לכּבֿוד יום־טובֿ: שׂמחת תּורה

שלום עליכם (אַלע װערק)

שׂימחת־תּורה: אַ בילד
װאָס בײַ אַ ניכטערן אױף דער לונג, דאָס בײַ אַ שיכּורן אױף דער צונג.
(אַ ייִדיש שפּריכװאָרט)

א

― אַ שטילער מענטש, אַ גאַנץ ערלעכער, טשעפּעט נישט קײן פֿליג אױף דער װאַנט, ― אָט דאָס האָט מען אױף אים געזאָגט אין כּתרילעװקע, און דאָס איז ער געװען.

― איר קוקט ניט אױף אים, װאָס ער איז אַ נעבעכל, גאָט די נשמה שולדיק ― שטילע װאַסער גראָבט טיף! ― אָט דאָס פֿלעגט זאָגן אױף אים דער בעל־הבית זײַנער, רב לײבקע, אַ ייִד פֿון אַ שאַרפֿער קראָם, פֿון גרױסן קרעדיט און פֿון שײנע מחותּנים.

― אַז אָך און װײ איז מיר מיט מײַן שלימזל, מישטײנס געזאָגט, װוּ איך האָב ערגעץ אַ שׂונא, רבונו־של־עולם! ― אַזױ פֿלעגט זאָגן זײַן װײַב קײלע־בײלע, װאָס האָט אַמאָל, מײדלװײַז, געשפּילט אַ ליבע מיט מאָטל שפּרײַז, דעם מײדלשן שרײַבער, פֿאַרזעסן אַ מױד און קױם חתונה געהאַט פֿאַר זרח־ברוך דעם נאמן, געװען בײַ אים דאָס אַנדערע װײַב, און בכדי זי זאָל אים דערגײן די יאָרן מיט זײַנע קינדער פֿונעם ערשטן װײַב, האָט זי אים אַלע יאָר געהאַט אַ קינד.

― איך קאָן באַשטײן, זײ זאָלן זיך ניאַנטשען מיט מײַנע
קינדער! ― האָט געזאָגט קײלע־בײלע, און זרח־ברוך האָט זי געהערט מיטן קאָטער, װאָרעם ער איז כּמעט קײנמאָל ניט געװען אין דער הײם.

זרח־ברוך דער נאמן (אַזױ האָט מען אים גערופֿן, און קײן אַנדער נאָמען האָט ער אין כּתרילעװקע ניט געהאַט) איז שטענדיק אין געשעפֿט, פֿון גאַנץ פֿרי אָן ביז שפּעט אין דער נאַכט. אַפֿילו עסן טראָגט מען אים אין קלײט אַרײַן, און מכּות עסט ער, װאָרעם, װי אױף־צו־להכעיס, לאָזן זיך די קונים פּונקט דעמאָלט, װען זרח־ברוך האָט צוגעטראָגן דעם ערשטן לעפֿל צום מױל.

זרח־ברוך האָט שױן געװוּסט, אַז קױם האָט ער זיך געװאַשן און נאָך נישט אָפּגעזאָגט דעם „שׂאו־ידיכם“ ― אַהאַ! עס האָט זיך שױן אַ לאָז געטאָן שפֿע, צװײ גױים מיט, להבֿדיל, אַ ייִדענע. די גױים גײען אַרײַן אין קלײט אַרײַן, פֿאַררײַסן די קעפּ אַרױף און קוקן, און די ייִדענע דערזעט, אַז זרח־ברוך װאַשט זיך עסן, רוקט זי זיך אַרױס, װי אַ צנועה, מיט אַ זײַטל:

― עסט, עסט, רב זרח־ברוך, איך װעל צוּװאַרטן.

נאָר זרח־ברוך װעט ניט אַרױסלאָזן קײן קונה.

― װאָס דאַרפֿט איר? ― מאַכט ער צו דער ייִדענע און װאָרנט זי מיט דער המוציא, און בתּוך־כּך גײט ער צו צו די גױים:

― אַ שאָ, דיאַדקי, סקאַזשעטע דאָבראַהאַа шо, дядкі, скажете доброго: װאָס װעט איר, פֿעטערס, זאָגן גוטס?

און עס לאָזט זיך אױס, אַז די ייִדענע דאַרף דאָס, װאָס ס'איז ניטאָ, און די צװײ גױים זײַנען זיך מודה, אַז זײ זײַנען אַרײַנגעקומען גלאַט אַזױ אָנקוקן, מער נישט, און בכדי מע זאָל זײ נישט חושד זײַן, אַז זײ מײנען עפּעס קױפֿן, שטײען זײ אַ ביסל, די קעפּ פֿאַרריסן אַרױף, און גײען פּאַװאָלינקע אַװעק. נאָר זרח־ברוך האָט פֿײַנט, אַז קונים גײען־אַװעק גאָרנישט געקױפֿט, לױפֿט ער זײ נאָך און שלעפּט זײ פֿאַר די פֿאַלדן:

― עי, טשולאָװיטשע, פּערעװערניס, יאַ שאָס מאַיע טובי קאַזאַטעе, чуловіче, переверніс, я шос має тубі казате: עי, מענטשל, קער זיך איבער, איך האָב דיר עפּעס צו זאָגן!

נאָר די קונים לאָזן זיך נישט איבעררײדן און גײען־אַװעק, דער

― שװאַרץ־יאָר װײס װוּהין, און די ייִדענע האָט זיך דערװײַל אַרױסגעגליטשט און אַרײַנגעכאַפּט זיך אין אַן אַנדער קלײט.

פֿאַר האַרצװײטיק פֿאַרלירט זרח־ברוך דעם אַפּעטיט צום עסן, און עס קומט צו גײן דער בעל־הבית רב לײבקע און פֿאַרריכט אים דאָס מזל.

― װער איז דאָ געװען? ― פֿרעגט ער.

― װער ס'איז געװען? ― פֿרעגט זרח־ברוך און שלינגט גאַנצע שטיקער, כּמעט נישט געקײַט. ― קונים זײַנען געװען.

― קונים? װאָס האָבן זײ געקױפֿט?

― געקױפֿט האָבן זײ? צרות האָבן זײ געקױפֿט.

― װאָס זשע זאָגסטו „קונים“?

― װאָס זשע דען זאָל איך זאָגן?

― קונים הײסט, אַז מע גיט עפּעס צו לײזן.

― צו לײזן? איך װיל דען ניט לײזן?

― אַ דאַנק דיר, װאָס דו װילסט לײזן!

און בײדע, אי דער בעל־הבית, אי דער „מענטש“, בלאָזן זיך אָן אײנס אױפֿן אַנדערן, נאָר מע זאָגט ניט אײנס דעם אַנדערן קײן קרום װאָרט: דער בעל־הבית פֿילט, אַז ער האָט אים, אײגנטלעך, גאָרנישט װאָס צו זאָגן, און דער „מענטש“ האָט דרך־ארץ פֿאַרן בעל־הבית און שװײַגט אָפּ אױף אַלצדינג, װאָס מע זאָל אים נישט זאָגן.

נאָר אָט קומט די בעל־הביתטע, קלינגט מיט די שליסעלעך און מישט אױף נאָך אַ מאָל די אײגענע סדרה:

― װער איז דאָ געװען?

― איך װײס, װער איז דאָ געװען? ― זאָגט דער מאַן. ― פֿרעג בײַ אים.

― װער איז דאָ געװען? ― פֿרעגט זי בײַם נאמן און קלינגט מיט די שליסעלעך.

דער נאמן שלינגט־אײַן דעם לעצטן ביסן, שטײט־אױף, טרײסלט אָפּ די ברעקלעך פֿון דער באָרד און קוקט אױף דער בעל־הביתטע.

― װאָס קוקסטו אױף מיר אַזױ? איך פֿרעג, װער איז דאָ געװען?

― װער איז דאָ געװען? ― זאָגט זרח־ברוך מיטן פֿריִעריקן נוסח.

― קונים זײַנען געװען.

― קונים? װאָס האָבן זײ געקױפֿט?

― געקױפֿט האָבן זײ? קדחת האָבן זײ געקױפֿט!

― װאָס זשע זאָגסטו „קונים“?

― װי אַזױ דען זאָל איך זאָגן?

― קונים הײסט, אַז מע גיט עפּעס צו לײזן געלט.

― לײזן געלט? איך װאָלט אױך אַ בעלן געװען לײזן געלט גלײַך מיט אײַך.

― איך מײן טאַקע באמת?!…

די דאָזיקע װערטער: „איך מײן טאַקע באמת“ װערן געזאָגט מיט אַזאַ ניגון און מיט אַזױ פֿיל סם־המװת, אַז זרח־ברוך קרענקט־אױס דאָס גאַנצע עסן און איז גערן, אַז עס קומט־אַרײַן אַ שװאַרץ־יאָר און הײסט זיך װײַזן סחורה, כאָטש אַלע װײסן, אי דער בעל־הבית, אי די בעל־הביתטע, אי דער נאמן, אי דער קונה, אַז דער קונה איז נישט קײן קונה: ער װעט גאָרנישט קױפֿן.

― איז דאָס, הײסט עס, דער לעצטער פּרײַז בײַ אײַך? גוט, איך קום, אם ירצה השם, מאָרגן װידער…

― אױף מאָרגן מיט אַן אײ! ― זאָגט זרח־ברוך הינטער דעם קונהס פּלײצעס, און דער בעל־הבית גיט אים אַ מיאוסן פּסק, ער זאָל האַלטן מױל און ניט רײדן דעם קונה הינטער די פּלײצעס אַזעלכע װערטער; און די בעל־הביתטע גיסט־אונטער בױמל אױפֿן פֿײַער, קלינגט־צו מיט די שליסעלעך.

― װאָס אַרט אים, למשל, אַז יענער װעט שױן מער אַהער ניט אַרײַנשמעקן? עס טוט אים דען װײ דער קאָפּ, טאָמער דאַרף מען מאָרגן צאָלן אַ װעקסל? זרח־ברוך שװײַגט. ער טוט נאָר אַ קוק אױף איר מיט אײן אױג. דער קוק באַדײַט:

„אַ װעקסל? װעמען דען טוט װײ דער קאָפּ אױפֿן װעקסל?“

אַלע דרײַ װײסן גאַנץ גוט, װעמען דער קאָפּ טוט װײ, בשעת עס קומט אַ װעקסל צאָלן, און אַלע דרײַ שװײַגן. דאָס שװײַגן געדױערט עטלעכע מינוט. און װער רײַסט דאָס איבער? טאַקע זרח־ברוך. ער טוט זיך אַ װאָרף, װי אַן אָפּגעבריטער פֿון קראָפּעװע. ― יאָ, כ'האָב גאָר פֿאַרגעסן. איך דאַרף אַ שפּרונג טאָן צום גלח, טאָמער װעט ער מיר געבן געלט. ער האָט מיר צוגעזאָגט אױף הײַנט געבן געלט. און אַז ער װעט ניט געבן געלט, װײס איך ניט, װי אַזױ װעלן מיר אײַנצאָלן דאָס װעקסל.

און זרח־ברוך כאַפּט דאָס יאַמשאָװע שטעקל און לאָזט זיך גײן צום גלח און באַגעגנט זיך מיט דער בעל־הביתטע בײַ דער טיר און הערט, װי זי װאָרטשעט און קלינגט מיט די שליסעלעך:

― קױם דערמאָנט… שטאַרק אין זינען… קאָסט אַזױ פֿיל בלוט…

און אין האַרצן װײסן אַלע, װער עס טראָגט אױף זיך די גאַנצע קראָם, װעמען עס דאַרט דער מוח פֿאַרן פּדיון, װער האָט אין זינען געלט, װער טראָגט אױפֿן קאָפּ אַ װעקסל, ― און אַלע דרײַ זײַנען זיכער, אַז עס דאַרף אַזױ צו זײַן און אַנדערש קאָן עס גאָר ניט זײַן.

ב

אױף װיפֿל זרח־ברוך דער נאמן קומט־אָפּ בײַ זײַנע באַלעבאַטים אין געשעפֿט, האָט ער נאָכדעם, אַז ער קומט בײַנאַכט צו זיך אַהײם, זײַן ערלעך אױסקומעניש דרײַ מאָל אַזױ פֿיל. אין שטוב איז װיסט און רױכיק, די קלײנע קינדער שרײַען, דער סאַמאָװאַר װיל ניט זידן, און קײלע־בײלע זידט דװקא יאָ, קאָכט װי אַ קעסל, שמיצט זיך און װאַרפֿט זיך און שילט די קינדער זײַנע אױף װאָס די װעלט שטײט.

― עסערס! אַ פֿולע שטוב מיט עסערס! בײַ לײַטן קינדער ― דאָס קרענקט, דאָס פּאָקט, דאָס ברעכט זיך אױס אַ פֿוס… עס נעמט זײ נישט קײן קױל!

נאָר קײלע־בײלע זינדיקט. זי װײס גאַנץ גוט, אַז זי זינדיקט, װאָרעם װוּ ערגעץ אַ חלאַת, אַ פּריטשעפּע, אַ שלאַק־פּורעניות ― איז דאָס בײַ זײ. און װערט פֿאַרשלאַפֿט אַ קינד, עס מעג זײַן זײַנס, עס מעג זײַן אירס ― לײגט זי אײַן די װעלט, לױפֿט אַלײן צום דאָקטער, שלאָפֿט ניט דורך די נעכט, עסט דעם מאַן און טאָטשעט אים זײַן לײַב.

― װאָס ביסטו פֿאַר אַ טאַטע? אַ שײנער פֿאָטער אַ געטרײַער! דאָס קינד נעבעך גליט, װי אַ הײסע סקאָװערדע, ― עס זאָל אים אָנהײבן צו אַרן! אַ קאַלטער מלאך!

און זרח־ברוך שװײַגט, קערט נישט איבער די צונג אַפֿילו, גלײַך װי ניט אים מײנט מען. זרח־ברוך איז גערן, אַז ער קאָן עפּעס איבערכאַפּן, פֿאַלט ער אין בעט אַרײַן, װי אַ סנאָפּ, און װערט אַנטשלאָפֿן, װאָרעם גאַנץ פֿרי, אַז גאָט אַלײן שלאָפֿט נאָך, איז ער שױן אין קלײט, „מאַכט די ביכער“, דאַװנט־אָפּ אױף אײן פֿוס, כאַפּט אַ גלעזל ציקאָריע מיט אַן אײער־בײגל און לױפֿט נאָך אַ גמילות־חסד ביז איבערן יריד. און דער בעל־הבית בלאָזט זיך, און די בעל־הביתטע װאָרטשעט, און דאָס װײַב אין דער הײם שילט, לײענט די תּוכחה. און אַזױ אַ גאַנץ יאָר, אַ גאַנץ קײַלעכיק יאָר.

אײן טאָג שבת ― אַ גליק, װאָס ס'איז פֿאַראַן אַ שבת אױף דער װעלט! ― קאָן זיך זרח־ברוך אױסרוען פֿאַר דער גאַנצער װאָך. נאָר ערשט דעמאָלט פֿילט ער, װי ער איז צעבראָכן, נישטאָ קײן גאַנצער אבֿר, װי, להבֿדיל, אַ פֿערד הײבט ערשט דעמאָלט אָן צו סאָפּען און מאַכן מיט די זײַטן, אַז מע שפּאַנט דאָס אױס… קומט דער הײליקער טאָג שבת, װאַרפֿט־אַראָפּ פֿון זיך זרח־ברוך דער נאמן אַלע דאגות פֿונעם קאָפּ, טוט זיך אױס פֿון דעם יאָך, פֿאַרגעסט, אַז ס'איז פֿאַראַן אַ געשעפֿט מיט אַ בעל־הבית, מיט אַ בעל־הביתטע, מיט אַ בוך, מיט חובֿות, מיט װעקסעלעך, מיט גלחים, מיט גמילות־חסדים, מיט קונים, מיט פּדיון ― נישטאָ, נישטאָ אױף אים קײן אױבערהאַר, נישטאָ פֿאַר אים קײן עלטערער, װיל נישט װיסן פֿון קײן װײַב; בײַ אים איז איצט נאָר גאָט און שבת. און ער רוט, ער שלאָפֿט, ער שלאָפֿט זיך אױס, טוט־אָן די שבתדיקע קאַפּאָטע מיט דעם שבתדיקן אײבער־מאַנטל, מיטן שבתדיקן קאַשקעט, מיט די שבתדיקע סקריפּענדיקע שטיװל, און גײט אין שול אַרײַן. אײן מאָל אין װאָך שלאָפֿט ער זיך אױס, װי עס געהער צו זײַן, אײן מאָל אין װאָך עסט ער אָפּ, װי עס געהער צו זײַן, און ער רוט, און די נשמה זײַנע רוט, און אַלע אבֿרים זײַנע רוען, און ער דאַנקט און לױבט דעם װאָס לעבט אײביק פֿאַר דער מתּנה, װאָס ער האָט געשענקט זײַן ליב פֿאָלק ישׂראל, פֿאַר דעם אײנציקן, הײליקן, זיסן, ליבן שבת.

נאָך מער הײליק, זיס און ליב זײַנען אים די ימים טובֿים. „װער נאָך האָט אַזאַ פּסח װי ייִדן האָבן?“ ― אַזױ קלערט זיך זרח־ברוך דער נאמן און איז זיך אַלײן מקנא, װאָס ער איז אַ ייִד געבאָרן. ― „װער נאָך פֿאַרמאָגט אַזאַ פֿרײלעכן יום־טובֿ, װי סוכּות, הושענא־רבה, שמיני־עצרת, ובפֿרט שׂימחת־תּורה? אַ װערטעלע אױסצורײדן ― שׂימחת־תּורה! שׂימחת־תּורה איז אַ ייִד פֿרײלעך; שׂימחת־תּורה טרינקען ייִדן משקה! שׂימחת־תּורה זײַנען ייִדן שיכּור!“

אַזױ קלערט זיך זרח־ברוך דער נאמן און קוקט־אַרױס אױפֿן פֿרײלעכן יום־טובֿ, װי אױף משיחן.

משיח קומט ניט, און דער פֿרײלעכער יום־טובֿ קומט. קומט דער פֿרײלעכער יום־טובֿ שׂימחת־תּורה, װערט אױף אים אַ נײַע הױט. נאָר ניט דער זרח־ברוך, װאָס תּמיד. תּמיד אַ שטילער, אַ פֿאַרזאָרגטער, אַ פֿאַרװאָגלטער, כאַפּט ער זיך אױף מיט אַ מאָל װי פֿונעם שלאָף, װערט לעבעדיק, פֿרײלעך, פֿאַררופֿט צו זיך אױף קידוש, גײט צו יענעם אױף קידוש, שלעפּט אַלײן אַרױס דעם קוגל פֿונעם אױװן, בראָנפֿן גיסט זיך אַזױ װי װאַסער. מע נעמט זיך בײַ די הענט און מע גײט אַ ריקודל אין מיטן גאַס. ייִדן! ס'איז הײַנט שׁימחת־תּורה אױף דער גאַנצער װעלט!

הײ־דאַ!
דרי־דאַ־דאַ!
ראָמטעדרידאַדאַ!

גױים גײען פֿאַרבײַ, שטעלן זיך אָפּ, קוקן, װי ייִדן העפּען, מאַכן זיך נאַריש.

― אָצע האַרנאָ, קאָלי װזשע זשיד דאַ נאַפּיװסיאַоце гарно коли вже жид да напився: אָט דאָס איז שײן, אַז אַ ייִד קאָן שױן זײן שיכּור!…

און זרח־ברוך דער נאמן „גיסט װי אױפֿן שטײן“, טרינקט שױן פֿאַרן גאַנצן יאָר, טרינקט אַזױ לאַנג, ביז ער װערט מבֿוסם, פֿאַרגעסט, װי אַזױ מע רופֿט אים, װערט אַ גזלן און רײַסט זיך צום בעל־הבית און צו דער בעל־הביתטע, זײ אױסלומרן, װי עס געהערט צו זײַן, כאָטש אײן מאָל זײ זאָגן דעם גאַנצן אמת, װאָס אױף דער לונג ― דאָס אױף דער צונג, זיך קילן דאָס האַרץ!

― ס'עט אַ רוח אין אים אין טאַטן! ― שרײַט זרח־ברוך דער נאמן אױפֿן בעל־הבית און אױף דער בעל־הביתטע און רײַסט זיך צו זײ מיט הענט און פֿיס, נאָר מע לאָזט אים ניט. קײלע־בײלע מיט די עלטערע קינדער האַלטן אים פֿאַר די הענט, און זרח־ברוך רײַסט זיך, שלאָגט און הרגעט און שרײַט, װי אין אַ מאַנהױז:

― לאָזט מיך!… לאָזט מיך!… ס'עט אַ רוח אין אים אין טאַטן!…

און קײלע־בײלע האָט מורא, טאָמער טאַקע, חס־ושלום, לױפֿט ער אַװעק אַהין און פֿאַלט־אָן אױפֿן בעל־הבית מיט דער בעל־הביתטע, און בלײַבט נאָכדעם אָן אַ שטעלע. באָרעט זי זיך מיט אים מיט אַלע כּוחות, בינדט אים די הענט אַהינטער מיט אַ האַנטעך, לײגט אים אַרײַן, דעם שלימזל, אין בעט אַרײַן, פֿאַרשליסט די טיר. און זרח־ברוך, דער שטילער זרח־ברוך, װאָס טשעפּעט ניט קײן פֿליג אױף דער װאַנט, בושעװעט, ברעכט טעלער, שלאָגט און הרגעט און הערט ניט אױף צו שרײַען אױף קולי־קולות:

― לאָזט מיך!… לאָזט מיך!… ס'עט אַ רוח אין אים אין טאַטן!…

זרח־ברוך בושעװעט און שרײַט אַזױ לאַנג, ביז ער הײבט גאָר אָן צו װײנען, װײנען װי אַ קלײן קינד. ער דערמאָנט זיך אָנעם טאַטן, װאָס איז בײַ אים געשטאָרבן פֿאַר אַ יאָר עטלעכע און צװאַנציק ― סטײַטש, אַזאַ טאַטן, װי ער האָט געהאַט, אַזאַ טאַטן!… און ער װײנט, דער יתום, גיסט מיט טרערן; ער װײנט אַזױ לאַנג, ביז… ער װערט אַנטשלאָפֿן.

. . . . . . . . . . . . . . . . . . . .

אױף מאָרגן אינדערפֿרי, אַז גאָט אַלײן שלאָפֿט נאָך, איז שױן זרח־ברוך דער נאמן אין קלײט, מאַכט די ביכער, דאַװנט־אָפּ אױף אײן פֿוס, כאַפּט אַ גלעזל ציקאָריע מיט אַן אײער־בײגל און לױפֿט נאָך אַ גמילות־חסד, „ביז איבערן יריד“. און דער בעל־הבית בלאָזט זיך, און די בעל־הביתטע װאָרטשעט, קלינגט מיט די שליסעלעך, און דאָס װײַב אין דער הײם שילט. לײענט די תּוכחה. און אַזױ אַ גאַנץ יאָר, אַ גאַנץ קײַלעכיק יאָר, ביז איבער־אַ־יאָר שׂימחת־תּורה.

געשריבן אין יאָר 1903

די ערשטע נאַכט פּסח אױף דער מלחמה

דאָרט, אױפֿן גרױסן ברײטן װײַסן פֿעלד פֿונעם גרױסן ברײטן אַלטן לאַנד, װאָס מע רופֿט מאַנדזשוריע, ציט זיך אַ לאַנגע שמאָלע סטענגע פֿון צװײ דינע שװאַרצע שנירלעך ― דאָס איז די גרױסע סיבירער אײַזנבאַן, װאָס לױפֿט באַרג־אַראָפּ איבער דעם ברײטן װילדן אַזיע, העט־װײַט, צום ים, אַזש קײן קװאַנדון, ביז דער שטאָט פּאָרט־אַרטור.

די באַן ציט זיך, און אױף איר לױפֿן טאָג װי נאַכט לאָקאָמאָטיװן. אײנס נאָך דאָס אַנדערע לױפֿן זײ און לאָזן זיך הערן מיט אַ פֿײַפֿן און מיט אַ טראַסקען, שלעפּן גאַנצע שורות װאַגאָנעס מיט מענטשן, פֿערד, געװער און עסנװאַרג פֿאַר די מענטשן און פֿאַר די פֿערד.

ס'איז נאַכט. די ערשטע נאַכט פֿון פּסח.

מיר קוקן־אַרײַן אין אײנעם פֿון די װאַגאָנעס. ער איז פֿול אָנגעשטױסן מיט סאָלדאַטן. אױסגעמוטשעט פֿון דער לאַנגער נסיעה און אײַנגעמידט פֿונעם טאָג, זײַנען די סאָלדאַטן שטיל, װער סע זיצט אױף די קאָרטעטשקעס אױף דער בריק און פֿאַרציט זיך מיט אַ שטיקל פּאַפּיר, מײנט, אַז ער רױכערט אַ „ציגאַרקע“, און װער עס ליגט אױסגעצױגן אױף דער באַנק מיטן פּנים אַרױף און פֿײַפֿט שטילערהײט, און פֿונעם פֿײַפֿן לאָזט זיך הערן אַן אומעט, אַ טרױער, אַ גרוס צו דער װײַטער־װײַטער הײם, צו דעם װײַטן־װײַטן דאָרף, װוּ די ערד איז שױן געװיס לאַנג אָפּגערײניקט פֿונעם שנײ, און סע שמעקט שױן דאָרט געװיס מיט גרינס, און אַ געזאַנג הערט זיך דאָרטן פֿון דער װײַטן; דאָס זינגען מסתּמא די שיקסעס זײערע שײנע ליבע זיסע לידער, רײַסן זיך די גאָרגלען. און עס דאַכט זיך אים, אַז ער הערט גאַנץ גוט זײער געזאַנג, און ער פֿײַפֿט זײ נאָך.