פֿון כּתרילעװקע: לאַטקעס של חנוכּה

שלום עליכם (אַלע װערק)

לאַטקעס של חנוכּה: אַ באַשרײַבונג

א

אין דער שטאָט קאַפּעלישל, װאָס אין דער סבֿיבֿה פֿון מאַזעפּעװקע, ניט װײַט פֿון יעהופּעץ, װאָס רעכנט זיך צו פּאָלעסיע, גײט אַרום אַ טאָג פֿאַר חנוכּה פֿון שטוב צו שטוב פֿאַנפֿאָלי דער שמשׂ מיט אַ לאַנגן שטעקן און מיט אַ לאַמטערן און רופֿט צונױף די „גאַנצע שטאָט“ צום ערשטן ליכטל אין „הױף“ אַרײַן אױף לאַטקעס. הײסן הײסט פֿאַנפֿאָלי, אײגנטלעך, ישׂראלי, נאָר רופֿן רופֿט מען אים „פֿאַנפֿאָלי“ דערפֿאַר, װאָס ער פֿאָנפֿעט מחילה שטאַרק אונטער דער נאָז און זאָגט:

― מע האָט אײַך הענאָזט בעטן אין „הױף“ אַנײַן צום ענשטן נעכטל אױף נאַטקעס של חנוכּה!

און נאָר אין דער שטאָט קאַפּעלישל, װוּ אַ מינדסט קינד קען פֿאַנפֿאָלי דעם שמשׂ, קאָן מען זיך שטױסן, אַז דאָס הײסט:

― מע האָט אײַך געלאָזט בעטן אין „הױף“ אַרײַן צום ערשטן ליכטל אױף לאַטקעס של חנוכּה.

דער נאָמען „לאַטקעס של חנוכּה“ געהערט טאַקע צו פֿאַנפֿאָלין; דאָס האָט ער אַלײן טאַקע צוגעזעצט די צװײ װערטער „של חנוכּה“, װאָס ער זאָגט זײ פֿון יאָר צו יאָר מיטן זעלבן ניגון, װאָס מע בענטשט חנוכּה־ליכטלעך, און דאָס אין אײנעם מיט זײַן פֿאָנפֿעװאַטע לשון, אַז ער זינגט נאָך אַביסל צו, האָט דאָס טאַקע דעם זיבעטן חן. די שטאָט קאַפּעלישל װערט דערפֿון נישט נתפּעל. די שטאָט קאַפּעלישל איז שױן דערצו געװױנט, װאָרעם אַזױ איז געװען פֿאַר אַ יאָרן, אין דער צײַט, אַזױ איז געװען פֿאַר צװײ יאָרן, פֿאַר דרײַ יאָרן און אַלע יאָרן חנוכּה. און אַזױ װעט מסתּמא זײַן, אם ירצה השם, אױך איבער אַ יאָר און איבער צװײ יאָר און איבער דרײַ יאָר און אַלע יאָר, כּל־זמן דער „הױף“ װעט זײַן „הױף“, די נגידים װעלן זײַן נגידים און די שטאָט קאַפּעלישל װעט באַשטײן פֿון קבצנים, דלפֿנים, עניים ואבֿיונים, דליתים און כּתריליקעס וכדומה נאָך אַזעלכע מינים אָרעמע לײַט, װאָס האָבן דאָרט יתרוס נעמען און װאָס דרײען זיך כּמעט אַלע אַרום „הױף“ און װאָס ציִען כּמעט אַלע פֿונעם „הױף“ זײער פּרנסה, מישטײנס געזאָגט… סײַדן טאָמער חלילה דרײט זיך איבער דאָס רעדל, און די נגידים װערן אױס נגידים, און די קבצנים װערן אױס קבצנים. נאָר דאָס איז אַ זאַך, װאָס סע קאָן ניט זײַן: מסתּמא װעט זיך דאָס רעדל מיט גאָטס הילף אַזױ גיך ניט איבערדרײען; די נגידים װעלן, אם ירצה השם, בלײַבן נגידים, און די קבצנים װעלן בלײַבן קבצנים, ועולם כּמנהגו נוהג ― אַזױ איז דער מינהג פֿון דער װעלט, אַז געלט גײט צו געלט, און צום שלימזל ― שלימזל.

צו די דאָזיקע „לאַטקעס של חנוכּה“ גרײטן זיך אַלע: אי דער „הױף“, אי „די שטאָט“ דאָס הײסט ― אַלע באָיאַנער חסידים. דער „הױף“ קױלעט גענדז, פּרעגלט שמאַלץ, קױפֿט מעל און הײװן און ראָשטשינעט לאַטקעס, און „די שטאָט“, דאָס הײסט די באָיאַנער חסידים, ריכטן זיך שױן לאַנג אױף דער סעודה, װאָס מע גרײט זיך אין „הױף“. קײנער טאָר ניט פּערעבענדעװען אין דער הײם מיטן עסן, געפֿינען אַ חסרון אױפֿן װאַרמעס, פֿרעגן, צי ס'איז דאָ װעטשערע:

― מאָרגן, אם ירצה השם, אין „הױף“ װעט מען דיר פֿאַרבעסערן. אַזױ זאָגן די װײַבער צו זײערע מאַנען און זײַנען זײ מקנא, װאָס זײ זײַנען מאַנצבילן, זײַנען גרײט זיך בײַטן מיט זײ, נישט נאָר אױף חנוכּה ― אַפֿילו אױף נאָך חנוכּה און אױף נאָך פּורים, און אַפֿילו אױף שטענדיק.

מער פֿון אַלע איז ערבֿ חנוכּה פֿאַרטאַרעראַמט, געװײנטלעך, די נגידית הצנועה מרת ראַציל שתּחיה. אײגנטלעך, איז הצנועה מרת ראַציל שתּחיה אַלע מאָל פֿאַרטאַרעראַמט אין קיך און אין קאַמער און אין די ספּיזשאַרניעס, האָט פֿײַנט זיצן צונױפֿגעלײגט די הענט און קאָן ניט לײַדן, אַז יענער גײט אַרום אָן אַן אַרבעט. די אַלע, װאָס דרײען זיך אַרום „הױף“, װײסן שױן פֿריִער, אַז װען מען זאָל ניט אַרײַנקומען צו איר אין

שטוב אַרײַן, װעט זי געפֿינען פֿון איטלעכנס װעגן עפּעס אַן אַרבעט: פֿאָלגן אַ גאַנג אין מאַרק אַרײַן, אַ שפּרונג טאָן אױף אײן פֿוס אין דער אַפּטײק, העלפֿן איבערהענגען דעם זײגער פֿון אײן װאַנט אױף דעך אַנדערער, צורעכט מאַכן דאָס פֿיסל פֿונעם טיש, פֿאַרקלעפּן די פֿענצטער אױפֿן װינטער, מאַכן אַ קריזשיק צו דער דײזשע אוגערקעס ― קאַרג זאַכן געפֿינען זיך אין באַלעבאַטישקײט? האָט קײן יסורים ניט, הצנועה מרת ראַציל שתּחיה פֿאַרשטײט װעמען װאָס פֿאַר אַן אַרבעט עס פּאַסט. זי װעט ניט פֿאַרלאַנגען, למשל, פֿון אַלטער גאָרגל, ער זאָל אַרױפֿקלעטערן אױפֿן בױדעם אַכטונג געבן, צי דער פּיטשניק האָט גוט פֿאַרשמירט די לעזשנעס אָדער פֿון שואליק טראַסק, ער זאָל זיך מטריח זײַן אונטערן אױװן אַ קוק טאָן, צי די עופֿות לײגן זיך, צי נײן?… דערפֿאַר אָבער לאָז אַרײַנקומען צו איר אַ בחורל טאַקע פֿון דער משפּחה, ער קאָן זיך זײַן אַ חתן, פֿונדעסטװעגן מעג אים אָנשטײן, נישקשה, זיך צוזעצן אױף אַ װײַלע, צענעמען די הענט און העלפֿן דער מומע ראַצלען אָפּװיקלען אַ פּאַסמע באַװעלעך. און װער שמועסט, אַז סע קומט אַרײַן אַזעלכער, װאָס קען אין די קלײנע אותיות, איז ער ניט קלײן איבערלײענען איר אַלע סיגנאַטורקעס, װאָס די דאָקטױרים האָבן איר אַ מאָל פֿאַרשריבן. מיט אײנעם װאָרט: איטלעכער מענטש איז מחויבֿ, יענער זאָל פֿון אים האָבן עפּעס אַ נוץ.

מער פֿון אַלעמען קומען איר צו נוץ די מלמדים װאָס אין „הױף“. מיט זײ טוט הצנועה מרת ראַצל שתּחיה כּל עבֿודת־פּרך ― פֿון דער פּאָמעניצע אַרױסגיסן ביז די עופֿות אָפּטראָגן צום שוחט. און אַפֿילו די קאַץ פֿאַרבינדן אין אַ זאַק און פֿאַרטראָגן הינטער דעך שטאָט, זי זאָל מכּות קומען צוריק ― דאָס מעג טאָן נישט נאָר דער דרדקי, אַפֿילו דער גמרא־מלמד.

ב

די אַלע אױסגערעכנטע פּאַרשױנען דרײען זיך אַרום אין „הױף“ און באַדינען די נגידים אָדער מחמת געטרײַשאַפֿט, אָדער מחמת נױט. צװישן זײ איז פֿאַראַן דאָרטן אײנער אַ פּאַרשױן, װאָס שפּילט אין „הױף“ די ראָל פֿון אַ ראָש־וראשון און פֿון אַ כּל־ולך, און דערפֿאַר טאַקע רופֿט מען אים אין קאַפּעלישל „נתי כּל־ולך“. װאָס אײגנטלעך איז די עובֿדה זײַנע אין „הױף“? ― דאָס לאָזט זיך ניט זאָגן. ער איז אַ טוער, אַ מאַכער, אַ טענצער, אַ יועץ, אַ סאַרװער, אַ הערט־ער, אַ זאָגט ער ― בקיצור, אַ „כּל־ולך“ און גענוג! װיל דער „הױף“ עפּעס דורכפֿירן אין שטאָט, שיקט מען רופֿן נתין און מע הײסט אים, ער זאָל אַזױ און אַזױ… דאַרף די שטאָט עפּעס דורכפֿירן אין „הױף“, קומט מען צו נתין און מע זאָגט אים דאָס און דאָס… צי פּועלט דער „הױף“ בײַ דער שטאָט אַלצדינג, װאָס ער װיל ― דאָס איז קײן ספֿק ניט, װאָרעם פֿון װאַנען לעבט דען די שטאָט, אַז ניט פֿונעם „הױף“? נאָר צי פּועלט די שטאָט בײַם „הױף“ ― דאָס װעל איך אײַך ניט זאָגן. האַלב פּועלט די שטאָט אַלע מאָל, װאָרעם דער „הױף“ האָט פֿון תּמיד אָן אײן תּירוץ: „„לאָז די שטאָט געבן די העלפֿט, װעלן מיר געבן די אַנדערע העלפֿט“… אי פֿײַן, אי קלוג, אי לײַטיש, אי נישטאָ צו װאָס צו טשעפּען זיך…

― װאָס האָב איך אײַך געזאָגט? ― מאַכט נאָכדעם נתי כּל־ולך צו דער שטאָט מיט אַ צוקער־זיס שמײכעלע און מיט אַ מאָדנעם ניגון און בײגט זיך אײַן בשעת־מעשׂה אין דרײַען: ― אַדרבא, גיט מיר די העלפֿט, װעלן זײ געבן די אַנדערע העלפֿט, אם ירצה השם, מיט גאָטס הילף…

די שטאָט װײס גאַנץ גוט, אַז ס'איז שקר־וכּזבֿ, און נתי אַלײן װײס אױך, אַז די שטאָט װײס, אַז ס'איז שקר־וכּזבֿ, נאָר נתי טוט דאָס דערפֿאַר, װײַל ער איז אַ ניכנע דעם „הױף“, אַן עבֿד־כּנעני, איבערגעגעבן ממש מיט לײַב און לעבן און מיט אַן אמת, װאָרעם זינט נתי כּל־ולך איז אַ „כּל־ולך“ אין „הױף“, געדענקט נישט קײנער, און ער אַלײן אױך נישט, אַז ער זאָל זיך מאַכן אַן אײגענע קאַפּאָטע, אָדער אַ פּאַלטאָ, אָדער אַפֿילו, איך בעט איבער אײַער כּבֿוד, אַ פּאָר הױזן ― אַלצדינג פֿונעם „הױף“, אַלצדינג פֿונעם „הױף“. און דער „הױף“ װײס, אַז נתי כּל־ולך איז זײ געטרײַ, װי אַ געטרײַער הונט, איבערגעגעבן מיט לײַב און לעבן. דער „הױף“ װײס, אַז נתי װעט נישט דערלאָזן, עמעצער זאָל עפּעס הנאה האָבן פֿונעם „הױף“ מער װיפֿל מע באַדאַרף… די נגידים אין דער שטאָט קאַפּעלישל הײסן „די שטײנער“, און נתי ― „דער שומר פֿון די שטײנער“, און מע האָט אים פֿײַנט און מע איז אים דם־שׂונאים, דערפֿאַר, װאָס ער היט די „שטײנער“, ליגט װי אַ הונט אױף אַ װאָגן הײ, און מע האָט פֿאַר אים דרך־ארץ, דערפֿאַר, װאָס ער איז אַ חשובֿ בײַ „די שטײנער“, כּל־ולך אין „הױף“.

ג

נתי כּל־ולך איז אַ מענטש אַן אינעװײניקסטער, װײס אַלצדינג, װאָס אינעװײניק טוט זיך, האָרכט אַלצדינג, װאָס די נגידים רײדן צװישן זיך אײנס אױף דאָס אַנדערע, װערט געװױר פֿריִער פֿון אַלעמען פֿון די אינטריגעס, װאָס קומען דאָרטן פֿאָר, לײגט־צו אַן אױער װוּ מע באַדאַרף און קאָן האַלטן מױל. פֿאַר נתין שעמט מען זיך ניט און מע קאָן רײדן װאָס מע װיל.

נתי כּל־ולך איז אַ מענטש אַן אױסװײניקסטער, װײס װאָס אין שטאָט טוט זיך, האָרכט זיך צו װאָס מע רעדט, טראָגט אַרױס פֿון „הױף“ אין דער שטאָט אַרײַן אַלצדינג, װאָס סע פּאַסט, די שטאָט זאָל עס װיסן, דערצײלט כּלומרשט אַזױ זיך, פֿאַרבײַגײענדיק, כּמסיח־לפֿי־תּומו, די גרױסקײט פֿונעם „הױף“, דאָס עשירות פֿון „די שטײנער“, זײערע צדקות, װאָס זײ צעטײלן, מיט זײערע אַלע מעשׂים־טובֿים.

נתי כּל־ולך, מחמת ער איז אַ מענטש אי אַן אינעװײניקסטער, אי אַן אױסװײניקסטער װײס ער אַלצדינג, װאָס אין שטאָט טוט זיך, װוּ אַ נײַס און װוּ אַ פּאָטשט, טראָגט אָפּ אין „הױף“ אַרײַן אַלע פּליאָטקעס מיט אַלע רכילותן, קומט צו גײן אַלע מאָל מיט גאַנצע פּעק נײַס, פֿרעמדע און אײגענע, דאָס הײסט, אַזעלכע, װאָס ניט געשטױגן, ניט געפֿלױגן, און דאָס האָט ליב דער „הױף“.

― נתי, דערצײל װאָס הערט זיך עפּעס נײַס?

און נתי דערצײלט, און דער „הױף“ הערט זיך אײַן און לאַכט און קװעלט און לעקט די פֿינגער.

נתי כּל־ולך װײס װוּ אײַן און װוּ אױס. אַז עס גײט אים אױס שטאָף, טראַכט ער אױס אַ נעכטיקן טאָג, פֿירט צונױף אַ װאַנט מיט אַ װאַנט, מאַכט אָן מחלוקת צװישן „הױף“ און צװישן דער שטאָט, פֿאַרפּלאָנטערט אַן אינטריגע, װאָס דערגײט צו זידלערײַען, צו מסירות און צו פּעטש, און ער אַלײן טאַקע װערט נאָכדעם דער מתװך, גיט צו פֿאַרשטײן דער שטאָט, װי אַן עכטער דיפּלאָמאַט, אַז מע באַדאַרף זיך מיטן „הױף“ ניט קריגן. פֿאָרט אַ „הױף“, װאָס פֿון אים לעבן, קײן עין־הרע, אַזױ פֿיל ייִדן… און נתי געפֿינט אַ פּשרה, מאַכט אַ שלום, ביז דעם נײַעם קריג.

נתי כּל־ולך האָט צו שאַפֿן אין „הױף“ איבער אַלצדינג: איבער די מלמדים, איבער די פֿערד און װעגעלעך און איבער די דינסטן. ער טראָגט אױפֿן קאָפּ אַלצדינג: די מצה־שמורה, דאָס גרינס אױף שבֿועות מיטן סכך צו דער סוכּה, די כּפּרות מיט די הושענות מיטן אתרוג ― אומעטום, אין יעדן אָרט, צו יעדער צײַט איז נאָר נתי און נאָר נתי.

― װוּ איז נתי? למאַי זעט מען ניט נתין? גײט צו נתין!

און נתי, אַ ייִדל מיט גרױסע באַנקעװאַטע אױגן, מיט אַ געקרײַזלט קעפּעלע, װי בײַ אַ שעפֿעלע, און מיט אַ גלאַט פּנים װאָס סע װיל ניט װאַקסן אױף דעם קײן באָרד, אַ חוץ צװײ־דרײַ רױטע פֿעדעמלעך, איז תּמיד פֿאַרטאַרעראַמט, האָט שטענדיק קײן צײַט ניט, לױפֿט אַרום, װי אַ פֿאַרסמטע מױז, שװיצט און אַרבעט געשמאַק, דינט געטרײַ, טוט אַלצדינג ערנסט, מיט כּװנה „לשמה“.

ד

נתיס גרױסקײט מיט נתיס גבֿורות מיט נתיס בריהשאַפֿט זעט מען אַרױס ערשט דעמאָלט, װען אין „הױף“ איז עפּעס אַ שׂימחה, אַ חתונה, אַ ברית, אַ קנס־מאָל, אַ פּדיון־הבן, אַ בר־מיצװה, אַ סעודה, אַ קערמעשל און גלאַט אַ יום־טובֿ. דעמאָלט פֿאַרשטעקט נתי די פּאָלעס, פֿאַרקאַטשעט די אַרבל ביז די עלנבױגנס, מאַכט מיט הענט און קאָמאַנדעװעט.

מײנט ניט, אַז קאָמאַנדעװען, שאַפֿן זיך מיט יענעם, איז אַ קלײניקײט. קאָמאַנדעװען דאַרף מען קאָנען, קאָמאַנדעװען הײסט ― אַלײן נישט טאָן גאָרניט, פֿון דאַנען אַהין, פֿאַרלאָזן זיך אױף יענעם, נאָר די גאַנצע װעלט באַדאַרף זען, אַז סע טוט זיך און סע אַרבעט זיך און סע קאָכט זיך. אָנקוקן נתין ערבֿ פּסח בשעת אַרײַנפֿירן די מצה־שמורה אין „הױף“ אַרײַן ― מעג מען גײן אױף חידושים. אײַנגעבױגן אין דרײַען, לױפֿט ער אַרום הין און צוריק, מאַכט מיט הענט און שרײַט אױף עטלעכע לשונות מיט אַ מאָל:

― פּאַװאָליע, רב יענקל! סטעראָזשנעстерожне: פֿאָרזיכטיק, מיקיטאַ! היט זיך מנשה! זרוקאַמיзрукамі: מיט דער האַנט חלילה!

ערבֿ שבֿועות, אַז ער באַדאַרף פֿאַרזאָרגן דעם גאַנצן „הױף“ מיט גרינס, שילט ער די גױים אױף װאָס די װעלט שטײט:

― װאָזמי טאָבי טשאָרטвозьми тобі чорт: דער רוח כאַפּ דיך, אָדער כאָלעראַ נאַ טװאָיו האָלאָװעхолера на твою голове: אַ כאָלעריע אױף דײַן קאָפּ!

און ערבֿ יום־כּיפּור, בשעת קױלען די כּפּרות, קױלעט ער זיך מיט די שוחטים: ― איך פֿרעג אײַך, זאָגט מיר, אַדרבא, װער איז בילכער: דער „הױף“, צי די שטאָט? נײן, איך מײן טאַקע באמת, אַדרבא!

און ערבֿ סוכּות, בשעת בױען און דעקן און אױסהענגען די סוכּה, ― דעמאָלט טרעט ער ניט אָפּ פֿון דער אַרבעט אױף קײן מינוט, טרײַבט איטלעכן באַזונדער אין האַלדז און נאַקן:

― גיכער! שװידקאָшвидко: גיך! רירט זיך! ניט אַזױ! מיקיטאַ! נישקאָם־טישקאָםнишком-тишком: שטיל! אָט אַזױ! בן־ציון! העכער! לײמענער גולם!

און אױך חנוכּה צום ערשטן ליכטל איז נתי כּל־ולך פֿול מיט אַרבעט, װי להבֿדיל, אַ פֿעלדמאַרשאַל, בשעת ער באַדאַרף אַרױסטרעטן מיטן חײל אין דער מלחמה. אַ קלײניקײט ― מע האָט צונױפֿגערופֿן אַ שטאָט מיט ייִדן, באָיאַנער חסידים, צונױפֿגעטריבן, קײן עין־הרע, אַזױ פֿיל אָרעמע לײַט, און ער, אײן מענטש אַלײן, באַדאַרף פֿאַרזאָרגן אַלעמען מיט ערטער, מיט טעלער, מיט גאָפּלען און מיט מעסערס. אמת, ער האָט גענוג העלפֿערס: אַלע דינסטן, מיט אַלע משרתים, די ייִדישע און די גױיִשע, מיט אַלע מלמדים פֿונעם „הױף“, מיט גלאַט ייִדן און װײַבער, װאָס דרײען זיך אין „הױף“ און אַרום „הױף“, לעקן און שמעקן, כאַפּן אַ מאָל אַ פֿאַרדינסטל, אַ מאָל אַ גמילות־חסד און אַ מאָל גלאַט, ניט אױסגערעדט זאָל זײַן, אַ נדבֿה, אַן אַלט מלבושל, אַ ביסל מעל אױף שבת, שמאַלץ אױף יום־טובֿ אָדער אײַנגעמאַכטס אױף אַ רפֿואה. פֿון די דאָזיקע פּאַרשױנען האָט נתי אַ גאַנצע אַרמײ העלפֿערס, װאָס קריכן אין דער ערד אַרײַן, זײַנען זיך מחיה, װאָס זײ קומען אױך אַ מאָל צו נוץ. די דאָזיקע אַרמײ אַרבעט געטרײַ, װאָרעם זי איז הונגעריק, און נתי דער פֿעלדמאַרשאַל, אונטערגעשטעקט די קאַפּאָטע און פֿאַרקאַטשעט אַרבל, קאָמאַנדעװעט אױף אַ קול:

― רב אַבֿרהם־זלמן, אַהער צו צו! אַ טעלער אױף צװײען! פּעסל, די זאַלץ! לחײם, רב חײם! מיקיטאַ, װאָזמי טאָבי טשאָרט! רב פּײסי, רב פּײסי, נעםדי באָיאַנער חסידים צװישן זיך אירצן זיך ניט, זאָגן אײנס דעם אַנדערן „דו“. אַביסל, מהיכא־תּיתי! מיט די ידים, רב זרח! אױסגעגאַנגען גאָפּלען! רב שעפּסל, רב שעפּסל, אַנו נעם קאָרשט אַ שנעפּסל! דינסטן! סאַרװערס! נאָך לאַטקעס!

און דער עולם, באָיאַנער חסידים, צום מײנסטן אָרעמע לײַט, קבצנים, דלפֿנים, עניים ואבֿיונים, דליתים און כּתריליקעס, האָבן זיך צוגעכאַפּט צו די „לאַטקעס של חנוכּה“, עסן גאַנץ געשמאַק, טונקען די הײסע מחיהדיקע לאַטקעס אין דער פֿרישער שמעקנדיקער שמאַלץ, און דער ריח צעגײט זיך אין אַלע אבֿרים, און דער טעם איז טעם גן־עדן, און דער בראָנפֿן איז שטאַרקער בראָנפֿן, פֿאַרקאָכט בײַם האַרצן, עס שטעלן זיך אַזש טרערן אין די אױגן, און נתי כּל־ולך, דער פֿעלדמאַרשאַל, קאָמאַנדעװעט:

― טרינקט, ייִדן, לחײם, און פֿאַרבײַסט מיט הײסע לאַטקעס של חנוכּה!

ה

און דאָרטן, אױבנאָן, זיצט דער „הױף“, דער גאַנצער „הױף“, און קלײַבט נחת. אַלע ברידער, די „שטײנער“, מיט אַלע שװאָגערס, אַלע זײערע זין מיט אַלע אײדעמס, קײן עין־הרע, אײנס און אײנס, אַלע שײנע ייִדן, אַלע באָיאַנער חסידים, אַלע אָנגעטאָן יום־טובֿדיק, אין זײַדענע קאַפּאָטקעלעך, קײַלעכיקע יאַרמלקעלעך, אױסגעפּוצטע שטיװלעך; און די װײַבער, די יפֿת־תּוארס ― באַזונדער, געװײנטלעך, אַרום אַ טיש, אַלע אײַנגעטונקען אין סאַמעט און אין זײַד, אַלע באַהאָנגען מיט גאָלד, מיט פּערל, מיט דימענטן און בריליאַנטן.

― נתי, װוּ ביסטו ערגעץ אין אַל־די גוטע יאָר? נתי, קום נאָר אַהער, נתי!

קומט צו לױפֿן נתי, אײַנגעבױגן אין דרײַען.

― האַ? װאָס? װאָס איז?

― װאָס זיצט עפּעס דער עולם אַזױ דאָסיק? זע נאָר, סע זאָל װערן אַ ביסל דאָסיקער!…

און נתי, װאָס פֿאַרשטײט אַלע מאָל אױפֿן װוּנק, שטױסט זיך אָן װאָס מע מײנט, װאָס דער „הױף“ פֿאַרלאַנגט, און טוט זיך אַ לאָז טיף אין עולם אַרײַן, און רױמט אײַן אַ סוד אין אױער װעמען מע באַדאַרף, ― דערױף האָט שױן נתי זײַנע לײַט: די שוחטים, מיט די רבנים, מיט די מלמדים, מיט די איבעריקע טענצערס, װאָס טאַנצן אַרום „הױף“ ; למשל, אַ מין ירחמיאל קאָלעקטאָר, אפֿרים כאַיאָל, הערשקע פֿײַפֿער, אַלטער גאָרגל, שואליק טראַסק, וכדומה נאָך אַזעלכע לײַט, װאָס זײַנען נעבעך גרײט אַלע מאָל, צו יעדער צײַט, אַפֿילו אין מיטן האַלבע נאַכט, צוליב פּרנסה, זיך נעמען מיטן גראָבן פֿינגער פֿאַרן גאָרגל, זינגען דעם אמתן באָיאַנער ניגון און פֿרײלעך מאַכן דעם „הױף“ לכּבֿוד די געסט און לכּבֿוד יום־טובֿ און לכּבֿוד די „לאַטקעס של חנוכּה“.

אױך דער גאַנצער איבעריקער עולם באָיאַנער חסידים העלפֿט כּלומרשט זינגען, נאָר בשעת־מעשׂה ליגט זײ גאָר דער קאָפּ ערגעץ װײס איך װוּ, אין דער הײם, בײַ די אָנגעברוגזטע װײַבער, אַז אָך און װײ איז צו זײערע יאָרן, און בײַ די הונגעריקע קינדער נעבעך, װאָס קערן שױן ליגן מיט לײדיקע מאָגנס אױף זײערע געלעגערס און עס חלומען זיך זײ מסתּמא בעטלערס… אױ־װײ עס הײבט זײ גאָר נישט אָן צו נעמען קײן געזאַנג אַצינד, נאָר זײ מוזן, זײ מוזן אונטערשטופּן די קאַרעטע, װאָרעם נתי כּל־ולך טרײַבט זײ אונטער, ער פּליעסקעט מיט די הענט, העצקעט זיך און טענצלט זיך און שרײַט:

― פֿרײלעך, ייִדן, שטאַרקער!

און בשעת־מעשׂה דערלאַנגט ער זײַנע אַדיוטאַנטן, די שוחטים מיט די מלמדים מיט די מקבלים, דעם אַ רוק אין זײַט אַרײַן, דעם אַ סטוסאַק אין האַלדז אַרײַן, אַזױ לאַנג, ביז מע נעמט זיך פֿאַר די הענט, מע מאַכט אַ גרױסע ראָד און מע גײט אַ ריקודל, מע נעמט אַרײַן אױך די נגידים, די „שטײנער“, אין קאָן אַרײַן, מע טופּעט און מע העפּעט און מע פּליעסקעט מיט די הענט, און אין מיטן דער ראָד שפּרינגט עפּעס אײנער אַ נפֿש און װאַרפֿט זיך מיט הענט און מיט פֿיס, מע זעט נאָר פֿיס פֿליִען אין דער לופֿטן, פֿיס אָן אַ שיעור פֿיס, און צװײ הענט טעלעבענדען זיך אין דער הײך מיט װײַסע אַרבל, און אַ געקרײַזלט קעפּעלע, װי בײַ אַ שעפֿעלע, שעמערירט אין די אױגן, און אַ קול הערט זיך פֿונעם דאָזיקן נפֿש ― שױן הײזעריק אַזש:

― פֿרײלעך, ייִדן, שטאַרקער!

מע זינגט און מע פּליעסקעט, מע טופּעט און מע העפּעט אַזױ לאַנג, ביז מע מידט זיך אײַן, און מע נעמט נאָך אַ מאָל צו ביסלעך משקה, און מע טרינקט לחײם צו די נגידים, צו די „שטײנער“, מע װינטשעװעט זײ אַל־דאָס־גוטס מיט פֿיל נחת מיט אַ סך עשירות, און מע פּאַטשט זיך אין די פּלײצעס, און מע זאָגט זיך אײנס דאָס אַנדערע שטעכװערטלעך, און מע לאַכט, מען איז כּלומרשט פֿרײלעך, אױפֿגעלײגט, יום־טובֿדיק, גלײַך װי עס גײט זײ גאָרנישט אָפּ, גלײַך װי ס'איז זײ גוט װי די װעלט…

און דאָרטן, אױבן־אָן, זיצט דער „הױף“, דער גאַנצער „הױף“, און קלײַבט נחת ― אַלע ברידער, די „שטײנער“, מיט אַלע שװאָגערס, מיט אַלע זײערע זין און מיט אַלע אײדעמס, קײן עין־הרע, אײנס און אײנס, אַלע שײנע ייִדן, אַלע באָיאַנער חסידים, אַלע אָנגעטאָן יום־טובֿדיק, אין זײַדענע קאַפּאָטקעלעך, קײַלעכיקע יאַרמלקעלעך, אױסגעפּוצטע שטיװלעך; און די װײַבער, די יפֿת־תּוארס, ― באַזונדער, געװײנטלעך, אַרום אַ טיש, אַלע אײַנגעטונקען אין סאַמעט און אין זײַד, אַלע באַהאַנגען מיט גאָלד, מיט פּערל, מיט דימענטן און בריליאַנטן.

שפּעט אין דער נאַכט געזעגנט זיך אָפּ די שטאָט מיטן „הױף“.

― אַ גוטע נאַכט, און אַ גוטן יום־טובֿ, און אַ גוטן תּמיד, און זײַט געזונט, און דערלעבט איבער אַ יאָר מיט אײַערע װײַב און קינדער, און איר זאָלט זײַן רײַכער, און איר זאָלט האָבן פֿיל נחת, און מיר זאָלן אַלע מאָל גײן צו אײַך אױף שׂימחות!

און דער „הױף“ זיצט און הערט־אױס די װינטשעװאַניעס גאַנץ קאַלטבלוטיק, און ענטפֿערט אײנעם איבערן צענטן:

― גם אַתּם! גם אַתּם!

און די שטאָט שטופּט זיך צום „הױף“, הערט נישט אױף צו װינטשעװען אַלע אױף אײן שניט, אַלע מיט אײן נשמה, און קײנעם פֿאַלט ניט אײַן אױף דער מחשבֿה, ער זאָל איבערבײַטן די װינטשעװאַניע אָט אַזױ, למשל:

― אַ גוטע נאַכט, און אַ גוטן יום־טובֿ, און אַ גוטן תּמיד, און לאָמיר אױך זײַן געזונט, און לאָמיר אױך דערלעבן איבער אַ יאָר מיט אונדזערע װײַב און קינדער, און לאָמיר זײַן רײַכער פֿון אײַך, און לאָמיר אױך האָבן נחת, און גײט איר צו אונדז אױף שׂימחות!…

ו

דער זײגער האָט שױן לאַנג אױסגעשלאָגן האַלבע נאַכט, און דער „הױף“ ליגט שױן לאַנג און שלאָפֿט מיטן זיסן שלאָף, און דאָרט אינדרױסן, אױפֿן באַרג פֿון דער שטאָט קאַפּעלישל, שלעפּן זיך נאָך עטלעכע ייִדן, באָיאַנער חסידים, מיט צעריסענע טולעפּלעך, װאָס גײען

פֿונעם „הױף“, פֿון די „לאַטקעס של חנוכּה“. דער טיף־אױסגעפֿאַלענער קלאָר־װײַסער שנײ סקריפּעט אונטער זײערע פֿיס און די זילבער־װײַסע לבֿנה באַלײַכט די פֿאַרפֿינצטערטע פּנימער פֿון די אָרעמע ייִדן, װאָס גײען אָנגעבױגן, און דעם דאָזיקן קלאָר־װײַסן שנײ, װאָס גלאַנצט אין די אױגן װי דימענטן, פֿינקלט װי בריליאַנטן.

„װאָס װאָלט, אַ שטײגער, געאַרט דעם רבונו־של־עולם, ― אַזױ טראַכטן זיך די דאָזיקע אָרעמע ייִדן ― װען, למשל, די דאָזיקע שנײעלעך זאָלן טאַקע זײַן אמתע דימענטן און אמתע בריליאַנטן? מע בײגט זיך אָן און מע נעמט אָן פֿולע זשמעניעס און מע שטופּט אָן אַלע קעשענעס און מע קומט אַהײם און מע זאָגט צום װײַב: „נאַ דיר, אסתּר, טו מיט דעם, װי דו פֿאַרשטײסט. װילסטו ― מאַך דיר דערפֿון צירונג, װילסטו ― מאַך דיר דערפֿון געלט, װילסטו ― מאַך דיר דערפֿון בײדע זאַכן, אַבי לאָז מיך צו רו, איך זאָל פֿאַרשפּאָרן אָנקומען צום „הױף“ און צו די „שטײנער“, און צו נתי כּל־ולך, און צו זײערע לאַטקעס, װי מיר זאָגן אַלע טאָג אינעם בענטשן: „ואל תּצריכנו לידי מתּנת בשׂר ודם“…

פּלוצעם הערט זיך אַ קול אין דער שטילשװײַגעניש פֿון דער נאַכט:

― ס'זאָל אַ רוח אין זײַן טאַטנס טאַטנס טאַטן אַרײַנגעפֿלױגן װערן ביז אָדם־הראשונען!

דאָס קול איז אַזױ פּלוצעם־אומגעריכט, אַז אַלע ייִדן, װאָס זײַנען ביז אַהער געװען פֿאַרטיפֿט אין גילדענע מחשבֿות, חלומות אױף דער װאָר, טוען זיך אַ װאָרף, קוקן זיך אַרום:

― װעמען איז? װעמען שילטסטו דאָס אַזױ געשמאַק?

― װעמען איך שילט? אָט דעם שײגעץ, דעם כּלבֿ־שבכּלבֿים, ימח־שמו־וזכרו! ער איז ערגער פֿון זײ! ער איז מער שטײן פֿון די „שטײנער“!

― װאָס האָסטו צו אים? נתי איז דער אײגענער קבצן װאָס דו!

― אַ קבצן איז נתי? אױף מיר געזאָגט געװאָרן כאָטש האַלב ביז איבער אַ יאָר אין דער צײַט.

― קײן גרעסערע השׂגה האָסטו גאָר נישט ?

― דערװײַל לאָז מיר גאָט העלפֿן דאָס, און נאָכדעם װעלן מיר שױן זען. ― אָמן, לאָז דיר גאָט העלפֿן, װי דו װינטשט זיך אַלײן.

― אָמן, גם אַתּם!…

און עס װערט װידער שטיל, און די אָרעמע ייִדן, די באָיאַנער חסידים, מיט די צעריסענע טולעפּלעך, טיאָפּקען מיט די פֿיס איבערן טיף־אױסגעפֿאַלענעם קלאָר־װײַסן שנײ; און די זילבער־װײַסע לבֿנה באַלײַכט זײערע פֿינצטערע פּנימער און דעם דאָזיקן קלאָר־װײַסן שנײ, װאָס גלאַנצט אין די אױגן אַזױ װי דימענטן, פֿינקלט װי בריליאַנטן. און די אָרעמע ייִדן פֿאַרטיפֿן זיך װידער אין זײערע גילדענע מחשבֿות, חלומות אױף דער װאָר, נורען זיך אײַן אין די צעריסענע טולעפּלעך און לױפֿן־לױפֿן אַהײם.

געשריבן אין יאָר 1903
קאָנקורענטן
אָ ראָמאַן לכּבֿוד פּורים

א

דעם גאַנצן טאָג פּורים האָט מנשה דער בחור מיט די גרױסע שטיװל געקנאָטן די מאַזעפּעװקער לײמענע בלאָטע, און פּיניע דער אַלמנהס האָט געטיאָפּקעט מיט די קרומע פֿיס.

זײ האָבן געטראָגן שלח־מנות.

מנשה דער בחור האָט געהאַט פּורים אין מאַזעפּעװקע די „גרעסטע פּראַקטיקע“.

ער האָט געהאַט אַ פּאָר היפּשע פֿיס, װאָס האָבן געקאָנט אַרבעטן.

ער האָט געהאַט אַ פּאָר היפּשע הענט, װאָס האָבן געקאָנט טראָגן עטלעכע בעקנס שלח־מנות מיטאַמאָל.

ער האָט געהאַט דערצו אַ געזונטן קאָפּ אױף צו געדענקען, װוּהין מע דאַרף גײן פֿריִער, און װוּהין ― שפּעטער, װוּהין מע דאַרף טראָגן דעם שלח־מנות און װוּהין ― יענעם שלח־מנות.

הײַנט די שטאָט אַלײן באַדאַרף מען קענען ― ס'איז אױך נישט קײן קלײניקײט.

און װאָס װעט איר זאָגן מכּוח „פֿאַרבײַטן די יוצרות“?

װאָס פֿאַר אַ פּנים װעט איר, אַ שטײגער, האָבן, אַז איר װעט רבֿקהס שלח־מנות, װאָס איר דאַרפֿט אָפּטראָגן צו לאהן, אַװעקטראָגן צוריק צו רבֿקהן, אָדער פֿאַרקערט?

איר מײנט, ס'האָט זיך נישט געטראָפֿן אַזאַ מעשׂה בײַ אונדז אין מאַזעפּעװקע?