לכּבֿוד יום־טובֿ: קנאָרטן

שלום עליכם (אַלע װערק)

קנאָרטן: אַ מעשׂה פֿון אַן אַלטן אַפּיקורס, איבערדערצײלט לכּבֿוד חנוכּה

הײַנט זײַנען קאָרטן אַ װאָכעדיקער גאַנג.

װוּ שפּילט מען הײַנט ניט אין קאָרטן? װען שפּילט מען הײַנט ניט אין קאָרטן? און װער שפּילט הײַנטיקע צײַטן ניט אין קאָרטן?

אַמאָל, אױב איר האָט אין דעם אַ געפֿיל, האָט מען בײַ אונדז געשפּילט אין קאָרטן נאָר אײן מאָל אין יאָר ― חנוכּה.

דאָס הײסט, אַז מע װיל צוריק, פֿלעגט מען אַמאָליקע צײַטן כאַפּן אין מיטן יאָר אױך אַמאָל אַ קערטל, און אַ רעכט קערטל! אַ װאַרעמס! נאָר װוּ? בחדרי־חדרים! בסוד־סודות!

אָדער װינטער אין חדר, אױב איר האָט אין דעם אַ געפֿיל, בין־מנחה־למעריבֿ, אַז דער רבי איז געװען אין קלױז און געװאַרעמט זיך בײַ דער לעזשאַנקע, כּלומרשט געלערנט „עין־יעקבֿ“ פֿאַר די בעלי־מלאָכות; אָדער זומער אין אַ פֿינצטערער שטאַל, בײַ אַ שפּאַרונקעלע פֿון דער טיר; אָדער גאַר אונטערגעקױפֿט געצל דעם שמשׂ, אַ ייִד אַ הױקער און אַ יאַדעשליװער דערצו, און פֿאַרשלאָסן זיך גאַנץ אױבן, אין דער װײַבערשער שול, איבערגעקערט אַ סטענדער, מחילה, מיטן פּנים אַראָפּ, און װאַלײַ אין „סטאַרשי קאָזיר“, אָדער אין „אײן־און־דרײַסיק“, אָדער אין „טערטל־מערטל“!

ריבֿה־לאה די גבאיטע, זכרונה לבֿרכה, זי איז שױן לאַנג אױף דער אמתער װעלט, האָט געפֿונען בײַ זיך אײנמאָל אין סטענדער אַ זאַך ― איז זי שיִער ניט אַנידערגעפֿאַלן חלשות: װער האָט עס איר געקאָנט אונטערװאַרפֿן אַזאַ זאַך אין סטענדער אַרײַן?!…

זי איז אַרױסגעלאָפֿן אױף דער גאַס, זיך געלאָזט איבער דער שטאָט, און, אױב איר האָט אין דעם אַ געפֿיל, גענומען שרײַען:

― גװאַלד, ייִדישע קינדער, ראַטעװעט! גװאַלד, אַן אומגליק! אַ בילבול! קומט, װעל איך אײַך עפּעס װײַזן, װעט איר זען!

װוּ אַן אומגליק? און װאָס פֿאַר אַ בילבול? ― האָט מען בײַ ריבֿה־לאהן נישט געקאָנט דערגײן בשום־אופֿן.

― קומט, קומט מיט מיר, װעל איך אײַך װײַזן!

און אָט אַזױ האָט זי, אױב איר האָט אין דעם אַ געפֿיל, צונױפֿגעזאַמלט אַרום זיך אַן עולם, קײן עין־הרע, פֿונעם רבֿ מיטן דײן מיטן שוחט מיטן חזן, ביז די איבעריקע חשובֿע באַלעבאַטים פֿון שטאָט.

פֿאַרשטײט זיך, אַז מע האָט דערזען, ריבֿה־לאה די גבאיטע גײט און עס גײען איר נאָך דער רבֿ מיטן דײן מיטן שוחט מיטן חזן מיט נאָך באַלעבאַטים, האָט שױן דער פּראָסטער עולם גענומען גײן זען, װאָס טוט זיך דאָרט. און װײַבער און יונגעלײַט און ייִנגלעך זײַנען אױך געװען ציקאַװע זען, װאָס איז דאָרטן. און מע איז אַװעק אַלע מיט ריבֿה־לאהן ― שוחט מיטן חזן, ביז די איבעריקע חשובֿע באַלעבאַטים פֿון שטאָט.

איר קאָנט אײַך פֿאָרשטעלן, אױב איר האָט אין דעם אַ געפֿיל, װאָס פֿאַר אַ פּחד ס'איז געפֿאַלן אױף דער שטאָט. ייִדן האָבן געמײנט, אַז ס'איז זיכער אַן אומגליק: אָדער אַ ממזר האָט מען זײ אונטערגעװאָרפֿן, אָדער אַ געהאָנגענעם האָט מען געפֿונען, אָדער, חס־ושלום, אַן עלילת־דם, אָדער אַזױ עפּעס אַ צרה אױף דער שטאָט…

ניט טױט, ניט לעבעדיק, האָט מען אַרױפֿגעקלעטערט אױף דער װײַבערשער שול, ריבֿה־לאה די גבאיטע אױף צו־פֿריִער, דער רבֿ מיטן דײן מיטן שוחט מיטן חזן נאָך איר, און נאָך זײ דער איבעריקער עולם.

― װוּ? װוּ איז דער בילבול? ― האָט דער עולם געפֿרעגט בײַ ריבֿה־לאה דער גבאיטע, זיך צוגעהערט, טאָמער װעלן זײ דערהערן אַ קול פֿונעם ממזר, אָדער דערזען הענגען אַ מענטשן, אָדער גאָר, חלילה, סימנים פֿון בלוט, װאָס שׂונאים האָבן אונטערגעװאָרפֿן, בכדי צו ברענגען אַן אומגליק אױף דער שטאָט.

און שטעלט אײַך פֿאָר, אױב איר האָט אין דעם אַ געפֿיל, װי איבערראַשט מען איז געװאָרן, אַז אַנשטאָט אַ לעבעדיקן ממזר און אַנשטאָט אַ געהאַנגענעם און אַנשטאָט בלוט, האָט מען דערזען אַ מאָדנע זאַך בײַ ריבֿה־לאה דער גבאיטע אין סטענדער: אַ גלח מיט אַ שװאַרצן צלם! און נישט נאָר אײן גלח, נאָר צװײ גלחים מיט צװײ צלמים: אײן גלח פֿון אױבן, דער אַנדערער גלח פֿון אונטן!…

אַלע האָבן זיך אָנגעבױגן, אַרײַנגעקוקט צו ריבֿה־לאהן אין סטענדער אַרײַן: פֿריִער דער רבֿ, דער דײן, דער שמשׂ, דער חזן, דערנאָך די חשובֿע באַלעבאַטים, און דערנאָך שױן דער גאַנצער איבעריקער עולם, אײנס נאָכס אַנדערע. אַ קוק ― און אַװעק. װאָרעם נעמען צורירן זיך צו דעם מיט די הענט ― דערױף איז קײנער קײן בעלן נישט געװען. אַ חוץ אײן װעלװל ראַמשעװיטש, דעם חזנס אײדעם.

װעלװל ראַמשעװיטש, אַז ער האָט נאָר אַ קוק געגעבן, איז ער געװאָרן מלא־גדולה, האָט זיך צעלאַכט און אױסגערופֿן מיט אַ שׂמחה:

― ס'איז גאָרנישט, ס'איז אַ געלעכטער. ס'איז דער מלך טרעף!…

― װאָס הײסט עס מלך טרעף?

― ס'איז אַ קאָרט פֿון קאָרטן, אַ שפּיל, װאָס מע שפּילט…

― װי זשע קומט זי אַהער, אין דער װײַבערשער שול, בײַ ריבֿה־לאה דער גבאיטע אין סטענדער? איז אײן מאָל אַװעק. והשנית, פֿון װאַנען װײסטו, דעם חזנס אײדעם, װאָס איז אַזעלכעס אַ קאָרט? און אַז זי הײסט מלך טרעף? און אַז דאָס איז אַ שפּיל, װאָס מע שפּילט?…

אַװדאי האָט מײן װעלװל דערזען נעבעך, אַז ער איז דאָ מיאוס אַרײַנגעפֿאַלן, איז ער געװאָרן, אױב איר האָט אין דעם אַ געפֿיל, אַלערלײ קאָלירן און האָט גענומען באַלעבעטשען מיט דער צונג „בע“ און „מע“, אַהין, אַהער, אַ װאָרט צו אַ װאָרט האָט זיך נישט געקלעפּט, ― אַזױ לאַנג, אַזױ ברײט, ביז…

נאָר נישט דאָס איז דער עיקר, װאָס איך האָב אײַך געװאָלט דערצײלן. דאָס איז אַ חוץ אַ מעשׂה, װאָס מיר לײגן אָפּ אױף אַן אַנדער מאָל. עס איז נישט מער, װי אַ מאמר־המוסגר, װי עס רופֿט זיך, אַ מין אַרײַנפֿאָר צו אונדזער געשיכטע פֿון די „קנאָרטן“. איך האָב נאָר געװאָלט װײַזן, אױב איר האָט אין דעם אַ געפֿיל, װי װײַט קאָרטן זײַנען אַמאָל געװען טריפֿה און װי װײַט מע פֿלעגט זיך דאַרפֿן מיט זײ היטן.

אײן װאָך אין יאָר איז נאָר געװען אַ גליקלעכע, װאָס דעמאָלט האָט מען געקאָנט בײַ אונדז שפּילן אין קאָרטן פֿראַנק און פֿרײַ, בפֿרהסיה.

דאָס איז געװען די װאָך פֿון חנוכּה.

און װיבאַלד מע שמועסט פֿון „פֿרײַהײט“, איז דאָך ניט שײך! האָבן מיר זיך צונױפֿגעקליבן אַ גאַנצע חבֿרה יונגעלײַט, אײנס און אײנס, טאַקע בײַ װעלװל ראַמשעװיטש אין שטוב. ער איז שױן דעמאָלט געװען, אױב איר האָט אין דעם אַ געפֿיל, אַ חבֿרה־מאַן, װאָס האָט זיך אָפּגעשאָרן באָרד און פּאות דװקא אום ספֿירה־צײַט, גערױכערט שבת אַ פּאַפּיראָס דװקא אױפֿן גאַניק, און געגעסן אַ גױיִשן קאָלבאַס דװקא אין די נײַן טעג ― און רופֿט מיך קנאַקניסל!

און זײַן װײַב, חיהלע, דעם חזנס טאָכטער, האָט זיך מישבֿ געװען און האָט אַראָפּגעװאָרפֿן דעם פּאַריק און געבליבן אין אירע אײגענע דװקא געלע האָר, און האָט באַשאָטן מיט פּודער איר דװקא געשטופּלט פּנים, און טאָג װי נאַכט מיט יונגעלײַט: כאַ־כאַ־כאַ און כאַ־כאַ־כאַ, באַװיזן אַלעמען דװקא אירע שװאַרצע צײן.

„דאָס קלײַזל“ ― אַזױ האָט געהײסן בײַ אונדז ראַמשעװיטשס שטוב ― איז געװען אָפֿן פֿאַר אַלע יונגעלײַט פֿון שטאָט. דאָרט האָט מען געקאָנט לײענען אַ בלאַט־צײַטונג, אַ פּסולדיק ביכל, רײכערן שבת אַ פּאַפּיראָס, אין אַ תּענית זיך טרײף מאַכן מיט אַ קאָלבאַס ― און דער עיקר כאַפּן אַ קערטל.

קאָרטן האָבן זײ בײדע ליב געהאַט, אי ער, אי זי; זי נאָך מער, װי ער. זי האָט געברענט, געװען אש־להבֿה! אַ סבֿרה, אַז זײ האָבן געלעבט דערפֿון… מחמת זי האָט כּסדר געהאַלטן אין אײן געװינען. ס'איז איר געגאַנגען אין קאָרט, און אַן עק! שטענדיק איז בײַ איר געװען טריומף. אַלע מאָל די בעסטע קאָרטן, אַלעמען האָט זי געשלאָגן, און גײט טוט איר עפּעס!

אױב איר האָט אין דעם אַ געפֿיל, װאָס הײסט אַן אײדעמל אױף קעסט, באַדאַרף איך אײַך זאָגן, אַז צוליב איר, צוליב אָט דער חיהלע מיט די רױטע האָר און געשטופּלטן פּנים, האָט ניט אײן אײדעמל, װאָס איז געזעסן אױף קעסט, פֿאַרשפּילט דאָס גאַנצע נדן מיטן װײַבס פּערל און געמאַכט דעם שװער פֿאַר אַן אָנזעצער.

מיט אײנעם אַזאַ אַן אײדעמל האָט זי אָפּגעשפּילט אײנמאָל אַ גאַנצן װינטער אין אָקע און געבראַכט דערצו, ער זאָל זיך גטן מיטן װײַב ― אַ בילד, אַ קראַסאַװיצע ― און אַריבער צו איר אױף קעסט… איז געװאָרן אין שטאָט אַ ויצעקו! װאָס זאָל איך אײַך זאָגן? חושך־ואַפֿלה!…

נאָר דאָס געהער זיך נאָך אױך נישט אָן מיט אונדזער געשיכטע פֿון די „קנאָרטן“. נישט מער איך בין צוגעטראָטן צום סאַמע רעכטן אָרט, װוּ די מעשׂה האָט זיך געטראָפֿן. דאָס הײסט, די געשיכטע, װאָס איך װיל אײַך דערצײלן, איז פֿאָרגעקומען טאַקע אין דעם „קלײַזל“, װאָס איך זאָג אײַך, ― בײַ די ראַמשעװיטשעס אין שטוב, און געװען איז דאָס דעם ערשטן טאָג חנוכּה.

זײַנען מיר, אַלזאָ, געזעסן דעם ערשטן טאָג חנוכּה אין „קלײַזל“ בײַ די ראַמשעװיטשעס און געשפּילט, אױב איר האָט אין דעם אַ געפֿיל, אין אונדזער כּשרן ייִדישן שפּיל ― אין אָקע.

און געשפּילט האָבן מיר דאָרטן, דאַרפֿט איר װיסן, כּיתּותװײַז, פּאַרטיעסװײַז. אײן פּאַרטיע האָט אָפּגעשפּילט, די אַנדערע האָט זיך געזעצט שפּילן. אַלע מאָל אַזױ. װער ס'האָט געשפּילט אינדערפֿרי, װער ― בײַטאָג, און װער ― אױף דער נאַכט. און מיט יעדער קאָמפּאַניע האָט געשפּילט אײנער פֿון די ראַמשעװיטשעס. אַמאָל ער, און אַמאָל זי, און אַמאָל זײ בײדע. בײַנאַכט, אַז ער איז געשלאָפֿן, האָט זי געשפּילט, און אַז זי איז געשלאָפֿן, האָט ער געשפּילט. און אַמאָל האָט זיך געמאַכט, אַז זײ זײַנען אַ נאַכט און צװײ נעכט און דרײַ נעכט בײדע נישט געשלאָפֿן, בײדע געשפּילט. סײַדן אױף אַ האַלבע שעה אָפּגעטראָטן אױף אַ זײַט און צװישן אײן קאָן און דעם אַנדערן, אױב איר האָט אין דעם אַ געפֿיל, אָנגעשפּאַרט זיך און געכאַפּט אַ דרעמל…

צושפּאַרן זיך און כאַפּן אַ דרעמל ― דאָס האָט געקאָנט יעדער פֿון די געסט אױך. װער עס האָט פֿאַרכאַפּט פֿריִער אַן אָרט אױף צו צושפּאַרן זיך ― דער האָט געכאַפּט אַ דרעמל.

דאָס אײגענע איז געװען אױך מיטן עסן. אױפֿן טיש איז תּמיד געשטאַנען אַ פֿלעשל מיט אַ גלעזל, אַלערלײ געזאַלצנס און אָנגעשניטענער קאָלבאַס, און, אױב איר האָט אין דעם אַ געפֿיל, איז כּל־דכפֿין ― װער עס װיל, דער קאָן גײן עסן.

פֿאַרשטײט זיך, אַז דאָס אַלצדינג איז געװען על־חשבון הקאָרטן. פֿון יעדן קאָן האָט מען אַראָפּגענומען אַלע מאָל „מױד־געלט“, פֿאַר דער מױד הײסט עס, כאָטש אין „קלײַזל“ איז נישט געװען קײן שום מױד. די ראַמשעװיטשעס האָבן זיך ניט גענײטיקט אין קײן דינסט. קײן מאָלצײַטן האָט מען נישט געקאָכט, קײן בעטן נישט געבעט, די שטוב נישט געקערט. ס'איז נישט געװען קײן צײַט דערױף. הײַנט צו װאָס אַ מױד? פֿון דעסטװעגן האָבן די ראַמשעװיטשעס נישט דורכגעלאָזט קײן שפּיל אָן „מױד־געלט“. אַלע האָבן געװוּסט, אַז דאָס גײט אױף דירה־געלט, אױף הײצונג, אױף קאָרטן און אױף פֿאַרבײַסן. לעבעדיקע מענטשן. אַ לעבעדיקער מענטש דאַרף עסן. דערפֿון קאָנט איר שױן פֿאַרשטײן, אױב איר האָט אין דעם אַ געפֿיל, אַז עסן און טרינקען האָט איר דאָרט געקאָנט װען און װיפֿל אײַער האַרץ גלוסט…

דאָס זעלבע אױך מיט פּאַפּיראָסן. גאַנצע קאַסטנס מיט פּאַפּיראָסן ― און װער עס האָט געהאַט גאָט אין האַרצן, דער האָט געבלאָזן. און מער פֿון אַלע האָבן גערײכערט די ראַמשעװיטשעס אַלײן, ער און זי, זי נאָך מער פֿון אים. איך קאָן מיר גאָרנישט פֿאָרשטעלן חיהלע ראַמשעװיטש אָן אַ פּאַפּיראָס אין מױל. דערצו דאָס אָנגעפּודערטע געשטופּלטע פּנים מיט די נישט־פֿאַרקעמטע רױטע האָר, מיט די נישט־דערשלאָפֿענע אונטערגעשװאָלענע אױגן, און דער שטענדיק בלױער רױך, װאָס אין שטוב, מיטן טומל, מיטן הו־האַ, ― אָט דאָס אַלץ אינאײנעם, אױב איר האָט אין דעם אַ געפֿיל, קאָנט איר זיך פֿאָרשטעלן, װי דאָס „קלײַזל“ האָט אױסגעזען חנוכּה, װען מע קאָן שפּילן אין קאָרטן פֿראַנק און פֿרײַ און מע דאַרף זיך נישט באַהאַלטן און נישט מורא האָבן פֿאַר אַ גוט אױג…

איך בין יענעם טאָג געװען פֿון דער דריטער אַשמורה, דאָס הײסט, פֿון דער קאָמפּאַניע, װאָס האָט זיך געזעצט שפּילן דעם ערשטן טאָג חנוכּה אױף דער נאַכט, צום צװײטן ליכטל, און נישט אױפֿגעשטאַנען פֿון טיש, ביז מע האָט באַדאַרפֿט אָנצינדן דאָס דריטע ליכטל, און אַביסל װײַטער…

געבענטשט חנוכּה־ליכטלעך האָט נישט דער בעל־הבית, װעלװל ראַמשעװיטש, חלילה, נאָר אײנער פֿון די געסט: אלי ראַפֿאַלסקי, אַ יונגערמאַן אַ צאַצקע, אַן אײדעם אױף קעסט, װאָס האָט ליב אַ קערטל, נאָר פֿון ייִדישקײט אָפּטרעטן ― דאָס ניט. און די ראַמשעװיטשעס האָבן געהאַט זײער אַ װױלע טבֿע: ס'איז נישט זײער עסק. איר מעגט אײַך זײַן װאָס אין דער קאָרט, אָדער, פֿאַרקערט, איר קאָנט אײַך זײַן פֿרום, װי זיבן שדים ― אַבי איר האָט אין קעשענע און שפּילט אין אָקע און ס'איז דאָ נאָך פּלאַץ אױף נאָך אַ האַנט, ― איז ברוכים הבאים, מיטן גרעסטן כּבֿוד! אַזױ פֿיל מכּות מײַנע שׂונאים און אַזױ פֿיל גליקלעכע יאָר מיר, װיפֿל מאָל עס האָט זיך געמאַכט, מיר האָבן אָפּגעשפּילט מיט מענטשן, אױב איר האָט אין דעם אַ געפֿיל, פֿינף נעכט מיט פֿינף טעג דורכאַנאַנד און זיך צעגאַנגען און נישט געװוּסט, װער זײ זײַנען און װאָס זײ זײַנען און פֿון װאַנען זײ זײַנען און װוּהין זײער געבײן איז אַהינגעקומען. אַ קאָרט איז נישט קײן שידוך. מע קאָן זיך זײער שײן שפּילן אין אָקע „בלינד“ און נישט װיסן יענעמס ייִחוס.

אַלזאָ, זײַנען מיר געזעסן און געשפּילט אין אָקע, פֿאַרטיפֿט אין דער אַרבעט אַזױ שטאַרק, אַז מיר האָבן גאָר נישט באַמערקט, װי עס זײַנען אַרײַנגעקומען צװײ פּאַרשױנען, נאָר אַזעלכע מאָדנע און נישט קײן געװײנלעכע, אַז װי נאָר מיר האָבן דערהערט זײער „גוט יום־טובֿ“ און אױפֿגעהױבן אױף זײ די אױגן, זײַנען מיר אַלע געבליבן, װי געפּלעפֿט, אָן הענט און אָן לשון.

װילט איר דאָך װיסן, װאָס איז דאָס געװען פֿאַר אַ מין פּאַרשױנען אַזעלכע, װאָס מע דאַרף זיך פֿאַר זײ דערשרעקן? װעל איך אײַך זײ אָפּמאָלן, װי װײַט מעגלעך, אין קורצן.

אײנער אַ ייִד אַ הױכער, אַ לאַנגער, אַ שמאָלער, אין אַ זײַדענער זשופּיצע; פּאות ― לאַנגע, שמאָלע, פֿלעכטלדיקע, ביזן גאַרטל; אױפֿן קאָפּ אַ שטרײַמל; און אַ באָרד מיט אַ פּאָר װאָנצעס אַזעלכע, װאָס אַז מע באַגעגנט זיך מיט אַזאַ נפֿש בײַנאַכט אין דער פֿינצטער, אין אַ שמאָל געסל ― מעג מען לײענען קריאת־שמע.

דער אַנדערער ― דװקא אַ נידעריקער און דװקא אַ גראָבער, אױך מיט לאַנגע פּאות און אױך מיט מאָדנע באָרד און װאָנצעס, נאָר נישט אַזױ מסוכּן, װי דער ערשטער. אין אײן האַנט האַלט ער אַ לאַמטערן, אין דער אַנדערער ― אַ פֿאַטשײלע מיט געלט. דערזען, אַז מיר האָבן זיך פֿאַר זײ װי דערשראָקן, האָט דער הױכער דער לאַנגער מיט די פֿלעכטנדיקע פּאות אַרױסגעלאָזט אַ שמײכעלע פֿון די װאָנצעס און אַ זאָג געגעבן נאָך אַ מאָל:

― אַ גוט יום־טובֿ אײַך, ליבע ייִדן. מיר זײַנען געקומען צו אײַך גוט יום־טובֿ בעטן לכּבֿוד חנוכּה.

דערבײַ האָט ער געגעבן אַ קוק אױף די חנוכּה־ליכטלעך, דערנאָך אױפֿן טישל מיט די קאָרטן און אַרױסגעלאָזט אַ טיפֿן זיפֿץ. באַלד נאָך אים האָט דער צװײטער, דער גראָבער, אױך געגעבן אַ זיפֿץ. בײדע האָבן געזוכט מיט די אױגן אַן אָרט אױף צוצוזעצן זיך.

גוט, װאָס דער בעל־הבית, ראַמשעװיטש, האָט זיך געכאַפּט, אַז מע באַדאַרף זײַן העפֿלעך. האָט ער זיך געגעבן אַ הײב־אױף פֿונעם אָרט, אָפּגעגעבן די אַרײַנגעקומענע שלום־עליכם, אָנגעװיזן זײ, װוּ צו זעצן זיך, און באַלד נאָך אים האָבן מיר אַלע שױן געפֿונען פֿאַר נײטיק אָפּגעבן זײ שלום, איטלעכער באַזונדער. װער מיט אַ קװעטש בײַ דער האַנט, און װער גלאַט מיט אַ שאָקל דעם קאָפּ צו זײ פֿון דער װײַטן.

אַנידערגעזעצט זיך, האָבן זײ בײדע װידער איבערגעקוקט זיך און אַרױסגעלאָזט אַ טיפֿן זיפֿץ. און דער בעל־הבית האָט געפֿונען פֿאַר נײטיק אַ פֿרעג צו טאָן בײַ זײ: מה שמכם? פֿון װאַנען? װוּהין? און װאָס? און װען? ― װי געװײנלעך.

האָט אָפּגעענטפֿערט דער לאַנגער און דער שמאָלער מיט אַ שפּראַך, אױב איר האָט אין דעם אַ געפֿיל, פֿון שמן־זית. פּאַװאָלינקע, געצײלטע װערטער, און מיט אַ צוקערדיק זיס שמײכעלע פֿון די מוראדיקע װאָנצעס אַרױס. עס האָט אױסגעזען, אַז ניט ער רעדט, נאָר ער בענטשט און זופּט עפּעס בעת־מעשׂה.

― איך בין, מײַנע ליבע ייִדן, דעם בעל־שם־טובֿס אַן אײניקל, און גײ אַרום כּל־ימי איבער דער װעלט און ריכט־אָפּ גלות און זאַמל געלט אױף ישיבֿות דאָ, אין חוץ־לאָרץ, און דאָרט, אינעם לאַנד פֿון אונדזערע אָבֿות ― אָך־אָך־אָך! און דאָס איז מײַן גבאי, װאָס גײט מיט מיר. ― האָט ער אָנגעװיזן מיט די אױגן אױפֿן גראָבן, און בײדע האָבן אַרױסגעלאָזט אַ טיפֿן זיפֿץ. ― אונדזער גאַנץ לעבן האָבן מיר אַװעקגעגעבן פֿאַר ישיבֿות, גאָטס תּורה זאָל חלילה נישט פֿאַרגעסן װערן ― אָך־אָך־אָך! גיט, ייִדן אַ נדבֿה, װיפֿל אײַער האַרץ פֿאַרטראָגט… אחד המרבה ואחד הממעיט… ― האָט אױסגעלאָזט דעם בעל־שם־טובֿס אײניקל מיט אַ גלאַנץ די אױגן אַרױף און מיט אַ פּסוק, און דער גבאי האָט אים אונטערגעכאַפּט אױך מיט אַ פּסוק: „וכל המרבה מרבין לו מן השמים“, פֿאַרגלאַנצט די אױגן אַרױף און געגעבן אַ לײג־אַװעק די פֿאַטשײלע מיט געלט אױפֿן טיש מיט אַ קלונג. די פֿאַטשײלע האָט זיך אױפֿגעבונדן און פֿון דאָרט האָבן אַרױסגעקוקט אַ מאַסע זילבערנע און אױך גאָלדענע מטבעות.

געלט, זאָגט מען, גײט צו געלט. װײַל אין דער פֿאַטשײלע זײַנען געװען אַ סך זילבערנע און גאָלדענע מטבעות, האָבן מיר שױן נישט געקאָנט זײַן אַזױ גראָב און האָבן אַרײַנגעװאָרפֿן אין דער פֿאַטשײלע אַרײַן איטלעכער פֿון זײַן קעשענע, און בעת־מעשׂה איז אונדז אַלעמען דורכגעפֿלױגן אַ מחשבֿה (איך װײס פֿאַר געװיס, אַז אַלעמען איז דורכגעפֿלױגן דער זעלבער געדאַנק): „אַך, װען איך האָב דאָ בײַם טיש אָט די פֿאַטשײלע מיט געלט!… װאָס פֿאַר אַ ספּעקטאַקל װאָלט איך אָפּגעשפּילט! ''…

בײַ אונדזער בעל־הביתטע, חיהלע ראַמשעװיטש, האָבן זיך אַזש די אײגלעך, אױב איר האָט אין דעם געפֿיל, אָנגעצונדן און צעברענט. דאָס האָבן באַמערקט אַלע, אַפֿילו דעם בעל־שם־טובֿס אײניקל מיטן גבאי, װעלכע האָבן זיך נישט געאײַלט צוצונעמען די פֿאַטשײלע פֿונעם טיש. זײ זײַנען געזעסן בײדע אַראָפּגעלאָזט די הענט און עפּעס מאָדנע אַרײַנגעקוקט אין די קאָרטן, װאָס זײַנען געלעגן צעװאָרפֿן איבערן טיש. עס איז געװען קענטלעך, אַז זײ זעען דאָס צום ערשטן מאָל אױף זײער לעבן.

― האָט קײן פֿאַראיבל ניט, װאָס איך װעל אײַך פֿרעגן, אפֿשר שטערן מיר אײַך? ― אַזױ רופֿט זיך אָן דעם בעל־שם־טובֿס אײניקל מיט זײַן שמן־זית־לשון און מיט זײַן צוקער־זיס שמײכעלע, אָנװײַזנדיק מיטן מינדסטן פֿינגער אױף די צעװאָרפֿענע קאָרטן. ― װאָס איז דאָס אַזעלכעס אָט אַ דאָס אָ?

― קאָרטן. ― ענטפֿערן אים בײדע מיט אַ מאָל, דער בעל־הבית מיט דער בעל־הביתטע, קוקן זיך איבער מיט אונדז, װי אײנער רעדט: „פֿאַראַן נאָך, אַ פּנים, אַזעלכע װילדע מענטשן אױף דער װעלט, װאָס װײסן ניט פֿון קאָרטן צו זאָגן“…

דעם בעל־שם־טובֿס אײניקל האָט צוגעמאַכט אײן אױג, פֿאַרקנײטשט דעם שטערן מיט דער נאָז, אױסגעדרײט דאָס פּנים צום גבאי און אַ זאָג געגעבן מיט אַ זיפֿצל:

― קנאָרטן?…

― קנאָרטן! ― האָט אים אָפּגעענטפֿערט דער גבאי, אױך מיט אַ זיפֿצל.

― נישט קײן קנאָרטן, נאָר קאָרטן! ― האָט זיך חיהלע ראַמשעװיטש אײַנגעשטעלט צו פֿאַרריכטן, ניט אַראָפּלאָזנדיק קײן אױג פֿון דער פֿאַטשײלע מיט געלט.

פֿאַרשטײט זיך, אַז נישט דעם בעל־שם־טובֿס אײניקל און נישט דער גבאי האָבן נישט אָפּגעענטפֿערט דער בעל־הביתטע, און אַפֿילו איר נישט געשענקט קײן קוק פֿון זײערע װײכע, שמײכלענדיקע, קלוגע אױגן ― אַזעלכע ייִדן, אױב איר האָט אין דעם אַ געפֿיל, קוקן נישט אױף אַ נקבֿה.

― זאָגט זשע מיר, איך בעט אײַך, װאָס איך װעל אײַך פֿרעגן, אױב מיר שטערן אײַך נישט ― מאַכט דעם בעל־שם־טובֿס אײניקל װידער אַ מאָל צום בעל־הבית: ― װאָס איז דאָס אַזעלכעס קנאָרטן? און אױף װאָס דאַרף מען דאָס? דאָס הײסט, איך מײן, װאָס טוט מען מיט דעם?

― מע שפּילט ― ענטפֿערט אים ראַמשעװיטש ― אַז עס קומט חנוכּה, שפּילט מען אין קאָרטן.

דעם בעל־שם־טובֿס אײניקל האָט װידער צוגעמאַכט אײן אױג, און װידער אױסגעדרײט פּאַװאָלינקע דאָס פּנים צום גבאי און אַ זאָג געגעבן מיט אַ זיפֿצל:

― חנוכּה שפּילט מען בײַ זײ אין קנאָרטן. אָך־אָך־אָך!…

― אין קנאָרטן! ― חזרט איבער דער גבאי מיטן אײגענעם זיפֿצל.

― װאָס זשע הײסט עס? ― רופֿט זיך אָן דעם בעל־שם־טובֿס אײניקל װידער אַ מאָל צום בעל־הבית, לאַנגזאַם, מיט זײַן שמן־זית־לשון. ― װי אַזױ שפּילט מען דאָס אין קנאָרטן? און צוליב װאָס?

― צוליב געלט. ― ענטפֿערט אים ראַמשעװיטש, קוקט אױף אונדז און אױף דער פֿאַטשײלע מיט געלט.

אַ פּנים, דער ענטפֿער „צוליב געלט“ האָט אַרױסגעװיזן בײַ בײדע געסט שטאַרק װילד און משונה אומגעלומפּערט, װאָרעם זײ האָבן בײדע אין אײן צײַט אױסגעדרײט זיך אײנס צום אַנדערן און אַװעקגעשטעלט אַזעלכע מאָדנע פּנימער, אַז דער עולם, װאָס האָט די גאַנצע צײַט געשטיקט זיך, האָט נישט געקאָנט מער אײַנהאַלטן זיך און אױסגעשאָסן אַ געלעכטער.

― װאָס איז דאָ צו לאַכן? ― האָט זיך די בעל־הביתטע אָנגענומען זײער קריװדע, פֿאַררײכערט אַ פּאַפּיראָס נאָר צוליב דעם, מע זאָל נישט זען, װי זי לאַכט. און דער בעל־הבית, װעלװל ראַמשעװיטש, איז איר געקומען צו הילף און געגעבן צו פֿאַרשטײן די דאָזיקע ייִדן, קורץ און שאַרף, דעם שׂכל פֿון קאָרטן, אַז קאָרטן איז אַ „זאַבאַװע“ אױף צו פֿאַרברענגען די צײַט, און אַ מיטל אױף צו מאַכן געלט. קורץ ― קאָרטן איז אַ געשעפֿט. אַ געשעפֿט, װי אַלע געשעפֿטן.

אַזױ האָט אױסגעלאָזט װעלװל דעם חזנס אײדעם און אַ נעם געטאָן זיך צו די קאָרטן און אַ קוק געגעבן אױפֿן עולם, בכדי צו באַװײַזן די „דעקוטשליװעдекучлив: צעיושעטע“ ייִדן, אַז מע איז פֿאַרטאָן אין געשעפֿט, און אַז ס'איז קורץ די צײַט, און אַז זײ מעגן שױן אױפֿשטײן, אױפֿהערן דרײען אַ מוח און גײן געזונטערהײט.

די ייִדן האָבן אָבער, װי עס װײַזט אױס, נישט אין זינען געהאַט אַפֿילו אױפֿצושטײן און אַװעקגײן. אַדרבא, זײ האָבן זיך, אױב איר האָט אין דעם אַ געפֿיל, נאָך מער צוגערוקט צום טיש און געקוקט, װי דער בעל־הבית טאַשט קאָרטן, מיט אַזעלכע אױגן, גלײַך װי זײ װאָלטן זיך געריכט, אַז דאָ װעט אַרױסשפּרינגען מי־יודע װאָס פֿאַר אַ װוּנדער!

― אױב מיר שטערן אײַך נישט… ― האָט דעם בעל־שם־טובֿס אײניקל אַ זאָג געגעבן צו אונדז אַלעמען מיט זײַן שמן־זית־לשון און מיט זײַן זיס שמײכעלע.

― איר װילט אָנקוקן, װי מע שפּילט אין קאָרטן? ― האָט אים אונטערגעכאַפּט װעלװל ראַמשעװיטש. ― קוקט, איר װעט אונדז נישט קאַליע מאַכן… נו? קינדער! צו דער אַרבעט! די נאַכט שטײט נישט! װער איז ערשטע האַנט?

און די איבערגעריסענע אַרבעט איז אַװעק, װי פֿריִער, און נאָך מיט מער פֿרישקײט, מיט מער היץ, מיט כּװנה, מיט קאָפּ, און טאַקע װי עס רופֿט זיך: „לשמה“!…

די ייִדן האָבן נאָר געקוקט אונדז אַלעמען אין די אױגן אַרײַן, זיך צוגעהערט צו אונדזער שפּראַך און געכאַפּט אַ קוק אױך צו אַלעמען אין די קאָרטן, און אַלע מאָל, װען מיר האָבן פּאַװאָלינקע, ביסלעכװײַז, אױב איר האָט אין דעם אַ געפֿיל, אַרײַנגעקוקט אין דער איבערגעדעקטער קאָרט, האָבן אױך אונדזערע צװײ ייִדן זיך אײַנגעבױגן אין דרײַען און אַרײַנגעקוקט פֿון אונטן אַרױף אָדער פֿון אױבן אַראָפּ, און געמאַכט בשעת־מעשׂה אַזעלכע גרימאַסן, אַז מע האָט באַדאַרפֿט זײַן שטאַרקער פֿון אײַזן, מען זאָל נישט פּלאַצן פֿון געלעכטער. אַ גליק, װאָס מע איז געװען אַרײַנגעטאָן איטלעכער אין זײַן קאָרט, און קאָרטן, אױב איר האָט אין דעם אַ געפֿיל, האָבן אין זיך אַ כּוח, אַז סײַדן ערדציטערניש קאָן אַ מאָל שטערן. איך האָב מורא, אַז איך בין געװען דער אײנציקער, װאָס האָב זײ געהאַט, װי מע רופֿט דאָס, אױפֿן אױג. איך האָב פֿון צײַט צו צײַט געכאַפּט אַ קוק אױף מײַנע צװײ ייִדן. עס איז מער װי זיכער, אַז נישט זײ, נאָר מיר זעען־אױס בײַ זײ װי װילדע מענטשן, װאָס פֿאַרנעמען זיך מיט אַ װילדער מלאָכה, רעדן אױף אַ װילדער שפּראַך און פֿירן זיך, װי װילדע מענטשן: זיצן אָן היטלען, בלאָזן פּאַפּיראָסן, בײַטן זיך מיט פּאַפּירלעך, װאַרפֿן געלט אין טעלער אַרײַן און רעדן זיך דורך מיט אַזעלכע װערטער, װאָס קאָנען אױסזען, װי טערקיש. װאָרעם װער איז דאָס מחויבֿ צו פֿאַרשטײן, אױב איר האָט אין דעם אַ געפֿיל, װאָס הײסט „פּאַס“, „קװענץ“, „שראַגע“, „װיזאַ“, „נאַראָש“, „שקצים“, „שיקסעס“, „אױבער“, „מלכּה“, „מלך“, „טױז“, וכדומה אַזעלכע דיבורים, װאָס זײַנען שײך צו קאָרטן־שפּראַך?…

איך קאָן אײַך שװערן בהן־שלי, אַז מיר אַלע האָבן שױן געהאַט כּמעט פֿאַרגעסן אָן די צװײ ייִדן. פּלוצעם טוט עמעצער אַ פּאַטש מיט אַ װײַסער האַנט איבער דער טאַש מיט קאָרטן אױפֿן טיש און אַ זאָג:

― שאַט, ייִדן! מיר װײסן שױן! מיר האָבן געכאַפּט דעם שניט! ס'איז אַ יצר־הרע! אַ גװאַלדיקער יצר־הרע, אַ קליפּה רחמנא־לצלן! טוט אונדז צוליב, גיט אונדז אױך! ס'איז אַ יצר־הרע, אַ קליפּה! אױ, אַ קליפּה! גאָט װעט אונדז מוחל זײַן! זינדיקע מענטשן! זעט, גיט אונדז אױך! מיר װילן אױך פֿאַרזוכן דעם טעם פֿון קנאָרטן!

דאָס זײַנען געװען דעם בעל־שם־טובֿס אײניקלס װערטער. געזאָגט זײַנען זײ געװאָרן מיט אַזאַ ציטערדיק קול און מיט אַזױ פֿיל פֿײַער און מיט אַזאַ רחמנות־פּנים, כּמעט מיט טרערן אין די אױגן, אַז, ממש, עס האָט אױסגעריסן אַ שטיק האַרץ! און דערצו האָט מיטגעהאָלפֿן, אױב איר האָט אין דעם אַ געפֿיל, די פֿאַטשײלע מיט זילבער און גאָלד… איטלעכן האָט זיך געװאָלט (איך בין איבערצײַגט, אַז איטלעכן!), אַז די דאָזיקע פֿאַטשײלע מיט זילבער און גאָלד זאָל אַריבערגײן צו אים… בײַ אונדזער חיהלע ראַמשעװיטש האָבן זיך אַזש די אױגן אָנגעצונדן און די בעקלעך צעפֿלאַמט, און זי האָט זיך אָנגערופֿן צו איר מאַן, װאָס איז געבליבן, װי געלײמט, און צו אונדז אַלעמען:

― ייִדן בעטן… װאָס װעט אײַך אַרן?… טוט זײ צוליב… לאָמיר זײ געבן קאָרטן צוליב יום־טובֿ! צוליב חנוכּה! ― האָט זי צוגעגעבן מיט אַ שׂמחה, װאָס ס'איז איר געקומען אױפֿן זינען דער געדאַנק, אַז הײַנט איז יום־טובֿ, חנוכּה, און די אױגן אירע, אױב איר האָט אין דעם אַ געפֿיל, האָבן זיך אײַנגעקוקט שטאַרק אין דער פֿאַטשײלע מיט געלט, װאָס דעם בעל־שם־טובֿס אײניקל האָט דערװײַל צוגערוקט צו זיך און גענומען מיט טרײסלענדיקע הענט און ציטערדיקע פֿינגער אַרױסציִען פֿון דאָרט אַ מטבע נאָך אַ מטבע, פֿריִער זיך, דערנאָך דעם גבאי, אָנגעלײגט אַ גאַנץ קופּקעלע מיט געלט, צװײ קופּקעלעך, אײן קופּקעלע זיך, דאָס אַנדערע ― דעם גבאי, און בעת־מעשׂה פֿאַרענטפֿערט זיך, גערעדט צו זיך אַלײן:

― נישקשה! מיר האָבן אַ שטאַרקן גאָט!… ממה־נפֿשך, װעלן מיר געװינען, װעלן די ישיבֿות האָבן נאָך געלט… װעלן מיר, חלילה, פֿאַרשפּילן, װעט אונדז גאָט מוחל זײַן. ער איז אַן אל ארך־אַפּים! ― האָט ער אױסגעלאָזט מיט אַ לשון־קודש־װאָרט און מיט אַ גלאַנץ די אױגן אַרױף. און דער גבאי האָט אים אונטערגעכאַפּט אױך מיט אַ גלאַנץ די אױגן אַרױף און אױך מיט אַ לשון־קודש־װאָרט:

― אַן אל ארך־אַפּים ורבֿ חסד ואמת!…

דאָס אַלצדינג, װאָס איך דערצײל אײַך, איז פֿאָרגעקומען אַזױ פּלוצעם, אומגעריכט, אַז קײנער פֿון אונדז, אױב איר האָט אין דעם אַ געפֿיל, האָט קײן צײַט נישט געהאַט אַפֿילו צו װוּנדערן זיך, און עס האָט אונדז אױסגעװיזן אַזױ נאַטירלעך, װאָס נאַטירלעכער קאָן שױן גאָרנישט זײַן, און דערצו מוז מען מודה זײַן, אַז אַלעמענס געדאַנקען זײַנען געװען, װי איך האָב אײַך שױן געזאָגט, אין דער פֿאַטשײלע מיט זילבער און אַלעמענס אױגן זײַנען געװען אױף די קופּקעלעך מיט געלט…

עס איז געבליבן אײן זאַך אױף צו באַשטימען: מי ומי ההולכים ― װער זאָל שפּילן? דאָס הײסט, אַזױ װי עס זײַנען צוגעקומען פֿרישע צװײ פּאָר הענט, בלײַבט אַ קשיא, װער פֿון אונדז זאָל אַרױספֿאַלן פֿון קאָן?

פֿאַרשטײט זיך, אױב איר האָט אין דעם אַ געפֿיל, אַז קײנער פֿון אונדז האָט קײן חשק נישט געהאַט אַרױסצופֿאַלן פֿון קאָן בײַ אַזאַ געלעגנהײט צו שפּילן אין אָקע מיטן בעל־שם־טובֿס אײניקל, װאָס האָט געבראַכט מיט זיך אַזאַ פֿאַטשײלע מיט געלט. און עס האָט זיך אָנגעהױבן אַ דינגעניש: „גײ דו“. „גײ דו“. „פֿאַר װאָס איך?“ „פֿאַר װאָס ניט דו?“

דאָס ערשטע כּפּרה־הינדל איז געװען דאָס זײַדענע אײדעמל, די צאַצקע, װאָס איך האָב אײַך געזאָגט פֿריִער, אלי ראַפֿאַלסקי, דער זעלבער, װאָס האָט געבענטשט חנוכּה־ליכטלעך פֿאַר אונדז אַלעמען.

אױף אים איז געפֿאַלן דער גורל, װײַל חיהלע ראַמשעװיטש האָט אַזױ געװאָלט. זי האָט געדרונגען, אַז ער דאַרף גײן אַהײם. שױן שפּעט. זײַן שװער און שװיגער װעלן האָבן טענות, מאַכן סקאַנדאַלן, לאָזן זײ גײן כּף־הקלע!

דאָס איז אָבער נאָר געװען לפּנים. אין דער אמתן, האָבן אַלע געװוּסט דעם סוד, אַז אלי איז אַ פֿאַרשפּילטער. עס טאָגט שױן בײַ אים לאַנג אין געלט, און לײַען װיל אים קײנער נישט: אין מיטן שפּילן לײַט מען נישט.

האָבן מיר שױן אײנעם געפּטרט. װאָס זשע טוט מען מיטן צװײטן? דאַרף מען װאַרפֿן גורל, ציִען קניפּלעך, װי דער שטײגער איז. און צי װאָס זאָל איך אײַך לאַנג מאַריך זײַן? מע האָט גענומען די צװײ ייִדן צו דער אַרבעט און מע האָט אָנגעהױבן בײַ זײ אָפּציִען אַ קופּקעלע. אין דער פֿאַטשײלע איז געװאָרן אַלע מאָל װינציקער, און בײַ אונדז איז געװאָרן מערער. די ייִדן האָבן געברענט, װי אַ שטרױענער דאַך. עס האָט שױן געהאַלטן דערבײַ, אַז די פֿאַטשײלע זאָל זיך אָט־אָט אױסלײדיקן עד־לפּ″ק און פֿונעם בעל־שם־טובֿס אײניקל זאָל װערן אַ גל של עצמות. עס איז שױן דורכגעפֿלױגן בײַ אונדז אַ מחשבֿה: װאָס װעט זײַן, טאָמער בלײַבן זײ אָן אַ פּרוטה? װאָס װעט די שטאָט זאָגן? װאָס װעט די װעלט זאָגן?…

נאָר אַ קאָרט, אױב איר האָט אין דעם אַ געפֿיל, האָט אין זיך אַ כּוח, אַז אָט ליגט איר אָרצה, אָט־אָט, דאַכט זיך, טראָגט מען אײַך אַרױס אין אַ לײַלעך; פּלוצעם טוט אַ שײַן דאָס מזל און עס גײט אײַך אַװעק דאָס בלאַט ― איר װײסט אַלײן נישט, װי אַרום און פֿון װאַנען! אונדזערע ייִדן האָט אָנגעהױבן צו גײן, װי עס רעדט זיך, דורך טיר און דורך טױער! ובפֿרט פֿון דער מינוט אָן, װען דעם בעל־שם־טובֿס אײניקל האָט אַלײן גענומען אױסטײלן קאָרטן. „מע באַדאַרף נעמען די סיטרא־אַחרא אין די הענט אַרײַן“ ― האָט ער געזאָגט, אױסטײלנדיק קאָרטן, פֿריִער פּאַװאָלינקע, האַרט בײַ די װענט, מיט נישט קײן געניטער, ציטערדיקער האַנט און עפּעס װי צעטומלט, מיט בלאָנדזשענדיקע אױגן, װאָס האָט אַרױסגערופֿן בײַ אונדז אַלעמען נישט קײן קלײנעם געלעכטער. נאָר נאָכדעם, װאָס װײַטער־װײַטער, האָט ער אָנגעהױבן געבן קאָרטן אַלץ גיכער און בעסער, און איז דערגאַנגען אַזױ װײַט, אַז עס האָט, אױב איר האָט אין דעם אַ געפֿיל, געברענט בײַ אים אונטער די הענט ― און געגאַנגען איז אים מיט סכּנות־נפֿשות. װאָס איר האָט ― האָט ער מער: האָט איר דרײַ אונטערס ― האָט ער דרײַ אױבערס, האָט איר מלכים ― האָט ער טײַז, האָט איר טײַז ― האָט ער אַ נאַראָש! און טאָמער האָט איר זיך איבערגעשראָקן און האָט זיך אַװעקגעלײגט מיט אַ קװענץ ― האָט ער שראַגע!

― רבותינו! ― האָט זיך דעם בעל־שם־טובֿס אײניקל אױפֿגעכאַפּט פֿון טיש שױן מיטן טאָג גלײַך און אױסגעגלײַכט זיך די בײנער, אַרײַנלײגנדיק דאָס גאַנצע געװינס מיטן אײגענעם געלט שױן נישט אין דער פֿאַטשײלע, נאָר אין אַלע קעשענעס אַרײַן, מיט אַ גלאַנץ מיט די אױגן אַרױף און מיט אַ זיפֿצל, און דער גבאי נאָך אים, אױך מיט אַ גלאַנץ מיט די אױגן אַרױף און אױך מיט אַ זיפֿצל, געענדיקט פֿאַר אים דעם פּסוק:

― הגיע זמן קריאת־שמע של שחרית ― גרױסער טאָג, שױן צײַט גײן אין שול אַרײַן דאַװנען…

פֿאַרטשאַדעטע, שלעפֿעריקע, הונגעריקע און דערשלאָגענע, אָנגעבלאָזענע אײנס אױפֿס אַנדערע, װי געװײנלעך פֿאַרשפּילטע, זײַנען מיר אַ װײַלע געבליבן זיצן, אױב איר האָט אין דעם אַ געפֿיל, װי אָפּגעשמיסענע. דערנאָך האָבן מיר זיך אױפֿגעהױבן אַלע און אַ לאָז געגעבן צום טיש ― צום פֿלעשל בראָנפֿן מיטן פֿאַרבײַסן, ― אױסער אונדזערע צװײ ייִדן, װאָס זײַנען שױן גרײט געװען זיך לאָזן צו דער טיר אַװעקצוגײן, נישט פֿאַרגעסן צו זוכן אַ מזוזה… האָט זיך פּלוצעם אױפֿגעכאַפּט דער בעל־הבית, װעלװל ראַמשעװיטש, פֿאַרלאָפֿן זײ דעם װעג, אַװעקגעשטעלט זיך מיט צענומענע הענט בײַ דער טיר און אַ זאָג געגעבן צו זײ:

― בלאָטע! איר װעט ניט אַװעקגײן פֿון מײַן שטוב, ביז איר װעט עפּעס ניט נעמען מיט אונדז אין מױל אַרײַן!…

קײן גרעסערע נקמה האָט טאַקע אונדזער װעלװל ניט געקאָנט צוטראַכטן. אונדזערע ייִדן זײַנען נעבעך געבליבן, אױב איר האָט אין דעם אַ געפֿיל, אין דער הינערפּלעט, געקוקט אײנס אױף דאָס אַנדערע מיט אַזעלכע אױגן, גלײַך װי מע װאָלט זײ זאָגן, זײ זאָלן מוחל זײַן אױסלײדיקן די קעשענעס און אָפּגעבן צוריק דאָס גאַנצע געװינס. דער ערשטער האָט זיך אָנגערופֿן: דעם בעל־שם־טובֿס אײניקל מיט זײַן שמן־זית־לשון און מיט זײַן צוקער־זיס שמײכעלע:

― מיר דאַנקען אײַך אַװדאי פֿאַר אײַער גאַסטפֿרײַנדלעכקײט. הכנסת־אורחים איז אײנע פֿון די גרעסטע מיצװות בײַ אונדז מן התּורה… איר דאַרפֿט אָבער נישט פֿאַרגעסן, אַז מיר זײַנען אַזעלכע ייִדן, װאָס נישט פֿון יעדער שחיטה עסן מיר…

דאָס האָט אונדז שױן אַלעמען אױפֿגעטראָגן: אַזױ? נישט פֿון יעדער שחיטה עסט איר? איר האָט מורא, טאָמער איז ניט רעכט כּשר? און אין קאָרטן שפּילן ― דאָס מעגט איר?… עס װעט אײַך נישט העלפֿן קײן רבונו־של־עולם! האָט איר פֿאַרזוכט אַן אָקע מיט אַ באַנטשאָק, מוזט איר שױן פֿאַרזוכן מיט אונדז אַ… דאַרע קישקע!…

טױט װי די װאַנט זײַנען געבליבן שטײן מײַנע צװײ ייִדן און איבערגעקוקט זיך מיט מאָדנע אױגן. נאָכדעם האָט דעם בעל־שם־טובֿס אײניקל אַרױסגעלאָזט אַ טיפֿן זיפֿץ, כּמעט אַ קרעכץ, און אָנגערופֿן זיך צו אונדז מיט פֿאַרגלאַנצטע אױגן אַרױף:

― טאַ! אױך די אײגענע מעשׂה. ערשטנס, בײַ ייִדן אין שטוב… אַ ייִדן טאָר מען נישט חושד זײַן… והשנית, טאָמער אַפֿילו איז, חלילה־וחס, נישט אַזױ רעכט כּשר, איז דאָס ממה־נפֿשך… מיר האָבן אַ גרױסן גאָט: „אלמלי נגדוה לחנניה מישאל ועזריה, פּלחו לצלמא“…אִילְמָלֵי נַגְּדוּהּ לַחֲנַנְיָה מִישָׁאֵל וַעֲזַרְיָה — פְּלַחוּ לְצַלְמָא!

אַזױ האָט אױסגעלאָזט דעם בעל־שם־טובֿס אײניקל און מיט צנועהדיקע טריט זיך געלאָזט צום טיש, װוּ די בעל־הביתטע, חיהלע ראַמשעװיטש, האָט גענומען צוגרײטן קילקעס, הערינג און קאָלבאַס.

― לחײם, ייִדן, לחײם! ― האָט דעם בעל־שם־טובֿס אײניקל געזאָגט װידער מיט אַ זיפֿץ און געטרונקען צו אונדז אַלעמען לחײם, קױם־קױם באַנעצט די ליפּן און גענומען זיך מיט ציטערנדיקע פֿינגער צום פֿאַרבײַסן, פֿריִער צו די קילקעס מיטן הערינג, דערנאָך צום קאָלבאַס. דאָס אײגענע האָט געטאָן אױך דער גבאי, און בײדע האָבן זײ נעבעך געזיפֿצט, שיִער נישט געװאָרגן זיך מיט יעדן ביסן. און ערשט, אַז מע האָט אָפּגעגעסן, האָט זיך װעלװל אין זײ נוקם געװען אױף דעם רעכטן אמת; ער האָט זיך מישבֿ געװען און רופֿט זיך אָן צו זײ גאָר אָן שום רחמנות, װי אַן אמתער גזלן:

― װײסט איר כאָטש, אַז דאָס װאָס איר האָט געגעסן, האָט איר געגעסן פֿון איװאַנס שחיטה? װײסט איר כאָטש, אַז די דאָזיקע דאַרע קישקע איז אַן אמתער גױיִשער קאָלבאַס פֿון כ…

מער האָט װעלװל נישט געקאָנט אַרױסרעדן, װײַל בײדע ייִדן האָבן זיך געגעבן אַ כאַפּ בײַם קאָפּ און פֿײַל אױסן בױגן זיך אַ לאָז געגעבן מיט אַן אימפּעט צו דער טיר און, אױב איר האָט אין דעם אַ געפֿיל, אַװעק, װי אַ שטורעמװינט, אַפֿילו אָן אַ זײ געזונט!

די נקמה, װאָס מיר האָבן דערלעבט אין די צװײ ייִדן, איז געװען אַזױ גרױס, אַז מיר האָבן שױן גאָר פֿאַרגעסן, אַז מיר זײַנען באַגראָבן געװאָרן אין דער דאָזיקער נאַכט נײַן אײלן, און האָבן זיך געכאַפּט בײַ די זײַטן און האָבן, אױב איר האָט אין דעם אַ געפֿיל, גענומען לאַכן, האָבן מיר געלאַכט און געלאַכט, געלאַכט און געלאַכט, געלאַכט און געלאַכט… נאָר פּלוצעם האָבן מיר דערהערט אַ געשרײ ניט מיט קײן מענטשלעך קול:

― אױ! אַ דונער האָט מיך דערשלאָגן!! זעט נאָר, זעט!! איך װעל עס נישט אױסהאַלטן!!!

. . . . . . . . . . . . . . . . . . . .

דאָס קול האָט געהערט צו חיהלע ראַמשעװיטש. מיר האָבן גאָרניט באַמערקט, װי זי האָט זיך נאָכן צובײַסן גענומען צו איר אַרבעט. זי האָט געהאַלטן בײַ צונױפֿנעמען די אָפּגעשפּילטע קאָרטן אױף צו פֿאַרקױפֿן זײ נאָכדעם אין קלײטל אַרײַן, אָדער אױסבײַטן זײ אױף נײַע קאָרטן. בײַם סאָרטירן די קאָרטן האָט זיך איר געװאָרפֿן אין די אױגן אַרײַן עפּעס צו פֿיל טײַז, צו זעקס־זיבן טײַז אין אַ טאַליע!

מיר האָבן זיך אַלע געגעבן אַ נעם צו די קאָרטן, און, אױב איר האָט אין דעם אַ געפֿיל, אױפֿגעדעקט אַן אוצר נישט נאָר פֿון טײַז, נאָר אױך איבעריקע מלכים און מלכות און אױבערס און גלאַט געפּינטלטע קאָרטן האָבן זיך אַרױסבאַװיזן אָן אַ שיעור!

דאָס ערשטע, װאָס מיר האָבן פֿאָרגענומען: אַנשטאָט אַהײם, האָבן מיר זיך צעלאָזט איבער אַלע שולן און בתּי־מדרשים, נאָכגעקוקט, נאָכגעשמעקט און נאָכגעפֿרעגט זיך אױף אַ בעל־שם־טובֿס אַן אײניקל מיט אַ גבאי. לאָזט זיך אױס, מן הסתּם, אַז קײנער האָט נישט געזען און קײנער האָט נישט געהערט, נישט קײן אײניקל, נישט קײן גבאי!

זײַנען מיר געפֿאַלן אױף אַן עצה: לאָמיר גײן צו דער באַן! געקומען אױפֿן װאָקזאַל, געזוכט, געשמעקט, דורכגעגאַנגען דרײַ מאָל הין און צוריק אַלע װאַגאָנעס ― נישטאָ קײן אײניקל, נישטאָ קײן גבאי. טאַקע נאָר װי אין דער ערד אַרײַן!

ערשט נאָכן דריטן גלעקל און נאָכן לעצטן פֿײַף האָבן מיך דערהערט פֿון אַ װאַגאָן אַרױס אַ קענטלעכע שטימע:

― קנאָרטן!!…

מיר אַלע האָבן זיך אַ װאָרף געגעבן און גענומען קוקן. פֿון אַן אָפֿענעם פֿענצטער פֿון װאַגאָן צװײטער קלאַס האָבן אַרױסגעקוקט צו אונדז צװײ פֿיגורן. אײנע אַ לאַנגע און אַ שמאָלע, די אַנדערע אַ קורצע און אַ גראָבע. נאָר בײדע מיט געגאָלטע פּנימער, מיט קורצע װײטיקלעך און מיט קלײנע קאַפּעליושלעך ― און דאָך זײַנען אונדז זײערע פּנימער געװען װי קענטלעך. נישט אַזױ די פּנימער, װי די אױגן ― װײכע, שמײכלענדיקע, גנבֿהשע אױגן.

דער ערשטער, װאָס האָט זײ דערקענט, איז געװען דאָס צאַצקעדיקע אײדעמל, אלי ראַפֿאַלסקי. װי נאָר ער האָט דערזען זײערע שמײכלענדיקע פּנימער, האָט ער אָנגעװיזן מיטן פֿינגער גלײַך אױף זײ אין פֿענצטער אַרײַן.

― אָט זײַנען זײ! ― האָט אלי אױסגעשריגן נישט מיט זײַן קול. ― אָט זײַנען זײ, די צװײ ייִדן פֿון די קנאָרטן, זײ, װי איך בין אַ ייִד!

דער װאַגאָן זײערער האָט שױן אָבער געהאַלטן אין גליטשן זיך. די רעדער האָבן נאָר־װאָס אָנגעהױבן צו דרײען זיך, און דורכפֿאָרנדיק פֿאַרבײַ אונדז, האָבן זײ אונדז נאָך אַ מאָל באַשענקט מיט אַ קוק פֿון זײערע װײכע, שמײכלענדיקע, ממזרישע אױגן. און אלי ראַפֿאַלסקין האָבן זײ, פֿאַר זײַן אױסגעשרײ, אונטערגעטראָגן אַ באַזונדערע מתּנה: אַ קאָמבינאַציע, אױב איר האָט אין דעם אַ געפֿיל, פֿון דריטהאַלבן פֿינגער, װאָס מע מאַכט איבער דעם „בורא פּרי העץ“…

געשריבן אין יאָר 1912
המן און מרדכי: אַן אמתע מעשׂה לכּבֿוד פּורים
איטלעכער ייִד האָט זיך זײן פּריץ. איטלעכער פּריץ האָט זיך זײן ייִדן. (אַ שפּריכװאָרט)

אסתּר־תּענית נאָך האַלבן טאָג האָט זיך אין אײנער פֿון די ייִדישע שטעט פֿון אונדזער אַלטער הײם בײַ אַ ייִדישן האָטעל אָפּגעשטעלט אַ דיליזשאַנס און ס'איז אַרױסגעשפּרונגען פֿון דאָרטן אַ פּאַרשױן מיט אַ שפּיצעכיק קאַפּעליושל אױפֿן קאָפּ, אַ דרײַעקעכיקס, װי אַ המן־טאַש. אױסגעזען האָט דער פּאַרשױן װי אַ רײַכער מאַגנאַט מיט זײער אַ בײזן, אַ שטרענגן קוק. באַלד נאָך אים איז אַרױסגעקראָכן אַ ייִד מיט אַ לאַנגער קאַפּאָטע, מיט אַ ברײטן טלית־קטן, מיט אַ פּליסענעם קאַרטוז; אַ באָרד אַ קלאָטשקעװאַטע, אַ ביסל אַ גרױלעכע, טיפֿע קנײטשן אױפֿן ברײטן שטערן, און אױף די ליפּן אַ מאָדנע שמײכל פֿון אַ פֿילאָזאָף. געשלעפּט האָט ער מיט זיך אַ גאַנץ גרױסן זאַק און געגאַנגען מאָדנע, מיט ברײטע טריט, און ניט אַראָפּגעלאָזט קײן אױג פֿונעם בײזן פּאַרשױן.

― האָט איר עפּעס אַ רעכטן חדר פֿאַר מײַן פּריץ? ― אַזױ האָט זיך דער ייִד אָנגעפֿרעגט בײַם משרת פֿונעם האָטעל, אַ יונג מיט בײנער, מיט אַ קױטיק העמד און מיט אַ געלן שניפּס, װאָס אַמאָל איז ער געװען, דער שניפּס הײסט דאָס, אַנטיק־שבאַנטיקן, נאָר פֿון אַ צײַט, אַז ער האָט אָנגעװאָרן דעם גלאַנץ מיט דער פֿאָרמע און האָט באַקומען אַ פּנים פֿון אַ פֿלעכטל פֿון אַ פּורים־קױלעטש, באַשאָטן פֿון אױבן מיט מאָן.

מיט גרױס פּאַראַד האָט זײ דער משרת באַגעגנט, אַראָפּגענומען דאָס היטל מיט אַ קנאַק און אַרײַנגעפֿירט זײ אין האָטעל, זײ אױפֿגעעפֿנט דאָס גרעסטע, דאָס בעסטע, דאָס שענסטע צימער, נומער 1, אַ חדר, װאָס בײַ־