טבֿיה דער מילכיקער: וחלקלקות

שלום עליכם (אַלע װערק)

וחלקלקות

אַ פֿאַרשפּעטיקטע מעשׂה פֿון טבֿיה דעם מילכיקן, דערצײלט נאָך פֿאַר דער מלחמה, נאָר איבער דעם גלות און איבער דער מהומה האָט זי ביז אַהער ניט געקאָנט זען די ליכטיקע װעלט.
געשריבן אין די יאָרן 1914־1916.

וחלקלקות

― איר געדענקט דאָך מסתּמא, פּאַניע שלום־עליכם, װי איך האָב אײַך אַנומלטן אײַנגעטײַטשט די פּרשה „לך־לך“ מיט אַלע ל″ב פּירושים, דערצײלט, װיִאַזױ עשׂו האָט זיך פֿײַן צערעכנט מיט זײַן ברודער יעקבֿ, גוט באַצאָלט אים פֿאַר דער בכורה, אַרױסגעמשלחט מיך פֿונעם דאָרף מיט האַק און פּאַק, מיט קינדער און קינדס־קינדער און מיט די בעבעכעס, װי עס באַדאַרף צו זײַן, געמאַכט תּל־עולם פֿון דער גאַנצער כודאָבע מיטן ביסל אָרעמקײט, מיטן פֿערדל, להבֿדיל, פֿון װעלכן איך קאָן נאָך עד־היום ניט רײדן אָן טרערן אין די אױגן, װי מיר זאָגן תּשעה־באָבֿ אין די קינות: על אלה אַני בוכיה ― עס האָט פֿאַרדינט מען זאָל נאָך דעם לאָזן אַ טרער… מילא, בין איך אײַך דאָס מוחל. װאָרעם, צוריק שמועסנדיק, איז דאָך װידער אַ מאָל די אײגענע מעשׂה: מיט װאָס בין איך דאָס מער בן־יחיד בײַ דעם רבונו־של־עולם פֿון אַלע אַנדערע אַחינו בני ישׂראל, װאָס פֿאָניע טרײַבט האַלדז־און־נאַקן פֿון די הײליקע דערפֿער, קערט און רױמט און רײניקט און קאָרעניִעט אױס מיטן װאָרצל װוּ נאָר ס'איז פֿאַראַן אַ סימן פֿון אַ ייִד, װי מיר זאָגן אין „יעלה ויבֿוא“: ויפּקד ויזכר ― עס זאָל קײן סליאַד ניט בלײַבן? מיט װאָס האָב איך דאָ, מישטײנס געזאָגט, זיך איבערצונעמען פֿאַר גאָט מער פֿון אַלע אַרױסגעטריבענע דאָרפֿישע ייִדן, װאָס בלאָנקען זיך איצט אַרום אױף אַלע װעגן מיט װײַב און קינדער, װי די בלודנע שאָף, װײסן ניט װוּ אַ נאַכט איבערצונעכטיקן, האָבן ניט װוּ אַ קאָפּ אָנצושפּאַרן, ציטערן יעדע מינוט, טאָמער באַװײַזט זיך פֿון דער װײַטן אַ קנעפּל פֿון אַן אוראַטניק, אָדער גלאַט אַזױ אַ שװאַרציאָר, װי מיר זאָגן אין מעבֿיר סדרה זײַן: ישׂאָ ה′ עליך גױ?… אײַ, װאָס? טבֿיה איז נישט קײן עם־האָרץ, װי אַנדערע דאָרפֿישע ייִדן, פֿאַרשטײט אַ קאַפּיטל תּהילים, איז נישט פֿרעמד אין אַ מדרש און קאָן אָפּדראַפּען, מיט גאָטס הילף, אַ פּרשה חומש מיט רש″י אױך? מילא בכן? װילט איר, אַז עשׂו זאָל דאָס אָפּשאַצן, װי עס געהער צו זײַן, און זאָל האָבן דרך־ארץ פֿאַר אַזאַ ייִדן? אָדער אפֿשר קומט מיר גאָר אַ דאַנק דערפֿאַר? כאָטש אין תּוך גערעדט, איז דאָ נישטאָ מיט װאָס צו שעמען זיך, און קײן חסרון איז דאָס אַװדאי ניט, ― איך מײן טאַקע דאָס, װאָס מען איז, גאָט צו דאַנקען, אַ ייִד מיט לײַטן גלײַך, מען איז ניט בלינד אין די שװאַרצע פּינטעלעך, מען איז באַהאַװנט אין אַ פּסוק און מע װײס, װוּ אײַן און װוּ אױס, װי אין פּרק שטײט געשריבן: ודע מה שתּשיבֿ ― אַז װױל איז דעם װאָס װײס… איר מײנט אפֿשר, פּאַניע שלום־עליכם, איך זאָג דאָס אײַך גלאַט אַזױ, פֿונעם אַרבל? אָדער איך װיל זיך דאָ אױספֿײַנען פֿאַר אײַך, באַרימען זיך אינמיטן דרינען מיט מײַן גרױס קענטשאַפֿט און מיט מײַן לומדות? האָט קײן פֿאַראיבל ניט, דאָס קאָן זאָגן נאָר אַזעלכער, װאָס קען ניט טבֿיהן. טבֿיה רעדט ניט גלאַט אַזױ אין דער װעלט אַרײַן, און קײן פּוסטער באַרימער, װײסט איר דאָך, איז ער קײנמאָל ניט געװען. טבֿיה האָט ליב צו דערצײלן אַ זאַך, װאָס טאַקע בעיני ראָיִתי ― ער אַלײן האָט דאָס דורכגעמאַכט, מיט אים אַלײן האָט זיך דאָס געטראָפֿן. זעצט אײַך צו אָט־אָ־דאָ אױף אַ װײַלעטשקע, װעט איר האָרכן אַ שײנס, װיִאַזױ עס קומט אַמאָל צו ניץ אַ מענטשן, אַז מען איז ניט קײן פּראָסטער בשׂר־ודגים און מע האָט אַ שטיקל באַגריפֿיעביאָגראַפֿיע אױך אין די עולמות העליונים און מע װײס, װען און װוּ און װיִאַזױ אַרײַנצושרױפֿן אַ פּסוק, כאָטשבי פֿון אונדזער אַלטן תּהילים.

בקיצור, דאָס איז געװען, אױב איך האָב קײן טעות ניט, שױן לאַנג, גאָר לאַנג, איך האָב מורא, אױב נישט אין דער סאַמע היץ פֿון בימים ההם ― פֿון פֿאָניעס רעװאָלוציעס מיט קאָסנעטוציעס בעת כרוקעלערוסישער מענטש (פּעיאָראַטיװ) האָט זיך אַ לאָז געטאָן איבער ייִדישע שטעט און שטעטלעך מיט אַ פֿרײַ געמיט און מיט אױפֿגעבונדענע הענט און גענומען מאַכן אַ תּכלית פֿון ייִדישן האָב־און־גוטס, כּכּתובֿ, װי אין סידור שטײט געשריבן: שובֿר אױבֿים ומכניע זדים ― געבראָכן פֿענצטער און געריסן בעטגעװאַנט… איך האָב אײַך שױן, דאַכט זיך, אַמאָל געהאַט געזאָגט, אַז איך אַלײן װער ניט נתפּעל פֿון אַזעלכע זאַכן, און שרעקן שרעק איך מיך אױך ניט איבער, װאָרעם ס'איז דאָך אַ ממה־נפֿשך: איז דאָס אַ באַשערטע זאַך, אַ גזירה מן השמים, דאַרף איך דאָך ניט זײַן קײן אױסנאַם פֿונעם כּלל־ישׂראל, װי מיר זאָגן אין פּרק: כּל ישׂראל יש להם חלק? אלא װאָס דען? ס'איז גלאַט אַן עפּידעמיע, אַ מין אונטערגאַנג, רחמנא ליצלן, אַ שטורעמװינט, װאָס גײט פֿאַרבײַ, ― איז דאָך אַװדאי ניטאָ װאָס אַראָפּצופֿאַלן בײַ זיך! דער שטורעמװינט װעט זיך אײַנשטילן, דער הימל װעט זיך אױסלײַטערן און עס װעט זײַן חדש ימינו כּקדם. װי זאָגט דער גױ, להבֿדיל: „נע בולאָ או מיקיטע הראָשי אי נע בודעне було в Микити грошей і не буде: נישט געװען מײַ מיקיטען קײן געלט און עס װעט ניט זײַן“…

און כּך הוה ― אַזױ איז געװען איצט אױך, אַז ס'איז געקומען צו מיר די הראָמאַדע פֿון דאָרף, װי איך האָב אײַך, דאַכט זיך, שױן געהאַט דערצײלט אַמאָל, און מיר אָנגעזאָגט די גוטע בשׂורה־טובֿה, אַז מען איז דאָס געקומען צו מיר טאָן, װאָס מע טוט מיט כּל־ישׂראל, דאָס הײסט, מקײם זײַן די מיצװה פֿון „בעי זשידאָװбей жидов: שלאָגט אי ייִדן“. האָב איך דאָך מסתּמא, ראשית־חכמה, אױסגעבטלט צו זײער קאָפּ אַלע בײזע װיסטע חלומות, גענומען טענהן און פֿרעגן קשיות, װי טבֿיה קאָן: סטײַטש, װיִאַזױ, און פֿאַר װאָס, און פֿאַר װען, און װאָס איז דאָס גלאַט פֿאַר אַ שטײגער אָנפֿאַלן אױף אַ מענטשן, זאָג איך, אינמיטן העלן טאָג און אַרױסלאָזן אים די פֿעדערן פֿון די קישנס?…

מילא, טענות אַהין, טענות אַהער ― איך זע, ס'איז אַרױסגעװאָרפֿן אַלע מײַנע רײד. כרוקעלע האָט זיך אײַנגעשפּאַרט. זײ מוזן, זאָגן זײ, יוצא זײַן פֿאַר נאַטשאַלסטװע. זײ האָבן מורא, זאָגן זײ, טאָמער טראָגט אָן דער רוח אַ קנעפּל, אַ שװאַרציאָר ― לאָז ער זען, זאָגן זײ, אַז זײ זײַנען לײַטן־גלײַך, ניט דורכגעלאָזט אַ ייִדן גלאַט אַזױ, אָן אַ שום סימן פֿון אַ פּאָגראָם. װאָס פֿאַר אַ פּנים, זאָגן זײ, װעלן זײ האָבן בײַ נאַטשאַלסטװע?… על־כּן, זאָגן זײ, איז געבליבן בײַ הראָמאַדע, אַז עפּעס טאָן מיט מיר ― דאָס מוזן זײ!…

האָב איך מיך מישבֿ געװען סאַמע אין דער לעצטער מינוט: „װײסט איר װאָס, זאָג איך זײ, װיבאַלד אַז הראָמאַדע האָט אַזױ געפּסקנט, זאָג איך, איז דאָך ניט שײך. װאָס קאָן זײַן העכער פֿון הראָמאַדע? נאָר װאָס דען, זאָג איך, דאָס װײסט איר, זאָג איך, אַז ס'איז פֿאַראַן אַ זאַך, װאָס ס'איז נאָך העכער פֿון הראָמאַדע?“… זאָגן זײ: „דהײַנו, װאָס קאָן נאָך זײַן העכער?“ זאָג איך: „גאָט. איך מײן ניט, זאָג איך, אלהינו ― נאַש באָגнаш бог: אונדזער גאָט, אָדער אלהיכם ― װאַש באָגваш бог: אַײַער גאָט. איך מײן, זאָג איך, אלהינו ואלהי אבֿותינו ― אונדזער אַלעמענס גאָט… אָט יענער, זאָג איך, װאָס האָט באַשאַפֿן מיך און אײַך, להבֿדיל, און אײַער גאַנצע הראָמאַדע ― אָט, זאָג איך, װעמען איך מײן. איז בײַ אים, זאָג איך, דאַרף מען אַ טאַפּ טאָן, אױב ער װיל, אױב ער הײסט, איר זאָלט מיר שלעכטס טאָן. װאָרעם עס קאָן זײַן, זאָג איך, אַז ער הײסט טאַקע אַזױ, און עס קאָן װידער צוריק זײַן, אַז ער װיל עס בשום־אופֿן ואופֿן ניט. אײַ, װיִאַזױ קאָנען מיר עס װיסן? װעלן מיר װאַרפֿן, זאָג איך, גורל. אָט, זאָג איך, ליגט אַ תּהילים פֿון גאָט. איר װײסט דאָך, זאָג איך, װאָס תּהילים באַדײַט? בײַ אונדז הײסט עס תּהילים, בײַ אײַך הײסט עס פּסאַלטירпсалтирь. אָט דער הײליקער פּסאַלטיר, זאָג איך, װעט זײַן צװישן אונדז דער שופֿט, דער מיראָװאָי סודיאַмирвой судя: שׁופֿט פֿון דער װעלט הײסט עס. ער, זאָג איך, װעט פּסקענען, צי איר דאַרפֿט מיך שלאָגן, צי ניט“…

קוקן זײ זיך איבער ציקאַװע, און איװאַן פּאָפּערילע דער סטאַראָסטע גײט אַרױס פֿון אינמיטן און רופֿט זיך אָן צו מיר: „אַ שטײגער, זאָגט ער, װיִאַזױ װעט דאָס דער הײליקער פּסאַלטיר פּסקענען?“… זאָג איך: „אַז דו װעסט מיר געבן, איװאַנו, דײַן הן שלי און טאַקע דײַן האַנט תּקיעת־כּף, אַז הראָמאַדע װעט פֿאָלגן אַלץ, װאָס דער תּהילים װעט פּסקענען, װעל איך דיר, זאָג איך, דעמאָלט באַװײַזן“… נעמט איװאַן און ציט מיר אױס אַ יד און מאַכט צו מיר: „גערעדט איז גערעדט“. „אױב אַזױ, זאָג איך, איז גוט. איצט, זאָג איך, װעל איך אױפֿמישן אין תּהילים אַ בלעטל, און דאָס ערשטע װאָרט, זאָג איך, װאָס ס'װעט זיך מיר װאַרפֿן אין די אױגן, װעל איך אײַך זאָגן, און איר, זאָג איך, װעט אַזױ גוט און פֿרום זײַן דאָס מיר נאָכזאָגן. איז אױב, זאָג איך, עמעצער פֿון אײַך אָט־דאָ װעט עס קאָנען מיר נאָכזאָגן, איז אַ סימן, זאָג איך, אַז גאָט הײסט, איר זאָלט טאָן מיט טבֿיהן, װאָס איר װילט, און אױב, זאָג איך, ניט, איז אַ סימן, אַז גאָט הײסט ניט… זײַט איר מסכּים?“ קוקט זיך איבער איװאַן דער סטאַראָסטע מיט הראָמאַדע און מאַכט צו מיר: „לאַדנאָладно: מסכּים“. „אױב אַזױ, זאָג איך, און גיב אַן עפֿן־אױף דאָס תּהילימל פֿאַר זײ, איז רעכט. אָט, זאָג איך, האָט איר עס: „וחלקלקות“… קאָנט איר, זאָג איך, זיך אונטערנעמען מיר נאָכזאָגן דאָס װאָרט „וחלקלקות“?… קוקן זײ אײנס אױף דאָס אַנדערע און אַלע אױף מיר און הײסן זיך איבערחזרן דאָס װאָרט נאָכאַמאָל. זאָג איך: „בײַ מיר האָט איר געפּועלט כאָטש דרײַ מאָל, אױב איר װילט: „וחלקלקות! וחלקלקות! וחלקלקות!“… זאָגן זײ: „נײן, טעװעל, דו זאָג ניט: כאַל־כאַל־כאַל! דו, זאָגן זײ, זאָג אונדז מיט אַ מױל און מיט אַ טאָלק און פּאַװאָלינקע!“ זאָג איך: „אױך געפּועלט! איך װעל אײַך, זאָג איך, זאָגן מיט אַ מױל, און מיט אַ טאָלק, און פּאַװאָלינקע: ו־חלק־ל־קות! צופֿרידן?“…

האָט זיך היטשקע פֿאַרטראַכט אַ װײַלע און האָט זיך אַ נעם געטאָן צו דער אַרבעט, איטלעכער אױף זײַן שטײגער: אײנער האָט אַ זאָג געטאָן: „הײַדאַמאַקי“. דער אַנדערער: „לאָמאַקי“. בײַם דריטן איז שױן גאָר אױסגעקומען: „כײַקאַליאַ“. װאָס איז אים עפּעס געפֿעלן „כײַקאַליאַ“? נאָך חיה־לאה נפֿתּלי־גרשון דעם לאָמערס, װאָס אין אַנאַטעװקע. איך זע, ס'איז אַ מעשׂה אָן אַן עק, רוף איך מיך אָן צו זײ: „איר װײסט, זאָג איך, קינדער? איך זע, אַז די אַרבעט, זאָג איך, גײט בײַ אײַך צו שװערלעך. אַ פּנים, זאָג איך, אַז „וחלקלקות“ איז ניט פֿאַר אײַער קאָפּ; װעל איך אײַך געבן, זאָג איך, אַן אַנדער װאָרט, אױך פֿון אונדזער תּהילים: „ממעמקים“… „ממעמקים קראָתיך“…

האָט זיך דאָך מסתּמא װידער אַ מאָל אָנגעהױבן די אײגענע חתונה: בײַ אײנעם איז דאָס אױסגעקומען: „לאָכאַנקאַ קעראָסינאַ“. בײַם צװײטן ― „קריװליאַקאַ בוזינאַ“. דער דריטער האָט גאָר אַ שפּײַ געטאָן: „טפֿו! נעכײַ טובי ליכאָ האָדינא!“…

בקיצור, זײ האָבן, אַ פּנים געזען, אַז מיט טבֿיהן װעלן זײ זיך ניט אױסטענהן, רופֿט זיך אָן צו מיר דער סטאַראָסטע, איװאַן פּאָפּערילע הײסט עס, בזה־הלשון: „די מעשׂה, זאָגט ער, דערפֿון איז אַזױ. מיר האָבן צו דיר, טעװעל, אײגנטלעך, גאָרנישט ניט. דו ביסט טאַקע אַ זשיד, נאָר ניט קײן שלעכטער מענטש. אײנס צום אַנדערן אָבער געהער זיך ניט אָן ― שלאָגן דאַרף מען דיך. הראָמאַדע האָט אַזױ געפּסקנט ― פֿאַרפֿאַלן. מיר װעלן דיר, זאָגט ער, כאָטש אױסהאַקן אַ פּאָר פֿענצטער. און פֿאַר נױט, זאָגט ער, קאָנסטו אַלײן זיך אױסהאַקן אַ פּאָר שױבן ― אַבי פֿאַרשטאָפּן זײ דאָס מױל, כאַפּט זײ דער שװאַרציאָר! טאָמער, זאָגט ער, פֿאָרט דורך נאַטשאַלסטװע, לאָזן זײ, זאָגט ער, זען, אַז מע האָט דיך ניט דורכגעלאָזט. אַניט, זאָגט ער, װעט מען איבער דיר אונדז נאָך שטראַפֿירן… און אַצינדערט, זאָגט ער, טעװעל, שטעל דעם סאַמאָװאַר און זײַ אונדז מכבד מיט טײ, און, פֿאַרשטײט זיך, אַ האַלב עמער בראָנפֿן פֿאַר הראָמאַדע, װעלן מיר נעמען צו גלעזלעך און טרינקען פֿאַר דײַן געזונט, װאָרעם דו ביסט, זאָגט ער, אַ קלוגער ייִד, פֿון גאָטס מענטשן“… אָט מיט די װערטער און מיט דעם לשון, װי איך דערצײל אײַך, גאָט זאָל מיר אַזױ העלפֿן מיט אײַך אינאײנעם בכל אַשר אפֿנה!

נו, איצט פֿרעג איך אײַך, פּאַניע שלום־עליכם, איר זײַט דאָך עפּעס אַ ייִד, װאָס קאַטאָרי איר שרײַבט ― איז שױן טבֿיה גערעכט, װאָס ער זאָגט, אַז מיר האָבן אַ שטאַרקן גאָט און אַז אַ מענטש, כּל־זמן ער לעבט, טאָר בײַ זיך קײנמאָל ניט אַראָפּפֿאַלן, ובפֿרט אַ ייִד, ובפֿרט אַזעלכער, װאָס איז ניט פֿרעמד פֿון אַנשי שלומנו ― פֿון די שװאַרצע פּינטעלעך! װאָרעם נאָך אַלעמען, הערט איר, קומט טאַקע פֿאָרט אױס, װי מיר זאָגן אַלע טאָג אין דאַװענען: אַשרי יושבֿי ― אַז װױל און אַז גוט איז דעם, װאָס קען. און װי מיר זאָלן זיך ניט קליגן און װי מיר זאָלן ניט װעלן גײן מיט אײבער־הסבֿרות, מוזן מיר מודה זײַן, אַז מיר ייִדן זײַנען פֿאָרט דאָס בעסטע און דאָס קליגסטע פֿאָלק פֿון אַלע פֿעלקער, װי דער נבֿיא זאָגט: מי כּעמך ישׂראל גױ אחד ― װי קאָן זיך גלײַכן אַ גױ צו אַ ייִדן? אַ גױ איז אַ גױ, און אַ ייִד איז פֿאָרט אַ ייִד, װי איר אַלײן זאָגט אין אײַערע מעשׂה־ביכלעך, אַז אַ ייִד באַדאַרף מען זײַן געבױרן… אַשריך ישׂראל ― אַז װױל איז צו מיר, װאָס איך בין געבױרן געװאָרן אַ ייִד, װײס איך דעם טעם פֿון גלות־יװן און פֿון אַרומשלעפּן זיך צװישן די פֿעלקער און פֿון ויסעו ויחנו ― װוּ געטאָגט, דאָרט ניט גענעכטיקט, װאָרעם פֿון זינט מע האָט מיט מיר געלערנט די סדרה „לך־לך“, ― געדענקט איר, איך האָב אײַך אַמאָל געהאַט דערצײלט װעגן דעם באַריכות? ― האַלט איך נאָך אַלץ אין אײן גײן, און איך װײס ניט פֿון קײן מקום־מנוחה איך זאָל קאָנען זאָגן: „אָט־אָ־דאָ, טבֿיה, בלײַבסטו זיצן“. טבֿיה פֿרעגט ניט קײן קשיות. מע האָט אים געזאָגט, ער זאָל גײן ― גײט ער… אָט האָבן מיר זיך הײַנט באַגעגנט מיט אײַך, פּאַניע שלום־עליכם, אָט־דאָ, אױף דער באַן. מאָרגן קאָן עס אונדז פֿאַרטראָגן קײן יעהופּעץ. איבעראַיאָר קאָן עס אונדז פֿאַרשלײַדערן קײן אַדעס, קײן װאַרשע, אָדער גאָר קײן אַמעריקע ― סײַדן דער אײבערשטער זאָל זיך אַרומקוקן און זאָגן: „װײסט איר װאָס, קינדערלעך? איך װעל אײַך גאָר אַראָפּברענגען משיחן!“… הלװאַי טוט ער אונדז דעם צו־להכעיס, דער אַלטער רבונו־של־עולם! דערװײַל זײַט מיר געזונט, פֿאָרט געזונטערהײט און לאָזן גריסן אונדזערע ייִדעלעך און זאָגט זײ דאָרטן, זײ זאָלן זיך ניט זאָרגן: אונדזער אַלטער גאָט לעבט!…