פֿון כּתרילעװקע: װעלװל גאַמבעטאַ

שלום עליכם (אַלע װערק)

װעלװל גאַמבעטאַ

א

גאַמבעטאַ איז געװען אַ ייִד, װעלװל איז געװען אַ ייִד; גאַמבעטאַ איז געװען אַ בלינדער אױף אײן אױג, װעלװל איז געװען אַ בלינדער אױף אײן אױג; גאַמבעטאַ איז געװען אַן אַדװאָקאַט, װעלװל איז געװען אַן אַדװאָקאַט. דער גאַנצער חסרון איז, װאָס יענער גאַמבעטאַ איז געזעסן אין פּאַריז, און דער גאַמבעטאַ ― אין כּתרילעװקע. און אפֿשר איז דאָס נאָר אַ מעלה, נישט קײן חסרון? װאָרעם לאָמיר זיך נישט נאַרן, װאָס װאָלט געטאָן, למשל, דער פּאַריזער גאַמבעטאַ אין כּתרילעװקע? און װאָס װאָלט געטאָן דער כּתרילעװקער גאַמבעטאַ אין פּאַריז? אַ סך גלײַכער, װאָס דער פּאַריזער גאַמבעטאַ איז געבליבן זיצן אין פּאַריז, און דער כּתרילעװקער גאַמבעטאַ איז געבליבן זיצן אין כּתרילעװקע און זיצט דאָרט אפֿשר עד־היום־הזה.

ערשטנס, האָט ער בײַ אונדז אַ נאָמען פֿון דעם גרעסטן קאָפּ־מענטש; ער זאָל נישט זײַן קײן ייִד, װאָלט ער געװען, זאָגט מען, אַ מיניסטער; און מיר דאַכט זיך, אַז ס'איז אַ סך געזינטער, אַז מע זאָגט אױף אַ מענטשן, אַז ער װאָלט געקאָנט זײַן, אײדער אַז ער איז שױן, װאָרעם אַז יענער איז שױן, איז ער שױן, און דער װאָס איז נאָך נישט, קאָן נאָך זײַן; ער האָט ביד, הײסט ער… והשנית, האָט ער בײַ אונדז שײן פּרנסה און דװקא בכּבֿוד. דאָס הײסט, נישט אַלעמאָל בכּבֿוד, װאָרעם אַ מאָל מאַכט זיך, מע האָט בזיונות אױך, נאָר מיט װעמען מאַכט זיך נישט קײן בזיונות? װער קאָן זיך דאָס באַרימען, אַז ער האָט אױף זײַן לעבן נישט געהאַט קײן אומכּבֿוד? װוּ איז דאָס דער חכם און דער בריה, װאָס קאָן מאַכן אַזױ, אַז ער זאָל קײנמאָל פֿון קײנעם קײן בזיון נישט האָבן? איך רײד שױן נישט פֿון פּעטש: קײן מענטש אױף דער װעלט איז נישט באַװאָרנט פֿון אַן אומגעריכטן פּאַטש… פֿאַר װאָס איז מיר גראָד געקומען אױף די געדאַנקען פּעטש? װײַל די דאָזיקע מעשׂה הײבט זיך אָן מיט פּעטש, און װען נישט קײן פּעטש, װאָלט װעלװל נישט געװען בלינד אױף אײן אױג, און װאָלט נישט געװען קײן אַדװאָקאַט, און װאָלט נישט געהײסן „װעלװל גאַמבעטאַ“, און איך װאָלט נישט געהאַט װאָס צו שרײַבן, דער דרוקער װאָלט נישט געהאַט װאָס צו דרוקן, און איר װאָלט נישט געהאַט װאָס צו לײענען. אַצינד, אַז גאָט האָט געטאָן אַ נס און ס'איז געװען פּעטש, האָט מען װעלװלען אַרױסגעזעצט אַן אױג, איז ער געװאָרן אַן אַדװאָקאַט, און מע האָט אים אַ נאָמען געגעבן „גאַמבעטאַ“, און איך האָב, ברוך־השם, װאָס צו שרײַבן, און דער דרוקער האָט װאָס צו דרוקן, און איר האָט װאָס צו לײענען, ― געלױבט זאָל זײַן דער נאָמען פֿון דעם, װאָס לעבט אײביק און אױף אַלע מאָל, אָמן.

ב

איך װײס, װיבאַלד איר הערט, מע רעדט פֿון פּעטש, פֿון ייִדישע פּעטש, אַזױ קומט אײַך אױפֿן זינען אַ שול, גבאָים, אַתּה־הראית… װאָרעם װוּ דען קאָנען ייִדן שלאָגן זיך, אַן נישט אין קײן מקום־קדוש? װען דען קאָנען ייִדן פּאַטשן זיך, אַז נישט שׂימחת־תּורה צו די הקפֿות? עס קאָן זײַן, אַז איר זײַט אפֿשר גערעכט, נאָך איצטיקס מאָל האָט איר דװקא נישט געטראָפֿן (נישט אַלע מאָל טרעפֿט איר!). ס'איז געװען נישט אין שול, נאָר אין פּאָליש, נישט אום שׂימחת־תּורה, נאָר חול־המועד פּסח, און נישט פֿאַר אַתּה־הראית, נאָר פֿאַר אײן װאָרט „אַבאָנענט“…

פֿאַראַן אַ װאָרט „אַבאָנענט“ און פֿאַראַן אַ װאָרט „אַבאָנעמענט“; אַבאָנענט הײסט אַ פֿאַרשריבענער (אױף אַ בוך, אַ צײַטונג, אַ בילעט, וכדומה), און „אַבאָנעמענט“ איז די טײַטש „דאָס זײַן פֿאַרשריבן“. האָט זיך באַדאַרפֿט טרעפֿן אַזױ, אַז עפּעס אײנער אַ בחורל (דאַכט זיך, אַז אפֿרים־יוסל־משה־בערס) האָט זיך חול־המועד־פּסח אין שול פֿאַר זײַנע חבֿרים באַרימט. אַז ער האָט זיך פֿאַרשריבן אין דער ביבליאָטעק אױף לײענען ביכער, איז אים אױסגעקומען צו זאָגן בזה־הלשון:

― איך קאָן אײַך אָנזאָגן אַ בשׂורה, קינדער, אַז איך בין שױן אַן אַבאָנעמענט:

האָט זיך אָנגערופֿן אײנער פֿון די איבעריקע בחורים:

― װאָס הײסט דו ביסט אַן „אַבאָנעמענט“?

מאַכט ער:

― איך האָב מיר פֿאַרשריבן אין דער שטאָט־ביבליאָטעק.

מאַכט צו אים יענער:

― הײסט דאָך דאָס, אַז דו ביסט אַן „אַבאָנענט“, נישט „אַבאָנעמענט“.

מאַכט ער:

― למאַי נפֿקא־מינה? „אַבאָנענט“, צי „אַבאָנעמענט“?

מאַכט צו אים יענער:

― ס'איז אַ גרױסע נפֿקא־מינה; ס'איז אַזאַ חילוק, װי, למשל, פֿון בניך ביז בוניך, אָדער װי פֿון יכּכּה ביז יבֿבֿה: אַבאָנענט הײסט אַבאָנענט, און אַבאָנעמענט הײסט אַבאָנעמענט.

און דערבײַ האָט יענער באַװיזן מיט דער האַנט, װעלכעס הײסט „אַבאָנענט“ און „װעלכעס הײסט „אַבאָנעמענט“: דאָס הײסט, אײגנטלעך, האָט ער מיט דער האַנט גאָרנישט אױסגעװיזן, נאָר געמאַכט האָט ער מיט איר, אַזױ װי מע מאַכט, למשל דעמאָלט, װען מען װיל געבן עמעצן גוט צו פֿאַרשטײן, װעלכעס הײסט „מאַסיװ“; דערבײַ טוט מען אַ רעכטן קװעטש מיט דער האַנט און מע זאָגט, אַז מאַסיװ װערט אָנגערופֿן אַ זאַך, װאָס איז מאַסיװ… און אַזױ װי יענער בחור האָט פֿון די הענט נישט פֿאַרשטאַנען דעם חילוק צװישן „אַבאָנענט“ ביז „אַבאָנעמענט“, האָט ער איבערגעחזרט נאָכאַמאָל דאָס אײגענע:

― אַצינד הער איר אײַך אַלעמען פֿאַר דרײ פּיטאַקעס, װאָרעם איך בין מיר אַלײן אַן אַבאָנעמענט.

― אַבאָנענט! ― פֿאַרריכט אים יענער װידעראַמאָל.

― למאַי נפֿקא־מינה?

― װידעראַמאָל למאַי נפֿקא־מינה?

― װער בעט דיר, זאָלסט מיר פֿאַרריכטן?

― אַז דו זאָגסט שלעכט, פֿאַרריכט איך דיר.

― פֿון װאַנען װײסטו, אַז איר זאָג שלעכט? טאָמער פֿאַרקערט?

― װאָרעם איך װײס.

― זאָג איך, אַז דו װײסט נישט.

― זאָג איך, אַז דו ביסט אַן עם־האָרץ.

― זאָג איך, אַז דו ביסט אַן עזות־פּנים.

― זאָג איך, אַז דו ביסט אַ פּאַרכוטש און האָסט אַ טאַטן אַ שמאַרעװאָז און אַ פֿעטער אַ גנבֿ.

― זאָג איך, אַז אַ ר…

מער האָט מען נישט געקאָנט כאַפּן, װאָס האָט דער געזאָגט און װאָס האָט יענער געזאָגט, מחמת עס זײַנען געפֿלױגן פּעטש פֿון בײדע צדדים; מענטשן זאָלן זיך נישט געװען אַרײַנלײגן, װאָלטן זײ זיך אָפּגעביסן אײנס דאָס אַנדערע די נעזער; נאָר מחמת מענטשן האָבן זיך אַרײַנגעלײגט, האָט יענער דעם אָפּגעריסן נאָר אַ האַלבע קאַפּאָטע, און דער יענעם האָט אומגערן דערלאַנגט מיטן עלנבױגן אין אױג אַרײַן, האָט יענער געגעבן אַ מאָדנעם געשרײ און איז געפֿאַלן חלשות, האָט מען אים גענומען מינטערן, און אַז מע האָט דערזען, אַז ס'איז אױפֿגעלאָפֿן אַן אױג, איז געװאָרן אַ גרױסער גװאַלד און מע האָט געבראַכט דעם דאָקטער, האָט דער דאָקטער געזאָגט, אַז ס'איז פֿאַרפֿאַלן דאָס אױג, און דער גװאַלד געװאָרן נאָך גרעסער. סטײַטש, אַן אױג! אַרױסגעזעצט אַן אױג! אױג הײַנט, אױג מאָרגן ― יענער איז געבליבן אָן אַן אױג, און דער דאָזיקער „יענער“ דאָס איז געװען װעלװל.

ג

פֿון דער דאָזיקער מעשׂה מיטן אױג פֿאַרשטײט איר, אַז דאָס איז געװען אין דער צײַט, װען די השׂכּלה אין כּתרילעװקע האָט שױן געגרײכט אַזױ װײַט, אַז מען האָט שױן געקאָנט רײדן פֿון אַזעלכע ענינים בפֿרהסיא. אַן עק ― אױס בױדעם, אױס קעלער, אױס אונטערן־אױװן, אױס באַהאַלטן זיך אין פֿאַרבאָרגענע ערטער און זינדיקן דאָרטן שטילערהײט מיט יצחק־בער לעװינזאָן1788-1860, מיט מאַפּואַבֿרהם מאַפּו 1808-1867 און מיט סמאָלענסקיןפּרץ בן משה סמאָלענסקין 1842-1885. עפֿנטלעך, ייִדישע קינדער! בפֿרהסיא, כּתרילעװקער בחורימלעך, פֿרײט זיך! מע האָט אײַך אַרױסגעלאָזט אױף גאָטס װעלט! מזל־טובֿ אײַך, טיר און טױער זײַנען פֿאַר אײַך אָפֿן! לױפֿט, װײַסע־חבֿרהניקעס, גיכער, פֿאַרכאַפּט ערטער, נאָר שאַנעװעט אײַך, זײַט װױלע קינדער, װאָרעם אָט־אָט רוקט זיך אָן אַ כמאַרע, אָט פֿאַרמאַכט מען די „חדרים“ סאַמע אונטער אײַער נאָז: איר װעט קלאַפּן, און מע װעט אײַך נישט עפֿענען; איר װעט שרײַען, און מע װעט אײַך נישט הערן; די האָר װעט איר זיך רײַסן און װעט זאָגן: חבֿל על דאַבֿדין ― געװען אַמאָל יאָרן, אַי, יאָרן!

סאַמע אין די דאָזיקע יאָרן האָט אונדזער רב װעלװל גענאַשט פֿון דער ציװיליזאַציע אַ סך ביכער און אַ סך פֿרעמדע װערטער (ער האָט געװוּסט כּמעט דאָס גאַנצע װערטערבוך אױף אױסנװײניק), און דערבײַ איז ער געבליבן, און װען עס זאָל זיך אים נישט געװען טרעפֿן דאָס אומגליק מיטן אױג, װאָלט ער, װי אַ סך אַנדערע בחורים, אפֿשר געפֿאָרן שטודירן, װאָלט געענדיקט דאָקטער אָדער יוריסט און ער װאָלט געװען אפֿשר אַ מפֿורסם אין דער װעלט. נאָר אַזױ װי עס האָט זיך אים געטראָפֿן יענער אומגליק מיטן אױג, האָט ער זיך אָפּגעשטעלט אױף דעם אָרט, װוּ ער האָט געהאַלטן, און מחמת ער איז געװען פֿאָרט אַ מענטש פֿון ביכער און פֿון פֿרעמדע װערטער, און אַ הענטל האָט ער געהאַט אָ שײנס, און אַ קעפּל האָט ער געהאַט אַ שאַרפֿס, האָט ער זיך גענומען צו „אַדװאָקאַטור“, דורכגעקוקט רעכט דעם נײַעם „שולחן־ערוך“, אױסגעלערנט דעם גאַנצן „סװאָד־זאַקאָנאָװсвод-законов: קאָדעקס פֿון געזעצן“ אױף אױסנװײניק און אױפֿגעהאַנגען אַ צעטל בײַ דער טיר:

פּאָװיערעני פּאָ דיעלאַםповеренный по делам: אַדװאָקאַט פֿאַר דיעלעס

און אױסגעמאָלט אַ טינטער מיט אַ לאַנגער פּען ― אַ סימן, אַז דאָ שרײַבט מען, און דאָס איז געװען הײליק, מחמת רײדן האָט מען דאָ נישט גערעדט, נאָר געשריבן און נאָר געשריבן.

דאָס פּאַפּיר, װאָס װעלװל האָט אָנגעשריבן, איז געװען אַזױ גוט, אַז מע זאָל אױספֿאָרן װעלטן, װעט מען בעסער נישט אָנשרײַבן; אַזױ האָט געזאָגט װעלװל אַלײן און אַזױ האָבן געזאָגט בײַ אונדז אַלע די, װאָס האָבן אַ שטיקל ידיעה אינעם ענין פֿון שרײַבן. פֿאַר זײַן שרײַבן האָט מען זײער מורא געהאַט, געציטערט אימת־מװת, מחמת אַז ער האָט גענומען די פּען אין האַנט און האָט אָנגעהױבן שרײַבן, האָט זיך בײַ אים געגאָסן װי פֿון אַ פֿאַס. ער האָט מיט זײַן שרײַבן אָנגעשפּאַרט אומעטום, װוּ איר װילט ― צום גובערנאַטאָר, צום מיניסטער, און װוּ נישט? דערפֿון קאָנט איר חלילה מײנען, אַז מײַן װעלװל איז געװען אַ מוסר אָדער אַ יאַבעדניק? אָסור! פֿאַראַן אַלערלײ מוסרים מיט אַלערלײ יאַבעדניקעס אױף דער װעלט, און מער װי „אומעטום זײַנען זײ, נישט אױסגערעדט זאָל זײַן, פֿאַראַן בײַ אונדז, בײַ ייִדן, הײסט דאָס: אײנער מסרט דער אַנדערן דערפֿאַר, װאָס יענער האָט בײַ אים צוגענומען פּרנסה, און אײנער מסרט דעם אַנדערן צוליב דעם, ער זאָל בײַ יענעם צונעמען פּרנסה… אײנער מסרט דעם אַנדערן דערפֿאַר, װאָס יענעם איז צו גוט, און אײנער מסרט דעם אַנדערן דערפֿאַר, װאָס אים אַלײן איז נעבעך נישט גוט… און װידער איז פֿאַראַן אַזעלכער, װאָס שרײַבט אָן אױף יענעם אַ מסירהלע גלאַט אַזױ, אָן אַ שום סיבה און אָן אַ שום טעם, פֿון הײמלעכקײט װעגן; ער איז, פֿאַרשטײט איר מיך, אַ בעלן אָנקוקן, װאָס װעט זײַן דערפֿון… די דאָזיקע אַלע מינים מוסרים, װאָס מיר האָבן אױסגערעכנט, חתמענען קײנמאָל זײער נאָמען נישט. מען קאָן זײ פֿאַרגלײַכן צו דעם געװיסן סאָרט „פֿאַרביסענע“ הינט, װאָס פֿאַלן אָן אױף אײַך תּמיד פֿון הינטן, טוען אײַך אַ כאַפּ בײַ דער ליטקע, לאָזן אײַך בלוט אָדער זײ רײַסן אָפּ אַ פּאָלע, פֿאַרבײגן דעם עק ― און אַ גוטן טאָג.

ד

נײן, נישט פֿון דעם מין איז געװען װעלװל גאַמבעטאַ.

ער איז געװען אַן אַדװאָקאַט, און זײַן אַדװאָקאַטור האָט ער געפֿירט מיט זײַן אײגענעם סיסטעם. זײַן סיסטעם איז באַשטאַנען אין ציִען, אָפּציִען, פֿאַרציִען, אַװעקציִען: און װאָס מער געצױגן, אָפּגעצױגן, פֿאַרצױגן און אַװעקגעצױגן ― איז אַלץ בעסער (פֿאַר אים, געװײנטלעך). הײַנט האָט ער ליב געהאַט פּאַפּירן אַ סך, אַ פּאַפּיר און נאָך אַ פּאַפּיר, אַ פּאַפּיר אױף אַ פּאַפּיר ― אַזױ פֿיל פּאַפּירן, אַז איבער די פּאַפּירן האָט מען דעם עסק קײנמאָל נישט אַרױסגעזען, נאָר פּאַפּירן.

― װאָס הערט זיך, רב װעלװל, מיט מײַן עסק?

― װאָס זאָל זיך הערן? מע באַדאַרף דערלאַנגען נאָך אַ פּאַפּיר, װעט שױן זײַן גוט.

― פֿאַרװאָס זשע דערלאַנגט איר נישט דאָס פּאַפּיר?

― איך קאָן נישט דערלאַנגען דאָס פּאַפּיר, ביז איר װעל נישט אַרױסנעמען אַ פּאַפּיר, אַז איך האָב אײַנגעגעבן די פּאַפּירן.

― פֿאַרװאָס זשע נעמט איר נישט אַרױס דאָס פּאַפּיר?

― אָט דאָס שמועסט מען דאָך, אַז איך באַדאַרף אײַנגעבן אַ פּאַפּיר, איז איך װיל אַרױסנעמען אַ פּאַפּיר, אַז איך האָב אײַנגעגעבן די פּאַפּירן.

― אַ מעשׂה אָן אַן עק מיט אײַך, רב װעלװל!

― לױנט אײַך נישט? טאָ זוכט אײַך אַן אַנדער אַדװאָקאַט, אַ בעסערן פֿון מיך. נאָר ס'איז בלאָטע. יענער װעט זיך נישט זוכן קײן אַנדער אַדװאָקאַט, און װעלװל װעט ברענגען פּאַפּירן, און ציִען װיפֿל עס װעט זיך לאָזן, װאָרעם ער איז פֿאָרט דער בעסטער פֿון אַלע אַדװאָקאַטן אין כּתרילעװקע. יאָסל דער אַדװאָקאַט האָט נאָר אַ צינגל אַ שאַרפֿס, אי דאָס ― בײַ זיך אין דער הײם; דאָרט ― גאָרנישט… מענדל קראַפּאון ― דאָס איז דאָך אַן עם־האָרץ, אַ בזי־בזיון פֿאַרן סודיאַ; ער שמיצט אים גאַנץ אָפֿט די פּראָשעניע אין פּנים אַרײַן: שטיװל, זאָגט ער, דאַרף ער פּוצן, נישט קײן פּראָשעניעס שרײַבן… סאָלאָװײטשיק איז אַפֿילו יאָ אַ שטיקל קענער, כּלומרשט געענדיקט, זאָגט ער, דרײַ קלאַסן. איז אַ זשוליק, אַ פּראָסטער גנבֿ. אײן ירחמיאל איז אַ לײַטישער מענטש, איז ער אָבער אַ גאַנצער פּריץ און אַ שװײַגער; די װעלט האָט פֿײַנט אַ מענטשן, װאָס שװײַגט; די װעלט האָט ליב אַ מענטשן, װאָס רעדט, בפֿרט אַן אַדװאָקאַט באַדאַרף זיך לאָזן רײדן. װאָס דאַרפֿט איר אַן אַדװאָקאַט ― אַפֿילו אַ דאָקטער; דאַכט זיך, אין פֿלוג, װאָס געהער זיך אָן אַ צונג מיט אַ דאָקטער? פֿונדעסטװעגן איז אױך אָנגענעם, אַז ער לאָזט זיך רײדן. אָט איז פֿאַראַן בײַ אונדז װיפֿל דאָקטױרים, האָט קײנער נישט אַזױ פֿיל פּראַקטיקע, װי דער שװאַרצער דאָקטער האָט, װאָרעם דער שװאַרצער דאָקטער, אַז ער קומט צום חולה, פֿרעגט ער בײַ אים אױס נישט נאָר, װאָס ער האָט נעכטן געגעסן, נאָר איטלעכס ברעקל טאַפּט ער בײַ אים אױס: פֿון װאַנען ער איז, און װיפֿל ער איז אַלט, און צי איז ער אַ באַװײַבטער, און װיפֿל קינדער האָט ער, ייִנגלעך צי מײדלעך, און װאָס צאָלט ער דירה־געלט, און פֿאַרװאָס ברענט די לאָמפּ אַזױ פֿינצטער, און למאַי האָט דאָס קלײנע קינד אַזאַ גרױסן פּופּיק, ― זאָגט אײַך, װאָס איר װילט, ס'איז אַ מחיה! אַזאַ דאָקטער, אַז ער קומט צו גײן, װערט ליכטיק אין שטוב און פֿרײלעך אױפֿן האַרצן; דער חולה אַלײן פֿילט זיך אַ סך בעסער װי פֿון דעם בעסטן רעצעפּט; װאָס דאַרף ער אַ רעצעפּט, זאָגט ער, אַז דער דאָקטער איז מיר אַלײן אַ רעצעפּט? פּונקט דער „היפּוך פֿון יענעם דאָקטער אין יעהופּעץ, װאָס איר בין געװען בײַ אים, נישט הײַנט געדאַכט, מיט מײַן װײַב זאָל לעבן. מײַן חיה־עטל, דאַרפֿט איך װיסן, איז אַזױ אױך גענוג נערװעז, הײַנט שטעלט אײַך פֿאָר, אַז דער חכם הײסט זיך באַװײַזן די צונג און טוט אַ מאַך מיט דער נאָז, טוט אַ טאַפּ דעם דופֿק און אַ מאַך מיט דער נאָז, זיצט די גאַנצע צײַט װי אַ חתן ― ער זאָל דאָס אַרױסלאָזן אַ װאָרט, און פּלוצעם פֿאַרגלוסט זיך אים אַ פֿרעג טאָן בײַ איר: ־ װוּהין רעכנט איר פֿאָרן אױפֿן זומער?…

מײַן חיה־עטל האָט מער נישט באַדאַרפֿט: זי איז געװאָרן אױס מענטש און האָט מיך אָנגעהױבן צו טרײַבן, מיר זאָלן שױן פֿאַרן װאָס גיכער קײן אױסלאַנד ― אין די „װאַרעמבעדער“, און אַז איך האָב זי אַ פֿרעג געטאָן, װאָס איז אַזױ דאָס גיכקײט? איז זי אױף מיר אָנגעפֿאַלן און געזאָגט, אַז זי זעט שױן לאַנג, אַז איר לעבן איז בײַ מיר װערט אַ דרײַער, אַז איך װיל, אַז זי זאָל חלילה שטאַרבן, און נאָך כּדומה אַזעלכע װערטער האָט זי מיר געזאָגט, װי דער שטײגער איז פֿון אַ װײַב, אַז זי װיל דערגײן דעם מאַן די יאָרן ― און אַלץ איבער אים, איבערן דאָקטער פֿון יעהופּעץ… נאָר שאַט! איך האָב אָנגעהױבן פֿון אַדװאָקאַטן און בין אַרױף אױף דאָקטױרים. לאָמיר זיך אומקערן צוריק צו אונדזער אַדװאָקאַט װעלװל גאַמבעטאַ.

ה

נאָך אײן זאַך איז געװען אין װעלװלס סיסטעם ― עדות. צו יעדן ענין איז בײַ אים געװען עדות און עדות אױף עדות. אינעם שׂכל פֿון עדות האָבן געשטעקט צװײ זאַכן: ערשטנס, האָט מען צוליב די עדות געקאָנט ציִען, אָפּציִען, פֿאַרציִען, און אַװעקציִען װיפֿל ער האָט אַלײן געװאָלט װאָרעם צװישן אַ סך עדות מוז זיך מאַכן, אַז אײנער װערט נישט געזונט אײנער פּאָרט אַװעק און אײנער האָט גלאַט פֿאַרגעסן, אַז מע רופֿט אים אַרױס פֿאַר אַן עדות. און, צװײטנס, האָט ער מיט די עדות גופֿא געפֿירט אַ פּאָליטיקע, אַ משונה־מאָדנע פּאָליטיקע, װעלװלס פּאָליטיקע.

נאָר דאָ מוז איך אָפּטרעטן אױף אַ װײַלע פֿון די עדות און אױסזאָגן אַ סוד (צװישן אונדז װעט דאָך עס מסתּמא בלײַבן?), אַז אונדזער װעלװל האָט צום מײנסטן געפֿירט עסקים פֿון בײדע צדדים, דאָס הײסט ער האָט באַװיזן אַ קונץ, אַז ער האָט געקאָנט זײַן אין אײן צײַט אַדװאָקאַט פֿון בײדע צדדים. סע פֿאַרשטײט זיך, אַז אײנער פֿונעם אַנדערן האָט נישט געטאָרט װיסן, אַז איטלעכער צד האָט גערעכנט, אַז װעלװל ― דאָס איז זײַן צד.

איר װילט װיסן, װי אַזױ ער האָט דאָס געטאָן? גאַנץ פּשוט! שטעלט אײַך פֿאָר: איך זײַט געקומען צו װעלװלען מיט אַ בקשה, ער זאָל אײַנגעבן אױף מיר אַ פּאַפּיר, אַז איך האָב אײַך דאָס און דאָס. האָט ער קודם־כּל צוגעזאָגט, אַז ער װעט מיך גאָט װײס װאָס, סיביר אַלײן אין אַ הונט קעגן דעם, װאָס מיר קומט דערפֿאַר! און בשעת־מעשׂה פֿײַערט ער אױף מיר מיט סכּנות־נפֿשות: סטײַטש, סטײַטש, איך זאָל אַזעלכעס טאָן! ער זאָל זיך, זאָגט ער, זען מיט מיר, װאָלט ער מיר געזאָגט אַזױ און אַזױ!

― איך מוז זיך, זאָגט ער, זען מיט אים, איך װעל אים, זאָגט ער, אומיסטן שיקן רופֿן, דעם דאָזיקן פּאָדליעץ!…

אַזױ זאָגט אײַך װעלװל און שיקט מיך רופֿן און מאַכט צו מיר אַזױ:

― װאָס זאָגט איר אױף דעם שײגעץ? (נישט איך, װעלװל זאָגט דאָס). לא־די ער האָט אײַך אַזױ געזידלט, װיל ער נאָך אױף אײַך אײַנגעבן אַ פּאַפּיר! ער איז בײַ מיר געװען, האָב איך אים מסתּמא געזאָגט, אַז איר זײַט גערעכט, נישט ער. װאָס־זשע דען? איר קענט דאָך מיר, אַז איך בין נישט קײן מענטש פֿון חניפֿה, און נעמען אױף זיך פֿירן רעם דאָזיקן עסק װעל איך אױך נישט…

שלאָג איך אים מסתּמא איבער און פֿרעג בײַ אים:

― פֿאַרװאָס?

ענטפֿערט ער מיך:

― איך װיל נישט. קױם איז יענער געװען בײַ מיר, פּאַסט מיר נישט.

הײב איך דאָך אים אָן אײַנרײדן:

― מילא, װאָס יענער איז געװען; למאַי אָט בין איך אױך?

הקיצור, אַזױ לאַנג אַזױ ברײט, ביז איך רײד אים איבער און ער נעמט אָן דאָס עסק און װערט מײַן אַדװאָקאַט.

נאָכדעם הײבט זיך אָן ― אַ חתונה מיט עדות. ער אַלײן שטעלט צונױף די עדות פֿון בײדע צדדים און פֿירט דאָס געשעפֿט פֿון אײנעם צום אַנדערן אַזױ קונציק, אַזױ בריהש, אַז די עדות צװישן זיך מוזן סוף־כּל־סוף זיך צעקריגן, אױסזידלען אײנס דאָס אַנדערע גאַנץ בעל־הבתּיש, און פֿאַרװאָס זאָל מען זיך טאַקע נישט פּאַטשן אױך? אָט דעמאָלט האָט ער ערשט װאָס צו טאָן ־ אַ פֿרישע פּראַקטיקע. די צעקריגטע און צעפּאַטשטע עדות האָבן דאָך געװײנטלעך זײערע עדות, װאָס זײַנען געװען בשעת פּאַטשן זיך, און װיבאַלד זײ קומען זיך צונױף צו װעלװל „סװאָד־זאַקאָן“, מוזן זײ זיך סוף־כּל־סוף צעקריגן זיך, אױסזידלען אײנס דאָס אַנדערע און צעפּאַטשן זיך ― װידער אַ פּראַקטיקע פֿאַר װעלװלען.

ו

אײן חסרון האָט געהאַט װעלװל גאַמבעטאַ (איר האָט אַ מאָל געװען אַ מענטשן אָן אַ חסרון?): ער האָט נישט געקאָנט הױזן מיט קײן װײַב. אַ װײַב האָט מיט אים מער נישט געקאָנט אָפּזײַן װי אַ יאָר, העכסטנס ― אָנדערהאַלבן.

דערפֿון איז צו פֿאַרשטײן, אַז װעלװל האָט געהאַט נישט אײנע, נאָר עטלעכע װײַבער. איר מײנט, עטלעכע מיטאַמאָל? חס־וחלילה! אַזױ װײַט „קולטורנעקולטורעל“ איז כּתרילעװקע נאָך נישט, אַז אַ ייִד זאָל זיך דאָרט פֿאַרגינען, װי כּדומה אין לײַטישע שטעט, װוּ ייִדן טוען נאָך אַנדערע און האָבן אַ װײַב, און נאָך אַ װײַב, און נאָר אַ װײַב; כּתרילעװקער ייִדן דאַנקען גאָט, אַז זײ קאָנען אױסהאַלטן אײן װײַב. זײ זאָגן, אַז אײן װײַב קאָן אױך מאַכן גרױ און אַלט, אױב זײ האָט אַ שײנעם גוסט און איז באַקאַנט מיטן שנײַדער און מיט דער מאָדיסטקע: און װער שמועסט, אַז זי מײנט, אַז זי קאָן אַ ביסל „צימבלען אױפֿן טאָפּטשאַן“, אױב זי האָט געלײענט אױף איר לעבן נאָר אײן ביכל און געװען צװײ־דרײַ מאָל אין טעאַטער און קאָן שפּילן אין „סטוקלקע“ און אין „טערטל־מערטל“, ― דעמאָלט איז שױן אַז אָך און װײ דעם מאַן! ער מוז שױן אין זינען האָבן װינטער אַ זשורפֿיקסjour fixe: חודשלעכע פֿאָרשטעלונג כאָטש אײן מאָל אין װאָך, און זומער אַ דאַטשע, און דעם זון אין גימנאַזיע, און דער טאָכטער אַ סטודענט, ― הקיצור, ס'איז אַ רחמנות אױפֿן מאַן, אַ צער־בעלי־חײם, מיד קאָנען אים גאָרנישט העלפֿן, סײַדן מיט אַ קרעכץ… און לאָמיר זיך אַקאָרשט אומקערן צוריק צו אונדזער װעלװלען מיט זײַנע װײַבער.

דאָס ערשטע װײַב זײַנס איז געװען טאַקע אַן אונדזעריקע, פֿון כּתרילעװקע, הײסט דאָס, יאָסיע דעם ליכטציִערס אַ טאָכטער, אַ מײדל גלײַך מיט אַלע מײדלעך, אַ באַלעבאַטיש קינד. מענטשן האָבן שטאַרק מקנא געװען יאָסיִען אױפֿן שידוך: מיט אַזױ װינציק נדן נעמען אַ חתן אַ „קענער“, דעם „סװאָד־זאַקאָן“ אַלײן! צום סוף האָט זיך אױסגעלאָזט, אַז יאָסיעס טאָכטער האָט באַלד נאָך דער חתונה אָנגעהױבן זאָגן, אַז זי װיל מיט אים נישט „לאַכן“. פֿאַרװאָס? זי האָט מורא!… װאָס האָט זי מורא? זי האָט מורא, ער זאָל נישט אױסלאָדן די קלײטן. װאָסערע קלײטן? װעמענס קלײטן? און װאָס געהער זיך דאָס אָן מיט איר? נאָר גײ טענה מיט אַ נקבֿה! זי האָט זיך אַרײַנגענומען אין קאָפּ אַרײַן „קלײטן“ ― כאָטש בראָק זי װי לאָקשן, זי װיל אים נישט קענען!

סע פֿאַרשטײט זיך, אַז כּתרילעװקע האָט זיך נישט באַנוגנט מיט אַזאַ תּירוץ; װאָס מיר קלײטן? װער מיר קלײטן? דאָ קער זײַן אַן אַנדער סוד, מסתּמא אַזאַ מין זאַך, װאָס פּאַסט נישט אױסצוזאָגן… און עם האָבן אָנגעהױבן גײן אין שטאָט מעשׂיות מיט מעשׂיות! און די מעשׂיות, װאָס מע האָט דערצײלט, האָט מען דערצײלט אײנער דעם אַנדערן בסוד, אין אױער אַרײַן, און בשעת־מעשׂה האָט מען זיך אַרומגעקוקט, צי ס'איז נישטאָ קײן װײַבער דערבײַ, און מע האָט זיך געשטיקט פּאָר געלעכטער.

― װאָס פֿאַר אַ געלעכטער אױף אײַך? ― זאָגן די װײַבער. ― דער צײלט אונדז, לאָמיר אױך לאַכן.

די דאָזיקע װערטער רופֿן אַרױס בײַ די מאַנצבילן נאָך אַ גרעסערן געלעכטער. דעמאָלט װערן די װײַבער שױן אַביסל בײז און הײבן אָן מיט כּעס:

― זע־נאָר, װי דער נאַר שטופּט זײ! זאָגט שױן אױס, װאָס איז דאָס פֿאַר אַ װיסטער געלעכטער אױף אײַך?

אָט דעמאָלט הײבן די מאַנצבילן ערשט אָן צו לאַכן, האַלטן זיך בײַ די בײַכער, ממש מע קאַטשעט זיך פֿאַר געלעכטער!

ז

בקיצור, װעלװל גאַמבעטאַ האָט זיך אָפּגעגט מיט יאָסיעס טאָכטער (ברײַנדל האָט זי געהײסן, זי האָט חתונה געהאַט דאָס אַנדערע מאָל און איצט איז זי אין אַמעריקע), און איז לאַנג קײן אַלטן נישט געזעסן און האָט געבראַכט צו פֿירן אַ װײַב פֿון אַ קלײן שטעטל, אױך אַ מײדל, אָפּגעלעבט מיט איר אַקעגן אַ יאָר און האָט זיך שטילערהײט מיט איר אָפּגעגט און איז אַװעקגעפֿאָרן קײן בערדיטשעװ און האָט געבראַכט צו פֿירן פֿון דאָרטן אַ גאַנצע „מאַדאַם מיט אַ הוט“, געמאַכט מיט איר װיזיטן, אײַנגעפֿירט בײַ זיך אַ שטוב מיט מעבל, מיט זשורפֿיקסן, מיט יונגעלײַט, װאָס שפּילן אין „סטוקלקע“ און אין „טערטל־מערטל“; עס האָט אָבער נישט געהאָלפֿן נישט די שטוב, נישט דאָס מעבל, נישט די „סטוקלקע“ מיטן „טערטל־מערטל“, ― אין אַ שײנעם פֿרימאָרגן זײַנען זײ אַװעקגעגאַנגען צום רבֿ און מע האָט געשריבן אַ גט, און די „דאַמע מיט דער הוט“ אין אַװעק צוריק קײן בערדיטשעװ.

אַז װעלװל גאַמבעטאַ איז נאָך דער מעשׂה אַװעקגעפֿאָרן חתונה האָבן נאָכאַמאָל, האָבן די כּתרילעװקער לצים, די װאָס האָבן ליב חוזק מאַכן פֿון דער גאַנצער װעלט, אים געגעבן אַן עצה: װאָס דאַרף ער פֿאָרן חתונה האָבן, ברענגען דאָס װײַב און נאָכדעם גטן זיך? אַמער לאָז ער דאָרטן מאַכן אױפֿן אָרט אַ חתונה מיט אַ גט אינאײנעם.

דערױף האָט זײ װעלװל געענטפֿערט, אַז אַזעלכע חכמים װי זײ איז טאַקע זײער װינציק אױף דער װעלט, ס'איז אים נאָר אַ חידוש, װאָס זײ גײען אָן שטיװל… און נאָך כּדומה אַזעלכע שטעכװערטער האָט ער זײ אַרײַנגעזעצט, אַז זײ האָבן נישט געװוּסט, װי אַװעקצוגײן פֿון אים, ― און אַלײן איז ער אַװעקגעפֿאָרן קײן װאַרשע און געבראַכט פֿון דאָרטן עפּעס אַ מין שלאַק מיט אַרײַנגעשטעלטע צײן און מיט אַ מאָדנעם שלײער אױפֿן קאָפּ און מיט אַ מין משונה מאָדנע לשון, װאָס אין כּתרילעװקע האָט מען אַזעלכעס נאָך נישט געהערט קײנמאָל. דהײַנו?

ערשטנס, האָט זי גערעדט גיך. שײך זאָגן גיך? אײדער זי האָט אַרױסגעלאָזט דאָס ערשטע װאָרט, זײַנען שױן פֿינף־זעקס װערטער געפֿלױגן אױף צופֿריִער, אײנס איבער דאָס אַנדערע, מורא געהאַט, מע זאָל חלילה נישט פֿאַרשפּעטיקן, און אײדער זײ זײַנען אַרױסגעפֿלױגן פֿונעם מױל, זײַנען שױן געשטאַנען גרײט צען אַנדערע װערטער אױף אַרױסצופֿליִען.

דאָס איז נומער אײנס. והשנית, האָט זי גערעדט מיט אַ קװיטש און מיט אַ ניגון, װי פֿון „אַקדמות“, אױסגעמישט מיט „כּגװנא“, און אױסגעלאָזט אַלע מאָל מיט אַן „אַי װײ“ און מיט אַ לאַנגן „ני?“ און מיט אַ געלעכטער פֿון אַ פּאַװע, באַװיזן בשעת־מעשׂה די אַרײַנגעשטעלטע צײן און געטרײסלט מיטן שלײער, ― האָט דאָס טאַקע געהאַט דעם זיבעטן הן. אױף חידושים איז מען געגאַנגען קוקן אין כּתרילעװקע אױף דער װאַרשעװער „יפֿהפֿיה“ מיט די אַרײַנגעשטעלטע צײן און האָרכן, װי זי גראַגערט און װי זי שקװיטשעט אָן װי זי זינגט, און זיך האַלטן בײַ דו זײַטן פֿאַר געלעכטער. מע דאַרף נישט קײן טעאַטער, האָבן זײ געזאָגט… אַן עבֿירה, כ'לעבן, װאָס זי האָט זיך אין כּתרילעװקע לאַנג נישט געהאַלטן ― סך־הכּל אײן זומער; װאָרעם ס'איז געקומען אַרום יום־טובֿ־צײַט, האָט ער זיך מיט איר געגט, און זי איז אַװעקגעפֿאָרן צוריק קײן װאַרשע ― און פֿון דעמאָלט אָן האָט שױן װעלװל גאַמבעטאַ מער נישט חתונה געהאַט און איז פֿאַרבליבן אַן אַלמן עד־היום־הזה.

אפֿשר װײסט איר פֿון זײַנעט װעגן אַ שידוך?

געשריבן אין יאָר 1903

פֿון כּתרילעװקע

צװײטער טײל

אינהאַלט
שיר־השירים ― ― ― ― ― 209
דער מלך מיט דער מלכּה ― ― 264
בערעלע ― ― ― ― ― 274
דרײַ לוחות ― ―― ― ― 286
לאַטקעס של חנוכּה ― ― ― 295
קאָנקורענטן ― ― ― ― 307
אַפֿיקומן ― ― ― ― ― ― 317
דװיד מלך ישׂראל ― ― ― 332
װאָס איז חנוכּה? ― ― ― ― 339
פּורים ― ― ― ― ― ― 356
אַרבע־כּוסות ― ― ― ― 364
איבער אַ היטל ― ― ― ― 378

שיר־השירים
אַ יוגנט־ראָמאַן אין פֿיר טײלן

ערשטער טײל: בוזי

א

בוזי איז אַ נאָמען, פֿאַרצױגן פֿון אסתּר־ליבע: ליבוזי ― בוזי. זי איז עלטער פֿון מיר מיט אַ יאָר, און אפֿשר מיט צװײ, און בײדע אינאײנעם זײַנען מיר נישט אַלט קײן צװאַנציק יאָר. הײַנט זעצט אײַך אַװעק, זײַט מוחל, און רעכנט אױס, װיפֿל בין איך אַלט און װיפֿל זי? נאָר דאָס, מײן איך, איז נישט װיכטיק. איך װעל אײַך בעסער דערצײלן איר ביאָגראַפֿיע אין קורצן.

מײַן עלטערער ברודער בעניע איז געזעסן און אַ דאָרף, געהאַלטן אַ מיל, געקאָנט שיסן פֿון אַ ביקס, פֿאָרן רײַטנדיק אױף אַ פֿערד און שװימען װי אַ מזיק. אײנמאָל זומער האָט ער זיך געבאָדן אין טײַך און איז דערטרונקען געװאָרן. אױף אים איז געזאָגט געװאָרן דער פּסוק: „אַלע גוטע שװימער װערן דערטרונקען“. נאָך אים איז געבליבן אַ מיל, צװײ פֿערדלעך, אַ יונגע אַלמנה מיט אײן קינד. די מיל האָט מען אָפּגעלאָזט, די פֿערדלעך האָט מען פֿאַרקױפֿט, די יונגע אַלמנה האָט חתונה געהאַט און איז אַװעקגעפֿאָרן ערגעץ װײַט, און דאָס קינד האָט מען געבראַכט צו אונדז.

דאָס איז געװען בוזי.