אײַזנבאַן־געשיכטעס: 15: אַ נישׂרף

שלום עליכם (אַלע װערק)

אַ נשׂרף

― אונדזערע ייִדן ― הער איך דרשענען אַ ייִדן הינטער מײַנע פּלײצעס און פּאַסאַזשירן הערן אים צו ― אונדזערע ייִדן, הערט איר, ס'איז דאָך נישט שײך צו זאָגן, גאָט זאָל נישט שטראָפֿן פֿאַר די רײד, ס'איז אַן עמא פּזיזא ― װאָס איז די טײַטש? ― מיט אַ ייִדן איז נאָר גוט קוגל עסן, דאַװנען פֿון אײן סידור, און ליגן אַף אײן בית־הקבֿרות, און אַ רוח אין זײ אין טאַטן, און גאָרנישט!…

איר פֿרעגט, װאָס בין איך אַזױ אָנגעדרודלט און װאָס ליאַפּע איך אַזױ אַף ייִדן? איר זאָלט האָבן אַף זיך מײַן פּעקל און ייִדן זאָלן אײַך אַזױ טאָן, װי מע טוט מיר, װאָלט איר אָנגעכאַפּט מענטשן אין די גאַסן, אָדער איר װאָלט געשלאָגן מיט אַ שטעקן! נאָר גאָרנישט, איך בין אַזאַ ייִד, װאָס קאַטאָרע איך האָב פֿײַנט קריגן זיך מיט אַ װעלט. איך גײ תּמיד מיט דעם גאַנג: לאָז מײַנס איבערגײן, אָדער װי שטײט דאָרט: עולם כּמנהגו ― װאָס איז די טײַטש? ― לאָז זיך מיט זײ גאָט רעכענען, און אַ רוח אין זײ אין טאַטן, און גאָרנישט!…

הערט אַ מעשׂה: איך בין אַלײן, נישט פֿאַר אײַך געדאַכט, אַ באָהס־לעװער, פֿון אַ קלײן שטעטל, פֿון באָהסלעװ, אַ קלײנס, נאָר אַ װױלס, פֿון די שטעטלעך, װאָס מע זאָגט אַף זײ, אַז מע זאָל זײ געדיכט זײען און שיטער אױפֿגײן; פֿון די שטעטלעך, װאָס אַז מע װיל עמעצן רעכט באַשטראָפֿן, זאָל מען אים נישט פֿאַרשיקן קײן סיביר ― פֿע! ― צו אונדז קײן באָהסלעװ זאָל מען אים פֿאַרשיקן, און מאַכן אים פֿאַר אַ קרעמער, און געבן אים קרעדיט, ער זאָל קאָנען רעכט אָנזעצן, און נאָכדעם זאָל ער האָבן אַף זיך אַ שׂרפֿה, פֿאַרברענט װערן מיט האַק און פּאַק, נישט אַרױסצוראַטעװען אַ פֿאָדעם, און באָהסלעװער ייִדן זאָלן זאָגן, אַז דאָס האָט ער אַלײן געמאַכט „בורא מאורי האש“, בכדי… איר פֿאַרשטײט דאָך שױן מסתּמא, װאָס באָהסלעװער ייִדן קאָנען אױסטראַכטן און קאָנען זאָגן און טאַקע אַװעקשרײַבן אַהינצו, װוּ מע באַדאַרף, און אַ רוח אין זײ אין טאַטן, און גאָרנישט!…

דערפֿון קאָנט איר שױן פֿאַרשטײן, מיט װעמען איר האָט צו טאָן; איר האָט צו טאָן מיט אַן אומגליקלעכן מענטשן, װאָס איז דרײַ מאָל אומגליקלעך, מיט אַ מענטשן, װאָס האָט אַף זיך אַ דרײַענדיק־פּעקל: ערשטנס, בין איך אַ י יִ ד, צװײטנס, בין איך אַ ב אָ ה ס ל ע װ ע ר ייִד, און דריטנס, בין איך אַ באָהסלעװער ייִד אַ נ שׂ ר ף און נאָך װאָס פֿאַר אַ נשׂרף ― פֿון די אמתע „פּרים הנשׂרפֿים“, װאָס אין סידור!! איך בין, הײסט עס, הײַנטיקס יאָר אָפּגעברענט געװאָרן. װי אַזױ, מײנט איר? װי אַ שטרױענער דאַך! איך בין אַרױס ממש בחרבי ובקשתּי ― װאָס איז די טײַטש?― װי די מאַמע האָט מיך געהאַט. און װי סע פֿירט זיך, באַדאַרף איך מסתּמא יענע נאַכט אַקוראַט נישט זײַן אין דער הײם! װוּ בין איך געװען? איך בין געװען נישט װײַט פֿון אונדז, אין טאַראַשטשע בין איך געװען, באַ מײַנער אַ שװעסטער אַף אַ קנס־מאָל בין איך געװען. געװען זײער אַ פֿײַנער קנס־מאָל, מיט אַ סעודה, מיט זײער פֿײַנע געסט, נישט באָהסלעװער פּאַרכעס. איר קאָנט פֿאַרשטײן, אַז מע האָט אױסגעטרונקען אָנדערהאַלבן עמער בראָנפֿן, אַחוץ ביר און אַחוץ װײַן. קורץ, מע האָט פֿאַרבראַכט די צײַט כּדבעי ― װאָס איז די טײַטש? ― װי גאָט האָט געבאָטן. פּלוצעם קומט מיר אָן אַ דעפּעש: „זשענאַ באָליען, דיעטי באָליען, טיאָשטשאַ באָליען, אָטשעם אָפּאַסנע!“ האָב איך דאָך מסתּמא געכאַפּט די פֿיס אַף די פּלײצעס און הלך משה־מרדכי אַהײם! איך קום אַהײם ― אַ חתונה! נישט קײן שטוב, נישט קײן קלײט, נישט קײן סחורה, נישט קײן קישעלע, נישט קײן העמד אַפֿן לײַב. בגפּו יבֿוא בגפּו יצא ― װאָס איז די טײַטש? ― געװען אַן אָרעמאַן און אַרױס אַן אבֿיון… דאָס װײַב נעבעך װײנט, די קינדער ― אַף איר קוקנדיק, נישטאָ װוּ דעם קאָפּ אַנידערצולײגן. אַ שטיקל גליק כאָטש, װאָס ס'איז געװען געסטראַכירט, און גוט געסטראַכירט, און דאָ, פֿאַרשטײט איר מיך, ליגט דער הונט באַגראָבן… נאָר דאָס אַלײן װאָלט נאָך געװען אַ האַלבע צרה. איז אָבער געװען דער גאַנצער אומגליק, װאָס דאָס מאָל איז געװען נישט דאָס ערשטע מאָל; מחמת איך האָב שױן, דאַרפֿט איר װיסן, אַמאָל, נישט הײַנט געדאַכט, געברענט, אױך באַנאַכט איז דאָס געװען, און אױך בשעת איך בין נישט געװען אינדער־הײם. נאָר דעמאָלט איז דאָס, דאַנקען גאָט, אָפּגעלאָפֿן גלאַט: געקומען דער אינספּעקטאָר, איבערגעשריבן די געברענטע שמאַטעס, אָפּגעשאַצט דעם היזק, זיך אױסגעגלײַכט, פֿײַן, שײן, אַ רענדל אַראָפּ, אַ רענדל אַרױף, און אַ רוח אין זײ אין טאַטן, און גאָרנישט!…

איז דאָס געװען אײן מאָל אַ מעשׂה. איצטיקס מאָל אָבער האָט מען מיר צוגעשיקט אַן אינספּעקטאָר, זאָל גאָט שומר ומציל זײַן אַלע ייִדן! אַ רשע מרושע! און אַף מײַן גליק ― אַ נקי־כּפּימניק, ער נעמט נישט!… האָט איר געהערט אַ מעשׂה? ― ער נעמט נישט, און גײ מאַך! זוכט ער און נישטערט און גריבלט און גראָבט, װיל זיך דעביװען, איך זאָל אים קלאָר מאַכן, װיִאַזױ האָט דאָס געברענט, און פֿון װאַנען? און װיפֿל איז פֿאַרברענט געװאָרן? און פֿאַר װאָס איז נישט געבליבן קײן שׂריד ופּליט? קײן סליד אַפֿילו?… „אָ, זאָג איך, מײַן טענה!… איך טענה אױך דאָס אײגענע! גײט, זאָג איך, פֿרעגט באַם רבונו־של־עולם“… „ס'איז נישט גלאַט, זאָגט ער, מײנט נישט, אַז אַזױ גיך נעמט איר באַ אונדז געלט“… געפֿעלט אײַך אַביסל אַ חכם? ער שרעקט די גענדז. פּונקט װי דער סליעדאָװאַטעל אונדזערער װיל מיך כאַפּן באַ דער צונג, דערטאַפּט אַ מלופּום־קינד: „סקאַזשי־נאָ, מאָשקע, זאָגט ער צו מיר, סקאַזשי מניע, ליובעזנעי, אָטטשעװאָ טי קאַזשדי ראַז גאָריש?“ ― דאָס הײסט, איך זאָל אים גײן זאָגן, װאָס איז דער שׂכל, װאָס איך ברען אַלע מאָל? „אָט פּאָזשאַראַ, זאָג איך אים, װאַשע בלאַהאָראָדיע“ ― פֿון אַ שׂרפֿה ברען איך… „פֿאַרװאָס האָסטו, זאָגט ער, עפּעס גראָד געסטראַכירט פֿריִער מיט צװײ װאָכן, אײדער דו האָסט געברענט?“ „װאָס דען, זאָג איך, האָסטו געװאָלט, פּריץ, איך זאָל סטראַכירן מיט צװײ װאָכן ש פּ ע ט ע ר ?“… „פֿאַרװאָס, זאָגט ער, ביסטו גראָד נישטאָ אינדערהײם, בשעת דו ברענסט?“ „נו, און אַז איך זאָל זײַן אינדערהײם, זאָג איך, בשעת מעשׂה, װאָלט דיר שױן געװען גרינגער?“… „פֿאַרװאָס, זאָגט ער, האָט מען דיר געטעלעגראַפֿירט, אַז די קינדער זײַנען שלאַף, און דאָס װײַב איז שלאַף, און די שװיגער איז פֿאַרבײַ?“ „בכדי, זאָג איך, איך זאָל קומען צו פֿאָרן װאָס גיכער“… „פֿאַרװאָס האָט מען דיר נישט געשריבן בעסער דעם אמת?“ „בכדי, זאָג איך, איז זאָל מיך נישט דערשרעקן“… „אױב אַזױ, מאַכט ער צו מיר, פֿאַרשטײ איך שױן, װוּ איך האַלט מיט דיר. זאָלסט װיסן זײַן, זאָגט ער, אַז איך זעץ דיך אײַן“. „פֿאַרװאָס און פֿאַר װען? ― זאָג איך, ― װאָס האָסטו צו מיר? דו נעמסט, זאָג איך, אַ מענטשן, װאָס איז גאָט די נשמה שולדיק, און מאַכסט אים אומגליקלעך! ס'אַ קונץ, זאָג איך, קױלען? װילסט קױלען ― קױלע! דו פֿאַרגעסט, זאָג איך, אַז ס'איז פֿאַראַן אַ זאַקאָן און ס'איז דאָ אַ גאָט אַף דער װעלט“… איז ער געװאָרן אָנגעצונדן: „דו רעדסט נאָך מיט גאָט? דו אַזעלכער און אַזעלכער!“… נאָר װאָס הער איך אים, אַז איך בין רײן, רײן װי גינגאָלד, װי זאָגט ער: אַל תּהי בז לכל בשׂר ― װאָס איז די טײַטש? ― אַז מע עסט נישט קײן קנאָבל, הערט זיך נישט נאָך, און אַ רוח אין זײ אין טאַטן, און גאָרנישט!…

װאָלט געװען גוט; איז דאָך אָבער באָהסלעװ! קאָן עפּעס אַ באָהסלע־װער ייִד לײַדן, אַז יענער זאָל נעמען אומזיסט געלט? האָט מען זיך צעלאָזט מיט פּאַפּירן, מיט מסירות הײסט דאָס. אַ סך האָבן אַװעקגעשריבן דורך דער פּאָסט, און אַ סך האָבן זיך אַלײן מטריח געװען מיט זײער כּבֿוד אין דער „אָבשטשעסטװע“ אַרײַן, מיך געמסרט, אַז דאָס האָב איך אַלײן געמאַכט „בורא מאורי האש“… איר הערט, שקצים קאָנען?… אַז דאָס בין איך אומיסטנע אַװעקגעפֿאָרן יענע נאַכט פֿון דער הײם, בכדי… איר פֿאַרשטײט, הולטאַיעס קאָנען?… און אַז ס'איז באַ מיר קײנמאָל נישט געװען, זאָגן זײ, אַזױ פֿיל סחורה, װיפֿל איך װײַז־אָן, און אַז די חשבונות, מיט די ביכער, װאָס איך האָב צוגעשטעלט זײַנען פֿאַלשע חשבונות, און זײ װעלן דאָס אױפֿװײַזן, זאָגן זײ, מיט אותות ומופֿתים, מיט המנס מסירות, מיט… מיט… מיט אַ רוח אין זײ אין טאַטן, און גאָרנישט!…

נאָר װער הערט זײ, איך בעט אײַך, אַז איך בין פֿאָרט רײן, רײן װי גינגאָלד?… מילא, דאָס װאָס זײ זאָגן, אַז איך אַלײן האָב געמאַכט „בורא מאורי האש“, איז דאָך גלאַט בלאָטע. אַ מינדסט קינד פֿאַרשטײט דאָך, אַז מע װיל שױן אָפּטאָן אַזאַ זאַך, טוט מען דאָס נישט אַלײן. סע געפֿינט זיך שױן אַזעלכער, אַ שליח פֿון די „מלאַכי־השרת“, װאָס ער טוט דאָס אָפּ פֿאַר אַ דרײַערל… װאָס? נישט אַזױ? װי אַזױ איז באַ אײַך?… און דאָס װאָס זײ זאָגן, אַז איך בין אומיסטנע אַװעקגעפֿאָרן פֿון דער הײם, איז אַ שטותערײַ. ס'איז פֿאָרט געװען אַ קנס־מאָל באַ מײַן שװעסטער. איך האָב אײנאונאײנציקע שװעסטער אין טאַראַשטשע, מאַכט זי חתונה די מיטלסטע טאָכטער, זאָל איך נישט פֿאָרן אַפֿן קנס־מאָל? טאַקע אַ יושר? איך פֿרעג אײַך אַלײן: װי װאָלט געװען, אַשטײגער, װען איר האָט אײנאונאײנציקע שװעסטער, און זי טוט אַ שידוך מיט דער מיטלסטער טאָכטער, װאָלט איר געזעסן אינדערהײם און נישט געפֿאָרן צו דער שװעסטער אַפֿן קנס־מאָל? נײן, װאָס שװײַגט איר? צי, אַשטײגער, איך זאָל זײַן אַ נבֿיא און טרעפֿן, אַז גראָד דעמאָלט, װען מײַן שװעסטער אין טאַראַשטשע טוט אַ שידוך מיט דער מיטלסטער טאָכטער, װעט באַ מיר אין באָהסלעװ זײַן אַ שׂרפֿה! אַ גליק כאָטש, װאָס איך האָב געסטראַ־כירט. און געסטראַכירט האָב איך טאַקע איבער די הײַנטיקע שׂרפֿות. קומט דער זומער, איז נישט אױסצוהאַלטן פֿון די שׂרפֿות, װאָס אין די קלײנע שטעטלעך. אײן שׂרפֿה נאָך דער אַנדערער. אָדער אין מיר אַ שׂרפֿה, אָדער אין באַברױסק, אָדער אין רעטשיצע, אָדער אין ביאַליסטאָק ― דער עולם ברענט!… האָב איך מיך מײשבֿ געװען: כּל ישׂראל חבֿרים ― װאָס איז די טײַטש? ― אַלע ייִדן ברענען; נו, איז װוּ בין איך? װאָס באַדאַרף איך, שוטה בן פּיקהאָלץ, שטײן אין ריזיקע מיט אַ קראָם, פֿאַרלאָזן זיך אַף נסים, אַז איך קאָן זי פֿאַרסטראַכירן? נו, און װיבאַלד סטראַכירן, פֿאַרװאָס זאָל איך שױן נישט סטראַכירן װי סע געהער צו זײַן? ממה נפֿשך, אַז עסן חזיר, זאָגט ער, לאָז כאָטש רינען איבערן באָרד. דער רוח װעט די „אָבשטשעסטװע“ נישט נעמען, און איבער מײַנע עטלעכע קערבלעך װעט זי אָרעמער נישט װערן, און אַ רוח אין זײ אין טאַטן, און גאָרנישט!…

בין איך מיר אַװעקגעגאַנגען גאַנץ פֿײַן צו מײַן אַגענט און זאָג אים: „הער נאָר אױס, זײַנװל, אַזױ און אַזױ איז די מעשׂה. דער עולם ברענט, למאַי זאָל איך שטײן אין ריזיקע? איך װיל, דו זאָלסט מיר פֿאַרסטראַכירן מײַן קראָם“. „טאַקע באמת?“ ― מאַכט ער און קוקט אַף מיר מיט אַ מאָדנע שמײכעלע „װאָס שמײכלסטו, זאָג איך, װי אַ פּגר אומגעװאַשן?“ „איך האָב, זאָגט ער, הנאה און סע טוט מיר באַנג“. „װאָס הײסט, זאָג איך, דו האָסט הנאה און סע טוט דיר באַנג?“ „באַנג טוט מיר, װאָס איך האָב אײַך, זאָגט ער, אײנמאָל געסטראַכירט און הנאה האָב איך, װאָס דאָס אַנדערע מאָל װעל איך אײַך שױן נישט סטראַכירן“. „װאָס איז די מעשׂה?“ ― זאָג איך. „אַזױ, זאָגט ער, װײַל איר האָט מיך אײנמאָל אָפּגענאַרט“. „װען האָב איך דיך אָפּגענאַרט?“ „דעמאָלט, װען איר האָט געברענט“. „זאָג כאָטש „נישט הײַנט געדאַכט“, דו גראָבער יונגאַטש!“ „נישט הײַנט געדאַכט, נישט דאָ געדאַכט, נישט פֿאַר קײן ייִדן געדאַכט!“ ― זאָגט ער און לאַכט מיר גלײַך אין פּנים אַרײַן. אַ שײגעץ קאָן!… מאָלט אײַך, איך האָב אָפּגעזוכט אַן אַנדער אָרט אַף צו סטראַכירן. אַ גרױסע דאגה! המבלי אין פּגרים במצרים ― װאָס איז די טײַטש? ― קאַרג אָבשטשעסטװעס פֿאַראַן באַ אונדז? טאַטעניו! אַגענטן, װי די הינט! האָב איך דערטאַפּט אַ יונגנמאַן, װאָס איז נאָר־װאָס אַראָפּ פֿון קעסט און איז געװאָרן אַן אַגענט פֿון אַן „אָבשטשעסטװע“ און זוכט אַרבעט. נו, װי פֿאַרשטײט איר, מסתּמא האָט ער מיך פֿאַרסטראַכירט, און טאַקע אַף עשׂרת אַלפֿים רו"כּ ― פֿאַר װאָס נישט? איך בעט אײַך, סע שטײט מיר נישט אָן צו האָבן נאָך מער װי פֿאַר צען טױזנט שמאַרדאָװענצעס סחורה אין קלײט? „טאָװאַר װאָבאָראָטי“ ― װאָס איז די טײַטש? ― הײַנט איז נישטאָ, מאָרגן איז פֿאַראַן… אַי, זײ זאָגן איצט, די באָהסלעװער ייִדן, הײסט עס, אַז איך האָב קײנמאָל נישט געהאַט אַזױ פֿיל סחורה? װער הערט זײ? לאָזן זײ גײן דערװײַזן, לאָזן זײ זאָגן, לאָזן זײ רײדן, לאָזן זײ בילן, לאָז אַ רוח אין זײ אין טאַטן, און גאָרנישט!…

דאָס גליק איז געװען, װאָס בשעת מעשׂה, בשעת איך האָב געסטראַ־כירט, האָט באַ אונדז אין באָהסלעװ קײנער נישט געװוּסט פֿון דער מעשׂה, איז טאַקע דערפֿאַר אָפּגעלאָפֿן די מעשׂה גלאַט… און ערשט נאָכדעם, אַז עס האָט זיך געמאַכט דאָס אומגליק, איך בין אָפּגעברענט געװאָרן דאָס אַנדערע מאָל, הײסט עס, האָבן אַחינו בני ישׂראל באַלד אַ װאָרף געטאָן זיך צו די אַגענטן: װוּ איז געװען געסטראַכירט? און װען איז געװען געסטראַכירט? און אַף װיפֿל איז געװען געסטראַכירט?… און אַז מע איז געװאָר געװאָרן, אַז אַף צען טױזנט, איז געװאָרן אַ רעש ― הימל עפֿן זיך! סטײַטש, צען טױזנט?! משה־מרדכי װעט נעמען צען טױזנט קאַרבן!… האָב אײַך אַכציק שװאַרצע יאָר! װאָס אַרט אײַך, אַז משה־מרדכי װעט נעמען צען טױזנט? װאָס האָט איר מורא, טאָמער פֿאַרדינט חלילה משה־מרדכי אַ קערבל? און װי װאָלט געװען פֿאַרקערט, װען משה־מרדכי זאָל דאַרפֿן דערלײגן צו דער שׂרפֿה, װאָלט איר אים אומגעקערט?… אַ קלײניקײט באָהסלעװ! איר שפּילט זיך מיט באָהסלעװ? אַ שטאָט פֿון גאָלע ערלעכע לײַט! צדיקים! קאָנען קײן עװלות נישט פֿאַרטראָגן!… דאַכט זיך, איך װײס? מע זעט פֿאַר זיך אַזאַ אומגליק, יענער שפּרינגט־אַרױס קױם מיט די נפֿשות, האָט אַזאַ היזק!… און אַז ער האָט נישט אַזאַ היזק, איז װאָס? מאָלט אײַך, די מכּות מעג זיך זײ זעצן, װיפֿל איך װעל דאָ פֿאַרדינען מער… מײן איך װינציקער װי צען טױזנט! נו, בכן? און אַפֿילו איך זאָל דאָ פֿאַרדינען די גאַנצע צען טױזנט, איז װאָס? װאָס?… װעמען באַדאַרף דאָס װײ טאָן דער קאָפּ?… יענער ברענט ― לאָז ער ברענען! ברענט אױך, װערט פֿאַרברענט!… אַרײַנגײן אין יענעמס פּאָלאָזשעניע, טאָמער איז גאָר אַ מצװה? טאָמער איז גאָר יענער אַ מטופּל מיט קינדער? טאָמער האָט יענער אַ טאָכטער חתונה צו מאַכן, אַ קינד אַ גאָלד, אַ געראָטענע און מיט אַלע מעלות? טאָמער האָט יענער קױם דערלעבט און האָט ניט אַף קײן שדכנות צו באַצאָלן אַפֿילו? טאָמער האָט יענער אַ ייִנגל אַ זעלטענעם קאָפּ, װאָס רײַסט זיך, װיל נעבעך לערנען, און ס'איז נישטאָ מיט װאָס? טאָמער מוטשעט זיך יענער, ציט פֿון זיך די קלײ, צוליב װאָס? צוליב װײַב און קינדער! ― דאָס װיל קײנער נישט באַרעכענען! איטלעכער רעכנט מיך נאָר אָפּ פֿון דער זײַט, אולי ירחם ― װאָס איז די טײַטש? ― טאָמער חלילה פֿאַרדין איך דאָ! און למאַי זאָל איך פֿאַרדינען? און אַ רוח אין זײ אין טאַטן, און גאָרנישט!…

נאָר װאָס דען? איך װעל אײַך זאָגן דעם אמת. מילא, אַז די קרעמער פֿאַרגינען מיר נישט, איז כאָטש נישט אַזױ פֿאַרדראָסיק: אָרעמעלײַט זײַנען מקנא, למאַי איך נעם געלט און זײ נישט; אָבער מיט די נגידים װאָס געהער זיך דאָס אָן? מער פֿון אַלעמען ברענט מיך אַף אונדזער גבֿירס זונדל. אונדזער גבֿיר האָט אַ זונדל, הײסט עס „משה חכם מה הוא אומר“ ― אַ װױל ייִדל, אַ װאַרעמס, אַ קלוגער יונגאַטש און אַ װײך הערצל, האָט פֿײַנט פּראָצענט, אַ װילדער בעל־צדקה און אַ בעל־יושר און גלאַט אַ פֿײַן מענטשל… אַלע מאָל, װען ער דערזעט מיך, שטעלט ער מיך אָפּ: „װאָס הערט זיך עפּעס מיט אײַער פּעקל? איך האָב, זאָגט ער, געהערט, אַז איר האָט נעבעך געהאַט אַ גרױסן היזק!“… און בשעת מעשׂה לײגט ער אַרײַן די הענט אין די קעשענעס, שטעלט־אַרױס דאָס בײַכל, קוקט מיט בהמהשע אױגן און מאַכט אַזאַ פּנים, אַז סע גלוסט זיך אים געבן פּעטש, אױ גלוסט זיך!… נאָר מע מוז שװײַגן. װאָס זאָל מען טאָן? פּשוט, זאָגט ער, נבֿלה ואַל תּצטרך ― װאָס איז די טײַטש? ― אַ קניפּ אין באַק, די פֿאַרב זאָל שטײן… לאָז נאָר גאָט געבן, ס'זאָל שױן אָפּלױפֿן די סליעדסטװע, איך האָב אַף זיך אַ סליעדסטװע האָב איך, אַלע מאָל רופֿט מען מיך צום סליעדאָװאַטעל, אַלע מאָל אַן אַנדער שאלה… כאָטש סע אַרט מיך, װי דער פֿאַראַיאָריקער שנײ, װאָרעם װאָס, משטײנס געזאָגט? װאָס הער איך זײ, אַז איך בין רײן װי גינגאָלד?… דערװײַלע, ביז עפּעס װאָס, האָט מען באַ מיר גענומען אַ חתימה, אַז איך טאָר נישט אָפּפֿאָרן פֿון דער הײם, און איך פֿאָר דװקא אַרום, װי איר זעט מיך, טאָג װי נאַכט, די באָהסלעװער ייִדן אַף־צו־להכעיס! כּל דכפֿין ײתי ױצרך ― װאָס איז די טײַטש? ― װער עס װיל, לאָז ער מיר נאָכפֿאָרן, און לאָזן זײ מיך לאָדן צום ונתנה־תּוקף, און אַ רוח אין זײ אין טאַטן, און גאָרנישט!…

קערט איר אפֿשר מײנען, װיבאַלד איך האָב אַף זיך אַזאַ פּעקל, װיל מסתּמא די „אָבשטשעסטװע“ מיט מיר נישט אָפּענדיקן פֿאַר דער שׂרפֿה? אַזױ פֿיל מכּות זאָל זיך זעצן דעם באָהסלעװער גבֿירס זונדל אַף זײַן נאַריש פּנים, װיפֿל טױזנטער איך קאָן באַ זײ נעמען! אַי, װעט איר דאָך פֿרעגן: פֿאַרװאָס נעם איך נישט? ― ע! קענט איר דאָך מיך נישט! איך בין דאַרפֿט איר װיסן, אַ ייִד אַ גזלן; נישט אַזױ גיך בײַסט מען מיך אײַן. איך גײ מיר מיט מײַן גאַנג: איז װיבאַלד החילות לנפּול ― װאָס איז די טײַטש? ― אַז עס האָט זיך שױן אַזױ געמאַכט, איז נפֿול תּפּול ― װאָס איז די טײַטש? ― לאָז זיך עס גײן װי סע גײט זיך… אַי, די סליעדסטװע? די סליעדסטװע איז אַ סליעדסטװע! װאָס האָב איך מורא, אַז איך בין פֿאָרט רײן, רײן װי גינגאָלד?… ס'איז נאָר שלעכט דערװײַלע, װאָס סע װאַקעװעט זיך מײַן געלט אומזיסט, און װאָס איך בין דערװײַלע געענגט, איך װער שיִער נישט דערװאָרגן פֿאַר ענגשאַפֿט! אָט דאָס איז ביטער! ס'איז אָבער טאַקע אַ פֿאַרדראָסיקע זאַך, כ'לעבן: דאָס געלט, װאָס איך דאַרף נעמען, װעל איך דאָך נעמען, עס װעט זיך זײ דען עפּעס העלפֿן? הײַנט למאַי זאָל מען מיך ציִען אומזיסט־אומנישט? גיט מיר אָפּ מײַן געלט, טענה איך, מײַן געלט גיט מיר אָפּ! רוצחים, װאָס האָט איר צו מײַנע קינדער? ―טענה איך, ― איך װיל דען עפּעס באַ אײַך אַ סך? גיט מיר אָפּ מײַנע צען טױזנט קערבלעך, מײַנע קינדערס געלט ― ס'איז דען מײַן געלט? ס'איז מײַנע קינדערס געלט! גיט מיר אָפּ מײַנע קינדערס געלט, און לאָזט מיך צו־רו, און לאָז דאָס האָבן אַן עק, און אַ רוח אין אײַער טאַטן, און גאָרנישט!…

נאָר װאָס העלפֿט טענהן? װאָס העלפֿט שרײַען? דערװײַלע איז שלעכט, שלעכט, ביזן עק אַרײַן שלעכט! פֿון געשעפֿט אָפּגעשלאָגן זיך, חתונה אָפּגעשטעלט, נדן איז נישטאָ, קינדער לערנען דאַרף מען, געלט קאָסט, ברוך השם, אַלע טאָג, מע ברענגט זיך אױס. הײַנט די יסורים! מע שלאָפֿט דען? מע הײבט נישט אָן צו שלאָפֿן! מע האָט טאַקע קײן מורא נישט; װאָרעם װאָס האָב איך מורא צו האָבן, אַז איך בין פֿאָרט רײן, רײן װי גינגאָלד? נאָר גאָרנישט, מע איז דאָך נישט מער װי אַ מענטש, עס גײען־דורך אַלערלײ רעיונות, מחשבֿות: ס'איז אַ סליעדסטװע, מיט אַ פּרעקאָראָר, מיט באָהסלעװער ייִדן, װאָס װילן אײַך גײן עדות זאָגן און שװערן, אַז זײ האָבן אײַך אַלײן געזען אַרומגײן באַנאַכט מיט אַ הבֿדלה אַפֿן בױדעם… איר שפּילט זיך מיט באָהסלעװער ייִדן? גלײבט מיר, ס'איז פֿאַראַן באַ אונדז אײנער אַ דװיד־הערש ― זאָל איך עס פֿאַרדינען אַלע װאָך מיט אײַך אינאײנעם, װאָס דער דװיד־הערש קאָסט מיך שױן לא־יחרץ־געלט! און דװקא אַ גוטער ברודער, און דװקא אַ טאַטנס אַ קינד, און דװקא מיט אַ שמײכעלע, און דװקא מיט אַן „אם־ירצה־השם“ און מיט אַ „גאָט־װעט־העלפֿן“, און מיט אַ רוח אים אין טאַטן, און גאָרנישט!…

הײַנט פֿאַרשטײט איר שױן, װאָס באָהסלעװ איז? בין איך שױן גערעכט, װאָס איך בין אַזױ אױפֿגעטראָגן אַף אונדזערע ייִדן? װאַרט־צו, לאָז מיר נאָר גאָט העלפֿן, איך נעם־אָפּ מײַנע עטלעכע קערבלעך, װעל איך זיך שױן מיט זײ צערעכענען! קודם־כּל בין איך מנדר אַף דער שטאָט, איך קאָן נישט זאָגן װיפֿל, נאָר נישט װינציקער װיפֿל אונדזערע נגידים; איך װעל מיך שטעלן, מעגט איר מיר זיכער גלײבן, װי דער שענסטער נגיד: אַן עליה אין שול די שענסטע, מיטן גרױסן „בעבֿור־שנדר־עשׂרה־פֿונט־נרות־על־בית־המדרש“, ס'זאָל קלינגען, און לאָזן זײ צעזעצט און צעשפּרונגען װערן! פֿונעם „בקור־חולים“ און פֿון דער „תּלמוד־תּורה“ שמועסט מען ניט: אין „בקור־חולים“ אַרײַן אַ האַלב טוץ זאָנענע העמדער פֿאַר די קראַנקע, און אַלע תּלמוד־תּורה־ייִנגלעך שפּאָגל־נײַע אַרבע כּנפֿותלעך… און ערשט נאָכדעם מאַך איך חתונה די טאָכטער מײַנע. נאָר אַלץ הײסט חתונה! איר קערט אַװדאי מײנען, אַז איך נעם גלאַט אַזױ און מאַך חתונה, װי אַלע ייִדן מאַכן חתונה? פֿע! קענט איר דאָך מיך גאָר נישט, װער איך בין! איך, אַז איך מאַך חתונה, מאַך איך אַ חתונה, אַשר לא חתונו אַבֿותינו — מע האָט נאָך באַ אונדז אַזאַ חתונה נישט געהערט און נישט געזען! אַ שאַלאַש איבערן גאַנצן שול־הױף! כּלי־זמר קאָן איך באַשטײן דװקא פֿון סמילע! אַן אָרעם־מאָלצײַט פֿאַר דרײַ הונדערט אָרעמעלײַט, מיט דער פֿײַנער סעודה, מיט די גוטע קױלעטשלעך און מיטן רעכטן ביסל בראָנפֿן, און מיט דער שײנער נדבֿה, אַ פּיטאַקל אַף צװײען… און אַף דער חופּה־װעטשערע ― דװקא די גאַנצע שטאָט, אָבער טאַקע פֿון אײן עק ביזן אַנדערן עק, און די שׂונאים, װאָס האָבן מיך געװאָלט דערטרינקען, דװקא אױבן־אָן, און דװקא לחײם, און דװקא אַ טאַנץ, און נאָך אַ טאַנץ, און נאָך אַ טאַנץ! שפּילט, כּלי־זמר, אַף װאָס די װעלט שטײט, און לאָמיר, ייִדן, טאַנצן!… אָט אַזאַ ייִד בין איך! איר קענט מיך גאָרנישט. הערט איר, װאָס איך זאָג אײַך? איר הײבט מיך גאָרנישט אָן צו קענען! איך, אַז איך צעהוליע זיך, איז באַ מיר געלט בלאָטע ― נאָך אַ קװאָרט בראָנפֿן און נאָך אַ קװאָרט בראָנפֿן, און תּמות נפֿש עם פּלשתּים ― װאָס איז די טײַטש? ― איר זאָלט, קינדער, צעזעצט װערן טרינקענדיק, און װאָן פֿון שטוב, און אַ רוח אין אײַער טאַטנס טאַטן, און גאָרנישט!

ענדע געשיכטע נומער פֿופֿצן.

געשריבן אין יאָר 1903 ניטאָ קײן מזל!

― איר רעדט פֿון גנבֿים? ― רופֿט זיך אָן אײנער אַן אָפּגעפּוצטער פּאַרשױן מיט אַ רענצל אין האַנט, װאָס ער היט עס, װי דאָס שװאַרצאַפּל פֿונעם אױג (דאָס איז געװען באַנאַכט אין װאָקזאַל צװײטער קלאַס; מיר זײַנען געזעסן זאַלבאַדריט און געװאַרט אַפֿן קוריער, װאָס האָט פֿאַרשפּעטיקט אַף אַ שעה מיט אַ פֿערטל, און גערעדט פֿון גנבֿים און גנבֿות). ― פֿון גנבֿים רעדט איר? גנבֿים לאָזט מיך. װוּ האָט איר אַף דער װעלט נאָך אַזױ פֿיל גנבֿות, װי אין אונדזער בראַנזשע? אַ קלײניקײט בריליאַנטן? דער יצר־הרע פֿון בריליאַנטן איז אַזױ גרױס, אַז צװישן די קונים גופֿא זײַנען פֿאַראַן גנבֿים. און נישט אַזױ נאָך צװישן די קונים, װי צװישן די קונהטעס, צװישן די דאַמען. מיר קוקן אַף יעדער דאַמע, װאָס מיר קענען זי נישט, מיט זיבן און זיבעציק אױגן. און נישט אַזױ גיך גנבֿהט מען באַ אַ יוּװעליר סחורה. איך קען מיך באַרימען, אַז זינט איך בין אַ סוחר און האַנדל מיט בריליאַנטן, האָט מען מיך נאָך קײנמאָל נישט באַגנבֿהט. נאָר אַז ס'איז באַשערט אַן אומגליק, װעט איר הערן װאָס סע קאָן זיך טרעפֿן.

איך אַלײן בין סך־הכּל נישט קײן יוּװעליר. דאָס הײסט, אַ יוּװעליר בין איך, נאָר איך פֿאַרנעם מיך נישט מיט יוּװעלירערײַ. איך בין נישט מער װי אַ סוחר, װאָס האַנדלט מיט בריליאַנטן. איך קױף און פֿאַרקױף בריליאַנטן, צום מײנסטן, אַנגראָ, און, צום מײנסטן, אין דער פֿרעמד, אַף די ירידים, אָדער אַזױ, אַז עס מאַכט זיך ערגעץ אַ קונה, נעם איך מיר מײַן רענצל, אָט דאָס־אָ, אין האַנט, זעץ מיך אַף דער באַן און פֿאָר.