מעשׂיות פֿאַר ייִדישע קינדער: מתושלח

שלום עליכם (אַלע װערק)

מתושלח (אַ ייִדיש פֿערדל)

א

מתושלח ― אַזױ האָט מען אים אַ נאָמען געגעבן אין כּתרילעװקע דערפֿאַר, װאָס ער איז געװען אָנגעשטאָפּט מיט יאָרן, נישט געהאַט שױן קײן אײן צאָן אין מױל, אַ חוץ צװײ־דרײַ פּענקעס, װאָס מיט זײ פֿלעגט ער קױם מיט צרות קײַען ― אַבי ס'איז נאָר געװען װאָס. אַ הױכער, אַ מאָגערער, מיט אַן אָפּגעבאַרעטער פֿעל, מיט אַ צעהרגעטן רוקן, קאַליע אױגן, אױף אײנעם אַ בעלמע, דאָס אַנדערע רױטלעך. אױסגעקנעכלטע פֿיס, שפּיציקע קליבעס, אײַנגעפֿאַלענע זײַטן, די אונטערשטע ליפּ אַביסל אַראָפּגעלאָזט, װי פֿאַרװײנט, דער װײדל אַן אױסגעפֿליקטער ― אָט האָט איר זײַן פּאָרטרעט. און געדינט האָט ער אױף די עלטערע יאָרן אין כּתרילעװקע בײַ כּתריאל דעם װאַסער־פֿירער בײַם פֿעסל פֿאַר אַ פֿערדל.

בטבֿע איז מתושלח געװען אַ רויִקער, אַ האָרעפּאַשנער, נאָר אַן אױסגעהאָרעװעטער נעבעך. אָנגעטיאָפּקעט זיך דעם גאַנצן טאָג אין דער כּתרילעװקער לײמיקער בלאָטע און פֿאַרזאָרגט די שטאָט אױף אַ גאַנץ מעת־לעת מיט װאַסער, איז ער געװען צופֿרידן, אַז מע האָט אים אױסגעשפּאַנט פֿונעם פֿעסל, אונטערגעװאָרפֿן אַביסל שטרױ און פֿאַרביסן מיט אַ פּאָמעניצע, װאָס כּתרילעכע האָט אים אונטערגעטראָגן מיט אַזאַ פּנים, װי מע טראָגט אַ שטײגער אונטער זײער אַן אָנגעלײגטן גאַסט אַ פּאַלומעסיק מיט פֿיש, אָדער אַ שיסל מיט װאַרעניקעס. אױף דער דאָזיקער פּאָמעניצע פֿלעגט מתושלח אַרױסקוקן װי אױף עפּעס רעכטס, מחמת דאָרטן האָט זיך געפֿונען אַלע מאָל אַן אױסגעװײקט שטיקל ברױט, קאַשע אַביסל, וכדומה אַזעלכע װײכע זאַכן, װאָס מע פֿאַרשפּאָרט צו זײ צײן. דעם גאַנצן טאָג האָט כּתרילעכע געזאַמלט פֿון מתושלחס װעגן, געװאָרפֿן אין פּאָמעניצע אַרײַן װאָס ס'איז איר געקומען אין די הענט אַרײַן, ― לאָז דאָס פֿערדל נעבעך האָבן װאָס צו עסן, ― און מתושלח, אַז ער האָט איבערגעביסן, האָט ער זיך אױסגעדרײט מיטן פּנים צום פֿעסל מיטן הינטן, מחילה, צו כּתרילעכען, װי אײנער רעדט: „אַ דאַנק אײַך פֿאַר אײַער זאַלץ און ברױט“… בשעת־מעשׂה אַראָפּגעלאָזט די אונטערשטע ליפּ נאָך נידעריקער, דאָס זעענדיקע אױגל צוגעמאַכט און אַרײַנגעלאָזט זיך אין טיפֿע פֿערדישע געדאַנקען.

ב

מײנט נישט פֿונדעסטװעגן, אַז אַלע מאָל, זינט מתושלח איז אַ פֿערד, איז ער געװען אַזױ, װי ער װערט דאָ אױסגעמאָלט. אַמאָל, אין די יונגע יאָרן, בשעת ער איז נאָך געװען אַ לאָשיקל און נאָכגעלאָפֿן דער מאַמען נאָכן װאָגן, האָט ער זיך געשניטן גאָר אױף אַ גוט פֿערדל, מבֿינים האָבן אױף אים געזאָגט נבֿיאות, אַז עס װעט פֿון אים אױסװאַקסן אַ פֿערדל גאָר אױף חידושים. „אָט װעט איר זען, ― האָבן זײ געזאָגט ― ער װעט נאָך גײן אַמאָל געשפּאַנט אין אַ קאַרעטע מיט די שענסטע מיט די בעסטע פֿערד!“…

אַז דאָס לאָשיקל איז אױסגעװאַקסן און געװאָרן אַ פֿערדל, האָט מען דעם מחילה אָנגעטאָן אַ צײַמל און אַרױסגעפֿירט אױפֿן יריד, אַװעקגעשטעלט צװישן אַ גוזמא פֿערד, דורכגעטריבן אים אַ מאָל פֿופֿציק הין און צוריק, געקוקט אים אַלע מינוט אין די צײן אַרײַן, אױפֿגעהױבן די פֿיס און באַטראַכט די קאָפּיטעס ― און איבערגעגעבן אים פֿון אײנעם צום אַנדערן.

פֿון דעמאָלט אָן הײבט זיך אָן פֿאַר אים אַ לאַנגער גלות. אַ נע־ונד זײַן פֿון אײן אָרט אױפֿן אַנדערן, אַ בײַטעניש פֿון אײן בעל־הבית צום אַנדערן, אַ שלעפּן פֿון גרױסע שװערע װאָגנס מיט דרײַסיק פּוד משׂא, אַ טיאָפּקען ביזן בױך אין דער בלאָטע, און אַ סדרה פֿון בײַטשן, שטעקנס מיט קלעפּ אין זײַט אַרײַן, אין קאָפּ און אין די פֿיס און אין אַנדערע ערטער.

ג

אַ שטיק צײַט איז ער געגאַנגען אין דישל בײַ אַ פּאָטשטאָװע װאָגן אונטערן גלאָק, װאָס האָט אים ניט אױפֿגעהערט צו קלינגען אין די אױערן אַרײַן: גלין־גלין־גלאָן! גלין־גלין־גלאָן! און געלאָפֿן משוגענערװײַז הין און צוריק אַלץ אױף אײן טראַקט. נאָכדעם איז ער אַריבער צו אַ פּראָסטן בעל־הגוף, װאָס האָט געאַרבעט מיט אים כּל עבֿודת־פּרך: געאַקערט און געזײט, געפֿירט אַ מוראדיקן װאָגן מיט תּבֿואה, אַ פֿאַס װאַסער, אַ װאָגן מיט מיסט, פֿערדישקײט און קוענקײט וכדומה אַזעלכע גראָבע אַרבעט, צו װעלכע ער איז כּלל נישט געװױנט געװאָרן. פֿון דאָרטן איז ער אַרײַנגעפֿאַלן צו אַ ציגײַנער אין די הענט אַרײַן; האָט מיט אים דער ציגײַנער געמאַכט אַזעלכע זאַכן, מיאוסע סגולות צום לױפֿן. װאָס ער װעט זײ ניט פֿאַרגעסן װײַל ער װעט לעבן!… פֿונעם ציגײַנער איז ער אַריבער אין אַ טאַבון אַרײַן מיט נאָך אַ סך פֿערד, און פֿון דאָרטן איז ער אין אַ קורצער צײַט מגולגל געװאָרן קײן מאַזעפּעװקע צו אַ בעל־עגלה מיט אַ שװערן װאָגן, געקאָװעט אין אײַזן, מיט אַ סך גלעקלעך און מיט אַ משונה־מאָדנע צעשמידערטע סוכּה, װאָס מע רופֿט דאָס „בױד“. דאָ, בײַם בעל־עגלה מיט דער בױד, האָט ער געכאַפּט בײַטשן מיט שטעקנס אָן אַ שיעור, גלײַך װי אַ פֿערדישע פֿעל איז פֿון לעדער ― ניט פֿון בלוט און פֿלײש, גלײַך װי פֿערדישע זײַטן זײַנען פֿון אײַזן ― ניט פֿון בײנער. װײ־װײ, װיפֿל מאָל פֿלעגט זיך מאַכן, אַז קױם־קױם װאָס ער פּלאָנטעט מיט די פֿיס, פֿילט װי אָפּצװענגעס ציִען אים פֿאַר די ליטקעס, און אין בױך אַ שװערע משׂא, עפּעס װי אַ קנױל ― און ער, דער אַכזרישער בעל־עגלה, ― „נאָ“ און „װיאָ“, און אַ שמיץ מיט דער בײַטש, און אַ זעץ מיט דער פּוזשעלע, ― טאָמער װײסט איר װאָס?

אַ שטיקל גליק כאָטש, װאָס בײַ דעם בעל־עגלה איז אײַנגעפֿירט אײן טאָג אין דער װאָך אַזעלכער, װאָס מע שטײט אױף אײן אָרט, מע שטײט און מע קײַט און טאָן טוט מען גאָרניט. מתושלח פֿלעגט ניט אײנמאָל פֿאַרקלערן זיך; זײַן פֿערדישער מוח האָט נישט געקאָנט משׂיג זײַן: װאָס איז דער שׂכל פֿונעם דאָזיקן טאָג, װאָס מע רירט זיך ניט פֿונעם אָרט? און פֿאַרװאָס זאָל ניט זײַן אַזױ כּסדר? ― פֿלעגט ער זיך טראַכטן, אױפֿשטעלן די אױערן, צומאַכן אײן אױגל און קוקן אױף זײַנע צװײ חבֿרים, װאָס זײַנען געשטאַנען מיט אים צוגעבונדן צו אײן בױד.

ד

פֿונעם בעל־עגלה מיטן בײַדל איז ער אַרײַנגעקומען אין אַ דרעשמאַשין, געאַרבעט עבֿודת־פּרך, זיך געדרײט גאַנצע טעג אַרום אַ ראָד, זיך אָנגעגעסן גוט מיט פּאָראָך און מיט פּאָלאָװע, װאָס איז אים געקראָכן אין נאָז אַרײַן, אין מױל און אין די אױגן אַרײַן, און פֿאַרדולט געװאָרן פֿונעם טראַך־טאַרעראַך. „װאָס װעט זײַן פֿונעם דרײען זיך? ― פֿלעגט ער זיך ניט אײן מאָל טראַכטן און װעלן אָפּשטעלן זיך אױף אַ מינוט. ― װער האָט דאָס אױסגעקלערט דעם שׂכל פֿון דרײען זיך אױף אײן אָרט?“… מע האָט אים אָבער לאַנג נישט געלאָזט טראַכטן; פֿון הינטן איז געשטאַנען אײנער מיט אַ בײַטש און נישט אױפֿגעהערט צו הוקען אױף אים: הו־הי! הו־הי!… „פּרא־אָדם אײנער! ― טראַכט ער זיך און כאַפּט אַ קוק מן־הצד אױף יענעם װאָס מיט דער בײַטש. ― איך װאָלט אַ בעלן געװען זען, מע זאָל דיך אײַנשפּאַנען אָט־אַ־דאָ אין רער ראָד און אונטערשמײַסן דיך דו זאָלסט דיך דרײען אָן אַ שום טאָלק!“…

סע פֿאַרשטײט זיך, אַז פֿון אַזאַ מין דרײען זיך אין שטענדיקן פּאָראָך איז ער אַרױס נעבעך אַ קאַליקע, אױף אײן אױג אַ בעלמע, דאָס אַנדערע אַביסל רױטלעך, און אױף די פֿיס איז ער אױך געװאָרן אַביסל געכאַפּט. מיט אַזאַ שאַרפֿן חסרון האָט ער שױן געטױגט אױף זיבן און נײַנציק כּפּרות; האָט מען אים אַרױסגעפֿירט װידעראַמאָל אױפֿן יריד, טאָמער װעט מען אים קאָנען עמעצן פֿאַרטאָן. מע האָט אים גאַנץ פֿײַן אױסגעקעמט, אױסגעפּוצט, דעם װײדל כּלומרשט אונטערגעבונדן און די קאָפּיטעס צוגעפֿאַרבט מיט פֿעטן; ― עס האָט אָבער נישט געהאָלפֿן, אַ װעלט נאַרט מען נישט. װיפֿל מע האָט אים נישט געמוטשעט, ער זאָל זיך בחורן, האַלטן דעם קאָפּ מיט גדלות, ― ער האָט געטאָן זײַנס: אַראָפּגעלאָזט דעם קאָפּ מיט גרױס עניװת, די פֿיסלעך אױסגעקנעכלט, די אונטערשטע ליפּ אַראָפּגעלאָזט אַ ביסעלע אױף אַ זײַט, און פֿון אײן אױג געלאָזט אַ טרער… נײן. עס האָבן זיך שױן נישט געפֿונען אױף אים קײן בעלנים! אַ פּאָר מענטשן זײַנען צוגעגאַנגען צו אים, שױן אַפֿילו אין מױל אַרײַן נישט געקוקט, נאָר אַזױ אַ מאַך געטאָן מיט דער האַנט אױף אים איבער דער מאָרדע, אױסגעשפּיגן און אַװעקגעגאַנגען. אײנער האָט זיך יאָ אָפּגעריסן אַ בעלן, נאָר נישט אױף אים ― אױף זײַן פֿעל. מע האָט אָבער נישט געקאָנט דורכקומען פֿאַרן מקח; יענער, דער פֿעלהענדלער, האָט באַװיזן אַ חשבון, אַז עס לױנט נישט: דאָס אָפּפֿירן אים, דאָס אומװאַלגערן מיטן אָפּשינדן װעט קאָסטן מער װיפֿל די פֿעל איז װערט.

ס'איז אים אָבער באַשערט געװען, אַ פּנים, אַ גוטע עלטער, איז אונטערגעשפּרונגען כּתריאל דער װאַסערפֿירער און האָט אים געבראַכט צו פֿירן קײן כּתרילעװקע.

ה

ביז אַהער איז כּתריאל דער װאַסערפֿירער, אַ ייִד אַ ברײטבײניקער, מיט אַ צעפּלאַצטער נאָז און מיט אַ באַװאַקסן פּנים פֿון אױבן ביז אַראָפּ, געװען אַלײן דער װאַסערפֿירער און אַלײן דאָס פֿערדל, דאָס הײסט, ער האָט זיך אַלײן אײַנגעשפּאַנט מחילה אין פֿעסל און צעפֿירט איבער דער שטאָט דאָס װאַסער. װיפֿל כּתריאל איז פֿאַרשװאַרצט געװאָרן דאָס גאַנצע לעבן זײַנס, האָט ער קײנעם נישט מקנא געװען אױף דער װעלט; נאָר אַז ער האָט געזען עמעצן פֿאָרן מיט אַ פֿערד, פֿלעגט ער זיך אָפּשטעלן און לאַנג־לאַנג נאָכקוקן יענעם די טריט. זײַן אײנציקער װוּנטש אױף דער װעלט איז געװען: גאָט זאָל אים העלפֿן, ער זאָל קאָנען זיך צושלאָגן צו אַ פֿערדל. נאָר װיפֿל ער האָט נישט געקליבן, האָט ער נישט געקאָנט דערשלאָגן זיך צו אַזאַ קאַפּיטאַל, װאָס ער זאָל דערױף קאָנען קױפֿן אַ פֿערדל. פֿונדעסטװעגן האָט ער נישט דורכגעלאָזט קײן יריד, ער זאָל ניט דורכגײן צװישן די פֿערדלעך, גלאַט אַזױ אַ קוק טאָן, װי זאָגט מען: אַ טאַפּ אין װאָגן. דערזען אַן אומגליקלעך, פֿאַרװאָגלט, דערשלאָגן פֿערדל שטײן אין מיטן יריד אָן אַ צײַמל, נישט צוגעבונדן אין ערגעץ, האָט זיך כּתריאל אָפּגעשטעלט. דאָס האַרץ האָט אים געזאָגט, אַז דאָס פֿערדל באַדאַרף זײַן אָנגעמאָסטן פֿאַר זײַן געלט.

כּך הוה. ער האָט זיך לאַנג נישט באַדאַרפֿט דינגען; כּתריאל האָט גענומען דאָס פֿערדל און איז מיט אַ פֿרײלעך האַרץ געלאָפֿן אַהײם. געקומען אַהײם, האָט ער אָנגעקלאַפּט אין דער טיר פֿון דרױסן. איז אַרױסגעגאַנגען כּתרילעכע אַ דערשראָקענע.

― װאָס איז דאָס? גאָט איז מיט דיר!

― געקױפֿט, װי איך בין אַ ייִד, געקױפֿט!

כּתריאל און כּתרילעכע האָבן נישט געװוּסט, װוּ מע זאָל אַהינטאָן דאָס פֿערדל. זײ זאָלן זיך ניט שעמען פֿאַר די שכנים, װאָלטן זײ דאָס אַרײַנגעפֿירט אין שטוב אַרײַן. גיך איז באַשאַפֿן געװאָרן אַביסל שטרױ אין הײ, און כּתריאל מיט כּתרילעכען האָבן זיך אַװעקגעשטעלט, זיך געשפּיגלט אינעם פֿערדל, זיך גאָר נישט געקאָנט אָנקוקן.

אױך די שכנים זײַנען זיך צונױפֿגעקומען אָנקוקן די כּשרע מציאה, װאָס כּתריאל האָט געבראַכט צופֿירן פֿונעם יריד; מע האָט געלאַכט פֿונעם פֿערדל, געמאַכט חוזק; עס זײַנען געפֿלױגן װערטלעך אַלערלײ, װי געװײנלעך. דער האָט געזאָגט אַ חכמה, אַז דאָס פֿערדל איז גאָרנישט קײן פֿערדל, נאָר אַ „מױל־אײזל“! און דער אַנדערער האָט געזאָגט: װאָסער מױל־אײזל? ס'איז גאָר אַ קאַץ! דער דריטער האָט געזאָגט: ס'איז אַ רוחניות, מע באַדאַרף דאָס היטן פֿון אַ װינט, װאָרעם אַ רעכטער װינט קאָן דאָס חלילה אַװעקטראָגן.

― װיפֿל קאָן דאָס אַלט זײַן? ― האָט אײנער אַ פֿרעג געטאָן.

― מער װיפֿל כּתריאל מיט כּתרילעכען אינאײנעם.

― מתושלחס יאָרן.

― מתושלח!

און פֿון דעמאָלט אָן איז אים פֿאַרבליבן דער נאָמען „מתושלח“ עד־היום הזה.

ו

דערפֿאַר איז אים אָבער געװען בײַ כּתריאל דעם װאַסערפֿירער אַזױ װי נאָך קײנמאָל נישט, אַפֿילו גאָר אין די גוטע יאָרן. ערשטנס, איז די אַרבעט עפּעס נאָר אַ געלעכטער און גענוג. שלעפּן אַ פֿעסל װאַסער און בײַ יעדער שטוב אָפּשטעלן זיך ― אױך מיר אַן אַרבעט! און דער בעל־הבית איז עפּעס גאָר אַ דימענט. אַ מענטש זאָל זיך ניט צורירן, קײן הױכן געשרײ נישט טאָן, האַלטן אַ בײַטש פֿון יוצא װעגן! הײַנט דאָס עסן. אמת, קײן האָבער קוקט ער נישט אָן: נאָר צו װאָס טױג אים דער האָבער, אַז ער האָט במילא נישט מיט װאָס צו קײַען? נישט גלײַכער שױן די פּאָמעניצע מיט די װײכע שטיקלעך ברױט, װאָס כּתרילעכע

טראָגט אים אַלע טאָג אַקעגן? און נישט אַזױ די פּאָמעניצע, װי דאָס דערלאַנגען די פּאָמעניצע. מע באַדאַרף זען, װי כּתרילעכע שטײט בשעת־מעשׂה צונױפֿגעלײגט די הענט אױפֿן האַרצן און קלײַבט נחת פֿון מתושלחן, װי ער עסט דאָס, קײן עין־הרע ניט. קומט בײַנאַכט, בעט מען אים אױס אין הױף אַביסל שטרױ און מע גײט אַרױס אַלעמאָל אָדער כּתריאל אָדער כּתרילעכע געװאָר װערן, צי מע האָט אים חלילה ניט אַװעקגעלקחנט. גאַנץ פֿרי, אַז גאָט אַלײן שלאָפֿט נאָך, איז שױן כּתריאל בײַם פֿערדל. ער שפּאַנט דאָס אײַן פּאַװאָלינקע אין פֿעסל, זעצט זיך אױף און פֿאָרט צום טײַך נאָך װאַסער און זינגט בשעת־מעשׂה מיט אַ משונה־מאָדנעם ניגון:

אַשרי האיש אַשר לא הלך

„אַז װױל איז דעם מענטשן, הײסט דאָס, װאָס גײט נישט צופֿוס“… און אַז ער גיסט אָן דאָס פֿעסל מיט װאַסער, גײט ער שױן צוריקװעגס צו־פֿוס אָן אַ ניגון, טיאָפּקעט גלײַך מיט מתושלחן אין דער בלאָטע, דרײט מיט דער בײַטש: ― „נו זשע, מתושלח, ריר זיך, ריר זיך!“

מתושלח שלעפּט די פֿיס פֿון דער בלאָטע, שאָקלט מיטן קאָפּ און כאַפּט אַ קוק מיטן אײנציקן אױגל אױפֿן בעל־הבית און טראַכט זיך בשעת־מעשׂה: „זינט איך בין אַ פֿערד, האָט זיך מיר נאָך ניט געטראָפֿן דינען בײַ אַזאַ משונה־מאָדנע בריאה!“ און דאָס פֿערדל איז זיך מישבֿ, טוט זיך אַ רוק אױף די הינטערשטע פֿיס און שטעלט זיך אָפּ אױף אַ טשיקאַװעס אין מיטן דער בלאָטע, װי אײנער רעדט: „אַנו, לאָמיר אינמיסטן זען, װאָס װעט זײַן דערפֿון?“… דערזען, אַז דאָס פֿערדל האָט זיך פּלוצעם אַנידערגעשטעלט, הײבט אָן כּתריאל אַרומדרײען זיך אַרום פֿעסל, באַטראַכטן די רעדער, די אַקסן, די שטריקלעך; און מתושלח, אױסגעדרײט דעם קאָפּ צו כּתריאלן און אַ מאַך מיט די ליפּן, װי אַ שמײכל געטאָן, טראַכט ער זיך: „אַ טיפּש אָט דער װאַסערפֿירער! אַ חושים, אַ פּראָסטע בהמה!“…

ז

ס'זאָל כּסדר זײַן גוט אױף דער װעלט ― דאָס איז ניט פֿאַראַן. אױף װיפֿל מתושלח האָט זיך געפֿילט גליקלעך אױף דער עלטער בײַ כּתריאלן און כּתרילעכען, אַזױ פֿיל איז ער אױסגעריסן געװאָרן, אױסגעשטאַנען צרות, יסורים און בזיונות פֿון זײערע קינדער, פֿון זײערע שכנימס קינדער און פֿון גלאַט קינדער.

פֿון דער ערשטער מינוט אָן, װאָס מע האָט אים געבראַכט צופֿירן, און קלײנװאַרג האָט אים דערזען, האָבן זײ באַקומען צו אים עפּעס אַ מין… נישט קײן שׂינאה חס־ושלום ― אַדרבה, פֿאַרקערט, זײ האָבן אים דװקא ליב געהאַט; נאָר די דאָזיקע ליבשאַפֿט איז געװען פֿאַר מתושלחן אַ שחיטה. הלװאַי װאָלטן זײ אים בעסער װינציקער ליב געהאַט און אַביסל מער אױף אים רחמנות געהאַט…

דאָס ערשטע האָבן אים כּתריאלס קינדער, באָרװעסע תּלמוד־תּורה־ייִנגלעך, אױסגעפּרוּװט, אַז קײנער האָט ניט געזען, צי פֿילט ער אַזױ, װי אַ מענטש, צי נײן? האָבן זײ אים געפּרוּװט פֿון דער גרינג מיט אַ שטעקל איבער דער פֿעל ― נײן; אַ קיצל איבער די פֿיס ― נײן; אַ שנאָל איבערן אױער ― קױם־קױם. ערשט נאָכדעם, אַז זײ האָבן אים געפּרוּװט מיט אַ שטרױעלע איבערן װײַסן אױגל מיט דער בעלמע, האָבן זײ ערשט דעמאָלט דערזען, אַז ער פֿילט װי אַ מענטש. מחמת ער האָט געגעבן אַ פּינטל מיט די אױגן און אַ מאַך מיטן קאָפּ, הין און צוריק, װי אײנער רעדט: „נײן, דאָס ניט, דאָס געפֿעלט מיר ניט“… װיבאַלד אַזױ, האָבן זײ שױן דערטאַפּט אַ ריטל פֿון אַ בעזעם און האָבן אים אַרײַנגערוקט טיף אין נאָז אַרײַן. האָט מתושלח געגעבן אַ שפּרונג און אַ טאַנץ און אַ פּאָרשקע מיט דער נאָז. איז אַרױסגעלאָפֿן כּתריאל מיט אַ גװאַלד:

― שקצים, עכבראָשים, װאָס פּאָרעט איר זיך מיטן פֿערד? אין חדר אַרײַן, הולטײַעס!

און חבֿרה האָבן גענומען די פֿיס אױף די פּלײצעס און זײַנען אַװעק אין חדר, דאָס הײסט, אין דער תּלמוד־תּורה אַרײַן.

ח

דאָרט, אין דער תּלמוד־תּורה, איז געװען אײנער אַ ראובֿעלע אַ ספּריטאָװע ייִנגל, אַ מזיק. זאָל גאָט שומר־ומציל זײַן! אױף אים האָט זײַן אײגענע מאַמע אַלײן געזאָגט, אַז „אַזעלכע קינדער זאָל מען געדיכט זײען און שיטער אױפֿגײן“. זײַן עבֿודה איז געװען אײַנעסן זיך איטלעכן באַזונדער אין די בײנער אַרײַן. װוּ אַ בױדעם, װוּ אַ קעלער ― איז ער געװען אױסן. טרײַבן הינער, גענדז אָדער קאַטשקעס, שרעקן ציגן, מוטשען קעץ, שלאָגן הינט, פֿון חזירים שמועסט מען ניט ― דאָס איז בײַ אים געװען דאָס חיות! די קלעפּ פֿון דער מאַמע, די שמיץ פֿונעם תּלמוד־תּורה־מלמד און די פּעטש פֿון װילד־פֿרעמדע זײַנען געװען אַרױסגעװאָרפֿן, און די קללות, װאָס מע האָט אין אים אַרײַנגעלײגט ― װי אַן אַרבעס אין װאַנט אַרײַן. אָט דאַכט זיך, האָט מען אים געפּאַטשט, אָט דאַכט זיך, האָט ער געװײנט מיט טרערן, זיך נאָר אָפּגעקערעװעט אָן אַ זײַט ― אַהאַ! ראובֿעלע האָט שױן אַרױסגעשטעלט אַ צונג. געמאַכט אַ װײַנשעלע פֿון דער אונטערשטער ליפּ, אָדער פּאַכיר פֿון די באַקן. און צװײ באַקן האָט ער געהאַט, װי די פּאַמפּעשקעס. געװען תּמיד געזונט און שטענדיק פֿרײלעך; דאָס װאָס די מאַמע איז אַ װיסטע אַלמנה און מוטשעט זיך, װי אױפֿן טױט, און צאָלט פֿאַר אים אַ קערבל אַ זמן שׂכר־לימוד ― דאָס איז ניט זײַן עסק.

אַז ראובֿעלע איז געװאָר געװאָרן פֿון כּתריאלס קינדער אַז זײער טאַטע האָט געבראַכט צופֿירן פֿונעם יריד אַ פֿערדל און סע הײסט מתושלח, איז ער אױפֿגעשפּרונגען אױף אַ בענקל, אַ װיש געטאָן דאָס נעזל מיט בײדע הענט הין און צוריק און אױסגערופֿן בקול־רם:

― קינדער, מיר האָבן שױן אַ „סמיטשיק“!

צו באַמערקן, אַז ראובֿעלע האָט פֿון קינדװײַז אָן ליב געהאַט כּלי־זמר, אױסגעגאַנגען נאָך אַ פֿידל, טאַקע ממש עס האָט זיך אים געעקט דאָס חיות, אַז ער האָט דערהערט שפּילן. און דערצו האָט ער געהאַט אַ שײן קולכל, געקענט אַלע ניגונים אױף אױסװײניק. ער האָט אַנדערש ניט גערעכנט, אם־ירצה־השם, אַז ער װעט אױסװאַקסן אַ גרױסער, װעט ער זיך קױפֿן אַ פֿידל און װעט שפּילן טאָג װי נאַכט אױפֿן פֿידל. דערװײַל האָט ער זיך געמאַכט פֿון אַ שטיק האָלץ אַ קלײן פֿידעלע, מיט פֿאָדעם אױפֿן אָרט פֿון סטרונעס, דערבײַ געכאַפּט גוטע קלעפּ פֿון דער מאַמען.

― אַ כּלי־זמר װעט פֿון דיר אױסװאַקסן? ניט דערלעבן זאָל איך דאָס!

פֿאַרנאַכט, אַז חײם־חנא דער תּלמוד־תּורה־מלמד האָט צעלאָזט די תּלמידים, זײַנען זײ אַלע געגאַנגען מקבל־פּנים זײַן כּתריאל דעם װאַסערפֿירערס פֿערדל. דער ערשטער האָט אַרױסגעזאָגט זײַן מײנונג ראובֿעלע, אַז דאָס פֿערדל איז אַן אױסגעצײכנט פֿערדל, עס װעט געבן סטרונעס פֿונעם װײדל װיפֿל מע װעט באַדאַרפֿן. אַ סימן, אָט װעלן מיר באַלד אַ פּרוּװ טאָן!

און ראובֿעלע האָט זיך פֿאַרגנבֿעט צו מתושלחן פֿון הינטן און האָט אָנגעהױבן שלעפּן בײַ אים פֿונעם װײדל. כּל־זמן ראובֿעלע האָט געשלעפּט די האָר אײנציקװײַז, איז מתושלח געשטאַנען רויִק, װי אײנער רעדט: „אַ האָר פֿונעם װײדל? װאָס קען דאָס מיר שאַטן? טאָ, אױך די אײגענע מעשׂה, װעט זײַן װינציקער מיט אַ האָר!“… נאָר אַז ראובֿעלע האָט זיך צוגעכאַפּט צום װײדל, אָנגעהױבן רײַסן מיט אַמאָל אַ גאַנצן זשמוט, האָט דאָס שױן מתושלחן גוט פֿאַרדראָסן, װי אײנער רעדט: „לאָז אַרײַן אַ חזיר אין שטוב. קריכט ער אױפֿן טיש“… און נישט לאַנג געטראַכט, האָט ער דערלאַנגט ראובֿעלען מיט דעם הינטערשטן פֿוס גלײַך אין די צײן אַרײַן און האָט אים צעהאַקט די ליפּ אױף צװײען.

― אַ מיצװה, אַ דונער איז מיר! זײער רעכט, אַ שלאַק איז מיר! קריך נישט, װיסט איז מיר!

אַזױ האָט געזאָגט די מאַמע זײַנע, יענטע די לעפּטשיכע, געלײגט אים קאַלט װאַסער צו דער צעהאַקטער ליפּ, געװײנט, געבראָכן די הענט, געלאָפֿן צו כיענע דער רופֿאטע, אײַנגעלײגט די װעלט.

ט

ראובֿעלע איז געװען, ברוך־השם, אַזאַ קינד, װאָס אַלצדינג האָט זיך אױף אים פֿאַרהײלט גיך, „„װי אױף אַ הונט“. אײדער מע האָט זיך אַרומגעקוקט, איז שױן די ליפּ בײַ אים װידער צונױפֿגעװאַקסן געװאָרן. גלײַך װי גאָרנישט געװען, און ער האָט צוגעטראַכט גאָר אַ נײַע זאַך: מע באַדאַרף זיך אַמאָל דורכפֿאָרן רײַטנדיק אױף מתושלחן, און דװקא אַלע תּלמוד־תּורה־ייִנגלעך מיטאַמאָל. נאָר װען און װיִאַזױ מאַכט מען דאָס אָפּ, אַז קײנער זאָל ניט װיסן? איז ראובֿעלע געפֿאַלן אױף אַ שׂכל, אַז דאָס איז גוט נאָר שבת בײַ טאָג, בשעת דער עולם עסט־אָפּ און לײגט זיך שלאָפֿן, דעמאָלט כאָטש נעם און טראָג אַרױס גאַנץ כּתרילעװקע מיט האַק און פּאַק. האָט זיך אַפֿילו אײנער, אַ תּלמוד־תּורה־ייִנגל, געשטעלט אַקעגן: „װיִאַזױ פֿאָרט דאָס אַ ייִד אום שבת?“ האָט מעשׂיות פֿאַר ייִדישע קינדער 87

אים ראובֿעלע דערױף געענטפֿערט: ― „בהמה! דאָס הײסט דען געפֿאָרן? דאָס װערט אָנגערופֿן געשפּילט זיך“…

ס'איז געקומען שבת בײַ טאָג, דער עולם האָט אָפּגעגעסן, געלײגט זיך שלאָפֿן, און כּתריאל מיט כּתרילעכען בתוכם, האָבן זיך חבֿרה פּאַװאָליע אַרײַנגעגנבֿעט צום װאַסערפֿירער אין הױז אַרײַן, און ראובֿעלע האָט גענומען אױספּוצן מתושלחן װי װײַט מעגלעך. קודם־כּל האָט ער אים פֿאַרפֿלאָכטן די גריװע, געמאַכט עטלעכע צעפּלעך, באַפּוצט מיט שטרױעלעך; נאָכדעם האָט ער אים אָנגעטאָן אױפֿן קאָפּ אַ װײַסן פּאַפּירענעם ספּאָדיק, צוגעבונדן אױפֿן האַלדז מיט בענדלעך; און אַחרי־כּכלות־הכּל האָט ער אים אָנגעהאַנגען פֿון הינטן אַן אַלטן בעזעם, בכדי דער װײדל זאָל אױסקומען שענער און לענגער. און חבֿרה האָבן אָנגעהױבן זעצן זיך, קריכן אױף מתושלחן אײנס איבערן אַנדערן; װער עס האָט פֿאַרכאַפּט אַן אָרט פֿריִער, דער איז געזעסן אױפֿן פֿערד, און די איבעריקע װעלן זיך שױן זעצן נאָכדעם, נאָר דערװײַל זײַנען זײ נאָכגעגאַנגען פֿון הינטן, געהאָלפֿן אונטערשרײַען מתושלחן, ער זאָל גײן אַביסל גיכער, און געזונגען:

„כּכה יעשׂה לסוס אַשר ראובֿעלע חפֿץ ביקרו!“

מתושלח האָט אָבער קײן חשק ניט געהאַט לױפֿן און איז זיך געגאַנגען טריט בײַ טריט, װאָרעם, ערשטנס, װאָס האָט ער קײן צײַט ניט? והשנית, איז דאָך עפּעס הײַנט אַ טאָג פֿון רוען! ראובֿעלע האָט אָבער ניט אױפֿגעהערט צו טרײַבן דאָס פֿערדל, נאָקען, װיאָקען און טיוקען און שרײַען מיט אַלע כּוחות אױף דער איבעריקער חבֿרה:

― אַ רוח אין אײַער טאַטנס טאַטן אַרײַן, װאָס שװײַגט איר?!

און מתושלח איז זיך אַלץ געגאַנגען טריט בײַ טריט. זיך געטראַכט בשעת־מעשׂה: „קונדסים שפּילן זיך, טאָ, לאָזן זײ זיך שפּילן“…

נאָר אַז חבֿרה האָבן אים שטאַרק אָנגעהױבן דאָקוטשען, אונטערטרײַבן און מאַכן מיט די הענט, האָט מתושלח אָנגעהױבן גײן גיכער, און אַז ער האָט אָנגעהױבן צו גײן גיכער, האָט אים הינטן דער בעזעם אָנגעהױבן שלאָגן אין די פֿיס אַרײַן; האָט ער אָנגעהױבן לױפֿן נאָך גיכער, האָט אים דער בעזעם אָנגעהױבן צו שלאָגן נאָך שטאַרקער; האָט ער אָנגעהױבן שפּרינגען, האָבן חבֿרה געקװעלט, און ראובֿעלע האָט זיך אונטערגעהעצקעט און געשריגן: האָפּ־האָפּ־האָפּ! אַזױ לאַנג געהאָפּקעט, ביז זײ האָבן אָנגעהױבן פֿאַלן אײנציקװײַז, װי די האָלישקעס. און אַז מתושלח האָט זײ אַלעמען אַראָפּגעװאָרפֿן און דערפֿילט, אַז ער איז פֿרײַ, האָט ער ערשט דעמאָלט, אָנגעהױבן לױפֿן משוגענערװײַז. און איז געשמײַדיק געלאָפֿן און געלאָפֿן ביז אױף יענער זײַט מילן, העט־העט הינטער דער שטאָט אַרױס.

דערזען לױפֿן אַ משונה־מאָדנע פֿערדל מיט אַ פּאַפּירענעם ספּאָדיק, האָבן די שקצים די פּאַסטעכער געמאַכט אַ העץ אױף אים, אָנגעהױבן אים נאָכלױפֿן, װאַרפֿן מיט שטעקנס, און האָבן אָנגערײצט אױף אים די הינט. יענע, די כּלבֿים הײסט דאָס, האָבן זיך דװקא ניט געלאָזט לאַנג בעטן און האָבן גענומען יאָגן זיך נאָך אים, בײַסן און רײַסן; עטלעכע האָבן אים אָנגענומען הינטן, בײַ די ליטקעס; עטלעכע האָבן אים אָנגעכאַפּט פֿון פֿאָרנט, בײַם גאָרגל, מתושלח האָט אַזש אָנגעהױבן כראָפּען. אַזױ לאַנג, אַזױ ברײט ― ביז זײ זײַנען אים דערגאַנגען דעם עק.

י

אױף מאָרגן האָבן שױן חבֿרה געהאַט זײער ערלעך אױסקומעניש. אַחוץ דעם, װאָס זײ האָבן זיך צעשלאָגן די נעז און צעבײַלט די שטערנס פֿונעם פֿאַלן, האָבן זײ געכאַפּט פּעטש אין דער הײם און שמיץ פֿון חײם־חנא דעם מלמד. און מער פֿון אַלעמען האָט געלײזט, געװײנלעך, ראובֿעלע, מחמת אַלע איבעריקע ייִנגלעך, אַז מע האָט זײ געשמיסן, האָבן זײ כאָטש געװײנט, און ראובֿעלע האָט, פֿאַרקערט, גאָר געלאַכט. האָט מען דאָך אים נאָך מער געקאַטעװעט; נאָר װאָס מער מע האָט אים געשלאָגן, האָט ער מער געלאַכט, און װאָס מער ער האָט געלאַכט, האָט מען מער געשלאָגן, ― אַזױ לאַנג, ביז חײם־חנא דער מלמד האָט זיך אַלײן אױך צעלאַכט, און אױף אים קוקנדיק ― אַלע תּלמידים. ס'איז געװאָרן אַזאַ געלעכטער, אַז אַלע שכנים זײַנען זיך צונױפֿגעקומען. און גלאַט מענטשן, ייִדן און װײַבער, ייִנגלעך און מײדלעך פֿון דער גאַס: „װאָס איז? װאָס איז דער געלענדער? װאָס לאַכט מען װאָס?“ האָט זײ קײנער נישט געקאָנט ענטפֿערן קײן װאָרט, מחמת מע האָט זײער שטאַרק געלאַכט. האָבן יענע, די פֿרישע מענטשן, זיך אױך אָנגענומען פֿונעם געלעכטער און האָבן אױך אָנגעהױבן צו לאַכן; האָבן יענע די ערשטע, אָנגעהױבן לאַכן נאָך שטאַרקער, און יענע, די פֿרישע, אױף זײ קוקנדיק, נאָך שטאַרקער, ― הכּלל, מע האָט זיך פּשוט געקאַטשעט אױף די בײַכער, געהאַלטן זיך בײַ די זײַטן לאַכנדיק.

. . . . . . . . . . . . . . . . . . . .

נאָר צװײ מענטשן האָבן נישט געלאַכט. דאָס זײַנען געװען: כּתריאל דער װאַסערפֿירער און זײַן װײַב כּתרילעכע. אַ קינד, חלילה, אַז עס גײט אַװעק פֿון שטוב, װײס איך ניט, אױב מע באַדאַרף אַזױ פֿיל װײנען, װיפֿל כּתריאל מיט כּתרילעכען האָבן געװײנט אױף זײער גרױסן שאָדן, אױף זײער אָרעם פֿערדל נעבעך, אױף מתושלחן.

געשריבן אין יאָר 1902

כּפּרות

א

דעם ערשטן טאָג ראָש־השנה נאָך, אַז דער עולם איז געגאַנגען צו תּשליך, האָט מען געקאָנט באַמערקן אַ מחנה עופֿות, הינער, אַלטע קװאָקעס און יונגע הינדעלעך מיט האָנעכלעך לױפֿן אין די הינטערגעסלעך, אױסגעצױגן די קעפּלעך, מאַכן פּאָלקעס, הײבן פֿיסלעך, שפּרינגען אונטער עפּעס מיט אַ מין אימפּעט, און אַלץ אַהין, װײַט, הינטער דער שטאָט אַרױס. אַ חידוש איז דאָס געװען, נאָר קײנעם איז נישט אײַנגעפֿאַלן אָפּשטעלן זיך נאָכקוקן, װוּ אַהין לױפֿן דאָס די דאָזיקע נאַרישע עופֿות.

ערשט שפּעטער, אין דער עשׂרת ימי תּשובֿה אַרײַן, האָט מען אָנגעהױבן זיך אַרומקוקן, אַז די שטײַגן זײַנען אָפֿן, און װוּ ס'איז געװען ערגעץ אַן עוף איז דאָס אַרױסגעפֿלױגן ― און גײ זוך מיך! איז געװאָרן אַ גװאַלד: „סטײַטש, מיט װאָס װעט מען שלאָגן כּפּרות?“ איבערהױפּט האָבן אײַנגעלײגט די װעלט די װײַבער; פֿאַר אַ װײַסע כּפּרה װעט אײַך אַ װײַב זײַן אַ כּפּרה. זי מעג זײַן אַפֿילו אַ „מאַדאַם“, מיט אַ הוט און מיט אַ פֿאָרטעפּיאַן… משוגענערװײַז זײַנען זײ געלאָפֿן אין מאַרק אַרײַן, גרײט געװען צאָלן אין טאָג אַרײַן, אַבי צו קריגן כּפּרות; אױב ניט קײן װײַסע הון, לאָז זײַן אַ ראַבע, אַ שװאַרצע. לאָז זײַן אַ רױטער האָן ― אַבי אַ כּפּרה! און װי אױף־צו־להכעיס, איז נישט געװען אין מאַרק, איר זאָלט זאָגן, אַן עוף אױף אַ רפֿואה. דאָס הײסט, ס'איז געװען עופֿות אין מאַרק, נאָר נישט אַזעלכע, װאָס מע זאָל מיט זײ קאָנען שלאָגן כּפּרות. צום בײַשפּיל: קאַטשקעס זײַנען געװען מיט גראָבע