געשיכטע נומער צװאַנציק: דריטער קלאַס
דאָס איז, אײגנטלעך, שױן נישט קײן געשיכטע, נאָר גלאַט אַ שמועס, אַ פּאָר װערטער פֿאַרן געזעגענען זיך און אַן עצה פֿון אַ גוטן פֿרײַנד.
האַלטנדיק בײַם צעשײדן זיך מיט אײַך, פֿרײַנד־לעזער, װילט זיך מיר צום סוף, אױס דאַנקבאַרקײט, װאָס איר האָט אױסגעהערט פֿון מיר אַזױ פֿיל געשיכטעס, אײַך מיט עפּעס־װאָס נוצלעך זײַן, זאָגן אײַך עטלעכע װאַרעמע װערטער פֿון אַ פּראַקטישן מענטשן, פֿון אַ קאָמיװאָיאַזשאָר. הערט מיך אױס און פֿאַרשרײַבט מײַנע װערטער.
אַז איר פֿאָרט אין באַן, געװײנטלעך אַ לענגערע שטרעקע, און איר װילט װיסן, אַז איר פֿאָרט, דאָס הײסט, איר װילט הנאה האָבן פֿון אײַער נסיעה, זאָלט איר אײַך נישט דערװעגן פֿאָרן נישט ערשטע, נישט צװײטע קלאַס.
מילא, פֿון ערשטן קלאַס איז אָפּגערעדט. זאָל אײַך גאָט היטן! דאָס הײסט, איך מײן נישט דאָס פֿאָרן. דאָס פֿאָרן אַלײן איז אין ערשטן קלאַס אַפֿילו גאַנץ נישקשהדיק. װײך און געראַם און רײַך ― מיט אַלע באַקװעמלעכקײטן. איך רײד נישט פֿונעם פֿאָרן. איך רײד פֿון די מענטשן, פֿון די פּאַסאַזשירן. װאָס פֿאַר אַ טעם, פֿרעג איך אײַך, האָט דאָס פֿאַר אַ ייִדן פֿאָרן אײנער אַלײן און נישט רײדן אַ װאָרט? איר קאָנט דאָך אַזױ חלילה פֿאַרגעסן רײדן! און אַפֿילו אַז איר טרעפֿט שױן דאָרט אַמאָל אַ פּאַסאַזשיר אײנמאָל אין אַ יובֿל, איז דאָס אָדער אַ גראָבער פּריץ מיט געשװאָלענע באַקן, װי בײַ אַ טרובאַטש, װאָס שפּילט אױף אַ טראָמבאָן, אָדער אַ שטומער אױסלענדער מיט קעסטלדיקע הױזן, װאָס איז צוגעזאָטן געװאָרן צום פֿענצטער, נישט אָפּצורײַסן אים, עס מעג ברענען דער גאַנצער װאַגאָן. מיט אַזעלכע פּאַרשױנען אַז איר פֿאָרט, קומען אײַך אַלערלײ טרױעריקע געדאַנקען און נישט װילנדיק דערמאָנט איר אײַך אינעם טױט… צו װאָס טױג עס אײַך?
אין צװײטן קלאַס, מײנט איר, איז בעסער? איר זיצט אין אײן װאַגאָן מיט אַלערלײ פּאַרשױנען, די זעלבע מענטשן, דאַכט זיך, װאָס איר, מיטן זעלבן יצר־הרע. זײ װילן נעבעך רײדן אַ װאָרט, גײען אױס װיסן, װוּהין איר פֿאָרט, און פֿון װאַנען איר זײַט, און װאָס איר זײַט. נאָר מע זיצט, װי די טאָקן, און מע קוקט אײנס אױפֿן אַנדערן. מע האָט אָנגענומען אַ פֿול מױל מיט װאַסער ― און שאַ!
פּונקט אַקעגן אײַך זיצט אײנער אַ פֿראַנט מיט אַ לאַנגן נאָגל און מיט שײנע װאָנצעס, װאָס איר װאָלט געמעגט שװערן, אַז ער איז אײַך קענטלעך, איר האָט אים ערגעץ געזען, נאָר איר װײסט נישט װוּ; עס דאַכט זיך אײַך, אַז ער באַדאַרף זײַן מזרע־היהודים, דאָס הײסט, פֿון אונדזעריקע… נאָר גײ מאַך, אַז יענער דברט נישט! ער האָט פֿאַרדרײט די װאָנצעס אַרױף, קוקט אין פֿענצטער און פֿײַפֿט!
אױב איר װילט אַזאַ פּאַרשױן דערגײן די יאָרן, באַגראָבן, ער זאָל קײן תּחית־המתים נישט אױפֿשטײן, זאָלט איר זיך װענדן צו אים אױף װאָס פֿאַר אַ שפּראַך איר װילט, בשעת אַקעגן זיצן קריסטן, און װער שמועסט נאָך ― דאַמען. נאָר בעסער איר זאָלט אים אַ פֿרעג טאָן אױף רוסיש:
― יעסלי יאַ ניע אָשיבאַיוס, יאַ אימיעל אודאָװאָלסטװיע װסטריעטיטסאַ ס'װאַמי װ'בערדיטשעװיעесли я не ошибаюсь, я имел удовольствие встретится с вами в бердичевые?… אױף אונדזער לשון װעט עס הײסן אַזױ גוט װי: „אױב איך בין מיך נישט טועה, האָב איך געהאַט דאָס פֿאַרגעניגן זיך צו טרעפֿן מיט אײַך אין בערדיטשעװ?“… ― דאָס איז ערגער טױזנט מאָל װי אין טאַטן אַרײַן געשאָלטן!
אָדער, אױב איר טרעפֿט זיך אױף מיט אַזאַ פּאַרשױן ערגעץ אין פּאָדאָליע אָדער אין װאָלין, קאָנט איר אָנהײבן צו רײדן מיט אים אױף פּױליש:
― פּשעפּראַשאַם פּאַנאַ! יעזשעלי סיען ניע מילען זנאַלעם אָיטצאַ פּאַנאַ ז'יאַרמעלינצאו, קטורי ביל װ'לאַסקאַך או יאַסנאָװעלמאָזשענעגאָ פּאָטאָצקעגאָPrzepraszam pana! Jeśli się nie mylę znałem ojca pana z Jarmolińc, który był w łaskach u Jaśnie Wielmożnego Potockiego?… אױף ייִדיש גערעדט, װעט דאָס הײסן: „איך בעט איבער אײַער כּבֿוד, אױב איך האָב קײן טעות, בין איך געװען באַקענט מיט אײַער פֿאָטער פֿון יאַרמעלינעץ; ער איז געװען אַ חשובֿ בײַם גראַף פּאָטאָצקיJan Potocki 1761-1815“… קײן גרױסע באַלײדיקונג איז דאָ טאַקע נישט פֿאַראַן, נאָר יאַרמעלינעץ און אַ חשובֿ בײַם גראַף פּאָטאָצקי שמעקט מיט „ייִד“… נאָר שאַ! אָט װעל איך אײַך בעסער דערצײלן אַ געשיכטע, װאָס איך אַלײן בין געװען דערבײַ.
דאָס איז געװען אין קוריערצוג. נישטאָ קײן דריטע קלאַס, בין איך, באין־ברירה, געפֿאָרן צװײטע קלאַס. אַקעגן מיר האָב איך געהאַט אַ פּאַרשױן, ספֿק ייִד, ספֿק קריסט. נאָר דאַכט זיך, מער ייִד אײדער קריסט… און אפֿשר? װער קאָן עס װיסן? אַ שײנער יונג, אַ געגאָלטער, אָנגעטאָן װי אַ ספּאָרטסמען, מיט אַ שװאַרצן פּאַס אױף די װײַסע הױזן, און אַ קאַװאַליער. פֿאַר װאָס זאָג איך: אַ קאַװאַליער? ― װײַל ער האָט די גאַנצע צײַט זיך געדרײט אַרום אַ שײנער „באַרישניע“, אַ פֿרײַלין מיט אַ הױכן שיניאָן און מיט אַ פּענסנע אױף אַ קלײן אױסגעטאָקט נעזל. באַקענט האָט מען זיך טאַקע דאָ אין װאַגאָן און גיך געװאָרן באַפֿרײַנדט. זי האָט אים מכבד געװען מיט שאָקאָלאַד, און ער האָט זי אַמוזירט, פֿריִער מיט אַרמענישע און דערנאָך מיט ייִדישע אַנעקדאָטן, און בײדע האָבן געקײַכט פֿאַר געלעכטער, און דערהױפּט האָט מען געלאַכט פֿון די ייִדישע אַנעקדאָטן, װאָס דער פּאַרשױן האָט דערצײלט מיט אַזאַ געשמאַק, װי עס װערט דערצײלט צװישן קריסטן, גאָר נישט געקוקט דערױף, װאָס טאָמער בין איך אַ ייִד און געפֿין מיך באַלײדיקט… קורץ, דער ראָמאַן איז בײַ זײ געגאַנגען, װי אױף פּוטער. ער איז שױן אױסגעװאַקסן נעבן איר (פֿריִער איז ער געזעסן אַקעגן איר) און פֿאַרקוקט איר אין די אױגן אַרײַן, און זי האָט זיך געשפּילט מיטן קײטל פֿון זײַן זײגערל, װאָס איז געװען אַרײַנגעשטעקט אינעם שװאַרצן פּאַס אױף די װײַסע הױזן. פּלוצעם ― פֿון װאַנען האָט זיך גענומען אױף אַ סטאַנציע ― איך האָב שױן פֿאַרגעסן דעם נאָמען ― קומט אַרײַן אַ הינקענדיקער ייִד, אַ געלער, אַ פֿאַרשװיצטער, מיט אַ װײַסן פּאַראַסאָל, שטרעקט אױס די האַנט צו מײַן ספּאָרטסמען מיטן שװאַרצן פּאַס אױף די װײַסע הױזן, און רופֿט זיך אָן צו אים אױף אונדזער ייִדיש לשון:
― נאַט אײַך אָפּ שלום. איך האָב אײַך דערקענט דורכן פֿענצטער. איך קאָן אײַך אָפּגעבן אַ גרוס פֿון אײַער פֿעטער זלמן פֿון מאַנעסטרישטש…
פֿאַרשטײט זיך, אַז אױף דער זעלבער סטאַנציע איז מײַן ספּאָרטסמען נעלם געװאָרן, און די „באַרישניע“ איז געבליבן אַלײן. דערמיט ענדיקט זיך אָבער נאָך נישט די געשיכטע. מײַן „באַרישניע“ ― שױן געװיס אַ קריסטן, װאָרעם אַז נישט, װאָס האָט דער ספּאָרטסמען באַדאַרפֿט אַנטלױפֿן? ― האָט אין עטלעכע סטאַנציעס אַרום גענומען פּאַקן זיך, נישט אױסגערעדט צו מיר אַ װאָרט, אַפֿילו נישט אַ קוק געגעבן אין מײַן װינקל אַרײַן, גלײַך װי איך בין גאָר אױף דער װעלט נישטאָ. אױף דער סטאַנציע, װוּ זי איז אַראָפּ, האָבן זי אָפּגעװאַרט אַ שײנער ייִד אַ פּאַטריאַרך מיט אַ באָרד, װאָס זעט אױס װי אַ מין אַבֿרהם אָבֿינו, און אַ ייִדענע אַ פּאַרשױן מיט אַ פּאַריק און מיט גרױסע דימענטן אין די אױערן. „ריװעניו! טעכטערל!“ ― האָבן אױסגערופֿן דאָס אַלטע פּאָרפֿאָלק און געפֿאַלן דער טאָכטער אױפֿן האַלדז מיט טרערן אין די אױגן.
קײן פּירוש צו דער געשיכטע באַדאַרף איך אײַך נישט מאַכן. איך האָב אײַך נאָר געװאָלט באַקענען מיט די פּאַרשױנען, װאָס מע באַגעגנט אין צװײטן קלאַס, און באַװײַזן, אַז איר דאַרפֿט נישט פֿאָרן צװײטע קלאַס, װאָרעם אין צװײטן קלאַס זײַט איר אַ פֿרעמדער, צװישן אײגענע אַ פֿרעמדער.
אָבער אַז איר פֿאָרט דריטע קלאַס, זײַט איר בײַ זיך אין דער הײם. און װער שמועסט, אַז אין װאַגאָן זײַנען נישטאָ קײן אַנדערע, נאָר אַחינו בני־ישׂראל ― זײַט איר שױן צו פֿיל אין דער הײם. אמת, דריטע קלאַס איז נישט אַזױ באַקװעם, אַ פּלאַץ דאַרפֿט איר פֿאַרכאַפּן מיט גװאַלד; עס איז אַ געװימל, אַ געטומל, אַ האַרמידער מיט אַ הו־האַ; איר װײסט נישט, װוּ זײַט איר און װוּ זײַנען אײַערע שכנים?… דערפֿאַר אָבער װערט איר גיך באַקענט אײנס מיטן אַנדערן. אַלע װײסן, װער איר זײַט, װוּהין איר פֿאָרט און װאָס איז אײַער טועכץ; און איר װײסט אַלעמען ― װער זײ זײַנען, װוּהין זײ פֿאָרן און װאָס איז זײער טועכץ. בײַנאַכט פֿאַרשפּאָרט איר שלאָפֿן, װאָרעם איר האָט מיט װעמען צו רײדן; און אַז איר רעדט נישט, רײדן זײ און לאָזן אײַך נישט שלאָפֿן. און װאָס איז דאָס טאַקע פֿאַר אַ שלאָפֿן פּלוצעם גאָר אין װאַגאָן? דאַכט זיך, גלײַכער, אַז מע קאָן רײדן מיט אַ מענטשן, װאָרעם אַז מע רעדט, דעררעדט מען זיך. איך זאָל האָבן די גליקלעכע יאָר, װיפֿל מאָל עס מאַכט זיך, אַז פֿון אַזאַ רײדן אין װאַגאָן מיט װילד־פֿרעמדע מענטשן װערט געשלאָסן אַ געשעפֿט, פּיקט זיך אױס אַ שידוך. אָדער מע װערט גלאַט געװאָר אַ זאַך, װאָס קומט צו נוץ.
למשל, רײדן פֿון דאָקטױרים, מאָגן־קאַטאַר, „לימאַן“, צײנװײטיק, נערװן, קאַרלסבאַד וכדומה ― איז שױן, דאַכט זיך, גאָר פּוסטע רײד, אַיאָ? פֿונדעסטװעגן האָט זיך מיט מיר אַלײן געטראָפֿן אַ געשיכטע. איך בין אַמאָל געפֿאָרן מיט אַ קאָמפּאַניע ייִדן. מע האָט גערעדט פֿון דאָקטױרים און פֿון רעצעפּטן. איך האָב דעמאָלט שטאַרק געליטן, נישט פֿאַר אײַך געדאַכט, אױפֿן מאָגן. האָט מיר אײנער, אַ קאַמעניצער ייִד, געגעבן זײַנע אַ רפֿואה, אַ פּראָשיק אַזעלכן. דעם דאָזיקן פּראָשיק, זאָגט דער קאַמעניצער, האָט ער דװקא נישט פֿון אַ דאָקטער־מעדיצין, נאָר פֿון אַ צײן־דאָקטער, אַ דאַנטיסט, אָבער אַן אױסגעצײכנטער פּראָשיק, זאָגט ער, אַ געלער פּראָשיק. דאָס הײסט, דער פּראָשיק אַלײן, זאָגט ער, איז אַ װײַסער, װי אַלע פּראָשקעס, נאָר אין אַ געל פּאַפּירל. און געשװאָרן האָט מיר דער קאַמעניצער ייִד בײַ זײַן געזונט און בײַ זײַן װײַב און קינדער, אַז נאָר דעם געלן פּראָשיק האָט ער צו פֿאַרדאַנקען. װען נישט דער געלער פּראָשיק, זאָגט ער, װאָלט ער איצט געװען שױן ― ע־הע־הע! קײן סך פּראָשקעס, זאָגט ער, דאַרף איך נישט, צװײ־דרײַ פּראָשקעס, זאָגט ער, ― און איר װערט גענעזן. אױס מאָגן, זאָגט ער, אױס דאָקטױרים, אױס געלטפֿרעסערס, אױס בלוטצאַפּערס. אַ רוח, זאָגט ער, אין זײער טאַטנס טאַטן אַרײַן! אױב איר װילט, זאָגט ער, קאָן איך אײַך געבן אַ צװײ־דרײַ פּראָשקעס פֿונעם געלן פּראָשיק. איר װעט מיר, זאָגט ער, זאָגן אַ דאַנק…
כּך־הװה. איך בין געקומען אַהײם און האָב אײַנגענומען אײן פּראָשיק, דעם אַנדערן, דעם דריטן, איז מיר געװאָרן, נישט באַלד, נאָר שפּעטער, אַרום האַלבע נאַכט, נישט פֿאַר אײַך געדאַכט, אַזױ, אַז איך האָב געפֿאָכט מיט דער נשמה. איך האָב געמײנט, ס'איז אַן עק פֿון מײַן לעבן! מע האָט מיר געבראַכט אַ דאָקטער, צװײ דאָקטױרים, קױם אָפּגעראַטעװעט מיך פֿון טױט… פֿון דעמאָלט אָן װײס איך שױן אַ פּראַקטיקע, אַז אַ קאַמעניצער ייִד גיט אײַך זײַנע אַ רפֿואה, אַ געלן פּראָשיק ― זאָל אַ רוח אין זײַן טאַטן אַרײַן! אַלצדינג אױף דער װעלט קאָסט רבי־געלט!
אַז איר פֿאָרט דריטע קלאַס און עס קומט אין דער פֿרי און איר האָט נישט מיט זיך קײן טלית־ותּפֿילין, זאָלט איר קײן יסורים נישט האָבן ― אױב איר װילט נאָר, װעט מען אײַך שױן באַזאָרגן מיט אַ טלית און מיט תּפֿילין און מיט אַלצדינג. דערפֿאַר אָבער, אַז איר האָט זיך אָפּגעפֿאַרטיקט, עפֿנט אױף, זײַט מוחל, אײַער טשעמאָדאַנטשיקל און הײבט אָן אױסלײגן װאָס איר האָט: בראָנפֿן איז בראָנפֿן, קיכלעך איז קיכלעך, אײער איז אײער, פּולקע איז פּולקע, פֿישל איז פֿישל. טאָמער געפֿינט זיך בײַ אײַך אַן עפּל, אַ מאַראַנץ, אַ שטיקל שטרודל ― נעמט אַרױס, לײגט אַנידער, שעמט זיך נישט! אַלע װעלן מיט אײַך פֿאַרבײַסן, קײנער װעט זיך נישט אָפּזאָגן! אונטערװעגנס און בקאָמפּאַניע, פֿאַרשטײט איר מיך, עסט זיך גאָר מיט אַן אַנדערן אַפּעטיט… װער שמועסט, אַז איר פֿירט מיט זיך אַ גלעזל משקה, האָט איר בעלנים אַ סך און מבֿינים אױף אַ גלעזל װײַן אָן אַ שיעור. איטלעכער װעט אײַך אָנרופֿן דעם װײַן מיט אַן אַנדער נאָמען און שאַצן אַן אַנדער מקח: בײַ אײנעם װעט ער הײסן אַ „בעסאַראַבער מושקאַט“. דער אַנדערער װעט אים אַ נאָמען געבן „אױסלענדישער אַקערמאַן“. װעט אױפֿשטײן אַ דריטער און װעט זאָגן מיט כּעס: „װאָסער מושקאַט“? װאָסער אַקערמאַן? ס'איז גאָר אַ „קאָװעשאַנער באָרדאָ!“ װעט אױפֿשטײן נאָך אײנער, פֿון אַ װינקל גאָר, מיט אַ שמײכל פֿון אַן אמתן מבֿין, אַװעקנעמען בײַ אײַך דאָס גלאָז, װי אײנער רעדט: „בהמות שפּאַרן זיך ― אױף אַ גלעזל װײַן לאָזט מיך!“… און נאָכדעם װי ער װעט האָבן אָפּגעזופּט אַ פּאָר מאָל, װעט ער אַ זאָג טאָן, און די בעקלעך װעלן אים בעת־מעשׂה זײַן פֿאַרפֿלאַמט, װי בײַ אַ בעל־שׂימחה:
― װײסט איר, ייִדן, װאָס דאָס איז? נײן, איר װײסט נישט װאָס דאָס איז. דאָס איז נעבעך אַ פּראָסטער, אַן ערלעכער, בעל־הבתּישער, אַ כּשרער, אַ רײנער װימאָראָזיק פֿון באַרדיטשעװ!…
און אַלע געפֿינען, אַז ער האָט רעכט, אַז ס'איז אַן אמתער אַ באַרדיטשעװער װימאָראָזיק. און אַז מען נעמט צו ביסלעך „װימאָראָזיק“, װערט בײַ אַלעמען די צונג אױפֿגעבונדן. דעמאָלט הײבט איטלעכער אָן דערצײלן אַלצדינג, װאָס עס טוט זיך בײַ אים, און אױסטאַפּן אַלצדינג, װאָס בײַ יענעם טוט זיך. אַלע רײדן, אַלע אינאײנעם, כּל ישׂראל חבֿרים. און מע װערט געװאָר אײנס בײַ דעם אַנדערן כּל־הצרות, מיט אַלע רדיפֿות, מיט אַלע גזירות, װאָס עס טוט זיך אָפּ אױף דער װעלט ― ס'אַ מחיה!
אַז איר פֿאָרט דריטע קלאַס ערגעץ אין אַ שטאָט אַרײַן און װײסט נישט, װוּהין איר זאָלט פֿאַרפֿאָרן, באַדאַרפֿט איר נאָר אַ פֿרעג צו טאָן בײַם עולם, צי װײס נישט עמעצער עפּעס אַן אָנשטענדיקע סטאַנציע? און װיפֿל ייִדן עס פֿאָרן מיט אײַך אין װאַגאָן, אַזױ פֿיל סטאַנציעס און האָטעלן האָט איר. אײנער גיט אײַך אַן אַדרעס: „האָטעל פֿראַנקפֿורט“, און לױבט דאָס אײַך אָפּ אין טאָג אַרײַן: „האָטעל פֿראַנקפֿורט, זאָגט ער, איז ליכטיק און ציכטיק און װאַרעם און ביליק ― בזיל־הזול“. געפֿינט זיך באַלד אַ צװײטער און זאָגט אײַך: „האָטעל פֿראַנקפֿורט? זאָל אײַך גאָט היטן! ― ס'איז דאָרט פֿינצטער און שמוציק און קאַלט און טײַער — מיט גאָלד גלײַך! אױב איר װילט, זאָגט ער, האָבן הנאה, זאָלט איר זיך אָפּשטעלן אין האָטעל נעװיאָרק!“ כאַפּט זיך אַרױס אַ דריטער און זאָגט: „װאָס װעלן זײ טאָן אין האָטעל נעװיאָרק? זײ האָבן זיך פֿאַרבענקט נאָך װאַנצן? הערט נישט, װאָס מע װעט אײַך זאָגן „פֿראַנקפֿורט“, „נעװיאָרק“! פֿאָלגט מיך, גיט אַהער דאָס פּעקל אײַערס, װעלן מיר אינאײנעם פֿאַרפֿאָרן צו מיר אױף מײַן אַכסניא, אין האָטעל „ראָסיִאַ“ ― דאָרט שטײען ייִדן!“…
אַװדאי באַדאַרפֿט איר אײַער טשעמאָדאַנטשיק גוט האָבן אין זינען, מע זאָל עס חלילה, צװישן יאָ און נײן, בײַ אײַך נישט אָפּרײדן… נאָר איך בעט אײַך ― װוּ גנבֿעט מען נישט הײַנטיקע צײַטן אין אונדזער געבענטשטער מדינה? באַגנבֿעט װערן איז, אױב איר װילט װיסן, מער נישט אַז אַ באַשערטע זאַך. אַז עס װעט אײַך זײַן באַשערט, װעט מען אײַך באַגנבֿענען אין מיטן העלן טאָג, װי איר שטײט און גײט, עס װעט אײַך נישט העלפֿן קײן פּאָליציע, קײן זשאַנדאַרן, קײן שמע־ישׂראל. איר װעט בענטשן גומל, אַז איר װעט אַרױס מיטן לעבן…
קורץ, פֿאָרן זאָלט איר דריטע קלאַס. דאָס האָט איר אַ צװאה פֿון אַ גוטן פֿרײַנד און פֿון אַ פּראַקטישן מענטשן ― אַ קאָמיװאָיאַזשאָר.