אײַזנבאַן־געשיכטעס

שלום עליכם (אַלע װערק)

געשיכטע נומער אַכט: דער נס פֿון הושענא־רבה

„― דער נס פֿון הושענא־רבה ― אַזױ האָט מען אַ נאָמען געגעבן בײַ אונדז די באַן־קאַטאַסטראָפֿע, װאָס האָט זיך געטראָפֿן פּונקט אום הושענא־רבה נאָכן קװיט ל. און געטראָפֿן האָט זיך די געשיכטע, לאָז זיך אײַך דאַכטן, טאַקע בײַ אונדז אין הײַסין. דאָס הײסט, נישט אין הײַסין גופֿא, נאָר אַ פּאָר סטאַנציעס פֿאַר הײַסין. סאָבאָליװקע הײסט די סטאַנציע“…

מיט אַזאַ לשון האָט מיר אַ הײַסינער סוחר, װײַזט אױס, אַ לײַטישער מענטש, גענומען ברײטלעך צו דערצײלן, װאָס פֿאַר אַ קאַטאַסטראָפֿע עס האָט זיך געטראָפֿן בײַ זײ מיט דער שמאָלער באַן, װאָס מע רופֿט זי דאָרטן „דער לײדיק־גײער“ (איך האָב אײַך אים באַשריבן שױן פֿריִער, אין דעם אַרײַנפֿאָר). און מחמת דער הײַסינער סוחר האָט מיר דערצײלט די דאָזיקע געשיכטע טאַקע פֿאָרנדיק מיטן „לײדיק־גײער“, װאָס האָט צײַט, און געװען זײַנען מיר מיט אים אין װאַגאָן סך־הכּל צװײ פּאַסאַזשירן, האָט ער זיך צעשפּיליעט, צעלײגט, װי בײַם טאַטן אין װײַנגאָרטן, און גערעדט פּערלדיק, געטאָקטע װערטער, געגלעט זיך בעת־מעשׂה דאָס בײַכל, צוגעשמײכלט און שטאַרק הנאה געהאַט פֿון זײַן אײגענער געשיכטע.

„― איר פֿאָרט דאָך שױן מיט אונדזער לײדיק־גײער, ברוך־השם, די אַנדערע װאָך. װײסט איר דאָך מן הסתּם די טבֿע זײַנע? ער האָט אײַך אַ טבֿע, אַז ער קומט אױף אַ סטאַנציע און שטעלט זיך אַװעק, פֿאַרגעסט ער דעם זײַ־געזונט. דאָס הײסט, אײגנטלעך, לױט „ראָספּיסאַניעрасписание: צײַטפּלאַן“, טאָר ער נישט שטײן מער װיפֿל ס'איז אים אָנגעצײכנט. למשל, אױף דער סטאַנציע זאַטקעװיץ איז אױסגערעכנט, אַז ער דאַרף שטײן פּונקט אַ שעה מיט אַכט און פֿופֿציק מינוט, אָדער אױף דער סטאַנציע סאָבאָליװקע, װאָס איך דערצײל אײַך, ― דאָרט טאָר ער מער אַ רגע נישט שטײן װי אײן שעה מיט צװײ און דרײַסיק מינוט. נאָר די מכּות זאָל זיך אים זעצן, װאָס ער שטײט סײַ אין זאַטקעװיץ, סײַ אין סאָבאָליװקע מער װי צװײ, און אַמאָל ― מער װי דרײַ שעה. עס װענדט זיך אָן דעם, װיפֿל צײַט עס נעמען בײַ אים צו די „מאַניעװרעס“. און װאָס בײַ אונדזער „לײדיק־גײער“ װערט אָנגערופֿן „מאַניעװרעס“ ― דאַרף איך דאָך אײַך נישט דערצײלן. מע שפּאַנט אױס דעם לאָקאָמאָטיװ, און די „בריגאַדע“, דער קאָנדוקטאָר מיטן מאַשיניסט מיטן קאָטשעגאַר, זעצן זיך אַװעק אינאײנעם מיטן נאַטשאַלניק סטאַנציע, מיטן זשאַנדאַרם און מיטן טעלעגראַפֿיסט טרינקען ביר, אַ פֿלעשל נאָך אַ פֿלעשל.

„װאָס טוט, למשל, דער עולם, די פּאַסאַזשירן הײסט עס, בעת „מאַניעװרעס“? איר האָט דאָך שױן געזען, װאָס מע טוט: מע נודעט זיך, מע װערט שיִער נישט משוגע. װער עס גענעצט, װער עס פֿאַרשלאָגט זיך אין אַ װינקל און כאַפּט אַ דרעמל, און װער עס שפּאַצירט זיך אַרום אױף דער „פּלאַצפֿאָרמע“, די הענט פֿאַרלײגט, און זינגט זיך שטילערהײט אַ לידל.

„דאַרף זיך טרעפֿן אַ מעשׂה אין סאָבאָליװקע בעת „מאַניעװרעס“. שטײט זיך אַזױ אײנמאָל הושענא־רבה אינדערפֿרי בײַם אָפּגעשפּאַנטן לאָקאָמאָטיװ, די הענט פֿאַרלײגט, אײנער אַ מענטש, דװקא נישט קײן פּאַסאַזשיר, נאָר אַזױ אַ ייִד, לאָז זיך אײַך דאַכטן, טאַקע אַ סאָבאָליװקער בעל־הבית, אַ ציקאַװער ייִד, און קוקט. װאָס טוט דאָ, למשל, אַ סאָבאָליװקער בעל־הבית? גאָרנישט. הושענא־רבה האָט זיך אַ סאָבאָליװקער בעל־הבית גאַנץ פֿײַן אָפּגעדאַװנט, אָפּגעשלאָגן הושענות, אַװעק אַהײם און אָפּגעגעסן. אױפֿן האַרצן איז האַלב יום־טובֿדיק, האַלב װאָכעדיק. דאָס קװיטל האָט מען אים דאָרטן סײַ װי סײַ אונטערגעשריבן, און קײן אַרבעט אין דער הײם איז נישטאָ, ערבֿ יום־טובֿ, האָט ער גענומען דאָס שטעקל און איז זיך אַרױסגעגאַנגען אַביסל אױפֿן װאָקזאַל װסטרעטשאַיעןвстречай: טרעפֿן דעם פּאָיעזד“.

„װסטרעטשאַיען דעם פּאָיעזד“, דאַרפֿט איר װיסן, איז בײַ אונדז אַ מינהג אומעטום אין אונדזער געגנט. קומט די צײַט פֿון „פּאָיעזד“ טראָגט דאָס אײַך אַװעק אױפֿן װאָקזאַל, טאָמער װעט מען עמעצן זען. װאָס זען? װעמען זען? אַ טעפּליקער ייִדן? אַן אָבאָדיװקער ייִדענע? אַ גאָלאָװאָניעװסקער גלח? ייִדישע גליקן! נאָר גאָרנישט, מע גײט. און אַגבֿ איז נאָך אין יענער צײַט די באַן געװען אַ נײַס, מע האָט אונדז נאָר־װאָס געהאַט דורכגעפֿירט דעם „לײדיק־גײער“, און ס'איז נאָך געװען װאָס צו זען און װאָס צו הערן. נאָר װי אַזױ די מעשׂה איז דאָרט געװען, צי אַזױ, צי אַזױ, ― בײַם אָפּשפּאַנען דעם לאָקאָמאָטיװ איז זיך הושענא־רבה אין דער פֿרי, נאָכן קװיטל, װי איך דערצײל אײַך, געשטאַנען האַלב יום־טובֿדיק, האַלב װאָכעדיק, אַ סאָבאָליװקער בעל־הבית מיט אַ שטעקל און געקוקט.

„אם כּן, איז װאָס? דאַכט זיך מיר, אַז אַ סאָבאָליװקער בעל־הבית שטײט און קוקט אױף אַן אָפּגעשפּאַנטן לאָקאָמאָטיװ ― װעמענס עסק איז דאָס? זאָל ער זיך שטײן געזונטערהײט. נײן. באַדאַרף זיך טרעפֿן מסתּמא אַזױ, אַז צװישן די איבעריקע פּאַסאַזשירן געפֿינט זיך אַ גלח, לאָז זיך אײַך דאַכטן, טאַקע אַ גאָלאָװאָניעװסקער גלח, פֿון גאָלאָװאָניעװסק, הײסט עס, אַ שטעטל נישט װײַט פֿון הײַסין. נישטאָ װאָס צו טאָן, שפּאַצירט זיך דער גלח אױך אױף דער זעלבער „פּלאַצפֿאָרמע“, אױך פֿאַרלײגט די הענט, און שטעלט זיך אָפּ אױך בײַם אָפּגעשפּאַנטן לאָקאָמאָטיװ. רופֿט זיך אָן דער גלח צום ייִדן: „הער נאָר, יודקאָ! װאָס האָסטו דאָ דערזען?“ ענטפֿערט אים דער ייִד בײזלעך: „װאָס עפּעס יודקאָ? איך הײס נישט יודקאָ, איך הײס בערקאָ“. מאַכט צו אים דער גלח: „לאָז זײַן בערקאָ. װאָס קוקסטו דאָ, אַ שטײגער, בערקאָ?“ ענטפֿערט אים דער ייִד און לאָזט נישט אַראָפּ קײן אױג פֿונעם לאָקאָמאָטיװ: „איך שטײ און באַטראַכט גאָטס װוּנדער, װי אַזױ איבער אַ נאַרישקײט, איבער אײן דרײ, װאָס מע טוט אַ דרײ אײן שרײַפֿל אַהער, דאָס אַנדערע שרײַפֿל אַהין ― הײבט אָן גײן אַזאַ גװאַלדיקע מאַשין!“ מאַכט צו אים װידער דער גלח: „פֿון װאַנען װײסטו, אַז מע טוט אַ דרײ אײן שרײַפֿל אַהער און דאָס אַנדערע אַהין, הײבט אָן גײן די מאַשין?“ ענטפֿערט אים דער ייִד: „איך זאָל נישט װיסן, װאָס־זשע װאָלט איך געזאָגט?“ מאַכט צו אים דער גלח: „קוגל װײסטו, װי אַזױ מען עסט, אָט װאָס דו װײסט!“ פֿאַרדריסט דאָס שױן דעם ייִדן (סאָבאָליװקער ייִדן האָבן אין זיך אַמביציע), און ער רופֿט זיך אָן צום גלח: „אַנו, פֿאָטערל, אפֿשר װאָלסטו זיך מטריח זײַן אױף אַ װײַלע מיט מיר אױפֿן לאָקאָמאָטיװ, װאָלט איך דיר געבן צו פֿאַרשטײן דעם שׂכל, פֿאַר װאָס אַ לאָקאָמאָטיװ גײט און פֿאַר װאָס ער שטײט?“ דאָ האָט שױן דעם גלח דערלאַנגט אַ בראָט נישט אױף קאַטאָװעס: װאָס הײסט? אָט דאָס ייִדל װעט אים געבן צו פֿאַרשטײן דעם שׂכל, פֿאַר װאָס אַ לאָקאָמאָטיװ גײט און פֿאַר װאָס ער שטײט?!… און ער מאַכט צו אים מיט האַרץ: „קריך, הערשקאָ, אױפֿן לאָקאָמאָטיװ!“ זאָגט צו אים דער ייִד װידער אַ מאָל: „איך הײס נישט הערשקאָ, איך הײס בערקאָ“. מאַכט צו אים דער גלח: „לאָז זײַן בערקאָ. קריך, בערקאָ!“ מאַכט צו אים דער ייִד: „װאָס הײסט עפּעס קריך? פֿאַר װאָס זאָל איך קריכן? קריך דו, פֿאָטערל, פֿריִער!“ מאַכט צו אים דער גלח מיט גאַל: „דו לערנסט דאָך מיך, נישט איך דיך, דאַרפֿסטו פֿריִער קריכן“. בקיצור, אַ װאָרט פֿאַר אַ װאָרט ― מען איז, לאָז זיך אײַך דאַכטן, אַרױפֿגעקראָכן בײדע אױפֿן לאָקאָמאָטיװ, און דער סאָבאָליװקער ייִד האָט זיך גענומען לערנען מיטן גלח „הלכות מאַשינע“, געגעבן פּאַװאָלינקע אַ דרײ אײן קראַן אַהער, דעם אַנדערן אַהין, און אײדער זײ האָבן געקאָנט אַרױסלאָזן אַ װאָרט פֿונעם מױל, האָבן זײ מיט שרעק דערזען, אַז דער לאָקאָמאָטיװ האָט גערירט פֿונעם אָרט און ― פּאַשאָל!

„אַצינד איז, דאַכט מיר, די בעסטע צײַט איבערלאָזן דעם ייִדן מיטן גלח אױפֿן אָפּגעשפּאַנטן לאָקאָמאָטיװ, לאָזן זײ זיך פֿאָרן געזונטערהײט, און מיר װעלן זיך דערװײַל פֿאַרנעמען מיט דעם נפֿש: װער איז דאָס געװען אָט דער סאָבאָליװקער ייִד, װאָס האָט געהאַט אין זיך אַזאַ שטאַרקײט און האָט זיך אײַנגעשטעלט אַרױפֿצוקריכן מיט אַ גלח אױף אַן אָפּגעשפּאַנטן לאָקאָמאָטיװ?

„בערל עסיקמאַכער ― אַזױ, לאָז זיך אײַך דאַכטן, הײסט דער סאָבאָליװקער ייִד, װאָס איך דערצײל אײַך. פֿאַר װאָס רופֿט מען אים עסיקמאַכער? װײַל ער פֿאַרנעמט זיך דערמיט, װאָס ער מאַכט עסיק, דעם בעסטן עסיק אין אונדזער װינקל. די מלאָכה האָט ער, אײגנטלעך, בירושה פֿון זײַן טאַטן. נאָר ער האָט צוגעקלערט ― אַזױ זאָגט בערל אַלײן ― אַזאַ מין מאַשינע, װאָס גיט־אַרױס דעם בעסטן עסענץ. ער זאָל האָבן צײַט, זאָגט ער, װאָלט ער געקאָנט באַשטאַטן מיט עסיק דרײַ גובערניעס. נאָר װאָס דען? עס טוט זיך אים נישט נײטיק, זאָגט ער, ער איז נישט קײן אָץ־להעשיר. אָט אַזאַ מין מענטש איז אונדזער עסיקמאַכער. אין ערגעץ נישט געלערנט זיך ― און קען װאָס פֿאַר אַן אײדעלע מלאָכה איר װילט, און האָט אַ ידיעה אין אַלערלײ מאַשינעס. פֿון װאַנען קומט דאָס צו אים? דאַרף מען פֿאַרשטײן על־פּי שׂכל, אַז עסיק מאַכן האָט אַ שײַכות, זאָגט ער, מיט טרײַבן בראָנפֿן, און טרײַבן בראָנפֿן קער זיך אָן מיט לשון „זאַװאָד“, און אַ זאַװאָד, זאָגט ער, האָט דאָך אין זיך כּמעט די אײגענע מאַשינעריע, װאָס אַ באַן; אַ זאַװאָד, זאָגט ער, פֿײַפֿט און אַ באַן פֿײַפֿט ― װאָס איז די נפֿקא־מינה? דער עיקר ― אַזױ זאָגט בערל אַלײן און מאַכט בעת מעשׂה מיט די הענט ― דער עיקר איז נאָר דער כּוח, װאָס נעמט זיך פֿונעם הײצן, זאָגט ער. פֿונעם הײצן, װאָס מע הײצט, װאַרעמט זיך אָן דער קעסל, זאָגט ער, און דאָס װאַסער הײבט אָן קאָכן, שטופּט דאָס, זאָגט ער, דעם װאַל און עס דרײען זיך די רעדער, זאָגט ער, אױף װאָס פֿאַר אַ זײַט איר װילט: װילט איר, זאָגט ער, ס'זאָל גײן רעכטס ― טוט אַ דרײ דעם רעגוליאַטאָר רעכטס, װילט איר לינקס ― דרײט, זאָגט ער, דעם רעגוליאַטאָר לינקס. ס'איז, זאָגט ער, אַזױ פּשוט, װאָס פּשוטער קאָן שױן גאָרנישט זײַן!… אַצינד, אַז איך האָב אײַך אַביסל באַקאַנט געמאַכט מיט דעם סאָבאָליװקער ייִדן, איז אײַך שױן פֿאַרענטפֿערט, מײן איך, אַ סך קשיות, און מיר קאָנען זיך אומקערן צו דער קאַטאַסטראָפֿע.

„דאַרף איך אײַך נאָך דערצײלן, װאָס פֿאַר אַ פּחד און װאָס פֿאַר אַ טומל ס'איז געװאָרן צװישן די פּאַסאַזשירן אין סאָבאָליװקע אױף דער סטאַנציע, אַז מע האָט דערזען דעם אָפּגעשפּאַנטן לאָקאָמאָטיװ גײן אײנעם אַלײן, מע װײס נישט מיט װאָס פֿאַר אַ כּוח? איך מײן, אַז דאָס דאַרפֿט איר שױן אַלײן פֿאַרשטײן. הײַנט די מהומה, װאָס איז געקומען אױף דער „בריגאַדע“? תּחילת האָט זיך אַפֿילו די „בריגאַדע“, לאָז זיך אײַך דאַכטן, געלאָזט לױפֿן נאָכן לאָקאָמאָטיװ, געװאָלט, אַ פּנים, אים כאַפּן פֿון הינטן. מע האָט אָבער גיך אַרױסגעזען, אַז די מי איז אומזיסט. עפּעס טאַקע נאָר װי אױף צו להכעיס, האָט זיך דער לאָקאָמאָטיװ איצטיקס מאָל געלאָזט לױפֿן און איז געפֿלױגן משוגענערװײַז. זינט דער „לײדיק־גײער“ האָט אָנגעהױבן צו גײן אין אונדזערע מקומות, האָט זיך נאָך קײנמאָל נישט געטראָפֿן, אַז דער לאָקאָמאָטיװ זאָל אַזױ גיך לױפֿן. האָט זיך די „בריגאַדע“ נעבעך געמוזט אומקערן צוריק מיט לײדיקע הענט און אינאײנעם מיטן זשאַנדאַרם און מיטן נאַטשאַלניק האָט מען

געמאַכט אַ פּראָטאָקאָל און נאָכדעם האָט מען צעשיקט דעפּעשן איבער דער גאַנצער ליניע: „אַװעק אַ לאָקאָמאָטיװ אײנער אַלײן. נעמט מיטלען. טעלעגראַפֿירט“.

„װאָס פֿאַר אַ פּאַניקע די דאָזיקע דעפּעש האָט אַרױסגערופֿן אױף דער גאַנצער ליניע ― איז גרינג זיך פֿאָרצושטעלן. ערשטנס, האָט מען נישט פֿאַרשטאַנען די דעפּעש. װאָס איז דער פּשט: „אַװעק אַ לאָקאָמאָטיװ אײנער אַלײן“? װי גײט דאָס אַלײן אַ לאָקאָמאָטיװ? און, צװײטנס, װאָס באַדײַטן די װערטער: „נעמט מיטלען“? װאָס פֿאַר מיטלען קאָן מען נעמען, אַ חוץ דעפּעשן? און עס האָבן אָנגעהױבן פֿליִען דעפּעשן איבער דער גאַנצער ליניע. דער טעלעגראַף האָט געאַרבעט מיט רוחות. אַלע סטאַנציעס האָבן זיך איבערגערעדט צװישן זיך, און די שרעקלעכע ידיעה האָט זיך גיך פֿאַרשפּרײט, לאָז זיך אײַך דאַכטן, אין אַלע שטעט און שטעטלעך אַרום און אַרום, און ס'איז געװאָרן, װאָס זאָל איך אײַך זאָגן, חושך־ואַפֿלה! בײַ אונדז אין הײַסין, למשל, האָט מען שױן אַפֿילו דערצײלט, װיפֿל נפֿשות עס זײַנען געהרגעט געװאָרן. נעבעך באַשערט מענטשן אַזאַ שרעקלעכער טױט! און װען? פּונקט הושענא־רבה נאָכן קװיטל! אַ פּנים, ס'איז שױן אַזױ געװען אָנגעצײכנט פֿון אױבן…

„אַזױ האָט מען געשמועסט בײַ אונדז אין הײַסין און אין אַלע ערטער אַרום הײַסין, און ס'איז גאָר נישט צו באַשרײַבן די יסורים מיטן עגמת־נפֿש, װאָס מיר אַלע זײַנען דערפֿון אױסגעשטאַנען. נאָר װי קומט עס צו די יסורים מיטן עגמת־נפֿש פֿון די פּאַסאַזשירן נעבעך, װאָס זײַנען געבליבן אין סאָבאָליװקע אױף דער סטאַנציע כצאן בלי רועה, אין מיטן דער נסיעה אָן אַ לאָקאָמאָטיװ! סטײַטש, װאָס װעלן זײ טאָן? ס'איז הושענא־רבה, ערבֿ יום־טובֿ, װוּהין גײט מען? סײַדן סוכּות האַלטן דאָ אין שטעטל? אַ פֿאַרשטערטער סוכּות!… און די פּאַסאַזשירן האָבן זיך צונױפֿגעשלאָגן אַלע אין אײן װינקעלע און האָבן גענומען איבעררײדן װעגן זײער אײגענער לאַגע און װעגן דער לאַגע פֿונעם „בורח“ )אַזױ האָבן זײ אַ נאָמען געגעבן דעם אַנטלאָפֿענעם לאָקאָמאָטיװ(. מי יודע, װאָס מיט אַ שלימזל קאָן זיך טרעפֿן? אַ װערטעלע אױסצורײדן ― עס פֿליט איבער דער ליניע אַזאַ מאַשינע אײנע אַלײן? עס איז דאָך לא ימלט, אַז דער „בורח“ זאָל זיך נישט באַגעגענען ערגעץ אין מיטן װעג מיטן „לײדיק־גײער“, װאָס גײט אים אַקעגן פֿון הײַסין איבער זאַטקעװיץ קײן סאָבאָליװקע. װאָס װעט זײַן מיט יענע פּאַסאַזשירן נעבעך? ― און דער כּוח־הדמיון האָט זײ שױן געמאָלט אַ צוזאַמענשטױס, אַ מוראדיקע קאַטאַסטראָפֿע מיט אַלע פּיטשעװקעס פֿון אַ באַן־קאַטאַסטראָפֿע. זײ האָבן געזען פֿאַר זיך באַשײַנפּערלעך דאָס גאַנצע אומגליק: איבערגעקערטע װאַגאָנעס, צעפֿאַלענע רעדער, מענטשישע קעפּ, צעבראָכענע פֿיס, אָפּגעריסענע הענט און צעטראָטענע טשעמאָדאַנעס, מיט בלוט באַשפּריצט!… פּלוצעם ― אַ דעפּעש! אָנגעקומען אַ דעפּעש פֿון זאַטקעװיץ. װאָס שטײט אין דעפּעש? אין דעפּעש שטײט: „די רגע דורכגעפֿלױגן מיט אַ שרעקלעכער גיכקײט פֿאַרבײַ זאַטקעװיץ אַ לאָקאָמאָטיװ מיט צװײ פּאַסאַזשירן. אײנער זעט־אױס אַ ייִד, דער צװײטער אַ גלח. בײדע האָבן געמאַכט מיט די הענט ― מע װײס נישט װאָס. דער לאָקאָמאָטיװ איז אַװעק קײן הײַסין“.

„אָט דאָ איז ערשט געװאָרן אַ חתונה: װאָס הײסט דאָס? אַ ייִד מיט אַ גלח אױפֿן אַנטלאָפֿענעם לאָקאָמאָטיװ? װוּהין זײַנען זײ דאָס אַנטלאָפֿן? און צוליב װאָס? און װער קאָן זײַן דער ייִד?… אַהין־אַהער, אײנער פֿונעם אַנדערן ― מע האָט זיך דערװוּסט, אַז דער ייִד איז טאַקע אַ סאָבאָליװקער ייִד. װער? איר קענט אים? אַ שאלה אַביסל! בערל עסיקמאַכער פֿון סאָבאָליװקע! פֿון װאַנען װײס מען דאָס, אַז ס'איז ער? מע װײס! סאָבאָליװקער ייִדן שװערן, אַז זײ האָבן פֿון דער װײַטן אַלײן געזען אים שטײן מיט אַ גלח בײַם אָפּגעשפּאַנטן לאָקאָמאָטיװ און מאַכן מיט די הענט… װאָס טוט זיך דאָ? װאָס האָט אַ ייִד אַן עסיקמאַכער צו שטײן מיט אַ גלח בײַם אָפּגעשפּאַנטן לאָקאָמאָטיװ און מאַכן מיט די הענט?!… מע האָט אַזױ לאַנג גערעדט און געפּילדערט, ביז די מעשׂה איז דערגאַנגען, לאָז זיך אײַך דאַכטן, אין שטעטל אַרײַן, אין סאָבאָליװקע הײסט עס, און כאָטש דאָס שטעטל איז נישט אַזױ שטאַרק װײַט פֿון סטאַנציע, נאָר ביז די מעשׂה איז אָנגעקומען פֿון אײנעם צום אַנדערן קײן סאָבאָליװקע, האָט זי באַקומען אַלע מינוט אַן אַנדער געשטאַלט, איטלעכער באַזונדער האָט צוגעלײגט זײַנס, און ביז ס'איז דערגאַנגען צו בערלען אַהײם, האָט די מעשׂה מיטן גלח באַקומען אַזאַ װילדן פּנים, אַז בערלס װײַב איז נעבעך געפֿאַלן חלשות אפֿשר צען מאָל, מע האָט געמוזט ברענגען דעם דאָקטער… און עס האָט זיך אַ שאָט געטאָן אױף דער סטאַנציע ייִדן פֿון סאָבאָליװקע, לאָז זיך אײַך דאַכטן, אַזױ װי שטערן אין הימל, און ס'איז געװאָרן אַזאַ גװאַלד, אַז דער נאַטשאַלניק סטאַנציע האָט געמוזט געבן דעם זשאַנדאַרם אַ „ראַספּאָראַזשעניעраспоряжение: באַפֿעל“, ער זאָל אָפּרײניקן די סטאַנציע פֿון סאָבאָליװקער ייִדן… און װיבאַלד אַזױ, װאָס־זשע האָבן מיר דאָ צו טאָן? אפֿשר װאָלטן מיר בעסער גײן אַ קוק טאָן, װאָס טוט זיך מיט אונדזער ייִדן און מיטן גלח, להבֿדיל, אױפֿן „בורח“, איך מײן, אױפֿן אַנטלאָפֿענעם לאָקאָמאָטיװ?

עס איז אָבער נאָר גרינג צו זאָגן ― אַ קוק טאָן, װאָס טוט זיך אױפֿן אַנטלאָפֿענעם לאָקאָמאָטיװ! װער קאָן דאָס װיסן, װאָס דאָרט האָט זיך אָפּגעטאָן? מיר מוזן גלײבן דעם סאָבאָליװקער עסיקמאַכער אױף נאמנות. ער דערצײלט זיך אָן פֿון דער נסיעה אַזעלכע חידושים, װאָס װען אַפֿילו, לאָמיר זאָגן, אַז ס'איז נאָר האַלב אמת, איז דאָס אױך גאַנץ גענוג. און אױף װיפֿל איך קען אָט דעם עסיקמאַכער פֿון סאָבאָליװקע, איז ער, דאַכט מיר, נישט אַזאַ מענטש, װאָס זאָל ליב האָבן מגזם זײַן.

„די ערשטע צײַט, אַז דער לאָקאָמאָטיװ איז אַװעק, ― אַזױ דערצײלט בערל עסיקמאַכער, ― געדענקט ער כּמעט גאָרנישט, װאָס מיט אים האָט זיך געטאָן. נישט אַזױ מחמת דערשרעק, װי איבער דעם, װאָס ער האָט נישט געקאָנט פֿאַרשטײן, זאָגט ער, פֿאַר װאָס דער לאָקאָמאָטיװ װיל אים נישט פֿאָלגן. על־פּי שׂכל, זאָגט ער, האָט דער לאָקאָמאָטיװ בײַם צװײטן דרײ פֿונעם רעגוליאַטאָר באַלד באַדאַרפֿט בלײַבן שטײן. צום סוף האָט ער גאָר אָנגעהױבן גײן נאָך גיכער, װי פֿריִער. עפּעס נאָר װי צען טױזנט רוחות װאָלטן אים אונטערגעשטופּט פֿון הינטן. ער איז געלאָפֿן, זאָגט בערל, מיט אַזאַ גיכקײט, אַז די שטעקנס פֿונעם טעלעגראַף האָבן אים, װי פֿליגן, געשעמערירט אין די אױגן, און עס האָט זיך אים פֿאַרדרײט דער קאָפּ און די פֿיס האָבן זיך אים װי אונטערגעהאַקט… שפּעטער אַביסל, אַז ער איז, זאָגט ער, געקומען צוריק צו זײַן פֿאַרשטאַנד, האָט ער זיך דערמאָנט, אַז אַ לאָקאָמאָטיװ האָט אַ טאָרמאַז, אַ פֿאַרהאַלטער, אױף צו פֿאַרהאַלטן אים װען מע װיל. פֿאַראַן ― גיט בערל עסיקמאַכער צו פֿאַרשטײן מיט די הענט ― אַ האַנט־טאָרמאַז און פֿאַראַן אַ לופֿט־טאָרמאַז, אַזאַ מין רעדל, װאָס אַז מע טוט דאָס אַ רעכטן דרײ, טוט דאָס אַ קװעטש דעם הײבל, דעם ריטשאַגрычаг: הײבלקע הײסט דאָס, און די רעדער הערן־אױף צו דרײען זיך פֿון זיך אַלײן. ער געדענקט גאָר נישט, זאָגט ער, װי אַזױ אַזאַ זאַך האָט געקאָנט אַרױספֿליִען אים פֿון קאָפּ? און ער טוט זיך אַ לאָז צום רעדל און װיל עס געבן, זאָגט ער, אַ דרײ אין דער רעכטער זײַט, ― אַז מע כאַפּט אים נישט אָן פֿאַר אַ האַנט: „סטאָפּ!“ ― װער איז? לאָז זיך אײַך דאַכטן, דער גלח, טױט װי די װאַנט, קױם װאָס ער רעדט. „װאָס װילסטו טאָן?“ ― פֿרעגט אים דער גלח מיט ציטערניש. „גאָרנישט. איך װיל, זאָגט אים בערל, אָפּשטעלן די מאַשינע“… „זאָל דיך גאָט היטן, זאָגט צו אים דער גלח, זאָלסט זיך מיר מער נישט צורירן צו דער מאַשינע! װאָרעם פֿאָלגסטו מיך נישט, נעם איך דיך פֿאַרן קאָלנער און טו דיך אַ װאָרף־אַראָפּ פֿון לאָקאָמאָטיװ אַזױ, אַז דו װעסט בײַ מיר פֿאַרגעסן, אַז דו האָסט אַמאָל געהײסן מאָשקאָ!“… „נישט מאָשקאָ, איך הײס בערקאָ“ ― זאָגט צו אים בערל און װיל אים געבן צו פֿאַרשטײן דעם שׂכל פֿונעם רעדל, װאָס מע רופֿט דאָס טאָרמאַז. לאָזט ער זיך נישט רײדן ― אַ ביטערער גלח! „גענוג שױן צו דרײען, טענהט דער גלח, האָסט שױן אַזױ אױך גענוג געדרײט און אָנגעדרײט, פֿאַרדרײען זאָל עס דיך, דו פֿאַרשאָלטענער מענטש! בעסער װאָלסטו געבראָכן האַלדז־און־נאַקן, אײדער דו האָסט זיך גענומען אױף מײַן לעבן!“… רופֿט זיך אָן צו אים בערל: „מײנסט אפֿשר, פֿאָטערל, אַז מײַן לעבן איז בײַ מיר נישט אַזױ טײַער, װי בײַ דיר דײַן לעבן?“ „דײַן לעבן? ― מאַכט צו אים דער גלח מיט גאַל ― װאָס פֿאַר אַ װערט האָט אַ הינטיש לעבן?“… פֿאַרדריסט דאָס שױן בערלען נישט אױף קאַטאָװעס און ער גיט אַװעק, זאָגט ער, דעם גלח אַ פּאָרציע, אַז ער װעט דאָס האָבן צו געדענקען. „ערשטנס, זאָגט אים בערל, איז אױף אַ הונט אױך אַ רחמנות. נאָך אונדזער דין טאָר מען אַפֿילו, זאָגט ער, אַ הונט אױך נישט אָנרירן: ס'איז אַ צער־בעלי־חײם. והשנית, פֿרעגט אים בערל אַ קשיא: מיט װאָס איז מײַן לעבן, למשל, ערגער בײַם רבונו־של־עולם פֿון אַן אַנדערנס לעבן? קומען מיר דען נישט אַרױס, זאָגט ער, אַלע פֿון אײן ייִחוס, פֿון אָדם־הראשונען? און גײען מיר דען נישט אַלע אין אײן אָרט, אין דער ערד אַרײַן?… איז נומער צװײ. און נאָך אַ זאַך, זאָגט צו אים בערל: נאַ זע, פֿאָטערל, דעם חילוק, זאָגט ער, פֿון מיר ביז דיר. איך טו װאָס איך קאָן, דער לאָקאָמאָטיװ זאָל זיך אָפּשטעלן ― הײסט דאָס, אַז איך זאָרג פֿאַר אונדז בײדן; און דו, זאָגט ער, ביסט אַזױ אױפֿגעטראָגן, אַז דו ביסט קאַפּאַבל מיך נעמען און אַראָפּװאַרפֿן פֿונעם לאָקאָמאָטיװ, דאָס הײסט ― הרגענען אַ מענטשן!“… און נאָך אַ סך אַזעלכע שײנע װערטער האָט ער אין אים אַרײַנגעזעצט, אינעם גלח הײסט עס, געזאָגט מוסר און דערצײלט אַזעלכע משלים, זאָגט ער, אַז דער גלח האָט שיִער דעם שלאַק באַקומען. און אָט אַזױ רײדנדיק, האָבן זײ דערזען, זאָגט ער, פֿאַר זיך די סטאַנציע זאַטקעװיץ מיטן נאַטשאַלניק סטאַנציע, מיטן זשאַנדאַרם. האָבן זײ בײדע גענומען, ער און דער גלח, להבֿדיל, מאַכן צו זײ מיט די הענט, נאָר קײנער האָט זײ, אַ פּנים, נישט פֿאַרשטאַנען, װאָס זײ מײנען, און זײ האָבן נעבעך געמוזט, זאָגט ער, פֿאָרן װײַטער, קײן הײַסין הײסט עס. פֿאָרנדיק װײַטער, איז שױן דער גלח, זאָגט ער, געװאָרן אַ סך װײכער. נאָר צורירן זיך צו די מאַשינעס האָט ער אים נישט געלאָזט. ער האָט אים נאָר אַ זאָג געטאָן, דער גלח הײסט עס: „זאָג מיר, לײבקאָ, װאָס איך װעל דיך פֿרעגן?“ זאָגט אים בערל: „איך הײס נישט לײבקאָ, איך הײס בערקאָ“. זאָגט אים דער גלח: „לאָז זײַן בערקאָ. זאָג מיר נאָר, בערקאָ, װאָלסט, למשל, אַ בעלן געװען געבן אַ שפּרונג־אַראָפּ מיט מיר אינאײנעם פֿונעם לאָקאָמאָטיװ אױף דער ערד?“… פֿרעגט אים בערל: „בכדי װאָס? מיר זאָלן חלילה דערהרגעט װערן אױף טױט?“ מאַכט צו אים דער גלח: „סײַ־װי־סײַ װעלן מיר געהרגעט װערן אױף טױט“. רופֿט זיך אָפּ צו אים בערל: „פֿון װאַנען איז געדרונגען? ס'איז גאָר קײן ראַיה נישט, אַז גאָט װיל ― אױ־אױ־אױ, װאָס ער קאָן טאָן!“… מאַכט צו אים דער גלח: „דהײַנו?“ רופֿט זיך אָן צו אים בערל: „איך װעל דיר זאָגן, זאָגט ער, פֿאָטערל! בײַ אונדז ייִדן איז הײַנט, זאָגט ער, אַ טאָג, װאָס ער הײסט הושענא־רבה. אין דעם דאָזיקן טאָג, זאָגט ער, װערט אין הימל אָנגעחתמעט יעדן מענטשן און יעדן באַשעפֿעניש אױף דער װעלט, צי ער זאָל לעבן, צי ער זאָל שטאַרבן; און אױב שטאַרבן ― איז מיט װאָס פֿאַר אַ טױט זאָל ער שטאַרבן. איז ממה־נפֿשך, זאָגט ער: האָט מיר גאָט אָנגעצײכנט, איך זאָל שטאַרבן, איז דאָך אַ פֿאַרפֿאַלענע זאַך; װאָס איז מיר די נפֿקא־מינה, צי איך װעל געהרגעט װערן פֿון אַ שפּרונג, צי פֿון אַ לאָקאָמאָטיװ, צי פֿון אַ דונער? און גלאַט אַזױ, זאָגט אים װײַטער בערל, גײענדיק אױפֿן גלײַכן װעג, קאָן איך מיך נישט אױסגליטשן און שטאַרבן, אַז דער אײבערשטער װיל נאָר? אלא װאָס דען? עס איז מיר הײַנט אָנגעחתמעט געװאָרן פֿון אױבן, אַז איך זאָל בלײַבן לעבן, הײַנט למאַי זאָל איך שפּרינגען?“

„און װאָס זאָל איך אײַך זאָגן? ― אַזױ דערצײלט װײַטער בערל עסיקמאַכער פֿון סאָבאָליװקע און שװערט מיט אַזעלכע שבֿועות, אַז מע מעג גלײבן, דאַכט מיר, אַ משומד ― ער געדענקט נישט, װי אַזױ דאָס האָט זיך געטראָפֿן, נאָר אַז זײ זײַנען געקומען, זאָגט ער, הינטער הײַסין און אַרױסגעזען שױן פֿון דער װײַטן דעם קױמען פֿונעם הײַסינער זאַװאָד, האָט עפּעס מיטאַמאָל דער לאָקאָמאָטיװ, זאָגט ער, אָנגעהױבן גײן שטילער און שטילער, נאָכדעם ― גאָר פּאַװאָלינקע, קױם־קױם, און נאָכדעם האָט ער זיך מישבֿ געװען, דער לאָקאָמאָטיװ הײסט עס, און האָט זיך גאָר אַנידערגעשטעלט. װאָס איז די מעשׂה? ס'איז אים, אַ פּנים, אױסגעגאַנגען הײצונג, און אַ לאָקאָמאָטיװ, זאָגט בערל עסיקמאַכער, אַז עס גײט אים אױס הײצונג, הערט־אױף דאָס װאַסער צו קאָכן און די רעדער הערן־אױף צו דרײען זיך ― און אַ סוף. פּונקט, זאָגט ער, װי, להבֿדיל, אַ מענטש, אַז מע זאָל אים, למשל, נישט געבן קײן עסן… אַװדאי האָט ער דעם גלח געזאָגט טאַקע דאָרט אױפֿן אָרט: „נו, פֿאָטערל? װאָס האָב איך דיר געזאָגט, זאָגט ער, װען דער רבונו־של־עולם זאָל מיר נישט געװען אָנצײכענען הײַנט פֿון אױבן, אַז איך דאַרף נאָך לעבן אױף דער װעלט, װער װײס אױף װיפֿל צײַט עס װאָלט נאָך געװען הײצונג און װוּ מיר װאָלטן שױן איצטער אָנגעשפּאַרט?“ אַזױ מאַכט צו אים בערל, און דער, זאָגט ער, שטײט, די אױגן אַראָפּגעלאָזט אַראָפּ, און שװײַגט. װאָס האָט ער אים נעבעך געקאָנט ענטפֿערן?… ערשט שפּעטער, זאָגט ער, בײַם געזעגענען זיך, גײט דער גלח, זאָגט ער, און ציט אים אױס אַ האַנט און מאַכט צו אים: „פּראָשטשאַיпрощай: זײַ געזונט, איצקאָ“. זאָגט אים בערל: „איך הײס נישט איצקאָ, איך הײס בערקאָ“… מאַכט צו אים דער גלח: „לאָז זײַן בערקאָ. הערסטו בערקאָ? איך האָב גאָר נישט געװוּסט, זאָגט ער, אַז דו ביסט אַזאַ…“ און מער האָט ער נישט געהערט פֿון אים קײן װאָרט, װאָרעם דער גלח האָט פֿאַרקאַטשעט, זאָגט ער, די פּאָלעס פֿון דער ריאַסעрясе: סוטאַנע און האָט גענומען שטעלן פֿיס צוריק, צו זיך אַהײם, אַ פּנים, קײן גאָלאָװאָניעװסק. און ער, בערל הײסט עס, האָט זיך געלאָזט גלײַך אין שטאָט אַרײַן, צו אונדז קײן הײַסין. און בײַ אונדז האָט ער שױן, לאָז זיך אײַך דאַכטן, געהאַלטן יום־טובֿ, געבענטשט גומל, דערצײלט אפֿשר טױזנט מאָל די מעשׂה פֿון אָנהײב ביזן סוף, אַלע מאָל מיט נײַע המצאָות און מיט נײַע נסים… איטלעכער באַזונדער האָט געשלעפּט דעם סאָבאָליװקער עסיקמאַכער צו זיך, געװאָלט אים האָבן פֿאַר אַן אורח אױף יום־טובֿ, און אַגבֿ הערן פֿון אים אַלײן דעם נס פֿון הושענא־רבה ― און מיר האָבן דאָס געהאַט, לאָז זיך אײַך דאַכטן, אַ שׂימחת־תּורה! שױן געװען, װי זאָגט איר, אײן מאָל אַ שׂימחת־תּורה!“…

ענדע געשיכטע נומער אַכט
געשריבן אין יאָר 1909