לכּבֿוד יום־טובֿ: לאהניו

שלום עליכם (אַלע װערק)

לאהניו: אַ בילד

א

פֿון יאָר צו יאָר, פּינקטלעך, װי אַ זײגער, איז בײַ די בערנשטײנס אַ מינהג, אַז צו „שפֿוך־חמתך“ עפֿנט מען אַלע טירן ― מע לאָזט־אַרײַן אַ גאַסט אין שטוב אַרײַן, אַ ליבן טײַערן גאַסט, אליהו הנבֿיא.

זײ גלײבן, אַז דער גוטער געטרײַער אליהו הנבֿיא קומט־אַרײַן זײ בענטשן. שטילערהײט טרינקט ער אָפּ אַ טראָפּן פֿונעם כּוס, װאָס שטײט אָנגעגרײט פֿון זײַנעט װעגן, און װערט שטילערהײט פֿאַרשװוּנדן.

פֿאַר אַזאַ אַן אָנגעלײגטן גאַסט שטײט־אױף די גאַנצע שטוב און רופֿט־אױס: „ברוך־הבאָ!“

און נאָכן „ברוך־הבאָ“ זאָגט מען הױך, אױף אַ קול און מיט אַ ניגון:

שפֿוך חמתך ― גיס אױס דײַן צאָרן אױף די נישט־קולטורעלע פֿעלקער, װאָס װילן דיך ניט קענען!…

אַ מאָדנע פֿרומע שטוב בײַ די בערנשטײנס! אַ פּאַטריאַרכאַלע, אַ כּשרע, מיט מינהגים פּאַטריאַרכאַלע.

ערבֿ־פּסח כּשרט מען די פֿיסלעך פֿון די בענקלעך, די קײטלעך פֿון די טירן, די זאַסלינקעס פֿונעם קױמען, די קראָקװעס פֿונעם בױדעם.

מע כּשרט די קינדער, מע כּשרט די דינסט, מע כּשרט די בהמה.

אױב בײַ דער גאַנצער װעלט איז כּשר, איז בײַ זײ כּשר־שבכּשר. אױב בײַ אַלע ייִדן איז פּסח, איז בײַ זײ פּסח־שבפּסח.

און אַז בערנשטײן זעצט זיך אַװעק צום סדר מיטן װײַסן קיטל, מיט דער װײַסער זײַדענער יאַרמעלקע, מיט די װײַסע שיך און זאָקן, אױף דעם הסבֿ־בעט, אױף דעם װײַסן װײכן הסבֿ־בעט, ― געװעלטיקט ער.

דער סולטאַן פֿון מאַראָקע מיטן שאַך פֿון פּערסיע, און אַפֿילו דער מלך פֿון קאָרעע, װאָס טראָגט אַ מגן־דוד אױפֿן קאָפּ, מעגן, כלעבן, קומען אַהער זיך לערנען געװעלטיקן.

אַז װױל איז דעם מלך מיט דער מלכּה, װאָס אַרום טיש בײַ זײ זיצן, װי די אײלבערט־פֿלאַנצונגען, זײערע קינדער.

רעד איך פֿון דער מלכּה בערנשטײן, דערמאָן איך מיך אָן דער „אשת־חיל“ פֿון שלמה המלך. רעד איך פֿון אירע קינדער, קומען מיר אַקעגן די װערטער: „הנה כי כן יבֿורך גבֿרהִנֵּה כִי־כֵן יְבֹרַךְ גָּבֶר“.― אָט אַזױ איז דאָס, אַז גאָט װיל אײנעם בענטשן!

ב

אײן יאָר, סך־הכּל אײן יאָר, איז איבערגעלאָפֿן ― און װאָס פֿאַר אַן איבערקערעניש!

די אײגענע שטוב, די אײגענע כּשרע שטוב. די אײגענע מענטשן, די אײגענע פֿרומע כּשרע ייִדן, נאָר נישט דער גײַסט, נישט דער פּסח, נישט דאָס עפֿענען פֿון די טירן, נישט דער „ברוך־הבאָ“, נישט דער „שפֿוך־חמתך“, װאָס פֿאַראַיאָרן.

װי איז אַהינגעקומען די פֿרײלעכקײט, די ליכטיקײט, מיט דער הײמלעכקײט, מיט דער ברײטקײט?

אַ זאָרג, אַ גרױסע טיפֿע זאָרג, ליגט אױסגעגאָסן אױף אַלע פּנימער. אַ פֿאַרבאָרגענער אומעט האָט זיך אַהער אַרײַנגעגנבֿעט. אַ שטילער־שטילער טרױער.

שױן באַלד אַ יאָר, זינט עס האָט זיך אױסגעגאָסן אױף זײ און אױף דער גאַנצער שטאָט אַ װאָלקנבראָך, אַ שטורעמװינט מיט אַ האָגל, און נאָך קלינגט זײ אין די אױערן דער דונער מיטן ציטערן פֿון די פֿענצטער, מיטן געשרײ, מיטן געפּילדער.

אײן יאָר, סך־הכּל אײן יאָר, איז איבערגעלאָפֿן ― און װאָס פֿאַר אַן איבערקערעניש! אַ זאָרג, אַ גרױסע טיפֿע זאָרג, ליגט אױסגעצױגן אױף אַלע פּנימער. אַ פֿאַרבאָרגענער אומעט האָט זיך אַהער אַרײַנגעגנבֿעט. אַ שטילער־שטילער טרױער.

דער אײגענער מלך מיטן װײַסן קיטל, מיט דער װײַסער זײַדענער יאַרמעלקע, אױף דעם אײגענעם װײַסן װײכן הסבֿ־בעט. די אײגענע שײנע מלכּה, די אשת־חיל. די אײגענע קינדער, װי די אײלבערט־פֿלאַנצונגען, אַרום טיש. נאָר נישט דער סדר, װאָס פֿאַראַיאָרן, נישט די פֿרײלעכקײט, די ליכטיקײט, מיט דער הײמלעכקײט, מיט דער ברײטקײט, װאָס פֿאַראַיאָרן.

די אײגענע הגדה, נאָר נישט דער ניגון. אַ פֿאַרבאָרגענער אומעט האָט זיך אַרײַנגעגנבֿעט אין דעם ניגון, אַ שטילער־שטילער טרױער.

און דער מלך און די מלכּה און די קינדער, די בני־מלכים, זינגען שטיל דעם שטילן טרױעריקן ניגון, גלײַך װי אַ קראַנקער, אַ חולה־מסוכּן, װאָלט דאָ געלעגן ערגעץ אין דער נאָענט, גלײַך װי מע װאָלט באַװײנט אַ טױטן.

און שטילערהײט, בגנבֿה, באַהאַלטן אײנס פֿון דאָס אַנדערע, טרײסלען זײ אָפּ אַ שטילע טרער ― נאָך לאהניון.

ג

לאהניו ― אַזױ האָט געהײסן דאָס קלענסטע קינד, דאָס קלענסטע און דאָס ליבסטע.

דאָס איז געװען זײער־זײער אַ געראָטן קינד, אַ מײדעלע פֿון אַ יאָר זעקס, אַ מײדעלע מיט געקרײַזלטע פֿלאַקסענע הערלעך און מיט הימל־בלױע אױגלעך, און גערעדט האָט דאָס, װי אַן אַלטער. אַלצדינג גערעדט און אַלצדינג פֿאַרשטאַנען, אַלצדינג געפֿילט און אַלצדינג געװוּסט.

שױן צו פֿיל געװוּסט, צו פֿיל געפֿילט, צו פֿיל פֿאַרשטאַנען! װאָס װעט זײַן פֿון דעם קינד, אַז עס װעט אױסװאַקסן?

דער דאָקטאָר האָט געזאָגט: „דאָס קינד איז נערװעז; דאָס קינד דאַרף מען היטן“. װאָס איז דער חידוש, װאָס אַלע האָבן איבער דעם אַזױ געציטערט, געטרײסלט זיך? לאהניו! לאהניו!

פֿאַראַיאָרן, אַז ס'האָט זיך אױפֿגעהױבן דער שטורעמװינט און אַלע האָבן אָנגעהױבן אַרומלױפֿן איבער דער שטוב, װי די פֿאַרסמטע מײַז, נישט געװוּסט, װוּ מע איז אין דער װעלט, האָט לאהניו פֿאַרשטאַנען און איז אַרױפֿגעשפּרונגען צו דער מוטער אױף די הענט, אַרומגעכאַפּט זי בײַם האַלדז און געציטערט און געטרײסלט זיך, און די צײנדלעך האָבן זיך בײַ איר געשלאָגן, און די אױגלעך זײַנען איר געװאָרן משונה גרױס, און זי האָט געזאָגט:

― מאַמעניו, איך װעל דיך נישט לאָזן!…

פֿאַר שרעק, נאָר פֿאַר שרעק אַלײן, איז דאָס קינד געשטאָרבן!

. . . . . . . . . . . . . . . . . . . .

ד

אַך, װי שײן איז געװען לאהניו, ליגנדיק אין בעטל, װי חנעװדיק! די געקרײַזלטע פֿלאַקסענע הערלעך צעלאָזט, די שײנע הימל־בלױע אױגלעך האַלב־אָפֿן, די װײַסע טױטע ליפּן צוגעשלאָסן אױף שטענדיק, אױף אײביק.

נײן, לאהניו װעט שױן מער נישט רעדן. קײנמאָל ניט, קײנמאָל ניט!

און דאָך מאָלט זיך אױס דער מוטער, אַז דאָס קינד קוקט אױף איר, רעדט צו איר, פֿרעגט בײַ איר:

― מאַמעניו! פֿאַר װאָס?…

קײנער גלײבט איר נישט, דער װיסטער מאַמע. זײ מײנען, אַז זי רעדט פֿון װעג, אַז זי איז, חלילה, ניט בײַ די געדאַנקען. כאַ־כאַ־כאַ! כאַ־כאַ־כאַ!…

נאָר װאָס טראָגט אַ מענטש נישט איבער? לאהניון האָט מען באַהאַלטן, אין דער ערד באַהאַלטן, און די װיסטע מאַמע איז געזונט געװאָרן. און אָט זיצן זײ אַלע איצט בײַם סדר, אַלע, נאָר אָן לאהניון. סאַמע דאָס קלענסטע, סאַמע דאָס ליבסטע פֿעלט! נישטאָ לאהניו!

און דער מלך און די מלכּה און די קינדער, די בני־מלכים, זינגען שטיל דעם שטילן טרױעריקן ניגון פֿון דער הגדה, דערמאָנען זיך אָן לאהניון, װי זי איז פֿאַראַיאָרן דאָ געזעסן, און שטיל, בגנבֿה, באַהאַלטן אײנס פֿון דאָס אַנדערע, פֿאַרלירן זײ אַ טרער.

און אַז עס קומט צו „שפֿוך־חמתך“, עפֿנט מען די טירן ברײט, װי אַלע מאָל, אַרײַנצולאָזן דעם גאַסט, אליהו הנבֿיא, און מע שטײט־אױף, בכדי אים מקבל פּנים זײַן, אים אָפּגעבן דעם „ברוך־הבאָ“.

נאָר, אױ־װײ, ס'איז נישט דער „ברוך־הבאָ“, װאָס פֿאַראַיאָרן! ס'איז נישט דאָס אױפֿנעמען דעם אָנגעלײגטן גאַסט, אליהו הנבֿיא, ס'איז נישט דער „שפֿוך־חמתך“, װאָס אַלע יאָר!

טאַקע די אײגענע תּפֿילה, די אײגענע װערטער, נאָר דער נוסח, דער ניגון, דער טאָן איז אַן אַנדערער! עס לאָזט זיך הערן אינעם נוסח אַ נײַער טרױער, אין די װערטער ― אַ מין באַקלאָגן זיך פֿאַר דעם רבונו־של־עולם.

און װי טרערן הערן זיך אינעם מלכס קול. און אױך די מלכּה װישט די אױגן. און די קינדער, די בני־מלכים, קוקן אױף די אָפֿענע טירן, גלײבן נישט אינעם גאַסט, גלײבן נישט, אַז אליהו קומט אַהער צו פֿליִען פֿאַרזוכן אַ טראָפּן פֿונעם כּוס, װאָס שטײט אָנגעגרײט פֿון זײַנעט װעגן. זײ טראַכטן:

„װי קאָן דאָס אַזאַ גוטער געטרײַער מלאך, װי אליהו הנבֿיא, דערלאָזן אַזעלכעס, אַזאַ אומרעכט? װי קאָן דאָס אַזאַ גוטער געטרײַער מלאך, װי אליהו הנבֿיא, דערלאָזן, מע זאָל צונעמען בײַ זײ, אױסכאַפּן לאהניון? סטײַטש, לאהניון!“…

אײן יאָר, סך־הכּל אײן יאָר, איז איבערגעלאָפֿן ― און װאָס פֿאַר אַן איבערקערעניש!

געשריבן אין יאָר 1904
אַ פֿאַרשפּילטער ל″ג־בעומר: אַ מעשׂה פֿון חדר

א

אונדזער רבי, „ניסל דער קלײנער“ (אַזױ האָט מען אים גערופֿן, װײַל ער איז געװען אַ קלײנער), האָט זיך געלאָזט פֿירן בײַ דער נאָז פֿון זײַנע באַהעלפֿערס. װאָס די באַהעלפֿערס האָבן געװאָלט, האָבן זײ געפּועלט. געקומען דער ערשטער באַהעלפֿער און האָט געזאָגט: מע דאַרף הײַנט לאָזן די קינדער באַצײַטנס פֿרײַ. ― האָט ער געהײסן לאָזן די קינדער פֿרײַ. געקומען דער אַנדערער באַהעלפֿער און געזאָגט: די קינדער װעלן איבערקערן די װעלט, מע דאַרף זײ האַלטן אין חדר ― האָט ער געהײסן, מע זאָל זײ האַלטן אין חדר. ער זאָל אַלײן עפּעס צוקלערן ― דאָס נישט. דעריבער האָבן געװעלטיקט אױף אונדז די באַהעלפֿערס, נישט דער רבי. אין אַנדערע חדרים, למשל, װײסן באַהעלפֿערס, אײַנװאַשן די קינדער, זאָגן מיט זײ ברכה, טראָגן זײ אױף די פּלײצעס איבער דער בלאָטע, ברענגען זײ אין חדר אַרײַן אַ טעפּעלע אָנבײַסן. בײַ אונדז האָבן די באַהעלפֿערס געפֿױלט זיך אײַנװאַשן אונדז, זאָגן מיט אונדז ברכה, טראָגן אונדז אױף די פּלײצעס. דערפֿאַר האָבן זײ אָבער ליב געהאַט ברענגען אונדז אין חדר אַרײַן די אָנבײַסנס און… טאַקע אַלײן אױפֿעסן. אױסזאָגן דאָס דעם רבין האָבן מיר נישט געטאָרט: די באַהעלפֿערס האָבן אונדז געהאַלטן רעכט אין דער מורא, אונדז אָנגעזאָגט, אַז טאָמער װעט עמעצער זיך דערװעגן זאָגן אַ װאָרט, אַ פּיפּס טאָן פֿאַר דעם רבין, װעט מען אים קאַטעװען, שינדן די הױט! אײנער, אַ װײַסער־חבֿרהניק, האָט זיך יאָ געפּרוּװט אַמאָל אַרױסשפּרינגען מיט אַ װאָרט,