ייִדישע שרײַבער

שלום עליכם (אַלע װערק)

מ. מ. װאַרשאַװסקימאַרק מאַרקאָװיטש װאַרשאַװסקי 1848–1907 און זײַנע לידער

א. אַ פּאָר װערטער צו װאַרשאַװסקיס לידער

װוּנדערבאַר איז די געשיכטע פֿון אונדזער פֿאָלק ישׂראל. װוּנדערלעך איז אונדזער ייִדישע ליטעראַטור. נאָר נאָך מער װוּנדערלעך איז די ביאָגראַפֿיע פֿון אונדזערע שרײַבער, פּאָעטן און משוררים. אײגנטלעך, איז בײַ אונדז, ייִדן, נישטאָ קײן שרײַבער, װי בײַ לײַטן, דאָס הײסט, נישטאָ בײַ אונדז אַזעלכע, װאָס זאָלן זיך אָפּגעבן נאָר מיט שרײַבערײַ אַלײן; מע קאָן זאָגן, אַז בײַ אונדז איז כּמעט נישטאָ קײן אײנציקער שרײַבער, װאָס זאָל לעבן פֿון דער פּען. בײַ אונדז שרײַבט יעדער װער עס װיל, ניט דער װאָס קען, װאָרעם דער װאָס קען ― יענער קאָן נישט שרײַבן, מחמת ער איז פֿאַרטראָגן גאָר אין עפּעס אַנדערש, אין דאגות־פּרנסה, ער זוכט אַ שטיקל ברױט… דעריבער װאַלגערן זיך בײַ אונדז אָפֿטמאָל טאַלאַנטן, װאָס גײען לאיבוד, װערן פֿאַרפֿאַלן. מע באַדאַרף נישט מײנען פֿונדעסטװעגן, אַז בײַ אונדז שרײַבט מען חלילה װינציקער, װי בײַ אַלע אַנדערע פֿעלקער; אַדרבא, צװישן ייִדן געפֿינט איר אַ סך, אַ סך אַזעלכע, װאָס שרײַבן און שרײַבן און הערן ניט אױף צו שרײַבן, פֿאַרגיסן טײַכן טינט, פֿירן איבער פּאַפּיר און פּענעס אומברחמנות, און דרוקן ביכער און ביכלעך אין די טױזנטער. נאָר נישט פֿון דעם מין שרײַבער װיל איך רײדן אַצינד. איך רײד פֿון די אמתע טאַלאַנטן, װאָס ליגן אין דער פֿאַרבאָרגעניש, װאָס יאָגן ניט אַרױסבאַװײַזן זיך אױף דער ייִדישער װעלט און װאָס מע באַדאַרף זײ זוכן און געפֿינען.

אײנער פֿון די דאָזיקע טאַלאַנטן איז דער פֿאַרפֿאַסער פֿון „ייִדישע פֿאָלקסלידער“, מ. מ. װאַרשאַװסקי. דאָס איז אַ נײַער פּאַרשױן, אַ גאַסט אין אונדזער פֿאָלקס־ליטעראַטור, און פֿאַרדינט, מע זאָל זאָגן איבער אים און איבער זײַנע לידער עטלעכע װערטער.

מ. מ. װאַרשאַװסקי איז, װי דאָס רובֿ פֿון אונדזערע שרײַבער, אַ מענטש אַ פֿאַרנומענער (ער איז אַ יוריסט), װאָס האָט נישט קײן צײַט אָפּצוגעבן זיך מיט ליטעראַטור; נאָר אַז ער האָט אַ פֿרײַע מינוט, זינגט ער זיך אַ ייִדיש לידל, זײַן אײגענע אַרבעט, מיט אַ ייִדישער מעלאָדיע, װאָס װערט בײַ אים באַשאַפֿן אינאײנעם מיט די װערטער. ער האָט נישט אין זינען געהאַט אַרױסגעבן זײַנע ייִדישע לידער פֿאַרן פֿאָלק, און אַפֿילו אָנשרײַבן זײ אױף פּאַפּיר, ביז עס האָט זיך געמאַכט, אַז גאָר אומגעריכט, צוריק מיט אַ יאָר דרײַ־פֿיר, האָבן אײניקע פֿון זײַנע באַקאַנטע (און איך אױך בתוכם) דערהערט אים זינגען און שפּילן זײַנע ייִדישע לידער ― און מיר זײַנען אַלע געװען אַנטציקט. מיר האָבן דערהערט אַ נײַ מין געזאַנג, מיר האָבן דערפֿילט אַ פֿריש מין געשמאַק, אַ באַזונדער מין זיסקײט, סײַ אין די װערטער, סײַ אין דער מעלאָדיע, און מיר האָבן זיך צוגעזעצט צו אים, ער זאָל זײ אַרױפֿשרײַבן אױף פּאַפּיר. ― און פֿון יענער צײַט אָן קאָן מען שױן הערן װאַרשאַװסקיס לידער זינגען אין אַ סך ייִדישע הײַזער דאָ אין קיִעװ, און אױך אין אַנדערע שטעט, װאָס אין אונדזער געגנט. מע זאָל פֿאַרשטײן אַקוראַט װאַרשאַװסקיס לידער, מוז מען זײ הערן זינגען, װאָרעם דאָס זײַנען נישט גלאַט אַזױ שירים, װאָס גראַמען זיך.― שטראַם־גראַם; דאָס זײַנען לידער, און לידער פֿאַרן פֿאָלק; דאָס זײַנען אַזעלכע לידער, װאָס אין זײ שפּיגלט זיך אָפּ, װי אין אַ לױטער װאַסער, דאָס גאַנצע לעבן פֿונעם ייִדישן פֿאָלק מיט אַלע ייִדישע פֿרײדן און לײדן, ייִדישע צרות, דער ייִדישער דלות, ייִדישע טרערן… װאַרשאַװסקיס לידער זײַנען נישט נאָר קינות, קלאָגלידער אַלײן; אַדרבא, מערסטנטײל פֿון זײ זײַנען דװקא פֿרײלעכע, לעבעדיקע לידער, װאָס אַפֿילו אַז זײ הײבן זיך אָן טרױעריק, מיט אַן אומעטיקן מאָטיװ, לאָזן זײ זיך אָפֿטמאָל אױס מיט אַ געלעכטער:

אַז מע צאַפּט פֿון מיר דאָס בלוט אַרױס
און מע מוטשעט מיך פּאַמעלעך,
לאַך איך מיך גוט פֿון מײַנע שׂונאים אױס
און גײ מיר גאָר אַ פֿרײלעך!…

נאָר אַז אָך און װײ איז צום געלעכטער! אין דער גאַנצער פֿרײלעכקײט הערט זיך אַ געװײן, אין זײַן געלעכטער הערט מען טרערן… נאָר װאַרשאַװסקיס העלדן האָבן פֿײַנט באַקלאָגן זיך:

װי פֿאַרן עמוד
זינגען זײ תּמיד…

זײ זײַנען, צום מײנסטן, טאַקע גרױסע אָרעמע לײַט, נעבעך קבצנים, נאָר פֿרײלעכע קבצנים:

כאָטש איך בין מיר אָרעם ייִדל
און עס דאַרט מיר גוט דער מוח,
שׂימחת־תּורה זינג איך אַ לידל
און מאַך אַ גוטע כּוסע אױך!…

זײ זײַנען, צום מײנסטן, גרױסע בעלי־בטחון, זײ גלײבן אין גאָט און זײַנען מקבל באַהבֿה אױף זיך אַלע צרות, סײַ די װאָס פֿונעם אײבערשטן, סײַ די װאָס פֿון מענטשן, סײַ פֿון פֿרעמדע, סײַ פֿון אײגענע… זעלטן כאַפּט זיך אַרױס בײַ אים אַ קלאָג, אַז:

בײַ יעדן איז אַ יום־טובֿ דאָס שטיקעלע לעבן ―
בײַ מיר איז דאָס לעבן שװאַרץ װי די ערד…

זעלטן־זעלטן כאַפּט זיך אַרױס בײַ אים אַ געװײן: „עס זינגט זיך ניט, עס זינגט זיך ניט!“… פֿאַרקערט, בײַ יעדן אומגליק, בײַ יעדער צרה־שלא־תבֿוא, פֿאַרענטפֿערט ער דעם רבונו־של־עולם און זאָגט דעם געװיסן „גם זו לטובֿה“:

איך בין קראַנק, איך שפּײַ מיט בלוט,
אין ביקור־חולים נעמט מען מיך נישט…
איך שטאַרב, איך גײ אױס, װי אַ ליכט, ―
שאַ! ברידער, גאָט איז גערעכט…

ער רעדט זיך אױס דאָס האַרץ, אַז אַמאָל, ניט הײַנט געדאַכט, איז געװען אַ סך ― אַ סך ערגער, און ער טראָגט נישט קײן שׂינאה, קײן פֿאַרדראָס אױף זײַנע שׂונאים; אַדרבא, ער װאָלט טרינקען מיט זײ „ברודערשאַפֿט“:

טײַערע מלכּה,
געזונט זאָלסטו זײַן!
פֿאַר װעמען זאָל איך טרינקען
דעם דאָזיקן װײַן? ―
איך װאָלט טרינקען פֿאַר מײַנע שׂונאים,
נאָר זאָג זײ ניט אױס!

װאַרשאַװסקיס העלד איז אַ גרױסער מאמין, און כאָטש די נאַכט איז לאַנג, כאָטש די נאַכט איז פֿינצטער, גלײבט ער פֿונדעסטװעגן, אַז אָט־אָט גײט אױף די זון אין ציון; ער זעט איר שײַן פֿון דער װײַטן, ער הערט הימלישע געזאַנגען פֿון פֿײגל, װאָס פֿליִען דאָ און דאָרט:

די הענט שױן אױפֿגעבונדן,
צעבראָכן ליגט די קײט…
דער גלות איז פֿאַרשװוּנדן,
פֿאַרשװוּנדן צער און לײד!…

װיבאַלד אַזױ, איז ער דאָך גערעכט, אַז ער זינגט:

װאָס זשע דאַרף מען, ברידער, אומעטיק זײַן?
ס'איז אַן עבֿירה, כלעבן, אַ גרױסע ―
אַמער, טראָגט אַרײַן אַן עמער װײַן,
לאָמיר מאַכן בעסער אַ כּוסע! ―
זיך מוטשען און זינגען לידער,
פּליעסקעט, פּליעסקעט, ברידער!…

װאָס נאָך פֿאַר אַ סוד ליגט אין װאַרשאַװסקיס לידער? ― װאָס זײ זײַנען פּראָסט און עכט ייִדיש, נישט געמלאָכהט ― און דאָס איז אמתע פּאָעזיע. װעמען פֿון אונדז איז נישט באַקאַנט דאָס בילד פֿונעם ייִדישן חדר:

אױפֿן פּריפּעטשיק ברענט אַ פֿײַערל
און אין שטוב איז הײס,
און דער רבי לערנט קלײנע קינדערלעך
דעם אַלף־בית…

אָדער װי געפֿעלן אײַך, אַ שטײגער, „שׂרה און רבֿקה“, די צװײ שװעסטער פֿון „ראַכמעסטריװקע“? און דאָס בריװל פֿון אַמעריקע, װאָס אַ זון שרײַבט צו זײַן מאַמע און גיט איר אָפּ אַ גרוס פֿון יעדן באַזונדער: פֿון לאהניון און פֿון דבֿורהלען, װאָס װײַזט מיטן גרױסן פֿינגער אױף דער באָבעניוס פּאַטרעט:

און מײַן שײנער יונג מײַן סאַני
אַרבעט, גאָלדענע האָט ער הענט!
משהלע זאָגט שױן „מודה־אַני“,
רחלען װאָלסטו נישט דערקענט…

אָט אַזױ זינגען זיך ייִדישע, באמת ייִדישע פֿאָלקסלידער! אױך די שפּראַך פֿון װאַרשאַװסקיס לידער איז די אמתע פֿאָלקס־שפּראַך, אַ פּראָסטע ייִדישע קאַפּאָטע, נישט געקינצלט, נישט פֿאַרדײַטשערט פּונקט אַזױ װי מען רעדט בײַ אונדז אין אונדזער געגנט.מיר בעטן בײַ די, װאָס די אױסשפּראַך איז בײַ זײ אַ ליטװישע, זײ זאָלן מוחל זײַן װאַרשאַװסקין די גראַמען: „װוּנדער ― קינדער, מוטער ― ביטער, בלוט ― ניט, צו ― פֿרי, זיס ― פֿוס“, וכדומה אַזעלכע פֿערזן, װאָס פֿאַרן ליטװישן לעזער קומען זײ אױס פּריקרע. דערפֿאַר זײַנען מיר מוחל די ליטװישע שרײַבער זײערע גראַמען: „שׂונאים ― פּנים“, װײַל „פּנים“ לײענט זיך בײַ זײ װי בײַ אונדז „שׂונאים“, אָדער די גראַמען: „אױך ― גיך“, װײַל „אױך“ לײענט זיך בײַ זײ „עך“ און „גיך“ ―„געך“… אױך די מאָס פֿון די פֿערזן איז בײַ װאַרשאַװסקין נישט אױסגעהאַלטן אומעטום גלײַך, װײַל ער גײט מיט דעם גאַנג, אַז אין לידער איז נישט די מאָס דער עיקר; ער בױט זײַנע לידער אױף דער אַרט, װי עס האָט געשריבן גאָלדפֿאַדן, װעלכן ער שעצט גאַנץ הױך אַלס פֿאָלקסדיכטער און האַלט זײַן שרײַבן פֿאַר אַ מוסטער בײַם צונױפֿלײגן פֿאָלקסלידער אין זשאַרגאָן. (שלום־עליכם) איך בין רעכט איבערצײַגט, אַז עס װעט גאָר נישט לאַנג געדױערן און װאַרשאַװסקיס „ייִדישע פֿאָלקסלידער“ װעלן װערן בײַ אונדז באמת פֿאָלקסלידער, װאָס מע װעט זײ קאָנען הערן זינגען אומעטום, אין יעדער ייִדישער שטוב, דאָרט װוּ מע הערט נאָך אַמאָל אַ ייִדיש װאָרט, דאָרט װוּ מע שעמט זיך נישט מיט אונדזער אָרעמער ייִדישער פֿאָלקשפּראַך, װאָס מע רופֿט זי „זשאַרגאָן“…

אױגוסט 1900, קיִעװ.

ב. די געשיכטע פֿון װאַרשאַװסקיס לידער (צו דער צװײטער אױפֿלאַגע)

דאָס איז געװען מיט אַ יאָר פֿערצן־פֿופֿצן צוריק. אין אַ געשפּרעך מיט אַ געשװױרענעם אַדװאָקאַט אין קיִעװ (מ. מ־ר) דערצײלט מיר דער דאָזיקער אַדװאָקאַט אַ מעשׂה, אַז יענע װאָך איז ער געפֿאָרן מיט זײַנעם אַ קאָלעגע, אױך אַ געשװױרענער אַדװאָקאַט, מ. מ. װאַרשאַװסקי, פֿון קיִעװ קײן װאַסילקאָװ אין געריכט אַרײַן, האָט אים אָט דער װאַרשאַװסקי דעם גאַנצן װעג געזונגען ייִדישע לידלעך אין „זשאַרגאָן“, נאָר אַזעלכע, װאָס צעגײען זיך ממש אין אַלע אבֿרים. באַזונדער איז אים פֿאַרבליבן אין טעם אַ לידל, װאָס הײבט זיך אָן מיט די װערטער:

„אױ, מאַכט כאַנצע בולקעס!
אױ, באַקט זי בײגל!“…

― װעמענס לידלעך זײַנען דאָס? װוּ קריגט מען זײ און װוּ זײַנען זײ געדרוקט?

― זײַנע אײגענע לידלעך, אין ערגעץ נישט געדרוקט. ער אַלײן מאַכט די לידער, ער אַלײן באַשאַפֿט די מוזיק צו זײ און ער אַלײן זינגט זײ ― אַלצדינג אַלײן.

― סטײַטש, װאָס זשע שװײַגט איר? גיט אים אַהערצוצו, אָט דעם פֿױגל!

און ס'איז געבליבן, אַז אין אַ פֿרײַען טאָג ברענגט ער מיר אים צו פֿירן.

דער נאָמען װאַרשאַװסקי איז מיר געװען באַקאַנט פֿון לאַנג אין קיִעװ. דאָס איז געװען אַ געשװױרענער אַדװאָקאַט, אַ טיפּ פֿון יענעם מין געשװױרענע אַדװאָקאַטן, װאָס כאַפּן נישט קײן שטערן, קנאַקן נישט, לאָזן נישט זיך הערן אױף דער װעלט, זיצן זיך שטיל אין זײער קאַבינעט, קוקן לאַנג־לאַנג אַרױס אױף אַ קליענט, נאָר אַז דער קליענט איז געקומען, איז ער שױן זיכער, אַז ער האָט געטראָפֿן נישט צו קײן אַדװאָקאַט, װאָס קוקט אים אין דער האַנט אַרײַן און שאַצט אים די קעשענע, נאָר צו אַ פֿרײַנט, צו אַ ברודער, װאָס װעט אים אױסרעדן װי אַ פֿרײַנט און באַהאַנדלען װי אַ ברודער.

פֿאַרשטײט זיך, אַז אַזעלכע מענטשן פּלאָגן זיך זײער גאַנץ לעבן, פֿירן אַ ביטערע מלחמה, קומען קױם־קױם אױס מיטן שטיקל ברױט און װערן געעלטערט פֿאַר דער צײַט.

אױף װאַרשאַװסקין איז דאָס אָבער געװען שװער צו דערקענען. דאָס איז געװען אַ פּאַרשױן אַ לעבעדיקער, אַן אמתער כּתריליק ― אַן אָרעמס און אַ פֿרײלעכס, און צװישן חבֿרה געשװױרענע אַדװאָקאַטן ― די נשמה. קײן אָװנט, קײן יום־טובֿ, קײן קערמעשל איז זיך נישט באַגאַנגען אָן מאַרק מאַרקאָװיטשן. װאָרעם מאַרק מאַרקאָװיטש װאַרשאַװסקי האָט געהאַט אַ באַזונדערן טאַלאַנט אױף צו פֿרײלעך מאַכן דעם עולם מיט זײַנע אױסגעצײכנטע הומאָריסטישע עקספּראָמפּטן אין רײַמען, װאָס ער האָט אײַך געקאָנט, װען איר װילט, צוטראַכטן צו יעדן אײנציקן נאָמען, און מיט דער בעסטער כאַראַקטעריסטיק אָפּשילדערן אײַך אַ מענטשן אין דרײַ־פֿיר װערטער.

קופּערניק מיט זײַנע גלענצנדע רעדעס און װאַרשאַװסקי מיט זײַנע עקספּראָמפּטן־קופּלעטן האָבן געשמט אין שטאָט, און בײדע זײַנען געװען געליבט אין אַלע אינטעליגענטישע קרײַזן פֿון קיִעװער ראַיאָן. נאָר אַז דער זעלביקער װאַרשאַװסקי קאָן אױך ייִדישע לידלעך מאַכן אין „זשאַרגאָן“ ― דאָס איז מיר אַפֿילו אױף די געדאַנקען נישט געקומען. מע קאָן זיך דעריבער פֿאָרשטעלן, מיט װאָס פֿאַר אַ נײַגעריקײט איך האָב אַרױסגעקוקט אױף װאַרשאַװסקין מיט זײַנע לידלעך.

די עטלעכע טעג זײַנען אַריבער ― מע האָט מיר געבראַכט דעם פֿױגל.

אַ מענטש פֿון אַריבער פֿופֿציק, קורצן װוּקס מיט קורצזיכטיקע, נאָר שמײכלענדיקע און אַ סך רײדנדיקע אױגן, גוט געפּאַקט, אַן אָפּגעטראָגן רעקל מיט אַ ביסל אױסגעריבענע עלנבױגנס, אַן אַלט־געזעסענער שניפּס, אַ גיך גענגל, אַ שײן קול און אַ שטאַרק הילכיקער געלעכטער ― אָט דאָס איז װאַרשאַװסקיס פּאָרטרעט.

דער גאַסט האָט זיך לאַנג נישט געלאָזט בעטן, זיך אַװעקגעזעצט צום פֿאָרטעפּיאַן און גענומען זינגען און זיך אַלײן אַקאָמפּאַנירן זײַנע שײנע לידער מיט אַזױ פֿיל הומאָר און געפֿיל און מיט אַזאַ שײנער, האַרציקער שטימע, אַז איך האָב אים פּשוט אַרומגעכאַפּט קושן:

― גזלן! פֿאַר װאָס לאָזט איר נישט אָפּדרוקן די דאָזיקע לידער? װען איך זאָל נישט װיסן, אַז דאָס זײַנען אײַערע אײגענע, װאָלט איך געמעגט שװערן, אַז איך האָב זײ אַמאָל געהערט זינגען פֿון מײַן מאַמען!

אַזױ פֿיל פֿאָלקסטימלעכקײט האָט זיך געפֿונען אין די װערטער און אַזױ פֿיל פּראָסטקײט אין זײערע מעלאָדיעס!

דער געדאַנק פֿון לאָזן דרוקן די לידער איז אָבער געװען פֿון װאַרשאַװסקין אַזױ װײַט, אַז ער האָט גאָרנישט געװאָלט הערן דערפֿון. און דערצו האָט ער זיך מודה געװען, אַז כאָטש ער האָט אַמאָל געשטודירט אין דער ראַבינער־שול (אין זשיטאָמיר), האָט ער ייִדישקײט געלערנט אַזױ װינציק און פֿאַרגעסן אַזױ פֿיל, אַז ס'איז אים שװער אַפֿילו אָנצושרײַבן זײַנע לידער אױף פּאַפּיר.

קעגן דעם האָט זיך אָבער געפֿונען אַ מיטל ― און מיר האָבן אים גענומען אַטאַקירן פֿון אַלע זײַטן אַזױ לאַנג, ביז מע האָט בײַ אים געפּועלט, ער זאָל מיר דיקטירן דעם טעקסט, און פֿאַר אַ מוזיקער ― די נאָטן, און דער ערשטער באַנד װאַרשאַװסקיס לידער איז למזל צונױפֿגעשטעלט געװאָרן, און מע האָט זיך גענומען זײ אַרױסגעבן על־חשבון־החבֿרה פֿון קיִעװ.

יענע צײַט איז געװען די צײַט פֿון „ציוניזם“: ציוניסטישע אָװנטן, פֿאַרזאַמלונגען און דיסקוסיעס. און אַזױ װי די פֿאַרזאַמלונגען זײַנען באַשטאַנען פֿון סאַמע הײסע דעבאַטעס און טרוקענע ― אָפֿטמאָל אַביסל צו טרוקענע ― רעדעס, האָט מען זיך שטאַרק גענײטיקט אין אַ פֿאַרבײַסעכץ, אין אַ מין קאָמפּאָט ― „פּאור לאַ באָן בושpour la bonne bouche: פֿאַרן גוטן מױל“, װי דער פֿראַנצױז דריקט זיך אױס.

דער דאָזיקער קאָמפּאָט איז געװען די ערשטע צײַט שלום־עליכמס „מעשׂיות“, און דערנאָך איז צוגעקומען אױך װאַרשאַװסקיס לידער.

ס'איז כּמעט נישט אַװעקגעגאַנגען אײן אָװנט, אײן ציוניסטישע פֿאַרזאַמלונג, מע זאָל אונדז נישט שלעפּן פֿון „קרעשטשאַטיקגאַס אין קיִעװ“ אױף „פּאָדאָלגעגנט אין קיִעװ“ און פֿון „פּאָדאָל“ אױף „קרעשטשאַטיק“. איך האָב געמוזט עפּעס פֿאָרלײענען, און װאַרשאַװסקי האָט געמוזט עפּעס זינגען ― און נישט „עפּעס“ זינגען, נאָר טאַקע אַ סך זינגען! אַלצדינג, װיפֿל ער האָט פֿאַרמאָגט, האָט ער געמוזט אױסזינגען, גאָר אָן אַ שום תּירוץ, ― כאָטש נישט מײַן לײענען, נישט װאַרשאַװסקיס געזאַנג האָבן זיך אָנגעקערט מיטן ציוניזם. ס'איז שױן אָבער געװאָרן אַזאַ רגילות ― פֿאַרפֿאַלן! אָנגערעדט זיך װי די פּױקן און אָנגעגעסן זיך מיט דעבאַטעס, האָט מען אַװעקגעשטעלט אַ טישל, צונױפֿגערוקט די בענקלעך, אַװעקגעזעצט שלום־עליכמען אױבנאָן, און די ערנסטע פֿאַרעסקטע פּנימער האָבן שױן באַצײַטנס, אױף קרעדיט, געשענקט אַ שמײכל, און ס'איז אַרױס אױף דער סצענע כּתרילעװקע, און דער עולם האָט זיך געפֿילט גאַנץ יום־טובֿדיק.

נאָר דער אמתער יום־טובֿ האָט זיך אָנגעהױבן ערשט דעמאָלט, אַז װאַרשאַװסקי האָט זיך אַװעקגעזעצט בײַם ראָיאַל. באַלד נאָך די ערשטע צװײ־דרײַ לידער האָבן אָנגעהױבן פֿליִען באַשטעלונגען פֿון אַלע זײַטן, װי פֿון געבעטענע בעלי־בתּים אױף אַ חתונה:

― „טײַערע מאַמע“!

― „אַ גוט מאָרגן, יאַנקעלע“!

― „תּנחום דער טרובאַטש“!

― „די מיזינקע“! „די מיזינקע“!

― „שׂימחת־תּורה“! „שׂימחת־תּורה“!

און דער גוטער װאַרשאַװסקי, װאָס האָט נישט געװוּסט װאָס הײסט אָפּזאָגן, אַז יענער װיל, האָט אױסגעהערט אַלע בעלי־בתּים און מיט פֿאַרגעניגן געגעבן יעדן בעל־הבית, װאָס ער פֿאַרלאַנגט, נעבעך גוט געשװיצט, גלײַך װי מע װאָלט אים געצאָלט דערפֿאַר מי־יודע װיפֿל!

נישט אײן מאָל, גײענדיק פֿון די אַסיפֿות בײַנאַכט צו־פֿוס (אױף צו באַשטעלן פֿאַר די אומזיסטע „אַרטיסטן“ אַ פֿאַעטאָן ― דערױף איז קײנער נישט געפֿאַלן), האָט ער מיר מיט זײַן הילכיקן גוטמוטיקן געלעכטער איבערגעגעבן און באַװיזן, אַז דאָס העמד איז אױף אים „פֿיטש־נאַס“.

― כאָטש אױסצודרײען, אַ רוח אין זײער פֿאָטער און מוטער אַרײַן, כאַ־כאַ־כאַ!

נאָר אָט איז געקומען די צײַט, ער זאָל שױן אַמאָל דערלעבן נחת אױך. עס איז אַרױס מיט גאָטס הילף דער באַנד מיט לידער (לערך מיט אַ יאָר צען צוריק), געדרוקט אין קיִעװ בהשתּדלות פֿון פֿרײַנד און ציוניסטן. און מחמת די לידער זײַנען שױן געװען באַקאַנט פֿון אַ סך פֿריִער, האָט מען די ערשטע טױזנט ביכלעך צעכאַפּט װי מצה־װאַסער, נישט איבערגעלאָזט אַפֿילו אױף אַ רפֿואה.

מאָלט אײַך, קײן גרױסע גליקן האָט דער מחבר בײַ דעם געשעפֿט נישט געקאָנט מאַכן. ער איז געװען גליקלעך, װאָס זײַנע פֿרײַנד האָבן געדעקט די קאָסטן. אַ בעלן אױף אַרױסצוגעבן די צװײטע אױפֿלאַגע האָט זיך עפּעס נישט געפֿונען. אַ קונה, װאָס זאָל באַצאָלן דערפֿאַר דעם „מחבר“ עטלעכע הונדערטער במזומן ― אַװדאי נישט (פֿאַר זשאַרגאָנישע לידלעך מזומן געלט?). אַלײן אַרױסגעבן דאָס ביכל ― האָט װאַרשאַװסקי נישט פֿאַרמאָגט קײנמאָל אַזאַ גרױסן קאַפּיטאַל. סײַדן מיט דער צײַט, אַז דער אײבערשטער װעט רחמנות האָבן?… גאָט, אַז ער װיל, קאָן ער!…

דערפֿאַר האָט ער אָבער געהאַט כּבֿוד ― אַ יובילײ!

איך מאַך נישט קײן שפּאַס: מיר האָבן אים געפּראַװעט אַ יובילײ.

אַזױ האָט דאָס טאַקע געהײסן: „דער אָנדערהאַלבן־יאָריקער יובֿל פֿון װאַרשאַװסקיס לידער“.

דאָס האָט באַדאַרפֿט הײסן: אַזױ װי אָנדערהאַלבן יאָר האָבן זיך װאַרשאַװסקיס לידער בהשתּדלות פֿון פֿרײַנד און ציוניסטן געדרוקט און זײַנען מיט גאָטס הילף אין אַ גוטער שעה אַרױס פֿון דרוק ― איז אַ גוט יום־טובֿ אײַך, ייִדן!

דעם יובֿל האָט מען „געפֿײַערט“ טאַקע בײַ מיר אין שטוב. פּורים איז דאָס געװען (אױב איך האָב קײן טעות נישט), נאָך דער סעודה.

אַ יום־טובֿ איז דאָס געװען דװקא אַ פֿרײלעכער, מיט טאָסטן און מיט רעדעס.

סאַמע אין מיטן יום־טובֿ האָבן זיך אַרײַנגעריסן אַ בינטל קיִעװער סטודענטן, יונגע לײַט װאַרעמע, היציקע, ייִדיש בלוט, און מע האָט געמאַכט אַ כּוסע, און מע האָט געהױבן אַ טאָסט, און מע האָט גערעדט אַ רעדעניש, און מע האָט געלױבט דעם מחבר אין טאָג אַרײַן, געבענטשט אים מיטן נאָמען: „דער ייִדישער בעראַנזשעPierre-Jean de Béranger 1780-1857“, און מע האָט געכאַפּט אַ ריקודל מיטן בעל־היובֿל און מיטן בעל־הבית, און מע האָט געטאַנצט און מע האָט געזונגען ― חי־געלעבט!

װי נאָר ס'איז אױספֿאַרקױפֿט געװאָרן דאָס ביכל, איז דער נאָמען פֿון װאַרשאַװסקיס לידער גיך געװאָרן מפֿורסם נישט נאָר אין קיִעװ און אַרום קיִעװ, נאָר װײַט־װײַט איבערן גאַנצן לאַנד איז כּמעט נישט געװען די ייִדישע שטוב, װוּ מע זאָל נישט װיסן צו זינגען דעם „אַלף־בית“. און דער קול, אַז דער פֿאַרפֿאַסער אַלײן זינגט זײַנע לידער פֿאַרן עולם אין קיִעװ, האָט דערגרײכט אױך אין אַנדערע שטעט, און מיר האָבן בײדע אָנגעהױבן באַקומען זײער פֿרײַנדלעכע אײַנלאַדונגען פֿון אַ סך גרױסע און קלײנע שטעט, מיר זאָלן קומען לוסטיק מאַכן דעם עולם ― איך מיט מײַנע „מעשׂיות“, װאַרשאַװסקי מיט זײַנע „לידלעך“… אַז דאָס לעבן איז ליב, איז די װעלט הפֿקר!

דאָס איז געװען די גליקלעכסטע צײַט, קאָן מען זאָגן, דער סאַמע פֿרילינג פֿון װאַרשאַװסקיס לעבן. איך געדענק אַזױ װי הײַנט דעם חשבון, װאָס ער האָט מיר געמאַכט פֿון אונדזער ערשטן טורנע איבערן לאַנד.

― צו למ″ד אַלפֿים30,000! ― האָט ער מיר געזאָגט מיט זײַן הילכיקן געלעכטער, ― צו למ″ד אַלפֿים דאַרף אונדז איבערבלײַבן רײנע, אַ רוח אין זײער פֿאָטער און מוטער אַרײַן!

― און דערנאָך װעלן מיר אַריבערשװימען דעם ים ― האָט ער גענומען פֿאַנטאַזירן װײַטער ― און מאַכן אַ רײַזע איבער אַמעריקע, און דאָרטן װעלן מיר איבערקערן די װעלט!…

נאָר דער װעלט איז, אַ פּנים, באַשערט געװען, זי זאָל נישט איבערגעקערט װערן. װאָרעם פֿון אונדזער גאַנצער נסיעה און נאָך אַלע אײַנלאַדונגען זײַנען מיר דערװײַלע געװען נאָר אין צװײ סאַמע נאָענטע שטעט: אין ביעלאָצערקאָװ און באַרדיטשעװ ― און װײ־װײ, װאָס ס'האָט זיך געטאָן; עס האָבן געשװיצט די װענט! עס האָט געקאַפּעט פֿון דער סטעליע! אַ דערשטיקעניש!

אמת, צו למ″ד אַלפֿים איז נאָך געװען גענוג װײַט („למ″ד“ איז געװען, נאָר די „אַלפֿים“ האָבן געפֿעלט). מיר האָבן אָבער געהאַט פֿאַר זיך אַ גאַנצע װעלט. שױן געװען צוגעגרײט פֿאַר אונדז אַן אָװנט אין יעקאַטערינאָסלאַװ, און פֿון דאָרטן האָבן מיר באַדאַרפֿט פֿאַרפֿאָרן קײן אַדעס, און װײַטער, און נאָך װײַטער. האָט זיך גאָט אַרײַנגעמישט און ס'האָט זיך געטראָפֿן אַ מעשׂה:

געקומען קײן יעקאַטערינאָסלאַװ, האָב איך געפֿונען אַ דעפּעש בסך־הכּל פֿון דרײַ װערטער:

„װאַרשאַװסקי געפֿערלעך קראַנק“…

און װען טרעפֿט זיך אַזאַ זאַך? װעט איר האָרכן, ס'איז כּדאַי צו װיסן.

כּל־ימיו האָט זיך װאַרשאַװסקי נעבעך געראַנגלט מיטן דלות, װי אַן אמתער העלד, חלילה נישט אַרױסבאַװיזן קײנעם, אַז ער און זײַן פֿאַמיליע (אַ װײַב און אַ טאָכטער) לײַדן נױט. נאָר גראָד אױף דער עלטער, שױן צו עטלעכע און פֿופֿציק יאָר, געפֿעלט עפּעס אַן אײַזן־קאָמפּאַניע פֿון דאָנער באַסײן, חלילה נישט קײן ייִדן, נאָר בעלגיער קריסטן, מע זאָל אַראָפּברענגען צו זיך אין דער קאַנטאָר, אין יעקאַטערינאָסלאַװער גובערניע, אַלס פּראָקוריסט, אַן אָנשטענדיקן, אַן אָרנטלעכן יוריסט פֿון קיִעװ, ער מעג זײַן אַ ייִד. און װוּ קאָן מען קריגן אַ מער אָנשטענדיקן און מע, אָרנטלעכן מאַן, װי מ. מ. װאַרשאַװסקי?

און אָט אַזױ איז אונדזער װאַרשאַװסקי פּלוצעם מיטאַמאָל נתגדל געװאָרן, באַקומען אַ שטעלע פֿון שײנע עטלעכע טױזנט רובל אַ יאָר געהאַלט, מיט אַ דירה, מיט אַלעם גרײטן, מיט אַ פֿאַעטאָן און מיט פֿערד ― אַז מע שמועסט פֿון כּל־טובֿ!

װאָס טוט גאָט? זאָגט ער, אַז אָנשטענדיקע און ערלעכע לײַט דאַרף ער אַלײן האָבן. און װאַרשאַװסקי לײגט זיך אַװעק, מוטשעט זיך פֿריִער אָפּ העכער אַ יאָר אין אוממענטשלעכע לײַדן ― און דער ייִדישער בעראַנזשע שטאַרבט אַװעק עלנט און פֿאַרגעסן פֿון דער גאַנצער װעלט און לאָזט איבער אַ פֿאַמיליע אָן שום מיטלען צום לעבן.

. . . . . . . . . . . . . . . . . . . .

װאַרשאַװסקי איז געשטאָרבן, און זײַנע לידער האָבן אָנגעהױבן װערן װאָס װײַטער אַלץ מער פּאָפּולער אינעם ייִדישן פֿאָלק, בײַ אונדז, אין דער „טשערטאַ“, און אױך װײַט־װײַט, הינטער דער „טשערטאַ“. נישט נאָר בײַ אונדז, נאָר אין אױסלאַנד, אין אַמעריקע און נאָך װײַטער פֿון אַמעריקע אױך.

אױף אַלע ייִדישע קאָנצערטן טרעטן אַרױס קינסטלער, װאָס זינגען אױסגעצײכנט װאַרשאַװסקיס לידער, נאָר דער אַנטיק דערבײַ איז, װאָס בײַ די לידער און אױף די אַפֿישן װערט זײער זעלטן (כּמעט קײנמאָל נישט) דערמאָנט דער נאָמען װאַרשאַװסקי.

נאָך מער: נישט לאַנג איז מײַנער אַ חבֿר, אַ ייִדישער שרײַבער פֿון װאַרשע, געװען אין אַדעס אױף אַ ייִדישן קאָנצערט און איז נתפּעל געװאָרן, װי אַזױ אַן אַרטיסטין האָט געזונגען אַ ייִדיש „פֿאָלקסליד“:

שטאַרקער! שטאַרקער!
רײַסט די סטרונעס, רײַסט אױף צװײ ―
די מיזינקע אױסגעגעבן!“

בײַ דעם ייִדישן שרײַבער איז װאַרשאַװסקיס ליד אַ „פֿאָלקסליד“. און דער נאָמען װאַרשאַװסקי איז נישט דערמאָנט בײַ אים!

װער װײס? אפֿשר איז דאָס אַ מעלה? אפֿשר איז דאָס אַן אידעאַל, װאָס יעדער פֿאַרפֿאַסער מעג זיך װינטשן אַזאַ פּאָפּולאַריטעט צו דערגרײכן?

מע זאָגט, אַז דאָס ליד „לאָרעלײַDie Lorelei“, װאָס אַלע קענען, װײסן נישט אַלע, אַז דער מחבר פֿון דעם איז הײַנעChristian Johann Heinrich Heine 1797-1856.

דער נאָמען פֿון יענעם פֿראַנצױז, װאָס האָט באַשאַפֿן די „מאַרסעליעזאַLa Marseillaise“, װײס אַװדאי אײנער פֿון טױזנט, אָדער פֿון צען טױזנט, אַז ער איז רוזשע דע־לילClaude Joseph Rouget de Lisle 1760-1836.

אָדער אַ סך ציוניסטן װײסן נפֿתּלי הערץ אימבער1856-1909, דעם, װאָס האָט געמאַכט דעם „עוד לא אָבֿדה תּקותנו“?

בעת איך האָב געשריבן מײַן הקדמה צו דער ערשטער אױפֿלאַגע פֿון װאַרשאַװסקיס לידער, האָט זיך מיר פֿאַרװאָלט זאָגן נבֿיאות, אַז ס'װעט נישט נעמען קײן סך צײַט און װאַרשאַװסקיס לידער װעלן װערן עכטע פֿאָלק־מאָטיװן, געזונגען פֿון פֿאָלק בכל־תּפֿוצות־ישׂראל.

איך האָב נישט געװוּסט, אַז מײַן נבֿיאות װעט גרײכן אַזױ װײַט, אַז די דאָזיקע לידער װעלן װערן אַזױ פֿאָלקסטימלעך, אַז זײ װעלן טאַקע קענען אַלע, לאַנג־לאַנג, כּל־זמן עס װעט געזונגען װערן אַ ייִדיש ליד, נאָר דעם פֿאַרפֿאַסער װעלן נישט אַלע קענען, און דער נאָמען װאַרשאַװסקי װעט פֿאַרגעסן װערן, גלײַך װי ס'איז גאָר קײנמאָל אױף דער װעלט קײן װאַרשאַװסקי נישט געװעזן…

נערװי, 20טן פֿעברואַר, 1914