מעשׂיות פֿאַר ייִדישע קינדער: קדלתּ וקדשתּ

שלום עליכם (אַלע װערק)

קידלתּ וקידשתּ: אַ האַרצרײַסנדיקע טראַגעדיע איבער אַ יום־טובֿדיקן קידוש

א. מײַן צונעמעניש. ― שװאַכע פֿעיִקײטן. ― װאָס װעט זײַן פֿון מיר!

„איװאַן פּאָפּערילע“… קײן אַנדער נאָמען האָב איך ניט געהאַט אין דער הײם צװישן אַ גאַנצער כאַליאַסטרע. אפֿשר דערפֿאַר, װאָס איך האָב ניט געװאָלט לערנען? דאָס אַחוץ. װעלן האָבן איך טאַקע ניט געװאָלט. װער װיל דאָס לערנען? אָדער אפֿשר דערפֿאַר, װאָס איך האָב געהאַט אַ גראָבן קאָפּ? דאָס קאָן אױך זײַן. קײן שטאַרק גוטן קאָפּ האָב איך טאַקע ניט געהאַט. דאָס הײסט, די תּפֿיסה איז בײַ מיר געװען ― אַזױ האָט דער רבי געזאָגט ― אַ האַרטע תּפֿיסה. אײדער איך האָב תּופֿס געװען אַ זאַך, איז אָנגעקומען שװערלעך. דערפֿאַר אָבער איז דער זכּרון געװען בײַ מיר, ניט פֿאַר אײַך געדאַכט, זײער־זײער אַ שװאַכער! ניט געװען די זאַך, װאָס איך זאָל געדענקען. אָט האָב איך אױסגעלערנט אױף אױסנװײניק, און אָט האָב איך עס שױן פֿאַרגעסן. איך קאָן מיך גאָר ניט דערמאָנען אָן די קלעפּ, מיט די פּעטש, מיט די שמיץ װאָס מע האָט מיר אַרײַנגעלײגט. אומזיסט האָט נעבעך מײַן טאַטע זיך אָפּגעריסן דאָס האַרץ. אומזיסט זײַנען נעבעך געװען דער מאַמעס טרערן. עס האָט קײן זאַך מיך ניט גענומען.

― גװאַלד! איװאַן פּאָפּערילע! װאָס װעט זײַן פֿון דיר?

― גװאַלד! ייִדישע קינדער! װאָס װעט זײַן פֿון מיר?…

ב. מײַן טאַטנס פֿרײד. מזל־טובֿ, איך בין שױן אַ חתן. ― מײַן מחותּנס ייִחוס און מײַז כּלהס מעלות. ― איך פֿאָר צו מײַן כּלה אַף יום־טובֿ

איך האָב שױן אַמאָל געזען מײַן טאַטן פֿרײלעך זײַן. למשל, פּורים צו דער סעודה. שׂימחת־תּורה נאָך הקפֿות. אױף אַלערלײ שׂימחות. נאָר אַזױ פֿרײלעך, װי ער איז געװען יענעם ערבֿ פּסח, װאָס איך גײ אײַך דערצײלן, ― האָב איך אים נאָך קײנמאָל ניט געזען. װאָס זשע איז מיט אים געװען די גדולה? ― איך בין אַ חתן געװאָרן. מזל־טובֿ! מיט מזל זאָלט איר לעבן! װער איז דער מחותּן? ― דער מחותּן איז שױן אײנמאָל אַ מחותּן. ערשטנס, אַ מיוחס. די האָרנשטײנס פֿון ראַדאָמישל האָט איר געקענט? די זוסמאַנס פֿון אָסטרע װײסט איר? און די טשערנאָבילסקיס פֿון שפּאָלע האָט איר אױך געהערט? איז ער בײַ זײ געװען אַ קאָמיסיאָנער. ניט הײַנט, נאָר אַמאָל. אײדער ער האָט זיך מיט זײ צעקריגט… הײַנט איז ער שױן אַלײן אַ סוחר. ניט קײן גרױסער, נאָר אַ סוחר. נדן גיט ער אױך. ניט קײן סך. מײַן טאַטע גיט צװײ מאָל אַזױ פֿיל. דערפֿאַר אָבער גיט מען מיר אַ כּלה ― שױן אײנמאָל אַ כּלה! איך אַלײן קען זי נאָך ניט. איך האָב זי נאָך ניט געזען. נאָר די, װאָס האָבן זי געזען, קאָנען זיך פֿון איר ניט אָפּלױבן. און געזען האָבן זי דער טאַטע, די מאַמע, מײַנע אַן עלטערע שװעסטער און איר מאַן, מײַן שװאָגער. זאָגט די מאַמע, אַז זי איז אַ שײנע. און די שװעסטער זאָגט, אַז זי אין ניט אַזאַ שײנע, װי אַ קלוגע. און מײַן שװאָגער דרינגט, אַז זי איז ניט אַזאַ קלוגע, װי אַ גוטע. עס ליגט איר גוטסקײט אױפֿן פּנים. זאָגט דער טאַטע, אַז װאָס זי זאָל ניט זײַן, בין איך זי ניט װערט… װערט ניט װערט ― אַבי איך האָב זי. אַזױ טראַכט איך מיר און קוק שױן אַרױס אױפֿן פּסח, װי אַן ערלעכער ייִד אױף משיחן. װאָרעם איך האָב געהערט זאָגן, אַז אױף פּסח פֿאָר איך מיך דורך צו מײַנע מחותּנים צו גאַסט.

ג. אַ קאָמפּליצירטער קידוש. ― אַ הבֿדלה אַ צוגאָב

צו די מחותּנים, חלילה ניט צו דער כּלה. אַזױ זאָגן זײ, מײַנע טאַטע־מאַמע. װאָס איך דענק װעגן דעם ― דאָס איז מײַן עסק. און װײַל איך בין נאָך בײַ זײ אין רשות, מוז איך מיך אונטערגעבן און אױסהערן אַלצדינג, װאָס זײ װעלן מיר זאָגן. און װאָס זאָגט אַ טאַטע אָדער אַ מאַמע? זײ זאָגן, אַז איך זאָל זיך האַלטן, װי אַ מענטש, און אַז איך זאָל זיצן, װי אַ מענטש, און אַז איך זאָל עסן, װי אַ מענטש, און אַז איך זאָל ניט רײדן קײן נאַרישקײטן.

― בקיצור, דו זאָלסט זיך ניט אַרױסבאַװײַזן, אַז דו ביסט אַ איװאַן פּאָפּערילע…

אָט דאָס זאָגט מיר אָן דער טאַטע און פֿאַרכאַפּט זיך:

― שאַ! דעם יום־טובֿדיקן קידוש קענסטו שױן, צי װער־װאָס?

לאָזט זיך אױס, אַז נײן. איך קען אים נאָך ניט. פֿון װאַנען זאָל איך אים קענען? פֿון פֿאַראַיאָרן? װער האָט דאָס אַזאַ קאָפּ? ובפֿרט, אַז הײַנטיקער פּסח פֿאַלט אױס אַקוראַט שבת־צו־נאַכטס ― און דאָס איז אַן אומגליק! דאָ מוזט איר קענען קידוש מיט הבֿדלה אינאײנעם. דער פּסחדיקער קידוש אַלײן, מאָלט אײַך, איז אױך אַ גענוגנדיקע מכּה ― גײ געדענק דעם „זמן־חרותנו“. איז קאַרג ― נאַט אײַך נאָך אַ הבֿדלה אַ צוגאָב, מיט אַ „קידשתּ“, און מיט אַ „היבֿדלתּ וקידשתּ“. אַ גוט שטיקל אַרבעט!

― נישקשה, ביסט ניט קלײן אױסצולערנען, ― זאָגט דער טאַטע ― האָסט נאָך געזונטע דרײַ װאָכן צו פּסח.

ד. דער רבי שטודירט מיט דיר דעם קידוש ― אַ פֿרײַע האַנט. ― אַ היבֿדלתּ מיט אַ וקידשתּ

פֿאַרלאָזן זיך פֿונדעסטװעגן אינגאַנצן אױף מײַן יושר איז מײַן טאַטע קײן בעלן נישט. הײסט ער מיר, איך זאָל אים צושיקן דעם רבין. װאָס דאַרף ער דעם רבין? ער װיל אים בעטן, ער זאָל מיט מיר אײַנשטודירן דעם יום־טובֿדיקן קידוש מיט דער הבֿדלה אינאײנעם. אָבער אַזױ ― אַז איך זאָל אים קענען, װי אַ װאַסער. ער זאָגט אָן דעם רבין מיטן האַרבן װאָרט:

― איר זאָלט אױף אים קײן כּבֿוד ניט לײגן, אױף דעם כאַמולע, כאָטש ער איז מײַנער אַ זון. פּאַסעס זאָלט איר פֿון אים שנײַדן! דעם קידוש זאָל ער מיר קענען!…

דער רבי האָט מער נישט באַדאַרפֿט, װי אַ פֿרײַע האַנט. די גאַנצע דרײַ װאָכן זײַנען אַװעקגעגאַנגען אױפֿן קידוש. איך מעג מיך באַרימען, אַז איך האָב דעם קידוש געקענט טאַקע װי אַ װאַסער. אָבער נאָר דעם קידוש. מיט דער הבֿדלה איז געװען צרות! דאָס הײסט, די הבֿדלה אַלײן איז אױך געגאַנגען בײַ מיר, װי אַ מיזמור. אָבער נאָר ביז אַ געװיסער סטאַנציע. ביזן ערשטן „קידשתּ“. און פֿונעם ערשטן „קידשתּ“ אָן און װײַטער ― איז כאָטש װערט צעזעצט! דער, װאָס האָט אױסגעטראַכט דעם קידוש, האָט, אַ פּנים, ניט געהאַט װאָס צו טאָן. האָט ער אַװעקגעשטעלט אַ „קידשתּ“, און טאַקע באַלד נאָכן „קידשתּ“ אַ „היבֿדלתּ וקידשתּ“. װאָס װאָלט אים געאַרט, עס זאָל זיך שטײן אָדער קידשתּ, אָדער היבֿדלתּ? ממה־נפֿשך ― איז קידשתּ, איז ניט היבֿדלתּ, איז היבֿדלתּ, איז ניט קידשתּ… צו װאָס דרײען אַ מוח? פֿרעגן בײַם רבין ― איז אַ פֿראַסק אין דער מאָרדע! קײן אַנדער ענטפֿער איז ניטאָ בײַ אים…

ה. איך פֿלי אַכציק מײַל אַ שעה. ― צװײ הונדערט פֿופֿציק מאָל היבֿדלתּ וקידשתּ

― װוּ האַלטסטו אינעם קידוש? ― טוט מיך דער טאַטע אַ כאַפּ שױן פֿאַר יום־טובֿ, איך האַלט שױן בײַ פֿאָרן. ― קענסטו אים שױן אױסװײניק?

― װי אַ װאַסער!

― אַנו, זאָג.

און איך זאָג. עס גײט װי געשמירט. איך פֿלי, װי אַ קוריער־צוג, מיט אַ גיכקײט פֿון אַכציק מײַל אַ שעה. נאָר אַז עס קומט צו דעם המבֿדיל, הײבט דער צוג אָן צו גײן אַ ביסעלע שטילער, אײַנגעהאַלטענער: „בין קדושת שבת לקדושת יום־טובֿ היבֿדלתּ, ואת יום השבֿיעי מששת ימי המעשׂה ק־י־ד־ש־תּ. קידשתּ והיבֿדלתּ“…

― ניט קידשתּ והיבֿדלתּ, איװאַן פּאָפּערילע, נאָר היבֿדלתּ וקידשתּ. צװײ הונדערט און פֿופֿציק מאָל זאָלסטו מיר איבערחזרן „היבֿדלתּ וקידשתּ“!…

און איך גײ אַרום איבער דער שטוב, װי אַ משוגענער, און חזר שטילערהײט: „היבֿדלתּ וקידשתּ, היבֿדלתּ וקידשתּ“ ― ביז עס הײבט מיר אָן צו היבֿדלתּן און צו וקידשתּן אין די אױגן און אין קאָפּ, און איך פֿאַל צו אַ פֿאַרטומלטער אױף דער קאַנאַפּע ― עס גײט מיר אָפּ אַ מינוט צי חלשן…

― װאָס איז דיר? ― פֿרעגט די מאַמע.

― גאָרניט, ― זאָג איך ― היבֿדלתּ וקידשתּ, קידשתּ והיבֿדלתּ…

― װאָס פֿאַר אַ „והיבֿדלתּ“? ― פֿרעגט דער טאַטע, ― פֿון װאַנען האָט זיך גענומען צו דיר, איװאַן פּאָפּערילע, אַ „והיבֿדלתּ“?

― טאָמער װאָלט דאָס שױן אַמאָל געהאַט אַן עק? ― מישט זיך אַרײַן די מאַמע, לעבן זאָל זי. ― דו װעסט אים אַזױ פֿאַרשלאָגן דעם קאָפּ מיט דײַנע קידשתּס און והיבֿדלתּס, אַז דאָס קינד װעט שױן גאָרניט װיסן אױף װאָס פֿאַר אַ װעלט ער איז…

לאַנג לעבן זאָל די מאַמע מײַנע ― זי האָט מיך אױסגעלײזט פֿון גלות. האָט זיך אָבער דער „והיבֿדלתּ“ אַרײַנגעדרײט אין מיטן און האָט מיך ניט אָפּגעלאָזט אױף קײן מינוט. װאָס איך זאָל ניט זאָגן און װעגן װאָס איך זאָל ניט טראַכטן, איז דער „והיבֿדלתּ“ מיר געשטאַנען פֿאַר די אױגן, געשפּרונגען מיר אין פּנים אַרײַן.

ו. איך מאַך מיר אַ סימן נאָך די פֿערד. ― דער שורש פֿון „קידלתּ“. ― אַ בהלה. ― מײַן כּלהס גרין קאַפֿטל. ― מיר אײַלן זיך אין שול אַרײַן

איך בין געזעסן אױפֿן װאָגן און געפֿאָרן אױף יום־טובֿ צו דער כּלה (טאַטע־מאַמע זאָגן „צו די מחותּנים“) און האָב ניט װילנדיק געחזרט דעם קידוש אױף אױסװײניק, און אַז ס'איז געקומען צו דער סטאַנציע „קידשתּ, היבֿדלתּ וקידשתּ“, האָב איך מיר געמאַכט אַ סימן: דאָס פֿערד װאָס איז געגאַנגען לינקס, אין געגאַנגען גלײַך, האָט עס בײַ מיר געהײסן „קידשתּ“. און דאָס פֿערד, װאָס איז געגאַנגען רעכטס, האָט געװאָרפֿן מיט די פֿיס, האָט ער דערפֿאַר געהײסן בײַ מיר „קידלתּ“ (פֿונעם שורש קידאַטкидать ― װאַרפֿן). דער סימן איז געװען: „לינקס, רעכטס און לינקס“. און אַזױ איז דאָס שױן פֿאַרבליבן בײַ מיר פֿעסט אין מײַן געדעכעניש: פֿריִער „קידשתּ“, דערנאָך „קידלתּ“ און דערנאָך װידעראַמאָל „קידשתּ“ ― דאָס הײסט: „קידשתּ וקידלתּ וקידשתּ“ ― אױסגעצײכנט! איך, אַז ס'איז שױן ניט געװען דער כּוח אױף דער װעלט, װאָס זאָל עס קאָנען אַרױסרײַסן פֿון מײַן זכּרון!…

און אַזױ בין איך געקומען בשלום צו מײַן כּלה (טאַטע־מאַמע װילן האָבן, אַז „צו מחותּנים“) דעם טאָג פֿון ערבֿ פּסח און ניט צײַט געהאַט אַפֿילו רעכט אָנקוקן מײַן כּלה, װאָרעם מע האָט זיך שױן געקליבן גײן אין שול אַרײַן. עס איז געװען אַ בהלה, אַ כאַפּעניש, אַן ערבֿ יום־טובֿדיקער הו־האַ. אינעם טומל האָב איך געכאַפּט אַ קוק ― דאַכט זיך, נישקשה פֿון אַ מײדל. נישט קײן מיאוסע. פֿון איר חכמה קאָן מען נאָך גאָרניט װיסן. און קײן גוטסקײט אױפֿן פּנים, װי מײַן שװאָגער זאָגט, זעט מען אױך ניט אַרױס. אױב קלײנע פּרישטשיקלעך אױפֿן פּנים איז אַ סימן פֿון גוטסקײט, באַדאַרף זי זײַן זײער אַ גוטע… איך מײן, אַז זי װאָלט אַ סך געװינען, װען זי זאָל גײן די האָר פֿאַרקעמט, ניט צעלאָזט, װי בײַ אַן אַלטער מכשפֿה. אױך װאָלט ניט געשאַט, זי זאָל איבערבײַטן דאָס גרינע זײַדענע קאָפֿטל ― עס פּאַסט איר ניט קײן גרינער קאָליר. און װאָס איז דאָס בײַ איר פֿאַר אַ טבֿע, װאָס באַלד עפּעס װערט זי רױט, װי אַ פֿײַער? מע דאַרף זי אָפּגעװױנען דערפֿון. לאָם איך נאָר װערן מיט איר גוט באַקאַנט… דערװײַל טרײַבט מיך דער מחותּן אין שול אַרײַן…

ז. מײַן מחותּן אין שול. ― קאַלטע שלום־עליכמס. ― דער פּסחדיקער קידוש. ― סטאָפּ בײַ „קידלתּ“…

מײַן מחותּן ― װאָס קאָן איך זאָגן װעגן אים? אַ ייִד איז אַזױ פֿאַרטאַרעראַמט מיטן הײליקן יום־טובֿ, ― און דאָ קומט צו אים אַ גאַסט אַ חתן, װאָס ער פֿירט אים אין שול אַרײַן, באַװײַזן דער שטאָט װאָס ער האָט געהאַנדלט. דאָס איז ניט קײן קלײניקײט! די האָר זײַנען אים נאָך ניט אױסגעטריקנט פֿונעם מרחץ. הינטער דער האַלדז איז נאָך רױט פֿונעם אונטערשערן זיך. די מלבושים קנאַקן יום־טובֿדיק. די נײַע שטיװלעטן גלאַנצן נאָך און שמעקן מיט יוכט. אין שול זיצט ער אױבנאָן. אַלע טראָגן אים אַקעגן דעם גוט יום־טובֿ און שמעקן אָפּ אַ קאַלטן שלום־עליכם דעם חתן. קאַלט איז דער שלום־עליכם דערפֿאַר װײַל די פֿינגער זײַנען קאַלט, און אַ ייִד, אַז ער גיט אײַך שלום, גיט ער אײַך נאָר די שפּיץ־פֿינגער. אַלצדינג אין אײַלעניש. מע קומט אַהײם מיט אַ ברײטן גוט יום־טובֿ, און גלײַך צום סדר. די כּלה ענטפֿערט אױפֿן גוט יום־טובֿ, און װערט שױן װידער רױט, אַזױ װי אַ צײַטיקער אַרבוז. די מחותּנתטע שײַנט. זי איז באַהאַנגען מיט צירונג, װי „גאָטס מאַמע“. דער מחותּן האָט אָפּגעקלונגען דעם לאַנגן קידוש, װי אַ גלאָק, און האָט אַ װוּנק געגעבן צום חתן, אַז ער זאָל מוחל זײַן אױפֿשטײן און אױך מאַכן קידוש, װי דער שטײגער איז. און דער חתן שטײט אױף, נעמט דעם כּוס און צעלאָזט זיך מיטן קוריער־צוג. און הױך. און פֿײַנטשיק. מיטן ניגון. גיך־גיך. ביז ער קומט צו דער שװערער עבֿרי, צום רעכטן זומפּ, הײבט ער אָן גײן פּאַװאָליע, האַרט בײַ דער ערד:

„ ― ― בין קדושת שבת לקדושת יום טובֿ היבֿדלתּ… ואת יום השבֿיעי מששת ימי המעשׂה קידשתּ…“ דאָ דערמאָנט ער זיך אָן די פֿערד, אײנער הײסט „קידשתּ“ און גײט גלײַך, דער אַנדערער װאַרפֿט מיט די פֿיס און הײסט „קידלתּ“.

„ ― ― ק־י־ד־לתּ ו־ק־י־ד־שתּ… קיד־שתּ ו־קיד־לתּ, קיד־לתּ ו־קיד־לתּ ו־קידשתּ ו־קיד־לתּ…

. . . . . . . . . . . . . . . . . . . .

ח. איך פֿאָר אַהײם. ― אױס חתן. ― „קידלתּ וקידשתּ“ האָט אַ שם

דעם ערשטן טאָג חול־המועד גאַנץ פֿרי. די כּלה איז נאָך געשלאָפֿן, נאָר דער מחותּן איז געזעסן אין אַ זײַדן כאַלאַטל מיט אױסגעטראָטענע שטעק־שיך אױף די פֿיס און האָט געשװיצט און געסאָפּעט איבער אַ בריװל װאָס ער האָט געשריבן צו זײַן מחותּן. בײַ דער זײַט איז געזעסן די מחותּנתטע אָנגעבלאָזן, װי אַ אינדיטשקע. דער חתן האָט

צונױפֿגעלײגט זײַנע זאַכן אין טשעמאָדאַנטשיק, געװען גרײט אױפֿצוזעצן זיך און פֿאָרן אַהײם.

― נאַ! ― זאָגט צו אים דער מחותּן און גיט אים אַ פֿאַרחתמעטן בריװ. ― דו װעסט לאָזן גריסן דעם טאַטן און װעסט אים איבערגעבן אָט דאָס בריװל. פֿאָר געזונט!…

זיצנדיק אױפֿן װאָגן בין איך געװען טשיקאַװע צו װיסן װאָס שרײַבט דער מחותּן צו מײַן טאַטן, און װאָס האָבן זײ מיך אַזױ פֿרי אַרױסגעמשלחט?… איך עפֿן־אױף דעם קאָנװערט, פֿאַלן אַרױס די „תּנאָים“ און אַ בריװעלע צום טאַטן. אינעם בריװעלע שרײַבט מײַן מחותּן און בעט מחילה בײַ מײַן טאַטן, „ער זאָל קײן תּרעומות ניט האָבן ― דער שידוך קאָן ניט זײן קײן שידוך איבער כּמה־וכּמה טעמים. השם־יתברך זאָל אים צושיקן זײַן זיװג, און זײַן טאָכטער ― איר זיװג… און װאָס אָנבאַלאַנגט דעם נדן מיט די מתּנות להחתן והכּלה, װעט מען זיך אָפּבײַטן, דעם חתן װעט מען אומקערן זײַנס, דער כּלה אירס, און אַלצדינג װעט זײַן אין בעסטער אָרדענונג, שלום־ושלװה, מע װעט זיך צעגײן, װי גוטע פֿרײַנט. ובזכות זה װעט זײַן שלום און פֿרידן צו אַלע ייִדן, ונאמר אָמן…“

אַ גליק כאָטש, װאָס ער שרײַבט ניט קײן זאַך װעגן דעם שײנעם קידוש ― לאַנג לעבן זאָל ער! לאָזט זיך אױס אַ מעשׂה, איך קום אַהײם, באַגעגנט מיך מײַן טאַטע מיט אַ פֿײַנע פּאָר פּעטש.

― קידלתּ וקידשתּ! פֿון װאַנען האָט זיך צו דיר גענומען, דו משומד אײנער, אַ „קידלתּ“ אין מיטן דרינען?…

― אַזױ גאָר? פֿון װאַנען װײס ער דאָס שױן? און פֿאַרװאָס עפּעס נאָר ער? די גאַנצע שטאָט װײס שױן דערפֿון? און איך הײס שױן מער ניט „איװאַן פּאָפּערילע“. איך הײס שױן אַ נײַעם נאָמען. מײַן נאָמען איז שױן איצטער: „קידלתּ וקידשתּ“… איצט איז דאָס בײַ מיר אַ געלעכטער. װיפֿל טרערן, ביטערע טרערן האָט דאָס מיך געקאָסט דענסטמאָל!…

געשריבן אין יאָר 1916
צװײט בוך

די פֿאָן ― ― ― ― ― ― ― ― ― ― 205

חנוכּה־געלט ― ― ― ― ― ― ― ― 221

באַס קעניג אַחשורוש ― ― ― ― ― ― 239

אַ פֿאַרשטערטער פּסח ― ― ― ― ― ― 255

ל″ג בעומר ― ― ― ― ― ― ― ― ― 275

גרינס אַף שבֿועות ― ― ― ― ― ― ― 291

שױן אײנמאָל אַ סוכּה ― ― ― ― ― ― 301

די ערשטע קאָמונע ― ― ― ― ― ― 313

דאָס דרײדל ― ― ― ― ― ― ― ― 332

אסתּר ― ― ― ― ― ― ― ― ― 355

די ערבֿ־פּסחדיקע עמיגראַציע ― ― ― 363

די פֿאָן
א

קינדער! איך װעל אײַך דערצײלן אַ מעשׂה מיט אַ פֿאָן. װי אַזױ איך, אַן אָרעמאַנס אַ ייִנגל, האָב באַקומען אױף שׂימחת־תּורה אַ פֿאָן, װי שװער זי איז מיר אָנגעקומען און װי גרינג איך האָב זי פֿאַרלױרן. גאָט האָט מיך געשטראָפֿט, איך האָב זי אױסגעקרענקט…

אַז איך בין געװען אַ קלײן ייִנגעלע, אַזױ װי איר, האָט מען מיך גערופֿן „טאָפּעלע טוטעריטו“, דאָס הײסט „קאָפּעלע קוקעריקו“. װײסט איר, פֿאַרװאָס? װײַל, ערשטנס, האָב איך געהאַט אַ דין קװיטשיק קולכל, װי אַ יונג האָנעכל, װאָס האָט נאָר־װאָס אָנגעהױבן צו קרײען, און צװײטנס, האָב איך ניט געקאָנט אױסרײדן קײן „קוף“ און קײן „כּף“ און קײן „גימל“, און װי אױף צו־להכעיס האָט מײן טאַטע באַדאַרפֿט הײסן קלמן, מײַן מאַמע ― גיטל קלמנס, איך ― קאָפּל גיטל קלמנס, און דער רבי ― גרשון גאָרגל דרדקי פֿון גאַלגאַניװקע.

― ייִנגעלע! װי אַזױ רופֿט מען דיך?

― מיך? טאָפּל דיטל טלמנס…

― העכער אַ ביסעלע!

― טאָפּל דיטל טלמנס!…

― נאָך העכער!

איך שרײַ הױך, אױף אַ קול:

― טאָ־פּל! די־טל! טל־מנס!

― און בײַ װעמען לערנסטו?

― בײַ װעמען לערן איך? בײַ דרשון דאָרדל דרדטי פֿון דאַלאַדאַניװטע!…