אײַזנבאַן־געשיכטעס: 7: דער לײדיקגײער

שלום עליכם (אַלע װערק)

געשיכטע נומער זיבן ד ע ר ל ײ ד י ק ג ײ ע ר

װײסט איר, װוּ דאָס בעסטע פֿאָרעכטס איז? דאָס בעסטע, דאָס שטילסטע און דאָס רויִקסטע?

מיטן „לײדיקגײער“.

אַזױ האָבן די באָהאָפּאָליער ייִדן אַ נאָמען געגעבן די שמאָלע אײַזנבאַן, װאָס שנײַדט־דורך אַ גאַנצע רײע שטעטלעך: באָהאָפּאָליע, הײסין, טעפּליק, נעמיראָװ, כאַשטשעװאַטע און נאָך אַזעלכע געבענטשטע מקומות, װוּ אָדם־הראשונס פֿוס האָט קײנמאָל נישט געטראָטן.

די באָהאָפּאָליער ייִדן, װאָס האָבן אַ שם אַף דער װעלט פֿאַר װערטלזאָגערס, דערצײלן זיך אָן פֿונעם „לײדיקגײער“ מעלות מיט מעלות.

ערשטנס, האָט איר קײן מורא נישט, זאָגן זײ, פֿאַר פֿאַרשפּעטיקן. װען איר זאָלט נישט קומען, כאַפּט איר אים. הײַנט װאָס איז װערט, זאָגן זײ, דאָס, װאָס איר דאַרפֿט אײַך נישט שלאָגן פֿאַר אַן אָרט? איר קאָנט אָפּפֿאָרן, זאָגן זײ, אַ גאַנצע שטרעקע אײן מענטש אַלײן, ליגן אױסגעצױגן װי אַ שׂררה און אױסשלאָפֿן זיך אַף אַלע זײַטן.

דאָס איז לױטער אמת. שױן אַ װאָך דרײַ, אַז איך רײַז־אַרום מיטן דאָזיקן „לײדיקגײער“ אין יענעם װינקל און שטײ אַף אײן אָרט. עפּעס טאַקע נאָר װי אַ מין כּשוף! נאָר מײנט נישט, אַז איך באַקלאָג מיך. אַדרבה. איך בין זײער צופֿרידן. װאָרעם איך זע מיך דאָרט אָן אַזעלכע שײנע זאַכן און איך הער מיך אָן אַזױ פֿיל מעשׂיות מיט געשיכטעס, אַז איך װײס נישט, װען װעל איך זײ אַלע קאָנען אַרײַנשרײַבן צו מיר אין ספֿר־הזכרונות?

ערשטנס ― די געשיכטע, װי אַזױ מע האָט געבױט די דאָזיקע אײַזנבאַן. דאָס איז כּדאַי, מע זאָל דאָס באַשרײַבן.

אַז ס'איז אָנגעקומען פֿון פּעטערבורג, אַז מע פֿירט־דורך אין יענער געגנט אַ באַן (װיטע איז דעמאָלט געװען מיניסטער), האָבן ייִדן געזאָגט: ס'אַ ליגן. װאָס דאַרף טעפּליק, אָדער גאָלטע, אָדער הײסין, אַ באַן? זײ זײַנען טאַקע אַנדערש נישט אױפֿגעצױגן געװאָרן נאָר אַף אײַזנבאַנען?… אַזױ האָבן געטענהט די דאָרטיקע ייִדן. און װער שמועסט די באָהאָפּאָ־ליער ― די האָבן געשאָטן מיט גלײַכװערטלעך, װי זײער שטײגער איז, געמאַכט חוזק, געװיזן אַף דער האַנט: „װען אָט דאָ װעט װאַקסן האָר“.

שפּעטער, אַז ס'איז אַראָפּגעפֿאָרן אַז אינזשיניער און גענומען פּלאַנעװען און מעסטן פֿעלד, זײַנען ייִדן אַנטשװיגן געװאָרן, און די באָהאָ־פּאָליער װערטלזאָגערס האָבן באַהאַלטן די הענט (זײ האָבן אַ מעלה, אַז טאָמער טרעפֿן זײ נישט, נעמען זײ זיך נישט צום האַרצן: „דער לוח, זאָגן זײ, מאַכט זיך אױך אַמאָל, אַז ער טרעפֿט נישט“…). און דער עולם פֿון דער גאַנצער סבֿיבֿה אַרום האָט זיך אַ לאָז געטאָן צום אינזשיניער מיט רעקאָמענדאַציעס און פּראָטעקציעס, מיט בריװ און מיט בקשות — ער זאָל זײ געבן אַרבעט. ייִדן נעבעך זוכן פּרנסה. טעפּליקער, בערשעדער, הײסינער און באָהאָפּאָליער בעלי־בתּים האָבן געהערט דערצײלן, אַז באַם בױען אַ באַן װערט מען רײַך. אַ סימן ― פּאָליאַקאָװ…

ייִדן סוחרים ― נישט נאָר די, װאָס האַנדלען מיט געהילץ אָדער מיט שטײנער, נאָר אַפֿילו אַזעלכע, װאָס װײסן נאָר װײץ און קאָרן ― האָבן זיך אױך אַ װאָרף געטאָן צו דער באַן. אַלע ייִדן זײַנען געװאָרן קאָנצעסיאָנערן, פּאָדראַטשיקעס, „סטראָאיטעלעס פֿון אײַזנבאַנען“… „אונדזערע פּאָליאַקאָװס“ ― אַזױ האָט מען זײ אַ נאָמען געגעבן אין באָהאָ־פּאָליע, און מע האָט שױן גענומען אױסרעכענען באַצײַטנס, װיפֿל קאָנען זײ דערבײַ כאַפּן?…

בקיצור, ס'איז געװאָרן אין יענער געגנט, מע קאָן זאָגן, אַ בהלה, אַ מין באַן־פֿיבער, װאָס האָט נישט דורכגעלאָזט קײנעם. דער יצר־הרע פֿון געלט איז גענוג גרױס, און װער װיל עס נישט װערן אַ פּאָליאַקאָװ אין אײן שמע־ישׂראל?

דער געדרענג מיט דער קאָנקורענץ פֿון די קאָנצעסיאָנערן, פּאָדראַטשיקעס און „באַן־סטראָאיטעלעס“ איז געװאָרן אַזױ שטאַרק, אַז מע האָט די אַרבעט, זאָגט מען, געמוזט אױסטײלן על־פּי גורל. װער עס האָט געהאַט גליק באַ גאָט און נושׂא־חן געװען אין די אױגן פֿונעם אינזשיניער, דער האָט געקריגן אַרבעט. און װער עס האָט נישט געקריגן קײן אַרבעט, האָט זיך באַגנוגנט כאָטש מיט אַ שטיקל חלק באַ יענעם. און אַ שטיקל חלק האָט מען אים געמוזט אָפּטרעטן, װאָרעם אַז נישט, האָט ער געגעבן אָנצוהערעניש, אַז ער װײס אױך, װוּ „פּײטערבאַרג“ ליגט און װוּ די „פּראַװליע־ניע“ געפֿינט זיך… און מע האָט פֿאַרזעצט דעם װײַבס פּערל מיט די שבתדיקע קאַפּאָטעס און מע האָט זיך גענומען דורכפֿירן אַ באַן, און מע האָט געפּטרט װוּ װער עס האָט געהאַט ערגעץ אַ גראָשן, און מע האָט פֿאַרזאָגט קינדס־קינדער, אַז צו אַ באַן טאָר מען זיך נישט צורירן.

פֿונדעסטװעגן, אײנס צום אַנדערן געהער זיך נישט אָן. ייִדן נעבעך זײַנען טאַקע געװאָרן בדיל־הדל ― נאָר זײ האָבן אױסגעפֿירט, זאָגן זײ, זײערס: אַ באַן האָבן זײ טאַקע פֿאָרט דורכגעפֿירט. און כאָטש אַפֿילו מע האָט זי אין באָהאָפּאָליע געקרױנט, װי מיר װײסן שױן, מיטן נאָמען „דער לײדיקגײער“, פֿונדעסטװעגן קאָנען זײ זיך פֿון אים נישט אָפּלױבן, און זײ דערצײלן זיך אָן אַף אים חידושים, נסים ונפֿלאָות.

למשל, זײ באַרימען זיך, אַז זינט דער „לײדיקגײער“ איז אַ ל ײ ד י ק ־ ג ײ ע ר, האָט זיך נאָך נישט געטראָפֿן מיט אים קײן אומגליק, װי עס טרעפֿט זיך, אַשטײגער, מיט אַנדערע באַנען. װאָס איז דער שׂכל? דער שׂכל, זאָגן זײ, איז אַ פּראָסטער שׂכל: װ ע ר ע ס ג ײ ט פּ אַ װ אָ ל י ע, ד ע ר פֿ אַ ל ט נ י ש ט… און דער „לײדיקגײער“ גײט טאַקע פּאַװאָליע. שױן אַביסל צו פּאַװאָליע. די באָהאָפּאָליער חכמים, װאָס האָבן ליב יעדע זאַך מגזם זײַן, דערצײלן אַ מעשׂה, װאָס האָט זיך געטראָפֿן מיט זײערן טאַקע אַ באָהאָפּאָליער בעל־הבית. אַ באָהאָפּאָליער בעל־הבית, זאָגן זײ, איז אַרױסגעפֿאָרן מיטן „לײדיקגײער“ פֿון באָהאָפּאָליע צו זײַנעם אַ מחותּן קײן כאַשטשעװאַטע אַף אַ ברית, איז ער אָנגעקומען צו דער בר־מצװה.

און נאָך אַ מעשׂה דערצײלן זײ פֿון אַ בערשעדער מײדל מיט אַ נע־מיראָװער בחור, װאָס האָבן זיך געלאָזט צונױפֿפֿאָרן אַף אַ מיטל־פּונקט אָנקוקן זיך. איז ביז מען איז זיך צונױפֿגעפֿאָרן, איז דער בחור געװאָרן גרױ װי אַ טױב און דאָס מײדל האָט שױן נישט געהאַט אײן צאָן אין מױל. און איבער דעם איז זיך צעגאַנגען דער שידוך.

װײסט איר אָבער, װאָס איך װעל אײַך זאָגן? איך האָב נישט ליב די באָהאָפּאָליער װערטלזאָגערס און האָב פֿײַנט זײערע גוזמות. באַ מיר, אַז איך באַשרײַב אַ זאַך, איז נאָר דאָס, װאָס איך זע מיט מײַנע אױגן, אָדער, װײניקסטנס, װאָס איך הער פֿון סאָלידע מענטשן, פֿון סוחרים.

צום בײַשפּיל, איך האָב אַלײן געהערט פֿון אַ הײסינער סוחר, אַז ערשט פֿאַר עטלעכע יאָרן, אום הושענא־רבה, האָט זיך געטראָפֿן באַ זײ מיטן „לײדיקגײער“ אַן אומגליק, מע קאָן זאָגן, אַ קאַטאַסטראָפֿע, װאָס האָט אַרױסגערופֿן אַ פּאַניקע אַף דער גאַנצער ליניע און אױפֿגערודערט דאָרטן דאָס גאַנצע װינקל. די קאַטאַסטראָפֿע איז געקומען דורך אַ ייִדן מיט, להבֿדיל, אַ גלח. איך גיב זי אײַך איבער דאָ באַלד אין אַ באַזונדער געשיכטע מיטן זעלבן לשון, װי איך האָב זי געהערט פֿונעם הײסינער סוחר. איך האָב ליב איבערגעבן דאָס, װאָס איך הער פֿון יענעם. אַז איר װעט דאָס לײענען, װעט איר אַלײן זען, אַז די געשיכטע איז אַן אמתע געשיכטע.

אַ הײסינער סוחר װעט נישט אױסטראַכטן.

ענדע געשיכטע נומער זיבן.

געשריבן אין יאָר 1909 דער נס פֿון הושענא־רבה

„― דער נס פֿון הושענא־רבה ― אַזױ האָט מען אַ נאָמען געגעבן באַ אונדז די באַן־קאַטאַסטראָפֿע, װאָס האָט זיך געטראָפֿן פּונקט אום הושענא־רבה נ אָ כ ן ק װ י ט ל. און געטראָפֿן האָט זיך די געשיכטע, לאָז זיך אײַך דאַכטן, טאַקע באַ אונדז אין הײסין. דאָס הײסט, נישט אין הײסין גופֿא, נאָר אַ פּאָר סטאַנציעס פֿאַר הײסין. סאָבאָליװקע הײסט די סטאַנציע“…

מיט אַזאַ לשון האָט מיר אַ הײסינער סוחר, װײַזט אױס, אַ לײַטישער מענטש, גענומען ברײטלעך צו דערצײלן, װאָס פֿאַר אַ קאַטאַסטראָפֿע עס האָט זיך געטראָפֿן באַ זײ מיט דער שמאָלער באַן, װאָס מע רופֿט זי דאָרטן „ ד ע ר ל ײ ד י ק ג ײ ע ר “ (איך האָב אײַך אים באַשריבן שױן פֿריִער, אין דעם אַרײַנפֿאָר). און מחמת דער הײסינער סוחר האָט מיר דערצײלט די דאָזיקע געשיכטע טאַקע פֿאָרנדיק מיטן „לײדיקגײער“, װאָס האָט צײַט, און געװען זײַנען מיר מיט אים אין װאַגאָן סך־הכּל צװײ פּאַסאַזשירן, האָט ער זיך צעשפּילעט, צעלײגט, װי באַם טאַטן אין װײַנגאָרטן, און גערעדט פּערלדיק, געטאָקטע װערטער, געגלעט זיך בעת־מעשׂה דאָס בײַכל, צוגעשמײכלט און שטאַרק הנאה געהאַט פֿון זײַן אײגענער געשיכטע.

„― איר פֿאָרט דאָך שױן מיט אונדזער לײדיקגײער, ברוך־השם, די אַנדערע װאָך. װײסט איר דאָך מן הסתּם די טבֿע זײַנע? ער האָט אײַך אַ טבֿע, אַז ער קומט אַף אַ סטאַנציע און שטעלט זיך אַװעק, פֿאַרגעסט ער דעם זײַ־געזונט. דאָס הײסט, אײגנטלעך, לױט „ראָספּיסאַניע“, טאָר ער נישט שטײן מער װיפֿל ס'איז אים אָנגעצײכנט. למשל, אַף דער סטאַנציע