מעשׂיות פֿאַר ייִדישע קינדער: גרינס אױף שבֿועות

שלום עליכם (אַלע װערק)

גרינס אַף שבֿועות
א

ערבֿ שבֿועות האָב איך אױסגעבעטן בײַ דער מאַמען עליה־השלום, איך זאָל מיר אַלײן גײן הינטער דער שטאָט, אָנרײַסן און ברענגען אַהײם גרינס אױף שבֿועות.

און די מאַמע האָט מיך געלאָזט אײנעם אַלײן גײן הינטער דער שטאָט, אָנרײַסן און ברענגען אַהײם גרינס אױף שבֿועות. לאָז זי האָבן דערפֿאַר אַ ליכטיקן גן־עדן.

אַן אמתע נסיעה קאָן מען אָנרופֿן נאָר די נסיעה, װאָס אַ מענטש מאַכט אײנער אַלײן, אָן חבֿרים, אָן שום איבערשלאָג. איך בין אײנער אַלײן, אַ פֿרײַ פֿײגעלע, אין דער גרױסער ברײטער װעלט; איבער מיר איז די גרױסע בלױע יאַרמעלקע, װאָס מע רופֿט זי „הימל“; מיר אײנעם אַלײן לײַכט די שײנע ליכטיקע טאָג־מלכּה, װאָס מען רופֿט זי „זון“; פֿון מײַנעטװעגן אַלײן האָבן זיך עס צונױפֿגעקליבן דאָ, אין פֿרײַען פֿעלד, די אַלע זינגערס, מיט אַלע פֿײַפֿערס, מיט אַלע שפּרינגערס, און נאָר צוליב מיר אַלײן האָט זיך צענומען די שמעקנדיקע רױז, צעשפּרײט דער לאַנגער, דער געלער „סאָנישניק“, צעצװיקלט און צעשפּרענקלט דאָס גאַנצע ברײטע פֿעלד מיט אַלע אַנטיקלעך פֿון דער מילדער נאַטור. קײנער קװעטשט מיך נישט, קײנער שטערט מיר נישט, קײנער זעט מיך נישט, אַ חוץ גאָט, און איך קאָן מיר טאָן װאָס איך װיל: װיל איך ― זינג איך מיר אַ שײנעם „כּבֿקרת“. װיל איך ― שרײַ איך משוגענערװײַז און רײַס זיך אױפֿן האַלדז. װיל איך ― לײג איך צונױף די האַנט, װי אַ שופֿר, און בלאָז מיר אַ „תּקיעה גדולה“ און שפּיל מיר אַ „טרובאַטש“. װיל איך ― טו איך מיך נאָר אַ װאַלגער, װי איך שטײ און גײ, אױפֿן גרינעם גראָז און קאַטשע מיך אױף אַלע זײַטן, װי אַ לאָשיקל. װער װעט מיר זאָגן אַ דעה און װעמען הער איך? איך בין פֿרײַ! איך בין פֿרײַ!

דער טאָג איז געװען אַזױ װאַרעם, די זון אַזױ שײן, דער הימל אַזױ לױטער, דאָס פֿעלד אַזױ גרין, דאָס גראָז אַזױ פֿריש, און אױפֿן האַרצן איז מיר געװען אַזױ גרינג, און אױף דער נשמה אַזױ גוט, אַז איך האָב גאָר פֿאַרגעסן, אַז איך בין דאָ אַ װילד־פֿרעמדער און אַז איך בין אַרױסגעקומען אַהער צו אָנרײַסן גרינס אױף שבֿועות, און האָב מיר פֿאָרגעשטעלט, אַז איך בין דאָ אַ מושל, אַ פּרינץ, און דאָס גאַנצע פֿעלד, װאָס מײַן אױג כאַפּט אַרום, מיט אַלצדינג װאָס אין פֿעלד, און אַפֿילו מיט דעם גאַנצן בלױען שטיק הימל ― דאָס אַלץ געהערט צו מיר, איך בין דערױף דער אײנציקער בעל־הבית, און איך האָב דערױף צו שאַפֿן ― און װײַטער קײנער נישט. און װי אַ מושל, װאָס אים אַלץ געהערט און ער אױף אַלץ געװעלטיקט, הײבט זיך מיר אָן װעלן אַרױסבאַװײַזן מײַן ממשלה, מײַן כּוח און מײַן גבֿורה ― אַלץ װאָס איך קאָן און װאָס איך װיל…

קודם־כּל געפֿעלט מיר נישט אָט דער לאַנגער דראָנג מיט דעם געלן היטל )דער סאָנישניק(, װאָס באַקומט מיט אַ מאָל בײַ מיר אין די אױגן אַ פּנים פֿון אַ שׂונא, אַ מין „גלית הפּלישתּי“. און די אַלע איבעריקע פֿלאַנצונגען, מיט שטעקלעך און אָן שטעקלעך )באָב און פֿאַסאָליעס( ― דאָס זײַנען לױטער שׂונאים, דאָס זײַנען די „פּלישתּים“, װאָס האָבן זיך באַזעצט דאָ בײַ מיר אױף מײַן ערד, ― װער האָט געשיקט נאָך זײ? און יענע נידעריקע, די גראָבע מיט די גרינע קוטשמעס, װאָס זיצן אַזױ געדיכט, האַרט בײַ דער ערד )קרױט(, ― װאָס טוען זײ דאָ די דאָזיקע קוטשמעס? זײ װעלן זיך נאָך אָנשיכּורן און מאַכן מיר אַן אומגליק… לאָזן זײ גײן אין דער ערד אַרײַן ― איך דאַרף זײ נישט! און בײזע מחשבֿות, װילדע אינסטינקטן װאַכן אױף אין מיר, און אַ מאָדנע געפֿיל פֿון נקמה נעמט מיך אַרום דורך און דורך און איך הײב זיך אָן נוקם זײַן אין די שׂונאים ― און נאָך װי אַזױ נוקם זײַן!…

געהאַט האָב איך מיט זיך, אױף אָנצורײַסן גרינס אױף שבֿועות, מיטגענומען כּלי־זײן: אַ מעסערל מיט צװײ קלינגלעך און אַ שװערד, אַפֿילו אַ הילצערנע, נאָר אַ שאַרפֿע.

די דאָזיקע שװערד איז בײַ מיר פֿאַרבליבן פֿון ל″ג־בעומר. און כאָטש איך בין מיט דעם געגאַנגען ל″ג־בעומר אױף מלחמה מיט מײַנע איבעריקע

חבֿרים הינטער דער שטאָט, פֿונדעסטװעגן קאָן איך אײַך שװערן )איר מעגט מיר גלײבן אָן אַ שבֿועה(, אַז עס האָט נישט פֿאַרגאָסן קײן אײן טראָפּן בלוט. דאָס איז געװען אַ כּלי פֿון דעם מין כּלי־זײן, װאָס דאָס מיליטער טראָגט בשעת שלום. ס'איז טאַקע, הײסט עס, נישטאָ קײן שום סימן פֿון מלחמה, שטיל און רויִק אַרום און אַרום, נאָר גאָרנישט, גלאַט אַזױ, פֿון „דרך־שלום“ װעגן, לאָזן זיך שטײן צוגעגרײט שװערדן, ביקסן, האַרמאַטן, קאַנאָנען, פֿערד, סאָלדאַטן ― הלװאַי זאָל מען זײ נישט באַדאַרפֿן, װי מײַן מומע עטל פֿלעגט זאָגן, בשעת זי האָט געפּרעגלט מאַלינעס…

ב

דאָס איז ידוע אױף דער גאַנצער װעלט, אַז משעת מלחמה צילט מען זיך טרעפֿן דעם עלטערן, דעם אָפֿיציר; דעם גענעראַל אַז מע קאָן טרעפֿן, איז נאָך בעסער; דעמאָלט פֿאַלן שױן במילא די סאָלדאַטן, אַזױ װי שטרױ. דערפֿאַר װעט אײַך שױן קײן חידוש נישט זײַן, װאָס איך בין צו אַלעם ערשטן אָנגעפֿאַלן אױף דעם „גלית הפּלישתּי“, אים דערלאַנגט מיט דער שװערד אַ געשמאַקן האַק איבערן קאָפּ מיטן געלן היטל און היפּשע עטלעכע זעץ פֿון הינטן, ― און דער רשע האָט זיך אױסגעצױגן, װי לאַנג ער איז, פֿאַר מײַנע פֿיס. נאָך אים האָב איך אַנידערגעלײגט נאָך היפּשע עטלעכע געזונטע רשעים, די שטעקנס פֿון זײערע הענט אַרױסגעריסן און פֿאַרװאָרפֿן צו אַלדי שװאַרצע יאָר. און די נידעריקע די גראָבע, מיט די גרינע קוטשמעס, האָב איך גענומען צו דער אַרבעט גאָר אױף אַן אַנדער אופֿן: װעמען איך האָב געקאָנט, האָב איך אַראָפּגענומען די גרינע קוטשמע, און די איבעריקע האָב איך געטראָטן מיט די פֿיס, געמאַכט פֿון זײ אַ תּל־עולם!

בשעת מלחמה, אַז דאָס בלוט צעהיצט זיך און מע גײט אַרײַן אין התפּעלות, שנײַדט מען אױף װאָס די װעלט שטײט. אַז מע האַלט בײַ פֿאַרגיסן בלוט, פֿאַרלירט מען זיך און מע װײס נישט, װוּ מע איז אין דער װעלט. דעמאָלט לײגט מען נישט קײן כּבֿוד אױף קײן עלטערס, מע קוקט נישט אױף קײן שװאַכע פֿרױ, מע האָט נישט קײן רחמנות אױף קײן קלײנע קינדער, און בלוט, בלוט גיסט זיך, אַזױ װי װאַסער… איך, בשעת אָנפֿאַלן אױף דעם שׂונא, האָב נאָך נישט געפֿילט אין זיך אַזאַ כּעס מיט אַזאַ ברען, װי נאָך די ערשטע עטלעכע גוטע קלעפּ, װאָס איך האָב אײַנגעטײלט דעם שׂונא; נאָר װאָס װײַטער האָב איך מיר אַלץ מער געהיצט, זיך אַלײן אונטערגעגעבן אַלע מאָל מער חשק, און איך בין אַזױ אַרײַן אין דער אַרבעט, איך בין געװען אַזױ אין עקסטאַז, אין אַזאַ רציחה, אַז װאָס ס'איז מיר געקומען פֿאַר די אױגן ― דאָס האָב איך געבראָקט, געשניטן אױף אַלע זײַטן, און מער פֿון אַלעמען האָבן, פֿון מיר געליטן נעבעך „קלײנװאַרג“… די יונגע קײַלעכיקע אַרבוזלעך, קאַבאַקלעך מיט די גראָבע בײַכלעך, די קלײנע פּיצלעך אוגערקעלעך, װאָס קריכן נאָר־װאָס אַרױס פֿון דער גרינער „האָדענע“ מיט די געלע נאָפּעלעך, ― זײ האָבן מיך צערײצט נאָר מיט זײער שטילשװײַגן און מיט זײער קאַלטקײט; און איך האָב זײ אײַנגעטײלט אַזױ, אַז זײ װעלן מיך האָבן צו געדענקען: איך האָב געהאַקט קעפּלעך, געשניטן בײַכלעך, געריסן אױף האַלב, געבראָקט אױף שטיקלעך, צעשלאָגן, צעהרגעט, געמזיקט אױף טױט, ― לאָז מיך אַזױ װיסן שלעכטס, װי איך װײס, פֿון װאַנען עס האָט זיך צו מיר גענומען אַזאַ רציחה! אומשולדיקע קאַרטאָפֿליעס נעבעך, װאָס זײַנען געזעסן טיף אין דער ערד, האָב איך פֿון דער ערד אַרױסגעגראָבן און האָב זײ מוסר־מודעה געװען, אַז פֿון מיר באַהאַלט מען זיך נישט!… יונגן קנאָבל מיט גרינע ציבעלקעלעך האָב איך אַרױסגעריסן מיטן װאָרצל, רעטעכלעך זײַנען געפֿלױגן בײַ מיר, װי די האַלעשקעס ― און לאָז מיך גאָט שטראָפֿן, אױב איך האָב נהנה געװען אַפֿילו אַ שטיקל רעטעך, װאָרעם איך געדענק גאַנץ גוט פֿון דער מגילה די װערטער: „ ובֿבזה לא שלחו את ידם“ ― ראַבעװען האָבן ייִדן נישט געראַבעװעט… און אַלע מינוט אַז דער יצר־הרע איז געקומען צו מיר און מיך אָנגערעדט, איך זאָל געניסן אַ ציבלקע, פֿאַרזוכן אַ קנאָבלקע, איז מיר דער פּסוק פֿון דער מגילה געקומען אַקעגן מיט די װערטער, מיטן טראָפּ און מיט דער נגינה: ובֿבזה לא שלחו את ידם… און איך האָב נישט אױפֿגעהערט צו שלאָגן, האַקן, בראָקן, מזיקן, ממיתן און שנײַדן אױף שטיקלעך יונג און אַלט, קלײן און גרױס, אָרעם און רײַך, אָן אַ שום רחמנות…

אַדרבה, איך האָב מיר פֿאָרגעשטעלט, אַז איך הער זײער שרײַען מיט זײער װײנען מיט זײער בעטן זיך בײַ מיר ― און עס זאָל דאָס מיך אָנהײבן אַרן! מערקװירדיק! איך, װאָס האָב נישט געקאָנט זען, װי מע קױלעט אַן עוף, װי מע שמײַסט אַ קאַץ, װי מע באַלײדיקט אַ הונט, װי מע שלאָגט אַ פֿערד, ― זאָל איך זײַן אַזאַ מין טיראַן, אַן אַכזר?!… „נקמה!“ ― האָב איך אַ פֿאַרשיכּורטער נישט אױפֿגעהערט צו שרײַען. ― „נקמה! איך װעל זיך מיט אײַך אָפּרעכענען פֿאַר ייִדיש בלוט! איך װעל אײַך שױן באַצאָלן פֿאַר ירושלים, און פֿאַר ביתּר, און פֿאַר די ייִדן אין שפּאַניע מיט פּאָרטוגאַל, און פֿאַר די ייִדן װאָס אין מאַראָקאָ, און אױך פֿאַר אונדזערע, װאָס אין אומאַן אַמאָל און װאָס אין אַנדערע ערטער הײַנט… און פֿאַר די ייִדישע ספֿר־תּורהס, װאָס מע האָט צעריסן, און פֿאַר די… אַי! אַי! אַי! אַי! גװאַלד! ראַטעװעט! װער האַלט דאָס מיך פֿאַרן אױער?“…

צװײ רעכטע סטוסאַקעס פֿון הינטן און אַ פּאָר כּפֿול־שמונהדיקע פּעטש פֿון פֿאָרנט האָבן מיך אין אײן כּהרף־עין אױסגעניכטערט, און איך האָב דערזען פֿאַר זיך אַ באַקאַנטן פּאַרשױן, װאָס איך װאָלט געמעגט שװערן, אַז ס'איז אָכרים דעם באַשטאַנשטשיק.

ג

אָכרים דער באַשטאַנשטשיק האָט פֿון קדמונים געהאַלטן אַ „באַשטאַן“, אַ גאָרטן, אָדער אַ „באַקטשי“, בײַ אונדז הינטער דער שטאָט. דאָס הײסט, ער האָט אָפּגעדונגען אַ דעסיאַטינע ערד און דאָרטן פֿאַרפֿירט אַ גאָרטן, געזעצט קאַװענעס און דיניעס, אוגערקעס און קאַרטאָפֿליעס, ציבעלעס און קנאָבל און רעטעכלעך און שאַר ירקות, און געהאַט דערפֿון שײן פּרנסה. פֿון װאַנען האָב איך געקענט אָכרימען? װײַל ער האָט מיט אונדז געהאַנדלט, דאָס הײסט, ער פֿלעגט לײַען בײַ מײַן מאַמען געלט אַלע ערבֿ פּסח, און אַרום סוכּות־צײַט פֿלעגט ער אָנהײבן ביסלעכװײַז פֿונעם פּדיון אײַנצאָלן, און דאָס געלט פֿלעגט פֿאַרשריבן װערן בײַ דער מאַמען אין גראָבן סידור אױף דעם לינקן טאָװל )דאָרט איז געװען איר גאַנצע בוכהאַלטעריע(, אין אַ זײַט, אָפּגעטרעטן פֿון אָכרימס װעגן אַ באַזונדער פּלאַץ, אַ באַזונדערע קאָנטע, און אָנגעצײכנט פֿון אױבן מיט גרױסע אותיות: חשבון ערל אָכרים . און נאָכדעם איז שױן געגאַנגען די חשבונות: „פֿון אָכרים אַ קערבל. פֿון אָכרים נאָך אַ קערבל. פֿון אָכרים צװײ קערבלעך. פֿון אָכרים אַ האַלב קערבל. פֿון אָכרים אַ זעקל קאַרטאָפֿליעס“. און אַזױ װײַטער… און כאָטש די מאַמע איז געװען אַ ייִדענע נישט קײן גבֿירטע, אַן אַלמנה מיט קינדער, און האָט געלעבט פֿון „פּראָצענט“, נאָר בײַ אָכרימען קײן פּראָצענט האָט זי נישט גענומען קײנמאָל: ער פֿלעגט אונדז צאָלן מיט גאָרטן־װאַרג, אַמאָל מער, אַמאָל װינציקער ― מיר האָבן זיך מיט אים קײנמאָל נישט געקריגט.

איז געװען אַ גערעט, פֿלעגט ער אַלײן אָנשיטן אונדז אַ פֿולן קעלער מיט קאַרטאָפֿליעס און מיט אוגערקעס אױפֿן גאַנצן װינטער; און אַז נישט ― פֿלעגט ער זיך אָפּבעטן בײַ דער מאַמע:

― ניע װיבאַטשאָיнє вибачай, אַװרומיכאַ, באָ נע װראָדילאָбо нє вродило! ― דאָס הײסט: האָב קײן פֿאַראיבל נישט, אַבֿרהמס װײַב, ס'איז נישט געראָטן! און די מאַמע פֿלעגט אים מוחל זײַן דאָס מאָל און אָנזאָגן, אַז, אם־ירצה־השם, אױפֿן אַנדערן יאָר זאָל ער נישט זײַן קײן דבֿר־אַחר. און טאַקע אַזױ פֿלעגט זי אים זאָגן, כּהאי־לישנא ממש:

― ליאַדיזש, אָכרימאו סערצע, יאַק באָה דאַסט נאַ טאָי האָד שאָב טי נע בוּװ סװיניאַЛядіш, Охрйму серце, як бог даст на той год щоб ти не був свиня: ניטאָ פֿאַר װאָס, אָכרים סערצע, זאָל גאָט געבן אַז װעסט ניט זײַן קײן חזיר אין יענדער צײַט!…

― דאָברעдобре: גוט, אַװרומיכאַ, דאָברע! ― פֿלעגט איר אָכרים אָפּענטפֿערן און האַלטן װאָרט: די ערשטע גרינע ציבעלעס מיטן ערשטן יונגן קנאָבל האָט ער תּמיד געבראַכט צו אונדז; די ערשטע יונגיטשקע קאַרטאָפֿעלעך מיט די ערשטע גרינע אוגערקעס זײַנען תּמיד געװען בײַ אונדז, גיכער װי בײַ די נגידים. און איך האָב נישט אײן מאָל געהערט פֿון אונדזערע שכנים און שכנהטעס, אַז דער אַלמנה איז גאָר נישט אַזױ שלעכט, װי זי מאַכט דעם אָנשטעל. „זעט נאָר, מע טראָגט איר אַרײַן אין שטוב פֿון כּל־טובֿ“… סע פֿאַרשטײט זיך, אַז איך האָב דאָס באַלד אָפּגעטראָגן דער מאַמען אין אױער אַרײַן. האָט זײ די מאַמע גוט אױסגעשאָלטן:

― זאַלץ זײ אין די אױגן, שטײנער זײ אין האַרצן! װער סע פֿאַרגינט מיר נישט, דער זאָל אַלײן נישט האָבן! איך װינטש זײ איבער אַ יאָר אױף מײַן שטײגער!

סע פֿאַרשטײט זיך, אַז איך האָב באַלד איבערגעגעבן אונדזערע שכנהטעס, װאָס די מאַמע האָט זײ געװינטשעװעט… סע פֿאַרשטײט זיך, אַז פֿאַר אַזעלכע װערטער זײַנען זײ געװען אױף דער מאַמע להרוג־ולאַבד און אָנגערופֿן זי מיט אַזאַ נאָמען, װאָס מיר איז געװען אַ חרפּה צו הערן… סע פֿאַרשטײט זיך, אַז מיך האָט דאָס פֿאַרדראָסן און איך האָב דאָס באַלד אָפּגעטראָגן דער מאַמען. האָט מיך די מאַמע מכבד געװען מיט צװײ פּעטש און אָנגעזאָגט, איך זאָל אױפֿהערן אַרומטראָגן „שלח־מנות“ פֿון אײנעם צום אַנדערן… פֿון די פּעטש האָב איך געװײנט, און דאָס װאָרט „שלח־מנות“ האָט מיר געפּיקט אין מוח: איך האָב נישט פֿאַרשטאַנען פֿאַרװאָס רופֿט זי דאָס עפּעס „שלח־מנות“?

אַ יום־טובֿ פֿלעגט זײַן בײַ מיר, אַז איך פֿלעג דערזען פֿון דער װײַטן אָכרימען מיט די גרױסע שטיװאַלעס און מיט דער גראָבער װײַסער, װאַרעמער, װאָלענער סװיטע, װאָס ער האָט זי געטראָגן זומער און װינטער. דערזען אָכרימען גײן, האָב איך געװוּסט, אַז דאָס טראָגט ער אונדז אַ פֿולע פּעלענע מיט גאָרטן־װאַרג, און איך פֿלעג לױפֿן אין קיך אָנזאָגן דער מאַמע די בשׂורה, אַז אָכרים איז געקומען.

ד

בכלל דאַרף איך מודה זײַן, אַז צװישן מיר מיט אָכרימען איז געװען אַ מין ליבע אַ פֿאַרבאָרגענע, אַ מין סימפּאַטיע, װאָס מע קאָן זי נישט אַרױסגעבן אין װערטער. גערעדט האָבן מיר צװישן זיך כּמעט קײנמאָל נישט; ערשטנס, דערפֿאַר, װאָס איך האָב נישט פֿאַרשטאַנען זײַן לשון און ער האָט נישט פֿאַרשטאַנען מײַן לשון )דאָס הײסט, איך אים האָב פֿאַרשטאַנען, נאָר ער מיך ― מכּות!(. און, צװײטנס, האָב איך מיך געשעמט: אַזאַ גרױסער אָכרים ― װי אַזױ רעדט מען מיט אים? פֿלעג איך דאַרפֿן אָנקומען צו דער מאַמען, זי זאָל זײַן צװישן אונדז דער טאָלמאַטש.

― מאַמע, פֿרעג אים, פֿאַרװאָס ברענגט ער מיר נישט קײן װײַנשל?

― װוּ זאָל ער דיר נעמען װײַנשל? אין אַ באַשטאַן איז נישטאָ קײן װײַנשל.

― למאַי איז נישטאָ אין אַ באַשטאַן קײן װײַנשל?

― װאָרעם אין אַ באַשטאַן װאַקסן נישט קײן װײַנשל־בײמער.

― למאַי װאַקסן נישט אין אַ באַשטאַן קײן װײַנשל־בײמער?

― למאַי, למאַי, למאַי ― דו ביסט אַ געשלײערטע שיקסע! ― מאַכט צו מיר די מאַמע און װאַרפֿט מיר אױף אַ פּאַטש.

― אַװרומיכאַ, נע בעײ דעטינאַне бей дитина: שלאָג ניט דאָס קינד! ― מאַכט צו איר אָכרים און שטעלט זיך אײַן פֿאַר מיר.

אָט אַזאַ מין ערל איז געװען אָכרים, און בײַ אים בין איך דאָס געלעגן אַצינד אין די הענט.

מיטן שׂכל באַדאַרף מען פֿאַרשטײן, אַז ס'איז מן הסתּם אַזױ געװען

די מעשׂה! אָכרים, אַז ער איז אָנגעקומען און דערזען בײַ זיך אױפֿן באַשטאַן אַזאַ חורבן, האָט ער תּחילת באַדאַרפֿט נישט פֿאַרשטײן, װאָס עס טוט זיך דאָ. דערזען אַזאַ נפֿש, װי איך, אַרבעט מיט דער שװערד אױף אַלע זײַטן, האָט אָכרים באַדאַרפֿט איבערקלערן אױף מיר מי־יודע װאָס: אַ נישט־גוטער, אַ שרעטעלע, אַן אָנשיקעניש, ― און האָט געװיס זיך איבערגעצלמט עטלעכע מאָל. נאָר נאָכדעם, אַז ער איז צוגעגאַנגען נענטער און דערזען, אַז דאָס אַרבעט אַזױ געטרײַ דװקא אַ ייִדיש ייִנגל, און דװקא מיט אַ הילצערנעם שװערד, האָט ער מיך אָנגענומען בײַם אױער, נאָר אַזױ געשמאַק, אַז עס האָט מיך צוגעצױגן צו דער ערד, און איך האָב אָנגעהױבן שרײַען נישט מיט מײַן קול:

― אַי! אַי!! אַי!!! װער ציט דאָס מיך פֿאַרן אױער?

ערשט העט־שפּעטער, נאָך די רעכטע סטוסאַקעס און נאָך די אמתע פּעטש, װאָס אָכרים האָט מיר אײַנגעטײלט, האָבן מיר זיך באַגעגנט מיט די אױגן און האָבן זיך בײדע דערקענט אײנס דאָס אַנדערע, און מיר זײַנען בײדע געװען איבערראַשט, געבליבן אָן לשון.

― אַװרומיכינע דעטינאַАвруміхіна детина: אַבֿרהמיכעס קינד!? ― האָט אָכרים אַרױסגעשריִען און האָט זיך איבערגעצלמט, און האָט גענומען באַטראַכטן די חזקות, װאָס איך האָב אים דאָ אָנגעאַרבעט, באַקוקט יעדע גראַדקע מיט איטלעכס שטיקל ערד, און עס האָט אים אַזױ אָנגענומען בײַם האַרצן, אַז עס האָבן זיך אים געשטעלט טרערן אין די אױגן. ער האָט זיך אַװעקגעשטעלט אַקעגן מיר, צונױפֿגעלײגט בײדע הענט בײַ זיך אױפֿן בױך און אַ פֿרעג געטאָן מיך נאָר אײן װאָרט:

― זאַ שטשאָза що: פֿאַר װאָס? ― פֿאַר װאָס קומט דאָס מיר, הײסט דאָס…

ערשט דאָ האָב איך צעקײַט, װאָס פֿאַר אַ חתונה איך האָב אָנגעאַרבעט און װעמען איך האָב אַזױ שטאַרק גורם היזק געװען. און איך האָב זיך אַלײן געפֿרעגט: „פֿאַר װאָס? פֿאַר װאָס?“

― כאָדיםходім: לאָמיר גײען! ― מאַכט צו מיר אָכרים און נעמט מיך אָן פֿאַר אַ האַנט, און איך בײג זיך צו דער ערד פֿאַר שרעק; איך מײן, אָט־אָט מאַכט ער פֿון מיר אַ פּרעזשעניצע. נאָר אָכרים טשעפּעט מיך נישט; ער האַלט מיך נאָר שטאַרק פֿאַר דער האַנט, נאָר אַזױ שטאַרק, אַז עס שפּרינגען מיר די אױגן פֿונעם קאָפּ, און פֿירט מיך אָפּ אַהײם צו דער מאַמע, און דערצײלט איר אױס אַלצדינג, און גיט מיך איבער אױף אירע הענט…

ה

זאָל איך אײַך דערצײלן, װאָס איך האָב געהאַט פֿון דער מאַמע? זאָל איך אײַך אױסמאָלן איר שרעק מיט איר כּעס, מיט איך ברעכן די הענט, בשעת אָכרים האָט איר איבערגעגעבן מיט אַלע פּיטשעװקעס דעם גאַנצן חורבן, װאָס איך האָב אים אָנגעמאַכט אין באַשטאַן? אָכרים האָט זיך נישט געפֿױלט, גענומען דעם שטעקן און באַװיזן מיט אים דער מאַמען, װי אַזױ איך האָב געאַרבעט אַהער און אַהין, אױף אַלע זײַטן, װי אַזױ איך האָב געהאַקט און געבראָקט און געשטאָכן און געטראָטן מיט די פֿיס, און די קאַרטאָפֿליעס פֿון דער ערד אַרױסגעגראָבן, און די האָדענע פֿון די אוגערקעלעך, נאָר־װאָס אױפֿגעגאַנגענע אוגערקעלעך… און פֿאַר װאָס? פֿאַר װען?

― זאַ שטשאָ, אַװרומיכאַ, זאַ שטשאָ?…

מער האָט אָכרים נישט געקאָנט רײדן: עס האָבן זיך אים, אַ פּנים, געשטעלט די טרערן אין האַלדז.

דעם רעכטן אמת מוז איך אײַך זאָגן, קינדער: איך װאָלט בעסער געװאָלט זײַן געפּאַטשט פֿון אָכרימס הענט, אײדער האָבן דאָס, װאָס איך האָב געהאַט פֿון דער מאַמען פֿאַר שבֿועות און פֿונעם רבין נאָך שבֿועות… הײַנט די בזיונות, װאָס איך האָב נאָכדעם געהאַט אַ גאַנץ קײַלעכדיק יאָר פֿון מײַנע חבֿרים אין חדר, װאָס האָבן מיר צוגעזעצט אַ זײער לײַטישן נאָמען: „באַשטאַנשטשיק“, „יאָסל באַשטאַנשטשיק“!… דער דאָזיקער שײנער נאָמען איז מיר פֿאַרבליבן העט־העט כּמעט ביז דער חתונה…

אָט װי אַזױ איך בין געגאַנגען רײַסן גרינס אױף שבֿועות.

געשריבן אין יאָר 1903.

שױן אײן מאָל אַ סוכּה!
א

פֿאַראַן מענטשן, װאָס האָבן קײן זאַך נישט געלערנט און קענען אַלצדינג, אין ערגעץ נישט געװעזן און װײסן אַלצדינג, אױף קײן זאַך נישט פֿאַרטראַכט זיך און פֿאַרשטײען אַלצדינג.

„געבענטשטע הענט“! ― אַזױ רופֿט מען זײ, די דאָזיקע גליקלעכע מענטשן, און די װעלט איז זײ מקנא, חידושט זיך און האָט אָפּשײַ.

אָט אַזאַ מענטש איז געװען בײַ אונדז אין כּתרילעװקע, און גערופֿן האָט מען אים: שױן אײן מאָל משה.

דערפֿאַר האָט מען אים גערופֿן שױן אײן מאָל משה, װײַל אױף יעדער זאַך, װאָס ער האָט געזען, געהערט אָדער געמאַכט, האָט ער ליב געהאַט צו זאָגן: „שױן אײן מאָל אַזױ“.

― בײַ אונדז אַ חזן אין שול ― שױן אײן מאָל אַ חזן!

― מע האָט געטראָגן אַן אינדיק אױף פּסח ― שױן אײן מאָל אַן אינדיק!

― מאָרגן װעט דאָס זײַן אַ פֿראָסט אין דרױסן ― שױן אײן מאָל אַ פֿראָסט!

― איז דאָס געפֿלױגן פּעטש צו די הקפֿות ― שױן אײן מאָל פּעטש!

― אױ, ייִדן, בין איך אַן אָרעמאַן ― שױן אײן מאָל אַן אָרעמאַן!

און אַזױ אױף אַלצדינג.

און געװען איז משה… איך קאָן אײַך נישט זאָגן װאָס ער איז געװעזן. ער איז געװען אַ ייִד; נאָר פֿון װאָס ער האָט געלעבט ― איז שװער צו װיסן. ער האָט געלעבט, װי עס לעבן אַ סך טױזנטער, צענער טױזנטער ייִדן לעבן אין כּתרילעװקע. געדרײט זיך אַרום אַ פּריץ,