לכּבֿוד יום־טובֿ: דער סדר

שלום עליכם (אַלע װערק)

דער סדר (אַ בילד)

שפּאַק, מײַזעל און „דאָס קינד“ האָבן אַלע דרײַ געמיטעטgemietet: געדונגען אײן צימער אױף דער גרױעפּערעלשטראַסעPerelsßtrasse, Hamburg? און האָבן אָפּגעצאָלט פֿאַר אַ גאַנצן חודש פֿריִער. דער חסרון, װאָס דער חודש איז שױן אָט־אָט אױף דער נאָז, און אָט־אָט קומט דער „פּאָרטיע“, אַ גראָבער דײַטש מיט אַ פֿאַרשמאָלצענעם קאַפֿטאַן און מיט אַ בלױער נאָז, װאָס זעט־אױס װי אַ װינטערדיקע קאַרטאָפֿליע, און דערמאָנט די „גנעדיקע העררען“ מיט אַ שײנעם „גוט מאָיען“ און מיט אַ „קיססע די האַנדküsse die hand: אַ קוש אין האַנט“ און מיט אַן „ערגעבענסטער דיענערergebenster diener: געטרײַסטער דינער“, אַז זײ זאָלן מוחל זײַן באַצאָלן פֿאַר אַ חודש פֿריִער, ― און דער דײַטש זאָל אַזױ האָבן די בלױע נאָז, װאָס זעט־אױס װי אַ װינטערדיקע קאַרטאָפֿליע, אױב זײ האָבן אַפֿילו אַ קרײַצער בײַ דער נשמה. געװען בײַם „קינד“ אַ גילדן מיט צװאַנציק, האָט מען געקױפֿט אַ פּאָר צענדליק מצות, אַ האַלב קילאָ װוּרשטלעך כּשר־לפּסח, עטלעכע געבאַקענע אײער און אין אַ פֿלעשל פֿון מילך עפּעס אַ מין משקה, װאָס שטײט אינעם מיטלפּונקט צװישן עסיק און באָרשט און װאָס טאָמער מאַכט מען דערױף „בורא פּרי הגפֿן“ ― איז דאָס געװיס אַרױסגעװאָרפֿן, אַ ברכה לבֿטלה.

― זע נאָר, ער איז שױן פֿאַרטיק מיטן סדר! ― רופֿט זיך אָן שפּאַק, אַ בחור מיט אַ געל מעשן פּנים און מיט אַ שאַרפֿער אױסגעבױגענער נאָז, מיט אַ הױכן װײסן שטערן און מיט לאַנגע פֿאַרװאָרפֿענע האָר אַרױף.

― װי קאָן זיך אַ „קינד“ באַגײן אָן אַ סדר? ― ענטפֿערט אים אָפּ מײַזעל, אַ בחור דװקא אַ שװאַרצער און דװקא מיט אַ פּרישטשעװאַטע פּנים און מיט אַ שטאַרק־אָפּגעשאָרענעם קאָפּ װאָס דורך די שיטערע הערלעך זעט זיך אַרױס אַ רױטער פֿאַרשװיצטער שאַרבן.

דער, װאָס מע רופֿט אים „דאָס קינד“, אַ בחורל אַ יונגס, אַ שײנס, מיט אַ שמאָל װײַס פּנימל, בלוט און מילך, מאַכט זיך נישט דערפֿון, בעט אױס דעם טיש מיט אַ פֿרישן בלאַט „אַרבײטער צײַטונגArbeiter Zeitung“, לײגט־אױס די מצות, די אײער, די װוּרשטלעך כּשר־לפּסח מיטן ביסל משקה, װאָס איז אַ ספֿק עסיק אַ ספֿק באָרשט, הײבט־אױף דעם קאָפּ, קוקט זיך אַרום אױף אַלע זײַטן:

― װוּ נעמט מען כּוסות?

― כּוסות? לאָז כאָטש זײַן אײן כּוס! ― אַזױ זאָגט שפּאַק, און מײַזעל גיט־צו:

― מע װעט אַ ברירה האָבן טרינקען פֿונעם פֿלעשל. װער מאַכט קידוש?

― איך! ― זאָגט שפּאַק און נעמט זיך צום פֿלעשל און װיל געבן אַ זופּ ― און בלײַבט שטײן און גיט־איבער דאָס פֿלעשל מײַזלען,

― װײסטו װאָס? מאַך דו.

― האָסט מיך דערהרגעט מיט אַ קניש! ― מאַכט מײַזעל און נעמט דאָס פֿלעשל בײַ שפּאַקן און טראָגט דאָס צו צום מױל און בלײַבט שטײן.

― שאַ, װײסט איר װאָס? לאָמיר װאַרפֿן גורל.

― װאָס טױג אײַך װאַרפֿן גורל? אַמער, גיט אַהער מיר, װעל איך מאַכן קידוש. ― אַזױ זאָגט דער, װאָס מע רופֿט אים „דאָס קינד“, און נישט לאַנג געטראַכט, נעמט ער דאָס פֿלעשל אין האַנט, טוט־אָן דאָס היטל, שטעלט זיך אַװעק און הײבט־אָן דעם פּסחדיקן קידוש מיטן יום־טובֿדיקן ניגון: „סבֿרי מרנן ורבנן ור־בו־תי“…

בײדע חבֿרים, שפּאַק און מײַזעל, בלײַבן שטײן פֿאַרגאַפֿט, קוקן אײנס אױפֿס אַנדערע, און אַז דער, װאָס מע רופֿט אים „דאָס קינד“, האָט געענדיקט דעם קידוש, אױסגעלאָזט דעם „לזמן הזה־ה־ה“, רײַסט־אַרױס שפּאַק בײַ אים דאָס פֿלעשל פֿון די הענט, קערט דאָס איבער, טוט אַ צװײ־דרײַ כליעפּטשע און גיט דאָס איבער מײַזלען מיט די װערטער:

― נאַ, פֿאַרדין אױך אַ מיצװה. טרינק אױך פֿונעם פּסחדיקן קידוש!

דער, װאָס מע רופֿט אים „דאָס קינד“, איז דערפֿאַר נישט ברוגז, ענטפֿערט ניט דאָס צװײטע װאָרט; אַדרבא, ער שמײכלט, די בעקלעך פֿלאַמען אים, נאָר די אױגן זײַנע, די שװאַרצע טרױעריק־פֿאַרטראַכטע אױגן, זאָגן: „איר זײַט חזירים!“…

― װער װעט פֿרעגן די קשיות? ― זאָגט שפּאַק, און מײַזעל ענטפֿערט אים:

― װאָס הײסט װער? געװײנטלעך, „דאָס קינד“.

און אַלע דרײַ חבֿרים צעלאַכן זיך.

געשריבן אין יאָר 1906
נישטאָ קײן נײַעס
צװײ לשנה־טובֿה בריװלעך:
1) װאָס אַ שנײַדער פֿון אַמעריקע שרײַבט צו זײַנעם אַ פֿרײַנט אין דער הײם.
2) װאָס אַ שנײַדער פֿון דער הײם שרײַבט צו זײַנעם אַ פֿרײַנט אין אַמעריקע.

א

מאַי דיר פֿרענדMy dear friend: מײַן טײַערער פֿרײַנד ישׂראליק!

לשנה טובֿה תּכּתבֿו ותחתמו, דו מיט דײַן װײַףwife: פֿרױ און מיט דײַנע טשילדרעןchildren: קינדער, איר זאָלט זײַן אָללרײַטall right: בסדר מיט כּל־ישׂראל, אָמן.

מיר האָבן גרױס טראָבלtrouble: יסורים פֿון דעם, װאָס דו שרײַבסט אונדז ניט קײן לעטערסletters: בריװ, װאָרעם זינט עס האָבן זיך אָנגעהױבן בײַ אײַך די רעװאָלושאָןrevolution: רעװאָלוציע מיט דער קאָנסטיטושאָןconstitution: קאָנסטיטוציע מיט די מעסעקרעסmassacres: פּאָגראָמען, גײען מיר אַרום דיסאַפּאָינטעטdisappointed: אַנטױשט, ממש אָן קעפּ. אױב דאָס, װאָס אונדזערע פּײפּערסpapers: צײַטונגען שרײַבן, איז ניט קײן בלאָףbluff: גוזמא, האָט מען שױן באַדאַרפֿט אַװעקלײגן בײַ אײַך אַ האַלבע װעלט. אַלע טאָג הערן מיר פֿון אײַך אַן אַנדער סענסײשאָןsensation: איבערראַשונג. נעכטן האָב איך געלײענט אַ קײבלcabel: דעפּעש, אַז מיסטער קרושעװאַןПавел Александрович Крушеван 1860-1909, דעם פּרעזידענט פֿון דער פֿערטער דומע, האָט מען געהאַנגען, ― שרײַב מיר, צי ס'איז אמת? און פֿון דײַנע ביזנעסbusiness: געשעפֿט זאָלסטו מיר שרײַבן, צי דו אַרבעטסט אין אַ שאַפּ, אָדער דו ביסט אַ באָסboss: בעל־הבית פֿאַר זיך? און װאָס מאַכט דײַן חנה־ריקל? און װאָס טוט הערשל? און מײַן קאָזיןcousin: קוזינע ליפּאַ װאָס מאַכט? און יאָסל הענעכס? און בענציע מיט רחלען? און זלאַטקע? און מאָטל? און די איבעריקע אָפּרײטאָרסoperators: שנײַדערס װאָס מאַכן? און צי טראַכטסטו װעגן אַריבערמופֿןmove: זיך אַריבערציִען קײן אַמעריקע? אַלצדינג זאָלסטו מיר אַרױסשרײַבן אין דײַן לעטערletter: בריװ. און װעגן מיר װאָס זאָל איך דיר שרײַבן, מאַי דיר פֿרענד? איך בין אָללרײַט, און מײַן װײַף איז אָללרײַט, און מײַנע טשילדרען זײַנען אָללרײַט. דאַנקען