פֿון כּתרילעװקע: פּורים

שלום עליכם (אַלע װערק)

פּורים
…וימי הפּורים האלה לא יעבֿרו מתּוך היהודים.
און די דאָזיקע טעג פֿון פּורים זאָלן קײנמאָל נישט בטל װערן פֿון ייִדן.
(מגלת אסתּר, ט′ כ″ה)

„פּורים זײַנען אַלע שיכּורים ניכטער“. דאָס דאָזיקע װערטל איז געזאָגט געװאָרן אױך אױף מיר, ייִדישער פֿעליעטאָניסט. אַ גאַנץ יאָר בין איך פֿרײלעך, איך קיצל דעם עולם מיט מײַנע פֿעליעטאָנען, דער עולם לאַכט און איך אױך בתוכם; נאָר הײַנט, אום פּורים, בין איך דװקא אומעטיק, דװקא ניט אױפֿגעלײגט אױף צו לאַכן.

װאָס איז די מעשׂה?

איך האָב מיך דערמאָנט אָן דעם פּורים פֿון אַמאָליקע יאָרן. איך האָב מיך דערמאָנט אָן אונדזערע אַלטע ייִדישע מינהגים, װאָס גײען אונטער ביסלעכװײַז בײַ ייִדן און װערן בטל. דאָס הײסט, ניט דער יום־טובֿ גײט אונטער; „פּורים זאָל קײנמאָל ניט בטל װערן“ ― אַזױ שטײט בײַ אונדז געשריבן אין דער מגילה; נאָר יענע אַלטע ייִדישע מינהגים, איבערהױפּט בײַ אונדז אין יעהופּעץ און אין אַלע גרױסע שטעט, גײען אונטער ביסלעכװײַז און װערן בטל. איך האָב מיך דערמאָנט אין דעם גרעגער, מיט װעלכן מיר, חדר ייִנגלעך, פֿלעגן זיך נוקם זײַן אין המנען. אַלע יאָר, אַלע יאָר פֿלעגט אונדז דער דאָזיקער אַנטיסעמיט, המן בן המדתא, דערקוטשען מיט זײַנע המנס־מסירות פֿאַרן קעניג אַחשװרוש, און מיר, חדר־ייִנגלעך, פֿלעגן זיך דערפֿאַר גוט רעכענען מיט אים אין שול, בײַ דער מגילה, מיטן גרעגער… מיר װעלן אים אײביק ניט פֿאַרגעסן, ער װעט אונדז אָבער אױך האָבן צו געדענקען! איך האָב מיך דערמאָנט אָן דעם המן־טאַש מיט מאָן, װאָס האָט געהאַט דעם טעם גן־עדן. איר װילט װיסן, װאָס הײסט טעם גן־עדן? פֿאַרזוכט אַ פֿרישן ייִדישן המן־טאַש מיט מאָן; נאָר זײַט מוחל פֿריִער אָפּפֿאַסטן אַ גאַנצן טאָג „אסתּר תּענית“, און נאָכדעם זײַט זיך מטריח אין שול אַרײַן אױסהערן אַ גאַנצע מגילה, לאָז מען אײַך אָנגרעגערן אַ פֿולן קאָפּ, און אַלײן זאָלט איך זיך אױך ניט פֿױלן צו טופּען מיט די פֿיס, העלפֿן שלאָגן המנען. און נאָכדעם, אַז איר װעט קומען אַהײם אַן אױסגעהונגערטער, אַן אָנגעלײענטער און אַ פֿאַרגרעגערטער, און מע װעט אײַך מכבד זײַן מיט אַ פֿרישן דרײַעקעכיקן המן־טאַש מיט מאָן, װעט איר פֿאַרשטײן, װאָס הײסט טעם גן־עדן… איך האָב מיך דערמאָנט אָן דעם שײנעם, גרױסן, הױכן, געפֿלאָכטענעם, מיט זאַפֿרען פֿאַרגעלטן און מיט ראָזשינקעס אַרומגעשטעקטן „פּורים־קױלעטש“. איך האָב מיך דערמאָנט אָן דער פּורימדיקער סעודה מיטן „שושנת־יעקבֿ“, װאָס מײַן פֿעטער פּיניע פֿלעגט זינגען און װאַרפֿן בשעת־מעשׂה מיט דער שײנער באָרד, און איצל דעם פֿעטער פּיניעס האָט אים אונטערגעהאָלפֿן אױף אַ דין קולכל, און אַז ס'איז געקומען צו „אָרור המן“ און „ברוך מרדכי“, האָבן מיר אַלע אונטערגעכאַפּט און איבערגעחזרט אַ מאָל עטלעכע און צװאַנציק, זיך גאָרניט געקענט צעשײדן דערמיט, אַזױ לאַנג געדרײט „אָרור המן“ און „ברוך מרדכי“, ביז ס'איז אױסגעקומען: „אָרור ברוך, מרדכי המן“, „מרדכי אָרור, המן ברוך“, „המן מרדכי, אָרור ברוך“, פּונקט אַזױ װי אין שולחן־ערוך שטײט געשריבן: „ס'איז אַ מיצװה, מע זאָל פּורים אַזױ לאַנג טרינקען, ביז מע זאָל זיך פֿאַרבײַטן מיט די יוצרות“… איך האָב מיך דערמאָנט אָן דער שײנער שפּיל פֿון די „פּורים־שפּילער“ און אָן יענעם שײנעם מינהג, װאָס װערט אָנגערופֿן „משלוח־מנות“ און „מתּנות לאבֿיונים“. איך האָב מיך דערמאָנט אָן די דאָזיקע אַלע שײנע מינהגים ― און פֿרעג זיך אַלײן: װוּ זײַנען זײ אַהינגעקומען? פֿאַרװאָס זעט מען ניט, פֿאַרװאָס הערט מען ניט פֿון זײ בײַ אונדז אין יעהופּעץ און אין אַלע אַנדערע גרױסע שטעט? ניטאָ, מיר האָבן זײ פֿאַרזינדיקט! פֿאַרזינדיקט דעם גרעגער, פֿאַרזינדיקט דעם המן־טאַש מיט מאָן, פֿאַרזינדיקט די סעודה מיטן פּורים־קױלעטש מיטן שלח־מנות! פֿונעם פּורים איז בײַ אונדז פֿאַרבליבן אַ זכר נאָר אין די װערטער: „עס װעט געדױערן פֿון אסתּר־תּענית ביז פּורים“, אָדער: „פּורים נאָכן קאַלטן קוגל“; פֿונעם גרעגער איז פֿאַרבליבן בײַ אונדז אַ זכר: „איך הער דיך, װי המן דעם גרעגער“; פֿונעם פּורים־קױלעטש: „ער װאַקסט אין דער ברײט, װי אַ פּורים־קױלעטש“, וכדומה אַזעלכע פֿאָלקסװערטער. דער המן־טאַש מיט מאָן האָט שױן ניט מער בײַ אונדז יענעם ייִדישן טעם. פֿאַראַן בײַ אונדז אין יעהופּעץ אַנדערע מאכלים: כּל־מיני פּאַשטעטן מיט קנאָבל, ביפֿסטײקס אַ־לאַ־אַנגלעזà la anglais: אין ענגלענדער סטיל, געפּרעגלט אין גענדזן־שמאַלץ, ראַקעס געפֿילט מיט מצה־מעל, פּודינג אַ־לאַ־לאָקשן־קוגל מיט מאַראָזשענע, און נאָך אַ סך אַזעלכע „ייִדישע“ מאכלים… „סעודות“ זײַנען מיר, ברוך־השם, אױך ניט זשעדנע אַ גאַנץ יאָר אין יעהופּעץ; אַלע מאָנטיק און דאָנערשטיק האָבן מיר „זשורפֿיקסןjour fixe: חודשלעכע פֿאָרשטעלונג“, און אָנשטאָט „אָרור המן“ און „ברוך מרדכי“ זאָגן מיר: „סיעם פּיק, פּאַס, װאָסיעם טרעף, שלעם בעז קאָזערײ, פּאַס, פּאַסсемь пик, пас, восемь треф, шлем без козырей, пас, пас: זיבן פּיק, פּאַס, אַכט שפּאָג, גאַנץ אָן קאָזער, פּאַס, פּאַס“… און אַז עס פֿאַרגלוסט זיך אונדז זען „פּורים־שפּיל“, גײען מיר זיך דורך אין „אַרקאַדיע“, אין „סטרעלנע“, אין „טיװאָלי“, אין „אַלקאַזאַר“, אָדער אין אַנדערע כּדומה אַזעלכע מקומות… אָדער מיר גײען גאָר אין ייִדישן טעאַטער, פֿון יענע ייִדישע „אַקטיעיױערן“, װאָס פֿאָרן אַרום פֿון שטאָט צו שטאָט און שטעלן די ייִדישע אָפּערעס: „קאָלדוני“, „שולמית“, „בר־כּוכבא“… אַלע מאָל, װען איך קום אױף די דאָזיקע ייִדישע „אַקטיעיױערן“, שטעלט זיך מיר פֿאָר יענע שײנע שפּיל פֿון אונדזערע „פּורים־שפּילער“, װאָס איך האָב געזען אין מײַן געבורטשטאָט, אין כּתרילעװקע, בשעת איך בין נאָך געװען אַ חדר־ייִנגל.

די בלאָטע איז גרױס, און פֿון אױבן שיט אַ שנײעלע; דאָס שנײעלע לאָזט, און די בלאָטע װערט נאָך גרעסער. „זײ“ גײען אָנגעװאָפֿנט מיט כּלי־זײן פֿון שטוב צו שטוב און קנעטן מיט די שטיװל די גרױסע, טיפֿע, זומפּיקע בלאָטע, און אַ גאַנצע טיטשקע ייִנגלעך לױפֿן נאָך נאָך „זײ“; די ייִנגלעך פֿאַלן אין דער בלאָטע, שטײען אױף און לױפֿן װײַטער, מיט אַ געלעכטער און מיט אַ געשרײ: „אַחשװרוש! ושתּי! מאָנדריש!“ אָט־אָט זײַנען „זײ“ שױן בײַ אונדזער שטוב, אָט־אָט עפֿנט זיך די טיר ― „זײ“ זײַנען דאָ.

― גוט יום־טובֿ אײַך! ― שיסן „זײ“ אױס אַלע מיטאַמאָל װי פֿון צען ביקסן, שטעלן זיך אױס, װי די סאָלדאַטן, און די „שפּיל“ הײבט זיך אָן.

פֿריִער פֿון אַלע טרעט אַרױס דער קעניג אַחשװרוש (קאָפּל דער שנײַדער) מיט אַ געלן פּאַפּירענעם ספּאָדיק אױפֿן קאָפּ, כאַפּט אַרױס אַ הילצערנע שװערד פֿון אונטער דער פּאָלע, עפֿנט אַ מױל און הײבט אָן מיט אַ משונה־מאָדנע ניגון, אױף אַ משונה־מאָדנע שפּראַך, װאָס מע רופֿט דאָס דײַטש:

דו, המן בן המדתא צורר־היהודים,
און דו, מאָנדריש, און איר אַלע מיניסטאָרן מײַנע,
איר זאָלט אַלע טון טין הערון,
װאָס איך קעניג אַחשװרוש װעל אײַך טון טין שפּרעכון,
דערפֿאַר װאָס די קעניגן ושתּי האָט מײַן באַפֿױל ניט געװאָלט אָננעמון,
פֿאַר אַלע מײַנע לײַט נאַקעט אַרױסטרעטון,
זאָל מען איר מיט דיזן שװערד דעם קאָפּ אַראָפֿנעמון
און מײַן געליבטער אסתּר פֿאַר קעניגון טהון קרײנון…

בשעת־מעשׂה טוט דער קעניג אַ מאַך מיט דעך שװערד און אַ װוּנק אױף מרדכין, און עס גײט צו מרדכי (לוי דער קאַרנאָסער שוסטער), אָנגעטאָן אין אַן איבערגעקערטער קאַפּאָטע אױף דער לינקער זײַט און מיט אַ באָרד פֿון קלאָטשע; ער טוט דרײַ שפּאַן, שטעלט זיך אַװעק און גיט אָפּ כּבֿוד דעם קעניג אַחשװרוש, װי עס געהער צו זײַן, און זינגט אױס אױף זײַן קאַרנאָסער ציקלדיק־װײנענדיקער שטימע:

אַרײַן, אַרײַן, אַרײַן,
ברודער מלכּה דו מײַן!

און עס באַװײַזט זיך ושתּי המלכּה (מאָטל דער סטאָליער), אָנגעטאָן אין אַ קלײדל פֿון אױבן אױף דער קאַפּאָטע, און די פּאָלעס זעען זיך אַרױס, נאָר בכדי מע זאָל חלילה ניט דערקענען, אַז די מלכּה ושתּי אין אַ מאַנצביל, און אַלע זאָל טאַקע מײנען, אַז ס'איז אַ נקבֿה, האָט ער אונטערגעבונדן דאָס בערדל מיט אַ װײַסער פֿאַטשײלע (װאָנצעס מאַכט ניט אױס). די מלכּה ושתּי טוט אַ פֿאַל אױף דער ערד, און עס שטעקן אַרױס אַ פּאָר גרױסע צעריסענע שטיװל. זי הײבט אױף בײדע הענט צום קעניג אַחשװרוש און זי טוט פֿאַר אים קניִען און בעטן: „ער זאָל אױף איר שענקון טון טין קוקון, ער זאָל זיך דערבאַרעמון אױף אירע יונגע יאָרון און זי פֿון דער װעלט נישט אומברענגון“. און בײַ דער זײַט שטײט המן הרשע (יאָסקע דער באַהעלפֿער) מיט אַ שאַרבן אױפֿן קאָפּ, און בשעת ושתּי ליגט אױף דער ערך און װײנט פֿאַרן קעניג אַחשװרוש, נעמט המן און װײַזט מאָנדרישן אַ קולאַק, און מאָנדריש שטעלט אים אַרױס אַ צונג, און צװישן חבֿרה װערט דערװײַל אַ געלעכטער. ער װײס ניט, דער רשע־מרושע, אַז אָט באַלד האָט ער די מפּלה, אָט באַלד װעט דער קעניג אַחשװרוש אַרױסגעבן אַ באַפֿעל: „מע זאָל דעם מערדער, דעם גזלן, דעם רוצח אױף אַ הױכן בױם אױפֿהענגון, און מאָנדרישן דעם ייִדן זאָל מען פֿאַר שני־למלך טון מאַכון“. אַך, װי זיס איז די נקמה! װי גרױס בין איך בײַ זיך אין די אױגן מיט מײַן ייִדישן שני־למלך! װי שטאַרק טוט מיר באַנג, װאָס די שפּיל ענדיקט זיך, און די חבֿרה פּורים־שפּילער נעמען צונױף די עטלעכע גראָשנס, און איך געזעגן זיך אָפּ מיט זײ אױף אַ גאַנץ יאָר!

נאָר מער פֿון אַלץ טוט מיר באַנג דער מינהג פֿון „משלוח־מנות“ און „מתּנות לאבֿיונים“ ― מתּנות פֿאַר די אָרעמע לײַט.

האַלב װאָכעדיק, האַלב יום־טובֿדיק, מיט אַ זײַדענער פֿאַטשײלע און מיט אַ פֿאַרטעך, שטײט די מאַמע בײַם טיש שטאַרק צעטראָגן: עפּעס אַ װערטעלע אױסצורײדן ― כּמעט אַ מאה שלח־מנותן אָפּנעמען און כּמעט אַ מאה שלח־מנותן אָפּשיקן, קײנעם ניט אָנזעצן, חלילה קײן טעות ניט האָבן, געדענקען װעמען װאָס פֿאַר אַ שלח־מנות מע באַדאַרף אָפּשיקן. צום בײַשפּיל: אַז יענער שיקט אײן פֿלעדל, צװײ קישעלעך, אײן מאָנדל, צװײ שטיקלעך טאָרט, אײן האָניק־טײגל מיט צװײ צוקער־לעקעכלעך, ― באַדאַרף מען אים אָפּשיקן, געװײנלעך, צװײ פֿלעדלעך, אײן קישעלע, צװײ מאָנדלעך, אײן שטיקל טאָרט, צװײ האָניק טײגלעך מיט דרײַ צוקער־לעקעכלעך. מע באַדאַרף האָבן אַ קאָפּ פֿון אַ מיניסטער, חלילה ניט אָנמאַכן אַ חתונה, װי סע האָט זיך אַמאָל שױן געטראָפֿן בײַ אונדז אַזאַ אומגליק, דאָס הײסט, מע האָט געשיקט אײנער אַ נגידית צוריק איר אײגענעם שלח־מנות, ― האָט זיך דאָס געטאָן, עס איז אַרױס מחלוקת צװישן די מענער, מיט סקאַנדאַלן, מיט פּעטש, מיט מסירות, מיט רדיפֿות, װי געװײנלעך… הײַנט די מענטשן, װאָס ברענגען דעם שלח־מנות, באַדאַרף מען אױך עפּעס שענקען ― װעמען אַ קאָפּיקע און װעמען צװײ און װעמען נאָך מער פֿון צװײ… נאָר אָט עפֿנט זיך די טיר און עס קומט אַרײַן אַ מײדל מיט שטאַרק רױטע האָר און מיט אַ סך קלײַען אױפֿן פּנים ― דאָס איז מײַן רבינס אַ מײדל; זי גײט אַרום פֿון אײן באַלעבאָס צום אַנדערן און נעמט צונױף די שלח־מנותן פֿאַרן רבין. זי טראָגט אין האַנט אַ שעלעכל, איבערגעדעקט מיט אַ טישטעכל. אינעם שעלעכל שטעקט אַ ראָזשינקע, און אױף דער ראָזשינקע ליגט אַ זילבערנע מטבע. די מאַמע דעקט אױף דאָס טישטעכל און לײגט צו צו יענער מטבע נאָך אַ מטבע, און אױך דעם מײדל רוקט זי אַרײַן עפּעס און האַנט אַרײַן. דאָס רױטע מײדל װערט נאָך רױטער און װינטשעװעט, װי אַן אַלטע: „דערלעבט איבער אַ יאָר מיט אײַער מאַן און מיט אײַערע קינדער“… נאָך דעם רױטן מײדל קומט אַרײַן אַ געשװאָלן בחורל מוט אַן אױפֿגעטראָגענער באַק, אונטערגעבונדן מיט אַ בלױער פֿאַטשײלע, אײן אױג אַ קלײנס, דאָס אַנדערע אַ ביסל גרעסער; אין האַנט האַלט ער אַ מעשן טעצל, אױף דעם טעצל ליגט אַ פֿלעדל, אױפֿן פֿלעדל איז אױסגעצװיקלט אַ פֿישעלע, דאָס פֿישעלע איז אָנגעפֿילט מיט האָניק־פֿאַרפֿל, און בײַ דער זײַט ליגן עטלעכע זילבערנע מטבעות און אַ פּאָר קערבלעך פּאַפּירענע. דאָס געשװאָלענע בחורל גײט צו גלײַך צו דער מאַמע און שיסט אױס אין אײן אָטעם, װי אױסגעלערנט אױף אױסנװײניק: „אַ גוט יום־טובֿ דער רבֿ האָט אײַך געשיקט שלח־מנות און דערלעבט איבער אַ יאָר מיט אײַער מאַן און מיט אײַערע קינדער“… דאָס געשװאָלענע בחורל נעמט אָפּ זײן רח″ש און גײט אַװעק אָן אַ זײַט־געזונט, װאָרעם די װינטשעװאַניע האָט ער על־פּי טעות אױסגעכאַפּט פֿריִער. און עס קומען אָן אַלע מאָל נײַע פּאַרשױנען מיט נײַע שלח־מנותן: פֿונעם דײן, פֿונעם חזן, פֿון די שוחטים, פֿונעם סופֿר, פֿונעם תּלמוד־תּורה־מלמד, פֿונעם בעל־תּוקע, פֿונעם בעל־מגיה, פֿונעם מנקר, פֿונעם װאַסער־פֿירער, פֿונעם בעדער (אױך כּלי־קודש!). און נאָך די דאָזיקע אַלע קומט צו גײן װעלװל דער שמשׂ אַלײן, נעבעך אַ קראַנקער, אַ הײזעריקער, אַ יאַדעשליװער; ער בלײַבט שטײן אַ װײַלע בײַ דער טיר, כאַפּט זיך בײַם האַרצן און פֿאַרהוסט זיך.

― װאָס װעט איר עפּעס זאָגן גוטס? ― פֿרעגט אים די מאַמע, שױן רעכט מיד פֿון דער אַרבעט.

― מע האָט אײַך געשיקט שלח־מנות. ― מאַכט װעלװל און באַװײַזט אַ לעקעכל אין האַנט. ― דערלעבט איבער אַ יאָר מיט אײַער…

― פֿון װעמען איז? ― פֿרעגט אים װידער די מאַמע.

― פֿון מיר טאַקע אַלײן, דערלעבט איבער אַ יאָר מיט אײַער… ― מאַכט װעלװל און פֿאַרהוסט זיך. ― האָט קײן פֿאַראיבל ניט, װאָס אַלײן… ניטאָ מיט װעמען צו שיקן… געװען אײן מײדל, איז זי, ניט דאָ געדאַכט… איר געדענקט מײַן פֿראַדלען, עליה־השלום?…

װעלװל דער שמשׂ פֿאַרהוסט זיך אױף עטלעכע מינוט, און די מאַמע טוט זיך אַ כאַפּ צו דער קעשענע, נעמט אַרױס עטלעכע מטבעות מיט אַ מאָל און רוקט אים אַרײַן אין האַנט אַרײַן און איז אים מכבד מיט אַ שטיק טאָרט און מיט אַ פּאָר פֿלעדלעך. װעלװל שטופּט דעם טאָרט מיט די פֿלעדלעך אין בוזעם אַרײַן, דאַנקט און װינטשעװעט: „דערלעבט איבער אַ יאָר מיט אײַער מאַן און מיט אײַערע קינדער“, און פֿאַרהוסט זיך. איך טו אַ קוק אױף דער מאַמע און דערזע אױף אירע שײנע אױגן הענגען טרערן… „װאָס זאָל דאָס באַדײַטן?“ ― טראַכט איך מיר… איך האָב קײן צײַט ניט אַרומקוקן זיך ― עס קומען אָן נײַע פּאַרשױנען, אַלערלײ מינים „מקבלים“, שײנע ייִדן מיט גרױע שאַלן און מיט מאָדנע היטלען, קײַלעכיקע, אונטן ברײטלעך, אױבן שמאָלבלעך, װי לאָקשן־טעפּלעך; פֿאַראַן צװישן זײ אַזעלכע, װאָס דינגען זיך, זאָגן, אַז זײ זײַנען ניט קײן פּראָסטע אָרעמע לײַט, װאָס גײען איבער די הײַזער; דער איז דעם זײדנס אַן אײניקל, דער איז אַ טאַטנס אַ קינד… און פֿאַראַן צװישן זײ אַזעלכע, װאָס נעמען צו װיפֿל מע גיט זײ. דאָס זײַנען טאַקע פּשוטע אָרעמע לײַט, װאָס גײען נאָך אַ נדבֿה לכּבֿוד דעם הײליקן יום־טובֿ:

הײַנט איז פּורים,
מאָרגן איז אױס;
גיט מיר אַ גראָשן,
און װאַרפֿט מיך אַרױס…

און די מאַמע האַלט אין אײן טײלן: אַ גראָשן אױף צװײען, צװײ גראָשנס אױף דרײַען, און איטלעכן באַזונדער אַ שטיקל טאָרט, אָדער אַ לעקעכל ― „לאָז אַן אָרעמאַן אױך װיסן פֿונעם הײליקן יום־טובֿ פּורים“…

יאָ, דער מינהג פֿון „משלוח־מנות“ איז זײער אַ פֿײַנער מינהג בײַ ייִדן, און דער מינהג פֿון „מתּנות לאבֿיונים“ איז נאָך פֿײַנער; נאָר אונדזערע הײַנטיקע קינדער, אונדזערע הײַנטיקע „אַריסטאָקראַטן“ מיט אונדזערע הײַנטיקע „מאַדאַמען“ פֿון דער גרױסער שטאָט יעהופּעץ און פֿון אַלע אַנדערע גרױסע שטעט װײסן ניט פֿונעם דאָזיקן מינהג. זײ װײסן פֿון אַנדערע מינהגים: פֿון „אימענינעס“ און פֿון „יאָלקעס“, פֿון טענץ און פֿון „גוליאַניעסгулянка: הוליאַנקעס“, פֿון בײגן זיך און דרײען זיך, נאָר ניט פֿון „שלח־מנות“ און ניט פֿון „מתּנות לאבֿיונים“. עס איז, פֿאַרשטײט איר מיך, אַן אַנדער װעלט געװאָרן, דאָס הײסט, די װעלט איז אַפֿילו די אײגענע װעלט, װאָס פֿריִער, נאָר די מענטשן זײַנען ניט די, װאָס אַמאָל. דאָס הײסט, די מענטשן זײַנען אַפֿילו די אײגענע, װאָס פֿריִער, נאָר די נעמען זײערע האָבן זײ איבערגעאַנדערשט, צום בײַשפּיל: אַמאָל איז המן געװען אַ רשע, דלפֿון אַן אָרעמאַן און ויזתא אַ שוטה; הײַנט הײסט המן „אַנטיסעמיט“ און איז פֿול די גאַנצע װעלט, „מהודו ועד כּוש“; דלפֿון איז אַ גבֿיר אין יעהופּעץ, דרײט געשעפֿטן און חתמעט װעקסלען; און ויזתא איז אַ חכם, שרײַבט גאַנצע „מאמרים“ אין די בלעטער, גיט עצות… אַמאָל האָט מרדכי געהײסן „מאָנדריש“ און האָט געשפּילט אַ ראָל פֿון שני־למלך בײַם קעניג אַחשװרוש; און הײַנט האָט ער יתרוס נעמען: ער רופֿט זיך מאַרק און מאַרקוס און מאַקס און מאַקסים און מאַטװײ און מיטראָפֿאַן סעמיאָנאָװיטש און פּאַנטעלעמאָן אַנדרעיעװיטש ― און מע הערט אים װי המן דעם גרעגער… אַמאָל, אַז אײנער האָט זיך געשטעלט, דאָס הײסט, ער האָט ניט געװאָלט צאָלן, האָט מען דאָס גערופֿן פּשוט מיטן נאָמען אָנזעץ: הײַנט רופֿט מען דאָס ליקװידאַציע; גנבֿה איז קאָמיסיאָן, הלװאה ― דיסקאָנט, אַ לאָך ― דעפֿיציט, אַן אַסיפֿה איז אַ סאָכראַניע, גבאָים זײַנען טשלענעס, דרשות ― רעפֿעראַטן, אױף אַ שלאַק זאָגט מען קאַפּריז, אױף משוגע ― נערװעז, צדקה איז פֿילאַנטראָפּיע, אַ שידוך ― פּאַרטי, אַ מיאוסקײט ― סימפּאַטיע, אַ משרת ― קאָממי… און נאָך און נאָר אַ סך אַזעלכע נײַע נעמען האָבן זיך באַזעצט אין אונדזער נײַעם װערטערבוך ― נאָר אַלצדינג אױף דער װעלט מוז דאָך האָבן אַ סוף, און אַ פֿעליעטאָן אַװדאי.

דערלעבט איבער אַ יאָר מיט װעמען אײַך איז ליב!

געשריבן אין יאָר 1900
אַרבע־כּוסות

― ברוך־הבאָ אַ ייִד, אַ גאַסט, זיצט, זעצט זיך, פֿאַרװאָס זיצט איר ניט?

מיט אַזאַ מין ברײטן ברוך־הבאָ באַגעגנט אונדז, דאָס הײסט מיך מיטן טאַטן, אַ טאָג פֿאַר ערבֿ־פּסח, רב יודל װײַנשענקער, אַ בעסאַראַבער געפּאַקט ייִדל, מיט רױטע בעקלעך, מיט אַ בײַכל און מיט אַ קאַרק, װאָס נעמט זיך ניט פֿון אײגענע און ניט פֿון פֿרעמדע צרות, נאָר פּשוט פֿון אַ מאַמעליגע מיט אַ ראָסלפֿלײשל, פֿאַרזופּט מיט אַ גלעזל װײַן… פֿון מײַן טאַטן האַלט יודל אַן עולם־ומלואו נאָר פֿאַר אײן זאַך ― דערפֿאַר װאָס דער טאַטע איז אַ מבֿין אױף אַ גלעזל װײַן. נאָר צוריק שמועסנדיק, װעלכער ייִד איז ניט קײן מבֿין אױף אַ גלעזל װײַן? װײַן ― דאָס איז דאָך אײנע פֿון די דרײַ זאַכן, װאָס מיר זײַנען אין דעם די גרעסטע ספּעציאַליסטן אין דער װעלט: דאָס ערשטע איז נגינה, דאָס הײסט געזאַנג, דאָס צװײטע איז אַ גלעזל װײַן און דאָס דריטע איז בריליאַנטן. אַמאָל, אַז איך הײב מיך אָן באַרעכענען, פֿרעג איך זיך אַלײן אַ קשיא: מילא, אױף די ערשטע צװײ זאַכן, נגינה און אַ גלעזל װײַן, איז קײן חידוש ניט, װאָרעם װעלכער ייִד האָט פֿײַנט הערן זינגען? װעלכער ייִד האָט ניט געהערט קײן רעכטע באַרימטע חזנים, װאָס לאָזן זיך הערן אױף דער װעלט, למשל: ירוחם, פּיצע, בעניע, בצלאל, ניסע בעלזער, ברוך קאַרלינער, בלומענטאַל, באַכמאַן, פּיניע מינקאָװסקי וכדומה נאָך אַזעלכע װעלט־חזנים? און טאָמער האָט ער ניט געהערט, האָבן אַנדערע געהערט. װאָס מאַכט דאָס אױס? ― מיר פֿאַרשטײען נגינה מיטן שׂכל… נו, און פֿון װײַן שמועסט מען ניט; װײַן טרינקט דאָך יעדער ייִד, אַפֿילו דער אָרעמסטער, אַלע יאָר, פּסח צום סדר; ניטאָ קײן װײַן, טרינקט ער ראָזשינקעס, טרינקט ער מעד, טרינקט ער באָרשט, עפּעס מוז ער דאָך טרינקען צו די