מעשׂיות פֿאַר ייִדישע קינדער: בײַם קעניג אחשורוש

שלום עליכם (אַלע װערק)

בײַם קעניג אַחשורוש
א

אַז איך בין געװען אַ קלײן ייִנגל ― װײסט איר, װעמען איך האָב מקנא געװען?

אַחשורושן.

ניט יענעם אַחשורושן, װאָס האָט געקיניגט פֿון הודו ביז כּוש, אױף הונדערט זיבן און צװאַנציק מדינות. איך מײן קאָפּל דעם שנײַדער מיט דער גילדענער קרױן, דאָס הײסט, מיטן פּאַפּירענעם ספּאָדעק און מיט דער לאַנגער גילדענער רוט פֿונעם בעזעם.

אױך מרדכין דעם שני־למלך )לװי דעם שוסטער( מיט הער איבערגעקערטער קאַפּאָטע אױף דער לינקער זײַט און מיט דער קלאָטשקעװאַטער פֿלאַקסענער באָרד האָב איך שטאַרק מקנא געװען.

איך האָב מקנא געװען װשתּי המלכּהן )מאָטל דעם סטאָליער( מיטן קלײדל אױף דער קאַפּאָטע און מיט דער פֿאַטשײלע, װאָס ער פֿלעגט זיך אונטערבינדן דאָס בערדל, מע זאָל מײנען אױף אים, אַז ער איז אַ נקבֿה… און װאָס איז אָפּגעגאַנגען, אַ שטײגער, אסתּר המלכּהן )עוזר דעם אונטער־שמשׂ( מיטן גרינעם פֿאַרטעך? און װאָס איז אָפּגעגאַנגען המנען )יאָסקע דעם באַהעלפֿער( מיטן שאַרבן אױפֿן קאָפּ?…

נאָר מער פֿון אַלעמען האָב איך מקנא געװען פֿײַװל דעם יתום, װאָס פֿלעגט זיך אָנטאָן אין אַ רױט העמדל, זיך פֿאַרשטעלן פֿאַר „יוסף הצדיק“, בשעת חבֿרה האָבן געשפּילט יענץ שײנע שפּיל, װאָס װערט אָנגערופֿן „מכירת־יוסף“. זײַנע ברידער פֿלעגן אים אַראָפּרײַסן דאָס רױטע העמדל, אַרײַנװאַרפֿן אים אין „לײבן־גרוב“, און יוסף הצדיק )פֿײַװל הײסט דאָס( פֿלעגט זיך אַװעקשטעלן אױף די קני, צונױפֿלײגן די הענט און באַשװערן די חיות רעות, זײ זאָלן צו אים קײן שליטה ניט האָבן, און זינגען בשעת־מעשׂה זײער אַ טרױעריק ליד, װאָס די װערטער זײַנען זיך צעגאַנגען אין יעדן אבֿר:

שלאַנגען און עקדישן,
פֿאַרשליסט אײַער מױל!
פֿאַרשליסט אײַער מױל!
צי װײסט איר דען,
צי װײסט איר דען,
צי װײסט איר װער איך בין?
איך בין יוסף הצדיק,
יצחקס אַן אײניקל,
יעקבֿס אַ זון,
יעקבֿס אַ זון!…

און כאָטש יוסף הצדיק איז געװען אַ יתום, אַן אָרעם בחורל, װאָס האָט זיך אױפֿגעהאַלטן אין אונטערשטן קלײַזל און געלעבט פֿון אַ „פֿאָלג־מיך־אַ־גאַנג“, און כאָטש איך בין געװען אַ נגידס אַ ייִנגל, דעם זײדן רב מאירס אַן אײניקל, פֿונדעסטװעגן װאָלט איך מיך מיט אים געביטן נאָר צוליב דעם אײנעם טאָג פּורים אַלײן.

אַז מ'איז געקומען דער גוטער, דער ליבער טאָג פּורים, האָב איך פֿון גאַנץ פֿרי אָן שױן אַרױסגעקוקט אױף דער „חבֿרה“, װאָס גײען פֿון שטוב צו שטוב און אַ גאַנצן כאַליאַסטרע ייִנגלעך לױפֿן זײ נאָך פֿון הינטן מיט באָרװעסע פֿיס אױפֿן שנײ. פֿאַרװאָס קאָן איך ניט זײַן אין דער כאַליאַסטרע? נײן! איך טאָר ניט, װאָרעם איך בין אַ נגידס אַ ייִנגל און דעם זײדן רב מאירס אַן אײניקל, באַדאַרף איך ליגן, װי אַ הונט, אַ גאַנצן טאָג אין שטוב און גײן מיט אַלע גרױסע צום זײדן רב מאיר צו דער סעודה.

― װאָס דרײסטו זיך, װי אַ דײַטש אױפֿן קאָריק? ― מאַכט צו מיר דער טאַטע בשעת מיר גײען אַלע אינאײנעם צום זײדן רב מאיר צו דער סעודה און איך דערזע פֿון דער װײַטן די „כאַליאַסטרע“.

― ביסט שױן, קײן עין־הרע, אַ היפּש ייִנגעלע, קאָנסט גײן אַביסל גיכער! ― זאָגט די מאַמע. ― אם־ירצה־השם, שבת־הגדול װערסטו אַכט יאָר, ביז הונדערט און צװאַנציק.

― טשעפּעט אים ניט, ער האָט דערזען די „קאָמעדיאַנטשיקעס“! ― רופֿט זיך אָן מײַן עלטערער ברודער משהלע, װאָס איז אַלײן אױך אַ בעלן זיך אָפּשטעלן אָנקוקן די „קאָמעדיאַנטשיקעס“.

― גײ, גײ! ― מאַכט צו מיר דער רבי איטשע, מײַן מלאך־המװת, און דערלאַנגט מיר אַ שטורך פֿון הינטן.

איך לאָז אַראָפּ די אױגן אין דער בלאָטע און גײ גלײַך מיט אַלע, פֿאַרטיפֿט אין אומעטיקע מחשבֿות, טרױעריקע געדאַנקען: „תּמיד מיט אַלע גרױסע! שטענדיק מיטן רבין!… אינדערפֿרי, און בײַנאַכט, און שבת, און יום־טובֿ!… רב איטשעס רױטע נאָז מיט טאַביקע, אײַנגעזונקען זאָל זי װערן!“…

ב

דער זײדע רב מאיר איז דער גרעסטער גבֿיר פֿון שטאָט. ער זיצט, װי אַ מאָנאַרך. אַ גרױסער זאַל מיט אַ גרױסן זילבערנעם הענגלײַכטער, װאָס הענגט אַראָפּ פֿון דער מיט סטעליע. טאָמבאַקענע העסעס אױף די װענט. אַ גרױסע שװערע זילבערנע מנורה אױפֿן טיש מיט אַ סך זילבערנע לײַכטער, װאָס די באָבע נחמה נעמט זײ אַרױס נאָר צװײ מאָל אין יאָר: פּסח צום סדר און פּורים צו דער סעודה, און עם װערט ליכטיק אין אַלע װינקעלעך.

גאַנץ אױבן אָן, אױף אַ גרױסן שטול, מיט גרינס באַצױגן, זיצט דער זײדע רב מאיר אַלײן ― אַ קלײן ייִדל, מיט אַ שיטער בערדל, מיט אַביסל אַן אױסגעבױגענער נאָז, מיט זילבערנע האָר און מיט שװאַרצע יונגע אױגן. אָנגעטאָן גײט ער אין אַ לאַנגער זײַדענער קאַפּאָטע מיט אַ געפֿלאָכטענעם גאַרטל און מיט אַ שטרײַמל אױפֿן קאָפּ. אַקעגן אים אױפֿן טיש זיצט אַ גרױסער, אַ מוראדיקער, אַ געפֿלאָכטענער פּורים־קױלעטש, אַן אָנגעהױבענער שױן, מיט זאַפֿרען פֿאַרגעלט און מיט ראָזשינקעס אַרומגעשטעקט.

פּונקט אין מיטן טיש זיצט די באָבע נחמה, אַ הױכע ייִדענע, נאָך גאָר אַ שײנע, אױסגעפּוצט אין אַ גאָלדפֿאַרביק זײַדן קלײד מיט װײַסע עפּל, מיט אַ שטערנטיכל פֿון דימענטן מיט בריליאַנטן, מיט רײַכע פּערל אױפֿן האַלדז, מיט אױערינגלעך און מיט פֿינגערלעך. לעבן איר שטײט אָ גאַנץ גרױסער פּאָלומעסיק מיט הײסע, שמעקעדיקע, געצוקערטע און געפֿעפֿערטע פֿיש, פֿאַרפּראַװעט מיט ציבעלעס, מיט ראָזשינקעס און מיט אַלערלײ געװירצן. די באָבע טײלט אַרױס די פֿיש, די שײנע זײַדענע פֿאַטשײלע פֿאַרקאַטשעט הינטער די אױערן מיט צװײ שפּיצן, די דימענטן מיט די בריליאַנטן בשעת־מעשׂה פֿינקלען און שעמערירן, און דאָס פּנים שײַנט און שמײכלט.

אַרום און אַרום טיש, פֿון בײדע זײַטן, זיצן די פֿעטערס מיט די מומעס, אַלע מיט זײערע קינדער, ייִנגלעך און מײדלעך, װאָס הײסן אַלע נאָך אַלץ אײנע זײדעס און באָבעס, פֿעטערס און מומעס. פֿריִער דער פֿעטער צדוק און די מומע צבֿיה מיט דרײַ ייִנגלעך: משהלע, הערשעלע, װעלװעלע און צװײ מײדלעך: שׂרהלע, פֿײגעלע. נאָכדעם דער פֿעטער נפֿתּלי און די מומע דבֿורהל מיט פֿיר ייִנגלעך: משהלע, הערשעלע, װעלװעלע, נאָטעלע, און דרײַ מײדלעך: שׂרהלע, פֿײגעלע, רחלע. נאָכדעם דער פֿעטער אַבֿרהם און די מומע סאָסיע מיט פֿינף ייִנגלעך: משהלע, הערשעלע, װעלװעלע, נאָטעלע, יענקעלע, און פֿיר מײדלעך: שׂרהלע, פֿײגעלע, רחלע, טײַבעלע. נאָכדעם דער פֿעטער בעריש און די מומע אסתּרל מיט זעקס ייִנגלעך: משהלע, הערשעלע, װעלװעלע, נאָטעלע, יענקעלע פֿישעלע, און פֿינף מײדלעך: שׂרהלע, פֿײגעלע, רחלע, טײַבעלע און חנציע. נאָכדעם דער פֿעטער בנימין און די מומע לאה מיט זיבן ייִנגלעך. משהלע, הערשעלע, װעלװעלע, נאָטעלע, יענקעלע, פֿישעלע, שמואליקל, און זעקס מײדלעך: שׂרהלע, פֿײגעלע, רחלע, טײַבעלע, חנציע און גנענדל. נאָכדעם דער פֿעטער קלמן און די מומע איטל מיט אַכט ייִנגלעך…

נאָר אפֿשר װאָלט געװען גענוג אױסרעכענען די משפּחה? עס קאָן, זאָגט מען, שאַטן… דער זײדע האָט אײנמאָל געװאָלט אױף אַ טשיקאַװעס איבערצײלן, װיפֿל פּאַרשױן זיצן בײַם טיש, האָט ער גענומען אַ זילבערנעם בעכער אין האַנט און האָט אָנגעהױבן צו צײלן: „ניט אײנס, ניט צװײ, ניט דרײַ, ניט פֿיר, ניט פֿינף, ניט זעקס, ניט זיבן“… האָט די באָבע אַרױסגעריסן בײַ אים דעם בעכער פֿון האַנט און האָט אים ניט געלאָזט צײלן װײַטער: „אױף מײַנע שׂונאימס קעפּ! װאָס צײלסטו, װאָס? פֿאַראַן, קײן עין־הרע, גענוג טעלער!“…

צונױפֿגעקליבן זיך אַלע צו דער סעודה, זעצט דער זײדע אַלײן אױס דעם גאַנצן טיש. דער זײדע רב מאיר האָט ליב, ס'זאָל זײַן שײן און רײן און ציכטיק און מיט אַ סדר ― עס קומט אױס גוט: אַ פֿעטער זיצט לעבן אַ פֿעטער, אַ מומע לעבן אַ מומע, און אונדז, קלײנװאַרג, זעצט מען אױס אַזױ, אַז ס'זאָל אױסקומען ניט אַ ברודער מיט אַ ברודער און אַ שװעסטער מיט אַ שװעסטער, מחמת אײגענע קענען ניט הױזן צװישן זיך; לכן באַדאַרף זיצן אַ פֿרעמדער משהלע מיט אַ פֿרעמדן הערשעלע, און אַ פֿרעמדער הערשעלע מיט אַ פֿרעמדן װעלװעלע, און אַ װעלװעלע מיט אַ נאָטעלע, אַ נאָטעלע מיט אַ יענקעלע, אַ יענקעלע מיט אַ פֿישעלע, אַ פֿישעלע מיט אַ שמואליקל. און די מײדלעך אױך אַזױ: אַ שׂרהלע מיט אַ פֿײגעלע, אַ פֿײגעלע מיט אַ רחלע, אַ רחלע מיט אַ טײַבעלע, אַ טײַבעלע מיט אַ חנציע, און אַ חנציע מיט אַ גנענדל, אַ גנענדל מיט אַ שׂרהלע, אַ שׂרהלע מיט אַ פֿײגעלע, און אַזױ װײַטער. נאָר מיר האָט ניט געסטײַעט קײן פּאָרל, האָט מען מיך אַנידערגעזעצט מיט מײַן מלאך־המװת, דעם רבין רב איטשע. דער רבי רב איטשע איז בײַ מיר ניט נאָר אַ מלמד, אַ לערער אַלײן, נאָר אױך אַ מדריך, אַ װעגװײַזער, אַ מין גוּװערנאַנטקע, אױף צו לערנען מיך דרך־ארץ, װיִאַזױ צו זיצן בײַם טיש און װיִאַזױ צו עסן.

― אַז דו זיצט בײַם טיש, ― אַזױ האָט מיך געלערנט מײַן גוּװערנאַנטקע רב איטשע ― זאָלסטו זיצן, װי אַ מענטש. דו זאָלסט קוקן גלײַך, און די הענט זאָלסטו האַלטן אונטערן טיש, און ניט רײדן בײַם עסן. און אַז דו עסט לאָקשן מיט יױך, זאָלסטו אָננעמען מיט דעם לעפֿל פּונקט אַזױ פֿיל לאָקשן װיפֿל יױך; אַ זופּ יױך ― און אַװעקגעלײגט דעם לעפֿל און אָפּגעװישט די ליפּן; און װידער אַ זופּ יױך ― און װידער אַװעקגעלײגט דעם לעפֿל און אָפּגעװישט די ליפּן. ניט כאַפּן אײן לעפֿל נאָכן אַנדערן, װי אַ גױ…

אַנידערגעזעצט זיך לעבן מיר און געמאַכט אַ מוציא, נעמט דער רבי רב איטשע אַרױס די רױטע פֿאַטשײלע פֿון בוזעם־קעשענע, טרײסלט אױס די טאַביקע גלײַך צו מיר אין טעלער אַרײַן, נאָכדעם הײבט ער אָן שנײַצן די נאָז מיט אַ מאָדנעם קװיטש און מיט אַ קול פֿון אַ שופֿר און לאָזט אױס מיט אַ תּקיעה גדולה, און בשעת־מעשׂה קוקט ער אױף מיר מיט אײן אױג, צי איך זיץ, װי אַ מענטש…

שושנת י־ע־ע־ע־קבֿ!

אַזױ הײבט אָן דער זײדע צו זינגען מיט זײער אַן אָנגענעמער שטימע, תּיכּף נאָכן ערשטן גלעזל װײַז, און קנאַקט צו בשעת־מעשׂה מיטן פֿינגער, און דער גאַנצער עולם כאַפּט אונטער:

צהלה־ושׂמחה!
אױף אַלערלײ קולות, אַלע מאָל העכער און העכער. און מײַן רבי רב איטשע, װאָס איז אַ קלײנער מנגן, ער האָט אַ קול פֿון אַ שלײַען, העלפֿט אױך זינגען, דאָס הײסט, ער האַלט אָפֿן דאָס מױל, פֿאַרמאַכט די אױגן, גיט אַכטונג פֿונדעסטװעגן בשעת־מעשׂה מיט אַ האַלב אױגל אױף מיר, צי איך זיץ, װי אַ מענטש, דעם קאָפּ האַלט ער אַביסל אױף אַ זײַט, קלאַפּט מיטן מיטלסטן פֿינגער אין טיש ― הקיצור, ער באַװײַזט דעם זײדן, אַז ער זינגט אױך אין קאָן… און אַז עם קומט צו „ברוך־מרדכי“ און „אָרור־המן“, בענטשט מען מרדכין און מען שילט אָן המנען ― עס זאָל זײ אָנגײן אַ צענט־חלק, רבונו של עולם!…

ג

― געקומען די פּורים־שפּילער! ― רופֿט זיך אָן תּנחום דער משרת. אַ ייִד מיט אַ רױטער קאַפּאָטע, װאָס זאָגט אַלעמען „דו“, אַ חוץ דעם זײדן מיט דער באָבען.

דערהערט „פּורים־שפּילער“, שפּרינגען מיר, קלײנװאַרג, אַלע אין אײן רגע אַרױס פֿונעם טיש און מיר שטײען שױן אַלע אַרום דעם קעניג אַחשורוש מיט דער גילדענער קרױן.

― גוט יום־טובֿ! ― שיסן אױס די חבֿרה אַלע מיט אַמאָל גאַנץ פֿרײלעך, און מע שטעלט זיך אױס אין צװײ שורות. אױף אַ גילדענעם שטול זיצט דער קעניג אַחשורוש, און עס טרעט אַרױס אױף אײן פֿוס ממוכן )חײם שמײַסער(, זינגט אַ דײַטשיש לידל:

בין איך ממוכן פֿאָן די אַחשתּרנים,
נאָך גאַר אַ יונגער הער ― דאָס זעט איר אין מײַן פּנים.
אױף אײן פֿוס טו איך טון שפּרינגון
און אױף מײַן זיסער שטימע ― זינגון.

פֿרעגט אים דער קעניג אַחשורוש:

זאָג, מײַן ליבער קנעכט ממוכן,
װאָס ביסטו געקומען אַהער צו קריכון?

ענטפֿערט אים ממוכן:

לאָז דער קעניג אַחשורוש קיקון,
װי מע װיל פֿאַר המנען ניט ביקון…

װערט דער קעניג אַחשורוש אָנגעצונדן:

װער טוט דאָס װידערשפּעניקן מײַנע װערטער,
װאָס איך האָב באַפֿױלן אין אַלע ערטער?

ענטפֿערט אים ממוכן:

אַ פֿאַרפֿלוכטער יודע, ער טוט שבת האַלטון,
די קאַפּאָטע איז בײַ אים הינטן ניט צעשפּאַלטון,
אױפֿן אַכטן טאָג טוט ער די קינדער צו באַשנײַדון,
װי קאָנסט דו אַזעלכעס אין דײַן קעניגרײַך גאָר לײַדון?

זאָגט דער קעניג אַחשורוש:

אױב אַזױ, לאָז מען דעם יודען אַהער ברײנגון,
מיר װעלן אים אױף אַ הױכן בױם אױפֿהײנגון!

זינגט אױס ממוכן:

אַרײַן, אַרײַן, אַרײַן,
ברודער מאָנדריש דו מײַן!

עס קומט אַרײַן מאָנדריש מיט דער קלאָטשקעװאַטער באָרד און הײבט זיך אָן פֿאַרענטפֿערן פֿאַרן קעניג אַחשורוש, דערצײלט אים דעם ייִחוס, פֿון װאַנען ער קומט אַרױס: „אַבֿרהם יצחק ויעקב זײַנען זײַנע זײדעס, די תּרי″ג מיצװות זײַנען זײַנע עדות“. און ער לאָזט אױס מיט אַ געזאַנג:

אַז אָך און אַז װײ איז צו אונדזערע הערצער,
אַז המן איז בײַ דיר אַ מונדערפֿערצער!

. . . . . . . . . . . . . . . . . . . .

― דו ביסט יוסף הצדיק? ― רוף איך מיך אָן צו פֿײַװל דעם יתום, װאָס שטײט בײַ דער זײַט מיט אַן אױסגעמידט פֿאַריאָמערט פּנים.

― יוסף הצדיק. ― מאַכט צו מיר פֿײַװל.

― דו װעסט אױך שפּילן? ― פֿרעג איך אים.

― אַז מע װעט מיר הײסן שפּילן, װעל איך שפּילן. ― מאַכט צו מיר יוסף הצדיק און בײגט זיך אָן צו מיר אױפֿן אױער: ― גיב מיר אַ שטיקל קױלעטש פֿון אײַער פּורים־קױלעטש.

― מע װעט דערזען, װעט מען זיך בײזערן. ― מאַך איך צו אים שטילערהײט.

― שלעפּ אַװעק אַזױ, אַז קײנער זאָל ניט זען. ― זאָגט ער צו מיר, און די אײגעלעך בלישטשען.

― גנבֿענען? ― זאָג איך.

― דאָס הײסט דען געגנבֿעט? ― מאַכט ער.

― װאָס דען ― זאָג איך ― הײסט דאָס? געלקחנט?

― איך בין טױט־הונגעריק, ― זאָגט ער צו מיר שטילערהײט און ער עסט דעם קױלעטש מיט די אױגן, ― פֿון גאַנץ פֿרי אָן נאָך אין מײַן מױל ניט געהאַט…

דער גאַנצער עולם איז פֿאַרטיפֿט אין דעם „שפּיל“, גײ איך צו פּאַװאָלינקע צום טיש, פֿאַרלײג די האַנט אַרונטער, שלעפּ אַװעק אַ שטיק קױלעטש און רוק אים אַרײַן אין האַנט אַרײַן. יוסף הצדיק לאָזט אַראָפּ קונציק דאָס שטיקל קױלעטש אין קעשענע אַרײַן און טוט מיר אַ קװעטש בײַ דער האַנט.

― ביסט אַ װױל ייִנגל, געבן זאָל דיר גאָט אַלדאָס גוטס!

. . . . . . . . . . . . . . . . . . . .

ד

― אפֿשר װילט איר, מיר זאָלן אײַך שפּילן „מכירת־יוסף“ אױך? ― רופֿט זיך אָן דער קעניג אַחשורוש און טוט אױס די גילדענע קרױן און טוט אָן אַ פּראָסט היטל.

― גענוג, גענוג! ― מאַכט דער זײדע, און ער גיט דעם קעניג אַחשורוש אין האַנט אַרײַן אַ זילבערנע מטבע, און הײסט תּנחום דעם משרת, ער זאָל נעמען אַ בעזעם און אױסראַמען די בלאָטע, װאָס די „קאָמעדיאַנטשיקעס“ האָבן אָנגעמאַכט… אין שטוב װערט אַ שטיקל בהלה, אַ רוקערײַ מיט די בענקלעך, און בשעת די משפּחה האַלט אין אױסזעצן זיך צוריק אױף די ערטער, כאַפּ איך מיך דערװײַל אַרױס אױף אַ מינוט באַגלײטן די „חבֿרה“.

― קום! ― מאַכט צו מיר יוסף הצדיק און נעמט מיך אָן בײַ דער האַנט. ― פֿאָלג מיך, קום מיט מיר. איך האָב דיך ליב, ביסט אַ װױל ייִנגל, זײער אַ װױלער.

― װוּהין? ― זאָג איך און דאָס האַרץ טיאָכקעט מיר.

― צום קעניג אַחשורוש. ― מאַכט ער צו מיר. ― מיר שפּילן שױן מער הײַנט ניט. דאָס גײען מיר צום קעניג אַחשורוש צו דער סעודה.

יוסף הצדיק נעמט מיך אָן בײַ דער האַנט, און מיר שפּאַנען איבער דער בלאָטע.

די נאַכט רוקט זיך אָן נענטער און נענטער, די בלאָטע װערט װאָס װײַטער אַלץ טיפֿער. עס דוכט זיך מיר אױס, אַז איך האָב פֿליגל, עס טראָגט מיך אין דער לופֿטן. אָט באַלד הײב איך אָן פֿליִען… שװעבן…

― איך האָב מורא. ― זאָג איך צו יוסף הצדיק און האַלט אים צו בײַ דער האַנט.

― װאָס האָסטו מורא, נאַרעלע? ― מאַכט ער צו מיר און קײַט בשעת־מעשׂה דאָס שטיקל קױלעטש, װאָס איך האָב אים געגעבן. ― דאָרט װעט זײַן אַ סעודה, נאַרעלע, דאָרט װעסטו הערן, װי מיר זינגען לידער… אױ, װאָס פֿאַר אַ קױלעטש בײַ אײַך איז! טעם גן־עדן! צעגײט זיך אין מױל, װי אַ פּוטער! איך פֿאַרשטײ ניט, װיִאַזױ זעט מען פֿאַר זיך אַזאַ־נ־אַנטיק און מע עסט דאָס ניט?

― אַ טײַערע מציאה! ― זאָג איך מיט גדלות. ― בײַ אונדז עסט מען אין דער װאָכן אױך קױלעטש.

― אַלע מאָל קױלעטש? ― זאָגט יוסף הצדיק און באַלעקט זיך. ― און פֿלײש?

― אַלע טאָג. ― זאָג איך.

― אַלע טאָג? ― מאַכט ער און טוט אַ שלונג. ― און איך עס פֿלײש נאָר אײן מאָל אין װאָך, שבת; אי דאָס ― ניט אַלע שבת, װאָרעם ניט אַלע שבת נעמט מיך אַ נגיד. און אַז גאָט העלפֿט, מע פֿאַלט אַרײַן צו אַ קבצן, עסט מען קדחת.

― װאָס הײסט מע עסט קדחת? ― זאָג איך.

― קדחת עסן װײסטו ניט? מע עסט מכּות הײסט דאָס. ― גיט ער מיר צו פֿאַרשטײן. ― ניטאָ װאָס צו עסן, עסט מען מכּות. איך לעב פֿון דעם, װאָס מע גיט מיר. עוזר דער שמשׂ, לעבן זאָל ער, האַלט מיך אונטער אַמאָל מיט אַ שטיקל ברױט, אַמאָל מיט אַ קאַרטאָפֿליע. עוזר איז אַ טײַערער ייִד, אַ דימענטענע נשמה! דו קענסט אים? דאָס איז דאָך אסתּר המלכּה…

― װוּ איז דײַן טאַטע? ― פֿרעג איך אים.

― איך האָב ניט קײן טאַטן.

― װוּ איז דײַן מאַמע?

― איך האָב ניט קײן מאַמע.

― דער זײדע? די באָבע?

― איך האָב ניט קײן זײדן, איך האָב ניט קײן באָבע.

― אַ פֿעטער? אַ מומע?

― איך האָב ניט קײן פֿעטער, איך האָב ניט קײן מומע.

― אַ ברודער? אַ שװעסטער?

― איך האָב ניט קײן ברודער, איך האָב ניט קײן שװעסטער. איך האָב קײנעם ניט, קײנעם ניט, איך בין אַ יתום בין איך!

איך כאַפּ אַ קוק אױף זײַן פּנים און אױף דער לבֿנה, און עס דוכט זיך מיר, אַז ער און די לבֿנה האָבן אײן קאָליר… איך רוק מיך צו צו אים נאָך נענטער, און מיר לױפֿן נאָך דער „חבֿרה“ מיט אונדזערע קלײנע פֿיסלעך גאַנץ געשמײַדיק.

ה

― אָט דאָ זיצט דער קעניג אַחשורוש. ― מאַכט צו מיר יוסף הצדיק, און מיר לאָזן זיך אַראָפּ אַלע אין אַ קלײן פֿינצטער שטיבל, מיט ערד געדעקט.

― פֿרײדע־עטל, אַרױס פֿון בעטל! ― רופֿט זיך אָן דער קעניג אַחשורוש צו זײַן װײַב, אַ קראַנקע ייִדענע, אַ יאַדעשליװע, װאָס בשעת זי הוסט, כאַפּט זי זיך מיט אײן האַנט בײַם קאָפּ און מיט דער אַנדערער בײַם האַרצן. „חבֿרה“ האָבן זיך אָנגעזונגען אַ גאַנצן טאָג מיט לידער און זײַנען שױן אַזױ געװױנט געװאָרן מיטן גראַם, אַז אָן אַ גראַם איז זײ שױן שװער צו רײדן…

― די שײנע פֿיש זאָלט איר געבן צום טיש! ― זאָגט ממוכן. ― קױלעטש האָבן מיר אַלײן, אױף צו קנאַקן מיט די צײן, און דרײַעקעכיקע המן־טאַשן, װאָס מע פֿאַרשפּאָרט זיך צו זײ װאַשן, און פֿלאָדן מיט פֿלעדלעך, מיט פּורימדיקע קנײדלעך, און בראָנפֿן אַ פֿלעשל האָט אונדז געשענקט רב יהושע־העשל… מאָנדריש, בינד־אױף דעם זאַק, אָט גיב איך דיר אַ קנאַק!

― אײדער באַקומען אַ קנאַק אין באַק, איז גלײַכער אױפֿבינדן דעם זאַק, ― זאָגט מאָנדריש מיט אַ דרײַגאָרנדיקן גראַם און װיל אױפֿבינדן דאָס זעקל.

― איר האָט זיך גענומען צום עסן, און דאָס געלט האָט איר פֿאַרגעסן! ― זאָגט ושתּי.

― ושתּי איז נישט קײן שיכּור, ער װײס, אַן דער גראָשן איז דער עיקר! ― רופֿט זיך אָן המן, און אים האַלט־אונטער אסתּר המלכּה, געװײנטלעך, אױך מיט אַ גראַם.

נאָר אַז עס קומט צו דער „חלוקה“ פֿונעם געלט, הערט מען אױף רײדן צום גראַם. מע רעדט פּראָסט, װי אַלע מענטשן רײדן, בשעת עס האַלט בײַ געלט… דעם גרעסטן חלק נעמט־אַראָפּ, געװײנטלעך, דער קעניג אַחשורוש. דאָס איז שױן בײַ זײ אַ תּקנה פֿון יאָר צו יאָר. נאָר אַז עס קומט צו די איבעריקע חבֿרה־לײַט, װערט אַ שטיקל מחלוקת: ממוכן פֿרעגט אַ קשיא, פֿאַרװאָס קומט ושתּין מער פֿון אים? ער, ממוכן דאַרף האָרעװען מער פֿון אַלעמען, שפּרינגען אױף אײן פֿוס, לופֿטערן די שפּראַך, שיטן מיט גראַמען, שפּאַרן די שײנע װערטער, ― און אַז עס קומט צום טײלן זיך, װערט ושתּי אַ מיוחס! באשר װאָס איז? ער געהער זיך אָן אַ קנעפּל מיטן קעניג אַחשורוש; אַ שנײַדער מיט אַ סטאָליער שלאָגן תּמיד בלאַט…

― לאָז זײַן שטיל! ― צעשרײַט זיך אױף אים דער קעניג אַחשורוש. ― דו שמײַסער, דו פֿערד־טרײַבער, דו װאָגן־שמירער, דו לײמענער דישל, דו פּאַפּירענע שלײע, דו גלעזערן פֿלעקל, דו רימענע אַקס! דו האָסט אַ העזה צו רײדן אַקעגן דעם קעניג אַחשורוש? אָט װאַרף איך דיר אַרײַן אַ מעסטל פּעטש אין די יאַסלעס, װעסטו גײן בײַ מיר אױפֿן דראָנזשיק!…

ממוכן װערט אַנטשװיגן. פֿאַרן קעניג אַחשורוש האָבן אַלע אַרטיסטן דרך־ארץ, װאָרעם ער איז דער בעל־הבית, דער אַנטרעפּרעניער הײסט דאָס… מאָנדריש בורטשעט אַפֿילו אונטער שטילערהײט, אים האַלטן אונטער די אַלע איבעריקע; נאָר אײן אסתּר המלכּה לאָזט־אַראָפּ די עטלעכע מטבעות אין קעשענע אַרײַן, זאָגט דערבײַ אַ װערטל, און „הברה“ װערט װידער לעבעדיק, פֿרײלעך, און מע הײבט אָן רײדן װידער צוס גראַם.

― נישט מער זאָלן די נגידים פֿאַרמאָגן אױף זײערע לײַבער, װיפֿל מיר װעלן ברענגען אַהײם פֿאַר אונדזערע װײַבער! ― זאָגט ממוכן.

איך באַטראַכט די זיצונג פֿונעם קעניג אַחשורוש. אין מיטן שטוב אַ גרױסער טיש, צוגעדעקט מיט אַ גראָבן טונקעלן טיש־טוך. בײַ אײן זײַט אַ װאַרשטאַקверстак: אַרבעטבאַנק מיט געצײַג, בײַ דער אַנדערער זײַט אַ הילצערן בעטל מיט אַ סך קישנס כּמעט ביז דער סטעליע. אַקעגן אױװן אַ טאַפּטשאַן. אױפֿן טאַפּטשאַן זיצט אַ שװאַרצער קאָטער, האַלט די לאַפּקעס אונטער זיך און דרעמלט. פֿון אױפֿן אױװן קוקן אַראָפּ עטלעכע פּאָר שװאַרצע, קאַרע און גרױע אײגעלעך.

― אַראָפּ, ממזרים! ― מאַכט צו זײ יוסף הצדיק און װינקט צו זײ מיטן פֿינגער. די שװאַרצע, קאַרע, גרױע אײגעלעך לאָזן זיך לאַנג נישט בעטן און גליטשן זיך אַראָפּ אײנציקװײַז פֿונעם אױפֿן אױװן מיט צעריסענע העמדלעך, װאָס פֿאַרשטעלן דאָס לײַב נאָר ביז עטװאָס נידעריקער פֿונעם פּופּיק… יוסף הצדיק, װײַזט אױס, איז דאָרט אַ הײמישער מענטש, װאָרעם די נאַקעטע קינדערלעך גײען־צו צו אים, װי די קלײנע שעפֿעלעך, בײגן אָן צו אים די געקרײַזלטע קעפּעלעך, ער זאָל זײ גלעטן.

― איר זײַט הונגעריק? ― זאָגט צו זײ יוסף הצדיק. ― אָט װעלן מיר באַלד עסן. מיר האָבן אײַך געבראַכט אַלע גוטע זאַכן.

און ער רעכנט זײ אױס אַלע „גוטע זאַכן“, װאָס מע האָט הײַנט געבראַכט, און די קלײנע שעפֿעלעך קוקן זיך איבער, שלינגען די שלײַם און באַלעקן זיך. און יוסף הצדיק גלעט זײ די געקרײַזלטע קעפּעלעך, שלינגט די שלײַם גלײַך מיט זײ און באַלעקט זיך אַזש… זײ קוקן שױן אַרױס, מע זאָל גײן צום טיש, זיך נעמען צו דער אַכילה… גאָט האָט זײ געהאָלפֿן, דער קעניג אַחשורוש נעמט זיך צום פֿלעשל, גיסט אָן אַ גלעזל בראָנפֿן און טרינקט דעם ערשטן כּוס לכּבֿוד דעם „הײליקן“ יום־טובֿ פּורים; און נאָך אים נעמען אַלע צו גלעזלעך בראָנפֿן. און מען זעצט זיך צום טיש, אַלע , פֿון גרױס ביז קלײן, אַ חוץ פֿרײדע־עטל, װאָס פּאָרעט זיך בײַם אױװן; און אַפֿילו דער שװאַרצער קאָטער כאַפּט זיך אױף, גלײַכט זיך אױס דעם רוקן מיט אַ גענעץ און גײט צום טיש און שטעלט זיך אַװעק אַקעגן און װאַרט, טאָמער װעט ער עפּעס נאַשן פֿון דער סעודה… איך און יוסף הצדיק און די נאַקעטע שעפֿעלעך מיט די געקרײַזלטע קעפּעלעך זעצן זיך אױס אַלע אױף אַ לאַנג בענקל, װאָס הינקט אױף אַ פֿוס און עס שאָקלט זיך; און מיר, קלײנװאַרג, צעלאַכן זיך פֿונעם הינקענדיקן בענקל, אַזױ װי פֿון דער שענסטער קאָמעדיע, און ערשט דאָ דערזעט מיך „חבֿרה“ און װוּנדערט זיך: עפּעס אַ נײַער, נישט קײן קענטלעכער פּאַרשױן!

― װער איז דער אַגרעס? ― פֿרעגט דער קעניג אַחשורוש.

יוסף הצדיק דערצײלט זײ, װער איך בין און װי איך קום אַהער. דעם עולם איז דאָס, אַ פּנים, שטאַרק געפֿעלן, מחמת איטלעכער גײט צו, טוט מיר אַ זעץ איבער דער פּלײצע, אַ קניפּ אין בעקל, און איטלעכער זאָגט אַן אַנדער װערטל, געװײנטלעך, צום גראַם, און די סעודה הײבט זיך אָן. פֿרײדע־עטל טראָגט צו פֿונעם אױװן שטאַרק־געפֿעפֿערטע פֿיש מיט קאַרטאָפֿליעס, און כאָטש זײ זײַנען נישט פֿאַרפּראַװעט מיט אַלערלײ געװירצן, װי בײַם זײדן רב מאיר, נאָר זײ װײַזן מיר אױס דװקא זײער באַטעמט. אײן חסרון נאָר, װאָס זײ זײַנען פֿול מיט בײנדלעך! דערפֿאַר עסן אָבער אַלע פֿון אײן טעלער, און דאָס איז מיר דװקא שטאַרק געפֿעלן: איטלעכער שטופּט דעם גאָפּל ― ס'איז פֿרײלעך! נאָך די פֿיש נעמט „חבֿרה“ װידער צו ביסלעך בראָנפֿן, און מע טרינקט לחײם, און מע װערט לעבעדיק גאָר אױף אַן אַנדער אופֿן; מע שטײט אױף פֿונעם טיש, מע נעמט זיך פֿאַר די הענט און מע גײט גאָר אַ טענצל און מע זינגט אַ לידל:

װאָס מיר זײַנען
זײַנען מיר,
אָבער ייִדן
זײַנען מיר!
װאָס מיר האָבן
האָבן מיר,
אָבער צרות
האָבן מיר.

― רוסקאַװאָ פּעסניאַрускава песня: רוסיש ליד! ― צעשרײַט זיך מאָנדריש אױף אַ קול. ― רוסקאַװאָ פּעסניאַ פּאָדאַװאַיрускава песня подавай: גיט אַ רוסיש ליד!…

און „חבֿרה“ זינגט אַ רוסיש לידל, טאַנצט און פּליעסקעט צו מיט די הענט:

נאַדאָ זנאַטнадо знать: דאַרפֿן װיסן
קאַק גוליאַט!как гулять: װי צו גײן
פּערעד באָגאָםперед богом: פֿאַר גאָט
אָטװעטשאַט!отвечать: ענטפֿערט
מי פּיאָם, מי גוליאַיעםмы пьем, мы гуляем: מיר טרינקען, מיר גײען
ואַתּה מלך חי וקים!
לאָמיך, ייִדן, טרינקען לחײם!
לשנה הבאה בירושלים!

― אַיאָ, ס'איז בײַ אונדז גוט? ― זאָגט צו מיר יוסף הצדיק, װאָס האָט איבערגעכאַפּט דעם הונגער און איז געװאָרן גאָר אַן אַנדער מענטש. און ער נעמט אַביסל בראָנפֿן, און ער גיט מיר אױך אַביסל בראָנפֿן און שלעפּט מיך טאַנצן. איך װײס נישט, װאָס מיט מיר איז די שׂימחה אַזױ גרױס, נאָר איך פֿיל מיך עפּעס זײער אױפֿגעלײגט. איך פֿיל, אַז ס'איז מיר גוט, גוט אָן אַן עק! פּלוצעם…

ו

פּלוצעם עפֿנט זיך די טיר, און איך דערזע דעם טאַטן מיטן רבין רב איטשע און עס װערט מיר פֿינצטער אין די אױגן. װאָס דער טאַטע האָט געקלערט בשעת ער האָט מיך דערזען טאַנצן מיט „הברה“ אין קאָן, װײס איך נישט. איך האָב נאָר געזען, אַז ער איז געבליבן שטײן צוגעקאָװעט צום אָרט, געקוקט אױף מיר, אױף דער „חבֿרה“ און אױפֿן רבין; דער רבי האָט געקוקט אױף מיר, אױף דער „חבֿרה“ און אױפֿן טאַטן; איך האָב געקוקט אױפֿן טאַטן, אױף רער „חבֿרה“ און אױפֿן רבין… און „חבֿרה“ האָבן געקוקט אױפֿן טאַטן, אױפֿן רבין און אױף מיר… קײנער פֿון אונדז האָט נישט געקאָנט אױסרײדן אַ װאָרט. איז אַרױסגעטראָטן ממוכן און האָט זיך אָנגערופֿן מיט אַ גראַם, װי זײַן שטײגער איז:

― װאָס שטײט איר אין אײנע יסורים? ס'איז דאָך הײַנט עפּעס פּורים! לאָמיר מאַכן אַ כּוסע, און דװקא אַ גרױסע! פֿאַרבײַסן מיט פֿלאָדן, סע האָט זיך געפֿונען אײַער שאָדן!…

און ממוכן טראָגט אונטער דעם טאַטן אַ גלעזל בראָנפֿן מיט פֿאַרבײַסן. דער טאַטע שטופּט אים אָפּ פֿון זיך אָן װערטער. ממוכן פֿאַלט בײַ זיך נישט אַראָפּ און רעדט װײַטער:

― הנגיד רב אָשר ברב מאיר! איך געפֿעל אײַך נישט אין שלײער? װעל איך טרינקען אַלײן, ונאמר אָמן!…

און ממוכן קערט איבער דאָס גלעזל בראָנפֿן און זינגט אַ לידל:

װאָס מער קבצן
מער הוליאַקע,
װאָס מער נגיד
מער סאַבאַקע!собаке: הונט
װאָס מער אבֿיון
מער ספּיװאַקע,співаки: זינגערס
װאָס מער עושר
מער סװיניאַקעсвіняке: חזיר!…

― מאָנדריש, װאָס שװײַגסטו? מאַך זײ אַ מי־שברך, די נגידים פֿון שטאָט, און טרינק אַ כּוס פֿון זײער כּבֿוד װעגן!

און מאָנדריש גיסט זיך אָן אַ גלעזל בראָנפֿן און מאַכט אַ מי־שברך די נגידים פֿון שטאָט:

― מי שברך! נעמען זאָל זײ קורח! קורח זאָל זײ נעמען! עסן זאָל זײ װערעם! װערעם זאָלן זײ עסן! אָן גאָט זאָלן זײ פֿאַרגעסן! פֿאַרגעסן זאָלן זײ אָן גאָט! שיכּור זאָלן זײ זײַן װי לוט! װי לוט זאָלן זײ זײַן שיכּור! אין מױל זאָל זײ זײַן ביטער! ביטער זאָל זײ זײַן אין מױל! שיסן זאָל זײ אַ קױל! אַ קױל זאָל זײ שיסן!…

― װאָס שװײַגט איר זײ, רב אָשרל!? ― רופֿט זיך אָן דער רבי רב איטשע און טוט אַ רעכטן שמעק טאַבאַק און אַ קנאַק מיט צװײ פֿינגער אין דער לופֿטן.

― איר זעט דען נישט, אַז ס'איז שיכּורים? ― זאָגט דער טאַטע אױסער זיך פֿון כּעס און נעמט מיך אָן בײַ דער האַנט אַזױ שטאַרק, אַז עס טוט מיר װײ, און מיר גײען אַרױס אַלע דרײַ פֿונעם קעניג אַחשורוש אָן אַ זײַט־געזונט. אינדרױסן שטעלט זיך דער טאַטע אָפּ, טוט אַ קוק אױף מיר און שענקט מיר צװײ רעכטע פּעטש.

― דאָס ― זאָגט ער ― איז ערשט אַן אױפֿגאָב. דײַן פּסק װעסטו ערשט האָבן אין דער הײם פֿונעם רבין… הערט זשע צו, רב איטשע! איך גיב אײַך אים איבער אױף אײַערע הענט! איר זאָלט אים קאַטעװען װיפֿל עס װעט אין אים אַרײַן! בלוט זאָל גײן! אַזאַ בחורל פֿון כּמעט דאָס נײַנטע יאָר! ער זאָל געדענקען, װי אַזױ נאָכצולױפֿן פּורים־שפּילער. קאָמעדיאַנטשיקעס, שלעפּערס!… פֿאַרשטערן אַלעמען דעם יום־טובֿ!…

איך לאָז נישט קײן טרער, נאָר איך פֿיל, אַז עס פֿלאַמט מיר אַ באַק און דאָס האַרץ איז מיר שװער, װי אַ שטײן. איך קלער נישט פֿון דעם פּסק, װאָס איך װעל האָבן אין דער הײם פֿונעם רבין. מײן קאָפּ איז מיר גאָר ערגעץ אַנדערש. מײַנע מחשבֿות זײַנען גאָר דאָרטן, בײַם קעניג אַחשורוש, בײַ יוסף הצדיק, בײַ די קלײנע נאַקעטע שעפֿעלעך מיט די געקרײַזלטע קעפּעלעך, און אין די אױערן הערט מיר נישט אױף צו קלינגען דאָס זיסע רוסישע לידל:

נאַדאָ זנאַט
קאַק גוליאַט!
פּערעד באָגאָם
אָטװעטשאַט!
מי פּיאָם! מי גוליאַיעם!
ואַתּה מלך חי וקײם!
לשנה הבאה בירושלים!…
געשריבן אין יאָר 1901
אַ פֿאַרשטערטער פּסח

א

― רב ישׂראל! רב ישׂראל, זײַט זשע מוחל! איר קאָנט זיך אונטערנעמען, ס'זאָל זײַן פֿאַרטיק דעם קינדס מלבושימלעך אױף יום־טובֿ?

אַזױ שרײַט די מאַמע צו ישׂראל דעם שנײַדער מיט אַלע כּוחות, מחמת ישׂראל דער שנײַדער איז טױב, װי די װאַנט.

ישׂראל, אַ הױכער ייִד מיט אַ לאַנג פּנים און מיט װאַטע אין די אױערן, טוט אַ האַלבן שמײכל און אַ מאַך מיט הער האַנט. װי אײנער רעדט: „פֿאַרװאָס זאָל נישט זײַן פֿאַרטיק?“…

― נעמט זשע אים, זײַט מוחל, אַראָפּ אַ מאָס, נאָר מיט אַ תּנאַי, אױב עס קאָן זײַן פֿאַרטיק אױף פּסח.

ישׂראל דעך טױבער טוט אַ קוק אױף דער מאַמע, װי אײנער רעדט: „אַ מאָדנע ייִדענע! דאַכט זיך, גענוג אַז מע זאָגט אײן מאָל?“… און ער שלעפּט אַרױס פֿון בוזעם־קעשענע אַ לאַנגע פּאַפּירענע מאָס מיט אַ גרױסער ענגלישער שער און שטעלט מיך אַװעק און הײבט מיך אָן אױסצומעסטן אין דער לענג און אין דער ברײט, און די מאַמע שטײט בײַ דער זײַט און קאָמאַנדעװעט:

― לענגער, נאָך לענגער!… ברײטער, נאָך ברײטער!.. למען־השם, די הײַזלעך נישט פֿאַרשמעלן!… און דאָס קאַפּאָטקעלע זאָל זײַן מיט אַ „פֿאַלבאָםפֿאַלב“!… אױף עטלעכע פֿינגער!… נאָך, נאָך אַ ביסעלע!… אָט אַזױ!… אין סטאָן זאָל חס־ושלום נישט זײַן קורץ!… בעל־הבתּיש… נאָך, נאָך!… זשאַלעװעט נישט קײן מאַטעריע, װאָרעם אַ קינד װאַקסט!…

ישׂראל דער שנײַדער װײס אַלײן גאַנץ גוט, אַז „אַ קינד װאַקסט“,