אַלט־נײַ כּתרילעװקע: צװײ טױטע

שלום עליכם (אַלע װערק)

צװײ טױטע (לכּבֿוד פּורים)

פֿאָררעדע

„טױטע“? „לכּבֿוד פּורים“? אין אַזאַ יום־טובֿ, װאָס איז אַ מיצװה, אַז אַ ייִד זאָל זיך מאַכן שיכּור און אַ מחבר זאָל זיך מאַכן נאַריש, פֿאַרשטעלן זיך פֿאַר אַ מאַרשעליק?! איך װײס, לעזער, אַז ס'איז הײַנט פּורים און אַז דו דאַרפֿסט זיך מאַכן שיכּור און אַז איך דאַרף זיך מאַכן נאַריש ― און איך גיב דיר פֿאָרט אַ מעשׂה פֿון צװײ טױטע ― פֿאַרפֿאַלן! דאָס אײנציקע, װאָס איך קאָן דיר העלפֿן, איז נאָר מיט אַן עצה: אױב דו האָסט שװאַכע נערװן, זאָלסטו אַקעגן נאַכט די מעשׂה נישט לײענען.

. . . . . . . . . . . . . . . . . . . .

א.

כלאַװנע, אַ שװאַרץ, אַ נידעריק־געװאַקסן און גוט־געפּאַקט ייִדל, איז געװען אַ מענטש, װאָס האָט ליב געהאַט דעם טרונק. אַ גליק, װאָס ער איז געבױרן פֿון אַ ייִדן מיט אַ ייִדענע, אַנישט װאָלט ער זיכער געװען אַ שיכּור. איך װעל אײַך נישט ערבֿ זײַן, אַז װײַל ער איז געװען אַ ייִד, האָט אים די ייִדישקײט נישט געלאָזט טרינקען אַ סך. עס קאָן זײער שײן געמאָלט זײַן, אַז טרינקען װאָלט ער אפֿשר געקאָנט פֿאַר דרײַ גױים, האָט ער אָבער נישט געהאַט פֿאַר װאָס. זײַן װײַב גיטל האָט געפֿירט זײַנע פֿינאַנצן, נישט געלאָזט, ס'זאָל אַרײַנפֿאַלן צו אים אין די הענט אַרײַן אַ מזומנער גראָשן. אומעטום, װוּ ס'איז נאָר געװען שײך צו געלט, האָט

זיך אַרױסגעשטעלט גיטל. אַרבעטן האָט טאַקע געאַרבעט ער, כלאַװנע, הײסט עס )ער איז געװען, ער זאָל מיר מוחל זײַן, אַ שוסטער(, נאָר אָפּטראָגן די אַרבעט און אָפּנעמען דאָס געלט ― דאָס פֿלעגט שױן זי אַלײן, גיטל, הײסט עס, פֿאַרשטײט זיך, אַז כלאַװנען איז אַזאַ מעשׂה נישט אָנגעשטאַנען.

― װאָס בין איך עפּעס בײַ דיר, אַ גנבֿ, צי װאָס?

אַזױ האָט געזאָגט כלאַװנע צו זײַן װײַב גיטל און באַקומען פֿון איר אַ קלאָרע תּשובֿה אױפֿן אָרט:

― חלילה! װער זאָגט דען אַ גנבֿ? ביסט נאָר אַ שיכּור. זאָג אפֿשר, אַז נײן?

אינגאַנצן אָפּלײקענען און זאָגן נײן ― איז כלאַװנען איבער דער טבֿע. און װידער צוריק, נעמען און מודה זײַן זיך, אַז ער האָט ליב דעם ביטערן טראָפּן, איז אים אָבער אױך נישט זײער אָנגענעם. פֿאַלט ער אױף אַ שׂכל און װיל אָפּקומען מיט אַ װערטל, װי זײַן שטײגער איז, מחמת כלאַװנע דער שוסטער האָט ליב נישט נאָר אַביסל בראָנפֿן ― ער האָט ליב אױך אַ װערטל, װי אַלע כּתרילעװקער אין כּתרילעװקע. ער קראַצט זיך אין באָרד, קוקט אױף דער סטעליע און זאָגט צו זײַן װײַב גיטל:

― בראָש װערט אַלצדינג אָנגערופֿן בײַ איר מיטן נאָמען שיכּור! האָסט מיך געזען, איך זאָל עמעצן שיקן? איך, אַז איך װיל אַביסל בראָנפֿן, גײ איך און קױף.

― מעגסט שױן גײן טאַקע אין דער ערד אַרײַן.

― אָך! אַבי מיט דיר ― אין פֿײַער און אין װאַסער!

― נאַ דיר און װער אַנטשטומט!

דאָס זאָגט גיטל צו איר מאַן דעם שוסטער און איז אים מכבד פֿון יענער זײַט װאַרשטאַט מיט אַ פֿליִענדיקן שטיװל, װאָס איז שױן כּמעט אינגאַנצן פֿאַרטיק, נאָר עס פֿעלט אים אַ קאָריק מיט צװײ צײלן פֿלעקלעך אין דער פּאָדעשװע. כלאַװנע נעמט צו די מתּנה מיט אַ געלעכטער און מיט אַ גלײַכװערטל, װי אַלע מאָל. און װער שמועסט, אַז גיטל קומט מיט געלט פֿאַר זײַן אַרבעט און איז אים אױך מנדר אַ פּאָר מזומנע גראָשנס, אױף פֿאָדעם און אױף װאַקס און אױף חזיר־האָר, דעמאָלט איז ער גאָר װײך װי פּוטער און זיס װי האָניק און האָט פֿון זײַן װײַב גיטל און פֿון אַלע װײַבער פֿון דער גאַנצער װעלט־בעת־מעשׂה אַן אומגעהײַער הױכע מײנונג. ער גלעט זיך דעם הױכן װײַסן שטערן )אַלע שוסטערס האָבן הױכע װײַסע שטערנס( און רעדט פֿאַרטראַכט, מעשׂה פֿילאָזאָף:

― איך װײס נישט, װאָס האָט דער שלמה המלך, זאָל מיר מוחל זײַן, געהאַט צו די װײַבער, װאָס ער פֿלעגט זײ אַזױ לײגן אין דער ערד אַרײַן? דו װײסט דאָך, װאָס שלמה המלך האָט געזאָגט אױף אײַך, צי נײן?

― װאָס דײַן „שלמה־מלך“ האָט דאָרטן געזאָגט ― װיל איך גאָרנישט װיסן. דו בעסער גײ אין מאַרק אַרײַן נאָך פֿאָדעם און נאָך װאַקס און נאָך חזיר־האָר, און זע נאָר, פֿאַרבלאָנדזשע נישט אין שענק אַרײַן.

כלאַװנע האָט זיך אַזש צעלאַכט פֿון אַזאַ װילדן געדאַנק.

― אַ משל! עס האָט אַזאַ פּנים, אַ שטײגער כּדומה, װי מע זאָל זאָגן פֿרײַטיק־צו־נאַכט יקום־פּורקן, אָדער שבת אין דער פֿרי לכה־דודי… װוּ איז דער מאַרק און װוּ איז דער שענק! און װאָס איז דאָס גלאַט פֿאַר אַן עובֿדה אין מיטן מיטװאָך שבת־צו־נאַכטס אין אַ שענק אַרײַן!…

בעת־מעשׂה צײלט כלאַװנע די גראָשנס און לײגט איבער די מטבעות פֿון אײן האַנט אין דער אַנדערער, קוקט פֿילאָזאָפֿיש אױף דער סטעליע מיט אײַן אױג, רעכנט אױס פּינקטלעך, װיפֿל געלט ער באַדאַרף האָבן אױף פֿאָדעם, װיפֿל אױף װאַקס און װיפֿל אױף חזיר־האָר, און מיט אַ טיפֿן־טיפֿן זיפֿץ און מיט שטילע טריט לאָזט ער זיך אַװעק גלײַך אין שענק אַרײַן.

ב.

װיִאַזױ האָט געהײסן יענער חכם, װאָס האָט דערקלערט מיט זײַן שׂכל, אַז פּורים זײַנען אַלע שיכּורים ניכטער? איך װאָלט אים געזאָגט, אַז ער איז מחילה אַ בהמה. פֿאַר װאָס זאָל אַ שיכּור דורכלאָזן אַזאַ טאָג װי פּורים, װען ס'איז אַ מיצװה, אַז אַ ייִד זאָל זיך אָנטרינקען װי אַ גױ און זאָל זײַן שיכּור װי לוט? דער ערשטער װאָלט פּראָטעסטירט קעגן דעם כלאַװנע דער שוסטער. אײדער ער האָט דערלעבט דעם הײליקן פּורים, זײַנען אים שיִער די אױגן אַרױס. און אַז ס'איז געקומען פּורים, איז ער קודם אַװעק אין שול צו דער מגילה, זיך אָפּגערעכנט מיט המנען, אים אױפֿגעהאַנגען אױף אַ בױם פֿופֿציק אײלן די הײך אינאײנעם מיט זײַנע צען בנים, און אָנשטאָט דעם, ער זאָל גײן אַהײם פֿאַרזוכן דעם

יום־טובֿדיקן המן־טאַש, האָט ער זיך אַרײַנגעכאַפּט אױף אַ װײַלע צו אַ פּאָר באַקאַנטע שוסטערס, גוטע ברידער, און האָט מיט זײ געגעבן אַ לעק און געטרונקען לחײם: „גאָט זאָל געבן, אַז המן מיט זײַנע צען בנים זאָלן דערלעבן איבעראַיאָר, און מיר זאָלן זײ װײַטער אױפֿהענגען אין שול אַלע אױף אײן תּליה פֿופֿציק אײלן די הײך, בכדי מיר זאָלן װידער אַ מאָל קאָנען נעמען צו ביסלעך בראָנפֿן, ונאמר אָמן“… פֿון אָט די לחײמס איז אונדזער העלד געװאָרן אַזױ בגילופֿין, אַז װיפֿל ער איז נישט געגאַנגען און געגאַנגען, האָט ער בשום־אופֿן נישט געקאָנט טרעפֿן צו זיך אַהײם. עס האָט זיך אים אױסגעװיזן, אַז דאָס געסל, װוּ ער װױנט, שפּילט זיך מיט אים אין „באַהעלטערלעך“: אָט שטײט דאָס, דאַכט זיך, אַקעגן אים און װינקט צו אים מיט אַ סך פֿײַערלעך פֿון די קלײנע פֿענצטערלעך, אָט טוט ער זיך אַ לאָז און אָט טרעפֿט ער מיטן שטערן אין װאַנט אַרײַן. פֿון װאַנען האָט זיך גענומען אַהער אַ װאַנט? פֿון זינט כלאַװנע איז צו זײַן שׂכל געקומען, געדענקט ער נישט, אַז דאָ זאָל זײַן אַ װאַנט; נישט אַנדערש, אַז דאָס האָט עמעצער אַװעקגעשטעלט אַ סוכּה. אַ פּאָטעפֿאַלנאָסט פֿון אַ ייִדן נעמען אַװעקשטעלן אין מיטן שטאָט אַ סוכּה! דאָס דאַרף זײַן רב יאָסיע דעם נגידס אַרבעט. װאָס אַ נגיד קאָן אײַנפֿאַלן ― איז דיר גאָר קײן קאַטאָװעס נישט! עס װעט אָבער אַ רוח אין זײַן שװיגערס טאַטן אַרײַן!…

― זאָל מײַן נאָמען נישט הײסן אַחשװרוש!…

און כלאַװנע דער שוסטער נעמט זיך אָן מיט בײדע הענט אָן װאַנט, טוט אַ צי צו זיך, װיל אומװאַלגערן רב יאָסיע דעם נגידס „סוכּה“ און טוט אַ פּראַל אין דער ערד אַרײַן און ציט זיך אױס װי אַ גראַף איבער דער באַרימטער כּתרילעװקער בלאָטע. און דאָרט לאָזן מיר אים ליגן אַ װײַלע, ביז מיר װעלן אַראָפּברענגען דעם צװײטן העלד פֿון אונדזער געשיכטע, װאָס ער הײסט מיט אַ גלענצנדיקן גבֿירישן נאָמען ― רױטשילד.

ג.

מיט דעם נאָמען רױטשילד האָט אים כּתרילעװקע געקרױנט דערפֿאַר, װײַל ער איז געװען אין שטאָט דער גרעסטער קבצן. דאָס הײסט אַזעלכע קבצנים, װי ער, זײַנען אין כּתרילעװקע פֿאַראַן אַזױ פֿיל, װיפֿל שטערן אין הימל, נאָר אַזאַ אַן אומגליקלעכער קבצן, אַזאַ קבצן אַ שלימזל, ― איז שױן אַפֿילו אין כּתרילעװקע נישט געװען צו אים דער צװײטער. עס גײט אַרום אױף דער װעלט אַ װערטל (שטאַמט געװיס פֿון כּתרילעװקע), אַז „צום שלימזל דאַרף מען אױך האָבן מזל“. זאָל איר טאַקע װיסן: אַ גלײַכװערטל איז, להבֿדיל, אַ תּורה.

װער איז געװען אָט דער רױטשילד און פֿון װאַנען האָט ער זיך גענומען, ― קאָן איך אײַך נישט זאָגן. ער איז געװען אַן אָרעמאַן ― דאָס װײסט איר שױן, און זײַן עובֿדה איז געװען ― גײן. איר מײנט, איבער די הײַזער? בעטן נדבֿות? האָט איר אַ טעות. זײַן גאַנג איז געװען גלאַט אַזױ אַ מין שפּאַציר איבער דער בלאָטע, נאָר מיט דריבנע טריט, און גיך־גיך, װי אַ מענטש, װאָס טוט עסק און האָט קײן צײַט נישט. אָפּשטעלן פֿלעגט ער זיך נאָר דעמאָלט, װען מע האָט אים אָפּגעשטעלט.

― שלום־עליכם, װוּהין גײט עס אַ ייִד רױטשילד?

רױטשילד בלײַבט שטײן, װישט זיך אָפּ מיט דער פּאָלע דעם שװײס, קוקט מיט מאָדנע איבערגעשראָקענע אױגן, און דאָס געל־אױסגעהונגערטע פּנים פֿאַרקנײטשט זיך בײַ אים אין אַ מין שמײכעלע, און ער טוט אַ זאָג שטיל, קױם װאָס מע הערט:

― גלאַט אַזױ זיך, מע גײט, טאָמער װעט דער אײבערשטער עפּעס צושיקן…

אָפּגעזאָגט, לאָזט זיך רױטשילד גײן װײַטער מיט זײַנע דריבנע טריט, און דער, װאָס האָט אים אָפּגעשטעלט, בלײַבט שטײן, קוקט אים נאָך אַ װײַלע, פֿאַרציט מיט די פּלײצעס, צעלאַכט זיך און טוט אַ שפּײַ:

― טפֿו! נאַט אײַך אַזאַ שלימזל!

זינט אָט דער שלימזל הײסט רױטשילד געדענקט קײנער נישט אין כּתרילעװקע, אַז ער זאָל עמעצן אָנמוטן מיט אַ בקשה װעגן עסן, בעטן אַ טרונק, אָדער אַן אָרט אױף איבערצונעכטיקן, כאָטש װיסן װײסן אַלע, אַז רױטשילד איז געװיס הונגעריק און אַז ער האָט געװיס נישט װוּ דעם קאָפּ אָנצושפּאַרן. אױף אַ הונגעריקן איז מען אין כּתרילעװקע גרױסע מבֿינים, מע קאָן זאָגן, ספּעציאַליסטן. זײ װעלן אײַך דערקענען אין דער פֿינצטער נאָכן קול אַלײן, װער ס'איז גלאַט אַזױ הונגעריקלעך און װאָלט אַ בעלן געװען, מהיכא־תּיתי, עפּעס איבערבײַסן, און װער ס'איז טאַקע שטאַרק הונגעריק, אַזױ אַז ממש עס גײט אים אױס דאָס חיות! מסתּמא האָבן זײ שױן דערױף אַזעלכע סימנים, װי, להבֿדיל, די דאָקטױרים, װאָס װעלן אײַך טרעפֿן נאָכן דופֿק, װעלכער חולה איז גלאַט אַזױ נישט־געזונט און װעלכער אין מסוכּן חלילה אױף צו שטאַרבן.

אױב מיר זאָלן קאָנען אײַנטײלן די מענטשלעך, װאָס הונגערן, אױף אַזעלכע, װאָס זײַנען גלאַט הונגעריק, און אױף אַזעלכע, װאָס זײַנען טױט־הונגעריק, װאָלט מיר מיט רעכט געקאָנט זאָגן, אַז אונדזער העלד רױטשילד געהערט צו די טױט־הונגעריקע, מחמת בײַ אים איז אָפֿטמאָל אַװעקגעגאַנגען גאַנצע טעג מיט גאַנצע נעכט, װאָס ער האָט אין זײַן מױל נישט געהאַט. און ער װאָלט געװיס אַזױ אױסגעגאַנגען אין מיטן גאַס, װען אַ גוטע נשמה זאָל זיך נישט אַרומקוקן, אַז אָן גײט דער שלימזל רױטשילד. אַז מע גיט אים עפּעס, זאָגט ער זיך נישט אָפּ, און אַז מע פֿרעגט אים, צי ער איז הונגעריק, שװײַגט ער, און אַז מע פֿרעגט אים, צי איז ער שטאַרק הונגעריק, ענטפֿערט ער אױך נישט, נאָר דאָס געל־אױסגעהונגערטע פּנים זײַנס קנײטשט זיך צונױף אין אַ מין שמײכעלע, און די איבערגעשראָקענע אױגן קוקן אַראָפּ, אַ פּנים, פֿאַר בזיון, װאָס אַ מענטש קאָן זײַן אַזױ הונגעריק, און אַ שטילער זיפֿץ רײַסט זיך אַרױס בײַ אים נישט־װילנדיק ― װער װײס, װאָס דער זיפֿץ קאָן באַדײַטן!…

די כּתרילעװקער לײַט, װאָס האָבן ליב אַ שפּאַס, גיבן אים פֿריִער עפּעס עסן און נאָכדעם טרײַבן זײ מיט אים אַביסל קאַטאָװעס:

― פּאַני רױטשילד, זאָגט דעם אמת, װיפֿל געלט פֿאַרמאָגט איר און װוּ ליגן פֿאַרבאָרגן אײַערע אוצרות?

רױטשילד לאָזט אַראָפּ די איבערגעשראָקענע אױגן, קנײטשט צונױף דאָס געל־אױסגעהונגערטע פּנים אין אַ מין שמײכעלע און שװײַגט… יונגע לײַט, עזות־פּנימער, שטײען־צו צו אים נענטער, טוען אים אַ צי בײַ אַרבל:

― שלום־עליכם, װאָס מאַכט אַ ייִד רב רױטשילד? װאָס הערט זיך עפּעס בײַ אײַך דאָרט אין פּאַריזש?

רױטשילד לאָזט אַראָפּ די איבערגעשראָקענע אױגן, קנײטשט צונױף דאָס געל־אױסגעהונגערטע פּנים אין אַ מין שמײכעלע און שװײַגט… חדר־ייִנגלעך, יונגע צוציקלעך, קלײנװאַרג, ― די לאָזן אים די גאַס נישט דורכגײן. זײ האָבן געמאַכט אױף אים אַ לידל:

רױטשילד איז אַן עושר,
איז אַ גבֿיר אַ גרױסער,
אָנגעשטאָפּט מיט געלט
און מיט שאַלעמױזן.
װײסט איר, װאָס אים פֿעלט?
מער נישט אַ פּאָר הױזן.

פֿאַר קלײנװאַרג האָט רױטשילד מורא, נעמט ער די פֿיס אױף די פּלײצעס און מיט זײַנע דריבנע טריט לאָזט ער זיך לױפֿן אין דער װעלט אַרײַן. קלײנװאַרג לױפֿט אים נאָך און זײ הערן נישט אױף צו זינגען… דערזעען די עלטערע און שרײַען אָן אױף זײ:

― אַ נישט געדאַכט זאָלט איר װערן, שקצים, הולטײַעס, ימח־שמוניקעס! אין חדר אַרײַן, ממזרים, אין חדר אַרײַן!

פֿאַר דעם שלימזל רױטשילד װאָלט אפֿשר געװען אין כּתרילעװקע אַלע מאָל װער ס'זאָל זיך אָננעמען זײַן קריװדע, און הונגערן װאָלט מען אים אפֿשר אױך נישט געלאָזט אַזױ שטאַרק. נאָר װער איז זײ שולדיק, אָט די שלימזלען, װאָס װעלן אײַך גיכער שטאַרבן, אײדער אױסציִען אַ האַנט?… און אױסערדעם, לאָמיר שמועסן על־פּי יושר: איז דען די שטאָט כּתרילעװקע טאַקע מחויבֿ צו טראָגן אױפֿן קאָפּ יעדן שלימזל? קאַרג האָט מען אײגענע צרות מיט אײגענע װײטיקן מיט דאגות פּרנסה? מע דאַנקט גאָט, אַז מע קומט אַלײן דורך דעם טאָג און מע לעבט איבער װי עס איז די װאָך מיט װײַב און קינדער.

דערפֿאַר אָבער ― װאָס אמת איז אמת ― אַז עס קומט דער הײליקער שבת, איז רױטשילד אַ באַװאָרנטער מענטש. אַלע ייִדן זײַנען דאָך דעמאָלט אין שול, און רױטשילד איז פֿאַר די אױגן. װעט דען אַ שטאָט דערלאָזן, אַז אַ ייִד זאָל שבת הונגערן? מילא, װאָס גאָט גיט אַבי אינאײנעם, און אַן איבעריקער מענטש צום טיש איז דאָך, אײגנטלעך, נישט מער, װי אַן איבעריקער לעפֿל… האָט קײן יסורים נישט, ער װעט הונגעריק נישט אַװעקגײן, און טאָמער אַפֿילו איז די סעודה נישט אַזױ פֿױגלדיק, איז אױך אָן אַן אומגליק, די קישקע װעט מוחל זײַן, אַבי מע זיצט מיט ייִדן בײַם טיש, אױפֿן טיש זײַנען פֿאַראַן סימנים פֿון שבתדיקער חלה, בײנדלעך פֿון פֿיש און אַ פּאָר מעשענע לײַכטער פֿון די נעכטיקע בענטש־ליכט… דאָס אַלצדינג, אינאײנעם גענומען, װען עס װערט באַזונגען מיט די שײנע זיסע שבתדיקע זמירות, האָט דאָך דאָס טאַקע דעם זיבעטן חן, און אַ כּפּרה אַלע מאכלים מיט אַלע פּאָטראַװעס און נאַשערײַען, װאָס דעם מענטשנס יצר־הרע האָט אױסגעטראַכט, בכדי אַרײַנצונאַרן אונדז װאָס טיפֿער אין גיהנום…

גרױס איז דער כּוח פֿון דעם הײליקן ייִדישן שבת! איר װעט נישט דערקענען דעמאָלט נישט דעם כּתרילעװקער בעל־הבית, נישט דעם אורח זײַנעם, דעם שלימזל רױטשילד.

ד.

אָפּגעפֿאַסט אַזאַ טאָג, װי אסתּר־תּענית, קױם דערלעבט פֿאַרנאַכט גײן אין שול הערן די מגילה, רעכט נוקם געװען זיך אין המנען און אָפּגעכאַפּט אױף אײן פֿוס דעם „הרבֿ את ריבֿנו“ מיט די איבעריקע זאָגעכצן, ― האָבן זיך די אױסגעהונגערטע כּתרילעװקער אין אײן אימפּעט געלאָזט לױפֿן אַהײם װאָס גיכער אָפּצופֿאַסטן זיך, איטלעכער „אונטער זײַן װײַנשטאָק און אונטער זײַן פֿײַגנבױם“, מיט אַ פֿרישן, אַ הײסן, אַ פּורימדיקן המן־טאַש מיט מאָן. און מחמת גרױס אימפּעט, הונגער און אײַלעניש האָט מען גאָר פֿאַרגעסן אָן רױטשילדן גלײַך װי עס װאָלט קײן רױטשילד גאָר אױף דער װעלט נישט געװעזן. און רױטשילד, דערזען, אַז דער עולם לױפֿט, האָט זיך אױך געלאָזט לױפֿן מיט זײַנע דריבנע טריט, גלאַט אַזױ אין דער װעלט אַרײַן, איבער די בלאָטיקע גאַסן און געסלעך פֿון דעם געבענטשטן כּתרילעװקע.

געלאָפֿן פֿאַרבײַ די האַלב־אײַנגעפֿאַלענע און האַלב־באַלױכטענע הײַזער און הײַזלעך, האָט אונדזער הונגעריקער העלד פֿון צײַט צו צײַט געכאַפּט אַ קוק אַרײַן אַהין, דורך די פֿענצטער, און געזען קײַענדיקע מײַלער און שלינגענדיקע העלדזער. װאָס האָבן די דאָזיקע מײַלער געקײַט אַזױ געשמײַדיק, װאָס האָבן די העלדזער אַזױ געשמאַק געשלונגען ― איז אים שװער געװען צו זען, נאָר פֿאַרשטאַנען האָט ער על־פּי סבֿרא, אַז דאָס באַדאַרפֿן זײַן פֿרישע, זיסע דרײַעקעכיקע המן־טאַשן, אָנגעפֿילט מיט זיסן, צוקערדיקן מאָן, װאָס צעגײט זיך אין מױל ― טעם גן־עדן. און עמעצער האָט זיך אױפֿגעכאַפּט בײַ רױטשילדן אינעװײניק אין מאָגן און האָט אים געגעבן אַ צי בײַם האַרצן און אַ זאָג אין אױער אַרײַן: „נאַר אײנער, װאָס דרײסטו זיך אַרום אין עולם־התּוהו? עפֿן אױף אַ טיר, גײ אַרײַן און זאָג: „אַ גוט יום־טובֿ, ייִדן! אפֿשר איז פֿאַראַן בײַ אײַך מיט װאָס אָפּצופֿאַסטן זיך? שױן דעם דריטן טאָג אין מײַן מױל נישט געהאַט“… און רױטשילד דערשרעקט זיך פֿאַר זיך אַלײן. עס איז אים נאָך קײנמאָל אַזאַ געדאַנק נישט געקומען ― אַרײַנרײַסן זיך צו יענעם אין שטוב אַרײַן מעשׂה גזלן! און בכדי דער יצר־הרע זאָל אים נישט אַרױפֿפֿירן דער שװאַרץ יאָר װײס אױף װעלכע זאַכן, לאָזט ער זיך גײן אין מיטן גאַס, סאַמע אין דער רעכטער בלאָטע, און שלאָגט זיך אָן אין דער פֿינצטער אױף עפּעס אַ װײכס, אַ גראָבס און אַ לעבעדיקס, און גיט אַ פֿאַל אַנידער אין בלאָטע אַרײַן, גלײַך אױף אונדזער העלד נומער אײנס ― אױף כלאַװנע דעם שוסטער.

לאָמיר לאָזן ליגן אַ װײַלע רױטשילדן און געװאָרע װערן, װאָס מאַכט עפּעס כלאַװנע דער שוסטער.

ה.

כלאַװנע דער שוסטער )מיר בעטן בײַ אים הונדערט מאָל מחילה װאָס מיר האָבן אים געלאָזט ליגן אַזױ לאַנג אין דער בלאָטע( האָט זיך געפֿילט גאָרנישט אַזױ שלעכט אין זײַן נײַער לאַגע, װי דער לעזער שטעלט זיך פֿאָר. עס ליגט שױן אַזױ אין דער טבֿע פֿונעם מענטשן, ער זאָל זיך צופּאַסן צו יעדער לאַגע, װי ביטער און פֿינצטער זי זאָל נישט זײַן. קױם איז אים באַשערט געװען, אַז די בלאָטע, די באַרימטע כּתרילעװקער בלאָטע, זאָל זײַן זײַן געלעגער, האָט ער געזען אָנװענדן כּל־המעגלעכקײטן, אַז ער זאָל ליגן װי אַ מענטש, און נישט גלאַט אַזױ לײדיק, אָן אַ שום אַרבעט. ער האָט געפֿײַערט אױף די נגידים און האָט אױסגעלאָזט כּל־חמתו אױף רב יאָסיע דעם נגיד, ער זאָל נישט מײנען, אַז ער, כלאַװנע דער שוסטער, איז חלילה שיכּור. ער האָט אים געשװאָרן, ער זאָל אַזױ דערלעבן פֿירן ויזתאן צו דער חופּה, װי ער הײבט נישט אָן צו זײַן שיכּור. װער האָט דאָס אױסגעטראַכט אױף אים, אױף כלאַװנען, אַז ער איז אַ שיכּור? דאָס װאַקסט אַװדאי פֿון איר, פֿון זײַן װײַב ושתּי, אײַנגעזונקען זאָל זי װערן!…

אַרױסגעלאָזט דעם נאָמען ושתּי, בלײַבט כלאַװנע דער שוסטער שטיל און פֿאַרטראַכט זיך. דער נאָמען ושתּי איז אַרײַן צו אים אין מוח, װי אַ פֿלעקל, װאָס מע זעצט דאָס אַרײַן אין אַ שטיװל אַרײַן. ער געדענקט, דאַכט זיך, גאַנץ גוט, אַז אַמאָל האָט זײַן װײַב געהײסן גיטל, פּלוצעם נאַ דיר גאָר „ושתּי“!… װיִאַזױ איז דאָס געװאָרן פֿון גיטל ― ושתּי? און נישט נאָר דער נאָמען ― זי אַלײן האָט זיך איבערגעביטן, גאָרנישט דאָס װײַב, װאָס פֿריִער. אָנגעטאָן גײט זי, װי אַ קײסערינע, מיט אַ גילדענעם ספּאָדעק, און איז אינגאַנצן אײַנגעטונקען פֿון קאָפּ ביז פֿיס אין גינגאָלד. ער באַטראַכט זיך, אַז ס'איז גאָר קײן פּלאַן נישט פֿאַר אים אַצינד מיט איר זיך צו קריגן. אַדרבא, מיט אַזאַ יפֿהפֿיה דאַרף מען שלאָגן בלאַט. און ער רוקט זיך צו צו איר נענטער און נענטער, נאָר זי רוקט זיך אָפּ… זי װיל אים נישט. אַ פּנים, דערפֿאַר, װאָס ער האָט ליב אָט דאָס, װאָס מע מאַכט דערױף שהכּל נהיה בדבֿרו… אַ מכּה דער מאַמען, עס שטײט נישט אָן דעם טאַטן אירן, טאָמער װעט מען זאָגן אין שטאָט, אַז ושתּי האָט אַ מאַן אַ שיכּור!

― זאָל איך נישט דערלעבן אױפֿשטײן פֿון דעם אָרט, אױב ס'װעט קומען אַמאָל אַ טראָפּן בראָנפֿן אױף מײַנע ליפּן! ושתּי, דו הערסט, צי נײן? טאָמער גלײבסטו מיר נישט, נאַ דיר אַ האַנט תּקיעת־כּף…

און כלאַװנע ציט אױס זײַן פּעכקע גראָבע האַנט מיט די קורצע שװאַרצע פֿינגער אין דער בלאָטע אַרײַן, און ס'איז אים אַ חידוש, װאָס ושתּי האָט אַזאַ קאַלטע נאַסע האַנט מיט אַזעלכע קאַלטע גליטשיקע פֿינגער. ס'איז אוממעגלעך זי אָנצונעמען פֿאַר דער טאַליע אַזױ, אַז די נשמה זאָל איר אַרױס! און ער צענעמט די הענט און כאַפּט אַרום… דעם שלימזל רױטשילד!

ו.

די מחקרים זאָגן, אַז פֿון אַ דערשרעק קומט אַלצדינג. פֿון אַ דערשרעק איז חלילה אַ מעוברתע מפּיל, פֿון אַ גוטן איבערשרעק קאָן אַ מענטש אַראָפּ פֿון זינען, און אַ מאָל, די שעה זאָל נישט זײַן, באַקומען אַפּאָפּלעקציע און שטאַרבן. זײ זײַנען דערגאַנגען מיטן שׂכל, אַז פֿון אַז איבערשרעק קאָן אַ שיכּור זיך אױסניכטערן אין אײן מינוט. אַזױ זאָגן די מחקרים. און דעריבער װעט אונדז קײן חידוש נישט זײַן, װאָס אונדזער העלד, כלאַװנע דער שוסטער, װיבאַלד ער האָט אַרומגעכאַפּט דעם שלימזל רױטשילד, אַזױ האָט ער פֿאַר שרעק זיך שױן אױסגעניכטערט, דאָס הײסט, נישט אױף אַזױ פֿיל, ער זאָל קאָנען אױפֿשטײן פֿון דער בלאָטע און װערן אַ מענטש, װי מע רופֿט עס, אַ זעלבסטשטענדיקער; נאָר אױף אַזױ פֿיל האָט ער אָנגעהױבן קומען צו זיך, אַז אײנציקװײַז האָבן זיך אומגעקערט צו אים כּמעט אַלע זײַנע חושים. קודם־כּל איז ער דערגאַנגען דורך זײַן חוש־המישוש, אַז ושתּי איז אַ ייִד מיט אַ באָרד. נאָכדעם האָט בײַ אים אױפֿגעװאַכט דער חוש־השמיעה, און ער האָט דערהערט רײנע, קלאָרע דבורים: „שמע־ישׂראל, גװאַלד, ייִדן, ראַטעװעט!“ דער חוש־הריח האָט אים געזאָגט, אַז זײ בײדע ליגן אין דער בלאָטע, אין דער באַרימטער כּתרילעװקער עיפּושדיקער בלאָטע. נאָר װיפֿל ער האָט נישט אָנגעװענדט זײַן חוש־הראיה אױף צו דערזען, װער איז אָט דער דאָזיקער נפֿש, האָט זיך עס אים בשום־אופֿן נישט אײַנגעגעבן, מחמת די לבֿנה האָט זיך באַהאַלטן אין די געדיכטע װאָלקנס, און די פֿינצטערע נאַכט האָט פֿאַרשפּרײט אירע שװאַרצע פֿליגלען איבער גאַנץ כּתרילעװקע.

אױך רױטשילד האָט אָנגעהױבן ביסלעכװײַז קומען צו זײַנע געדאַנקען, און דער שרעק, פֿון װעלכן ס'איז אים געװען אַ מינוט צום טױט, איז שטילערהײט אַװעק פֿון אים, און בײדע אונדזערע העלדן האָבן באַקומען לשון. אָט װאָס פֿאַר אַ מין געשפּרעך צװישן זײ איז פֿאָרגעקומען. מיר גיבן אים איבער פּינקטלעך, װאָרט אין װאָרט:

כלאַװנע: װער ביסטו?

רױטשילד: ס'איז איך.

כלאַװנע: װאָס טוסטו דאָ אין דער בלאָטע?

רױטשילד: גאָרנישט.

כלאַװנע: װעלכער רוח האָט דיך אַהער געבראַכט?

רױטשילד: כ'װײס נישט.

כלאַװנע: טפֿו זאָלסטו װערן! װאָס ביסטו? אַ בעל־מלאָכה, אַ שוסטער?

רױטשילד: נײן.

כלאַװנע: װאָס־זשע, אַ בעל־הבית?

רױטשילד: נײן, נײן.

כלאַװנע: װאָס־זשע דען ביסטו, צו אַלדי שװאַרצע יאָר?

רױטשילד: איך בין… איך בין… טױט־הונגעריק.

כלאַװנע: אַזאַ מעשׂה! דו ביסט טױט־הונגעריק? המ… און איך בין טױט שיכּור… שאַ! אױב איך האָב קײן טעות נישט, ניסטו נישט אָפֿטמאָל רױטשילד? יאָ, װי איך בין אַ ייִד! איך האָב דיך באַלד דערקענט, אַז דאָס ביסטו… װיבאַלד אַזױ, טאָמער װאָלט געװען אַ סבֿרא, ברודער רױטשילד, אַז דו זאָלסט מיר העלפֿן אַרױסקריכן פֿון דער דאָזיקער בלאָטע, און אױב דו פֿילסט, אַז דו האָסט פֿיס, װאָלטן מיר בײדע זיך דורכגעגאַנגען צו מיר אַהײם עפּעס נעמען אין מױל אַרײַן, װאָרעם עס באָמבלט מיר אין קאָפּ, אַז מיר האָבן הײַנט יום־טובֿ אױף דער גאַנצער װעלט. שׂימחת־תּורה? פּורים? ― איך קאָן דיר נישט זאָגן אַקוראַט, נאָר יום־טובֿ האָבן מיר געװיס. לאָזן קומען כּל מלכי מזרח ומערבֿ און זאָגן מיר, אַז נײן, װעל איך זײ אָנשפּײַען אין פּנים!

עס האָט גענומען אַ קלײנע װײַלע, ביז די צװײ האָבן זיך אַרױסגעקאַראַטשקעט פֿון דער בלאָטע און האָבן זיך מיט גרױס מי געלאָזט אין װעג אַרײַן, אײנער אָנגעלענט אױפֿן אַנדערן, דאָס הײסט, רױטשילד האָט אונטערגעהאַלטן כלאַװנען, ער זאָל נישט פֿאַלן. מחמת אױסגעניכטערט האָט זיך בײַם שוסטער נאָר דער קאָפּ ― די פֿיס אָבער האָבן זיך אים נאָך געפּלאָנטעט, און אַז זײ זײַנען געקומען צו…

דאָ האָבן מיר בדעה איבערלאָזן אונדזערע בײדע העלדן אױפֿן שפּאַציר און אַרײַנקוקן אױף אַ מינוט צו כלאַװנע דעם שוסטער אין שטוב אַרײַן, זען, װאָס מאַכט זײַן װײַב גיטל.

ז.

װיפֿל די קריטיקער זאָלן נישט קריטיקירן, װיפֿל די אָפּשפּעטער זאָלן נישט לאַכן און חוזק מאַכן ― אַ װײַב בלײַבט אַ װײַב. עס האָט נאָר אָנגעהױבן נאַכט װערן, האָט גיטל שױן גענומען ריכטן זיך אױף איר מאַן, אַז אָט קומט ער פֿון דער מגילה אָפּפֿאַסטן זיך. צוליב דעם האָט זי איבערגעדעקט דעם טיש יום־טובֿדיק און אַװעקגעשטעלט קודם דאָס, װאָס איר כלאַװנע האָט ליב ― אַ פֿלעשל מיט אַ גלעזל. עס קאָן זײַן, אַז אין פֿלעשל איז מער נישט געװען װי אײן גלעזל, נאָר אפֿשר איז דאָרט צוליב יום־טובֿ געװען צװײ גלעזלעך. דערפֿאַר איז געזעסן אױפֿן טיש אַ דרײַעקעכיקער המן־טאַש מיט מאָן, אַ מוראדיקער, אַ גרױסער, אַ ברײטער, אַן אמתער, אַ שוסטערשער המן־טאַש. עס האָט זיך אױסגעדאַכט, װי דער המן־טאַש װאָלט גערעדט װערטער: „כלאַװנע, װוּ ביסטו? קום עס מיך!“ נאָר כלאַװנע האָט נישט געהערט; ער איז גאָר געװען בשעת־מעשׂה בײַ זײַנע חבֿרים די שוסטערס און געמאַכט מיט זײ דעם גרױסן טרונק לכּבֿוד דעם הײליקן פּורים.

אומזיסט האָט די שוסטערקע נעבעך געקוקט דורכן פֿענצטערל, זיך צוגעהערט צו דער טיר. יעדער שאָרך האָט זיך איר אױסגעװיזן, אַז דאָס גײט כלאַװנע. נאָר כלאַװנע איז נישט געגאַנגען; ער איז גאָר געלעגן בעת־מעשׂה אײנער אַלײן אין דער בלאָטע און האָט זיך אױסגעשמועסט מיט ושתּין. גיטל האָט איבערגעטראַכט אױף איר מאַן אַלצדינג, װאָס אַ װײַב קאָן איבערטראַכטן, און אַז ס'איז געװאָרן רעכט שפּעט, האָט זי געכאַפּט די יופּע אױף די פּלײצעס און איז אַװעק זוכן איר מאַן כלאַװנע. זי האָט אים נישט געפֿונען. די שוסטערס, מיט װעלכע כלאַװנע האָט אױסגעטרונקען לכּבֿוד יום־טובֿ, האָבן איר געשװאָרן, זײ זאָלן אַזױ דערלעבן איבעראַיאָר פּורים, אַז כלאַװנע איז גלײַך פֿון שול אַװעק צו זיך אַהײם און קײן טראָפּן איז צו זײ קײנעם אין מױל נישט געקומען. סײַדן אפֿשר ― אַזױ האָבן געזאָגט די שוסטערס ― ער האָט זיך ערגעץ באַגעגנט מיט שמעון־װאָלפֿן.

בײַ דעם נאָמען שמעון־װאָלף האָט גיטל אַזש אַ ציטער געטאָן. אָט דער שמעון־װאָלף קאָסט איר נעבעך גענוג געזונט.

שמעון־װאָלף איז אױך אַ שוסטער, אַזױ װי איר מאַן כלאַװנע, און האָט אױך ליב דאָס, װאָס איר מאַן כלאַװנע האָט ליב. נאָר װי קומט כלאַװנע צו אים! יענער האָט אַ שם אױף דער גאַנצער װעלט ― מע רופֿט אים גאָר אַנדערש נישט, װי שמעון־װאָלף דער שיכּור. ס'איז אַ סבֿרא, אַז זײַן טאַטע איז דערפֿון געשטאָרבן: אײנמאָל שׂימחת־תּורה האָט ער זיך אָנגעטרונקען, און עס האָט זיך אָנגעצונדן אין אים דער בראָנפֿן און ער איז פֿאַרברענט געװאָרן, אַזױ װי אַ ליכט. מיט שמעון־װאָלפֿן האָט זיך שױן אױך אײן מאָל געטראָפֿן די אײגענע מעשׂה, האָט מען אים אָפּגעלאָשן. גיטל האָט אָבער נישט געגלױבט, אַז איר מאַן זאָל זיך װידער אַ מאָל צונױפֿגײן מיט דעם שיכּורניק, נאָכדעם װי ער האָט איר געגעבן אַ האַנט תּקיעת־כּף און געשװאָרן בײַ אַ פּאָר תּפֿילין, אַז צײַט ער װעט לעבן, װעט ער זיך מיט אים קײנמאָל נישט באַגעגענען. איבער דעם איז אַרױס אין יענער צײַט אַ גרױס מחלוקת צװישן כלאַװנעס װײַב גיטל און שמעון־װאָלפֿס װײַב חנה־זיסל. דאָס מחלוקת האָט זיך אָנגעהױבן מיט װערטער און מיט װערטלעך, און אױסגעלאָזט האָט זיך עס זײער מיאוס: בײדע װײַבער האָבן זיך אַרײַנגעפּלאָנטעט אײנע דער