לכּבֿוד יום־טובֿ: שלח מנות

שלום עליכם (אַלע װערק)

שלח־מנות: אַ בילד

האַלב װאָכעדיק, האַלב יום־טובֿדיק, מיט אַ זײַדענער פֿאַטשײלע און מיט אַ פֿאַרטעך, שטײט די מאַמע בײַם טיש, שטאַרק צעטראָגן. עפּעס אַ װערטעלע אױסצורײדן ― כּמעט אַ מאה שלח־מנותן אָפּנעמען און כּמעט אַ מאה שלח־מנותן אָפּשיקן. קײנעם נישט אָנזעצן, חלילה קײן טעות נישט האָבן, געדענקען װעמען װאָס פֿאַר אַ שלח־מנות מע באַדאַרף אָפּשיקן. צום בײַשפּיל: אַז יענער שיקט אײַך אײן פֿלעדל, צװײ קישעלעך, אײן מאָנדל, צװײ שטיקלעך טאָרט, אײן האָניק־טײגל מיט צװײ צוקער־לעקעכלעך ― באַדאַרפֿט איר אים אָפּשיקן, געװײנלעך, צװײ פֿלעדלעך, אײן קישעלע, צװײ מאָנדלעך, אײן שטיקל טאָרט, צװײ האָניק־טײגלעך מיט דרײַ צוקער־לעקעכלעך. מע באַדאַרף האָבן אַ קאָפּ פֿון אַ מיניסטער, חלילה נישט אָנמאַכן אַ חתונה, װי עס האָט זיך אַמאָל שױן געטראָפֿן בײַ אונדז אַזאַ אומגליק, דאָס הײסט, מע האָט אָפּגעשיקט אײנער אַ נגידיתטע צוריק איר אײגענעם שלח־מנות, האָט זיך דאָס געטאָן! עס איז אַרױס אַ מחלוקת צװישן די מאַנען, מיט סקאַנדאַלן, מיט פּעטש, מיט מסירות, מיט רדיפֿות, װי געװײנלעך… הײַנט די מענטשן, װאָס ברענגען דעם שלח־מנות, באַדאַרף מען אױך עפּעס שענקען, װעמען אַ קאָפּיקע, און װעמען צװײ, און װעמען נאָך מער װי צװײ… אָט עפֿנט זיך די טיר און סע קומט אַרײַן אַ מײדל מיט שטאַרק־רױטע האָר און מיט אַ סך קלײַען אױפֿן פּנים ― דאָס איז מײַן רבינס אַ מײדל. זי גײט־אַרום פֿון אײן בעל־הבית צום אַנדערן און נעמט־צונױף די שלח־מנותן פֿאַרן רבין. זי טראָגט אין האַנט אַ שעלעכל, איבערגעדעקט מיט אַ טישטעכל. אינעם שעלעכל ליגט אַ לעקעכל, אינעם לעקעכל שטעקט אַ ראָזשינקע, און אױף דער ראָזשינקע ליגט אַ זילבערנע מטבע. די מאַמע דעקט־אױף דאָס טישטעכל און לײגט־צו צו יענער מטבע נאָך אַ מטבע. און אױך דעם מײדל רוקט זי עפּעס אין האַנט אַרײַן. דאָס רױטע מײדל װערט נאָך רױטער און װינטשעװעט, װי אַן אַלטע: „דערלעבט איבער־אַ־יאָר מיט אײַער מאַן און מיט אײַערע קינדער“… נאָך דעם רױטן מײדל קומט־אַרײַן אַ געשװאָלן בחורל מיט אַן אױפֿגעטראָגענער באַק, אונטערגעבונדן מיט אַ בלױער פֿאַטשײלע. אײן אױג אַ קלײנס, דאָס אַנדערע אַ ביסל גרעסער. אין האַנט האַלט ער אַ מעשן טעצל. אױף דעם טעצל ליגט אַ פֿלעדל, אױפֿן פֿלעדל איז אױסגעװיקלט אַ פֿישעלע. דאָס פֿישעלע איז אָנגעפֿילט מיט האָניקפֿאַרפֿל. און בײַ דער זײַט ליגן עטלעכע זילבערנע מטבעות און אַ פּאָר קערבלעך פּאַפּירענע. דאָס געשװאָלענע בחורל גײט צו גלײַך צו דער מאַמע און שיסט אױס אין אײן אָטעם, װי אױסגעלערנט אױף אױסנװײניק: „אַ גוט יום־טובֿ, דער רבֿ האָט אײַך געשיקט שלח־מנות און דערלעבט איבער־אַ־יאָר מיט אײַער מאַן און מיט אײַערע קינדער“… דאָס געשװאָלענע בחורל נעמט־אָפּ זײַן רח″ש און גײט־אַװעק אָן אַ „זײַט־געזונט“, װאָרעם די װינטשעװאַניע האָט ער על־פּי טעות אױסגעכאַפּט פֿריִער. און עס קומען־אָן אַלע מאָל נײַע פּאַרשױנען מיט נײַע שלח־מנותן: פֿונעם דײַן, פֿונעם חזן, פֿון די שוחטים, פֿונעם סופֿר, פֿונעם תּלמוד־תּורה־מלמד, פֿונעם בעל־תּוקע, פֿונעם בעל־מגילה, פֿונעם מנקר, פֿונעם װאַסער־פֿירער, פֿונעם בעדער (אױך כּלי־קודש!), און נאָך די דאָזיקע אַלע קומט צו גײן װעלװל דער שמשׂ אַלײן, נעבעך אַ קראַנקער, אַ הײזעריקער, אַ יאַדעשליװער. ער בלײַבט שטײן אַ װײַלע בײַ דער טיר, כאַפּט זיך בײַם האַרצן און פֿאַרהוסט זיך.

― װאָס װעט איר עפּעס זאָגן גוטס? ― פֿרעגט אים די מאַמע שױן רעכט מיד פֿון דער אַרבעט.

― מע האָט אײַך געשיקט שלח־מנות ― מאַכט װעלװל און באַװײַזט אַ לעקעכל אין האַנט. ― דערלעבט איבער־אַ־יאָר מיט אײַער…

― פֿון װעמען איז? ― פֿרעגט אים װידער די מאַמע און לײגט אַרײַן די האַנט אונטערן פֿאַרטעך; זי זוכט אַ מטבע.

― פֿון מיר טאַקע אַלײן, דערלעבט איבער־אַ־יאָר מיט אײַער… ― מאַכט װעלװל און פֿאַרהוסט זיך. ― האָט קײן פֿאַראיבל נישט, װאָס אַלײן… נישטאָ מיט װעמען צו שיקן… געװען אײן מײדל, איז זי, נישט דאָ געדאַכט… איר געדענקט דאָך מײַן פֿראַדלען, עליה־השלום?…

װעלװל דער שמשׂ פֿאַרהוסט זיך אױף אַ גאַנצער מינוט, און די מאַמע טוט זיך אַ כאַפּ צו דער קעשענע, נעמט־אַרױס עטלעכע מטבעות מיט אַ מאָל און רוקט אים אַרײַן אין האַנט אַרײַן, און איז אים מכבד, אױסער דעם, מיט אַ שטיק טאָרט און מיט אַ פּאָר פֿלעדלעך. װעלװל שטופּט דעם טאָרט מיט די פֿלעדלעך אין בוזעם אַרײַן, דאַנקט און װינטשעװעט: „דערלעבט איבער־אַ־יאָר מיט אײַער מאַן און מיט אײַערע קינדער“, און פֿאַרהוסט זיך װידער אַ מאָל. איך טו אַ קוק אױף דער מאַמע ― און דערזע, אױף אירע שײנע אױגן הענגט אַ טרער.

װעלװל דער שמשׂ האָט מיט זײַן שלח־מנות, װאָס ער האָט געבראַכט „פֿון זיך אַלײן“, אַ ביסל פֿאַרשטערט אונדז דעם יום־טובֿ. אָבער נישט אױף לאַנג. באַלד נאָך זײַן אַװעקגאַנג קומען־אָן נײַע פּאַרשױנען מיט נײַע שלח־מנותן. און די מאַמע האַלט אין אײן טײלן געלט: אַ גראָשן אױף צװײען, צװײ גראָשן אױף דרײַען. און איטלעכער באַזונדער באַקומט אַ שטיקל טאָרט, אַ פֿלעדל, אָדער אַ לעקעכל ― לאָז אַן אָרעמאַן אױך װיסן פֿונעם הײליקן יום־טובֿ…

― דערלעבט איבער־אַ־יאָר מיט אײַער…

― גם אַתּם! דערלעבט אױך איבער־אַ־יאָר!…

געשריבן אין יאָר 1916
די געפֿערלעכע מצה

אַמאָל איז געװען אַ מלך. דער מלך איז געװען אַ גרױסער און אַ שטאַרקער, נאָר ער האָט נישט ליב געהאַט קײן ייִדן. האָט ער אַרױסגעגעבן אַלע מאָל אױף זײ נײַע גזירות, װי פּרעה מלך מצרים.

אײנמאָל ― פּסח איז דאָס געװען ― האָבן זיך צונױפֿגעקליבן בײַ אים אין סענאַט אַלע מיניסטאָרן און מע האָט זיך אַװעקגעזעצט טראַכטן, װאָס פֿאַר אַ נײַע גזירה זאָל מען אַרױסגעבן אױף די ייִדן?

ייִדן זאָלן נישט טאָרן זיצן אומעטום ― איז שױן דאָ. ייִדן זאָלן ניט טאָרן זײַן קײן אָפֿיצירן ― איז שױן דאָ. ייִדישע קינדער זאָלן נישט טאָרן לערנען אין די גימנאַזיעס ― איז שױן דאָ.

איז אײנעם אײַנגעפֿאַלן, ער זאָל אַרױסטרעטן קעגן מצה. איז ער אַרױס מיט אַ מסירה ― אַזױ און אַזױ. דײַנע ייִדעלעך, אַז עס קומט פּסח, באַקן זײ אָן אױף אַכט טאָג כּסדר אַזעלכע טרוקענע קײַלעכיקע קאָרזשיקלעך, װאָס מע רופֿט זײ מצה. װער װײס, װאָס דאָס איז פֿאַר אַ מין מאכל! עס װאָלט געװען מער װי רעכט, מע זאָל זײ פֿאַרבאָטן עסן מצה.

האָט זיך דער מלך פֿאַרטראַכט און האָט אַרױסגעגעבן אַ באַפֿױל, מע זאָל אים ברענגען אַ מצה.

האָט מען זיך צעלאָזט איבער דער הױפּטשטאָט זוכן אַ ייִדן, נאָר מע האָט נישט געקאָנט געפֿינען קײן ייִדן. און אַז מע האָט געפֿונען אַ ייִדן און געפֿאָדערט פֿון אים אַ מצה פֿאַרן מלך, האָט ער געשװאָרן, אַז ער עסט נישט קײן מצה. (די ייִדן האָבן פֿאַרשטאַנען, אַז דאָ מוז זײַן אַ נײַע גזירה).