מאָטל פּײסי דעם חזנס: 1.5: איך האָב אַ רײַכע שטעלע

שלום עליכם (אַלע װערק)

V
איך האָב אַ רײַכע שטעלע
― א ―

די מאַמע האָט מיר אָנגעזאָגט אַ בשׂורה, אַז איך האָב שױן אַ שטעלע. נישט חלילה בײַ אַ בעל־מלאָכה ― אירע שׂונאים, זאָגט זי, װעלן דאָס ניט דערלעבן, אַז פּײסי דעם חזנס זון זאָל זײַן אַ בעל־מלאָכה. מײַן שטעלע, זאָגט זי, איז אַ רײַכע שטעלע, אַ גרינגע שטעלע. אַ גאַנצן טאָג װעל איך גײן אין חדר, אין תּלמוד־תּורה הײסט עס, און בײַנאַכט װעל איך גײן שלאָפֿן צום אַלטן לוריא. דער אַלטער לוריא איז אַ גרױסער גבֿיר, זאָגט זי. ער איז נאָר אַ קראַנקער, דאָס הײסט, אַזױ איז ער געזונט, עסט און טרינקט און שלאָפֿט, נאָר ניט בײַנאַכט. בײַנאַכט קאָן ער נישט שלאָפֿן. קײן אײן אױג מאַכט זיך אים ניט צו. האָבן די קינדער מורא אים לאָזן אײנעם אַלײן בײַנאַכט. דאַרף מען האָבן אַ מענטש זאָל זײַן מיט אים. עס מעג זײַן אַ קינד, אַבי אַ מענטש. אַװעקזעצן צו אים אַן אַלטן ייִדן פּאַסט נישט. אַ קינד ― גאָרנישט, עלעהײ אַ קעצל. פֿינף רובל אַ װאָך האָבן זײ צוגעזאָגט, און װעטשערע פֿאַר דיר אַלע פֿאַרנאַכט, װען דו קומסט פֿון תּלמוד־תּורה )אַזױ זאָגט מיר די מאַמע מײַנע(. אַ גוטע װעטשערע, אַ נגידישע. װאָס בײַ זײ פֿאַלט אַראָפּ קאָן עס זײַן גענוג פֿאַר אונדז אַלע. גײ, מײַן קינד, אין חדר, פֿאַרנאַכט װעסטו קומען, װעל איך דיך אָפּפֿירן אַהין. װעסט נישט האָבן קײן שום אַרבעט. אַ נגידישע װעטשערע און אַ געלעגער אױך אַ גוטן. און פֿינף רובל אַ װאָך. איך װעל דיר מאַכן אַ פּאָר מלבושימלעך, שטיװעלעך דיר קױפֿן.

דאַכט זיך, גוט ― אַיאָ? װאָס־זשע דאַרף מען װײנען? קאָן זי אָבער אַנדערש ניט, די מאַמע מײַנע. װײנען מוז זי!

― ב ―

אין תּלמוד־תּורה גײ איך דערװײַל אַזױ. לערנען לערן איך ניט. נישטאָ פֿאַר מיר קײן כּיתּה. העלף איך דער רביצין אין שטוב און שפּיל מיך מיט דער קאַץ. דער רביצינס אַרבעט איז נישט קײן שװערע אַרבעט. אױסקערן די שטוב, העלפֿן אַרײַנטראָגן האָלץ, גײן אַ גאַנג ― ס'איז בלאָטע, ס'איז נישט קײן אַרבעט. אַבי נישט לערנען. לערנען איז ערגער. דערפֿאַר אָבער די קאַץ ― אַ סך מער אײַנגענעם. אַ קאַץ, זאָגט מען, איז אַ טמא. איך זאָג: ס'אַ ליגן. אַ קאַץ איז אַ רײנע חיה. אַ קאַץ, זאָגט מען, איז אַ מזיק. איך זאָג: ס'אַ ליגן. אַ קאַץ איז אַ צוגעלאָזטע זאַך. אַ הונט האָט אין זיך חניפֿה, אַ הונט דרײט מיטן עק. אַ קאַץ לאַשטשעט זיך, און אַז מע גלעט זי איבערן קעפּל, מאַכט זי צו די אײגעלעך און הײבט־אָן מורקען. איך האָב ליב אַ קאַץ, ― װאָס קומט מיר דערפֿאַר? רעדט־זשע אָבער מיט זײ, מיט מײַנע חבֿרים, װעלן זײ אײַך דערצײלן טױזנט מעשׂיות. אַז מע האַלט אַ קאַץ, דאַרף מען װאַשן די הענט. אַז מע האַלט אַ קאַץ, שאַט צום זכּרון. זײ װײסן שױן ניט װאָס אױסצוטראַכטן. זײ האָבן אַ טבֿע ― לאָז צוגײן צו זײ די קאַץ, דערלאַנגען זײ איר אַ שנײַד מיטן פֿוס אין זײַט אַרײַן. איך קאָן נישט זען, װי מע שלאָגט אַ קאַץ. לאַכן זײ פֿון מיר. בײַ זײ איז ניטאָ קײן צער בעלי־חײם. איך רעד פֿון די קינדער, װאָס מיט מיר אין דער תּלמוד־תּורה. זײ זײַנען רוצחים. פֿון מיר לאַכן זײ. זײ רופֿן מיך: „די הילצערנע הױזן“, און מײַן מאַמע ― „די קלאָגעדיקע“, װײַל זי װײנט שטענדיק.

― אָט גײט דײַן קלאָגעדיקע מאַמע! ― זאָגן זײ צו מיר.

דאָס איז זי געקומען מיך אָפּנעמען פֿון חדר און אָפּפֿירן אױף מײַן רײַכע שטעלע.

― ג ―

אױפֿן װעג באַקלאָגט זיך די מאַמע, אַז איר איז ביטער און פֿינצטער )ביטער אַלײן איז קאַרג(. גאָט האָט איר געגעבן צװײ קינדער, און זי דאַרף זײַן אַלײן. מײַן ברודער אליהו האָט, זאָגט זי, חתונה געהאַט, קײן עין־הרע, זײער גוט, אַרײַן אין אַ שמאַלץ־גרוב. איז אָבער דער חסרון, װאָס דער שװער איז אַ גראָבער יונג. אַ בעקער, מישטײנס געזאָגט. װאָס קאָן מען פֿאַרלאַנגען פֿון אַ בעקער? אַזױ טענהט מיט מיר די מאַמע, און מיר קומען אױף מײַן רײַכער שטעלע, צום אַלטן לוריא. דער אַלטער לוריא זיצט אין אַ קײזערלעכן פּאַלאַץ. אַזױ זאָגט די מאַמע. אין אַ קײזערלעכן פּאַלאַץ בין איך אַ בעלן זײַן. דערװײַלע זײַנען מיר אין קיך. איך און די מאַמע. אין קיך איז אױך ניט מיאוס. דער אױװן איז װײַס און גלאַנצט, און די כּלים גלאַנצן, און אַלצדינג גלאַנצט. מע בעט אונדז זיצן. עס קומט אַרױס אַ װײַבל אָנגעטאָן װי אַ פּריצה. זי רעדט מיט דער מאַמע און װײַזט אױף מיר. די מאַמע שאָקלט צו מיטן קאָפּ, װישט אַלע מאָל די ליפּן און װיל ניט זיצן. איך זיץ דװקא יאָ. די מאַמע גײט אַװעק, זאָגט מיר אָן, איך זאָל זיך האַלטן װי אַ מענטש. דערבײַ כאַפּט זי דערװײַל אַ װײן און אַ װיש די אױגן. מאָרגן װעט זי קומען נאָך מיר און װעט מיך אָפּפֿירן, זאָגט זי, אין חדר אַרײַן. מע גיט מיר עסן. יױך מיט קױלעטש )אינדערװאָכן קױלעטש!( און פֿלײש ― אַ גוזמא פֿלײש! אָפּגעגעסן, הײסט מען מיר גײן אַרױף. װײס איך נישט, װאָס הײסט „אַרױף“? פֿירט מיך אָפּ די קעכין. חנה הײסט זי. זי איז אַ שװאַרצע מיט אַ לאַנגער נאָז. מע פֿירט מיך אַרױף אױף טרעפּ. די טרעפּ זײַנען אױסגעבעט מיט װײכן. מיט באָרװעסע פֿיס איז אַ מחיה צו גײן. ס'איז נאָך נישט רעכט נאַכט, און בײַ זײ ברענען שױן לאָמפּן. אָן אַ שיעור לאָמפּן. די װענט זײַנען אױסגעקלעפּט מיט צאַצקעס און מיט מענטשעלעך. די שטולן זײַנען באַדעקט מיט לעדער. די סטעליע איז צעמאָלט, װי להבֿדיל אין בית־המדרש. נאָך שענער װי אין בית־המדרש. מע האָט מיך אַרײַנגעפֿירט אין אַ גרױסן אַלקער. דער אַלקער איז אַזױ גרױס, אַז װען איך זאָל זײַן אײנער אַלײן, װאָלט איך געלאָפֿן פֿון אײן װאַנט ביז דער אַנדערער, אָדער איך װאָלט מיך גאָר אַנידערגעלײגט און געקאַטשעט זיך אױף דער סאַמעטענער קאָלדרע, װאָס איז אױסגעשפּרײט איבער דער גאַנצער ערד. אױף אַזאַ קאָלדרע דאַרף זײַן נישט שלעכט צו קאַטשען זיך. שלאָפֿן דאַרף זײַן אױך נישקשהדיק.

― ד ―

אַ שײנער ייִד, אַ הױכער, מיט אַ גרױער באָרד, מיט אַ ברײטן שטערן, אַ זײַדענער כאַלאַט, אַ יאַרמלקע פֿון גאָלע סאַמעט, שטעקשיך אױף די פֿיס, אױך פֿון סאַמעט מיט בליטשקע אױסגענײט, ― אָט דאָס איז דער אַלטער לוריא. ער זיצט איבער אַ גרױסן גראָבן ספֿר. זאָגן זאָגט ער גאָרנישט, נאָר ער קײַט די שפּיצן פֿונעם באָרד, קוקט־אַרײַן אין ספֿר, שאָקלט מיט אַ פֿוס און ברומט שטילערהײט צו זיך אַלײן. אַ מאָדנער ייִד אָט דער אַלטער לוריא. איך קוק אױף אים און טראַכט: ער זעט מיך, צי ער זעט מיך נישט? װײַזן װײַזט אױס, אַז נײן. װאָרעם קוקן קוקט ער נישט, און געזאָגט האָט מען אים גאָרנישט. מע האָט מיך נאָר אַרײַנגעלאָזט אַהער און מע האָט פֿאַרשלאָסן די טיר פֿון יענער זײַט. פּלוצעם רופֿט זיך אָן דער אַלטער לוריא, און קוקן קוקט ער אַלץ נאָך נישט אױף מיר:

― קומט אַהער, װעל איך אײַך װײַזן אַ שטיקל רמב″ם.

צו װעמען רעדט ער דאָס? צו מיר? מיר זאָגט ער „איר“? איך קוק מיך אום אױף אַלע זײַטן. אַחוץ מיר איז נישטאָ דאָ קײנער. דער אַלטער לוריא ברומט אױס נאָכאַמאָל אױף זײַן גראָבער שטים:

― קומט אַהער, װעט איר זען, װאָס דער רמב″ם זאָגט!

איך בין אַ בעלן צוצוגײן צו אים נאָענט.

― מיך רופֿט איר?

― אײַך, אײַך, װעמען דען?

אַזױ מאַכט צו מיר דער אַלטער לוריא און קוקט אין גרױסן בוך אַרײַן און נעמט מיך פֿאַר אַ האַנט און טײַטלט מיט אײן פֿינגער און גיט מיר צו פֿאַרשטײן װאָס דער רמב″ם זאָגט. און װאָס װײַטער, רעדט ער העכער און מיט אַלץ מער היץ. ער צעקאָכט זיך אַזױ שטאַרק, אַז ער װערט אַזש רױט. ער דרײט מיטן גראָבן פֿינגער, און מיטן עלנבױגן דערלאַנגט ער מיר אַלע מינוט אין זײַט אַרײַן און מאַכט צו מיר:

― נו, װאָס זאָגט איר? אַיאָ, עס איז גוט?

ס'זאָל זײַן שטאַרק גוט ― זע איך נישט. דעריבער שװײַג איך. איך שװײַג, און ער קאָכט זיך. ער קאָכט זיך, און איך שװײַג. עס הערט זיך אַ קלונג פֿון אַ שליסל פֿון יענער זײַט. עס עפֿנט זיך די טיר און עס קומט אַרײַן די זעלבע װאָס גײט פּריציש אָנגעטאָן. זי גײט צו צום אַלטן לוריא און רעדט אים גלײַך אין אױער אַרײַן. אַ פּנים, ער איז אַ טױבער. אַנישט ― װאָס דאַרף זי שרײַען? זי זאָגט אים, ער זאָל מיך אָפּלאָזן, װאָרעם איך דאַרף שױן שלאָפֿן. זי נעמט מיך צו פֿון זײַנע הענט און באַלײגט מיך אױף אַ סאָפֿע מיט „שפּרינזינעס“. דאָס בעטגעװאַנט איז װײַס אַזױ װי שנײ. אַ קאָלדרע אַ זײַדענע, אַ װײכע ― טעם גן־עדן! די װאָס גײט פּריציש אָנגעטאָן דעקט מיך אײַן, גײט אַװעק און פֿאַרשליסט די טיר פֿון יענער זײַט. דער אַלטער לוריא גײט אַרום איבער דער שטוב, די הענט פֿאַרלײגט אַהינטער, קוקט אַראָפּ צו זיך אױף די שײנע שטעקשיך, און ברומט, און באָמקעט, און מאַכט עפּעס מאָדנע מיט די ברעמען. מיר קלעפּן זיך די אױגן. איך װיל שלאָפֿן. פּלוצעם גײט צו צו מיר דער אַלטער לוריא און זאָגט מיר:

― דו װײסט? איך װעל דיך אױפֿעסן.

איך קוק און פֿאַרשטײ נישט װאָס ער זאָגט.

― שטײ אױף, איך װעל דיך אױפֿעסן.

― װעמען? מיך?

― דיך! דיך! איך מוז דיך אױפֿעסן! אַנדערש קאָן דאָס נישט זײַן!

אַזױ זאָגט דער אַלטער לוריא. ער גײט אַרום איבער דער שטוב, האַלט דעם קאָפּ אַראָפּ, די הענט אַרונטער, דעם שטערן פֿאַרקנײטשט. ער רעדט אָבער אַלעמאָל שטילער, צו זיך אַלײן. איך הער זיך צו צו איטלעכס װאָרט. קױם װאָס איך כאַפּ דעם אָטעם. ער אַלײן פֿרעגט בײַ זיך און ענטפֿערט זיך אַלײן. אָט װאָס דער אַלטער לוריא זאָגט:

― דער רמב″ם זאָגט, אַז די װעלט איז נישט קײן קדמון. פֿון װאַנען איז געדרונגען? װײַל אַ סיבה מוז האָבן אַ מסבבֿ! מיט װאָס קאָן איך דאָס באַװײַזן? מיט מײַן רצון! װיִאַזױ? אָט װיל איך אים אױפֿעסן, עס איך אים אױף. אַי װאָס? רחמנות? עס קער זיך גאָרנישט אָן. איך טו מײַן רצון. דער רצון איז נישט דער תּכלית. איך עס אים אױף. איך װיל אים אױפֿעסן. איך מוז אים אױפֿעסן!…

― ה ―

אַ גוטע בשׂורה האָט ער מיר אָנגעזאָגט, אָט דער אַלטער לוריא. ער מוז מיך אױפֿעסן! װאָס װעט די מאַמע זאָגן? עס פֿאַלט אָן אױף מיר אַ פּחד. עס ציטערט אױף מיר דאָס לײַב. די סאָפֿע, װאָס איך ליג אױף איר, איז אָפּגערוקט פֿון דער װאַנט. ביסלעכװײַז רוק איך מיך צו דער װאַנט און גליטש מיך אַראָפּ אױף דער ערד, צװישן סאָפֿע און צװישן װאַנט. עס קלאַפּט מיר אַ צאָן אָן אַ צאָן. איך הער מיך אײַן און װאַרט, װען װעט ער מיך עסן. און װיִאַזױ? שטילערהײט רוף איך די מאַמע און פֿיל, װי נאַסע טראָפּנס קאַטשען זיך מיר איבער די באַקן, פֿון די באַקן אין מױל אַרײַן. די טראָפּנס זײַנען געזאַלצן. איך האָב קײנמאָל אַזױ נישט געבענקט נאָך דער מאַמע, װי אַצינד. נאָך מײַן ברודער אליהו בענק איך אױך, נאָר נישט אַזױ. און אָן דעם טאַטן דערמאָן איך מיך, װאָס איך זאָג נאָך אים קדיש, װער װעט נאָך מיר זאָגן קדיש, אַז דער אַלטער לוריא װעט מיך אױפֿעסן?…

. . . . . . . . . . . . . . . . . . . .

אַ פּנים, איך בין גוט געשלאָפֿן? װאָרעם אַז איך כאַפּ מיך אױף, קוק איך מיך אַרום, װוּ בין איך אין דער װעלט? איך טאַפּ די װאַנט. איך טאַפּ די סאָפֿע. איך שטעק אַרױס מײַן קאָפּ ― אַ גרױסער, אַ ליכטיקער אַלקער. סאַמעטענע קאָלדרעס אױף דער ערד. די װענט אױסגעקלעפּט מיט מענטשעלעך. די סטעליע ― װי להבֿדיל אין בית־המדרש. דער אַלטער לוריא זיצט נאָך אַלץ איבער יענעם גרױסן ספֿר, װאָס ער רופֿט אים רמב″ם. מיר געפֿעלט דער נאָמען „רמב″ם“. עס קומט אױס בײַ מיר װי „בימבאָם“. פּלוצעם דערמאָן איך מיך, אַז דער אַלטער לוריא האָט מיך ערשט נעכטן געװאָלט אױפֿעסן. איך האָב מורא, ער זאָל מיך נישט דערזען און װידער װעלן עסן. באַהאַלט איך מיך צוריק צװישן װאַנט און צװישן סאָפֿע און שװײַג. עס עפֿנט זיך די טיר מיט אַ קלונג פֿון יענער זײַט. עס קומט אַרײַן אַלץ יענע, װאָס גײט אָנגעטאָן װי אַ פּריצה. נאָך איר גײט נאָך די קעכין, װאָס מע רופֿט זי חנה, מיט אַ גרױסן בעקן. אױפֿן בעקן שטײען קריגעלעך מיט קאַװע, הײסע מילך און פּוטער־בולקעס פֿרישע.

― װוּ איז דאָס בחורל? ― פֿרעגט חנה און קוקט זיך אַרום אױף אַלע זײַטן. זי דערזעט מיך צװישן װאַנט און צװישן סאָפֿע.

― ביסט אַ רעכטער שײגעץ, װי איך זע! װאָס טוסטו דאָ? קום אַראָפּ צו מיר אין קיך. דאָרט װאַרט אױף דיר די מאַמע.

איך טו אַ שפּרונג אַרױס פֿון מײַן באַהעלטעניש און לױף אַראָפּ איבער די אױסגעבעטע טרעפּ מיט די באָרװעסע פֿיס און זינג מיר אונטער צום טאַקט: ראַם־באָם, בים־באָם! בים־באָם, ראַם־באָם! ― ביז איך קום אין קיך אַרײַן.

― כאַפּט זיך נישט! ― זאָגט חנה די קעכין צו דער מאַמע. ― לאָז ער אױסטרינקען כאָטש אַ גלעזל קאַװע מיט אַ פּוטער־געבעקסל! און איר אַלײן, נישקשה, מעגט אױכעט נעמען אַ גלעזל קאַװע. דער גוטער יאָר װעט זײ נישט נעמען. זײ האָבן גענוג.

אַזױ זאָגט חנה די שװאַרצע, און די מאַמע דאַנקט איר און זעצט זיך אַװעק, און מע דערלאַנגט אונדז הײסע שמעקעדיקע קאַװע מיט פֿרישע פּוטערגעבעקס.

איר האָט אַמאָל געגעסן אײער־קיכלעך מיט צוקער? ― אָט דאָס זײַנען די נגידישע פּוטער־געבעקסלעך. און אפֿשר נאָך בעסער. דעם טעם פֿון דער קאַװע קאָן איך אײַך נישט באַשרײַבן. טעם גן־עדן! די מאַמע האַלט דאָס גלאָז און זופּט און קװיקט זיך און גיט מיר פֿון איר פּוטער־געבעקסל העכער האַלב. דערזעט חנה די קעכין און מאַכט אַ גװאַלד, גלײַך װי מע האָט זי געקױלעט:

― װאָס טוט איר דאָס? עסט, עסט, ס'איז דאָ גענוג!

און חנה די קעכין גיט מיר נאָך אַ פּוטער־געבעקסל. האָב איך שױן צװײ מיט אַ האַלבן. איך הער מיך צו צו זײער שמועס. דער שמועס איז מיר באַקאַנט. די מאַמע קלאָגט זיך אױף איר מזל. אַן אַלמנה, צװײ קינדער, אײנער אין אַ שמאַלץ־גרוב, דער אַנדערער נעבעך אַזױ. איך װאָלט װעלן װיסן, װי אַזױ איז דאָס מײַן ברודער אליהו אין אַ שמאַלץ־גרוב? אַ גרוב מיט שמאַלץ? תּמיד פֿלײשיק? חנה הערט אױס די מאַמע, שאָקלט מיטן קאָפּ. נאָכדעם הײבט אָן חנה רײדן, קלאָגן זיך אױף איר מזל, װאָס זי דאַרף זײַן בײַ יענעם. זי איז אַ טאַטנס אַ קינד. איר טאַטע איז געװען אַ ייִד אַ בעל־הבית, איז ער אָפּגעברענט געװאָרן. נאָכדעם האָט ער אָנגעהױבן קרענקען. נאָכדעם איז ער געשטאָרבן. איר טאַטע, זאָגט זי, זאָל אַצינד אױפֿשטײן און געבן אַ קוק אױף זײַן חנה, װי זי שטײט בײַ אַ פֿרעמדן אױװן! זי קאָן זיך נישט באַקלאָגן. דאַנקען גאָט דערפֿאַר. זי האָט אַ גוטע שטעלע. אײן חסרון ― דער אַלטער בעל־הבית איז אַ ביסל…

װאָס „אַ ביסל“ ― װײס איך נישט. חנה װײַזט עפּעס מיטן פֿינגער אױפֿן שטערן. די מאַמע הערט אױס חנהן, שאָקלט מיטן קאָפּ. נאָכדעם הײבט אָן װידער די מאַמע רײדן. חנה הערט אױס די מאַמע, שאָקלט מיטן קאָפּ. אױפֿן װעג גיט זי מיר מיט נאָך אַ פּוטער־געבעקסל, און איך װײַז די ייִנגלעך אין תּלמוד־תּורה. זײ רינגלען מיך אַרום און קוקן אין די אױגן, װי איך עס. אַ פּנים, בײַ זײ איז דאָס אַ גאַנצער אַנטיק? איך גיב זײ אַלעמען צו קלײנע שטיקעלעך. זײ לעקן די פֿינגער.

― װוּ האָסטו גענומען אַזאַ מאכל?

איך שטופּ אָן בײדע באַקן, שטעל זיך אַװעק אַקעגן זײ מיט די הענט אין די טיפֿע קעשענעס פֿון מײַנע הילצערנע הױזן, און קײַ און שלינג און טאַנץ אונטער אױף מײַנע באָרװעסע פֿיס אָן װערטער, װי אײנער רעדט:

― עך, קבצנישע טאָרבעס װאָס איר זײַט! אַ טײַערע מציאה פּוטערגעבעקס, כאַ־כאַ־כאַ! איר זאָלט נאָך פּרובירן מיט קאַװע, װאָלט איר ערשט דעמאָלט געװוּסט װאָס הײסט טעם גן־עדן אױף דער װעלט!…

VI
אַ שמאַלץ־גרוב
― א ―

דאָס אײנציקע שטיקל גליק, װאָס האַלט מײַן מאַמען אױף די פֿיס, איז דאָס, װאָס מײַן ברודער אליהו איז, דאַנקען גאָט, גוט. ער האָט זיך אַרײַנגעכאַפּט אין אַ שמאַלץ־גרוב. אַזױ זאָגט די מאַמע מײַנע, און פֿאַר גרױס נחת כאַפּט זי אַ װיש די אױגן, װי איר שטײגער איז. זי האָט אים שױן פֿאַרזאָרגט, זאָגט זי, אױף אײביק. איר שנור, זאָגט זי, איז אַפֿילו נישט קײן אײַ־אײַ־אײַ )איך מײן אױך אַזױ!(. האָט אים אָבער גאָט צוגעשיקט דערפֿאַר אַ רײַכן שװער. ער איז אַ בעקער. יונה רופֿט מען אים, יונה דער בעקער. דאָס הײסט, ער אַלײן באַקט נישט. באַקן באַקן אַנדערע. ער קױפֿט נאָר מעל און פֿאַרקױפֿט ברױט. פּסח באַקט ער מצות פֿאַר דער גאַנצער שטאָט. ער איז צו בעקערײַ אַ ברען, און דערצו איז ער אַ בײזער ייִד ― סכּנות. איך מעג זאָגן, אַז ער איז אַ רוצח. ער האָט מיך אײנמאָל געכאַפּט, בשעת איך בין געװען צו גאַסט בײַ מײַן ברודער אליהו און האָב מיך מכבד געװען מיט אַן אײער־בײגל. דער בײגל איז געװען אַ פֿרישער, אַ װאַרעמער, נאָר־װאָס פֿונעם אױװן. האָט דער רוח באַדאַרפֿט אָנטראָגן יונה דעם בעקער. איר זאָלט געװען זען זײַן רציחהדיק פּנים מיט זײַנע גזלעװױע אױגן! פֿון דעמאָלט אָן גײ איך נישט מער אַהין. מײַן פֿוס װעט שױן דאָרט נישט זײַן מער, איך זאָל װיסן גאָלד! אַ ייִד זאָל האָבן אַ טבֿע אָננעמען פֿאַרן קאָלנער און אַרױסװאַרפֿן אױף יענער זײַט טיר, און נאָך געבן גוטע דרײַ סטוסאַקעס פֿון הינטן! איך האָב עס דערצײלט דער מאַמען, איז זי באַלד אַװעקגעלאָפֿן אַהין ― זי האָט אים געװאָלט אָפּשפּילן אַ חתונה, װי אים קומט. האָט אָבער מײַן