קלײנע מענטשעלעך מיט קלײנע השׂגות

שלום עליכם (אַלע װערק)

בערל־אײַזיק דערצײלט װוּנדײרים פֿון אַמעריקע

„אַמעריקע איז אַ לאַנד פֿון בלאָף“… „אַמעריקאַנער בלאָפֿערס“…

אַזױ זאָגן די פֿרעמדע. גרינע חיות ― זײ הײבן נישט אָן צו װיסן װאָס זײ זאָגן. אַמעריקע מעג הײצן די פּעטשערעס אין כּתרילעװקע, און אונדזער בערל־אײַזיק װעט פֿאַרשטעקן אין גאַרטל אַלע אַמעריקאַנער בלאָפֿערס!

איר קאָנט פֿאַרשטײן װער בערל־אײַזיק איז, אַז טאָמער מאַכט זיך בײַ אונדז אין כּתרילעװקע, אײנער האָט זיך אַ ביסל פֿאַררעדט, אױף אײַער אַמעריקאַנער לשון װעט דאָס הײסן: <<ער האַקט אַ טשײַניק, שטעלט מען אים אָפּ מיט די װערטער: „בערל־אײַזיק האָט דיר געלאָזט גריסן“ ― שטױסט ער זיך שױן אָן װאָס מע מײנט און ער װערט אַנטשװיגן.

אַן אַנעקדאָט דערצײלט מען בײַ אונדז אין כּתרילעװקע פֿון אײנעם אַ ייִדן אַ חצוף, װאָס איז זײער כאַראַקטעריסטיש פֿאַר בערל־אײַזיקן. פּסח איז דער מינהג בײַ די גױים, אַז זײ באַגעגענען זיך, זאָגן זײ זיך אָן אײנס דאָס אַנדערע אַ גוטע בשׂורה, אַז קריסטוס איז לעבעדיק געװאָרן ― „קריסטאָס װאָסקרעסкристос вокрес: קריסטוס איז געשטיגן“. דערױף ענטפֿערט אים דער צװײטער: „װאָיִסטינו װאָסקרעסвоистину воскрес: אמת, געשטיגן“ ― ס'איז אמת, הײסט דאָס, ער איז לעבעדיק געװאָרן… טרעפֿט זיך אַ מעשׂה, באַדאַרף אַ קריסט זיך באַגעגענען מיט יענעם ייִדן דעם חצוף און מכבד זײַן אים מיטן פּסוק „קריסטאָס װאָסקרעס“… װערט אים שלעכט, דעם ייִדן: װאָס זאָל ער טאָן? ענטפֿערן דעם גױ „װאָיִסטינו װאָסקרעס“ ― װײס ער, אַז ס'אַ ליגן און ס'איז קעגן אונדזער גלױבן… זאָגן אים: נײן, ער איז נישט לעבעדיק געװאָרן ― קאָן מען דאָך כאַפּן פֿאַר אַזעלכע װערטער אַ מיאוסן פּסק… איז ער זיך מישבֿ און רופֿט זיך אָן צום קריסט: „יאָ, איך האָב עס שױן געהערט הײַנט פֿון אונדזער בערל־אײַזיקן“…

הײַנט שטעלט אײַך פֿאָר, אַז אָט דער בערל־אײַזיק איז אַװעק קײן אַמעריקע, אָפּגעװען דאָרט היפּשע עטלעכע יאָר און איז געקומען צוריק ― װאָס פֿאַראַ װוּנדײרים דער ייִד האָט זיך אָנדערצײלט פֿון דעם אַמעריקע!

„ערשטנס ― דאָס לאַנד. ארץ זבֿת חלבֿ ודבֿש. מענטשן מאַכן געלט, מע זשעברעװעט מיט בײדע הענט, מע שאַרט גאָלד! און געשעפֿטן, „ביזנעסbusiness“ הײסט דאָס דאָרטן, איז פֿאַראַן אַזױ פֿיל, אַזש דער קאָפּ דרײט זיך! װאָס איר װילט ― דאָס טוט איר. װילט איר אַ פֿאַבריקע ― איז אַ פֿאַבריקע. עפֿענען אַ סטאָרקעstore: קראָם ― איז אַ סטאָרקע. שטופּן אַ פּושקאַרpushcart: שטופּװעגל ― איז אַ פּושקאַר. אַנישט ― נעמט איר זיך צו פּעדלערײַ, אָדער איר גײט אַרבעטן אין אַ שאַפּ ― אַ פֿרײַע מדינה! איר קאָנט אײַך געשװאָלן װערן פֿון הונגער, אױסציִען זיך אין גאַס, װעט אײַך קײנער נישט שטערן, קײן װאָרט נישט זאָגן…

„הײַנט די גרײס פֿון די שטעט! די ברײט פֿון די גאַסן! די הײך פֿון די הײַזער! פֿאַראַן דאָרט אַ „הײַזקע“, רופֿט מען זי די „װאָלװאָרטWoolworth Building“, שפּאַרט אָן דער שפּיץ קױמען גלײַך אין דער כמאַרע אַרײַן און נאָך העכער; אַ סבֿרה, אַז די הײַזקע פֿאַרמאָגט עטלעכע הונדערט עטאַזשן. װי אַזױ קריכט מען אַרױף אױפֿן בױדעם? דורך אַזאַ לײטער, װאָס מע רופֿט אים „עלעװײטערelevator: ליפֿט“. אַז איר באַדאַרפֿט האָבן עמעצן אױפֿן אײבערשטן עטאַזש, זעצט איר זיך אַװעק אונטן, אױפֿן עלעװײטער, גאַנץ פֿרי, קומט איר צו פֿאָרן אַהין אַרױף ערשט פֿאַרנאַכטלעך, אַזױ אַרום מנחה צײַט.

„איך בין אַ בעלן געװען אַמאָל זיך דורכפֿאָרן אַרױף, אַ קוק טאָן אױף אַ טשיקאַװעס, װאָס טוט זיך דאָרט ― האָב איך קײן חרטה נישט. דאָס, װאָס איך האָב דאָרטן געזען, װעל איך שױן נישט זען קײנמאָל. און װי איך האָב געפֿילט ― לאָזט זיך גאָרנישט באַשרײַבן. שטעלט אײַך פֿאָר, איך שטײ מיר פֿון אױבן און קוק מיר אַראָפּ, פּלוצעם דערפֿיל איך אױף מײַן לינקער באַק עפּעס אַ מאָדנע קעלט און אַ גלאַטע, עפּעס װי אײַז; און נישט װי אײַז, נאָר װי שטאַרק פֿאַרקילטע פּעטשאַ, גליטשיק און דרילעװאַטע. איך דרײ אױס פּאַװאָליע דעם קאָפּ לינקס, איך טו קוק ― ס'איז די לבֿנה.

„הײַנט דאָס לעבן זײערס איז נאָר געיאָגט, און נאָר געלאָפֿן, און נאָר געכאַפּט זיך. „אַריהאָפּhurry up: שנעל“ הײסט דאָס בײַ זײ. אַלצדינג איז בחיפּזון, און אַפֿילו עסן עסט דאָס אױך אױף אײן פֿוס. מע כאַפּט זיך אַרײַן אין אַ רעסטאָראַן און מע הײסט זיך געבן אַ שנאַפּס, און אױף צו פֿאַרבײַסן האָב איך אַלײן געזען, װי מען האָט אײנעם דערלאַנגט עפּעס אױף אַ טעלער, אַ פֿריש, אַ צאַפּלדיקס, און ביז ער האָט דאָס צעשניטן, איז אײן האַלב אַװעקגעפֿלױגן אױף אײן זײַט, די אַנדערע האַלב אױף דער אַנדערער זײַט, און דער חבֿרהמאַן איז פֿאַרטיק געװאָרן מיט זײַן אָנבײַסן.

„פֿונדעסטװעגן זאָלט איר אָנקוקן װי געזונט זײ זײַנען! אײַזן! גיבורים! בײַ זײ איז אַ מאָדע שלאָגן זיך אין סטריטstreet: גאַס, אין מיטן גאַס הײסט דאָס. נישט זײ מײנען אײַך שלאָגן, הרגענען, אונטערשלאָגן אַן אױג, אױסשלאָגן אַ פּאָר צײן. װי בײַ אונדז. חלילה! נאָר גלאַט אַזױ, מע פֿאַרקאַטשעט די אַרבל און מע גיט זיך קלעפּ, מען װיל זען װער װעמען. בײַ זײ װערט עס אָנגערופֿן אױף זײער לשון: מע פֿײַטלטfight: זיך שלאָגן זיך. אײן מאָל בין איך געגאַנגען שפּאַצירן אין די בראָנקס, געטראָגן מיט זיך אַ ביסל סחורה, גײען אַקעגן מיר צװײ באָיעסboys: ייִנגלעך, לױפֿערס, יונגאַטשעס הײסט דאָס, און טשעפּען זיך צו מיר ― זײ װילן זיך פֿײַטלען מיט מיר. זאָג איך: „נאָסערNo, sir: לא מיט אַן אַלף ― איך פֿײַטל זיך נישט“. אַהין־אַהער, זײ לאָזן מיך נישט גײן װײַטער. בין איך זיך מישבֿ, אַז איר זײַט יאָ אַזעלכע, װעל איך אײַך באַװײַזן, װער עלטער איז. און גײ און לײג אַװעק דאָס פּעקל און װאַרף אַראָפּ די קאַפּאָטע, און אַז איך הײב אָן כאַפּן קלעפּ ― קױם אַ לעבעדיקער אַרױס פֿון זײערע הענט! אַז זײ זײַנען צװײ און איך בין אײנער! פֿון דעמאָלט אָן פֿײַטל איך שױן מער נישט, מע זאָל מיך אָפּגילטן.

„הײַנט זײער לשון! אַלצדינג איז בײַ זײ פֿאַרקערט און װי אױף צו־להכעיס. למשל, אַז בײַ אונדז איז קיך ― איז בײַ זײ קיטשעןkitchen. אַז בײַ אונדז איז קצבֿ ― איז בײַ זײ בוּטשערbutcher. אַז בײַ אונדז איז אַ שכן ― איז בײַ זײ אַ נעקסדאָריקערnext door. אַ שכנה ― אַ נעקסדאָריקע. אַ בעל־הביתטע ― אַ לענדלאָריקעlandlord. אַלצדינג קאַפּױר. אַנומלט האָב איך געװאָלט קױפֿן אַ האָן אױף שלאָגן כּפּרות. זאָג איך צו דער מיסעסMrs: פֿרױ, זי זאָל מיר קױפֿן אַ האָן/hʊn/. פֿרעגט זי מיך: „אַ הון גאָר? אַ הון איז דאָך פֿאַר מיר!“ זאָג איך: „לאָז זײַן אַזױ ― אַ האָן/hʊn/ פֿאַר מיר און פֿאַר אײַך אַ הון/hɪn/“. זאָגט זי: „װוּהין?“ איז זי נאָך אַ ליטװיטשקע אױך צו די צרות! און בײַ די ליטװאַקעס װעט איר דען דערגײן אַמאָל אַ טאָלק? אַז אַ הין איז בײַ זײ אַ הון, און אַ הון אַ האָן ― אַ מעשׂה אָן אַן עק! פֿאַל איך אױף אַ המצאה און זאָג איר: „קױפֿט מיר דעם דזשענטעלמען פֿון די הינער“. אַװדאי האָט זי פֿאַרשטאַנען און ערשט דעמאָלט מזכּה געװען מיך מיטן שײנעם װאָרט „אָלרײַט“, װאָס איז כּמעט אַלץ אײנס, װאָס בײַ אונדז „מהיכא־תּיתי, פֿאַרװאָס נישט? אָך, מיטן גרעסטן בזיון!“… „הײַנט דעם כּבֿוד, װאָס מיר, ייִדן, האָבן דאָרטן! קײן אומה־ולשון איז דאָרט נישט אַזױ געהױבן, געהױכט און געקרױנט, װי דער ייִד. אַ ייִד איז דאָרט גאָר אַ גאַנצער צימעס. עס איז גאָר אַ ייִחוס, אַז מען איז אַ ייִד. איר קאָנט באַגעגענען, למשל, סוכּות אַ ייִדן אין מיטן „פֿינפֿטע עװעניו“ מיט אַ לולבֿ און מיט אַן אתרוג און האָט קײן מורא נישט, מע זאָל אים דערפֿאַר אײַנזעצן. אַז איך זאָג אײַך, אַז מע האָט דאָרט ליב דעם ייִדן, איז דאָך נישט שײך. פֿײַנט האָט מען דאָרט נאָר אַ ייִדישע באָרד און פּאות. „װיסקעסwhiskers: װאָנצעס“ הײסט דאָס אױף זײער לשון. דערזעען זײ אַ ייִדן מיט װיסקעס, לאָזן זײ דעם ייִדן צורו, נאָר די װיסקעס צופּן זײ אים אַזױ לאַנג, ביז ער מוז זײ אַראָפּנעמען, אָפּגאָלן. דעריבער זײַנען דאָרט דאָס רובֿ ייִדן אָן בערד און אָן װאָנצעס. דאָס פּנים גלאַט װי אַ טעלער. שװער צו דערקענען, װער ס'אַ ייִד און װער נישט. אַז נישט קײן באָרד און נישט קײן לשון, סײַדן נאָכן אימפּעט, בעת ער גײט, און נאָכן מאַכן מיט די הענט, בעת ער רעדט… װײַטער זײַנען זײ ייִדן. ייִדן מיט אַלע פּיטשעװקעס. היטן אָפּ אַלע ייִדישע מינהגים. האָבן ליב אַלע ייִדישע מאכלים, האַלטן פֿון אַלע ייִדישע יום־טובֿים. פּסח איז פּסח. מצות באַקט מען דאָרט אַ גאַנץ קײַלעכדיק יאָר, און אױף חרוסת איז דאָ אַ באַזונדערע פֿאַבריקע, אַ „פֿעקטאָריfactory“ הײסט דאָס דאָרטן. טױזנטער און טױזנטער אַרבעטער זיצן אין דער פֿעקטאָרי און זײ „מאַנופֿעקטשורןmanufacture: פֿאַבריצירן“ חרוסת. און אױך פֿון כּרפּס און פֿון מרור מאַכן דאָרטן ייִדן אַ לעבן ― איר שפּילט זיך מיט אַמעריקע?…“

― יאָ, בערל־אײַזיק, דאָס איז אַלצדינג זײער פֿײַן, װאָס דו דערצײלסט. דו זאָג נאָר אײן זאַך, װאָס מיר װאָלטן װעלן װיסן: מע שטאַרבט דאָרטן אין אַמעריקע אױך אַזױ װי דאָ? צי מע לעבט דאָרטן אײביק?

„מע שטאַרבט, פֿאַרװאָס זאָל מען נישט שטאַרבן? אין אַמעריקע, אַז מע טוט אַ שטאַרב, איז טױזנט אין אײן טאָג, צען טױזנט, און צװאַנציק טױזנט, און דרײַסיק טױזנט! גאַנצע גאַסן פֿאַלן דאָרטן אײַן! שטעט גאַנצע װערן אײַנגעזונקען אַזױ װי קורח!… איר שפּילט זיך מיט אַמעריקע?“

― שאַ, װי באַלד אַזױ, װאָס איז מיט זײ דער ייִחוס? שטאַרבן זײ, הײסט דאָס, גלײַך מיט אונדז?

„יאָ, שטאַרבן שטאַרבט מען, נאָר װי אַזױ שטאַרבט מען ― אָט דאָס איז די זאַך. און נישט אַזױ נאָר דאָס שטאַרבן. שטאַרבן שטאַרבט מען אומעטום אַלץ אײנס. פֿונעם טױט שטאַרבט מען. דער עיקר איז דאָס באַהאַלטן ― אָט װאָס! ערשטנס, איז אין אַמעריקע דער אײַנפֿיר, אַז יעדער װײס פֿריִער װוּ מע װעט אים באַהאַלטן. װאָרעם ער גײט אַלײן, נאָך בעת ער לעבט, און קלײַבט זיך אַלײן אױס אַן אָרט אױפֿן בית־עולם ― „סעמעטעריעcemetery“ הײסט עס דאָרטן ― און דינגט זיך אַזױ לאַנג, ביז ער גלײַכט זיך אױס פֿאַרן פּרײַז. נעמט ער די פּלוניתטע זײַנע און פֿאָרט זיך דורך מיט איר אױף דער סעמעטעריע און זאָגט איר: „זעסטו, נשמה מײַנע? אָט דאָ װעסטו ליגן, אָט דאָ װעל איך ליגן, און דאָרט װעלן ליגן אונדזערע קינדער“… דערנאָך גײט ער אַװעק אין דעם אָפֿיס פֿון לװיות און באַשטעלט זיך אַ לװיה איבער הונדערט און צװאַנציק יאָר, װאָס פֿאַר אַ קלאַס ער װיל. און קלאַסן זײַנען דאָרטן פֿאַראַן אַזױ גרױס װי דרײַ: ערשטע, צװײטע און דריטע קלאַס. ערשטע קלאַס, פֿאַר גאַנץ גרױסע גבֿירים, מיליאָנערן, קאָסט טױזנט טאָלער אַ לװיה. איז דאָס שױן אײן מאָל אַ לװיה! די זון שײַנט, אין דרױסן איז אַ חיות. די מיטה איז אױף אַ שװאַרצן קאַטאַפֿאַלק, מיט זילבער באַלײגט. די פֿערד זײַנען אַלע אָנגעטאָן מיט שװאַרצע פּאָמפּאָנעס און װײַסע פֿעדערן. די רעװערענטןreverends ― רבנים, חזנים, שמשׂים ― אױך אין שװאַרצן מיט װײַסע קנעפּ, און קאַרעטעס נאָך דער מיטה ― אָן אַ שיעור קאַרעטעס! און אַלע קינדער פֿון אַלע תּלמוד־תּורות גײען אױף צו פֿריִער און מע זינגט אױף אַ קול אױסגעצױגן: צ־ד־ק ל־פֿ־נ־י־ו י־ה־ל־ך ו־י־שׂ־ם ל־ד־ר־ך פּ־ע־מ־י־ו!… פֿונעם דאָזיקן געזאַנג קלינגט די שטאָט; אַ קלײניקײט ― טױזנט טאָלער?!…

„צװײטע קלאַס איז אױך אַ פֿײַנע לװיה, קאָסט שױן נאָר פֿינף הונדערט טאָלער, און איז שױן נישט דאָס. דער טאָג איז שױן נישט אַזױ פֿױגלדיק. די מיטה איז אױך אױף אַ שװאַרצן קאַטאַפֿאַלק, נאָר אָן זילבער באַלײגט. די פֿערד מיט די רעװערענטן זײַנען אָנגעטאָן אין שװאַרצן, נאָר אָן פֿעדערן און אָן קנעפּ. קאַרעטעס גײען נאָך, נאָר שױן נישט אַזױ פֿיל. קינדער ― נאָר פֿון עטלעכע תּלמוד־תּורות גײען אױף צו פֿריִער און זינגען שױן נישט אַזױ אױסגעצױגן: צדק לפֿניו יהלך ― וישׂם לדרך פּעמיו! דאָס זינגען איז טרױעריק, מיטן נוסח װי מע זאָגט תּהילים ― װעדליק פֿינף הונדערט טאָלער…

„דריטע קלאַס איז שױן גאָר אַ געמײנע לװיה און קאָסט אין גאַנצן אײן הונדערטער. אין דרױסן איז שױן קיל. כמאַרנעװאַטע. די מיטה אָן אַ קאַטאַפֿאַלק. פֿערד אינגאַנצן צװײ, און רעװערענטן אױך צװײ. קאַרעטעס ― קײן אײנע נישט. קינדער נאָר פֿון אײן תּלמוד־תּורה גײען אױף צו פֿריִער און כאַפּן אָפּ גאָר אָן אַ שום ניגון:

צדק לפֿניו יהלך וישׂם לדרך פּעמיו.
צדק לפֿניו יהלך וישׂם לדרך פּעמיו.

און שלעפֿעריק, שטיל, קױם װאָס מע הערט זײ ― סך־הכּל הונדערט טאָלער, װאָס קאָן מען פֿאַר אײן הונדערטער פֿאַרלאַנגען?“…

― יאָ, װאָס זשע טוט אָבער, בערל־אײַזיק, דער, װאָס פֿאַרמאָגט קײן הונדערטער אױך נישט?

„איז ער טאַקע אױף גרױסע צרות! אָן געלט איז אומעטום שלעכט! דער אָרעמאַן ליגט אַלע מאָל נײַן אײלן אין דער ערד!… פֿונדעסטװעגן, מײנט נישט! אין אַמעריקע לאָזט מען דעם אָרעמאַן אױך נישט ליגן נישט קײן באַהאַלטענעם. מע מאַכט אים אַ לװיה אָן געלט, עס קאָסט אים נישט קײן סענט אַפֿילו. אַװדאי איז דאָס אַ טרױעריקע לװיה. קײן שום צערעמאָניעס, קײן סימן פֿון קײן פֿערד און פֿון קײן רעװערענטן. און אין דרױסן ליאַפּעט. נאָר צװײ שמשׂים קומען צו גײן, די שמשׂים פֿון בײדע זײַטן און אין מיטן דער בר־מינן ― און אַלע דרײַ שלעפּן זײ זיך נעבעך צופֿוס גלײַך ביז צום בית־עלמין… אָן געלט, הערט איר, זאָל מען גאָרנישט געבױרן װערן ― אַ פּאַסקודנע װעלט… װער פֿון אײַך, ייִדן, פֿאַרמאָגט אַן איבעריקן פּאַפּיראָס?“

געשריבן אין יאָר 1915