ייִדישע שרײַבער: מײַן באַקאַנטשאַפֿט מיט א. ל. לעװינסקי

שלום עליכם (אַלע װערק)

אונדזער ערשטע באַקאַנטשאַפֿט מיט דעם אַזױ פֿרי אָפּגעשטאָרבענעם לעװינסקי איז געװען, נאַטירלעך, אַ ליטעראַרישע, און אָנגעהױבן האָט זיך עס מיט אַ יאָר צװאַנציק צוריק, אין דער צײַט פֿון מײַן „יודישע פֿאָלקסביבליאָטהעק“. אַף די בלעטער פֿונעם „המליץ“ (עליו השלום) האָבן מיר זיך באַגעגנט, בײדע אָנגעװאָפֿנט מיט שטאָלענע פֿעדערן און מיט אַן אַרסענאַל פֿון מליצות, און האָבן מלחמה געהאַלטן אַף עטלעכע נומערן „המליץ“, נישט געפֿאַלן, חלילה, און נישט אונטערגעגעבן זיך אײנער דעם אַנדערן, און אָן אַ טראָפּן בלוט ― װי די אמתע גבורי ישׂראל.

דעם ערשטן פּלוצלעכן סטראַטעגישן אָנפֿאַל האָט ער געמאַכט אַף מיר. ער איז אַרױס מיט אַ „מאמר“: „סטײַטש, שלום־עליכם װיל אָפּשמדן אַלע בעסטע העברעער, מאַכן זײ פֿאַר זשאַרגאָניסטן! שלום־עליכם צאָלט אין טאָג אַרײַן! צװאַנציק קאָפּיקעס אַ שורה זשאַרגאָן! שמע ישׂראל!!', און געחתמעט איז געװען: א. ל. לעװינסקי פֿון גאָרנאָסטאַ־יעװקע.

בין איך אָבער אױך נישט קײן מלופּים־קינד, האָב איך געגעבן אַ נעם אַרױס מײַנע מליצהדיקע קױלן מיט מײַנע העברעיִשע פֿײַלן, אײַנגעטונקען (אין גיפֿט? חלילה!) אין טינט און ― הײַדאַ מיט אַ „מאמר“ קעגן דעם לעװינסקין פֿון גאָרנאָסטאַיעװקע. פֿאַרשטײט זיך, אַז מער פֿון אַלע האָט באַקומען פֿון מיר אַ פּאָרציע גאָרנאָסטאַיעװקע. באַ יעדן זאַץ און באַ יעדער פֿראַזע איז געװען מיט אַ ביטערער איראָניע: „הסופֿר מגאָרנאָסטאַיעװקע“. מיר צו הילף איז גיך אונטערגעקומען נאָך אַ גבור פֿון די גבורי־ישׂראל און גענומען בױקערן דעם גאָרנאָסטאַיעװקער אַנטי־זשאַרגאָניסט פֿון הינטן און פֿון פֿאָרנט און פֿון אַלע זײַטן. דער נאָמען פֿון דעם דאָזיקן גבור איז י. ח. רבֿניצקי. דער גאָרנאָסטאַיעװקער קונדס, אַפּנים, האָט זיך אָבער װינציק־װאָס איבערגעשראָקן פֿאַר אונדז בײדן און האָט גענומען שנײַדן אַ „מאמר“ נאָך אַ „מאמר“, און אַלע מאָל מיט מער פֿײַער. און מערקװירדיק! װאָס שאַרפֿער דער דאָזיקער פֿײַעריקער אַנטיזשאַרגאָניסט איז אַרױסגעטראָטן קעגן אונדז, מער הײמישער איז ער אונדז געװאָרן. עפּעס האָבן מיר אַלע געפֿילט, אַז דער „שׂונא“ טראָגט אַף זיך אַ פֿעל פֿון אַ טיגער און דאַרף זײַן דערצו אַ גוט ברודערל, „משלנו“…

און כּך הװה. דאָס איבעריקע דאַרף איך נישט דערצײלן. אַלע װײסן, װאָס פֿאַר אַ מין „שׂונא“, װאָס פֿאַר אַ מין „אַנטי“ א. ל. לעװינסקי איז געװעזן בכלל, ובפֿרט צו דער ליטעראַטור פֿונעם ייִדישן פֿאָלק, װעלכע איז אים געװען נישט װינציקער טײַער װי זײַנע אײגענע קינדער. מיט אַ ברײט שמײכל איבערן ברײטן פּנים האָט ער מיך דאָס ערשטע מאָל באַגעגנט אין אַדעס. דאָס האָט באַדאַרפֿט צו זײַן אומגעפֿער מיט אַ יאָר צװעלף צוריק. אים האָט מיר פֿאָרגעשטעלט, אױב איך האָב קײן טעות, דער „אַבֿי אַבֿות הגוטברודערלעך“, װאָס זײַן נאָמען איז לובאַרסקי, נאָר מער באַקאַנט אונטערן נאָמען „אונדזער אַבֿרהם אליהו“, װאָרעם אַבֿרהם אליהו איז הײמלעכער אַלס לובאַרסקי… דעמאָלט איז לעװינסקי שױן נישט מער געװען אַ לעװינסקי פֿון גאָרנאָסטאַיעװקע, נאָר „א. ל. לע־װינסקי“, „רבי קרובֿ“ ― און אַך, װאָס מיר בײדע האָבן זיך אָנגעלאַכט, דערמאָנענדיק זיך אָן אונדזער דועל אַף די בלעטער פֿונעם „המליץ“! עס האָט זיך מיר אױסגעדאַכט, אַז מיר זײַנען מיט אים באַקאַנט שױן פֿון מי יודע װען, און עפּעס אַ מאָדנע װײכע װאַרעמקײט האָט זיך געפֿילט נעבן אים. נישט געװען דאָס מאָל, װאָס ער זאָל זײַן אין „מײַן“ שטאָט (אין קיִעװ) און נישט זײַן באַ מיר און באַ מײַן גאַנץ הױזגעזינט אַ ליבער, אַ גוטער, אַ װאַרעמער גאַסט. איך קאָן נישט אָנװײַזן פּינקטלעך ― װען, פֿון װאָסער אַ מאָמענט, עס האָט זיך פֿאַרבונדן אונדזער גוט־פֿרײַנטשאַפֿט. איך װײס נאָר, אַז דאָס איז געװען אַ ליבשאַפֿט אַ לאַנגאָ־נענדיקע, אַן אַלטע ליבשאַפֿט! זײַן געטרײַשאַפֿט צו מיר (און מסתּמא דאָס זעלבע צו יעדן פֿון זײַנע אינטימע פֿרײַנט) איז געװען כּמעט אַ איבערנאַטירלעכע. איך װעל געװיס זײַן אַ חוטא פֿאַרן רבונו־של־עולם, אױב איך װעל זאָגן, אַז איך האָב אַף גאָטס װעלטל מער שׂונאים װי גוטע פֿרײַנט. אָבער אַזאַ גוטן פֿרײַנט, װי לעװינסקי, װײס איך נישט, אױב איך האָב װען געהאַט, און גאָט װײס, אױב איך װעל אים האָבן. איך זאָל, למשל, װעלן זאָגן, אַז לעװינסקי איז מיר געװען געטרײַ, װי אַ ברודער, װאָלט דאָס געװען נישט נאָר באַנאַל ― דאָס װאָלט זײַן אַ באַלײדיקונג, אַ פּראָפֿאַנאַציע פֿאַרן געשטאָרבענעם. און איך האָב זײער מורא, אַז דאָס זעלבע, װאָס איר הערט פֿון מײַן מױל, קאָנט איר הערן, װי געזאָגט, פֿון יעדן אײנציקן פֿון אונדזער ענגן קרײַז, פֿון אונדזער ליטעראַריש קלײַזל. אַ גוטן פֿרײַנט, זאָגט די װעלט, דערקענט מען אין אַן „עת־צרה“. מע באַדאַרף לײענען לעװינסקיס בריװ צו מיר קײן אױסלאַנד אינעם באַרימטן יאָר 1905, בעת איך האָב פֿאַרלאָזט דאָס „פֿאָטערלאַנד“ און בין אַװעק מיטן װאַנדערשטעקן קײן אַמעריקאַ.

„איך האָב צו אַמעריקאַ גאָר נישט, ― אַזױ אומגעפֿער שרײַבט צו מיר לעװינסקי קײן לעמבערג ― נאָר איך פֿאַרגין נישט אַמעריקאַ „אונדזער שלום־עליכמען!“ „דו פֿאָרסט אַװעק פֿון אונדז, ― שרײַבט ער װײַטער ― נאָר געדענקען זאָלסטו, ― מאַלע װאָס סע מאַכט זיך ― אַז ס'איז דאָ אַ שטאָט אַדעס, און דאָרטן האָסטו פֿרײַנט, װאָס ליבן דיך און װאָס װעלן דיך קײנמאָל נישט פֿאַרלאָזן!“… און זײַן גדולה, זײַן פֿרײד באַ מײַן צוריקקומען „אַהײם“? דאָס האָט ע ר מיך אױסגעשריבן נאָך פֿון דער שװײץ קײן אַדעס אַפֿן ליטעראַרישן אָװנט לטובֿת האַלמנה שטײנבערג מיט אַ גאַנץ בינטל שרײַבערס. אַך! װער עס האָט נישט געזען לעװינסקין אין יענער צײַט, דער האָט גאָר קײן שײנס נישט געזען. איך לאָז דאָס איבער פֿאַר מײַנע קאָלעגן: ביאַליק, פֿרוג, רבֿניצקי, שלום אַש און דער זײדע רב מענדעלע זאָל מאריך ימים זײַן. זײ װעלן דאָס בעסער באַשרײַבן. איך װיל ברענגען דאָ מער נישט אַז אײן עפּיזאָד.

דעם גאַנצן טאָג האָט מען לעװינסקין אין ערגעץ נישט געקאָנט געפֿינען. אױסגעזוכט גאַנץ אַדעס ― נישטאָ לעװינסקי! װוּ איז לעװינסקי? ער איז פֿאַרנומען מיטן קאָנצערט לטובֿת האַלמנה שטײנבערנ. מיר, די אױבן אױסגערעכנטע, דאַרפֿן זיך אָבער זײער נײטיק מיט אים זען. איז געבליבן, מיר זאָלן זיך מטריח זײַן צו אים אַלע, בנערינו ובֿזקנינו, אַף דער דאַטשע. דאַכט זיך, אַפֿן „פֿאָנטאַן“. געקומען אַפֿן פֿאָנטאַן ― אַ נעכטיקער טאָג. שױן באַלד נאַכט ― נישטאָ לעװינסקי! דאָס װײַב קלאָגט זיך; ער האָט נאָך באַדאַרפֿט קומען צו װאַרעמעס. ערשט אַרום נאָך מעריבֿ־צײַט ― ער איז דאָ. אַ פֿאַרטראָגענער, אַ פֿאַרטראַסקעטער, אַן אױסגעמאַטערטער, אַ פֿאַרשװיצטער. אַלץ מיטן קאָנצערט געװען פֿאַרעסקט: „פּראָגראַם… טאָמאַטשאָװ… אַװינאָװיצקי“… „גוט. האָסט עפּעס געגעסן?“ „האַ? נײן, גאָר פֿאַרגעסן!“

ער האָט פֿאַרגעסן עסן! ― אַ װוּנדער אַביסל, אַז אַזאַ מענטש כאַפּט אַן אינפֿלוענצאַ און שטאַרבט אַװעק פּלוצעם אינמיטן דרינען?

נאָך מער בולט קומט אַרױס באַ מיר לעװינסקיס פֿיזיאָנאָמיע אין זײַנע פֿיל צענדליקער בריװ בשעת מײַן קראַנק װערן. זײַנע העכסט פֿרײַנטלעכע, רירנדיקע בריװ צו מיר קײן נערװי, קײן סאַנטבלאַזיען און קײן לוגאַנאָ אָטעמען מיט אַזױ פֿיל איבערגעבנהײט, װאָס נאָר אַ פֿאָטער צו אַ ליבן קראַנקן קינד איז פֿעיִק אַזױ צו שרײַבן. איטלעכס בריװל הײבט זיך אָן מיט אַ „חבֿיבֿי יקירי!“ און לאָזט זיך אױס: „והעיקר כּל העיקרים היה בריא, היה בריא וחזק!* נאָך גאָר נישט לאַנג, הײַנטיקן ערבֿ סוכּות איז דאָס געװען, װען דער מלאך־המות איז שױן געשטאַנען הינטער זײַנע פּלײצעס, שרײַבט ער צו מיר פֿאָלגנדעס (װײַל דאָס איז אײנס פֿון זײַנע לעצטע בריװלעך, אױב נישט דאָס לעצטע שבלעצטע, גיב איך עס איבער דאָ כּמעט אינגאַנצן, כּכּתבֿו וכּלשונו ממש):

„… ראשית כּל ולפֿני כּל: גמר חתימה טובֿה וכו'… אלא בחפֿצי אַשר לגמר חתימה טובֿה עוד יוסיפֿו לך מלתא זוטרתא: שתּזכּה בגורל הגדול 200.000. חושבֿ אָנכי, אַשר לגבי דקודשא בריך הוא, כּמו להבֿדיל אצל בראָדצקי מיעהופּיץ, אינו ולא כּלום, ולגבי יהודי כּמוך יהיה זה ענין. ומה דעתּך? וזאת עוד, אַשר באם יעלה הדבֿר בידי להיות בחוץ לאָרץ בחודש הבאָ, אשתּדל להתראות עמך, אם רק תּהיה עדײן בלוגאַנאָ. ואַנחנו, חבֿיבֿי, חכּינו ממך „מאומה“ לגליון של ראָש־השנה און לכל הפּחות לסוכּות, ואַתּה, גזלן, החשית. צרה עינך באַדעסא שלנו. ומה יהיה גורל „גוטמאָרגנו“ אינני יודע; אפֿשר שיגוע בלא עתּו מחסרון כּיס או מחסרון דם… ואַתּה מתרחק ממנו. וכּאַשר יבנה המקדש תּצטרך להבֿיא חטאת שמנה! והעיקר מה שבדעתי עכשיו לכתּובֿ לך הוא בדבֿר „הפּת־גמים“ שלך. כּמו שאַתּה רואה קבֿצתּי לאחד אחד את כּל הגלײַכװערטלעך ―――― *דער עיקר פֿון אַלע עיקרים ― זײַ געזונט, זײַ געזונט און שטאַרק. וסתּם װערטלעך שלך ובֿדעתּי להדפּיס אותם בחובֿרת אַחת יפֿה מאד, עם הקדמה שלי או של אחד מאַנשי שלומנו, הקדמה קצרה אַבֿל מפֿורשת ומבֿוארת, ולמכּור אותה במחיר נמוך מאד. ואַתּה, יקירי, נקבֿה שׂכרך, כּמה שתּמצא לנבֿון, באשר חפֿץ אָנכי לקנות אותה, אם לא לצמיתות, אַבֿל לעשׂרים שנה (!?) און פּחות מעט… זהו, ידידי היקר, מה שמצאָתי נחוץ לכתּובֿ לך עתּה. את המחברת גופֿא אָנכי שולח לך מחר. וחדשות, יקירי, אצלנו רק מעט. רבֿניצקי איז נאָך געל װי געװען, װערט אַפֿילו אַביסעלע גרױלעך, אָבער נאָך אַלץ געל, און שװײַגט. ביאַליק איז נאָך אַלץ ביאַליק, דאָס הײסט, ער שרײַבט װ י נ צ י ק ע ר שירים און לאַכט פֿ י ל, און דער „זײדע“ זיצט נאָך אין װילנאָ… וכו' בכל הברכות שלך א. ל. לעװינסקי.“פֿון די אַרױסגעבער: מיר גיבן דאָ פֿאַר די לעזער די איבערזעצונג פֿון דעם בריװ אַף ייִדיש: ערשטנס און פֿריִער פֿון אַלץ ― אַ גמר חתימה טובֿה… נאָר איך װיל, אַז צו דעם „גמר חתימה טובֿה“ זאָל מען דיר צולײגן נאָר עפּעס אַ קלײניקײט: דו זאָלסט אױסנעמען דאָס גרױסע געװינס פֿון צװײ הונדערט טױזנט. איך מײן, אַז באַ דעם אײבערשטן, װי, להבֿדיל, באַ בראָדסקין, איז דאָס פֿון די קלײנע זאַכן; באַ אַזאַ ייִדן אָבער װי דו װעט דאָס זײַן אַ ענין. װי מײנסטו? און װײַטער ― אױב מיר װעט זיך אײַנגעבן צו זײַן דעם קומענדן מאָנאַט אין אױסלאַנד, װעל איך זיך סטאַרען צו זען מיט דיר, אױב דו װעסט נאָך דעמאָלט זײַן אין לוגאַנאָ. און מיר, מײַן טײַערער, האָבן דערװאַרט פֿון דיר „עפּעס“ פֿאַרן ראָש־השנה־נומער, אָדער, לכל הפּחות, אַף סוכּות, און דו, גזלן, האָסט געשוױגן. דו פֿאַרגינסט נישט אונדזער אַדעס. און װאָס װעט זײַן מיט אונדזער „גוטמאָרגען“* װײס איך נישט. אפֿשר װעט ער אַװעקשטאַרבן פֿאַר דער צײַט פֿון געלט־מאַנגל, אָדער פֿון בלוט־מאַנגל… און דו דערװײַטערסט זיך פֿון אים. אַז דער בית־המקדש װעט אױפֿגעבױט װערן, װעסטו דאַרפֿן ברענגען אַ פֿעטן „קרבן־חטאת“! און דער עיקר, װאָס איך װיל דיר אַצינד שרײַבן, איז װעגן דײַנע „שפּריכװערטער“. ** װי דו ――――

* אַ טעגלעכע צײַטונג אין אָדעס, פֿון װעלכער דער פֿאַרשטאָרבענער לעװינסקי איז געװען דער רעדאַקטאָר־אַרױסגעבער.

** א .לעװינסקי האָט זיך אַ געװיסע צײַט אָפּגעגעבן מיטן צונױפֿזאַמלען אַלע שפּריכװערטער און גלײַכװערטלעך פֿון שלום־עליכמס װערק ― סײַ די אָריגינעלע, שלום־זעסט, האָב איך צונױפֿגעזאַמלט אײנס צו אײנס אַלע דײַנע גלײַכװערטלעך און גלאַט װערטלעך און איך האָב בדעה זײ לאָזן דרוקן אין אַ זײער שײנעם ביכל, מיט אַ הקדמה פֿון מיר אָדער פֿון אײנעם פֿון אונדזערע לײַט, אַ קורצע הקדמה, נאָר אַן אױספֿירלעכע, און פֿאַרקױפֿן עס פֿאַר זײער אַ נידעריקן פּרײַז. און דו, מײַן טײַערער, באַשטים דײַן לױן, װיפֿל דו װעסט געפֿינען פֿאַר נײטיק, װײַל איך װיל דאָס אַװעקקױפֿן, אױב נישט אַף אײביק, איז אַף צװאַנציק יאָר(!?), אָדער אַף אַביסל װײניקער פֿון דעם… אָט דאָס איז, מײַן טײַערער פֿרײַנט, װאָס איך האָב געפֿונען פֿאַר נײטיק דיר צו שרײַבן אַצינד. דעם העפֿט גופֿא שיק איך דיר מאָרגן. און נײַס, מײַן טײַערער, איז באַ אונדז גאָר װײניק…

שפּעטער מיט אַ טאָג צװײ־דרײַ האָב איך דערהאַלטן פֿון אים דאָס העפֿטל. אין דעם זעלבן טאָג האָב איך געלײענט אין די צײַטונגען, אַז לעװינסקי איז געפֿערלעך קראַנק. אַף מײַן אָנפֿרעג־דעפּעשע: װאָס מאַכט לעװינסקי? האָב איך באַקומען פֿון מײַנע פֿרײַנט פֿון אַדעס אַ קורצע תּשובֿה:

דאָראָגאָי לעװינסקי סקאָנטשאַלסיאַ.

סך הכּל דרײַ װערטער, נאָר די דרײַ װערטער האָבן צוגענומען דרײַ יאָר פֿון מײַנע נישט פֿילע יאָרן, װאָס מיר איז נאָך געבליבן זיך נאַריש צו מאַכן אַף דער דאָזיקער נאַרישער װעלט…

באַם סוף פֿון מײַנע פֿאַרבײַלױפֿנדיקע רשימות גלוסט זיך מיר פֿאָרשטעלן אין זכּרון לעװינסקיס פּאָרטרעט מיט קורצע שטריכן, װײַל איך שרײַב דאָס זײער בחפּזונדיק און נאָך ליגנדיק דערצו: אַ גרױסער ייִד, אַ ברײטער, מיט ברײטע פּלײצעס, מיט אַ ברײט שמײכל אַפֿן ברײטן פּנים און מיט ברײטע הענט, װאָס װאָלטן װעלן אַרומנעמען דאָס גאַנצע בינטל ייִדישע שרײַבערס מיטן גאַנצן ייִדישן פֿאָלק און אַריבערכאַפּן זיך אַף אַ װײַלע קײן ארץ־ישׂראל ― אינעם ייִדישן לאַנד ― און דאָרטן געבן אַ לעב־אונטער, אָבער טאַקע װאָס לעבן הײסט, דהײַנו: אַ גלעזל כּרמל־װײַן, אַ גרױסן העברעיִשן זשורנאַל, אַ גרױסע ייִדישע אַקאַדעמיע, ―――― עליכמדיקע, סײַ די פֿאָלקס־װערטלעך, װאָס שלום־עליכם האָט באַאַרבעט אַף זײַן שטײגער ― און האָט דאָס געלאָזט אַרױסגעבן אין אַ באַזונדער ביכל ― דאָס מאַנוסקריפּט מיט די װערטלעך געפֿינט זיך באַ שלום־עליכמס פֿאַמיליע צװישן שלום־עליכמס נאָכגעבלי־בענע שריפֿטן. אַ שפּאַציר מיט ייִדישע טעכטער אַפֿן הר־הכּרמל, און אַ פֿאָר אַף די אײגענע ייִדישע באַנען, אומעטום מיט אײגענע ייִדישע בופֿעטן, מיט ייִדישע קיאָסקן, װוּ עס פֿאַרקױפֿט זיך כּל ספֿרי מענדעלע מוכר־ספֿרים מיט כּל שירי ביאַליק ― חי געלעבט, אָדנים סלאָװאָם!…

„אָדנים סלאָװאָם“ ― דאָס איז געװען לעװינסקיס פֿלוגװאָרט, מיט װעלכן ער פֿלעגט אױסלאָזן יעדן שמועס און מיט װעלכן עס גלוסט זיך מיר פֿאַרענדיקן אױך די דאָזיקע שורות.

נערװי (איטאַליע), ו' מרחשון, התּרע"א.

געשריבן אין יאָר 1910

מ. מ. װאַרשאַװסקי און זײַנע לידער א. אַ פּאָר װערטער צו װאַרשאַװסקיס לידער

װוּנדערבאַר איז די געשיכטע פֿון אונדזער פֿאָלק ישׂראל. װוּנדערלעך איז אונדזער ייִדישע ליטעראַטור. נאָר נאָך מער װוּנדערלעך איז די ביאָגראַפֿיע פֿון אונדזערע שרײַבער, פּאָעטן און משוררים. אײגנטלעך, איז באַ אונדז, ייִדן, נישטאָ קײן שרײַבער, װי באַ לײַטן, דאָס הײסט, נישטאָ באַ אונדז אַזעלכע, װאָס זאָלן זיך אָפּגעבן נאָר מיט שרײַבערײַ אַלײן; מע קאָן זאָגן, אַז באַ אונדז איז כּמעט נישטאָ קײן אײנציקער שרײַבער, װאָס זאָל לעבן פֿון דער פּען. באַ אונדז שרײַבט יעדער װער עס װיל, ניט דער װאָס קען, װאָרעם דער װאָס קען ― יענער קאָן נישט שרײַבן, מחמת ער איז פֿאַרטראָגן גאָר אין עפּעס אַנדערש, אין דאגות־פּרנסה, ער זוכט אַ שטיקל ברױט… דעריבער װאַלגערן זיך באַ אונדז אָפֿטמאָל טאַלאַנטן, װאָס גײען לאיבוד, װערן פֿאַרפֿאַלן. מע באַדאַרף נישט מײנען פֿונדעסטװעגן, אַז באַ אונדז שרײַבט מען חלילה װינציקער, װי באַ אַלע אַנדערע פֿעלקער; אַדרבה, צװישן ייִדן געפֿינט איר אַ סך, אַ סך אַזעלכע, װאָס שרײַבן און שרײַבן און הערן ניט אױף צו שרײַבן, פֿאַרגיסן טײַכן טינט, פֿירן־איבער פּאַפּיר און פּענעס אומברחמנות, און דרוקן ביכער און ביכלעך אין די טױזנטער. נאָר נישט פֿון דעם מין שרײַבער װיל איך רײדן אַצינד. איך רײד פֿון די אמתע טאַלאַנטן, װאָס ליגן אין דער פֿאַרבאָרגעניש, װאָס יאָגן ניט אַרױסבאַװײַזן זיך אַף דער ייִדישער װעלט און װאָס מע באַדאַרף זײ זוכן און געפֿינען.