קלײנע מענטשעלעך מיט קלײנע השׂגות: אַ פֿאַרשטערטע חתונה

שלום עליכם (אַלע װערק)

אַ פֿאַרשטערטע חתונה

װי אַזױ זאָל זיך נח צעלניקער נישט פֿרײען אַז גאָט האָט אים געהאָלפֿן, ער גיט אױס דאָס לעצטע קינד, ער מאַכט חתונה די ייִנגסטע טאָכטער?

פֿאַר װעמען?

למאַי נפֿקא־מינה ― צי פֿאַר ברוכן, צי פֿאַר זרחן, צי פֿאַר פֿײַטלען, צי פֿאַר טרײַטלען? ― אױסגעגעבן, חתונה געמאַכט ― און אַן עק!

מײנט איר דאָך, אַז נח צעלניקער איז אַזאַ פֿאָטער װאָס פּטרט אַראָפּ אַ טאָכטער, אַ האָרב פֿון די פּלײצעס, גלאַט אַזױ, אַבי פּטור געװאָרן? האָט איר אַ טעות!

אַזאַ פֿאָטער, װי נח האָט איר נישט דעם צװײטן אין דער װעלט.

דאָס גאַנצע לעבן זײַנס האָט ער מקריבֿ געװען פֿון די קינדערס װעגן: געהאָרעװעט, אױסגעריסן געװאָרן. גאַנצע טעג אױף דער היץ, גאַנצע נעכט אױפֿן פֿראָסט, זיך געשלעפּט אין רעגנס און אין בלאָטעס, שױן געלעגן װיפֿל מאָל אונטערן װאָגן אױך, אַ פּאָר מאָל װינטער אין אַ פּאָלאָנקע, זיך צוגעקילט די לונג, באַקומען אַ מאָדנע הוסט ― איר פֿרעגט, װי אַזױ מע װערט פֿאַרשװאַרצט? אַנו פּרוּװט אױסהאַלטן אַ װײַב מיט קינדער פֿון אַ צעלניקקראָם, אַ „גאַלאַנטערײַ־געשעפֿט“, אין כּתרילעװקע!

אַז די קינדער זײַנען געװען קלײניטשקע, פֿלעגט זיך נח אַלײן שלאָגן מיט זײ קאָפּ אָן װאַנט: װיקלען, האָדעװען, צװאָגן ― אַלצדינג.

װעט איר דאָך פֿרעגן: װוּ איז געװען די מאַמע זײערע?

די מאַמע זײערע, זעלדע, איז געװען פֿאַרנומען אין געשעפֿט, מער צװישן פּריצים; ער ― אין שטאָט, זי ― אין דער סבֿיבֿה.

פֿאַרװאָס עפּעס זי, נישט ער? זי פֿאַרשטײט די שפּראַך, קען רײדן מיט אַ פּריץ, אַ בריה אױף אָפּזעצן אַ שטיקל סחורה אין דער פֿרעמד.

מיט דער שטאָט קאָן זעלדע נישט האַנדלען. אָנקוקן קאָן זי נישט די כּתרילעװקער קונים ― זײ זײַנען צו קלוג! פּריצים ― די זײַנען גאָר אַנדערע מענטשן. אַ פּריץ, אַז מע זאָגט אים „יאַק באָגאַ קאָכאַםяк бога кохам: איך האָב ליב גאָט“ ― גלײבט ער, און אַ כּתרילעװקער ייִד, איר זאָלט פֿאַר אים, שׂונאי־ציון, כאַפּן די ערד, װעט ער אײַך ענטפֿערן מיט אַ שמײכעלע:

― למאַי זאָלט איר זיך שװערן? איר זײַט בײַ מיר באַגלײבט אָן אַ שבֿועה!…

נדן גיט נח צעלניקער דער ייִנגסטער טאָכטער זײַנער פֿינף און זיבעציק; דאָס הײסט, צוזאָגן האָט ער צוגעזאָגט ק″ן150, פֿינף און זיבעציק בשעת תּנאָים, און פֿינף און זיבעציק שפּעטער, „לכשירחיבֿ“…

איז אָבער דער „לכשירחיבֿ“ נאָך נישט געקומען.

אױף דעם „לכשירחיבֿ“ קוקט אַרױס גאַנץ כּתרילעװקע שױן אַ שאָק מיט יאָרן, און נישטאָ אים.

ער װעט אַמאָל קומען, צי נײן? עס קאָן זײַן! מיט װאָס איז ער ערגער פֿון משיחן? װאַרטן דען נישט ייִדן אױף משיחן?…

קיצור־הדבֿר, זײַט זיכער, דער שידוך װעט זיך איבער נדן נישט צעגײן. װאָרעם ס'איז אַ הײמישע זאַך: די מחותּנים קענען זיך און האָבן זיך ליב; די מחותּנתטעס קענען זיך און האָבן זיך ליב; חתן־כּלה קענען זיך און האָבן זיך ליב…

איך האָב מיך שיִער נישט אַרױסגעכאַפּט מיט אַ װאָרט! אַז איר װעט מיר צוזאָגן, אַז עס װעט זײַן בסוד, װעל איך אײַך עפּעס דערצײלן.

נאָך אײדער ס'איז אײַנגעפֿאַלן רב שלום־שכנא דעם שדכן, ער זאָל רײדן דעם דאָזיקן שידוך, האָבן זיך חתן־כּלה שױן לאַנג געקענט און געשריבן בריװלעך, װאָס זײ אַלײן טאַקע האָבן זיך אײנס דאָס אַנדערע איבערגעגעבן.

ער האָט געלערנט אין חדר, און זי איז געשטאַנען אין קלײט.

אײנמאָל גײט ער פֿאַרבײַ מיטן תּפֿילין־זעקל אין בית־מדרש אַרײַן, ראָש־חודש איז דאָס געװען, דערזעט ער זי שטײן בײַ דער טיר אין אַ רױט סיצן קלײדל, װאָס זי אַלײן טאַקע האָט דאָס אױפֿגענײט, מיט אַ װײַס געשטיקט שאַלכל אױפֿן קאָפּ, אױך איר אײגענע אַרבעט, און אירע שײנע שװאַרצע גרױסע אױגן קוקן גלײַך אױף אים און שמײכלען.

האָט זיך אים אױסגעדאַכט, אַז דאָס קוקט זי אױף אים. די זון האָט געסמאַליעט, און אַ װאַרעם װינטל האָט זיך פֿאַרגנבֿעט, אַ גלעט געטאָן די פּאה, און ער האָט אַ מורקע געטאָן: „פֿרײדל ― אַ היפּשע נקבֿה!“…

האָט ער נאָכדעם נישט געקאָנט דאַװנען ― זי איז אים געשטאַנען פֿאַר די אױגן.

סאַמע צו הלל, צו „מן־המצר“, דערמאָנט ער זיך אָן דעם צעלניקערס טאָכטער און אָן אירע שײנע שװאַרצע גרױסע אױגן, צעשאָקלט ער זיך און שרײַט דעם „מן־המצר“ אױף אַ קול, טאָמער װעט ער פֿאַרגעסן.

ער גײט פֿון בית־המדרש אַהײם און קוקט אַהין, טאָמער װעט ער דערזען פֿרײדלען.

ער קומט אין חדר אַרײַן, נעמט זיך צו דער גמרא, קוקט אַרײַן אין תּוספֿות ― דערזעט ער פֿרײדלען.

בײַנאַכט אין חלום זעט ער פֿרײדלען ― אומעטום פֿרײדל!

רב שלום־שכנא דער שדכן איז געפֿאַלן אױף אַ גלײַכער זאַך. ער איז געקומען צו נח צעלניקער אין קלײט אַרײַן אים פֿאָרלײגן דעם שידוך פֿאַר זײַן ייִנגסטער טאָכטער מיט ברוך בן־ציונס ייִנגל דוד, און האָט אַרױסגענומען דאָס פּושקעלע טאַביקע און אָנגעהױבן אױסרעכענען, װאָס פֿאַר אַן אַנטיק ער האָט אים געבראַכט צו טראָגן פֿאַר זײַן טאָכטער. האָט זיך פֿרײדל געמוזט אָפּקערן אָן אַ זײַט, מע זאָל נישט זען, װי זי איז רױט געװאָרן.

בײַ איר אױפֿן װײסן האַלדז, פֿאַרשטײט איר מיך, איז געהאָנגען אַ בענדל, און אױפֿן בענדל איז געהאָנגען אַ קניפּל, און אין דעם קניפּל האָט זיך געפֿונען אַ בריװל, און אין בריװל איז געשטאַנען געשריבן אױף ייִדיש מיט זײער אַ שײנער האַנטשריפֿט, מיט ציקלעך און מיט קװעטשלעך און מיט דרײדלעך, די דאָזיקע װערטער:

„טײַערסטע און ליבסטע נשמה! מײַן פֿרײַנט און מײַן קרױן, מײַן חיות און מײַן לעבן! פֿרײדל. געזונט זאָלסטו זײַן! װען אונדזער טײַך זאָל זײַן פֿון גאָלע טינט, און דער װאַלד זאָל זײַן גאָלע פּענעס, און די גאַנצע װעלט זאָל זײַן פּאַפּיר, און איך זאָל שרײַבן צו דיר גאַנצע טעג מיט גאַנצע נעכט, װאָלט איך דיר נישט געקאָנט אַרױסשרײַבן קײן צען־טױזנט־חלק אַפֿילו פֿון דעם, װאָס מײַן האַרץ טוט פֿילן צו דיר פֿון דער ערשטער מינוט אָן, װאָס איך האָב דערזען דײַן ליכטיק פּנים, װאָס איז שענער פֿון דער זון, און דערהערט דײַן זיס קול, װאָס איז זיסער פֿונעם זיסטן װײַן…“

און אַזױ װײַטער.

דאָס פּאָרל האָט לאַנג־לאַנג אַרױסגעקוקט אױף רב שלום־שכנא דעם שדכן, ער זאָל פֿאַלן אױפֿן שידוך. און אַז דער שידוך איז געװאָרן אַ שידוך, האָט דער חתן געשיקט דער כּלה אַ פּאָר גאָלדענע אױערינגלעך פֿאַר פֿופֿצן קאַרבן, און די כּלה האָט אױסגענײט דעם חתן מיט זילבער אױף סאַמעט אַ נײַ תּפֿילין־זעקל, אַ מגן־דוד מיט צװײ לײבן און מיט אַ קרױן פֿון אױבן, װאָס מע האָט דאָס באַדאַרפֿט אָנקוקן אױף חידושים!

קײן גלײַכן איז נישט געװען צו דעם פּאָרל אױף דער װעלט. שטיל, אָן װערטער, האָבן זײ געצײלט די װאָכן, די טעג, די שעות, די מינוטן צו דער חופּה ― אױף שבת־נחמו איז אָפּגעשטעלט געװאָרן די חתונה ― און די גליקלעכע צײַט איז געקומען, אין אַ גוטער שעה, אַ מזלדיקער שעה.

װער עס האָט נישט געזען זעלדע די צעלניקערין אינעם טאָג פֿון איר פֿרײדלס חופּה אַרומלױפֿן מיטן זײַדענעם טיכל, פֿאַרבונדן פֿון יענער זײַט האַלדז מיט צװײ שפּיצן, און שרײַען מיט אַ הײזעריק קול: „װוּ איז ערגעץ נח, װיסט איז מיר?“ ― דער האָט קײן שײנס נישט געזען און דער פֿאַרשטײט נישט, װאָס הײסט „פֿאַרטאַרעראַמט!“

― חתן־כּלה פֿאַסטן, ― האָט זי געשריגן מיט אַ קװיטש ― און אים האָט דער גוטער יאָר! נח, װוּ ביסטו ערגעץ? געװאַלד, נח, איך װעל דאָס נישט אױסהאַלטן, נח!

― װוּ איז דער מחותּן? ― האָבן איר געהאָלפֿן שרײַען חתנס צד. ― שױן צײַט באַזעצן די כּלה! װוּ איז דער מחותּן?

און דער „מחותּן“ איז געזעסן אין אַ װינקעלע; ער האָט זיך פֿאַרקליבן אַהין מיט אַ גוטן ברודער, רב משה־יוסי דעם רבֿס אײדעם, און דערצײלט אים אױס זײַן ביטער האַרץ, װאָס פֿאַר אַ פֿאַרשטערטע חתונה ער האָט.

אַלע טעכטער, קײן עין־הרע, חתונה געמאַכט, װי עס געהער צו זײַן; אַלע מאָל אַראָפּגעבראַכט די יעהופּעצער כּלי־זמר; געקומען צו דער מיזינקע ― נישטאָ קײן כּלי־זמר! אַ כאַפּנדיקע חתונה! אַ פֿאַרשטערטע חתונה!

משה־יוסי דעם רבֿס אײדעם גלעט זיך דאָס בערדל, קוקט מיט שמײכלדיקע אײגעלעך אױף דעם נאַרישן מחותּן און זאָגט צו אים:

― אָט האָט איר דאָך כּלי־זמר. די היגע כּלי־זמר זײַנען דען קײן כּלי־זמר נישט?

― אױך מיר כּלי־זמר! ― מאַכט צו אים נח. ― אַ חתונה אָן יעהופּעצער כּלי־זמר!

װען נח װײס דאָס פֿריִער, אַז די יעהופּעצער כּלי־זמר װעלן נישט קאָנען זײַן, לײגט ער אָפּ די חתונה אױף חצי אלול.

שפּעטער, נאָך דער חופּה, האָט ער װידער נישט געסטײַעט.

― װוּ איז נח? ― שרײַט כּלהס צד.

― װוּ איז דער מחותּן? ― שרײַט חתנס צד.

― דער מחותּן? דער מחותּן?

זעלדע געפֿינט אים און גיט אים אַ רעכטן פּסק, טוט אַ פּליעסק בשעת־מעשׂה מיט די הענט:

― שײן מאַכסטו חתונה די מיזינקע, װײ איז מיר!

― אָן די יעהופּעצער כּלי־זמר ― מאַכט נח ― איז דאָס בײַ מיר אַ לװיה, נישט קײן חתונה, אַ פֿאַרשטערטע חתונה!

― גאָט איז מיט דיר, נח, װאָס רעדסטו, נח? ― זאָגט צו אים זעלדע מיט פֿײַער. ― כּתרילעװקער כּלי־זמר זײַנען קײן ייִדן נישט? כּתרילעװקער כּלי־זמר האָבן קײן קינדער נישט? כּתרילעװקער כּלי־זמר באַדאַרפֿן נישט עסן? אי־פֿע ― שעמען מעגסטו זיך, שעמען אין דײַן װײַטן האַלדז אַרײַן!… רב יהושע־העשל, אַ פֿרײלעכס!

און רב יהושע־העשל דער כּלי־זמר, אַן עלטערער ייִד מיט אַ װאַטאָװער קאַפּאָטע, מיט גראָבע פּאות און מיט אַ לאַנגן טלית־קטן, טוט אַ קלאַפּ מיטן סמיטשיק איבערן פֿידל, און אַ װוּנק צו דער חבֿרה ― און כּתרילעװקער כּלי־זמר באַװײַזן, אַז זײ זײַנען אױך נישט קײן „יאָלדן“; זײ שפּילן אַ פֿרײלעכס, אַרבעטן אױף אַלע כּלים, רײַסן די סטרונעס, ברומען אױפֿן באַס, בלאָזן אין די טרומײטן, פֿײַפֿן אױף די פֿלײטן, קלאַפּן אין די טאַצן. דער עולם פּליעסקעט צו מיט די הענט, צעשפּרײט זיך, מאַכט די ראָד גרעסער און גרעסער. די מחותּנים מיט די מחותּנתטעס פֿון בײדע צדדים נעמען זיך פֿאַר די הענט און מע גײט אַ פֿרײלעכס.

געשריבן אין יאַר 1902.
נישט פֿאַר קײן ייִדן געדאַכט

זײדל רב שעיהס איז אַ יונגערמאַן, װאָס זיצט אױף קעסט, טוט נישט קײן האַנט אין קאַלט װאַסער, זיצט און לערנט, כאָטש ער האָט שױן עטלעכע קינדער. נאָר װאָס האָט ער צו דאגהן, אַז ער איז אַ בן־יחיד, און רב שעיה איז אַ ייִד אַ נגיד ― איבער הונדערט און צװאַנציק יאָר איז דאָס אינגאַנצן זײַנס.

רב שעיה איז כּל־ימיו געװען אַ ייִד אַ בעל־הלװאה. זײַן „קאַפּיטאַל“ איז געװען צעװאָרפֿן איבער דער גאַנצער שטאָט. ס'איז נישט געװען אײן כּתרילעװקער, װאָס זאָל נישט זײַן שולדיק רב שעיהן קײן געלט. און דערפֿאַר האָט בײַ אים אין שטוב תּמיד געקאָכט, װי אין אַ קעסל: דער אַרײַן, דער אַרױס, דאָרט גענומען, דאָ געגעבן.

ס'איז בײַ אים געװען, להבֿדיל, אַ „קאַנטאָר“, אַ „באַנק“ ― אַ באַנק, נאָר אָן געפֿאַרבטע טישן און טישלעך, אָן מענטשן אַ סך מיט װײַסע מאַנישקעס, מיט פֿאַרדרײטע װאָנצעס און מיט לאַנגע נעגל, אָן פֿענצטערלעך מיט גראַטעס, אָן אײַזערנע שאַפֿעס און אָן מוראדיקע קאָנטעביכער און גראָסביכער, װאָס מע קאָן מיט זײ הרגענען אַ מענטשן.

בײַ רב שעיהן אין שטוב איז געשטאַנען נאָר אײן טישל, אױפֿן טישל איז געשטאַנען אַ „טינטערל“ מיט אַ „זעמדערל“, און איטלעכס מאָל, װאָס מע האָט באַדאַרפֿט פֿאַרשרײַבן, פֿלעגט מען מוזן אָנשפּײַען אין „טינטערל“, װאָרעם אַנדערש האָט דאָס נישט געװאָלט געבן קײן טינט. און װײַטער איז געװען אין טישל אַ טישקעסטל מיט צװײ רינגלעך מיט אַ גרױסן שלאָס. דאָרט, אין טישקעסטל, איז געװען דאָס „קאָנטעבוך“ מיט אַלע חשבונות, װאָס רב שעיה אַלײן טאַקע האָט זײ געפֿירט על־פּי זײַן אײגענער בוכהאַלטעריע. הײַנו, װי אַזױ?

דאָס ביכל איז באַשטאַנען פֿון צװײ און פֿופֿציק בלעטלעך, אױף יעדן