אָרעמע און פֿרײלעכע: הונדערט אײנס

שלום עליכם (אַלע װערק)

הונדערט אײנס ― אַ מעשׂה

א

דער שײנער אַלטער טײַך בוג, װאָס לױפֿט איבערן יוג צװישן דניעפּער און צװישן דניעסטער און פֿאַלט אַרײַן, װי זײ, אין שװאַרצן ים אַרײַן, שנײַדט־דורך לױפֿנדיק צװײ גובערניעס, כערסאָנער און פּאָדאָליער, דאָרט װוּ עס ליגן צעװאָרפֿן אָן אַ שום סדר צװײ ייִדישע שטעטלעך: האָלטע און באָהאָפּאָליע. די דאָזיקע צװײ שטעטלעך ― דאָס איז, אײגנטלעך, אײן שטאָט, נאָר דער טײַך האָט זײ צעשײדט, װי צעריסן אױף דער האַלב, און מענטשן האָבן זײ צוריק צונױפֿגעבונדן מיט אַ בריק, אַזױ אַז פֿון בײדע שטעט איז געװאָרן װידער אײן שטאָט: אָט זײַט איר, דאַכט זיך, אין באָהאָפּאָליע, עס גײט נישט אַװעק קײן פֿינף מינוט ― זײַט איר שױן אין האָלטע; און דאָס אײגענע צוריק: אָט זײַט איר נאָר־װאָס געװען אין האָלטע, איר טוט אַ קוק ― אַהאַ, איר זײַט שױן װידער אין באָהאָפּאָליע!

האָלטע האָט אַ צײַט מיט יאָרן זיך גערעכנט פֿאַר אַ דאָרף, און באָהאָפּאָליע ― פֿאַר אַ שטעטל. איז דערפֿאַר אױף האָלטע געפֿאַלן דער גורל פֿונעם 3טן מײַ 1882, אַז ייִדן טאָרן זיך דאָרטן איבעראַנײַס נישט באַזעצן.

פֿון דעמאָלט אָן איז האָלטע געװאָרן שטאַרק חשובֿ בײַ די באָהאָפּאָליער ייִדן, װאָס האָבן אַלע מיטאַמאָל באַקומען חשק זיך באַזעצן דװקא אין האָלטע, און דװקא נאָכן 3טן מײַ.

פֿון יענעם 3טן מײַ אָן האָבן די באָהאָפּאָליער ייִדן אָנגעהױבן זיך שטילערהײט אַריבערפּעקלען קײן האָלטע. נאָר ס'איז זײ נישט געראָטן; מע האָט זײ געבעטן מחילה זײער שײן איבער דער בריק צוריק קײן באָהאָפּאָליע: „גאָספּאָדין איצקאָ, פּאָזשאַלאָיטיע נאַזאַד דאָ באָהאָפּאָלסקאַהאָ ראַבינאַгосподин ітско, пожалоітє назад до богопольского рабина: הער איצקאָ, זײַט אַזױ גוט און קער זיך צוריק צום באָהאָפּאָליער רבֿ!“ אָדער מע האָט אים פֿאַרקערעװעט דעם װאָגן אָן װערטער און אַ זאָג געטאָן מיט אַ געלעכטער: „אַ פֿאָר־פֿאָר נאַ באַרדיטשעװ“.

― סטײַטש! ― האָט נעבעך יענער געטענהט ― איך בין אַ האָלטער פֿון כּמה־וכּמה יאָרן! יאַ מאַיע סאָבסטװענע גאָרעד אוּװ שקאָלעЯ маю собственный город у школе ― איך האָב דאָרט אַן אײגענע שטאָט אין בית־מדרש! יאַ מאַיע סקילקע ראָדיטשי נאַ קלאַדבישטשעЯ маю скилько родичей на кладбище ― איך האָב דאָרט קרובֿים אױפֿן בית־עולם!

די אַלע טענות האָבן אָבער געהאָלפֿן, װי דער פֿאַראַיאָריקער שנײ.

― דאָקומענטעдокументы ― פּאַפּירן! ― האָט מען אים געענטפֿערט, און עס האָט זיך אָנגעהױבן אַ חתונה מיט „פּאַפּירן“. ייִדן האָבן דעמאָלט געגעבן צו לײזן געלט פֿאַר פּאַפּיר… די כאָדאַטײַעס האָבן מאַסף־ממון געװען, די מוסרים האָבן געהאַט װאָס צו טאָן… װעמען עס האָט געגאָלטן, און װעמען נישט. אַ סך האָבן ייִדן אַלײן קאַליע געמאַכט זיך מיט זײערע מסירות; איבער זײערע מסירות האָבן נעבעך אַ סך משפּחות געמוזט פֿאַרנעמען די בעבעכעס און עמיגרירן איבער דער בריק פֿון האָלטע קײן באָהאָפּאָליע, און ס'זײַנען צוגעקומען נײַע קבצנים, נײַע עסערס, װאָס עסן אײנס דאָס אַנדערע… ייִדן האָבן זיך נישט געװאָלט אַזױ גיך אונטערגעבן, האָבן זײ מלחמה געהאַלטן (אױף פּאַפּיר, געװײנטלעך). און ס'איז אַװעק אַ מלחמה צװישן ייִדן מיט פּאָליציע און צװישן ייִדן מיט ייִדן; עס זײַנען געפֿלױגן פּאַפּירן אין פּאָליציע, פֿון פּאָליציע אין דער גובערניע, פֿון דער גובערניע אין סענאַט, פֿון סענאַט אין דער גובערניע און פֿון דאָרט צוריק אין פּאָליציע ― און די מלחמה האָט זיך אַזױ געצױגן צװאַנציק יאָר כּסדר. איך האָב מורא, אַז דער היסטאָריקער, װאָס װעט אַמאָל קומען באַשרײַבן די געשיכטע פֿון די דאָזיקע צװײ שטעטלעך, װעט ער מוזן דאָס דאָזיקע שטיקל צײַט אַ נאָמען געבן: „די געשיכטע פֿון דער צװאַנציק־יעריקער מלחמה“. די האָלטער מיט די באָהאָפּאָליער ייִדן װעלן שױן װיסן װאָס מע מײנט…

צװישן די אַנשי־מלחמה זײַנען געװען צװײ מענטשן: ירחמיאל־משה באָהאָפּאָלסקי פֿון האָלטע און זײַנער אַ בלוטיקער שׂונא נחמן־לײב האָלטיאַנסקי פֿון באָהאָפּאָליע.

ב

עס זאָל אײַך גאָר נישט זײַן קײן חידוש און איר זאָלט נישט פֿרעגן קײן קשיות, װאָס ירחמיאל־משה איז אַ האָלטער און הײסט באָהאָפּאָלסקי און נחמן־לײב איז אַ באָהאָפּאָליער און הײסט האָלטיאַנסקי? למאַי איך קאָן אײנעם אַ טשערקאַסקי, װאָס װױנט אין ביעלאָצערקאָװ, און אײנעם אַ ביעלאָצערקאָװסקי, װאָס װױנט אין טשערקאַס? הײַנט קאָן איך אײנעם אַ טאַראַשטשאַנסקי, װאָס װױנט אין קרעמענטשוג, און אַ קרעמענטשוצסקי, װאָס זיצט אין טאַראַשטשע? דאַכט זיך, װאָס װאָלט געװען אַזױ שלעכט, אַז טשערקאַסקי, װאָס קומט אַרױס מסתּמא פֿון טשערקאַס, זאָל זיך זיצן אין טשערקאַס, ביעלאָצערקאָװסקי אין ביעלאָצערקאָװ, טאַראַשטשאַנסקי אין טאַראַשטשע און קרעמענטשוצסקי אין קרעמענטשוג? איז דער תּירוץ: װען איטלעכער מענטש זאָל דאַרפֿן זײַן צוגעבונדן צו זײַן שטאָט, װאָלט דאָך די װעלט קײן קיום נישט געהאַט!… נאָר מיר קערן זיך אום צום 3טן מײַ 1882.

נחמן־לײב האָלטער, װאָס איז כּל־ימיו געװען אין באָהאָפּאָליע, האָט באַדאַרפֿט פּונקט דעם 2טן װאָס אַקעגן יענעם 3טן מײַ נעכטיקן אין האָלטע און זײַן דאָרטן פֿאַרשריבן בײַם אוריאַדניק אױף אַ פּראָטאָקאָל ― און דאָס האָט אים געדינט פֿאַר אַ באַװײַז, אַז ער איז אַ האָלטער תּושבֿ. אָט דאָס הײסט, אַז סע באַשערט אײנעם אַ גליק, דעם אַנדערן אַן אומגליק!

סע פֿאַרשטײט זיך, אַז ירחמיאל־משהן האָט די דאָזיקע מעשׂה רעכט פֿאַרדראָסן, און ער האָט געטאָן אַלצדינג, װאָס ער האָט געקאָנט, און האָט אַזױ לאַנג געגראָבן אױף נחמן־לײבן, ביז ער האָט דערװיזן מיט אותות־ומופֿתים, אַז נחמן־לײב איז אַ באָהאָפּאָליער. אַװדאי איז נחמן־לײב אױך נישט געשלאָפֿן און אױסגעװיזן מיט פּאַפּירן, אַז דעם 2טן אַקעגן 3טן מײַ 1882 איז ער געװען פֿאַרשריבן אין האָלטע בײַם אוריאַדניק אין די ביכער; אַ סימן איז: דער נאָמען אַלײן, האָלטיאַנסקי, באַװײַזט, אַז ער, נחמן־לײב, איז אַ האָלטער, און ירחמיאל משה איז אַ באָהאָפּאָליער, װי דער נאָמען זײַנער באַװײַזט: באָהאָפּאָלסקי פֿון באָהאָפּאָליע…

אַזױ האָט געשריבן נחמן־לײב אין דער גובערניע אַרײַן אױף ירחמיאל־משהן. ירחמיאל־משה האָט אָבער אױך נישט געשװיגן. ער האָט אַרױסגענומען פּאַפּירן און אױסגעװיזן מיט עדות, אַז נחמן־לײב, כאָטש ער רופֿט זיך האָלטיאַנסקי, איז ער אַ באָהאָפּאָליער. אַ סימן: ער האָט אין באָהאָפּאָליע אַן אײגענע דירה מיט אַ שטאָט אין דעם מגידס קלױז. װאָס דאַרף אַ האָלטער ייִד אַ דירה אין באָהאָפּאָליע מיט אַ שטאָט אין דער באָהאָפּאָליער קלױז?

הקיצור, מע האָט זיך אַזױ לאַנג געשלאָגן מיט פּאַפּירן אין דער גובערניע אַרײַן, און די צװײ ייִדן האָבן זיך אַזױ צוגעגעסן, ביז ס'איז אָנגעקומען, מע זאָל זײ בײדן אַרױסמשלחן פֿון האָלטע און אַכטונג געבן, מע זאָל זײ אַהינצו נישט אַרײַנלאָזן, אַ חוץ בײַטאָג.

ג

― בהמה, װאָס שװײַגט איר?

― װאָס װעט מיר העלפֿן, אַז איך װעל שרײַען?

― פֿאַראַן אַ סענאַט, גיט אײַן אין סענאַט!

― װאָס זאָל איך אײַנגעבן אין סענאַט, אַז די גובערנסקי פּראַװלעניעгубернский правление: פּראָװינציעלע רעגירונג האָט געפֿונען, אַז איך בין אַ באָהאָפּאָליער?

און דערצו האָט זיך אַרײַנגעמישט ירחמיאל־משהכע:

― מע דאַרף נישט גײן אין סענאַט! סענאַט פֿעלט אים נאָך! דו װילסט, אַ פּנים, מע זאָל אונדז אַרױסשיקן פֿון באָהאָפּאָליע אױך?

אומעטום פֿלעגט ירחמיאל־משהכע אױספֿירן. נאָר דאָ האָט זי נישט געקאָנט פּועלן גאָרנישט. ירחמיאל־משה איז געװען אַ גוטער עקשן און איז אַװעק מיט אַ פּאַפּיר אין סענאַט אַרײַן, און שטעלט אײַך פֿאָר אַ מעשׂה:

ס'איז אַװעקגעגאַנגען אַ היפּש שטיקל צײַט, איך האָב מורא אױב נישט אַ יאָר צװאַנציק; אײנמאָל זיצט ער זיך אַזױ בײַ זיך אין קלײט, תּחילת זומער איז דאָס געװען, ער האָט אַפֿילו נישט אין זינען געהאַט דעם סענאַט אין דעך לינקער פּאה, כּמעט פֿאַרגעסן גאָר, אַז ס'איז פֿאַראַן אַ סענאַט אױף דער װעלט, קומט מען צו גײן און מע רופֿט אים צום פּריסטאַװ.

― װאָס איז שױן עפּעס אַ נײַס בײַ דיר? װידעראַמאָל „סװיטשנע סבאָר“? זײַנע עסקים! ― רופֿט זיך אָן ירחמיאל־משהכע צו ירחמיאל־משהן.

― לאָז מיך אַזױ װיסן אַ בײזע װעטשערע מיט דיר אינאײנעם! ― מאַכט ירחמיאל־משה ― אַ פּריסטאַװ רופֿט, קאָן מען קײן דבֿר־אַחר נישט זײַן און מע מוז גײן.

― זע נאָר, מע זאָל דיך דאָרט כאָטש נישט „רעשטעװען“! ― באַגלײט אים אַרױס ירחמיאל־משהכע פֿון קלײט מיט אַ יבֿרכך.

עס האָט נישט געדױערט קײן האַלבע שעה, איז ירחמיאל־משה אַרײַנגעפֿלױגן אין קלײט אַרײַן, קױם געקאָנט אױסרײדן:

― מזל־טובֿ!… אָנגעקומען פֿון סענאַט… געקומען, אַז איך בין אַ באָהאָפּאָליער… איך מעג שױן, הײסט דאָס, זיצן אין באָהאָפּאָליע…

ירחמיאל־משהכע האָט אַ פּליעסק געטאָן מיט די הענט:

― אַ גדולה אַף דער באָבע! װאָס זאָגט איר אַף דעם מזל־טובֿ? ער מעג שױן זיצן אין באָהאָפּאָליע!

― טפֿו, װאָס זאָג איך באָהאָפּאָליע? איך מײן האָלטע מײן איך!

― האָלטע? אַזױ זשע רײד!… נו, ירחמיאל־משה, װאָס האָב איך דיר געזאָגט?

― װאָס האָסטו מיר געזאָגט?

― איך האָב דיר נישט געזאָגט, זאָלסט גײן אין סענאַט?…

ירחמיאל־משה איז געװען אַזױ צופֿרידן, אַזױ גליקלעך, אַז ער איז אַרױסגעלאָפֿן אין שטאָט און אױסגעפּױקט פֿון אײן עק ביזן אַנדערן, אַז ס'איז אָנגעקומען פֿון סענאַט, אַז ער איז אַ האָלטער און מעג זיצן אין האָלטע, און ער קלײַבט זיך אַריבער, אם ירצה השם, אין גיכן קײן האָלטע. ירחמיאל־משה האָט דעם טאָג נישט געגעסן, נישט גערוט; ער איז געלאָפֿן פֿון אײנעם צום אַנדערן. עס האָט אים עפּעס געטראָגן אין דער לופֿטן. װעמען ער האָט באַגעגנט, האָט ער אָפּגעשטעלט.

― געהערט?

― װאָס? פֿון סענאַט? געהערט, װי דען? מזל־טובֿ אײַך.

― מיט מזל זאָלט איר לעבן.

― װען רעכנט איר אַריבערפֿאָרן?

― אם ירצה השם, נאָך שבֿועות.

― לאָז גאָט געבן אין אַ גוטער שעה.

― אַ דאַנק!

ד

אַ ישועה, אַז גאָט העלפֿט אַ מענטשן, איז אַװדאי זײער גוט, נאָר אַ ישועה מיט אַ נקמה אינאײנעם ― דאָס איז אײנע פֿון די גרעסטע זאַכן אױף דער װעלט, װאָס דאָס פֿאַרגעניגן דערפֿון לאָזט זיך נישט באַשרײַבן; זען, װי יענער איז מקנא, װי דער שׂונא װערט צעזעצט קוקנדיק, נעמט־אײַן אַ מיתה־משונה ― דאָס גיט־צו דעם מענטשן אַזױ פֿיל מוט, שטאַרקײט און אַכזריות, אַז פֿאַר נצחון פֿאַרגעסט ער זיך און הײבט אָן צו טאָן נאַרישקײטן.

אונדזער ירחמיאל־משה האָט נישט אױפֿגעהערט צו גראַגערן מיטן סענאַט אױף יעדן טריט און שריט, אַזױ אַז עס האָט זיך אַלעמען צוגעגעסן, געװאָרן נימאס, טריף װי חזיר. עס האָט שױן פּשוט געשלאָגן צו דער גאַל אױסהערן פֿון אים נאָך אַ מאָל סענאַט, און װידער אַ מאָל סענאַט, און אָבער אַ מאָל סענאַט!

נאָר אױב דאָס איז געװען נימאס צו הערן דער גאַנצער שטאָט, הײַנט װי האָט דאָס געקאָנט בראָטן און ברענען נחמן־לײבן נעבעך, אַז ער האָט באַדאַרפֿט אַלײן אױסהערן פֿון אים אַלע מינוט, אַלע רגע? ירחמיאל־משה האָט שטענדיק געזוכט מיט די אױגן נחמן־לײבן, און װוּ נחמן־לײב איז געשטאַנען ― אַהין איז ער צוגעגאַנגען און געזאָגט:

― אַ פּנים, אַז אין סענאַט זיצן טאַקע פֿאָרט מענטשן!…

נחמן־לײב טרעט־אָפּ אױף אַ זײַט און באַהאַלט זיך, נאָר ירחמיאל־משה זוכט אים אָפּ און רעדט װײַטער, נישט צו אים, צו אַנדערע, נאָר אַזױ, אַז ער זאָל אױך הערן:

― איך בין אומיסטנע נעכטן איבערגעבליבן נעכטיקן אין האָלטע אױף בײַנאַכט, געװאָלט, דער פּריסטאַװ זאָל צו מיר קומען; איז ער, אױף צו להכעיס, נישט געקומען!

צװישן ירחמיאל־משהן מיט ירחמיאל־משהכען איז געװען, ברוך־השם, אַזאַ גוט לעבן, אַז אומעטום, װוּ זי האָט נאָר געקאָנט, האָט זי אים געטאָן אױף קידער־װידער; נאָר דאָ, בײַ נחמן־לײבס מפּלה, איז זי אים געקומען צו הילף און האָט אים געהאָלפֿן פּױקן איבער דער שטאָט און דעקוטשען נחמן־לײבן מיט נחמן־לײבעכען, אַזױ אַז יענע האָט שױן געבעטן גאָט, עס זאָל שױן אַװעקגײן שבֿועות און ירחמיאל־משה מיט ירחמיאל־משהכען זאָלן שױן אַרױספֿאָרן צו אַלדי שװאַרצע יאָר. ― „מע קאָן גאָר קײן קאָפּ נישט אױפֿהײבן פֿון זײ!“ און גאָט האָט רחמנות געהאַט, ס'איז אַװעקגעגאַנגען שבֿועות און ירחמיאל־משה מיט ירחמיאל־משהכען כאַפּן זיך נישט אַריבערצופֿאָרן קײן האָלטע. װאָס האָבן זײ קײן צײַט נישט? זײ װעלן פֿאַרשפּעטיקן שפּעטער מיט אַ װאָך? אַבי, דאַנקען גאָט, זײ מעגן שױן! ― ביז ס'איז געקומען זונטיק, דער 25טער מײַ, און די בלעטער (װער האָט אױסגעטראַכט אָט די „בלעטער“?) האָבן געבראַכט צו טראָגן אַ ידיעה פֿון הונדערט אײן שטאָט, װאָס ייִדן מעגן דאָרטן זיצן, בױען הײַזער, קױפֿן ערד, פֿלאַנצן גערטנער! הונדערט אײן שטאָט, און האָלטע אױך בתוכם ― אַזאַ מעשׂה איז נישט געהערט געװאָרן! ירחמיאל־משה האָט נישט געגלױבט קײנעם.

― עס קאָן נישט זײַן, ס'אַ ליגן! ― האָט ער געשריִען ― צװאַנציק יאָר כּסדר האָט מען נישט געטאָרט איבערנעכטיקן אַ נאַכט, פּלוצעם װעט מען מעגן בױען הײַזער, קױפֿן ערד, פֿלאַנצן גערטנער? און גראַדע הונדערט מיט אײן שטאָט, און גראַדע האָלטע אױך בתוכם! דאָס האָבן שׂונאים אױסגעטראַכט, דאָס װאַקסט מסתּמא פֿון נחמן־לײבן, נחמן־לײבס קאָפּ דערבײַ, פֿאַרכאַפּט זאָל ער װערן!

― דעמאָלט װען בײַ מיר װעט אױסװאַקסן האָר אױף דער דלאָניע, דעמאָלט װעט מען מעגן זיצן אין האָלטע!

אַזױ האָט ירחמיאל־משה געשריִען, און ירחמיאל־משהכע, װאָס האָט אױך געהערט אין מאַרק עפּעס אַ נײַס מכּוח הונדערט אײן שטאָט און האָלטע אױך בתוכם, האָט אים צוגעברומלט, פּאָטאַקעװעט:

― אױב ס'איז אמת די מעשׂה מיט דײַן סענאַט, מעגסטו זיך טאַקע באַגראָבן מיט אים אינאײנעם.

אַזױ זאָגט ירחמיאל־משהכע און ברענט און פֿלאַמט, װי אַ פֿאַרפֿלאַמטער שבת־קױלעטש.

פּלוצעם עפֿנט זיך די טיר און עס קומט אַרײַן דער שמשׂ פֿונעם מגידס קלױז מיט אַ ייִדיש בלאַט־צײַטונג.

― נאַט אײַך, רב ירחמיאל־משה, דאָס האָט מען אײַך געשיקט אַ בלאַט, איר זאָלט מוחל זײַן איבערלײענען װאָס דאָ שטײט; דאָ איז פֿאַראַן עפּעס אַ נײַס, זאָגן זײ, מכּוח באָהאָפּאָליע און מכּוח האָלטע, הונדערט אײן שטאָט, פֿאַרקנײטשט אָן־אָ און אונטערגעשטראָכן נומער 94.

ירחמיאל־משה האָט שױן פֿאַרשטאַנען, װער האָט זיך דאָס מטריח געװען. ער האָט גענומען דאָס בלאַט, אָנגעטאָן די ברילן, און עס האָט זיך אים אַ װאָרף געטאָן אין די אױגן אַרײַן דער נומער 94 און דאָס װאָרט „האָלטע“. דאָס איבעריקע האָט ער שױן גאָרנישט געװאָלט לײענען. ער האָט פֿאַרשטאַנען, אַז די מעשׂה איז אַן אמת, און איז צוגעגאַנגען צו ירחמיאל־משהכען. ירחמיאל־משהכע האָט שױן פֿאַרשטאַנען װאָס דאָס באַדײַט, האָט זי אַ זאָג געטאָן צו ירחמיאל־משהן מיט אַ ביטער געלעכטער:

― נו? דײַן סענאַט!…

― װאָס עפּעס מײַן סענאַט?

― װעמענס דען סענאַט? ס'האָט זיך אים פֿאַרגלוסט אַ סענאַט האָט זיך אים פֿאַרגלוסט! קומען זאָל אױף אײַך אַלע אַ שׂרפֿה, רבונו של עולם!

ה

אַ װיסטער טאָג איז דעמאָלט געקומען אױף ירחמיאל־משהן מיט זײַן װײַב. שטיל, אָן װערטער, האָט זי געגרײט צום טיש, געקלונגען שטאַרק מיט די טעלער און מיט די לעפֿל, געשמיצט מיט די גאָפּלען.

― גײ שױן, גײ װאַש זיך שױן! ― רופֿט זיך אָן ירחמיאל־משהכע צו ירחמיאל־משהן. ― זיבעצן מאָל באַדאַרף מען אים בעטן צום טיש!

― זיבעצן מאָל? דוכט זיך, נאָך אַפֿילו אײן מאָל ניט? ― מאַכט ירחמיאל־משה מיט אַ זיפֿץ און גײט זיך װאַשן און הײבט בײדע הענט אין דער הײך און זאָגט „שׂאו־ידיכם“ און טראַכט זיך בשעת־מעשׂה: „הונדערט מיט אײן שטאָט… פֿראַנק און פֿרײַ… און האָלטע אױך בתוכם“… ער זעצט זיך צום טיש, מאַכט אַ המוציא און זוכט עפּעס אױפֿן טיש און קען ניט געפֿינען, און מחמת מע טאָר ניט מפֿסיק זײַן, מאַכט ער מיט די הענט, קוקט אָן אַ זײַט און רעדט אױף לשון־קודש:

― אי־אָ־נו־מלח ― זאַלץ!?

― מלח, זאַלץ, שמאַלץ! אָט שטײט דאָך די זאַלץ בײַ דיר אונטער דער נאָז! אָטאָ, װאָס אָקעסטו, װאָס?

ירחמיאל־משה האָט קױם אַראָפּגעשלונגען דאָס שטיקל ברױט, זיך שיִער ניט דערװאָרגן מיטן ערשטן ביסן, און האָט זיך געכאַפּט צום לעפֿל װען מע האָט באַדאַרפֿט אַ גאָפּל, און צום גאָפּל װען מע האָט באַדאַרפֿט אַ לעפֿל. אַ גאַנץ עסן זײַנען זײ געזעסן דער אַהער, דער אַהין, און געשװיגן בײדע. עס האָט זיך געהערט אַ קלינגען פֿון די כּלים, אַ זופּן און ניאַמקען פֿונעם עסן. אײן מאָל נאָר האָט ירחמיאל־משהכע אַ זאָג געטאָן:

― אַ שטילער מלאך דורכגעפֿלױגן…

ירחמיאל־משה האָט גאָרניט געענטפֿערט, און אַזױ איז איבערגעגאַנגען דער גאַנצער װאַרעמעס שטיל, מע האָט געקענט הערן אַ פֿליג. נאָכן עסן האָט ירחמיאל־משה געקאַלופּעט מיטן גאָפּל די צײן און אַ זאָג געטאָן צו דער סטעליע:

― מים־אַחרונים־װאַסער…

ירחמיאל־משהכע האָט אים אַ קוק געטאָן אין די אױגן אַרײַן, אײַנגעבױגן דעם קאָפּ אַ ביסל אױף אַ זײַט:

― זאָג נאָר, ירחמיאל־משה, אױף װעלכער זײַט ביסטו דאָס אױפֿגעשטאַנען הײַנט?

ירחמיאל־משה האָט איר דערױף ניט געענטפֿערט גאָרניט. ער האָט נאָר אָפּגעגאָסן מים־אַחרונים, אַ שמיץ געטאָן דעם טעלער פֿון זיך און האָט אָנגעהױבן בענטשן שטילערהײט.

אַצינד איז געװען די בעסטע צײַט, אַז ירחמיאל־משהכע זאָל זיך מיט אים קענען אָפּרעכענען, דאָס הײסט, דערגײן אים די יאָרן מיט װערטער, עסן אים און טאָטשען, װי אַ װאָרעם, און אים געבן װיפֿל סע װעט אין אים אַרײַן, ער זאָל ניט זײַן משוגע, ניט אַרױסבאַװײַזן דעם כּהן און ניט שמיצן זיך מיט קײן טעלער.

― זע נאָר, ער שמיצט זיך דאָס אַ ביסל! גלײַך װי מע װערט פֿון אים גליקלעך… אַ מאַנצביל… מײנט ער שױן, אַז ער מעג אַלצדינג… אַ מאַנצביל און אַ חשובֿ אין סענאַט! אַ קלײניקײט? פּסנו!

ירחמיאל־משה האַלט דעם קאָפּ אַראָפּ, די אױגן צוגעמאַכט, שאָקלט זיך און בענטשט שטילערהײט: „הַזָּן וּמְפַרְנֵס לַכֹּל“… און ירחמיאל־משהכע טוט זיך אירס; זי טאָטשעט אים:

― פֿרעג אים װאָס? װײס ער אַלײן ניט! װאָס ביסטו, אַ שטײגער, אין קאַקעס (אין כּעס) אַ גאַנץ פֿרימאָרגן? ס'איז דאָך דײַן סענאַט, ניט מײַנער!

ירחמיאל־משה הײבט אָן בענטשן אַ ביסל העכער:

― „כַּכָּתוּב: וְאָכַלְתָּ וְשָׂבַעְתָּ…“, און לאָזט אױס מיט אַ ניגון און ציקלט זיך: „עַל הָאָ־אָ־אָ־אָרֶץ וְעַל הַמָּזוֹן“.

ירחמיאל־משהכע לאָזט דורך אַ מינוט און הײבט אָן װײַטער:

― אַ מין רציחה! אַ מין כּעס! עס האָט זיך אין אים אַ ביסל צעברענט אַ פֿײַער! מע זאָל באַהיט און באַװאָרנט װערן!

ירחמיאל־משה העכערט דאָס קול נאָך שטאַרקער:

― „לָעַד, לְחֵן וּלְחֶסֶד וּלְרַחֲמִים וּלְרֶוַח הַצָּלָה וְהַצְלָחָה…“

― דוכט זיך, פֿאַרקערט? ― זאָגט ירחמיאל־משהכע ― אַז מע דערהערט ישועות־ונחמות אױף ייִדן, באַדאַרף, אַדרבא, הנאה טאָן?

ירחמיאל־משה העכערט דאָס קול נאָך שטאַרקער:

― „בְּרָכָה וִישׁוּעָה נֶחָמָה פַּרְנָסָה וְכַלְכָּלָה וְרַחֲמִים וְחַיִּים וְשָׁלוֹם וְכָל טוֹב!“…

ירחמיאל־משהכע װיל ניט אַנטשװיגן װערן:

― פֿרעג אים, אַ שטײגער, װאָס אַרט דאָס אים? װאָס דערלײגט ער דאָ? נחמן־לײב װעט מעגן זיצן אין האָלטע? לאָז ער זיצן אין געהאַקטע װוּנדן! עס זאָל מיך אָנהײבן צו אַרן!… צעזעצטערהײט!…

ירחמיאל־משה זידט װי אַ קעסל, האַלט אײַן דעם כּעס אין זיך װי װײַט ער קען און הײבט אָן זאָגן די „הרחמנס“ נאָך העכער און מיט אַ װײנענדיקן ניגון.

אַ מענטש איז דאָך אָבער ניט פֿון אײַזן. ירחמיאל־משהכע טאָטשעט אים אַזױ לאַנג, ביז ער נעמט צונױף בײדע קוליקעס אַקעגן איר פּנים, קריצט מיט די צײן און שרײַט אױס אױף אַ קול:

― אױ, הָרַחֲמָן הוּא יְבָרֵךְ אוֹתִי ואֶת אִשְתִּי ואֶת זַרְעִי ואֶת זֶרַע זַרְעִי! טפֿו!… ― און לױפֿט אַרױס פֿון שטוב, װי אַ משוגענער.

. . . . . . . . . . . . . . . . . . . .

נחמן־לײב מיט נחמן־לײבעכען זײַנען אַריבערגעפֿאָרן קײן האָלטע, און ירחמיאל־משה מיט ירחמיאל־משהכען זײַנען פֿאַרבליבן אין באָהאָפּאָליע עד־היום־הזה!

געשריבן אין יאָר 1903
מײַן ערשטער ראָמאַן

א. די ערשטע שטעלע און דער כּוח פֿון פּראָטעקציע

װער עס האָט פֿאַרזוכט דעם טעם פֿון זיצן שפּעט בײַנאַכט אַ הונגעריקער בײַ אַ שמעלצנדיק ליכטל, אײַנגעהילט אין אַ צעריסן פּעלצל, און חזרן גראַמאַטיק: ― אימעניטעלנעי ― ביעלעי סװיעזשעי כליעבименительный - белый свежий хлеб: סובסטאַנטיװ: פֿריש װײַס ברױט; ראָדיטעלנעי ― ביעלאַהאָ סװיעזשאַהאָ כליעבאַродительный - белого свежего хлеба: פּאָזעסיװ: פֿריש װײַט ברױטס; דאַטעלנעי ― ביעלאָמו סװיעזשעמו כליעבודאַטיװ: פֿרישן װײַסן ברױט, און בשעת־מעשׂה זאָל זיך גלוסטן כאָטש אַ שװאַרץ אַלט געבאַקן שטיקל ברױט ― און ס'איז ניטאָ… װער עס האָט פֿאַרזוכט דעם טעם פֿון שלאָפֿן אױף אַ האַרטער באַנק מיט אַ װײכן קולאַק צוקאָפּנס, און דאָס לעמפּל טשאַדעט, און דאָס קינד װײנט, און די אַלטע װאָרטשעט… װער עס האָט פֿאַרזוכט דעם טעם פֿון אַ פּאָר שטיװל, װאָס אײן אָפּצאַס איז אָפּגעשפּרונגען און אַ פּאָדמעטקע שלעפּט זיך נאָך און קװאַטשקעט, און איר קענט פֿון איר בשום־אופֿן נישט פּטור װערן… װער עס האָט פֿאַרזוכט דעם טעם פֿון אָפּטראָגן דעם זײגער אין לאָמבאַרד אַרײַן, און דער לאָמבאַרד װיל אים ניט אָננעמען, מחמת די קאָפּערטע איז ניט פֿון רײן זילבער און די געדערים זײַנען ניט װערט קײן פֿירער… װער עס האָט פֿאַרזוכט דעם טעם פֿון בעטן בײַ אַ גוטן פֿרײַנט אַ גמילת־חסד, און ער לאָזט זיך לאַנג ניט בעטן, לײגט אַרײַן די האַנט אין קעשענע און כאַפּט אַרױס דאָס בײַטעלע און שװערט אײַך, אַז ער האָט ניט אַ גראָשן… װער עס האָט דאָס אַלצדינג פֿאַרזוכט, אַלײן איבערגעלעבט, ― דער װעט מיך אפֿשר פֿאַרשטײן, װיִאַזױ מיר איז געװען אױף דער נשמה, אַז איך האָב באַקומען אַ שטעלע ― די ערשטע שטעלע ― פֿון צװעלף קאַרבן אַ חודש מיט קעסט און קװאַרטיר און אױף אַלעם גרײטן!

װיִאַזױ איך האָב די שטעלע באַקומען ― װיל איך אײַך ניט באַמיִען, און איך מײן, אַז איך בין גאָר ניט מחויבֿ אײַך אַלצדינג דערצײלן,