לכּבֿוד יום־טובֿ: אַ פֿריִער פּסח

שלום עליכם

פֿון www.cs.uky.edu/~raphael/yiddish/sholemAleykhem/contents.html

אַ פֿ ר יִ ע ר פּ ס ח

אַ מעשׂה װאָס קאָן זיך פֿאַרלױפֿן אַף דער גרױסער װעלט

א.

די װעלטבאַרימטע דײַטשע שטאָט נ אַ ר ר ע נ ב ע ר ג  איז אַן אַלטע ייִדישע שטאָט ― זי איז אַ פֿרומע שטאָט, אַ גאָטספֿאָרכטיקע. אירע ייִדן האָבן זיך געמאַכט אַ שם אַף דער װעלט דערמיט, װאָס זײ האָבן קײנמאָל ניט געגריבלט זיך, ניט אַרײַנגעלאָזט זיך אין חקירות, ניט געפֿילאָזאָפֿירט, ניט געפֿרעגט קײן קשיות אַף אַזעלכע זאַכן, װאָס קערן זיך אָן מיט גאָט. אַף זײ מעג מען זאָגן, אַז זײ זײַנען ייִדן אָן חכמות.

אמת, זײער ייִדישקײט באַשטײט ניט מער װי אין דרײַ דינים, װאָס שטאַמען מסתּמא פֿון אַבֿרהם אָבֿינו, אָדער אפֿשר נאָך פֿון אָדם הרא־שונען: 1) יאָרצײַט, 2) בר־מיצװה, 3) פּסח. די דרײַ דאָגמען זײַנען גאַנץ גענוג אױפֿצוהאַלטן דאָס ייִדישע פֿאָלק נאָך טױזנטער און טױזנטער יאָרן. מײנט ניט, אַז דאָס האָבן זײ אַרױסגעזױגן פֿון זײער אײגענעם פֿינגער; דאָס האָבן זײ געהערט ניט אײנמאָל פֿון זײער ראַבינער, דאָקטאָר און פּרעדיקער, װעלכן די נאַררענבערגער קהילה האַלט־אױס ניט מיט װינציקער ערע, װי די קאַטױלן, להבֿדיל, דעם רױמישן פּאַבסט. דער ראַבינער, דאָקטאָר און פּרעדיקער טראָגט באַ זײ דעם נאָמען „רבי“, „אונדזער רבי“, און די נאַררענבערגער קהילה איז איבערצײַגט, אַז נאָך אַזאַ למדן, װי זײער רבי, איז שױן נישטאָ אַף דער גאַנצער װעלט. אין זײַנע דרשות, װאָס ער האַלט זײ אַלע יום־טובֿ אין דער סינאַגאָגע, װאַרפֿן זיך דורך אַזעלכע לשון־קודשדיקע װערטער, װאָס נאָר דער מחבר פֿונעם סידור זאָל איצטער אױפֿשטײן, װאָלט ער זײ אפֿשר פֿאַרשטאַנען, און אפֿשר ניט... די נאַררענבערגער ייִדן דערצײלן פֿון אים מופֿתים, װי פֿון אַ „גוטן ייִדן“. למשל, זײ באַרימען זיך, אַז שױן עטלעכע און צװאַנציק יאָר, זינט ער איז באַ זײ ראַבינער און פּרעדיקער, האָט זיך נאָך ניט געטראָפֿן, אַז ער זאָל אַמאָל האָבן אַ טעות: אַלע יום־טובֿ די זעלבע דרשה מיט די זעלבע פּסוקים פֿונעם זעלבן תּנ″ך, מיט דער זעלבער באַדײַטונג, מיט די זעלבע משלים. איך מײן אָבער, אַז דאָס איז אַ ביסל איבערטריבן. דער אױטאָריטעט פֿונעם ראַבינער, דאָקטאָר און פּרע־דיקער איז אין שטעטל אַזױ גרױס, אַז קײן יאָרצײַט, קײן בר־מיצװה און קײן יום־טובֿ װערט נישט באַשטימט, ביז עס װערט ניט פֿריִער פֿעסטגעשטעלט פֿונעם ראַבינער און פּרעדיקער. און הגם יעדער נאַררענבערגער ייִדישער אײַנװױנער מוז האָבן באַ זיך אין שטוב אַ ייִדישן לוח, פּונקט אַזױ װי יעדע נאַררענבערגער ייִדישע פֿרױ מוז האָבן אַ װײַסע כּפּרה ערבֿ יום־כּיפּור, דאָך, אַז עס קומט אונטער אַ יום־טובֿ, גלײבט קײנער ניט דעם לוח אַף נאמנות און מע גײט צום רבין זיך ערקונדיקן: „װען האָבן מיר פֿײַערטאָג?“ און װער שמועסט נאָך אַזאַ יום־טובֿ, װי דער הײליקער פּסח?! פּסח װערט געפֿײַערט אין נאַררענבערג ― איך גײ מיט אײַך אין געװעט ― מיט מער פּראַכט און גלאַנץ און מיט מער כּשרות אַלס אין דער פֿרימסטער שטאָט בכל תּפֿוצות ישׂראל! די נאַררענבערגער װײַבער ― זײ קומט דער שבח ― זײַנען אַזעלכע צנועות, אַז פּסח אין טעאַטער באַנוצן זײ ניט די חמצדיקע בינאָקלס פֿון אַ גאַנץ יאָר. אַפֿילו די נאַררענבערגער מאַנצבילן, װאָס זײַנען עפּעס ניט אַזעלכע גרױסע מצה־שמורהניקעס, פֿונדעסטװעגן האָט זיך געמאַכט װיפֿל מאָל, אַז מע איז געקומען צום רבין מיט אַ שאלה, צי מעג מען פּסח טרינקען מינכע־נער ביר און פֿאַרבײַסן מיט פּראַגער שינקען.

אַצינד, אַז מיר האָבן זיך שױן אַ ביסל באַקאַנט מיט די נאַררענבערגער ייִדן אַלס ייִדן, ― קאָנען מיר שױן צוטרעטן צו דעם עצם פֿון דער געשיכטע, װאָס האָט זיך פֿאַרלאָפֿן אין דער שטאָט נאַררענבערג אין דעם יאָר 1908, אָדער 5668 פֿון זינט די װעלט איז באַשאַפֿן געװאָרן, לױט רעכענונג פֿון אונדזער ייִדישן װעלט־לוח.

ב.

די נאַררענבערגער קהילה באַנוצט זיך מיט אירע אײגענע פֿאַבריקאַציעס און פּראָדוקטן, אױסער ייִדישער ליטעראַטור. אַמאָל פֿלעגן זײ די ייִדישע ליטעראַטור אימפּאָרטירן פֿון אױסלאַנד, מערסטנטײל פֿון לאָנדאָן אָדער פֿון װאַרשע. נאָר פֿון דער לעצטער צײַט, זינט עס האָבן זיך אָנגעהױבן באַ אונדז די בהלות, מלחמה, רעװאָלוציע, קאָנסטיטוציע און פּאָגראָמען, האָבן די כװאַליעס פֿון דער געװאַלטיקער עמיגראַציע אַרױסגעװאָרפֿן אַף דעם דאָזיקן נאַררענבערגער אָאַזיס, צװישן אַ סך אַנדערע נפֿשות, אױך אײנעם אַ פּעקל־טרעגער אָדער אַ מוכר־ספֿרימניק מיטן נאָמען פּ י נ ח ס  פּ י נ ק ו ס.

פּינחס פּינקוס איז אַ ייִדל אַ נידעריקס, אַ זשװאַװע, מיט אײן אױגל אַ קלײנס, דאָס אַנדערע אַ גרױס. בשעת ער רעדט, קוקט דאָס קלײנע אױגל אַפֿן גרױסן, װי אײנער רעדט: „נו־נו!“.... די ערשטע צײַט האָט ער זיך גענוג אָנגעליטן, גענוג אױסגעהונגערט און גענוג אױסגעשטאַנען יסורים, װײטיקן און בזיונות פֿון זײַנע דײַטשע ברידער, ביז ער האָט זיך דערשלאָגן צו זײַן שטענדיקער פּרנסה פֿון דער הײם ― אַרומטראָגן ייִדישע ספֿרים און ביכלעך איבער די הײַזער. אַ צעבראָכענער, אַ צעראַ־בעװעטער, אַ נאַקעטער און אַ הונגעריקער, האָט ער פֿאַרלאָזן זײַן לאַנד, װוּ ער איז געבאָרן, און האָט זיך מיט גרױס מי דערשלאָגן אין אַ פֿרײַ לאַנד ― קײן נאַררענבערג, װוּ ער איז שױן געװען באַװאָרנט פֿון אַ פּאָגראָם, נאָר ניט געװען באַװאָרנט פֿון שטאַרבן פֿון הונגער, מחמת אין דעם פֿרײַען לאַנד איז דאָס שנאָרן שטרענג פֿאַרבאָטן אַפֿילו צװישן אײגענע ברידער. יעדער מענטש איז מחױב עפּעס טאָן. אונדזער צעשלאָגענער עמיגראַנט פּינחס פּינקוס האָט אָבער ניט געקאָנט געפֿינען קײן שום טועכץ אינעם פֿרײַען לאַנד. שולדיק איז געװען אין דעם ניט אַזױ ער אַלײן, װי די שפּראַך. דאָס הײסט, װאָס ניט ער האָט פֿאַרשטאַנען זײער שפּראַך, און ניט זײ האָבן פֿאַרשטאַנען ז ײַ ן שפּראַך. די ערשטע צײַט האָט ער אַרומגעשפּאַצירט איבער די נאַררענבערגער גאַסן און באַטראַכט די שטאָט מיט די מענטשן, דעם הימל מיט דער ערד. דאַכט זיך, די זעלבע הײַזער, די זעלבע מענטשן, דער זעלבער הימל מיט דער זעלבער ערד ― און גאָרנישט, אַלע גײען זיך אַזױ רויִק; קײנער האָט קײן מורא ניט פֿאַר אַ שטײן פֿון אױבן, פֿאַר אַ קױל פֿון פֿאָרנט אָדער פֿאַר אַ מעסער פֿון הינטן ― גליקלעכע מענטשן! אַ געבענטשט לאַנד!...

װאָס װײַטער האָט אָבער דאָס לאַנד אָנגעהױבן אָנװערן דעם חן אין זײַנע אױגן ― איבערן מאָגן. דער מאָגן איז אַ בײזער בעל־דבר; אים, אַז עס קומט די צײַט פֿון עסן, װיל ער ניט הערן ניט פֿון קײן פּאָליטיק, ניט פֿון פֿילאָזאָפֿיע. „האָסט מיך עפּעס אין זינען, צי נײן?“ ― אַזױ טענהט אַ לײדיקער מאָגן. ― „פֿון מײַנעטװעגן קאָנסטו בעטלען גײן, קאָנסט גנבנען, גזלנען, אַבי מיר זאָלסטו אָפּגעבן מײַנס, און װײַטער איז ניט מײַן עסק!“... דער חסרון איז אָבער, װאָס אַף אױסציִען די האַנט דאַרף מען זײַן אַ געבאָרענער בעטלער, אָדער האָבן אַ נשמה פֿון אַ בעטלער. און אונדזער העלד האָט זיך לאַנג אַרומגעדרײט איבער די נאַררענבערגער שטראססען, ביז ער האָט באַ זיך געפּועלט אָפּשטעלן דעם ערשטן מענטשן, חלילה ניט אַף צו בעטן באַ אים עפּעס, נאָר גלאַט אַזױ, אױסרעדן זיך אַ ביסל דאָס האַרץ. פּינחס פּינקוס האָט זיך אָנגערופֿן צום ערשטן דײַטש בזה הלשון:

― האָט קײן פֿאַריבל ניט, מײַן ליבער הערר דײַטש, איך בין דאָ אַ גר און פֿאַרשטײ ניט דאָס לשון. איך לױף פֿון אַ קאָנסטיטוציע לױף איך, און פֿאַל, הײסט עס, מיטן פּנים צו דער ערד. גלײבט מיר, איך װאָלט אײַך ניט מטריח געװען, ס'זאָל ניט זײַן, װי מע זאָגט, באו מים עד נפֿש. איך בעט ניט חלילה קײן נדבֿה; איך זוך עפּעס אַ מלאָכה, אַ טועכץ, װאָס ניט איז, אַבי דערהאַלטן די נשמה. האָט רחמנות...

דער דײַטש האָט אים אױסגעהערט ביזן סוף און האָט זיך פֿאַר אים אַנטשולדיקט, אַז ער האָט קײנמאָל אַזאַ שטראססע ניט געהערט, און איז אַװעק זײַן װעג. דער צװײטער דײַטש האָט אױסגעהערט די זעלבע דרשה און איז אַװעק אָן װערטער. דער דריטער דײַטש איז געװאָרן אַ ביסל ברוגז, װאָס מע נעמט צו זײַן צײַט, און האָט זיך רעכט אױס־געבײזערט אַף דעם „פֿערדאַמטן קערל“. דער פֿערטער דײַטש האָט אים אַפֿילו ניט אױסגעהערט ביזן סוף, באַװיזן אים, אַז ער האָט אַ שטעקן, און געזאָגט, אַז טאָמער גײט ער ניט „פֿאָרט“, אַזױ רופֿט ער צו אַ „שוצמאַן“...

און אונדזער העלד האָט גיך איבערגעביטן זײַן פֿריִערדיקע מײנונג איבער די דײַטשן און איבער זײער פֿרײַען לאַנד, װעלכס ער האָט פֿײַנט געקריגן, און איז דעם דײַטש געװאָרן אַ דם־שׂונא!

ג.

אױב דער אומגליקלעכער פּינחס פּינקוס האָט פֿײַנט געקראָגן די נאַררענבערגער דײַטשן, האָט ער טױזנט מאָל אַזױ פֿיל געטראָגן שׂינאה און פֿאַרדראָס אַף די נאַררענבערגער דײַטשע ייִדן מיט זײער ראַבינער, דאָקטאָר און פּרײדיקער, װאָס האָט אַװעקגעשטעלט דעם אָרעמען עמיגראַנט דרײַ טענות: 1) למאַי איז ער אַן אָרעמאַן? 2) למאַי גײט ער אָפּגעריסן? 3) למאַי רעדט ער ניט קײן דײַטש? דערױף האָט אים דאָס אָרעמע ייִדל אָפּגעענטפֿערט אַ ביסל טאַקע מיט צופֿיל חוצפּה:

― אַדוני קעניג! איך װעל אײַך ענטפֿערן על ראשון ראשון ועל אַחרון אַחרון: דאָס, װאָס איר טענהט, למאַי איך בין אַן אָרעמאַן און גײ װי אַ שלעפּער ― זײַט איר גערעכט; דער אײבערשטער האָט מיר געװאָלט געבן געלט, האָב איך אים געזאָגט: גיב דאָס בעסער מענדעלסאָנען ― ער איז אַ משומד און האָט ניט קײן חלק לעולם־הבא... נאָר דאָס, װאָס אײַך געפֿעלט ניט מײַן ייִדיש לשון, װאָלט איך אַ בעלן געװען, איר זאָלט זײַן אין מײַן פּאָלאָזשעניע און קומען מיט אײַער דײַטשמעריש צו אונדז קײן מאָסקװע, און אַפֿילו קײן באַרדיטשעװ, װאָלט איר דעמאָלט געװוּסט, װאָס פֿאַר אַ גאָט מיר האָבן.

אַ גליק, װאָס דער ראַבינער האָט פֿאַרשטאַנען פֿון דער דאָזיקער גאַנצער רעדע נאָר עטלעכע געצײלטע װערטער: „געלט“... „מענדעלסאָן“... „מאָסקװע“... און דער נאַררענבערגער ראַבינער האָט אים גענומען לײענען אַ נאָטאַציע און זאָגן מוסר, אַז ס'איז אַ „פֿורכטבאַרע פֿרעכהײט“ פֿון אַזאַ ייִדל זיך מישן אין דער רוסישער פּאָליטיק און קריטיקירן מענדעלסאָנען, למאַי ער שטיצט מאָסקװע מיט געלט... „אָט דאָס איז טאַקע אײַער אומגליק, ― האָט דער ראַבינער געדרשנט צום אָרעמען עמיגראַנט ― װאָס איר קריכט אַהין, ניט װוּ מע דאַרף. אָט דערפֿאַר טאַקע שלאָגט מען אײַך און מע טרײַבט אײַך, און מיר, דײַטשע ייִדישע בירגער, האָבן דורך אײַך חרפּה און בושה“... און נאָך אַ סך אַזעלכע ערנסטע קלוגע רײד האָט דער נאַררענבערגער ראַבינער און פּרײדיקער אױסגעשאָטן אומזיסט און אומנישט, מחמת דאָס ייִדל האָט פֿון זײַן דרשה נאָך װינציקער פֿאַרשטאַנען... דאָס רעזולטאַט איז געװען, װאָס נאָך עטלעכע מאָל אַרױסטרײַבן אים און אָנרופֿן „שנאָרער“, „פּאָלנישער יודע“ וכדומה אַזעלכע נעמען, האָט זיך אונדזער פּינחס פּינקוס פֿאָרט דערשלאָגן באַ דער נאַררענבערגער קהילה, מע זאָל אים אױסלײַען אַ ביסל מזומנים, װעט ער אױסשרײַבן פֿון דער הײם אַ ביסל געדרוקטע סחורה ― טאָמער װעט ער עפּעס פֿאַרדינען.

און כּך הװה. ער האָט אױסגעשריבן אַ טראַנספּאָרט ספֿרים און ביכלעך, אױך אַ ביסל סידורים, חומשים, סליחות און הגדות, און דער עיקר ― ייִדישע לוחות. אַף לוחות, האָט ער אַרױסגעזען, װעט ער דאָ האָבן מער בעלנים, װי אַף אַלע אַנדערע ספֿרים. פּינחס פּינקוס האָט ניט אומזיסט פֿאַרבראַכט זײַן צײַט צװישן די דײַטשע בירגער. ער האָט פֿאַרשטאַנען, אַז אַ לוח איז כּמעט דער אײנציקער גאַנגבאַרער אַרטיקל פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור אין נאַררענבערג. ער האָט זיך ניט אָפּגענאַרט. ער האָט אױספֿאַרקױפֿט דאָס גאַנצע פּעקל ייִדישע לוחות אין אײן טאָג און האָט געמוזט אױסשרײַבן נאָך אַ טראַנספּאָרט מיט לוחות, און האָט דעם טראַנספּאָרט אױך אָפּגעזעצט.

פֿון דעמאָלט־אָן האָט אונדזער פּינחס פּינקוס אָנגעהױבן װאַקסן און װאַקסן, דאָס הײסט, גײן פֿון אײן שטעטל אינעם אַנדערן מיט אַ פּעקל ספֿרים אַף די פּלײצעס, צום מײנסטן ייִדישע לוחות, באַרדיטשעװער, װילנער און װאַרשעװער פֿאַבריקאַציע. נאָר דער הױפּט־אָפּזעץ איז באַ אים געװען נאַררענבערג און װידער אַ מאָל נאַררענבערג, װאָרעם אין ערגעץ איז ניטאָ אַזאַ אַן אָפּגאַנג אַף דער סחורה, װי אין נאַררענבערג. אַ נאַרענבערגער ייִד, אַז ער קױפֿט אַ ייִדישן ספֿר, איך מײן אַ לוח, טוט ער דערמיט דרײַ „װאָלטאַטן“ מיט אַ מאָל: ערשטנס, װאָס ער ברענגט אין שטוב אַרײַן אַ „ייִדישן ספֿר“; צװײטנס, װאָס ער פֿאַרשפּרײט דערמיט די ייִדישע ליטעראַטור; דריטנס, װאָס ער גיט צו לײזן דעם אָרעמען „פּאָלנישן יודען“ געלט. און דער אָרעמער „פּאָלנישער יודע“ מאַכט ניט שלעכט. דאָס ערשטע יאָר האָט ער אױסגעבראַכט ייִדישע לוחות אין די צענדליקער. דאָס צװײטע יאָר ― אין די הונדערטער. צום דריטן יאָר האָט ער זיך געגרײט אָפּצוזעצן טױזנט לוחות, און אפֿשר נאָך מער ― װער װײס? עס איז נאָר אַ האַרצװײטיק, װאָס ער מוז די סחורה באַציִען אַזש פֿון דער הײם און צאָלן פֿאַר איר מיט באַרעס געלט. עס װאָלט געװען אַ גלענצנדיק געשעפֿט, װען מע זאָל קאָנען די סחורה פֿאַבריצירן דאָ אַפֿן אָרט. און אונדזער לוח־הענדלער פּינחס פּינקוס האָט פֿאַרטראַכט אַ קאָמבינאַציע ― אַ גאַנצן פּלאַן, אַ גאונישן, אַ טײַװלשן פּלאַן.

ד.

אײנמאָל אין אַ שײנעם פֿרימאָרגן איז אונדזער לוח־עקספּאָרטער, פּינחס פּינקוס, געזעסן אין זײַן ייִדישן רעסטאָראַן, װוּ ער האָט גאַנץ פֿײַן אָפּגעמיטאָגט, זיך גערײניקט די צײן, און זײַנע צװײ נישט־גלײַכמעסיקע אױגן האָבן געקוקט אײנס אַף דאָס אַנדערע און געפֿירט אַ שמועס. אַ סימן, אַז דער קאָפּ האָט געטראַכט און דער מוח האָט געאַרבעט. און בכדי דער לעזער זאָל װיסן, װאָס האָט אַזעלכעס געטראַכט פּינחס פּינקוס, גיבן מיר איבער אין קורצן דעם שמועס פֿון זײַנע אױגן (לאָמיר זיך אַף אַ מינוט פֿאָרשטעלן, אַז אױגן רעדן).

ד אָ ס  ק ל ײ נ ע  א ו י ג ל: מע דאַרף אױסשרײַבן אַ טראַנספּאָרט לוחות צום יאָר תרס″ח... אַװעקשיקן אַזױ פֿיל גאָלד!

ד אָ ס  ג ר ו י ס ע  א ו י ג: אַ גאַנצן אוצר!

ד אָ ס  ק ל ײ נ ע  א ו י ג ל: אַן עבֿירה פֿאַר גאָט!

ד אָ ס  ג ר ו י ס ע  א ו י ג: מען איז עובֿר אַף בל תשחית!

ד אָ ס  ק ל ײ נ ע  א ו י ג ל: מע זאָל קאָנען קריגן פֿון זײערט־װעגן אַן אַלטן לוח...

ד אָ ס  ג ר ו י ס ע  א ו י ג: פֿון תרחס יאָרן, אַבי אַ לוח!...

ד אָ ס  ק ל ײ נ ע  א ו י ג ל: די נאַררענבערגער לומדים...

ד אָ ס  ג ר ו י ס ע  א ו י ג: מופֿלגים, גרױסע קעפּ, שאַרפֿע מוחות!...

ד אָ ס  ק ל ײ נ ע  א ו י ג ל: אַי, טאָמער װעלן אױסקומען די דאַטעס פּאָפּעריק?

ד אָ ס  ג ר ו י ס ע  א ו י ג: בין איך בדלות!

ד אָ ס  ק ל ײ נ ע  א ו י ג ל: אַ מיצװה אַף זײ!

ד אָ ס  ג ר ו י ס ע  א ו י ג: כאַפּט זײ בעני!

ד אָ ס  ק ל ײ נ ע  א ו י ג ל: במילא טריפֿניאקעס, דײַטשן!..

ד אָ ס  ג ר ו י ס ע   א ו י ג: קירע מאָק!...

ד אָ ס  ק ל ײ נ ע  א ו י ג ל: זײ האָבן מיר גענוג בלוט פֿאַר־צאַפּט, אײדער איך האָב מיך אַרױפֿגעשלאָגן אַף אַ שטיקל דרך...

ד אָ ס  ג ר ו י ס ע  א ו י ג: עס מעג שױן אַמאָל קומען אַף זײ אױך אַ מפּלה!...

און פּינחס פּינקוס האָט אַ װוּנק געטאָן צום קעלנער:

― הער נאָר, דײַטש בן דײַטש! אַ קריגל סמעטענע!

דאָס האָט געהײסן אַזױ גוט, װי אַ קופֿל ביר. און אונדזער לוח־הענדלער האָט אױסגעטרונקען אַ קופֿל ביר און האָט אַװעקגעשריבן אַהײם אַ בריװ, פֿון װעלכן מיר גיבן דאָ איבער אַ ריכטיקע קאָפּיע:

„...און װײַטער שרײַב איך אײַך, מײַן ליבער פֿרײַנט, איך זאָלט זײַן אַזױ גוט און אַרײַנפּאַקן מיר װיפֿל איר קאָנט אַלטע לוחות, צום מײנסטן פֿון יאָר תרמ″ח. איך האָב דאָ אַף זײ אַן אָפּזעץ. די דײַטשן קױפֿן אַלטע מאַרקעס מיט אַלטע לוחות. פֿאַרשטײט זיך, אַז זײ צאָלן דערפֿאַר זײער ביליק, נאָר אַלץ איז בעסער פֿאַר אײַך, אײדער זײ זאָלן פֿױלן באַ אײַך אַפֿן בױדעם און די מײַז זאָלן זײ עסן. אַז איר װעט אײַנפּאַקן די אַלטע לוחות, זאָלט איר מוחל זײַן זײ איבערװעגן און רעכענען מיר לױט װאָג פֿון פּאַפּיר און אַרױסשיקן מיר פּער נאַכנאַמע. זעט זשע, למען השם, אַלע אַלטע לוחות, װיפֿל איר האָט, צום מײנסטן פֿון יאָר תרמ″ח. איך טו דאָס כּמעט נאָר צוליב אײַך. איך װײס, אַז עס װאַלגערן זיך באַ אײַך אַלטע לוחות, װיל איך אײַך געבן צו לײזן. צו קײן אַנדערן שרײַב איך נישט, נאָר צו אײַך, װײַל איך האַלט פֿון אײַך. געדענקט־זשע, למען השם, װאָס מער אַלטע לוחות, און איך גריס אײַער װײַב און קינדער גאָר פֿרײַנטלעך.

ממני פּינחס פּינקוּס“.

פֿאַרחתמט דעם בריװ, האָט ער אַ רוף געטאָן דעם קעלנער:

― הער נאָר, דײַטש בן דײַטש, נאָך אַ קריגל סמעטענע!...

באַקומען נאָך אַ קריגל ביר, האָט אונדזער לוח־פֿאַבריקאַנט אָנגעשריבן נאָך אַ בריװל צו אַן אַנדער מוכר־ספֿרים:

,,...והשנית שרײַב איך אײַך, אַז איך האָב אױסגעקראַצט דאָ אײנעם אַ דײַטש, װאָס איז אַ קונה אַף אַלטע לוחות, אָבער נאָר פֿונעם יאָר תרמ″ח. אױב איר האָט זײ, שיקט זײ מיר צו באַלד דורך אַ נאָכנאַמע. רק איר זאָלט נישט רעכענען מער װי דאָס פּאַפּיר, כי איך דאַרף דאָך אױך עפּעס פֿאַרדינען. איך שרײַב נאָר צו אײַך, װײַל איך װײס, אַז נאָר באַ אײַך געפֿינען זיך אַלטע לוחות. און מחמת איך האָב קײן צײַט נישט, מאַך איך דאָס בקיצור.

ממני פּינחס פּינקוס“.

און נאָך אַ בריװל האָט ער אַװעקגעשריבן, שױן אין אַן אַנדער שטאָט:

,,...והשנית שרײַב איך אײַך, אַז איך קאָן באַ אײַך הײַנטיקס יאָר קױפֿן לוחות נאָר על־מנת, דאָס הײסט מיט אַ תּנאַי, אַז צו יעדן נײַעם לוח פֿון יאָר תרס″ח דאַרפֿט איר מיר צולײגן דרײַ לוחות אַלטע פֿונעם יאָר תרמ″ח אומזיסט. װײַל ס'איז דאָ אַ פּאָר דײַטשן, װאָס זיצן און שטודירן די װעטערונגען נאָך די אַלטע לוחות פֿון די פֿריִעריקע יאָרן. לכן אבקש, איר זאָלט מיר אַרױסשיקן אַלע אײַערע אַלטע לוחות פֿון יאָר תרמ″ח, צולײגן צו יעדע דרײַ אַלטע אײנעם אַ נײַעם לױט פּרײַז, און באַלד אַרױסשיקן על־ידי נאַכנאַמע.

פֿון מיר אײַער פֿרײַנט פּינחס פּינקוס“.

אָט אַזעלכע בריװלעך זײַנען אַװעקגעגאַנגען נאָך עטלעכע צו פֿאַרשײדענע בוכהענדלער אין פֿאַרשײַדענע שטעט. און אונדזער לוח־אַנגראָ־סיסט פּינחס פּינקוס האָט זיך צעצאָלט מיטן קעלנער און האָט זיך אָנגעזאָטלט מיטן פּעקל ספֿרים אַף די פּלײצעס און איז אַװעק זײַן װעג, װי אַ מענטש, װאָס האָט פֿאַרקלערט און אױסגעפֿירט אַ רעכטן, אַ װיכטיקן עסק.

ה.

דאָס געװעזענע יאָר 5668, זינט גאָט האָט באַשאַפֿן די װעלט, איז געװען פֿאַר די נאַררענבערגער ייִדן אַ יאָר פֿון שפֿע. אַלע, פֿונעם ערשטן פֿאַבריקאַנט ביזן לעצטן בעל־מלאָכה, האָבן געמאַכט גוטע געשעפֿטן. אַלע, פֿונעם גרעסטן קאָמיסיאָנער ביזן קלענסטן הױזירער, האָבן פֿאַרדינט געלט, און אַלע זײַנען געװען צופֿרידן און האָבן זיך געפֿרײט, װאָס דער „אַרמער פּאָלנישער יודע“ לײזט באַ זײ געלט פֿאַרן לוח תרס″ח. מע קאָן זאָגן, עס איז נישט געװען אין נאַררענבערג קײן אײנציק הױז, װאָס זאָל נישט האָבן געקױפֿט באַם „פּאָלנישן יודען“ קײן לוח אַף דעם יאָר. און די נאַררענבערגער ייִדישע באַפֿעלקערונג האָט גענומען דאָס נײַע יאָר תרס″ח (5668) נאָכן אַלטן לוח פֿונעם יאָר תרמ″ח (5648) אױסגעצײכנט גוט, דאָס הײסט: מע האָט זיך געהאַט יאָרצײַטן, געפֿײַערט בר־מיצװת און געבענטשט חנוכּה־ליכטלעך, געגעסן פּורימדיקע המן־טאַשן און גענומען זיך גרײטן צום הײליקן פּסח, באַקן מצות ― אַלצדינג װי אַלע יאָר, פֿון זינט די װעלט איז אַ װעלט, ― און אין דער ריכטיקער צײַט, לױט דער לוח זאָגט, האָט מען זיך גאַנץ פֿײַן אַװעקגעזעצט צום סדר, אַף מאָרגן נאָך אַ מאָל צום סדר, און אַזױ װאָלט זיך אָפּלױפֿן דער פּסח, און אפֿשר דער שבֿועות מיטן סוכּות אױך, װען עס זאָל זיך נישט טרעפֿן אַ מעשׂה (באַ אַלע שרײַבערס פֿון דער װעלט מוז זיך טרעפֿן אַ מעשׂה).

ומעשׂה שהיה כּך היה:

אײנער אַן אַפּטײקער האָט געדאַרפֿט פֿאָרן פֿון נאַררענבערג קײן בערלין נאָך סחורה. האָט ער זיך אױפֿגעזעצט דעם ערשטן טאָג חול־המועד פּסח און איז אַװעק קײן בערלין. געקומען איז ער קײן בערלין אַן אױסגעהונגערטער פֿונעם װעג ― סכּנות! דער לעזער, װאָס האַלט קאָפּ, געדענקט אַװדאי, אַז אַ נאַררענבערגער ייִדישער דײַטש, ער מעג זיך זײַן אַפֿילו אַן אַפּטײקער, אָדער אַ דאַנטיסט, אָדער אַפֿילו נאָך ערגער פֿון אַ דאַנטיסט, װעט אײַך פּסח קײן חמץ נישט עסן פֿאַר קײן צען מיליאָן. אַ גאַנץ יאָר װעט איר באַ אים פּועלן, ער זאָל אײַך עסן חזיר. איר װעט אים אײַנבעטן, ער זאָל אײַך עסן ראַקעס און װאָס איר װילט. נאָר קומט דער הײליקער פֿײַערטאָג פּסח, װערט אַ דײַטש פֿרום מיט סכּנת־נפֿשות! ער װעט אײַך גיכער שטאַרבן פֿון הונגער, אײדער זיך צורירן צו חמץ אום פּסח. איר מעגט דאָס אָנרופֿן פֿאַנאַטיזם ― ס'איז אַ פֿאַרפֿאַלענע זאַך!

אַלזאָ, געקומען אַ הונגעריקער קײן בערלין, איז אונדזער אַפּטײקער קודם געגאַנגען זוכן אַ ייִדישן רעסטאָראַן אַף דער פֿרידריכשטראססע און האָט דערזען דאָס װאָרט „כּשר“ און האָט זיך מחיה געװען. אַרײַנגעקומען אין רעסטאָראַן אַרײַן, האָט ער נישט צײַט געהאַט זיך אַװעקזעצן באַם טישל און דורכשטודירן דאָס צעטל פֿון די פּסחדיקע מאַכלים, איז אױסגעװאַקסן נעבן אים אַ קעלנער, אַ געזונטער יונגאַטש מיט אַן אָנגעפּאָמאַ־דעטן קאָפּ, מיט שטײענדיקע װאָנסן, אַ לאַ װילהעלם דער צװײטער. דער יונגאַטש דער קעלנער האָט געהאַלטן אין די הענט אַ טעלער, און אַפֿן טעלער ― שטעלט אײַך פֿאָר! ― אַ המן־טאַש מיט מאָן!!!...

אונדזער אַפּטײקער איז שיר נישט געפֿאַלן חלשות: װאָס הײסט עס? כּשר, פּסח, און אַ המן־טאַש מיט מאָן; װען דער אַפּטײקער זאָל נישט זײַן טױט־הונגעריק, װאָלט ער זיכער געמײנט, אַז ס'איז אַ חלום. דער קעלנער דער יונגאַטש האָט דערזען, אַז דער גאַסט קוקט עפּעס מיט מאָדנע אױגן, האָט ער פֿאַרשאַרט אַרױף בײדע שטײענדיקע װאָנסן אַ לא װיל־העלם דער צװײטער און האָט אַ זאָג געטאָן צום גאַסט מיט אַ פֿרײַנטלעכן שמײכעלע פֿון אַ קעלנער:

― װעגן פֿײַערטאָג ― פּורים־שפּײַז!... כּשר לפּורים!...

דאָ איז אונדזער אַפּטײקער געװאָרן נאָך מער צעמישט: װעגן פֿײַערטאָג ― פּורים־שפּײַז?!... דער קעלנער איז אַװעק און אַף זײַן אָרט איז אױסגעװאַקסן דער „װירטה“ פֿונעם רעסטאָראַן, אַן עלעגאַנט־געקלײדע־טער דײַטש מיט אַ זײער ליבלעך אלאונטערטעניקסט שמײכעלע אַף די פֿעטע רױטע ליפּן, און צװישן דעם װירט מיטן גאַסט האָט זיך פֿאַרבונדן זײער אַן אינטערעסאַנטער שמועס, פֿון װעלכן מיר גיבן דאָ איבער נאָר דעם תּמצית. דער װירט האָט באַגריסט דעם גאַסט מיטן פֿײַערטאָג פּורים, און דער גאַסט האָט געװאָלט אײַנרעדן דעם װירט, אַז הײַנט איז טאַקע אַ פֿײַערטאָג, נאָר דער פֿײַערטאָג הײסט נישט „פּורים“, ער הײסט „אָסטערן“ (פּסח). תּחילת האָט דער װירט גערעכנט, אַז דער גאַסט איז גלאַט אַ פֿרײלעכער פּאַרשױן און מאַכט זיך לוסטיק לכּבֿוד פּורים, האָט ער גאַנץ העפֿלעך געכיכיקעט. דעם גאַסט איז אָבער דאָס כיכיקען פֿונעם װירט גאָרנישט געפֿעלן, און דער שמועס צװישן װירט און צװישן גאַסט האָט אָנגעהױבן װאָס װײַטער אַרײַן אין ערנסט, ביז עס האָבן דערהערט אױך די איבעריקע געסט פֿון רעסטאָראַן און האָבן זיך אױך אַרײַנגעמישט אין דעם הױך־אינטערעסאַנטן שמועס. דאָס האָט אונדזער אַפּטײקער פֿאַרדראָסן, האָט ער זיך אױסגעשפּראָכן מיט זײער אַ גיפֿטיק שמײכעלע, אַז מע קאָן זיך זײַן אַ ייִד און דערלױבן זיך עסן חמץ אין פּסח, נאָר אַרײַנמישן זיך אין פֿרעמדע אָנגעלעגנהײַטן איז נישט לױט דעם דײַטשן עטיקעט... דערױף האָט אײנער אַ דזשענטעלמאַן מיט צוױי שײנע באַקנבאַרדן, שױן אַ ביסל גרױלעך, מיט נישט װינציקער גיפֿט אַ פֿרעג געטאָן באַם אַפּטײקער: פֿון װאַנען איז דער „הערר“? און אַז ער האָט דערהערט, אַז דער „הערר“ איז אַ נאַררענבערגער, האָט ער אױסגעצױגן אַ לאַנגן „אַאַאַ!!!', און האָט זיך פֿאַרטיפֿט אין טעלער...

װען אונדזער נאַררענבערגער העלד זאָל נישט זײַן אַזױ הונגעריק, װאָלט ער דעם דזשענטעלמאַן מיט די באַקנבאַרדן פֿאַר אָט דעם דאָזיקן „אַאַאַ“ מכבד געװען, װי עס געהער צו זײַן: ערשטנס, װאָלט ער אים דערלאַנגט זײַן װיזיט־קאַרטע מיט דער פֿירמע „דאָקטאָר פֿאַרמאַציע אין נאַררענבערג“; צװײטנס, װאָלט ער געפֿאָדערט פֿון דעם דזשענטעלמאַן מיט די באַקנבאַרדן, אַז ער זאָל אים געבן זײַן װיזיט־קאַרטע מיט זײַן פֿירמע, און װאָס נאָכדעם װאָלט געװען ― װײס איך נישט, איך בין נישט קײן נבֿיא. װאָס ס'איז געװען ― דאָס קאָן איך אײַך דערצײלן. און געװען איז אָט װאָס: אונדזער נאַררענבערגער העלד איז פֿון דעם רעסטאָראַן אַװעק אַ ברוגזער אין אַ צװײטן רעסטאָראַן, אױך אַ ייִדישן, און האָט געטראָפֿן דאָרט פּונקט דאָס אײגענע בילד; אױך אַ חמצדיקן מיטאָג, אױך חמצדיקע המן־טאַשן, „כּשר לפּורים“ ― און געענדיקט האָט זיך עס דערמיט, װאָס אונדזער אַפּטײקער איז אַװעק פֿון דאָרט אין אַ קריסטלעכן רעסטאָראַן און האָט זיך באַשטעלט אַ גױיִשן מיטאָג „אַ לאַ קאַרט“. ער האָט זיך געטראַכט: „אײדער עסן חמץ אום פּסח, איז שױן גלײַכער עסן טרפֿה“...

ו.

אײנע פֿון די ניצלעכסטע דערפֿינדונגען פֿון אונדזער צײַט בלײַבט טאַקע נאָר דער טעלעפֿאָן. אַ דאַנק דעם טעלעפֿאָן איז גאַנץ נאַררענבערג אין פֿאַרלױף פֿון אײן האַלבע שעה געװאָר געװאָרן, אַז די הױפּט־שטאָט

122  ש ל ו ם  ע ל י כ ם

פֿון דײַטשלאַנד, די ייִדישע שטאָט בערלין, האָט פֿאַרשפּעטיקט מיטן פּסח כּמעט אַף אַ גאַנצן חודש: אַז װערנד אין נאַררענבערג איז שױן דער צװײטער טאָג חול־המועד פּסח, איז אין בערלין ערשט פּורים! פֿאַר דער נאַררענבערגער קהילה איז דאָס געװען אַזױ איבערראַשנד, אַז זײ האָבן געװאָלט װיסן, װאָס װעט זאָגן דערױף „אונדזער רבי“? און מע איז אַװעק צו אונדזער ראַבינער, דאָקטאָר און פּרײדיקער און מע האָט אים שױן געטראָפֿן באַם טיש שרײַבנדיק אַ טעלעגראַמע קײן בערלין צו זײַנעם אַ קאָלעגע, אױך אַ ראַבינער און אױך אַ דאָקטאָר און אױך אַ פּרײדיקער. ער האָט געבעטן באַ זײַן קאָלעגע, ער זאָל אים זאָפֿאָרט טעלעגראַפֿירן, װעלכער פֿײַערטאָג איז הײַנט אין בערלין? און דעם זעלבן טאָג אַרום פֿאַרנאַכט האָט דער ראַבינער באַקומען אַ קלאָרע תּשובֿה פֿון בערלין. די תּשובֿה איז באַשטאַנען נאָר פֿון אײן װאָרט: „שושן־פּורים“... און טאַקע דורכן זעלבן טעלעפֿאָן האָט ער געגעבן צו װיסן דער גאַנצער שטאָט און האָט געבעטן יעדן באַזונדער, אַז מע זאָל אַרײַנקוקן אין לוח אַרײַן, קאָנטראָלירן די דאַטע. און די שטאָט נאַררענבערג האָט גענומען שטודירן דעם לוח מיט אַזאַ אינטערעס, גלײַך װי מע װאָלט װעלן דערגײן װען קערט זיך איבער די װעלט?...

מע טאָר אָבער נישט אַװעקגײן פֿונעם אמת: נאַררענבערג איז טאַקע זײער אַ פֿײַנע שטאָט און אירע ייִדישע אײַנװױנער זײַנען טאַקע זײער אָרנטלעכע מענטשן ― אײנס צום אַנדערן געהער זיך אָבער נישט אָן: קײן סך געלערנטע מענטשן, װאָס זאָלן פֿאַרשטײן לוח, איז דאָרט נישט פֿאַראַנען; דער אײנציקער ייִדישער געלערטער, װאָס פֿאַרשטײט אַ ייִדיש װאָרט, איז אײנער, װאָס טראָגט זײער אַ הױכן באַרימטן נאָמען „מאַ־טיאס דרײפֿוס“.

מיר פֿאַרכאַפּן זיך אַף צו־פֿריִער און מאַכן אױפֿמערקזאַם דעם לעזער, ער זאָל חלילה קײן טעות נישט האָבן און נישט מײנען, אַז דאָס איז דער מאַטיאַס דרײפֿוס, דער ברודער פֿון אונדזער װעלטבאַרימטן מאַרטירער קאַפּיטאַן (הײַנט מאַיאָר) אַלפֿרעד דרײפֿוס. דער נאַררענבער־גער מאַטיאַס דרײפֿוס איז דער שמש פֿון דער אָרטיקער קאָרשול און דער שוחט פֿון שטאָט. װי קומט צו אים אַזאַ נאָמען ― זאָלט איר נישט פֿרעגן. למאַי ס'איז דאָ אין דעם זעלבן נאַררענבערג אַ ייִד אַן אָרעמאַן, װאָס לעבט פֿון דעם, װאָס ער זאָגט קדיש, אַז מע באַצאָלט אים, און טראָגט דעם נאָמען נאַטאַניעל ראָטשילד? אָדער ס'איז פֿאַראַן, טאַקע אַלץ אין נאַררענבערג, אַ שוסטער, און אַ קאַליקע דערצו, װאָס שעמט זיך נישט און הײסט מיטן נאָמען הײנריך הײנע? און אַ ראַזירער איז דאָרטן דאָ, שטײט אַף זײַן שילד אױסגעמאָלט אַ נקבֿה מיט אַ רױטן פּאַריק, און אונטן אָנגעשריבן מיט גרױסע לױטערע אותיות: לודװיג בערנע? עס פֿעלט נאָך צום רומל אַ שטיװלפּוצער מיטן נאָמען ברוך שפּינאָזאַ... עס קאָן זײער געמאָלט זײַן, אַז עס דרײט זיך ערגעץ אַרום דאָרטן אין שטאָט אַ ברוך שפּינאָזא, נאָר איך האָב נאָך נישט געהאַט דאָס גליק מיט אים פּערזענלעך צו באַקענען זיך... נאָר מיר קערן זיך אום צו אונדזער געלערנטן מאַטיאַס דרײפֿוס, דעם שמש פֿון דער קאָרשול.

אַז דער געלערטער מאַטיאַס דרײפֿוס האָט דערהערט די געשיכטע, װאָס דער אַפּטײקער האָט געבראַכט צו פֿירן פֿון בערלין, אַז דאָרט איז ערשט פּורים, נישט פּסח, האָט ער זיך גענומען גריבלען אינעם לוח גאָר מיט אַנדערע כּלים, װי עס פּאַסט פֿאַר אַ געלערטן, װאָס איז אי אַ שמש, אי אַ שוחט און הײסט דרײפֿוס. ער האָט זיך אַזױ לאַנג געגריבלט, ביז ער האָט זיך אַרױפֿגעגריבלט אַף אַ שטיקל דרך. ער האָט געפֿרעגט אַ קשיא: װוּ איז אַהינגעקומען דער „ואָדר“ (אָדר שני)? ― לױט זײַן רעכענונג, ער געדענקט דאָס נאָך פֿון פֿאַראַיאָרן, האָט הײַנטיקס יאָר ― דאָננערװעטטער! ― באַדאַרפֿט אױסקומען אַן עיבור־יאָר. אַ באַװײַז האָט ער פֿונעם אָרגאַניסט, פֿרידריך שפּילהאַגען; ער איז אַ קריסט און שפּילט באַ די ייִדן יום־טובֿ אין קאָרשול; זאָגט ער, פֿרידריך שפּילהאַגען, אַז באַ זײ איז הײַנטיקס יאָר אױך אַן עיבור־יאָר!

מיט דעם דאָזיקן װיכטיקן מאַטעריאַל איז אונדזער געלערטער דרײפֿוס אַװעק צום ראַבינער, דאָקטאָר און פּרײדיקער, און בײדע האָבן זיך אַװעקגעזעצט שטודירן דעם לוח גאָר איבעראַנײַס ― און דאָ איז געקומען די רעכטע קאַטאַסטראָפֿע: בײדע האָבן דערזען, אַז זײער לוח איז נישט פֿון יאָר  ת ר ס ″ ח  (5668), נאָר פֿונעם יאָר תרמ″ח (5648). דאָס הײסט, אַ פֿאַרצװאָנציקיאָריקער לוח!...

דער פֿאַרפֿאַסער פֿון דער דאָזיקער אמתער געשיכטע באַדאַנקט דעם געלערטן לעזער פֿאַר דעם, װאָס ער האָט זיך געגעבן די מי אױסצוהערן די מעשׂה כּמעט ביזן סוף, און לאָזט אים איבער אַף זײַן אײגענער פֿאַנטאַזיע, ער זאָל זיך פֿאָרשטעלן, װאָס עס האָט זיך אָפּגעטאָן אין דער שטאָט נאַררענבערג, װען מען איז געװאָר געװאָרן פֿונעם רבין אַלײן, אַז זײ האָבן פֿאַרכאַפּט דעם פּסח מיט אַ גאַנצן חודש פֿריִער, און אַז מע װעט דאַרפֿן פּראַװען פּסח נאָך אַ מאָל פֿונעם אָנהײב! איך װאָלט געקאָנט אױסנוצן אַלע שאַרפֿע אױסדרוקן, װי צום בײַשפּיל: עמפּערט, אַנטױשט, איבעראַשט, אױפֿגעבראַכט, אױפֿגעטראָגן, צעקאָכט, נידער־שלאָגן, אױסער זיך, וכדומה. איך פֿיל אָבער, אַז ס'איז נישט דאָס; ס'איז באַנאַל. דאָס ריכטיקסטע װאָרט װאָלט געװען, דאַכט מיר, „פֿאַרניכטעט!“... באַרעכנט אײַך: אַ גאַנץ האַלב יאָר האָט אַ שטאָט אָפּגעלעבט פֿאַלש נאָך אַ אַלטן אָפּגעלעבטן לוח פֿון פֿאַר צװאַנציק יאָרן! געפֿײַערט יום־טובֿים נישט אין דער ריכטיקער צײַט! געגעסן מצה דעמאָלט, װען אַלע ייִדן האָבן געשלאָגן המנען! הײַנט װוּ זײַנען די בר־מיצװת? די יאָרצײַטן? די קדישים?... און װעמען האָט מען צו פֿאַרדאַנקען? עפּעס אַ ייִדל, אַ גאָרנישט, אַן עמיגראַנט... „אָה, דער פּאָלנישער יודע!“ ― האָבן געזאָגט די נאַררענבערגער ייִדישע דײַטשן און האָבן זיך געשאַרפֿט די צײן אַפֿן „פּאָלנישן יודען“. לאָז ער נאָר קומען קײן נאַררענבערג מיט זײַן פּעקל ספֿרים, װעט ער שױן טרוקן נישט אַרױס...

און דער „פּאָלנישער יודע“, אונדזער בוכהענדלער פּינחס פּינקוּס, איז אין דער צײַט געזעסן מיט נאָך אַ סך אַזעלכע אַרױסגעװאָרפֿענע, װי ער, אַף אַ ריזנשיף, װאָס איז געדולדיק און ראַשיק געשװוּמען פֿון האַמבורג קײן ניו־יאָרק. פֿונעם גאַנצן דאָברע־מזל, װאָס ס'איז אים געראָטן אַרױסצובאַקומען פֿון די „דײַטשן“, האָט ער קױם צונױפֿגעשלאָגן אַף אַ שיפֿסקאַרטע צװישן דעק, און ער פֿאָרט אָט דאָס אַהין, אינעם גאָלדענעם לאַנד, װאָס קאָלומבוס האָט אַנטדעקט צוליב דעם, אַז אָרעמע ייִדן פֿון דער גאָרער װעלט, פֿאַריאָגטע און פֿאַרװאָגלטע, באַרױבטע און פֿאַרשענדעטע, זאָלן קאָנען ערלעך און מיט כּבֿוד, כאָטש אַפֿילו מיט גרױס מי, פֿאַרדינען זײער שטיקל ברױט...

לעזער! לאָמיר אים װינשן גליק און אַ פֿרײלעכן כּשרן פּסח.

געשריבן אין יאָר 1908

אַ ראָמאַן לכּבֿוד שבֿועות

א.

אַ געהײמער פּאַרשױן אין אַ קאַרעטע, מיט אַ צילינדער און מיט אַ רעגנשירם

אַף אײנער פֿון די זײַטיקע גאַסן פֿון דער גרױסער שטאָט נ., דעם ערשטן טאָג שבֿועות אין דער פֿרי, פֿליט אַ קאַרעטע, אין װעלכער עס זיצט אַן עלעגאַנטער פּאַרשױן אין אַ צילינדער, דאָס פּנים פֿאַרשטעלט מיט אַ רעגנשירם, כאָטש דער הימל איז רײן װי גאָלד. צוגעפֿאָרן צו אײנעם פֿון די גרעסטע שענסטע מױערן, שפּרינגט דער פּאַרשױן אַרױס פֿון דער קאַרעטע, קוקט זיך אַרום אַף אַלע זײַטן, צעצאָלט זיך אַף דער גיך מיטן קוטשער און טוט אים אַ מאַך מיט דער האַנט אָן װערטער, װי אײנער רעדט: „איך דאַרף דיך מער נישט, קאָנסט פֿאָרן װײַטער“. די קאַרעטע פֿאָרט אַװעק, און דער פּאַרשױן נעמט זיך דװקא צוריק, צײלט אָפּ דרײַ נומערן, און באַ אַן אַלט הױז מיט שװאַרצע פֿאַררײכערטע װענט, נומער B 21 בלײַבט ער שטײן און נעמט־אַרױס פֿון קעשענע אַ װײַס עלעגאַנט ביכעלע פֿון עלפֿאַנטבײן און לײענט שטילערהײט:

― נומער B 21 אין הױף, דריטער שטאָק, לינקס.

אָנגעקלונגען אין טױער, טרעט ער אַרײַן אין אַ גרױסן פֿירעקעכיקן הױף, װי אַ קאַסטן, און נעמט באַטראַכטן די װענט און די טירן און די פֿענצטער, און דערזעט אַ װײַס ברעטל מיט שװאַרצע אותיות ,, כּ ש ר ''.

― אָ! אָט דאָ איז דאָס! ― זאָגט דער פּאַרשױן צו זיך אַלײן, און אין זײַנע אױגן באַװײַזט זיך אַ פֿײַערל און אַף די ליפּן ― אַ צופֿרידן