מאָטל פּײסי דעם חזנס: 1.21: זײַ געזונט, אַנטװערפּן!

שלום עליכם (אַלע װערק)

XXI
זײַ געזונט, אַנטװערפּן!
― א ―

קײן שטאָט האָט מיר אַזױ נישט באַנג געטאָן אַװעקצוּװאַרפֿן, װי די שטאָט אַנטװערפּן. און נישט אַזױ די שטאָט, װי די מענטשן. און נישט אַזױ די מענטשן פֿון אַנטװערפּן, װי די כאַליאַסטרע עמיגראַנטן. און נישט אַזױ די כאַליאַסטרע אַלײן, װי מײנע חבֿרים און חבֿרטעס. אַ סך זײַנען זיך צעפֿאָרן פֿריִער. ושתּי, אַלטע, מאָטל דער גרױסער ― די זײַנען שױן לאַנג אין אַמעריקע, מאַכן אַלע אַ לעבן. געבליבן איז נאָר מענדל דער בר־מיצװה בחור. (ברכה האָט אים געשענקט אַ צונעמעניש „דער לאָשיק“.) און גאָלדעלע דאָס מײדל מיט די קאַליע אױגן איז געבליבן. װײַטער קײנער נישט. װאָס װעט טאָן די „עזרה“, די װאָס העלפֿט די עמיגראַנטן? װעמען װעט זי העלפֿן? עס טוט מיר באַנג אַנטװערפּן. איך װעל בענקען נאָך אַנטװערפּן. אַ װױלע שטאָט, װױלע מענטשן. אַלע האַנדלען מיט בריליאַנטן. אַלע טראָגן זיך אַרום מיט שטײנער. אַלע קענען די מלאָכה: שנײַדן, קליװן, שלײַפֿן שטײנער. װעמען איר באַגעגנט, איז ער אָדער אַ שטײנשנײַדער, אָדער אַ קליװער, אָדער אַ שלײַפֿער. אַ סך ייִנגלעך פֿון אונדזער כאַליאַסטרע זײַנען דאָ פֿאַרבליבן, געװאָרן שטײנשנײַדער. מיר זאָלן זיך אַזױ נישט רײַסן קײן אַמעריקע, װאָלט מען מיך אױך אַװעקגעגעבן צו דער אַרבעט, געמאַכט פֿון מיר אַ שטײנשנײַדער. מײַן ברודער אליהון איז געפֿעלן די מלאָכה. אונדזער חבֿר פּיניען אױך. זײ זאָלן זײַן, זאָגן זײ, אַ ביסעלע ייִנגער, װאָלטן זײ אַלײן גענומען זיך צו דער אַרבעט ― שלײַפֿן שטײנער. ברכה לאַכט פֿון זײ. זי זאָגט, אַז שטײנער איז גוט צו טראָגן, ניט צו שלײַפֿן. פּיניעס װײַב טײַבל האַלט מיט איר. טײַבל איז אױך אַ בעלן אױף צו אָנטאָן שטײנער. זײ גײען אַלע טאָג קוקן אין די פֿענצטער און קאָנען זיך נישט אָפּלױבן פֿון די בריליאַנטן מיט די דימענטן, װאָס װאַלגערן זיך, אַזױ װי מיסט. עס דרײט זיך אַזש דער קאָפּ. עס שעמערירט זײ אין די אױגן. זײ זײַנען אױס מענטש. פּיניע לאַכט פֿון זײ. ער זאָגט, אַז די אַלע שטײנער האָבן בײַ אים אַ פּנים פֿון חוזק, און די, װאָס גיבן זיך אָפּ דערמיט, זעען אױס בײַ אים װי משוגעים. איר מײנט, אַז ער האָט נישט געמאַכט אױף זײ קײן לידל? אַזױ הײבט זיך אָן דאָס לידל:

אַנטװערפּן איז אַ לאַנד
פֿון די בעסטע שטײנער,
מיליאָנערן אַלערהאַנט ―
קײן אָרעמאַן נישט אײנער.
דימענטן װי מיסט,
העכער האַלב אומזיסט!
בריליאַנטן האָבן זײ אַ סך! אַ סך!
צירונג? ― פֿאַר דער גאַנצער װעלט!
עס פֿעלט זײ נאָר אײן זאַך:
― ― ― ― ― ― מזומן געלט…

און װײַטער געדענק איך נישט.

― ב ―

אָנגעדענקען זיך אַלע לידלעך, װאָס פּיניע מאַכט, דאַרף מען האָבן אַ קאָפּ פֿון אַ מיניסטער. מײַן ברודער אליהו קױלעט זיך מיט אים דערפֿאַר. אליהו זאָגט, טאָמער װערט מען געװאָר אין דער „עזרה“, אַז מיר מאַכן לידלעך אױף אַנטװערפּן, טרײַבט מען אונדז אַרױס פֿון דאָרטן. און מיר קוקן אַרױס אױף דער „עזרה“ פֿאַר אונדזער אַװעקפֿאָרן, זי זאָל אונדז עפּעס העלפֿן. מיר גײען צו איר אַלע טאָג. מיר זײַנען דאָרט הײמישע מענטשן. דאָס מײדל, װאָס שרײַבט אין בוך, דאָס פֿרײַלין זײַטשיק, קען אונדז אַלע בײַ די נעמען. מיך האָט זי ליב, װי אַ קינד. מיט דער מאַמע איז זי װי אַ שװעסטער. איר קאָנט פֿאַרשטײן, אַז אַפֿילו ברכה זאָגט, אַז פֿרײַלין זײַטשיק איז אַ גילגול פֿון אַ ייִדיש מײדל מיט אַ ייִדישער נשמה. די גאַנצע כאַליאַסטרע עמיגראַנטן האָט זיך פֿאַרליבט אין איר. און נאָר דערפֿאַר, װאָס זי רעדט צו זײ אױף ייִדיש, נישט אױף דײַטש. װײַטער רײדן זײ אין אַנטװערפּן אַלע דײַטש, כאָטש גיב זײ אַ קרענק! פּיניע זאָגט אַפֿילו, אַז דאָס לאַנד געהער נישט צו קײן דײַטשן, און די ייִדן װאָלטן געמעגט רײדן ייִדיש. נישקשה, עס װאָלט זײ גאָרנישט געשאַט. אַלע ייִדן פֿון דער זײַט גרענעץ האָבן פֿײַנט ייִדיש, האָבן ליב דײַטש. אַפֿילו די קבצנים זײערע רײדן דאָ אױך אױף דײַטש. ער װעט אײַך פּגרן פֿון הונגער, אַבי אױף דײַטש! אַזױ זאָגט ברכה און טרײַבט אונדז אונטער, מיר זאָלן שױן פֿאָרן קײן לאָנדאָן. ס'איז איר שױן נימאס געװאָרן דאָס אַנטװערפּן מיט זײער לשון. אַז װוּ מע גײט און װוּ מע שטײט, הערט מען נאָר: בריליאַנטן! דימענטן! אַלע טראָגן זיך אַרום מיט פֿולע קעשענעס, מיט גאַנצע פּעק בריליאַנטן. עס זאָל זיך דאָס אַפֿילו צוקלעפּן צו אונדז אַ בריליאַנטל! עמעצער פֿון זײ זאָל כאָטש װעלן פֿאַרלירן אַ פּאָר דימענטלעך, און איך זאָל זײ געפֿינען! אַזױ זאָגט ברכה, און די אױגן אירע ברענען. איך װײס נישט, װאָס ברכה איז אַזױ פֿאַרקאָכט אין דימענטן מיט בריליאַנטן. איך װאָלט אײַך אַװעקגעגעבן אַלע שטײנער פֿון דער גאַנצער װעלט פֿאַר אײן קעסטל פֿאַרבן מיט אַ בערשטעלע אױף צו מאָלן. איך האָב אױסגעמאָלט אַ שיף נישט לאַנג מיט אַ שטיפֿטל אױף פּאַפּיר, אַ שיף מיט אַ כאַליאַסטרע עמיגראַנטן, קעפּ אױף קעפּ. איך האָב דאָס מאָלעכץ אַװעקגעשענקט גאָלדעלען, דעם מײדל, װאָס מיט די קאַליע אױגן. גאָלדעלע האָט דאָס געװיזן דער פֿרײַלין זײַטשיק. יענע האָט דאָס באַװיזן אין דער „עזרה“ פֿאַר דער גאַנצער װעלט. האָט דערזען אױך מײַן ברודער אליהו, האָב איך געהאַט פֿון אים: „מענטשעלעך! װעסט אױפֿהערן אַמאָל מאָלן מענטשעלעך, צי נײן?“ מײַן ברודער אליהו האָט מיך שױן לאַנג אַזױ נישט געשלאָגן. איך האָב עס דערצײלט גאָלדעלען. האָט דאָס גאָלדעלע דערצײלט דער פֿרײַלין זײַטשיק. האָט דאָס פֿרײַלין זײַטשיק פֿאָרגעהאַלטן מײַן ברודער אליהו, פֿאַרװאָס ער שלאָגט מיך. זי האָט אים באַװיזן דאָס מאָלעכץ און האָט איבער אים געטענהט און געטענהט. מײַן ברודער אליהו האָט זי אױסגעהערט, און אַז ער איז געקומען אַהײם, האָב איך ערשט דעמאָלט פֿון אים געהאַט. מײַן ברודער אליהו זאָגט, אַז ער מוז מיר אַרױסשלאָגן דעם שגעון פֿון מאָלן מענטשעלעך…

― ג ―

הײַנט זײַנען מיר געװען דאָס לעצטע מאָל בײַ דער „עזרה“. װאָס מיר האָבן דאָרט געטאָן ― װײס איך נישט. מײַן ברודער אליהו האָט עפּעס געטענהט. פּיניע האָט געמאַכט מיט די הענט. ברכה האָט זיך אַרײַנגעמישט אין מיטן. די מאַמע האָט געװײנט. די װאָס זיצן אין דער „עזרה“ האָבן עפּעס גערעדט צו אונדז, געװײנטלעך, אױף דײַטש. דרײַ זײַנען דאָרטן געזעסן, און אַלע דרײַ האָבן זיך פֿאַרהערט, װער קאָן בעסער רײדן דײַטש… פֿרעגט מיך בחרם, װאָס זײ האָבן דאָרטן גערעדט? אַז מײַן קאָפּ איז מיר גאָר דאָרטן, אױפֿן שיף, אױפֿן ים, אין לאָנדאָן, אין אַמעריקע. און דאָ קומט צו לױפֿן גאָלדעלע אין אײן אָטעם:

― דו פֿאָרסט שױן טאַקע?

― איך פֿאָר.

― װען?

― מאָרגן.

― װוּהין?

― קײן לאָנדאָן.

― און פֿון דאָרטן?

― קײן אַמעריקע.

― און איך בלײַב דאָ מיט מײַנע קאַליע אױגן, און מײַן טאַטע־מאַמע ― גאָט װײס, װען איך װעל זײ זען!

אַזױ זאָגט גאָלדעלע און װײנט מיר אָפּ דעם קאָפּ. עס טוט מיר װײ דאָס האַרץ. איך װיל זי טרײסטן, האָב איך נישט קײן װערטער. איך קוק אױף איר און טראַכט מיר: „רבונו של עולם! װאָס האָסטו צו אָט דעם מײדל? װאָס האָט זי דיר געטאָן?“… איך נעם זי בײַ דער האַנט. איך גלעט זי:

― װײן נישט, גאָלדעלע. אָט װעסטו זען, איך װעל קומען קײן אַמעריקע און װעל מאַכן אַ לעבן, איז דאָס ערשטע ― שיק איך דיר אַרױס אַ בלױשטײנדל אױף צו שמירן די אױגן. נאָכדעם װעל איך דיר שיקן אַ שיפֿסקאַרטע, אַ האַלבע שיפֿסקאַרטע, ביסט דאָך נאָך נישט אַלט קײן צען יאָר. װעסטו קומען צו פֿאָרן קײן אַמעריקע. דאָרט װעט אױף דיר װאַרטן אין „קעסטל־גאַרטל“ דײַן טאַטע מיט דײַן מאַמע. איך װעל אױך זײַן אין „קעסטל־גאַרטל“. אַז דו װעסט צופֿאָרן מיטן שיף קײן אַמעריקע, זאָלסטו קוקן אין „קעסטל־גאַרטל“ און זאָלסט מיך זוכן מיט די אױגן. איך װעל האַלטן אָט דאָס בלײַשטיפֿטל אין די הענט ― זעסטו? אַז דו װעסט דערזען אין אַמעריקע אַ ייִנגל מיט אָט אַזאַ בלײַשטיפֿטל ― זאָלסטו װיסן, אַז דאָס בין איך, מאָטל פּײסיס. נאָכדעם, אַז דו װעסט אַראָפּ פֿון שיף, װעסטו זיך צעקושן מיט דײַן טאַטע־מאַמע. אַהײם װעסטו נישט גײן מיט זײ. דו װעסט זײ נאָר איבערגעבן די זאַכן דײַנע און בעסער גײן אָנקוקן מיט מיר אַמעריקע. איך װעל דיר װײַזן גאַנץ אַמעריקע, מחמת איך װעל דאָך שױן זײַן קלאָר אין דעם אױף אױסנװײניק. נאָכדעם װעל איך דיר ברענגען אַהײם צו דײַן טאַטע־מאַמע, װעסטו עסן מיט זײ װעטשערע, אַ פֿרישע יױך…

גאָלדעלע האָט נישט געװאָלט הערן װײַטער. זי איז מיר געפֿאַלן אױפֿן האַלדז און געקושט מיך. איך זי אױך.

― ד ―

אָט די ברכה, הערט איר, האָט אַ טבֿע: װוּ מע פֿאַרזײט זי נישט, דאָרט װאַקסט זי אױס. זי דאַרף אָנקומען אַקוראַט אין דער מינוט, װען איך געזעגן זיך מיט גאָלדעלען! געזאָגט האָט זי מיר גאָרנישט. קײן האַלב װאָרט אַפֿילו. זי האָט נאָר אױסגעצױגן מיט איר מאַנצבילשער שטים אפֿשר אױף דרײַ קלאַפֿטער: „אַז־װי־װי־װי?…“

נאָכדעם האָט זי עפּעס מאָדנע צונױפֿגענומען די ליפּן, פֿאַרדרײט די נאָז. אַ הוסט האָט זי אױך געטאָן בשעת־מעשׂה: „ע־העם!“ און איז אַװעק גלײַך צו מײַן ברודער אליהו. װאָס זי האָט אים געזאָגט, װײס איך נישט. איך װײס נאָר, אַז איך בין אַרױסגעגאַנגען פֿון דער „עזרה“, האָט מיר אליהו אָפּגעשטעקט אַ געשמאַקן פּאַטש. עס האָט מיר געקלונגען אין בײדע אױערן.

― פֿאַר װאָס? ― פֿרעגט אים די מאַמע. ― פֿאַר װען?

― ער װײס שױן, פֿאַר װאָס!… ― ענטפֿערט איר מײַן ברודער אליהו, און מיר גײען אַלע אױף דער סטאַנציע. דאָרט איז אַ מהומה, אַ טאַרעראַם. מע דאַרף זיך פּאַקן. איך האָב ליב זען, װי מע פּאַקט זיך. אױף פּאַקן זיך איז מײַן ברודער אליהו אײן בריה. אַז עס קומט צו פּאַקן זיך, װאַרפֿט ער אַראָפּ די קאַפּאָטע און הײבט אָן קאָמאַנדעװען: „גיט אַהער דאָס קױטיקע גרעט!… מאַמע, דעם טשײַניק!… דאָס היטעלע, ברכה, דאָס היטעלע, גיכער!… די קאַלאָשן, פּיניע, דו בלינדער יאַצקאָ, דו סליפּאַק אײנער, דו זעסט נישט? אָט שטײען די קאַלאָשן בײַ דיר אונטער דער נאָז!… מאָטל, װאָס שטײסטו, װי אַ לײמענער גולם? העלף עפּעס טאָן! ער װײס נאָך מאָלן מענטשעלעך! מענטשעלעך!…“

דאָס מײנט ער שױן מיך. איך טו מיך אַ װאָרף און הײב אָן העלפֿן טראָגן און װאַרפֿן װאָס עס קומט מיר אין די הענט. װערט מײַן ברודער אליהו אין כּעס, למאַי איך װאַרף, און װיל מיך שלאָגן. שטעלט זיך אײַן פֿאַר מיר די מאַמע: „װאָס װילסטו האָבן פֿונעם קינד?“… געפֿעלט נישט ברכהן, למאַי די מאַמע רופֿט מיך „קינד“, און צעקריגט זיך מיט דער מאַמע. דערמאָנט איר די מאַמע, אַז איך בין אַ יתום, און װיל אָנהײבן װײנען. זאָגט איר אליהו: װײן, װײן! װײן אױס דאָס לעצטע ביסל אױגן!…

אָט באַלד פֿאַרלאָזן מיר אַנטװערפּן.

זײַ געזונט, אַנטװערפּן!

XXII
לאָנדאָן, פֿאַרװאָס ברענסטו נישט?
― א ―

זינט איך לעב, בין איך נישט געװען אױף אַזאַ יריד, װי אין לאָנדאָן. נישט אין לאָנדאָן איז אַ יריד, נאָר לאָנדאָן אַלײן איז אַ יריד. סע קלאַפּט און סע קלינגט און סע פֿײַפֿט און סע טראַסקעט, און מענטשן ― מענטשן אַזױ װי מאָן, אַזױ װי מערעשקעס! פֿון װאַנען נעמען זיך אַזױ פֿיל מענטשן, און װוּהין לױפֿן זײ? אַ פּנים, זײ זײַנען הונגעריק, אָדער האַלטן בײַ אַװעקפֿאָרן. אַנישט, װאָס דאַרף מען זיך אַזױ שטופּן, שלאָגן זיך מיט די עלנבױגנס, אומװאַרפֿן אַ מענטשן און טרעטן אים מיט די פֿיס. איך רײד פֿון פּיניען. אונדזער חבֿר פּיניע, אױב איר געדענקט, האָט אַ נידעריקע ראיה. דערצו האָט ער אַ טבֿע, ער האַלט דעם קאָפּ אַרױף און פּלאָנטעט מיט די פֿיס. אַ פֿאַרטראָגענער מלאך. דער קאָפּ פֿליט בײַ אים. דעם ערשטן ברוך־הבא האָט ער געכאַפּט אױף דער באַן. מיר זײַנען נאָר אַרױסגעקראָכן פֿון װאַגאָן, האָט זיך שױן געטראָפֿן אַן אומגליק. דער ערשטער איז אַרױסגעפֿלױגן פּיניע. אײן הױז פֿאַרקאַטשעט, אײן זאָק אַראָפּגעלאָזט, דעם האַלדזטיכל פֿון יענער זײַט ― אַזױ װי תּמיד. איך האָב נאָך פּיניען קײנמאָל נישט געזען אַזױ האָפֿערדיק. ער האָט געברענט, װי אױף פּאָקן. ער האָט אָנגעהױבן שיטן מיט מאָדנע װערטער, װי זײַן שטײגער איז: „לאָנדאָן! ענגלאַנד! דיזראַעליBenjamin Disraeli 1804-1881! באָקלHenry Thomas Buckle 1821-1862! היסטאָריע ציװיליזאַציע!…“ עס איז אוממעגלעך געװען אים אײַנצושטילן. עס האָט ניט געדױערט קײן צװײ מינוט, איז אונדזער חבֿר פּיניע שױן געלעגן אױף דער ערד, און מענטשן האָבן געשפּאַנט איבער אים, װי מע שפּאַנט איבער אַ שײַט האָלץ. אַ גליק, װאָס זײַן װײַב טײַבל האָט געמאַכט אַ גװאַלד: „פּיניע, װוּ ביסטו?“ האָט זיך מײַן ברודער