז איך קאָן אַלײן באַשטײן דאָס שטעטל מײַנס, אַז איך קאָן אַלײן אױסקומען װי ס'נישט איז מיט דער הוצאה אין שטוב, חלילה נישט אָנקומען צו יענעם. אַלײן, אומעטום אַלײן. אין מאַרק, און אין שטוב, און אַװעקגעשטעלט זיך באַם אױװן, צוגעשטעלט דאָס טעפּל קאַרטאָפֿלעס, און די קינדער אָנגעטאָן און אָפּגעשיקט אין חדר ― דאָס איז באַ מיר דער עיקר! ברױט, זעט איר, מאַכט זיך, פֿעלט אַמאָל, חלה אַף שבת טרעפֿט, אַז ס'איז נישטאָ, נאָר פֿאַר די קינדער שׂכר־למוד ― פֿיר זכרים האָב איך, זאָלן געזונט זײַן, אַחוץ מײדלעך.― דאָס מוז זײַן, עס מעגן פֿאַלן שטײנער פֿונעם הימל! איך בין נישט גלײַך צי די הײַנטיקע, װאָס די קינדער זײערע שטופּן זײ אין די קלאַסן, װי, למשל, אונדזער חזנס יונג בערל, אַ פּאָלנע גױ מיט קאָלבאַס. כאַפּט אים דער רוח, איך בין נישט גאָט סטראַפּטשע, איך רײד נישט, חלילה, קײן שלעכטס, און פֿון לשון־הרע בין איך װײַט… נאָר איך מיש אײַך אײנס מיטן אַנדערן. האָט קײן פֿאַראיבל נישט, ס'איז באַ מיר אַזאַ טבֿע, װי זאָגט איר: אַ ייִדענע האָט אין זיך נײַן מאָס רײד…

פֿאַרװאָרפֿן די גענדז, באַדאַרף מען נאָר זען, די גענדז זאָלן האָבן האָדיװלע, דאָס עסן צו דער צײַט און דאָס טרינקען צו דער צײַט. און װײַטער גאָרנישט. װאָרעם גענדז איז נישט קײן קאַטשקעס און נישט קײן עופֿות. ― קאַטשקעס האָבן מורא פֿאַר פּאָקן. און עופֿות פֿאַר אַ טכױר, און גענדז באַדאַרפֿן נאָר עסן. און עסן ― עסן גענדז אַלצדינג: גענדז עסן האָבער, גענדז עסן פּראָסע, גענדז עסן קאַשע, גענדז עסן, איך בעט איבער אײַער כּבֿוד, נאָך ערגערס… אַ גאַנדז קלײַבט נישט איבער. אַ גאַנדז שלינגט אַלצדינג. אַ גאַנדז איז תּמיד הונגעריק, װי באַ אַן אָרעמאַן קינדער, להבֿדיל. באַ אַן אָרעמאַן קינדער עסן, קײן עין־הרע, געשמאַק אַלצדינג, װאָס מע גיט זײ, און זײַנען קײנמאָל נישט זאַט. איך װײס עס פֿון זיך זעלבער. לאָזן זײ זײַן געזונט, די קינדער מײַנע, אַז זײ קומען פֿונעם חדר, קײן עין־הרע נישט, קײן בײז אױג זאָל זײ נישט שאַטן ― אײדער מע קוקט זיך אַרום, שטאַרבט אַ ברױט, און פֿון אַ טאָפּ קאַרטאָפֿלעס בלײַבט נישט איבער, איר זאָלט זאָגן, אַף אַ רפֿואה! און קומט שבת, מוז מען זײ אױסטײלן חלה, װי לעקעך, און דאָס איבעריקע פֿאַרשליסן, װאָרעם עס װעט נישט בלײַבן אַף מאָרגן קײן זכר אַפֿילו! קינדער, הערט איר, איז אַ װױלע זאַך און אַ ליבע זאַך. עס װאָלט מיר נישט נמאס געװאָרן און נישט שװער געװען קײן צען קינדער, פֿופֿצן קינדער, פֿינף און זיבעציק קינדער אױסצוהאַלטן. אײן חסרון נאָר ― אָט דער פּיסק! נגידים באַדאַרפֿן זיך פֿילן איך װײס אַלײן נישט װי גליקלעך, אַז זײ װײסן װױל, אַז זײערע קינדער לײגן זיך שלאָפֿן זאַט און עס חלומט זיך זײ נישט קײן בעטלערס, זײ כאַפּן זיך נישט אױף באַנאַכט מיט אַ געװײן: „מאַמע, ע־ע־ע־ע־סן!“… הערט איר, דאָס האַרץ טוט װײ, װערט אָקערשט ניט צעשפּרונגען, און מע מוז נאָך, מאָלט אײַך, אָנשרײַען אַף זײ: „שלאָפֿן, ממזרים! װאָס פֿאַר עסן אין מיטן באַנאַכט? שלאָפֿן, שלאָפֿן!“… פֿונדעסטװעגן, זאָלט איר זען די נגידים, װי סע כאַפּט זײ אַװעק דער רוח, טאָמער װערט באַ זײ געבױרן, חלילה, אַן איבעריק קינד! אַי־אַי־אַי־! אָט איז באַ אונדז נישט לאַנג אַװעקגעגאַנגען אײנע אַ נגידיתטע, אַ װײַבל בלוט־און־מילך, און אַ גוטע זעל, אַ צדקת, בײלע האָט מען זי גערופֿן, אַ שײנע, אַ געזונטע, אַ שטאַרקע. מײנט איר, איבער װאָס? ס'איז נישט כּדאַי צו דערצײלן, זי איז שױן אַף דער אמתער װעלט, לאָז זי האָבן אַ ליכטיקן גן־עדן. איך רײד נישט, חלילה, קײן שלעכטס אַף קײנעם, און פֿון לשון־הרע בין איך װײַט… נאָר איך מיש אײַך אײנס מיטן אַנדערן. האָט קײן פֿאַריבל נישט, ס'איז באַ מיר אַזאַ טבֿע, װי זאָגט איר: אַ ייִדענע האָט אין זיך נײַן מאָס רײד…

אױ, אַ פּרנסה גענדז!… דאָס הײסט, גענדז איז אַ פּרנסה אַפֿילו ניט קײן שלעכטע, און אַז גאָט גיט־אַרײַן אין די גענדז די ברכה, קאָן מען אָן די גענדז פֿאַרדינען אַ שײן קערבל. נאָר װאָס דען? דאָס טרעפֿט זיך אײן מאָל אין צען יאָר. גיכער קאָן זיך מאַכן, מע זאָל באַ די גענדז נישט פֿאַרדינען גאָרנישט ― מע זאָל נאָך דערלײגן! הײַנט די האָרעװאַניע, װאָס אַרום די גענדז, איז אַזאַ גרױסע האָרעװאַניע, אַז ס'איז, כלעבן, נישט כּדאַי דער גאַנצער טאַרעראַם. אַי, איז דאָך די קשיא: װיבאַלד אַז באַ די גענדז איז קײן פֿאַרדינסט נישטאָ, הײַנט צו װאָס באַדאַרף מען האַנדלען מיט גענדז? איז דער תּירוץ: װאָס דען װעט מען טאָן, אַז איך האַנדל שױן אַזױ פֿיל מיט גענדז?!… באַרעכנט נאָר: אױסבינדן עטלעכע און דרײַסיק פּאָר גענדז; אַװעקטראָגן צום שוחט עטלעכע און דרײַסיק פּאָר גענדז; ברענגען עטלעכע און דרײַסיק פּאָר גענדז; אָפּפֿליקן עטלעכע און דרײַסיק פּאָר גענדז; מאַכן, זאַלצן, אױסװײקן, אָפּגיסן עטלעכע און דרײַסיק פּאָר גענדז, די הױטן באַזונדער, די פּלאָסטערן באַזונדער, די דרױבלעך באַזונדער, די אָבדירקעס באַזונדער, פֿון אַלצדינג מאַכן געלט, נישט לאָזן גײן לאיבוד קײן פּיצל נישט ― און אַלצדינג אַלײן! קודם־כּל, אױספּרעגלען די הױטן מיט די פּלאָסטערן, מאַכן פֿון זײ שמאַלץ. איך מאַך תּמיד אַלע יאָר פּסחדיקע שמאַלץ, װאָרעם מײַן פּסחדיקע שמאַלץ האָט אַ שם אין שטאָט פֿאַר דער בעסטער, כּשרסטער שמאַלץ. איך, אַז איך פּרעגל פּסחדיקע שמאַלץ, װערט באַ מיר א י ן מ י ט ן ח נ ו כּ ה פּסחדיק אין שטוב. דעם אױװן כּשר איך אױס. דעם מאַן שיק איך אָפּ אין בית־מדרש אַרײַן ― לאָז ער לערנען. די קינדער טרײַב איך אַרױס ― לאָזן זײ גײן ערגעץ שפּילן אין דרײדל. און אַלײן נעם איך זיך צו דער אַרבעט ― פּרעגלען שמאַלץ. און שמאַלץ האָט פֿײַנט אַן איבעריק אױג, ובפֿרט פּסחדיקע שמאַלץ. איך האָב אַמאָל געהאַט אַ פּסק, אַז איך בין, נישט הײַנט געדאַכט, נישט פֿאַר אײַך געדאַכט, נישט פֿאַר קײן שום ייִדן געדאַכט, געזעסן באַ יענטען אין שכנות. עס זײַנען געזעסן דאָרטן נאָך שכנים. האָט זיך אײנער אַ שכנה, גנעסע האָט זי געהײסן, פֿאַרגלוסט באַקן לאַטקעס פֿון רעטשענע מעל, און דװקא דעם טאָג, װאָס איך קױלע גענדז. בעט איך זי: „גנעסיניו, האַרצעניו, ליובעניו! האַלט־אײַן דעם יצר־הרע אַף אַ טאָג. איר װעט מ אָ ר ג ן , אם ירצה השם, באַקן לאַטקעס!“ זאָגט זי: „באַ מיר האָט איר געפּועלט; נאָר די קינדער, זאָגט זי, װעלן געװאָר װערן. איך האָב, זאָגט זי, קינדער, טרפֿהנע העלדזער, װאָס האַלטן שטאַרק פֿון דער אַכילה. זײ װעלן דערהערן, זאָגט זי, אַז ס'איז אױס לאַטקעס װעלן זײ מיך, זאָגט זי, אױפֿעסן לעבעדיקערהײט!“… כּך הװה. די קינדער האָבן דערהערט, ליגנדיק אַפֿן אױװן, אַז מע רעדט פֿון אָפּלײגן די לאַטקעס באַקן אַף מאָרגן, האָט זיך אײנער פֿון זײ, אַ זעליקל, אַ ייִנגעלע מיט קאַסאָקע אױגלעך, צעשריִען אַף אַ קול: „מאַמע! טאָמער באַקסטו נישט קײן לאַטקעס, פֿאַל איך אָטאָ אַראָפּ פֿונעם אױװן“… מיר טוען אַ קוק ― אַ װײטיק איז מיר! ― זעליקל הענגט מיטן קעפּל אַראָפּ, אָטאָ, נאָך אַ מינוט, פֿאַלט דאָס אַראָפּ און סע װערט צעשאָטן אַף שטיקלעך! דערזען אַזאַ חתונה, האָב איך אָנגעהױבן צו שרײַען: „גנע־סיניו, נשמהניו, האַרצעניו, ליובעניו! באַקט לאַטקעס, באַקט!“… מע זאָגט, הערט איר, אַז אַן אָרעמאַן האָט אַ קישקע אָן אַ דנאָ, ― איז דאָס תּורת משה! איר זאָלט אָנקוקן באַ דער גנעסען קינדערלעך ― גאָט זאָל מיך נישט שטראָפֿן! איך רײד נישט, חלילה, קײן שלעכטס, און פֿון לשון־הרע בין איך װײַט… נאָר איך מיש אײַך אײנס מיטן אַנדערן. האָט קײן פֿאַראיבל נישט, ס'איז באַ מיר אַזאַ טבֿע, װי זאָגט איר: אַ ייִדענע האָט אין זיך נײַן מאָס רײד…

שמאַלץ פֿון די גענדז… פֿון גענדז קאָן מען אַף שמאַלץ אַלײן נישט אַרױסקוקן. די שמאַלץ, אַז עס געראָט שױן גוט אָפּ, קערט אום צוריק נאָר דאָס, װאָס די גענדז קאָסטן. דאָס פֿאַרדינסט דאַרף מען זוכן פֿון די שאָר־ירקות. ראשית חכמה, אָבדירקעס. אַז עס מאַכט זיך, די אָבדירקעס געבן זיך אױס שײן, און פֿלײש איז אין שטאָט טײַער ― פֿאַרצוקערט מען זײ! װי־זשע איז אָבער דער דין, אַז קצבֿים באַ אונדז שמײַסן זיך, און פֿלײש איז בזיל־הזול, און די שטאָט האָט, דעם נגיד אַף צו־להכעיס אַראָפּגעבראַכט נאָך אַ שוחט, און יענער שוחט, דער אַלטער הײסט עס, האָט אײַנגעגעבן אַף דעם שוחט, אַף דעם נײַעם שוחט הײסט עס, אַכצן מסירות, און חוץ לזה האָט ער אַרױסגעלאָזט אַ קלאַנג אַף אים, אַף דעם נײַעם שוחט הײסט עס, אַז ער, דער נײַער שוחט הײסט עס, איז אַ חבֿרהמאַן פֿון די הײַנטיקע חבֿרה־לײַט, פֿון די ציוניסטן, װאָס האָבן צו טאָן מיט די חדרים און קלײַבן „שקלים־געלט“, און דער גבֿיר אונדזערער האַלט דאָך נישט פֿון די דאָזיקע ציוניסטן, ער קאָן זײ נישט אָנקוקן, זײ זײַנען, זאָגט עך, גרױסע הולטײַעס, און װיבאַלד אַזױ, איז דאָך די שחיטה זײַנע קײן שחיטה נישט, און נישט איטלעכער איז אַ בעלן אַף פֿאַרטיקע אָבדירקעס. טענה איך מיט מײַנע קונהטעס: „באַ מיר מעגט איר, נישקשה, קױפֿן אָבדירקעס, מײַן שוחט איז דער אַלטער שוחט“. זאָגן זײ: „יאָ, איר זײַט אַװדאי זײער גערעכט, נאָר װאָס דען? אַפֿן בײליק שטײט באַ זײ נישט אױפֿגעשריבן, פֿון װעמענס שחיטה זײ זײַנען ― ― פֿונעם אַלטן שוחט, צי פֿונעם נײַעם שוחט“… זאָג איך: „װאָס הײסט, סע שטײט נישט אױפֿגעשריבן? אַז איך זאָג אײַך: פֿונעם אַלטן שוחט, איז פֿונעם אַלטן שוחט; סײַדן, זאָג איך, איך בין שױן באַ אײַך נישט באַגלױבט, איז שױן, זאָג איך, עק װעלט! ''… זאָגן זײ: „אַ מאָדנע ייִדענע איר זײַט! איר זײַט באַ אונדז אַף אַלצדינג באַגלױבט; נאָר אַז מיר קאָנען אױספֿירן אַלײן שיקן צום שוחט קױלן גענדז, װאָס־זשע דאַרפֿן מיר אָבדירקעס, װאָס מיר קאָנען נישט װיסן, װעמענס שחיטה דאָס איז?“… „טפֿו! װידער אַ מאָל, זאָג איך, דאָס אײגענע? אַז איך שװער אײַך באַ מײַן מאַן און קינדער! איר װײסט, זאָג איך, ס'איז באַ מיר אַ גוטע שבֿועה!“… זאָגן זײ: „צו װאָס דאַרפֿט איר זיך שװערן, אַז מיר גלײבן אײַך סײַ װי סײַ?“… זאָג איך: „נו, נעמט זשע צו באַ מיר אַ פּאָר אָבדירקעס, לאָם איך מאַכן גרינגער דעם קאָשיק!“ זאָגן זײ: „מיר קאָנען נישט נעמען באַ אײַך קײן אָבדירקעס, איבער דער שחיטה“… נו? גײ טעסע פֿלעקער! אַרײַנגײן אין יענעמס לאַגע ― דאָס איז נישטאָ! רחמנות האָבן: אַ ייִדענע מאָרדעװעט זיך אָן מיט גענדז, מע מײנט ― טאָמער, איך װײס, מע װעט עפּעס פֿאַרדינען; עס האָט זיך געשטעלט אַזאַ װינטער, האָלץ איז נישטאָ, שטרױ איז טײַער, אַ רענדל אַ װאָגן שטרױ, און די קינדער נעבעך לױפֿן באָרװעס אין חדר אַרײַן, קומען צו גײן אַהײם ברױן און בלױ, כאַפּן זיך אַרױף אַפֿן אױװן, נורען זיך אײַן, װי די קראָליקלעך, און קוקן־אַרױס אַף הײסע קאַרטאָפֿלעס, און קאַרטאָפֿלעס איז מיט גאָלד גלײַך, אַ סך איז נישט געראָטן און אַ סך איז פֿאַרבליבן אין דער ערד… אַ שטאָט! עמעצער זאָל זיך דאָס אַרומקוקן, אָרעמעלײַט גײען־אױס פֿון קעלט, אָרעמעלײַט שטאַרבן, שװאָלן פֿון הונגער, קינדער פֿאַלן װי שטרױ, װי פֿליגן. נאָך מיט חסד, װי זאָגט איר, װאָס נאָר אָרעמעלײַט שטאַרבן… גאָט זאָל מיך נישט שטראָפֿן, איך רײד נישט, חלילה, קײן שלעכטס, און פֿון לשון־הרע בין איך װײַט… נאָר איך מיש אײַך אײנס מיטן אַנדערן, האָט קײן פֿאַראיבל נישט, ס'איז באַ מיר אַזאַ טבֿע, װי זאָגט איר: אַ ייִדענע האָט אין זיך נײַן מאָס רײד…

די אָבדירקעס פֿון די גענדז… מע זאָל װעלן, הערט איר, אַרױסקוקן אַף די אָבדירקעס אַלײן, װאָלט מען שײן אױסגעזען מיט די גענדז! אַ חוץ אָבדירקעס, איז פֿאַראַן באַ גענדז די דרױבלעך: גריװן, לעבערלעך, פּופּיקלעך, קעפּלעך און פֿיסלעך, גערגעלעך, פֿליגעלעך, צינגעלעך, הערצלעך און נירלעך. הײַנט העלדזלעך! פֿאַראַן באַ מיר אײנע אַ בעל־הביתטע, פּעטשעריצי, הײסט זי, נעמט זי צו באַ מיר אַלע העלדזלעך, װיפֿל איך האָב; עס מעג זײַן אַ האַלבע מאה העלדזלעך, לאָזט זי מיך נישט אַרױס. דער מאַן אירער, זאָגט זי, פּעטשעריצי, הײסט עס, איז אַ ליבהאָבער פֿון ברוסט און פֿון העלדזלעך. ברוסט האָט ער ליב, זאָגט זי, קאַלטערהײט, מיט פֿעפֿער באַפֿעפֿערט. און העלדזלעך ― געפֿילטע מיט מעל, אָדער מיט קאַשע, אָדער מיט פֿאַרפֿעלעך, אָדער מיט לעבער און מיט גריװן, געבראָטן באַזונדער, אָדער געקאָכט אין מערן. װאָס־זשע מײנט איר? װי די מתים עסן, אַזאַ פּנים האָבן זײ. ער זעט, קײן עין־הרע, אױס קעגן מײַן מאַן, װי אַ ייִד פֿון אַ יאָר עטלעכע און דרײַסיק, כאָטש ער איז עלטער פֿון מײַן מאַן מיט גוטע צען יאָר. און כאָטש מײַן מאַן טוט אױך קײן שום אַרבעט נישט, זיצט ער כאָטש און לערנט, און אַז ער קומט אַהײם, װעט ער ניט זאָגן, װי אַנדערע מאַנען: „הער נאָר, דו, גיב עפּעס עסן!“ ער, אַז ער קומט אַהײם פֿון בית־המדרש, איז דאָס ערשטע ― נעמט ער זיך צו אַ ספֿר, קוקט אין ספֿר אַרײַן און זיפֿצט, זיפֿצט שטילערהײט ― אַ סימן, אַז ער װיל עסן. נאָר זאָגן: „גיב עסן“ ― דאָס איז נישטאָ. װאָס דען? אַ קרעכץ און אַ נעם מיט דער האַנט באַם האַרצן און אַ זאָג: „אָך־אָך־אָך!“ ― אַ סימן, אַז ער איז גוט הונגעריק. „װעסט עפּעס אפֿשר נעמען אין מױל אַרײַן?“ ― פֿרעגט מען אים. מאַכט ער צו מיר: „מהיכא־תּיתי“… װיפֿל מאָל איך זאָג אים: „איך פֿאַרשטײ נישט ― האָסט דאָך אַ מױל, קאָנסטו דאָך זאָגן, אַז דו ביסט הונגעריק; װאָס דאַרפֿסטו זיצן און קרעכצן?“… ענטפֿערט די װאַנט?… איך װאָלט װעלן אומיסטן זען, װאָס װאָלט געװען, איך זאָל אים דרײַ טאָג כּסדר נישט געבן קײן עסן? איר מײנט, ער אין חלילה אַזאַ אַן אָפּגעריסענער נאַר? װי קאָן אַ ייִד אַ למדן אַ מופֿלג זײַן אַ נאַר? ער זאָל, צו זײַן קאָנען, הערט איר, װאָס ער קאָן לערנען, נאָך זײַן אַ ביסעלע מער קריכער, װאָלט ער דען נישט געקאָנט זײַן באַ אונדז אַ רבֿ? אַי, װאָס װעלן מיר טאָן מיטן אַלטן רבֿ? למאַי, װאָס װעלן מיר טאָן מיטן אַלטן חזן? מע האָט נײטיק באַדאַרפֿט צונעמען אַ נײַעם חזן אין שול, כּדי דער אַלטער זאָל שטאַרבן פֿון הונגער, טאָמער איז ער געװען פֿריִער, הײסט עס, אַ קלײנער אבֿיון? באשר, דעם גבֿיר האָט זיך פֿאַרגלוסט זינגען! װילסט זינגען? גײ אין טרעיאַטער, להבֿדיל, װעט מען דיר דאָרטן זינגען צעזעצטערהײט!… איך זאָל זײַן, הערט איר, אַ מאַנצביל, װאָלט איך זיך מיט די גבֿירים גערעכנט. אױ, װאָלט איך מיך מיט זײ גערעכנט! איר מײנט, איך האָב עפּעס צו זײ? איך האָב צו זײ גאָרנישט, נאָר איך האָב זײ פֿײַנט. איך האָב פֿײַנט אַ נגיד! אַ נגיד און אַ שפּין, גאָט זאָל מיך נישט שטראָפֿן! איך רײד נישט, חלילה, קײן שלעכטס, און פֿון לשון־הרע בין איך װײַט… נאָר איך מיש אײַך אײנס מיטן אַנדערן. האָט קײן פֿאַראיבל נישט, ס'איז באַ מיר אַזאַ טבֿע, װי זאָגט איר: אַ ייִדענע האָט אין זיך נײַן מאָס רײד…

מע האָט פֿון די גענדז.. מײנט נישט, אַז מע פֿאַרקױפֿט שױן אױס די גאַנצע שמאַלץ מיט אַלע אָבדירקעס מיט אַלע דרױבלעך פֿון די גענדז, װערט מען שױן גליקלעך. גענדז זאָלן נישט האָבן קײן פּוך און קײן פֿעדערן אַף זיך, װאָלט נישט כּדאַי געװען דער גאַנצער עסק. פֿריִער, אַז איך האַלט נאָך באַ פֿאַרװאַרפֿן די גענדז, סקובע איך זײ שױן אונטער, די גענדז, אונטער די פּאַכװעלעך, און קלײַב צונױף דאָס ביסל פּוך. נאָכדעם, נאָכן קױלען, שמועסט מען נישט ― דאָס ביסל פּוך באַזונדער, און די פֿעדערן באַזונדער, און איך גרײט מיר צו אַרבעט אַף אַ גאַנצן װינטער. די נעכט זײַנען דאָך גענוג גרױס, מע קאָן זיך גענוג אָנפֿליקן. פֿליק איך. אַצינד האָב איך אַ שטיקל הילף: מײדלעך. מײדלעך זײַנען נישט קײן ייִנגלעך. ייִנגלעך גײען אין חדר אַרײַן, און מײדלעך װאָס? מײדלעך זײַנען גערן, זיצן און האָדעװען זיך און װאַקסן. זעץ איך זײ אַנידער נעבן זיך איבער אַ זיפּ: „העלפֿט, קינדערלעך, פֿליקן פֿעדערן; איך װעל אײַך דערפֿאַר, אם ירצה השם, מאָרגן שענקען אַ גריװ, באַשמירן אַ שטיקל ברױט מיט שמאַלץ, אָדער גאָר צושטעלן אַ זופּ פֿון קישקעלעך!“ אַהאַ, זאָלט איר זען, װי סע װערט אַ גדולה און מע נעמט זיך צו דער אַרבעט ― אַ קלײניקײט, אַ זופּ פֿון קישקעלעך! װאָס, מישטײנס געזאָגט? אַז קײן פֿלײש קוקט מען נישט אָן אַ גאַנצע װאָך, חוץ שבת. איך זאָל ניט האַנדלען מיט קײן גענדז, װײס איך נישט, װאָס איך װאָלט געטאָן אַ גאַנצע װאָך מיט די קינדער! אַזױ װאַרפֿט זיך פֿאָרט דורך אַ פּלאָסטערל, אַ גערגעלע, אַ קעפּל, אַ פֿיסל, אַ קישקעלע, אַ ביסל שמאַלץ ― דער ריח אַלײן איז שױן גענוג! אַז איך בין געזעסן, נישט הײַנט געדאַכט, נישט פֿאַר אײַך געדאַכט, נישט פֿאַר קײן שום ייִדן געדאַכט, אין שכנות, באַ יענטען הײסט עס, האָב איך אַלײן געהערט פֿון גנעסעס מױל: „אַז עס קומט, זאָגט זי, די צײַט פֿון חנוכּה און איר הײבט זיך אָן, זאָגט זי, פּאָרען מיט די גענדז, באַ דער פּסחדיקער שמאַלץ, ― קומט, זאָגט זי, אַף מײַן כאַליאַסטרע אַ נײַע הױט; פֿונעם ריח אַלײן, זאָגט זי, פֿאַרדרײט זיך זײ שױן דאָס קעפּל, און סע מאָלט זיך זײ אױס, אַז זײ עסן גענדזנס“… איר מײנט, ס'איז מיר געװען אָנגענעם אָנצוקוקן גנעסעס כאַליאַסטרע, קײן עין־הרע, װי זײ קוקן־אַראָפּ פֿונעם אַפֿן־אױװן, זעען פֿאַר זיך אַזאַ טאָפּ שמאַלץ מיט אַזױ פֿיל גריװן ― און נישט אױסציִען קײן הענטל אַפֿילו, נאָר ליגן און קוקן נעבעך, װי הונגעריקע װעלף, און באַלעקן זיך, און די אױגלעך בשעת מעשׂה גלאַנצן ― אַ גאָטס רחמנות צו זען דעם צער! שטופּט מען זײ אַרײַן דאָרטן אַ גריװ אין הענטל, מע טוט זײ אַ שמיר אַ ביסל שמאַלץ איבער די ליפּן. װאָס נאָך, איך בעט אײַך? װי קאָן איך אָנהאָדעװען אַזױ פֿיל מײַלער, אַז איך בין אַלײן אָפּגעשאָטן, קײן עין־הרע, מיט קינדער, און דער מאַן פֿאַרדינט נישט קײן צװײ צעבראָכענע גראָשן, און שולדיק איז מען אַף די גענדז ― איך זאָל עס פֿאַרמאָגן אַ דריט־חלק מיט אײַך אינאײנעם, און פּריצענט װאַקסט װי מיט רוחות, און צאָלן מוז מען, איך װעל נישט גײן פֿאַרבאָדן זיך, בלײַבן אַן אָנזעצערן, חלילה, אַזױ װי יענטע, אַשטײגער, װאָס האָט נישט אָפּגעצאָלט דעם שװאָגער פֿאַר דער אַנדערער האַלבער דירה, צוליבן זונדל, װאָס שטודירט, זאָגט מען, אין די קלאַסן און שרײַבט אום שבת… אַזױ זאָגט די װעלט, איך בין דערבײַ נישט געשטאַנען. איך האָב פֿײַנט זאָגן דאָס, װאָס איך װײס נישט, און פֿון באַרײדן יענעם אַנטלױף איך. איך פֿרעג נאָר אײן זאַך: צו װאָס באַדאַרף עס יענטעס זונדל זײַן אַ גע־שטודירטער? אַז בסך־הכּל איז ער גאָר אַ קראַנקער, משטײנס געזאָגט, אַ טשעכאָטניק; זײ זײַנען אַלע, נישט דאָ געדאַכט, נישט פֿאַר אײַך געדאַכט, נישט פֿאַר קײן שום ייִדישער שטוב געדאַכט, טשעכאָטניקעס. לאָז ער איר לעבן הונדערט צװאַנציק יאָר, איך בין איר אַ גוטער פֿרײַנט, װאָס האָב איך צו איר? כאָטש, אַז מע װיל צוריק, האָט זי קעגן מיר נישט אַזױ יוצא געװען! מע נעמט נישט און מע רױכערט נישט אַרױס קײן שכנים אין מיטן פֿאַר פּסח! װאָס איז? באשר מנשה דער װאַסערפֿירער קאָן צאָלן אַ קערבל אַ װאָך, און איך נישט! לאָז זי זיך באַרימען דעמאָלט, אַז ער װעט איר באַצאָלן! ס'איז גאָר אַ סבֿרה, אַז אָט דער מנשה איז אַ בעל־חובֿ, די האָר זײַנען נישט זײַנע. פֿאַרנומען באַ אַלע בעלי־בתים פֿאַר װאַסער אַף אַ גאַנצן װינטער, און אַ קבצן איז ער אױך אַ גוטער, און אַ װײַב האָט ער, פּעסע רופֿט מען זי, אױך אַ גוטע שטוקע! גאָט זאָל מיך נישט שטראָפֿן, איך רײד נישט, חלילה, קײן שלעכטס, און פֿון לשון־הרע בין איך װײַט… נאָר שאַט… מיר דאַכט זיך, איך האָב אײַך געװאָלט עפּעס דערצײלן אַ שײנס? פֿרעגט מיך בחרם, איך האָב שױן אַלײן אױך פֿאַרגעסן װאָס!… אָט די װײַבער, הערט איר, איז אײַך קײן קאַטאָװעס נישט! דאָס איז עפּעס אַ מין פֿאָלק!… אָט האָב איך אײַך דאָ אױסגעמישט פֿון כּל מאמינים שהוא, קאַשע מיט באָרשט און מיט לעבערלעך און מיט נעכטיקע טעג – טאָמער װײסט איר װאָס? אַ ייִדענע, הערט איר, האָט טאַקע אין זיך נײַן מאָס רײד!… איך װעל אײַך שױן מוזן אָפּלײגן די מעשׂה נאָך אַף אַ מאָל.

געשריבן אין יאָר 1902 אַ מאָנאָלאָג פֿון אַ "מאַדאַם“

― איך װײס נישט, װי אַזױ איר; באַ מיר, עס מעגן פֿאַלן שטײנער פֿונעם הימל, אַ װײַסע כּפּרה אַף ערבֿ יום־כּפּור ― דאָס מ ו ז ז ײַ ן ! איך װעל אײַך זאָגן דעם רײנעם אמת: איך פֿאַרשטײ גאָרניט, װי אַזױ װאָלט איך געקאָנט שלאָגן כּפּרות ניט מיט קײן װײַסער כּפּרה? עס מאָלט זיך מיר אױס, איך װאָלט אַ גאַנץ יאָר מורא געהאַט פֿאַר שטאַרבן. איך בין שױן אַזױ געװױנט געװאָרן פֿון קינדװײַז אָן. ס'איז אַלצדינג אַ געװױנהײט. מײַן מאַמע, מוזט איר װיסן, איז אױך נישט קײן גרױסע צדיקת, נאָר פֿון די דאָזיקע זאַכן האַלט זי גראָד. צום בײַשפּיל: אַף פּסח ― פּסחדיקן באָרשט, אַף שבֿועות ― ליוביסטיק, אַ כּפּרה ― אַ װײַסע, חנוכּה ― לאַטקעס, פּורים ― שלח־מנות, וכּדומה אַזעלכע מצװת היט זי אָפּ, װי אַן אמתע רביצן. „הזכּרת־נשמות“ איז באַ איר דאָס שװאַרצאַפּל פֿונעם אױג, און חלילה ניט הערן שופֿר בלאָזן איז פֿאַר איר אַ סך אַ גרעסערער אומגליק, װי באַ מיר, למשל, נישט הערן, להבֿדיל, שאַליאַפּינען… פֿונדעסטװעגן, איר זאָלט זי קענען, װאָלט איר זיכער מײנען, אַז דאָס איז אַ גרױסאַרטיקע געבילדעטע דאַמע. געטע און שילער לאָזט זי עד־היום נישט אַרױס פֿון מױל, און מיט טשאָקען שלאָפֿט זי נאָך ביז הײַנטיקן טאָג. און קומט ראָש־חודש אלול, זאָלט איר זען, דעקט זי זיך איבער דעם קאָפּ מיט אַ װײַס טיכל און האָט צו טאָן מיט די „יענטעס“; איך האָב מורא, אױב זי שמועסט ניט מיט זײ מכּח קנײטלעך לײגן… און נאָכדעם, אַװעק די װײנענדיקע טעג.― אַראָפּגעװאָרפֿן דאָס טיכל פֿונעם קאָפּ, און װידער געטע, װידער שילער, װידער טשאָקע. אָט אַזאַ מין ייִדענע איז די מאַמע מײַנע, און אָט אַף דעם אײגענעם ייִדישן שניט האָט זי געפֿירט אונדז אױך, די טעכטער אירע. פֿינף זײַנען מיר געװעזן,