ייִדישע שרײַבער: אַ װאָך מיט י. ל. פּרץ

שלום עליכם (אַלע װערק)

פֿאַראַיאָרן פּסח איז דאָס געװעזן.

נאָך אַ שװערער שלאַפֿקײט און נאָך אַ לאַנגער קוראַציע אין די װאַרעמע לענדער, בין איך געקומען קײן װאַרשע. אַ סך פֿרײַנט און גוטע פֿרײַנט האָבן מיך אָפּגעװאַרט אַפֿן באַנהױף, און צװישן אַלע פּרץ און דינעזאָן.

װער עס האָט געקענט פּרצן, האָט זיך גאָרנישט געקענט פֿאָרשטעלן פּרצן אָן דינעזאָנען. אַ רירנדע חבֿרשאַפֿט! אַ מאָדנע ליבשאַפֿט! און ניט פֿון נעכטן איז דאָס געװען, און ניט פֿון פֿאַראַיאָרן. נאָך מיט אַכט און צװאַנציק יאָר צוריק, אַז איך האָב געהאַלטן באַ אַרױסגעבן מײַן ערשט יאָרבוך „די ייִדישע פֿאָלקסביבליאָטעק“ און פּרץ האָט מיר צוגעשיקט קײן קיִעװ זײַן באַלאַדע „מאָניש“, איז תּיכּף נאָך פּרצעס בריװ אָנגעלאָפֿן אַ בריװל פֿון װאַרשע, פֿון דינעזאָן, װוּ ער פֿרעגט זיך נאָך אַף דעם „אױפֿ־גײענדן שטערן“, און אַז איך האָב אים געענטפֿערט, אַז איך בין פֿון דער באַלאַדע אַנטציקט און אַז דער אױטאָר שײַנט צו זײַן אַ גרױסער טאַלאַנט, איז קײן מער גליקלעכער פֿון דעם דינעזאָן אַף דער װעלט ניט געװען. ער, דינעזאָן, ניט פּרץ, האָט מיר שױן צוגעשיקט נאָכדעם אַ גאַנצע „טעטראַד“ מיט קלײנע דערצײלונגען פֿון י. ל. פּרץ, פֿון װעלכע ס'איז גרינג געװען אױסצוקלײַבן און אָפּצודרוקן אַזעלכע זאַכן, װי דער „כעלעמער מלמד“, „װענוס און שולמית“ און דאָסגלײַכן. פֿון דעמאָלט אָן און װײַטער איז אַלץ, װאָס פּרץ האָט אַרױסגעװאָרפֿן (איך װעל שפּעטער זאָגן פֿאַרװאָס איך באַנוץ דאָס װאָרט „אַרױסגעװאָרפֿן“), איז דאָס געגאַנגען דורך דינעזאָנס הענט.

אַז דינעזאָן איז געװען זײַן ביזנעס־סעקרעטאַר, װי עס הײסט באַ אײַך, אָדער פֿינאַנץ־מיניסטער, װי מיר האָבן אים, בדרך ליצנות, גערופֿן ― פֿון דעם איז אָפּגערעדט, װאָרעם אין געלט־זאַכן איז פּרץ געװען, לױט דינעזאָנס אָפּשאַצונג, ערגער פֿון אַ קינד, אַ קינד, װאָס דאַרף האָבן אַ מאַמע. און אין דינעזאָנען האָט פּרץ געפֿונען אַ מאַמע, אַ געטרײַע, איבערגעגעבענע מאַמע, װאָס איז גרײט געװען זיך מוסר־נפֿש זײַן פֿאַר אים אַלע מינוט. און גאָט זאָל אײַך היטן זאָגן אַ שלעכט װאָרט װעגן פּרצן אין דינעזאָנס קעגנװאַרט! און נישט נאָר זאָגן ― טראַכטן שלעכטס װעגן פּרצן האָט שױן געהײסן אַ באַלײדיקונג, אַ פֿאַרשװעכונג. די װאַרשעװער לצים אַפֿילו האָבן זיך געװיצלט איבער דעם, און דינעזאָן האָט געװוּסט, אַז לצים װיצלען זיך, און האָט זיך געמאַכט דערפֿון: „דערױף זײַנען זײ לצים, זײ זאָלן זיך װיצלען“. ער האָט געטאָן זײַן זאַך באמונה, נישט געלאָזט קײן שטױב זאָל אַף אים פֿאַלן. און טאָמער האָט ער געזען באַ עמעצן אַ שײנס, און טאָמער האָט איר אים דערצײלט עפּעס אַ גוטע זאַך, האָט ער זיך באַלד דערמאָנט, אַז באַ פּרצן איז אַ סך בעסער. עס איז דערגאַנגען אַזױ װײַט, אַז בשעת פּרץ איז פֿאַרגאַנגען מיט אַ נײַער זאַך, האָט מען דאָס געקאָנט אַרױסזען אַף דינעזאָנס פּנים, און אַז פּרץ האָט די נײַע זאַך אָנגעשריבן, האָט דינעזאָנס פּנים געשײַנט װי די זון.

די בעסטע אילוסטראַציע דערצו איז אַ בריװ פֿון פֿאַר־צװײ־יאָרן. די ערשטע העלפֿט איז פֿון י. ל. פּרץ, די אַנדערע העלפֿט פֿון יעקבֿ דינעזאָן, װאָס קװעלט אָן פֿון זײַן ליבן, טײַערן פּרץ, און, װי אַ פֿאַרליבטע מוטער, האָט ער איבערגעצײלט אַפֿילו די שורות ― גאַנצע זעקס שורות מיט אַ האַלבער ― „אַ גבֿורה פֿון אַ ייִדן!“…

אָט האָט איר דעם בריװ: ,,12―1, 1913.

„ליבער, ליבער שלום־עליכם,

איך בין בטבֿע אַ פֿײַנט פֿון בריװ־שרײַבן. אָבער דײַן צושריפֿט צו דינעזאָנס בריװ האָט מיך שרעקלעך גערירט. װאָס זאָל איך דיר אָבער שרײַבן? איך לעז אַלץ װאָס דו שרײַבסט, אַפֿילו װעגן אונדזער באַקאַנטן פֿ… איך לעז און באַװוּנדער… איך װאָלט זײער געװאָלט, דו זאָלסט געזונט װערן. זײַ געזונט! דײַן, י. ל. פּרץ“.

„װאָס זאָגט איר, אפֿשר ניט אַ גבֿורה פֿון אַ ייִדן? גאַנצע זעקס אַ האַלב שורות אױפֿשרײַבן, שױן מיט דער אונטערשריפֿט! און גלײבט מיר, ליבער שלום עליכם, װער עס קען פּרצן װײס, אַז דאָס איז באמת זיך אָנגעטאָן אַ כּח פֿון זײַן זײַט. געדענקט־זשע, זעט װאָס גיכער פֿאָלקאָם געזונט צו װערן. האָפֿט און װילט אין גיכן צו אונדז אין װאַרשע צו קומען. עס האַלט באַם געבױרן װערן באַ מיר אַ פּלאַן. מיר, דאָס איז טײַטש: איר, פּרץ און איך, זאָלן מיר פֿאָרן קײן ארץ־ישׂראל, אַ קוק טאָן, אַ טראַכט טאָן און אַ דערצײל טאָן פֿון דאָרט אַלץ, װאָס מיר װעלן מיט אונדזערע אױגן דאָרט זען בחוש און מיטן האַרצן דורכפֿילן, טרעטנדיק אַף די ערד, פֿון װעלכער מיר שטאַמען, אין װעלכער עס זײַנען באַהאַלטן אַלע אונדזערע גײַסטיקע װאָרצלען, און צו װעלכער אונדזערע תּפֿילות און האָפֿענונגען זײַנען געװענדעט.

איך בעט אײַך, װערט באַלד געזונט! חוץ אַלץ װיל איך גלאַט אַזױ אױך נישט, איר זאָלט קראַנק זײַן ― טאָ זײַט־זשע בעסער געזונט, כאָטש מיר און פּרצן צוליב. אונדז טוט װײ, אַז איר שרײַט נעבעך פֿון יסורים. אונדז קלעמט דאָס האַרץ, אַז מיר דערמאָנען זיך, װי איר פֿילט אײַך אַצינד, דעריבער װילן מיר, דעריבער בעטן מיר אײַך, טוט אונדז צוליב און װערט טאַקע באַלד באמת געזונט און שטאַרק.

דאָס האַרץ אונדזערס בעט אױך גאָט אַ רפֿואה שלמה פֿאַר אײַך, פֿאַר אײַער פֿרױ און ליבע טײַערע קינדער. צום גיכן זען זיך געזונטערהײט, אײַער י. דינעזאָן“.

װי איר זעט פֿונעם בריװ, איז נאָר אײן װוּנטש געװען באַ זײ בײדע ― איך זאָל זײַן געזונט. דאָס פֿאָרן מיט זײ אין דרײַען אין ארץ־ישׂראל ― דאָס, דאַרף מען פֿאַרשטײן, איז געװען מער ניט אַז אַ לעקעכל, װי מען זאָגט צו אַ קראַנק קינד. דער עיקר ― איך זאָל געזונט װערן ― „כאָטש מיר און פּרצן צוליב“… און איך האָב זײ צוליב געטאָן ― איך בין געזונט געװאָרן און געקומען צו פֿאָרן אַף די אַנדערע טעג פּסח קײן װאַרשע און אַרײַנגעפֿאַלן אין די ברײטע געזונטע אָרעמס פֿון דעם ריז י. ל. פּרץ און אין די קלײנע דאַרע הענטלעך פֿונעם קלײנטשיקן גוטינקן אײביק־פֿאַרליבטן יעקבֿ דינעזאָן ― און מיט די צװײ האָבן מיר זיך שױן נישט געשײדט אַ װאָך כּסדר. װי אַרום אַ ציטעריק קינד, זײַנען זײ די גאַנצע צײַט אַרומגעגאַנגען אַרום מיר, געהיט, איך זאָל מיך, חס ושלום, ניט פֿאַרקילן. אַזױ װײַט, אַז אַפֿן רעסעפּשאָן, װאָס דער „הזמיר“ האָט מיר געגעבן (פּרץ איז געװען דער פּרעזידענט פֿון „הזמיר“), האָט פּרץ נישט געלאָזט מיך זיצן מער װי עטלעכע מינוט, כאָטש ער אַלײן איז געװען דער רעדנער פֿון מײַן כּבֿוד װעגן, ― און װעלכער רעדנער װיל עס ניט, מע זאָל אים הערן?… ס'איז אָבער געװען ענג און הײס, ,, א ו ן ד ע ר א י ז ב אַ א ו נ ד ז אַ צ י ט ע ר י ק ע ר , אַ ן אָ פּ ג ע ־ ש ר י ג ע נ ע ר“ ― אַזױ האָט געטענהט פּרץ, אָנװײַזנדיק אַף מיר מיט אמתער ליבשאַפֿט פֿון אַן עלטערן ברודער.

איך שטרײַך אונטער די דאָזיקע װערטער מיט אַ באַזונדער כּװנה, װײַל װער עס האָט געקענט פּרצן פּערזענלעך, דער װײס, אַז ער איז געװען װײַט פֿון סענטימענטן, פּונקט דער היפּך פֿון זײַן מאַמע דינעזאָן, װעלכער איז אַ מאַמע צו אַלע שריפֿטשטעלער, צו די עלטערע װי צו די ייִנגערע. פּרץ איז געװען צײַטנװײַז קאַלט װי אײַז, שטרענג װי אַ רבי און שנײַדנד װי אַ מעסער. „שטיװל פּוצן“! ― האָט ער געקאָנט געבן אַ שנײַד־אָפּ אַ יונג אַ גראַמענמאַכער, װאָס איז געקומען צו אים מיט אַ „בינטל פּאָעזיע“, אַזױ אַז יענער האָט נישט געװוּסט װוּ אַ טיר עפֿנט זיך. און צוריק, האָט ער אָנגעשמעקט, אַז ס'איז דאָ אַ טאַלאַנט ― האָט ער אים אױפֿגעהױבן ביז צום הימל און האָט אָנגעזאָגט דורך דינעזאָנען אַ בשׂורה אין שטאָט, אַז ס'איז געבױרן געװאָרן באַ ייִדן אַ שעקספּיער, אַ ישעיה הנבֿיא, אַ משיח! משיח!… איך מײן, אַז איך האָב קײן טעות נישט, אַז דאָס ערשטע װערק, װאָס שלום אַש האָט אָנגעשריבן, איז דורכגעגאַנגען פֿאַרבײַ פּרצעס אױגן, און אַז פּרץ איז געװען דער ערשטער, װאָס האָט געזאָגט אַף שלום אַש, אַז ער איז ש ל ו ם אַ ש…

דאָס אײגענע איז געװען אױך מיט אַנדערע, מיט די ייִנגערע. און פֿאַרשטײט זיך, אַז ער האָט אָפֿטמאָל געהאַט אַ מיאוסן טעות אױך. ניט אַלע פּורים איז יום־טובֿ, און נישט אַלע תּמיד װערט געבױרן אַ שלום אַש. פּרץ האָט זיך אָבער װינציק־װאָס געקימערט פֿון אַזעלכע זאַכן ― אױסגעלאַכט זיך און פֿאַרגעסן. פּרץ איז בכלל געװען אַ נאַטור, װאָס האָט פֿײַנט געהאַט קלײנלעכקײטן. אַ ברײט װאַרעם האַרץ, אַ קאָלאָסאַלער קאָפּ, אַ מענטש אַ ריז ― אָט דאָס איז געװען דער אײַנדרוק, װאָס ער האָט געמאַכט; און דער עיקר ― אַ פּקח, מיט אױגן פֿון אַ תּלמיד־חכם, טיפֿע, בליצנדיקע, גרױסע אױגן, אַ ברײטער בליצנדיקער קוק און אַ מױל, װאָס פּערלט, געדאַנקען, װאָס ברױזן, זעצן װי פֿון אַ קװאַל, און װערטער אַזעלכע שײנע און אַזעלכע געפֿליגלטע, אַז ס'איז נאָר געװען אַ װוּנדער, פֿון װאַנען נעמען זיך צו אונדזער אַזױ־גערופֿענער „אָרעמער שפּראַך“ אַזױ פֿיל פֿײַנע קײַלעכיקע פּערלדיקע װערטער?

איך האָב געקענט פּרצן אַ סך מיט יאָרן, נאָר איך האָב אים קײנמאָל ניט געזען אַזױ פֿריש און בליִענד און גלענצנד, װי פֿאַראַיאָרן פּסח, אין דער װאָך, װאָס מיר האָבן פֿאַרבראַכט אינאײנעם. גלײַך װי דאָס האַרץ האָט אים געזאָגט, אַז דאָס איז אונדזער לעצטע װאָך, האָט ער זיך צו מיר באַזונדערס צוגעלאָזט, גענומען אַ באַזונדערן אינטערעס אין מיר און אַנטפּלעקט פֿאַר מיר זײַן האַרץ, די קדשי־קדשים פֿון זײַן נשמה, גערעדט פֿון נײַע שאַפֿונגען… װאָס מיך האָט איבעראַשט ― איז די גלײַכגילטיקײט, מיט װעלכער ער האָט אױסגעהערט מײַן קריטיק איבער זײַנע מיסטישע פּאָעמען אין דער לעצטער צײַט. איך האָב אים גאַנץ אױפֿריכטיק אַרױסגעזאָגט מײַן מײנונג װעגן דער „גאָלדענער קײט“; איך האָב אים געזאָגט, אַז איך װעל אַװעקגעבן צען „גאָלדענע קײטן“ פֿאַר אײן מעשׂהלע פֿון זײַנע „פֿאָלקסטימלעכע געשיכטן“. האָט ער זיך אױפֿגעכאַפּט מיט אַ געשמאַקן הילכיקן געלעכטער: כאַ־כאַ־כאַ ― דינעזאָן זאָגט אױך דאָס אײגענע!“

דאָס איז די „גאָלדענע קײט“, װעלכע פּרץ האָט עטלעכע מאָל איבערגעניצעװעט ― גאָרנישט פּרצעס טבֿע. פּרץ האָט פֿײַנט געהאַט, װי, למשל, דער זײדע מענדעלע, זאָל מאריך ימים זײַן, אַז ער שרײַבט אָן אַ זאַך, צאַצקעט ער זיך מיט דעם, פֿײַלט דאָס און פּוצט דאָס איבער עטלעכע מאָל, אײדער ער לאָזט דאָס אַרױס פֿון האַנט, און אַז ער לאָזט דאָס אַרױס, ציטערט ער איבער דעם, װי איבער אַ טײַער קינד, שפּיגלט זיך אין דעם, זוכט חסרונות, גלעט דאָס אױס נאָך אַ מאָל ― אַזױ שאַפֿט דער זײדע מענדעלע און אַזױ שאַפֿן אײניקע פֿון זײַנע אײניקלעך… נאָר ניט אַזױ האָט געשאַפֿן פּרץ. מיט אַן אומגעהױערער שנעלקײט, אַבי ס'איז אים נאָר געקומען דער רוח־הקודש, האָט ער אַרױסגעװאָרפֿן אײן נאָװעלע נאָך דער אַנדערער, און צום ערשטן זײַנען זײ, פֿאַרשטײט זיך, דורכגעלײענט געװאָרן פֿאַר יעקבֿ דינעזאָן, און יעקבֿ דינעזאָן האָט געפֿונען, אַז אַזעלכעס איז נאָך נישט דאָ געװעזן. דאָס האָט ער שױן פֿאַרשפּאָרט זאָגן. דאָס האָט מען שױן געקאָנט זען אין זײַנע אױגן.

גאָרנישט קוקנדיק דערױף, װאָס איך האָב מיך אַזױ װאָכעדיק אױסגעדריקט װעגן זײַן ליבלינג די „גאָלדענע קײט“, האָט זיך פּרץ גאַנץ אָפֿנהאַרציק מודה געװען פֿאַר מיר, אַז ער האַלט, אַז דאָס איז די בעסטע פֿון אַלע זײַנע שאַפֿונגען, און אַז ער װעט דאָס, מיר און דינעזאָנען אַף צו־להכעיס, איבעראַרבעטן נאָך אַ מאָל, ביז עס װעט אַרױס אַ כּלי שלמה. און תּוך־כּדי־דבור איז ער אַריבערגעשפּרונגען אַף מיר און אַף מײַנע אַרבעט מיט אַזױ פֿיל װאַרעמקײט און אינטערעס, גלײַך װי ער װאָלט גערעדט פֿון זײַנע אײגענע אַרבעט, און מיט פֿרײד גערעדט װעגן מײַן דערפֿאָלג, גלײַך װי װעגן זײַן אײגענעם דערפֿאָלג.

איך װיל דענקען, אַז דעם אײגענעם אינטערעס האָט פּרץ געהאַט אין אַנדערע שריפֿטשטעלער, װעלכע זײַנען געװען נאָענט צו זײַן האַרצן. און עס קאָן גאָר אַנדערש ניט זײַן, װאָרעם אױב מיר, שריפֿטשטעלער, זײַנען אַ משפּחה, װאָס באַשטײט פֿון טאַטע און מאַמע, שװעסטער און ברידער, פֿאַר װאָס זאָלן מיר זײַן ערגער פֿון אַלע אַנדערע משפּחות? װוּ שטײט עס, אַז מיר, שריפֿטשטעלער, באַדאַרפֿן זײַן ענגהאַרציק, קוקן אײנס אַף דאָס אַנדערע, װי אַף „קאָנקורענטן“ פֿון פֿאַרשײדענע לאַגערן?… אָט האָט איר נאָך אַ בריװ פֿון פּרצן, פֿון װעלכן ס'איז צו זען, װי אַ שריפֿטשטעלער אינטערעסירט זיך מיט די װערק פֿון אַ צװײטן און װיל, אַז יענעמס שריפֿטן זאָלן דערשײַנען װאָס שענער (עס האָט זיך אונטערהאַנדלט װעגן אַן אױסגאַבע פֿון אַלע מײַנע װערק אין אילוסטראַציעס):

„ליבער שלום־עליכם,

איך האָב געהערט, אַז איר װילט אַרױסגעבן אײַערע זאַכן אילוסטרירט, און אַז מען פּראָפּאָניערט אײַך דעם יונגן קראַטקע צו דער אַרבעט. און אַזױ װי איך װאָלט זײער געװאָלט זען אײַערע זאַכן אילוסטרירט און האָב דערבײַ אמונה אינעם טאַלאַנט פֿון יונגן קראַטקע, על כּן שרײַב איך אײַך מײַן דעה און עצה, אַז איר זאָלט מיט קראַטקע ענדיקן. אײַער י. ל. פּרץ“.

מע דאַרף נישט פֿאַרגעסן, אַז פּרץ האָט צו יענער צײַט אַלײן געהאַט אַזעלכע צװעלף בענדער פֿון זײַנע װערק, און דאָך האָט אים געפֿרײט צו זען דעם דערפֿאָלג פֿון זײַן חבֿרס װערק, און מיטן גאַנצן האַרצן גע־װינטשט, אַז דער דערפֿאָלג זאָל זײַן נאָך בעסער, גאָר נישט מורא געהאַט פֿאַר קאָנקורענץ… „דײַן דערפֿאָלג איז אונדזער אַלעמענס שטאָלץ“ ― האָט ער צו מיר געזאָגט אין אַ מינוט פֿון השתּפּכות־הנפֿש. אין אַזעלכע מינוטן האָט פּרץ ליב געהאַט, װי איר זעט פֿון זײַן ערשטן בריװ, אַריבערצוגײן פֿון „איר“ אַף „דו“. דאָס זײַנען געװען די בעסטע מינוטן באַ פּרצן…

די װאָך פֿון פּסח איז אַװעקגעגאַנגען, װי עס גײען אַװעק אַלע װאָכן פֿון אַ גאַנץ יאָר, און טאַקע װידעראַמאָל, װי דאָס האַרץ האָט אים געזאָגט, איז פּרץ נישט אָפּגעטראָטן פֿון מיר און צוזאַמען מיט דינעזאָנען האָבן מיר אױסגעמאָסטן װאַרשע אין דער לענג און אין דער ברײט, זיך אינדרײַען געפֿאָטאָגראַפֿירט, געחלומט פֿון ייִדיש טעאַטער, פֿון ליטעראַטור, געבױט פּלענער און לופֿט־שלעסער, װי גאָר אין די יונגע יאָרן ― װער האָט דעמאָלט געקאָנט זאָגן, אַז דאָס װעט זײַן באַ מיר די לעצטע װאָך מיט פּרצן?… געשריבן אין יאָר 1915.

מע זיצט זיך אין דעם שײנעם פֿרײַען שװײצערלאַנד, אונטער די בלױע הימלען, אַף די הױכע מיט שנײ־באַדעקטע אַלפּנבערג, װײַט פֿון דער ליבער הײם, אָפּגעריסן פֿון אײגענע און פֿון הײמישע, און מע הערט ניט אַ ייִדיש װאָרט. נאָר דער גוטער גאָט פֿאַרלאָזט נישט און גוטע מענטשן פֿאַרגעסן נישט און שיקן צו צײַטונגען פֿון גאָר דער װעלט און פֿון כּל המינים; לײענט מען זיך אָן און מע הערט זיך אָן צרות פֿון דער הײם, צרות צרורות אַף ייִדן, מיט גזירות רעות, מיט רדיפֿות, מיט אַנגסטן, מיט באָיקאָט, מיט געװײנען, װעלכע קײנער װיל ניט הערן, מיט טרערן, װעלכע קײנער װיל נישט זען ― און פּלוצעם לײען איך אַ נײַס: אַ יובילעום! אין װאַרשע, װי אױך אין אַנדערע שטעט, קלײַבט מען זיך צו פֿײַערן אַ יובילעום פֿון אײנעם פֿון אונדזערע גרעסטע און פֿון אונדזערע בעסטע און פֿון אונדזערע שענסטע ― פֿון דװיד פֿרישמאַן ― און עס װערט אַף אַ װײַלע ליכטיק אין די אױגן, פֿרײַ אַף דער נשמה, גרינג אַפֿן האַרצן.

און אָט פֿאַר װאָס: מיר זײַנען דאָך עפּעס ייִדן אַף דער װעלט, און ייִדן זײַנען דאָך עפּעס אַנדערש פֿון אַלע פֿעלקער. אַלצדינג, װאָס אַלע פֿעלקער האָבן, האָבן מיר, ברוך־השם, ניט. האָבן מיר נישט קײן באָדן, קאָנען מיר נישט שטעלן קײן דענקמאָלן אונדזערע גדולים. נישטאָ װוּ. האָבן מיר נישט קײן מעצענאַטן, קײן ליבהאָבער מיט פֿולע קעשענעס, קײן אײגענע נאָבעלס, קאָנען מיר נישט אַרױסקוקן, אַז עמעצער פֿון אונדזערע בעסטע זאָל באַערט װערן אַמאָל מיט אַ בכּבֿודן פּרײַז. האָבן מיר נישט קײן אַקאַדעמיע פֿון אומשטערבלעכע, קאָנען מיר נישט דערװאַרטן, אַז עמעצער זאָל באַ אונדז פּרעטענדירן אַף אומשטערבלעכקײט. דאָס אײנצי־