אַלט־נײַ כּתרילעװקע: אַ פּסחדיקע עקספּראָפּריאַציע

שלום עליכם (אַלע װערק)

אַ פּסחדיקע עקספּראָפּריאַציע

א.

כּתרילעװקע האָט פֿון תּמיד אָן נאָכגעטאַנצט אַדעס; נאָר פֿון זינט עס האָבן זיך אָנגעהױבן די בהלות, טרעט כּתרילעװקע נישט אָפּ פֿון אַדעס אױף קײן האָר: אין אַדעס אַ שטרײַק ― אין כּתרילעװקע אַ שטרײַק; אין אַדעס אַ פּאָגראָם ― אין כּתרילעװקע אַ פּאָגראָם. אײנער אַ לץ האָט אַרױסגעלאָזט אַ קלאַנג, אַז אין אַדעס האָט מען אָנגעהױבן זיך אָפּשנײַדן די נעזער, האָט מען אין כּתרילעװקע גענומען שאַרפֿן מעסערס; אַ גליק, װאָס אין כּתרילעװקע גופֿא האָט מען ליב קוקן אױף יענעם, דעריבער האָט יעדער געװאַרט, ביז דער ערשטער װעט זיך אָפּשנײַדן די נאָז. און מע װאַרט נאָך עד־היום…

נאָך אַזאַ מין הקדמה װעט שױן קײנעם קײן װוּנדער נישט זײַן, װאָס עס גײט נישט אַװעק כּמעט אַ טאָג, מע זאָל נישט לײענען אױף די גאַזעטן אַלע מאָל אַן אַנדער אומגליק פֿון כּתרילעװקע: װיִאַזױ „חבֿרה“ האָבן זיך אַרײַנגעכאַפּט צו אַ בעקער און האָבן עקספּראָפּריִיִרט דאָס גאַנצע געבעקס, אָדער װיִאַזױ אַ שוסטער האָט שױן געהאַט כּמעט געענדיקט אַ פּאָר שטיװל ― ס'איז געבליבן נאָר אַרױפֿזעצן אַ פּאָר פּאָדעשװעס מיט די אָפּצאַסן, ― איז מען אים באַפֿאַלן אין מיטן העלן טאָג, אָפּגעזאָגט דעם געװיסן פּסוק „שׂאו־ידיכם“ ― „רוקי װערךруки вверх: אַרױף מיט די הענט!“ ― און צוגענומען די שטיװל. אָדער אַ ייִד אַן אָרעמאַן איז געגאַנגען איבער די הײַזער ― דאָנערשטיק איז געװען די מעשׂה ― האָט מען אים זאַטשעפּעט ערגעץ אין אַ געסל, צוגעשטעלט אים אַ פּיסטױל גלײַך אין פּנים אַרײַן און אַרױסגעטרײסלט בײַ אים װאָס ער האָט געהאַט. אָדער הערט אַ מעשׂה, װאָס אַ ייִדענע דערצײלט… נאָר װאָס אַ ייִדענע דערצײלט װיל איך אײַך נישט איבערחזרן; אַ פֿרױ האָט שװאַכע נערװן, די צײַט איז אַן אומרויִקע, עס קאָן זיך איר אױסװײַזן אַ קוצע קו פֿאַר אַ באַרנבױם… איך װיל נישט נעמען אױף זיך „די פֿאַראַנטװאָרטלעכקײט פֿאַר דער געזעלשאַפֿט“…

בקיצור, עס איז אַװעק אין כּתרילעװקע אַ סדרה עקספּראָפּריאַציעס, אײנע שרעקלעכער פֿון דער אַנדערער. עס איז געװאָרן אַ מורא צו לעבן אױף דער װעלט, און מע האָט אָנגעהױבן בענקען נאָך די אַלטע גוטע יאָרן, װען אײן פּריסטאַװ, װאָס פֿלעגט נעמען אַ קערבל, האָט געקאָנט האַלטן אַ גאַנצע שטאָט בײַ זיך אין קעשענע און מע האָט אָנגעהױבן בעטן גאָט און תּפֿילה טאָן:

― גװאַלד, רבונו־של־עולם, השיבֿנו נאַזאַדназад: צוריק, האַרצעדיקער פֿאָטער, חדש ימינו כּקדם!…

דאָס איז אָבער נאָך אַלץ נישט מער װי אַ הקדמה. די מעשׂה הײבט זיך ערשט אָן.

ב.

בנימין לאַסטעטשקע איז דער גרעסטער נגיד אין כּתרילעװקע. אױסרעכענען זײַן גרױסקײט האָט נישט קײן שיעור. ערשטנס, האָט ער מחותּנים רײַכע אױף דער גאַנצער װעלט. די מחותּנים זײַנען שױן איצט נישט רײַך, װי זײ זײַנען געװען אַמאָל, איבער הײַנטיקע צײַטן מיט הײַנטיקן אָנזעצן ― ס'איז גאָר קײן חידוש נישט; אַ חידוש איז נאָר, װי ייִדן האַלטן זיך נאָך, און װער שמועסט די כּתרילעװקער ייִדן ― זײַנען שטאַרקער װי אײַזן! װי הערינג אין אַ פֿאַס האָבן זײ זיך צונױפֿגעפּאַקט אַלע אױף אײן אָרט, און זײ פֿרעסן אײנס דאָס אַנדערע לעבעדיקערהײט. אַ שטיקל גליק אָט דאָס אַמעריקע, װאָס נעמט צו פֿון דאָרטן אַלע יאָר כּמעט צװײ מאָל אַזױ פֿיל, װיפֿל עס שטאַרבן אױס פֿון הונגער, פֿון פּאָגראָמען און פֿון אַנדערע שלעק… פֿונדעסטװעגן זעט איר דאָך, אַז גאָט װיל, איז נאָך דאָ אין כּתרילעװקע אַ ייִד אַ נגיד, װאָס הײסט בנימין לאַסטעטשקע, װאָס אַלע זײַנען אים מקנא, װאָס ער דאַרף נישט אָנקומען צו קײנעם, אַחוץ צו זײַנע רײַכע מחותּנים. מאָלט אײַך, אָנקומען צו אַ רײַכן מחותּן איז עפּעס אױך נישט אַזאַ זיס שטיקל ברױט, מחמת דאָס רובֿ רײַכע מחותּנים זײַנען בטבֿע, נישט אױסגערעדט זאָל זײַן, גרױסע חזירים… פֿונדעסטװעגן איז בנימין לאַסטעטשקע פֿאָרט דער נגיד אין כּתרילעװקע. אַז מע דאַרף אַ מאָל אַ טובֿה, װוּהין גײט מען? צו בנימין לאַסטעטשקע. און בנימין לאַסטעטשקע הערט אױס, העלפֿט אַ מאָל מיט אַן עצה, אַ מאָל מיט אַ גוט װאָרט, אַ מאָל מיט אַ קרעכץ ― גוט איז אױך דאָס, װאָרעם אָן דעם װאָלט דען געװען בעסער? אַלץ אײן שװאַרץ יאָר.

װאָס איז דער חילוק פֿון אַ כּתרילעװקער נגיד ביז, למשל, אַ נגיד אין יעהופּעץ? די יעהופּעצער נגידים האָבן װײכע הערצער, קאָנען נישט צוזען דעם צער פֿון די אָרעמע לײַט, האַלטן זײ פֿאַרמאַכט די טיר, שטעלן אַװעק אַ שװײצאַר בײַ דער שװעל, לאָזן נישט צו קײן בן־אָדם, װאָס גײט נישט אָנשטענדיק אָנגעטאָן. און אַז עס קומט דער ליבער זומער הײבן זײ זיך אױף װי די שװאַלבן און פֿאָרן אַװעק קײן אױסלאַנד ― גײט זוכט זײ! אַנו, זאָל פּרוּװן אַ כּתרילעװקער נגיד אַזױ טאָן, װעט מען אים די בײנער צעטראָגן! צי ער װיל, צי ער װיל נישט ― בנימין לאַסטעטשקע איז ראָש־וראשון אין קהל. אין אַלע צדקה־זאַכן איז ער דער ערשטער, נישט נאָר אױף צו געבן די ערשטע נדבֿה, נאָר אױף צו נעמען דאָס שטעקל, מחילה, און גײן פֿון שטוב צו שטוב צונױפֿנעמען נדבֿות פֿון אָרעמע לײַט פֿאַר אָרעמע לײַט…

הײַנט װער שמועסט ערבֿ פּסח בײַם צונױפֿנעמען „מעות־חיטים“ ― אָ! דעמאָלט מעגט איר זיך פֿאַרגינען אַ קוק טאָן אױף בנימין לאַסטעטשקע כאָטש פֿון דער װײַטן. איך װײס נישט, אױב דער גרעסטער כּלל־טוער פֿון דער גאַנצער װעלט האָט פֿאַר דעם ברענענדיקסטן װאַל־קאַמף אַמאָל אַזױ געשװיצט, װי אונדזער לאַסטעטשקע שװיצט גאַנצע פֿיר װאָכן פֿאַר פּסח! ער שװערט, אַז פֿון פּורים ביז פּסח שלאָפֿט ער אין אָנטאָן! לאָמיר אים גלײבן אױף נאמנות, װאָרעם װאָס קומט אים אַרױס פֿון דעם? קײן געלט פֿאָדערט ער נישט פֿאַר זײַן טירחה. אַי, איר װעט זאָגן, ער טוט עס צוליב כּבֿוד? זאָל זײַן אַזױ. װאָס קאָן עס אײַך אַרן? יעדער מענטש װיל כּבֿוד; אַפֿילו שׂררות האָבן עס נישט פֿײַנט. מיר װעלן די נאַטור פֿונעם מענטשן נישט איבערמאַכן ― פֿאַרפֿאַלן!

ג.

דער מינהג פֿון צונױפֿנעמען מעות־חיטים פֿאַר אָרעמע לײַט אױף פּסח איז זײער אַן אַלטער מינהג, זײער אַ קאָנסערװאַטיװ מיטל פֿון „פֿילאַנטראָפּיע“; דאָך, מײן איך, איז ער נישט אַזױ ביטער, װי די הײַנטיקע װילן אונדז אײַנרײדן. זײ זאָגן, אַז „פֿילאַנטראָפּיע איז אַ שחיטה פֿאַר דער געזעלשאַפֿט“. איך װיל מיך מיט זײ אין חקירות און אין פּאָלעמיק נישט אַרײַנלאָזן. איך װיל נאָר זאָגן, אַז נאָך מײַן מײנונג, איז דאָ נאָך אַ פֿיל ערגערער מינהג: װאָס די נגידים װילן נישט געבן, און װאָס מע דאַרף בײַ זײ רײַסן פֿון די צײן. און נאָך טױזנט מאָל ערגער איז דאָס, װאָס די שײנע מענטשן, װאָס װילן נישט געבן, װילן אײַך אײַנרײדן אַ קינד אין בױך, אַז דערפֿאַר גיבן זײ נישט, װײַל ס'איז פֿאַראַן בײַ זײ אַ „פּרינציפּ“… פֿאַר אַזעלכע מענטשן זאָלט איר אַנטלױפֿן; אַזעלכע מענטשן זײַנען טרוקן, װי אַ טרוקן פֿישל, און אומעטיק, װי אַ קאַץ… דאַנקען גאָט, װאָס אין כּתרילעװקע איז דער „פּרינציפּ“ נאָך נישט אַרײַן אין דער מאָדע. די װאָס גיבן נישט, גיבן נישט דערפֿאַר, װײַל זײ האָבן נישט… ערבֿ פּסח אָבער, אַז עס קומט צו מעות־חיטים, איז דאָס אױך קײן תּירוץ נישט. אין כּתרילעװקע גײט אַ שפּריכװאָרט: „יעדער ייִד איז מחויבֿ אָדער געבן מעות־חיטים, אָדער נעמען מעות־חיטים“…

מאָדנע מענטשן די כּתרילעװקער ייִדן! טױזנטער יאָרן זײַנען אַװעק, זינט זײערע עלטער־עלטער־זײדעס האָבן זיך באַפֿרײַט פֿון גלות־מצרים, קאָנען זײ זיך נאָך עד־היום נישט אָפּגעװױנען פֿון צו עסן מצות אַכט טאָג דורכאַנאַנד אַלע יאָר, און איך האָב זײער מורא, אַז דער דאָזיקער טרוקענער מאכל װעט נאָך לאַנג־לאַנג נישט אַרױס פֿון דער מאָדע… אַ גאַנץ יאָר װעט אײַך אַ כּתרילעװקער ייִד אָנשװעלן פֿון הונגער, און קומט פּסח, מעג זיך איבערקערן די װעלט, מוז ער זײַן פֿאַרזאָרגט מיט מצות! עס איז נאָך נישט געװען דער פֿאַל, אַז אַ ייִד זאָל דאָרט שטאַרבן פּסח פֿון הונגער. און טאָמער מאַכט זיך אַ מאָל אַזאַ פֿאַל, דאַרף מען אים פֿאַרשרײַבן אױפֿן חשבון פֿונעם יאָר, דאָס הײסט, ער איז געשטאָרבן נישט חלילה מחמת דעם, װאָס ער האָט נישט געהאַט די אַכט טאָג פּסח קײן מצה, נאָר מחמת דעם, װאָס ער האָט נישט געהאַט קײן חמץ אין די 357 טעג פֿון אַ גאַנץ יאָר. עס איז, פֿאַרשטײט איר מיך, אַ גרױסער אונטערשײד!

ד.

נישטאָ אײן זאַך אױף דער װעלט, װאָס זאָל נישט האָבן קײן אױסנאַם. דאָס יאָר, װאָס מיר באַשרײַבן אונדזער געשיכטע, איז געװען פֿאַר כּתרילעװקע אַזאַ יאָר, װאָס מע האָט אַזעלכעס קײנמאָל נישט געהערט. עס האָט זיך אַרױסגעװיזן, אַז נעמערס אױף מעות־חיטים זײַנען מער װי געבערס. מע זאָל זיך נישט שעמען פֿאַר לײַטן, װאָלטן כּמעט אַלע ייִדן דאָרטן זיך נישט אָפּגעזאָגט פֿון צו נעמען מעות־חיטים… אַ צער־בעלי־חײם געװען אָנצוקוקן אונדזער גבֿיר בנימין לאַסטעטשקע, װי ער זיצט אין „קאָמיטעט“ דעם לעצטן טאָג װאָס פֿאַר פּסח און האַלט אין אײן אָפּזאָגן:

― נישטאָ קײן געלט!… אױסגעגאַנגען!… האָט קײן פֿאַראיבל נישט!…

― דערלעבט איבער אַ יאָר, ― האָבן אים געענטפֿערט די „אָפּגעזאָגטע“ אָרעמע לײַט און צוגעלײגט אונטער דער נאָז: ― און איר זאָלט קומען צו אונדז נאָך מעות־חיטים…

אײנס נאָך דאָס אַנדערע זײַנען די אָרעמע לײַט אַרױס פֿון „קאָמיטעט“ מיט לײדיקע הענט און מיט רױטע פּנימער, װי פֿון אַ שװיץ־באָד, געשאָלטן די נגידים אױף װאָס די װעלט שטײט ― ס'זאָל פֿאַלן אין ים אַרײַן.

צװישן די לעצטע „אָפּגעזאָגטע“ איז געװען אַ גאַנץ בינטל בחורים, אַרבעט־יונגען, װאָס דרײען זיך אום אַ גאַנצן װינטער אָן אַ שטאָך אַרבעט. מע האָט שױן פֿאַרקױפֿט פֿון זיך אַלץ, װאָס מע האָט געהאַט. אײנער האָט פֿאַרזעצט אַ זילבערנעם זײגער און פֿאַרן געלט געקױפֿט פּאַפּיראָסן, און אַלע בחורים האָבן גערײכערט, אום צו שטילן דעם הונגער אַלע בחבֿרותא ― מעשׂה קאָמונע… געקומען אין „קאָמיטעט“, האָט דאָס בינטל בחורים אַרױסגעשטעלט פֿאַרן גענעראַל־רעדנער אײנעם, אַ דאַמסקע שנײַדער, מיטן נאָמען שמואל־אַבא פֿינגערהוט. און כאָטש שמואל־אַבא פֿינגערהוט איז געװען דער גענעראַל־רעדנער, פֿונדעסטװעגן האָט אים דאָס גאַנצע בינטל מיטגעהאָלפֿן, און אַלע האָבן גערעדט, געטענהט, אַז זײ גײען־אױס פֿון הונגער, ממש זײ פֿאַלן מיטן פּנים צו דער ערד. דער גבאי ראשון פֿון „קאָמיטעט“, בנימין לאַסטעטשקע, האָט זײ געלאָזט רײדן, און אַז זײ האָבן אױסגעלאָזט, האָט ער אָנגעהױבן בזה־הלשון:

― האָט קײן פֿאַראיבל נישט, אײַערע רײד זײַנען אַרױסגעװאָרפֿן. ערשטנס, זײַט איר נישט קײן באַװײַבטע, און מיר גיבן מעות־חיטים נאָר פֿאַר באַװײַבטע; צװײטנס, זײַט איר, קײן עין־הרע, יונגע לײַט, װאָס קאָנען גײן אַרבעטן און פֿאַרדינען אױף פּסח. דריטנס, איז הײַנטיקס יאָר בײַ אונדז אַ גערעטעניש אױף אָרעמע לײַט, פֿאַראַן מער נעמערס, װי געבערס; פֿערטנס ― ס'איז אַ בזיון צו זאָגן, מיר האָבן שױן נישט פֿון גאַנץ פֿרי אָן אַ צעבראָכענעם גראָשן אין דער קאַסע. טאָמער גלײבט איר נישט, נאַט זעט.

און דער גבאי ראשון פֿון קאָמיטעט האָט זיך איבערגעקערט זײַנע אַלע קעשענעס אױף דער לינקער זײַט, באַװיזן אױג־אױף־אױג, אַז ער איז נקי, רײן װי גאָלד. דאָס בינטל איז געבליבן אָן לשון, נאָר דער לידער, שמואל־אַבא פֿינגערהוט, האָט אַ פּה קדוש ― מע דאַרף אים די צונג נישט פּיקן. ער האָט זיך אָנגערופֿן צום גבאי מיט אַ גאַנצער דרשה האַלב ייִדיש, האַלב רוסיש:

― זשאַלжаль: אַ שאָד, װאָס איר האָט נישט אָנגעהױבן פֿונעם סוף, װאָלט איר פֿאַרשפּאָרט טראַטיִעןтратить: פֿאַרטאַכלעװען אַזױ פֿיל פּאָראָך פּאָנאַפּראַסנאָпорох по напрасно: פּולװער אומזיסט. נאָר איך װעל אײַך געבן אַ װאָזראַזשעניעвозражение: ענטפֿער אױף אַלע אײַערע דאָװאָדןдовод: טענות. װאָפּערװיךво первых: ערשטנס, װאָס מיר זײַנען כאָלאָסטיאַקעסхолостяке: בחורים ― איז דאָס פֿאַר אײַך אַ מעלה: װינציקער אָרעמע לײַט אין שטעטל. װאָװטאָריךвовторых: צװײטנס, װאָס איר זאָגט: אַרבעטן ― סדיעלאַיטע אָדאָלזשעניעсделайте одолжение: טוט מיר אַ טובֿה! גיט אונדז אַרבעט, װעלן מיר אײַך איבערקערן די װעלט! װטרעטיךв третьих: דריטנס, װאָס איר זאָגט: אָרעמע לײַט, איז אין דעם שולדיק דער קאַפּיטאַליזם ס'אָדנאָי סטאָראָניс одной стороны: אױף אײן זײַט און די עקספּלואַטאַציע פֿונעם פּראָלעטאַריאַט ס'דרוגאָי סטאָראָניс другой стороны: אױף דער צװײטער זײַט. אַ װטשעטװיאָרטיךв четвертых: פֿערטנס, װאָס איר װיװאָראַטשעװעטвыворачивать: אַרױסקערן די קעשענעס אױף דער לינקער זײַט, איז דאָס נישט קײן דאָקאַזאַטעלסטװאָдоказательство: ראַיה. מיר סאָמניעװאַיעןсомневай: צװײפֿלען זיך נישט, אַז בײַ אײַך אין דער הײם, נאַפּרימערнапример: למשל, זײַנען די שאַפֿעס אָנגעפּאַקט מיט מצות, אײער, ציבעלעס און קאַרטאָפֿליעס און גענדזנשמאַלץ און טאָמו פּאָדאָבנאָיעтому подобная: ענלעכס, און װײַן אױך אױף אַרבע־כּוסות… איר זײַט אַלע בורזשוקעס און בעזסאָװעסטנעбессовестные: ניט ערלעכע עקספּלואַטאַטאָרס ― און באָלשע ניטשעװאָбольше ничего: מער ניט! טאָװאַרישטשיтоварищи: חבֿרים, קומט לאָמיר גײן!…

מיר מוזן נאָכגעבן, אַז כּתרילעװקע, װאָס טאַנצט־נאָך אַדעס און אַלע אַנדערע גרױסע שטעט, איז נאָך אַזױ װײַט נישט פֿאָרגעשריטן, אַז אַזאַ עקספּלואַטאַטאָר, װי אונדזער נגיד בנימין לאַסטעטשקע, זאָל עפֿענען די שאַפֿעס, צעטײלן פֿאַר די אָרעמע לײַט די מצות מיט די אײער מיט די ציבעלעס מיט די קאַרטאָפֿליעס מיטן גענדזנשמאַלץ און מיטן װײַן אױף אַרבע־כּוסות, און אַלײן זאָל עס בלײַבן מיט װײַב און קינדער אָט אַזױ אָ… איך בין אָבער איבערצײַגט, װי צװײ מאָל צװײ איז פֿיר, אַז מײַנע כּתרילעװקער עקספּלואַטאַטאָרס װעלן דאָס זיכער טאָן, זאָל נאָר פֿריִער באַװײַזן אַדעס, אָדער יעהופּעץ, אָדער אַנדערע גרױסע שטעט אַזאַ מין בײַשפּיל. כּתרילעװקע, מײַנע ליבע פֿרײַנט, איז נישט מחויבֿ צו זײַן די ערשטע אױפֿן יריד…

ה.

מיט אַ רײנעם געװיסן, אַן אױסגעבאָדענער, אַ יום־טובֿדיקער, האָט זיך בנימין לאַסטעטשקע אַװעקגעזעצט מיט װײַב און קינדער די ערשטע נאַכט פּסח צום סדר, רויִק און אױפֿגעלײגט, טאַקע װי אַן אמתער מלך, װאָס פֿילט זיך גוט אין זײַן מלוכה. אין דער רעכטער האַנט האָט ער די מלכּה, שׂרה־לאה זײַן װײַב, אױסגעפּוצט יום־טובֿדיק מיט אַ נײַער זײַדענער פֿאַטשײלע, פֿון װעלכער עס קוקן אַרױס צװײ לאַנגע באָמבלדיקע אױערינגלעך פֿון עכט זילבער 84טע פּרוּװ84/96: 0.875 פּראָצענט לױטער, און אַרום און אַרום טיש די קינדער, די פּרינצן מיט די פּרינצעסינס ― אַ גאַנצער בוקעט פֿון אױסגעצװאָגענע קעפּלעך, רױטע בעקלעך, בלישטשענדיקע אײגלעך. אַפֿילו זלאַטקע די דינסטמױד, װאָס אַ גאַנץ יאָר איז זי אײַנגעשפּאַנט אין יאָך און אַרבעט װי אַן אײזל, האָט זיך אױסגעצװאָגן און אָנגעזײפֿט מיט פּאַטשולי־זײף און אַרײַן אין אַ נײַ סיצן קלײדל מיט נײַע „באָטינקעס“ און מיט אַ ברײטער רױטער סטענגע אױפֿן שװאַרצן גלאַנצנדיקן שטערן. אַלע פֿילן זיך גוט, מחיה, פֿרײַ, גלײַך װי זײ אַלײן זײַנען נאָר װאָס אַרױס פֿון מצרים. מיט אַ קנאַק האָט דער ייִנגסטער פֿון די פּרינצן אָפּגעקלאַפּט די פֿיר קשיות, און דער פֿאָטער דער מלך, בנימין לאַסטעטשקע, האָט גענומען לאַנגזאַם, מיט זײער אַ שײנעם ניגון, אױף אַ הױך קול, ענטפֿערן אים אַ תּירוץ, דעם אַלטן תּירוץ: עבֿדים היינו ― קנעכט זײַנען מיר געװען, לפֿרעה במיצרים ― בײַ פּרעהן אין מצרים, האָט אונדז גאָט אַרױסגעצױגן פֿון דאָרטן מיט אַ שטאַרקער האַנט און מיט גרױסע װוּנדער, באַצאָלט פּרעהן מיט צען שײנע מכּות… און האָט גענומען אױסרעכענען אױף אַ קול און מיט אַ ניגון די שײנע מכּות. פּלוצעם…

ו.

פּלוצעם האָט זיך דערהערט אַ קלאַפּ אין טיר, און נאָך אַ קלאַפּ, און נאָך צװײ קלעפּ, װער זאָל דאָס זײַן?… „עפֿענען, אָדער נישט עפֿענען?“… און עס איז געבליבן, אַז יאָ עפֿענען, װאָרעם דאָס קלאַפּן איז געװאָרן װאָס װײַטער אַלץ שטאַרקער און שטאַרקער, און דער מלך און די מלכּה און די פּרינצן זײַנען אַלע געבליבן שטיל, און זלאַטקע די דינסטמױד האָט געעפֿנט די טיר, און אין שטוב זײַנען אַרײַן דאָס גאַנצע בינטל בחורים מיט זײער לידער, שמואל־אַבא פֿינגערהוט, בראָש, מיט אַ ברײטן „גוט יום־טובֿ!“… אונדזער נגיד בנימין לאַסטעטשקע, כאָטש די נשמה איז אים שױן געװען אין די פּיאַטעס, האָט זיך אָנגענומען מיט האַרץ און אַ זאָג געטאָן צו דער חבֿרה:

― אַ גוט יום־טובֿ, אַ גוט־יאָר. סקאָצל קומט. װאָס װעט איר זאָגן גוטס?

איז אַרױסגעטראָטן שמואל־אַבא פֿינגערהוט, דער גענעראַל־רעדנער מיט אַ דרשה, װי זײַן שטײגער איז, אױף דער געמישטער האַלב־רוסישער שפּראַך, און האָט אַזױ געזאָגט:

― איר זיצט דאָ אין דער ליכטיק בײַ אַ גלאָז װײַן און פּראַזדניװעטпразднив: פּראַװען דעם הײליקן יום־טובֿ, און מיר, אָרעמע פּראָלעטאַריער, פּראָפּאַדאַיעןпропадает: פֿאַרשװינדן פֿון הונגער. איך געפֿין, אַז ס'איז ניעספּראַװעדליװעнесправедливе: אומיושרדיק. איך פּריקאַזעװעприказ: באַפֿעל אײַך, איר זאָלט הײסן אונדז אָפּגעבן אײַער יום־טובֿדיקע װעטשערע און איר זאָלט נישט סמײען אַרױסלאָזן אַ פּיפּס, נישט עפֿענען קײן פֿענצטער, נישט רופֿן קײן פּאָליצײ און טאָמו פּאָדאָבאָניעтому подобные: אַזעלכע זאַכן, װאָרעם מיר װעלן מאַכן פֿון אײַך אַש… חבֿר משה, װוּ איז די באָמבע?…

. . . . . . . . . . . . . . . . . . . .

די לעצטע עטלעכע װערטער זײַנען שױן געװען גענוג, דאָס גאַנצע געזינדל זאָל בלײַבן װי געלײמט, װי צוגעקאָװעט צו די ערטער. נאָר אַז דער „חבֿר משה“, אַ שװאַרצער שוסטער־בחור מיט אַ שװאַרצער פּאַטלע און מיט שװאַרצע פֿינגער, איז צוגעגאַנגען צום טיש און האָט געגעבן אַ שטעל אַװעק עפּעס אַ הױכע זאַך און אַ קײַלעכיקע, איבערגעדעקט מיט אַ שמאַטקע, ― איז פֿונעם גאַנצן הױזגעזינד געװאָרן דאָס, װאָס ס'איז אַמאָל געװאָרן פֿון לוטס װײַב, אַז זי האָט זיך אױסגעדרײט, געװאָלט זען, װאָס איז געװאָרן פֿון די שטעט סדום און עמורה…

און זלאַטקע די דינסטמױד האָט מיט קלאַפּנדיקע צײן אונטערגעטראָגן צום טיש פֿריִער די הײסע פֿעפֿערדיקע פֿיש, נאָכדעם די יױך מיט די פֿעטע קנײדלעך, לאַטקעס מיט אַלע אַנדערע גוטע זאַכן, און חבֿרה האָבן דאָס אױפֿגעקלאַפּט מיט אַזאַ אַפּעטיט, גלײַך װי זײ האָבן טאַקע באמת שױן לאַנג נישט געגעסן, און האָבן אַלע מאָל פֿאַרטרונקען מיט װײַן, און האָבן זיך געגעבן דאָס װאָרט, נישט איבערלאָזן קײן טראָפּן, אַפֿילו דאָס אײ מיט דער זרוע מיטן כּרפּס מיטן מרור מיטן חרוסת האָבן זײ צורעכט געמאַכט, נישט איבערגעלאָזט קײן זכר, קײן סימן פֿונעם סדר, אַחוץ די הגדות. און בשעת־מעשׂה האָט דער גענעראַל־רעדנער, שמואל־אַבא פֿינגערהוט, נאָך געמאַכט חוזק פֿונעם כּתרילעװקער גבֿיר, דעם עקספּלואַטאַטאָר בנימין לאַסטעטשקע. ער האָט צו אים אַזױ געזאָגט:

― אַלע מאָל זאָגן מיר די הגדה און איר עסט די קנײדלעך; נאָר װ'נאַסטאָיאַשטשעיע װרעמיאַв настоящее время: איצט זאָגט איר די הגדה און מיר עסן די קנײדלעך… לחײם, בורזשוּי, זאָל גאָט געבן, איר זאָלט װערן אַ פּראָלעטאַרי אַזױ װי מיר!… לשנה הבאה בקאָנסטיטוציע!…

. . . . . . . . . . . . . . . . . . . .

דער עפּילאָג פֿון דער טראַגעדיע

עס איז שױן געװען אַרום האַלבע נאַכט, און דער אָרעמער נגיד בנימין לאַסטעטשקע מיט זײַן הױזגעזינט זײַנען נאָך אַלץ געזעסן אַרום טיש, נאָך אַלץ אין אײן שרעק! אױפֿן טיש איז נאָך אַלץ געשטאַנען דאָס „אומגליק“ ― דאָס הױכע, דאָס קײַלעכיקע, מיט דער שמאַטע איבערגעדעקט. די „חבֿרה־לײַט“ האָבן אָנגעזאָגט פֿאַרן אַװעקגײן, זײ זאָלן בלײַבן זיצן צװײ שעה אױף די ערטער, אַנישט ― װעט זײַן שלעכט… יענע נאַכט איז אין דער שטוב קײנער נישט געשלאָפֿן; מע האָט געדאַנקט גאָט, װאָס מען איז אַרױס מיטן לעבן…

― נו, און װאָס איז געװאָרן מיט יענעם הױכן קײַלעכיקן „אומגליק“, װאָס אױפֿן טיש, מיט דער שמאַטע איבערגעדעקט?… אַזױ פֿרעגט דער נײַגעריקער לעזער. און מיר באַרויִקן אים: אַ בלעכענע פּושקע פֿון שוּװאַקס, אָנגעפֿילט מיט מצה־מעל, איז נישט געפֿערלעך. זי מעג שטײן טױזנט יאָר װעט זי נישט אױפֿרײַסן, סײַדן חלילה… אַ גוטן יום־טובֿ!

געשריבן אין יאָר 1908

מילכיקס (אַ מאָנאָלאָג פֿון אַ כּתרילעװקער פֿרעסער)

אַ חכם, הערט איר, איז געװען דער, װאָס האָט אײַנגעפֿירט אַ מינהג, אַז שבֿועות אינדערפֿרי זאָל מען עסן מילכיקס. װאָרעם, לאָמיר זיך נישט נאַרן, װאָס קאָן זײַן בעסער און פֿרישער און זיסער און געשמאַקער און װעלװעלער פֿון מילכיקס? אמת, צו מילכיקס באַדאַרף מען אױך האָבן געלט, נאָר װי קומט דאָס צו פֿלײש? בײַ פֿלײש איז פֿאַראַן בײנער; און מילכיקס האָט אין זיך מילך, און קעז, און פּוטער, און סמעטענע, און פּיד־סמעטענע און זױערמילך און סיראָװעטקע… הײַנט נעמט די מאכלים, װאָס מע קאָן מאַכן פֿון מילכיקס. פֿון פֿלײש האָט איר אַ יױך, אַ ראָסלפֿלײש, און עסיקפֿלײש, אַ געבראָטנס ― און שױן… פֿון מילך אָבער האָט איר קאַשע מיט מילך, לאָקשן מיט מילך, רײַז מיט מילך, און טײגלעך מיט מילך, און באַלאַבעשקעס מיט מילך, און פֿאַרפֿל מיט מילך, און גלאַט מילך; הײַנט די מאכלים פֿון קעז און פּוטער האָבן דען אַ שיעור? באַרעכנט נאָר: קרעפּלעך, און װאַרעניקעס, און װאַרניטשקעס, און אַ קוגל, און אַ מאַהינע, און אַ טײגעכץ, און קנישעס, און מנישקעס, און בלינצעס, און צרות־קנײדלעך און קאַשניקעס, און װערטליקעס, און װערטוטן. און װיפֿל איז פֿאַראַן מאכלים, װאָס מע קאָן זיך נישט אָנגעדענקען! למשל: קאָרזש מיט קעז, מאַסליטשקענעмасленая: מיט פּוטער קאַשע, און פֿיש געפּרעגלטע אױף פּוטער, און אַ באָרשט אַ מילכיקער, און ראַזשענקע, און מאַסלינקע ― אַלץ אַזעלכע פּאָטראַװעס, װאָס קײנער זאָגט זיך פֿון דעם נישט אָפּ, סײַדן שױן גאָר אַן אָפּגעריסענער נאַר, װאָס מע באַדאַרף אים געבן קײַען שטרױ…

װאָרעם איך, מע זאָל מיך אױפֿװעקן אין מיטן נאַכט און מיר דערלאַנגען מילכיקס, איז אַבי איך בין גאָר נישט פֿלײשיק, איז מיטן