אַלט־נײַ כּתרילעװקע: דאָס נײַע כּתרילעװקע

שלום עליכם (אַלע װערק)

דאָס נײַע כּתרילעװקע (באַשרײַבונגען)

הקדמה

אין דער לעצטער צײַט האָבן אָנגעהױבן אַרױסגײן אױף דער װעלט אַלערלײ באַשרײַבונגען פֿון שטעט און פֿון לענדער, וכדומה אַזעלכע נוצלעכע ביכער. האָב איך מיך מישבֿ געװען אַזױ: אומעטום טאַנצן מיר זײ נאָך: בײַ זײ זײַנען פֿאַראַן גאַזעטן ― בײַ אונדז זײַנען פֿאַראַן גאַזעטן; בײַ זײ איז פֿאַראַן „נאָװי־גאָדновый год: נײַ יאָר“; בײַ אונדז איז פֿאַראַן „נאָװיגאָד“; בײַ זײ איז פֿאַראַן „יאָלקעס“, ― בײַ אונדז איז פֿאַראַן „יאָלקעס“… בײַ זײ איז פֿאַראַן אַ בוך „גאַנץ מאָסקװע“, „גאַנץ פּעטערבורג“, „גאַנץ בערלין“, „גאַנץ פּאַריז“, ― פֿאַרװאָס זאָל בײַ אונדז נישט זײַן אַ בוך „גאַנץ כּתרילעװקע“?

ואַני ― און איך „שלום־עליכם, װאָס איך בין אַלײן אַ דאָרטיקער פֿון געבױרן און בין נישט לאַנג געװען דאָרטן צו־גאַסט אױף קבֿר־אָבֿות, האָב איך מיך מישבֿ געװען: מיט װאָס קאָן איך אָפּדאַנקען מײַנע כּתרילעװקער ברידער און שװעסטער פֿאַר זײער גאַסטפֿרײַנדלעכקײט, װען נישט מיט דעם, װאָס איך װעל זײ מאַכן אַ שטיקל נאָמען אױף דער װעלט? דערבײַ האָב איך אין זינען געהאַט, געװײנלעך, מער טובֿת־הכּלל װי מײַן אײגענע טובֿה: לאָזן פֿרעמדע מענטשן װיסן, אַז זײ װעלן קומען קײן כּתרילעװקע, װוּ מען דאַרף זיך אָפּשטעלן, װי אַזױ מע דאַרף פֿאָרן, װוּ מע זאָל עסן אַ גוטן מיטאָג, פֿאַרטרינקען מיט אַ גלעזל װײַן, זיך דורכגײן אַביסל אַמוזירן אין טעאַטער, וכדומה אַזעלכע פֿאַרגעניגנס, װאָס זײַנען דאָרטן פֿאַראַן לרובֿ, װאָרעם ס'איז שױן נישט דאָס כּתרילעװקע, װאָס אַמאָל. דער גרױסער װעלט־פּראָגרעס האָט זיך אַהין אַרײַנגעכאַפּט און האָט איבערגעקערט די שטאָט מיטן קאָפּ אַראָפּ, מיט די פֿיס אַרױף. און דערפֿאַר האָב איך עס אַ נאָמען געגעבן: „דאָס נײַע כּתרילעװקע“.

א. כּתרילעװקער טראַמװײַ

אָנגעקומען בין איך קײן כּתרילעװקע מיט דער באַן ― עס גײט שױן, דאַנקען גאָט, אַהין אַ באַן! ― אָסיען־צײַט, אין דער פֿרי, פֿאַרן דאַװנען, אין דרױסן האָט געמראַקעט אַ קלײן רעגנדל, און סע האָט זיך געבילדעט פֿון דעם אַ גרױס שיטער בלאָטקעלע. אױפֿן װאָקזאַל האָבן זיך אַ לאָז געטאָן אַקעגן מיר אַ גאַנצע קאָמאַנדע הױז־משרתים מיט געלע בערד, מיט געלע קאַפּאָטעס און מיט געלע בלעכלעך אױף די געלע אָפּגעבאַרעטע קאַשקעטן.

― פֿעטער! גראַנד־האָטעל!

― האָטעל פֿראַנציע, פֿעטער!

― פֿעטער! פּאָרטוגאַליע!

― פֿעטער! טערקאַליע!…

דורכגעלאָפֿן מיט גאָטס הילף דורך דער דאָזיקער קאָמאַנדע הױז־משרתים בשלום, האָב איך מיך אַרײַנגעכאַפּט צװישן אַן אַנדער חבֿרה, חבֿרה בעלי־עגלות מיט גרױסע שטיװל און מיט לאַנגע בײַטשן. די דאָזיקע חבֿרה־לײַט האָבן מיך ממש שיִער נישט צעריסן אױף שטיקלעך. אײנער אַ יונגאַטש מיט בײנער האָט בײַ מיר בעל־כּרחי אַרױסגעריסן מײַן טשעמאָדאַנטשיק, האָב איך געמאַכט זײער אַ גרױסן גװאַלד: „מײַנע כּתבֿים! מײַנע פּאַפּירן!“ ― האָבן זיך צװײ אַנדערע בעלי־עגלות אָנגענומען מײַן קריװדע, מיך געװאָלט נעמען צו זיך, און ס'איז געװאָרן צװישן זײ אַ געשלעג. בתּוך־כּך האָב איך געכאַפּט מײַן טשעמאָדאַנטשיק, אַרױסגעגליטשט זיך פֿון זײערע הענט און האָב זיך געלאָזט גלײַך צום טראַמװײַ.

― אַהער, ברידערלעך, אַהער! אַ פּיטאַקל אַ פֿאָר! אַ פּיטאַקל אַ ייִד! פֿון דאַנען ביזן עק בעלעפֿיליר גאַס סך־הכּל אײן פּיטאַקל! פֿינף קאָפּיקעס אַ ייִד!

דאָס שרײַט דער קאָנדוקטאָר אַלײן, אַ יונגערמאַנטשיק מיט אַ געל בערדל, אױף אַ כאָרכלדיקער שטימע, מיט אַ רײַזעטאַש אױפֿן האַלדז און מיט אַ קנעפּל אױפֿן קאַשקעטל. לעבן אים שטײט נאָך אײנער, אַ ייִד מיט אַ צעריסענער קאַפּאָטע און מיט אַ בײַטש ― דער קוטשער פֿונעם טראַמװײַ. בײדע װײַזן מיר מיט די הענט אױף אַ מין בײַדל, װאָס שטײט אָנגעבױגן אַביסל אױף אַ זײַט, מיט אױסגעזעצטע שױבן, װאָס מע רופֿט דאָס „װאַגאָן“; בײַ אַ לאַנגן דישל שטײט צוגעשפּאַנט אַ װײַס אױסגעדאַרט פֿערדל, האַלט אַראָפּגעלאָזט די מאָרדע און דרעמלט.

― פּאַװאָליע נאָר, ― זאָגט צו מיר דער קאָנדוקטאָר ― איר זאָלט זיך נישט פֿאַרטשעפּען דאָרט; עס פֿעלט אַ ברעטל אין דער פּאָדלאָגע. מע רעמאָנטירט דעם טראַמװײַ.

איך זעץ מיך אַרײַן פּאַמעלעך אין װאַגאָן, לײג אַנידער לעבן זיך דעם טשעמאָדאַנטשיק און װאַרט. ס'איז קילבלעך. איך קלאַפּ אַ פֿוס אָן אַ פֿוס.

― קאָנדוקטאָר! ― זאָג איך צום יונגנמאַן. ― מיר װעלן אַמאָל פֿאָרן, צי נײן?

― אם־ירצה־השם, מיט גאָטס הילף! ― ענטפֿערט מיר דער קאָנדוקטאָר.

― גיב נאָר אַהער אַביסל טיטון, דו יאָסל! ― מאַכט צו אים דער קוטשער, װאָס מיט דער בײַטש און מיט דער צעריסענער קאַפּאָטע.

― איר זײַט נישט קראַנק צו רײכערן קאָרענצעסкорень: צװײַגן פֿון מאַכאָרקע, רב כּתריאל! ― האַקט אים אָפּ יאָסל דער קאָנדוקטאָר. ― פֿון גוטן טיטון קאָן אײַך חלילה װײ טאָן דער קאָפּ!

― מאַך נישט קײן אָנשטעלן, דו סמאַרק אײנער, און גיב אַהער אַ ציגאַר טיטון! ― זאָגט צו אים כּתריאל דער קוטשער.

און דער קאָנדוקטאָר מיטן קוטשער פֿאַרדרײען צו פּאַפּיראָסן.

― װען װעלן מיר פֿאָרן? ― פֿרעג איך װידער בײַם קאָנדוקטאָר.

― הײַנט. ― ענטפֿערט ער מיר גאַנץ קאַלטבלוטיק און גיט דעם קוטשער פֿאַררײכערן.

איך װאַרט און װאַרט, ביז עס הײבן אָן ביסלעכװײַז צונױפֿקלײַבן זיך פּאַרשױנען. פֿריִער קריכט אַרײַן אַ ייִד מיט אַ צעריסן טולופּל פֿון אַ מין רױכװאַרג, װאָס ס'איז שװער צו טרעפֿן, װאָס פֿאַר אַ חיה האָט געטראָגן די דאָזיקע פֿעל: זאָל איך זאָגן אַ פֿוקס ― איז דאָס צו װײַס; זאָל איך זאָגן אַ קאַץ ― איז דאָס צו רױט. נאָך דעם ייִדן מיט דעם צעריסענעם טולופּל קריכט אַרײַן נאָך אַ ייִד אָן אַ טולופּ, אַ געפֿרױרענער נעבעך, קוקט זיך אַרום אױף אַלע זײַטן, זיפֿצט און זוכט אַן אָרט און זעצט זיך אַנידער בײַ דער טיר אין אַ װינקעלע. נאָך דעם געפֿרױרענעם ייִדן קריכט אַרײַן אַ קאָשיק מיט עפּל, און תּיכּף נאָכן קאָשיק ― אַ ייִדענע, אײַנגעװיקלט אין דרײַ שאַלן, און אַלע דרײַ זײַנען צעפֿלאָכטן, און מע זעט, אַז ס'איז איר נעבעך קאַלט.

― פֿיאָ־אױט! רב כּתריאל, פּאַשאָל! ― רופֿט זיך אָן יאָסל דער קאָנדוקטאָר צו כּתריאל דעם קוטשער, טוט אַ פֿײַף, און דער טראַמװײַ רירט פֿונעם אָרט. ער גײט־אָפּ עטלעכע טריט און שטעלט זיך באַלד אַנידער. עס עפֿנט זיך אױף דאָס טירל פֿונעם װאַגאָן און עס באַװײַזט זיך אַ קאָפּ.

― נישט פֿאַראַן דאָ משה?

― װאָסער משה? ― פֿרעגט יאָסל קאָנדוקטאָר.

― אַ בחור מיט אַ קאַשקעט! ― ענטפֿערט דער קאָפּ.

― ער דינט אין אַ זאַליאַזנעзаляз: אײַזן קראָם? ― פֿרעגט אים יאָסל.

― אין אַ זאַליאַזנע קראָם. ― ענטפֿערט דער קאָפּ.

― איך קען אים! ― מאַכט יאָסל קאָנדוקטאָר, טוט אַ פֿײַף צוס קוטשער: ― פֿיאָ־אױט! רב כּתריאל, פּאַשאָל!

און מיר פֿאָרן װײַטער.

― אַ בילעט! ― רופֿט זיך אָן צו מיר דער קאָנדוקטאָר. ― איר זײַט מיר עפּעס נישט קענטלעך; אַ פּנים, נישט קײן היגער?… איר רעכנט דאָ שטײן לאַנג? קאָן איך אײַך פֿאַרפֿירן אין אַ סטאַנציע, דװקא נישט קײן האָטעל, נאָר אַ רײנע, אָן װאַנצן… און עסן װעל איך אײַך אָנװײַזן אַן ערטל, װוּ עס װעט אײַך קאָסטן װאָלװל און איר װעט האָבן הנאה.

איך דאַנק אים זײער און זאָג אים, אַז איך האָב דאָ באַקאַנטע. פֿרעגט ער: װער זײַנען זײ, װאָס זײַנען זײ און װאָס איז זײער טועכץ? איך טראַכט אים אױס אַ נאָמען פֿון דער הגדה און טשעפּע מיך אָפּ פֿון אים. ער לאָזט מיך צורו און גײט צו צום ייִדן מיטן טולופּל און הײסט אים נעמען אַ בילעט. דער ייִד מיטן טולופּל קנײטשט מיט די פּלײצעס:

― װײס איך! איך האָב דען אַ גראָשן אַפֿילו בײַ דער נשמה?…

― שױן דאָס דריטע מאָל הײַנטיקע װאָך, אַז איר פֿאָרט אָן אַ בילעט: ― זאָגט צו אים יאָסל קאָנדוקטאָר מיט פֿאַרדראָס.

― נו, בכן, ― זאָל איך גײן צופֿוס? צי זאָל איך גײן ערגעץ גנבֿענען פֿון דײַנעט װעגן? ― ענטפֿערט אים דער ייִד מיטן טולופּל אױך מיט פֿאַרדראָס.

יאָסל קאָנדוקטאָר גיט אַ מאַך מיט דער האַנט און גײט אַװעק פֿון אים צו יענעם געפֿרױרענעם ייִדן, װאָס אָן אַ טולופּ. יענער מאַכט זיך װי ער דרעמלט.

― הערט נאָר, זײַט־זשע מוחל, אַ בילעט!

דער ייִד האָט זיך כּלומרשט אױפֿגעכאַפּט פֿונעם שלאָף און רײַבט אַ האַנט אָן אַ האַנט.

― אַ בילעט! ― מאַכט צו אים נאָך אַ מאָל יאָסל קאָנדוקטאָר.

― שמעתּי! ― ענטפֿערט אים דער ייִד און הוקעט זיך אין די קולאַקעס אַרײַן.

― װאָס טױג מיר אײַער שמעתּי? ― זאָגט צו אים יאָסל קאָנדוקטאָר מיטן האַרבן װאָרט. ― נעמט אַרױס, זײַט מוחל, אַ פּיטאַקל און נאַט אײַך אַ בילעט.

― שאַ־שאַ! ― מאַכט צו אים דער געפֿרױרענער. ― װאָס איז עפּעס מיט אַזאַ ירגזון. קוק אים אָן, אַ גאַנצער יחסן!

― מאַכט נישט קײן אָנשטעלן ― זאָגט צו אים יאָסל קאָנדוקטאָר ― און גיט אַהער דאָס פּיטאַקל!

― עט־נו! ― מאַכט צו אים דער געפֿרױרענער. ― מיר װעסטו, מאָלט אײַך, עפּעס אָפּלאָזן פֿון אַ פּיטאַקל!

― מײַנע צרות װעל איך אײַך אָפּלאָזן! ― זאָגט יאָסל קאָנדוקטאָר.

― האַלט זיך מיט זײ געזונטערהײט! ― ענטפֿערט אים דער געפֿרױרענער. ― איך האָב גענוג אײגענע צרות.

― װעל איך אײַך בעטן מחילה, איר זאָלט זיך מטריח זײַן אַראָפּ פֿונעם װאַגאָן! (צום קוטשער:) רב כּתריאל, סטאָפּ!

כּתריאל דער קוטשער שטעלט אָפּ דעם טראַמװײַ און איז זיך ממש מחיה, און דאָס פֿערדל ― אַװדאי.

― זײַט זשע מוחל, מיט דער רעכטער פֿוס! ― זאָגט יאָסל קאָנדוקטאָר צום געפֿרױרענעם. דער געפֿרױרענער זיצט, טאַנצט מיט די פֿיס און רײַבט זיך די הענט און רירט זיך נישט פֿונעם אָרט.

― איר װאַרט אױף כּבֿוד? ― מאַכט צו אים יאָסל קאָנדוקטאָר. ― איר װילט, איך זאָל אײַך נעמען פֿאַרן קאָלנער און אַרױסװאַרפֿן אױף דרײַ שפּענדלעך? לאָז קומען װעלװל דער „קאָנטראָליר“, ער איז בײַ אונדזער קאַסירער אױף אַ ברית, װעט איר האָבן אײַער פּסק. רב כּתריאל, פּאַשאָל! ― מאַכט ער צום קוטשער, און דער טראַמװײַ פֿאָרט װײַטער.

― נישטאָ קײן אמת אױף דער װעלט! ― רופֿט זיך אָן פּלוצעם די ייִדענע פֿון די עפּל. ― מיט װאָס איז דער ייִד ערגער פֿון יענעם ייִדן, װאָס יענער מעג פֿאָרן אָן אַ בילעט און דער טאָר נישט? באשר יענער טראָגט אַ טולופּל, און דער גײט נאַקעט! ער װעט דיר אָפּניצן אַ שטיקל בענקל װעט ער דיר? צי דו מײנסט, מע װעט דיר שטעלן אַ גאָלדענע מצבֿה װעט מען דיר?

― װער בעט אײַך, איר זאָלט זיך אַרױסשטעלן פֿאַר אַ מליץ־יושרטע? ― רופֿט זיך אָן צו איר יאָסל קאָנדוקטאָר. ― װאָס גלײַכט איר זײ צו יענעם ייִדן? יענעם ייִדן קען איך: ער איז אַ טאַטנס אַ קינד, נעבעך אַ געפֿאַלענער. און זײ (ער װײַזט אױפֿן געפֿרױרענעם) ― איך װײס װער זײ זײַנען? עפּעס אַן אָרעמאַן, אַ שלעפּער!

― נו, און אַז אַן אָרעמאַן, איז װאָס? ― שטעלט זיך אױף די ייִדענע פֿון די עפּל. ― באַדאַרף מען אים װאַרפֿן? װאָס איז פֿאַר אַ װאַרפֿן װאָס? זע נאָר, װאָס ער האָט דאָ חוטא־בעגל געװען! דאָס פֿערדל גײט דאָך במילא אין שטאָט אַרײַן, װעט זיצן נאָך אַ ייִד! עלעהײ, לאָז זיך דיר דאַכטן, אַז דו האָסט שױן צוגענומען נאָך אַ פּיטאַקל, נו? װעסטו זײ שױן פֿעט מאַכן דערמיט די יױך װעסטו?

― אַז מע פֿרעגט אָבער בײַ אײַך קײן עצות נישט! ― מאַכט צו איר יאָסל קאָנדוקטאָר. ― איר גיט בעסער אַהער אײַערס אַ פּיטאַקל און נאַט אײַך אַ בילעט!

― אױ! ייִדן! ― כאַפּט זיך אױף די ייִדענע, טוט אַ פּאַטש איבער די קלײדער. ― איך האָב אָבער געװוּסט, אַז ער װעט זיך טשעפּען צו מיר אױך! איך זאָל אַזױ האָבן אַלדאָס גוט, װי איך האָב געװוּסט.

― װאָס זשע דען האָט איר געמײנט? ― זאָגט יאָסל קאָנדוקטאָר. ― איך װעל אײַך פֿירן אומזיסט?

― װאָס הײסט, דו װעסט מיך פֿירן? ― מאַכט די ייִדענע. ― דער װאַגאָן פֿירט מיך, נישט דו פֿירסט מיך! ― ער האָט זיך אָנגעהאַנגען אַ מעשן קנעפּל און קאָמאַנדעװעט! איך געדענק דאָך נאָך, אַז דו ביסט געװען אַ באַהעלפֿער בײַ לײזער־הערש דרדקי ביסטו געװען, געטראָגן די קינדער אױף די פּלײצעס אין חדר אַרײַן מיט אַ טעפּעלע אָנבײַסן, ― הײַנט װאָס דערצײלסטו מעשׂיות: „בילעט ― שמילעט“?

― װאָס זאָגט איר צו מײַנע גליקן? ― מאַכט צו מיר יאָסל און זעצט זיך צו צו מיר. ― אָט אַזױ, װי איר זעט, זײַנען זײ דאָ אַלע אַזעלכע פּאַרשױנען. װער עס האָט געלט און קאָן צאָלן ― דער גײט צופֿוס, און װער עס האָט נישט און קאָן נישט צאָלן ― דער פֿאָרט מיטן טראַמװײַ און גײ לעב, האַלט אױס אַן אַלטע מאַמע מיט אַ שװעסטער אַן אַלמנה… איר זעט אַ פּאָר שטיװל? (ער װײַזט מיר די שטיװל) זײ בעטן עסן…

פּלוצעם הערט זיך אַ טראַסק, אַ קלאַפּ פֿון צװײ דישעלס, אַ כראָפּען און אַ סאַפּען פֿון צװײ פֿערד. דאָס האָבן זיך באַגעגנט צװײ װאַגאָנעס אױף אײן ליניע, דער אַהער, דער אַהין. און עס הערן זיך קולות:

― אַ כאָלערע! אַ מיתה־משונה! סע זאָל אַ רוח אין דײַן טאַטנס טאַטנס טאַטן אַרײַן ביז אָדם הראשון געפֿלױגן געװאָרן!…

― װער דערװאָרגן מיטן דישעל, און לאָז זיך דיר שטעלן דאָס מױל אױף אַ זײַט! אַ רוח אין דײַן טאַטנס טאַטן! דו ביסט בילכער!

― װוּ זײַנען דײַנע אױגן, דו ממזר? זעסט, אַז איך פֿאָר רעכטס ― נעמט מען זיך לינקס!

― װוּ שטײט דאָס געשריבן, דו פּאַרך אײנער, אַז דו באַדאַרפֿסט פֿאָרן רעכטס און איך לינקס? טאָמער איז גאָר איבערגעקערט דעם פּעלץ אױף דער אַנדערער זײַט: איך רעכטס און דו לינקס?

― בהמה, דערױף איז דאָך פֿאַראַן צװײ ליניעס; איך אַהער און דו אַהין!

― ביסט אַלײן אַ פֿערד! װוּ שטײט דאָס געשריבן, אַז דו אַהער און איך אַהין?

― װײסטו װאָס? כאַפּט זײ בעניע מיט זײערע ליניעס, מיט זײערע װאַגאָנעס, מיט זײער גאַנצן טראַמװײַ! גיב נאָר אַהער, כּתריאל־סערצע, אַ ציגאַר־טיטון, טאָמער האָסטו? ברענען זאָלן זײ מיטן טראַמװײַ אױף אײן פֿײַער! װאָס מאַכט עפּעס די אַלטע דײַנע? שטילער געװאָרן אַביסל?

― װי לאַנג שמײַסט מען זי! שטיל איז זי נאָר דעמאָלט, װען זי שלאָפֿט. װאָס הערט זיך עפּעס בײַ דיר?

― װאָס זאָל זיך הערן? מע מאַכט מיר אױף די „פּאָסטאָראָנקעס“. איך האָב מורא, איך װעל מיט זײ שלאָגן כּפּרות…

― װײסטו נישט װאָס מע טוט, בהמה? דו שלאָג בעסער מיט זײ בלאַט; נעם זײ אױפֿן „דראָנזשיק“, אַזױ װי איך, װעלן זײ געבן האָבער.

― גיבן זאָל זײ גאָט קרענק מיט קדחת אַ גרױס מעסטל!… װאָס טוט עפּעס דער „בולאַנער“ דײַנער? ער גײט שױן בײַ דיר אין פּריסטיאַזשпристяжка: געשפּאַן פֿאַר צװײ פֿערד? צי נאָך נישט?

― לאָז ער דיר גײן אין גאָטס ערד! ער האָט מורא פֿאַר אַ בײַטש און מאַכט „לעמל“… אַ שװעבעלע האָסטו? גיב פֿײַער!

און אָט לאָזן זיך אַרײַן בײדע קוטשערס אין אַ לאַנגן שמועס אױף בעל־עגלה־לשון, װי די גרעסטע גוטע ברידער. אױך בײדע קאָנדוקטאָרס פֿאַרבינדן צװישן זיך אַ שמועס גאָר פֿרײַנטלעך, ביז עס קומט אָן װעלװל קאָנטראָליר, פֿרײלעך פֿונעם קאַסירערס ברית, און מאַכט אַ געפּילדער:

― אַ רוח אין אײַער פֿאָרנט און מיטן אַרײַן! איר האָט זיך שױן װידער פֿאַרביטן מיט די יוצרות? אײַער גליק, װאָס איך בין הײַנט אַביסל אױפֿגעלײגט פֿונעם ברית, װאָס אונדזער קאַסיר מאָטיע האָט געמאַכט… הערט איר, קינדער, האָט ער געמאַכט אַ ברית ― זאָל דער רוח אין זײַן טאַטן אַרײַן! נישט אומזיסט זיצט ער בײַ דער קאַסע… איך װאָלט אױך אַ בעלן געװען! אַ סך בעסער װי זײַן אַ קאָנטראָליר, נאָכלױפֿן נאָכן װאַגאָן, װי אַ הונט!… ייִדן! װאָס האָט זיך דאָ בײַ אײַך געטראָפֿן? װידער אַ קאַטאַסטראָפֿע? װידער אַ צוזאַמענפֿאָרעניש? װוּ זײַנען אײַערע אױגן? די פּאַרשױנען ― כאַפּט זײ דער װאַטן־מאַכער! אַ גליק, װאָס די װאַגאָנעס נישט צעבראָכן. בקיצור, איר מוזט זיך, קינדער, צעפֿאָרן… רב כּתריאל־סערצע, נעמט, זײַט מוחל, שפּאַנט איבער דאָס פֿערדל מיטן דישעל און פֿאָרט צוריק אױפֿן װאָקזאַל, און רב עזריאל װעט אײַך נאָכפֿאָרן הינטן…

― װאָס איז עפּעס געפֿאַלן דער גורל אױף מיר? ― זאָגט כּתריאל. ― לאָז עזריאל איבערשפּאַנען דאָס פֿערדל און לאָז ער פֿאָרן צוריק אין שטאָט אַרײַן, און איך װעל אים נאָכפֿאָרן הינטן.

― רב עזריאל! ― רופֿט זיך אָן דער קאָנטראָליר. ― נעמט, זײַט מוחל, שפּאַנט איבער דאָס פֿערדל און פֿאָרט צוריק אין שטאָט אַרײַן.

― אָבער גאָר לא מיט אַ לאַנגע־כּף! ― זאָגט עזריאל. ― איך קאָן באַשטײן, אַז כּתריאל זאָל איבערשפּאַנען דאָס פֿערדל און פֿאָרן צוריק צום באַן. ער איז נישט חולה.

― איך זאָל װיסן, דער טױט זאָל מיר זײַן ― זאָגט כּתריאל ― פֿאָר איך נישט צוריק!

― איך זאָל װיסן, אַז איך נעם דאָ אײַן אַ מיתה־משונה, ― זאָגט עזריאל ― ריר איך נישט פֿונעם אָרט!

― אַזאַ יאָר! אַזאַ מזל! ― מישט זיך אַרײַן די ייִדענע, כאַפּט דעם קאָשיק מיט עפּל און קריכט אַרױס פֿונעם טראַמװײַ. ― אַ שײנער פֿאָר! פּיטאַקלעך הײסן זײ זיך נאָך צאָלן! װען איך גײ צופֿוס, װאָלט איך שױן זעקס מאָל געװען אין שטאָט װאָלט איך! אַ „טראָמבעליק“טראַמװײַ האָבן זײ צוגעקלערט אין כּתרילעװקע ― טפֿו זאָלן זײ װערן!…

„אַ פּנים, ― טראַכט איך מיר ― אַז מע באַדאַרף נעמען די פֿיס אױף די פּלײצעס און עולה־רגל זײַן אין שטאָט אַרײַן“…

איך נעם מײַן טשעמאָדאַנטשיק אין די הענט אַרײַן און לאָז מיך גײן מחילה צופֿוס; פֿאָרן אָן פֿון הינטן חבֿרה בעלי־עגלצעס מיט אַ פֿײַף מיט אַ הוק און מיט אַ געלעכטער.

― אַהאַ? דער רבי האָט נישט געװאָלט עסן קײן טײגלעך מיט פֿאַסאָליעס? איר האָט נישט געװאָלט פֿאָרן מיט קײן פּראָסטן בעל־עגלה? מיטן „טראָמבעליק“ האָט זיך אײַך געגלוסט? אײַער גליק, װאָס איר זײַט נאָך אַרױס גאַנץ, נישט געמאַכט פֿון אײַך קײן פּרעזשעניצע… קריכט שױן אין בױד אַרײַן, פֿעטער, מיטן טשעמאָדאַנטשיק, קריכט אין װאָס פֿאַר אַ בױד איר װילט, ― בײַ אונדז איז יד־אַחת, אַ מכּה בחבֿרותא, װאָס גאָט גיט, אַבי אינאײנעם… װיאָ, קינדער, װיאָ־װיאָ!…

איך קריך מיט מײַן טשעמאָדאַנטשיק אין בױד אַרײַן און פֿאָר־אַרײַן קײן כּתרילעװקע מיט גרױס פּאַראַד.

ב. כּתרילעװקער האָטעלן

― אױב איר װילט, סע זאָל זײַן װאָלװל און ס'זאָל לאָפּטשען, װעל איך אײַך פֿאַרפֿירן אױף אַ רעכטע סטאַנציע! ― מאַכט צו מיר מײַן בעל־עגלה און פֿירט מיך צו אַ צװײגאָרנדיקער שטוב מיט אָפּגעקאַלופּעטע װענט, און איך לײען איבער אַן אױפֿשריפֿט מיט גרױסע אותיות: „האָטעל טערקאַליאַ“. מײַן בעל־עגלה קלאַפּט מיט דער בײַטש אין טיר און שרײַט אױף אַ קול:

― נוח! נוח! װוּ ביסטו ערגעץ אין אַלדי רוחות? עפֿן! איך האָב דיר געבראַכט אַ העכט!…

אױף דעם געשרײ עפֿנט זיך די טיר און עס באַװײַזט זיך אַ ייִדל, װאָס מע רופֿט איר נוח, דער שװײצאַר פֿונעם האָטעל. ער כאַפּט מײַן טשעמאָדאַנטשיק, פֿרעגט מיך נישט, און טראָגט דאָס אַרױף אױף די טרעפּ, גלײַך אױפֿן אײבערשטן גאָרן, און טוט מיך אַ פֿרעג:

― װאָס פֿאַר אַ נומער, למשל, װילט איר? מיט געזאַנג, צי אָן געזאַנג?

― װאָס פֿאַר אַ געזאַנג? ― זאָג איך.

― פֿון די אַקטיאָרן. בײַ אונדז שטײען די אַקטיאָרן פֿונעם ייִדישן טרעאַטער, און אַקעגן שטײט בײַ אונדז אַ חזן פֿון דער ליטע מיט צװעלף זינגערלעך. געקומען צו פֿאָרן אױף שבת. מע זאָגט, אַז ס'איז נישט קײן שלעכטער חזן. גאָר אַן אַנטיק פֿון אַ חזן!

― עס קאָן זײַן, ― זאָג איך ― אַז ער איז אַן אַנטיק פֿון אַ חזן, נאָר איך בין אײַך מוחל. איר גיט מיר בעסער אָן געזאַנג.

― װי איר װילט אײַך! ― מאַכט צו מיר נוח דער שװײצאַר. ― איך קאָן אײַך געבן אַן אַנדער נומער, די ברירה איז בײַ אײַך; נאָר אַז סע װעט אײַך זײַן דאָרט נישט אַזױ דאָסיק, זאָלט איר צו מיר נאָכדעם קײן טענות נישט האָבן.

― װאָס הײסט ― זאָג איך ― „נישט אַזױ דאָסיק“

― למשל, ― זאָגט ער ― טאָמער װעט מען אײַך בײַסן.

― װער ― זאָג איך ― װעט מיך בײַסן?

― װער װעט אײַך בײַסן? ― זאָגט ער. ― איך װעל אײַך נישט בײַסן; עס װעלן זיך שױן געפֿינען אַזעלכע, װאָס װעלן אײַך בײַסן. מע האָט נישט לאַנג, ערבֿ פּסח, גערײניקט, נאָר עס העלפֿט נישט, קײן קעראָסין אױך נישט…

― אױב אַזױ, ― זאָג איך ― לאָז שױן זײַן מיט געזאַנג…

און נוח דער שװײצאַר פֿירט מיך אַרײַן אין אַ פֿינצטער חדר מיט אַ משונה־מאָדנע ריח פֿון פֿרישע פֿעל, נאָר־װאָס אױסגעמאַכטע, און פֿױלע אוגערקעס מיט מאַכאָרקע. און אײדער איך קוק מיך אַרום, װוּ איך בין אין דער װעלט, כאַפּט נוח עפּעס אַ זאַך און הײבט דאָס אָן צו פּאַטשן, װי מע פּאַטשט אַ װײכן קישן, בשעת מע װיל עמעצן מאַכן אַ גוט געלעגער, ער זאָל הנאה האָבן. בשעת פּאַטשן רעדט נוח צו זיך אַלײן און שילט עמעצן מיט טױטע קללות:

― דו יאָלד אײנער! דו ים־קאָטער! דו אָקסנהאָרן! אָט גיב איך דיר אַ שמיר איבערן טשאָלנט־ברעטל און מאַך דיר קאַליע די יאַסלעס! די גאַנצע װעלט פֿאָרט פֿונעם באַן, און ער איז אַרײַן מיט די שטיװאַלעס אין בעט, זיך צעלײגט, װי בײַם טאַטן אין װײַנגאָרטן, און כאָליעט אין דער קרענק! אַ שײנער לאַקײ! קראַנק געװען ביז אַהער עפֿענען די לאָדן! צי שטעלן דעם סאַמאָװאַר? צי אָפּפּוצן די אַקטיאָרן די שטיװל? צי אױפֿראַמען בײַם חזן מיט די זינגערלעך? משה־מרדכי־הלך, מיטן קאָפּ אין דער ערד!

ערשט דאָ האָב איך דערזען אַ גרױסן בחורעץ, מיט גרױסע גוט אָנגעשמירטע שטיװל, און איך האָב שױן פֿאַרשטאַנען, פֿון װאַנען דער ריח גײט… די פּעטש, װאָס דער לאַקײ האָט געכאַפּט פֿונעם שװײצאַר (דאָס האָט ער זײ געכאַפּט), האָט ער גאַנץ פֿײַן אַראָפּגעלאָזט אין קעשענע, אָפּגעװישט די ליפּן, גלײַך װי נישט אים מײנט מען, אױפֿגעעפֿנט די לאָדן, אַ קוק געטאָן אױף מיר און צעלאַכט זיך.

― זעט נאָר זעט! ― מאַכט צו מיר דער שװײצאַר. ― טאָמער װײסט איר, װאָס איז מיט אים דער געלענדער? סע שטופּט אים הנאה די פּעטש אױפֿן ניכטערן האַרצן! משה־מרדכי הלך, מיטן קאָפּ אין דער ערד! דו פּאַסקודנער בחור! דו קאַרטאָפֿל־פֿרעסער! דו לאָקשן־שלינגער! דו בײגל־כאַפּער!…

און נוח דער שװײצאַר דערלאַנגט אים אַ טראַסק אין האַלדז־און־נאַקן און װאַרפֿט אים אַרױס אױף יענער זײַט טיר.

― אַ גאַנץ ערלעכער בחור! ― מאַכט צו מיר נאָכדעם דער שװײצאַר. ― נאָר אַביסל אַ פֿױלער, האָט אַ האַרטן שלאָף. אָן פּעטש װעט איר אים נישט אױפֿװעקן בשום־אופֿן! האָרעװעט נעבעך, װי אַן אײזל! װאָס ער פֿאַרדינט ― גיט ער אָפּ דער שװעסטער. קױם געפּועלט בײַ אים, ער זאָל זיך מאַכן אַ פּאָר שטיװל… װאָס װעט איר זיך עפּעס הײסן געבן צו דער טײ? פֿריש געבעקס, אײער־בײגל, קאָרזשיקלעך מיט מאָן, אָדער גאָר כּתרילעװקער פֿרענזעלן?

און נוח דער שװײצאַר דרײט זיך אױס און װערט פֿאַרשװוּנדן.

― פֿעטער! איר זײַט שױן אַ געדאַװנטער? ― מאַכט צו מיר עמעצער און שטעקט אַרײַן אַ קאָפּ אין דער טיר.

― װאָס גײט דאָס אײַך אָן? ― פֿרעג איך אים.

― איך האָב צו אײַך אַ בקשה. ― מאַכט ער.

― װער זײַט איר? ― פֿרעג איך אים.

― אַ ייִד, ― מאַכט ער ― אַ פֿרעמדער, נישט קײן היגער. איך האָב געװאָלט בעטן אײַך אױף אַ מינוט אײַער טלית־און־תּפֿילין. מײַנעם האָט מען אַװעקגעגנבֿעט ערשט נעכטן אָט־דאָ, אױף דער סטאַנציע.

עס עפֿנט זיך די טיר „און עס שטעקט זיך אַרײַן נאָך אַ קאָפּ אָן אַ היטל און רעדט אױף עטלעכע לשונות מיט אַ מאָל:

― ראַזניך טאָװאַראָװразных товаров: אַן אַנדער סחורה, פּאַני! זאָקן גוטע! רענקאַװיטשקי זיעמניрукавички зимние: װינטער־הענטשקעס, בעסטע װאַרע װאָלװל! בחצי־חינם, יאַק באָגאַ קאָכאַםяк бога кохам: װי מיר איז גאָט ליב!… קױפֿט אײַך זאָקן כאָטש אַ האַלב טוץ!… לאָז אײַך גאָט געבן געזונט!… איך האָב נישט געװוּסט װער איר זײַט, װאָרעם סע מאַכט זיך אַ מאָל, מע טרעפֿט אָן אױף אַ פּריץ און מע רעדט צו אים אַװעק אַ שעה כּסדר אױף אונדזער ייִדיש לשון, כאַפּט מען אַ פּסק. האָב איך מיך מישבֿ געװען, איך װעל מיך פּרוּװן אױף פּױליש, אױף רוסיש, אױף דײַטש; איך פֿאַרשטײ, דאַנקען גאָט, עטלעכע שפּראַך… הענטשקעלעך אַ פּאָר גוטע, װאַרעמע, װילט איר נישט?… איך בין, װי איר זעט מיך, געװען אַמאָל אַ גרױסער סוחר, געפֿאָרן אױף די גרעסטע ירידים: קײן יאַרמעלינעץ, קײן פּראָסקוראָװ און קײן פּאָלטאַװע… מער, הײסט דאָס, װילט איר גאָרנישט? זײף אַ שטיקל? אַ קעמעלע אַ גוטס, פֿון די אַנטיקן? נײן? אַ דאַנק אײַך פֿאַרן פּדיון. מײַנע קינדער װעלן זיך מחיה זײַן… אפֿשר װעט איר פֿאָרט קױפֿן אַ בערשטל אַ גוטס? אָדער אַ שניפּס אַ שײנס? אָדער נאָך אַ האַלב טוץ זאָקן, װעל איך אײַך אָפּגעבן װעלװעלער. נײן? איר װילט נישט? האָט זשע אײַך אַ גוטן תּמיד!…

דער ייִד כאַפּט דאָס היטל און גײט אַװעק. עס קומט אַרײַן אַן אַנדער ייִד, שױן מיט אַ היטל.

― קױפֿט בײַ מיר זאָקן, פֿעטער, גוטע זאָקן, װאָלװל!

― איך דאַרף נישט קײן זאָקן. ― זאָג איך. ― אַ דאַנק!

― װאָס הײסט ― זאָגט ער ― איר דאַרפֿט נישט קײן זאָקן? אָט האָט איר דאָך נאָר־װאָס געקױפֿט אַ האַלב טוץ זאָקן בײַ יענעם! איך בין אױך אַ ייִד אַן אָרעמאַן און אַ מטופּל מיט קינדער, צװײ ייִנגלעך אין דער „אוטשילישטשעучилище: שול“, אײנער איז בײַ אַ בעל־מלאָכה און די קלענערע אין חדר… אַ דאַנק אײַך. זײַט געזונט. גאָט זאָל אײַך באַגליקן!…

נאָך דעם ייִדן קומט אָן אַן אַנדער ייִד. אַ הױכער, אַ דאַרער, מיט אַן איבערגעשראָקן פּנים.

― אױב איר װילט פֿאַרדינען אַ מיצװה, איר זאָלט פֿאַרשפּאָרן פֿאַסטן תּשעה־באָבֿ, נעמט צו בײַ מיר אַ רעשטל אין גלײַכן געלט. פֿאַרבליבן בײַ מיר זאָקן אַ פּאָר טוץ.

― איך דאַרף נישט קײן זאָקן! ― זאָג איך. ― איך האָב שױן גענוג זאָקן.

― איך גיב זײ אײַך אָפּ אונטערן קרן. ― זאָגט ער. ― איך דינג מיך מיט אײַך נישט. װיפֿל איר װעט געבן, געבן זאָל אײַך גאָט געזונט און לאַנגע יאָר!… איך האָב אַ זון אין גימנאַזיע, ענדיקט ער הײַנטיקס יאָר, װיל שטודירן אױף דאָקטער. „דו װעסט שױן פֿאַרשפּאָרן, ― זאָגט ער ― טאַטע, אַזױ האָרעװען. דעמאָלט האָרעװען װעל איך שױן, און <<דו װעסט שױן, זאָגט ער, אַביסל אָפּרוען“… אַזױ זאָגט ער צו מיר, מײַן זון. נאָר דערװײַל מוז מען אים אונטערהאַלטן מיט אַ דרײַערל, כאָטש ער פֿאַרדינט שױן, קײן עין־הרע, אַלײן אַזעלכע צען קאַרבן אַ חודש… בלײַבט געזונט און זײַט מצליח!

נאָך דעם ייִדן קומט אַרײַן אַ ייִדענע מיט אַ טערקישער שאַל און רעדט מיט אַ ניגון:

― דאָס זײַט איר דער אורח פֿון יעהופּעץ?

― יאָ, װאָס איז דען?

― איך האָב געהערט זאָגן, אַז איר זײַט געקומען קײן כּתרילעװקע קױפֿן זאָקן, האָב איך אײַך געבראַכט עטלעכע טוץ זאָקן אױף אַ מוסטער. בײַ מיר איז אַ פֿאַבריקע פֿון זאָקן. שױן צען יאָר, אַז איך אַרבעט זאָקן…

― װער האָט אײַך געזאָגט, ― זאָג איך ― אַז איך קױף זאָקן? איך בין נישט געקומען נאָך קײן זאָקן, איך דאַרף נישט קײן זאָקן!

נאָר די ייִדענע הערט נישט װאָס איך רײד און טוט זיך אירס: זי מאָלט, װי אַ מיל.

― מײַנע זאָקן האָבן אַ שם אױף גאַנץ כּתרילעװקע! קוקט אָן אַ זאָק!… װאָס זאָגט איר אױף דעם זאָק?

― אָבער אין גאָטעס װילן! ― שרײַ איך. ― איך קױף נישט קײן זאָקן! איך דאַרף נישט קײן זאָקן!

― אָט ליגן דאָ ― זאָגט זי ― בײַ אײַך זאָקן!

― דאָס האָב איך געבראַכט זאָקן אױף צו פֿאַרקױפֿן! ― זאָג איך און באַגלײט אַרױס די ייִדענע און פֿאַרשליס די טיר טאָמער טראָגט מען מיר זאָקן. ― װער קלאַפּט דאָס?

― ס'איז איך! ― ענטפֿערט מען מיר פֿון יענער זײַט טיר.

― װער איז דער „איך“? ― פֿרעג איך און האָב מורא עפֿענען די טיר, טאָמער טראָגט מען מיר זאָקן. ― װער קלאַפּט דאָס?

― דוד. ― ענטפֿערט מען מיר.

― װאָסער דוד?

― דוד שפּאַן?

― װאָסער דוד שפּאַן?

― דוד שפּאַן דער קאָמיסיאָנער!

― װאָס דאַרפֿט איר? ― פֿרעג איך אים. ― אפֿשר זאָקן?

― איר דאַרפֿט ― זאָגט ער ― זאָקן? אָט טו איך אַ שפּאַן צװישן די קלײטן און ברענג אײַך זאָקן!

― נײן! נײן! ― שרײַ איך. ― איך דאַרף נישט קײן זאָקן!

איך עפֿן אױף די טיר, קומט מיר אַקעגן נוח דער שװײצאַר, אָנגעלאָדן מיט בולקעס און מיט בײגל, מיט קיכלעך, פּלעצלעך, קאָרזשיקלעך און פֿרענדזלען.

― פֿון װעמענס װעגן איז דאָס אַזױ פֿיל פּראָװיזיע? ― פֿרעג איך אים.

― װאָס האָט איר יסורים? ― זאָגט נוח. ― פֿאַר די הינט װעט מען דאָס חלילה נישט אַרױסװאַרפֿן. פֿאַראַן, קײן עין־הרע, װער ס'זאָל עסן. איך אַלײן האָב זעקס פּיקערס אײגענע, אַחוץ צװײ פֿרעמדע יתומים נעבעך… זאָגט מיר בעסער. װאָס זײַט איר פֿאָר אַ מאָדנע בריאה אַזעלכע? איר דאַרפֿט האָבן זאָקן, האָט איר נישט געקאָנט זאָגן מיר? נישט דודל שפּאַן, ער זאָל אײַך גײן ברענגען זאָקן?

― װער האָט אים געהײסן ― זאָג איך ברענגען זאָקן?

― איך װײס נישט, ― זאָגט נוח ― װער עס האָט אים געהײסן; איך האָב אים געװיס נישט געהײסן! דודל־גנבֿ װעט אײַך ברענגען זאָקן, װעט זײַן װאָס צו זען! כּתרילעװקער זאָקן!…

בײַ די װערטער עפֿנט זיך אױף די טיר און ער קומט אַרײַן אַ געפּאַקט ייִדל מיט רױטע באַקן, מיט אַ פֿאַרשװיצט פּנים און מיט אַ ליולקע־ציבעקל אין מױל. איך מאַך נישט קײן לאַנגע שהיות, נעם אים אָן בײַ דער האַנט און װײַז אים די טיר.

― גײט אײַך געזונטערהײט מיט אײַערע זאָקן צו אַלדי גוטע יאָר! איך דאַרף נישט קײן זאָקן!

― גאָט איז מיט אײַך! ― רופֿט זיך אָן צו מיר נוח דער שװײצאַר. ― װאָס טרײַבט איר זײ? דאָס איז דאָך אונדזער בעל־הבית פֿונעם האָטעל!…

― אַזױ גאָר? האָט קײן פֿאַראיבל נישט. ― זאָג איך צו אים און גיב אים אָפּ שלום, און טראָג אים אונטער אַ בענקל. ― איך האָב געמײנט, דאָס זײַט איר יענער ייִד, װאָס איז אַװעקגעלאָפֿן מיר ברענגען זאָקן. אַן אומגליק! מע האָט מיך פֿאַרװאָרפֿן מיט זאָקן! אַ מבול פֿון זאָקן! זיצט, איך בעט אײַך.

― אַ דאַנק! איך קאָן באַשטײן! ― מאַכט צו מיר דער בעל־הבית און זעצט זיך אַנידער און פּיפּקעט פֿונעם ליולקע־ציבעקל. ― פֿון װאַנען קומט אַ ייִד? פֿון יעהופּעץ? איך האָב דאָרטן אַ באַקאַנטן אין יעהופּעץ. דאָס הײסט, ער זיצט שױן נישט אין יעהופּעץ ― ער איז אַריבערגעפֿאָרן פֿון דאָרטן שױן לאַנג, איך האָב מורא, אױב נישט אַ יאָר אַכצן, און אפֿשר טאַקע אַלע נײַנצן… קײן אַדעס, זאָגט מען, איז ער אַריבערגעפֿאָרן; ער האָט דאָרטן קרובֿים אין אַדעס, ס'איז בײַ זײ אַ קאַנטאָר פֿון װײץ. צװײ קאַנטאָרן, אײנע אין אַדעס, די אַנדערע אין ניקאָלאַיעװМиколаїв… די אַדעסער קאַנטאָר מאַכט נישקשה, נאָר די ניקאָלאַיעװער קאַנטאָר מאַכט נישט אַזױ גוט, מחמת ניקאָלאַיעװ איז אַצינד געשלאָגן, שטאַרק געשלאָגן, איבער פֿעאָדאָסיעФеодосия, זאָגט מען, איבער דעם „פּאָרט“, װאָס מע האָט געמאַכט אין פֿעאָדאָסיע. ס'איז הײַנט אַ גאַנצע שטאָט געװאָרן פֿעאָדאָסיע. איך האָב אין פֿעאָדאָסיע אױך באַקאַנטע. אַ פֿײַנע שטאָט, זאָגט מען, פֿעאָדאָסיע!…

איך זע, אַז ס'איז אַ מעשׂה אָן אַן עק, פֿאַל איך אים אַרײַן אין די רײד און טו אים אַ פֿרעג:

― װאָס האָב איך אײַך אין זינען געהאַט צו פֿרעגן? יאָ. פֿאַר װאָס האָט איר אַ נאָמען געגעבן אײַער אַכסניא „האָטעל טערקאַליאַ“?

― איך געדענק נאָך פֿעאָדאָסיע ― ענטפֿערט מיר דער בעל־הבית ― פֿאַר אַ קלײן שטעטל… איך בין אַלײן, פֿאַרשטײט איר מיך, אַ דאָרטיקער, אַ בעסאַראַבער בין איך, פֿון בעסאַראַביע, פֿון אַ קלײן שטעטל דובאָסאַרעDubăsari, Moldova. דאָס הײסט, געבאָרן בין איך פֿון בעלץ… איר זײַט געװען אַ מאָל אין בעלץBălţi, Moldova? אַ פֿײַנע שטאָט בעלץ. נאָר װי קומט זי צו קעשענעװ?…

― גוט מאָרגן געלע, רעטעך טראָג איך! ― מישט זיך אַרײַן נוח דער שװײצאַר פֿון דער װײַטן. ― איר מעגט רײדן מיטן בעל־הבית אַביסל העכער, ס'איז בײַ זײ קאַליע די שמיעה, זײ הערן נישט די װעלט…

איך רוק זיך צו צום בעל־הבית גאַנץ נאָענט און שרײַ אים אױף אַ קול גלײַך אין אױער אַרײַן:

― איך פֿרעג, פֿאַר װאָס הײסט עס עפּעס אײַער האָטעל מיט אַזאַ מאָדנעם נאָמען?

― װאָס שרײַט איר אַזױ? ― מאַכט ער צו מיר. ― איך בין נישט טױב! אַ מאָדנער נאָמען, זאָגט איר? מיט װאָס איז ער אַזױ מאָדנע? „אינטאַליע“ איז גוט? „פּאָרטוגאַליע“ איז גוט? און „טערקאַליע“ טױג נישט?! יענע אַלע נעמען האָט מען פֿאַרכאַפּט פֿריִער, האָב איך אַ נאָמען געגעבן נאָכן טערק… יאָ, איז װוּ האַלט איך? קעשענעװ! און די מענטשן?… בײַ אונדז אין בעסאַראַביע, הערט איר, זײַנען גאָר אַנדערע מענטשן! בײַ אונדז אין בעסאַראַביע עסט מען גאָר אַנדערש… בײַ אונדז אין בעסאַראַביע, אַז מע זעצט זיך עסן, דערלאַנגט מען, הערט איר, צו אַלעם ערשטן די שײנע פֿיש פֿונעם שײנעם טײַך. נאָכדעם ― „קאָדע“, דאָס גוט, דאָס פֿעטע שטיקל „קאָדע“. נאָכדעם גיט מען אױף דעם גרױסן טעלער די שײנע די רײנע מאַמעליגע, װאָס מע שנײַדט דאָס מיטן גרױסן פֿאָדעם אין דער ברײט. נאָכדעם דערלאַנגט מען די פֿרישע די הײסע פּאַמפּושקעס, און מע פֿאַרטרינקט מיט דעם אמתן רײנעם בעסאַראַבער װײַן, און מע פֿאַרבײַסט מיט דעם רעכטן, דעם גוט נאַהיט… אַזאַ מין אַרבעס…

און דער בעל־הבית בשעת־מעשׂה באַלעקט זיך און מאַכט מיר אַן אַפּעטיט צום עסן, און בשעת דער בעל־הבית רעדט פֿון די בעסאַראַבער מאכלים, לאָזט זיך הערן פֿון אײן זײַט אַ געזאַנג פֿון אַ ליטװישן חזן, װאָס ציקלט זיך, שרײַט און מאַכט מאָדנע העװיות:

ישׂמחו ב־מלכותך שו־מרי שבת ו־קוראי עונג!…

און דאָס כאָר צעטײלט זיך אױף צװײען; אײן האַלב כאָר זינגט:

טוראַרירל! טוראַרירל!
טוראַרירל! טוראַרירל!

און דאָס אַנדערע האַלבע כאָר האַלט אונטער:

פּים־פּאָם!
פּים־פּאָם!
פּים־פּאָם!

און פֿון דער אַנדערער זײַט הערט זיך אַ געזאַנג פֿון די „אַקטעיורן“:

פֿי־סע־לעך!
און פֿי־סע־לעך!
און לעבעדיקע!
פֿי־סע־לעך!
אױף מיר אַזאַ יאָר!…

אױך דער משרת, װאָס פּוצט די שטיװל הינטער מײַן טיר, טוט אַלע מאָל אַ שפּײַ אױפֿן בערשטל און זינגט אַ לידל:

האָב איך אַ שװיגער,
האָט זי אַן אײ־אײ־אײ־דעם!
שלאָגט ער איר טאָכטער,
ציטערט דער בײ־אײ־אײ־אײדעםבױדעם!

און נאָך אַ געזאַנג לאָזט זיך הערן: אַ קול פֿון אַ ייִדענע, װאָס זי שילט דעם מאַן. דאָס זוכט די בעל־הביתטע דעם בעל־הבית אין אַלע נומערן, און הערט נישט אױף צו שילטן אים מיט משונה־מאָדנע קללות, װאָס לאָזן זיך אױס, מײנסטנס, מיט אַ גראַם:

אַ מכּה, אַ צרה! אַ שלאַק, אַ כּפּרה!
אַן אױסגוס, אַ קללה! אַ קלאָג, אַ יללה!
אַ פֿײַער, אַ שׂרפֿה! אַ מהומה, אַ מגפֿה!…

― איר װעט עסן מיטן בעל־הבית און מיט דער בעל־הביתטע? ― מאַכט צו מיר נוח דער שװײצאַר אױף דער טיר. ― צי איר װעט גײן עסן אין אַ רעסטאָראַציע?

― אין אַ רעסטאָראַציע! ― זאָג איך. ― אין אַ רעסטאָראַציע!…

ג. כּתרילעװקער רעסטאָראַנען

„כּשר! בכּאַן עסט מען פֿריש און װאָלװל! שׂרה אינדיק“.

איבערגעלײענט אַזאַ מין אױפֿשריפֿט, קלעטער איך אַרױף אױף גליטשיקע טרעפּ, אױפֿן צװײטן שטאָק פֿון אַ רױטן נאַקעטן מױער, און כאָטש די ריחות, װאָס לאָזן זיך הערן אױף די טרעפּ, זײַנען עפּעס נישט אַזױ אָנגענעם פֿאַר דער נאָז, נאָר אַ הונגעריקער מאָגן קלײַבט נישט איבער.

― װוּ איז דאָ ערגעץ שׂרה אינדיק? ― טו איך אַ פֿרעג בײַ אַן אַלטן ייִדן מיט אַ געל פּנים, װאָס זיצט אױף דער ערד און פֿאַרריכט אַן אַלטן מאַטראַץ.

― װײַט! ― מאַכט צו מיר דער אַלטער און טוט אַ פּאַטש דעם מאַטראַץ, און עס גײט פֿון אים אַ גרין רױכל.

― אַװעקגעפֿאָרן? ― פֿרעג איך אים.

― אַװעקגעפֿאָרן! ― מאַכט צו מיר דער אַלטער און שאָקלט מיטן קאָפּ. ― אַװעקגעפֿאָרן אױף אײביק!…

― געשטאָרבן? ברוך דײן אמת! ― זאָג איך און װיל מיך אַרױסכאַפּן צוריק.

― יאָ, ― מאַכט ער ― געשטאָרבן. ערבֿ פּסח װערט זעקס יאָר, אַז זי איז געשטאָרבן. גלײבט מיר, איך האָב זי נאָך נישט פֿאַרגעסן אױף קײן מינוט אַפֿילו! װי קאָן מען דען אַזעלכעס פֿאַרגעסן? איר קאָכן, איר באַקן, איר באַגײן זיך מיט דער װעלט, איר רײדן מיט אַ מענטשן און איר צוטרעפֿן מיר מײַן שגעון! נאָר איך פֿאַרשטײ נישט ― איך באַדאַרף אײַך דערצײלן? איר האָט דאָך זי מסתּמא געקענט?

― פֿון װאַנען ― זאָג איך ― האָב איך זי געזאָלט קענען, אַז איך בין דאָס ערשטע מאָל אױף מײַן לעבן אין כּתרילעװקע?

― הערסט! הײַנט װאָס זשע ― זאָגט ער ― פֿרעגט איר זיך נאָך אױף שׂרהן?

― איך פֿרעג גאָר נישט אױף שׂרהן. ― זאָג איך. ― איך פֿרעג, צי דאָ איז דער רעסטאָראַן „שׂרה אינדיק“, װאָס סע שטײט אױפֿגעשריבן אױף דער װאַנט? איך װיל עפּעס עסן.

― עפּעס עסן? ― מאַכט ער צו מיר. ― הערסט! הײַנט װאָס זשע שװײַגט איר? רחל! רחל!

און עס באַװײַזט זיך אַ שװאַרץ־חנעװדיק װײַבל מיט שװאַרצע לאַכנדיקע אײגעלעך, מיט פֿאַרקאַטשעטע אַרבל און מיט מעל אױף די הענט, אױפֿן פֿאַרטעך און אױפֿן פּנים.

― װאָס איז שױן װײַטער? ― רופֿט זיך אָן דאָס שװאַרץ־חנעװדיקע װײַבל, טוט זיך אַ װיש די נאָז מיטן אַרבל, װאָס אױף דער זײַט עלנבױגן. ― מע לאָזט נישט איבערזיפּן די מעל! אַלע מינוט: רחל! רחל!

― זײ װילן עפּעס עסן. ― מאַכט צו איר דער אַלטער און הערט נישט אױף צו פּאַטשן דעם מאַטראַץ.

― עפּעס עסן? ― רופֿט זיך אָן דאָס װײַבל מיט אַ מאָדנע מין געזאַנג, װי מען איז מעבֿיר די סדרה, און טרײסלט אױס דעם פֿאַרטעך און פֿאַרשיט מיר די אױגן מיט מעל. ― װאָס װילט איר עסן?

― װאָס האָט איר? ― זאָג איך צו איר מיטן זעלבן ניגון, װאָס זי.

― װאָס װילט איר? ― זאָגט זי נאָך אַ מאָל מיטן אײגענעם ניגון.

― װאָס איך װיל? ― זאָג איך. ― המ… פֿיש איז דאָ בײַ אײַך געפֿילטע?

― נאָכן מאַרק פֿיש? ― זאָגט זי ― אַ שײנע מעשׂה!

― נו, לאָז זײַן באָרשטש, ― זאָג איך ― אַז נישט קײן פֿיש.

― װוּ האָט איר געזען ― זאָגט זי ― נאָך האַלבן טאָג באָרשטש? אַ באָרשטש דאַרף זיך קאָכן ― דאָס װײסט איר, צי נײן?

― אַלצדינג ― זאָג איך ― באַדאַרף זיך קאָכן.

― אַבי איר װײסט, ― זאָגט זי ― איז גוט!

― נו, ― זאָג איך ― איז קײן ראָסלפֿלײש אױך נישטאָ?

― פֿון װאַנעט ― זאָגט זי ― האָט זיך גענומען אַ ראָסלפֿלײש? ס'איז געװען אַ ראָסלפֿלײש, האָט מען אים אױפֿגעגעסן.

― נו, ― זאָג איך ― לאָז זײַן אַ יױך!

― מיט װאָס, ― זאָגט זי ― װילט איר, זאָל זײַן די יױך? מיט מאַנען־גרײַפּעלעך, מיט אַ מצהלע, צי מיט מאָנדלען )אַ פּתח פֿאַרבײַט זיך בײַ איר אָפֿט אױף אַ קמץ(.

― לאָז זײַן ― זאָג איך ― מיט װאָס איר װילט, אַבי אַ יױך!

― אױף װען, ― זאָגט זי ― װילט איר, זאָל זײַן די יױך?

― װאָס הײסט, ― זאָג איך ― אױף װען? אױף באַלד!

― װאָס הײסט, ― זאָגט זי ― אױף באַלד? איר װילט דאָך מסתּמא אַ יױך זאָל זײַן פֿון עוף? װאָסער טעם האָט אַ יױך אָן עוף? און אַן עוף באַדאַרף מען ערשט כאַפּן, שיקן צום שוחט, אָפּפֿליקן, מאַכן, זאַלצן, אָפּגיסן, אױסװײקן און צושטעלן. עס קאָן אַרױסקומען הלװאַי אױף דער נאַכט.

― גיט זשע מיר אַזױ ― זאָג איך ― װאָס נישט איז: אַ שטיקל פֿלײש, אַביסל זופּ, אַ פּרעזשעניצע פֿון עטלעכע אײער, אָדער עפּעס געזאַלצנס, טאָמער האָט איר?…

― אַ מאָדנער ייִד! ― רופֿט זי זיך אָן צום אַלטן. ― אַלצדינג גלוסט זיך אים… אַ הערינג, אױב איר װילט. קאָן איך אײַך מאַכן.

― לאָז זײַן אַ הערינג, ― זאָג איך ― אַבי גיכער.

― װיִאַזױ װילט איר? ― זאָגט זי. ― מיט אַ ציבלקע?

― מיט אַ ציבלקע.

― און מיט עסיק אױ ־ עך?

― מיט עסיק אױך.

― און מיט בױמל אױ ־ עך?

― מיט בױמל אױך.

זי טוט װידער אַ טרײסל דעם פֿאַרטעך, קאַטשעט־אָפּ די אַרבל, לאָזט זיך גײן נאָך אַ הערינג און קערט זיך אום צוריק.

― װיִאַזױ האָט איר ליב אַ הערינג זאָל זײַן ― מיט אַ מילעך? צי מיט אַ רױג?

― לאָז ער זײַן װי ער װיל זיך, ― זאָג איך ― אַבי לאָז ער שױן זײַן.

― גערײכערטע פֿישלעך עסט איר?

― פֿאַר װאָס נישט? ― זאָג איך.

― און אַדעסער קעפֿאַליעןкефаль: אַ פֿיש, Mugilidae? ― זאָגט זי.

― בכּבֿוד־גדול! ― זאָג איך.

― איך װײס אָבער נישט, ― זאָגט זי ― צי זײ זײַנען שױן דאָ? מיר דאַכט, אַז זײ זײַנען נאָך נישטאָ, און אפֿשר זײַנען זײ שױן דאָ?… נײן, ס'איז נאָך פֿרי!… פֿונדעסטװעגן װעל איך גײן זען, טאָמער זײַנען זײ שױן דאָ…

רחל לאָזט זיך גײן און קערט זיך אום צוריק.

― אױף ייִדישן קאָלבאַס זײַט איר אַ בעלן?

― אָך! ― זאָג איך. ― אַדרבא, קױפֿט, קױפֿט קאָלבאַסן, איך האָב ליב קאָלבאַסן.

― איר מײנט דאָך אַװדאי װאַרשעװער קאָלבאַסן?

― נו יאָ! ― זאָג איך. ― געװײנלעך, װאַרשעװער!

― אַזױ! ― זאָגט זי. ― װעט איר מוחל זײַן זיך דורכפֿאָרן קײן װאַרשע, װעט איר דאָרט עסן װאַרשעװער קאָלבאַסן. בײַ אונדז פֿאַרקױפֿט זיך כּתרילעװקער קאָלבאַסן, פֿון אונדזער אײגענער כּתרילעװקער פֿאַבריקע, באַדאַרף מען האָבן צו זײ אײַזערנע צײן! שנײַדן מיט אַ מעסער איז אוממעגלעך, סײַדן האַקן מיט אַ האַק ― דער שװאַרצער יאָר װײס זײ, װאָס זײ שטופּן אָן אַהינצו, װאָס ס'איז אַזױ האַרט? מע האָט אַנומלטן צעהאַקט אַ קאָלבאַס, האָט מען געפֿונען אַ טשװאָק. אַ פּנים, זײ לײגן אַרײַן טשװעקעס, סע זאָל גײן גוט אױף דער װאָג?…

― טאָמער װאָלט געװען גענוג רײדן? ― רופֿט זיך אָן דער אַלטער. ― גײ און ברענג צו טראָגן, און אַן עק זאָל דאָס האָבן!

― װאָס הײסט, גלאַט ברענגען צו טראָגן? מע באַדאַרף דאָך װיסן װאָס ברענגען! איטלעכער האָט זיך זײַן משוגעת. אָט האָסטו, אַ שטײגער, ליב געפּרעגלטע פֿיש; און אַנדערע האָבן פֿײַנט געפּרעגלטע, האָבן ליב באַק־פֿיש… צי, אַ שטײגער, פֿאַראַן אורחים בײַ אונדז אַזעלכע, װאָס הײסן זיך אָפּקאָכן געהירן און עסן דאָס צעהאַקטערהײט מיט אַ ציבלקע און מיט שמאַלץ… און װידער איז פֿאַראַן אַזעלכע, װאָס האָבן ליב אין מיטן דער װאָך פּעטשײַ מיט צוגעטריקנטע פּענעצלעך מיט קנאָבל… און פֿאַראַן אַזעלכע פֿרעסער, װאָס װעלן אײַך אַװעקגעבן די נשמה פֿאַר אַן אָנגעפֿילטע קישקע מיט פֿאַרפֿל… און פֿאַראַן װידער אַזעלכע, װאָס איר זאָלט זײ גילטן, זײ זאָלן אײַך נעמען אין מױל אַרײַן אַן עסיקפֿלײש!…

― איך בעט אײַך, ― זאָג איך ― ברענגט מיר װאָס איר װעט שױן ברענגען, װאָרעם איך בין טױט־הונגעריק!

רחל גײט אַװעק, און דער אַלטער רופֿט זיך אָן צו מיר:

― נײַן מאָס רײד!

― ס'איז אײַערע אַ טאָכטער? ― פֿרעג איך אים.

― װאָסער טאָכטער? ― מאַכט ער צו מיר. ס'איז מײַן װײַב, דאָס אַנדערע װײַב בײַ מיר. עך־עך־עך! אַװדאי איז דאָס נישט יענע… יענע, עליה־השלום, איז געװען אַ ייִדענע, װאָס מע קריגט זי נישט!… דאָס הײסט, איך האָב צו דער אױך גאָרנישט; זי האָרעװעט נעבעך זײער געטרײַ. אַז אָך און װײ איז איר!… אָט דאָס שטיקל מאַטראַץ, װאָס איר זעט, איז אונדזער גאַנץ בעטגעװאַנט… און דערצו בין איך אַ קראַנקער און אַ קאַפּריזנער! אױסשטײן מײַן שגעון ― באַדאַרף מען זײַן שטאַרקער פֿון אײַזן! דאָס הײסט, בטבֿע בין איך דװקא אַ גוטער, נאָר מיך אַז מע דעררגזנט מיט אַ װאָרט, איז חיות נישט זיכער ― װאָס סע קומט מיר אין האַנט פֿליט דאָס אין קאָפּ אַרײַן!… אָט אַזאַ ספּילשליװער בין איך!… איר מײנט, איך האָב דאָס איר נישט געזאָגט פֿריִער, אײדער איך האָב זי גענומען? איך האָב איר געזאָגט, אַז קײן האָניק װעט זי בײַ מיר נישט לעקן! זי װעט זײַן צופֿרידן, אַז עס װעט זײַן אַ שטיקל ברױט אין שטוב. פֿון פֿלײש און פֿון מילך שמועסט מען נישט. און האָרעװען ― האָב איך איר געזאָגט פֿריִער, אַז זי װעט האָרעװען פֿאַר דרײַ…

― צוליב װאָס זשע האָט זי אײַך גענומען? ― פֿרעג איך אים.

― װאָס הײסט ― מאַכט ער צו מיר פֿאַרװוּנדערט ― צוליב װאָס? און די שטוב איז בײַ אײַך אַ הונט?

― װאָסער שטוב? ― זאָג איך. ― אָט דער מױער איז דען אײַערער?

― נײן! ― מאַכט ער צו מיר מיט אַ געלעכטער. ― איך מײן די „רעסטאָראַציע“, װאָס איך האָב. ס'איז שױן בײַ מיר אַן אײַנגעפֿירט געשעפֿט פֿון כּמה־וכּמה יאָרן. אָט װי ס'איז נישט געשלאָגן איצטער די פּרנסה, פֿונדעסטװעגן איז פֿאָרט אַ שטוב! װען איר טוט אַ קוק אױף מײַן רחלען, אַז זי טוט זיך אָן און גײט אַרױס אױפֿן שפּאַציר, װאָלט איר געמײנט, ס'איז אַ גראַפֿיניע! זי איז טאַקע, קײן עין־הרע, זײער אַ שײנע. איצט איז זי שױן אַביסל „אָפּגעבליאַקעװעט“. איר זאָלט זי געװען זען פֿריִער מיט עטלעכע יאָר!…

― װיפֿל קינדער האָט איר? ― מאַך איך צו אים.

― טע־טע־טע! ― מאַכט ער צו מיר. ― קינדער! אָט דאָס איז די גאַנצע צרה, װאָס איך האָב קײן קינדער נישט!… אַביסל בראָנפֿן װעט איר נעמען? װעל איך אײַך געבן אַ ביסל „שפּירעטשפּירט“.

― אָך, ― זאָג איך ― מיטן גרעסטן כּבֿוד!

― איך װעל אײַך געבן אין אַ פֿינצטערער כּלי. ― מאַכט צו מיר דער אַלטער און שלעפּט אַרױס פֿון בוזעם־קעשענע אַ פֿלעשל און אַ קלײן געגלײזט טעפּעלע און גיסט מיר אָן אַביסל „שפּירעט“. דאָס ביסל „שפּירעט“ מאַכט מיר נאָך אַ גרעסערן אַפּעטיט, און איך פֿיל, אַז עס עקט זיך מיר דאָס חיות.

עס קומט רחל מיטן הערינג און טוט זיך אַ פּאַטש מיט בײדע הענט איבערן קלײדל:

― אױ, אַ דונער איז מיר! איך האָב גאָר פֿאַרגעסן, אַז אין שטוב איז נישטאָ נישט קײן בולקע און נישט קײן ברױט! װאָס פֿאַר אַ געבעקס האָט איר ליב? ייִדישן קױלעטש, צי פֿראַנזאָליס, צי גאָר קאָרן־ברױט?

― װאָס איר װעט דערזען פֿריִער ― זאָג איך ― אָט דאָס זאָלט איר קױפֿן! איך בעט זײער, איר זאָלט מיך מער נישט פֿרעגן װאָס איך האָב ליב! איך האָב אַלצדינג ליב!

― אַ קאַפּריזנער אורח! ― זאָגט רחל. ― פּערעבענדעװעט נאָך מער װי מײַן מאָן!… מײַן מאָן װאָלט אַ בעלן געװען אַלע טאָג אַ פֿרישן פּידפּאַליק… אַלט־געבאַקן ברױט נעמט ער נישט אין מױל אַרײַן… קאָן דען זײַן אַלע טאָג פֿריש געבעקס? דאָס קאָן אױספֿירן סײַדן קאָביליאַנסקי…

― נו, גײ שױן, גײ! ― זאָגט צו איר דער אַלטער. ― זעסט דאָך, אַז זײ חלשן עסן!…

רחל גײט אַװעק נאָך געבעקס און עס קומט אַרײַן אַ ייִדענע אַ הױכע מיט אײן אױג: אײן האַנט האַלט זי אין בוזעם און מיט דער אַנדערער האַנט קראַצט זי זיך אין אױער.

― װאָס טוט מען, רב משה־יאַנקל, גיט מיר אַן עצה? ― זאָגט די הױכע ייִדענע צום אַלטן. ― בײַ מײַן שמואלקן האָט זיך שױן װידער צעשפּילט אַן אױערל…

עס קומט אָן רחל מיטן געבעקס און מאַכט מיר דעם הערינג, און די הױכע ייִדענע הערט נישט אױף אױסצומאָלן, װי עס רינט בײַ איר שמואלקן פֿון אַן אױערל… זי האָט מורא, זי װעט װידער מוזן אָנקומען צום רופֿא ― װײס זי נישט, צו װאָסער רופֿא זאָל זי גײן? דען צו װאָסער רופֿא זי זאָל נישט גײן, װײס זי פֿריִער, אַז ס'איז אַרױסגעװאָרפֿן, מחמת די כּתרילעװקער רופֿאים, דער רוח זאָל זײ נעמען, זײַנען גוטע בלוטצאַפּערס! אַ כּתרילעװקער דאָקטער אַז איר גיט חלילה װינציקער װי אַ גילן, טוט ער אײַך אַ שמיץ אין פּנים אַרײַן! ס'איז אים קאַרג צו קרענקען, דעם פּראָפֿעסאָר!…

― גיט עפּעס אַ נדבֿה אַ קראַנקן! ― מאַכט אַ ייִד מיט אַ בלױ פּנים און ציט אױס אַ קלײן אױסגעטריקנט הענטל, װאָס איז באַשאַפֿן געװאָרן לכתּחילה פֿאַר אַ סגולה אױף בעטן נדבֿות.

― גיט עפּעס אַ נדבֿה אַ װיסטן קאַליקע! ― רופֿט זיך אָן אַ נפֿש, װאָס גײט אױף די הענט, מחמת בײדע פֿיס זײַנען בײַ אים צונױפֿגעפֿלאָכטן און אונטערגעבױגן אונטער זיך.

― גיט עפּעס אַ נדבֿה אַ חולה־נופֿלדיקן!…

איך װאַרף אַװעק אין מיטן דער „סעודה“, איך צערעכן זיך פֿאַרן עסן און אַנטלױף פֿון דער „רעסטאָראַציע“ װוּ דער שװאַרצער פֿעפֿער װאַקסט!

ד. כּתרילעװקער װײַן און כּתרילעװקער שיכּורים

„נאָך אַזאַ מיטאָג װאָלט געװען גוט פֿאַרטרינקען מיט אַ גלעזל װײַן“, ― אַזױ טראַכט איך מיר און דערזע אַן אױפֿשריפֿט: „בכּאַן מוכרים יי″גיין־גפֿן, מעד וביער למקח השװה“.

איך לאָז מיך אַראָפּ אין אַ פֿינצטערן קעלער, צװישן פֿעסער און פֿעסלעך, צעבערס און פֿלעשלעך, און דערזע, בײַ דער זײַט זיצט אַ היפּשער בחור מיט אַן אונטערגעבונדן געשװאָלן פּנים איבער אַ מולטער און האַקט ראָזשינקעס מיט אַ האַקמעסער.

― װוּ איז ערגעץ דער בעל־הבית? ― פֿרעג איך דעם בחור.

― דער בעל־הבית? ― מאַכט צו מיר דער בחור און נעמט אָן אַ פֿולע זשמעניע מיט ראָזשינקעס, טוט אַ שמיר איבערן מױל און כראָמקעט מיט די צײן גאַנץ געשמאַק. ― דער בעל־הבית איז אין קאַמער, ער מאַכט „װימאָראָזיק“.

― װאָס הײסט ― זאָג איך ― ער מאַכט „װימאָראָזיק“?

― איר װילט װיסן, ― מאַכט צו מיר דער בחור ― װיִאַזױ מע מאַכט „װימאָראָזיק“ בײַ אונדז אין כּתרילעװקע? מע נעמט ראָזשינקעס און מע האַקט און מע האַקט, און מע האַקט זײ אַרײַן אין אַ גרױס פֿאַס אַרײַן, מע בױטעט אָן דאָס איבעריקע מיט װאַסער פֿון דער גנילאָפּיאַטקעГнилопять: אוקראַיִנער טײַך צװישן זשיטאָמיר און װיניצע און מע מישט אַרײַן האָפּן, הײבט דאָס אָן צו שפּילן, און אַז סע צעשפּילט זיך, װערט אַ געשטאַנק, אַז מע קאָן דערװאָרגן װערן! נעמט מען אַ פּאָר עמער „שפּירעט“ און מע האַקט־אַרײַן עפּעס אַ מין פּראָשיק אַזעלכן, װאָס סע קאָסט אַ גילן אַ פּוד; נאָכדעם זײַט מען דורך דעם גאַנצן װײַן דורך אַ גױיִשן העמד און מע שרײַבט אָן מיט קרײַד אױף דער פֿאַס: „װימאָראָזיק אַקערמאַן“. און אַז איר װילט, דער װײַן זאָל זײַן רױט, נעמט מען דעם אײגענעם װימאָראָזיק און מע פֿאַרפֿאַרבט אים מיט גאָליש־טינט און מע שרײַבט אָן מיט קרײַד אױף דער פֿאַס: „זמירער פֿעאָדאָסיעİzmir?“, אָדער „אונגערישער מאַלאַגעMalaga“… און כּתרילעװקער מבֿינים זשליאָקען די דאָזיקע קאַקאַ־פּיציע און לעקן די פֿינגער… שאַ, אָט גײט דער בעל־הבית, אַרױסגײן זאָל פֿון אים די פּאַרע!

דערזען דעם בעל־הבית גײן, הײבט דער בחור אָן צו האַקן די ראָזשינקעס מיט אַלע כּוחות.

― װאָס האָט איר געװאָלט? ― מאַכט צו מיר דער בעל־הבית, אַ רױטער ייִד, נישט קײן הױכער, מיט אַ הײזעריק קול און מיט אײן אױג אַן אָפֿענעם, װאָס אַפֿילו אַז ער שלאָפֿט, מוז ער דאָס אױך, אַ פּנים, האַלטן אָפֿן.

― אַ גלעזל װײַן. ― זאָג איך.

― אַ לאחדים־גלעזל־װײַן? ― מאַכט ער צו מיר, דרילעװעט אַן אױער און קוקט אױף דער סטעליע.

― אַ לאחדים־גלעזל־װײַן. ― זאָג איך.

― װאָס זשע ― זאָגט ער ― האָט איר זיך אַראָפּגעלאָזט אין קעלער? פֿאַר װאָס זײַט איר נישט אַרױפֿגעגאַנגען אױבן? קריכט אַרױף און נעמט זיך, זײַט מוחל, רעכטס!

איך קריך אַרױף און נעם מיך רעכטס און קום אַרײַן אין אַ פֿינצטערן חדר, פֿול מיט רױך און מיט בלאָטע. עס שטײען עטלעכע טשאַכאָטעטשנע הינקענדיקע בענקלעך, און ייִדן זיצן, רײכערן פּאַפּיראָסן און טרינקען „װימאָראָזיק“. זײ זינגען נישט, שרײַען נישט, שלאָגן נישט מיט די הענט אין טיש אַרײַן און באַװײַזן נישט קײן שום מיאוסע שטיק; װאָס דען טוען זײ? זײ זיצן און זױפֿן דעם „װימאָראָזיק“ פֿון די גלעזלעך, פֿאַררײכערן אַ פּאַפּיראָס, זיפֿצן און קרעכצן און רײדן שטילערהײט. אָט זיצן צװײ ייִדן בײַ אַ טישל, אַראָפּגעלאָזט די קעפּ. מע זעט, אַז ס'איז בײַ זײ אױסגעגאַנגען װערטער. כאַפּט זיך אױף אײנער:

― װאָס זאָגסטו, שמעון־דוד, אױף דעם „װימאָראָזיק“, האַ?

― װאָס זאָל איך זאָגן אױף דעם „װימאָראָזיק“? ― כאַפּט זיך אױף דער אַנדערער, װי פֿונעם שלאָף. ― ס'איז אַ „װימאָראָזיק“ פֿון גאָט! ס'איז שױן אײן מאָל אַ „װימאָראָזיק“!

― מע באַדאַרף אים פֿרעגן, צי װעט ער האָבן פֿון דעם אײגענעם „װימאָראָזיק“, אם־ירצה־השם, אױף פּסח?

― דו זאָרגסט זיך שױן פֿאַר פּסח? ביסט שױן, אַ פּנים, אַ באַװאָרנטער מענטש אַרום און אַרום, נאָר פּסחיקער „װימאָראָזיק“ גײט דיר אָפּ?

― װאָס דען, איך בעט דיך, אַז אָך און װײ איז מיר!

― אַז אָך און װײ איז טאַקע דיר, אַז דו באַדאַרפֿסט זיצן אָט־אַ־דאָ אַ גאַנצן טאָג, אױסבאַהאַלטן זיך פֿונעם װײַב, זי זאָל נישט מאָנען אױף שבת.

― דערמאָן מיך נישט דאָס װײַב, גיב מיר בעסער מיט אַ פּיסטױל אין האַרצן! װאָס קאָן איך איר געבן? צרות קאָן איך איר געבן, אַז אָך און װײ איז מיר!

― דו מײנסט מיר איז בעסער? אַז אָך און װײ איז מיר אױך!

― איך װײס, אַז דיר איז אױך נישט בעסער, אַז אָך און װײ איז אונדז בײדן! לחײם! לאָמיר זײַן געזונט…

נאָך צװײ ייִדן זיצן בײַ אײן טישל, אײנער מיט אַ גאַנצער קאַפּאָטע, און דער אַנדערער מיט אַ צעריסענער קאַפּאָטע. דער װאָס מיט דער גאַנצער קאַפּאָטע רעדט, און יענער װאָס מיט דער צעריסענער קאַפּאָטע קוקט אים גלײַך אין די אױגן אַרײַן און שאָקלט צו מיטן קאָפּ.

― פֿאַרשטײסטו שױן, װיִאַזױ לװי־יצחק דרײט אױס אַ געשעפֿט?… לװי־יצחק קאָן זיך אַרײַנדרײען און דרײען און פֿאַרדרײען אי זיך, אי יענעם, און סוף־כּל־סוף פֿאָרט אױסדרײען! װאָרעם איך, אַז איך טרעט־צו צו אַ געשעפֿט, שמעק איך פֿריִער, שאַ, פּאַװאָלינקע, נישט געכאַפּט… און אַז איך שמעק גוט אָן װוּ עס האַלט, טו איך מיר אַ פּאָרקע הינטן אַרום ― דאָס, יענץ, לאָקש, בױדעם, ציבעלע, טאָמער אַזױ, טאָמער אַזױ, װאָס װעט אײַך אַרן, ממה־נפֿשך, װי זאָגט ער: גוט איז אַ חײ־שעה!… אַי, טאָמער טוט מיר יענער אַ קוק־אַװעק און איך דערזע, אַז ס'איז אױף צרות, אױף קידער־װידער? טרעט איך מיר אָפּ אָן אַ זײַט און ― שאַ! לאָז זיך עס טאָן אָן מיר!… אױב ס'איז באַשערט, װעט דאָס נישט אַװעק, און אַז מע װעט באַדאַרפֿן פּאָרקען, װעט מען פּאָרקען… פֿאַראַן אַ פּײטערבאַרג איז פֿאַראַן!… מיר װײסן שױן, װוּ אַ טיר עפֿנט זיך, מיר פֿאַרשטײען דאָס מין… מיר קענען די עבֿרי װאָס מע דאַרף… טאָמער דאַרף מען שרײַבן, געפֿינט מען שױן דעם, װאָס ער שרײַבט… דער עיקר איז, ס'זאָל זײַן שטיל ― ששש!!! )ער טוט זיך אַלײן אַ ביס דעם קולאַק און װערט שטיל(.

נאָך עטלעכע ייִדן מיט פֿאַרשײדענע קאַפּאָטעס און אַלערלײ קאַשקעטן זיצן בײַ אײן טישל און רײדן אַלע מיט אַ מאָל, אַזױ, אַז זײערע װערטער װערן צונױפֿגעגאָסן אינאײנעם, און עס קומט אױס אַ מישמאַש פֿון מיסחר, פֿון פּאָליטיק, פֿון „װימאָראָזיק“, פֿון אַמאָליקע יאָרן, פֿון הײַנטיקע קינדער, פֿון דאָקטױרים, פֿונעם טראַמװײַ, פֿון דער טאַקסע, פֿון אַ רוח־אין־די־כּתרילעװקער־נגידימס־טאַטן־אַרײַן ― ס'איז שװער אַרױפֿצוכאַפּן אױפֿן פּאַפּיר דאָס, װאָס סע װערט דאָ גערעדט. און בײַ דער זײַט שטײען װילד־פֿרעמדע ייִדן, װאָס טרינקען נישט קײן „װימאָראָזיק“, נאָר זײ זײַנען אַרײַנגעגאַנגען אַהער גלאַט אַזױ, הערן װאָס מע רעדט טאַקע, און אין אײן װעג זיך אָנװאַרעמען…

נאָך אַ קאָמפּאַניע ייִדן זיצן אַרום טיש, טרינקען „װימאָראָזיק“ און זינגען אַ לידל, און דװקא אױף גױיִש; נאָר שטיל, אָן געפּילדער, מיט זײער אַ װײנענדיקן נוסח, װי מע זאָגט סליחות אָדער תּהילים:

אַבֿרהמניו! אַבֿרהמניו!
אָבֿינו טי נאַש!ты наш: דו אונדזערער
טשעמו טי נע פּראָסישчему ты не просишь: װאָס דו בעטסט נישט
אלהינו נאַש!
אַלבאָ נאַס װיקאָפּיט,альбо нас выкупить: אָדער מע װעט אונדז ראַטעװען
אַלבאָ נאַס װיפּראָסיט ―альбо нас віпросіт: אָדער בעט בײַ אונדז
לארצנו נאַשו,
לזעמליו נאַשוземлю нашу: אין אונדזער לאַנד!?…

אַז עס האַלט בײַם „װיקאָפּיט“, מאַכן זײ דאָס מיט אַ שטורעם, מיט אַ ירגזון, דאָס הײסט, מיט שטאַרקײט; נאָר אַז עס קומט צום „װיפּראָסיט“, װערן זײ מיט אַ מאָל װײך, בײגן־אײַן די קעפּ און מאַכן מיט די הענט, װי, להבֿדיל, אַ פֿרומער חזן ימים־נוראָים פֿאַרן עמוד. און בײַם „לאַרצנו נאַשו, לזעמליו נאַשו“ צעװײנען זײ זיך טאַקע מיט טרערן, װי קלײנע קינדער…

― עי־עי־עי־עי! ― רופֿט זיך אָן אײנער פֿון דער קאָמפּאַניע, אַ ייִד, װאָס דאָס קאַשקעטל ליגט אים שױן אױף יענעם האַלבן קאָפּ, די אױגן זײַנען בײַ אים װי שלעפֿעריק און די צונג פּלאָנטעט זיך שױן אַביסל צװישן די צײן. ― װאָס װאָלט געװען אַ שטײגער, כּדומה־למשל, מע זאָל אונדז אָפּגעבן, הײסט דאָס, ארץ־ישׂראל? האַ, יאַנקל? װאָס זאָגסטו, יאַנקל? דו ביסט דאָך עפּעס אַ יודע־נגן!

― ארץ־ישׂראל? ― זאָגט יאַנקל, ציט־אױס דעם האַלדז און קראַצט זיך אונטערן קאָלנער. ארץ־ישׂראל? ע. ס'װאָלט אַװדאי געװען נישט שלעכט… עפּעס טוען זײ, זאָגט מען, דאָך אין דעם ― װיִאַזױ הײסן זײ? די… די… די…

― די ציוניסטן? ― כאַפּט אים אונטער נאָך אײנער. ― בלאָטע! ס'װעט גאָרנישט זײַן פֿון דעם!

― פֿאַרװאָס? עפּעס באַדאַרף דאָך זײַן אַלצדינג מיט אַ טעם!

― אַזױ. מסתּמא װײס איך, אַז איך זאָג. איך האָב פֿײַנט רײדן גלאַט אַזױ. דו װײסט דאָך, אַז איך זאָג, איז געזאָגט!

― איר זײַט אַלע בהמות! ― רופֿט זיך אָן אַ ראַקאָװאַטע ייִדל מיט אַ ליוסטרינענער קאַפּאָטע, רעדט פּאַװאָליע, צײלט די װערטער, לײגט אַרױף דעם פֿינגער אױף דער נאָז, האַלט דאָס מױל אין אַ זײַט און שמײכלט צו זיך אַלײן זײער געשמאַק, און די בעקלעך פֿלאַמען אים.

― איר זײַט פֿערד, װי איך בין אַ ייִד, אױ, זײַט איר פֿערד! איך קוק און שװײַג און הער זיך צו, װאָס איר רעדט: ציוניסטן, שמיוניסטן, קובעבע מיט לאַקרעץ!… איך זע־אַרױס, אַז איר װײסט קײנער נישט מה דקאָמרי רביצין! אױב איר װילט, װעל איך אײַך זאָגן װאָס דאָ ליגט! די מעשׂה דערפֿון איז אַזױ… נאָר הערן זאָלט איר מיט קאָפּ!…

ער נעמט דאָס בערדל אין מױל אַרײַן, פֿאַרמאַכט די אױגן, טראַכט לאַנג־לאַנג און כאַפּט זיך אױף פֿונעם שלאָף און טוט אַ מאַך צום בעל־הבית, קנאַקט־צו מיטן פֿינגער:

― רב זײַט־זשע מוחל! הײסט געבן נאָך אַ פֿלעשל „װימאָראָזיק“!…

ה. כּתרילעװקער טעאַטער

אַרױסגעגאַנגען פֿונעם װײַן־קעלער, האָב איך דערזען אַן אַפֿיש מיט גרױסע אותיות, אױף ייִדיש, אָפּגעדרוקט די דאָזיקע װערטער:

„דאָס ערשטע מאָל אין כּתרילעװקע!

„דאָס ייִדישע טעאַטער!

„דער אמתער אַדלעריעקבֿ פּאַװלאָװיטש אַדלער 1855-1266 פֿון אַמעריקע!

„דער גרעסטער קאָמיקער פֿון דער װעלט!

„איר װעט צעגײן פֿאַר געלעכטער!

„אַזאַ באָבע יאַכנע איז נאָך נישט געװען זינט די װעלט שטײט!

„אַזאַ האָצמאַך, װי בײַ אונדז, איז נאָך גאָר נישט געבױרן געװאָרן!

„הײַנט שפּילט מען אַ שפּאָגל־נײַע אָפּערע:

!קאָלדוניאַ!

„ייִדן! פֿאַרזעצט װאָס איר האָט!

„ייִדן! גײט אין טעאַטער!

„ייִדן! איר װעט זיך מחיה זײַן!

„ייִדן! לױפֿט!

„בילעטן קױפֿט!

„גיכער! גיכער!

„װי אַ װיכער!“…

אונטן גײט געחתמעט: דער רעזשיסאָר, דער דיריזשאָר און דער אַנטרעפּרעניער ― טאַקע אַדלער אַלײן, דער אמתער אַדלער פֿון אַמעריקע, דער גרעסטער קאָמיקער אין דער װעלט.

― איר װײסט נישט, װוּ איז דאָ ערגעץ דאָס ייִדישע טעאַטער? ― טו איך אַ פֿרעג אַ ייִדן, װאָס לױפֿט פֿאַרבײַ מיר מיט אַ פּעקל סחורה אונטער דער האַנט.

― דאָס ייִדישע װאָס? ― מאַכט צו מיר דער ייִד מיטן פּעקל סחורה און שטעלט זיך אָפּ און באַטראַכט מיך פֿון קאָפּ ביז די פֿיס.

― דאָס ייִדישע טעאַטער ― זאָג איך.

― װאָסער טעאַטער? ― זאָגט ער.

― דאָס טעאַטער, ― זאָג איך ― װאָס מע שפּילט דאָרט.

― װער שפּילט דאָרטן? ― פֿרעגט ער מיך.

― אַדלער ― זאָג איך ― שפּילט דאָרטן.

― װאָסער אַדלער? ― מאַכט ער צו מיר.

― אַדלער, ― זאָג איך ― דער אמתער אַדלער.

― פֿון װאַנען איז ער? ― מאַכט ער צו מיר.

― פֿון אַמעריקע ― זאָג איך ― איז ער.

― פֿון אַמעריקע? ― מאַכט ער צו מיר. ― װאָס זשע טוט ער הי?

― ער שפּילט דאָ ― זאָג איך ― אינעם ייִדישן טעאַטער.

― װאָס זשע שפּילט ער? ― זאָגט ער.

― „קאָלדוניאַ“ ― זאָג איך ― שפּילט ער.

― װאָס זשע הײסט דאָס „גאָלדוניע“? ― מאַכט ער צו מיר. איך װיל אַװעקגײן, לאָזט ער מיך נישט; ער װיל, איך זאָל אים נאָר דערצײלן, װאָס דאָס איז אַזעלכעס „טרעיאַטער“, און װאָס הײסט „גאָלדוניע“, און װער איז דער אַדלער, װאָס ער איז געקומען פֿון אַמעריקע?… איך דערצײל אים, און װי װײַט מעגלעך מאַך איך אים קלאָר, װאָס איז אַזעלכעס טעאַטער, און װאָס איז „קאָלדוניאַ“, און װער איז אַדלער. מײַן ייִד הערט אױס אַלצדינג מיט קאָפּ, בײגט זיך אָן, טוט אַ שפּײַ־אױס און גײט אַװעק אָן אַ זײַט־געזונט.

― חנה־בײלע! װוּהין לױפֿסטו אַזױ? ― שרײַט אַ װײַבל צו דער אַנדערער איבער דער גאַנצער גאַס און כאָרכלט, קאָן נישט אױסרײדן קײן „ריש“.

― אין טכעיאָטעך אַכײַן! ― ענטפֿערט איר דאָס אַנדערע װײַבל אױך מיט אַ כאָרכלען און מיט קמץ דאָרט, װוּ מע דאַרף אַ פּתח. ― נו, און דו גײסט גאָך נישט אין טכעיאָטעך אַכײַן?

― אַכױסגײן זאָל איך די נשמה! ― מאַכט דאָס ערשטע װײַבל. ― װאָס זאָגסטו צו מײַן כתרילעװקעך נגידית? זי װיל, איך זאָל איך הײַנט מאַכן די גענדז, מאַכן זאָל זיך איך אַ מכּה! און פּכעגלען שמאַלץ, פּכעגלען זאָל מען שױן זי חבונו־של־עולם! די גאַנצע װעלט גײט אין טכעיאָטעך, און איך דאַכף זײַן געבונדן, בינדן זאָל מען זי שױן אױף אַלע פֿיך, ליבעך גאָט!

― װאָס העכסטו זי? ― זאָגט דאָס אַנדערע װײַבל. ― פֿאַך דײַן געלט מעגסטו גײן װוּ דו װילסט.

― איך העך זי װי המן דעם גכעגעך!… ― מאַכט דאָס ערשטע װײַבל. ― איך לױף אַהײם, איך טו זיך איבעך און גײ אין טכעיאָטעך אַכײַן, זי זאָל אַפֿילו אױפֿלױפֿן װי אַ באַכג!

בײדע װײַבלעך צעגײען זיך, און איך האָב דערװײַל מיט װעמען צו גײן אין טעאַטער. דאָס װײַבל קוקט זיך אַלע װײַלע אַרום און זעט, װי איך גײ איר נאָך, בלײַבט זי שטײן אַ װײַלע און נעמט זיך רעכטס ― איך גײ רעכטס; זי נעמט זיך לינקס ― איך גײ לינקס; זי גײט פּאַװאָליע ― איך איר נאָך. הײבט אָן דאָס װײַבל לױפֿן; אַזױ װי מע לױפֿט אױף אַ שׂרפֿה.

― װאָס איז? ― פֿרעגט מען זי. װוּ לױפֿסטו? גאָט איז מיט דיר!

― עפּעס אַ שלימזל! ― זאָגט דאָס װײַבל און װײַזט אָן אױף מיר. ― עך גײט מיך נאָך שױן פֿון אַ שעה. איך װײס נישט װעך עך איז!…

גיך װערט באַשאַפֿן אַרום אונדז אַ גאַנץ רעדל פֿון ייִדן, װײַבער און קינדער. מע הײבט אָן טײַטן אױף מיר מיט די פֿינגער… עס פֿאָרט דורך פֿאַרבײַ אַ בעל־עגלה, כאַפּ איך מיר אַרײַן אין בײַדל און הײס מיך פֿירן אין טעאַטער אַרײַן.

צוגעפֿאָרן צום טעאַטער, טרעף איך אַ גאַנצע כאַליאַסטרע מײדלעך מיט בחורים שטײען אין דרױסן, רײדן און לאַכן און שיטן מיט װערטלעך.

― לאָזט דורך דעם פּריץ! ― שרײַט אײנער צום אַנדערן.

― פּאַװאָליע, איר װעט אים חלילה צעקנײטשן דעם קאַפּעליוש! ― שרײַט נאָר אײנער.

קױם מיט צרות, מיט לײַד, זיך דורכגעשטופּט דורך דער כאַליאַסטרע צו דער קאַסע, אַ קלײן פֿענצטערל, טו איך אַ פֿרעג, צי קאָן איך באַקומען אַ בילעט, און די כאַליאַסטרע פֿון הינטן שטופּט מיך און קװעטשט מיך פֿון אַלע זײַטן.

― װאָסער אַ בילעט װילט איר? ― פֿרעגט מיך דער קאַסיר, אַ דאַרער בחור מיט אַ לאַנגן גאָרגל.

― װאָסערע בילעטן האָט איר? ― פֿרעג איך דעם קאַסיר.

― פֿאַראַן ― זאָגט דער קאַסיר ― אױף אַ גילן און אױף צװײ גילן און אױף דרײַ גילן.

― און טײַערער איז נישטאָ בײַ אײַך? ― פֿרעג איך אים, און די כאַליאַסטרע בשעת־מעשׂה הערט נישט אױף צו פּילדערן.

דערהערט פֿון מיר אַזעלכע דבורים, כאַפּט זיך אױף דער קאַסיר פֿונעם בענקל, שטעקט אַרױס דעם קאָפּ פֿונעם פֿענצטערל און שרײַט אױס אױף דער כאַליאַסטרע מיר גלײַך אין פּנים אַרײַן:

― אַ רוח אין אײַער טאַטנס טאַטן אַרײַן! איר װעט זיך נישט צעגײן? אָט שיק איך אײַך אַרױס רב לאָזער דעם גאָראָדאָװאָי מיט אַ קישקע װאַסער! קומט ― מאַכט ער צו מיר ― אַהערצו אין טױער אַרײַן.

די כאַליאַסטרע טרעט־אָפּ אַביסל אױף אַ זײַט, און איך שלאָג מיך דורך דורכן טױער אין הױף אַרײַן. אין הױף שטײט אַ גרױסע שטאַל, אָדער שאַלאַש, װאָס פֿון די ברעטער לײַכט זיך דורך אַ פֿײַערל און עס לאָזט זיך הערן אַ געשרײ פֿון מענטשן. אַ האַלבע טיר פֿון דעם שאַלאַש שטײט אָפֿן, און צװײ געזונטע יונגען שטײען און גיבן אַכטונג, מע זאָל זיך נישט אַרײַנכאַפּן אין טעאַטער אָן אַ בילעט.

― ייִדן! אײנציקװײַז גײט! אײנציקװײַז! ― שרײַט אַ ייִד מיט אַן אױסגעפֿליקטער באָרד און מיט אַ שװערד אױף דער זײַט ― אַ פּנים, דאָס מוז זײַן רב לאָזער גאָראָדאָװאָי. נאָר דער עולם הערט אים, װי דער קאָטער: מע װיל נישט גײן אײנציקװײַז; איטלעכער װיל פֿריִער און אַלע שפּאַרן זיך מיט אַ מאָל.

― לאָז דורך, דו יװן מיט דער שפּאַגע! דו זעסט נישט װער סע גײט? ― אַזױ שרײַט אײנער און שטופּט זיך דורך מיט גװאַלד, שיט מיט װערטער אױף די אַקטיאָרן: „פֿײַפֿער“, „האָלעדראַניעץ“, „גרינער אַגרעס“, „לײדיקע קישקע“!

איך קוק מיך אַרום: װער רעדט דאָס? עפּעס זײער אַ קענטלעכע שפּראַך. איך קוק מיך צו ― איך האָב אים דערקענט: ס'איז נוח דער שװײצאַר פֿון מײַז סטאַנציע „האָטעל טערקאַליאַ“. נאָך אים שלעפּט זיך אַ גאַנץ געזינדל װײַבער, בחורים און מײדלעך.

― װער איז דאָס װײַבל? ― פֿרעגט אים אײנער פֿון די אַקטיאָרן.

― דאָס איז מײַן װײַבל. ― ענטפֿערט נוח. ― דו קענסט נישט מײַן שׂרה־פּערל? און דאָס זײַנען מײַנע קינדער.

― און דאָס?

― דאָס איז מײַן שװיגער.

― און די דאָזיקע?

― דאָס איז מײַן װײַבס אַ שװעסטערל.

― און װער איז דער יונגערמאַן?

― דאָס איז איר חתן.

― און װער איז דאָס מײדל?

― דאָס איז דעם חתנס אַ שװעסטער.

― און װער איז דער בחור?

― דאָס איז דעם חתנס שװעסטערס אַ חתן.

― און װער איז אָט דאָס מײדל?

― דאָס איז זײַן שװעסטער, דאָס הײסט, דעם חתנס שװעסטערס חתנס אַ שװעסטער.

― אַ היפּשע משפּחה בײַ אײַך, רב נוח!…

― זאַלץ דיר אין די אױגן, שטײנער דיר אין האַרצן!! ― מאַכט צו אים נוח. ― זאָג כאָטש „קײן עין־הרע“, דו אַקטיאָרטשיק! דו קאָמעדיאַנטשיק! דו בערן־טרײַבער! דו גאָרגל־רײַסער! דו בולקע־שלינגער!…

תּיכּף נאָך נוח דעם שװײצאַר שפּאַרט זיך דורך דער משרת פֿונעם האָטעל מיט די גרױסע שטיװל. אײנער פֿון די צװײ אַקטיאָרן, װאָס שטײען בײַ דער טיר, דערלאַנגט אים אַ זעץ פֿון הינטן און שטופּט אים אַרײַן אין טעאַטער אַרײַן.

נאָך אים זע איך פֿאַרשײדענע פּאַרשױנען שפּאַרן זיך דורך, מערסטנטײל אָן בילעטן. צװישן די פּאַרשױנען דערקען איך מײַן בעל־הבית פֿון דעם „האָטעל טערקאַליאַ“ מיט עפּעס אַ ייִדענע זײער אַ גראָבע, װאָס גײט, װי אױף רעדלעך, און קאַטשעט זיך, װי אַ קאַטשקעלע.

― אַ? איר זײַט אױך דאָ? ― מאַך איך צום בעל־הבית און פֿאַרגעס, אַז ער איז טױב װי די װאַנט.

― נישקשה! ― ענטפֿערט ער מיר און שרײַט אױף אַ קול, גלײַך װי איך װאָלט דאָ געװען דער טױבער. ― זײ זינגען קײן מעשׂה נישט!

― איר זײַט דאָ דאָס ערשטע מאָל? ― פֿרעג איך אים.

― ס'איז רב ליפּעס שטאַל. ― מאַכט ער צו מיר. ― אַ גאַנץ יאָר האַלט מען דאָ בהמות אָדער פֿערד.

― קום שױן, קום ־ ― רופֿט זיך אָן צו אים די גראָבע ייִדענע און טוט אים אַ שלעפּ בײַ רער פּאָלע, און זײ גײען אַװעק בײדע און באַזעצן זיך גאַנץ אױבן־אָן.

― הערט נאָר, איר אַקטיאָרן! װוּ זײַט איר ערגעץ? ― אַזױ רופֿט זיך אָן אײנע אַ דאַמע מיט אַ הוט, מיט אַ װײַסער פֿעדער און מיט בריליאַנטן, און לעבן איר שטײט אַ קאַװאַליער מיט אַ קאַפּעליוש און מיט אַ געשױרן בערדל.

עס שפּרינגט אונטער אײנער פֿון די אַקטיאָרן, אַ בחור מיט אַ קורץ רעקל, מיט אַ קױטיק העמד און מיט אַ הונגעריק פּנים.

― װאָס װעט איר עפּעס זאָגן, מאַדאַם?

― װאָס הײסט, װאָס װעל איך זאָגן? ― מאַכט צו אים די מאַדאַם. ― מיר האָבן דאָך געקױפֿט בילעטן. פֿאַר װאָס װײַזט מען אונדז נישט אונדזערע ערטער?

דער לאַנגער אַקטיאָר מיטן הונגעריקן פּנים נעמט בײַ זײ די בילעטן און פֿירט זײ צו גאַנץ אױבן־אָן און װיל זײ באַזעצן ― זײַנען פֿאַרנומען אַלע בענקלעך.

― זײַט זשע מוחל, איר האָט זיך געזעצט נישט אױף אײַערע ערטער! ― מאַכט דער אַקטיאָר צו אַ בחור מיט אַ מײדל, װאָס זיצן און קנאַקן ניסלעך פֿון אַ שקאָרמיצל.

― װער האָט אײַך געזאָגט, אַז מיר זיצן נישט אױף אונדזערע ערטער? ― זאָגט דער בחור און טוט זיך זײַן אַרבעט.

― װײַזט אײַערע בילעטן! ― זאָגט צו זײ דער אַקטיאָר און נעמט בײַ זײ די בילעטן, און װײַזט זײ װוּ זײ דאַרפֿן זיך זעצן, אַ סך נידעריקער.

― װאָס הײסט ― מאַכט דער בחור ― איר װעט אונדז זאָגן דעות, װוּ מיר זאָלן זיך זעצן? װאָס איז דאָ, להבֿדיל, אַ מקום־קדוש, אַ שול, צי װאָס?

דער אַקטיאָר לאָזט זיך אַרײַן מיט אים אין אַ לאַנגן שמועס. דער בחור מיטן מײדל רירן זיך נישט פֿון די ערטער און קנאַקן ניסלעך. דער לאַנגער אַקטיאָר מיטן הונגעריקן פּנים פּרוּװט זיך בײַ אַלע איבעריקע פּאַרשױנען װאָס אין טעאַטער, נאָר דאָס גאַנצע פּובליקום זיצט אױף די ערטער גאַנץ פֿעסט, קײנער װיל נישט אָפּטרעטן, כאָטש נעם פֿיר אַרױס דאָס גאַנצע טעאַטער מיט גװאַלד.

די דאַמע מיט דער װײַסער פֿעדער און מיט די בריליאַנטן בײזערט זיך: „װאָס איז דאָס פֿאַר פּאַראָנדקעס אין כּתרילעװקער טרעיאַטער?“ זי שרײַט, מע זאָל איר אומקערן דאָס געלט, װאָס זי האָט באַצאָלט פֿאַר די בילעטן! װוּ איז ערגעץ לאָזער גאָראָדאָװאָי?!…

עם בלײַבט, אַז מע זאָל ברענגען עקסטרע פֿון אירעט װעגן צװײ שטולן, און עס װערט אַביסל שטילער.

ביסלעכװײַז װערן אָנגעצונדן די לעמפּלעך, װאָס רײכערן און לאָזן זיך הערן מיט אַ שאַרפֿן ריח פֿון גאַז. אײנציקװײַז באַװײַזן זיך די כּלי־זמר בײַ דער סצענע, װאָס איז איבערגעצױגן מיט אַ לײַלעך. פֿריִער פֿון אַלע קומט צו גײן דער באַס, אַ גרױסער ייִד מיט גראָבע פּאות און מיט בײזע אױגן, װי בײַ אַ גזלן. באַלד נאָך אים באַװײַזט זיך דער קעסלפּױק, אַ האָרבאַטער בחור מיט אױסגעקראָכענע האָר. נאָכדעם קומט דער טרומײטער, אַ נידעריקער ייִד מיט גראָבע ליפּן, דער פֿלײטיסט מיט אַ טשאַכאָטקע־פּנים און אַ טרובאַטש מיט גנבֿהשע אײגעלעך, װאָס לױפֿן אַהער און אַהין, און צװײ דרײ יונגע לײַט מיט פֿידלען; און ערשט אױפֿן סוף ― דער ערשטער פֿידלער, דער עלטסטער פֿון אַלע כּלי־זמר, דער דיריזשאָר, ― אַ רױטער בחור מיט אַ װײַסער פּאַפּירענער מאַנישקע, מיט אַ קורצן פּידזשאַק, מיט שטאַרק־אָנגעפּאָמאַדעטע האָר און מיט אַ גרױסן בלױען שניפּס. ער שטעלט זיך מיטן פּנים צום פּובליקום, קנאַקט אױס אַלע פֿינגער און שמײכלט פֿון דער װײַטן צו עפּעס אַ מײדל מיט װײַסע הענטשקעלעך. די גאַנצע קאַפּעליע זעצט זיך אױס, און מע נעמט זיך אָנשטעלן די אינסטרומענטן. קודם־כּל טוט דער דיריזשאָר אַ קלאַפּ מיטן סמיטשיק איבערן פֿידעלע, און דער טרומײטער מיט די גראָבע ליפּן גיט אַ טאָן, און תּיכּף נאָך אים שטעלן אַלע איבעריקע אַ טאָן, און הײבן אָן זיך דורכרײדן אױף זײערע אינסטרומענטן: דאָס פֿידעלע פֿאַרגײט זיך, װײנט און כליפּעט, דער טראָמײט מאַכט „האָלדער! האָלדער!“ װי אַן אינדיק, װאָס מע האָט אים שטאַרק צערײצט, דער באַס בורטשעט־אונטער, װי אַ בער, און די פֿלײט פֿײַפֿט זײ אָן אַלעמען.

אינאײנעם קומט דאָס אױס אַ מישמאַש, װי פֿון עטלעכע מאות װײַבער אױף אַ יריד, און אַ געפּילדער פֿון אַ סך גענדז און קאַטשקעס.

עס באַװײַזט זיך עפּעס אײנער אַ יונגערמאַן מיט אַ גרינער קאַפּאָטע, טראָגט אין אײן האַנט אַ פּאַק מיט פּאַפּירן, אין דער אַנדערער האַנט ― אַ האַלבע בולקע מיט אַ שטיקל הערינג, און זעצט זיך אַנידער גאַנץ אױבן־אָן אױף אַ קלײן בענקעלע, אַקעגן דער סצענע, און בײַסט־איבער.

― װער איז דאָס? ― הער איך, װי די דאַמע מיט דער װײַסער פֿעדער פֿרעגט בײַם קאַװאַליער.

― דאָס איז זײער סופֿלירער. ― ענטפֿערט איר דער קאַװאַליער.

― װאָס הײסט סופֿלירער? ― פֿרעגט אים װידער די דאַמע.

― דאָס הײסט: זײער פֿירזאָגער. ― זאָגט דער קאַװאַליער.

און פֿון יענער זײַט לײַלעך רײדן זיך איבער די אַקטיאָרן צװישן זיך פֿון פֿאַרשײדענע זאַכן:

― װוּ איז ערגעץ פֿראַדל די פּרימאַדאָנע, צו אַלדי שװאַרצע יאָר?

― זי איז געגאַנגען צום שוסטער. זי האָט נישט אין װאָס אַרױסצוגײן אױף דער סצענע. אָפּגעשפּרונגען אַן אָפּצאַס.

― קראַנק געװען גײן בײַ טאָג? אַ שײנע פּרימאַדאָנע!…

― אַבֿרהמל, טו אױס די הױזן!

― װאָס מאַכן דיר קאַליע מײַנע הױזן?

― אַ שײנע באָבע־יאַכנע ― מיט הױזן!…

― איך גײ דאָך אױבן אַ קלײדל! װאָס מאַכט דאָס אױס?

― איך װײס, אַז דו טראָגסט אױבן אַ קלײדל. װאָס װעט אָבער זײַן, אַז מע װעט דיך װאַרפֿן אין פֿײַער? דעמאָלט פֿליסטו מיטן קאָפּ אַראָפּ און מיט די פֿיס אַרױף, ― װעט מען אַרױסזען די הױזן!…

― גיב מיר בעסער אַ צי טאָן פֿון דײַן פּאַפּיראָס, דו פּאַרכוץ!…

― האָצמאַך! װוּ איז דײַן באָרד? פֿאַרװאָס קלעפּסטו שױן נישט אָן די באָרד?… רבֿקה! שמיר דיר אָן דאָס פּנים מיט קרײַד!… מנשהקע! מאַך דיר אַ האָרב פֿון הינטן, בכדי דו זאָלסט האָבן מער פּנים פֿון אַ ייִדן!… װוּ זײַנען ערגעץ די פֿיס?

― װאָסערע פֿיס?

― װער האָט געבראַכט די פֿיס פֿון יאַטקע?… טױזנט מאָל האָב איך אײַך געזאָגט, אַז מע שפּילט „קאָלדוניאַ“, באַדאַרף זײַן אַ פֿוס!… דער רוח זאָל אײַך נעמען! װעלװל! װאָס ביסטו פֿאַר אַ רעזשיסאָר, דו יאָלד אײנער?!…

פּלוצעם װערט אַ קלאַפּערײַ אין טעאַטער, אַז מע קאָן טױב װערן. עס פֿליט דורך אײנער מיט אַ גלעקל און קלינגט. עס גײט־אַװעק עטלעכע מינוט, דער עולם הײבט אָן װידער צו שרײַען און צו קלאַפּן. יענער לױפֿט װידער דורך מיטן גלעקל, און אַזױ עטלעכע מאָל, ביז דער רױטער פֿידלער כאַפּט זיך אױף, טוט אַ מאַך עטלעכע מאָל מיטן קאָפּ אַרױף און אַראָפּ, מאַכט צורעכט דעם קאָלנער מיטן בלױען שניפּס, טוט אַ זעץ מיטן שטעקעלע, און די כּלי־זמר שפּילן־אָפּ אַ „שטיקל“. הײבט דער עולם װידער אָן צו שרײַען און צו קלאַפּן ― שפּילן די כּלי־זמר נאָך „אַ זאַך“. עס װערט נישט שטיל, ביז עס הײבט זיך אױף דער לײַלעך, און דאָס שפּיל הײבט זיך אָן.

צום אַלעם ערשטן גײט אַרױס אַ מײדל מיט אַן אונטערשט קלײדל און מיט צעפֿלאָכטענע האָר, גלײַך װי עמעצער װאָלט זי נאָר־װאָס אױסגעפּאַטשט, און הײבט אָן זינגען אַ טרױעריק לידל פֿון אַן אָרעמער יתומה מיטן נוסח פֿון „סטאָאיט גאָראַ װיסאָקאַיאַстоїть гора високая: דער בערג איז הױך (אוקרײַניש ליד! װיסאָקאַיאַ!“ ― „אַ יתומעלע! אַ יתומעלע!“ ― און דאָס גאַנצע פּובליקום האַלט זי אונטער: „אַ יתומעלע! אַ יתומעלע!“ ― פֿריִער שטיל, װאָס װײַטער אַלץ העכער און העכער, אַזױ אַז מע הערט שױן מער נישט דאָס מײדל זינגען, נאָר דאָס פּובליקום. שפּרינגט אַרױס אײנער פֿון די אַקטיאָרן אױף דער סצענע און בעט דעם עולם, „עס זאָל זײַן שטיל“! דער עולם װערט שטיל, אָבער נישט אױף לאַנג; דאָס מײדל הײבט אָן צו זינגען, אַזױ זינגט מיט איר גאַנץ קהל: „אַ יתומעלע! אַ יתומעלע!“…

עס שפּרינגט אַרױס װידער אַ מאָל דער אײגענער אַקטיאָר, נאָך אַ מאָל און נאָך אַ מאָל, ביז ער גײט אַרױס פֿון די כּלים און זאָגט זײ מיטן האַרבן װאָרט:

― איר װעט נישט אַנטשטומט װערן? אָט רוף איך אַרױס רב לאָזער גאָראָדאָװאָי מיט דער קישקע, װעט אַ רוח אין אײַער טאַטנס טאַטן אַרײַן!…

דער עולם הערט אױף צו זינגען, נאָר מע זאָגט מבֿינות, איטלעכער נאָך זײַן פֿאַרשטאַנד. דער זאָגט, אַז זי האָט אַ קול פֿון אַ „רוקבעט“, און דער זאָגט, אַז עמעצער זאָל איר אונטערטראָגן אַ בולקע, װאָלט ער פֿאַרדינט אַ מיצװה… די הינטערשטע בענק שרײַען, ס'זאָל זײַן שטילער! נאָר עס העלפֿט נישט. ביז עס פֿליט־אַרױס אױף דער סצענע האָצמאַך, אַ ייִד מיט אַ מאָדנע שטרײַמל, מיט אײן האַלבע באָרד, מיט לאַנגע פּאות כּמעט ביזן גאַרטל, מיט שיך און זאָקן, מיט איבערגעקערטע אױגן און מיט אַ האָרב אױף די פּלײצעס. האָצמאַך טראָגט מיט זיך אַ קאָשיק מיט סחורה, לױפֿט אַרום איבער דער סצענע, װי אַ משוגענער, און רעכנט אױס װאָס ער האָט צו פֿאַרקױפֿן: „בײַטשעלעך, שטעקעלעך, שװעבעלעך, מעסערלעך! זאָקן פּאַפּירענע! קלײדלעך קרישטאָלענע! שפּילקעלעך, בײַװעלעך! קױפֿט עפּעס, װײַבלעך!“… און טוט זיך אַלע מאָל אַ כאַפּ בײַ די פּאות, אַ שפּרונג און אַ געשרײ:

― האָצמאַך! דער רוח זאָל מיך נעמען!…

דער עולם װערט אַזױ נתפּעל פֿון האָצמאַכן, אַז עס װערט אַן אײַנלײגעניש אױף אַ האַלבע שעה. מע פּאַטשט בראַװאָ, מע שרײַט: „האָצמאַך, הוראַ!“ מע קלאַפּט מיט די שטעקנס איבער די בענק, מע װיל גאָרנישט אױפֿהערן. האָצמאַך פּרוּװט זיך אײַנשטילן דעם עולם. ער שטעלט זיך אַװעק און מאַכט מיט די הענט ― הײבט מען אָן נאָך מער צו שרײַען: „האָצמאַך! אַ טענצל, האָצמאַך! האָצמאַך!“ פּלוצעם…

פּלוצעם האָט עפּעס געגעבן אַ פּאַטש מיט די פֿליגל, אַ פֿלי פֿון אױבן אַראָפּ און אַ פֿאַל גלײַך אױפֿן הוט מיט דער װײַסער פֿעדער פֿון דער דאַמע מיט די בריליאַנטן. די דאַמע הײבט אָן פֿאַר שרעק חלשן, און אין טעאַטער װערט מיט אַ מאָל אַ בהלה מיט אַ געשרײ: „גװאַלד, ייִדן, ראַטעװעט! ראַטעװעט!“… אײנער האָט אַ געשרײ געטאָן: „עס ברענט!“ ― און מער האָט מען נישט באַדאַרפֿט. ס'איז געװאָרן אַ שפּרינגעניש איבער קעפּ צו דער טיר מיט אַ געשרײ: „כאַסיע, װוּ ביסטו?“… „יאַנקל, אַהער!“… „רבֿקה, האַלט זיך!“… „מאָטל, איך שטאַרב!“… „ברכה, שרײַ נישט!“… „בעניע, װוּ איז יענטל?“… „מאַמע! אָט בין איך, מאַמע!“…

נאָך אײן מינוט װאָלט פֿון אונדז אַלעמען געװאָרן אַ תּל. אַ גליק װאָס נוח דער שװײצאַר פֿון מײַן האָטעל איז געפֿאַלן אױף אַ שׂכל און האָט אונדז אַלע אױסגעלײזט פֿונעם טױט. ער איז אַרױפֿגעשפּרונגען אױף אַ בענקל און האָט זיך אָנגערופֿן צום פּובליקום אױף אַ געמבע:

― שוטים! נאַראָנים! לײמענע גולמס! גלאַטע בהמות! ציגענע בערד! נאַרישע גאָרגלען! װײַבערשע נשמות! װאָס פּילדערט איר? װאָס שרײַט איר? װוּהין לױפֿט איר? אָט װערט פֿון אײַך באַלד אַ פּרעזשעניצע! טיפּשים! פֿאַר װעמען האָט איר אײַך דאָ איבערגעשראָקן? פֿאַר אַ נאַריש עוף? איר זעט דען נישט, אַז אַן עוף איז אַראָפּגעשפּרונגען פֿון דער „סידעלע“? רב לאָזער, װאָס שװײַגט איר? שטעלט אָן די קישקע!… קלעזמאָרים! אַ רוח אין אײַער טאַטן אַרײַן, אַ פֿרײלעכס ― טאָדע־רידע־ריראַ־דערידע־ראַדע־רידע!…

די כּלי־זמר כאַפּן אַ פֿרײלעכס, און דער עולם הײבט זיך אָן אױסצוזעצן צוריק אױף די ערטער… איך גנבֿע מיך אַרױס פּאַװאָלינקע פֿונעם טעאַטער, כאַפּ אַ בײַדל און הײס, מע זאָל מיך פֿירן אױף דער סטאַנציע, אין „האָטעל טערקאַליאַ“. דאָס בײַדל העצקעט מיך איבער די שטײנער און שטעלט זיך אָפּ אַלע װײַלע און העצקעט װײַטער.

― װאָס שטעלט איר זיך אָפּ אַלע מינוט? ― פֿרעג איך דעם בעל־עגלה.

― דער רוח װײס זײ. ― ענטפֿערט ער מיר. ― װיאָ!… עס האָט זיך זײ געגלוסט באַלײַכטן אונדזער כּתרילעװקער בלאָטע, האָבן זײ אױסגעקלערט עפּעס אַ מין באַלײַכטונג ― „לאַמטעדערידעמס“ אַזעלכע, װאָס איבער זײ קאָן מען נישט פֿאָרן, מחמת די פֿערדלעך שרעקן זיך פֿאַר די סטױפּעס. זײ זײַנען נישט געװױנט געװאָרן בײַ אונדז, מע זאָל זײ באַלײַכטן. װיאָ!… אַלע מאָל, אַלע מאָל, קלערט מען צו אַ נײַע צרה: פֿריִער אַ טראָמבעליק, אײַנגעזונקען זאָל ער װערן! װיאָ!… נאָכדעם לאַמטעדערידעמס אױף צו שרעקן די פֿערד. און איצטער, זאָגט מען, װעלן זײ שױן פֿאַרװערן דאָס װאַסער פֿון דער גנילאָפּיאַטקע. װיאָ!… עס װעט זײ, מאָלט אײַך, העלפֿן, װי אַ טױטן באַנקעס, מחמת די װאַסערפֿירערס זאָגן, אַז זײ זאָלן װיסן דער טױט זאָל זײ זײַן, װעלן זײ נישט דערלאָזן, אַז כּתרילעװקע זאָל טרינקען ברונען־װאַסער! װיאָ!… זײ װײסן שױן גאָר נישט װאָס אױסצוטראַכטן, די נגידים, ברענען זאָלן זײ! מע זאָגט, אַז עס װאַקסט יאַקבי פֿון יעהופּעץ. די יעהופּעצער נגידים פֿעלט, אַ פּנים, נאָר קאָפּװײטיק? װיאָ!… זײ זיצן און ברעכן זיך די מוחות, װיִאַזױ נעמט מען צו בײַ ייִדן פּרנסה, אױסרײַסן בײַם אָרעמאַן דעם לעצטן ביסן ברױט פֿונעם מױל… אַ מיתה מהומה זאָל אױף זײ קומען דאָרטן אין יעהופּעץ! װיאָ, קינדער, װיאָ!…

ו. כּתרילעװקער שׂרפֿות

געלעגן אױף דער סטאַנציע אין „האָטעל טערקאַליאַ“, האָב איך אַ גאַנצע נאַכט געהאַט מלחמה מיט בײזע חיות, װאָס האָבן מיך באַפֿאַלן, זיך נוקם געװען אין מיר, דערפֿאַר װאָס איך האָב נישט געװאָלט זיך לײגן מיט זײ אין אײן בעט און האָב זיך אױסגעבעט אױף דער קאַנאַפּע.

― װאָס האָסטו געפּועלט? ― האָבן זײ זיך מיט מיר גערײצט. ― אי מיר װעלן דיך בײַסן, אי עס װעט דיר זײַן האַרט צוקאָפּנס, װעסט אױפֿשטײן פֿון דער קאַנאַפּע אָן אַ האַלדז־און־נאַקן…

פּלוצעם דערהער איך אַ משונה־מאָדנע קלונג: „באָם! באָם! באָם!!! און תּיכּף נאָך דעם לאָזט זיך הערן אַ לױפֿערײַ פֿון מענטשן מיט אַ קול: „עס נעצט! עס נעצט!“ איך שטײ אױף. איך גײ־צו צום פֿענצטער. אײן האַלבער הימל איז רױט, װי אַ פֿײַער, די אַנדערע האַלבע איז חושך! אײן האַלבע שטאָט איז משונה־מאָדנע באַלײַכט, די אַנדערע האַלבע שטאָט איז פֿאַרזונקען אין אַ מוראדיק פֿינצטערניש. איך כאַפּ אױף זיך דאָס אָנטאָן און לױף אַרױס אין דרױסן. עס לאָזט זיך הערן פֿון דער װײַטן אַ מאָדנע געשרײ, אַ הילך אָן װערטער, און מענטשן ציִען זיך אַהינצו שלעפֿעריק, גײען און גענעצן און ציטערן פֿאַר קעלט און דערצײלן אײנער דעם אַנדערן נסים ונפֿלאָות: װער עס האָט פֿריִער דערהערט, און װיִאַזױ ער האָט דערהערט. און זײ זײַנען זיך משער איטלעכער באַזונדער, װער דאָס ברענט. דער זאָגט: „ס'איז יאָסל!“ דער זאָגט: „ס'איז מנשה!“ דער זאָגט: „ס'איז נישט יאָסל און נישט מנשה ― ס'איז שׂרה־זיסל!“

― װי קומט אַהער שׂרה־זיסל? ― שפּאַרט אים איבער נאָך אײנער. אַז שׂרה־זיסלס שטוב איז אױף דער יאָרדיגע, און דאָס איז גאָר אױף דער אַלטער שטאָט?

― ס'איז אַזױ אױף דער אַלטער שטאָט, װי איך בין אַ רביצין! ― ענטפֿערט אים נאָך אײנער. ― זעסט נישט, אַז ס'איז לעבן דער באָד?

― שאַ, װאָס דאַרפֿט איר זיך שפּאַרן? ― גלײַכט זײ אױס נאָך אײנער. ― אַמער קומט אַהין, װעלן מיר װיסן אַקוראַט.

זײ גײען, און איך גײ זײ נאָך און הער מיך צו װאָס מע רעדט.

― עמעצער האָט שױן דאָ געמאַכט „בורא־מאורי־האש“.

― װאָס איז די ראַיה?

― מחמת ס'איז געװען געסטראַכירט.

― פֿון װאַנען װײסטו?

― װאָס דען? ס'זאָל נישט זײַן געסטראַכירט, װאָלט נישט געברענט. אַ שטוב ברענט נישט פֿון זיך אַלײן.

― װאָס זאָגסטו, יאַנקל, װי שײן עס ברענט? מחיה־נפֿשות!

װי אַ הבֿדלה ברענט אַ שטיבל, װאַרפֿט אַרױס עטלעכע שטאַרק־רױטע צונגען. דער דאַך איז שױן נישטאָ. עס קנאַקן די קראָקװעס, עס טרישטשען די פֿענצטער, און אַ געדיכטער רױך מיט שװאַרצע קנױלן קײַקלט זיך און ציט זיך װײַט, װײַט, איבער הײַזער און הײַזלעך. עס הערט זיך אַ קול פֿון װײַבער, װאָס באַקלאָגן זיך אױף דעם שלאַק, װאָס האָט געטראָפֿן אין מיטן האַלבע נאַכט, און אַ געװײן פֿון קלײנע נאַקעטע קינדער, װאָס ציטערן און װאַרעמען זיך בײַם פֿײַער. דאָרט זיצט אַ גאַנץ געזינדל אױף אײן איבערבעט מיט עטלעכע קישנס, װאָס זײ האָבן קױם אַרױסגעראַטעװעט פֿון דער שׂרפֿה, און דאָ שטײט אַ ייִדענע, אַ מעוברתע, מיט אַ טעפּל אין האַנט און מיט אַ פֿלעדערװיש און דערצײלט דער אַנדערער ייִדענע, װיִאַזױ עס האָט זיך אָנגעהױבן.

― אָנגעהױבן האָט זיך עס אָנגעהױבן, װײ איז מיר, פֿון שמעון דעם סטאָליער. מען איז געגאַנגען, אַ פּנים, מיט אַ לעמפּל, װיסט איז מיר, בײַנאַכט. סטרוזשקעס איז פֿאַראַן אַ סך, פֿינצטער איז מיר, און אפֿשר אַ שװעבעלע, אָדער אַ פּאַפּיראָס, און אפֿשר האָט דער בעל־הבית אַלײן, גדליה מײן איך, דאָס געטאָן ― װײס איך נישט; איך בין דערבײַ נישט געװען… נאָר דערװײַל זײַנען נעבעך, אױ איז מיר, אָרעמעלײַט בדיל־הדל געװאָרן, אַרױס אַזױ װי די מאַמע האָט זײ געהאַט, װײ איז מיר! פֿרעגט מיך בחרם, װאָס טראָג איך עפּעס אַ טעפּל מיט אַ פֿלעדערװיש ― װײס איך אַלײן נישט…

― אױ אַן אומגליק!? אױ אַ שלאַק!? ― װײנט אַ װײַבל מיט אַ ניגון פֿון „אַקדמות“ און ברעכט די הענט. ― װאָס װעל איך איצטער טאָן? נישט אַרױסגעראַטעװעט אַפֿילו קײן פֿאָדע־עם, װוּ װעל איך נעמען אַ טאָג איבערצוקומע־ען? װוּ װעל איך מיך אַהינטאָן מיט מײַנע קלײנע קינדע־ער?…

װי שדים, װי רוחות, לױפֿן אַרױס און אַרײַן יונגע לײַט פֿונעם געברענטן שטיבל, שפּרינגען אין פֿײַער אַרײַן, ראַטעװען װאָס זײ קאָנען, כאַפּן־אַרױס פֿון דאָרטן דער אַ פֿיסל פֿון אַ בענקל, דער אַן אומרו פֿון אַ זײגער, דער אַ בעזעם.

― װוּ איז ערגעץ עליע מיט דער קישקע? ― שרײַט אײנער פֿון דער הברה לעשערס און קוקט זיך אַרום אױף אַלע זײַטן.

― איך בין דאָ, איך בין דאָ! ― רופֿט זיך אָן עליע, אַ קלײן ייִדל, און באָברעט זיך בײַ דער קישקע.

― װאָס טוסטו דאָרטן? װאָס באָברעסטו זיך אַזױ לאַנג?

― איך פֿאַרנײ די קישקע, זי האָט זיך צעטרענט! ― זאָגט עליע.

― װוּ איז ערגעץ פֿישל מיט די עמערס? ― שרײַט אײנער אַ שװאַרצער ייִד מיט אַ צעפֿליקטן טלית־קטן, מיט אַ פֿאַררױכערט פּנים און מיט אַ הײזעריק קול.

― פֿישל! פֿישל!!! ― העלפֿן אים שרײַען אַלע איבעריקע.

― װאָס פֿישלט איר? ― רופֿט זיך אָן אײנער, אַ פּנים, פֿישל אַלײן טאַקע. ― זע נאָר, װי זײ האָבן זיך דאָס אַביסל צעפֿישלט! פֿישל־פֿישל! פֿישל־פֿישל!

― װוּ זײַנען די עמערס דײַנע? ― פֿרעגט מען אים.

― די עמערס זײַנען דאָ, ― זאָגט פֿישל, ― נאָר װאָס װעט איר מאַכן מיט זײ, אַז ס'איז נישטאָ גרונם מיטן פֿעסל?

― טאָמער װאָלסטו זיך מטריח געװען, פֿישל, דערװײַלע כאַפּן ערגעץ אַ פּאָר עמער װאַסער צװישן די שכנים?

― װאָס איז עפּעס איך? ― זאָגט פֿישל. ― לאָז גײן עליע!

― עליע! כאַפּ אַן עמער און טו אַ שפּרונג נאָך װאַסער!

― װי קאָן איך? זעסט דאָך, אַז איך בין פֿאַרנומען מיט דער קישקע! לאָז גײן מאָטל.

― מאָטל! גײ קריג ערגעץ אַן עמער װאַסער.

― װוּהין זאָל איך גײן, אַז איך קען דאָ קײנעם נישט? לאָז גײן אַנשל!

― אַנשל! אַנו, טו־נאָר אַ לױף נאָך װאַסער!

― איך? איך װײס נישט װוּ אַ טיר עפֿנט זיך אַפֿילו! לאָז גײן דוד!

― שאַ, שאַ! אָן פֿאָרט גרונם מיטן פֿעסל! ער פֿאָרט! ער פֿאָרט! ― און אַלע טוען זיך אַ װאָרף צו גרונמען נאָך װאַסער, און פֿריִער פֿון אַלעמען ― עליע מיט דער קישקע. גרונם, אַ ייִד מיט אַ גלאַנצנדיק פּנים, װאָס סע שײלט זיך, גײט זיך גאַנץ רויִק, נישט געכאַפּט, די פּאָלעס אַרונטערגעשטעקט אַרונטער, און נאָך אים שלעפּט זיך נאָך אַן אײַנגעדאַרט פֿערדל, קױם װאָס סע שלעפּט די פֿיס פֿון דער בלאָטע. בײדע, אי גרונם, אי דאָס פֿערדל להבֿדיל, זײַנען שטאַרק פֿאַרשלאָפֿן.

― ברוך־הבא אַ ייִד! און מיר האָבן געמײנט, אַז איר װעט שױן הײַנט נישט זײַן חלילה.

― אַ שײנע מעשׂה נאָר אַ קורצע! ― זאָגט גרונם. ― װער דען װעט זײַן, אַז נישט איך? װאָס בין איך, עפּעס אַ ייִנגעלע? איך האָב דערהערט דעם ערשטן קלונג, בין איך שױן געװען בײַם פֿערדל. מײַן אַלטע האָט מיך אַפֿילו געװאָלט אָפּהאַלטן: װאָס װעסטו זיך שלעפּן, זאָגט זי, אין אַזאַ בלאָטע? אַ רחמנות נעבעך, זאָגט זי, אױפֿן פֿערדל, ס'איז אױסגעמוטשעט פֿונעם טאָג… נאָר װער האָרכט זי װער? איך האָב ליב אַ מיצװה, ובפֿרט נאָך דאָרט, װוּ עס גײט אין דעם נפֿש ― אָרעמע לײַט נעבעך ברענען! אַ קלײניקײט?

― לאַנג לעבן זאָלט איר, רב גרונם! מיר גײען דאָ אױס פֿאַר אַביסל װאַסער ― בײַ אַלע שכנים נישטאָ אַ לעק!

און די חבֿרה לעשערס טוען זיך אַ לאָז מיט די לײדיקע עמערס צום פֿעסל, און פֿריִער פֿון אַלע ― עליע מיט דער קישקע. חבֿרה נעמען זיך אָנפּאָמפּען װאַסער, צאַפּן אין די עמערס אַרײַן ― עס צאַפּ זיך נישט.

― װאָס איז דאָס, רב גרונם? איר זײַט משוגע, צי חסר־דעה איר זײַט געקומען מיט אַ לײדיק פֿעסל.

― װאָס הײסט מיט אַ לײדיק פֿעסל? ― זאָגט גרונם. ― אַ פֿול פֿעסל, װי אַן אױג, ― זאָגט איר גאָר דאָס!

― גײט זעט! ― רופֿט זיך אָן אײנער. דאָס פֿעסל איז לײדיק, װי אַ באַראַבאַן!

― װאָס הײסט ס'איז לײדיק? ― זאָגט גרונם און באַטראַכט דאָס פֿעסל. ― עפּעס רעדט איר מיר פּידרעך, תּרגום־לשון, נאַ דיר גאָר לײדיק! לאָז מײַן שׂונאים זײַן לײדיק אין בױך און אין די קישקעס!

און גרונם קלינגט מיטן פֿינגער אין פֿעסל אַרײַן, דרײט זיך אַרום פֿון אַלע זײַטן און דערזעט, אַז ס'איז אָן אַ צאַפּן.

― יאָ, װי איך בין אַ ייִד אַ לײדיק פֿעסל! ― און ער כאַפּט זיך בײַם קאָפּ און הײבט אָן צו שילטן ― מע װײס נישט װעמען:

― אַ כאָלערע! אַ מיתה־משונה! אַן אױסלױפֿעניש! אַן אײַנטריקעניש! אַן אײַנשרומפּעניש! װען האָט געקאָנט אַרױס דער צאַפּן, אײַנגעזונקען זאָל ער װערן? און װוּ איז ער אַהינגעקומען? אַ, ברענען זאָלסטו, שלימזל, אױפֿן פֿײַער!

און גרונם לאָזט־אױס זײַן גאַנץ ביטער האַרץ צום פֿערדל נעבעך, דערלאַנגט דעם אַ רוק מיטן בײַטש־שטעקל אין זײַט אַרײַן. דאָס פֿערדל טוט אַ פּינטל מיט די אױגן, לאָזט־אַראָפּ די מאָרדע, קוקט אָן אַ זײַט און טראַכט זיך: „פֿאַר װאָס קומט מיר, אַ שטײגער, אָט דער זעץ? גלאַט גענומען און געבוכעט זיך! ס'איז נישט קײן קונץ נעמען אַ פֿערד, אַ שטומע צונג, און שלאָגן אים אומזיסט און אומנישט!“…

― האָב דיר אַכציק שװאַרצע פֿינצטערע יאָר! ― זאָגט גרונם צו זיך אַלײן. ― איך זע װאָס דאָס איז: איך גיס און גיס, און גיס און גיס! אַצינד פֿאַרשטײ איך שױן: דאָס פֿעסל איז, אַ פּנים, פֿון דער לכתּחילה געװען אָן אַ צאַפּן? קומען זאָל אױף דיר אַ פּאָהיבעל הײַנטיקע נאַכט! זאָלסט צעפֿאַלן װערן אױף שטיקלעך, רבונו־של־עולם!

װאַסער! װאַסער! ― שרײַען די װאָס ראַטעװען פֿון דער שׂרפֿה. ― גיכער! גיכער! טראָגט אַהער די עמערס! דאָס װאַסער!

― װאָסערע עמערס? װאָסער װאַסער? ― ענטפֿערן זײ די לעשערס. ― איר זעט דאָך, אַז ס'איז נישטאָ קײן טראָפּן װאַסער!

― װאָס הײסט, עס איז נישטאָ קײן װאַסער?

― נישטאָ קײן װאַסער הײסט, אַז ס'איז נישטאָ קײן װאַסער!

― װוּ איז אַהינגעקומען דאָס װאַסער?

― אױסגעלאָפֿן בײַ גרונמען דאָס גאַנצע פֿעסל װאַסער ― און גײ שרײַ חי־וקים!…

פּלוצעם לאָזט זיך הערן װידער אַ מאָל יענער מאָדנער קלונג: באָם! באָם!! באָם!!! ― און עס װערט באַלײַכט די אַנדערע האַלבע שטאָט.

― נאָך אַ שׂרפֿה! אױף דער נײַער שטאָט!! ― שרײַען עטלעכע קולות מיט אַ מאָל, און דער גאַנצער עולם מיט דער חבֿרה לעשערס לאָזן זיך לױפֿן אױף דער נײַער שטאָט.

― צװײ שׂרפֿות אין אײן נאַכט ― זאָגט גרונם צו זיך אַלײן ― בין איך שױן נישט מחויבֿ! איך האָב אַלײן אַ װײַב און קינדער! קײן געצאָלט דערפֿאַר נעם איך דאָך נישט! און דאָס פֿערדל איז אױך נישט פֿון אײַזן! אַ צער בעלי־חײם, עס האָרעװעט זיך נעבעך אָן גענוג דורכן טאָג, באַדאַרף עס נאָך אַרומשלעפּן זיך גאַנצע נעכט! עס האָט מער נישט װאָס צו טאָן!… מע װעט מיך נישט נײטן פֿון קהל!… לאָזן זײ זיך שלאָגן קאָפּ אָן װאַנט!… קום, ברודער, ― זאָגט ער צום פֿערדל ― לאָמיר פֿאָרן אַהײם.

ז. כּתרילעװקער באַנדיטן

געקומען אַהײם פֿון די שׂרפֿות שױן פֿאַרטאָגלעך און אױפֿגעעפֿנט די טיר פֿון מײַן חדר, בין איך ניבֿהל־ונשתּומם געװאָרן: איך האָב דערזען דרײַ מאָדנע פּאַרשױנען, נישט קײן באַקאַנטע פּנימער, דרײען זיך אַרום מיט ליכט. דאָס בעט איז צעװאָרפֿן, די שאַפֿע איז אָפֿן, מײַן טשעמאָדאַנטשיק ליגט אין מיטן שטוב, און מײַנע פּאַפּירן, מײַנע כּתבֿים, װאַלגערן זיך אױף דער ערד.

― װאָס איז דאָס? װער זײַט איר? װאָס טוט איר דאָ? ― טו איך אַ פֿרעג בײַ אײנעם, אַ ייִדן מיט אַ רױטער באָרד און מיט אַ בלױער בראָדעװקע אױף דער נאָז.

― זײַװװײַז אים אַ סעמערמעסער, לאָז אים סאַרױאַרױס די נמשהנשמה! ― רופֿט זיך אָן אײנער אױף אַ משונה־מאָדנע לשון צום רױטן מיט דער בלױער בראָדעװקע.

דער רױטער ענטפֿערט נישט דאָס אַנדערע װאָרט; ער פֿאַרשליסט די טיר, בײגט זיך אָן און שלעפּט אַרױס פֿונעם שטיװל אַ גרױסן, אַ שאַרפֿן, אַ קאָלאָדאַטש־מעסער און טוט אַ מאַך מיטן מעסער מיר איבערן פּנים הין און צוריק, אַרױף און אַראָפּ, װי אַ כּישוף־מאַכער.

― װער מיר זײַנען? מיר זײַנען היגע באַנדיטן! ― רופֿט זיך אָן צו מיר אײנער פֿון דער חבֿרה, אַ שװאַרצער ייִד מיט אַ בעלמע אױף אײן אױג, און בשעת ער רעדט אױס דאָס װאָרט „באַנדיטן“, טוט ער מיטן געזונטן אױג אַ מוראדיקן גלאַנץ און אַ קריץ מיט די צײן, װי אַ רוצח.

― טו אים אַ לײַסטערטרײסל בײַ די שעקענעסקעשענעס! ― רופֿט זיך אָן יענער אױף זײער איבערגעקערטער שפּראַך.

― דענגי! דאַװאַי דענגיденьги! давай деньги: געלט! גיב מיר געלט!! ― שרײַט אױס דער דריטער פֿון דער חבֿרה, אַ הױכער ייִד מיט אַ הײזעריק קול, און כאַפּט מיך אָן בײַ דער לאַץ פֿון דער קאַפּאָטע און טרײסלט מיך, װי אַ לולבֿ.

― געלט ― זאָג איך ― װילט איר? בײַ מיר װילט איר נעמען געלט? װי קום איך צו געלט? גאָט האָט מיך אױסגעהיט פֿון געלט.

― גאָזזאָג אים, אַז ער גײַלטלײַגט! ― רופֿט זיך אָן יענער אַלץ אױף זײער לשון.

― דו לײַגסט! ― מאַכט צו מיר דער װאָס מיט דער בעלמע. ― די מינוט זאָלסטו אָפּגעבן דאָס גאַנצע געלט, װאָס דו האָסט, אַנישט ― געזעגן זיך אָפּ מיטן לעבן. מיר שענקען דיר צװײ מינוט אױף צו באַטראַכטן זיך און אײן מינוט אױף זאָגן װידוי…

און בכדי איך זאָל נישט מײנען, אַז מע טרײַבט מיט מיר קאַטאָװעס, גײט צו מיר צו דער רױטער, װאָס מיט דער בראָדעװקע, און באַװײַזט מיר מיטן מעסער אַרױף און אַראָפּ, אַהין און אַהער, עטלעכע מאָל, װי מע מאַכט מיטן לולבֿ סוכּות צו הלל.

― װאָס טײשטשטײט איר, װי די מײלענע לוגמסלײמענע גולמס? לאָז מען אים ניבדןבינדן די טהעןהענט מיט די סיףפֿיס ! ― רופֿט זיך אָן דער הײזעריקער אױף זײער פֿאַרשטעלטער שפּראַך און לאָזט אױס אױף אונדזער לשון:

― װוּ זײַנען ערגעץ די שטריק? לאָמיר אים בינדן!

― למאַי זאָלט איר זיך מטריח זײַן? ― זאָג איך. ― אַמער, נאַט אײַך אָפּ מײַן גאַנץ פֿאַרמעגן, דאָס בײַטעלע מיט די עטלעכע קערבלעך, און לאָזט מיך אָפּ. װאָס האָט איר צו מיר? איך בין אַ טאַטע פֿון קינדער, קײן עין־הרע, פֿיר מײדלעך מיט צװײ ייִנגלעך, דאָס קלענסטע איז נאָך נישט אַלט קײן חודש…

אַלע דרײַ באַנדיטן רײדן זיך איבער אײנער מיטן אַנדערן אױף זײער גנבֿהשער שפּראַך, צײלן איבער די עטלעכע קערבלעך, װאָס בײַ מיר אין בײַטעלע, און נעמט מיך אױפֿן צימבל. זײ פֿרעגן מיך און איך ענטפֿער זײ.

― פֿון װאַנען איז אַ ייִד?

― פֿון יעהופּעץ.

― מה שמכם?

― שלום־עליכם.

― עליכם־שלום. װיִאַזױ איז אײַער נאָמען?

― שלום־עליכם.

― עליכם־שלום. מיר פֿרעגן אײַך, װיִאַזױ רופֿט מען אײַך?

― שלום־עליכם ― אַזױ רופֿט מען מיך טאַקע.

― אַ טשודנער נאָמען! װאָס איז אײַער טועכץ?

― איך בין אַ שרײַבער.

― מע שמועסט, װאָס איז אײַער טועכץ, אײַער פּרנסה?

― איך בין אַ שרײַבער.

― װאָס זשע שרײַבט איר? פּראָשעניעס? פּאַפּירן? מסירות?

― פֿעליעטאָנען, מעשׂה־ביכלעך פֿאַר ייִדישע קינדער.

― זײַט איר, הײסט דאָס, אַ מוכר־ספֿרימניק, אַ בעל־מחבר?

― אַ מחבר.

― װאָס זשע טוט איר הי?

― געקומען אָנקוקן כּתרילעװקע.

― און מער גאָרנישט?

― מער גאָרנישט.

― קײן שום געשעפֿט?

― קײן שום געשעפֿט.

― און לײגט הוצאָות?

― און לײג הוצאָות.

― צו װאָס נוצט דאָס אײַך?

― בכדי איך זאָל האָבן װאָס צו באַשרײַבן.

― װוּהין שרײַבן?

― אין די גאַזעטן.

― װאָסערע גאַזעטן?

― ייִדישע גאַזעטן.

― פֿאַראַן ייִדישע גאַזעטן?

― װי דען?

― װאָס טוען זײ?

― זײ דרוקן זיך.

― װוּ דרוקן זײ זיך?

― אין װאַרשע.

― אױף װאָס דאַרף מען זײ?

― אױף צו לײענען.

― װער לײענט זײ?

― ייִדן.

― עמעצער צאָלט אײַך עפּעס דערפֿאַר, װאָס איר שרײַבט?

― געװײנלעך.

― אָט אַזױ זשע רעדט! װאָס, אַ שטײגער, האָט איר דערפֿון? װיפֿל פֿאַרדינט איר אַ װאָך?… איר רײכערט? װוּ זײַנען אײַערע פּאַפּיראָסן?

איך נעם אַרױס מײַן פּאַפּיראָס־קאַסטן און טראָג זײ אונטער אַלעמען, זײ זאָלן זיך נעמען צו פּאַפּיראָסן.

― גרעףפֿרעג אים, צי ס'איז פֿון ביזלערזילבער… ― רופֿט זיך אָן אײנער אױף זײער שפּראַך.

― אַ זילבערנער? ― מאַכט צו מיר דער, װאָס מיט דער בעלמע, און װעגט דעם פּאַפּיראָס־קאַסטן אױף דער האַנט. ― אַ זילבערנער, צי אַ פּראָסטער חי־וקים?

― אַ פּראָסטער שלש־סעודות פֿון צװײ גילן! ― זאָג איך, און מיר פֿאַררײכערן אַלע צו פּאַפּיראָסן.

― טו אים אַ פּאַטטאַפּ בײַם גײזערזײגער! ― רופֿט זיך אָן אײנעם אױף גנבֿהש לשון.

― װוּ איז אײַער זײגער? ― מאַכט צו מיר דער, װאָס מיט דער בעלמע, און באַזוכט מיר אַלע קעשענעס. ― איר האָט גאָר נישט קײן זײגער?

― איך האָב ― זאָג איך ― אַ זײגער, און דװקא אַ גוטן זײגער, אַ גילדענעם, איז ער פֿאַרזעצט אין לאָמבאַרד אין יעהופּעץ…

― אַן עבֿירה! ― זאָגט דער הײזעריקער. ― ער װאָלט אונדז שטאַרק צו־נוץ געקומען אַצינד!… מיר דאַרפֿן טאַקע איצט אַ גילדענעם זײגער, װי אין לעבן אַרײַן!

― אױף װאָס דאַרפֿט איר דאָס אַזױ ― זאָג איך ― אַ גילדענעם זײגער?

― אַ גילדענעם זײגער ― זאָגט ער ― קאָן מען פֿאַרקױפֿן און אָפּלײזן גוטע געלט!

― פּאַכטכאַפּט אים דער טאַװענכאַמערװאַטן־מאַכער! ― רופֿט זיך אָן אײנער אױף זײער לשון. ער איז אַ מאָרענאַםאָרעמאַן גלײַך מיט אונדז!…

― אַ גוטע נאַכט! ― מאַכן צו מיר די באַנדיטן און לאָזן זיך גײן. ― דאָס אַנדערע מאָל, אַז איר גײט אַװעק, זאָלט איר פֿאַרשליסן די טיר, נישט פֿאַרלאָזן זיך אױפֿן אײבערשטנס נסים און אױפֿן יושר פֿון

כּתרילעװקער גנבֿים… האָט קײן פֿאַראיבל נישט, װאָס מיר האָבן אײַך אפֿשר דעקוטשעט.

― אַדרבא! ― זאָג איך. ― האָט איר קײן פֿאַראיבל נישט, װאָס אַזױ װינציק… ― און איך װיל זײ אַרױסבאַגלײטן אױף יענער זײַט טיר, רופֿט זיך אָן צו מיר דער הײזעריקער, לײגט־צו אַ פֿינגער צום מױל און ציט־אױס מיטן ניגון פֿון „קאָלדוניאַ“:

― פּתח־שין ― שששאַ־אַ־אַ־אַ־אַ־אַ!…

און דער רױטער, װאָס מיט דער בראָדעװקע, נעמט אַרױס דאָס מעסער און טוט אַ מאַך מיט דעם איבערן קאָפּ עטלעכע מאָל, װי אײנער רעדט: „טאָמער טוסטו חלילה אַ פּיפּס, איז דײַן לעבן קײן לעבן נישט!“…

. . . . . . . . . . . . . . . . . . . .

― גװאַלד! גװאַלד! גװאַלד! ייִדן, ראַטעװעט! האָב איך מיך צעשריגן נישט מיט מײַן קול, װיבאַלד די באַנדיטן זײַנען אַװעק, און איך האָב אױפֿגעװעקט די גאַנצע שטוב. מען איז זיך צונױפֿגעלאָפֿן פֿונעם גאַנצן האָטעל; װײַבער זײַנען אַראָפּגעשפּרונגען פֿון די בעטן אין אונטערשטע קלײדער, און מאַנצבילן ― מחילה, אין אײנע תּחתּונים. מע האָט געמײנט, אַז עס ברענט.

― װידער אַ שׂרפֿה?

― װידער געברענט?

― װוּ ברענט?

― װער ברענט?

― שאַ, שאַ, קײנער ברענט נישט! ― איז אַרױס נוח דער שװײצאַר מיט זײַן שפּראַך און רופֿט זיך אָן צו מיר:

― װאָס האָט איר זיך, למשל, צעשריגן, װי אַ משוגען קעלבל? װאָס גװאַלדעװעט איר, װי אין אַ מאַנהױז? איר װעט חלילה אױפֿװעקן אַלע אַקטעיורן!…

― גזלנים! ― זאָג איך. ― רוצחים! באַנדיטן זײַנען מיך באַפֿאַלן נאָר־װאָס און מיך באַנומען!

דערהערט „גזלנים“, פֿאַלט־אָן אױפֿן גאַנצן עולם אַ פּחד, און עס װערט אַ ליאַרעם, אַ גערעדערײַ פֿון אַלע מיט אַ מאָל:

― גזלנים?

― װיפֿל גזלנים?

― דרײַ גזלנים!

― װאָס פֿאַר אַ פּנים האָבן זײ?

― צװײ יונגע, אײנער אַן אַלטער!

― געגאַנגען מיט מעסערס?

― למאַי האָט איר געשװיגן?

― איר האָט מורא געהאַט שרײַען?

― נאַט אײַך גזלנים! גאָט זאָל שומר־ומציל זײַן!…

― נעכטן געװען אינעם אַנדערן הױף אױך גזלנים… געשטיקט אַ ייִדענע, אַרױסגעטראָגן די בריקלעך, געפֿונען אַן אײַזן…

― מסוכּן איבערבלײַבן אײנער אַלײן אין שטוב…

― מע װעט שױן באַלד דאַרפֿן אַנטלױפֿן פֿון כּתרילעװקע!

― נאַ דיר גאָר גזלנים, טאָמער איז קאַרג!…

― כאַפּט זײ! כאַפּט זײ! כאַפּט זײ! ― הערט זיך פּלוצעם פֿון דרױסן אַ קול פֿון אַ נקבֿה און אַ געלױף מיט אַ קלאַפּערײַ פֿון אַ סך מענטשן. ― כאַפּט זײ! כאַפּט זײ!

― געכאַפּט!

― אײנעם געכאַפּט! צװײ געכאַפּט!…

― בינדט זײ! האָסט שױן דעם דריטן אױך? בינדט אים! בינדט אים!…

― פּאַװאָליע בינדט, נישט פֿאַרן קאָפּ, פֿאַר די פֿיס, פֿאַר די פֿיס!…

― זעלדע! גיב מיר דײַן פֿאַטשײלע, זעלדע!

― אָ, איר האָרכט? מע האָט זײ געכאַפּט! ― רופֿט זיך אָן צו אונדז נוח דער שװײצאַר און לאָזט זיך לױפֿן מיט אַ לאַנטערנע אין דרױסן אַרױס, און מיר אַלע ― נאָך אים.

― נו, װאָס הערט זיך? ― שרײַט נוח אין דער פֿינצטער אַהין, פֿון װאַנען עס גײען די קולות. ― שױן געכאַפּט?

― געכאַפּט, געכאַפּט! ― ענטפֿערט אים אַ קול פֿון אַ נקבֿה אין דער פֿינצטער.

― און געבונדן?

― געבונדן, געבונדן!

― אַלע דרײַ?

― אַלע דרײַ, אַלע דרײַ!

― אַנו, לאָמיר זײ כאָטש אָנקוקן, װאָס פֿאַר אַ פּנים זײ האָבן! ― מאַכט נוח דער שװײצאַר און רופֿט מיט זיך דעם גאַנצן עולם, און מיר גײען צו נאָענט מיט דער לאַנטערנע צו די געכאַפּטע גזלנים, און מיר דערזען אױף דער ערד ליגן דרײַ געפּענטעטע… אינדיקעס!

די אינדיקעס האָבן אַראָפּגעלאָזט די בלױע שנאָבלען, בלאָזן מיט די נעזער און בליצן מיט די אײגלעך אױף דער שײַן פֿון אונדזער לאַנטערנע, און די װײַבער, האַלב־נאַקעטע, דערצײלן אונדז נסים ונפֿלאָות, װיִאַזױ די אינדיקעס זײַנען אַרױס פֿון שטײַג, מע װײס נישט װיִאַזױ: צי גנבֿים, צי אַ טכױר איז דורכגעלאָפֿן און האָט זײ איבערגעשראָקן, ― נאָר דאַנקען גאָט, װאָס מע האָט זײ געכאַפּט, אַנישט ― װאָלט געװען חלילה אַ היזק פֿון מי־יודע װיפֿל!…

― טפֿו זאָלט איר װערן, כּתרילעװקער קורעלאַפּניצעס! ― זאָגט נוח און בטלט אױס אױף זײ אַלע בײזע װיסטע חלומות. ― אַ רוח אין אײַער אינדיטשקעס־גענדז־קאַטשקעס־פֿלעדערװישן אַרײַן!…

און נוח דער שװײצאַר הערט נישט אױף צו שיטן מיט זײַנע געקליבענע, שאַרפֿע, פֿאַרשפּיצטע װערטער, און דער עולם הײבט אָן ביסלעכװײַז זיך צעגײן, מיט אַ גענעץ, איטלעכער אין זײַן רו אַרײַן.

איך בלײַב שטײן אײנער אַלײן, אין מיטן דער בלאָטע, פֿאַרטומלט פֿון דער נאַכט מיט אירע פּחדים, מיט אירע בהלות. אַ נאַסע קעלט נעמט דורך מײַן לײַב, דורך און דורך. ערטערװײַז באַװײַזט זיך אַ פֿײַערל אין די פֿענצטער. פֿון אַ פּאָר קױמענס ציט זיך אַ בלױ רױכל. פֿון אַ זײַט הימל באַװײַזט זיך אַ העלער פּאַס. פֿון עטלעכע ערטער הערט זיך אַ קרײען פֿון הענער, װאָס שטעלן־אָן זײערע העלדזער און שרײַען אױף אַלערלײ קולות און פֿאַרשײדענע נוסחאָות: קו־קו־רי־קו־או!…

עס שאַריִעט אױף טאָג.

געשריבן אין יאָר 1901
כּתרילעװקער מושבֿ־זקנים

אַלצדינג פּראָגרעסירט אױף דער װעלט, גײט פֿאָרװערטס. עס פּראָגרעסירט אױך אונדזער כּתרילעװקע.

כּתרילעװקע האָט זיך אַ שטאַרקן רוק געטאָן די לעצטע צײַט. אַזױ אַז איר װעט קומען צו פֿאָרן אַהין אַצינד, װעט איר זײַן דערשטױנט. איר װעט דערזען אין מיטן שטאָט, סאַמע אין דער רעכטער בלאָטע, אַ גרױסן, אַ ברײטן, אַ הױכן מױער פֿון געלע ציגל, מיט אײַזן געדעקט און מיט אַ סך, אַ סך פֿענצטער, מיט אַ שײנער הױכער געשניצטער טיר, און אױבן, איבער דער טיר, צוגעשלאָגן אַ װײַסער מאַרמאָר־שטײן, אױסגעקריצט מיט גרױסע גאָלדענע ייִדישע בוכשטאַבן:

מושבֿ־זקנים.

איר שטײט און קוקט אױף דאָס דאָזיקע בילד, און עס דאַכט זיך אײַך אױס, אַז עס האָט דעם אָנבליק פֿון אַ טײַערער סאַמעטענער לאַטע אױף אַן אַלטער פֿאַרגרינטער ליוסטרינענער צעריסענער קאַפּאָטע. װאָס איז דאָס פֿאַר אַ מין פּרעכטיקער „מושבֿ־זקנים“ אינמיטן דרינען אין דעם אָרעמען־אָרעמען כּתרילעװקע? װאָס איז דאָס ― עמעצן אױף צו־להכעיס? אָדער אַ לצנות? אָדער גאָר עמעצנס אַ טעות? אָט װאָס מע האָט מיר דערצײלט דאָס לעצטע מאָל, אַז איך בין געװען דאָרט אױף קבֿר־אָבֿות.

דאָס איז געװען אין דער צײַט, װאָס מע האָט געזאָלט דורכפֿירן דורך כּתרילעװקע אַ באַן. עס זײַנען אַראָפּגעקומען פֿון מאָסקװע מיני מאָדנע באַשעפֿענישן: אינזשענירן, גאַסן־מעסטערס, ערדשנײַדערס וכדומה אַזעלכע פּאַרשױנען, און ועל־כּולם ― אײנער אַ פּאָדראַטשיק, אַ יונג מיט בײנער, און דװקא אַ „אונדזעריקער“. דעם נאָמען זײַנען